אַבֿרהמעלע און יאָסעלע
מרדכי געבירטיג

אַבֿרהמעלע, גיב נאָר אַ קוק,
	די זון, װי שײן זי שײַנט!
	די זון, װי שײן זי שײַנט!
װי אַלץ אין פֿעלד שױן װאַקסט און בליט,
כ'האָב עפּעס זײער קײן חשק ניט
צו גײן אין חדר הײַנט ―
די זון װי שײן זי שײַנט.

― אױ, יאָסעלע, װי כ'בין אַ ייִד!
	איך טראַכט דאָס אױך אַצינד,
	איך טראַכט דאָס אױך אַצינד,
װי פֿרײלעך איז דאָ איצט, װי שײן,
עס װילט זיך נישט אין חדר גײן,
נאָר װײסט, דאָס איז אַ זינד,
איך טראַכט דאָס אױך אַצינד.

אַבֿרהמעלע, דו זעסט אין פֿעלד
	אַ בין פֿליט שױן אַרום?
	אַ בין פֿליט שױן אַרום?
און דאָרט שטײט אױף אַ צװײַגעלע
אַ גאָלדן זומער־פֿײגעלע.
אַבֿרהמל, גיכער קום!
אַ בין פֿליט שױן אַרום.

כ'זע, יאָסעלע, װי כ'בין אַ ייִד,
	נאָר װאַרט נאָך אײן מינוט,
	נאָר װאַרט נאָך אײן מינוט,
דאָס פֿײגעלע איז טאַקע שײן,
נאָר װאָס װעט אָבער מאָרגן זײַן,
דעם רבין קענסטו גוט...
אױ, װאָרט נאָך אײן מינוט.

― אַבֿרהמעלע, אױ, נאַרעלע,
	פֿאַר מאָרגן זאָרג זיך ניט
	פֿאַר מאָרגן זאָרג זיך ניט
תּירוצים איז פֿאַראַן גענוג,
מען דאַרף נאָר זײַן אַ ביסל קלוג ―
זע, ס'פֿײגעלע איצט פֿליט!
פֿאַר מאָרגן זאָרג זיך ניט.

― אױ, יאָסעלע, איך װאָרן דיך
	נישט גײן, װי כ'בין אַ ייִד.
	נישט גײן, װי כ'בין אַ ייִד.
דאָס האָט דער שׂטן דאָרט אין פֿעלד
זיך אין אַ פֿײגעלע פֿאַרשטעלט,
דאָס שלעפּט ער אונדז און ציט ―
נישט גײ, װי כ'בין אַ ייִד.

― אַבֿרהמעלע, דו גײסט אַװעק?
	נו גײ, איך בלײַב אַלײן,
	נו גײ, איך בלײַב אַלײן,
נאָר זאָגסטו אױס אַ װאָרט פֿון מיר,
בײַ מײַן נאמנות שװער איך דיר,
צעברעך איך דיר אַ בײן,
נו, גײ, איך בלײַב אַלײן.