בלײַב געזונט מיר, קראָקע!
מרדכי געבירטיג

בלײַב געזונט מיר, קראַקע!
בלײַב־זשע מיר געזונט.
ס'װאַרט די פֿור געשפּאַנט שױן פֿאַר מײַן הױז,
ס'טרײַבט דער װילדער שׂונא,
װי מ'טרײַבט אַ הונט,
מיט אַכזריות מיך פֿון דיר אַרױס.

בלײַב געזונט מיר, קראַקע!
איך זע זיך אפֿשר הײַנט
ס'לעצט מאָל מיט אַלץ װאָס ליב איז מיר,
אױף מײַן מאַמעס קבֿר
ס'האַרץ זיך אױסגעװײנט,
שװער געװען דאָס שײדן זיך מיט איר.

אױסגעװײנט די אױגן
ביז דער לעצטער טרער,
באַנעצט מיט זי דעם טאַטנס קאַלטן שטײן...
כ'האָב דעם זײדנס קבֿר
נישט געפֿונען מער,
עס מוז שױן זאַמד פֿון זײַן מצבֿה זײַן...

בלײַב געזונט מיר, קראַקע!
הײליק איז דײַן ערד,
טאַטע־מאַמע רוען דאָך אין איר.
לעבן זײ צו ליגן
איז מיר נישט באַשערט,
ס'װאַרט אַ קבֿר ערגעץ װײַט אױף מיר...

בלײַב געזונט מיר, קראָקע!
בלײַב־זשע מיר געזונט,
ס'װאַרט די פֿור געשפּאַנט שױן פֿאַר מײַן הױז,
ס'טרײַבט דער װילדער שׂונא,
װי מען טרײַבט אַ הונט,
מיט אַכזריות פֿון דיר אַרױס...

(קראָקע 24 אָקטאָבער 1940)