שלום עליכם

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

דאָס ערשטע קאַפּיטל

לאָמיר זיך בײַטן

עס איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט.

אין אַ באַזונדער קאַבינעט פֿונעם עלעגאַנטן רעסטאָראַן „עלעפֿאַנט“, בײַ עלעקטרישע באַלײַכטונג, בײַ הילכיקע מוזיק , פּלױדערײַ און געלעכטערן , זענען געזעסן אַ פּאָר צענדלינג יונגעלײַט , כּמעט נאָך גאָר קינדער , און האָבן געטרונקען , גערױכערט , געהאַלטן דרשות און גלאַט געפּלאַפּלט, געלאַכט און געטאַראַבאַניעט אױפֿן פֿאָרטעפּיאַן ― מיט אײנעם װאָרט, געהוליעט.

דאָס איז געװען אַ קערמעשל פֿון חבֿרים , װאָס האָבן נאָר־װאָס געענדיקט גימנאַזיע און האָבן צום לעצטן מאָל זיך צונױפֿגעקליבן , פֿאַרבראַכט אינאײנעם אַן אָװנט און געזעגנט זיך אױף אַ לאַנגע צײַט, אפֿשר אױף שטענדיק. אין עטלעכע טעג אַרום װעט מען זיך צופֿאָרן, איטלעכער אין זײַן הײם, און גאָט װײס, אױב מע װעט זיך אַמאָל באַגעגענען.

דער געדאַנק פֿון ניט באַגעגענען זיך איז בײַ זײ אַלע אַזױ נײַ, אַזױ װילד, אַז עס מאָלט זיך זײ אױס , אַז עס איז נאָר אַ חלום. סטײַטש־סטײַטש! אַכט יאָר געװען אינאײנעם. אַכט יאָר איז ניט אַװעקגעגאַנגען אַ טאָג, מע זאָל זיך ניט זען. און פּלוצעם װעט מען זיך צופֿאָרן , און װער װײס, װוּ און װען מע װעט זיך זען !...

― צוליב דעם דאַרף מען נעמען, קינדער, נאָך צו גלעזלעך װײַן!

נאָך צו גלעזלעך און נאָך צו גלעזלעך, און נאָך יעדן גלעזל װערן די בעקלעך רױטער און רױטער, די שטערנס מער פֿאַרשװיצט , די אױגן מער שלעפֿעריק. עס איז שױן צײַט אָנהײבן זיך געזעגענען אױף דער רעכטער אמת.

― נאָך װײן!

― שאַמפּאַניער װײַן!

― שאַמפּאַניער! שאַמפּאַניער!

צום צענטן מאָל װערט געזונגען דאָס באַװוּסטע סטודענטן־ליד:

„גאָאודעאַמוס איגיטור gaudeāmus igitur: לאָמיר דערפֿאַר פֿרײלעך זײַן

יוּװענעס דום סומוס juvenēs dum sumus: בשעת מיר זײַנען יונג...“

דאָס זינגט אױף אַ שענער באַריטאָן־שטימע אַ פֿרײלעכער בחור, אַ ברונעט מיט רױטע בעקלעך און מיט לעבעדיקע אױגלעך, און דער איבעריקער עולם כאַפּט אים אונטער אַלע אין אײנעם:

„פּאָסט יוּקונדאַם יוּװענטוטעם, post jucundam juventūtem: נאָך דער פֿרײלעכער יוגנט

פּאָסט מאָלעסטאַם סענעקטוטעם post molestam senectūtem: נאָך דער קלאָגעדיקן עלטער

נאָס האַבעביט הומוס nōs habēbit humus: נעמט אונדז אַלע צו די ערד...“

― עי , הערשקאָ! װאָס זיצסט דו װי אַ נעכטיקער, אַראָפּגעלאָזט די נאָז? ― האָט זיך אָנגערופֿן דער פֿרײלעכער ברונעט מיט די רױטע בעקלעך צו אײנעם אַ בחור, װאָס איז געזעסן אײנער אַלײן בײַ אַ זײַט אױף אַ בענקל און געקוקט אַראָפּ צו זיך אױף די פֿיס, און דעריבער האָט מען נישט געקאָנט זען, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט.

― טשעפּע אים ניט , גרישאַ, ער איז אַ פֿאַרטיקער, ער האָט אַ גוטן לעק געגעבן! ― האָט זיך אָנגערופֿן צום ברונעט אײנער פֿון דער חבֿרה.

― ביסט אַלײן אַ בהמה! ― האָט אים אָפּגעהאַקט דער ברונעט, װאָס מע רופֿט אים גרישאַ. ― הערשקאָ קאָן ניט זײַן שיכּור, װאָרעם ער איז פֿון אַ פֿאָלק, װאָס צײכנט זיך אױס מיט זײַן ניכטערקײט.

מיט די װערטער איז דער ברונעט גרישאַ צוגעגאַנגען צום אָפּגעזונדערטן בחור, װאָס הײסט הערשקאָ און קומט אַרױס פֿון ניכטערן פֿאָלק, און האָט אים דערלאַנגט אַ שנאָל אין קאָפּ אַרײַן. יענער האָט אױפֿגעהױבן דאָס פּנים ― קײן באַזונדערע סימנים פֿון אַ סעמיט איז אױף אים ניט געװען צו באַמערקן. אַדרבא, דער פֿרײלעכער ברונעט, װאָס האָט דעם חבֿר גערופֿן הערשקאָ און אַלײן האָט ער געהײסן גרישאַ, האָט אַ סך מער אױסגעזען װי אַ ייִד, און עס װאָלט אים גיכער אָנגעשטאַנען צו הײסן הערשקאָ, װאָרעם צו שװאַרץ זענען געװען זײַנע האָר און צו לעבעדיק די אױגן. און דערצו האָט אים די נאַטור געבענטשט מיט אַ האָרביקל אױף דער נאָז. נישט מער, בײַ דעם אמתן הערשקאָ אױפֿן װײסן שטערן זענען געװען אַ ביסל מער קנײטשן, װיפֿל ער האָט באַדאַרפֿט האָבן פֿאַר זײַנע צװאַנציק יאָר, און פֿון די אױגן האָט אַרױסגעבליקט אַ פֿאַרבאָרגענער טרױער, װאָס גײט איבער בײַ אונדזער פֿאָלק פֿון אײן דור צום אַנדערן, ― אַ טרױער, װאָס נאָר אַ ייִד איז אױף אים אַ מבֿין, װײַל ער פֿילט אים מער מיטן האַרצן, װי ער זעט אים מיט די אױגן...

― װאָס איז דיר, הערשקאָ? ― האָט גרישאַ אים אַ פֿרעג געגעבן, גענומען אַ בענקל און צוגעזעצט זיך צו אים גאַנץ נאָענט, אין דער צײַט װען די איבעריקע חבֿרה־לײַט האָבן ניט אױפֿגעהערט צו טאָן זײער זאַך ― טרינקען, רױכערן, לאַכן, פּלאַפּלען און גראַגערן.

דער בחור, װאָס מע רופֿט אים הערשקאָ, האָט געפּרוּװט אַ שמײכל טאָן, און צװישן די צװײ בחורים האָט זיך פֿאַרבונדן אַ שמועס:

― מיר איז גאָרניט, גרישאַ. מיר איז נאָר אַ ביסל דער קאָפּ טוט װײ.

― ס'אַ ליגן, דו ביסט פֿאַרזאָרגט. איך זע דאָס דעם גאַנצן אױפֿדערנאַכט, מיך װעסט דו ניט נאַרן, הערשקאָ, איך קען דיך.

― איז טאַקע גוט, װאָס דו קענסט מיך. פֿונדעסטװעגן װאָלסט דו געמעגט מיך קענען אַ ביסל נעענטער... װען דו קענסט מיך נעענטער...

דאָס איבעריקע האָט הערשקאָ דערמאַכט מיט די הענט, און

― װאָס־זשע װאָלט געװען?

― װאָלסט דו מיך ניט געפֿרעגט קײן קשיות. דו װאָלסט דעמאָלט אַלײן געװוּסט, אַז איך בין ניט גלײַך צו אײַך. איך קאָן מיך ניט פֿרײען אַזױ װי איר פֿרײט זיך.

― פֿאַרװאָס?

דער, װאָס מע רופֿט אים הערשקאָ, האָט אַ שמײכל געגעבן און גענומען נאָך מער מאַכן מיט די הענט:

― פֿאַר דעם, װײַל איר, אַז איר פֿרײט זיך, פֿרײט איר זיך מיט אײַער גאַנצן װעזן, מיט אײַערע אַלע אבֿרים און חושים.

― און דו?

― און איך? איך טאָר ניט... איך קאָן ניט... פֿאַר מײַנע אױגן שטײט תּמיד דער „מעמענטאָ מאָריmementō morī: דער סוף איז טױט“ און דערמאָנט מיר, אַן איך בין אַ ייִד...

― אָט האָסט דו דיר!

גרישאַ האָט זיך אַ ביסל װי אָפּגערוקט פֿון הערשקען מיטן בענקל, און הערשקאָ האָט פֿאָרגעזעצט װי צו זיך אַלײן...

― און טאָמער װיל איך פֿאַרגעסן, לאָזט מען ניט. טאָמער דערמאָן איך זיך אַלײן ניט, איז שױן דאָ אַזעלכע, װאָס דערמאָנען מיר...

גרישאַ האָט זיך צוגערוקט מיט זײַן בענקל צו הערשקען, אָפֿנטלעך אַרײַנגעקוקט אים אין פּנים אַרײַן און װאַרעם אַ זאָג געגעבן:

― הערשקאָ! אױף אונדז קאָנסט דו דיך ניט באַקלאָגן. מיר, דײַנע חבֿרים, װעלכע...

―― ביסט אַ נאַר! װער רעדט פֿון דיר און פֿון די חבֿרים? דו מײנסט, אַז דאָ איז די גאַנצע װעלט. אױף יענער זײַט גימנאַזיע איז אױך פֿאַראַן אַ װעלט. אױסער אײַך זענען פֿאַראַן נאָך מענטשן. פֿון יענעם גיהנום װײסט איר ניט. איר װײסט ניט און קאָנט ניט װיסן. אין מײַן פֿעל װען דו ביסט אָפּ כאָטש אײן יאָר, װאָלסט דו דעמאָלט געװוּסט,װאָלסט דו דעמאָלט געפֿילט...

דער, װאָס מע רופֿט אים גרישאַ, האָט זיך אַ װײַלע פֿאַרטראַכט. דערנאָך האָט ער געגעבן אַ װאָרף מיט דער פּאַטליע געדיכטע שװאַרצע האָר:

― װײסט דו װאָס, הערשקאָ, װאָס איך װעל דיר זאָגן?

― װאָס װעסט דו מיר זאָגן?

― לאָמיר זיך בײַטן.

בײדע, אי הערשקאָ, אי גרישאַ, האָבן זיך צעלאַכט פֿון דער המצאה. נאָכדעם רופֿט זיך אָן הערשקאָ צו גרישען:

― דיר איז גוט צו טרײַבן קאַטאָװעס. זאָלסט אָבער הײסן הערשקאָ, ניט גרישאַ...

― לאָמיר זיך בײַטן, ― זאָגט אים נאָך אַ מאָל גרישאַ שױן אָן אַ געלעכטער, און הערשקאָ הערט אים ניט און רעדט װײַטער:

― זאָלסט דאַרפֿן זײַן אונטערגעװאָרפֿן, למשל, אונטערן געװיסן צירקולאַר פֿון דער פּראָצענט־נאָרמע...

― רעדסט נאַרישקײטן, הערשקאָ. װאָס מיר פּראָצענט? װער מיר נאָרמע? האָסט דאָך אַ גאָלדענעם מעדאַל האָסט דו דאָך. װאָס הערסט דו צירקולאַרן?

― נאַ דיר אַ גראָשן! קאַרג מעדאַליסטן זענען פֿאַרבליבן פֿון פֿאַראַיאָרן פֿון דער זײַט, כאָטש װאַרף זיך אין װאַסער אַרײַן? זײ האָבן פֿון זיך די לעצטע פּאָר הױזן פֿאַרקױפֿט, נאַרעלע, צונױפֿגעשלאָגן אַ ביסל מזומנים און אַװעקגעקלאַפּט אַ דעפּעש צום מיניסטער. אַ גאַנצע מגילה, אַ װאַרעמע, אַ האַרצרײַסענדע, אַ הימלשרײַענדע.

― נו?

― נו־נו.

― װאָס „נו־נו?“

― נאַר, װאָס דו ביסט! מע האָט זײ אַפֿילו ניט געענטפֿערט. ייִדלעך דעפּעשירן! נאַכאַלן! אַ גליק, װאָס מע האָט זײ ניט אײַנגעזעצט! אָפּגעקומען נאָר דערמיט, װאָס מע האָט זײ אַרױסגעטריבן פֿון שטאָט: אױסגעגאַנגען זײער פּראַװאָזשיטעלסטװע... דאָס אײגענע װעט זײַן מיט מיר אױך מסתּמא...

― לײגסט! מיט דיר װעט דאָס ניט זײַן. בײַ דיר איז אַ מעדאַל.

― װידער אַ מעדאַל? אָט אַ בהמה! האָט זיך אײַנגעחזרט אַ מעדאַל, כאָטש גיב אים אַ קרענק!

― זאָג איך דאָך דיר ― לאָמיר זיך בײַטן.

― אָט דאָס איז דאָך דער גאַנצער חסרון, װאָס איר הערט ניט, װאָס מע רעדט צו אײַך. דאָס הײסט, הערן הערט איר, נאָר פֿילן פֿילט איר ניט.

― טפֿו זאָלסט דו װערן! אַזש אין שװײס אַרײַנגעװאָרפֿן.

גרישאַ האָט זיך גענומען װישן דעם שװײס און מיט אַ געלעכטער זיך צוגערוקט נאָך נעענטער צו הערשקען, אים אָנגענומען פֿאַר אַ האַנט:

― הער צו, הערשקאָ, װאָס איך רײד צו דיר: לאָמיר זיך בײַטן!

הערשקאָ האָט אַ פּנים ערשט רעכט דערהערט, װאָס מע זאָגט אים. ער האָט זיך װי פֿון שלאָף אױפֿגעכאַפּט...

― װאָס בײַטן? װאָס הײסט בײַטן?

― מיט די אַטעסטאַטן לאָמיר זיך בײַטן. דו װעסט מיר געבן דײן אַטעסטאַט מיט די פֿינפֿן און מיט דער מעדאַל, און איך װעל דיר געבן מײַן אַטעסטאַט מיט די דרײַען. דו װעסט זײַן גרישאַ, איך װעל זײַן הערשקאָ ― האָסט דאָס צעקײַט, צי נאָך ניט?

― ביסט משוגע געװאָרן? צי דו טרײַבסט קאַטאָװעס?

גרישאַ האָט זיך איבערגעצלמט, און הערשקאָ האָט זיך צעלאַכט. דערנאָך האָבן זײ בײדע גענומען לאַכן, און גרישאַ מאַכט צו זײַן חבֿר הערשקאָ שױן גאַנץ ערנסט:

― דו זאָגסט, איך זאָל זײַן אין דײַן פֿעל כאָטש אײן יאָר? און איך זאָג דיר, אַז דער שװאַרץ יאָר איז גאָר ניט אַזױ מסוכּן, װי מע מאָלט אים... אױף תּמיד זיך בײַטן מיט דיר ― װעל איך דיר ניט זאָגן, נאָר אױף אײן יאָר, כאַפּט דיך דער רוח! זײַ די גרישאַ פּאָפּאָװ, און איך װעל זײַן הערשקאָ ראַבינאָװיטש. דו פֿאַרשטײסט, צי נאָך אַלץ ניט? מיר װעלן זיך בײַטן מיט די אַטעסטאַטן און מיט די נעמען, דאָס הײסט, מיט די פּאַספּאָרטן װעלן מיר זיך בײַטן. איך װעל זײַן דו און דו װעסט זײַן איך. װאָס קוקסט דו מיר אָן? איך טרײַב נישט קײן קאַטאָװעס מיט דיר. איך זאָג עס גאַנץ ערנסט... (גרישאַ האָט אַװעקגעשטעלט אױף זײַן חבֿר אַ גאַנץ ערנסט פּנים). איך בין באַקאַנט מיט דיר און מיט נאָך ייִדישע קינדער ניט דאָס ערשטע יאָר, און איך הער פֿון אײַך אַלע מאָל: „ייִדן... ייִדן זענען אַן אומגליק־פֿאָלק“, און נאָך אַזעלכע װערטער. איך פֿאַרשטײ דאָס ניט. דאָס הײסט, מיטן קאָפּ פֿאַרשטײ איך עס, נאָר איך זאָל זאָגן, אַז איך פֿיל עס ― דאָס קאָן איך ניט. פֿאַרשטײסט, צי נײן? איך װיל זײַן אין דײַן פֿעל כאָטש אַ קלײנע צײַט. אײן יאָר װיל איך זײַן אַ ייִד און פֿילן דעם טעם, װאָס הײסט אַ ייִד. פֿאַרשטאַנען? מיר װעלן זיך געבן די האַנט און דאָס ערנװאָרט אָט דאָ פֿאַר אונדזערע אַלע חבֿרים, אַז װאָס ס'זאָל ניט פֿאָרקומען אינעם דאָזיקן יאָר, איז פֿאַרפֿאַלן, און קײן פֿױגל טאָר ניט װיסן, אַז דו ביסט דו און איך בין איך, מײן איך, אַז איך בין איך און דו ביסט דו ― טפֿו! איך מײן, אַז איך בין דו און דו ביסט איך. נו, איז דאָס געמאַכט?

מיט די װערטער האָט גרישאַ אױסגעצױגן אַ האַנט, און הערשקאָ האָט זיך נאָך אַלץ געריבן דעם שטערן און געקוקט אױף זײַן חבֿר, װי אַ מענטש, װאָס װײס ניט, צי יענער איז גערירט, צי ער אַלײן איז ניט בײַ אַלע געדאַנקען? און דאָך האָט ער אױסגעצױגן זײַן האַנט צו זײַן חבֿר, און זײַן חבֿר גרישאַ האָט אים אױפֿגעהױבן פֿונעם אָרט, צוגעפֿירט צו די איבעריקע חבֿרים, װאָס האָבן גערעדט און געפּילדערט אַלע אינאײנעם, האָט דערלאַנגט אַ זעץ מיט אײן האַנט איבערן טיש אַזױ שטאַרק, אַז די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך האָבן געגעבן אַ קלונג, מיט דער אַנדערער האַנט אָנגעװיזן אױף הערשקען, װאָס איז געשטאַנען האַלב צעמישט, און אױסגערופֿן אױף דער העכסטער אָקטאַװע פֿון זײַן באַריטאָן־שטימע:

― סילאַנס! חבֿרים! שטיל זאָל זײַן! אַ פֿליג זאָל דורכפֿליִען!

און מיט אַמאָל איז אײַנגעטראָטן אַזאַ שטילקײט, אַז מע האָט טאַקע געקאָנט הערן אַ פֿליג דורכפֿליִען. אַלע אױגן האָבן זיך געװענדט אױף גרישען און אױף דעם האַלב־צעשראָקענעם חבֿר הערשקאָ, און גרישאַ האָט אָנגענומען אַ פּאָזע פֿון אַ רעדנער און האָט אַװעקגעלײגט אַזאַ מין דרשה:

דאָס צװײטע קאַפּיטל

זײ האָבן זיך געביטן

― חבֿרים! ― אַזױ האָט גרישאַ אָנגעהױבן שטיל, װי אַ געניטער רעדנער, פֿאַרבױגן דעם גראָבן פֿינגער אונטער דער זשילעט און תּחילת אַ ביסל אַראָפּגעקוקט אַראָפּ; דערנאָך אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ העכער און העכער און גערעדט װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און הײסער. ― חבֿרים! אין דעם דאָזיקן מאָמענט רעדט צו אײַך ניט אײַער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר אײַער צװײטער חבֿר הערשקאָ ראַבינאָװיטש רעדט מיט אײַך. מײנט ניט, אַז איך בין גערירט, אָדער אַז עס רעדט אין מיר דער װײַן. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז איך בין בײַ אַלע געדאַנקען, און איך שװער אײַך, אַז איך בין נאָך קײנמאָל ניט געװען אַזױ ניכטער װי אַצינד. די זאַך װערט דערקלערט מיט אַ קורצע פֿאָררעדע: אונדזער חבֿר, װאָס האָט געהײסן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און איצטער הײסט ער גרישאַ פּאָפּאָװ ― אָט באַלד װעט איר װיסן פֿאַרװאָס ―, געהערט צו אַ פֿאָלק, װאָס די װעלט האָט ניט ליב און װערט פֿאַרפֿאָלגט כּמעט אומעטום אױפֿן גאַנצן ערד־קוגל. מיר װײסן ניט, פֿאַרװאָס און פֿון װאַנען עס נעמט זיך אַזאַ געװאַלדיקע שׂינאה, און דאָס איז ניט אונדזער אױפֿגאַבע אַצינד צו דערגרונטעװען זיך, װער עס איז דאָ מער שולדיק ― צי די פֿאַרפֿאָלגער, צי די פֿאַרפֿאָלגטע, צי די אונטערדריקער, צי די אונטערגעדריקטע. מעגלעך, אַז בײדע צדדים זענען גערעכט יעדער נאָך זײַן גאַנג, אָדער זײ זענען אפֿשר בײדע אומגערעכט. מיר װײסן נאָר, אַן די שטאַרקערע זאָגן אױף די שװאַכערע װאָס אין דער קאָרט, געפֿינען אױס אַלע חסרונות אין דער װעלט, און די שװאַכערע טענהן, אָן ס'איז אַ ליגן, זײ זענען ניט ערגער פֿון אַנדערע און אפֿשר נאָך בעסער. ערגער אָדער בעסער ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס לאָזט זיך ניט אַזױ גרינג אָפּצושאַצן, און איך װײס ניט, װער האָט דאָס רעכט צו שאַצן? איך קאָן מיר שאַצן אַזױ, איר קאָנט אײַך שאַצן אַנדערש. איך װיל נאָר מײנען, אַז בײדע צדדים האָבן אַ ביסל איבערגעכאַפּט די מאָס. למשל, איך בין איבערצײַגט, אַז מיר, אַלס קריסטן, האָבן גאָר ניט אַזױ שטאַרק פֿײַנט די ייִדן, װי די ייִדן שטעלן זיך דאָס פֿאָר, און איך בין דער מײנונג, אַז די ייִדן לײַדן פֿון אונדז נישט אַזױ פֿיל, װיפֿל זײ װילן אוגן אײַנרעדן. אמת, עס איז נישט אײַנגענעמען צו זײַן פֿאַרפֿאָלגט און געהאַסט פֿון אַ גאַנצער װעלט. עס ליגט אָבער אַ געװיסע באַפֿרידיקונג, אַ באַזונדער מין גדולה, איך װאָלט געזאָגט, אַ מין זיסקײט, אין דעם װאָרט ,,מאַרטירער“. עס איז מיר מער אײַנגענעמען צו װיסן, אַז עמעצער יאָגט מיך אומזיסט, װי אײדער צו װיסן, אַז איך יאָג עמיצן אומזיסט. יעדנפֿאַלס ― דער רוח איז ניט אַזױ געפֿערלעך װי מע מאָלט אים אױס. דעם דאָזיקן געדאַנק האָב איך אַרױסגעזאָגט אונדזער חבֿר הערשקאָ... פּאַרדאָן! אונדזער חבֿר גרישאַ, האָט ער מיר דערױף געענטפֿערט, אַז מיר איז דאָס גרינג צו זאָגן, װײַל איך בין קײנמאָל קײן ייִד נישט געװעזן. אַז איך זאָל מיך געפֿינען ― זאָגט ער ― אין זײַן פֿעל כאָטש אײן יאָר, װאָלט איך דעמאָלט, זאָגט ער, געװוּסט, מיט װאָס מע עסט עס. די דאָזיקע װערטער האָבן געבױרן אין מיר אַ געדאַנק: „אפֿשר איז ער נישט אין גאַנצן אומגערעכט? מע דאַרף זײַן אין יענעמס שטאַנד, מע זאָל קאָנען אַקוראַט פֿילן, איבערלעבן און דערנאָך ערשט אורטײלן, באַשולדיקן אָדער פֿאַרענטפֿערן“... און אױפֿן גרונט פֿון דעם דאָזיקן רעיון האָב איך פֿאָרגעלײגט מײַן חבֿר הערשקאָ, מיר זאָלן זיך בײַטן מיט די אַטעסטאַטן, מיט די נעמען און מיט די פּעסער מער ניט אַז אױף אײן יאָר. דאָס הײסט, אַזױ גרױס, אַז פֿון דער מינוט אָן, װאָס איך רעד מיט אײַך, בין איך שױן ניט מער נריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ נאָר הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, און ער, הערשקאָ, איז שױן נישט מער הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. ער פֿאָרט אַװעק מיט מײַנע דאָקומענטן און טרעט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, און איך פֿאָר מיט זײַנע דאָקומענטן. ער זאָגט אַפֿילו, אַז מיט זײַנע דאָקומענטן װעט מיר שװער זײַן אַרײַנצוטרעטן, װײַל ער איז אַ ייִד; און איך זאָג: בלאָטע, מיט אַ מעדאַל לאַך איך פֿון אײַך אַלע.

― בראַװאָ! ― האָבן אױסגעשאָסן די חבֿרים אַלע אין אײן קול און גענומען געשמאַק צו קלאָטשן. נאָר גרישאַ האָט זײ נישט געלאָזט לאַנג אַפּלאָדירן. ער האָט אױפֿגעהױבן די האַנט און גערעדט װײַטער:

― חבֿרים! איך האָב אײַך פֿאַרטרױט אַ סוד, אַ גרױסן סוד, און פֿאָדער פֿון אײַך צװײ זאַכן: ערשטנס, איר זאָלט אונדז גראַטולירן בײדן מיט אונדזערע נײַע אומגעביטענע ראָלן. און צװײטנס ― שאַט! האָט צײַט, איך האָב נאָך נישט געענדיקט, ― און צװײטנס, דאָס ערן־װאָרט זאָלט איר מיר געבן און צושװערן, אַז קײן לעבעדיקער מענטש, אױסער אונדז אַלע אָט דאָ, זאָל ניט װיסן, נישט איצטער, נישט אַפֿילו שפּעטער, אַפֿילו װען דאָס יאָר װעט איבערלױפֿן. די גאַנצע געשיכטע דאַרף זײַן, הײסט עס, אַ סוד, אַ הײליקער סוד, װאָס מיר דאַרפֿן אים מיטנעמען מיט זיך אין קבֿר אַרײַן!

― מיר שװערן! מיר שװערן! ― האָבן אױסגעשריגן אַ סך פֿאַרשידענע קולות, און גרישאַ האָט פֿאָרגעזעצט זײַן דרשה...

― איך באַשװער אײַך אַלזאָ מיט אַלעס, װאָס אוגן הײליק איז, אַז יעדער, װאָס װעט אַרױסטראָגן דעם דאָזיקן סוד אױף דער גאַס, דער איז אַ פֿאַררעטער און אַ פֿאַרברעכער. חבֿרים! איך לײג פֿאָר אָנפֿילן די כּוסות און טרינקען לחײם פֿאַר אונדזער נײ־געבױרענעם חבֿר, װאָס האָט אַמאָל געהײסן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און הײַנט הײסט ער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. לאָמיר אים װינטשן גליק און אַלדאָס גוטס. עס לעבע גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ! הוררראַ!!!

* * *

די התפּעלות מיטן ענטוזיאַזם, װאָס דער דאָזיקער אומגעריכטער טאָסט האָט אַרױסגערופֿן צװישן חבֿרה יונגװאַרג, לאָזט זיך גאָר ניט באַשרײַבן. אַז אַלע האָבן גענומען אױף זיך האַלטן דעם סוד הײליק און נישט באַרירט ― פֿון דעם איז קײן רעדע ניט. און אַז אַלע האָבן מיטגעפֿילט דעם װוּנטש פֿון טאָסט ― דאָס איז געװען צו זען פֿון דעם, װאָס די כּוסות זענען אין אײן מינוט אױסגעלײדיקט געװאָרן ביזן דנאָ. חבֿרה איז געװען אַזױ װײַט אַנטציקט פֿון דער אידעע, װאָס פֿון הערשקען איז געװאָרן אַ גרישאַ און פֿון גרישען אַ הערשקאָ, אַז די צװײ האָבן זיך פֿאַר אַלעמען אין די אױגן טאַקע באַלד און טאַקע שױן געביטן ניט נאָר מיט די דאָקומענטן, זײ האָבן געמוזט טאַקע דאָ אױפֿן אָרט זיך בײַטן אױך מיט די קלײדער. און אַז זײ האָבן זיך איבערגעטאָן, איז געװאָרן צװישן חבֿרה אַזאַ גדולה, אַז מע האָט זײ בײדן אַרומגעכאַפּט קושן, און די געלעכטערן זענען געגאַנגען ביזן הימל אַרײַן. דערנאָך האָט זיך אײנער אַװעקגעזעצט צו דער פּיאַנאָ און גענומען באַראַבאַנען אַ װאַלס, און דער גאַנצער עולם איז געגאַנגען אַ טענצל. און אַז דער עולם האָט זיך גוט אָנגעטאַנצט, אָנגעהעפּעט און אָנגעהוליעט, איז אױפֿגעשטאַנען הערשקאָ ראַבינאָװיטש, דער װאָס הײסט הײַנט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און האָט זיך אָנגערופֿן צום עולם בזה־הלשון:

― חבֿרים! אונדזער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, אָדער, װי ער הײסט שױן איצטער, הערשקאָ ראַבינאָװיטש, איז באַגאַנגען אַ שפּאַס, װאָס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אַן ערנסט. מיר קאָנען גאָר אַזױ װײַט קלוג נישט זײַן, מיר זאָלן קאָנען פֿאָרױס אַרױסזען, מיט װאָס דער דאָזיקער גרױסער שפּאַס קאָן זיך ענדיקן און װאָס פֿון דעם געפֿערלעכן קאַטאָװעס טרײַבן קאָן אַמאָל אַרױס... און װידער, װער פֿון אונדז בײדע עס האָט געמאַכט אַ בעסער געשעפֿט (אַלס געװעזענער „הערשקאָ“ קאָן איך מיך ניט באַהערשן און מוז דערמאָנען דאָס װאָרט „געשעפֿט“) ― דאָס װײס איך, און אױך איר באַדאַרפֿט עס פֿאַרשטײן, אױב איר האָט אַ קלעפּקע אין קאָפּ... און אױב איר פֿאַרשטײט דאָס ניט ― בין איך ניט שולדיק... אײן זאַך מוז איך אײַך נאָר בעטן, מײַנע טײַערע חבֿרים, אַזױ װי אונדזער חבֿר גרישאַ, מײן איך הערשקאָ, האָט גענומען אױף זיך און אָנגעװאָרפֿן אױף מיר אַ נדר, הײסט עס, אױף אַ יאָר, אַז ער דאַרף זײַן איך און איך ― ער; און אַזױ װי מיר קאָנען פֿאָרױס ניט װיסן, װאָס מיט יעדן פֿון אונדז בײדן קאָן פּאַסירן אױף דעם נײַעם װעג, װאָס מיר לאָזן זיך גײן, ― על־כּן װיל איך אױסנעמען אַ תּנאַי, אַז טאָמער װעט עמיצן פֿון אונדז בײדע אױסקומען שױן זײער שמאָל, דאָס הײסט...

― קײן שום תּנאָים מער! ― האָט אױסגערופֿן, אױפֿכאַפּנדיק זיך פֿון אָרט, דער געװעזענער גרישאַ פּאָפּאָװ, איצט הערשקאָ ראַבינאָװיטש. ― קײן שום תּנאָים מער! אָפּגעמאַכט ― איז פֿאַרפֿאַלן!

― פֿאַרפֿאַלן! ― האָט אונטערגעכאַפּט דער גאַנצער איבעריקער עולם.

― ביט פּאָסימו! быть посему: אַזױ זאָל זײַן ― האָט צוגעגעבן דער נײַער הערשקאָ ראַבינאָװיטש.

― ביט פּאָסימו! ― האָט אים אונטערגעהאַלטן דער עולם.

דערזען, אַז ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, איז אונדזער נײַער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש, צוגעגאַנגען צום געװעזענעם פּאָפּאָװ, איצט הערשקאָ ראַבינאָװיטש, און מיט אַ שמײכל אױף די ליפּן אים אױסגעשטרעקט די האַנט.

― געדענק־זשע, הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, זאָלסט קײן חרטה ניט האָבן...

― חרטה? ― האָט אים דער געװעזענער פּאָפּאָװ געענטפֿערט מיט שטאַרקײט און מיט גדלות. ― די פּאָפּאָװס, מײן איך די ראַבינאָװיטשעס, האָבן קײנמאָל קײן חרטה ניט! איך קום אַרױס פֿון אַזאַ פֿאָלק, טשאָרט װאָזמי чорт візьми: טײַװל נעם עס! , װאָס איז שױן איבערגעגאַנגען דורך פֿײַער און װאַסער און מעשענע רערן! מײַנע עלטער־עלטער־זײדעס, װאָס האָבן געקנאָטן לײם אין מצרים, אױפֿגעשטעלט די אײביקע פּיראַמידן, אױפֿגעבױט די באַרימטע שטעט סדום און עמורה... פּאַרדאָן! איך מײן פּיתום מיט רעמסס, זענען גענוג אױסגעשטאַנען, ביז זײ האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד כּנען! און אַז מיר האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד כּנען, איז געקומען בלשאַצר... טפֿו! מײן איך נבֿוכדנצר און האָט פֿאַרברענט אונדזער הײליקן טעמפּל און אין אײַזערנע קײטן אונדז געבראַכט מיט אונדזערע שװעסטער און קינדער אין דעם באַרבאַרישן בבֿל, און פֿון דאָרטן ― איך טו אַ היפּשן שפּרונג, חבֿרים, און לאָז דורך המנען מיט אַחשורושן מיט נאָך אַזעלכע פֿײַנע מענטשלעך, װײַלע עס טאָגט שױן אין דרױסן ― און פֿון דאָרטן האָט מען אונדז פֿאַרטריבן קײן שפּאַניען, אין דעם פֿינצטערן קאַטױלישן שפּאַניען, װוּ עס האָט געװאַרט אױף אונדז די אינקװיזיציע. דערמאָנט אײַך נאָר, חבֿרים, װאָס מײַנע גאָטזעליקע עלטערן זענען אױסגעשטאַנען פֿון דער אינקװיזיציע! אױפֿן אױטאָ־דאַ־פֿע האָבן זײ זיך געלאָזט ברענען; אױפֿן עשאַפֿאָט האָבן זײ זיך געלאָזט קױלן, שנײַדן, האַקן, בראָקן, פֿערטלען!...

― בראַװאָ, הערשקאָ, בראַװאָ! ― האָבן אױסגעשאָסן די גאַנצע חבֿרה יונגװאַרג, און דער אמתער הערשקאָ ראַבינאָװיטש אױך בתוכם, מיט הילכיקע אַפּלאָדיסמענטן און מיט נאָך מער הילכיקן געלעכטער, אַזױ װײַט אַנטציקט זענען זײ געװען פֿון זײער חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, װאָס איז אַרײַן אין דער ראָלע פֿון הערשקאָ ראַבינאָװיטש אַזױ קונציק און אַזױ נאַטירלעך, אַז עס האָט זיך נאָר געגלוסט אים אױסקושן איטלעכס אבֿר! אַן אַרטיסט, אַן אמתער ― אַרטיסט! זעט, װי עס האָבן זיך אים אָנגעצונדן די אױגן! און װי געפֿעלט אײַך זײַן ערנסט פּנים? ער זאָל דאָס אײַך געבן אַפֿילו אַ שמײכל! װעט איר זאָגן, װען איר זאָלט זײַן מיט אַכצן קעפּ, אַז דאָס איז גרישאַ פּאָפּאָװ, ניט הערשקאָ ראַבינאָװיטש? נײן, איר קוקט אים אַרײַן אין זײַן ייִדיש פּנים, אין זײַנע ייִדישע אױגן, אַפֿילו די נאָז האָט זיך בײַ אים װי אױסגעבױגן, געװאָרן אַ ייִדישע נאָז, כאַ־כאַ. בראַװאָ, הערשקאָ, בראַװאָ! ביס!! ביססס!!!...

* * *

עס איז שױן געװען גרױסער טאָג, אַז חבֿרה יונגװאַרג האָבן פֿאַרלאָזן דעם עלעגאַנטן „עלעפֿאַנט רעסטאָראַן“ און האָבן זיך אױפֿגעזעצט אױף דראָשקעס צו פֿאָרן, דער אַהער, דער אַהין. אױך גרישאַ מיט הערשקען האָבן זיך אױפֿגעזעצט בײדע אױף אײן דראָשקע, גרישאַ אין הערשקאָס קלײדער, הערשקאָ אין גרישאַס קלײדער. װאָרעם כאָטש גרישאַ פּאָפּאָװ איז שײן הערשקאָ ראַבינאָװיטש און הערשקאָ ראַבינאָװיטש איז שױן גרישאַ פּאָפּאָװ, ― דאָך האָבן זײ נאָך צו רעדן און צו רעדן, איבערגעבן אײנעם דאָס אַנדערע סימנים, היסטאָריעס מיט געשיכטן, יעדער פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, אײדער מע צעפֿאָרט זיך און אײדער מע טרעט אַרײַן יעדער אין זײַן ראָל, טאַקע אױף דער רעכטער אמת ― און... דער גרױסער שפּאַס הײבט זיך אָן.

דאָס דריטע קאַפּיטל

אַ חדר גיט זיך אָפּ

אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט האָט זיך צום סוף זומער, שױן פֿאַר די אָסיענדיקע ימים־טובֿים, באַװיזן אַ באַזונדער לעבעדיקײט. עס האָבן זיך געענדיקט די זומערדיקע װאַקאַציעס, עס האָבן זיך געעפֿנט די גימנאַזיעס, דאָס פּאָליטעכניקום, די אוניװערסיטעט און ― אַלע איבעריקע העכערע און נידעריקערע שולן און חדרים.

פֿון די נאָענטע שטעט און שטעטלעך און פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום און אַרום זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט עלטערן מיט זײערע קינדער, קלענערע און גרעסערע; װער עס האָט געהאַלטן בײַם איבערגײן פֿון אײן קלאַס אין דער אַנדערער ,און װער עס האָט געהאַלטן בײַ אָפּגעבן עקזאַמען און אַרײַנטרעטן ערשט אין טעמפּל פֿון השׂכּלה און װיסנשאַפֿט.

אַ באַזונדער אױפֿרעגונג הערשט צװישן די עלטערן, נאָך מער װי צװישן די אױפֿגערעגטע קינדער. די יונגע מאַמעס, אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט נאָך דער לעצטער מאָדע, שלאָגן אָפּ די טירן פֿון די קאַנצעלאַריעס בײַ די דירעקטאָרן, אינספּעקטאָרן און לערערס, זענען גרײט פֿאַלן חלשות אָדער באַקומען דרײַ היסטעריקעס פֿאַר אײן „צװײ“, װאָס זײער „װאַלאָדיקע“ אָדער זײער „סאַשקע“ האָט געכאַפּט בשעת דעם אַרײַנטריטס־עקזאַמען.

די ביכער־הענדלער און פּאַפּיר־פֿאַבריקאַנטן האָבן אַרױסגעשטעלט אין זײערע פֿענצטער דאָס נײַסטע און דאָס בעסטע, װאָס זײ האָבן צוגעגרײט פֿאַר דער יוגנט אױף צו לערנען און אױף צו שרײַבן, און זענען גרײט צו מאַכן געשעפֿטן, לײזן געלט, בײַטן ביכער אױף ביכער ― מיט אײנעם װאָרט, דינען דער קולטור פֿון פֿאָטערלאַנד מיט אמת און מיט אמונה, װי גוטע ערלעכע פּאַטריאָטן.

די שנײַדערס און קלײדער־מאַגאַזינעס זענען אױך נישט קײן קלײנע פּאַטריאָטן. זײ האָבן אַרױסגעשטעלט אין די װיטרינעס דאָס שענסטע און דאָס מאָדערנסטע, װאָס זײ פֿאַרמאָגן, פֿונעם עלעגאַנטן מונדיר מיט גלאַנצנדיקע קנעכלעך ביזן גרױען פּאָר הײזלעך, װאָס בעטן זיך: „נעם , טו זיך אָן, און לױף מיט אונדז אין חדר אַרײַן!“

אױך די חבֿרה קירזשנערס און היטל־מאַכערס האָבן זיך אַרױסבאַװיזן מיט גאַנצע קאָלעקציעס פֿון קעפּעס און פֿוראַזשקעס, קאַשקעטלעך און היטעלעך מיט אַלערלײ װײַסע און געלע צאַצקעס, אָדלערס, פּאַסיקעס און אָקאָלעשקעס. אַפֿילו רענצלעך האָט מען ניט פֿאַרגעסן אױסצוהענגען בײַ די קראָמען, קאַמאַשן, קאַלאָשן, צוקערקעס , פּאַפּיראָסן. און אַפֿילו די חבֿרה קאָלבאַסניקעס, װאָס שטײען גאַנץ װײַט פֿון מיניסטעריום פֿאַר פֿאָלקסבילדונג און געהערן זיך שױן גאָר ניט אָן מיט השׂכּלה, װילן אױך האָבן אַ חלק, כאָטש מן־הצד, אין דער קולטור פֿונעם פֿאָטערלאַנד ― האָבן זײ אַרױסגעשטעלט אין די פֿענצטער אױפֿשניטן פֿון קאָלבאַסעס, פֿון שינקען, פֿלײשן און פּאַשטעטן, אַזעלכע פֿרישע און מיט קנאָבל שמעקנדיקע, אַז אַ כּפּרה די גאַנצע קולטור מיטן גאַנצן פֿאָטערלאַנד, בעת מע איז רעכט הונגעריק און דער חזיר צעשמעקט זיך מיט זײַן גאַנצן אַראָמאַט...

די האָטעלס מיט די אַכסניות, די רעסטאָראַנען מיט די רעסטאָראַציעס זענען פֿול געפּאַקט מיט די אָנגעפֿאָרענע געסט, פֿאָטערס און מוטערס און קינדער פֿון אַלערלײ עלטער, און אױף די פֿענצטער פֿון כּמעט אַלע הײַזער אױף אַלע גאַסן זענען אױפֿגעקלעפּט צעטעלעך: „קאָמנאַטאַ װנאַיאָם ― אַ חדר גיט זיך אָפּ“...

די, װאָס הענגען אױס די דאָזיקע צעטעלעך, װײסן שױן פֿון פֿריִער, װער עס װעט באַװױנען דאָס חדר, װאָס גיט זיך אָפּ. דאָס װעט זײַן אָדער אַן עלנטער בחור אַ סטודענט, װאָס פֿאַרמאָגט אײן פּאָר הױזן, צװײ העמדער און אַ באַרג מיט ביכער; אָדער אַ מײדל אַ קורסיסטקע, װאָס פֿלעג אַמאָל טראָגן קורצע האָר און הײַנט האָט זי אַ השׂגה אױף אַ שמאָל געפּענטעט קלײדעלע, װאָס מע רופֿט עס אין פּאַריז מיטן נאָמען „זשיפּקילאָט“... יעדנפֿאַלס פֿאַרמאָגט דאָס חדרל נישט מער אַז אײן אײַזערן בעטל, װאָס האָט שױן געדינט אַמאָל אין סדום, אַן אײַזערן װאַשטישל, װאָס האָט פֿײַנט, מע זאָל זיך צו דעם צורירן בעת װאַשן זיך, מחמת עס לײַדט, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, פֿון רעװמאַטיזם אין די פֿיס פֿון זינט מע האָט דאָס געבראַכט פֿון דער פֿאַבריק.

דאָס חדרל פֿאַרמאָגט אױך אַ טישל מיט אַ בענקל. האָבן זײ בײדע זײערע מעלות מיט זײערע חסרונות. די מעלות פֿונעם טישל איז, װאָס עס קאָן דינען פֿאַר אַ שרײַב־טיש און פֿאַר אַן עס־טיש און פֿאַר װאָס איר װילט. דאָס זענען די מעלות. און דער חסרון פֿונעם טישל איז ניט אינעם טישל גופֿא, נאָר אינעם טישקעסטל, אינעם שופֿלאָד. דאָס טישקעסטל האָט אַ טבֿע, אַז מע עפֿנט עס, װיל זיך עס שױן צוריק ניט פֿאַרמאַכן; און אַז מע פֿאַרמאַכט עס ― װעט זיך עס אײַך בשום אופֿן ניט עפֿענען. ניט פֿון פֿאָרנט, ניט פֿון הינטן, ניט פֿון די זײַטן. איר קאָנט עס שלעפּן װיפֿל איר װילט, װעט אײַך דאָס גאַנצע טישל נאָכשלעפּן זיך. אפֿשר װילט איר זײַן אַ חכם און פּרוּװן שלעפּן דעם שופֿלאָד מיט בײדע הענט פֿון אונטן? פּרוּװט זיך, אַדרבא, איך װעל אײַך זאָגן פֿריִער, װאָס װעט זײַן: די הינטערשטע פֿיס פֿונעם טישל װעלן זיך אױפֿהײבן אַרױף און דאָס גאַנצענע טישל מיט אַלע ביכער, מיטן טינטער און מיטן קאַראַפֿין װאַסער װעלן ליגן אינאײנעם מיט אײַך אױף דער ערד. נו? װאָס האָט איר געפֿעלט? איר װעט זיך שױן בעסער באַגײן אָן אַ טישקעסטל, אָן אַ שופֿלאָד. װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז אַ טיש מוז האָבן אַ שופֿלאָד, למאַי דאָס בענקל, װאָס איך זאָג אײַך? אַ בענקל װי אַלע בענקלעך. פֿון דעם מין בענקלעך, װאָס מע רופֿט זײ „װינער שטולן“. זײ זענען אי לײַכט, אי שטאַרק און באַקװעם צו זיצן אױף זײ, װאָרעם זײערע געזעסלעך זענען פֿון שטרױ געפֿלאָכטן. פֿלאַך און גלאַט און װײך. דאָס זענען די מעלות פֿון די „װינער בענקלעך“ בכלל. נאָר דאָס בענקל, װאָס געפֿינט זיך אין דעם חדר, װאָס מיר גײען באַשרײַבן, האָט ניט אין זיך אײן מעלה פֿון די אַלע אױסגערעכנטע מעלות. עס װעט זײַן גענוג, אַז מיר װעלן אײַך אױסזאָגן אַ סוד, אָן דאָס בענקל אין אָן אַ געזעסל, דאָס הײסט, אַ געזעסל איז פֿאַראַן, נאָר אָן שטרױ, דאָס הײסט, ס'איז געװען שטרױ אױך, נאָר אַמאָל, בעת דאָס בענקל איז נאָך געװען אַ בענקל. איצט איז גאָר ניט כּדאַי פֿון דעם צו רעדן. לאָמיר בעסער שמועסן פֿון דער בעל־הביתטע, װאָס פֿאַרדינגט, װאָס גיט אָפּ דאָס דאָזיקע חדרל, פֿון איר מאַן, פֿון זײער טעכטערל בעטי און פֿון דעם פּאַרשױן, װאָס איז געקומען דינגען דאָס דאָזיקע חדרל. דאָס אין אַ סך װיכטיקער.

שׂרה שאַפּיראָ ― אַזױ האָט געהײסן די בעל־הביתטע, נאָך גאָר אַ יונג װײַבל און אַ שײנע, אַ שװאַרץ־חנעװדיקע ― איז געשטאַנען בײַ דער פּליטע מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און געקאָכט אָנבײַסן, און איר טעכטערל בעטי, אַ יפֿת־תּואר, װאָס האַלט אין רעכטן ברען, צװישן אַכצן און צװאַנציק, איז געזעסן איבער אַ רוסיש בלאַטצײַטונג, בעת עס האָט זיך דערהערט אַ שאַרפֿער קלונג פֿון דרױסן.

― עס קער שױן זײַן אַ נײַער שלימזל אױפֿן חדר! ― האָט די מוטער אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער און אַ װוּנק געגעבן, זי זאָל גײן עפֿענען.

ניט מיט גרױס חשק האָט די טאָכטער אַװעקגעלײגט דאָס בלאַט און איז אַראָפּגעלאָפֿן פֿון אַלע טרעפּ אַראָפּ, פֿון דריטן שטאָק, עפֿענען די טיר און איז אין צװײ מינוט אַרום געקומען צוריק מיט אַ יונגנמאַן, אַ גלוח, מיט זײער אַ מאָגערן טשעמאָדאַן אין די הענט ― אָנקוקן דאָס חדרל, װאָס גיט זיך אָפּ.

באַטראַכט דעם אַרײַנגעקומענעם פּאַרשױן מיטן מאָגערן טשעמאָדאַן, האָט די מוטער אים גיך אָפּגעשאַצט, אַז ער באַדאַרף צו זײַן אַ „כּתריליק“ און אַז ער װעט דעם חדר נישט דינגען, און דעריבער האָט זי אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער אױף ייִדיש, זי זאָל אים זאָגן „מה־יקר“. די טאָכטער האָט געפֿאָלגט און אַ זאָג געגעבן דעם יונגנמאַן דעם פּרײַז פֿונעם צימער. האָט זיך דער יונגערמאַן דװקא ניט דערשראָקן און האָט געהײסן זיך באַװײַזן דאָס צימער. דעמאָלט האָט שױן די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ אַװעקגעלײגט דאָס קאָכן אױף שפּעטער, אַראָפּגעקאַטשעט די אַרבל און אַלײן אױך מיטגעגאַנגען באַװײַזן דעם פּאַרשױן דאָס צימערל.

אַרײַנגעקומען אין דעם אױבן־באַשריבענעם חדר, האָט אונדזער פּאַרשױן באַטראַכט די בעל־הביתטע מיט איר טעכטערל אַ סך מער, װי ער האָט באַטראַכט דאָס צימער מיטן מעבל, און גאָר נישט לאַנג געקלערט, האָט ער אַ זאָג געגעבן, אַן גוט, עס געפֿעלט אים... האָט די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ געפֿונען פֿאַר נױטיק נאָך אַ מאָל דערמאָנען, װאָס עס קאָסט. האָט דער פּאַרשױן אַ זאָג געגעבן, אַז עס מאַכט אים ניט אױס. װיבאַלד אַזױ, האָט שױן די מאַדאַם שאַפּיראָ געפֿונען פֿאַר גאַנץ נױטיק אַ זאָג געבן, אַן פֿאַר אַ האַלבן חודש מוז באַצאָלט װערן באַלד. האָט דער פּאַרשױן אַ זאָג געגעבן, אַז עס מאַכט אים ניט אױס אַפֿילו פֿאַר אַ גאַנצן חודש.

דאָ האָט זיך שױן די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ אַ ביסל װי דערשראָקן: װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שלאַק? אַ מענטש קומט צו גײן, גיט אַ קוק, דינגט זיך ניט; מע זאָגט אים פֿאַר אַ האַלבן חודש פֿריִער, גיט ער פֿאַר אַ גאַנצן ― װער װײס, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ פּאַסאַזשיר? און זי האָט אַ קוק געגעבן אױף איר טאָכטער, די טאָכטער אױף איר. דערנאָך האָט זי אַ קוק געגעבן אױפֿן פּאַסאַזשיר, האָט זי דערזען, װי דער בחור קוקט אױף איר בעטין, לאָזט נישט אַראָפּ קײן אױג פֿון איר, איז איר דער פּאַרשױן געװאָרן נאָך מער ניט צום האַרצן, און זי האָט באַשטימט אים אַ זאָג געבן מיט אַ האַלבן מױל:

― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, ס'איז בײַ אונדז זײער שטרענג... פֿאַרשטײט איר, די פּאָליציע... איר װעט זײַן אַזױ גוט מיר װײַזן אײַערע דאָקומענטן... אײַער פּאַס...

― אַך, מײַן פּאַס?... אונדזער יונגערמאַן האָט אַרױסגעכאַפּט פֿון זײַט־קעשענע אַ פּאַפּיר און מיט אַ לעבלעך שמײכעלע אונטערגעטראָגן דער מאַדאַם שאַפּיראָ זײַן פּאַספּאָרט, און צו גלײַכער צײַט זיך אַ נעם געגעבן צוס בײַטעלע מיט געלט.

נאָר דאָ איז פֿאָרגעקומען אַזעלכס, װאָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ װײַלע דעם יונגנמאַן פֿון צו אַרױס מיט די קלינגערס. די מאַדאַם שׂרה שאַפּיראָ האָט געכאַפּט אַ קוק מיט אײן אױג אין פּאַס און האָט הױך אױף אַ קול איבערגעלײענט: שקלאָװסקי מעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש... האָט זי זיך פֿריִער מאָדנע איבערגעקוקט מיט דער טאָכטער; דערנאָך האָט זי אַ זאָג געגעבן צום יונגנמאַן.

― האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט... איך װײס ניט, אױב איר װעט דאָ קאָנען זײַן? איך האָב נישט געװוּסט, אַז איר זענט אַ...

דער יונגערמאַן האָט מיט אַ שמײכל זיך אױסגעקערט צו דער מאַדאַם שאַפּיראָ.

― אַז איך בין אַ װאָס?

― אַז איר זענט אַ אונדזעריקער... אַ ייִד.

― און אַז איך בין אַ ייִד, איז װאָס?...

דער יונגער פּאַרשױן האָט אַראָפּגעלאָזט דאָס בײַטעלע צוריק אין קעשענע און אַלע דרײַ האָבן זיך איבערגעקוקט אָן װערטער.

דאָס פֿערטע קאַפּיטל

דער כּוח פֿון אַ מעדאַל

ביז אַהער אין דער שמועס געגאַנגען אױף רוסיש. און איצט, אַז עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז דאָס איז אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין און הײסט הערש ראַבינאָװיטש, איז נישקשה, אָן אַן אומגליק, אַז מע װעט מיט אים רײדן אױף„אונדזער“ לשון. און שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך געװענדט צו אים שױן אױף פּראָסט ייִדיש:

― ס'איז מיר אַ חידוש אױף אײַך. איר װײַזט אױס אַ װעלטלעכער יונגערמאַן צו זײַן און װײסט ניט, אַז בײַ אונדז באַדאַרף אַ ייִד האָבן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע?...

דערױף האָט איר דער װעלטלעכער יונגערמאַן נישט געענטפֿערט גאָרניט, װײַל ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם גאַנצן קאָמפּלימענט אײן װאָרט אַפֿילו. ער האָט זיך אָנגערופֿן צו דער שאַפּיראָ אױף רוסיש און אַ ביסל רױט געװאָרן דערבײַ:

― איזװיניטיע ― איך פֿאַרשטײ ניט אױף ייִדיש.

דאָ האָט זיך די מאַדאַם שאַפּיראָ שױן גאָר ניט געקאָנט אײַנהאַלטן זיך פֿאַר געלעכטער:

― אַ שקלאָװער מיעשטשאַנין, און הײסט ראַבינאָװיטש, און פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש?!...

בעטי, װעלכע איז געשטאַנען ביז אַהער װי אַ זײַטיקע, האָט זיך אַרײַנגעמישט אינעם שמועס און געקומען צו הילף דעם יונגנמאַן, װאָס איז געקומען דינגען דאָס צימער. זי האָט זיך אָנגערופֿן צו דער מוטער אױף רוסיש:

― קאַרג פֿאַראַן הײַנט יונגעלײַט, ייִדישע קינדער, װאָס פֿאַרשטײען ניט קײן ייִדיש?

און צום יונגנמאַן האָט זי זיך געװענדט, געגעבן אים צו פֿאַרשטײן אין קורצע נאָר קלאָרע דיבורים, אין װאָס דאָ האַנדלט זיך: אַז אַ ייִד טאָר דאָ ניט זײַן אין דער דאָזיקער שטאָט, אַז אַ ייִד דאַרף האָבן אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, און אַז טאָמער לאָזן זײ אַרײַן צו זיך אַ ייִדן אָן אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, האָבן זײ אױף זיך אַ גרױסן שטראָף: מע נעמט צו בײַ זײ זײער פּראַװאָזשיטעלסטװע און מע שיקט זײ אַרױס פֿון שטאָט אין פֿיר און צװאַנציק שעה.

― אַצינד פֿאַרשטײט איר שױן, צי נאָך ניט?

דאָס אַלעס אין געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ זיס שמײכעלע און מיט אַזױ פֿיל חן, אַז װען ניט די מאַמע װאָס בײַ דער זײַט, װאָלט דער פּאַרשױן גרײט געװען אַרומכאַפּן קושן דאָס דאָזיקע חנעװדיקע מײדל מיט איר שעלמיש שמײכעלע. און כאָטש דער דין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז בײַ אונדזער העלד געװען כּמעט װי אַ נײַס, דאָס הײסט, הערן האָט ער דערפֿון געהערט, אַז ס'איז דאָ שטערט, װוּ ייִדן דאַרפֿן האָבן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, נאָר ער האָט דאָס געדענקט װי עפּעס דורכן שלאָף. פֿון דעסטװעגן האָט ער זיך געמאַכט, גלײַך װי דאָס איז בײַ אים גאָר קײן נײַס ניט, און האָט זיך אָנגערופֿן צום חנעװדיקן מײדל אױך מיט אַ שמײכל:

― דער דין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז מיר, מאָלט אײַך, גאַנץ גוט באַקאַנט, כאָטש איך בין ניט קײן היגער. דאָס איז אַ דין, װאָס מע װאָלט אים שױן לאַנג געמעגט אַרױפֿװאַרפֿן אױפֿן בױדעם מיט אַלע אַלטע שמאַטעס. נאָר גיט מיר צו פֿאַרשטײן אײן זאַך װאָלט איך װעלן װיסן: װי אַזױ האָט מען בײַ מיר צוגענומען מײַנע דאָקומענטן אין אוניװערסיטעט?

דאָס װאָרט „אוניװערסיטעט“ איז אױף בײדן, אױף דער מוטער מיט דער טאָכטער, געװען װי אַ ליכטיקער שטראַל. בײדנס פּנימער האָבן אָנגעהױבן צו שײַנען, און די מוטער האָט אַזש דערלאַנגט זיך אַ פּאַטש מיט בײדע הענט איבער די קלײדלעך:

― אַזױ? זענט איר, הײסט עס, ― אַ סטודענט פֿון היגן אוניװערסיטעט? הײַנט װאָס האָט איר געשװיגן די גאָנצע צײַט ביז אַהער?

― די גאַנצע צײַט געשװיגן? מיר דאַכט, אַז מיר האָבן דאָ אַלע דרײַ גערעדט? ― האָט איר אָפּגעענטפֿערט דער סטודענט מיט אַ שמײכל, אַלץ קוקנדיק אױף דער טאָכטער, ניט אױף דער מוטער. און די מוטער האָט אים געשטעלט דעם לעצטן עקזאַמען:

― זענט איר שױן, הײסט עס, אַ צוגענומענער?

― כּמעט... איך האָב אַ מעדאַל

― אַך! איר זענט אַ מעדאַליסט? אַזױ? זעסט דו?

דאָס לעצטע האָט די מוטער געזאָגט שױן אױף ייִדיש צו דער טאָכטער, מיט אַ זיפֿץ. זי האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אַ זאָג געגעבן צום סטודענט צום מעדאַליסט אױף רוסיש: איך זאָג עס צו מײַן טאָכטער, זי האָט אַ ברודער, דאָס הײסט, איך האָב אַ זון אַ גימנאַזיסט, ער איז שױן אין דריטער קלאַס, טענה איך צו אים שױן דרײַ יאָר באַלד, אַלע אינדערפֿרי און אױפֿדערנאַכט: „אַ מעדאַל, אַ מעדאַל, אַ מעדאַל!“ ― הערט ער מיך װי דעם קאָטער. אַ ייִד אָן אַ מעדאַל איז אַלץ אײנס, װי אַ... װי אַ...

