כ'װיל נישט אַזאַ חתן
מרדכי געבירטיג
ברענגט דער שדכן מיר אַ שידוך,
קװעלן פֿון אים אַלע,
קװעלן פֿון אים אַלע,
הײסט דער חתן גאָר בנימין,
מיר געפֿעלט נישט אַזאַ נאָמען,
כ'װיל נישט זײַן זײַן כּלה,
אױ, כ'װיל נישט זײַן זײַן כּלה.
אױ װײ, מאַמעניו!
פֿאַרװאָס גיסטו מיר קײן רו,
כ'װיל נישט נעמען
אַבי װעמען,
טײַערע מאַמעניו,
אױ, טײַערע מאַמעניו!
ברענגט דער שדכן מיר אַ שידוך,
תּנאָים שױן באַשלאָסן,
תּנאָים שױן באַשלאָסן,
הײסט ער יאַנקל נאָך זײַן זײדן,
כ'קען דעם נאָמען אױך נישט לײַדן,
כ'װיל נישט אַזאַ חתן,
אױ, כ'װיל נישט אַזאַ חתן.
אױ װײ, מאַמעניו!...
ברענגט דער שדכן מיר אַ חתן,
זאָגט ר'איז גאָר אַ שׂררה, ―
זאָגט ר'איז גאָר אַ שׂררה, ―
הײסט ער נעבעך שלמה־זישע,
רעדט נאָר ייִדיש, פֿע, אַ בושה!
כ'װיל נישט אַזאַ צרה,
אױ, כ'װיל נישט אַזאַ צרה.
אױ װײ, מאַמעניו!...
ברענגט דער שדכן מיר אַ חתן,
אַן אױסנאַם פֿון אַלע,
אַן אױסנאַם פֿון אַלע,
הײסט ער װלאַדעק, נאָר אַ צרה ―
װלאַדעקס מאַמע הײסט אױך שׂרה
פּונקט װי איך זײַן כּלה ―
אױ, װי זי נישט די כּלה.
אױ װײ, מאַמעניו,
שיקט. שױן גאָט מיר אײנעם צו,
טרעפֿט אַ צרה,
הײס איך שׂרה,
װײ מיר, מאַמעניו,
אױ, טײַערע מאַמעניו.
|