דער אלף־בית
מאַרק װאַרשאַװסקי

אױפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הײס,
	און דער רבי לערנט קלײנע קינדערלעך
	דעם אלף־בית.

	(רעפֿרײן)
	זעט־זשע, קינדערלעך,
	געדענקט־זשע, טײַערע,
	װאָס איר לערנט דאָ;
		זאָגט־זשע נאָך אַמאָל, און טאַקע נאָך אַמאָל:
		קמץ אַלף ― אָ!

לערנט, קינדער, מיט גרױס חשק,
אַזױ זאָג איך אײַך אָן;
	װער ס'װעט גיכער פֿון אײַך קענען עבֿרי,
	דער באַקומט אַ פֿאָן.

לערנט, קינדער, האָט ניט מורא,
יעדער אָנהײב איז שװער;
	גליקלעך דער װאָס האָט געלערנט תּורה,
	צי דאַרף דער מענטש נאָך מער?

איר װעט, קינדער, עלטער װערן,
װעט איר אַלײן פֿאַרשטײן,
	װיפֿל אין די אותיות ליגן טרערן
	און װי פֿיל געװײן.

אַז איר װעט, קינדער, דעם גלות שלעפּן
אױסגעמוטשעט זײַן,
	זאָלט איר פֿון די אותיות כּוח שעפּן,
	קוקט אין זײ אַרײַן!

אױפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
און אין שטוב איז הײס,
	און דער רבי לערנט קלײנע קינדערלעך
	דעם אלף־בית.