די מאַדאַם שאַפּיראָ האָט גענומען זוכן אין חדר עפּעס אַ זאַך, װאָס מע זאָל קאָנען דערצו פֿאַרגלײַכן אַ ייִדן אָן אַ מעדאַל, איז אָבער אין חדר נישט געװען קײן זאַך, װאָס זאָל האָבן אַ שײַכות צו אַ ייִדן מיט אַ מעדאַל אָדער אָן אָ מעדאַל. און דערצו האָט די טאָכטער, בעטי, געפֿונען, אַז ס'איז גלאַט איבעריקע רײד; צו װאָס באַדאַרף עס אַ פֿרעמדער מענטש װיסן, אױב איר ברודער װעט האָבן אַ מעדאַל אָדער ניט? האָט זי אַ זאָג געגעבן צוס סטודענט, אָנװײַזנדיק אױף זײַן מאָגער טשעמאָדאַנטשיקל:

― דאָס זענען אַלע אײַערע זאַכן, צי איר האָט עפּעס נאָך?

― צו װאָס דאַרף איך נאָך? ― האָט ער איר אָפּגעענטפֿערט און אַרײַנגעקוקט איר אין די שײנע קאַרע אױגן אַרײַן אַזױ שאַרף, אַז מע װאָלט עס געקאָנט אױסטײַטשן: „צו װאָס באַדאַרף איך נאָך, אַז דו האָסט אַזעלכע שײנע גוטע קלוגע קאַרע אױגן מיט אַזעלכע חן־גריבעלעך אין די בעקלעך?“...

די מוטער, װאָס איר גאַנץ לעבן, אַ פּנים, איז געװען געצילט נאָר אין אײן זײַט אַרײַן און אָפּגעשטעלט זיך נאָר אױף אײן זאַך: אַז איר זון זאָל האָבן אַ מעדאַל ― האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן נײַעם שכן און זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער װידער מיט אַ זיפֿץ:

― זײַער גערעכט! צו װאָס באַדאַרפֿן זײ נאָך? אַז זײ האָבן אַ מעדאַל, באַדאַרפֿן זײ שױן ניט קײן זאַך. קײן זאַך!

די װערטער „קײן זאָך“ האָט זי אָפּגעשניטן װי מיט אַ מעסער,

און איז מיט אַ מאָל װי צוגעזאָטן געװאָרן צום שכן דעם מעדאַליסט און זײער פֿרײַנדלעך אים אַ פֿרעג געגעבן:

― האָט איר פֿאָטער און מוטער?

דאָס איז געװען פֿאַר אונדזער העלד אַזױ אומגעריכט, און אַגבֿ האָט ער אין דער מינוט אַקוראַט פֿאַרגעסן, צי הערשקאָ ראַבינאָװיטש האָט אַ פֿאָטער מיט אַ מוטער, אָדער נאָר אַ פֿאָטער אַלײן, אָדער נאָר אַ מוטער אַלײן? ― ער האָט נישט באַלד געקאָנט ענטפֿערן דערױף. אַ גליק, װאָס בעטי איז אים געקומען צו הילף. זי האָט זיך געװענדט צו דער מוטער:

― טאָמער װאָלט געװען גענוג צו עקזאַמענירן אונדזער אײַנװױנער? פֿאַרװאָס פֿרעגסט דו זײ בעסער ניט, צי האָבן זײ געטרונקען טײ?

און צום נײַעם שכן האָט בעטי אַ זאָג געגעבן מיט איר חנעװדיק שמײכעלע:

― מײַן מאַמע האָט ליב אַ ביסל רעדן... אפֿשר װילט איר טײ, קאָנט איר אײַך הײסן געבן דעם סאַמאָװאַר. איר באַקומט צװײ סאַמאָװאַרן אַ טאָג. דאָס גיט זיך צו צום צימער.

― װאָס עפּעס צװײ סאַמאָװאַרן? ― האָט איר די מאַמע איבערגעשלאָגן, ― דרײַ סאַמאָװאַרן. אינדערפֿרי און בײַטאָג און אױפֿדערנאַכט.

― דאָס איז דערפֿאַר, װאָס איר האָט אַ מעדאַל, ― האָט זיך אָנגערופֿן בעטי מיט אַ געלעכטער צום נײַעם שכן, און אַ זאָג געגעבן צו רעד מוטער אױף ייִדיש: „קום!“ און בײדע, די טאָכטער און די מוטער, זענען אַרױס פֿון חדר, איבערגעלאָזט דעם שכן דעם מעדאַליסט אײנעם אַלײן מיט זײַן מאָגערן טשעמאָדאַן און מיט זײַנע געדאַנקען, װאָס האָבן זיך געפּלאָנטעט אַרום דעם כּוח פֿון זײַן מעדאַל, און נאָך מער אַרום דעם שײנעם מײדל מיט די שײנע קאַרע קלוגע אױגן, מיטן שעלמיש שמײכעלע און מיט די הן־גריבעלעך אין די בעקלעך.

דאָס פֿינפֿטע קאַפּיטל

די משפּחה שאַפּיראָ

אױף װיפֿל דער נײַער קװאַרטיראַנט איז געװען צופֿרידן מיט זײַן קװאַרטיר, אױף אַזױ פֿיל, אױב ניט מער נאָך, איז די מאַדאַם שאַפּיראָ געװען צופֿרידן מיט איר נײַעם קװאַרטיראַנט. אַ לעבעדיקער בחור, זײער אַ פּראָסטער בײַ זיך, און אַ צוגעלאָזטער מענטש, ― אַ דימענטיקער.

פֿונעם ערשטן טאָג אָן האָט ער זיך שױן אינטערעסירט מיט איר זונדל, אַ תּלמיד פֿון דריטע קלאַס גימנאַזיע, אים אַ נעם געגעבן צום עקזאַמען און אַלײן געשלאָגן זיך מאַכן מיט אים אַלע טאָג די אוראָקן. די מאַדאַם שאַפּיראָ האָט שױן אַלײן געקלערט אױסזוכן אים אַ רעפּעטיטאָר, ס'זאָל זיך מאַכן עפּעס אַ רעכטער סטודענט אין גלײַכן געלט. קײן סך ס'זאָל קאָסטן קאָן זי ניט, נאָר זי װאָלט װעלן װיסן, װיפֿל װעט ער זיך הײסן צאָלן?

דערבײַ האָט זי געװאָרפֿן אױף איר קװאַרטיראַנט אַ קוק פֿון אונטן אַרױף און ס'איז איר איבערגעלאָפֿן אַ מחשבֿה אין קאָפּ: „שײן װאָלט געװען, װען דער בחור זאָגט זיך אָפּ פֿון נעמען געלט בײַ איר!“ און כּך הװה ― גלײַך װי זי װאָלט זײַן אַ נבֿיאטע. דער בחור האָט ניט נאָר זיך אָפּגעזאָגט פֿון געצאָלטס, ער האָט זי נאָך אױסגעלאַכט: װאָס הײסט ער װעט בײַ איר נעמען געלט? פֿאַרװאָס?

― נו? װאָס האָב איך דיר געזאָגט? ― האָט די גליקלעכע מוטער זיך גערײצט מיט דער טאָכטער.

― װאָס האָסט דו מיר דען געזאָגט?

― האָסט שױן פֿאַרגעסן? האָב איך דיר ניט געזאָגט באַלד אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?

― דו האָסט געזאָגט, אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד?

― װאָס דען האָב איך געזאָגט?

― דו האָסט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל, ― האָט איר די טאָכטער דערמאָנט.

― איך האָב געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל?

― װער דען האָט געזאָגט? איך?

― בעטי! דו הײבסט שױן אָן דײַנע אַלטע מעשׂיות, אָפּענטפֿערן דער מאַמע װי אַ שײגעץ? מאָכן די מאַמע פֿאַר אַ ליגנערין?

― װער מאַכט דיך דען פֿאָר אַ ליגנערין? איך זאָג נאָר, אַז דו געדענקסט ניט, װאָס דו האָסט געזאָגט. דו זאָגסט, אַז דו האָסט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ טאַטנס אַ קינד, און איך זאָג, אַז דו האָסט געזאָגט אױף אים, אָן ער איז אַ שלימזל.

― איך האָב געזאָגט ― דו האָסט געזאָגט! דו האָסט געזאָגט ― איך האָב געזאָגט! איך בעט אײַך, עס װעט אַ מאָל האָבן אַן עק, צי נײן?

מיט די װערטער קומט אָן דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, אַ ייִד אַ צעװאָרפֿענער, אַ גיכער, אָ כאַפּנדיקער, װאָס טוט אַלצדינג גיך, בחיפּזונדיק: רעדט גיך, עסט גיך, גײט גיך ― אַלצדינג גיך, אין אײן אָטעם.

אין געשעפֿט, װוּ ער דינט (ער איז אַ בוכהאַלטער אין אַ גרױסער קראָם) קען מען אים װי אַ שטילן מענטשן, אַ ניכנע, אָן פּרעטענזיעס און אָן אָ שום טאַרעראַם. נאָר בײַ זיך אין דער הײם שפּילט ער אָ ראָלע פֿון אַ בײזן בעל־הבית, אַ שטיקל דעספּאָט, כאָטש קײנער הערט אים ניט. דאָס װײַב לאַכט אים אױס אין די אױגן, רופֿט אים „מײַן ראָכמײַסטער“, און „שװידקײַ“, און „שאַלאָװילע“, אָדער גאָר „קוריערסקי פּאָיעזד“.

און די קינדער הערן אים גלאַט װי דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ. זײ װײסן, אַז זײ זענען בײַ דעם פֿאָטער דאָס חיות מיט דער נשמה, און אַז דער פֿאָטער איז נאָך זײ די כּפּרה ― װאָס איז דער חידוש? ― סך־הכּל צװײ קינדער: אַ בת־יחידקע בעטי, אַ מײדל אַ ברען, און אַ בן־יחידל סיאָמקע, פֿאַרצױגן פֿון שלמה־שליאָמקע, אַ בחורל אין דריטע קלאַס, װאָס מאַכט ניט אײַן אוראָק, ביז די מאַמע באַצאָלט אים ניט פֿריִער אַ פּיטאַקל פֿאַר יעדן אוראָק. פֿונעם פֿאָטער באַקומט ער אַחוץ פֿאַר יעדער 4, װאָס ער ברענגט פֿון גימנאַזיע, אַ פּיטאַקל און פֿאַר יעדער 5 ― אַ פֿערציקער. „װאָס איז דער שׂכל, װאָס פֿאַר אַ 4 קומט אַ פּיטאַקל און פֿאַך אַ 5 פֿיר מאָל אַזױ פֿיל? װוּ איז דער חשבון?“

אַזױ פֿרעגט בײַ אים דאָס װײַב, שׂרה שאַפּיראָ, און כאַפּט פֿון אים אַ מיאוסן פּסק. דוד שאַפּיראָ האָט אַ טבֿע גאָר אין גוטן מוט אָפּבאָדן זײַן װײַב, כאָטש עס טרעפֿט אָפֿטמאָל, אַז זי זאָל אים געבן אַ גרעסערע פּאָרציע װי ער איר. זײ נאַרן זיך ניט אײנס פֿון דאָס אַנדערע.

― װער איז דיר שולדיק, אַז דו ביסט אַ גלאַטע בהמה, ― זאָגט איר דוד מיט אַ שמײכעלע ― און דו הײבסט ניט אָן צו פֿאַרשטײן דעם חילוק פֿון אַ 4 ביז אַ 5 אין גימנאַזיע?

― נו יאָ, װי קום איך װיסן, װאָס איז 4 און װאָס איז 5! ― ענטפֿערט אים אָפּ מיט אַ ביטער שמײכעלע שׂרה, און די קינדער הערן, װי טאַטע־מאַמע שפּיגעװען זיך און װאַרפֿן זיך דורך מיט שאַרפֿע װערטער. ― דאָס קאָן װיסן נאָר אַזאַ קאָפּ־מענטש װי דו. פֿאָרט אַ ראָכמײַסטער. אײן חסרון נאָר, װאָס דו ביסט אַ ביסעלע צו אַ שװידקײַ און פֿליסט צו גיך.

― זאָלסט דו טאַקע װיסן. אַ סימן, אָט װעל איך דיר באַלד באַװײַזן, אַז דו הײבסט ניט אָן צו װיסן. למשל, בײַ דיר קומט אױס, אַז דער חילוק פֿון אַ 4 ביז אַ 5 איז נאָר אין װיפֿל? אין אײנס? אַיאָ? זעסט דו? זאָלסט אָבער האָבן אַ קלעפּקע אין קאָפּ, װאָלסט דו געװוּסט, אַז דאָ איז פֿאַראַן אַ גאַנצע רעכענונג. צום בײַשפּיל, אָט נעם דײַן סיאָמקען...

― אָט האָסט דו דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג! ― האַקט אים איבער שׂרה. ― אַ שאַלאָװילע רעדט, פֿליט ער מיטן קוריערסקי־פּאָיעזד און הערט גאָר אַלײן ניט, װאָס ער רעדט! װאָס עפּעס מײַן סיאָמקע? ער איז אַזױ מײַן סיאָמקע װי דײַן סיאָמקע. .

― בקיצור, דײַן סיאָמקע, מײַן סיאָמקע; לאָז נאָר אַ שטײגער זײַן סיאָמקע שױן האַלטן בײַם לעצטן עקזאַמען און באַקומען אַלע 12 פֿינפֿן. 12 מאָל 5 װיפֿל מאַכט עס? זעכציק. געטײלט אױף 12, קומט אױס װיפֿל? 5. האָט ער, הײסט עס, אַ גאָלדענע מעדאַל.

― אָמן, הלװאַי, רבונו־של־עולם! ― מאַכט שׂרה, און הײבט אױף פֿרום די אױגן אַרױף, און כאַפּט אַ נײַעם פּסק פֿון איר דודן, װאָס װענדט זיך צו דער טאָכטער, צו בעטין:

― נו? קאָן מען מיט איר רעדן? איך װיל איר מאַכן אַ רעכענונג, הײבט זי אױף די אױגן, די מאַמע דײַנע, און מאַכט אַ שמועס מיטן רבונו־של־עולם!

― נו, רעכן, רעכן, װער לאָזט דיך ניט, ראָכמײַסטער מײַנער טײַערער? ― זאָגט צו אים שׂרה מיט אַזאַ טאָן, אַן דוד װערט נאָך מער אױפֿגעבראַכט, און רעדט נאָך גיכער, און מיט נאָך מער פֿײַער:

― אַלזאָ בײַ 12 פֿינפֿן האָט ער אַ גאָלדענע מעדאַל. װי זשע איז אָבער דער דין, אַז ער איז געגאַנגען צום עקזאַמען און האָט באַקומען עלף פֿינפֿן און אײן 4? כּפֿלען מיר 11 אױף 5, מאַכט דאָס 55, און 4? איז 59, געטײלט אױף 12, קומט שױן אױס װיפֿל? נאָר דאָס איז שױן ניט פֿאַר דײַן קאָפּ, װאָרעם דאָס װערט שױן אָנגערופֿן, פֿאַרשטײסט דו מיך, תּשבורת ― דראָב הײסט עס. הכּלל, עס מאַכט אױס אַזױ גרױס אַזױ קלײן װי 4 מיט עלף צװעלפֿטלעך. און װיבאַלד עס פֿעלט אים אױס אײן צװעלפֿטל נאָר, קאָן ער שױן קײן גאָלדענע מעדאַל ניט האָבן, נאָר אַ זילבערנע.

― לאָז זײַן אַ זילבערנע, ― זאָגט שׂרה מיט אַ זיפֿץ, און דוד קוקט אױף דער טאָכטער:

― האָסט דו געזען אַן אַקציע, אַ ייִדענע לאָזט ניט רעדן? הכּלל, לאָמיר גײן װײַטער. װי זשע איז אָבער דער דין, למשל, אַז ער זאָל האָבן, װעלן מיר זאָגן, 7 מאָל 5 איז 35, 5 מאָל 4 איז 20: 35 און 20 האָבן מיר װיפֿל? 55. געטײלט אױף 12? האָבן מיר אַ פּנים 4 מיט װיפֿל? מיט 7 צװעלפֿטלעך. איז אױך אָן אַן אומגליק. ער קאָן נאָך אַלץ האָבן אַ זילבערנע מעדאַל. זעסט דו, װען ס'איז שלעכט? טאָמער, חלילה, פֿאַרקערט. טאָמער האָט ער, הײסט עס, 5 פֿינפֿן מיט 7 פֿירן ― אָ! דעמאָלט איז פּאַסקודנע! פֿאַרװאָס? אַ פּראָסטער חשבון: 5 מאָל 5 איז 25. 4 מאָל 7 איז אַלע מאָל 28. אינאײנעם גענומען, מאַכט עס אױס, פּונקט װי אין דער אַפּטײק, 53, געטײלט אױף 12, מאַכט עס אױס אַרום און אַרום 4 מיט 5 צװעלפֿטלעך, דאָס הײסט מיט אײן צװעלפֿטל װינציקער װי 4 מיט אַ האַלבן, און אַז דײַן סיאָמקע ענדיקט גימנאַזיע מיט 5 צװעלפֿטלעך, גיט מען אים אַ פֿײַג ניט קײן מעדאַל, און אַז ער האָט ניט קײן מעדאַל ― מעג ער שױן זיצן אין דער הײם...

― בײַס דיר אָפּ די צונג! ― זאָגט שׂרה צו דודן, און דוד טוט אַ שפּײַ, כאַפּט זיך אױף און אַנטלױפֿט אױף זײַן שטעלע, צו זײַנע בוכהאַלטערישע ביכער.

און שׂרה בלײַבט װי אַן אױסגעפּאַטשטע. ניט פֿון איר מאַנס שפּײַ, װאָס ער האָט געגעבן ― מע װײסט, אַז ער איז אַ שאַפּיראָ ― און אַלע שאַפּיראָס זענען אַזױ: אַ משפּחה פֿון משוגעים. נײן, שׂרה איז צעקאָכט פֿון אַן אַנדער זאַך. שׂרה האָט מורא טאָמער טאַקע, חס־וחלילה, גײט אָפּ איר סיאָמקען אַ צװעלפֿטל? נאָר נײן! זי װיל ניט װיסן פֿון קײן רעכענונגען. 7 צװעלפֿטלעך, 13 צװעלפֿטלעך ― איר סיאָמקע מוז האָבן אַ מעדאַל, און װעט, אם־ירצה־השם, מיט גאָטס הילף, געװיס האָבן אַ מעדאַל ― סײַדן ס'איז נישטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט?!

דאָס זעקסטע קאַפּיטל.

מיר האָבן אַ גרױסן גאָט!

אומזיסט האָט שׂרה שאַפּיראָ געזינדיקט פֿאַר גאָט. האָט דאָס דען ניט איר גאָט געטאָן, אַז גראָד איצט, װען איר סיאָמקע איז אין דריטע קלאַס און באַדאַרף האָבן אַ רעפּעטיטאָר אַזױ װי מע באַדאַרף לעבן אױף דער װעלט, און קײן איבעריקע געלטן אױף צו דינגען אַ רעפּעטיטאָר איז נישטאָ, װאָרעם כאָטש איר דוד איז אַ זעלטענער ערלעכער מענטש און אַן אױסגעצײכנטער בוכהאַלטער און דינט אין אײנע פֿון די גרעסטע קראָמען אין שטאָט, בײַ די פֿײַנסטע לײַט, װאָס האַלטן זיך פֿאַר גרױסע אַריסטאָקראַטן, פֿון דעסטװעגן שעמען זײ זיך ניט פֿאָדערן פֿון אים, ער זאָל זיך געפֿינען אין געשעפֿט פֿון אַכט אין דער פֿרי ביז נײַן אױף דער נאַכט. און אַנומלטן, אַז ס'איז געקומען צו אַ שמועס װעגן אַ הוספֿה, האָט מען אים געגעבן אָנצוהערעניש, אַז עס קוקן אַרױס אױף זײַן שטעלע צען יונגע לײַט, אַ סך מער געבילדעטע פֿון אים, געענדיקטע, יונגע לײַט מיט מעדאַלן!... אַ גליק, װאָס שׂרה שאַפּיראָ קאָכט אַלײן און טוט אַלײן אַלצדינג, כאָטש זי איז עס בײַ איר טאַטע־מאַמע ניט געװױנט געװאָרן... און אונטער אָ נױט העלפֿט די טאָכטער, בעטי, אױך אין שטוב און אין קיך, כאָטש זי איז אַ בת־יחידה און אַ ציטעריקע. נו, װי קאָן מען אין זינען האָבן אַ רעפּעטיטאָר? איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גאָט אױף דער װעלט. װאָס טוט גאָט? טראָגט אָן דער גוטער יאָר אַ סטודענט אַ שלימזל פֿון שקלאָװ...

― בעטי! ― רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, װאָס זיצט די גאַנצע צײַט איבער אַ בוך און חזרט,― בעטי! נישטאָ אים נאָך, דעם שלימזל?

― זעסט דו, מאַמע, איך האָב דיך געכאַפּט! אַבי דו זאָגסט, אַז דו האָסט ניט געזאָגט אױף אים, אַז ער איז אַ שלימזל.

שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געװען פֿאַרנומען מיט אײן געדאַנק און האָט די גאַנצע צײַט געטראַכט נאָר פֿון אײן זאַך: װאָס פֿאַר אַ גרױסן גאָט מיר האָבן, האָט אַלײן נישט געהערט, װאָס זי האָט נאָר־װאָס געזאָגט. האָט זי אַװעקגעשטעלט די אױגן אױף איר טאָכטער, גלײַך װי יענע װאָלט גערעדט פֿון װעג.

― גאָט איז מיט דיר, בעטי! װען האָב איך דען געזאָגט דאָס װאָרט „שלימזל“?

― מאַמעניו! ― האָט זיך די טאָכטער צעלאַכט ― װאָס טוט זיך עס מיט דיר? אָט האָסט דו דאָך נאָר־װאָס געפֿרעגט: נישטאָ אים נאָך, דעם „שלימזל“?

שׂרה האָט אַװעקגעשטעלט אױף איר טאָכטער אַ האַלב שמײכלענדיק פּנים:

― בעטי, דו שלאָפֿסט? צי דו רעדסט פֿון היץ?

― נײן, מאַמעניו, דאָס רעדסט דו פֿון היץ, ניט איך.

אַ מינוט קוקן זיך די מוטער מיט דער טאָכטער אין די אױגן אַרײַן אַן װערטער, גרײט אױסצושיסן בײדע אַ געלעכטער. דערנאָך רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, אַלץ טראַכטנדיק איר מחשבֿה, אַז ס'איז דאָ אַ גאָט אױף דער װעלט:

― בעטי, דו װערסט װאָס אַ טאָג אַלץ מער עזות־פּנים, כ'לעבן. עס איז שױן באַלד ניט אױסצושטײן פֿון דיר. מעג מען זשע אַזױ צו רעדן מיט אַ מאַמע? אַי, בעטי, בעטי! מיר האָבן אַ גרױסן גאָט, הערסט דו... װאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן ? יאָ. איך האָב מיך דערמאָנט. טאָמער װאָלסט דו אים אָ פֿרעג געגעבן אָט דעם שלימ... מײן איך, אָט דעם סטודענט, אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז ער זאָל רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדע, מיט דיר און מיט סיאָמקען?

― ניט רעפּעטיטעװן, נאָר רעפּעטירעװען, ― פֿאַרריכט איר די טאָכטער.

― לאָז זײַן װי דו זאָגסט. דו פֿאַרשטײסט? מע באַדאַרף ניט קײן בעסערן רעפּעטיטאָר װי ער איז. װאָרעם זינט ער האָט זיך אַ נעם געגעבן, האָט סיאָמקע אױפֿגעהערט צו ברענגען פֿירן, נאָר פֿינפֿן. ער זאָל אײַנגײן דערױף, דאָס הײסט, ער זאָל װעלן רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדן...

― רעפּעטירעװען, ― פֿאַרריכט איר נאָך אַ מאָל די טאָכטער, און די מוטער רעדט װײַטער:

― לאָז זײַן װי דו זאָגסט... װאָלט איך בײַ אים ניט גענומען קײן געלט פֿאַר קװאַרטיר.

אַזױ? טאַקע באמת? דו װילסט שױן האַנדלען אַ פּנים גאָר אַ גרױסע מציאה, מאַמע? דו פֿאַרגעסט, אַז ער איז אַן אָרעמער סטודענט, װאָס לעבט פֿון שטונדן, און יעדע מינוט איז בײַ אים געלט. מע טאָר ניט װעלן עקספּלואַטירן די גאַנצע װעלט.

די מוטער פֿילט, אַז די טאָכטער איז גערעכט, נאָר עס פֿאַרדריסט איר, למאַי זי לערנט אַ מאַמע דרך־ארץ און למאַי זי רעדט מיט איר פֿון עקספּלואַטירן. עס װילט זיך איר פֿרעגן בײַ דער טאָכטער, למאַי רעדט זי ניט בעסער, אַז זי רעדט שױן יאָ פֿון עקספּלואַטירן, למאַי רעדט זי ניט בעסער פֿון דעם, װי מע עקספּלואַטירט איר פֿאָטער דעם בוכהאַלטער, װאָס מע האַלט אים דרײַצן שעה אין מעת־לעת װי אַן אַרעסטאַנט און מע מאַכט אים אַזױ נערװעז און משוגע, אַז מע קאָן שױן באַלד מיט אים אַ װאָרט ניט רעדן נאָר זי װיל ניט אַרײַנלאָזן זיך מיט דער טאָכטער אין לאַנגע חקירות, װאָרעם ערשטנס איז זי אַ גרױסער עזות־פּנים, און צװײטנס פֿאַרשטײט זי טאַקע מער פֿון איר מאַמע. „דעם טאַטנס קאָפּ אױף איר, מיר פֿאַר איר שׂכל, ליכטיקער פּנים!“...

אַזױ טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ, קוקט מיט ליבשאַפֿט אױף דער טאָכטער און מאַכט צו איר װײך:

― דו זאָלסט זײַן אַ מליץ־יושר פֿאַר דער גאַנצער װעלט, נאָר נישט פֿאַר דײַן מאַמע ... דיך דאַרף אַרן, טאָמער װעט אַן אָדעסער סטודענט, חלילה, פֿאַרלירן אַ מינוט פֿון זײַנע שטונדן, און פֿאַר דײַן אָרעמער מאַמע, װאָס װיל, אַז אירע קינדער זאָלן לערנען, און האָט ניט מיט װאָס, זאָל דיך ניט אַרן, חס־ושלום, גאָרנישט. קײן ברעקל אַפֿילו. נײן. צו װאָס?

בײדע, די מוטער און די טאָכטער, זיצן אַ מינוט אָן װערטער. שׂרהן װילט זיך אָבער דורכפֿירן איר פּלאַן. רופֿט זי זיך אָן צו דער טאָכטער גאָר איבער אַ נײַעס..

― הערסט דו, בעטי, איך האָב מיך באַקלערט. װיבאַלד ער זאָל זיך אונטערנעמען רעפּעטיטעװען...

― רעפּעטירעװען, ניט רעפּעטיטעװען.

שׂרה שאַפּיראָ כאַפּט זיך אױף מיט אַ גװאַלד..

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ גאָטס־שטראָף אױף מיר הײַנטיקן פֿרימאָרגן! אַז װאָס איך זאָל ניט זאָגן, און װי אַזױ איך זאָל ניט זאָגן, איז שלעכט! ― אַן עק, לאָז שױן זײַן, װי דו זאָגסט! אַז ער װעט זיך אונטערנעמען רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדע, װאָלט איך אים געגעבן עסן אױך, טאַקע מיט אונדז בײַ אײן טיש.

― טאָמער איז קאַרג, הײסט עס, װאָס ער הערט פֿון זײַן חדרל, װי דו קריגסט זיך טאָג װי נאַכט מיטן טאַטן...

― איך קריג זיך טאָג װי נאַכט מיטן טאַטן?

― װער דען? איך קריג זיך? װעמען רופֿט דער טאַטע בײַם טיש „בהמה“ און „פֿערד“, און „סאָטע ציג“?

― בעטי! דו זאָלסט שױן בעסער אַנטשװיגן װערן, װאָלט געװען געזינטער, אָבער טאַקע אַנטשװיגן װערן!

― אױף שטענדיק? װילסט דו, הײסט עס, מאַמע, איך זאָל שטום װערן, צי איך זאָל שטאַרבן?

שׂרה שאַפּיראָ האָט אַזש פֿאַרבראָכן מיט די הענט:

― שטום און קרום זאָלן װערן אַלע ייִדישע שׂונאים! נאַ דיר גאָר איך װיל זי זאָל שטאַרבן! די צונג בײַס דיר אָפּ, טעכטערל מײנס! מע קאָן שױן גאָר מיט איר קײן גלײַך װאָרט ניט אױסרעדן, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!

אין דער מוטערס קול הערן זיך טרערן. דער טאָכטערס האַרץ װערט װײכער:

― װאָס זשע װילסט דו, מאַמעניו?

― איך װיל שױן גאָרניט. אַן עק.

די מאַמע װערט ברוגז, װיל ניט רעדן מער, און די טאָכטער לאַשטשעט זיך צו איר, גלעט זי און קושט זי אַזױ לאַנג, ביז זײ הײבן בײדע אָן צו לאַכן.

― װעסט דו אים זאָגן, טאָכטער?

― װאָס זאָגן?

― שױן פֿאַרגעסן! איך האָב דאָך דיך געבעטן, אַז טאָמער װיל ער רעפּעטיטעװען מיט אײַך בײדן, װעט אים ניט קאָסטן ניט קײן קװאַרטיר, ניט קײן קעסט. װעסט אים זאָגן, אַז...

― איך װעל אים זאָגן, זאָגן. לאָז ער פֿריִער פֿאַרטיק װערן מיט זיך אַלײן. לאָז מען אים שױן פֿריִער צונעמען אין אוניװערסיטעט. הײַנט איז דער לעצטער טאָג בײַ אים.

― דער לעצטער טאָג?

― דער לעצטער טאָג.

עס לאָזט זיך הערן אַ קלונג פֿון דער דרױסן־טיר.

― אָ! ס'איז ער! ― זאָגט בעטי, עטװאָס װי רױט געװאָרן, און לאָזט זיך לױפֿן און קאַטשען זיך אַראָפּ פֿון אַלע טרעפּ מיט אַזאַ אימפּעט, אַז די מוטער כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ, און זי קערט זיך באַלד אום צוריק צו אירע פֿריִעריקע געדאַנקען, און מיט אַ זיפֿץ זאָגט זי צו זיך אַלײן:

― מיר האָבן אַ גרױסן גאָט ...

דאָס זיבעטע קאַפּיטל

דער יום־הדין אין אוניװערסיטעט

אין דער צײַט, װאָס בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב איז פֿאָרגעקומען דער אױבן־באַשריבענער געשפּרעך װעגן זײער נײַעם קװאַרטיראַנט, איז דער קװאַרטיראַנט גופֿא געװען אין אוניװערסיטעט ― געװױרע װערן, װוּ ער האַלט.

דאָס איז געװען דער לעצטער טאָג ― אַ יום־הדין פֿאַר ייִדישע סטודענטן. עס זענען געבליבן זײער װינציק פֿרײַע װאַקאַנסיעס אױף העכער הונדערט קאַנדידאַטן, צװישן זײ אַ פּאָר צענדלינג מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אין אַ באַזונדער גרופּע אין גרױסן קאָרידאָר פֿון אוניװערסיטעט און האָבן אױסגעזען װי נאָװאָבראַנצעס, װאָס זענען געקומען זיך שטעלן צום פּריזיװ. מע װײסט נאָך ניט, װער פֿון זײ װעט גײן דינען און װער ניט. עס איז אַ גורל, אַ לאָטעריע.

אונדזער גײַציקער העלד, װאָס אין דורך אַ ייִנגלשן קאַפּריז פֿון אָ קונדס פֿאַרװאַנדלט געװאָרן פֿון אַ גליקלעכן, פֿרײַען, גלײַכבאַרעכטיקטן דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אין אַ אָנבאַרעכטיקטן שקלאָװער מיעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, האָט ניט מיט אַמאָל, נאָר ביסלעכװײַז אָנגעהױבן צו פֿאַרזוכן דעם אמתן טעם פֿון „אַתּה בחרתּנו מכּל העמים“, דעם טעם פֿון גײן טאָג־טעגלעך אין דער קאַנצעלאַריע פֿון אוניװערסיטעט, אָנקוקן דאָס בלאַסע אױסגעטריקנטע פּנים פֿונעם סעקרעטאַר, װאָס האָט פֿײַנט אַ ייִדן, כאָטש ער באַהאַלט עס, און אױסהערן פֿון אים אַלע מאָל די אײגענע חכמה: „הערש מאָװשאָװיטש גאָספּאָדין ראַבינאָװיטש, איך קאָן אײַך, לײַדער, בײַ מײַן בעסטן װילן, קײן גוטס נאָך אַלץ ניט אָנזאָגן...“ דאָך האָט ער עס ניט געקאָנט פֿילן אַזױ, װי דאָס האָבן געפֿילט זײַנע באמת ייִדישע חבֿרים, װאָס בלאָנדזשען אַרום װי די שאָטנס אין די דאָזיקע גרױסע װענט מיט די הױכע פֿענצטער. עפּעס רעדן זײערע איבערגעשראָקענע פּנימער ― ער װײסט ניט װאָס. עפּעס זאָגט אים דער בלאָנדזשענדיקער קוק פֿון זײערע טרױעריקע ייִדישע אױגן ― ער פֿאַרשטײט נאָך ניט זײער לשון... װען ער זאָל פֿאַרשטײן די דאָזיקע שפּראַך, װאָלט ער געקאָנט איבערלײענען כּמעט אױף יעדנס פּנים די געשיכטע פֿון זײַן לעבן, אַ טרױעריקע געשיכטע, אַ גאַנצע טראַגעדיע. אַ טראַגעדיע פֿון אַ נשמה, װאָס האָט זיך פֿון קינדװײַז אָן געפּרײגלט אױף אַ לאַנגזאַמען פֿײַער פֿון דלות, עלנט, נױט, אונטערגעשלאָגן מיט אומזיסטן ראַסן־האַס, אַלערלײ דערנידערונגען און כּל־המינים באַלײדיקונגען מיט שלאַנגען־גיפֿט און סם־המװת...

צװישן די דאָזיקע עלנטע און באַלײדיקטע, צװישן די דאָזיקע „נאָװאָבראַנצעס־קאַנדידאַטן“ האָט ראַבינאָװיטש סך־הכּל צװײ באַקאַנטע: טומאַרקין און לאַפּידוס.

די באַקאַנטשאַפֿט מיט טומאַרקינען איז בײַ אים פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע טעג פֿריִער, טאַקע דאָ אױפֿן אײגענעם פּלאַץ, דאָס הײסט, אין הױף פֿון אוניװערסיטעט. טומאַרקין איז אים פֿון דער ערשטער מינוט געפֿעלן געװאָרן פֿאַר זײַן לעבעדיקײט, רירעװדיקײט און באַרעדעװדיקײט. אױף זײַן בלאַס דורכזיכטיק פּנים שװעבט שטענדיק אַ שמײכעלע. די אױגן, כאָטש זײ זענען איבערגעצױגן מיט אַ טרױעריק רױכל, לאַכן שטענדיק. די שװאַרצע גלאַנצנדיקע הערלעך גרײַזלען זיך װי בײַ אַ יונג שעפֿעלע. אַפֿילו דאָס קלײנע נאָר־װאָס אַרױסגעשפּראָצטע בערדעלע גרײַזלט זיך בײַ אים, און דערצו האָט ער אַ טבֿע, אַז ער רעדט אָדער ער טראַכט, גרײַזלט ער יעדעס הערעלע גיך־גיך מיט זײַנע דינע װײַסע פֿינגער. לײגט צו צו דעם אַ ביסל אַן אױסגעבױגענע נאָז, אַ שטאַרק אײַנגעבױגענע פּלײצע, אַ פּאַפּירענע מאַנישקע, אַן אָפּגעבליאַקעװעט האַלדזטיכל, אַן אָפּגעניצט רעקל, אױסגעטראָטענע שיך און אַן אָפּגעבאַרעט היטעלע ― און אָט האָט איר אײַך אינגאַנצן דעם פּאָרטרעט פֿון דער דאָזיקער טראַגי־קאָמישער פֿיגור.

די ערשטע מינוט, אַז פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט אים דערזען, האָט זיך אים אָפּגעריסן אין האַרצן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז דאָס איז יאָסקי דער פּאַפּיראָסניק מיט די דינע פֿינגער ― דער אײנציקער ייִד, װעלכן ער האָט געקענט אין זײַן ניט־ייִדישער שטאָט.

באַמערקט, אַז מע קוקט אױף אים , איז טומאַרקין צוגעגאַנגען, אױסגעצױגן אַ דין װײַס הענטל און מיט אַ שמײכעלע זיך פֿאָרגעשטעלט:

― טומאַרקין.

ערשט דאָ האָט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש באַמערקט, אַז ער האָט אַ טעות געהאַט , און האָט זיך אױך פֿאָרגעשטעלט:

― ראַבינאָװיטש...

דערהערט דעם נאָמען ראַבינאָװיטש, האָט זיך טומאַרקין װי דערפֿרײט און גענומען רעדן מיט זײַן נײַעם באַקאַנטן גלײַך אױף ייִדיש:

― אָחינו אַתּה? שלום־עליכם. פֿון װאַנעט איז אַ ייִד? װיפֿל האָט איר? װיפֿל פֿעלט אײַך? און דער װיפֿלטער זענט איר אין דער רײ?

― איזװיניטיע , איר רעדט אױף אַ שפּראַך , װאָס... װאָס איך פֿאַרשטײ זי ניט.

טומאַרקין איז אַזש אָפּגעשפּרונגען צוריק.

― אָבער איר זענט דאָך אַ...

― אַ ייִד? נו , פֿאַרשטײט זיך. איך זאָל ניט זײַן קײן ייִד, װאָלט איך דאָך ניט געשטאַנען אָט דאָ... איך װאָלט שױן לאַנג געװען אָט דאָרטן...

ער האָט אַ װײַז געגעבן מיט דער האַנט אַרױף , װוּ אױף אײַזערנע טרעפּ האָבן געקלעטערט אײנס נאָך דאָס אַנדערע אַ גאַנצע רײ פֿון גליקלעכע שױן פֿאַרשריבענע סטודענטן , אײניקע שױן מיט ביכער אונטער די אָרעמס. עס איז אים אױסגעקומען נאָך אַ מאָל אױסטראַכטן אַ ליגן , אַז װײַל ער האָט געלערנט אין אַ רוסישער שטאָט , װײַט פֿון די עלטערן , האָט ער אינגאַנצן פֿאַרגעסן ייִדיש רעדן... און בעת־מעשׂה האָט אים געפֿלאַמט דאָס פּנים , װאָס טומאַרקין האָט אָנגענומען פֿאַר אַ סימן , אַן ער שעמט זיך דערמיט, װאָס ער האָט פֿאַרגעסן ייִדיש רעדן. האָט ער אים גענומען אױסרעדן דאָס האַרץ: װוּ װערן אונדזערע ייִדן נישט פֿאַרװאָרפֿן? און װעמען גײט עס אָן ― קאָנסט יאָ רעדן ייִדיש, קאָנסט ניט רעדן ייִדיש , קױם ביסט דו אַ ייִד, ביסט דו מחױבֿ טראָגן דעם גלות און אױסשטײן אַלצדינג, װאָס אונדז איז אָנגעצײכנט געװאָרן.

ראַבינאָװיטש האָט געפֿילט, װי עס ברענט אים דאָס פּנים, און טומאַרקין האָט ניט אױפֿגעהערט אים צו טרײסטן:

― נאַרישקײטן! איר דאַרפֿט זיך ניט שעמען דערמיט, װאָס איר פֿאַרשטײט ניט מאַמע־לשון. איך שטעל עס מיר פֿאָר גאַנץ פּשוט. איר זענט געבױרן געװאָרן אין אַ גױיִשער שטאָט, אױסגעװאַקסן צװישן קריסטן, און, מסתּמא, אָן עלטערן, און װי איך פֿאַרשטײ, איז נישטאָ קײן שום זאַך, װאָס זאָל אײַך צובינדן צו אײַער ייִדישקײט ― אױסער אײַער נאָמען ראַבינאָװיטש ― און דאָך שטעל איך אײַך אַװעק אַ סך העכער פֿון די, װאָס קאָנען ניט אױסשטײן דעם נסיון און װאַרפֿן זיך מיט צוגעמאַכטע אױגן אין װאַסער אַרײַן, אַנטלױפֿן פֿון די געפּײַניקטע צו די פּײַניקער. אָ! אױף זײ בין איך גזלן! די דאָזיקע לײַט װאָלט איך צעריסן אױף שטיקלעך! זעט איר אָט אָ יענעם פֿראַנט מיטן טשאַקנדיקן שטעקעלע? לאַפּידוס איז זײַן נאָמען. דאָס איז אײנער פֿון די דאָזיקע פֿאַרדאַמטע טרוסן, װאָס אַנטלױפֿן בײַ דער ערשטער געפֿאַר, װאָס זענען גרײט צו פֿאַרקױפֿן זײער געװיסן, זײער פֿאָלק, זײער גאָט צוליב דער קאַריערע... שאַט! ער גײט אַהער, צו אײַך, װײַזט אױס. איר זענט מיט אים באַקאַנט? איך װאָלט אײַך געעצהט, איר זאָלט מיט אים זײַן פֿון דער װײַטן... װאָרעם אַחוץ װאָס ער איז אַ קאַנדידאַט אױך שמדן זיך, איז ער נאָך, האָב איך מורא, אַ שטיקל פּראָװאָקאַטאָר אױך...

דאָס אַכטע קאַפּיטל.

טומאַרקין און לאַפּידוס

טומאַרקין װערט פֿאַרשװוּנדן, און אױף זײַן אָרט װאַקסט אױס לאַפּידוס, דער פֿראַנט מיטן טשאַקנדיקן שטעקעלע.

― װאָס הערט זיך עפּעס בײַ אײַך, ראַבינאָװיטש? נישטאָ נאָך קײן נײַעס? איך האָב געהערט, אַז מיט פֿינף צװעלפֿטלעך װעט ניט אַרײַן אײנער אַפֿילו... װאָס האָט גערעדט מיט אײַך אָט דער פֿאַנאַטיק?

― װעלכער פֿאַנאַטיק?

― אָט דער שװאַרצער קאָטער מיט די גרײַזלעך... אָנקוקן קאָן איך זײ ניט, אָט די ציוניסטן!

- װאָס האָט איר צו די ציוניסטן? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש, אַלײן ניט צו װיסן אַקוראַט, װאָס איז אַזעלכס „ציוניסטן“.

― איר קענט זײ דען נישט? איר װײסט ניט, אַז זײ זענען שאָװיניסטן, װאָס װאָלטן װעלן, אַז אַלע זאָלן דענקען אָט דאָס װאָס זײ?...

כאָטש די דאָזיקע באַקאַנטשאַפֿט איז געשלאָסן געװאָרן נאָר ניט לאַנג, אי דאָס פֿאַרבײַגײענדיק, פֿונדעסטװעגן האָט לאַפּידוס אָנגענומען ראַבינאָװיטשן פֿאַרן קנעפּל, גאַנץ ייִדישלעך, און האָט גענומען שיטן פּעך און שװעבל אױף טומאַרקינען און אױף אַלע ציוניסטן, רעדן װאָס אין דער קאָרט, המנס מסירות:

― אָנקוקן קאָן איך זײ, ניט אָט די צבֿועקעס, גאָטס סטראַפּטשעס, װאָס נעמען זיך אָן די קריװדע פֿונעם רבונו־של־עולם! ס'איז זײער עסק, װאָס טאָמער האָבן זיך געטױפֿט עטלעכע אומגליקלעכע קינדער, צוליב דעם, זײ זאָל זיך אױפֿהערן אַרומדרײען אָט דאָ אין דרױסן, װי איך מיט אײַך... איך פֿרעג אײַך, װאָס און צוליב װאָס לײדן מיר טאַקע, איך און איר? הי? און ביז װי לאַנג נאָך װעלן מיר זיך אָט אַזױ אַרומבלאָנקען, איך מיט אײַך, הי?

אױסגעצװאָגן און אױסגעקעמט, אױסגעפּוצט פֿון דער נאָדל אַרױס, אױגן בלױע, ברעמען הױכע, אַ בערדעלע אַ געלס, אונטערגעשפּיצט, װײַסע צײן, אַ פּיסקעלע װי אױף שרײַפֿעלעך, און אַז ער רעדט, לאָזט ער אױס מיט אַ „הי“ װאָס דאַרף באַדײַטן „האַ“? ― דאָס איז לאַפּידוס.

* * *

דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן אין לאַפּידוס געװען זײער־זײער ניט אױפֿגעלײגט. ער האָט געזוכט אױף װעמען אױסצוגיסן זײַן צאָרן, און איז געװען צופֿרידן, װאָס האָט זיך אונטערגעכאַפּט טומאַרקין דער ציוניסט... באמת איז ער געװען אױפֿגעטראָגן ניט אױף טומאַרקינען און ניט אױף די ציוניסטן, װאָס האָבן אים גאָרניט געטאָן. זײַן כּעס האָט זיך גענומען פֿון אַן אַנדער שורש. לאַפּידוס האָט געהאַט פֿאַרװאָס צו זײַן אױפֿגערעגט. ערשטנס, פֿאַרװאָס ער האָט ניט קײן מעדאַל. צװײטנס, פֿאַרװאָס מע נעמט אים ניט אַרײַן אין אוניװערסיטעט. דריטנס , פֿאַרװאָס ער דאַרף זיך שמדן, און קאָן ניט צוליב דער מאַמע. זײַן מאַמע װעט דאָס נישט איבערטראָגן ― ער װײס עס פֿאַר געװיס ― און סוף־כּל־סוף װעט ער עס מוזן טאָן... לאַפּידוס האָט, נעבעך, געזוכט עמעצן, פֿאַר װעמען ער זאָל כאָטש קאָנען זײַן האַרץ אױסגיסן, און געפֿונען זײַן נײַעם באַקאַנטן ראַבינאָװיטשן, װעלכער איז אים געפֿעלן דערמיט, װאָס כאָטש ער האָט אַ ייִדיש אױסזען, האָט ער אָבער ניט קײן ייִדישע טבֿע אַרײַנקריכן אײַך מיט די שטיװל אין דער נשמה אַרײַן.

― גוט איז אײַך, ראַבינאָװיטש, איר האָט אַ מעדאַל און זענט באַװאָרנט, אַז איר װעט אַרײַן. פּרוּװט אָבער זײַן אױף מײַן אָרט. איך האָב אַ מאַמע אַן אַלטע און אַ שװעסטערל, און בײדע זענען זײ אױף מײַנע פּלײצעס, און זײער גאַנצע האָפֿענונג איז אױף מיר, טאָמער װעל איך אַמאָל ענדיקן, זײַן אַ דאָקטאָר. דערװײַל דאַרפֿן מיר אַלע דרײ לעבן דערפֿון, װאָס איך גיב אַ שטונדע בײַ אַ רײַכן קריסט, איז דאָס בסוד־סודות, װאָרעם טאָמער װערט מען געװאָר אין גימנאַזיע ― איז הימל עפֿן זיך! איך װײס ניט, אױב אַן אַנדערער אױף מײַן אָרט, לאָמיר נעמען אַפֿילו אָט דעם טומאַרקינען, אױב ער װאָלט זיך שױן לאַנג ניט געשמדט, און װער װאָלט עס גאָר געקאָנט װאָגן זאָגן אױף אים אַ שלעכט װאָרט? װאָס װאָלט איר געזאָגט דערױף ― הי?

װאָס װאָלט ער זאָגן דערױף? ער װײס אַלײן ניט. ער שטײט נאָר און באַטראַכט די דאָזיקע אַלע טומאַרקינס און לאַפּידוסעס, װאָס זײער גאַנץ לעבן איז, װי עס װײַזט אױס, גאָר אַ מעדאַל... אַלע װאָלטן זײ װעלן האָבן מעדאַלן. אַפֿילו זײַן בעל־הביתטע, די פֿרױ שאַפּיראָ, זעט שטענדיק אין חלום נאָר אַ מעדאַל פֿאַר איר סיאָמקען, און דװקא אַ גאָלדענע מעדאַל ― אַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! גלײַך װי אױסער גימנאַזיע, אױסער מעדאַל, אױסער אוניװערסיטעט איז פֿאַר זײ מער קײן אינטערעס נישט פֿאַראַן... גלײַך װי אױף יענער זײַט אוניװערסיטעט ענדיקט זיך שױן פֿאַר זײ די גאַנצע װעלט ― אַ מאָדנע, אַ מאָדנע פֿאָלק!...

און ראַבינאָװיטש דערמאָנט זיך, אַז בעת ער איז נאָך געװעזן פּאָפּאָװ, ניט ראַבינאָװיטש, האָט ער געהאַט אַן אַנדער באַגריף װעגן דעם דאָזיקן פֿאָלק. ער האָט געהערט, אַז פֿאַר דאָס ייִדישע פֿאָלק אין פֿאַראַן נאָר אײן הײליקע זאַך אױף דער װעלט, און די דאָזיקע זאַך איז געלט!

פּלוצעם האָבן זיך אַלע, דאָס גאַנצע בינטל קאַנדידאַטן, מעדאַליסטן און ניט־מעדאַליסטן, געגעבן אַ ריס אָפּ פֿון אָרט און אַ לאָז צו דער טיר פֿון דער קאַנצעלאַריע. װאָס איז געשען? ― דער סעקרעטאַר איז געקומען. הײַנט איז אַ יום־הדין. הײַנט איז דער לעצטער טאָג. הײַנט װעט מען שױן װיסן אַקוראַט, װער עס איז צוגענומען און װער ניט. און עס װערט מיט אַ מאָל אָ בהלה, אַ טומל. אַ גאַנצע מאה, און אפֿשר מער, ייִדישע יונגעלײַט פֿון אַלערלײ קלאַסן און אױסזען האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אין אַ ענגן חדר און אַלע האָבן זיך אַרױפֿגעװאָרפֿן, נעבעך, אױף אײן מענטשן, אױפֿן סעקרעטאַר פֿון אוניװערסיטעט, אַ פּאַרשױן אַ בלאַסער, אַן אױסגעװײקטער, װי אַ לימענע. אָט באַלד װעט מען אים צוטראָגן די בײנער. איטלעכער האָט עפּעס צו זאָגן און יעדער װיל װיסן װאָס פֿריִער.

אונדזער ראַבינאָװיטש איז געװען אײנער פֿון די לעצטע, װאָס האָבן זיך געקאָנט דערשלאָגן צום סעקרעטאַר. דער סעקרעטאַר מיטן בלאַס אױסגעװײקטן פּנים, אַראָפּגעלאָזט די אױגן אַראָפּ, האָט אים װי אַלעמען אַ פֿרעג געגעבן קורץ און טרוקן:

― אײער נאָמען?

― ראַבינאָװיטש.

דער סעקרעטאַר האָט גענומען גריבלען זיך צװישן אַ פּאַק פּאַפּירן און אַ זאָג געגעבן מיט אַ קװעטש:

― ראַבינאָװיטש הערשקאָ מאָװשאָװיטש? װילט איר פֿאַרנעמען אײַערע פּאַפּירן באַלד, צי מע זאָל אײַך זײ אָפּשיקן דורך פּאָליציע?

―― טאָ יעסט קאַק то есть как: דאָס הײסט, װי? ― האָט אים ראַבינאָװיטש איבערגעפֿרעגט אַזױ איבערראַשט, גלײַך װי ער װאָלט ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס מע רעדט צו אים.

דעם סעקרעטאַרס בלאַס אױסגעװײקט פּנים אין נאָך געװאָרן מער אױסגעמוטשעט, און װי אַ זאָג געגעבן „װאָס װילן האָבן פֿון מיר אָט די אײַנגעגעסענע ייִדן?“ װי װײַט מעגלעך װײך האָט אים דער סעקרעטאַר געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז ער קאָן צונעמען צוריק זײַנע פּאַפּירן, װאָרעם צו זײַן נומער איז ניט אָנגעקומען; דאָס צונעמען פֿון ייִדן, לױט פּראָצענט־נאָרמע, האָט זיך געענדיקט...

― האָט איר עס פֿאַרשטאַנען, גאָספּאָדין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, צי נאָך ניט?

נישט באַקומען קײן ענטפֿער, האָט זיך דער סעקרעטאַר געװענדט שױן צו אַן אַנדערן, אױך אַ ייִדן:

― אײַער נאָמען?

און צו ראַבינאָװיטשן האָט ער אַ װאָרף געגעבן פֿאַרבײַגײענדיק:

― איר קאָנט גײן. אײַערע פּאַפּירן װעט איר באַקומען דורך פּאָליציע...

דאָס נײַנטע קאַפּיטל.

דרײַצן מעדאַליסטן

די ערשטע מינוט, אַז אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש איז געװױרע געװאָרן, אַז ער איז פֿאַרבליבן הענגען אין דער לופֿטן, האָט ער זיך געפֿילט מאָדנע נײַ... ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט נאָך רעכט באַטראַכטן די לאַגע, זיך אָפּגעבן דין־וחשבון, אַרומצוקוקן זיך, װוּ ער איז אין דער װעלט, און האָט זיך באַגעגנט מיט זײַנע נײַע באַקאַנטע. פֿריִער מיטן אױסגעפּוצטן לאַפּידוסן, דערנאָך מיטן טראַגי־קאָמישן טומאַרקינען.

― נו? ― האָט אים לאַפּידוס אָפּגעשטעלט מיט אַ ביטער געלעכטערל און אָנגענומען בײַם אַרבל און אַרײַנגעקוקט אים אין די אױגן אַרײַן, גלײַך װי ער װאָלט שױן געװוּסט, אַן ראַבינאָװיטש איז נישט קײן צוגענומענער, און גלײַך װי ער װאָלט געװען דערפֿון העכסט צופֿרידן. ― װאָס האָב איך אײַך געזאָגט, הי? טאַקע כּדאַי געװען אײַך צו האָרעװען אַכט יאָר, דערשלאָגן זיך צו אַ מעדאַל!... נײן, איך װעל אַנדערש טאָן. איך װעל זיך מיט זײ אָפּרעכענען! זײ זאָלן אַפֿילו אױפֿלױפֿן, װעל איך זײַן אַ סטודענט! און אַחוץ דעם, װאָס איך אַלײן װעל אַרײַן אין אוניװערסיטעט, װעט מען צוליב מיר מוזן צונעמען נאָך אַ ייִדן, און אפֿשר טאַקע אײַך, ראַבינאָװיטש, װי מײנט איר, הי?

לאַפּידוס האָט געזען נאָך ראַבינאָװיטשעס קוקן אױף אים, אַז ער הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װי אַזױ װעט ער, ראַבינאָװיטש, קאָנען צוליב אים, לאַפּידוסן, אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט אַרײַן? האָט ער אים אָנגענומען בײַם קנעפּל און גענומען אים אױסברײַען אַ גאַנצע טעאָריע פֿון פּראָצענט־נאָרמע.

דער פּשט האָט באַדאַרפֿט זײַן אַזױ: אין אוניװערסיטעט װערן, ייִדן אָנגענומען לױט רעכענונג פֿון 10%. אַלזאָ, מאַכט עס אױף נײַן ניט־ייִדן מוז מען צונעמען אײנעם אַ צענטן אַ ייִדן. און אַזױ װי ער, לאַפּידוס, איז געװױרע געװאָרן פֿונעם חשבון, אַז עס פֿעלט אַ נײַנטער קריסט, בכדי מע זאָל קאָנען צונעמען אַ צענטן אַ ייִדן, על־כּן װעט ער, לאַפּידוס, זײַן דער דאָזיקער נײַנטער, בכדי ער, ראַבינאָװיטש, זאָל זײַן דער צענטער...

די דאָזיקע קונציקע קאָמבינאַציע איז לאַפּידוסן אַזױ שטאַרק געפֿעלן, אַז ער האָט זיך אַלײן, מיט אַ פּאַטש אין שטערן, געמאַכט אַ קאָמפּלימענט, אַן ער, לאַפּידוס, האָט אַ קעפּעלע.

― אָבער אַיאָ אַן אײַנפֿאַל, הי? ― האָט ער אַ פֿרעג געגעבן בײַ ראַבינאָװיטשן און נישט באַקומען דערױף קײן שום ענטפֿער, װאָרעם ראַבינאָװיטש איז געװען פֿאַרנומען מיט זײַן צװײטן באַקאַנטן, מיט טומאַרקינען, װאָס איז געשטאַנען אין אַ רעדל יונגעלײַט און געװוּנקען צו אים פֿון דער װײַטן, ער זאָל צוגײן. ראַבינאָװיטש האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַר לאַפּידוסן און איז צוגעגאַנגען צו טומאַרקינען, װעלכער האָט אים פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע חבֿרים:

― אָט האָט איר נאָך אַ קרבן... אױך אַ מעדאַליסט. פּראָשו ליוביט אי זשאַלאָװאַט прошу любить и жаловать: זײַט אַזױ גוט און גיט אים אָפּ ליבע און כּבֿוד. אַ װאַרעמער ייִד, כאָטש ער פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, נישט קוקנדיק אױף זײַן ייִדישן נאָמען ראַבינאָװיטש.

― אַן אמתער פֿענאָמען! -― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער פֿון דער קאָמפּאַניע, אַ בחור פֿון פּינסק, מיט אַ ענערגיש־קלוג פּרישטשעװאַטע פּנים און מיט אַ װײַסן זומערדיקן אָנצוג, װאָס האָט זיך ניט געפּאַסט ניט צום סעזאָן, ניט צום פּנים. ― אַ ייִד, הערט זיך אײַן, װאָס הײסט ראַבינאָװיטש און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, מעג מען אַרױסשטעלן אױף חידושים אָדער באַװײַזן פֿאַר געלט אױף בילעטן, װאָרעם לאָמיר זיך װעטן אױף װיפֿל איר װילט, אױב עס װעט זיך געפֿינען צװישן הונדערט און דרײַסיק מיליאָנען גױים אײן גױ, װאָס זאָל הײסן פּאָפּאָװ און זאָל ניט פֿאַרשטײן קײן װאָרט רוסיש, סײַדן אַ שטומער פֿון געבױרן.

דער װיץ פֿונעם פֿינסקער בחור איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן. עס איז קײנעם ניט געװען אין זינען איצטער צו לאַכן. אַלעמענס געדאַנקען האָבן זיך אין דער מינוט געדרײט נאָר אַרום אוניװערסיטעט, נאָרמע, מעדאַל, װאַקאַנסיע און װידעראַמאָל אוניװערסיטעט.

אױב עס איז יאָ געװען אײנער, װאָס איז פֿון דעם װיץ געװאָרן װי איבערראַשט, איז דאָס געװען ראַבינאָװיטש, און ניט אַזױ פֿונעם װיץ, װי פֿון דעם, װאָס איז געבראַכט געװאָרן אַלס בײַשפּיל גראָד זײַן נאָמען... װאָס איז אים אײַנגעפֿאַלן גראָד פּאָפּאָװ, פֿאַר װאָס ניט איװאַנאָװ? סידאָראָװ?...

לאַנג טראַכטן אָבער האָט מען אים ניט געלאָזט. טומאַרקין האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז ס'איז געבליבן איצט נישט מער װי אײן װעג: אַלע מעדאַליסטן זאָלן זיך צונױפֿלײגן און אַװעקשיקן אַ גוטע, אַ װאַרעמע טעלעגראַמע צום מיניסטער, און טאַקע שױן, און טאַקע באַלד.

― ייִדן! װיפֿל זענען מיר דאָ? ― האָט טומאַרקין אַ פֿרעג געגעבן, און גענומען מיטן קלײנעם װײַסן הענטל צו צײלן: ― ניט אײנס, ניט צװײ, ניט דרײַ, ניט פֿיר... נײַן, צען, עלף, צװעלף, דרײַצן. דרײַצן מעדאַליסטן!

― דרײַצן? ― האָט אונטערגעכאַפּט דער פּינסקער בחור. ― נישט קײן גוטער מספּר!... איך האָב מורא, אַז אײנער פֿון אונדז, הערט זיך אײַן, װעט זיך מוזן שמדן...

