דער בעכער
מאַרק װאַרשאַװסקי
טײַערע מלכּה ―
געזונט זאָלסטו זײַן! ―
גיס־אָן אין בעכער,
אין בעכער דעם װײן.
בים־באָם! בים־באָם!
בים־באָם! בים־באָם!
פֿון דעם דאָזיקן בעכער,
ער גלאַנצט אַזױ שײן,
האָט געטרונקען מײַן זײדע,
מײַן זײדע אַלײן.
בים־באָם!...
ס'איז געװען שלעכטע צײַטן,
װי עס מאַכט זיך אַמאָל,
נאָר דעם בעכער האָט ער געהאַלטן
אײַזן און שטאָל!
בים־באָם!...
ער האָט משׂמח געװען אַלע קינדער,
באַקאַנט איז דאָס דיר,
פֿונעם טאַטן איז דער בעכער
געקומען צו מיר!
בים־באָם!...
טײַערע מלכּה ―
געזונט זאָלסטו זײַן! ―
פֿאַר װעמען זאָל איך טרינקען
דעם דאָזיקן װײַן?
בים־באָם!...
לחײם װיל איך טרינקען
פֿאַר דעם פּינטעלע ייִד,
װאָס מוטשעט זיך תּמיד
און װערט קײנמאָל ניט מיד!
בים־באָם!...
לחײם װיל איך טרינקען,
און טאַקע אָן אַן עק,
פֿאַר די װאָס זענען געפֿאָרן
אױף אײביק אַװעק!
בים־באָם!...
איך װאָלט טרינקען פֿאַר מײַנע שׂונאים,
נאָר זאָג זײ ניט אױס!
קוק ― טרערן שפּריצן פֿונעם בעכער,
פֿון דעם בעכער אַרױס!
בים־באָם!...
זינגט העכער און העכער:
גאָט, דו ביסט גרױס!
באַהאַלט, מלכּה, דעם בעכער,
דאָס לידל איז אױס!
בים־באָם!...
|