אַרבעטלאָזער־מאַרש
מרדכי געבירטיג
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
נישט געהערט חדשים לאַנג
אין פֿאַבריק דעם האַמער־קלאַנג,
ס'ליגן כּלים קאַלט, פֿאַרגעסן,
ס'נעמט דער זשאַװער זײ שױן פֿרעסן,
גײען מיר אַרום אין גאַס,
װי די גבֿירים פּוסט־און־פּאַס.
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
אָן אַ בגד, אָן אַ הײם,
אונדזער בעט איז ערד און לײם,
האָט נאָך װער װאָס צו געניסן,
טײלט מען זיך מיט יעדן ביסן,
װאַסער, װי די גבֿירים װײַן
גיסן מיר אין זיך אַרײַן,
גיסן מיר אין זיך אַרײַן.
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר,
אַרבעטלאָזע זײַנען מיר,
יאָרן לאַנג געאַרבעט שװער,
און געשאַפֿן אַלץ מער און מער
הײַזער, שלעסער, שטעט און לענדער
פֿאַר אַ הײפֿעלע פֿאַרשװענדער,
אונדזער לױן דערפֿאַר איז װאָס?
הונגער, נױט און אַרבעטלאָז,
הונגער, נױט און אַרבעטלאָז.
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר,
אָט אַזױ מאַרשירן מיר,
אַרבעטלאָזע, טריט נאָך טריט
און מיר זינגען זיך אַ ליד
פֿון אַ לאַנד, אַ װעלט אַ נײַע,
װוּ עס לעבן מענטשן פֿרײַע,
אַרבעטלאָז איז קײן שום האַנט,
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד,
אין דעם נײַעם פֿרײַען לאַנד.
|