אױך דער דאָזיקער װיץ איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן. קײנער האָט אים אַפֿילו מיט קײן שמײכל ניט באַשענקט. דעם מיניסטער אַ טעלעגראַמע איז אפֿשר אַ שטיקל פּלאַן, נאָר עס בײַסט זיך. די גרעסטע העלפֿט פֿון דער קאָמפּאַניע זענען אַזעלכע, װאָס ניט נאָר אױף אַ טעלעגראַמע ― אױף אַ גלעזל קאַפֿע צו באַצאָלן איז אַמאָל אַ שװער שטיקל גמרא...

― װאָס דאַרף עס קאָסטן, און װיפֿל װעט זיך עס אָננעמען אױף אַ קאָפּ? ― האָט זיך אָנגערופֿן אײנער אַ בחורל מיט אַ הונגעריק פּנים און מיט איבערגעשראָקענע אױגן.

― איך נעם אױף זיך די טעלעגראַמע! ― האָט זיך אַרױסגעכאַפּט ראַבינאָװיטש און איז רױט געװאָרן, װאָרעם אַלע צװעלף פּאָר אױגן האָבן אַ קוק געגעבן אױף אים נײַגעריק, און דער פּינסקער בחור האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן, האָט אים אַרײַנגעקוקט אין די אױגן אַרײַן און האָט זיך צעװיצלט:

― הערט זיך אַן, פֿון װאָסערע ראַבינאָװיטשעס זענט איר דאָס אײגנטלעך? און װאָס געהער זיך אָן מיט אײַך, למשל, לעװ בראָדסקי? װעלכע אַקציעס געבן מער דיװידענד, און אין װאָס פֿאַר אַ באַנק רעכנט איר איז גלײַכער, איך זאָל מיר עפֿענען אַ טיעקושטשע סטשאָט текущий счет: לױפֿנדיקע קאָנטע?

אַ גליק, װאָס די אַלע חכמות זענען געזאָגט געװאָרן אין ייִדיש, אין דעם לשון, װאָס ראַבינאָװיטש פֿאַרשטײט ניט. אַניט װאָלט ער גאָר פֿאַרשעמט געװאָרן.

― עס גײט ניט אין דעם ― האָט זיך טומאַרקין אָפּגערופֿן ― װיפֿל די טעלעגראַמע דאַרף קאָסטן און װער ס'זאָל צאָלן. צאָלן װעלן אַלע, װער עס קאָן צאָלן, און װער עס קאָן ניט ― װעלן פֿאַר אים די חבֿרים באַצאָלן. דער עיקר איז, װאָס פֿאַר אַ טעלעגראַמע דאָס דאַרף זײַן, און װוּ מיר זאָלן זיך צונױפֿקלײַבן? איך װאָלט געזאָגט, מיר זאָלן גײן אַלע גלײַך פֿון דאַנען אין דער ביליקסטער קיך פֿון די װעגעטעריאַנצעס. חבֿרים, װאָס װעט איר זאָגן דערױף?

― צו די װעגעטעריאַנצעס, צו די װעגעטעריאַנצעס! ― האָבן אונטערגעכאַפּט עטלעכע קולות, און אונדזערע אַלע דרײַצן מעדאַליסטן האָבן זיך געלאָזט גײן צו די װעגעטעריאַנער.

דאָס צענטע קאַפּיטל

בײַ די װעגעטעריאַנער

אָפּגעגעסן אַ גאַנץ פֿײַנעם אָנבײַסן און געפֿונען, נאָכן חשבון, װאָס מע האָט זײ דערלאַנגט, אַז די אידעע פֿון װעגעטעריאַניזם איז טאַקע אַ זאַך, װאָס איז כּדאַי צו פּראָפּאַגאַנדירן אין דער װעלט, נישט נאָר צוליב דעם געדאַנק פֿון ניט עסן דבֿר־מן־החי ― װאָס דאָס אַלײן איז אַ גרױסע זאַך ― נאָר אױך צוליב דעם, װאָס איז מער אײַנגענעמען און מער צוגענגלעך פֿון אַלע פֿלײשיקע פֿרעסערײַען, האָט מען צונױפֿגעשטעלט אַ גאַנץ פֿײַנע טעלעגראַמע צום מיניסטער פֿון העכער הונדערט װערטער. דערנאָך האָט זיך דער רעדלפֿירער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, טומאַרקין, אױפֿגעהױבן פֿון אָרט, גרױסאַרטיק אָנגעגאָסן זיך פֿון קאַראַפֿין אַ פֿולן באָקאַל מיט װאַסער און אָפּגעהאַלטן, אַפֿילו אױף רוסיש, נאָר שטאַרק כאָרכלענדיק אױף דער רי″ש, אַ ספּיטש, װעלכן מיר זעצן איבער אין אונדזער ייִדיש לשון װאָרט אין װאָרט:

― חבֿרים! אַז דרײַצן ייִדישע מעדאַליסטן, װאָס זענען געבליבן אין דרױסן, ניט געקאָנט, איבער זײערע גרױסע זינד, אַרײַן אין טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט דערפֿאַר, װאָס זײ קומען אַרױס פֿון אַבֿרהם יצחק וּיעקבֿ, אַז אַזעלכע דרײַצן העלדן, זאָג איך, קומען זיך צונױף אין אַ װעגעטעריאַנישן רעסטאָראַן צו לעבן אַ גוטן טאָג, מעג איך מיר ערלױבן צו טרינקען אַ טאָסט פֿון אַזאַ משקה, װאָס װיפֿל מע זאָל ניט טרינקען, קאָן מען זיך ניט אײַנשיכּורן.

איך װיל זאָגן, אַז אָט דער באָקאַל און אָט די ניכטערע משקה איז אַ סימבאָל פֿון דער אָפּגעזונדערטער אומה, פֿון דעם ניכטערן פֿאָלק, װאָס מיר אַלע דרײַצן געהערן צו דעם און װילן זיך מיט דעם ניט שײדן, כאָטש מיר לײדן איבער דעם און טראָגן איבער צרות מיט קלעפּ, מיט יסורים און מיט בזיונות, מע קאָן זאָגן, פֿון זינט מיר זענען צו אונדזער שׂכל געקומען בין צו הײַנטיקן טאָג. נײן! מיר װילן זיך מיט אונדזער פֿאָלק ניט שײדן! און איך גײ נאָך װײַטער. איך זאָג: מיר קאָנען זיך ניט שײדן, מיר זאָלן אַפֿילו װעלן.

איך װאָלט אײַך געקאָנט ברענגען, חבֿרים, אַ סך ראַיות און משלים פֿון אונדזער האַלטן זיך אין ייִדישקײט. נאָר למאַי זאָלן מיר גײן װײַט, אַז מיר האָבן דעם בײַשפּיל אַזױ נאָענט ? אָט געפֿינט זיך צװישן אונדז, דרײַצן מעדאַליסטן, אײנער אַ חבֿר פֿון טיף רוסלאַנד, אַ ייִד, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש ―- כאָטש אַ נאָמען טראָגט ער אַ ייִדישן ― איך װאָלט געזאָגט שױן צו אַ ייִדישן, װאָרעם װאָס קאָן נאָך זײַן אַ מער ייִדישער נאָמען װי דער נאָמען ראַבינאָװיטש? ― און אַנו, פֿרעגט אים אַקאָרשט, װעלכעס האַלט אים אױף אין זײַן ייִדישקײט? װאָס האַלט אים אָפּ פֿון צו מאַכן אײן שריט, נאָר אײן שריט, ער זאָל פּטור װערן אין אײן טאָג פֿון אַלע צרות, יסורים און בזיונות? אָסור, אױב ער אַלײן װעט אײַך קאָנען געבן אַ קלאָרע, אַ ריכטיקע תּשובֿה!...

װילט איר, אַז איך זאָל אײַך זאָגן, װוּ ליגט דער דאָזיקער כּוח? װילט איר, איך זאָל אײַך אָנװײַזן, װוּ געפֿינט זיך די קראַפֿט, װאָס האַלט אונדז אַזױ שטאַרק אין אײנעם שױן אַזױ פֿיל צײַט?

איך האָב מורא, אַז דער כּוח ליגט ניט אין אונדז, נאָר אױסער אונדז.

דאָס, װאָס מיר האָבן זיך אַזױ פֿאַרעקשנט און שטופּן זיך אַלע צום ברונען פֿון תּורה, ליכטיקײט און װיסנשאַפֿט, און װילן אַלע דװקא זײַן געבילדעט ― זענען ניט מיר שולדיק, נאָר די, װאָס לאָזן אונדז ניט צו, די, װאָס רײַסן אונדז אָפּ, טרײַבן אונדז מיט שטעקנס. אַנו, לאָזן זײ נאָר עפֿענען טיר און טױער ― װעט איר זען, אַז בײַ אונדז װעט באַלד אָפּפֿאַלן דער חשק צו השׂכּלה... אַנו, לאָזן זײ אונדז נאָר צװינגען מיט גװאַלד, מיר זאָלן גײן לערנען ― װעט איר זען, װי עס װעט בײַ אונדז באַלד אָפּגעקילט װערן...

איר מעגט אײַך האַלטן מײַנע װערטער פֿאַר אַ פּאַראַדאָקס און קאָנט אײַך לאַכן נאָך שטאַרקער װי איר לאַכט. נאָר איך זאָג אײַך, נאָך אַ מאָל: דאָס ברענען צום לערנען איז בײַ אונדז נאָר דערפֿאַר, װײַל מע לאָזן אונדז ניט.

עט גײט אַרום אַ װיץ, אַפֿילו זײער אַ באַנאַלער, נאָר אַ ריכטיקער. עס זאָל אַרױס, למשל, אַ זאַקאָן, אַז פֿונעם ערשטן יאַנואַר אָן װעט מען זיך ניט טאָרן שמדן, װעט דעם 31 דעקאַבער פֿאַרנאַכט זײַן פֿאַרפֿלײצט די װעלט מיט משומדים!...

חבֿרים! עס איז אַ װיץ, אַ באַנאַלער, אַ נאַרישער װיץ, נאָר אַ ביטערער אמת! איר קוקט זיך נאָר צו, װי אונדזערע ברידער לױפֿן זיך שמדן הײַנטיקס יאָר מער װי אַלע מאָל. װײסט איר איבער װאָס? איבער דעם, װײַל עס לאָזן זיך הערן גזירות אױף משומדים... זײ האָבן מורא, טאָמער װעט מען שױן באַלד ניט טאָרען... טאָמער װעט אַרױס אַ פּראָצענט־נאָרמע אױף שמד...

חבֿרים! רעד איך פֿון די דאָזיקע לײַט, װאָס האָבן פֿאַרלױרן אַלצדינג, װאָס הײליק איז, און װאָס זענען גרײט פֿאַרקױפֿן זײער אײגענע נשמה, צינדט זיך אָן אין מיר אַ פֿײַער, און איך האָב ניט גענוג װערטער זײ צו פֿאַרדאַמען! מע זאָגט מיר װעגן פֿאַנאַטיזם. מע דערמאַנט מיר דאָס װאָרט רחמנות. מע װיל זײ רײנװאַשן, פֿאַרענטפֿערן, געפֿינען אַ זכות אױף זײ, װי בײַ אונדז אין תּלמוד שטײט: „אַל תּדין את חבֿרך ― זאָלסט ניט מישפּטן דײַן חבֿר, עד שתּגיע למקומו ― ביז דו ביסט ניט געװען אין זײַן שטאַנד“...

דערױף װעל איך אײַך ענטפֿערן, אַז אױב די דאָזיקע, װאָס אַנטלױפֿן פֿון אונדז אין אַזאַ ביטערער צײַט צוליב זײערע פֿעל־אינטערעסן, צוליב זײערע קאַריערן, פֿאַרדינען נאָך אפֿשר בײַ אונדז אַמאָל רחמנות, זענען אָבער זײערע אַפּטרופּסים, װאָס װילן אױף זײ מלמד זכות זײַן, ניט װערט, װאָס די ערד טראָגט זײ! און אױב אונדזער פֿאַריאָמערט פֿאַריאָגט פֿאָלק איז מחױבֿ צו האַלטן זיך דװקא אין אַזאַ ביטערער צײַט װאָס שטאַרקער אין זײַן ייִדישקײט, זענען מיר, די יוגנט, דאָס מחױבֿ אַװדאי און אַװדאי!

דעריבער טרעטן מיר אַרױס אַזױ שאַרף און דאַרפֿן אַלע מאָל אַרױסטרעטן קעגן יענע פֿון אונדזערע חבֿרים, װאָס לאָזן אונדז איבער אַלײן אין פֿעלד, מיר זאָלן מלחמה האַלטן מיט די װיסטע פֿינצטערע אומשטענדן. מיר שרעקן זיך אָבער װינציק װאָס פֿאַר דעם, װאָס אונדזער צאָל װערט קלענער. אױב מיר װערן װינציקער אין צאָל, װערן מיר אָבער שטאַרקער אין גײַסט, און מיר פֿירן אונדזער קאַמף מיט נאָך מער שטאָלץ און מיט נאָך מער פֿרישקײט, װי מיר האָבן אים געפֿירט ביז אַהער, און װעלן ניט אַװעקלײגן אונדזער געװער פֿאַר קײן פֿאַל!

אונדזער געװער איז פֿון תּמיד אָן געװען און װעט זײַן: דאָס בוך.

איך טרינק, חבֿרים, פֿאַר אונדזער אײביק געװער, פֿאַרן בוך, און פֿאַר אונדזערע העלדן, װאָס שרעקן זיך ניט איבער און מידן זיך ניט אײַן און לײגן ניט אָפּ דאָס געװער.

עס לעבע דאָס בוך! הוראַ! הוראַ!...

דאָס עלפֿטע קאַפּיטל

אַלע דרײַ האָבן געלאַכט

כאָטש די דרײַצן מעדאַליסטן האָבן בײַ די װעגעטעריאַנער געטרונקען בײַם עסן װאַסער, ניט קײן װײַן, פֿונדעסטװעגן איז אונדזער העלד, ראַבינאָװיטש, געקומען אַהײם מאָדנע פֿרײלעך, און ער האָט געפֿילט, װי עס דרײט זיך אים דער קאָפּ און עס זשומעט אים אין די אױערן. דאָס איז אים געקומען פֿון דעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט די לעצטע טעג צװישן זײַנע נײַע חבֿרים, װעלכע ער האָט נאָך ניט רעכט פֿאַרשטאַנען. ער האָט געזען פֿאַרשידענע עקסטרעמען; ער האָט געהערט פֿאַרשידענע מײנונגען, פֿאַרשידענע רײד און פֿאַרשידענע דרשות. נאָר אָפּגעבן זיך דין־וחשבון פֿון דעם אַלעם ―- דאָס האָט ער געזען, אַז עס איז נאָך פֿרי.

אײן זאַך איז פֿאַר אים געװען קלאָר ― דער פֿאַקט, אַן ער איז ניט קײן סטודענט... מע האָט אים צוגעזאָגט אָפּשיקן די פּאַפּירן דורך פּאָליצײ... גוט. װאָס־זשע װעט זײַן װײַטער?...

די דאָזיקע מוראדיקע פֿראַגע, װאָס האָט בײַ אַלע איבעריקע ייִדישע קאַנדידאַטן געעקבערט דעם מוח און דערלאַנגט ביזן בײן, נישט געלאָזט ניט עסן, ניט שלאָפֿן, האָט בײַ אים אָנגערירט נישט מער װי זײַן נײַגעריקײט אַלײן. ער איז נאָר געװען ציקאַװע צו װיסן, װאָס װעט זײַן װײַטער? און װאָס װעט בכלל זײַן דער סוף פֿון דער דאָזיקער קאָמעדיע, װאָס אַלע האַלטן אים פֿאַר אַ ייִדן און גלױבן, אַז ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, איז ניט גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר הערשקאָ ראַבינאָװיטש, ― כאַ־כאַ? ער אַלײן האָט זיך גאָר אױף אַזױ פֿיל ניט געריכט, עס זאָל אים אַזױ אָפּגעראָטן צו שפּילן זײַן ראָלע אַזױ קונציק אױסגעהאַלטן און אַזױ בריהש!

צופֿרידן מיט זיך אַלײן, האָט ער אָנגעקלונגען בײַ זיך אױף זײַן קװאַרטיר און האָט געבעטן גאָט, אַז עפֿענען זאָל אים בעטי, די שװאַרץ־חנעװדיקע שײנע בעטי, מיט אירע קלוגע קאַרע אױגן און מיט די שעלמישע חן־גריבעלעך אין די בעקלעך. נאָכמער, עת האָט זיך אין דער מינוט געמאַכט אַ סימן, אַז אױב עס װעט אים עפֿענען בעטי, איז אַ באַװײַז, אַז זי האָט אים ליב... און אױב אַן אַנדערער װעט אים עפֿענען?...

ער האָט קײן צײַט ניט געהאַט צו ענדיקן זײַן געדאַנק, איז שױן די טיר געװען אָפֿן, און אַקעגן אים איז געשטאַנען בעטי, די שװאַרץ־חנעװדיקע שײנע בעטי, און געקוקט אױף אים מיט אירע שײנע, גוטע, קלוגע, קאָרע אױגן. „ניט שױן זשע האָט זי מיך ליב?...“ אָט דאָס איז געװען די ערשטע מחשבֿה, װאָס בײַ אים איז דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ. „יאָ. זי האָט מיך ליב, אַזױ װי איך זי...“ האָט ער זיך אַלײן געענטפֿערט, גײענדיק מיט איר אַרױף אױף די טרעפּ.

דערזען דעם קװאַרטיראַנט, װי די בעקלעך פֿלאַמען אים און די אױגן גלאַנצן, האָט בעטי גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ װעט זי הערן באַלד די גוטע בשׂורה, אַז ער איז שױן ענדלעך אַ סטודענט. אין דער מחשבֿה האָט זי אים שױן געען אין זײַן נײַער סטודענטישער אוניפֿאָרם, מיט גלאַנצנדיקע גאָלדענע קנעפּ, און זי האָט זיך געװאָלט פֿאָרשטעלן, װי אַזױ װעט ער אױסזען אינעם נײַעם מונדיר...

― נו? װאָס הערט זיך? ― האָט אים בעטי אַ פֿרעג געגעבן, אַרײַנקוקנדיק אים אין זײַנע גליקלעכע אױגן, גײענדיק מיט אים אַרױף.

― זײער גוט! אױסגעצײכנט! ― האָט איר דער קװאַרטיראַנט אָפּגעענטפֿערט, און נישט געקאָנט אָנקוקן זיך זאַט אין איר ליכטיק פּנים און אירע שײנע קלוגע אױגן, און געטראַכט האָט ער בעת־מעשׂה װעגן דעם גליקלעכן סימן, װאָס ער האָט זיך נאָר־װאָס געמאַכט...

― מעג מען אײַך, הײסט עס, גראַטולירן? ― מאַכט צו אים בעטי פֿרײַנדלעך און שטרעקט אױס צו אים איר האַנט.

― מיט װאָס גראַטולירן? ― פֿרעגט ער זי איבער און נעמט איר האַנט, איר װײכע, װאַרעמע, צערטלעכע האַנט.

― מיט דעם, װאָס איר זענט צוגענומען אין אוניװערסיטעט...

דעם קװאַרטיראַנט האָט נעבעך שטאַרק באַנג געטאָן אַרױסצולאָזן די דאָזיקע טײַערע האַנט, האָט ער אַ ביסל אָפּגעצױגן זײַן ענטפֿער. נאָר סוף־כּל־סוף האָט ער געמוזט איר זאָגן דעם אמת, אַז װעגן אוניװערסיטעט איז נאָך צו פֿרי אים צו גראַטולירן, װײַל... װײַל דאָס צונעמען פֿון ייִדן האָט זיך הײַנט געענדיקט, און די דאָקומענטן האָט מען אים צוגעזאָגט אָפּשיקן דורך פּאָליציע...

― װאָס הײסט? ―― האָט בעטי אױסגעשריגן און געגעבן אַ פּליעסק מיט די הענט אַזױ שטאַרק, אַז די מוטער אירע, שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געװען אין קיך בײַ דער אַרבעט, אין אַרײַנגעלאָפֿן מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל, ניט טױט ניט לעבעדיק.

― װאָס אין? װאָס איז דאָ געשען? ― האָט זי געפֿרעגט און געקוקט פֿון אײנס אױף דאָס אַנדערע מיט אַזעלכע דערשראָקענע אױגן, אַן די טאָכטער האָט זי געמוזט באַרויִקן:

― גאָרנישט, גאָרנישט אין געשען... דו װײסט, מאַמע, מע האָט דאָך זײ ניט צוגענומען אין אוניװערסיטעט, ― האָט זי אָנגעװיזן אױפֿן קװאַרטיראַנט מיט אַזאַ טרױעריקער מינע, גלײַך װי זי װאָלט איר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז אַן אױטאָמאָביל איז אים איבערגעפֿאָרן און אָפּגעשניטן אַ פֿוס.

― אױ, אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! ― האָט שׂרה שאַפּיראָ אױסגעצױגן אױף ייִדיש און געקוקט אױפֿן קװאַרטיראַנט מיט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי ניט נאָר אײן פֿוס, נאָר מע האָט אים אָפּגעשניטן בײדע פֿיס מיט בײדע הענט. ― װאָס זשע װעט איצטער זײַן, װײ איז מיר?!

אין אײן מינוט איז איר דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ דרײַ מחשבֿות, אײנע טרױעריקער פֿון דער אַנדערער: 1) װאָס װעט ער טאָן אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע? 2) װאָס װעט זײַן מיטן חדרל אָן אַ קװאַרטיראַנט? און דער עיקר 3) װאָס װעלן זײ טאָן אָן אַ רעפּעטיטאָר?...

― װײ איז מיר, װינד איז מיר, דער שלימזל, מישטײנס געזאָגט, שלעפּט זיך! ― האָט שׂרה ניט אױפֿגעהערט צו ברעכן מיט די הענט, קוקנדיק אױפֿן קװאַרטיראַנט און באַװײנענדיק אים װי אַ געטרײַע מוטער. און כאָטש דער קװאַרטיראַנט האָט נישט פֿאַרשטאַנען קײן אײן װאָרט פֿון דעם, װאָס די שאַפּיראָ האָט דאָ געזאָגט, נאָר פֿון איר אומגליקלעך פּנים, פֿון איר װײנענדיק קול און פֿון איר ברעכן די פֿינגער האָט ער אַרױסגעזען, אַז דאָס באַװײנט מען אים. האָט ער זי אָנגענומען בײַ בײדע הענט און געװאָלט איר אױסרעדן דאָס האַרץ:

― באַרויִקט אײַך, מאַטושקאַ, באַרויִקט אײַך...

שׂרה שאַפּיראָ האָט אָבער ניט געװאָלט זיך באַרויִקן. זי האָט זיך געװענדט ניט צו אים, נאָר צו דער טאָכטער:

― װאָס מיר מאַטעשקע? װער מיר מאַטעשקע? פֿרעג אים בעסער, דעם שלימזל, װאָס װעט ער טאָן איצטער אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, װאָס?

פֿון דער גאַנצער פֿראַגע האָט דער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטאַנען נאָר אײן װאָרט: „פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

― פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, מאַטושקאַ, ניטשעװאָ! ― האָט ער איר אַ זאָג געגעבן מיט אַ גלעט איבער דער פּלײצע, װעלכעס האָט אַרױסגערופֿן אַ שמײכל בײַ אַלע דרײַ.

האָסט עפּעס צו אים? ― האָט די מוטער זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער װידער אױף ייִדיש, כּמעט מיט טרערן אױף די אױגן. ― נו? און דו ביסט נאָך געװען ברוגז אױף מיר, למאַי איך האָב אים אַ נאָמען געגעבן „שלימזל“...

― שטאָ עטאָ זנאַטשיט что это значит: װאָס מײנט דאָס „שלימאַזאָט“? ― האָט דער קװאַרטיראַנט זיך אָנגעפֿרעגט בײַ דער טאָכטער, געמײנט אַ פּנים, אַז דאָס האָט אַ שײַכות צו,,פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

דאָס װאָרט „שלימאַזאַט“ האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿרײלעכן געלעכטער בײַ דער טאָכטער מיט דער מוטער, און דער קװאַרטיראַנט, װאָס האָט זיך געשפּיגלט אין בעטיס װײַסע, קלײנע, פּערלדיקע צײנדלעך, האָט געװאָלט באַװײַזן, אַז כאָטש ער רעדט ניט קײן ייִדיש, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער כּמעט איטלעכס װאָרט.

― אױב עס װענדט זיך נאָר אין „מאַזאָט“ ]мазать: שמירן, װעלן מיר „מאַזשן“ (שמירן)! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן און באַװיזן מיט דער האַנט, װי אַזױ ער װעט שמירן...

דאָס האָט שױן אַרױסגערופֿן בײַ דער מוטער מיט דער טאָכטער אַזאַ הילכיקן געלעכטער, אַז אױף זײ קוקנדיק האָט זיך שױן דער קװאַרטיראַנט אױך צעלאַכט.

― װאָס פֿאַר אַ געלעכטער דאָ אױף אײַך? ― האָט זיך אָנגערופֿן דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, שטרענג, װי זײַן שטײגער אין, אַרײַנגעפֿלױגן אין שטוב אַרײַן װי אַ װינט, אָן אַ קלונג, װײַל ער האָט בײַ זיך אַ שליסל צו דער טיר, ― װאָס איז דאָ בײַ אײַך אַזױ פֿרײלעך?... קומט אים שױן מזל־טובֿ? ― האָט ער אַ זאָג געגעבן צום װײַב און צו דער טאָכטער, אָנװײַזנדיק אױפֿן קװאַרטיראַנט.

דער דאָזיקער „מזל־טובֿ“ האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿרישן געלעכטער בײַ דער מוטער מיט דער טאָכטער, און אױף זײ קוקענדיק האָט געלאַכט אױך דער קװאַרטיראַנט.

אַלע דרײַ האָבן געלאַכט, געשמאַק געלאַכט, הנאה געהאַט פֿון זײער לאַכן. און דוד שאַפּיראָ איז געשטאַנען און אָנגעקוקט זײ װי די משוגעים, ניט געװאָלט זײ שענקען אַפֿילו אײן־און־אײנציק שמײכעלע פֿון זײַנע שטרענג בײזע אױגן.

אין קורצע װערטער האָט אים די טאָכטער איבערגעגעבן דעם אומגליק, װאָס זײער קװאַרטיראַנט האָט געטראָפֿן. האָט ער זיך אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ און גאָר ניט געװאָלט גלױבן. סטײַטש! אַ מעדאַליסט!?...

דערנאָך האָט ער זיך געװענדט צום װײַב:

― זעסט דו? און דו זאָגסט טאָג װי נאַכט: מעדאַל! מעדאַל! אָט האָסט דו דיר אַ מעדאַל! נאַ!

און נישט אױסהערנדיק, װאָס שׂרה װעט אים ענטפֿערן, האָט ער זיך אַ קראַץ געגעבן הינטערן אױער, שטאַרק פֿאַרקנײטשט דעם שטערן און אָנגערופֿן זיך צו זיך אַלײן:

― אַי־אַי! אַי־אַי! אַי! גאַרטל זיך אונטער, דוד, ― דו האָסט אױף זיך אַ פּעקל! אַ גוט פּעקל!!

דאָס צװעלפֿטע קאַפּיטל

דער שׂכל פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“

אױף אונדזער שאַפּיראָן לאָזט זיך זאָגן דעם שבֿח, אַז אין דעם ענין פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז ער געװען אַ ספּעציאַליסט. מע קען זאָגן: אַ גאָון. דעריבער האָט שאַפּיראָ און ניט קײן אַנדערער גענומען זיך מיט גרױס ענערגיע מאַכן פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ אַזעלכע, אַז ס'זאָל „זײַן מיטן קנאַק“!

― אַ בחור, װאָס האָט אַן אַטעסטאַט פֿון אַ גימנאַזיע, נאָך מיט אַ מעדאַל דערצו, ― אַזױ האָט געזאָגט צו אים דוד שאַפּיראָ, װיבאַלד מע האָט געבראַכט צו טראָגן דעם קװאַטיראַנטס דאָקומענטן פֿון פּאָליציע, און בעת־מעשׂה האָט שאַפּיראָ געציטערט אַ סך מער פֿונעם קװאַרטיראַנט, ממש אַ צאָן אָן אַ צאָן האָט אים געשלאָגן, ― אַזאַ בחור, זאָג איך, האָט ניט װאָס צו זאָרגן פֿאַר אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. צען פֿאַר אײנע! װוּ שטײט עס געשריבן, אַז הערש ראַבינאָװיטש באַדאַרף זײַן דװקא אַ דאָקטאָר מעדיצין? און אַז ער װעט זײַן נאָר אַ דאָקטאָר מיט די צײן (אַ דאַנטיסט) איז אים װינציק?

און מיט די װערטער איז ער אַװעק מיטן קװאַרטיראַנט גלײַך אין אַ „זובאָװראַטשעבנע שקאָלע [зубоврачебные школе: דענטיסט־שול“ און האָט זיך באַדונגען און אים פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט אײנס־צװײ־דרײ.

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ: אײנס־צװײ־דרײ. עס איז געװען דערבײַ נאָך גענוג װאָס צו טאָן. פּאַפּירן, פּאַפּירן און פּאַפּירן! נאָר דוד שאַפּיראָ שרעקט זיך ניט איבער פֿאַר אַזױנע זאַכן. דוד שאַפּיראָ איז, װי איר קוקט אים אָן, אַ מענטש אַ געניטער, װאָס האָט שױן די צײן אױפֿגעגעסן אױף דעם, אַ געשלאָגענער הונט, װי ער אַלײן זאָגט אױף זיך. װאָס ער איז אױסגעשטאַנען, זינט ער האָט זיך באַזעצט אין דער דאָזיקער הײליקער שטאָט, ביז ער האָט מען זײַן רעכטע, כּשרע פּראַװאָזשיטעלסטװע, צוליב דעם, װאָס זײַן סיאָמקע איז אַ גימנאַזיסט ― דאָס לאָזט זיך גאָר ניט דערצײלן, ניט באַשרײַבן.

― אַן עבֿירה, װאָס איר זענט שװאַך אין אונדזער לשון! ― האָט ער געזאָגט צום קװאַרטיראַנט, צו ראַבינאָװיטשן, נאָכדעם װי ער איז געקומען מיט אים פֿונעם דאַנטיסט און אַװעק מיט אים אין פּאָליציע אַרײַן, געהאַט גרױסע צרות, װאָרעם פּאָליציע האָט אים שױן געהאַט געשטעמפּלט דעם פּאַס מיט רױטן: „נאַ װײעזד װדװאַדצאַט טשעטירע טשאַסאַ веезд вдвадцать четыре часа: אַרױפֿאָרן און 24 שעה“. ― ע! װען איר זאָלט פֿאַרשטײן אונדזער לשון און קאָנען שרײַבן ייִדיש, װאָלט איר געהאַט פֿון מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע אָט אַזאַ בוך צו מאַכן! (דאָ האָט אים שאַפּיראָ באַװיזן מיט דער האַנט פֿון דער ערד ביז כּמעט צו דער סטעליע, אַזױ אַז װען עמיצער שרײַבט אָן אַזאַ גראָבן בוך, װאָלט עס טאַקע באמת געװען אַ גװאַלד!

און כאָטש דער קװאַרטיראַנט איז „שװאַכלעך אין אונדזער לשון“, און װעט „אָט אַזאַ בוך“ אױף ייִדיש ניט קאָנען מאַכן, דאָך האָט אים שאַפּיראָ צוליב געטאָן און האָט אים דערצײלט אַזױ פֿיל מוראדיקע און מאָדנע גוזמאדיקע מעשׂיות, קאָמישע עפּיזאָדן, שרעקלעכע היסטאָריעס און װוּנדערלעכע געשעענישן, װאָס װען דערבײַ זאָל ניט געװען זיצן די פֿרױ שאַפּיראָ, און דער עיקר די טאָכטער בעטי, װאָלט דער קװאַרטיראַנט רעכט געהאַט צו דענקען, אַז זײַן בעל־הבית פֿאַנטאַזירט, האַקט אַ טשײַניק, טראַכט אױס זאַכן, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן. װאָרעם װי איז דאָס מעגלעך צו גלױבן, אַז אײן מענטש אַלײן, ער מעג זײַן אַפֿילו אַ גלית הפּלשתּי, אַ שמשון הגיבור אָדער, לפּחות, אַ איליאַ מוראָמעץ, זאָל קאָנען איבערטראָגן אױף זיך אַזאַ פּאַק מיט צרות, גזירות און רדיפֿות, און גאָר ניט אין אַזאַ לאַנגער צײַט, און נישט האָבן אַפֿילו קײן אײן גרױע האָר?...

װיפֿל מאָל, מײנט איר, איז שױן אָט דער דוד שאַפּיראָ געװען אַרױסגעשיקט פֿון פּעטערבורג און פֿון מאָסקװע און פֿון אַנדערע רוסישע שטעט? װיפֿל מאָל, שטעלט איר זיך פֿאָר, איז ער שױן געגאַנגען מיטן עטאַפּ, געשלאָסן האַנט אין האַנט מיט אַלערלײ גנבֿים, גזלנים און קעפּשנײַדער? אין װיפֿל טורמעס, אַ שטײגער, איז ער געװען צו גאַסט, און מיט װאָסערע פֿאַרברעכער, למשל, האָט ער זיך ניט באַקענט? און איבער װאָס, מײנט איר? נאָר צוליב אײן־און־אײנציקער עבֿירה ― װאָס זײַן זײדע האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, ניט געװאָלט אױסבײַטן דאָס רענדל!... און דאָ? טאַקע אָט דאָ, אין דער הײליקער שטאָט? װיפֿל מאָל, רעכנט איר, איז ער געשטאַנען אין אַ סכּנה אַרױסגעשיקט צו װערן? און װער זאָגט עס, אַ שטײגער כּדומה למשל, אַז הײַנט איז ער שױן אױסער געפֿאַר? אַז הײַנטיקע נאַכט קאָן מען ניט קומען צו אים, אױפֿװעקן פֿון שלאָף און בעטן מחילה, ער זאָל זיך מטריח זײַן: „אַ פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ“... אַזױ װי ער האָט שױן געהאַט ניט אײן מאָל אין פּעטערבורג און אין מאָסקװע און אַנדערע שטעט...

שאַפּיראָ הערט ניט אױף צו דערצײלן חידושים און װוּנדער פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, און זײַן קװאַרטיראַנט הערט אים אױס און טראַכט זיך: „רבונו־של־עולם! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין אומה אױף דער װעלט, װאָס מע יאָגט זי און מע רודפֿט זי װי אַ הונט, און זי זאָל עס, אַ שטײגער, אַרױס מיט אַ פּראָטעסט. שאַפּיראָ איז דאָך נישט אײנער, דאָס גאַנצע פֿאָלק זײַנס איז דאָך אַזױ... אײן מענטש אַז ער שרײַט, גײט זײַן קול פֿאַרלױרן מיטן װינט און מיטן רױך, אָבער אַ פֿאָלק, אַ גאַנץ פֿאָלק זאָל אױפֿהײבן אַ קול, װאָלט דאָס שרײַען, דאַכט זיך, דערגרײכט פֿון אײן עק װעלט ביזן אַנדערן!... אַלע הימלען װאָלטן זיך געטרײסלט!... אַ מאָדנע פֿאָלק! אָט זיצט זיך אַ ייִד שאַפּיראָ, אָ מענטש, דאַכט זיך, גלײַך מיט אַלע מענטשן, און רעדט פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע, דאָס הײסט, פֿון אַ רעכט, װאָס געהערט ניט נאָר יעדן מענטשן, נאָר יעדער חיה און יעדער בהמה!... נײן, ער געפֿינט נאָך אין זיך מוט צו רעדן מיט אַזאַ טאָן: „פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ“?!

― װי איז דאָס מעגלעך ― פֿרעגט ער בײַ שאַפּיראָן ― װי איז דאָס מעגלעך, מע זאָל אײַך אַרױסשיקן? און װוּ איז אײער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“?

― מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע, כאַ־כאַ־כאַ? ― צעגיסט זיך שאַפּיראָ פֿאַר געלעכטער. ― װאָס הײסט מײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע? װי קאָן איך זאָגן, למשל, מײַן האַנט? אָדער מײַן פֿוס? די האַנט איז מײַנע, כּל־זמן איך שרײַב מיט איר, אָדער איך עס מיט איר. דער פֿוס איז מײַנער, כּל־זמן איך גײ אױף אים. און אַנו, לאָז גאָט װעלן צונעמען בײַ מיר אָט די האַנט אָדער אָט דעם פֿוס, װעמענס װעלן זײ שױן דעמאָלט זײַן? פּונקט אַזױ איז מיט מײַן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. כּל־זמן דער זאַקאָן איז אַ זאַקאָן, אַז צוליב קינדער, װאָס לערנען אין גימנאַזיע, מעגן זײערע פֿאָטער און מוטער װױנען ― איז גוט. װי איז אָבער דער דין, אַז טאָמער געפֿינט זיך אַ חכם און װײַזט אָן, אַז דער זאַקאָן זאָגט בפֿירוש, אַז נאָר יענע קינדער מעגן לערנען אין גימנאַזיע, װעמענס פֿאָטער און מוטער האָבן פּראַװאָזשיטעלסטװע? איר פֿאַרשטײט אַ שׂכל? אַי, בלײַבט דאָך װידער אַ קשיא: װי אַזױ קאָן איך האָבן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אײדער איך האָב באַקומען די פּראַװאָזשיטעלסטװע? איר פֿאַרשטײט, צי נײן? איר הערט זיך נאָר צו מיט קאָפּ. עס איז גלײַך װי איר זאָלט מיך פֿרעגן, למשל: װי אַזױ האָב איך געקענט געבױרן װערן אײדער מײַן טאַטע־מאַמע זענען נאָך גאָר אױף דער װעלט געװען? דאָס אײגענע פֿרעגן אונדזערע תּלמודיסטן: װי אַזױ איז דאָס געמאַכט געװאָרן די ערשטע אײַזערנע צװאַנג, אַז אױף צו אױסהאַלטן אַ צװאַנג אױפֿן פֿײַער מוז מען האָבן אַ צװאַנג? איר פֿאַרשטײט, װי טיף דאָס איז? נו? װאָס זשע שװײַגט איר? ― זאָגט דער בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און דערלאַנגט אים מיטן עלנבױגן אין זײַט אַרײַן.

װאָס קאָן אים דער קװאַרטיראַנט זאָגן דערױף? ער האַלט אָפֿן מױל און אױגן און הערט. װיבאַלד, אַז צו אַזאַ הימלשרײַענדע געשיכטע װי „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איז דאָ אַזאַ מאָדנע פֿילאָזאָפֿיע פֿון אַ האַנט מיט אַ פֿוס און אַ תּלמודישער פּילפּול פֿון אַ צװאַנג מיט אַ צװאַנג... איז שױן ניטאָ מער קײן װערטער בײַ אים! און אַגבֿ זיצט אַקעגן, אָט דאָ בײַם טיש, בעטי, די שײנע שװאַרץ־חנעװדיקע בעטי, כּלומרשט איבער אַ ביכל, נאָר ער איז איבערצײַגט װי צװײ מאָל צװײ, אַן כאָטש זי קוקט אין ביכל אַרײַן, װײסט זי גאַנץ גוט, װי ער, ראַבינאָװיטש, קוקט אױף איר, און זי װײסט גאַנץ גוט, אַן ער טראַכט פֿון איר, װאָרעם ערשט הײַנט אינדערפֿרי האָט ער איר פֿאַרבײַגײענדיק אַ זאָג געגעבן: „בעטי, איך האָב אײַך עפּעס צו זאָגן...“ און כאָטש ער האָט איר נאָך גאָרנישט געזאָגט, װאָרעם אין יענער מינוט איז אױסגעװאַקסן די מוטער, אים אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, אַז איר סיאָמקע האָט הײַנט געבראַכט פֿון גימנאַזיע צװײ פֿינפֿן; נאָר דאָס, װאָס ער האָט איר געזאָגט, איז געװען גאַנץ גענוג, אַן זי זאָל װערן אָנגעצונדן װי אַ שפּיץ דאַך אױף דער פֿאַרגײענדיקער זון... נישקשה, בעטי איז גענוג קלוג, זי זאָל פֿאַרשטײן, װי װײַט ער, ראַבינאָװיטש, האָט זי ליב, און װי װײַט זי, בעטי, איז בײַ אים טײַער...

און נישט גאָר בעטי, אַפֿילו בעטיס מוטער, שׂרה, איז אים אין דער מינוט געװאָרן ליב און טײַער. שׂרה שאַפּיראָ האָט אים הײַנט אָנגעזאָגט אַ צװײטע בשׂורה, װאָס איז בײַ אים געװען נאָך אַ סך אָנגעלײגטער, װי דאָס, װאָס סיאָמקע האָט געכאַפּט צװײ פֿינפֿן אין גימנאַזיע. שׂרה שאַפּיראָ האָט אױסגענוצט דעם מאָמענט, װען די טאָכטער איז ניט געװען אין שטוב, און אַ זאָג געגעבן דעם קװאַרטיראַנט, אַז זי האָט צו אים אַ געשעפֿט.

― אַ שטײגער?

― אַ שטײגער, איך װיל, איר זאָלט רעפּעטיטעװען (ניט געװען בעטי, װאָס זאָל איר צורעכט מאַכן דאָס װאָרט!) מיט מײַן טאָכטער גלײַך װי איר רעפּעטיטעװעט מיט מײַן זון. צאָלן קאָן איך אײַך ניט. נאָר װאַרעמעס און װעטשערע קאָן איך אײַך געבן דערפֿאַר אומזיסט...

ראַבינאָװיטש איז געװען שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און ניט אַרומגעכאַפּט די בעל־הביתטע קושן פֿאַר אַזאַ טײַערער בשׂורה! צװײ בשׂורות: ערשטנס, װאָס ער װעט לערנען מיט בעטין. צװײטנס, װאָס ער װעט עסן מיט בעטין בײַ אײן טיש! נײן, די װעלט פֿאַרמאָגט ניט קײן סך אַזעלכע בעל־הביתטעס װי זײַן בעל־הביתטע, ― אין דער ערד אַלע בעל־הביתטעס און אַלע װײַבער פֿון דער גאַנצער װעלט פֿאַר אָט דער שׂרה שאַפּיראָ!

און ראַבינאָװיטש האָט אָנגענומען די בעל־הביתטע פֿאַר אַ האַנט און האָט איר געדאַנקט װאַרעם און געשמאַק און האָט פֿאַרזיכערט זי, אַן ער נעמט אָן מיט פֿאַרגעניגן, װאָס זי לײגט אים פֿאָר. מיט פֿאַרגעניגן! מיט גרױס פֿאַרגעניגן!

― נאָר װאָס דען? מיט אַ תּנאַי, ― האָט אים שׂרה שאַפּיראָ אױסגענומען.

בײַ ראַבינאָװיטשן האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן:

― צום בײַשפּיל?

― טײ און צוקער זאָל זײַן אײַערע.

ראַבינאָװיטש האָט דערפֿילט, װי טױזנט פּוד איז אים אַראָפּ פֿון דער נשמה.

― פֿאַרשטײט זיך, מײַנע! פֿאַרשטײט זיך!

אין דעם קומט אָן בעטי, װעלכע האָט מיט אײן קוק געכאַפּט, װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען, און האָט געגעבן דער מוטער אַן אױסרײד אױף ייִדיש:

― האָסט קײן צײַט ניט געהאַט, ביז איך אַלײן װעל פֿאָרלײגן?...

און צום קװאַרטיראַנט האָט זי זיך געװענדט אױף רוסיש, און אַ ליבלעך שמײכעלע האָט געשװעבט אױף אירע שײנע ליפּן, און אַ שטראָם מיט פֿאַרב האָט באַגאָסן אירע שײנע באַקן ביז די חן־גריבעלעך:

― דאָרט, װוּ עס קער זיך אָן מיט לערנען די קינדער, װערט מײַן מאַמע אַ מענטש פֿון געשעפֿט...

― אָ! טײַערע, טײַערע בעטי! ― טראַכט זיך ראַבינאָװיטש און נעמט זי דורך מיטן קוק. ― נאָר אַזאַ מלאך פֿון הימל, װי בעטי, קאָן האָבן אַזאַ מוטער! און נאָר אַזאַ מוטער, װי אָט די שׂרה שאַפּיראָ, קאָן האָבן אַזאַ טאָכטער, װי בעטי!...

דאָס דרײַצנטע קאַפּיטל

יהודית

עס קאָן זײַן, אַז מיר האָבן זיך אַ ביסל צוגעאײַלט דערמיט, װאָס מיר האָבן אַרױסגעגעבן דוד שאַפּיראָן אַן אַטעסטאַט, אַז אין הלכות פּראַװאָזשיטעלסטװע איז ער אַ ספּעציאַליסט און אַ גאָון. אין עטלעכע טעג אַרום, נאָך דעם װי זײַן קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש האָט זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, האָט זיך בײַ שאַפּיראָן אין שטוב געטראָפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע. אײנע פֿון יענע קאַטאַסטראָפֿעס, װאָס טרעפֿן זיך ניט זעלטן ― און אין דער לעצטער צײַט גאַנץ אָפֿט, כּמעט אַלע נאַכט ― אין דער אוניװערסיטעט־שטאָט, װוּ עס קומט פֿאָר אונדזער אױסערגעװײנטלעכער ראָמאַן.

עס איז שױן געװען װײַט נאָך האַלבע נאַכט, אַז בײַ שאַפּיראָן אין װױנונג האָט זיך דערהערט אַ קלינגען אין דער טיר. נאָר אַזאַ קלינגען, װאָס קאָן אױפֿװעקן אַ טױטן: דזין־דזין־דזין־דזין־דזין־דזין ― גאָר אָן אַן אױפֿהער. אַן אַנדערער אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט זיכער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון באָט, אָדער אַרױסגעשפּרונגען דורך אַ פֿענצטער. שאַפּיראָ איז דאָך אָבער, װי מיר װײסן שױן, אַ מענטש אַ געניטער, איז ער שױן גוט באַקאַנט מיט דעם אַרט קלינגען. ער װײסט, אַז אַזױ קלינגען קלינגט מען נאָר, אָדער דעמאָלט, װען, דאָס גאַנצע הױז איז אַרומגענומען אין פֿלאַם־פֿײַער, און מע װיל אַרױסראַטעװען לעבעדיקע נפֿשות, אָדער דעמאָלט, װען מע מאַכט אַן אָבלאַװע אױף ייִדן; בלשון פּאָליציע װערט עס אָנגערופֿן: „מע מאַכט אַ רעװיזיע אױף די ניט צוגעשריבענע“.

רופֿט עס אײַך אָן װי איר װילט, אָבלאַװע, רעװיזיע ― נאָר מע קלינגט אײַך אַזױ לאַנג, ביז איר עפֿנט ניט אױף די טיר. און אַז איר עפֿנט אױף די טיר, טוען זיך אַ שיט אַרײַן צו אײַך געסט: פּריסטאַװעס, נאַדזיראַטעליעס надзиратель: אינספּעקטאָרן, גאָראָדאָװאָיס און װאָס איר װילט, און מע הײסט אײַך אױפֿװעקן די גאַנצע שטוב, יונג און אַלט, קלײן און גרױס. און מע הײסט זיך װײַזן דאָקומענטן. די דאָקומענטן װערן איבערגעשריבן, די מענטשן װערן איבערגעקוקט און איבערגעצײלט, און אױב ס'איז אַלצדינג אין אָרדענונג, לאָזט מען אײַך אָפּ געזונטערהײט און מע צעגײט זיך, און איר קאָנט אײַך נאָכדעם טאָן, װאָס איר װילט: שטעלן דעם סאַמאָװאַר און טרינקען טײ, אָדער צוריק זיך לײגן שלאָפֿן, אױב איר קאָנט, און עס מעגן זיך אײַך חלומען זיסע חלומות...

טאָמער זענען בײַ אײַך אָבער די פּאַפּירן, חלילה וחס, ניט אין אָרדענונג, אָדער טאָמער געפֿינט מען בײַ אײַך, חס־ושלום, טריפֿה סחורה, קאָנטראַבאַנד, דאָס הײסט, אַ ייִדישע נשמה אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, בעט מען אײַך, איר זאָלט אײַך מטריח זײַן אָנטאָן װאָס גיכער, און מוחל זײַן גײן מיט דער חבֿרה אַהין ... דאָרט װעט מען אײַך שױן חוקר־ודורש זײַן, און מע װעט אײַך אָנשרײַבן מיט רױטן „װדװאַדצאַט טשעטירע טשאַסאַ אין 24 שעה“ אָדער מע װעט אײַך עקספּעדירן מיט גרױס כּבֿוד אין אײַער געבורטשטאָט, װוּ איר קאָנט זיך זען מיט אַלע אײַערע פֿעטערס און מומעס, װאָס איר האָט זײ שױן אַזאַ צײַט ניט געזען...

דוד שאַפּיראָ, װײַל ער איז אַ געניטער מענטש, װאָס איז קלאָר אין אַלצדינג, אַפֿילו אין הלכות אָבלאַװע, האָט געפֿונען, אַז ער האָט ניט װאָס אױסצופֿײַנען זיך פֿאַר די ניט גערופֿענע געסט, און אַז ער װעט זײ אױפֿנעמען אָן אַ סמאָקינג, איז אױך אָן אַן אומגליק. דעריבער האָט ער זיך ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, געכאַפּט אַ קורץ פּידזשאַקל אױף די אונטערשטע לאַנגע תּחתּונים מחילה, אַרײַנגעשטעקט די באָרװעסע פֿיס אין די שטעק־שיך און גענומען, קודם־כּל, רײַבן שװעבעלעך, װעלכע האָבן בשום אופֿן ניט געװאָלט זיך אָנצינדן, ביז ס'איז ניט אױפֿגעשטאַנען שׂרה שאַפּיראָ פֿון איר געלעגער:

― שאַלאָװילע, װאָס רײַבסט דו? ― האָט זי אים געזאָגט, און אױסגעריסן בײַ אים די שװעבעלעך פֿון די הענט. ― רײַבט און רײַבט! האָט קײן צײַט ניט! קוריערסקי פּאָיעזד курьерский поезд: גיכע באַן! דער רוח װעט זײ ניט נעמען, אַז זײ װעלן שטײן אין דרױסן נאָך אַ ביסל און קלינגען!

מיט די װערטער האָט אים שׂרה אָנגעצונדן אַ קלײן לעמפּל מיט אַ פֿאַררױכערט גלעזל, און דוד איז אַראָפּגעלאָפֿן עפֿענען די טיר. גיך האָבן זיך דערהערט אַ סך פֿיס אױף די טרעפּ, און בײַ שאַפּיראָן אין שטוב איז געװאָרן שׂשׂון־ושׂימחה, ליכטיק אין אַלע װינקעלעך, אַזױ ליכטיק, אַז װיפֿל שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך ניט געהילט אין דער קאָלדרע, װאָס זי האָט אױף זיך געכאַפּט אין גרױס אימפּעט, האָט זי פֿאָרט נישט געקאָנט זיך אײַנהילן, אַז מע זאָל ניט אַרױסזען אָדער די נאַקעטע ברוסט, אָדער די באָרװעסע פֿיס. פֿון די האָר, װאָס האָבן זיך בײַ איר צעפֿלאָכטן און צעװאָרפֿן איבער די נאַקעטע אַקסלען, שמועסט מען ניט. און װער איז שולדיק, אַז ניט ער, דער „קוריערסקי פּאָיעזד“? נעכײַבי װאָלט ער אַזױ ניט געפֿלױגן עפֿענען די טיר, װאָלט זי געקאָנט צונױפֿנעמען די האָר, אָדער כאַפּן אױף זיך אַ קלײדל.

― װיפֿל זענט איר דאָ? ― האָט זיך אָנגערופֿן צו דודן אַ טשינאָװניק, אַ הױכער, אַ ברײטבײניקער, מיט גראָבע ליפּן פֿון אַ בעל־תּאװהניק, מיט רױטלעכע פֿאַרשלאָפֿענע אױגן, און האָט אױסגעצױגן אַ לאַנגן הילכיקן גענעץ, װי אַ געזונטער מענטש, װאָס דאַרף נאָך שלאָפֿן.

― מיר זענען דרײ, ― האָט אים דוד שאַפּיראָ אָפּגעענטפֿערט, זיך אָנגענומען מיט קוראַזש, כאָטש די צײן האָבן זיך אים געטרײסלט װי אין אַ קדחת, און װי אַ מענטש אַ געניטער „אין די זאַכן“, האָט ער ניט געװאַרט, ביז מע װעט אים זאָגן דאָס װאָרט „פּאַטשפּאָרט!“ און האָט זיך אַלײן גענומען צום סורדוט, װאָס אױף דער װאַנט, אױפֿגעשפּיליעט די בוזעם־קעשענע און אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן דעם פּאַספּאָרט מיט דער פּראַװאָזשיטעלסטװע מיט די איבעריקע פּאַפּירן, און אונטערגעטראָגן זײ דעם טשינאָװניק גאַנץ עלעגאַנט, מיט אַ שאַר מיט אַ פֿוס, גאָר מעשׂה קאַװאַליר, פֿאַרגעסן, אַ פּנים, אַן ער גײט באָרװעס, מיט אַ קורץ װײטיקל אױף די װײַסע תּחתּונים.

― זאָגסט דו, אַז דרײַ? ― מאַכט צו אים דער האַלב פֿאַרשלאָפֿענער טשינאָװניק און קוקט זיך אָן מיט די רױטלעכע אױגן אױף דער מאַדאַם שאַפּיראָ, און טראָגט אונטער צו איר פּנים אַ העל־לײַכטנדעס לאַמטערנדל ― און זי װײס גיט, װאָס זי זאָל טאָן מיט די צעװאָרפֿענע האָר, מיט די נאַקעטע ברוסט און מיט די באָרװעסע פֿיס... פּלוצעם דערמאָנט זי זיך, אַז איר מאַן האָט געזאָגט אַזעלכס, װאָס ס'ניט געהערט צו װערן: װאָס הײסט, זײ זענען דרײַ, אַז זײ זענען אײגנטלעך פֿיר, און ניט פֿיר, נאָר מיטן קװאַרטיראַנט זענען זײ גאָר גאַנצע פֿינף!... פֿון שרעק האָט זי שױן פֿאַרגעסן, אַז זײ זענען דאָ ניט אַלײן, און האָט אױסגעצױגן צו איר מאַן אירע נאַקעטע הענט און גענומען אױסשמועסן זיך מיט אים אױף ייִדיש:

― דוד! גאָט איז מיט דיר! װאָסערע דרײַ? דאָסט פֿאַרגעסן, אַז מיר זענען פֿינף?

דוד האָט זיך געריבן די אױגן, גלײַך װי ער װאָלט דערהערט מי יודע װאָס פֿאַר אַ נײַעס.

― פֿינף? װי אַזױ קומט אױס נאָך דײַן חשבון פֿינף?

― ראָכמײַסטער מײַנער! איך און דו איז ניט צװײ. בעטי איז ניט דרײ. סיאָמקע איז ניט פֿיר...

דוד האָט זיך געגעבן אַ פּאַטש אין שטערן, אױסגעשפּיגן אָן אַ זײַט און אָנגערופֿן זיך צום טשינאָװניק:

― איך האָב גאָר פֿאַרגעסן. מיר זענען ניט דרײַ, נאָר פֿיר. פֿיר זענען מיר.

― ניט פֿיר ― שרײַט צו אים שׂרה ― ניט פֿיר, נאָר פֿינף!

― פֿאַרװאָס פֿינף? װוּ אין דער חשבון?

― דעם קװאַרטיראַנט האָסט דו פֿאַרגעסן? צי דו װילסט אַלײן נעמען אַן אומגליק אױף דײַן קאָפּ?...

― טפֿו זאָל דאָס װערן! ― האָט שאַפּיראָ װידעראַמאָל זיך מכבד געװען מיט אַ פּאַטש אין שטערן און מיט אַ שפּײַ אױס, און אָנגערופֿן זיך צום טשינאָװניק, כּלומרשט מיט אַ שמײכעלע:

― איך האָב מיך שױן גאָר פֿאַרפּלאָנטערט. מיר זענען ניט דרײַ און ניט פֿיר, מיר זענען פֿינף.

― טעעעקס так: אַזױ! ― האָט דער טשינאָװניק אױסגעצױגן, ניט אױפֿגעהערט זיך צו שפּיגלען אין שׂרה שאַפּיראָס שװאַרצע האָר, װאָס האָבן זיך צעװאָרפֿן אױף אירע קלאָר־װײַסע נאָך גאַנץ יונגע ברוסט. ― פֿינף זאָגסט דו? אפֿשר זעקס? אפֿשר זיבן? און אפֿשר נאָך און נאָך? איבעריקנס, אָט װעלן מיר באַלד זען.

און דער טשינאָװניק מיט די פֿאַרשלאָפֿענע רױטלעכע אױגן האָט אַ װוּנק געגעבן צו זײַנע באַהעלפֿערס, מע זאָל מאַכן אַ רעװיזיע, און די באַהעלפֿערס האָבן זיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט. בעטן און שאַפֿעס, טישן און בענקלעך זענען געװען איבערגעקוקט עטלעכע מאָל. פֿון סיאָמקען האָט מען אַראָפּגעצױגן די קאָלדרע און צוגעטראָגן אים צום פּנים אַ רעפֿלעקטיװ לאַמטערנדל, אַזױ אַז סיאָמקע האָט זיך פֿאַרשעמט און צעלאַכט. דאָס אײגענע האָט געזאָלט פֿאָרקומען אױך מיט בעטין, האָט בעטי זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף און אַ שפּרונג אַראָפּ פֿון בעט, מיט כּעס זיך אײַנגעהילט אין אַ לײַלעך, און געבליבן שטײן אױג אױף אױג מיטן האַלב פֿאַרשלאָפֿענעם טשינאָװניק, מיט די בעל־תּאװה ליפּן, װאָס האָט געװאָרפֿן מיט זײַנע רױטלעכע אױגן פֿון דער טאָכטער אױף דער מוטער און פֿון דער מוטער אױף דער טאָכטער, פֿאַרגלײַכנדיק, אַ פּנים, װעלכע פֿון די צװײ װאָלט ער אַ בעלן געװען צו האָבן...

― דער שװאַרץ־יאָר זאָל זײ װיסן, װער ס'איז שענער! ― אַזױ האָט ער געטראַכט בײַ זיך אין האַרצן. ― דער רוח האָט זײ בײדע ניט גענומען! שײן זענען זײ בײדע. נאָר די קלײנע איז רײַצנד! װענוס... יונאָנאַ... אַפֿראָדיטאַ... האָבן זיך אים געפּלאָנטעט אין זײַן זכּרון אַלערלײ נעמען, װעלכע ער האָט אױסגעלײענט אין די ראָמאַנען. און פֿון די אַלע נעמען האָט ער פֿאַרגעסן אײן נאָמען, װעלכער װאָלט זיך אַמבעסטן געפּאַסט אין דער דאָזיקער מינוט פֿאַר דער שײנער בעטין מיט איר קלאָר מאַטעװע פּנים, מיט דער אױסגעטאָקטער נאָז, מיט די פּרעכטיקע טונקעלע האָר, מיט די געדיכטע ברעמען און מיט די גרױסע קאַרע אױגן, װאָס האָבן געברענט אין דער מינוט מיט אַ פֿײַער פֿון צער און פֿון צאָרן.

יהודית ― איז געװען דער דאָזיקער נאָמען.

דאָס פֿערצנטע קאַפּיטל

אָן הענט!

