צום באַדעקנס דער כּלה מאַרק װאַרשאַװסקי א) כּלהניו, װײן־זשע װײן דו ביסט דעם חתן געפֿעלן, װאָרעם דו ביסט דאָך שײן און פֿײַן ― באַלד װעט מען די חופּה שטעלן באַלד װעט די חופּה זײַן. אַ נײַע װעלט װעסטו דערזען עפּעס זאָגט מען זי איז זײער שײן... נאָר איך װײס ניט צי דאַרפֿסטו זיך פֿרײען... ― כּלהניו, װײן־זשע װײן! מען האָט דיך אין צרות דערצױגן. געמוטשעט זיך אָן אַ שיעור, געקוקט אין דײַנע אױגן, געציטערט איבער דיר. דו פֿילסט עס, מײַן קינד, מן־הסתּמה: דײַן האַרץ איז כּשר רײן, פֿאַרגעס־זשע ניט טאַטע־מאַמע. ― כּלהניו, װײן־זשע װײן! דו װעסט תּמיד דערמאַנען װאָס דו האָסט קינדװײַז געפֿילט: אָט דאָ ביסטו געשטאַנען, אָט דאָרטן האָסטו זיך געשפּילט. די יונגע יאָרן פֿאַרשװעבן... זײ קומען צוריק ניט צו גײן. אַזױ פֿאַרגײט אונדזער לעבן... כּלהניו, װײן־זשע װײן! אַז דאָס גליק װעט דיר שײַנען און לײַכטן, פֿאַרגעס ניט דעם אָרעמאַן, דער מענטש מוז תּמיד טראַכטן, װאָס װעט מיט אים מאָרגן זײַן. אױ! יעדער מענטש איז אָרעם, װי רײַך ער װאָלט נישט געװען ― אַזױ זאָגן אונדזערע ספֿרים... כּלהניו, װײן־זשע װײן! אַז דײַן מאַן װעט טרערן פֿאַרגיסן, פֿאַרביטערט װעט זײַן דאָס האַרץ, זאָלסטו אים זײַן לעבן פֿאַרזיסן, פֿאַרגרינגערן זײַן שמאַרץ. דײַנע קינדערלעך זאָלסטו געבן אונדזער אומגליק צו פֿאַרשטײן, אַז װײנען הײסט בײַ אונדז לעבן... כּלהניו, װײן־זשע װײן! דעם חתן פֿירט צו דער כּלה, באַשיט אים מיט בלומען גיך; אָט װעלן מיר בעטן אַלע ער זאָל דיר זײַן מצליח. װוּ דו װעסט זיך װענדן און קערן, זאָל גאָט פֿאַר דיר תּמיד שטײן; ער זאָל דײַנע טרערן דערהערן ― כּלהניו, װײן־זשע װײן! ב) די ראָד כּלהס צד שלאָגט קלעזמער אין די טאַצן, װער װעט אַצינד מיך שאַצן? אױ, אױ! גאָט איז גרױס! ער האָט דאָך געבענטשט מײַן הױז... די מיזינקע גיב איך אױס ― די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! שטאַרקער!... פֿרײלעך!... דו די מלכּה, איך דער מלך, אױ, אױ, איך אַלײן האָב מיט מײַנע אױגן געזען, װי גאָט האָט מיר מצליח געװען ― די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! שטאַרקער!... בעסער!... די ראָד, די ראָד מאַכט גרעסער! גרױס האָט מיך גאָט געמאַכט, גליק האָט ער מיר געבראַכט, הוליעט, קינדער, אַ גאַנצע נאַכט! די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! דער טרײַער פֿעטער יוסי און די גוטע מומע סאָסי האָבן מיר צום חתן־מאָל טײַערע װײַנען אָן אַ צאָל מיר געשיקט פֿון ארץ־ישׂראל ― די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! מאָטל!... שמעון!.. די אָרעמע לײַט זענען געקומען, שטעלט זײ דעם שענסטן טיש, טײַערע װײַנען, טײַערע פֿיש, אױ װײ, טאָכטער, גיב מיר אַ קוש! ― די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! אײַזיק!... מזיק!... די באָבע גײט אַ קאָזיק. קײן עין־הרע זעט נאָר זעט, װי זי טופּעט, און װי זי גײט, אױ, אַ שׂימחה, אױ, אַ פֿרײד! ― די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! איציק!... שפּיציק!... װאָס שװײַגסטו מיט דעם שמיציק?! אױף די קלעזמער טו אַ געשרײ: צי שפּילן זײ, צי שלאָפֿן זײ? רײַסט די סטרונעס אַלע אױף צװײ! די מיזינקע אױסגעגעבן! די מיזינקע אױסגעגעבן! ג) אַ פֿרײלעכס חתנס צד די מחותּנים גײען, קינדער, לאָמיר זיך פֿרײען ― שאַט נאָר שאַט! דער חתן איז נאָר אַ װוּנדער ― שפּילט אַ װיװאַט דעם חתנס צד! אָט גײט דער פֿעטער קנה מיט דער מומע חנה ― שאַט נאָר שאַט! דאָס איז די בעסטע מתּנה, שפּילט אַ װיװאַט דעם חתנס צד! דעם חתנס שװעסטער פֿרײדל נעמט זיך אַרײַן אין רעדל ― שאַט נאָר שאַט! זי דרײט זיך װי אַ דרײדל ― שפּילט אַ װיװאַט דעם חתנס צד! רב אלי דעם חתנס פֿעטער דאָס בײַכל גלעט ער ― שאַט נאָר שאַט! ער איז פֿעטער פֿון אַלע פֿעטער ― שפּילט אַ װיװאַט דעם חתנס צד! אָט גײט דער מחותּן מינדיק, מיט װאָס האָבן מיר פֿאַרזינדיקט ― שאַט נאָר שאַט! ער בלאָזט זיך װי אַן אינדיק ― שפּילט אַ װיװאַט דעם חתנס צד! נעמט בײַ די הענט אײַך אַלע! דער חתן מיט דער כּלה ― שאַט נאָר שאַט! גאָט זאָל זײ זײַן ממלא דעם חתנס און דער כּלהס צד... |