װען אונדזער ראַבינאָװיטש זאָל טאַקע זײַן דער אמתער ראַבינאָװיטש, ניט פּאָפּאָװ, װאָלט ער, האָבנדיק אַ מעדאַל און ניט אַרײַן אין אוניװערסיטעט, זיכער אַזױ געשמאַק ניט געשלאָפֿן, װי דער איז געשלאָפֿן אין דער דאָזיקער נאַכט... ניט נאָר ער האָט ניט געהערט ניט קײן מוראדיקע קלונגען, ניט קײן טופּען פֿון אַ סך פֿיס און ניט קײן קולות פֿון אַ סך מענטשן, ער האָט אַפֿילו ניט געהערט, װי דער בעל־הבית זײַנער, דוד שאַפּיראָ, שטײט איבער אים און טאָרעט אים בײַ דער קאָלדרע און װעקט אים אַלע מאָל העכער און העכער: „ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!“... ראַבינאָװיטש איז גאָר געװען װײס איך װוּ! ערגעץ אױף שליטעלעך האָט ער זיך געשליטלט באַרג־אַראָפּ, איבער שנײ, און ניט אַלײן, נאָר דװקא אין צװײען, און דװקא מיט בעטין, װאָס האָט אים אַרומגענומען מיט בײדע הענט, צוגעטוליעט איר פּנים צו זײַן פּנים, אירע חנעװדיקע בעקלעך צו זײַנע ליפּן, און ער קושט זי, קושט זי, קושט זי, און זי לאַכט, רײַסט זיך פֿון זײַנע הענט און לאַכט, און ער קושט זי און קושט זי און ציט זי צו זיך. „װוּהין ציסט דו מיך?“ ― קום, טײַערע! קום, בעטי! „װוּהין?“ ― אַהין, אַהין, אין קלױסטער אַרײַן... „אין קלױסטער? כאַ־כאַ־כאַ! װאָס װעלן מיר טאָן אין קלױסטער?“ ― דאָרט װעלן מיר חתונה האָבן. דאָרט װעל איך דיך נעמען. דאָרט װעסט דו זײַן מײַנע, מײַנע, מײַנע!...

― װאָס באַלעבעטשעט איר: מײַנע, מײַנע, מײַנע? ― זאָגט דער בעל־הבית צום קװאַרטיראַנט און שלעפּט פֿון אים די קאָלדרע. ― שטײט נאָר אױף, פּאָליציע איז דאָ, ראַבינאָװיטש! ראַבינאָװיטש!! ראַבינאָװיטש!!!

― װעלכער רוח ראַבינאָװיטש? פֿון װאַנען האָט זיך דאָ גענומען אַ ראַבינאָװיטש? ― מאַכט דער קװאַרטיראַנט צום בעל־הבית, שלעפּנדיק צוריק מיט אײן האַנט צו זיך די קאָלדרע און מיט דער אַנדערער רײַבנדיק זיך די אױגן, ― װאָס איז? װאָס איז געשען?

― פּאָליציע איז דאָ. אַ רעװיזיע... אַן אָבלאַװע... מײן איך אַ רעװיזיע.

― װעלכער רוח פּאָליציע? װעלכע רעװיזיע? װער דאַרף זי? האַלדז און נאַקן די פּאָליציע!...

― גאָט איז מיט אײַך, ראַבינאָװיטש! װאָס רעדט איר? פּראַװאָזשיטעלסטװע...

דאָס לעצטע װאָרט האָט, אַ פּנים, פֿאָרט געװירקט בעסער פֿון אַלצדינג.

― פּראַװאָזשיטעלסטװע? אַהאַ! איך װײס שױן. װוּ־זשע איז זי?

― װער?

― די פּראַװאָזשיטעלסטװע, צו אַלדי,רוחות!...

― טפֿו זאָל דאָס װערן! איר זאָלט ניט זײַן קײן ייִד, װאָלט איך געזאָגט, אַז איר זענט שיכּור. איר רעדט ניט װי אַ ניכטערער. איך דערצײל אײַך, אַז פּאָליציע איז דאָ, אַן אָבלאַװע, מײן איך, אַ רעװיזיע, פֿרעגט זיך נאָך אױף אײַער פּראַװאָזשיטעלסטװע, פֿרעגט איר מיך: װוּ איז זי?

ערשט נאָך די װערטער און דערזען בײַ דער טיר אַ נאַדזיראַטעל, האָט ראַבינאָװיטש קױם צעקײט, װאָס דאָ טוט זיך, און האָט אָנגעהױבן זיך דערמאַנען, װוּ ער איז אין דער װעלט... פֿון דעסטװעגן, האָט ער דעם רוחס נאָמען איבערגעחזרט נאָך אַ היפּשע עטלעכע מאָל, ביז דער בעל־הבית האָט אים געשטעלט אױף די פֿיס און אַרײַנגעפֿירט אין צװײטן צימער, װוּ ער האָט געטראָפֿן דאָס אױבן־געשריבענע בילד: די בעל־הביתטע שטײן אײַנגעהילט אין אַ קאָלדרע, בעטי ― אין אַ לײַלעך, און אַקעגן זײ דער טשינאָװניק מיט די בעל־תּאװה ליפּן.

די ערשטע מינוט האָט ער ניט אינגאַנצן געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך. מילא, אַ רעװיזיע איז אַ רעװיזיע. אָבער װאָס האָבן דאָ צו שטײן בײדע פֿרױען האַלב נאַקעט?... און װאָס קוקט אױף זײ אָט דער נפֿש מיט אַזעלכע אױגן?...

און עס האָט זיך אָנגעצונדן אין אים אַ פֿײַער אױף דעם נפֿש מיט די גראָבע בעל־תּאװה־ליפּן, װאָרעם ער איז אָנגעקומען פּונקט אין דער מינוט, װען דער טשינאָװניק האָט אױסגעפֿרעגט בײַ בעטין, װיפֿל יאָר זי איז אַלט.

― אַכצן, ― האָט אים די מוטער געענטפֿערט פֿאַר דער טאָכטער, און דער טשינאָװניק האָט איר אָפּגעהאַקט:

― איך פֿרעג ניט בײַ דיר, איך פֿרעג בײַ איר.

― אַכצן, ― האָט אים געענטפֿערט שױן בעטי אַלײן.

― לײַגסט, דושינקאַ, ― האָט איר אַ זאָג געגעבן דער טשינאָװניק מיט אַ שמײכעלע אױף זײַנע בעל־תּאװה־ליפּן און געװאָלט אױפֿדעקן אַ ביסל פֿון איר דעם לײַלעך. איז אױסגעװאַקסן דער קװאַרטיראַנט און אױסגעדונערט אױף אַזאַ קול, אַז אַלע האָבן זיך דערשראָקן:

― אָן הענט!!!

* * *

זינט דער טשינאָװניק איז אַ טשינאָװניק און גײט אױף „רעװיזיעס“, האָט ער נאָך ניט געהערט, אַז אַ ייִד זאָל האָבן אַ העזה אױפֿצוהײבן אַזאַ קול... אַ מינוט אין ער געשטאַנען און געקוקט אױף דעם יונגנמאַן, נישט געקאָנט אױסרעדן אַ װאָרט פֿון איבערראַשונג. נאָכדעם האָט ער אָפּגעאָטעמט און גענומען זיך צום חבֿרה־מאַן:

― דו... װער ביסט דו אַזעלכער?

― װאָס פֿאַר אַ „דו“? אױס דו. הײַנט זאָגט מען „איר“, גיט „דו“...

דער טשינאָװניק האָט אַזש אַראָפּגעלאָזט בײדע הענט, און אַ קרום שמײכעלע האָט זיך באַװיזן אױף זײַנע גראָבע בעל־תּאװה־ליפּן. ער האָט נאָר אַ קוק געגעבן אױף זײַנע באַהעלפֿערס און אַרױסגעלאָזט אַ באַפֿעל:

― נעמען זאָל מען אים!

― מע דאַרף מיך ניט „נעמען“, איך גײ אַלײן, ― האָט ראַבינאָװיטש געזאָגט פֿעסט און איז אינאײנעם מיט די באַהעלפֿערס אַרײַן צו זיך אין חדרל אָנצוטאָן זיך און גײן, װוּהין מע װעט אים פֿירן.

דער טשינאָװניק מיט די בעל־תּאװה־ליפּן, װאָס איז אַ מינוט פֿריִער געװען פֿול מיט יצר־הרע צו אָט די צװײ האַלב־נאַקעטע פֿרױען, און באַזונדער צו דער ייִנגערער, װאָס האָט אױסגעזען אין זײַנע אױגן װי אַ פֿרישע פּרי, אַ שמעקנדיקע צײַטיקע פֿערשקע, נאָך מיט טױ איבערגעדעקט, האָט פֿאַר רציחה נישט געקאָנט רעדן אַ װאָרט. עס האָט אין אים געברענט אַ פֿײַער. ערשטנס, אױף דעם זשידאָװסקי בחור, פֿאַר זײַן חוצפּה און פֿאַר זײַן האַלטן זיך; און צװײטנס, װאָס מע האָט אים צעשטערט זײַנע בעסטע מחשבֿות און אילוזיעס, אַזױ אַז ער האָט שױן כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, װעגן װאָס האָט ער דאָ נאָר־װאָס געטראַכט.

― אַ??? ― האָט ער זיך באַלד דערמאָנט, װאַרפֿנדיק דעם לעצטן קוק אױף בעטין, װאָס האָט אױסגעזען אין דער מינוט, אײַנגעהילט אין װײַסן לײַלעך, װי אַ פּרעכטיקע סטאַטוע, אױסגעהאַקט פֿון מאַרמאָר. ― אַ? װענוס... יונאָנאַ... אַפֿראָדיטאַ... אַן אַפּעטיטנע זשידאָװאָטשקאַ ― ניטאָ װאָס צו רעדן... אַן עבֿירה! אױפֿן אָרט פֿון דעם חוצפּהדיקן בחור װאָלט איך בעסער געװאָלט אָפּפֿירן אָט די... אָט די װענוס פֿון דער ייִדישער גאַס...

און ניט װילנדיק האָט זיך אַרױסגעריסן בײַ אים אַ שװערער זיפֿץ פֿון טיפֿן האַרצן. פֿאַר אָט דעם בן־אָדם איז עס באמת געװען אַ גרױסער שאָדן...

װי האָט ער געקאָנט פֿאָרױסזען בנבֿואה, אַז די דאָזיקע זעלטענע שײנהײט, די דאָזיקע װענוס פֿון דער ייִדישער גאַס, װעט נאָך אַמאָל אַרײַנפֿאַלן צו אים אין די הענט אַרײַן, און נאָך װי אַזױ אַרײַנפֿאַלן?!... דערװײַל די נאַכט שטײט ניט, מע מוז גײן װײַטער. דער טשינאָװניק טרײַבט די באַהעלפֿערס, זײ זאָלן נעמען דעם חבֿרה־מאַן, און דער חבֿרה־מאַן האָט צײַט. ער טוט זיך אָן... דוד שאַפּיראָ האָט זיך אַפֿילו געװאָלט אַרױסשטעלן פֿאַר אַ מליץ־יושר, אַ שתּדלן פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, אָפּגעשװאָרן זיך, אַז ער האָט אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע; אים אַזאַ שטיק גאָלד, װאָס פֿאַר אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע! גאָר װאָס דען? זי געפֿינט זיך נאָך אין דער זובאָװראַטשעבנע зубоврачебна: דאַנטיסט... האָט

אים אָבער דער טשינאָװניק אָפּגעשטופּט מיט דער האַנט, אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו זײַנע באַהעלפֿערס, װאָס האָבן געהאָלפֿן ראַבינאָװיטשן אָנטאָן זיך, און אױסגעשריגן, שױן גאָר אױף דער הױכער אָקטאַװע:

― װאָס באָברעט איר זיך דאָרט אַזױ לאַנג? װעלכע שװאַרצע יאָר? אָקאָרשט װי מע זעט ניט גײט אַװעק די נאַכט! ס'איז נאָך דאָ גענוג קאָנטראַבאַנדענע סחורה אױף דער דאָזיקער גאַס, בײַ די קינדער פֿון ישׂראל! לעבעדיק! רירט זיך! פֿאַרטיק? מאָרש!

דאָס פֿופֿצנטע קאַפּיטל

אַ נאַכט אָן שלאָף

אין דער דאָזיקער צעשטערטער נאַכט איז שױן בײַ שאַפּיראָן אין שטוב קײנער ניט געשלאָפֿן, כאָטש אַלע האָבן זיך שױן װי באַרויִקט, אַװעקגעלײגט זיך צוריק אױף זײערע געלעגערס און אױסגעלאָשן דאָס לעמפּל אױף אַנטשלאָפֿן צו װערן.

עס איז אָבער קײן שלאָף ניט געקומען אױף קײנעם.

דוד שאַפּיראָ מיט דער פֿרױ האָבן געהאַלטן אין פּלאַנעװען אױף מאָרגן. אם־ירצה־השם, מאָרגן, לאָז נאָר װערן טאָג, אַזױ פֿליט אַװעק דוד צום פּאָליצמײַסטער...

― צום פּאָליצמײַסטער? ― שלאָגט אים איבער שׂרה, ― װאָס װעסט דו פֿליִען צום פּאָליצמײַסטער, „קוריערסקי־פּאָיעזד“? פֿריִער דאַרפֿסט דו זײַן אין דער זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך שױן...

― גוט, װאָס דו האָסט מיר געזאָגט! ― כאַפּט אונטער דוד, ― אָן דיר װאָלט איך גאָר ניט געװוּסט מסתּמא, װאָס איך האָב צו טאָן. דאָרט, װוּ ס'איז שײך צו פּראַװאָזשיטעלסטװע, מעגסט דו זיך שױן, נישקשה, פֿאַרלאָזן אױף מיר.

― אַזױ? אַז דו ביסט יאָ אַזאַ בריה, פֿאַרװאָס־זשע האָסט דו ניט געזען, אַז די פּראַװאָזשיטעלסטװע זאָל זײַן בײַ אים אין קעשענע, ראָכמײַסטער מײַנער?

― װאָס זאָל איך רעדן מיט אַ בהמה? איך האָב דיר געזאָגט, דאַכט מיר, זיבן און זיבעציק מאָל, אַז ער איז אַ ייִנגל און אַ ייִנגל און אַ ייִנגל: װיפֿל איך טאָלקעװע אים און טאָלקעװע, אַז אַ ייִד אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין קעשענע איז װי אַ מענטש אָן „װאָזדעך возрух : לופֿט“ און װי אַ פֿיש אָן װאַסער ― הערט ער מיך װי דעם פֿאַר־אַ־יאָריקן שנײ. אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס... אַ מאָדנע נפֿש, אָט דער ראַבינאָװיטש! למאַי אַזױ װי ער האָט נײטיק באַדאַרפֿט אַרױסשפּרינגען קעגן דעם דאָזיקן טשינאָװניק און אױפֿהײבן אױף אים אַ קול, אַז איך בין שיִער טױט געפֿאַלן! ער האָט אין זיך, זאָג איך דיר, אָפּשניצלעך גאָר ניט פֿון קײן ייִדן! איך װײס גאָר ניט, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מין ייִד אױף דער װעלט! האָט קײן מורא ניט פֿאַר קײן זאַך, ניט פֿאַר קײן פּאָליציע, ניט פֿאַר קײן רוח, ניט פֿאַר קײן שװאַרץ־יאָר!...

דאָ מישט זיך שױן אַרײַן די טאָכטער, װאָס קאָן מער ניט איבערטראָגן די דאָזיקע רײד, און גיט אַװעק דעם פֿאָטער אַ גאָב, למאַי ער רעכנט פֿאַר אַ חסרון דאָס, װאָס איז אײגנטלעך אַ מעלה...

שטעלט זיך אַװעק אַקעגן די מוטער, נעמט זיך אָן דעם מאַנס קריװדע, און כאַפּט אױך אַ פּסק פֿון דער טאָכטער. און אָט אַזױ, גײט אַװעק די נאַכט אין אומענדלעכע שמועסן, און פֿון שלאָפֿן האָט מען שױן גאָר פֿאַרגעסן אַפֿילו קלערן.

אַפֿילו דער קלײנער סיאָמקע! סיאָמקע, װאָס איז פֿון קינדװײַז אױף אױסגעװאַקסן אױף אײביקע פּחדים פֿאַר „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ און אין שטענדיקע שרעק פֿאַר פּאָליציע, האָט אױך נישט געקאָנט אַזױ גיך נאָך אַ מאָל אײַנשלאָפֿן.

דער פֿאַקט, װאָס מע האָט צוגענומען פּלוצעם, אין מיטן דרינען, זײַן לערער, איז בײַ אים געװען ניט אַזױ שטאַרק אָפּגעפֿרעגט: נו, מסתּמא איז בײַ אים ניט די,,פּראַװאָזשיטעלסטװע“ װי עס דאַרף צו זײַן... דאָס, װאָס אים האָט ניט געלאָזט שלאָפֿן, איז געװען אַן אַנדער זאַך: װאָס װעט זײַן מיט די אָטמעטקעס отметки: חשבונות אין גימנאַזיע? אָן דעם רעפּעטיטאָר װעט ער נישט ברענגען מער קײן פֿינפֿן )ער װײסט עס פֿאַר געװיס(, און אַז ער װעט ניט ברענגען קײן פֿינפֿן, װעט אים דער טאַטע ניט געבן קײן פֿערציקערס. און אַז ער װעט ניט האָבן קײן פֿערציקערס, װוּ װעט ער נעמען געלט אױף צו גײן אין קינעמאַטאָגראַף?

אַ ביסל האָט אים אױך באַנג געטאָן טאַקע דער רעפּעטיטאָר אַלײן. ― אַ רחמנות ― טאָמער שיקט מען אים מיטן עטאַפּ... און מיט װעמען װעט ער, סיאָמקע, איצט מאַכן די אוראָקן? מיט בעטין? ער האָט פֿײַנט לערנען מיט בעטין. באַלד װערט זי אין כּעס. אַ שװעבעלע! מיט דעם קװאַרטיראַנט לערנען איז גאָר אַנדערש. מיט אים לערנען איז אַ מחיה. ער האָט ליב דעם קװאַרטיראַנט און דער קװאַרטיראַנט האָט ליב אים. ער װײס, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט אים ליב. ער האָט זײ אַלעמען ליב: אים און די מאַמע און בעטין. בעטין נאָך מער װי אַלעמען... דאָס װײס ער פֿאַר געװיס... װאָרעם װאָס דען קוקט ער אַזױ אױף דער שװעסטער, טאַקע אָט דער ראַבינאָװיטש, בעת קײנער זעט ניט?... און פֿאַרװאָס לאָזט ער אַראָפּ די אױגן, אַז די מאַמע קוקט אױף אים, װי ער קוקט אױף דער שװעסטער?...

און די שװעסטער אים ― האָט אױך ליב סכּנות־נפֿשות: װאָרעם אַז ניט, װאָס װערט זי אַזױ רױט אַלעמאָל, װען ער קוקט אױף איר?... און װאָס שרײַבן זײ דאָס בײדע, אײנס דאָס אַנדערע, אױפֿן טאָװל פֿון ביכל אײנציקע אותיות, װאָס מע דאַרף זײַן מיט אַכצן קעפּ, מע זאָל עס קאָנען איבערלײענען!... אַ רחמנות אױף דער שװעסטער, טאָמער בלײַבט זי אָן אַ לערער... נאָר ניט שױן־זשע װעט ער טאַקע צוריק ניט קומען? בײַ װעמען װערט מען עס געװאָר? בײַ בעטין? בעטי איז אין כּעס. זי שװײַגט, נאָר ער װײס, אַז זי איז אין כּעס... טאַטע־מאַמע זענען פֿאַרנומען אין זײער שמועס. מע שמועסט און מע װערטלט זיך. ער איר „בהמה“ און זי אים „קוריערסקי־פּאָיעזד“ ― כאַ־כאַ־כאַ!... נאָר שאַ. אָט האָט בעטי זיך אױך אַרײַנגעמישט אין זײער שמועס. מע באַדאַרף האָרכן, װאָס זאָגט בעטי...

און סיאָמקע הערט זיך אַן, װאָס בעטי זאָגט.

― איך קאָן שױן מער ניט הערן, ― זאָגט זי ― די גאַל קאָן צעזעצט װערן! װאָס האָט איר געװאָלט ― ער זאָל זיך לאָזן טרעטן מיט די פֿיס אַזױ װי איר? קריכן אױף אַלע פֿיר אַזױ װי איר?... אים װעט מען ניט זאָגן דו, אַזױ װי אײַך. זײַט זיכער!...

― אַ גליק האָט אים געטראָפֿן! ― רופֿט זיך אָפּ די מוטער פֿון איר בעט אַרױס, מיט אַ קול פֿון אַ מענטשן, װאָס װאָלט אַ בעלן געװען כאָטש נאָך אַ ביסל שלאָפֿן און קאָן ניט. ― װאָס זאָגסט דו אױף דעם גליק: מע װעט אים שױן ניט זאָגן דו, מע װעט אים זאָגן איר! זײַט־זשע מוחל, װעט מען אים זאָגן, פֿאָרט אײַך געזונטערהײט צוריק קײן שקלאָװ...

― מאָל דיר, דאָס רעדסט דו שױן װי אַ ייִדענע! ― האַקט איר אָפּ דוד פֿון זײַן בעט אַרױס, ― צוריק קײן שקלאָװ װעט מען אים ניט שיקן, מעגסט זיך שױן פֿאַרלאָזן אױף מיר. אַ זאַקאָן איז אַ זאַקאָן. זובאָװראַטשעבנע איז אַזױ גוט װי אוניװערסיטעט. לאָז נאָר װערן טאָג, אַזױ פֿלי איך אַװעק צום פּאָליצמײַסטער.

― װידער אַ מאָל צום פּאָליצמײַסטער? דו קערסט מײנען אין זובאָװראַטשעבנע? ― שלאָגט אירס איבער שׂרה.

― נו, פֿאַרשטײט זיך. פֿריִער אין זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך צום פּאָליצמײַסטער. װעט אים דער פּאָליצמײַסטער באַלד הײסן אַרױס לאָזן. מעגסט שױן זײַן זיכער!

― הלװאַי, רבונו־של־עלום! ― זאָגט שׂרה מיט אַ זיפֿץ. ― פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן...

― נו, דאַנקען גאָט! ― טראַכט זיך סיאָמקע. ― װיבאַלד אַזױ, קאָנען מיר נאָך מאָרגן מאַכן מיט אים די אוראָקן. הײַנט איז סײַ װי ניטאָ ניט קײן מאַטעמאַטיקע, ניט קײן געאָגראַפֿיע. װאָס דען איז הײַנט?

און סיאָמקעס געדאַנקען גײען אַװעק אינגאַנצן מיט אים אין אײנעם אין די אוראָקן, גימנאַזיע, מאַטעמאַטיקע, געאָגראַפֿיע, און ער הערט נישט מער דעם װײַטערן שמועס פֿון דער שװעסטער און דאָס װערטלען זיך פֿון טאַטע־מאַמע. ער דרײט זיך אױס מיטן פּנים צו דער װאַנט, דעקט זיך איבער מיט דער קאָלדרע איבערן קאָפּ און װערט גיך אַנטשלאָפֿן, מיט דעם רויִקן געבענטשטן שלאָף, װאָס איז נאָך מעגלעך נאָר אין די יונגע, גליקלעכע, קינדערשע יאָרן.

דאָס זעכצנטע קאַפּיטל

אין געפֿענקעניש

אַז מע כאַפּט אײַך אױף אין מיטן נאַכט, סאַמע אין בעסטן שלאָף, און מע מאַכט מיט אײַך אַ שפּאַציר איבער עטלעכע פֿינצטערע גאַסן באַרג אַרױף און באָרג אַראָפּ און װידעראַמאָל באַרג אַרױף, און מע טיאָפּקעט זיך מיט אײַך איבער דער אָסיענדיקער בלאָטע מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע סאָלדאַטן, װאָס טרײַבן אײַך מיט אַלע געפֿאַנגענע האַלדז און נאַקן, און איר הערט זיך אָן אַזעלכע רײד מיט אַזעלכע קללות, װאָס איר האָט נאָך אַזעלכס ניט געהערט קײנמאָל, און מע ברענגט אײַך צו פֿירן אין אַ מקום, װוּ ס'איז אָנגערױכערט און אָנגעשטונקען אַזױ, אַז מע זעט ניט די ליכטיקע װעלט, און מע נעמט אײַך און מע זעצט אײַך אַרײַן אינאײנעם מיט שיכּורים און גנבֿים און גאָט װײס מיט װעמען, און איר װילט זיך צוזעצן און ס'איז ניטאָ אױף װאָס, סײַדן אױף דער הױלער שמוציקער און גליטשיקער ערד, און טאָמער װילט איר פּראָטעסטירן, איז ניטאָ צו װעמען, סײַדן צו די פֿיר װענט, ― אָט דאָס אַלעס אַז איר מאַכט דורך, פֿאַרלירט איר דעם גאַנצן קוראַזש און פֿאַרטראַכט זיך װעגן אַזעלכע זאַכן, װאָס איר האָט ביז אַהער װינציקער פֿון אַלץ געטראַכט. װיפֿל אונדזער העלד האָט זיך ניט געשטאַרקט, אָנגענומען זיך מיט האַרץ, געשפּאַנט װי אַ קאָזאַק מיטן גאַנצן „אָבכאָד обход : גאַנג“ צום טאַקט: אײנס־צװײ, אײנס־צװײ, זיך געגעבן דאָס װאָרט זײַן שטאַרק ביזן סוף, און אַדרבה, זיך געפֿילט אין דער דאָזיקער נאַכט נאָך מער שטאַרק און מער שטאָלץ װי אַלע מאָל, ― דאָך, אַז מע האָט אים אַראָפּגעלאָזט אינעם גוטן מקום אַרײַן, האָט ער זיך געמוזט מודה זײַן, אַז באַשרײַבן דאָס לעבן אין אַ בוך איז אַ סך גרינגער, װי אַלײן דאָס דורכצומאַכן, און אַז זײַן אַ ייִד איז, אַ פּנים, אַ סך שװערער, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן...

דאָס, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט אין געפֿענקעניש, און דאָס, װאָס ער האָט פֿון דאַנען אַרױסגעטראָגן אין דער אײנציקער נאַכט, װאָלט ער געװיס ניט אַרױסגעטראָגן פֿאַר אַ גאַנץ יאָר לעבן אױף דער פֿרײַהײט.

אַלע מאָל האָט זיך געעפֿנט די טיר און ס'איז אַרײַן אַ נײַער טראַנספּאָרט פֿון געפֿאַנגענע, מערסטנטײלס ייִדן, איבערגעשראָקענע װי די האָזן, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, פֿאַרפֿינצטערטע, פֿאַרחושכטע און דערשלאָגענע. און װאָס אים האָט אינטערעסירט ― איז דאָס, װאָס די „אַלט־געזעסענע“ האָבן באַגעגנט יעדן ייִדישן טראַנספּאָרט מיט אַ גדולה, מיט אַ געלעכטער און מיט אַלערלײ שאַרפֿע פּיקאַנטנע װערטער, און אָפֿטמאָל אױך מיט אַ קללה, מיט אַ קריץ מוט די צײן און מיט אַ סטוסאַק אין זײַט אַרײַן: „זשידאָװסקאַיאַ מאָרדאַ“, „פּסיאַקרעװ“ אָדער „סאָבאַקאַ נעװירנאַיאַ“, ― עס װענדט זיך אין דעם, װער די זאָגערס זענען געװען: אַן עכטער פֿאָניע, אַ פּאָליאַק אָדער אַ מאַלאָראָס...

און װאָס אים האָט אינגאַנצן איבערראַשט ― איז דאָס, װאָס די אַלע איבערגעשראָקענע, אָפּגעריסענע, אָפּגעשליסענע, פֿאַרפֿינצטערטע, פֿאַרחושכטע און דערשלאָגענע האָבן אױסגעהערט די געלעכטערן מיט די קללות אַזױ קאַלט, גלײַך װי ניט זײ מײנט מען!...

אײנער, אַן אױסגעטריקנט ייִדל, מיט אַ זאַק, װאָס איז כּמעט צװײ מאָל אַזױ גרױס װי ער אַלײן, האָט געכאַפּט אַן אָנצוהערעניש אין זײַט אַרײַן פֿון אַ הױכן, ברײטבײנעריקן חבֿרה־מאַן, אױך אַן אָפּגעריסענער, אַזױ אַן ער האָט זיך שיִער איבערגעקערט מיטן זאַק דרײַ מאָל, האָט נאָר אַ קוק געגעבן דעם ברײטבײנעריקן חבֿרה־מאַן אין פּנים אַרײַן, גלײַך װי ער װאָלט חשק געהאַט צו װיסן, װאָס לאָזט אים דאָ יענער הערן?... פֿון דעם, װאָס אַלע אַנדערע ייִדן זענען אָנגעפֿאַלן אױפֿן אָפּגעשטױסענעם ייִדל מיטן זאַק און גענומען רעדן אַלע מיט אַ מאָל, האָט ראַבינאָװיטש פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס האָבן אים זײַנע אַפֿערגעהאַלטן, למאַי ער קריכט ניט אַהין װוּ מע דאַרף, למאַי ער שלעפּט זיך אַרום מיט אַזאַ גרױסן זאַק. און עס האָט אים שטאַרק געװוּנדערט, פֿאַרװאָס אײגענע ברידער נעמען זיך ניט אָן פֿאַר אַן אײגענעם. װוּ איז זײער געװיסע „סאָלידאַרנאָסט“? ― האָט ער זיך געטראַכט. ― װוּ איז זײער קהל, זײער „קאַגאַל“ װאָס ער האָט געלײענט װעגן דעם װיפֿל מאָל אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און אין אַנדערע צײַטונגען, װאָס רופֿן זיך „רעכטע,“?...

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿאָלק? ― האָט ער זיך אַלײן געפֿרעגט, נאָכדעם װי ער האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף אַן עק באַנק, װאָס אײנער, אַן אַלט־געזעסענער, מיט אַן אונטערגעשלאָגן אױג, האָט אים אָפּגעטראָטן. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין פֿאָלק, װאָס קאָן לעבן אונטער אַזעלכע אומשטענדן, עסן, טרינקען און שלאָפֿן, האַנדלען און װאַנדלען, לערנען, חזרן, גײן אין טעאַטער און אױף קאָנצערטן, טאַנצן און פֿרײען זיך, אין דער צײַט װען מע קאָן קומען צו אײַך אין מיטן האַלבע נאַכט, מאַכן אױף אײַך אַן „אָבלאַװע“, װי מע מאַכט אױף אמת,ע גנבֿים, אָדער אױף װילדע היות, און באַגײן זיך מיט אײַך קעגן אַלע מענטשלעכע און געטלעכע געזעצן? װוּ ליגט באַהאַלטן דער דאָזיקער װוּנדערלעכער סוד? און פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ שׂינאה פֿון אַלעמען צו אײנעם? עס מוז דאָך האָבן עפּעס אַ גרונט, אַ שורש! עס איז דאָך ניט מעגלעך, אַז אַלע זאָלן זיך נעמען אױף אײנעם גאָר אומזיסט־אומנישט, גאָר אָן אַ שום טעם און אָן אַ שום סיבה! מסתּמא מוזן דאָך עפּעס די ייִדן האָבן אין זיך אַזעלכס... אַזעלכס, װאָס שטױסט אָפּ פֿון זײ די גאַנצע װעלט...

אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס איז אַרײַנגעפֿירט געװאָרן אַ נײַער טראַנספּאָרט „געפֿאַנגענע“. דאָס זענען געװען װידער מערסטנטײלס ייִדן, װאָס האָבן גערעדט אַלע אינאײנעם און אַזױ הױך, אַז אײנער פֿון די אַרעסטאַנטן האָט זיך גענומען איבערקרימען זײ: „גער־גער־גער“. און דער עולם האָט אױסגעשאָסן אַ לעבעדיקן געלעכטער.

דאָס האָט געצװוּנגען די ייִדן, זײ זאָלן אָנהײבן רעדן אַ ביסל שטילער. איז דאָס אָבער ניט געפֿעלן געװאָרן יענעם נפֿש, װאָס מיטן אונטערגעשלאָגענעם אױג, און ער איז אָנגעפֿאַלן אױף די ייִדן מיט אַ טענה, למאַי זײ שעפּטשן זיך, פֿירן סודות, שאַכער־מאַכער ― און אױסגעלאָזט האָט ער מיט אַ האַרב װאָרט און מיט אַ קללה, װאָס איז זײער פּאָפּולער צװישן דער דאָזיקער חבֿרה, װאָס די געזעלשאַפֿט האָט געשטעמפּלט מיטן נאָמען „כוליגאַנעס“.

― ניט אומזיסט שלאָגט מען זײ! ― רופֿט זיך אָן אײנער, װאָס איבערן רױך קאָן מען ניט זען זײַן פּנים.

― שלאָגן אַלײן איז װינציק, ― כאַפּט אים אונטער נאָך אײנער, װײַזט אױס נאָך דער שפּראַך אַן אינטעליגענט. ― דאָס גוטס דאַרף מען בײַ זײ עקספּראָפּריִיִרן און זײ אַלײן דאַרף מען אױסקױלען װי די שאָף.

אונדזער העלד האָט זיך אַזש אױפֿגעהױבן. אים האָט זיך זײער געװאָלט אָנקוקן דעם פּנים פֿון דעם דאָזיקן אינטעליגענט. ער האָט אָבער באַלד פֿאַרגעסן, צוליב װאָס ער איז אױפֿגעשטאַנען, װאָרעם ער האָט זיך באַגעגנט מיט אַ פּאָר באַקאַנטע אױגן, װעלכע האָבן אים אױך באַלד דערקענט.

דאָס זיבעצנטע קאַפּיטל

אַ באַגעגעניש

די אױגן ― דאָס איז געװען דער פּינסקער בחור מיטן פּרישטשעװאַטן פּנים און מיטן װײסן זומערדיקן קאָסטיום, אײנער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן זיך אונטערגעשריבן אױף דער געװיסער טעלעגראַמע צום מיניסטער.

― שלום־עליכם! אַזױ האָט אים באַגריסט דער פּינסקער בחור אױף ייִדיש און מיט אַ ניגון, אױסגעצױגן צו ראַבינאָװיטשן אַ האַנט. ער האָט זיך אָבער באַלד פֿאַרכאַפּט און אָנגעהױבן רעדן אױף רוסיש. ― באַ! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זענט יענער פֿענאָמען, װאָס פֿאַרשטײט אַלע שפּראַכן חוץ אײַער אײגענעם לשון, אײַער מוטער־שפּראַך. ניט שױן־זשע גיט עס ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, פּאַניע ראַבינאָװיטש?...

― אײַך ליגט נאָך אין זינען צו װיצלען זיך?― זאָגט צו אים ראַבינאָװיטש ― װי קומט איר אַהער?

― װי קום איך אַהער? כאַ־כאַ, דורך די אײגענע זכות־אָבֿות, װאָס איר... אַ נאַכט פֿון אָבלאַװעס... איך לאַך אָבער פֿון זײער באָבע, הערט זיך אײַן, װאָס װעט מען מיר טאָן? מע װעט מיר אָנשרײַבן מיט רױטן און הײסן פֿאָרן אַהײם קײן פּינסק? װעל איך פֿאָרן קײן פּינסק. פּכע! כאָטש זײ זאָלן אַזױ האָבן די נאָז, װי איך האָב מיט װאָס צו פֿאָרן!... זעט איר, פֿאַר װעמען עס אַרט, מיך? פֿאַר מײַן שװעסטער. װײַל מע האָט מיך געפּאַקט בײַ מײַן שװעסטער, קאָן מען צונעמען בײַ איר די פּראַװאָזשיטעלסטװע. איר מאַן איז אָ בעל־מלאָכה, אַן אײַנבינדער. נו, און אײַך װוּ האָט מען געפּאַקט?...

― מיך?... װאָס שטײט איר? זיצט. ― מאַכט צו אים ראַבינאָװיטש און קוקט זיך אַרום, זוכט אַן אָרט פֿאַר זײַן באַקאַנטן און דערזעט, אַז ער אַלײן איז אױך געבליבן אָן אַן אָרט. דער עולם איז געװױר געװאָרן, אַז ער הײסט ראַבינאָװיטש און שמועסט פֿון אָבלאַװעס און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװע, האָט מען אָנגעװאָרן דעם גאַנצן דרך־ארץ צו אים. דער אײגענער נפֿש מיטן אונטערגעשלאָגענעם אױג, װאָס האָט אים פֿריִער אַזױ עלעגאַנט אָפּגעטראָטן דעם אָרט, האָט זיך איצט צעלײגט װי בײַ זײַן טאַטן אין װײַנגאָרטן, אַרױפֿגענומען בײדע באָרװעסע פֿיס אױף דער באַנק און נעבן אים האָט זיך אַװעקגעזעצט אַ גאַסנשיקסע, װאָס שמעקט מיט בראָנפֿן און מיט יאָדאָפֿאָרם, און ס'איז אַװעק בײַ זײ אַ שמועס װידער װעגן ייִדן, פֿון װעלכע ס'איז שױן גאָר ניט אױסצושטײן; אַז װוּ מע גײט און װוּ מע שטײט!...

― ניטאָ קײן טױט אױף זײ! ― רופֿט זיך אָפּ די שמעקנדיקע גאַסנשיקסע און שפּיגלט זיך אין אירע עלעגאַנטע שיך, װאָס קוקען אַרױס פֿון איר שמאָל קלײדל.

― אמתע מיקראָבן! ― כאַפּט אונטער דער אינטעליגענט. ― די טבֿע פֿון מיקראָבן איז אַזעלכע, אַז װאָס מער מע פּאָרעט זיך מיט זײ, מער פֿרוכפּערן זײ זיך און מערן זיך. לײענט די „זנאַמיאַ Знамя: אַן אַנטיסעמיטישע צײַטונג“, װעט איר װיסן, װאָס פֿאַר אַן אומה דאָס איז...

דער אינטעליגענט דרשנט און דרשנט און דרשנט, און דער גאַנצער עולם הערט אים אױס מיט קאָפּ. זעלטן װער עס שלאָגט אים איבער, אַרײַנשטעלנדיק אַ פּיקאַנטנע װאָרט, אָדער אַ שאַרפֿע קללה, װאָס רופֿט אַרױס אַ פֿרײלעך געלעכטער. נישט װילנדיק הערן זיך אײַן אין דער דרשה אױך אונדזערע צװײ קאַנדידאַטן־מעדאַליסטן.

― װאָס װעט איר הערן, װי אַ הונט בילט? ― מאַכט דער פּינסקער בחור צו ראַבינאָװיטשן שטילערהײט, און ער ציט אים אָפּ אין אַ זײַט און פֿרעגט זיך אױס בײַ אים, װי אַזױ ער לעבט און װי אַזױ גײט עס אים צװישן די דאַנטיסטן און װאָס הערט זיך מיט זײער דעפּעש צום מיניסטער.

― דאָס דאַרף מען פֿרעגן בײַ טומאַרקינען, ― ענטפֿערט אים ראַבינאָװיטש, און פֿרעגט זיך אױס בײַם פּינסקער בחור, װאָס טוט ער און װאָס קלערט ער טאָן װײַטער?

― עך, פֿרעגט ניט! ― ענטפֿערט אים דער פּינסקער בחור מיט אַ מאַך מיט דער האַנט און מיט אַ ביטער שמײכל. ― מיר מאַכן! ס'איז שױן אײן מאָל געמאַכט! מיר האָט מען צושלאָגן אַלע מײַנע גלענצנדע פּלאַנען! חרובֿ געמאַכט אַלע מײַנע גאָלדענע שלעסער.! בײַ מיר, הערט זיך אײַן, באָמבלט זיך אין מוח אַ גאַנצע רײ פֿון נײַע ערפֿינדונגען אין דער מעדיצין. איך האָב געװאָלט גײן אױף כעמיע. מיך ציט עס אין כעמישן לאַבאָראַטאָריום. נאָך מײַן מײנונג, באַדאַרף די כעמאָטעראַפּיע מאַכן אַן איבערקערעניש אין דער גאַנצער מעדיצין. זינט ערלעך האָט אַנטדעקט זײַן נײ מיטל צו סיפֿיליס, לאָזט עס מיך ניט לעבן. איך בין איבערצײַגט, עס איז בײַ מיר װי צװײ מאָל צװײ, אַז מיט דעם װעג, װאָס ערלעך איז אַװעקגעגאַנגען, אױב מיר גײען װײַטער, געפֿינען מיר אַ מיטל אױך צו אָ ראַק און צו טובערקולאָז און צו אַלע אַנדערע שלעק, פּורעניותן, װאָס מאַכן אַ תּל פֿון דער מענטשהײט. לעבן זאָל אונדזער ערלעך! װײסט איר, אַז ער איז אַ אונדזעריקער?

― װער? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש און באַטראַכט דעם גרױסן װײַסן שטערן פֿונעם דאָזיקן בחור.

― װער? פּראָפֿעסאָר ערלעך. ער איז אַ אונדזעריקער. ― ענטפֿערט אים דער פּינסקער בחור שױן מיט פֿאַרדראָס.

― װאָס הײסט אַ אונדזעריקער?

― דאָס הײסט, ער האָט ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, אַזױ װי איר, אַזױ װי איך, אַזױ װי מיר אַלע, כאַ־כאַ! און טאָמער, חלילה, קומט ער צו פֿאָרן אַהער און מע פּאַקט אים, הערט זיך אײַן, זיצט ער גלײַך מיט אונדז אַלע אָט־אַ־דאָ און הערט, װי יענער דרשנט װעגן מיקראָבן... זײַן גליק, װאָס ער זיצט דאָרטן, בײַ די פֿינצטערע דײַטשן.... מאָלט אײַך, ער פֿילט דאָרט אױך דעם טעם פֿון גלות, װאָס הײסט אַ ייִד.

― טאַקע באמת?

― טאַקע באמת ― װאָס? איר האָט ניט געלײענט אױף די צײַטונגען? איר אינטערעסירט זיך ניט? איר זענט קײן ייִד ניט?

― נײן! ― זאָגט ראַבינאָװיטש און פֿאַרכאַפּט זיך, ― דאָס הײסט, יאָ. אַ ייִד בין איך. נאָר די לעצטע צײַט האָב איך װינציק געלײענט... װאָס־זשע שרײַבט מען װעגן אים?

― װאָס מע שרײַבט? עס קערט זיך די װעלט! אַ סבֿרא, אַז

די ערשטע צײַט האָט מען גאָר ניט געװוּסט, װער דער ערלעך איז. עפּעס אַ פֿראַנקפֿורטער פּראָפֿעסאָרל. איצט װײס מען שױן, הערט זיך אײַן, ערשטנס, אַז ער איז אַ אונדזעריקער, משלנו, הײסט עס, ― אַ נאַש־בראַט; און, צװײטנס, אַז ער האָט זיך נעבעך געריסן אין בערלינער אוניװערסיטעט, געבעטן אַ סטענדער, אַ קאַטעדרע, אַן אײגענע לאַבאָראַטאָריום און אַ ביסל תּלמידים... נו, האָט מען אים געזאָגט: לא מיט אַן אַלף! אַ טפּרררוס!

― פֿאַרװאָס?

דער פּינסקער בחור האָט זיך אַזש געכאַפּט בײַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער:

― פֿאַרװאָס? פֿאַר שבת. אָט הערט איר דאָך, װאָס יענער חבֿרה־מאַן דרשנט: מיקראָבן, פּאַראַזיטן, עקספּלאָאַטאַטאָרן, כאַ־כאַ־כאַ!...

* * *

דאָס, װאָס דער פּינסקער בחור האָט אים דאָ דערצײלט װעגן פּראָפֿעסאָר ערלעך, האָט אים געבראַכט דערצו, ער זאָל זיך נאָך טיפֿער פֿאַרטראַכטן אױף דעם, װאָס לאָזט אים ניט צו רו: „נו, בלײַבט דאָך פֿאָרט אַ קשיא: פֿון װאַנען נעמט זיך אַזאַ פֿאַרברענטע שׂינאה פֿון אַ גרױסער גאַנצער װעלט צו אַ קלײן הײפֿעלע מענטשן, װאָס רופֿן זיך ייִדן?“...

און ער דערמאַנט זיך, אַז כּמעט די אײגענע רײד מיט די אײגענע װערטער, װאָס ער הערט אַצינד אָט דאָ װעגן מיקראָבן, פּאַראַזיטן און עקספּלאָאַטאַטאָרן, האָט ער געהערט װיפֿל מאָל נאָך בײַ זיך אין דער הײם, געלײענט אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און אין אַנדערע צײַטונגען, װאָס רופֿן זיך „רעכטע“. נאָר װאָס דען? ער האָט זיך קײנמאָל ניט אָפּגעשטעלט דערױף און ניט פֿאַרטראַכט זיך דערױף, װי ער האָט זיך פֿאַרטראַכט אַצינד. איצט, אַז ער איז צװישן ייִדן, מוז ער עס דערגײן אַקוראַט. איצט האָט ער אַ געלעגנהײט צו שטודירן די פֿראַגע אינעם מקור, אינעם שורש, צוקוקן זיך, אױספֿאָרשן, אױסלערנען... און ער איז צופֿרידן, װאָס ער האָט אַזאַ געלעגנהײט, אַזױ צופֿרידן, אַז ער האָט שױן כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, װוּ ער געפֿינט זיך, און האָט זיך כּמעט גאָר ניט אַרומגעקוקט, װי די נאַכט אין אַװעק.

אױף אינדערפֿרי איז גאָר ניט געװען צו באַמערקן אױף זײַן תּמיד פֿריש פֿרײלעך פּנים, װאָס פֿאַר אַ שװערע נאַכט ער האָט איבערגעלעבט און װאָס פֿאַר בזיונות און באַלײדיקונגען ער איז אױסגעשטאַנען. נאָכדעם האָט מען אים אַרױפֿגערופֿן אַרױף.

אַרײַנגעטראָטן איז ער אין קאַבינעט אַפֿילו אַן אָנגעשטאָלענער, גרײט געװען צו אױפֿהײבן אַ סקאַנדאַל. נאָר ער איז באַלד געבליבן אָן װערטער, װאָרעם מע האָט אים אױפֿגענומען דאָרט אױבן זײער העפֿלעך, געגעבן צו װיסן, אַז מע האָט נאָר־װאָס אָפּגעקלונגען פֿון דעם פּאָליצמײַסטער, אַז זײַן פּראַװאָזשיטעלסטװע איז אין אָרדענונג און אַז ער קאָן גײן.

„שאַפּיראָ!“... פֿליט אים דורך אין קאָפּ, און באַלד נאָך שאַפּיראָן קומט אים אױפֿן זינען „בעטי“― און אַ מאָדנע װאַרעמקײט, פֿילט ער, האָט זיך צוטראָגן פֿון האַרצן איבער אַלע זײַנע גלידער.

― ניט שױן־זשע איז דאָס אַזױ ערנסט? ― טראַכט ער זיך, כאַפּט אַ דראָזשקע און הײסט זיך פֿירן אױף דער ייִדישער גאַס.

― װאָס װעט אָבער זײַן פֿון דעם?... װאָס װעט זײַן? װאָס װעט זײַן?...

די פֿראַגע: „װאָס װעט זײַן פֿון דעם?“ האָט ער די לעצטע צײַט ניט אײן מאָל געפֿרעגט בײַ זיך אַלײן. סוף־כּל־סוף װעט ער דאָך איר מוזן אַנטדעקן דעם סוד, װער ער איז און װאָס ער איז... װי אַזױ װעט ער איר דאָס זאָגן?... װי אַזױ װעט זי דאָס אָננעמען?.... און װאָס װעט נאָכדעם זײַן?... נאָכדעם?...

אָט די אַלע געדאַנקען האָבן זיך װי אַ װיכער געטראָגן בײַ אים אין קאָפּ, פֿליִענדיק מיט דער דראָזשקע אינעם פֿרישן אָסיענדיקן פֿרימאָרגן איבער די שלעכט־געפֿלאַסטערטע גאַסן, װאָס פֿונעם קלאַפּן פֿון די אײַזערנע שינעס איבער די שפּיצעכיקע שטײנער קאָן מען טױב װערן.

אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער דראָזשקע, אָנגעקלונגען אין דער טיר און דערזען בעטין ― איז געװאָרן אױס מיט אַלע פֿראַגן... און כאָטש בעטי איז אים ניט געפֿאַלן אױפֿן האַלדז, און כאָטש זי האָט אים באַגעגנט מער ניט אַז פֿרײַנדלעך, עטװאָס מער װי מיט אַ װאַרעמער פֿרײַנדשאַפֿט, דאָך האָבן אים אירע אױגן געזאָגט אַ סך מער װי די װאַרעמסטע װערטער... און ער איז אַרײַנגעקומען צו די שאַפּיראָס אין שטוב אַרײַן, װי מע קומט אַרײַן צו זיך אַהײם. און ער האָט באַגעגנט די שאַפּיראָס, װי מע באַגעגנט פֿאָטער און מוטער. און מע האָט דערלאַנגט צום טיש. און ס'איז געװאָרן פֿרײלעך. און מע האָט גענומען דערצײלן איטלעכער זײַנס: דער קװאַרטיראַנט, װי אַזױ ער האָט פֿאַרבראַכט די נאַכט אין געפֿענקעניש, און דער בעל־הבית ― דוד שאַפּיראָ ― װי אַזױ ער האָט קױם דערלעבט דעם פֿרימאָרגן, אַזױ איז ער באַלד אַװעק אין זובאָװראַטשעבנע און פֿון דאָרט צום פּאָליצמײַסטער...

― באַלד איז ער אַװעק? ― שלאָגט אים איבער די בעל־הביתטע, שׂרה שאַפּיראָ, און קוקט אױף דער טאָכטער. ― איך זאָג אים אפֿשר צען מאָל: דוד, מע באַדאַרף זײַן פֿריִער אין דער זובאָװראַטשעבנע, דערנאָך בײַם פּאָליצמײַסטער.

― װאָס זאָגסט דו אױף איר? ― מאַכט דוד צו דער טאָכטער ― זי זאָגט, אַז זי האָט מיר געזאָגט...

― דו האָסט געזאָגט, זי האָט געזאָגט! ― רײַסט זײ איבער די טאָכטער און װענדט זיך צום קװאַרטיראַנט: ― דערצײלט בעסער איר, װי אַזױ איז געװען אינדערפֿרי, אַז מע האָט אײַך אַרױפֿגערופֿן אַרױף?...

― דזין־דזין!

― װער איז?

סיאָמקע פֿון גימנאַזיע. אַ פֿאַררױטלטער פֿון דער קעלט, אַ פֿאַרסאָפּעטער פֿון די טרעפּ, מיטן רענצל אױף די פּלײצעס ― און גלײַך צום לערער אױפֿן האַלדז.

דער תּלמיד מיטן לערער האָבן זיך צעקושט.

דאָס אַכצנטע קאַפּיטל

נאָך דער „אָבלאַװע“

די נאַכט, װאָס אונדזער העלד האָט פֿאַרבראַכט אין געפֿענקעניש אַן שלאָף, און דאָס ביסל צרות, יסורים, אױפֿרעגונג און עגמת־נפֿש, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען פֿון דעם אַלעם, װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, איז ניט אָפּגעלאָפֿן אינגאַנצן גלאַט פֿאַר זײַן געזונט, ― און ער האָט אַביסל צוגעקרענקט. ער האָט זיך געקלאָגט, אַז דער קאָפּ טוט װײ, אַביסל געפֿיבערט און אַקעגן נאַכט איז ער שױן געלעגן בײַ זיך אין זײַן סדום־בעטל, איבערגעדעקט פֿון אױבן איבער דער קאָלדרע מיט אַ גרױסן װאַרעמען איבערבעט און געשװיצט.

דאָס איבערבעט איז געװען דער בעל־הביתטעס איבערבעט, און דאָס שװיצן איז אױך געװען איר אַרבעט. זי האָט אים אָנגעטרונקען מיט טײ פֿון טרוקענע מאַלענעס, אײַנגעדעקט װי עס געהער צו זײַן און צוגעגרײט עסיק מיט ספּירט, אַז דוד װעט קומען אױף דער נאַכט פֿון דער סלוזשבע, װעט ער אים אָרנטלעך אױסשמירן דאָס לײַב, װעט ער ערשט דעמאָלט קאָנען רעכט שװיצן.

שׂרה שאַפּיראָ האָט אַפֿילו באַלד געװאָלט שיקן די טאָכטער נאָכן דאָקטאָר, האָט זיך דער קװאַרטיראַנט אײַנגעשפּאַרט: מע דאַרף ניט.

― װאָס װעט אײַך אַרן, אַז דער דאָקטאָר װעט אײַך זען?

― מע דאַרף ניט.

― אַ באַקאַנטער דאָקטאָר, אַ הײמישער מענטש.

― מע דאַרף ניט.

― ער נעמט נישט טײַער... װיפֿל מע גיט אים...

― מע דאַרף ניט.

― אָט אַ משוגענער עקשן! ― האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אָנגערופֿן צו דער טאָכטער אױף ייִדיש און באַלד געװענדט זיך װידער צום קװאַרטיראַנט שױן אױף רוסיש:

― הערט נאָר, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: אַלע ראַבינאָװיטשעס זענען אַזױ, אָדער נאָר איר זענט אַזעלכער?

― אַלע אַזעלכע.

― נישט בעסער פֿון די שאַפּיראָס?

― נאָך ערגער.

― װיבאַלד אַזױ, קומט דאָך אײַך טאַקע אַ מזל־טובֿ?...

דערױף האָט איר דער קװאַרטיראַנט נישט געענטפֿערט גאָרניט. ער האָט נאָר אַ קוק געגעבן אױף דער בעל־הביתטעס טאָכטער, װאָס איז געשטאַנען אינאײנעם מיט דער מוטער איבער זײַן בעטל, און בײדע האָבן זיך אַזױ געשמאַק צעלאַכט, אַז די בעל־הביתטע האָט זיך אױך צעלאַכט, אױף זײ קוקנדיק, און האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, גרײט געװען צו גײן אין קיך צושטעלן פֿאַרן קװאַרטיראַנט אַ יײַכל פֿון אַ פֿערטל עוף.

― מילא, קײן דאָקטאָר װילט איר ניט. אָבער אַ יײַכל פֿון אַ פֿערטל עוף װעט איר דאָך עסן? װײ איז מיר! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע „קליפּות“ אױף דער װעלט?

אַזױ האָט אױסגעלאָזט די בעל־הביתטע שױן װידער אױף ייִדיש און איז אַװעק מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל אין קיך אַרײַן, און איר טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט האָבן אױסגעשאָסן אַ פֿרישן געלעכטער.

עס האָט זיך זײ געלאַכט, װײַל ס'איז זײ פֿון נאָך דער נעכטיקער געשיכטע אָן געװען דװקא פֿרײלעך און גוט אױפֿן האַרצן גאָר אָן אַ שום סיבה.

עס האָט זיך זײ געלאַכט, װײַל זײ זענען בײדע יונג און פֿריש און געזונט און לעבעדיק־פֿרײלעך, און אַ מאָדנער כּוח, װאָס זײ אַלײן װײסן ניט פֿון אים, שטױסט זײ אײנס צו דאָס אַנדערע פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס זײ האָבן זיך דערזען. עס מאָלט זיך זײ אױס, אַז זײ קענען זיך שױן פֿון װײס איך װען אָן. און כאָטש זײ האָבן נאָך צװישן זיך קײן שום באַזונדערע שמועסן, אַחוץ קלײניקײטן, נישט געהאַט, דאָך װײסן זײ בײדע גאַנץ גוט, װאָס זײ זענען אײנס פֿאַר דאָס אַנדערע און װאָס זײ פֿילן אײנס צום אַנדערן...

די „קלײניקײטן“ זענען געװען אָט װאָס: אײנמאָל איז דער קװאַרטיראַנט געזעסן בײַם טיש מיטן קלײנעם סיאָמקען און געמאַכט מיט אים די אוראָקן. די בעל־הביתטע איז געװען אין קיך, און די טאָכטער איז געזעסן בײַם אַנדערן עק טיש איבער אַ ביכל און געלײענט. פּלוצעם הײבט זיך בעטי אױף, גלײַכט זיך אױס, מאַכט צורעכט די האָר און װיל אַװעקגײן. נעמט ראַבינאָװיטש אַ העפֿט, װאָס ליגט אױפֿן טיש, און װאַרפֿט אָן אױף דער גיך אײנצלנע אותיות, ראָשי־תּיבֿות: ל. ג. א. אַ.?... און האָט צוגערוקט דאָס העפֿט צו בעטין. בעטי האָט אָ קוק געגעבן אױף די אותיות און איז רױט געװאָרן. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די דאָזיקע איניציאַלן מאַכן: „למאַי גײט איר אַװעק?“...

האָט זי גענומען בײַ אים די פּען און אונטערגעשריבן אונטער זײַנע אותיות אױך מיט איניציאַלן.. א. ה. ג. אַ. א. ש. אַ.... ( איך האָב געמײנט, אַז איך שטער אײַך).

דערױף האָט איר ראַבינאָװיטש אָפּגעענטפֿערט אױף דער גיך מיט די דאָזיקע איניציאַלן: װ. ק. א. מ. ש.? אַ. !... (װי קאָנט איר מיר שטערן? אַדרבה! ...)

דערױף האָט אים בעטי שױן ניט געענטפֿערט גאָרניט. זי האָט גאָר אַ זיפֿץ געגעבן און באַלד אַװעקגעזעצט זיך צוריק צום ביכל.

דאָס אַנדערע מאָל איז ער װידער געזעסן מיט סיאָמקען און געלערנט. בעטי איז שױן ניט געזעסן בײַם טיש, נאָר געװען בײַ זיך אין חדרל, זיך אָנגעטאָן אױף צו גײן שפּאַצירן. די מוטער איז געזעסן אָן אַ זײַט און געקליבן נחת פֿון איר בן־יחידל, װאָס לערנט אַזױ גוט, און פֿונעם לערער, װאָס גאָט האָט איר צוגעשיקט אַ כּשרע מציאה גלײַך אין שטוב אַרײַן. „דער אױבערשטער זאָל איר העלפֿן, ער זאָל זיך נאָר װעלן האַלטן מיט אַריכת ימים... ער זאָל אין דער זובאָװראַטשעבנע זיך אָפּהאַלטן אַ יאָר אָדער צװײ; דערנאָך זאָל ער אַרײַן אין אוניװערסיטעט, און דאָרט אָפּזיצן אַ יאָר פֿיר. אַחת־לאַחת װעט דערװײַל איר סיאָמקע ענדיקן אַלע אַכט קלאַסן מיט אַ מעדאַל... אַי װאָס? אָט האָט דאָך אָט דער שלימזל אַלײן אױך אַ מעדאַל ― און פֿונדעסטװעגן?... עט! ביז סיאָמקע װעט ענדיקן גימנאַזיע, קאָן נאָך קומען משיח“...

אין דעם קומט אָן בעטי אַן אױסגעפּוצטע און װענדט זיך צום קװאַרטיראַנט: װוּ האַלט דער זײגער?... ראַבינאָװיטש, אײדער ער טוט אַ קוק אױפֿן זײגער, כאַפּט דאָס העפֿטל און טוט אַ שרײַב אָן עטלעכע ראָשי־תּיבֿות: ל. ג. א. אָ. אָ. מ. ? (למאַי גײט איר אָפּ אָן מיר?).

בעטי טוט אָן די הענטשקעלעך און כאַפּט אַ קוק אין העפֿטל אַרײַן און שרײַבט אים אָן עטלעכע איניציאַלן: א. װ. א. אַ. א. (איך װאַרט אױף אײַך אונטן). און לאָזט זיך גײן.

ראַבינאָװיטש זיצט װי אױף הײסע קױלן. און װי אױף צו להכעיס, גײט הײַנט מיטן תּלמיד צו שװערלעך. סיאָמקע איז פֿאַרטראַכט, הערט ניט, װאָס מע רעדט צו אים. ער בײַסט די פּען און קוקט גאָר אַהין צום העפֿטל, אין די ראָשי־תּיבֿות אַרײַן... דער לערער האָט דאָס באַמערקט. נעמט ער דאָס העפֿטל, מעקט אױס די אָנגעשריבענע איניציאַלן און זאָגט צום תּלמיד, ער זאָל גײן מאַכן די אוראָקן דערװײַל אַלײן. שפּעטער, אַז ער װעט קומען, װעט ער מיט אים נאָך אַ מאָל אַװעקזעצן זיך אױף אַ שעה.

― אָט דאָס הײסט אַ רעפּעטיטאָר! ― טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ נאָכן קװאַרטיראַנטס אַװעקגאַנג. ― ניט קײן קװאַרטיראַנט, נאָר אַן אוצר! אַ ברכה פֿון גאָט!..

* * *

דאָס יײַכל, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט צוגעשטעלט פֿאַרן קװאַרטיראַנט, כאָטש ס'איז אָפּגעקאָכט נישט מער װי פֿון אַ פֿערטל עוף, איז געװען, װי שׂרה אַלײן האָט זיך אױסגעדריקט, „טעם גן־עדן, עס מעג עסן דער מלכות“.

די זעלבע מײנונג איז געװען אױך דער קװאַרטיראַנט, װאָס האָט געפֿילט דעם טעם גן־עדן ניט אַזױ אינעם יײַכל, װי אין דעם, װאָס דערבײַ איז געזעסן בעטי, און נישט נאָר געזעסן, נאָר צוגעהאַלטן דעם טעלער און אַכטונג געגעבן, ער זאָל עס אױפֿעסן אין גאַנצן, נישט איבערלאָזן אױף דרך־ארץ. אַך! זײַן קראַנק און עסן יײַכלעך פֿון בעטיס הענט ― דערױף װאָלט ער זיך אונטערגעשריבן מיט בײדע הענט אױף װיפֿל איר װילט! דער חסרון איז נאָר, װאָס מע לאָזט זײ ניט אין צװײען אױף קײן מינוט: אָדער שׂרה שאַפּיראָ אַלײן קומט אַרײַן אַלע מאָל מיט אַן אַנדער אױסרײד, אָדער זי שיקט אַרײַן סיאָמקען, ער זאָל אַ ביסל זיצן, אָדער אָט קומט אָן דער בעל־הבית, ― דעמאָלט איז שױן געװיס זײַ געזונט!

דוד שאַפּיראָ איז אַרײַנגעפֿלױגן אין שטוב אַרײַן, װי אַלע מאָל, אומגעריכט:

― װאָס איז שױן? דער קװאַרטיראַנט איז שפֿל? װאָס איז אים? ער האָט היץ? פֿאַרװאָס שיקט מען ניט נאָכן דאָקטאָר?

― אָט איז ער דאָ, דער קוריערסקי־פּאָיעזד! ― באַגעגנט אים שׂרה מיט אַ ברוך־הבא, װי איר שטײגער איז. ― פֿון װאַנען װײסט דו, אַז מע האָט ניט געװאָלט רופֿן דעם דאָקטאָר?

― געװאָלט רופֿן? פֿאַרװאָס־זשע רופֿט מען ניט?

― גײ פֿרעג אים!

דוד שאַפּיראָ האָט פֿײַנט לאַנגע װיכּוחים, פּוסטע דיבורים. ער װײסט, אַז אַ מענטש פֿילט זיך שפֿלדיק, דאַרף מען פֿרעגן דעם דאָקטאָר. און ניט געקוקט אױף קײן פּראָטעסטן, האָט ער געכאַפּט אױף זיך דעם פּאַלטאָ און אַװעק אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו און געבראַכט צו פֿירן דעם דאָקטאָר, צום גרױסן באַדױערן פֿונעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט, זיצנדיק אָנגעשפּאַרט אױף אײן האַנט און צעװאָרפֿן די געדיכטע שװאַרצע האָר, צײַט געהאַט צו זאָגן בעטין אינגאַנצן עטלעכע האַלבע װערטער און דערבײַ איר אַ קװעטש געגעבן בײַ דער האַנט מיט זײַנע הײס־ברענענדיקע פֿינגער, חשק געהאַט צוטראָגן איר האַנט צו זײַנע, נאָך מער הײס־ברענענדיקע, ליפּן, ― אין אַקוראַט אָנגעקומען דעמאָלט דער דאָקטאָר.

שׂרה שאַפּיראָ אין געװען גערעכט, אַז דער דאָקטאָר איז אַ הײמישער מענטש. שױן אַ ביסל צו אַ הײמישער. אַלעמען רופֿט ער בײַ די נעמען. בעטין האָט ער געשענקט אַ קניפּ אין בעקל און געפֿרעגט, צי האָט זי שױן אַ חתן. דער בעל־הביתטע האָט ער דערלאַנגט אַ גלעט איבער דער פּלײצע. סיאָמקען האָט ער אַװעקגעלײגט בײַ זיך אױף די קניִעס און אָפּגעשמיסן. דערנאָך איז ער געװאָרן ערנסט, געהײסן דודן שװײַגן, און אַלײן האָט ער זיך גענומען צום קװאַרטיראַנט מער אױספֿרעגן זיך בײַ אים, װער ער איז און װאָס ער איז און פֿון װעלכע ראַבינאָװיטשעס ער איז, אײדער אױסהערן אים, װאָס אים איז. ער האָט אים נאָר אַ טאַפּ געגעבן בײַם דופֿק, צוגעלײגט דעם אױער צום האַרצן און דערלאַנגט אים אַ זעץ אין פּלײצע:

― נו, אױף אַלע קראַנקע געזאָגט געװאָרן אַזאַ קרענק און אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן אַזאַ האַרץ מיט אַזעלכע לונגען!

אַזױ האָט דער דאָקטאָר אַ זאָג געגעבן צו די שאַפּיראָס, און צום חולה האָט ער אַ זאָג געגעבן אױף ייִדיש, באַטראַכטנדיק אים דורך די שאַרפֿע ברילן:

― יונגערמאַן! איר האָט, אַ פּנים, אין אַ „חדר“ קײנמאָל ניט געלערנט?

דערהערט פֿון די שאַפּיראָס, אַז זײער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט גיט קײן װאָרט ייִדיש, האָט דער דאָקטאָר זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף פֿונעם בענקל, אַ קוק געגעבן אױפֿן חולה, אױסגעטאָן די שאַרפֿע ברילן און אָנגעטאָן זײ באַלד צוריק און מאָדנע געקוקט פֿון אײנעם אױפֿן אַנדערן, אָן װערטער. דערנאָך ראַט ער אַ זאָג געגעבן, װאָס צו טאָן, און גענומען געזעגענען זיך מיטן חולה, װעלכער האָט אים אַרײַנגערוקט אין האַנט אַרײַן אַ מטבע. דער דאָקטאָר האָט די מטבע בשום־אופֿן ניט געװאָלט נעמען, און האָט זיך אַזױ לאַנג געראַנגלט מיטן חולה, ביז די מטבע איז טאַקע סוף־כּל־סוף געבליבן בײַם דאָקטאָר.

― שוט גאָראָכאָװעי шут гороховый: אַ מין לץ דאָס איז! ― האָט אים דער קװאַרטיראַנט נאָכגעזאָגט אַ שבֿח הינטער די אױגן, אים געװען אָ דם־שׂונא, װאָס ער האָט אים איבערגעשלאָגן אין מיטן אַ שמועס מיט בעטין.

― װאָס רעדט איר? ― האָט זיך שׂרה אָנגענומען דעם דאָקטאָרס קריװדע. ― אַ דימענט פֿון אַ דאָקטאָר! ער נעמט װיפֿל מע גיט אים...

― אַ מאָדנער קװאַרטיראַנט בײַ אײַך! ― האָט דער דאָקטאָר געזאָגט צו דוד שאַפּיראָן און צו בעטין, שױן בײַ דער טיר שטײענדיק, אַראָפּלאָזנדיק דעם קװאַרטיראַנטס מטבע אין די הױזן־קעשענע אַרײַן. ― אַ מאָדנער, אַ מאָדנער מענטש, אַ רעטעניש!...

דאָס נײַנצנטע קאַפּיטל

אַ רעטעניש

אַ רעטעניש איז אָט דער ראַבינאָװיטש געװען פֿאַר אַלעמען, װער עס האָט זיך מיט אים באַקענט. ער אַלײן, און זײַן פֿירן זיך, און זײַן אױסזען, און זײַנע געדאַנקען, און אַלע זײַנע גענג זענען געװען בײַ ידן אָפּגעפֿרעגט, אַ װידעראַנאַנד אײנס אױפֿס אַנדערע. סטײַטש, נאָך אַ מאָל: אַ ייִד ― און פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש!... דאָס פּנים, דאַכט זיך, פֿון אַ אונדזעריקן ― און איר זאָלט זאָגן אַ ברעקל ייִדישקײט אין זיך. קײן אײנציקע ייִדישע תּנועה. קײן קאַפּ ייִדישע נײַגעריקײט, ייִדישע גײַציקײט... אָפֿטמאָל נאַיִװ װי אַ קלײן קינד. פֿרעגט אַזעלכע קשיות, אַז מע קאָן שטאַרבן פֿאַר געלעכטער. און אַמאָל זאָל ער אײַך װערן נתפּעל פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס בײַ אונדז װײסט עס אַ מינדסט קינד.

למשל, די ערשטע צײַט האָט מען אים קױם מיט צרות געקענט אַרײַנקלאַפּן אין קאָפּ אַרײַן אַזאַ אײנפֿאַכע פּשוטע זאַך װי „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. בשום־אופֿן האָט ער ניט געװאָלט גלױבן, אַז אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ זײ געפֿינען זיך, זענען פֿאַראַן גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן מעגן װױנען, און גאַסן אַזעלכע, װוּ ייִדן טאָרן ניט װױנען.

― װי איז דאָס מעגלעך? ― האָט ער געטענהט. ― מיר זענען דען אינעם אַלטן רױם? אָדער אין שפּאַניען? אָדער מיר לעבן אינעם פֿופֿצנטן יאָרהונדערט? אָדער...

― אָט אַ לץ! ― שלאָגט אים איבער דוד שאַפּיראָ. ― גײט רעדט מיט אַ ייִנגל.! מע זאָגט אים דאָס, ענטפֿערט ער דיר בױבעריק! מענטש אײנער, למאַי אָט איז דאָ בײַ אונדז אין שטאָט אַ גאַס אַזעלכע, װאָס אױף אײן זײַט מעגן ייִדן װױנען, און אױף דער אַנדערער זײַט בשום אופֿן־ואופֿן ניט!

ער האָט זיך נישט געקאָנט באַרויִקן, ביז אײנמאָל, אין אַ שבת, איז דער בעל־הבית ספּעציעל געגאַנגען מיט אים שפּאַצירן אױף דער דאָזיקער גאַס, װוּ אײן זײַט, די לינקע, איז פֿאַר ייִדן כּשר, און די אַנדערע, די רעכטע זײַט, אין טריפֿה!

דוד שאַפּיראָ האָט נאָכדעם אין דער הײם געהאַט צו דערצײלן און צו דערצײלן. ער האָט געלאַכט פֿונעם קװאַרטיראַנט טאַקע דעם קװאַרטיראַנט אין די אױגן:

― אָט דער ראַבינאָװיטש, הערט איר, איז דאָך טאַקע אַ מאָדנער לץ! שטעלט אײַך פֿאָר ― ער האָט געמײנט, אַז אַ ייִד טאָר גאָר ניט דורכגײן אַפֿילו די רעכטע זײַט פֿון דער דאָזיקער גאַס, טאָר קײן פֿוס ניט שטעלן, כאַ־כאַ! מיר געפֿינען זיך ניט, װי זאָגט איר, אין רױם, פּאַני ראַבינאָװיטש, אָדער אין שפּאַניען, און מיר לעבן נישט, װי זאָגט איר, אין פֿופֿצנטן יאָרהונדערט!

― װאָס פֿאַר אַ נפֿקא־מינה? ― זאָגט דער קװאַרטיראַנט און װוּנדערט זיך אױפֿן בעל־הבית, װאָס רעדט אַזױ גרינג פֿון אַזעלכע זאַכן... ― װאָס פֿאַר אַ נפֿקא־מינה פֿון פֿופֿצנטן יאָרהונדערט ביז איצטער, אַז אױף אײן זײַט גאַס מעג איר און אױף דער אַנדערער טאָר איך ניט?

― ס'איז אַ גרױסע נפֿקא־מינה! ― שרײַט דוד שאַפּיראָ, װאָס האָט פֿײַנט, אַז מען איז מיט אים ניט אײַנפֿאַרשטאַנען. ― אַ גרױסע נפֿקא־מינה! למשל, אָט לאָמיר נעמען טאַקע אײַך אַלײן. אַ שטײגער, האָט זיך אײַער זײדן װען געחלומט, אַז זײַן אײניקל װעט אַמאָל ענדיקן גימנאַזיע מיט אַ מעדאַל, שטודירן אױף דאָקטאָר, באַקומען „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ איבערן גאַנצן לאַנד, אַפֿילו אין פּעטערבורג און אין מאָסקװע, און נאָכדעם אפֿשר נאָך אױסגעקליבן װערן פֿאַר אַ דעפּוטאַט אין גאָסודאַרסטװענע государствене: רעגירונגס־ דומע און העלפֿן אַרױסגעבן זאַקאָנעס?...

― אַז אָך און װײ צו די זאַקאָנעס! ― פּרוּװט זיך אַרײַנװאַרפֿן אַ װאָרט די בעל־הביתטע, און כאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿונעם מאַן, אױף ייִדיש:

― װער בעט דיך, זאָלסט זיך אַרײַנמישן, בעת עס רעדן מענטשן?

― מענטשן? נו, און די מאַמע איז קײן מענטש ניט?― שטעלט זיך אָן בעטי פֿאַר דער מוטער. עס העלפֿט אָבער װינציק. דוד שאַפּיראָ, אַז ער צערעדט זיך, הערט ער קײנעם ניט; ער גײט װײַטער:

― צי, אַ שטײגער, נעמט מײַן סיאָמקען. פֿון װאַנען װײס איך, װאָס פֿון אָט דעם קלײנעם װעװריק קאָן אַמאָל אױסװאַקסן? אפֿשר אַ פּראָפֿעסאָר מאַטעמאַטיק? אפֿשר אַ אינספּעקטאָר גימנאַזיע? און אפֿשר גאָר אַ מיניסטער פֿינאַנץ? סיאָמקען קום נאָר אַהער, זאָג, װאָס װילסט דו בעסער?...

― אַ װעלאָסיפּעד! ― רופֿט זיך אָפּ סיאָמקע, װאָס האָט ביז אַהער אַרומגעשפּאַנט און געחזרט פּושקינען אױף אױסװײניק מיט אַ ניגון און כאָרכלענדיק אױף דער רי″ש און דיריזשירנדיק מיט דער האַנט צום טאַקט:

קאַק ניניע סביכאַיעטסיאַ װיעשטשײ אָליעג

אָטאָמסטיט ניעכאַזומנים כאַזאַכאַם...

* * *

נאָך אײנמאָל האָט זיך פֿאַרבונדן צװישן קװאַרטיראַנט און בעל־הבית אַ הײסער שמועס װעגן ייִדישע געהײמע פֿאַרבאָרגענע זאַכן, װעגן סודות. למשל, װעלן מיר נעמען „קהל“.

ראַבינאָװיטש װײסט פֿריִער, אַז ער װעט פֿונעם בעל־הבית ניט גוט אָפּשנײַדן. און גלײַך װי ער האָט געטראָפֿן. שאַפּיראָ היצט זיך, מאַכט מיט הענט, טײַטשט אים אױס דאָס װאָרט קהל, אַז קהל איז די טײַטש אָבשטשעסטװע, געמײנדע, און אַז קהל איז געװען אַמאָל. הײַנט איז שױן נישטאָ בײַ אונדז קײן קהל.

― װער מיר קהל? װאָס מיר קהל? װוּ האָט איר הײַנט קהל?

ראַבינאָװיטש הערט אים אױס און פֿרעגט אים אַ נײַע קשיא, מער אױף צו רײצן זיך מיט אים. דער קװאַרטיראַנט האָט ליב צו זען, װי דער בעל־הבית קאָכט זיך:

― נו, און דאָס װאָס מיר לײענען פֿון טאָג צו טאָג װעגן דעם כּוח פֿונעם אַלװעלטלעכן „קאַגאַל“?

― װאָסער קאַגאַל־שמאַגאַל? װוּ האָט איר עס געלײענט?

― אומעטום... נו, װעלן מיר זאָגן, אין דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“...

דערהערט דעם דאָזיקן נאָמען, האָט זיך שאַפּיראָ אַזש אָנגעכאַפּט בײַם קאָפּ און גענומען לױפֿן איבערן צימער:

― אַזױ? פֿון דער „נאָװע װרעמיאַ“ ברענגט איר מיר אַ ראיה? נו, דאָס איז גוט! דאָס איז שײן!... הערט איר? פֿון דער „נאָװע װרעמיאַ“ זאָלט איר מיט מיר גאָר ניט רעדן! גאָר ניט רעדן אַפֿילו!

― פֿאַרװאָס?

שאַפּיראָ שטעלט זיך אָפּ.

― פֿאַרװאָס ― זאָגט ער? מענטש אײנער! װער װײסט ניט, אַז די „נאָװע װרעמיאַ“ איז אַ קלײטל, אַ גרױסע קלײט, אַ קראָם, װאָס האַנדלט מיט ייִדן? הײַנט גײט אַ סדרה ייִדן, פֿאַרנעמט זי זיך מיט ייִדן. הימל און ערד און ייִדן! מאָרגן װעט זײַן אַ מאָדע פּאָליאַקן, װעט זי זיך נעמען צו פּאָליאַקן. ייִדן, פּאָליאַקן, ציגײַנער ― דאָס זענען נאָר אַרטיקלען. איצט זענען מיר אַ סעזאָן־אַרטיקל.

― דאָך! ― פּרוּװט זיך ראַבינאָװיטש אים איבערשפּאַרן. ― איר קאָנט דאָך ניט אָפּלײקענען גאָר אינגאַנצן, אַז ס'איז ניטאָ בײַ אײַך קײן שום אינװײניקסטע... נו... װעלן מיר זאָגן, אינטערעסן...

דאָ װערט שױן שאַפּיראָ רעכט אין כּעס אױפֿן קװאַרטיראַנט און שיט אים אָפּ מיט פֿײַער:

― ערשטנס, זאָגט מיר, איך בעט אײַך, פּאַני, װער איז געװען דער „בײַ אײַך“? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „בײַ אײַך“? און א י ר װער זענט? איר זענט קײן ייִד ניט, גלײַך מיט מיר, מיט אונדז אַלע?

ראַבינאָװיטש זעט, אַז ער האָט זיך אַרױסגעכאַפּט, װיל ער פֿאַרריכטן, זיך פֿאַרענטפֿערן, לאָזט אים ניט שאַפּיראָ. שאַפּיראָ האָט פֿײַנט לאָזן יענעם רעדן. ער האָט אַלײן ליב רעדן. דעריבער גײט ער װײַטער:

― אַ ייִד טוט זיך אַ זאָג: אינװײניקסטע אינטערעסן! װאָס פֿאַר אינװײניקסטע אינטערעסן האָבן מיר, אַחוץ פּרנסה, פּראַװאָזשיטעלסטװע און די קינדער אין גימנאַזיע? נאַ דיר גאָר אינװײניקסטע אינטערעסן!

און לאַנג נאָך רעדט דער בעל־הבית איבערן קװאַרטיראַנט, װײַזט אים אױס מיט ראַיות, װאָס פֿאַר אַן אומגליקלעך פֿאָלק מיר זענען, אַן יעדער פֿאַר זיך, יעדער פֿאַר זיך, נישטאָ קײן שום אַלגעמײנע אינטערעסן, נישטאָ קײן ברעקל אַחדות בײַ ייִדן!...

דער קװאַרטיראַנט קוקט אים אָן און װוּנדערט זיך: נישט שױן־זשע איז דאָס אַן אמת? און װוּ איז דער „כּל ישׂראל חבֿרים“, װאָס ער האָט זיך אָנגעלײענט װעגן דעם אין יענע געװיסע צײַטונגען? און װוּ איז דער „קאַנאַל“ און אַלע איבעריקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס?... ניט שױן־זשע איז דאָס אַ חלום? ניט שױן־זשע איז דאָס אינגאַנצן, פֿון אָנהײב ביזן סוף, אױסגעקלערט פֿון קאָפּ מיט אַ כּיװן, בכדי צו זײען שׂינאה פֿון אײן פֿאָלק קענען אַנדערן?...

― עס װעט אַמאָל האָבן אַ סוף, צי װער־װאָס? ― מישט זיך אַרײַן די בעל־הביתטע און רופֿט צום טיש דעם מאַן מיטן קװאַרטיראַנט מיט די קינדער ― מע זאָל גײן עסן.

אַ רעטעניש איז געװען פֿאַר די שאַפּיראָס אױך דאָס, װאָס דער קװאַרטיראַנט זײערער האָט נישט ליב, אַז מע פֿרעגט בײַ אים װעגן זײַן הײם, װעגן זײַנע עלטערן אָדער זײַן משפּחה. אױך פֿון זײַן קינדהײט און פֿון זײַנע יונגע יאָרן רעדט ער קײנמאָל נישט, מיט קײנעם נישט... הײַנט װײסט מען ניט, װוּהין ער גײט אַלע טאָג, מיט װעמען ער קען זיך, און פֿון װאַנען ער נעמט מיטלען צום לעבן. די ערשטע צײַט האָט מען געמײנט, אַז ער לעבט פֿון דעם, װאָס ער גיט שטונדן. האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן נאָך דעם, אַז נײן. אױסער דעם, װאָס ער לערנט מיט שאַפּיראָס קינדער, האָט ער קײן שום שטונדן נישט אין שטאָט.

נאָכמער. דוד שאַפּיראָ האָט דערצײלט, אַז ער װאָלט געמעגט שװערן, אַן ער האָט געזען אַרױסגײן דעם קװאַרטיראַנט פֿון דער אָפּטײלונג פֿון מאָסקװער קאָמערץ־באַנק... װאָס האָט צו טאָן אַ סטודענט אַ מעדאַליסט, װאָס לערנט אױף דאַנטיסט, מיט אַ באַנק?

― פֿאַרװאָס־זשע האָסט דו אים ניט געפֿרעגט? ― קומט שׂרה מיט אַ טענה צו איר מאַן.

― פֿון װאַנען װײסט דו, אַז איך האָב אים ניט געפֿרעגט?

― װאָס־זשע האָט ער דיר געזאָגט?

― אַז ער האָט באַדאַרפֿט האָבן.

― דאָס איז גאָר?

― װאָס נאָך האָסט דו געװאָלט?

― האָסט אים נישט געקאָנט פֿרעגן, װאָס ער האָט באַדאַרפֿט האָבן?

― דאָס װעסט דו שױן בײַ אים פֿרעגן.

― געװיס פֿרעגן. פֿאַרװאָס ניט?

― װאָס פֿאַר אַ פֿרעגן? װאָס איז פֿאַר אַ השׂגה קריכן יענעם אין דער נשמה אַרײַן? ― מישט זיך אַרײַן די טאָכטער, װאָס קאָן שױן מער ניט איבערטראָגן, ― װאָס גײען מיך אָן, אַ שטײגער, יענעמס געשעפֿטן? זינט איך לעב!...

פֿונדעסטװעגן האָט קײנער אַזױ ניט געגאַרט צו טרעפֿן דאָס דאָזיקע רעטעניש, װי בעטי, װאָרעם איר אין דאָס געװען נאָענטער װי אַלע אַנדערע... און װער שמועסט פֿון יענעם אױפֿדערנאַכט, װאָס נאָך דער „אָבלאַװע“, װען ער האָט זיך מיט האַלבע װערטער דערקלערט פֿאָר איר, אַז זי איז פֿאַר אים אַלעס, און אַז ער איז גרײט פֿאַר איר צו אַנטפּלעקן אַ זאַך, װאָס איז פֿאָר אים דער הײליקסטער סוד!...

װען ניט דער דאָקטאָר, װאָס האָט זײ איבערגעשלאָגן אין מיטן, װאָלט ער איר דעמאָלט געװען געזאָגט דעם סוד... נאָכן דאָקטאָרס אַװעקגײן האָט ער באַקומען נאָך מער היץ, גיך אַנטשלאָפֿן געװאָרן, זיך געװאָרפֿן אַ גאַנצע נאַכט און גערעדט פֿון היץ. דוד שאַפּיראָ, װאָס איז עטלעכע מאָל אין דער דאָזיקער נאַכט אַראָפּגעגאַנגען צו אים געװױרע װערן, האָט דערצײלט נאָכדעם, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט אַ גאַנצע נאַכט גערעדט עפּעס מאָדנע דיבורים, אַ װאָרט צו אַ װאָרט האָט זיך ניט געקלעפּט... נאָר װאָס דער קװאַרטיראַנט האָט גערעדט, האָט שאַפּיראָ ניט געװאָלט איבערחזרן בשום אופֿן ואופֿן, װיפֿל מע האָט אים ניט געבעטן.

― אָט װעל איך אײַך באַלד גײן דערצײלן, װאָס אַ קראַנקער רעדט פֿון היץ! אַבי ס'איז אָפּגעלאָפֿן גלאַט, און ער איז געזונט, און אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע ליגט אין קעשענע, ― װעמען הערט ער?

ראַבינאָװיטש איז געװען צופֿרידן, װאָס ער האָט זיך ניט אַרױסגעכאַפּט דעמאָלט מיט אַן איבעריק װאָרט פֿאַר בעטין, פֿאַר װעלכער ער האָט זיך שיִער־שיִער ניט אַרױסגעגעבן, װער ער איז...

דאָס צװאַנציקסטע קאַפּיטל

שׂרה שאַפּיראָס אַנטדעקונג

דאָס רעטעניש: װער איז דער קװאַרטיראַנט און װאָס ער איז? ― איז פֿאַרבליבן אַ רעטעניש נאָך אױף לאַנג. נאָר דער סוד, פֿון װאַנען ער נעמט געלט, איז גיך פֿאַרענטפֿערט געװאָרן פֿאַר די שאַפּיראָס. און נאָר אַ דאַנק דער בעל־הביתטע, שׂרה שאַפּיראָ, װאָס האָט געהאַט רעכט נאָכדעם צו באַרימען זיך פֿאַרן מאַן מיט דער טאָכטער:

― נו? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? װער ס'איז שײן, איך בין בײדע זאַכן!...

דאָס איז געװען אין אַ צײַט אַרום, העט שפּעטער נאָך דער „אָבלאַװע“, איז מען געזעסן אין דרײַען: דער קװאַרטיראַנט, די בעל־הביתטע און די טאָכטער ― אין רעכטן װינטער איז דאָס געװעזן, פֿאַר װאַרעמעס־צײַט.

דער בעל־הבית איז געװען אױף זײַן שטעלע. סיאָמקע אין גימנאַזיע. בעטי איז געזעסן, װי אַלע מאָל, איבער אַ ביכל בײַם טיש. די מוטער האָט געאַרבעט אַ פּאָר װאַרעמע זעקלעך פֿאַר סיאָמקעס װעגן, און דער קװאַרטיראַנט, װאָס איז נאָר־װאָס געקומען פֿון דער „זובאָװראַטשעבנע“, האָט זיך אַװעקגעזעצט בײַ דער הרובע זיך װאַרעמען כּלומרשט, אָבער אין דער אמתן האָט ער געװאָלט גלאַט אַ ביסל זיצן און קוקן אױף בעטין.

דער קװאַרטיראַנט האָט דערצײלט, אַן הײַנט זינגט שאַליאַפּין אין טעאַטער, און אױב זי, בעטי, װיל הערן שאַליאַפּינען, קאָן זי אים הערן. מע האָט אים צוגעזאָגט צװײ בילעטן...

די טאָכטער האָט מיט די אױגן אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער מוטער, צי זאָל זי גײן מיט אים הערן שאַליאַפּינען? די מוטער האָט זיך געקװענקלט. עס איז איר ניט אײַנגעפֿאַלן קײן בײז, נאָר גלאַט, װאָס איז פֿאַר אַ גײן מיט אַ סטודענט אין צװײען אין טעאַטער? און װאָס װעט די װעלט זאָגן? און נאָך אַ זאַך האָט איר געפּיקט אין קאָפּ: „װוּ נעמט ער געלט, אָט דער שלימזל?“...

זי האָט שױן לאַנג געקליבן זיך מיט אים צו רעדן װעגן געלט־זאַכן. און נישט נאָר געקליבן זיך, נאָר טאַקע שױן אַ רעד געטאָן אױך ניט אײן מאָל. דרײט ער זיך אָבער אַלע מאָל אױס מיט אַ װערטל און מיט אַ געלעכטער, און זי װײס אַלץ ניט, װוּ ער נעמט געלט.

איצט האָט זי אַ שעת־הכּושר. װי זאָגט מען: „אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל“...

― איר װילט גײן מיט מײַן טאָכטער אין טעאַטער? ― האָט זי אַ זאָג געגעבן צום קװאַרטיראַנט, ניט קוקנדיק אים אין די אױגן אַרײַן. ― איך האָב געהערט, אַז עס דאַרף קאָסטן אַ סך געלט? אָט דער שאַליאַפּין, זאָגט מען, בײַסט זיך...

― פּוס־טיאַ־קי! пустяки: נאַרישקײטן ― ציט אױס דער קװאַרטיראַנט. ― װער רעדט פֿון אַזעלכע נאַרישקײטן?

― פֿאַרשטײט זיך נאַרישקײטן! ― מאַכט שׂרה שאַפּיראָ. ― בײַ אײַך איז, אַ פּנים, געלט־שמעלט? מע שיקט אײַך חודש־געלט, װײַזט אױס, עמיצער, צי װאָס?

― נו יאָ, חודש־געלט, ― ענטפֿערט איר דער קװאַרטיראַנט.

― פֿון װאַנען? פֿון דער הײם מסתּמא?

― נו יאָ, פֿון דער הײם.

― װיפֿל, הײסט עס, שיקט מען אײַך חודש־געלט?

דאָס קאָן שױן בעטי נישט לײדן און מישט זיך אַרײַן.

― װאָס ביסט דו, מאַמע, אַ סודיעבנע סלידאָװאַטעל судебный следователь: חוקר פֿון בית־דין?

― װאָס זאָג איך דען? ― פֿאַרענטפֿערט זיך די מוטער. ― איך װיל נאָר װיסן, פֿון װאַנען נעמט ער געלט?

― װאָס גײט עס דיך אָן? ער גנבֿעט, ― זאָגט איר די טאָכטער און צעלאַכט זיך אינאײנעם מיט דער מוטער, און אױף זײ קוקנדיק לאַכט דער קװאַרטיראַנט אױך, װאָרעם ער פֿאַרשטײט שױן אַ ביסל ייִדיש. נישט קײן סך, נאָר אַ ביסל. ער האָט זיך בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב אױסגעלערנט. און בכדי צו באַרויִקן די בעל־הביתטע, װאָס װיל פֿאָרט װיסן, פֿון װאַנען ער נעמט געלט, דערצײלט ער איר, נאָר מיט אַ תּנאַי, אַז קײנער זאָל ניט װיסן, פֿאַרשטײט זיך, אױף קאַטאָװעס, אַז ער האָט אַ רײַכע מומע...

שׂרה שאַפּיראָ נעמט עס אָן פֿאַר גוט געלט און מאַכט צו אים:

― אַן אַלמנה, אָדער אַ גרושה?

דער קװאַרטיראַנט פֿאַרטראַכט זיך אַפֿילו ניט און ענטפֿערט איר

― אַן אַלמנה.

― האָט נישט קײן קינדער?

― האָט נישט קײן קינדער.

― נישט געהאַט אױך, צי געשטאָרבן?

― געשטאָרבן.

― אַלע ביז אײנעם?

― אַלע ביז אײנעם.

שׂרה שאַפּיראָ טוט אַ זיפֿץ...

― ברוך דײַן אמת!.., פֿאַרװאָס האָט זי ניט חתונה דאָס אַנדערע מאָל?

― אום גאָטעס װילן! ― מישט זיך אַרײַן װידער די טאָכטער, װאָס זיצט קױם אײַן אױף איר אָרט. ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ „דאָפּראָס“?

― שטיא, װאָס אַרט עס דיך? עס קאָסט אים געלט, אַז ער װעט מיר דערצײלן? צי ס'װעט אים עפּעס אָפּפֿאַלן?

אַזױ פֿאַלט אָן שׂרה שאַפּיראָ אױף דער טאָכטער און נעמט זיך צום קװאַרטיראַנט, אַרבעטנדיק בעת־מעשׂה דאָס זעקל פֿון סיאָמקעס װעגן גאַנץ געשמאַק.

― איז װאָס־זשע האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן, הײסט עס, נאָך? יאָ. װי אַזױ געהער זי זיך אָן מיט אײַך אַ מומע? זי איז אײַער מאַמעס אַ שװעסטער, צי איר מאַן איז געװען אײַער טאַטנס אַ ברודער?

― זי איז מײַן מאַמעס אַ שװעסטער.

― אַזױ? אַן אײגענע שװעסטער? אַן עלטערע, אָדער אַ ייִנגערע?

― אַן עלטערע, מײן איך, אַ ייִנגערע, נײן, טאַקע אַן עלטערע...

שׂרה שאַפּיראָ הײבט אױף די אױגן פֿריִער אױפֿן קװאַרטיראַנט, דערנאָך אױף דער טאָכטער, װעלכע, קאָן שױן מער ניט איבערטראָגן און הײבט זיך אױף און גײט אַװעק מיטן ביכל צו זיך אין איר חדרל אַרײַן. שׂרה פֿאַלט אָבער בײַ זיך ניט אַראָפּ און זי טוט זיך איר אַרבעט, טאַקע װי אַן אמתער סלידאָװאַטעל:

― איז ער געװען, הײסט עס, אַ ייִד מיט געלט?

― װער?

שׂרה שאַפּיראָ שטעלט אַװעק די אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― פֿון װעמען רעדן מיר? פֿון אײַער פֿעטער, דאַכט זיך? איך פֿרעג, צי איז ער געװען אַ ייִד אַ נגיד?

― אַ נגיד.

― טאַקע אַ גרױסער נגיד?

― טאַקע אַ גרױסער נגיד.

― דהײַנו, װאָס הײסט בײַ אײַך אַ גרױסער נגיד?

דער קװאַרטיראַנט װײסט ניט, װאָס ער זאָל איר ענטפֿערן. די בעל־הביתטע קומט אים צו הילף. זי גיט אים צו פֿאַרשטײן:

― ייִדישע רײַכקײט... עס קומט צו עפּעס ― אַ נעכטיקער טאָג! פֿאַראַן בײַ אונדז אַ װערטל... „פֿרעמדע טױזנטער מיט פֿרעמדע קינדער קאָסטן ניט טײַער“... איך מײן, אין װיפֿל האָט מען אים געשאַצט?

― װעמען?

― װידעראַמאָל װעמען!

שׂרה שאַפּיראָ קוקט אים אָן, און ער פֿאַרכאַפּט זיך:

― אַך, מײַן פֿעטער אין װיפֿל מע האָט געשאַצט? דאָס װײס איך ניט.

― דאָס װײסט איר ניט? װער דען דאַרף עס װיסן? איך פֿרעג דאָך בײַ אײַך ניט װיפֿל ביז דער קאָפּיקע. איך פֿרעג נאָר לערך, װיפֿל, למשל, האָט ער געקאָנט פֿאַרמאָגן, אײַער פֿעטער, אײדער ער אין געשטאָרבן?

דער קװאַרטיראַנט טראַכט אַ װײַלע:

― איך מײן, אַז אומגעפֿער אַ מיליאָן.

בײַ שׂרהן איז אַרױסגעפֿאַלן דאָס זעקל מיט די דרעטלעך פֿון די הענט פֿאַר שרעק.

― װיפֿל זאָגט איר? אַ מיליאָן? אַ גאַנצן מיליאָן?

― כּמעט אַ מיליאָן. דאָס הײסט, עטװאָס מער אָדער עטװאָס װינציקער...

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך צוגערוקט אַ ביסל נעענטער צו איר קװאַרטיראַנט, זיך גענומען קראַצן מיטן אײַזערנעם דרעטל הינטערן אױער:

― זאָגט־זשע מיר, איך בעט אײַך, װאָס איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן? װיבאַלד, אַן די קינדער זענען, זאָגט איר, אַלע אױסגעשטאָרבן, און קײן אַנדערע יורשים, אַחוץ אײַך, איז ניטאָ, איז שױן אפֿשר גלײַכער, װאָס זי האָט ניט חתונה?

― מיט װאָס, אײגנטלעך?

די בעל־הביתטע האָט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ אַראָפּ און אַ קוק געגעבן אױף איר קװאַרטיראַנט פֿון אונטן אַרױף און אַ זאָג געגעבן:

― זאָגט נאָר, איך בעט אײַך, איר מאַכט זיך תּמעװאַטע, צי איר זענט טאַקע אַ נעװיקל?

דער קװאַרטיראַנט קוקט זי אָן מיט לאַכנדיקע אױגן:

― װאָס איז דען?

― װאָס אין דען, פֿרעגט ער! װאָס הײסט, װאָס איז דען? װיבאַלד אַזױ, איז עס דאָך איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר אינגאַנצן אײַערס!

― איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר? אָאָ! ― האָט דער קװאַרטיראַנט אױסגערופֿן אַ פֿאַרחידושטער, און די בעל־הביתטע האָט זיך אַזױ צעלאַכט, אַז בעטי איז געקומען צו לױפֿן פֿון איר חדר.

― װאָס זאָגסט דו, בעטי, אױף אונדזער קװאַרטיראַנט? ער איר דאָך אַן אמתער גױ! איך זאָג אים, אַז איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר װעט ער ירשענען זײַן מומע, פֿאַרשטײט ער ניט, װאָס הײסט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר ― כאַ־כאַ־כאַ!... אַ טעאַטער און גענוג! פּונקט װי מײַן מומע ריװע פֿון פּראָסקוראָװ האָט אָפּגעשריבן אירע צװײ טעכטער אַ בהמה, אַז איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר נאָך איר טױט זאָל מען די בהמה פֿאַרקױפֿן און דאָס געלט צוטײלן די צװײ טעכטער... האָט מען זיך גענומען לאָדן, און אַז ס'איז געקומען צום מישפּט, האָט דער חכם דער סודיאַ судья: שופֿט געפּסקנט, אַז מע טאָר די בהמה ניט פֿאַרקױפֿן, װאָרעם אין דער צװאה שטײט בפֿירוש: איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר נאָכן טױט ― כאַ־כאַ! אַז מע שמועסט אַ גױיִשער קאָפּ!

בעטי האָט געמוזט נעמען אױף זיך די מי איבערצוגעבן דעם קװאַרטיראַנט סײַ די מעשׂה מיט דער מומע ריװעס צװאה, סײַ דעם פּשט, װאָס הײסט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, און אַלע דרײַ האָבן געלאַכט אַזױ לאַנג, ביז דער בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, איז געקומען אַהײם עסן ― בײז און גיך, אױף אײן פֿוס, װי זײַן שטײגער איז.

― װאָס איז שײן דאָ בײַ אײַך װידער פֿאַר אַ געלעכטער? ― האָט ער אַ זאָג געגעבן אין דער לופֿט אַרײַן, ניט קוקנדיק אױף קײנעם.

― נאָר אַ טעאַטער! אַ באַשרײַבונג צו מאַכן! ― האָט זיך שׂרה אָנגערופֿן צו איר מאַן און גענומען אים איבערדערצײלן נאָך אַ מאָל די געשיכטע מיט די הונדערט צװאַנציק יאָר, װאָס דער קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט ניט, און טאַקע אין אײנװעגס ראָט זי געװאָלט, אַז איר מאַן זאָל געװױרע װערן, פֿון װאַנען דער קװאַרטיראַנט נעמט געלט, און פֿון דער ירושה, װאָס װאַרט אױף אים.

― אַ מיליאָן! דו פֿאַרשטײסט? אַ גאַנצער מיליאָן! און אפֿשר נאָך מער פֿון אַ מיליאָן! ― אַזױ האָט אױסגעלאָזט שׂרה שאַפּיראָ, און אין אירע אױגן האָט זיך צעברענט אַ פֿײַערל, און די בעקלעך האָבן זיך איר צעפֿלאַמט, און זי איז געװאָרן מיט עטלעכע יאָר ייִנגער, און אַפֿילו דאָס קול האָט זיך איר איבערגעביטן.

― װײס איך! ייִדישע מיליאָנען, נאַ דיר אַ גראָשן! ― האָט איר אָפּגעהאַקט דוד שאַפּיראָ, װי אַ מענטש, װאָס איז אין די זאַכן מער קאָמפּעטענט פֿון יעדן אײנציקן, און, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, איז ער געגאַנגען זיך װאַשן צום עסן.

שׂרה שאַפּיראָ, װאָס איז געבליבן װי אָפּגעגאָסן מיט אַ שעפֿל קאַלט װאַסער, איז אַפֿילו גרײט געװען מקײם פּסק זײַן איר מאַן און אָפּשפּילן אים אַ ספּעקטאַקל, װי ער האָט עס כּשר פֿאַרדינט: נאָר באַגעגנט זיך מיט דער טאָכטערס שאַרפֿן קוק, ס'זאָל זײַן שטיל, האָט זי פֿאַרביסן אַ ליפּ, אָפּגעלײגט דעם ספּעקטאַקל אױף אַן אַנדערס מאָל און גענומען דערלאַנגען צום טיש.

דאָס אײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

די גליקלעכע מאַמע

דעמזעלבן טאָג אױפֿדערנאַכט, אַז דוד איז נאָך ניט געװען אין דער הײם און בעטי איז געװען בײַ זיך, אָנגעטאָן זיך גײן אין טעאַטער אַרײַן, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אַרײַנגעכאַפּט צום קװאַרטיראַנט כּלומרשט אַכטונג געבן, אױב עס הײצט זיך אין הרובע, און דערװײַל געמאַכט אַ שמועס מיט אים נאָך אַ מאָל װעגן דער מומע די מיליאָנערשע. זי װײסט שױן אַפֿילו, װי אַזױ זי הײסט. לאה רופֿט מען זי. (בײַם שלימזל קומט אױס ניט לאה, װי מע זאָגט בײַ אונדז, נאָר ליאַ) און אַז דעם פֿעטער האָט מען גערופֿן אַבראַם אַבראַמיטש...

שׂרה שטעלט אַװעק אירע אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― װי איז דאָס מעגלעך? װי קאָן בײַ אונדז געמאָלט זײַן, אַז דער טאַטע זאָל הײסן אַבֿרהם און דער זון אױך אַבֿרהם? ס'איז נאָר בײַ גױים קאָן זײַן אַזאַ זאַך: דער טאַטע איװאַן און דער זון איװאַן... איװאַן איװאַנאָװיטש...

ראַבינאָװיטש קוקט אױף דער מאַדאַם שאַפּיראָ װי אַ פֿאַרשולדיקטער, כאָטש ער װײס ניט, אין װאָס איז אײגנטלעך זײַן זינד. אַ גליק װאָס שׂרה אַלײן קומט אים צו הילף. זי מאַכט צו אים:

― סײַדן אײַער פֿעטער איז געבױרן געװאָרן שױן נאָך זײַן טאַטנס טױט?

ראַבינאָװיטש כאַפּט זיך אָן אין דעם װי אַ מענטש, װאָס טרינקט זיך:

― אמת, ריכטיק. מײַן פֿעטער איז געשטאָרבן אײדער זײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן, דאָס הײסט איך װיל זאָגן, אַז זײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אײדער דער פֿעטער איז געשטאָרבן... טפֿו! װאָס פֿאַר אַ טשעפּוכאַ?... און בײדע הײבן זײ אָן צו לאַכן.

― לאָזן שױן אײַערע שׂונאים רעדן פֿאַר אײַך! ― מאַכט צו אים שׂרה און ניט אַזױ גיך לאָזט זי אים אָפּ פֿונעם „דאָפּראָס“.

― װאָס איז ער געװען, אײגנטלעך, אײַער פֿעטער? ― פֿרעגט אים שׂרה, קוקנדיק שױן ניט אױף אים, נאָר אַרױף אױף דער סטעליע, און באַקומט אַן ענטפֿער פֿונעם קװאַרטיראַנט:

― װאָס ער איז געװען?... אַ מענטש איז ער געװען.

― איך װײס ― זאָגט שׂרה, ניט צונעמענדיק די אױגן פֿון דער סטעליע ― איך װײס, אַז אַ מענטש, ניט קײן חיה. איך מײן, מיט װאָס האָט ער געהאַנדלט?

ראַבינאָװיטש, אַז ער איז נאָך ניט געװען ראַבינאָװיטש, נאָר פּאָפּאָװ, האָט געהערט װיפֿל מאָל, אַז ייִדן האַנדלען מיט אַלטע שמאַטעס. איז אים דעריבער אײַנגעפֿאַלן אַ זאָג צו געבן:

― מיט װאָס ער האָט געהאַנדלט? מיט שורום־בורום האָט ער געהאַנדלט.

שׂרה האָט דערלאַנגט אַ פּליעסקע מיט בײדע הענט און אַװעקגעשטעלט די אױגן אױפֿן קװאַרטיראַנט:

― װאָס רעדט איר? פֿון שורום־בורום? װי אַזױ װערט מען דאָס פֿון אַ שורום־בורום אַ מיליאָנער? װײ איז מיר!

דער קװאַרטיראַנט האָט געזען, אַז װאָס װײַטער איז ערגער, ער זינקט װי אין אַ זומפּ, האָט ער דעריבער געאײַלט זיך צורעכט מאַכן און פֿאַרענטפֿערן.

אַן ראַבינאָװיטש איז נאָך ניט געװען ראַבינאָװיטש, נאָר פּאָפּאָװ, האָט ער געהערט, אַז ייִדן װערן רײַך פֿון דעם, װאָס זײ שפּאָרן אָפּ, קלײַבן אַ גראָשן מיט אַ גראָשן... דער דאָזיקער תּירוץ איז, װײַזט אױס, אָפּגעגאַנגען בשלום, װאָרעם שׂרה שאַפּיראָ האָט געבראָכן די פֿינגער און געזאָגט צום קװאַרטיראַנט:

― אַ מעשׂה! אַ מעשׂה! האָט ער דאָך באַדאַרפֿט לעבן מתושלחס יאָרן!... ניט אַנדערש, אַז ער אין געװען אַ זקן און זי אין בײַ אים געװען דאָס אַנדערע װײַב?

― איר האָט כּמו װי געטראָפֿן...

― געװיס האָב איך געטראָפֿן, ― מאַכט צו אים שׂרה שאַפּיראָ. איך טרעף תּמיד, װײַל איך גײ מיטן גלײַכן װעג... איך בין ניט אַזױ אַלט װי געניט. מײַן מאַן איז אַ ביסל, װי איר זעט אים אַ שװידקײ швидкий: גיכער, בײַ אים איז אַלצדינג גיך־גיך. און דער עיקר, װאָס ער גלױבט ניט אין יענעמס גליקן. איר האָט דאָך געהערט, װאָס ער זאָגט: „ייִדישע מיליאָנען“... ער מײנט, אַז ער האָט ניט, האָט קײנער ניט. רױטשילד אױך ניט. הערט אים ניט, װאָס ער װעט אײַך זאָגן!... און בעטי איז דאָך גלאַט ניט שײך. װאָס װײסט זי, אַ קינד, אין אַזעלכע זאַכן? איך בין געניטער פֿון זײ אַלעמען. דעריבער זאָלט איר האָרכן, װאָס איך זאָג אײַך. ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איר זאָלט מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלט איר באַדאַרפֿט אַ ביסל אָפֿטער זיך איבערשרײַבן מיט אײַער מומע. פֿאָרט אַ ייִדענע אַן אַלמנה און אײן מענטש אַלײן... װען רעכנט איר זיך מיט איר צו זען?

ראַבינאָװיטש האָט אַ טראַכט געגעבן:

― איך רעכן... אױב ניט אױף ראָזשדעסטװאָ рождество: ניטל, איז אױף פּאַסכאָ пасха: חגא...

― װאָס פֿאַר אַ ראָזשדעסטװאָ בײַ ייִדן? װאָס פֿאַר אַ לשון פּאַסכאַ? אַלע אונדזערע יום־טובֿים, האָב איך שױן באַמערקט װיפֿל מאָל, הײסן בײַ אײַך גױיִשע נעמען. חנוכּה איז בײַ אײַך ראָזשדעסטװאָ. פּסח ― פּאַסכאַ. שבֿועות ― טראָיצע Троицын день: פּענטעקאָסט... ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איך האָב אײַך שױן װיפֿל מאָל געװאָלט פֿאָרהאַלטן, אַז ס'איז ניט רעכט, פּשוט ניט שײן פֿאַר לײַטן... יעדער, װער עס זעט אײַך און רעדט מיט אײַך עטלעכע װערטער, װיל זיך גאָר ניט גלױבן, אַז איר זעגט אַ ייִד... שאַט! װאָס דאַרפֿט איר מער, אָט נעמט אונדזער דאָקטאָר, האָט ער מיר אַנומלטן געזאָגט נאָך אַ מאָל, אַז װען איר זאָלט ניט הײסן, זאָגט ער, ראַבינאָװיטש, װאָלט ער קײנמאָל אין דער װעלט ניט געזאָגט, זאָגט ער, אַז איר זענט אַ ייִדיש קינד...

― טאַקע באמת? ― זאָגט ראַבינאָװיטש מיט אַ געלעכטער און װערט רױטלעך.

― טאַקע באמת? װאָס־זשע? איך װעל אײַך אױסטראַכטן? און נאָך אַ זאַך. איר האָט אַ טבֿע, אַז איר װילט עפּעס זאָגן װעגן ייִדן, זאָגט איר ניט „בײַ אונדז“, נאָר „בײַ אײַך“. אַ מיאוסע טבֿע, כ'לעבן. ס'איז ניט מײַן עסק, נאָר איר דאַרפֿט אײַך זען אָפּגעװױנען פֿון דעם. איך בין אײַך אַ גוטער פֿרײַנד, דעריבער זאָג איך עס אײַך... אָט איז בעטי! ― מאַכט זי צו דער טאָכטער, װאָס שטײט אין דער טיר אַן אָנגעטאָנע מיט אַ װאַרעמען קאַפּאָר капор: קאַפּישאָן אױפֿן קאָפּ, װאָס מע זעט אַרױס מער ניט אַז אירע שײנע קאַרע אױגן מיט די געדיכטע ברעמען און אַ שפּיץ נעזל. ― איך זאָג צו אונדזער קװאַרטיראַנט, זאָג איך, אַז ער זאָל אַכטונג געבן, זאָלסט ניט אַרױסלױפֿן פֿון טעאַטער גלײַך אין דרױסן אַרױס אַ פֿאַרשװיצטע. זאָלסט זיך פֿריִער אָפּקילן זאָלסט דו זיך. דו הערסט, װאָס מע רעדט צו דיר? איך בעט אײַך טאַקע, ראַבינאָװיטש, למען־השם, איר זאָלט אַכטונג געבן אױף איר, זי זאָל זיך ניט פֿאַרקילן, חס־ושלום, אײַער שאַליאַפּין זאָל מיך, חלילה, ניט קאָסטן טײַער!...

― זײַט זיכער, מאַטושקאַ, פֿאַרלאָזט זיך אױף מיר! ― באַרויִקט זי דער קװאַרטיראַנט, אַ גליקלעכער, אױב ניט דער גליקלעכסטער, לױפֿט אַראָפּ פֿון די טרעפּ אינאײנעם מיט בעטין, טוט אַ פֿײַף און אַ געשרײ אױס אױפֿן מאָסקװער שטײגער: ,,ע, װאַנקאַ!“... עס יאָגן אָן דרײַ װאַנקעס מיט אַ הוק און מיט אַ געפּילדער. זײ זעצן זיך אַרײַן בײדע אין אײן שליטעלע אַרײַן; ער דעקט זי אָן אין דער װאַרעמער באַרעניצע, נעמט זי אַרום מיט אײן האַנט פֿון הינטן פֿאָרזיכטיק, פּאַװאָלינקע, װי מע נעמט אַרום אַ טײַערע כּלי, אָדער אַ סטאַטוע, װאָס קאָן אַראָפּפֿאַלן און זיך צעברעכן, און הײסט דעם „װאַנקע“, ער זאָל ,פֿליִען אין אײן אָטעם! װאַנקע פֿאָלגט אים, אַ שמײַס אױפֿן פֿערדל, און דאָס שליטעלע טראָגט זײ פֿײַל אױסן בױגן.

דער שנײ פֿון בײדע זײַטן ברעקלט זיך, פֿאַרשפּריצט זײ מיט קאַלטע טראָפּנס דאָס פּנים, די שטערן פֿונעם מעטאַל־קלאָרן קאַלטן װינטער־הימל שעמערירן, קאָנקורירן מיט די ניט זײער אָפֿטע און ניט זײער שײַנענדיקע גאַס־לאַמטערנעס. און שׂרה שאַפּיראָ שטײט בײַם פֿענצטער, טיף אַרײַנגעשטעקט די נאָז אין גלאָז אַרײַן, און קוקט זײ נאָך, װי דאָס שליטעלע האָט זײ אַװעקגעטראָגן, און איר האַרץ קלאַפּט איר שטאַרק, זי װײסט ניט פֿון װאָס: אפֿשר פֿאַר גרױס פֿרײד?... אירע מאַמעס אױגן זעען דאָס, װאָס נאָר אַ מאַמע, אַ גליקלעכע מאַמע, קאָן זען, און איר מאַמעס האַרץ פֿילט דאָס, װאָס נאָר אַ מאַמע, אַ גליקלעכע מאַמע, קאָן פֿילן, און זי טראַכט זיך: „װער װײס? אפֿשר איז דאָס אַ באַשערטע זאַך?... אפֿשר איז דאָס אַ זיװג?“... און די גליקלעכע מאַמע פֿאָרט זײ נאָך ― אין דער מחשבֿה גלײַך ביזן טעאַטער. און זי גײט מיט זײ ― אין דער מחשבֿה ― גלײַך אין טעאַטער אַרײַן. זיצט מיט זײ אַ בענקל נעבן אַ בענקל. גײט זײ נאָך פֿוסטריט. הערט זיך אײַן, װי זײ רעדן האַלבע װערטער. זעט, װי זײ דריקן זיך אײנס דאָס אַנדערע די האַנט. קוקן זיך אײנס דאָס אַנדערע אין די אױגן. אָ! זי פֿאַרשטײט, װאָס באַדײַט זײער קוק. זי אין אַ מבֿין אױף די האַלבע װערטער... װי לאַנג איז זי אַלײן געװען אַ מײדל און איר דוד אַ בחור ...

און שׂרה שאַפּיראָ דערמאַנט זיך אין יענער גליקלעכער צײַט, װאָס, דאַכט זיך, אָט ערשט ניט לאַנג איז דאָס געװען, װען איר דוד, אַ ציקאַװע בחורל, אַ פּאַרשױן, אַ קענער, ― אַ מושלם בכל המעלות, איז אױסגעגאַנגען נאָך אירע טריט, געשריבן איר אַזעלכע הײסע ליבע־בריװלעך, געשװאָרן, אַז ער װעט זיך דאָס לעבן נעמען, אױב מע װעט אים ניט געבן שׂרהן!... און שׂרהס טאַטע, אַ ייִד אַ חסיד, געװײקט בײַם רבין, האָט נישט געװאָלט הערן ניט זען פֿון דעם דוד שאַפּיראָ, דערפֿאַר װײַל ער איז אַ „כּל־בוניק“, כאָטש ער האָט אַ רײַכן טאַטן, װאָס װיל זיך לאָזן קאָסטן מי יודע װיפֿל, אַבי האָבן שׂרהן פֿאַר אַ שנור!... עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז דאָס יונגע פּאָר האָבן שױן געהאַט אָפּגערעדט צװישן זיך, אַז דוד זאָל מקדש זײַן שׂרהן פֿאָר צװײ עדות, אָדער גאָר אױפֿהײבן זיך און אַװעקפֿאָרן פֿון זײער שטעטל אין אַ גרױסער שטאָט אַרײַן און דאָרט שטעלן אַ חופּה...

אַך! אָט ערשט נעכטן, דאַכט זיך, איז געװען דער דאָזיקער חלום, און אָט שטײט זי הײַנט בײַם פֿענצטער און קוקט זיך אײַן אין איר טאָכטער, װאָס פֿליט דאָרט אױף אַ שליטעלע מיט אַ פֿרעמדן בחור, אפֿשר מיט איר באַשערטן?...

און זי בעט גאָט, די גליקלעכע מאַמע, אַז אױב דאָס איז טאַקע איר באַשערטער, זאָל ער זײַן דאָס, װאָס זי, שׂרה שאַפּיראָ, מײנט אױף אים... דאַכט זיך, אַ װױלער בחור?... מיט אַ ירושה האָט אים שױן דער אױבערשטער באַװאָרנט, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן... הלװאַי זאַל ער נאָך אַלײן זײַן דערצו אַזױ, װי ער װײַזט זיך איר אױס... זי זאָל זיך אין אים, חלילה, ניט אָפּנאַרן... נישקשה, איר בעטין שטײט אָן צו האָבן אי אַ פֿײַנעם חתן, אי אַ מיליאָן... אַ מיליאָן?! ס'איז נאָר גרינג אױסצורעדן אַ מיליאָן!... אַ װערטעלע אַ מיליאָן! ― אַ גאַנצער מיליאָן!... עס דאַרף זײַן, אַ פּנים, גאָר ניט שלעכט, אַז מע האָט אַ טאָכטער אַ מיליאָנערשע...

― װוּ איז בעטי? װוּ איז דער קװאַרטיראַנט? אַ ברענענדיקער פֿראָסט אין דרױסן!

דוד שאַפּיראָ איז אַרײַנגעקומען אָן אַ קלונג, װי אַלע מאָל, אַן איבערגעפֿרױרענער, מיט װײַסע ברעקלעך אײַז אױף די װאָנצעס. דערװוּסט זיך פֿונעם װײַב, אַז זײ זענען אין טעאַטער אױף שאַליאַפּינען, װערט פּלוצעם דוד משוגע.

― װאָס פֿאַר אַ געהעכטס פּלוצעם אין טעאַטער אַרײַן אַלײן?

― מזל־טובֿ, סקאָצל קומט! ― פֿאַלט אָן אױף אים שׂרה. ― איך האָב דאָך דיר נאָך אינדערפֿרי, דאַכט זיך, געזאָגט, אַז זײ האָבן בילעטן אױף שאַליאַפּינען און אַז זײ גײען אין טעאַטער אַרײַן, הײַנט װאָס פֿײַערסט דו װי אַ קוריערסקי פּאָיעזד?

― אַ גדולה שאַליאַפּין! ― הערט דוד ניט אױף צו פֿײַערן און אַרומשפּאַנען איבער דער שטוב, אָנװאַרעמענדיק זיך די איבערגעפֿרױרענע פֿאַרקלעצלדיקטע פֿיס אין אײנװעגס. ― נײן. איך װאָלט זײ ניט געלאָזט אַלײן אין טעאַטער אַרײַן. בשום אופֿן ניט! פֿאַר קײן געלט!... װאָס פֿאַר אַ געהעכטס אַלײן אין טעאַטער אַרײַן? נײן. אָט טו איך מיך אָן און גײ אױך אַהין. לאָמיך מיך נאָר אַ ביסל אָנװאַרעמען... שאַליאַפּין! קױם דערלעבט! נאַ דיר גאָר שאַליאַפּין!...

― שױן? האָסט שױן געענדיקט? ― מאַכט צו אים שׂרה און גײט צו צו אים נאָענט און פֿאַרקוקט אים אין די אױגן אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו אים מיט אַ נײַעם װײכן טאָן:

― דוד!....

און מער נישט... דוד שאַפּיראָ האָט באַלד אױפֿגעהערט צו פֿײַערן און צו אַרומשפּאַנען איבער דער שטוב. ער האָט נאָר אַ זאָג געגעבן צום װײַב:

― אַן איך װײס ניט, װער ער איז און װאָס ער איז?.,.

― דוד, װאָס רעדסט דו? װאָס נאָך דאַרפֿסט דו װיסן? אַ בריליאַנטענער בחור. אַ גאָלדענע מעדאַל. אַ רײַכע מומע פֿון כּמעט אַ מיליאָן, און ער איז איר אײנציקער יורש...

― גוט. אָבער ער אַלײן װער איז? זײַן טאַטע װאָס איז? אַז איך װײס גאָרניט!...

― דוד.! און אַז מײַן טאַטע האָט יאָ געװוּסט, װער דײַן טאַטע איז?...

― הײבט זיך אָן אַ מעשׂה! װאָס גלײַכסט דו דאָס צו דעם? אַ סמיכות־הפּרשה!...

― פּאַפּאַשאַ! אַרױס מיט אַ פֿערציקער!

דאָס זאָגט סיאָמקע, אַרײַנגעלאָפֿן פֿון צװײטן חדרל מיט אַ צעביסענער פּען און מיט שװאַרצע פֿינגער, אײַנגעטונקען אין טינט. דער פֿאָטער הײסט זיך באַװײַזן אױף פּאַפּיר, פֿאַרװאָס עס קומט צװאַנציק קאָפּיקעס, און שׂרה טראָגט אַרײַן אַ זודיקן סאַמאָװאַר, װאָס בלעזלט זיך און בולבלט זיך לעבעדיק־פֿרײלעך און צעשפּרײט אַ װײכע װאַרעמקײט אין שטוב, און עס דערהערט זיך גיך אַן אַראָמאַט פֿון מחיהדיק־שמעקנדיקן טײ.

דאָס צװײ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

אין טעאַטער

געקומען אין טעאַטער אַרײַן, האָט מען זיך אױסגעטאָן אין דער גאַרדעראָבע, און בעטי האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דעם װײַסן װאַרעמען קאַפּאָר און געבליבן אין איר שװאַרץ אײנפֿאַך קאַשעמירן קלײד מיט שװאַרצן סטעקליאַרוס стеклярус: פּאַטשערקע, קרעל, װאָס האָט זיך אָפּגעפֿינקלט אױף אירע פּראַכטפֿול־אױסגעקײַלעכיקטע פֿאָרמען, און אירע אײנפֿאַך־פֿאַרקעמטע האָר, װאָס האָבן אַרומגעברעמט איר קלאָר מאַטעװן פּנים, האָבן איר צוגעגעבן אַזױ פֿיל חן, אַז מע האָט זי גיך באַמערקט אין טעאַטער צװישן אַ סך אַנדערע שײנהײטן אינעם דאָזיקן אָװנט, און אַ סך־אַ סך אױגן האָבן אױף איר געקוקט. אַ סך לאָרנעטן און בינאָקלען האָבן זיך אָנגעשטעלט אַהין, װוּ דאָס פּאָרל האָט זיך באַזעצט. דאָס האָבן זײ געזען בײדע, און בײדע האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען זענען אָנגעשטעלט אַלע אױף דעם דאָזיקן שײנעם מײדל מיט איר יונגען באַגלײטער, װאָס קאָן זײַן אָדער אירער אַ ברודער, אָדער אַ חתן, אָדער אַזױ אַ באַקאַנטער קאַװאַליר... דאָס האָט געפֿירט דערצו, אַז בעטיס בליִענדע בעקלעך מיט אירע כאַראַקטער־הן־גריבעלעך זאָלן זיך נאָך מער פֿאַררױטלען, װי רעכטע צײַטיקע פֿערשקעס, ביזן װײַסן האַלדז אַרײַן, און זי זאָל װערן נאָך מער רײצנד און נאָך מער ציִען אױף זיך די אױגן פֿון פּובליקום, װאָס האָט צוליב שאַליאַפּינען אָנגעפֿילט דעם פּאַרטער, די לאָזשן מיט דער גאַלעריע פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אַזױ אַז ס'איז ניט געװען אַן עפּל דורכצוּװאַרפֿן.

ערשט דעמאָלט האָבן די לאָרנעטן מיט די בינאָקלען אױפֿגעהערט צו קוקן אױף דער אַרײַנגעקומענער בעטי, אַז עס האָט זיך אױפֿגעהױבן דער פֿאָרהאַנג און אַלע אױגן האָבן זיך געקערט צו דער סצענע צו, געזוכט דעם באַרימטן װעלט־קומיר кумир: געץ, דעם באַליבטן אָפּגאָט שאַליאַפּין, װעמענס נאָמען עס האָט אָנגעפֿילט דאָס טעאַטער אינעם דאָזיקן אָװנט.

אױך בעטי איז געקומען צוליב דעם דאָזיקן קומיר, צוליב שאַליאַפּינען, אין טעאַטער אַרײַן, און גיך האָט זי זיך אינגאַנצן, מיט אַלע אירע חושים, אַריבערגעטראָגן אַהין אױף דער סצענע, גלײַך מיט אַ סך אַנדערע. בעטי איז געקומען אַהער ניט נאָר פֿון יוצא װעגן, אונטערהאַלטן די מאָדע פֿון גײן אין טעאַטער אַרײַן, נאָר טאַקע אױסגעגאַנגען מיט לײַב און לעבן הערן אַזאַ באַרימטן זינגער און שפּילער, װי אָט דער שאַליאַפּין.

נאָר אױב בעטיס נשמה איז געװען דאָרטן אױף דער סצענע, איז איר באַגלײטער ראַבינאָװיטש געװען דאָ, אין פּאַרטער, נעבן איר, נעבן בעטין, צוליב װעלכער ער האָט אײגנטלעך פֿאַרפֿירט דעם גאַנצן ענין שאַליאַפּין. אים איז אָט דער זינגער װינציקער פֿון אַלץ געלעגן אין זינען. ער איז געקומען אַהער מיט בעטין נאָר צוליב דעם, ער זאָל קאָנען בלײַבן מיט איר אַלײן און אַנטדעקן איר סוף־כּל־סוף דאָס, װאָס ער האָט זיך געקליבן איר צו אַנטדעקן דעמאָלט נאָך, אױף מאָרגן נאָך דער אָבלאַװע... און אױב עס אין געװען אַן אָפּהאַלט ביז אַהער, איז דאָס נאָר דערפֿאַר, װאָס ער איז נאָך מיט זיך אַלײן ניט געװען אינגאַנצן פֿאַרטיק. ער האָט נאָך נישט געװוּסט, אױף װיפֿל זײַנע געפֿילן צו איר זענען טאַקע אַזױ ערנסט... ערשט אין דער לעצטער צײַט האָט ער זיך אינגאַנצן איבערצײַגט, אַז ער קאָן אָן איר ניט לעבן, און אַז זײַן גאַנצע קאָמעדיע, דער גאַנצער שפּאַס, װאָס ער האָט זיך געביטן מיט זײַן חבֿר מיט די נעמען, איז געװען פֿון אים נישט מער װי אַ באַשערטע זאַך, אַ פֿאַטאַלער שריט, אױף צו באַגעגענען זיך מיטן דאָזיקן מײדל, צו פֿאַרליבן זיך אין איר ביז צום שטאַרבן און צו פֿאַרבינדן זיך מיט איר אױף אײביק!...

אמת, ער האָט געװוּסט גאַנץ גוט, אַז עס שטײט אים פֿאָר נאָך גענוג אָפּהאַלטענישן און דערנער אױף זײַן װעג. ער האָט געװוּסט גאַנץ גוט, װאָס פֿאַר אַ מלחמה ער װעט דערפֿאַר אױסשטײן אין דער הײם מיט זײַן קאַפּריזנעם פֿאָטער און נאָך מער מיט זײער גאַנצע עכט־רוסישע פֿאַמיליע, װאָס װעט געװיס ניט אָנשטײן, אַז ער, גרישאַ פּאָפּאָװ, זאָל חתונה האָבן מיט אַ מײדל, װאָס קומט אַרױס פֿון ייִדן!... ער האָט דאָס אַלצדינג גאַנץ גוט געװוּסט, גענוג מאָל זיך איבערגעלײגט, טױזנט מאָל איבערגעטראַכט אױף אַלע זײַטן און אױף אַלע פֿאַלן, און געפֿונען, אַז עט! ס'איז נישטאָ זיך װאָס צו שרעקן, ער װעט אַלצדינג איבערקומען בשלום. דער פֿאָטער װעט אים מוחל זײַן. די פֿאַמיליע װעט פֿאַרגעסן. ער איז ניט דער ערשטער, ער איז ניט דער לעצטער... האָבן מיר דען ניט געהאַט אַ מיניסטער בײַ אונדז אין אונדזער לאַנד, און אַ געהױבענעם מיניסטער, װעלכער האָט אַ װײַב, װאָס קומט אַרױס פֿון ייִדן?...

אײן זאַך נאָר איז בײַ אים געװען שװערלעך: פֿון װאָס זאָל ער אַצינד מיט איר אָנהײבן פֿריִער? צי זאָל ער איר פֿריִער אױפֿדעקן, װאָס ער איז? אָדער ער זאָל בײַ איר געװױרע װערן, װאָס װאָלט זי געטאָן, װען זי זאַל זיך פֿאַרליבן אין אַ קריסט און זי זאָל צוליב דעם דאַרפֿן איבערבײַטן דעם גלױבן?...

מן־הצד האָט ער אײנמאָל געהאַט שױן װי פֿאָרגעלײגט איר אַזאַ מין פּראָבלעם, האָט זי אים גאַנץ ערנסט געענטפֿערט, אַז דאָס איז איבערהױפּט קײן פּראָבלעם, װײַל ס'איז אַ זאַך, װאָס עס קאָן ניט זײַן.

― פֿאַרװאָס קאָן עס ניט זײַן? ― האָט ער זי איבערגעפֿרעגט און געװאָרן אַ ביסל אומרויִק.

― אַזױ. עס קאָן ניט זײַן דער פֿאַל, ― האָט זי אים געענטפֿערט ― אַז בײַ איצטיקע שאַרפֿע אומשטענדן אין אונדזער לאַנד און בײַ איצטיקע נאַציאָנאַלע רײַבונגען אין דער װעלט בכלל זאָל אַ קריסט קאָנען פֿאַרליבן זיך ערנסט אין אַ ייִדיש קינד...

און נישט מער?... איז די משמעות, אַ פּנים, אַז אינגאַנצן װענדט זיך נאָר אין דעם, אױף װיפֿל דער קריסט זאָל זיך האָבן ערנסט פֿאַרליבט?... אױב אַזױ, איז דאַנקען גאָט, װאָרעם װי קאָן מען שױן זײַן מער ערנסט פֿאַרליבט, װי ער אין פֿאַרליבט אין בעטין?...

און אַז בעטי איז פֿאַרליבט אין אים ― דאָס אין דאָך געװיס אָן אַ שום ספֿק. דאָס זעט דאָך אַ מינדסט קינד. אַפֿילו די מוטער אירע װײס עס, און אַז די מוטער װײס, װײס דאָך, מסתּמא, דער פֿאָטער אױך, און דאַכט זיך, אַז זײ האָבן גאָרנישט אַקעגן?... נישמער, זײ װײסן ניט, װער ער איז און פֿון װאַנען ער שטאַמט? ― איז דאָס אױך פֿון די קלײניקײטן. אַדרבה, לאָזן זײ נאָר געװױרע װערן, װער זײַן פֿאָטער איז?

און עס שטעלן זיך אים פֿאָר פֿאַרשידענע בילדער און לעבעדיקע סצענעס. אײנע פֿרײלעכער פֿון דער אַנדערער. פֿריִער, װי אַזױ דוד שאַפּיראָ װעט דאָס װערן איבערראַשט, אַז ער װעט דערהערן דעם נאָמען מיטן טשין פֿון זײַן פֿאָטער, מיטן טיטל „יעװאָ פּרעװאָסכאָדיטעלסטװאָ єво превосходительство: זײַן עקצעלעץ“, און מיט דער צײַט אפֿשר „יעװאָ װיסאָקאָ־פּדעװאָסכאָדיטעלסטװאָ єво високо превосходительство: זײַן הױכע עקצעלענץ“, ― כאַ־כאַ־כאַ!... און שׂרה? אַך! װאָס װעט זאָגן שׂרה שאַפּיראָ, אַן אױסער טשינעס און אױסער טיטלס, איז פֿאַראַן בײַ זײַן פֿאָטער אײגענע דערפֿער, פֿעלדער און װעלדער אין ט־װער גובערניע, װאָס טרעפֿן אָן אַ סך מער װי אַ מיליאָן, פֿון װעלכן זי איז אַזױ נתפּעל געװאָרן, כאַ־כאַ־כאַ!

פֿון בעטין שמועסט מען ניט, אַז זי װעט זײַן גליקלעכער פֿון גליקלעך, אַז זי װעט געװױרע װײען, װער איז אָט דער, װאָס איר האַרץ האָט אױסדערװײלט!...

און ער שטעלט זיך שױן פֿאָר באַצײַטנס, װי איר פּנים װעט דאָס שײַנען פֿון גדלות און װי אירע אױגן װעלן דאָס לײַכטן פֿון גליק... און נאָכדעם, װי זײ זעצן זיך אױף בײדע און פֿאָרן צו אים אַהײם, אין ט־װער גובערניע... און װי אַזױ דערנאָך, ער װעט קומען מיט איר פֿאַר זײַן פֿאָטער... װאָס דער פֿאָטער װעט אים זאָגן, און װאָס ער װעט זאָגן דעם פֿאָטער... און רעד פֿאָטער זײַנער איז דאָך אַפֿילו אַ קאַפּריזנער, אָבער באמת אַ גוטער, אַ װײכער מענטש; ער װעט נאָר אַ קוק געבן אױף זײַן אױסדערװײלטע און רעדן מיט איר צװײ װערטער, װעט ער איר גלײַך מוחל זײַן איר שטאַם, װאָס קײנער קאָן זיך אַזױ ניט האַלטן װי בעטי. זי פֿאַרדינט באמת אײַנצושטײן, װי איר מוטער שׂרה שאַפּיראָ זאָגט, „,אין קײזערלעכע פּאַלאַצן“...

און ער װאַרפֿט אַן אױג אױף זײַן אױסדערװײלטע, װאָס זיצט אָט דאָ מיט אים אַצינד אין טעאַטער, און זי חלומט אַפֿילו ניט פֿון אַזאַ גליק, װאָס װאַרט אױף איר אין דער װעלט....

* * *

נאָר אָט האָט זיך געענדיקט דער ערשטער אַקט, און אונדזער גליקלעך פּאָר הײבן זיך אױף פֿון זײערע ערטער און גײען גלײַך מיט אַלע אַרױס פֿון פּאַרטער אין װעסטיבול אַ ביסל שפּאַצירן הין און צוריק. דאָרט װעט ער מיט איר קאָנען רעדן פֿרײַ. דאָרט װעט ער איר הײַנט אױפֿדעקן סוף־כּל־סוף דעם הײליקן סוד, װאָס ער טראָגט אױפֿן האַרצן, דעם גרױסן שפּאַס, װי אַזױ ער איז פֿון אַ פּאָפּאָװ פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אױף אַ יאָר צײַט אין אַ ראַבינאָװיטש, און צוליב װאָס דאָס אין געטאָן געװאָרן, און װאָס איז דערפֿון אַרױס... אַן עק. הײַנט דאַרף דאָס געשען.

דאָס דרײַ־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

צװײ באַגעגענישן

װי נאָר אונדזערע יונגע לײַט זענען אַרױס פֿון פּאַרטער און אַרײַנגעטראָטן אין װעסטיבול, דאָרט װוּ עס שפּאַצירט אַרום דער עולם, אַזױ האָבן זײ גלײַך באַמערקט אַ באַקאַנטע הױכע פֿיגור, מיט ברײטע פּלײצעס, רױטלעכע אױגן און גראָבע תּאװהדיקע ליפּן. דער פּאַרשױן איז געשטאַנען די הענט פֿאַרלײגט אַהינטער און דורכגענומען זײ מיט די אױגן.

זײ האָבן בײדע גלײַך דערקענט אין אים יענעם פּאַרשױן פֿון דער נאַכט־אָבלאַװע, װאָס האָט געהאַט אָפּגעפֿירט ראַבינאָװיטשן אין געפֿענקעניש. נישמער דעמאָלט איז ער געגאַנגען אָנגעטאָן װי אַ טשינאָװניק; איצט איז ער געװען אײַנגעצױגן אין אַ לאַנגן שװאַרצן ראָק, געשטאַנען אױף אײן אָט, װי אױף דער װאַכט, און נאָר געװאָרפֿן מיט די אױגן רעכטס און לינקס אױפֿן פּובליקום, װאָס האָט שפּאַצירט אַהין און אַהער.

ראַבינאָװיטשן מיט בעטין האָט ער באַגלײט מיט אַ באַזונדערן שאַרפֿן קוק פֿון זײַנע רױטלעכע אױגן. בעטי האָט געפֿילט אױף זיך דעם דאָזיקן קוק, װאָס האָט זי דורכגעברענט װי אַן עלעקטרישער שטראָם...

― ס'איז ער?... ― האָט זי אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר קאַװאַליר, אַלײן ניט װיסנדיק, פֿאַרװאָס עס קלאַפּט איר אַזױ דאָס האַרץ, און זי האָט זיך אינסטינקטיװ צוגעטוליעט צו זײַן האַנט, װאָס ער האָט איר אונטערגעשטעלט.

― נו איז װאָס, אַז ס'איז ער? ― האָט איר ראַבינאָװיטש געענטפֿערט, געװאָלט זי באַרויִקן, און אַלײן האָט ער אין האַרצן אָפּגעשיקט דעם דאָזיקן נפֿש צו אַלדי שװאַרצע יאָר! ער איז געװען איבערצײַגט, אַז דאָס באַגעגעניש איז ניט צום גוטן...

און כּך הוה: זײ זענען נאָר אַרײַן אין גרױסאַרטיקן פֿאָיע, דאָרט װוּ מע קאָן זיך זיצן רויִק אױג אױף אױג און שמועסן שטילערהײט גאַנץ אינטים, האָט זײ גאָט צוגעשיקט נאָך אַ באַגעגעניש.

דאָס איז געװען אַן עלעגאַנט געקלײדטער, אַן אױסגעפּוצטער סטודענט, נאָר־װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס: גאָלדענע קנעפּ, אַן ענגער בלױער קאָלנער, אַ גאָלדן שװערדל בײַ דער זײַט, קלאָר־װײַסע הענטשקעלעך אױף די הענט, און די ברוסט אױסגעבױגן און אַרױסגעשטעלט ― מעשׂה־אָפֿיציר. בקיצור, דאָס איז געװען אײנער פֿון די טשאַקנדיקע סטודענטן־פֿראַנטן, װאָס מע האָט זײ געקרױנט מיטן נאָמען „װײַסער אונטערשלאַק“.

― האַלאָ, קאָלעגע! ― האָט ער זיך אָנגערופֿן צו ראַבינאָװיטשן, און אַ זיס צוקערדיק שמײכעלע האָט זיך באַװיזן אױף דעם סטודענטס רױט פּנים מיטן געלן שפּיצעכיקן בערדל, װאָס האָט אַרױסגעקוקט פֿון זײַן ענגן בלױען קאָלנער אַרױס.

געשמײכלט האָט דער סטודענט, אײגנטלעך, ניט אַזױ צו ראַבינאָװיטשן, װי צום שײנעם מײדל מיטן פֿאַרריסן נעזעלע, װאָס גײט מיט דעם קאַנאַליע, מיט ראַבינאָװיטשן, אונטער די הענט...

― ניט שױן־זשע האָט איר מיך ניט דערקענט, כי?

נאָך דעם דאָזיקן „כי“ האָט שױן ראַבינאָװיטש דערקענט, װער דאָס איז.

― אַ? לאַפּידוס? ― האָט ער אױסגעצױגן, געגעבן אים די האַנט און געטראַכט בעת־מעשׂה: „װעלכער ניט־גוטער האָט דיך געבראַכט אַהער צו טראָגן? האַלדז און בײן װאָלט ער בעסער ברעכן, אָט דער...!“

ראַבינאָװיטש האָט נישט ליב געהאַט לאַפּידוסן אָן אַ שום „װאָרעם“, ,כאָטש ער האָט אױף אים צו גלײַכער צײַט אױך רחמנות געהאַט. צו אָפֿט האָט זיך אָט דער געלער בחור געדרײט אים פֿאַר די אױגן, צו אָפֿט אײַנגעטענהט מיט אים װעגן דעם, אַז ס'איז נישט גוט צו זײַן אַ ייִד. נישט גוט און נישט באַקװעם און נישט קלוג און נישט לאָגיש... צו װאָס? צו װעלכן צװעק? פֿאַר װעמען װילן מיר זיך אױספֿײַנען? װער װעט אונדז געבן דערפֿאַר אַ קניפּ אין בעקל?...

― איך װײס, גלױבט מיר, איך װײס, פֿאַרװאָס איר בײַט ניט איבער אײַער ייִדישקײט, כי... איר טוט עט ניט נאָר מחמת פּחדנות, איר ציטערט פֿאַר אײַער פֿאָטער אָדער אײַער מוטער ― אַזױ האָט לאַפּידוס אײַנגעדרונגען זײַן חבֿר ראַבינאָװיטשן און געהאַלטן אים בעת־מעשׂה פֿאַרן קנעפּל פֿון פּאַלטאָ...

― איר האָט אַ טעות, ― װיל אים ראַבינאָװיטש כאָטש עפּעס ענטפֿערן, לאָזט ער אים נישט אָפּ דאָס קנעפּל און צעלאַכט זיך אַזױ, אַז ער װערט ראַבינאָװיטשן נימאס.

― איר זאָגט ― איך האָב אַ טעות, כי? איך האָב קײנמאָל קײן טעות ניט. אײַער פֿאָטער זאָל ניט זײַן קײן פֿאַבריקאַנט...

― מײַן פֿאָטער איז ניט קײן פֿאַבריקאַנט ― פּרוּװט זיך ראַבינאָװיטש אַרױסדרײען.

― נישט קײן פֿאַבריקאַנט, איז אַ באַנקיר... אײַער פֿאָטער זאָל ניט זײַן קײן באַנקיר, און איר זאָלט ניט זײַן זײַן יורש, װי מע זאָגט דאָס אױף ייִדיש, איבער הונדערט צװאַנציק יאָר, כי־כי, און איר זאָלט האָבן אַן אָרעמע מאַמע און אַ שװעסטער װי איך, װאָלט איר געטאָן דאָס אײגענע, װאָס איך קלײַב זיך טאָן, װאָס אַ סך אַנדערע קלוגע חבֿרים אונדזערע טוען... פּלוצעם שטעלט זיך לאַפּידוס אָפּ אַ װײַלע און נעמט אַ נײַעם טאָן: איר װילט האַלטן מיט מיר אַ װעטע?

― אױף װאָס?

― אױף דעם, אַז איבער אַ יאָר אין דער צײַט װעט איר זײַן אַ קריסט... אױף װיפֿל װילט איר זיך װעטן, כי? איר שװײַגט? אַהאַ! כי־כי־כי!...

דעמאָלט האָט אים ראַבינאָװיטש צוליב געטאָן און האָט זיך אױך צעלאַכט, װעלכעס לאַפּידוס האָט אָנגענומען פֿאַך אַ הסכּמה און בײַ איטלעכס מאָל, װאָס זײ האָבן זיך נאָכדעם באַגעגנט, האָט אים לאַפּידוס אָפּגעשטעלט און נאָר אַ פֿרעג געגעבן: „נו?“ איצטיקס מאָל אָבער װאָלט ער נישט געװאָלט, אַז לאַפּידוס זאָל אים דערמאַנען װעגן זײער געװעט און ער האָט אים געװוּנטשן פֿון גאַנצן האַרצן, ער זאָל אָנלײגן מיטן קאָפּ. פֿונדעסטװעגן קאָן מען אַזױ גראָב ניט זײַן און מע דאַרף אים פֿאָרשטעלן פֿאַר דעם פֿרײַלין שאַפּיראָ. ער קוקט אױף איר צו האַסטיק: און ראַבינאָװיטש האָט אים גאַנץ העפֿלעך פֿאָרגעשטעלט פֿאַר בעטין, אױף װעלכער לאַפּידוס האָט ניט אױפֿגעהערט צו קוקן און צו שמײכלען, און װי נאָר מע האָט אים פֿאָרגעשטעלט אָט דאָס שעלמאָװסקי שײנע מײדל, אַזױ האָט ער שױן גאַר ניט געװאָלט אָפּטרעטן. עס האָט גאָרנישט געהאָלפֿן: זײ האָבן געמוזט אַלע דרײַ שפּאַצירן איבערן פֿאָיע הין און צוריק, ― בעטי אין מיטן און ראַבינאָװיטש מיט לאַפּידוסן בײַ די זײַטן.

עס איז ניט געװען די קללה, װאָס ראַבינאָװיטש האָט נישט אָנגעװוּנטשן אָט דעם װײַסן אונטערשלאַק לאַפּידוסן. פֿאַרפֿאַלן ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַ גאַנצער אַנטראַקט. ער װעט נישט קאָנען בלײַבן מיט בעטין אױג אױף אױג און רעדן מיט איר דאָס, װאָס ער האָט צו רעדן... נאָר װאָס העלפֿט דאָס דען? מע מוז זיך אָננעמען מיט האַרץ, מאַכן אַ פֿרײַנדלעך פּנים און נאָך אונטערהאַלטן דעם שמועס אױך. אַ ברירה האָט מען?... און פֿון װאָס שמועסט ער, אָט דער פֿראַנט איװאַנאָװיטש, דער שד זאָל אים דערשטיקן? עפּעס אַלץ אַזעלכע פּוסטע, װאָכעדיקע, באַנאַלע רײד, שלאָגט צו דער גאַל!... האָט זיך אױסגעצװאָגן, װי אַ מױד, אױסגעפּוצט, װי פֿאַרן טױט, און מײנט, אַז דער רוח איז זײַן פֿעטער!...

ראַבינאָװיטש האָט חשק געהאַט אים אַ פֿרעג צו געבן, װי אַזױ איז דאָס געשען, װאָס ער איז אַרײַנגעקראָכן אין אַ סטודענטישן מונדיר? האָט אים אָבער דאָס האַרץ ניט דערלאָזט. ער האָט זיך דערמאַנט אָן זײער געשפּרעך און עס האָט זיך ניט װילנדיק אױפֿגעװעקט בײַ אים אַ געפֿיל פֿון רחמנות צום דאָזיקן אָרעמען, געלן יונגנמאַנטשיק, װאָס דאַרף אױסהאַלטן אױף זײַנע פּלײצעס אַן אָרעמע מאַמע מיט אַ שװעסטער, דאַכט זיך... באַטראַכטנדיק זײַן גליקלעך שײַנענדיק פּנים מיטן געלן שפּיצעכיקן בערדעלע און זײַן גאַנצע אױסגעמענטשלטע פֿיגור, האָט ראַבינאָװיטש אים מוחל געװען, װאָס ער האָט צוגענומען בײַ אים אַ גאַנצן אַנטראַקט. „כאַפּט אים בעני, נעבעך אַן אָרעמער בחור, אַ שלימזל, לאָז ער איבערגײן אױף אַנדערע הענט“...

― אַזױ האָט געזאָגט צו זיך אַלײן ראַבינאָװיטש, װעלכער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ פּרײַז אָט דער שלימזל לאַפּידוס האָט באַצאָלט פֿאַר זײַן שײנעם בלױען סטודענטן־מונדיר מיטן װײַסן אונטערשלאַק, און װי טײַער אים האָט געקאָסט זײַן אַרײַנטרעטן אינעם דאָזיקן מונדיר... ער האָט נישט געװאָלט באַרירן שױן די דאָזיקע אײדעלע מאַטעריע, מורא געהאַט אָנטרעטן אים דאָרט, װוּ עס טוט אים אפֿשר װײ... האָט אָבער לאַפּידוס אַלײן אױפֿגעדעקט זײַן װײטיק. ער האָט זיך פּלוצעם אָפּגעשטעלט, באַטראַכט ראַבינאָװיטשן, װי ער גײט אָנגעטאָן ניט װי אַ סטודענט, און אָנגערופֿן זיך צו אים:

― נו, מײַן טײַערער קאָלעגע? װאָס־זשע װעט זײַן װײַטער, כי? איך װײס, ― דאָס האָט איר צו פֿאַרדאַנקען אײַער טומאַרקינען, װאָס מײנט, אַז ער טוט אײַך די גרעסטע טובֿה; צום סוף מאַכט ער אײַך, און נאָך אַזעלכע, װי איר, אומגליקלעך... כ'לעבן, איך האָב אױף אײַך רחמנות.

ראַבינאָװיטש האָט זיך צעלאַכט:

― איך דאַנק אײַך זײער, װאָס איר האָט אױף מיר רחמנות.

לאַפּידוסן האָט פֿאַרדראָסן, װאָס ראַבינאָװיטש לאַכט. האָט ער זיך אָנגערופֿן צו ראַבינאָװיטשן און נישט אַראָפּגעלאָזט קײן אױג פֿון דעם שײנעם מײדל:

― אײַך איז גרינג צו לאַכן! װאָס הערט איר עס, יאָ אַ סטודענט, ניט קײן סטודענט? אײַער פֿאָטער איז אַ באַנקיר, אָדער אַ מאַנופֿאַקטוריסט, און יעדנפֿאַלס אַ בורזשוּי, קאָן אײַך אױסהאַלטן נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר... איר זאָלט אָבער זײַן אױף מײַן אָרט, האָבן אױף זיך אַן אַלטע מאַמע און אַן אָרעמע שװעסטער, װאָס זײער גאַנץ לעבן הענגט אָפּ אין אײַך, װאָס אײַער גליק איז זײער גליק, װאָס אײַער שמערץ איז זײער שמערץ! מיט אײנעם װאָרט ― װי קאָנט איר פֿילן דאָס װאָס איך?

האָט זיך אַרײַנגעמישט בעטי:

― פֿון װאַנען װײסט איר דאָס, אַז ראַבינאָװיטש קאָן ניט פֿילן דאָס, װאָס איר? און װער האָט אײַך געזאָגט, אַז זײַן פֿאָטער איז אַ באַנקיר און אַז ער האָט ניט קײן אַלטע מאַמע און קײן אָרעמע שװעסטער גלײַך מיט אײַך?

לאַפּידוס האָט אױסגעגלײַכט די ברוסט, אױפֿגעהױבן די אַקסלען און געזאָגט צו בעטין:

― װער האָט מיר געזאָגט? קײנער ניט. נאָר מע װײסט. אָ! מע װײסט! װער קען ניט די ראַבינאָװיטשעס? אַ באַװוּסטע פֿירמע!... נאָר דאָס איז ניט װיכטיק. איך פֿרעג בעסער בײַ אײַך, זאָגט מיר אָט װאָס: װאָס װאָלט ער געטאָן, אָט דער הער ראַבינאָװיטש טאַקע, װען ער זאָל זײַן אױף מײַן אָרט, אַז קײן מעדאַל האָב איך ניט, און קײן פֿאָטער קײן באַנקיר אױך ניט, און זיצן דאָ לאָזט מען נישט,

אין פֿיר און צװאַנציק שעה... און אַ מאַמע אַ קראַנקע, און אַ שװעסטער אַן אָרעמע. איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

― קומט אױס ― מאַכט צו אים בעטי ― קומט אױס נאָך ― אײַערע רײד, אַז אַלע ייִדן, װאָס האָבן קראַנקע מאַמעס און אָרעמע שװעסטער ― און װעלכער ייִד האָט דאָס ניט אַ קראַנקע מאַמע אָדער אַן אָרעמע שװעסטער? ― באַדאַרפֿן צוליב די דאָזיקע מאַמעס און שװעסטער נעמען און טאָן דאָס, װאָס איר האָט געטאָן, לױט איך פֿאַרשטײ?...

― געװיס! ― האָט איר לאַפּידוס אָפּגעענטפֿערט מיט אַ געלעכטערל, אַרױסשטעלנדיק מיט גדלות די ברוסט פֿון מונדיר אַרױס, אױף װעלכן דער שנײַדער האָט, װי עס װײַזט אױס, אָנגעלײגט ניט װינציק מי...

בעטי האָט אים באַגאָסן מיט אַ שטראַלנדיקן בליק פֿון אירע שײנע קאַרע אױגן און מיט אַ שמײכעלע צו אים געזאָגט:

― אײַך דאַרף מען מקנא זײַן... מיט װאָס פֿאַר אַ לײַכטקײט איר פֿאַרענטפֿערט אַזאַ פּײַנלעכע פֿראַגע, איבער װעלכע הונדערטער דורות האָבן זיך געלאָזט טרעטן מיט די פֿיס, טרײַבן און יאָגן, ברענען און בראָטן. ― כ'לעבן, ס'איז אײַך מקנא צו זײַן...

לאַפּידוס האָט כּלומרשט געלאַכט, אַרױסבאַװיזן אַלע זײַנע װײַסע צײן.

װען דאָס דאָזיקע מײדל זאָל ניט זײַן אַזאַ רײצנד שײן מײדל מיט אַזעלכע שײנע קלוגע קאַרע אױגן, און איר קלינגענדיק זיס קול און איר קלאַסישע פֿיגור און איר סימפּאַטיש אױסזען מיט איר אינגאַנצן זאָל ניט שרײַען: „האָב מיך ליב!“ ― װאָלט דער באַרעדעװדיקער לאַפּידוס געפֿונען שױן װאָס איר צו ענטפֿערן אױף איר איראָניע. נאָר װײַל בעטי האָט אים אינגאַנצן געפּלעפֿט, האָט ער מיט אַ שמײכל זיך געװענדט צו איר:

― האָט קײן פֿאַראיבל ניט, פֿרײַלין... פֿרײַלין...

― פֿרײַלין שאַפּיראָ, ― האָט אים ראַבינאָװיטש אונטערגעזאָגט.

― פּאַרדאָן! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, פֿרײַלין שאַפּיראָ, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן, כאָטש דאָס איז אַ זײַטיקע פֿראַגע, װאָס האָט אָבער אַ שײַכות צו דעם, װאָס איר האָט נאָר־װאָס באַרירט. אָט זאָגט איר ― הונדערטער דורות, געיאָגט און געטריבן, געברענט און געבראָטן. דאָס איז אַלץ זײער שײנע מעשׂיות פֿון פֿאַרצײַטן. דאָס װערט אָנגערופֿן מיטן נאָמען „היסטאָריע“, פֿאַר װעלכע מיר נעמען אַראָפּ דאָס היטל. זײער שײן. װאָס װעט איר אָבער זאָגן אױף אַזאַ מין פֿאַקט? ניט פֿון דער היסטאָריע, נײן. נאָר טאַקע פֿונעם לעבן אַלײן. אַ פֿאַקט, װאָס אָט דאָ ניט לאַנג האָט זיך געטראָפֿן. אָט דאָ טאַקע בײַ אונדז, אין אונדזער שטאָט, כאַ־כאַ?... אָט װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן. ― ס'איז אַ פּיקאַנטנע געשיכטע, כ'לעבן, און אַ טרױעריקע... איך זאָל זײַן אַ שרײַבער, װאָלט איך זי זיכער באַשריבן אין אַ צײַטונג, מע זאָל װיסן... נישקשה, איר מעגט דאָס האָרכן.

און לאַפּידוס, צופֿרידן מיט זיך אַלײן און מיט דעם, װאָס ער קאָן אַזױ שײן דערצײלן, און מיט דעם, װאָס אַזאַ שײן מײדל הערט אים אױס, האָט גענומען איבערגעבן זײַן פּיקאַנטנע געשיכטע מיט אַזאַ טאָן, פֿון װעלכן עס איז געװען צו זען, אַז דער מענטש האָט הנאה פֿון זיך אַלײן.

― אַלזאָ, סודאַריניאַ сударыня: מאַדאַם, ― אַזױ האָט לאַפּידוס אָנגעהױבן צו דערצײלן, מער פֿאַר בעטין אײדער פֿאַר ראַבינאָװיטשן, זײַן פּיקאַנטנע געשיכטע, ― אַלזאָ, סודאַריניאַ, די געשיכטע איז, אײגנטלעך גערעדט, אַן אײנפֿאַכע, געװײנטלעכע געשיכטע, װעלכע איך װאָלט אַ נאָמען געגעבן: „אײנע פֿון אַ סך“, װאָרעם דאָס זענען מעשׂים בכל יום. אַזעלכע געשיכטעס טרעפֿן זיך בײַ אונדז די לעצטע צײַט אָפֿט, זײַד אָפֿט.

הקיצור, איך האָב אַ גוטן באַקאַנטן, אַ פֿרײַנד, אַ גוטן פֿרײַנד,― דער נאָמען איז דאָך ניט װיכטיק, ― און מײַן גוטער פֿרײַנד, אָדער מײַן חבֿר, האָט אַ שװעסטער. אַ מײדל. און דװקא אַ פֿײַן מײדל. באַמערקט, איך זאָג ניט קײן פּאַרשױן, קײן קראַסאַװיצע. קראַסאַװיצעס זענען איבערהױפּט זײער װינציק...

לאַפּידוס האָט מיט די דאָזיקע װערטער, און נאָך מער ― מיט זײַן . קוקן אױף בעטין, געגעבן איר צו װיסן, אַז זי מעג זיך איבערנעמען. בעטי האָט זיך געמאַכט, װי זי פֿאַרשטײט ניט, און ראַבינאָװיטש האָט שטאַרק חשק געהאַט אָננעמען אָט דעם אױסגעפּוצטן לאַפּידוסן אָדער פֿאַרן שפּיץ פֿון זײַן געל בערדעלע, אָדער פֿאַר די לאַצן פֿון זײַן אױסגעצײכנטן בלױען מונדיר מיטן װײַסן אונטערשלאַק און זאָגן: „פֿעטערל! צו דער זאַך!“... נאָר ער האָט זיך אײַנגעהאַלטן און מיט אַ שמײכעלע אַ זאָג געגעבן צו אים:

― אַלזאָ, האָט איר אַ גוטן פֿרײַנד אַ חבֿר, און אײַער חבֿר האָט אַ שװעסטער. נו, און װײַטער װאָס?

לאַפּידוס האָט אָנגענומען ראַבינאָװיטשעס װערטער פֿאַר אַ סימן, אַז ער פֿאַרגינט אים ניט, װאָס ער, לאַפּידוס, דערצײלט אַזױ שײן. האָט ער, נישט קוקנדיק אױף ראַבינאָװיטשן און נאָר אױף בעטין, גענומען איר דערצײלט װײַטער:

― אַלזאָ, סודאַריניאַ, װי געזאָגט, האָט מײַן קאָלעגע אַ שװעסטערל, אַ פֿײַן מײדל און אָ געבילדעטע, און װיל לערנען, קומען צו אַ שטיקל תּכלית, עפּעס ענדיקן, איר פֿאַרשטײט, צי נײן? נו, איז זי געקומען צו פֿאָרן אַהער פֿון אַ קלײן שטעטל אָפּגעבן עקזאַמען און אַרײַנטרעטן װוּ עס װעט זיך לאָזן. אַקושערקע איז אַקושערקע. דאַנטיסטין איז דאַנטיסטין ― אַבי לערנען. אַבי אַ דיפּלאָם.

קורץ און גוט, איז זי געקומען צו פֿאָרן אַהער, צו איר ברודער. איר ברודער איז, װי איר פֿאַרשטײט שױן אַלײן, אַ סטודענט. מילא געקומען ― זײער פֿײַן, אַ גאַסט, װאָס איז דאָ צו רעדן? לאָזט זיך אָבער אױס, אַז מע לאָזט זי ניט זײַן. מע לאָזט זי ניט װױנען אַ טאָג אַפֿילו. פֿאַרװאָס? דאַרף איך אײַך ניט דערצײלן. איר שטױסט זיך שױן אַלײן: „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. טענהט זי נעבעך: „אָט גיב איך אָפּ עקזאַמען און טרעט אַרײַן, האָב איך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע“. לאָזט זיך אָבער אױס, אַז צום עקזאַמען גופֿא באַדאַרף זי ברענגען מיט זיך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע. כאַ־כאַ, איר פֿאַרשטײט, צי נײן?

הקיצור, שלעכט! װאָס טוט מען? אָט־אָט איז דער עקזאַמען, און אָט שטײט דער אָקאָלאָדאָטשנע околоточный: נאַדזיראַטעל און זאָגט: אָדער פּראַװאָזשיטעלסטװע, אָדער זײַ מוחל, מײדעלע, אַהײם, ― אַ פֿאָר־פֿאָר נאַ באַרדיטשעװ, כאַ־כאַ!

אַהין־אַהער, עס האָט זיך געפֿונען, שטעלט אײַך פֿאָר, אַ גוטער פֿרײַנד, אַ ייִד אַ חכם, און גיט איר אַן עצה... (לאַפּידוס בײגט זיך צו צו בעטין און רעדט שטיל) זי זאָל זיך פֿאַרשרײַבן... זי זאָל אַרױסנעמען... זײַט מיר טױזנט מאָל מוחל... נו, זי זאָל זיצן אױף אַ געלן בילעט!... איר פֿאַרשטײט, צי נײן?...

אױסער זיך בין איך געװאָרן, ־אַז איך האָב עס דערהערט. און פֿון װעמען, מײנט איר, האָב איך עס דערהערט? טאַקע פֿון איר ברודער אַלײן! מאָלט אײַך, ער האָט זיך פֿון מיר ניט גענאַרט! ער האָט באַקומען פֿון מיר אַ רעכטע פּאָרציע. „אום גאָטעס װילן, זאָג איך אים, װי קאָנסט דו דאָס גאָר ברענגען פֿאַרן מױל? װי קאָן דיר גאָר קומען אַזאַ זאַך אױף דער מחשבֿה?“ נו, איז דען ניט גלײַכער, פֿרעג איך אײַך, טױזנט מאָל גלײַכער און לײַטישער און פּראַקטישער און ערלעכער אָפּזאָגן זיך אינגאַנצן אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, אײדער אַזױ, אַזױ נידעריק פֿאַלן, אַזױ זינקען מאָראַליש, װעלן מיר זאָגן, אַראָפּלאָזן זיך אין אָפּגרונט? כי?

ראַבינאָװיטש, װעלכער האָט זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט דער געשיכטע און איז, אײגנטלעך, געװען גאַנץ אײַנפֿאַרשטאַנען מיט לאַפּידוסן, האָט נאָר־װאָס אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל, געװאָלט עפּעס זאָגן, האָט אים לאַפּידוס מיט דער האַנט אָפּגעשטעלט, ער זאָל שװײַגן, װײַל אין דער זעלבער מינוט האָט אױך בעטי אָנגעהױבן צו רעדן. זי האָט זיך געװענדט צו לאַפּידוסן, נישט קוקנדיק אױף אים, נאָר אױף דעם שפּיץ פֿון אירע אײגענע שיכלעך, און דאָך איז געװען צו באַמערקן, װי איר שײן פּנים האָט זיך באַגאָסן מיט אַ העליש פֿײַער:

― אַלזאָ, װאָס־זשע איז געװאָרן מיט אײַער חבֿרס שװעסטער? דאָס הײסט, איך מײן, װאָס האָט זי... װאָס האָט זי געטאָן?

דאָ האָט זיך לאַפּידוס אָפּגעשטעלט, צונױפֿגעלײגט די הענט אױפֿן האַרצן מעשׂה־אַרטיסט און אָנגערופֿן זיך צו איר מיט אַ טראַגיש געלעכטערל:

― הערסט דו? אָט דאָס פֿרעג איך דאָך בײַ אײַך! װי אַזױ קומט אױס נאָך אײַער פֿאַרשטאַנד? כי? װעמענס עצה האָט זי באַדאַרפֿט פֿאָלגן?

בעטי האָט זיך אױך אָפּגעשטעלט און, קוקנדיק לאַפּידוסן גלײַך אין די אױגן אַרײַן, האָט זי אים אָפּגעענטפֿערט שאַרף, און איר ענטפֿער האָט זיך אױסגעװיזן, אַז עס לאָזט זיך הערן, װי אַ בײזער טאָן: ― איך באַדױער זײער אײַער באַקאַנטע... אײַער באַקאַנטנס שװעסטער. און אױב איר װילט דורכױס װיסן מײַן מײנונג, דאַרף איך אײַך זאָגן, אַז איך אױף איר אָרט, װאָלט אײַער קלוגע, פּראַקטישע און ערלעכע עצה געװיס נישט אָנגענומען!...

דאָס װאָרט „ערלעכע“ האָט זי רעכט באַטאָנט און אונטערגעשטראָכן אַזױ, אַז לאַפּידוס האָט זי פֿאַרשטאַנען און פֿאַרביסן אַ ליפּ, כאָטש ער האָט זיך געמאַכט װי ער לאַכט.

― אַזױ זאָגט איר ? כי?

― אַזױ װעט אײַך זאָגן יעדע אײנציקע אױף מײַן אָרט, װאָס האָט אין זיך אַ ברעקל ערנגעפֿיל, װאָס האָט אין זיך אַ פֿרײַע נשמה, ניט קײן פֿאַרשקלאַפֿטע, מיט אײנעם װאָרט, יעדע אײנציקע, װאָס מע קאָן ניט קױפֿן ניט פֿאַר קײן געלט, ניט פֿאַר קײן אַקושערסקי דיפּלאָם און ניט פֿאַר קײן שום דיפּלאָם אין דער װעלט!

דאָס דאָזיקע האָט בעטי אַרױסגערעדט מיט אַזױ פֿיל ערנסט און מיט אַזאַ פֿײַער, אַז ראַבינאָװיטש האָט זיך גאָר איבעראַנײַס גענומען שפּיגלען אין איר, זיך נאָר ניט געקאָנט זאַט אָנקוקן און אָנהערן. זי האָט אים אױסגעװיזן נײַ. גאָר נישט דאָס טשיקאַװע מײדל מיט די חן־גריבעלעך און די בעקלעך און מיטן שעלמיש שמײכעלע, װאָס ער האָט דערזען דעמאָלט דאָס ערשטע מאָל, אַז ער איז געקומען דינגען דאָס צימערל. ער האָט זי נאָך קײנמאָל ניט געזען אַזױ שײן, אַזױ גרױסאַרטיק שײן, װי אין דער דאָזיקער מינוט. אירע שטענדיק שמײכלענדיקע אױגן האָבן איצט געשפּריצט מיט פֿײַער. אירע בעקלעך, װעלכע האָבן זיך נאָר־װאָס גערױטלט, װי צײַטיקע פֿערשקעס, האָבן זיך מיט אַמאָל איבערגעצױגן מיט אַ מאָדנע בלײכקײט. דאָס אױבערשטע ליפּל האָט עטװאָס געציטערט.

לאַפּידוס, װאָס האָט די גאַנצע צײַט אױך זיך געשפּיגלט אין איר פּנים און זי געגעסן מיט די אױגן, מקנא געװען ראַבינאָװיטשן אױף זײַן באַקאַנטע, האָט נישט געענטפֿערט איר דערױף גאָרנישט. ער האָט זיך נאָר געמאַכט װי ער לאַכט, אױסגעבױגן די ברוסט נאָך מער, אױפֿגעהױבן די אַקסלען נאָך העכער און אָנגערופֿן זיך צו ראַבינאָװיטשן:

― זעט איר? איך האָב געמײנט, אַז ס'איז דאָ נאָר אײן טומאַרקין אַזאַ שאָװיניסט. צום סוף... שאַ! מע קלינגט שױן! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן, אָפּגעזעגנט זיך מיט זײ בײדע אָן הענט, נאָר מיט אַ עלעגאַנטן בײג־אײַן דעם קאָפּ און מיט אַ קלאַפּ מיט די פֿיס, גאָר מעשׂה־אָפֿיציר, און איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דער גרױסער הושטשע פֿון די שפּאַצירנדע הין און צוריק איבערן פֿאָיע, װאָס האָבן זיך געלאָזט אַלע װידער צוריק אין טעאַטער אַרײַן.

פֿון דעם, װאָס בעטי האָט דאָ נאָר־װאָס אַרױסגעזאָגט, האָט אונדזער העלד אַרױסגעזען, אַז ער פֿאַרשפּאָרט שױן מיט איר רעדן דאָס, װאָס ער האָט געװאָלט, און אַז ער דאַרף איר שױן זײַן סוד נישט אױפֿדעקן. נײן. איר מײנונג װעגן זײַן פּלאַן איז שױן געװען אָפֿן פֿאַר אים װי אַ בוך. אַלע זײַנע שײנע לופֿט־שלעסער, װאָס ער האָט ביז אַהער געבױט, האָבן זיך מיט אַמאָל אָנגעהױבן שאָקלען אױף צופֿאַלן װערן. אַלע זײַנע גאָלדענע חלומות, װאָס ער האָט זיך מיט זײ אַרומגעטראָגן, האָבן זיך מיט אַמאָל אָנגעהױבן צעגײן װי אַ רױך...

„ניט שױן־זשע, ― האָט ער זיך אַלײן געפֿרעגט, גײענדיק מיט בעטין אונטער די הענט צוריק אױף זײערע ערטער אין פּאַרטער אַרײַן און פֿילנדיק די װאַרעמקײט פֿון איר לײַב ― ניט שױן־זשע װעט ער צוליב דעם, צוליב אַזאַ קלײניקײט, אײגנטלעך, פֿאַרלירן אַזאַ אַן אוצר? ― ניט שױן־זשע איז אַלצדינג פֿאַרפֿאַלן?... נײן, ― האָט ער זיך אַלײן אָפּגעענטפֿערט גאַנץ פֿעסט, ― נײן! דאָס קאָן ניט זײַן! דאָס דאַרף ניט זײַן! און דאָס װעט ניט זײַן!!“...

דאָס פֿינף־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

אַ שװאַרצע קאַץ

אַרױסגעגאַנגען פֿון טעאַטער, האָבן אונדזערע יונגעלײַט דערזען פֿאַר זיך אַ נאַכט אַ שײנע, אַן אױסגעצײכנטע. אײנע פֿון יענע שײנע, קאַלטע, נאָר װײכע, װײַסע, װינטערדיקע נעכט, װען דער שנײ ליגט אױסגעשפּרײט, װי אַ פֿריש אױסגעפּרעסט לײַלעך, דער פֿראָסט שטשיפּלט בײַ דער נאָז, די שטערן זענען רױטלעך־בלױ, שעמערירן װי בריליאַנטן, און אומעטום, װוּ דאָס אױג קאָן גרײכן, איז װײס, װײס און װײס.

― טאָמער װאָלטן מיר בעסער געגאַנגען צופֿוס? ― האָט ראַבינאָװיטש אַ זאָג געגעבן צו בעטין.

― בײַ מיר האָט איר געפּועלט, ― האָט אים בעטי געענטפֿערט, באַגאָסן מיט אַ קוק פֿון אירע אױגן, װאָס האָבן אים געשײַנט אין דער נאַכט װי גלאַנצנדיקע שטערן. זי האָט אים געגעבן איר האַנט, און בײדע האָבן זײ זיך געלאָזט באַרג אַראָפּ, מער געגליטשט זיך װי געגאַנגען. און כאָטש דער הימל איז געװען לױטער, האָבן אײנציקע שנײעלעך זיך אָפּגעריסן ערגעץ פֿון דער הײך, געטראָגן זיך װי פֿעדערלעך אױפֿן שײַן פֿון די גאַס־לאָמפּן, זיך געדרײט און געקאַטשעט זיך און פּאַװאָלינקע געפֿאַלן אַראָפּ אױפֿן פֿריִער אָנגעשאָטענעם, גוט־אײַנגעריבענעם און אײַנגעטראָטענעם שנײ.

עס איז געװען כּמעט װאַרעם. װײניקסטנס, אַזױ האָבן עס געפֿילט אונדזערע יונגעלײַט, װאָס זענען געגאַנגען באַרג־אַראָפּ, זיך געהאַלטן בײַ די הענט און געגליטשט זיך, און געגליטשט זיך, און געלאַכט, אַ סך געלאַכט, װאָרעם זײ זענען עטלעכע מאָל שיִער־שיִער ניט געפֿאַלן. און בײַ יעדן מאָל, װאָס זײ האָבן זיך אױסגעגליטשט אױף צו פֿאַלן, האָט זיך בעטי צוגעטוליעט צו איר קאַװאַליער אַלץ נעענטער און נעענטער, און ער איז געװען שטאַרקער פֿון אײַזן, אַז ער האָט זיך געקענט באַהערשן ניט אַרומנעמען זי מיט בײדע הענט, צודריקן איר פּנים צו זײַן פּנים און אױסקושן איר בײדע בעקלעך, פֿאַררױטלטע פֿון פֿראָסט.

אין דער מינוט האָט ראַבינאָװיטש שױן גאָר פֿאַרגעסן, װאָס ער האָט אָט דאָ ניט לאַנג געהערט פֿון איר אין טעאַטער. עס איז געװען גענוג, ער זאָל בלײַבן מיט איר אױג אױף אױג אײן מינוט, זײַן נאָענט נעבן איר, פֿילן איר נאָענטקײט נעבן זיך, אַז ער זאָל פֿאַרגעסן אַלצדינג אױף דער װעלט! װאָס גײט אים אָן אַצינד ייִד, קריסט, גלױבן און נאָך אַזעלכע זאַכן, אַז איר האַנט איז בײַ אים, אַז ער פֿילט, װי זי אָטעמט, אַז ער הערט, װי עס קלאַפּט איר האַרץ?... אַװעק, אַװעק אַלע מחשבֿות און געדאַנקען! ער װײסט נאָר אײנס: ער האָט ליב זי, און זי האָט ליב אים ― דאָס איז קלאָר, װי אָט דער דאָזיקער קלאָרער הימל, װאָס איבער זײ, װי אָט דער דאָזיקער קלאָרער שנײ, װאָס סקריפּעט אונטער די פֿיס. נײן! מע דאַרף זײַן שטאַרקער פֿון אײַזן, מע זאָל זיך קאָנען באַהערשן ― ניט אַרומנעמען אָט דאָס שײנע מײדל מיט בײדע הענט, צודריקן איר פּנים צו זײַן פּנים און אױסקושן איר בײדע בעקלעך, פֿאַררױטלטע פֿונעם פּראָסט...

און עס קאָן זײַן, אַז ער װאָלט זיך טאַקע ניט באַהערשט און װאָלט זי אפֿשר טאַקע אַרומגעכאַפּט קושן אין דער דאָזיקער נאַכט, װען בעטי זאָל זיך ניט געװען פּלוצעם צעלאַכן אױף אַ קול, פֿאַרװאַרפֿן דעם קאָפּ צוריק:

― אָט אַ קאָמיק!

― װער?

― אָט דער לאַפּידוס אײַערער.

ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, אַ קוק געגעבן אױף איר.

― מיט װאָס, אײגנטלעך?

― מיט אַלעם. ער און די געשיכטע זײַנע, װאָס ער האָט דערצײלט. כאַ־כאַ־כאַ!

ער איז מיט אַמאָל װי פֿונעם הימל אַראָפּגעפֿאַלן. איר הילכיק געלעכטער האָט אים אַ ביסל פֿאַרדראָסן: „שױן־זשע האָט די דאָזיקע טרױעריקע געשיכטע געקאָנט אַרױסרופֿן בײַ איר נאָר אַ געלעכטער?“... און ניט װילנדיק קומען אים זײַנע שטענדיקע מחשבֿות װעגן ייִדן, און ער טראַכט זיך: „אַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז!... װינציק רחמנות בײַ זײ אײנס אױף דאָס אַנדערע... אַ פּנים, געװױנט געװאָרן צו צרות, אַזױ אַז עס רירט זײ שױן ניט קײן זאַך?... אַ מאָדנע פֿאָלק!“

דער פּראַכט פֿון דער דאָזיקער זעלטענער נאַכט איז מיט אַמאָל פֿאַרשװוּנדן געװאָרן. אַ שװאַרצע קאַץ איז צװישן זײ דורכגעלאָפֿן. ער קאָן זיך שױן מער ניט אײַנהאַלטן. ער מוז, ער מוז איר אַרױסזאָגן דאָס, װאָס ער טראַכט װעגן איר. ער זוכט װערטער אױף אַרױסצוזאָגן איר װאָס װײכער, זי זאָל זיך ניט געפֿינען באַלײדיקט. מיט איר באַדאַרף מען זײַן פֿאָרזיכטיק: זי איז אַ קאַפּריזנע מײדל...

― ניט שױן־זשע װעט זיך ניט געפֿינען בײַ אײַך קײן קאַפּ רחמנות? קײן טראָפּן מיטגעפֿיל?...

בעטי קוקט אים ניט אין די אױגן אַרײַן. זי קוקט אַרױף אינעם אױסגעשטערנטן װינטערדיקן הימל אַרײַן.

― רחמנות? מיטגעפֿיל? מיט װעמען? מיט אָט דעם געלן, נידעריקן, מיאוסן, קלײנעם מענטשעלע, װאָס האָט אונדז פֿאַרראָטן, װאָס איז אַנטלאָפֿן פֿון אונדז, װאָס האָט פֿאַרקױפֿט זײַן גאָט און זײַן פֿאָלק פֿאַר אַ בלױען מונדיר מיט אַ בראָנדזן שװערדל? ―― כאַ־כאַ־כאַ!

נײן. בעטיס קלינגענדיקער בײזער געלעכטער אין דער דאָזיקער אױסגעצײכנטער װינטער־נאַכט האָט װינציק האַרמאָנירט מיט דער שטימונג פֿון אונדזער העלד, װאָס איז געװען גרײט אַ מינוט פֿריִער צוצופֿאַלן איר צו די פֿיס און בעטן זי, אַז זי זאָל זײַן זײַנע, זײַנע אױף אײביק. ניט שױן־זשע איז אַלצדינג פֿאַרפֿאַלן? פֿאַרלױרן? ע! ס'איז נאָך דאָ צײַט... און איצט איז די צײַט... ער מוז איר אַרױסזאָגן דאָס, װאָס ער טראָגט אױפֿן האַרץ שױן אַזױ לאַנג... עס מוז דאָך אַמאָל האָבן אַ סוף... ניט הײַנט, איז מאָרגן ― דער אמת װעט דאָך מוזן אַמאָל אַרױפֿשװימען!...

און ער פֿאַרקוקט איר אין די אױגן אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו איר װײך און שטיל:

― בעטי... איך װיל אײַך עפּעס פֿרעגן... איר זאָגט: ער האָט

פֿאַרקױפֿט זײַן גאָט צוליב אַ בלױען מונדיר. װי װאָלט זײַן, אַ שטײגער, װען ער טוט דאָס צוליב אַן אַנדער זאַך?...

בעטי דרײט זיך אױס צו אים מיטן פּנים:

― צום בײַשפּיל?

ראַבינאָװיטש האָט זיך אָפּגעשטעלט, אָנגענומען בעטין פֿאַר בײדע הענט און אַרײַנגעקוקט איר טיף אין די אױגן אַרײַן:

― צום בײַשפּיל, װי װאָלט געװען, װען איך האָב אײַך ליב, און איר האָט ליב מיך, און איר װערט געװױרע, אַז איך...

בעטי האָט אים אַ קוק געגעבן אין די אױגן אַרײַן און, װי עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, איז אַ בײז שמײכעלע דורכגעלאָפֿן אױף אירע ליפּן.

― װאָס קװענקלט איר זיך? איר װילט זאָגן, װאָס װאָלט געװען, װען איך װער געװױרע, אַז איר װילט טאָן דאָס, װאָס אײַער חבֿר לאַפּידוס?...

― נײן, נישט דאָס! נישט דאָס! נאָך ערגער! ― האָט ער געװאָלט אַרױסשרײַען, און האָט אָנגענומען זי בײַ די הענט נאָך שטאַרקער. האָט זי זיך פּלוצעם אַרױסגעריסן פֿון אים און געלאָזט זיך לױפֿן פֿײַל אױסן בױנען. ער נאָך איר.

― בעטי! פֿרײַלין שאַפּיראָ! בערטאַ דאַװידאָװנאַ!

נאָר װיפֿל ער האָט זי ניט גערופֿן, װיפֿל ער האָט זי ניט געבעטן, זי זאָל זיך אָפּשטעלן אױף אַ מינוט, אױף אײן מינוט ער דאַרף איר עפּעס זאָגן, אַ װאָרט, נאָר אײן װאָרט, מער נישט! ― עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן זאַך. זי האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט און נישט געװאָלט הערן, װאָס ער װעט איר זאָגן, פֿאַרשטעלט אַזש מיט בײדע הענט די אױערן, און אָט אַזױ זענען זײ געקומען צו לױפֿן אַהײם בײדע רױט, אױפֿגערעגט און פֿאַרסאַפּעט.

― ששש... גאָט איז מיט אײַך! ― האָט זײ שׂרה שאַפּיראָ באַגעגנט, באַװיזן מיט דער האַנט אױפֿן מױל, ס'זאָל זײַן שטיל, װאָרעם מע שלאָפֿט שױן. ― װאָס זענט איר עס אַזױ געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױנען, גלײַך װי עמיצער יאָגט זיך נאָך אײַך?... און װאָס עפּעס צופֿוס?

בעטי האָט זיך אױסגעטאָן דאָס היטעלע, אַראָפּגעצױגן די הענטשקעלעך, כּלומרשט געלאַכט, נאָר דאָס פּנים איז איר געװען בלאַס און די אױגן האָבן געגלאַנצט מיט אַ מאָדנע פֿײַערל.

― װער האָט דיר געזאָגט, אַז מיר זענען געפֿלױגן פֿײַל אױסן בױנען, מאַמע? און פֿון װאַנען װײסט דו, אַז צופֿוס?

אַ שײנע מעשׂה פֿון װאַנען שׂרה װײס! װאָס איז? זי האָט דען אַזאַ האַרטן שלאָף? זי האָט דען ניט געהערט, װי זײ לױפֿן איבערן שנײ? זי איז דאָך ניט דער טאַטע, װאָס אַז ער קומט פֿון געשעפֿט, עסט ער װעטשערע און פֿאַלט אַנידער װי אַ סנאָפּ און װערט אַנטשלאָפֿן װי אַ געהרגעטער...

― אַ ביסל איז דאָ געװען ניט אמת: שׂרה האָט אַפֿילו נישט געקלערט לײגן זיך שלאָפֿן. זי איז געזעסן בײַם פֿענצטער האַלב־אױסגעטאָן און לאַנג אַרױסגעקוקט אױף די קינדער, קױם דערװאַרט זיך, זײ זאָלן שױן קומען. און אַז זײ זענען געקומען און זי האָט אַ קוק געגעבן דער טאָכטער אין די אױגן אַרײַן, האָט זי שױן דערזען, אַז צװישן איר און צװישן דעם קװאַרטיראַנט איז עפּעס פֿאָרגעקומען... די גליקלעכע מוטער האָט גערעכנט ניט אַנדערש, אַז אין טעאַטער, אָדער גײענדיק פֿון טעאַטער, האָט ער זיך שױן דערקלערט פֿאַר איר טאָכטער...

― בעטי! װאָס איז געשען? ― האָט זי אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער טאָכטער, נאָכדעם װי דער קװאַרטיראַנט האָט זיך שטילערהײט אָפּגעזעגנט מיט זײ און אױף די שפּיץ פֿינגער אָפּגעגאַנגען צו זיך אין זײַן חדרל אַרײַן.

― װאָס זאָל געשען? ― האָט איר די טאָכטער אָפּגעענטפֿערט קאַפּריזנע, װי אַלעמאָל. ― גאָרניט איז געשען... אַ גוטע נאַכט.

― אַ גוטע נאַכט. שלאָף געזונט.

שׂרה האָט געװוּסט, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן: װאָס מער זי װעט זיך נאָכפֿרעגן, אַלץ װינציקער װעט זי בײַ איר אַרױסבאַקומען. האָט זי אױסגעקנאַקט אַלע פֿינגער און מיט אַ האַרץ פֿול האָפֿענונג געגאַנגען שלאָפֿן, ניט אױפֿגעהערט צו טראַכטן װעגן דעם, װי אַזױ אַז גאָט װיל, קומט דאָס אין שטוב אַרײַן...

דאָס זעקס־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל.

אַ האַרץ פֿול צרות

אַז די שאַפּיראָס האָט גאָט צוגעשיקט אַ גליק אין שטוב אַרײַן, עפּעס זײער אַ רײַכן קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, װאָס שדכנט זיך צו דער טאָכטער, ― דאָס האָט געװוּסט כּמעט די גאַנצע ייִדישע גאַס פֿון אײן עק ביזן אָנרעדן. פֿון דעם האָבן גערעדט אַלע נאָענטע שכנים און באַקאַנטע, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד.

שׂרה אַלײן האָט דאָס תּחילת געהאַט אױסגעפּױקט איבער דער שטאָט, אױפֿגעריסן די אױגן פֿון די דאָזיקע „גוטע פֿרײַנד“, װאָס האָבן איר מקנא געװען אָן אַ שיעור. דאָס הײסט, זי האָט זײ נישט געזאָגט, אַז עס האַנדלט זיך װעגן אַ שידוך. חלילה. זי איז נאָך ניט אַזאַ נאַר. נישמער, זי האָט נאָר דערצײלט, װאָס פֿאָר אַ קװאַרטיראַנט גאָט האָט איר באַשערט, אַ קװאַרטיראַנט, און אַ קעסטניק, און אַ רעפּעטיטאָר, „אַ טאַטנס אַ קינד“, װאַקסט פֿון גבֿירים...

דאָ האָט זי זיך אָנגעבױגן אױפֿן אױער און אײַנגערױמט שטילערהײט אַ סוד איטלעכן באַזונדער מיט האַלבע װערטער:

― אַ רײַכע מומע... שיקט אים איבער מאַסן גאָלד!... װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַ ייִדענע אַן אַלמנה, אַ מיליאָנערשע, אָן קינדער... אײנער... אײן־און־אײנציקער!...

די לעצטע װערטער זאָגט זי אַרױס הױך אױף אַ קול, באַװײַזט מיט אַ פֿינגער, װאָס פֿאַר אַן אײנציקער ער איז, און די אױגן לױכטן, און דאָס פּנים שײַנט איר, װי די זון אום תּמוז.

און די „גוטע פֿרײַנד“ הערן זי אױס מיט אַ פֿרײַנדלעך שמײכעלע, און אַז זי קערעװעט אַװעק, זאָגן זײ אײנס צום אַנדערן:

― נו? דאַרף מען זײַן קלוג? מע דאָרף נאָר האָבן מזל, װאָרעם אַז ס'איז באַשערט אַ גליק, טרעפֿט עס אײַך גלײַך אין שטוב אַרײַן. װען װאָלטן די שאַפּיראָס אַפֿילו אַ השׂגה געהאַט אױף אַזאַ חתן?...

― אַ חתן? װוּ שטײט עס? פֿון װאַנען װײס מען שױן, אַז ס'איז אַ חתן? אַ חתן איז דער, װאָס שרײַבט תּנאָים, ברעכט טעלער, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן... הערט איר? מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן: עס חתנט זיך און חתנט זיך, און קומט צו עפּעס ― אַ נעכטיקער טאָג...

און נאָך כּדומה אַזעלכע דיבורים זענען געװען אױף דער ייִדישער גאַס, װאָס האָט, אײגנטלעך, צו די שאַפּיראָס ניט געהאַט גאָרניט, חלילה נישט אין זינען געהאַט זײ צו באַרעדן, נאָר גלאַט אַזױ נישט פֿאַרגונען, פֿאַרװאָס קומט זײ, אַזעלכע קלײנע מענטשעלעך, אַזאַ גליק? און אַזױ גרינג! אָן בױכװײטיק!

― עט! נאַט אײַך אַ גראָשן! פֿון װאַנען װײס מען דאָס, אַז ס'איז טאַקע אַזאַ גליק? זעט נאָר, אױב די גאַנצע מעשׂה מיט דער מומע און מיט דער ירושה איז ניט קײן אױסגעטראַכטע מעשׂה?...

― כאַ־כאַ, זעט איר, דאָס איז אַ געדאַנק!

― אױב אַזױ, איז דאָך נעבעך אַ גאָטס רחמנות אי אױף די שאַפּיראָס, אי אױף זײער טאָכטער.

― װאָס קאָן מען העלפֿן? ס'איז אַ גאָטס זאַך...

דאָס איז אָבער אַלץ געװען הינטער די אױגן. אין די אױגן איז מען געװען טאַקע גוטע פֿרײַנד, װי גוטע פֿרײַנד באַדאַרפֿן צו זײַן. געגאַנגען אײַנער צום אַנדערן צו גאַסט, ― אַמאָל אױפֿדערנאַכט אױף אַ „זעקס און זעכציק“, אַמאָל שבת בײַטאָג אַ ביסל זיצן, אַמאָל אַזױ אױף אַ גלעזל טײ. געבעטן, די שאַפּיראָס זאָלן קומען מיטן קװאַרטיראַנט אינאײנעם. „װאָס װעט ער זיצן אײנער אַלײן?“...

שפּעטער־שפּעטער האָבן גוטע פֿרײַנד אָנגעהױבן געבן אָנצוהערעניש:

― איך בעט אײַך, װאָס מעדליװעט איר אַזױ? פֿאַרװאָס לאָזט איר זיך ניט הערן שױן מיט עפּעס אַ שׂימחה? אַ קערמעשל? אַ מזל־טובֿ? צי װעלכע גוטע יאָר?

די שאַפּיראָס האָבן עס אױסגעהערט כּלומרשט מיט אַ צופֿרידן שמײכעלע, גלײַך װי דאָס איז שױן אַן אָפּגערעדטע זאָך, און באמת האָבן זײ געװוּסט װעגן דעם צו זאָגן פּונקט אַזױ פֿיל, װיפֿל אַנדערע האָבן געװוּסט, אױב ניט װינציקער נאָך. „הײַנטיקע קינדער, מישטײנס געזאָגט, ― זײ װעלן דען עפּעס זאָגן? אָדער זײ װעלן דען דערלאָזן, אַפֿילו אַ װאָרט מע זאָל רעדן װעגן דעם?“... און װער שמועסט פֿון יענעם אָװנט אָן, װאָס זײ זענען געװען אין טעאַטער, איז בעטי גאָר משוגע געװאָרן... אָסור, אױב שׂרה הײבט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס טוט זיך מיט איר טאָכטער...

אַנומלטן האָט זי געװאָלט מאַכן מיט איר אַ רײד װעגן „װאָס הערט זיך עפּעס“, ― האָט איר בעטי אַװעקגעגעבן אַ „װאָס הערט זיך עפּעס“, אַז זי װעט שױן פֿאַרזאָגן אַ צענטן!...

― מאַמע! ― האָט זי צו איר געזאָגט אַזױ בײז, גלײַך װי מע װאָלט זי װעלן קױלן. ― טאָמער פֿרעגסט דו מיך װעגן דעם נאָך אַ מאָל, װעסט דו זען, װאָס ס'װעט זײַן!...

― שאַ־שאַ! קוק זי אָן! מע האָט איר אָנגערירט דעם האָנאָר! פֿאַרטשעפּעט מיט אַ װאָגן הײ! דער טאַטע מיט די בײנער!... דוד שאַפּיראָ האָט דיך געלאָזט גריסן!...

― װאָס איז עפּעס געקומען צו רײד דוד שאַפּיראָ, אַ שטײגער, כּדומה למשל? ― פֿרעגט דוד, אַרײַנקומענדיק גיך, װי אַלעמאָל, אָן אַ קלונג, און אַקוראַט דעמאָלט, װען מע דערמאַנט זײַן נאָמען צו גוטן.

שׂרה זוכט אױס אַן אױסרײד, אַ פֿױלן תּירוץ. דוד װײסט, אַז ס'איז אַ פֿױלער תּירוץ, און עס גײט אַװעק צװישן זײ אַ לאַנגער שמועס מיט שטעכװערטער און מיט צונעמענישן, און מע גיט זיך אָפּ כּבֿוד, װי זײער שטײגער איז: ער איר ― „בהמה“, זי אים ― „שאַלאָװילע“. ער איר ― „סאָטע ציג“, זי אים ― “װינטמיל“. ער איר ― „נײן מאָס רײד“, זי אים ― „שאַפּיראָ“. און כאָטש דער נאָמען שאַפּיראָ איז בײַ זײ בײדן, אײגנטלעך, אַ גדלות, װאָרעם דוד זאָגט, אַן ער קומט אַרױס פֿון די אמתע שאַפּיראָס, פֿון די „סלאַװיטער“, ― נאָר שׂרה רעדט אַרױס דעם דאָזיקן נאָמען מיט אַזאַ טאָן, אַז מע דאַרף פֿון אים פֿאַרשטײן, אַז דוד קומט אַרױס פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס פּונקט אַזױ, װי איר, למשל, קומט אַרױס פֿון דוד המלך, ― און דאָס רײצט אױף דודן מיט סכּנות־נפֿשות, און ער איז גרײט דעמאָלט זי צערײַסן אױף שטיקלעך. כאַפּט ער אָפּ דאָס עסן אױף אײן פֿוס, טוט אַ האַק מיט דער טיר און לױפֿט אַװעק אין געשעפֿט אַרײַן.

נאָר דאָס זענען אַלץ זאַכן הײמישע. מאַן און װײַב קריגן זיך און בעטן זיך איבער. צרות פֿון קינדער טרעפֿן איבער אַלעס. שׂרה שאַפּיראָ טראָגט אַ פֿול האַרץ מיט צרות און קאָן דערצו גאָרנישט טאָן. שׂרה איז, װי זי אַלײן זאָגט אױף זיך, „אַ מבֿין אױף אַ טשאַד“.

זי איז ניט בלינד. זי זעט גאַנץ גוט, אַז איר טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט שפּילן אַ ראָמאַן נישט אױף קאַטאָװעסן, נאָר אַ שטילן ראָמאַן, אָן װערטער. און אַ ראָמאַן אָן װערטער טױג ניט. פֿון אַ שטילן ראָמאַן קומט קײן גוטס גיט אַרױס... אַזױ האַלט שׂרה, און קײן מענטש אין דער װעלט װעט זי ניט איבערשפּאַרן און באַװײַזן, אַז זי האָט אַ טעות. מע דאַרף זען, אַז די שטומע זאָלן באַקומען לשון און די שװײַגנדיקע זאָלן אָנהײבן רעדן. נאָר װי אַזױ מאַכט מען דאָס?

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך געריסן עטלעכע מאָל אַלײן מאַכן אַ רײַך מיטן יונגען מאַן װעגן „אַכצן און דרײַצן“... איז איר נישט אױסגעקומען. מע זאָל כאָטש קאָנען דורכשמועסן זיך מיט אים אױף אונדזער ייִדיש לשון, װאָלט זי שױן װי עס איז אַרױף מיט אים אױפֿן רעכטן װעג... אַזױ אָבער, אַז די צונג אין אין גלות, גײ מאַך!...

װידער זשע אַרױפֿפֿירן דערױף דעם מאַן, אַז דוד אַלײן זאָל מיט אים רעדן, איז אַזױ מעגלעך, אַ שטײגער, װי צוציִען דעם הימל צו דער ערד. אַן עקשן און אַ גדלן דערצו. װאָס קאָן שױן זײַן ערגער פֿון אַ בעל־גאװה? עס שטײט אים ניט אָן, זאָגט ער, װען ער זאָל אַפֿילו װיסן, אַז דער גאַנצער מיליאָן זאָל אַרײַנפֿאַלן אָט באַלד גלײַך אָט צו אים אַהער! (דוד באַװײַזט צו זיך אױף דער בוזעם־קעשענע). ער װיל ניט, זאָגט ער, אַז מע זאָל מײנען, אַז ער שלאָגט זיך אָן מיט זײַן טאָכטער צוליב געלט. ער קאָן באַשטײן, זאָגט ער, װאַרטן, בין דער יונגערמאַן װעט קומען צו אים און װעט אים זאָגן: “גאָספּאָדין שאַפּיראָ, איר זאָלט װיסן זײַן, אַז איך האָב ליב אײַער טאָכטער און אײַער טאָכטער האָט ליב מיך, און מיר בעטן אײַך, איר זאָלט אונדז בענטשן, ס'זאָל זײַן מיט גליק, און אַזױ װײַטער“...

― הלװאַי, רבונו־של־עולם, פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן! זאָגט שׂרה מיט אַ טיפֿן זיפֿץ און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער, טראָגט שטילערהײט אין זיך דעם װײטיק. ניטאָ אַפֿילו פֿאַר װעמען, דאָס האַרץ אױסצורעדן.

שׂרה װײס, אַז די אײגענע צרות טראָגט אױך דער מאָן אירער טיף בײַ זיך אין האַרבן, נאָר ער װעט ניט זאָגן קײן װאָרט אַפֿילו, װאָרעם ער אין דאָך אָ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די „סלאַװיטער“ שאַפּיראָס, ― אַ קלײניקײט?!...

דאָס זיבן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

צװײ מאַמעס

די אײנציקע, פֿאַר װעלכע שׂרה קאָן זיך אַמאָל יאָ אױסרעדן איר האַרץ, איז איר שװיגערין, טױבע פֿאַמיליאַנט, איר דודס עלטערע שװעסטער, אַ ייִדענע מיט אַ פּאַרוק און מיט אַ האַלדז פּערל. אַלײן נישט אַזאַ גרױסע צדקת, נאָר אַ חסידס אַ װײַב, פֿירט טױבע אַ חסידישע שטוב, און װײַל זי איז אַ נגידית און דודס אַן עלטערע שװעסטער, דעריבער נעמט זי זיך דאָס רעכט זאָגן דעות איר ברודער און זײַן װײַב שׂרהן, װי אַזױ זײ זאָלן זיך פֿירן מיט די קינדער, און צי עס העלפֿט, צי עס העלפֿט ניט, פֿאָרהאַלטן, אױסזעצן חסרונות און זאָגן מוסר, אָן אַ שיעור מוסר. דערצו האָט גאָט געשענקט אָט דער טױבן אַ פּנימל פֿון אַ רביצין מיט צונױפֿגעשנורעװעטע ליפּעלעך, און אַ קול פֿון אַ זאָגערין, אָ װײכע, שטילע, גלאַטע שטימע, װי אױף בױמל.

דוד האָט נישט ליב די שװעסטער זײַנע ― און זי װײס עס ― ער רופֿט זי ניט מיט קײן אַנדער נאָמען, אױסער „וצדקתך“, אָדער „די רביצין“, און בעטי האָט פֿײַנט איר מומע טױבע, װי דעם טױט, נאָר דערפֿאַר, װאָס זי האָט אַ צו גלאַנצנדיקן שטערן. און אױב מע הערט אױס אירע בױמלדיקע דרשות מיט איר מוסר זאָגן, און אױב מע קומט צו איר אַלע שבת און יום־טובֿ צו גאַסט, ― איז נאָר פֿון יוצא װעגן, װײַל זי איז די נגידית אין דער משפּחה...

נאָר אײן שׂרה קאָן מיט איר אױסקומען, װײַל די צװײ מאַמעס, װאָס האָבן בײדע צרות פֿון קינדער, װײסן אײנס בײַ דאָס אַז טױבעס ייִנגערע טאָכטער אין געװען פֿאַרליבט אין אַ פּראָװיזאָר, און אַז זי אַלײן, טױבע הײסט עס, האָט מײדלװײַז אױך געפֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ בחור, װאָס האָט נאָכדעם אױסגעלאָזט זיך, אַז ער איז אַ שאַרלאַטאַן, אַן אױסװוּרף, און אַז מע האָט זי מיט גװאַלד אױסגעגעבן אין אַ חסידיש הױז, װוּ זי איז פֿאַרחסידאַרעט געװאָרן... און שׂרה װײס, אַז טױבע װײס, אַז זי, שׂרה, האָט אַמאָל מיט איר ברודער דוד געהאַלטן בײַ אַנטלױפֿן אין אַן אַנדער שטאָט שטעלן אַ חופּה...

איצט זענען זײ בײדע מאַמעס, און בײדע האָבן זײ קינדער, און בײדע געבן אַכטונג אױף זײערע קינדער, אַז זײ זאָלן, חלילה, ניט אַװעק אין שלעכטן װעג און זאָלן טאָן, װאָס דער טאַטע הײסט און װאָס די מאַמע הײסט, און באַגעגענען זאָלן זײ זיך מיט דעם, װאָס זײ שטײט אָן, און ליב האָבן זאָלן זײ נאָר דעם ―― װאָס זײערע מאַמעס װילן...

נישטאָ קײן מער רירנדע סצענע, װי אַז אַזעלכע גאָטספֿאָרכטיקע װײַבער, ערלעכע געטרײַע מאַמעס, קומען זיך צונױף און עס פֿאַרבינדט זיך בײַ זײ אַ שמועס פֿון „אױ“ און פֿון “אַי“ און פֿון „אַך“, און פֿון„נשמהניו, האַרצעניו, ליובעניו!“...

― װאָס זשע הערט זיך עפּעס, שׂרהל קרױן?

― אױ, װאָס זאָל זיך הערן, טױבעניו, האַרצעניו! נאָך אַלץ פֿון פֿאָרנט... נישט אַ רוק געגעבן זיך, איר זאָלט זאָגן, אױף אַ האָר אַפֿילו.

― נישט גוט, שׂרה, נישט גוט. איר זענט אַ מאַמע, דאַרפֿט איר זען ממה־נפֿשך, אָדער אַהין אָדער אַהער...

― אַי, טױבעניו, נשמהניו, איר זאָלט זאָגן אַזאַ זאַך? איר האָט אַלײן קינדער... איר האָט אַלײן טעכטער...

― װאָס װעט מען זאָגן אױף מײַנע טעכטער? אױף מײַנע טעכטער װעט מען ניט זאָגן גאָרניט. מײַנע טעכטער, ברוך־השם, קענען זיך ניט מיט קײן סטודענטן, גײען ניט מיט קײן פֿרעמדע יונגעלײַט אין טעאַטער... שאַ! איר דאַרפֿט אײַך ניט געפֿינען באַלײדיקט, שׂרה־לעבן... איך מײן דאָ ניט, חלילה, קײן שלעכטס... איך װײס, אַז אײַער בערטע איז אַן ערלעך קינד. אַ כּשר קינד. זי קומט אַרױס פֿון די שאַפּיראָס, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס... און דער יונגערמאַן, אָט דער ראַבינאָװיטש מײן איך, איז מיר דװקא געפֿעלן. איך האָב אײַך שױן געזאָגט װיפֿל מאָל. ער װײַזט אױס אַ טאַטנס אַ קינד צו זײַן... נישמער אײן זאַך, װאָס ער איז אַ ביסל שװאַכלעך אין ייִדיש... מײַן שלמה זאָגט, אַז ער איז גאַנץ שװאַך! פֿונדעסטװעגן האַלט פֿון אים מײַן שלמה אַן עולם ומלואה. ער האָט מיט אים אַ פּאָר מאָל אַ רעד געגעבן, זאָגט ער, אַז ער איז אַ װױלער בחור און אַ װאַרעמער ייִד. דאָס הײסט, פֿון ייִדן איז ער װײַטלעך, גאָר אַ פּאַטריאָט איז ער אַ הײסער, זײער אַ הײסער! איר װאָלט באַדאַרפֿט זען, שׂרה־לעבן, אַז צו פּסח צו זאָל עס האָבן אַן עק, און אַרום שבת נאָך שבֿועות, אם ירצה השם, אַ קלער טאָן װעגן אַ חופּה...

― שבת נאָך שבֿועות? אױ, טױבעניו, האַרצעניו, הלװאַי כאָטש חצי אלול, אָדער איבעראַיאָר שבת־חנוכּה, װאָלט איך אױך געװען צופֿרידן!... דער עיקר, איך זאָל שױן דערלעבן האָרכן פֿון אים אָדער פֿון איר דאָס גוטע װאָרט... איז אָבער אין קול מיט אין עונה. מע רעדט אַלײן ניט און מע לאָזט יענעם ניט רעדן.

― אַלײן שולדיק! אַלײן שולדיק אַרום און אַרום! װי דער מענטש נעמט זיך פֿאָר, אַזױ העלפֿט אים גאָט. און דאָס, װאָס מיר האָבן געזײט, דאָס שנײַדן מיר... איצט דאַרף מען זען עפּעס טאָן. אַ מענטש דאַרף טאָן, און גאָט דאַרף העלפֿן... איר זאָלט מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלט איך אײַך, שׂרהל־קרױן, יאָ געגעבן אַן עצה.

― אױ, אַדרבא, טױבעניו, נשמהניו, גיט עפּעס אַ רעכטע עצה!

― די עצה איז, שׂרה־לעבן, אַ פּראָסטע עצה, און דאַכט מיר אַ גלײַכע, װאָס גלײַכער קאָן שױן גאָר ניט זײַן. איך װעל איבעררעדן מיט מײַן שלמהן. מײַן שלמה איז, ברוך השם, אַ מענטש, װאָס קאָן רעדן מיט אַ מענטשן, כאָטש ער טראָגט די לאַנגע קאַפּאָטע מיטן ברײטן טלית־קטן. נו, אַלזאָ, אַזױ װי עס גײט צו יום־טובֿ, מיר האָבן נאָר עטלעכע טעג צו פּורים, און פּורים צו דער סעודה װעט איר דאָך מסתּמא קומען אַלע מיטן קװאַרטיראַנט אינאײנעם, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, איר װעט קומען, אם ירצה השם, אַלע! װעט מײַן שלמה אַװעקרופֿן דעם יונגנמאַן אױף אַ סוד אין אַ באַזונדערן אַלקער... „אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה, בחורל“ ― איר פֿאַרשטײט?

― אױ, זאָלט איר מיר געזונט זײַן, טױבעניו, ליובעניו! איך האָב נאָר מורא פֿאַר אײן זאַך: דאָס הײסט, פֿאַר אים בין איך רויִק. ער איז אַ מענטש אָן אַ גאַל, איך זאָל האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אַ יונגערמאַן דאָס איז! װאָס איר װילט, קאַנט איר מיט אים מאַכן. אַ מזג־טובֿ! נאָר זי ― װאָס װעט איר מאַכן מיט איר?

― װער הערט זי? װער פֿרעגט בײַ איר? איז אײנמאָל אַװעק. און צװײטנס, זענט איר דאָך עפּעס אַ מאַמע, צי נײן?

― אַי, טױבעניו, טױבעניו! איר זאָלט דאָס זאָגן! מיר דאַכט, איר זענט אַלײן אַ מאַמע... איר האָט אַלײן קינדער...

― קינדער? װאָס װעט מען זאָגן אױף מײַנע קינדער?...

דאָ װערט איבערגעחזרט די אײגענע רעפּליקע, װאָס פֿריִער, און בײדע מאַמעס זענען גרײט צו ציִען זײער דיאַלאָג װײַטער, פֿליט אַרײַן דער קלײנער סיאָמקע פֿון דרױסן מיט אַ געװײן: װאָלאָדקע האָט אים געשלאָגן. געשפּילט־געשפּילט אין שנײעלעך מיט װאָלאָדקען און צעהרגעט זיך.

― אַ, ניט געדאַכט זאָל װערן אָט דער װאָלאָדקע! ― זאָגט שׂרה און כאַפּט אַרום איר סיאָמקען קושן.

― װער איז דער װאָלאָדקע? װאָס פֿאַר אַ װאָלאָדקע? ― פֿרעגט זיך נאָך טױבע פֿאַמיליאַנט בײַ איר שװיגערין.

― אַ רעשטל צו די צרות! ― ענטפֿערט איר שׂרה און װישט אױס סיאָמקען די אױסגעשמירטע הענטלעך. ― מיר האָבן דאָ אַ שכנהטע אין צװײטן הױף, אַ גױע, קירילעכע רופֿט מען זי. האָט זי אַ שרץ פֿונעם ערשטן מאַן, רופֿט מען אים װאָלאָדקע...

טױבע פֿאַמיליאַנט זאָגט גאָרניט. נאָר הלװאַי װאָלט זי שױן בעסער עפּעס געזאָגט, אײדער אַזױ צונױפֿנעמען די ליפּעלעך און שװײַנען און קוקן אַזױ, װי מע קוקט אױף מענטשן פֿאַרפֿאַלענע. שׂרה שאַפּיראָ פֿאַרשטײט דאָס שטילשװײַגן און װיל פֿאַרענטפֿערן די זאַך:

― ער מעג זײַן די כּפּרה פֿאַר מײַן סיאָמקען, נאָר ער איז זײער אַ װױלער שרץ, אָט דער װאָלאָדקע מײן איך. אונדזער קװאַרטיראַנט קאָן זיך פֿון אים ניט אָפּלױבן. ער לערנט מיט אים, אומזיסט, געװײנטלעך. זאָגט ער, אַן דער שרץ, כאָטש ער איז אַ שרץ, האָט ער אַ ייִדיש קעפּעלע אױף זיך. דער חסרון, װאָס דער שטיף־טאַטע זײַנער איז אַ גױ אַ שיכּור, הרגעט ער אים און ממיתט אים, אַ צער־בעלי־חײם צו קוקן!...

טױבע פֿאַמיליאַנט האָלט נאָך אַלץ צונױפֿגעשרױפֿט די ליפּעלעך און שװײַגט און קוקט מיט רחמנות אױף איר שװיגערין. און מחמת שׂרה האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן װעגן דעם שרץ, מוז זי שױן דערצײלן װײַטער:

― אַנומלטן האָט אים דער שיכּור אַזױ געשלאָגן, אַן עס איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן דער גאַנצער הױף מיט שכנים און איך און מײַן טאָכטער און אונדזער קװאַרטיראַנט בתוכם ―― מיר האָבן דעם שרץ קױם אַרױסגעריסן פֿון זײַנע הענט אַ לעבעדיקן. פֿון דעמאָלט אָן לערנט דאָס מיט אים ראַבינאָװיטש...

שׂרה איז אַנטשװיגן געװאָרן, און די צדקת טױבע פֿאַמיליאַנט האָט נאָר־װאָס אױפֿגעעפֿנט דאָס פֿאַרשנורעװעטע פּיסקל און אָנגעהױבן מיט איר בױמלדיקע שטימע צו זאָגן מוסר איר ייִנגערע שװיגערין:

― נו, פֿרעג איך אײַך, שׂרה־קרױן, װי זאָל אױף אײַך לײגן כּבֿוד אײַער טאָכטער, אַז איר אַלײן...

אין דעם קומט אָן בעטי און די צדקת טױבע מאַכט אַן אומשולדיק פּנים, און שׂרה רופֿט זיך אָן:

― אָ! מע זאָל דערמאַנען משיחן! די מומע טױבע פֿרעגט זיך נאָך, אױב דו האָסט נאָך דעם קאַטאַר?...

בעטי זעט גאַנץ גוט נאָך דער מומע טױבעס אומשולדיק פּנים, אַז די מאַמע האָט דאָ נאָר־װאָס אָפּגעטאָקט אַ ליגן ― און זי װערט אַלערלײ פֿאַרבן...

דאָס אַכט־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

ער כאַפּט אַ טענצל

די חידושים, װאָס אונדזער העלד האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט, אַז ס'איז געקומען פּורים און די שאַפּיראָס האָבן אים מיטגענומען צו זײער רײַכן קרובֿ צו דער סעודה, װעט ער האָבן צו דערצײלן און צו דערצײלן. אַלצדינג איז בײַ אים געװען נײ. פֿון יעדער זאַך איז ער אַרײַן אין התפּעלות. און דערצו האָבן אים די דאָזיקע מענטשן אינטערעסירט דערפֿאַר, װאָס זײ זענען חסידים (אָדער „כאַססידים“, װי ער האָט זײ אָנגערופֿן).

― װאָס װעט דאָרטן זײַן? ― האָט ער זיך אַלץ נאָכגעפֿרעגט בײַ זײַנע בעלי־בתּים. און האָט געכאַפּט אַ פּסק פֿון דוד שאַפּיראָ:

― װאָס האָט איר געװאָלט זאָל דאָרטן זײַן? איר זענט קײנמאָל ניט געװען פּורים צו דער סעודה? צי בײַ אײַך איז פּורים ניט קײן יום־טובֿ און המן ניט קײן רשע?

― נײן, ניט דאָס! ― װיל זיך דער קװאַרטיראַנט פֿאַרענטפֿערן און מאַכט נאָך ערגער. ― איך פֿרעג מיך נאָך דערפֿאַר, װײַל זײ זענען “כאַססידים“...

― „כאַססידים!“ ― קרימט אים איבער דוד שאַפּיראָ. און אַז זײ זענען “כאַססידים“, איז װאָס דערפֿון געדרונגען?

― „כאַססידים“ זענען דאָך אַזאַ מין סעקטע... ― װיל ראַבינאָװיטש אים אױפֿקלערן, נאָר שאַפּיראָ איז שױן מלא גזלן. ער װאַרפֿט זיך שױן מיט אַלע אבֿרים:

― װאָס מיר סעקטע? װער מיר סעקטע? נאַ דיר גאָר סעקטע! פֿון װאַנען האָבן זיך בײַ אונדז גענומען סעקטעס? װוּ זענט איר אױסגעװאַקסן? צװישן ייִדן צי אין אַ װאַלד?...

שׂרה שאַפּיראָ איז שױן געװען אַ סך װײכער און האָט מיט אים גערעדט װי מיט אַ מענטשן:

― דאָרט װעט זײַן פֿרײלעך, ― האָט זי אים געזאָגט. ― מע װעט עסן און טרינקען, פּליעסקן און זינגען, טאַנצן און שפּרינגען, װי געװײנלעך בײַ די חסידים. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז קײן חרטה װעט איר ניט האָבן, װאָס איר װעט זיך מיט זײ באַקענען אַ ביסל נעענטער. און װער שמועסט, מיט מײַן שװאָגער פֿאַמיליאַנט! ער אין אַ ייִד אַ חכם. צו זײַנע װערטער באַדאַרף מען זיך צוהערן. ער רעדט נישט גלאַט, איטלעכס װאָרט זײַנס איז, להבֿדיל, אַ תּורה...

פֿאַרשטײט זיך, אַז שׂרה האָט דערבײַ געהאַט איר מײן און האָט אַרױסגעקוקט אױף דעם דאָזיקן יום־טובֿ װי אױף משיחן.

און אָן דער יום־טובֿ איז געקומען, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט אַזױ, אַז זי האָט װײַט אַריבערגעשטיגן איר טאָכטער, אױסגעזען גיכער װי בעטיס אַ שװעסטער אײדער אַ מאַמע. אױך דוד האָט זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די שטענדיקע מרה־שחורה און אױסגעזען זײער האָפֿערדיק. דעם קלײנעם סיאָמקען האָט מען פֿאַרשפּיליעט דאָס מונדירל אױף אַלע קנעפּלעך, אַ ביסל צוגעגלעט אים די פּאותלעך, כאָטש ס'איז געװען נאָר אַ סימן פֿון פּאות, און אָנגעזאָגט אים טױזנט מאָל, ער זאָל זיך ניט דערװעגן בײַם פֿעטער שלמה אין שטוב אױסטאָן דאָס היטעלע אַפֿילו אױף אַ מינוט. װאָרעם דאָרטן װעלן זײַן לױטער פֿרומע ייִדן, חסידים, װאָס האָבן ניט ליב, אַז מע גײט אָן אַ היטל... גײן אָן אַ היטל איז בײַ זײ אַן עבֿירה... „דו פֿאַרשטײסט, קלײנער װעװריק, װאָס מע רעדט מיט דיר, צי נײן?“

און כאָטש די דאָזיקע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן צום קלײנעם „װעװריק“, נאָר מײנען האָט מען געמײנט דעם קװאַרטיראַנט, ער זאָל זיך ניט פֿאַרגעסן און ניט אױסטאָן דאָרט דאָס היטל...

אַז די שאַפּיראָס זענען אַרײַנגעקומען צו רב שלמה פֿאַמיליאַנט אין שטוב אַרײַן, האָבן זײ שױן געטראָפֿן די גאַנצע משפּחה זיצן בײַ אַ לאַנגן װײַס־געדעקטן טיש, אַרומגערינגלט מיט אַ מאַסע געסט, ייִדן אין לאַנגע קאַפּאָטעס מיט אַלערלײ היטלען און היטעלעך, קאַפּעליושן און קאַפּעליושלעך אױף די קעפּ.

גאַנץ אױבנאָן, אױף אַ ברײטן שטול, איז געזעסן דער בעל־הבית, שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ הױכער ייִד, מיט אַ געדיכטן רױטן באָרד, װאָס איז ערטערװײַז שױן גרױלעך, און מיט געדיכטע רױטע ברעמען אױף די קורצזיכטיקע אױגן. די גרױ־רױטע פּאות זענען בײַ אים אונטערגעבױגן מעשׂה־פֿראַנט, און אַ געפּרעסטער װײַסער קאָלנער איז אונטערגעבונדן מיט אַ ברײטן זײַדענעם שניפּס אױף אַ סאַמעטענער ברײטער זשילעט, צוגעטשעפּעט אַ גראָבע גאָלדענע קײט בײַם זײגער. אױף דער שײנער שװאַרצער זײַדענער זשופּיצע אַ ברײטער געפֿלאָכטענער בײַגאַרטל נעמט אַרום דעם ברײטן בױך. דאָס אַלעס מיט דער גרױסער אױסגעבױגענער נאָז און מיט די קלאָר־װײַסע הענט, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט פֿון די ברײטע אַרבל, האָבן אים צוגעגעבן אַן אױסזען פֿון אַ פּאַטריאַרך. װײניקסטנס, אַזױ האָט ער אױסגעזען בײַ אונדזער העלד, װעלכער איז נתפּעל געװאָרן פֿון אַלצדינג, און יעדע זאַך באַזונדער האָט געהאַט בײַ אים אַ באַזונדערן חן.

קודם כּל זענען אים געמעלן פֿאָמיליאַנטס צװײ טעכטער, אײנע שענער פֿאַר דער אַנדערער, און בײדע אױסגעפּוצט, װי נאָר כּלות קאָנען זײַן אַזױ אױסגעפּוצט. און כאָטש זײ האָבן זיך געהאַלטן זײער סטאַטעטשנע און אַ סך געשװיגן, האָבן זײערע אױגן גערעדט פֿאַר זײ אַ סך מער, װי זײ װאָלטן קאָנען זאָגן מיט װערטער. קוקנדיק אױף זײ און אױף זײער מוטער, האָט מען געקאָנט אַרױסזען, אַז די עפּעלעך פֿאַלן ניט װײַט פֿון די בײמעלעך, און אַז זײער מוטער, טױבע פֿאַמיליאַנט, װאָס איז שױן הײַנט אַ ייִדענע אין די יאָרן, האָט געמוזט זײַן אַמאָל אַ געװיסע שײנהײט. עס קלײדן איר נאָך איצט אױך די פֿרעמדע אױסגעפּוצטע און מיט פּערל איבערגעבונדענע האָר. עס פּאַסן איר נאָך איצט אױך די לאַנגע דימענטענע אױערינגלעך מיט די שנירלעך פּערל אױפֿן קלאָר־װײסן האַלדז, און די פֿינגער, װאָס זענען באַזעצט מיט רינגלעך, זאָגן עדות, אַז דאָס איז געװען אַמאָל אַ שײן װײַבל מיט שײנע הענטלעך און מיט נאָך איצט שײנע, גרױסע, בלױע אױגן, װאָס ס'איז נאָר אַ שאָד, װאָס זי האַלט זײ אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ און װאָס זי פֿאַרשנורעװעט צו פֿיל אירע אַזױ אױך קלײנע ליפּן.

שטאַרק געפֿעלן איז אונדזער ראַבינאָװיטשן דאָס, װאָס אַלעמענס אױגן האָבן מיט גרױס דרך־ארץ געקוקט אױף אײן פּונקט, אױפֿן פּאַטריאַרך מיטן ברײטן געל־גרױלעכן באָרד. געפֿעלן איז אים אױך דער מוראדיק גרױסער מיט געלן זאַפֿרען דורכגעקנאָטענער און מיט ראָזשינקעס און מיט מאַנדלען באַשטעקטער פּורים־קױלעטש, װאָס דער פּאַטריאַרך מיטן ברײטן געל־גרױלעכן באָרד האָט אים מיט זײַנע װײַסע אַריסטאָקראַטישע הענט נאָר־װאָס אױסגעשניטן דעם בױך, געמאַכט אַ מוציא, און נאָך אים האָבן געמאַכט אַ מוציא אױך די ייִדן מיט די לאַנגע קאַפּאָטעס, אײַנגעטונקט די מוציא אין זאַלץ און עפּעס געזאָגט בעת־מעשׂה אַזעלכס, װאָס בײַ שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט איז דאָס געװען טערקיש.

באַלד נאָך דעם האָט דער בעל־הבית פֿאַרקאַטשעט די ברײטע אַרבל און אַ װוּנק געגעבן צו די געסט, און די געסט האָבן געגעבן אַ כאַפּ אַלע אינאײנעם אַ ניגון אױף אַלערלײ משונה־געגרײַזלטע קולות, װאָס האָבן זיך געקאַטשעט, װי עס האָט זיך ראַבינאָװיטשן אױסגעװיזן, ניט פֿון זײערע העלדזער אַרױס, נאָר פֿון זײערע באָרד אָדער פֿון זײערע קעלנער. זינגענדיק האָבן זײ אַלע געהאַלטן די אױגן צוגעמאַכט און די קעפּ פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, מיט אײן האַנט צוגעהאַלטן זיך בײַ די העלדזער. דער בעל־הבית אַלײן איז אױך געזעסן מיט צוגעמאַכטע אױגן, דער קאָפּ פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, די אַרבל פֿאַרקאַטשעט ביז די עלנבױגנס, און צוגעקנאַקט מיט די פֿינגער צום טאַקט. אױך די קינדער זײַנע, די מאַנספּאַרשױנען, האָבן צום טאַקט צוגעפּליעסקעט מיט די הענט, און אױף אַלע פּנימער איז געװען אױסגעגאָסן אַ פֿרײד, אַ שׂימחה, אַ באַזונדערע יום־טובֿדיקע שטימונג, און אױפֿן בעל־הבית אַלײן, קאָן מען זאָגן, אַז אױף זײַן פּנים האָט גערוט די שכינה.

מע האָט דערלאַנגט די גוטע פֿיש. געפֿילטע, געפֿעפֿערטע און לכּבֿוד פּורים מיט זאַפֿרען פֿאַרגעלטע פֿיש. גאָר די פֿיש זענען אָנגעפֿילט געװאָרן די כּוסות און דער עולם האָט גענומען טרינקען טראָפּנװײַז און זאָגן זיך עפּעס אײנס דאָס אַנדערע אַזעלכע װערטער, װאָס שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט זײ ניט פֿאַרשטאַנען, אױסער דאָס אײנציקע װאָרט „לחײם“, װאָס װערט איבערגעחזרט אָן אַ שיעור מאָל.

― װאָס זאָגן זײ אַזעלכס? ― פֿרעגט ער זיך נאָך.בײַ זײַן בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, װאָס װערט אין כּעס און ענטפֿערט אָפּ נערװעז, װי זײַן שטײגער איז:

― װאָס זאָלן זײ זאָגן? גאָרניט זאָגן זײ! מע טרינקט לחײם און מע װינטשעװעט זיך, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר און מע זאָל זײַן ייִדן...

― אָט דאָס איז גאָר? ― פֿרעגט זיך װײַטער ראַבינאָװיטש, װאָס פֿאַרשטײט ניט דעם שׂכל פֿון דער דאָזיקער װינטשעװאַניע, מע זאָל דערלעבן איבעראַיאָר און מע זאָל זײַן ייִדן, גלײַך װי קײן בעסערס דערפֿון איז שױן גאָר ניט פֿאַראַן...

נאָכדעם װי מע האָט גענומען צו די ליפּן, איז דער עולם געװאָרן כּלומרשט שיכּור, און ס'איז געװאָרן נאָך לעבעדיקער... דאָס זינגען מיטן פּליעסקן איז געגאַנגען אַלעמאָל שטאַרקער ― קרעשטשענדאָ. די מאַנסבילן האָבן זיך גענומען פֿאַר די הענט, געמאַכט אַ ראָד און געגאַנגען טאַנצן, נאָר אַזאַ מאָדנע טאַנץ, װאָס שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט נאָך אַזעלכס קײנמאָל ניט געזען אין חלום אַפֿילו. אָ מאָדנע טאַנץ! יעדער טענצער האָט הײבנדיק די פֿיס אַלעמאָל דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָזט אַראָפּ און אױפֿגעהױבן אַרױף, די אױגן געהאַלטן צו און געזונגען: „טאַטע! פֿאָטער! אונדזער גאָט!“ און דער בעל־הבית אַלײן, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, איז אַרײַן אין דער מיט ראָד, זיך אַװעקגעשטעלט מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל פּליעסקן און אונטערגעגעבן דעם עולם היץ:

― לעבעדיק! ייִדן! לעבעדיק! לעבעדיק! אונדז איז גוט! אונדז איז װױל! אונדז זענען מיר ייִדן! מיר האָבן אַ גרױסן גאָט! לעבעדיק! לעבעדיק!

שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט האָט זיך ניט געקאָנט אײַנהאַלטן און געמוזט נאָך אַ מאָל זיך װענדן צו זײַן בעל־הבית, ער זאָל אים איבערזעצן, װאָס זאָגט פֿאַמיליאַנט?

דוד שאַפּיראָ זעצט אים איבער איטלעכס װאָרט, נאָר זײַן קװאַרטיראַנט פֿאַרשטײט װידער ניט דעם שׂכל, כאָטש נעמט אים אַראָפּ דעם קאָפּ, װאָס דאַרף מען זײַן אַזױ פֿרײלעך, אַז מע איז אַ ייִד און אַז מע האָט אַ גאָט?... און ער טראַכט זיך: „אָט דאָס־אָ זענען עס אָט די „כאַססידים“, די סעקטע װילדע מענטשן, װאָס ער האָט געלײענט װעגן זײ אױף דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“ און נאָך אין אַזעלכע בלעטער?... סאַראַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! אַפֿילו די שיכּורים זײערע זענען גאָר אַנדערע... און דאָס שיכּורן איז אַנדערש... טרינקען טרינקען זײ אַ מכּה, נאָר צו די ליפּן גענומען, און טוט אַ קוק, װי מע איז פֿרײלעך! אמת, ס'איז אַן אַנדער מין פֿרײלעכקײט... מע אין פֿרײלעך, װאָס מע איז ייִדן!... מע איז צופֿרידן, מע איז גליקלעך, װאָס מע האָט אַ גאָט!... אָט האָבן צװײ זיך אַרומגענומען, קושן זיך, װי די אמתע שיכּורים, עס שטײען זײ אַזש טרערן אין די אױגן... בײדע אינאײנעם רעדן עפּעס, און מע הערט נאָר „גאָט“ און „גאָט“ ― אַ מאָדנע, מאָדנע פֿאָלק דאָס איז!“...

פּלוצעם דערזעט ער, װי זײַן בעל־הבית, דוד שאַפּיראָ, האָבן אַ פּאָר „כאַססידים“ אָנגעכאַפּט פֿאַר די הענט און מע שלעפּט אים אין ראָד אַרײַן, און עס גײט אַװעק אַ מינוט און שאַפּיראָ טאַנצט שױן מיט אַלעמען אין קאָן. „ניט שױן־זשע װעלן זײ מיך אױך אַרײַנציִען אין קאָן אַרײַן?“ ― אַזױ טראַכט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש, און נאָך אײדער ער האָט צײַט זיך אַרומקוקן, האָבן עטלעכע װאַרעמע, פֿאַרשװיצטע הענט אים אַ נעם געגעבן און אַרײַנגעשלעפּט אים אױך אין ראָד אַרײַן:

― יונגערמאַן! ביסט אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, מאַך ניט קײן אָנשטעלן און קום טאַנצן!

װאָס װײַטער, װײַטער, װערט דאָס ראָד אַלץ גרעסער און ברײטער און די פֿרײלעכקײט װאַקסט װי אױף הײװן. דער קלײנער סיאָמקע האָט זיך אױך אַרײַנגעריסן, מיט דעם איבעריקן קלײנװאַרג, אינװײניק אין ראָד אַרײַן, און מע האָט גענומען הײבן פֿיסלעך גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן.

דאָס איז געװען אַ פֿרײלעכקײט, װאָס האָט געװאַקסן פֿון מינוט צו מינוט, װאָס האָט זיך איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אַנדערן אָן װערטער; אַלע און אַלעס אַרום און אַרום האָט זיך געפֿרײט, גערירט זיך, און פֿיס האָבן פֿון זיך אַלײן געהױבן זיך און געטאַנצט און געטאַנצט און געטאַנצט.

* * *

אָט אַזױ האָט אונדזער העלד ראַבינאָװיטש, אָדער גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, ניט װילנדיק געכאַפּט אַ טענצל פּורים צו דער סעודה מיט אַלע חסידים גלײַך, געשטעלט פֿיס, געשפּרונגען און געהעפּעט אַזױ גרינג װי אַ פֿעדער, גאָרניט געפֿילט די ערד אונטער זיך. און אַזױ װי נאָכזינגען נאָך זײ דעם חסידישן ניגון האָט ער נישט געקאָנט, און זינגען האָט זיך געװאָלט, האָט ער אונטערגעכאַפּט אַ רוסיש לידל:

פּראָפּאַדאַי מאָיאַ טעליגאַ

װסיע טשעטירע קאָליסאַ!...

און, נישקשה, ס'איז אָפּגעגאַנגען פֿאַר גוט געלט.

דאָס נײן־און־צװאַנציקסטע קאַפּיטל

איבער אַ נאַרישקײט

שׂרה שאַפּיראָס פּלאַן איז געװען אַ גאָלדענער פּלאַן. איר שװאָגער, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, האָט באַדאַרפֿט באַלד, װי די פּורימדיקע סעודה װעט זיך ענדיקן, אַרײַננעמען צו זיך אין קאַבינעט אַרײַן איר קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטשן, אים בעטן זיצן, מכבד זײַן מיט אַ פֿײַנע ציגאַר (שלמה פֿאַמיליאַנט רױכערט גוטע שמעקנדיקע ציגאַרן) און מאַכן מיט אים אַ שמועס פֿון דעם און פֿון יענעם, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יאַריד, ביז ער װעט מיט אים אַרױף אױף די שאַפּיראָס און אױף זײער טאָכטער, אָ פֿײַן קינד, אַ געראָטן קינד, מיט אַלע מעלות, נאָר נעבעך אָן געלט, זי איז אַלײן געלט, גליקלעך װעט זײַן דער, װעמען דאָס מײדל װעט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט אַרײַן... וכדומה אַזעלכע דיפּלאָמאַטישע רײד װעט ער מיט אים רעדן, און אין אײנװעגס בײַ אים אױסטאַפּן װערטער, װאָס דענקט ער און װאָס טראַכט ער און װאָס קלערט ער? און אים טאַקע געבן אַן עצה, װי אַן עלטערער מענטש, ער זאָל ניט פֿאַרציִען אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן, ממה־נפֿשך, יאָ־יאָ, נײן־נײן, זי איז, חלילה, ניט קײן פֿאַרפֿאַלענע, בעלנים פֿאַראַן גענוג... און אױב אַז יאָ, װאָס־זשע דאַרף מען „מעדליװען? ― אַ װאָרט און צװײ און אַ מאָריטש, און לאָז זײַן מיט גליק, ― און דערבײַ נאָך ברענגען עפּעס אַ פּסוק, אָדער אַ גמרא, אָדער אַ משל ― ער קאָן! אױף אים מעג מען זיך פֿאַרלאָזן! שלמה פֿאַמיליאַנט, כאָטש ער איז אַ ייִד מיט אָ לאַנגער קאַפּאָטע און מיט אַ ברײטן טלית־קטן, קאָן אײַך פֿאַררעדן דעם רוח אַפֿילו. אַ מענטש אַ סוחר, װאָס האַנדלט מיט פּריצים כּל יומיו. אַ סבֿרה, אַז ער קאָן זיך „ליטשנע личне: פּערזענלעך“ מיטן גובערנאַטאָר!...

אַך! שׂרה שאַפּיראָ האָט געבױט אױף איר שװאָגער װי אױף אַן אײַזערנעם יסוד, געשלאָגן, װי מע זאָגט, אױף פֿיר טײַז, כאָטש איר דוד איז געװען קענען דעם דאָזיקן פּלאַן. דוד האַלט נישט פֿון זײַן שװעסטערס מאַן. ער זאָגט, אַז די לאַנגע קאַפּאָטע מיטן ברײטן טלית־קטן ― דאָס איז, זאָגט ער, נאָר אַ מאַסקע, און דער רבי, װאָס ער פֿאָרט צו אים צװײ מאָל אַ יאָר, אױף פּסח און אױף סוכּות, און טוט נישט אָן אים כּלומרשט קײן זאַך, איז מער נישט, זאָגט ער, װי אַן אָנשטעל, אַ קאָמעדיע, בכדי חסידים זאָלן אים חנפֿענען, אָפּגעבן כּבֿוד, אונטער אַ יום־טובֿ קומען צו אים גוט־יום־טובֿ בעטן, זאָגט ער, פֿרעסן און זױפֿן און אינאײנעם מיט אים כאַפּן אַ טענצל.

― אַלערלײ פֿאַרגעניגנס מיט אַלערלײ עבֿודה־זרהס פֿאַראַן אױף דער װעלט! ― אַזױ לאָזט אױס דוד זײַן קלאָגעדיקע מײנונג װעגן שלמה פֿאַמיליאַנט.

נאָר װאָס איר דוד קאָן זאָגן! אַ מענטש, װאָס קײן זאַך געפֿעלט אים ניט און אױף יעדן אײנציקן געפֿינט ער אײַך אַ חסרון. אַ שאַפּיראָ!... זי זאָל האָבן די ברכה, װאָס זי פֿאַרשטײט בעסער פֿון אים אַ געשעפֿט, כאָטש ער איז אַ מאַנסביל און האַלט זיך פֿאַר אַ גאַנצן חכם און פֿאַר אַ בעל־חשבון און אַ ראָכמײַסטער...

נײן. שׂרה שאַפּיראָס פּלאַן איז געװען אַ גאָלדענער פּלאַן. ס'איז אָבער ניט באַשערט געװען, אַז דער פּלאַן זאָל דורכגעפֿירט װערן, אַזױ װי זי האָט געװאָלט. איבער אַ צופֿאַל, איבער אַ נאַרישן צופֿאַל, װאָס ס'װאָלט גאָר ניט כּדאַי געװען, מע זאָל פֿאַרלירן דערױף דרײַ מינוט צײַט אַפֿילו. האָט זיך אָבער אױף שׂרהס מזל באַדאַרפֿט מאַכן אַזױ, אַז דװקא אָט דער נאַרישער צופֿאַל זאָל אָנבױטן אַ גאַנצע חתונה, פֿאַרקאָכן אַ קאַשע, ס'זאָל זײַן צו זינגען און צו זאָגן! אָט װי אַזױ דאָס האָט זיך אָנגעהױבן:

סאַמע אין רעכטן הוליען און טאַנצן, װען דאָס ראָד האָט געװאַקסן און דער עולם איז געװען בגילופֿין און געאַרבעט אױף אַלע כּלים, האָבן זיך באַװיזן אױף דער שװעל, מע װײסט ניט װי אַרום און פֿון װאַנען, צװײ מאָדנע נפֿשות: אַ נידעריקע גױקע מיט אַ רױט פּנים און מיט פֿאַרגלעזערטע אױגן, און הינטער אירע פּלײצעס, אָפּגעהאַלטן צוריק, איז געשטאַנען אַ„װערגעלעץ“, אַ שײגעץ מיט אַ לאַנגער בײַטש אין די הענט און מיט אַ גרױ שמױסן היטל אױפֿן

קאָפּ, נישט געװוּסט, װאָס ער זאָל טאָן: צי זאָל ער איבערטרעטן די שװעל, צי זאָל ער בלײַבן שטײן פֿון יענער זײַט? צי זאָל ער אױסטאָן דאָס היטל, צי נײן?

עס איז געװען צו זען, אַז די גױקע מיטן רױטן פּנים און מיט די פֿאַרגלעזערטע אױגן זוכט עמיצן אין דער דאָזיקער קאָמפּאַניע און קאָן נישט געפֿינען, און אַז דער שײגעץ מיט דער בײַטש און מיטן הױכן היטל איז נישט מער װי אירער אַ באַגלײטער, אָדער אַן עדות, אָדער אַ מענטש, װאָס טאָמער װעט מען דאַרפֿן אָנקומען צו זײַנע ידים...

דאָס באַװײַזן זיך אָט דאָ אין דער מינוט פֿון די דאָזיקע צװײ פֿרעמדע נפֿשות איז געװען אַזױ אומגעריכט־אומדערװאַרט, אַז דער גאַנצער עולם ייִדן, װאָס זענען געװען כּלומרשט טױט־שיכּור, זענען מיט אַמאָל אַלע אױסגעניכטערט געװאָרן און מע האָט אױפֿגעהערט טאַנצן און גענומען קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע און אַלע אינאײנעם אױפֿן בעל־הבית, אױף שלמה פֿאַמיליאַנט, װעלכער איז צוגעגאַנגען צו דער גױקע, אײַנגעקוקט זיך אין איר מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן און געפֿרעגט בײַ איר אױף גױיִש, װאָס דאַרף זי און װעמען זוכט זי?

די גױע אָבער האָט אים אַפֿילו קײן קוק נישט געשענקט. זי האָט געהאַלטן אין אײן זוכן מיט די פֿאַרגלעזערטע אױגן און סוף־כּל־סוף געפֿונען װעמען זי דאַרף: זי האָט דערזען צװישן די װײַבער שׂרה שאַפּיראָ און האָט זיך געגעבן צו איר אַ לאָז מיט אַ שׂימחה:

― אָ! שאַפּיריכאַ! אַ דע מאָיאַ דעטינאַ?

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן: „װוּ אין מײַן קינד?“...

שׂרה שאַפּיראָ איז אױפֿגעשטאַנען צו איר:

― װאָסער קינד?

― מײַן װאָלאָדקע!

― דײַן װאָלאָדקע? פֿון װאַנען זאָל איך װיסן?

דער גױקעס פֿאַרגלעזערטע אױגן זענען נאָך מער פֿאַרגלעזערט געװאָרן און, קוקנדיק אין אײן פּינטל אַרײַן, האָט זי גענומען דערצײלן, װי אַ בױכרעדערין, עפּעס אַ לאַנגע מעשׂה אָן אַן אָפּשטעל און אַלץ אין אײן טאָן, אַז איר װאָלאָדקע איז ניטאָ, פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, װי אין װאַסער אַרײַן! פֿון נעכטן גאַנץ פֿרי אָן, זינט ער איז אַװעק מיט די ביכלעך אין שקאָלע אַרײַן, האָט זי אַלץ װאַרט, טאָמער װעט ער קומען כאָטש בײַנאַכט אַהײם, איז ער ניט געקומען; הײַנט אינדערפֿרי איז ער ניט געקומען; בײַטאָג ניט געקומען; פֿאַרנאַכט ניט געקומען; איז זי דאָס געװען איצט בײַ שאַפּירעכען אין דער הײם, האָט מען איר אָנגעװיזן, אַז שאַפּירעכע איז אָט אָ דאָ, אין זי דאָס געקומען, אַהער צו שאַפּירעכען, פֿרעגן, װוּ איז איר קינד.

― פֿון װאַנען זאָל איך עס װיסן? ― פֿרעגט זי שׂרה נאָך אַ מאָל איבער, און די גױקע הײבט אָן נאָך אַ מאָל פֿון אָנהײב מיט דעם זעלבן נוסח די גאַנצע מעשׂה, װי אַזױ איר װאָלאָדקע איז פֿון נעכטן גאַנץ פֿרי אָן אַװעק מיט די ביכלעך אין שקאָלע אַרײַן, האָט זי געװאַרט דעם גאַנצן טאָג, טאָמער װעט ער קומען, און אַ גאַנצע נאַכט האָט זי געװאַרט און ער איז ניט געקומען; הײַנט אינדערפֿרי איז ער אױך ניט געקומען; בײַטאָג אױך ניט; פֿאַרנאַכט אױך ניט; איז זי געגאַנגען צו שאַפּירעכען אַהײם, האָט מען איר אָנגעװיזן, װוּ שאַפּירעכע איז; איז זי דאָס געקומען אַהער צו שאַפּירעכען, געװױרע װערן בײַ שאַפּירעכען, װוּ איז איר קינד.

― װאָס זאָגט איר אױף דער פּריטשעפּע? - האָט זיך שׂרה געװענדט צום עולם, װאָס איז געשטאַנען, געקוקט, געהערט און ניט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן, װאָס דאָ טוט זיך, ― טאָמער װײסט איר, װאָס געהער זיך אָן מיט מיר איר װאָלאָדקע? דאָס איז אירער אַ שרץ, רופֿט מען אים װאָלאָדקע...

און צו דער גױע האָט שׂרה אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט:

― גײ דיר געזונטערהײט! פֿון װאַנען זאָל איך עס װיסן? גײ דיר געזונטערהײט! גײ!

און עס קאָן זײַן, אַז די גױע װאָלט זי געפֿאָלגט און װאָלט אפֿשר אַװעקגעגאַנגען מיט דעם, װאָס זי איז געקומען, װען עס זאָל ניט געװען אַרױסשפּרינגען דער קלײנער סיאָמקע און אַ זאָג געבן צו דער מוטער:

― װאָלאָדקען זוכט זי? מיר האָבן זיך הײַנט געשפּילט בײדע, איך און װאָלאָדקע. האַ? ניט הײַנט, נעכטן איז דאָס געװען. נעכטן האָבן מיר זיך געשפּילט מיט װאָלאָדקען.

― װוּ האָסט דו זיך מיט אים געשפּילט? ― פֿרעגט אים די מוטער.

― דאָרט, װוּ אַלע מאָל, אין דרױסן האָבן מיר זיך געשפּילט, ― ענטפֿערט איר סיאָמקע און װײַזט מיט דער האַנט הינטער זײַנע אײגענע פּלײצעס.

דערהערט דעם נאָמען װאָלאָדקע, האָט די גױע אַװעקגענומען אירע פֿאַרגלעזערטע אױגן פֿון שאַפּירעכען און איבערגעטראָגן זײ אױף סיאָמקען: „װוּ איז מײַן קינד?“ און װידער אַ מאָל: „װוּ איז מײַן קינד?“ און אָבער אַ מאָל: „װוּ איז מײַן קינד?“...

װער װײס, מיט װאָס די דאָזיקע סצענע װאָלט זיך געענדיקט, װען שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט זאָל זיך ניט געװען אַרײַנמישן. ער איז צוגעגאַנגען צו דער גױע, אַרױפֿגעלײגט איר די האַנט אױף דער פּלײצע:

― מאַטושקאַ! גײ אַהײם צו דײַן מאַן. ער, און נאָר ער אַלײן, װעט דיר זאָגן, װוּ דײַן קינד איז...

די דאָזיקע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן מיט אַ טאָן פֿון אַ מענטשן, װאָס װײס, װאָס ער זאָגט... און דאָס איז געװען גענוג, אַז די גױע זאָל זיך אױסדרײען מיטן פּנים צו איר באַגלײטער און בײדע זאָלן, נאָך אַ האַלבע מינוט שטײן און קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַװעקגײן אַהין, פֿון װאַנען זײ זענען געקומען.

ערשט דעמאָלט, װען די דאָזיקע צװײ זענען אַװעק, האָט דער גאַנצער עולם מיט אַמאָל, אַלע װי אײן מענטש, אָנגעהױבן רעדן, פֿרעגן אײַנער בײַם אַנדערן, װאָס איז דאָ געװען? װאָס איז דאָ געשען?

― װער איז די ערלית? ― האָט דער בעל־הבית, שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ פֿרעג געגעבן בײַ זײַן שװאָגער, בײַ דוד שאַפּיראָן.

― איך זאָל אַזױ װיסן פֿון צרות! ― ענטפֿערט אים דוד שאַפּיראָ און קוקט אױפֿן װײַב מיט בײזע אױגן.

― װער איז די ערלית? ― פּרענט דער בעל־הבית נאָך אַ מאָל שױן בײַ שׂרהן, נישט קוקנדיק איר, װי אַ חסיד, גלײַך אין די אױגן אַרײַן.

― דאָס איז אונדזערע אַ שכנהטע, ― ענטפֿערט אים שׂרה. ― קירילעכע רופֿט מען זי... זי האָט אַ מאַן אַ שיכּור... און װאָלאָדקע דאָס איז איר שרץ פֿונעם ערשטן מאַן.

― נו? ― פֿרעגט פֿאַמיליאַנט.

― נו, שלאָגט אים דער שטיפֿטאַטע מכּות־רוצח... ער מאַכט אים דעם טױט.

― נו? ― פֿרעגט פֿאַמיליאַנט װײַטער.

― נו, איז ער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, דער שרץ הײסט עס.

― נו?

― נו, איז זי געקומען זוכן דעם שרץ, זיך נאָכפֿרעגן, טאָמער װײסן מיר, װוּ איז דער שרץ.

― װאָס־זשע עפּעס צון אײַך? װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט אײַך איר שרץ? און װאָס געהער זיך אָן מיט אים סיאָמקע?

― גאָרניט. מע זיצט אַ הױף נעבן אַ הױף, מאַכט זיך, אַז קינדער שפּילן זיך אינאײנעם...

אַזױ ענטפֿערט אים שׂרה און פֿילט זיך װי שולדיק אין דעם, װאָס איר סיאָמקע שפּילט זיך מיט אַ שרץ.

שלמה פֿאַמיליאַנט איז אַ פּנים געװען שטאַרק ניט צופֿרידן דערמיט, װאָס מע האָט אים איבערגעשלאָגן סאַמע אין מיטן הוליען און פֿאַרשטערט זײַן שׂימחה. ער האָט אַרײַנגעלײגט בײדע הענט אין די הױזן־קעשענעס, אַרױסגעשטעלט דעם גראָבן בױך מיטן ברײטן טלית־קטן, פֿאַרקנײטשט מיט די פּלײצעס און גענומען רעדן װי צו זיך אַלײן:

― נננע! נאַ דיר גאָר שרצים! שכנים! ערלים! גױעס! װאָלאָדקעס!... װאָס איז דאָס פֿאַר אַ גאַנג, אַ ייִדיש קינד זאָל זיך שפּילן מיט שרצים?! דאָס איז אַלץ אײַערע גומענאַזיעס מיט די סקובענטן, מיט די אוניװערסיטוטן!...

אומזיסט האָט זיך אַרײַנגעמישט די בעל־הביתטע, טױבע פֿאַמיליאַנט, זי האָט געװאָלט, ס'זאָל װערן שטיל, האָט זי גענומען „ששיקן“ און „ששאַקן“, געבעטן דעם עולם צוריק צום טיש, געהײסן די דינסטן אױפֿגעבן עסן ― אומזיסט, אומנישט. שלמה פֿאַמיליאַנט האָט זיך צעלאָזט, אַרױסבאַװיזן דעם בעל־הבית און דעם נגיד און גענומען שיטן פֿײַער אױף הײַנטיקע קינדער מיט הײַנטיקע עלטערן, װאָס פֿירן זײערע קינדער צו דער עקידה, װי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געפֿירט זײַן אײן־און־אײנציקן זון יצחקן... וכדומה אַזעלכע װערטער האָט שלמה פֿאַמיליאַנט געװאָרפֿן רעכטס און לינקס, כּלומרשט גערעדט גלאַט אין דער װעלט אַרײַן, נאָך געמײנט האָט ער זײַנע אָרעמע קרובֿים.

און די אָרעמע קרובֿים נעבעך האָבן געמוזט אױפֿהערן דעם גאַנצן מוסר פֿון זײער רײַכן קרובֿ ביזן סוף... נאָר אײן בעטי, װאָס האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט איר רײַכן פֿעטער, האָט זיך באַלד אױפֿגעכאַפּט פֿון אָרט און גענומען זיך אָנטאָן. עס האָט נישט געהאָלפֿן נישט דער מאַמעס תּחינות ובקשות, נישט דער מומע טױבעס שבֿועות, אַז דער פֿעטער מײנט חלילה נישט זײ, דאָס רעדט ער גלאַט אַזױ, אין דעך װעלט אַרײַן... בעטי האָט געזאָגט „אַ גוטן יום־טובֿ“ און איז אַרױס פֿון שטוב, און ראַבינאָװיטש באַלד נאָך איר ― װי קאָן ער זי לאָזן, אַ מײדל אַלײן אין מיטן נאַכט? ־ און אָט אַזױ איז בטל געװאָרן דער גאַנצער פּלאַן, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט געבױט. „און איבער װאָס? איבער אַ נאַרישקײט! איבער אַזאַ נאַרישקײט!“...

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך אַזש שיִער ניט צעװײנט פֿאַר האַרצװײטיק און גריזאָטע, אַז זי איז געגאַנגען מיטן מאַן אַהײם. און טאָמער איז קאַרג, האָט איר דוד אַ גאַנץ װעג געזאַלצן אױף די װוּנדן.

― אַן אָקס ― האָט ער איר געזאָגט ― האָט אַ לאַנגע צונג און קאָן קײן שופֿר ניט בלאָזן... דו דאַרפֿסט גײן דערצײלן מעשׂיות אָט דעם חסידאַק, דעם שבתי־צבֿיניק!

― שנײַץ די נאָז און שמיר דאָס פּנים, ― האָט אים שׂרה באַצאָלט אױך מיט אַ שפּריכװאָרט: ― ס'איז דאָך דײַן שװאָגער, ניט מײַנער!

― איך קאָן דיר אים אַװעקשענקען, אױב דו װילסט.

― אַ דאַנק דיר פֿאַר דער מתּנה!...

דאָס דרײַסיקסטע קאַפּיטל

געפֿונען זיך דער שאָדן

שׂרה שאַפּיראָ איז ניט פֿון די מאַמעס, װאָס שטעלן זיך אָפּ אין מיטן װעג דאָרט, װוּ עס האַנדלט זיך אינעם גליק פֿון זײערע קינדער. פֿאַרלױרן די האָפֿענונג אױף איר שװאָגער פֿאַמיליאַנט, האָט זי געזוכט אַנדערע װעגן, אַנדערע מענטשן, און געפֿונען אײנעם אַזעלכן, װאָס אױף אים װאָלט זי זיך געקאָנט פֿאַרלאָזן מער װי אױף אַלעמען, אים װאָלט זי געמעגט פֿאַרטרױען איר סוד, װאָרעם ער איז זײער אַן ערלעכער. אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז שױן צו אַן ערלעכער, און װאָס „צו“ ― איז איבעריק...

שׂרהס בעל־סוד איז געװען איר קװאַרטיראַנטס חבֿר, טומאַרקין, דער לעצטער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן אַזױ לאַנג געװאַרט אױף אַן ענטפֿער פֿונעם מיניסטער אױף זײער דרינגענדע טעלעגראַמע, ביז מע האָט זײ „אױסגעלאָװעט“ אײנציקװײַז, װי די פֿישעלעך, און אַרױסגעשיקט, מחילה, פֿון שטאָט.

טומאַרקינען אין דאָס אָפּגעראָטן מער װי אַלעמען. ער האָט „אָפּגענאַרט פֿאָניען“, געטאָגט דאָרט, װוּ ער האָט ניט גענעכטיקט, און גענעכטיקט דאָרט, װוּ ער האָט ניט געטאָגט, אַרומגעטראָגן זיך מיטן פּעקל פֿון אײן באַקאַנטן צום אַנדערן, געשלאָגן בלאַט מיטן „סטאַרשי דװאָרניקстарший дворник: אַלטן סטרוזש“, געהאַנדלט מיטן „אָקאָלאָדאָטשני околодочні: זײַטיקע“, געלעגן אין גרעסטן פֿראָסט און געציטערט אױף אַ בױדעם ― מיט אײנעם װאָרט, געגאַנגען אױף אַ שטריק און, דאַנקען השם יתברך, איבערגעלעבט דעם װינטער, װי עס לעבן אַ סך אַנדערע ייִדן אין דער הײליקער שטאָט, הלװאַי װײַטער...

אַ קאָמעדיע געװען אָנצוקוקן דעם דאָזיקן נפֿש מיט די שװאַרצע גרײַזלעך, װי ער האַלט אין אײן עמיגרירן, לױפֿט אַרום דעם גאַנצן טאָג זוכן אַ מקום מנוחה, אַ נאַכטלעגער דאָרט, װוּ עס איז מיט אַ נאַכט פֿריִער געװען אַן „אָבלאַװע“. נישט אײן מאָל האָט ער פֿאַרבלאָנדזשעט אױך צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט שױן שפּעטלעך אין דער נאַכט, נאָך אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון ציוניסטן, און זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש איז געװען פֿאַר אים דער מליץ־יושר.

װאָס טוט מען מיטן שלימזל? ― האָט שׂרה געזאָגט צו איר מאַן, זיך אָנגענומען אַלע מאָל זײַן קריװדע, כאָטש ער איז אַ שלימזל. מע קאָן דאָך אים ניט אַרױסװאַרפֿן אין דרױסן אין אַזאַ ברענענדיקן פֿראָסט. זײַ דיך שױן מטריח צום דװאָרניק, דוד, רוק אים אַרײַן דאָרט אַ קדחת אין יד אַרײַן, לאָז ער זיך װאַרגן... נאָר דו אײנער קאָנסט האַנדלען מיט פּאָליציע.

דאָס לעצטע איז אַ מין קאָמפּלימענט, אַ כאַבאַרל אױף אונטערצוקױפֿן דוד שאַפּיראָן, װאָס װאַרפֿט זיך און שמיצט זיך, זאָגט, אַז זי װיל אָנאַרבעטן אָ חתונה אין זײער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“. סוף־כּל־סוף גײט ער אינאײנעם מיטן קװאַרטיראַנט צום „סטאַרשי דװאָרניק“ און מע האַנדלט אָפּ מיט אים שטילערהײט פֿאָר דער דאָזיקער נאַכט, און דער שלימזל בלײַבט נעכטיקן בײַם קװאַרטיראַנט, װוּ שׂרה בעט אים אױס אױף דרײ בענקלעך, װינטשט זײ אַ גוטע נאַכט און אַלײן ליגט זי אין אײנע צרות, טאָמער חלילה קומט מען, דעמאָלט װעט אױסקומען, אַז דוד איז געװען גערעכט...

― װי איז אײַך געשלאָפֿן? ― פֿרעגט אים שׂרה אױף מאָרגן, אָנגיסנדיק אים אַ גלעזל טײ.

― אױסגעצײכנט! ― זאָגט איר טומאַרקין אַ גרױסן ליגן, װאָרעם אַחוץ, װאָס די בענקלעך האָבן זיך צערוקט און ער איז געלעגן אױף משקולת אַלע מינוט דורכצופֿאַלן, איז ער גלאַט ניט געשלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט, געהאַלטן אין אײן רעדן מיט זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש, װאָס האָט אים פֿאַרמוטשעט מיט זײַן שטענדיק גריבלען זיך און גרונטעװען זיך אין ייִדישקײט.

אַלע מאָל, װען די צװײ קומען זיך צונױף, איז הימל עפֿן זיך! בײדע רעדן, בײדע היצן זיך. אײנער טענהט: „אײנס פֿון די צװײ ― אָדער אַהער, אָדער אַהין. אָדער טוט אַלע דאָס, װאָס לאַפּידוס האָט געטאָן, אָדער נעמט זיך צונױף אַלע, גרױס און קלײן, יונג און אַלט, און באַזעצט זיך אין אײַער היסטאָרישער מדינה, אינעם לאַנד פֿון אײַערע אָבֿות... באַװײַזט, אַז איר זענט אַ פֿאָלק, אַ פֿאָלק, װאָס װיל לעבן און קאָן לעבן, אַ פֿאָלק, װאָס קאָן טאָן אױך פֿאַר זיך, ניט נאָר פֿון יענעמס װעגן“...

― שאַ! גענוג, גענוג! ― שרײַט אים איבער דער אַנדערער.

ער קאָן שױן מער ניט הערן, װאָס ער זאָגט, װאָרעם ער רעדט ניט, װי אַ ייִד דאַרף רעדן. ערשטנס, װאָס פֿאַר אַ „איר“? װאָס פֿאַר אַ לשון „אײַער לאַנד“, „אײַערע אָבֿות? און צװײטנס...

― איר װעט אַמאָל אַנטשװיגן װערן, צי נײן? ― קלאַפּט זײ אָן די בעל־הביתטע אין דער טיר. ― אַ שלימזל קאָן! גענוג, ער האָט אַלײן ניט װוּ צו שלאָפֿן, לאָזט ער יענעם אױך ניט שלאָפֿן!...

קײן אַנדער נאָמען האָט ניט טומאַרקין בײַ שׂרהן, אױסער „שלימזל“. נאָר װײַל ער איז באַפֿרײַנדעט מיט איר קװאַרטיראַנט פֿון װעלכן טומאַרקין האַלט אַן עולם ומלואה, איז ער בײַ איר געהױכט און געקרױנט, און עס װילט זיך איר זײער, אַז ער, טומאַרקין, זאָל מאַכן אַ שמועס מיט איר קװאַרטיראַנט, אַ טאַפּ טאָן דעם דופֿק, װאָס דענקט ער, װאָס טראַכט ער, װאָס מײנט ער?... געװײנטלעך, נישט גלײַך, טיץ טובי דורין מיט אַ מאָל, נאָר אײדל, פֿײַן, הינטן אַרום, װאָרעם ס'איז „אַן אײדעלע מאַטעריע“...

― איר פֿאַרשטײט? זײער אַן אײדעלע מאַטעריע!...

מיט אַ מאַך מיט די אױגן און מיט אַ סמאָרע מיט דער נאָז גיט אים שׂרה צו פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַן „אײדעלע מאַטעריע“ דאָס איז. און כאָטש טומאַרקין פֿאַרשטײט נאָך ניט, אײגנטלעך, פֿון װאָס פֿאַר אַ מאַטעריע די פֿרױ שאַפּיראָ רעדט, דאָך שאָקלט ער איר צו מיטן קאָפּ, קרײַזלענדיק זיך די געקרײַזלטע שװאַרצע הערלעך, און שׂרה רוקט זיך צו נעענטער, װיל אים אײַנרױמען אַ סוד אױפֿן אױער, קומט אָן פֿון דרױסן בעטי, שטײט אַ װײַלע און װיל כאַפּן מיטן קוק, פֿון װאָס האָט דאָ די מאַמע געשמועסט מיט טומאַרקינען. דערנאָך רופֿט זי זיך אָן צו דער מוטער:

― מאַמע, דו װײסט? דער שאָדן האָט זיך אָפּגעזוכט.

― װאָסער שאָדן?

― װאָלאָדקע אָט זיך געפֿונען.

שׂרה טוט זיך אַ האָפּ אױף:

― װאָלאָדקע האָט זיך געפֿונען? דאַנקען און לױבן!... װוּ אין ער געװען?

― װוּ איז ער געװען ― װײסט מען ניט, נאָר איצט אין ער דאָ, נעבן אונדזער הױף, אַ טױטער.

שׂרה איז אַזש אָפּגעשפּרונגען צוריק:

― אַ טױטער? װאָלאָדקע אַ טױטער?

― ניט נאָר אַ טױטער, נאָר אַ געהרגעטער.

שׂרה איז פֿאַרציטערט געװאָרן.

― אַ געהרגעטער? װאָלאָדקען האָט מען געהרגעט? או־װאַ! געװען אַ װױלער שרץ!... װער האָט אים געהרגעט?

― פֿון װאַנען זאָל מען װיסן? מע האָט אים געפֿונען אַ געהרגעטן... אַ צעשניטענעם... אַ צעשטאָכענעם... װײַזט אױס, מע האָט אים שױן לאַנג געהרגעט, װאָרעם ערטערװײַז האָט ער שױן אָנגעהױבן פֿױלן.

שׂרה האָט זיך אָפּגעקערט אָן אַ זײַט און אױסגעשפּיגן:

― מע זאָל גאָר באַהיט און באַװאָרנט װערן! װוּ האָט מען דאָס אים געפֿונען?

― איך זאָג דאָך דיר, אָט דאָ ניט װײַט, נעבן אונדזער הױף. פֿול די גאַנצע גאַס מיט מענטשן. ייִדן און קריסטן, דאָקטױרים, פּאָליציע...

דערהערט דאָס װאָרט „פּאָליציע“, האָט שׂרה, װאָס האָט שױן געהאַט גאָר פֿאַרגעסן אָן דעם „שלימזל“, געכאַפּט אַ קוק אױף טומאַרקינען:

― װײ איז מיר! פּאָליציע?...

טומאַרקין, אױף װעלכן דאָס װאָרט „פּאָליציע“, האָט געהאַט כּמעט דעם אײגענעם כּוח, װאָס אױף שׂרהן, האָט זיך געשטױסן, אַז שׂרהס שרעק איז איבער אים, טאָמער פּאַקט מען אים, צװישן יאָ און נײן, אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע בײַ איר אין שטוב...

― האָט קײן יסורים ניט! ― האָט ער זי לאַכנדיק באַרויִקט. ― ערשטנס, איז דאָך עס ניט בײַנאַכט. בײַטאָג איז ניט אַזױ מסוכּן װי בײַנאַכט. און צװײטנס, גײ איך טאַקע אַװעק, כאַ־כאַ ― אַ קשיא אױף אַ מעשׂה?...

― גײט, גײט, נאָר גיך און געשװינד און לאָז מען אײַך ניט זען. אָדער, פֿאַרקערט, דװקא פּאַװאָלינקע און לאָז מען אײַך יאָ זען, נאָר האַלט דעם קאָפּ אַרױף, מיט שטאָלץ, װי אַ כּשרער, װי אַ מענטש מיט אַ „פּאָלנע פּראַװאָזשיטעלסטװע“. איר פֿאַרשטײט?...

― איך פֿאַרשטײ. װאָס דען? איך פֿאַרשטײ ניט? אַזױ האָט שׂרה שאַפּיראָ אַרױסבאַגלײט טומאַרקינען ביז פֿון אַלע טרעפּ אַראָפּ, אַ זאָג געגעבן אים שטילערהײט בײַ דער טיר, אַז ער זאָל קומען מאָרגן, אם־ירצה־השם, נאָך אַ מאָל נעכטיקן, װעט זי מיט אים רעדן אױג אױף אױג, װאָרעם ס'איז אַן אײדעלע מאַטעריע...

― אַן אײדעלע מאַטעריע ― זאָגט איר נאָך טומאַרקין, אַלײן ניט הערנדיק, װאָס ער רעדט.

― זײער אַן אײדעלע מאַטעריע!

― זײער אַן אײדעלע מאַטעריע...

דאָס אײן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

משוגע געװאָרן

שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך ניט טועה געװען דערמיט, װאָס זי האָט איר שליחות אַרױפֿגעלײגט אױף טומאַרקינען, אַז ער זאָל רעדן מיטן קװאַרטיראַנט, װאָרעם װער װאָלט זיך דאָס אונטערנעמען, ניט זײַענדיק קײן שדכן, רעדן װעגן אַזאַ „אײדעלע מאַטעריע“?

טומאַרקין, װי נאָר ער האָט דערהערט פֿון שׂרה שאַפּיראָ, װעגן װאָס דאָ האַנדלט זיך, אַזױ האָבן די אױגן גענומען אַרױסלױפֿן בײַ אים, װי די מײַזלעך, און יעדעס הערעלע באַזונדער האָט ער גענומען גרײַזלען גיך־גיך, און האָט זי באַרויִקט, זי זאָל זײַן זיכער, אַז ער װעט שױן מיט אים רעדן אַקוראַט, אַקוראַט.

― אָבער אײדל, פֿאַרשטעלט! ― האָט אים שׂרה אָנגעזאָגט אַ מאָל צװאַנציק. ― און שטיל, קײנער זאָל ניט הערן.

― פֿאַרשטעלט, פֿאַרשטעלט! ― האָט ער איר צוגעגעבן, אַלײן ניט הערנדיק, װאָס ער רעדט. ער האָט זיך שױן געריסן גײן רעדן מיט אים טאַקע באַלד, די רגע. האָט אים שׂרה אָפּגעהאַלטן, געגעבן אים נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל אַלץ די אײגענע אינסטרוקציעס, װאָס ער זאָל רעדן, און װי אַזױ ער זאָל רעדן, װאָרעם ס'איז ניט קײן שפּילכל, ס'איז אַן „אײדעלע מאַטעריע“...

― אַן „אײדעלע מאַטעריע“, ― האָט איר טומאַרקין נאָכגעזאָגט איטלעכס װאָרט און דװקא הױך, אױף אַ קול.

― ששש... שרײַט ניט אַזױ הױך. װאָס שרײַט איר? מע װערט פֿון אײַך ניט גליקלעך! ― שטילט אים אַן שׂרה. ― געדענקט־זשע, בסוד, קײן בן־אָדם זאָל ניט װיסן!

טומאַרקין זאָגט איר נאָך איטלעכס װאָרט און קלײַבט זיך גײן

― קײן בן־אָדם ניט װיסן!

― קײן פֿױגל ניט!

― קײן פֿױגל ניט.

― װאָס פֿאַר אַ טבֿע בײַ אײַך ― פֿאַלט אָן אױף אים שׂרה ― נאָכרעדן יענעם, װי אַ פּאָפּוגײַ?

― װי אַ פּאָפּוגײַ... ― זאָגט ער איר נאָך דאָס װאָרט אױך און פֿאַרכאַפּט זיך אָבער באַלד און באַרויִקט זי: ― איר מעגט זיך פֿאַרלאָזן. איר מעגט זײַן זיכער. עס װעט זײַן רעכט. עס װעט זײַן גוט. אױסגעצײכנט גוט!

און טומאַרקין איז אַװעק רעדן מיט ראַבינאָװיטשן פֿאַרשטעלט.

די לעצטע צײַט זענען די צװײ אַװעק אין זײער חבֿרשאַפֿט אַזױ װײַט, אַז ס'איז ניט אַריבער כּמעט קײן טאָג, מע זאָל זיך ניט זען, און מע איז געװאָרן גאַנץ נאָענט אױף „דו“.

― הער נאָר אױס, ― האָט צו אים טומאַרקין געזאָגט, באַלד װי ער איז נאָר אַרײַנגעקומען צו אים אין זײַן חדרל אַרײַן, געטראָפֿן אים בײַם שאָקלענדיק טישל זיצן און שרײַבן אַ בריװ, ― הער נאָר אױס, װאָס איך װעל דיר זאָגן. לײג אַװעק אַלע אַרבעט, מאַך נאָר צו גוט די טיר און זעץ דיך אַװעק אױף דײַן אײן־און־אײנציק בענקל, אָט דאָ בײַם פֿענצטער, איך װעל זיצן אױפֿן בעטל, גלײַך אַקעגן דיר, איך זאָל קאָנען זען דײַן פּנים, װאָרעם איך האָב מיט דיר צו רעדן אַ נױטיקע זאַך, אַ סוד...

ראַבינאָװיטש איז בלאַס געװאָרן, אַז ער האָט דערהערט אַ „סוד“... דאָס ערשטע, װאָס אים איז איבערגעגאַנגען אױף דער מחשבֿה, אין געװען: ― מען איז געװױרע געװאָרן, װער ער איז... נאָר װײַל בטבֿע איז ער ניט פֿון די איבערגעשראָקענע ייִנגלעך, איז ער אױסגעשטאַנען, צוגעמאַכט די טיר, געגעבן אַ װאָרף מיט דער פּאַטלע האָר און אַװעקגעזעצט זיך קענען זײַן חבֿר אַ פּנים קעגן אַ פּנים:

― אָ סוד? רעד, װעלן מיר הערן פֿון דיר סודות.

טומאַרקין האָט גענומען בלעטערן דאָס בוך, װאָס אין געװען בײַ אים אין די הענט, גיך־גיך, װי זײַן שטײגער איז, װאָרעם אַז ער רעדט, מוז ער עפּעס טאָן בעת־מעשׂה מיט די הענט, און איז צוגעטראָטן צום ענין גלײַך, אָן אַ שום הקדמות:

― זאָג נאָר, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן. דו האָסט ליב דער בעל־הביתטעס טאָכטער און דער בעל־הביתטעס טאָכטער האָט ליב דיך, ― װאָס ציסט דו די עצמות?

אונטער ראַבינאָװיטשן האָט דאָס באַרימטע בענקל מיטן אױסגעטריפּעטן געזעסל, װאָס מע רופֿט עס „װינער שטול“, געגעבן אַ טרעשטש, און ער האָט געװאָלט געבן אַ שטײ אױף, האָט אים טומאַרקין צוגעהאַלטן מיט בײדע הענט, געקוקט אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן:

― זיץ־זיץ, װאָס ביסט דו געװאָרן אַזױ רױט? מיט מיר באַדאַרפֿסט דו זיך, ברודער, ניט צערעמאָניען. מיט מיר קאָנסט דו רעדן רײנע דיבורים ― זאָג מיר, װעלכעס קװעטשט דיך?...

פֿאַר אונדזער ראַבינאָװיטשן איז דאָס געװען אַזױ פּלוצעם־אומגעריכט, אַן ער האָט די ערשטע מינוט פֿאַרלױרן די פֿעיִקײט צו רעדן. ער האָט נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, ערשטנס, װי רעדט מען דאָס מיט אַזאַ לשון װעגן אַזאַ זאַך, װאָס איז בײַ אים דאָס סאַמע פֿאַרבאָרגנסטע, דאָס סאַמע הײליקסטע, װאָס ער האָט זיך שױן דעם מוח דערױף צעבראָכן טראַכטנדיק?... און צװײטנס, פֿון װאַנען װײס עס טומאַרקין? ניט שױן־זשע פֿון איר אַלײן? און אַ מישמאַש פֿון געפֿילן און געדאַנקען האָבן אים אונטערגעכאַפּט און אױפֿגעהױבן פֿונעם אָרט, און ער האָט גענומען אַרומשפּאַנען הין און צוריק איבערן חדר. דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעשטעלט:

― הער אױס, טומאַרקין, דו ביסט אַן ערלעכער, אַן אָרנטלעכער מענטש. איך האָב דיך דערקענט. זאָג מיר נאָר אײן זאַך: פֿון װאַנען װײסט דו דאָס?...

― װאָס איז דײַן עסק, פֿון װאַנען איך װײס? אַבי ס'איז אַן אמת. אָבער ס'איז דאָך אַן אמת? אַן אמת? דו װעסט דאָך ניט אָפּלײקענען.

― ניט דאָס, נאַרעלע, איך מײן אַן אַנדער זאַך. איך מײן, איך װיל װיסן, אױב זי אַלײן האָט דאָס דיר געזאָגט. איך דאַרף עס װיסן...

טומאַרקין האָט זיך אױפֿגעהױבן און צוריק אַװעקגעזעצט.

―― משוגע ביסט דו? ע, ביסט דו דאָך טאַקע אַ גרױסער נאַר, װי איך זע אַרױס! אױף װיפֿל איך קען זי ― און איך קען זי אַ סך װינציקער װי דו ― איז זי ניט אַזעלכע. זי װעט זיך גיכער לאָזן אָפּשנײַדן בײדע הענט, אײדער רעדן מיט אַ זײַטיקן מענטשן װעגן אַזאַ זאַך...

נאָך די דאָזיקע װערטער האָט שױן ראַבינאָװיטש פֿאַרשטאַנען װעמענס קאָפּ דאָס איז, און איז געװען ניט זײער צופֿרידן. ער װאָלט בעסער װעלן, אַז דאָס זאָל שטאַמען פֿון איר אַלײן, פֿון בעטין, װאָרעם זינט ער קען זיך מיט איר און האָט זי ליב, גײט אױס נאָך אירע טריט, האָט ער פֿון איר קײן װאָרט געהערט. ער איר האָט זיך שױן װיפֿל מאָל אַרױסגעזאָגט, אױב נישט אינגאַנצן, איז מיט האַלבע װערטער, מיט אָנצוהערענישן ― און זי אים קײן האַלב װאָרט אַפֿילו. אמת, ער האָט געזען, אַז זי איז צו אים ניט װי צו אַנדערע... ער האָט געפֿילט מיטן גאַנצן האַרצן, אַז ער איז איר נאָענט... ער װאָלט אָבער װעלן אױך הערן פֿון איר מױל דאָס גוטע װאָרט... איז נײן! אַלצדינג: רעדן, שפּאַסן, קאַטאָװעס מאַכן, װערטלען זיך, שפּאַצירן גײן ― דאָס יאָ, װיפֿל איר װילט. נאָר קײן אײנציקס װאָרט אַזעלכס, װי ער װאָלט װעלן... און װער שמועסט, פֿון יענעם אָװנט אין טעאַטער, נאָך זײער באַגעגעניש מיט דעם װײַסן־אונטערשלאַק לאַפּידוס, איז זי גאָר געװאָרן צו אים אַזױ, אַז ער קאָן זי ניט תּופֿס זײַן: אָט איז זי קאַלט װי אײַז, אָט איז זי צו אים צוגעלאָזט, װײך, לעבעדיק, פֿרײלעך, און אָט איז זי שױן װידער ערנסט, פֿאַרביסן, פֿאַרטראַכט, װי אַ ספֿינקס, טױט, װי אַ מאַרמאָר. נײן, ער הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן אָט דאָס מײדל...

― בעטי, איר װײסט? ― האָט ער איר אַמאָל אַ זאָג געגעבן ― איר זענט פֿאַר מיר אַ רעטעניש.

― מע דאַרף ניט האָבן קײן גרעסער רעטעניש, װי איר זענט, ― האָט זי אים אָפּגעענטפֿערט און איבערגעטראָגן דעם שמועס אױף אַן אַנדער זאַך און אַרױסגעדרײט זיך פֿון זײַנע הענט.

― הכּלל, ניטאָ קײן לשון, ― מאַכט צו אים טומאַרקין, בלעטערנדיק װידער דאָס בוך, װאָס ליגט בײַ אים אױף די קניִעס, גיך־גיך, אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל. ― איך װיל הערן װערטער װיל איך הערן.

― װאָס קאָן איך דיר זאָגן? ― ענטפֿערט אים ראַבינאָװיטש, װידער אַרומשפּאַנענדיק פֿאַרטיפֿט אין זײַנע מחשבֿות. ― איך קאָן דיר דערױף גאָרניט זאָגן...

― פֿאַרװאָס, למשל?

― דערפֿאַר, װײַל ס'איז פֿאַראַן זאַכן אַזעלכע, װאָס מע קאָן פֿון זײ ניט רעדן אַפֿילו מיטן סאַמע נאָענטסטן מענטשן... פֿאַראַן זאַכן...

טומאַרקין טוט אַ װאָרף אָפּ דאָס בוך:

― פֿאַראַן זאַכן... פֿאַראַן זאַכן... איך װײס, װאָס דו װילסט זאָגן!

ראַבינאָװיטש שטעלט זיך אָפּ:

― װאָס װיל איך זאָגן?

― דו װילסט זאָגן, אַז צװישן אײַך איז אַ תּהום... אַז זי איז אָ אָרעם מײדל, און דו ביסט אָ פּרינץ, האָסט אַ מומע אַ מיליאָנערשע, װאָס דו ביסט איר אײנציקער יורש... איך װײס, איך װײס דאָס אַלצדינג. און אױב אַזױ... (טומאַרקין איז אױפֿגעשטאַנען פֿון בעטל און אַ קוק געגעבן אים גלײַך אין די אױגן אַרײַן)... אױב אַזױ, דאַרף איך דיך אָנרופֿן מיטן רעכטן נאָמען: דו ביסט אַ פּאָדליעץ!

דער עפֿעקט פֿון די דאָזיקע װערטער איז געװען גאָר ניט אַזעלכער, װי טומאַרקין האָט געװאַרט. אָנשטאָט דעם, אַז זײַן חבֿר זאָל אױפֿשפּרינגען װי אַן אָפּגעבריטער, װערן אין כּעס אָדער װעלן זיך פֿאַרענטפֿערן, האָט זיך ראַבינאָװיטש אָנגעבױגן ביז צו דער ערך, אױסגעבױגן און נאָך אַ מאָל אָנגעבױגן, זיך געכאַפּט מיט בײדע הענט בײַ די זײַטן און גענומען לאַכן אַזױ שטאַרק, גלײַך װי הונדערט שדים װאָלטן אים געקיצלט הינטער די פּאַכװעס. צום סוף איז ער אַזש אַנידערגעפֿאַלן אױפֿן בעטל און האָט זיך גענומען קײַקלען און קאָטשן פֿון אײן זײַט אױף רעד אַנדערער און לאַכן אַלע מאָל העכער און שטאַרקער, אַזױ לאַנג, ביז עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס האָבן זיך אַרײַנגעריסן פֿריִער שׂרה, דערנאָך בעטי, בײדע איבערגעשראָקן, טױט װי די װאַנט:

― װאָס איז? װאָס איז דאָ געשען?

― אײַער קװאַרטיראַנט איז משוגע געװאָרן! ― האָט זײ טומאַרקין אַ זאָג געגעבן מיט כּעס, געכאַפּט דאָס בוך מיטן היטל און איז אַװעק ― ואיננו!

פֿון דעמאָלט אָן האָבן ניט די שאַפּיראָס, ניט זײער קװאַרטיראַנט נישט געהערט פֿון טומאַרקינען מער.

― פֿאַרפֿאַלן געװאָרן דער „שלימזל“, װי אי װאַסער אַרײַן! ― האָט געזאָגט שׂרה, ― און קײנער האָט אַזױ נישט געבענקט נאָך אים, װי שׂרה, װאָרעם ער האָט אַװעקגעטראָגן מיט זיך אײנעם פֿון אירע סאַמע טײַערע און פֿאַרבאָרגענע סודות...

דאָס צװײ־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

ערבֿ־פּסח

אין דרױסן האָט זיך געשטעלט ערבֿ־פּסח.

די זון האָט געשײַנט ערבֿ־פּסחדיק. עס האָט געשמעקט ערבֿ־פּסחדיק, און די גאַנצע ייִדישע גאַס האָט אױסגעזען ערבֿ־פּסחדיק, גאָר נישט קוקנדיק דערױף, װאָס װי ייִדיש די גאַס זאָל ניט זײַן, װי זי זאָל ניט זײַן געפּאַקט מיט אַחינו־בני־ישׂראל, געפֿינט זי זיך דאָך אין אַזאַ שטאָט, װוּ ניט יעדער געמלטער קאָן האָבן די זכיה איבערצונעכטיקן אין איר אַ נאַכט...

אָנקוקנדיק די פֿאַרדריפּעטע הײזלעך, די אָפּגעריסענע ייִדן, די פֿאַרשמאָדערטע װײַבער, די האַלב־נאַקעטע קינדער, און צוהערנדיק זיך צו די קולות מיטן געפּילדער, װאָס טראָנען זיך פֿון די הײַזער, פֿון די קלײטן און פֿון דעם גאַנצן קװאַרטאַל אַרום און אַרום, קאָנט איר זיכער מײנען, אַז איר געפֿינט זיך אין דער רעכטער הושטשע פֿונעם רעכטן געדיכטן ייִדישן תּחום, װוּ מע װײסט ניט פֿון קײן פּאָליציע, פֿון קײן „סטאַרשי דװאָרניק“ און פֿון קײן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

די אײגענע אױסגעמאַטערטע און פֿאַרצװײפֿלטע פּנימער פֿון די ייִדן. די אײגענע אױסגעמוטשעטע, צום מײנסטן מעוברתע װײַבער. די אײגענע שטענדיק־הונגעריקע קינדער. דאָס אײגענע יאָגעניש און לױפֿעניש, װאָס דאָרטן, אין דער געבענטשטער „טשערטאַ“. דאָס אײגענע רײַסעניש און בײַסעניש פֿאַר אַ האַרטן גראָשן, פֿאַר אַ שטיקל טרוקן ברױט, פֿאַר אַ נאַס פֿאַרשימלט װינקל אױף דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן. די אײגענע כּף־הא'עדיקע קרעמלעך, צען־רובלדיקע קלײטלעך, דרײַ־רובלדיקע שטעלעכלעך, װאָס אײן גאָט װײס, מיט װאָס זײ האַלטן זיך.

איר באַגעגנט דאָ די אײגענע „לופֿטיקע“ ייִדן, װאָס קוקן אַרױס אױף נסים. די אײגענע לײדיקע יונגעלײַט, װאָס דרײען זיך אַרום מיט שטעקעלעך אין גאַס. די אײגענע פֿולע װײַבער, װאָס טראָנען זיך אַרום מיט לײדיקע קאָשיקעס. די אײגענע נאַקעט־באָרװעסע קינדער, װאָס לױפֿן אַרום פּוסטע־פּאַס אױף דער גאַס נאָר דערפֿאַר, װאָס אין שטוב איז נאַס און ענג, און אין דרױסן איז כאָטש דאָ אַ הימל, כאָטש דאָ אַ זון.

אַפֿילו די שולן און בתּי־מדרשים קאָנט איר דאָ זען די אײגענע, װאָס אומעטום. דאָס הײסט: אַלטע, פֿאַרחושכטע שולן מיט טונקעלע װענט פֿאַרװײנטע. אױך די חדרים, די אײגענע פֿינצטערע חדרים, מיט די אײגענע תּלמוד־תּורות, װיסטע, קלאָגעדיקע, און מלמדים פֿאַראָרעמטע, דערשלאָגענע ― אַלעס, אַלעס, װי דאָרטן, נישט געמינערט אַ האָר.

און אַזױ װי דאָרט ערבֿ־פּסח, אַזױ האָט אױך דאָ אַלעס אױפֿגעװאַכט, אױפֿגעלעבט, אַלעס איז אַרױס אױף דער גאַס, אַלעס רײניקט זיך, אַלעס גרײט זיך, אַלעס קאָכט און אַלעס טומלט, אַלעס שװיבלט און אַלעס װימלט ― ס'איז ערבֿ־פּסח. ייִדן ריכטן זיך אױף אַ גוטן ליבן גאַסט, ייִדן גרײטן זיך אױפֿנעמען דעם ליבן גוטן יום־טובֿ פּסח.

און אַזױ װי דאָרט, אַזױ קאָכט עס אױך דאָ מער װי אומעטום אין די „פּאָדראַדן“. ס'איז אַ טאַרעראַם און אַ גערױש און אַ האַרמידער, אַ יאָגעניש, אַ לױפֿעניש, אַ שטופּעניש. יעדער װיל װאָס פֿריִער ― ייִדן באַקן מצות!

מיט די מצות האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ דאָס יאָר אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט. און איבער װעמען? איבער איר מאַן. דערפֿאַר װאָס ער איז אַ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, שטײט אים ניט אָן, אַז זײַנע מצות זאָל מען באַקן ניט אױפֿן ערשטן אױװן. און שׂרה אַלײן װיל אױך דאָס אײגענע. פֿונדעסטװעגן עסט זי אים די גאָל:

― ער גלײַכט זיך צו שלמה פֿאַמיליאַנט. נישטאָ ערגער, װי אַז מע װיל כּבֿוד און מע האָט נישט מיט װאָס! ממה־נפֿשך, ביסט דו אַן אָרעמאַן, טאָ שװײַג כאָטש, װי זאָגט ער: „נעכײַ ליכאָ טיכאָ нехай тихо лихо: זאָל זײַן שטיל באַרימט“...

― הקיצור, װאָס װילסט דו? ― איז שױן דוד אַרױס פֿון די כּלים. ― װילסט באַקן מצות, באַק מצות!

שׂרה װעט אים אָבער אַזױ גיך ניט אָפּטרעטן דעם װעג, נײן!

― װאָס הײסט, באַק מצות? װילסט דאָך, אױפֿן ערשטן אױװן זאָל מען דיר באַקן די מצות!

דוד װאַרפֿט אַ קוק אױף דער טאָכטער װי אַלע מאָל, װען שׂרה דערגײט אים די יאָר, און בעטי קומט אים צו הילף:

― מאַמע! טאָמער װאָלט טאַקע געװען גענוג צו רעדן פֿון די מצות? פֿון נאָך פּורים אָן הערט מען דאָ נאָר מצות, מצות און מצות!...

און אָט אַזױ האָט מען אַ װאָך דורכאַנאַנד געהערט אין שטוב רעדן „מצות־מצות! מצות־מצות!“ אַזױ, אַז דער קװאַרטיראַנט האָט זיך אױך פֿאַראינטערעסירט מיט די מצות.

אַז ייִדן עסן פּסח אַזאַ מאכל, װאָס הײסט מצות („מאַצאַ“) ― דאָס האָט ער געװוּסט שױן פֿון לאַנג. נאָר װאָס דאָס איז פֿאַר אַ מאכל און װי אַזױ עסט מען עס ― דאָס האָט ער געװאָלט װיסן.

אױך האָט ער געװאָלט װיסן נאָך אַ זאַך ― און דאָס האָט אים אינטערעסירט אַם מערסטן: ער האָט שױן פֿון לאַנג אָן געהערט, ער האָט געלײענט (ער געדענקט שױן ניט װוּ), אַז אין דער דאָזיקער „מאַצאַ“ װערט בײַ ייִדן אַרײַנגעטאָן בלוט, קריסטלעך בלוט...

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער אַלײן האָט װינציק װאָס געגלױבט אין דעם פּיזמון. עס האָט אים נאָר אינטערעסירט צו דערגײן דעם שׂכל פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע פּיזמונות?

פֿרעגן בײַ עמיצן פֿון זײַנע חבֿרים, האָט ער זיך געשעמט. רעדן דערפֿון מיט שאַפּיראָן ― איז גאָר אוממעגלעך. אַ משוגענער! ער קאָן אײַך פֿאַר אַזאַ זאַך אָפּבאָדן, מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך. והראַיה: אָט דאָ, אַז ס'האָט זיך געטראָפֿן די מעשׂה מיט קירילעכעס זונדל װאָלאָדקע, מע האָט אים געפֿונען אַ געהרגעטן, האָט ראַבינאָװיטש אין אַ פּאָר טעג אַרום געהאַט געלײענט אין אַן אָרטיק בלאַט, אַז מע שמועס אין שטאָט, אַז ס'איז אַ סבֿרה, אַז געהרגעט האָבן דעם װאָלאָדקען די אָרטיקע ייִדן, אױפֿגעטרענט די אָדערן און אױסגעצאַפּט פֿון אים לעבעדיקערהײט דאָס גאַנצע בלוט צוליב זײער „מאַצאַ“, װאָס זײ דאַרפֿן באַלד באַקן אױף פּסח...

איבערגעלײענט דאָס דאָזיקע נײַעס האָט דער קװאַרטיראַנט הױך, אױף אַ קול, בײַם טיש זיצנדיק. ער האָט אָבער נאָך נישט געענדיקט אינגאַנצן דאָס איבערצולײענען, אַז דוד שאַפּיראָ טוט ניט אַ רײַס אַרױס בײַ אים דאָס בלאַט פֿון די הענט, גיט אױף דעם אַ שפּײַ אָן און אַ װאָרף אַרױס גלײַך דורכן פֿענצטער.

― משוגע מײַנע שׂונאים?! ― איז אױף אים אָנגעפֿאַלן שׂרה, ― צי חסר־דעה? צי װעלכע גוטע יאָר?

― אַ מיצװה! ― האָט זיך דוד פֿאַרענטפֿערט. ― למאַי זאָל אַ ייִד לײענען אַזעלכע בלעטלעך, װאָס קאָנען אױסטראַכטן אַזאַ פּאַסקודסטװע?

אױף מאָרגן האָט שױן אונדזער ראַבינאָװיטש געזוכט צו קױפּן דאָס דאָזיקע בלאַט, און בסוד, זען, װאָס שרײַבט מען דאָרטן װעגן װאָלאָדקעס משונהדיקן טױט.

אינװײניק בײַ זיך האָט ער אַפֿילו גאַנץ גוט געװוּסט, װעמענס אַרבעט דאָס איז. באַלד װי װאָלאָדקע איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, האָט ער גלײַך געזאָגט, אַז אים האָט באַשטאַט זײַן שטיפֿטאַטע, װאָס האָט שױן לאַנג געװאָלט פֿונעם קינד פּטור װערן. ראַבינאָװיטש האָט אים אַלײן אַמאָל אַרױסגענומען אַ האַלב־טױטן פֿונעם פֿאָטערס הענט. אַ װוּנדער איז אים נאָר געװען, װאָס האָט ער אים נאָך באַדאַרפֿט אַזױ משונה־װילד צושנײַדן און צעבראָקן? צו װאָס האָט ער אים אַזױ באַדאַרפֿט צעשטעכן? נײַן און פֿערציק שטעך האָט מען איבערגעצײלט בײַ אים אױפֿן לײַב! אַזױ שרײַבן די צײַטונגען. צו װאָס איז עפּעס גראָד נײַן און פֿערציק? װאָס פֿאַר אַ מספּר?

אַצינד איז גרינג צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס אונדזער העלד האָט זיך אַזױ פֿאַראינטערעסירט מיט דער מצה, געװאָלט זײַן דערבײַ, זען, װי ייִדן באַקן מצות...

― איך האָב נאָך קײנמאָל ניט געזען, װי מע באַקט „מאַצאַ“, ― האָט ער זיך מודה געװען פֿאַר דער בעל־הביתטע.

― ערשטנס, ניט,,מאַצאַ“,― האָט אים שׂרה אױסגעבעסערט, ― אױף גױיִש הײסט עס „מאַצאַ“, און אױף אונדזער לשון, אױף ייִדיש, הײסט עס מצות... איז אײנמאָל אַװעק. און צװײטנס, אױב איר װילט זען, װי מע באַקט מצות, זײַט זיך מטריח מיט מיר מאָרגן־איבערמאָרגן אין „פּאָדראַד“ אַרײַן, װעט איר זען, װי מען באַקט מצות. נאָר װאָס דען? איך דאַרף אײַך זאָגן פֿריִער, מע װעט אײַך ניט לאָזן שטײן אַזױ און קוקן אָן אַ שום אַרבעט. און אײַך אַלײן װעט ניט זײַן אַנגענעם שטײן צונױפֿגעלײגט די הענט, בעת אַלע אַרבעטן. איר װעט אױך מוזן עפּעס טאָן. איר װעט מוזן העלפֿן.

ראַבינאָװיטש האָט זיך אַזש געװאָלט גײן טאַנצן פֿאַר פֿרײד:

― העלפֿן באַקן מאַצאַ? אָך!

― ניט „מאַצאַ“, נאָר מצות! ― פֿאַרריכט אים נאָך אַ מאָל שׂרה. ― טױזנט מאָל האָב איך אײַך געזאָגט, איר זאָלט ניט האָבן קײן טבֿע רעדן װי אַ גױ...

― נו, כאַראַשאָ (хорошо: גוט), מצות, מצות. װאָס־זשע דאַרף איך דאָרטן טאָן?

― מע װעט אײַך שױן זאָגן, װאָס צו טאָן, ― זאָגט שׂרה שאַפּיראָ, און איר געפֿעלט דער געדאַנק, װי אַזױ איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, אַ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער, װעט זיך אַװעקשטעלן מיט אַלע אָרעמע ייִדן, װײַבער און מײדלעך, און װעט העלפֿן ― כאַ־כאַ־כאַ!...

שׂרה װערט צעשמאָלצן פֿאַר געלעכטער.

― װאָס איז אױף דיר פּלוצעם אַזאַ געלעכטער, מאַמע? ― פֿרעגט זי בעטי, אַרײַנקומענדיק פֿון צװײטן חדר מיט אַ שײַנענדיק פּנים, אױך גרײט אױף צו לאַכן. לאַכנדיק גיט איר שׂרה איבער די השׂגה פֿונעם קװאַרטיראַנט, װאָס װיל זײַן בײַ די מצות באַקן און אַלײן אױך העלפֿן ― כאַ־כאַ־כאַ!

― נו, װאָס־זשע איז? ― זאָגט צו איר בעטי אױף רוסיש. ― איך װיל אױך זײַן בײַ די מצות באַקן, דאָרט איז, זאָגט מען, פֿרײלעך.

― און איך אױך! ― רופֿט זיך אָפּ דער קלײנער גימנאַזיסט סיאָמקע און לײגט שױן צונױף זײַנע ביכלעך מיט די פּאַפּירן מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג. ער װײסט נאָך ניט אַקוראַט װאָס און װען, נאָר דערהערט, אַז דער לערער גײט און די שװעסטער גײט, װיל ער אױך. דאָס רופֿט אַרױס בײַ די גרױסע אַ פֿרישן געלעכטער.

― כאַראַשאָ! דו אױך, דו אױך, ― זאָגט אים צו ראַבינאָװיטש און קוקט מיט דאַנקבאַרקײט און מיט ליבשאַפֿט אױף בעטין דערפֿאַר, װאָס זי פֿאַרשטײט אים אָן װערטער.

דאָס דרײַ־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

מצה

איצטיקס מאָל האָט דוד אױסגעפֿירט. ער האָט געפּועלט בײַ זײַן װײַב, אַז זײַנע מצות זאָל מען באַקן, אַפֿילו שױן שפּעטלעך, נאָר אױפֿן ערשטן אױװן. עס שטײט אים ניט אָן, אַז מע זאָל זײַן מצה באַקן גלײַך מיט אַלע אָרעמע לײַט. שׂרה האָט אים אַפֿילו געפּרוּװט איבערשפּאַרן מיט גוטע רײד:

― משוגענער לעקיש װאָס דו ביסט! סאַװוּלע! עקשן! קוריערסקי פּאָיעזד! איז דען ניט אַלץ אײנס, אױפֿן ערשטן אױװן, אױפֿן לעצטן אױװן? מצה איז מצה...

עס האָט ניט געהאָלפֿן קײן זאַך. ער, אַז ער שפּאַרט זיך אײַן, איז פֿאַרפֿאַלן. אַ שאַפּיראָ! פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער ― מע זאָל נאָר באַהיט װערן!...

פֿונדעסטװעגן איז שׂרה אַלײן אױך געװען צופֿרידן, װאָס ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט; לאָזן איר װײַבער מקנא זײַן. מישטײנס געזאָגט, אַז ס'איז ניטאָ אױף עפּעס אַנדערש מקנא צו זײַן, לאָז כאָטש זײַן אױף דעם.

קאַיאָר האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ געפֿעדערט, געדונגען אַ פֿור אױף אָפּצופֿירן דאָס זעקל מעל אין פּאָדראַד אַרײַן, אַרױסבאַגלײט סיאָמקען מיט זײַן אָנבײַסן אין גימנאַזיע, אַכטונג געגעבן, ער זאָל ניט פֿאַרקנײטשן דאָס דאַװנען (אַ מעדאַל איז אַ מעדאַל, נאָר דאַװנען דאַרף מען!), און זי איז שױן גרײט געװען זיך אױפֿזעצן פֿאָרן אין פּאָדראַד אַרײַן, זי טוט אַ קוק ― די טאָכטער מיטן קװאַרטיראַנט שטײען גרײט אָנגעטאָן ― זײ פֿאָרן אױך.

― משוגע מײַנע שׂונאים? צי חסר־דעה? צי, חלילה, גערירט? ― צעלאַכט זיך שׂרה און קוקט און קלײַבט תּענוג פֿונעם פּאָרל און װינטשט זיך אַזאַ יאָר: „הלװאַי זאָל דאָס פּאָרל טאַקע אין גיכן זײַן אַ פּאָר אין אַ גליקלעכער שעה אַ מזלדיקער“...

― װאָס? איר פֿאָרט טאַקע מיט אין פּאָדראַד העלפֿן באַקן מצות? אַבי איך האָב געמײנט, אַז איר מאַכט אַ שפּאַס!... נו, גוט. פֿאָרט, פֿאָרט. נאָר זעט, איר זאָלט קײן חרטה גיט האָבן. דאָרט איז ניט קײן אָרט אױף צו קוקן. דאָרט דאַרף מען אַרבעטן! ― זאָגט שׂרה און סע שטיקט זי אױף צו לאַכן נאָר פֿון דעם אײן געדאַנק אַלײן, אַז איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט, און אַ מעדאַליסט, און אַ מיליאָנער דערצו, װעט ער ― כאַ־כאַ־כאַ! נו, װי אַזױ האַלט מען אױס פֿאַר געלעכטער?

און אַלע דרײ האָבן זיך אױפֿגעזעצט אױף אײן פֿור און מע פֿאָרט אין פּאָדראַד אַרײַן באַקן מצות.

אַ פֿרימאָרגן האָט זיך אױסגעגעבן אַ זעלטענער, אַ לױטערער, אַ קלאָרער, מיט אַ בלױען הימל, מיט אַ װאַרעמער זון, מיט אַ װינטעלע אַ װאַרעמס, אַן ערבֿ־פּסחדיקס, װאָס רױמט אַן אַ סוד אױפֿן אױער, אַז ס'איז צײַט אַראָפּצוּװאַרפֿן פֿון זיך, אין אײנעם מיט דער מרה־שחורה, די װאַרעמע װינטעריקע בגדים און אָנטאָן זיך אַ ביסל לײַכטער, זומערדיקער, װאָרעם עס גײט צו פּסח, צום ליבן גוטן פּסח.

אָ! דער פּסח! דער פּסח! װער נאָך האָט דיך אַזױ ליב, װי די אָרעמע ייִדישע גאַס, װי די אָרעמע ייִדישע קינדער נעבעך? אַזױ װי די װערעם האָבן זײ אַרױסגעפּױזעט פֿון די פֿינצטערע, קאַלטע, נאַסע לעכער אין דרױסן אַרױס, אױף דער לופֿט, אױף דער זון. קױם־קױם זיך דערלעבט נאָך אַזאַ לאַנגן קאַלטן װינטער. אָט איז ער, דער ליבער אינדרױסן. אָט איז ער, גאָטס הימל. אָט איז זי, די שײנע, די ליכטיקע, די װאַרעמע זון. אַהער, קינדער, אַהער! האָט קײן מורא ניט, װאָס ריטשקעלעך לױפֿן פֿון אױבן באַרג־אַראָפּ. פֿאַרקאַטשעט די הײזלעך, אָט אַזױ, און קומט אַלע, לאָמיר גײן זען, װאָס טוט זיך דאָרט, אױף דער אַנדערער זײַט גאַס. זעט נאָר, װיפֿל מענטשן! אַי־אַי! ייִדן, און װײַבער, און ייִנגלעך, און מײדלעך. װי שטערן אין הימל! װי זאַמד! װער סע גײט, און װער סע פֿאָרט. און זעקלעך מעל ליגן אױף די װאָגנס. און בעל־הביתטעס גײען נאָך. דאָס פֿאָרט מען אין „פּאָדראַד“ באַקן מצות. איר הערט, צי נײן? ― מצות! מצות!...

און די אָרעמע, נאָר גליקלעכע קינדער פֿון דער אָרעמער ייִדישער גאַס פֿאַרקאַטשען די הײזלעך ביז אַרױף אַריבער די ליטקעס און מיט רױטע באָרװעסע פֿיסלעך לאָזט מען זיך לױפֿן העט באַרג־אַראָפּ, איבער דער ייִדישער גאַס. און מע באַגעגנט יעדן דורכגײער און יעדן דורכפֿאָרער מיט אַ שׂימחה, אַ פֿרײד, און יעדן װאָגן ― מיט אַ הוראַ! און מע לױפֿט גלײַך מיט די פֿערדלעך, אױב ניט פֿריִער נאָך, און מע שפּרינגט, און מע טאַנצט, און ס'איז גוט, און ס'איז װאַרעם, און ס'איז אַ מחיה, ס'איז ערבֿ־פּסח! ערבֿ־פּסח! ערבֿ־פּסח!

אונדזערע שאַפּיראָס מיטן קװאַרטיראַנט האָבן חבֿרה קלײנװאַרג באַגעגנט מיט גרױס פּאַראַד און באַגלײט מיט אַ שײנעם הוראַ װײַט באַרג־אַראָפּ, כּמעט ביזן פּאָדראַד אַרײַן.

דאָס ערשטע מאָל זעט אונדזער העלד פֿאַר זיך אַזױ פֿיל ייִדישע קינדער, אָרעמע, האַלב־נאַקעטע, גאַנץ־באָרװעסע, מיט אױסגעבלײכטע פּנימלעך, מיט אױסגעהונגערטע אױגלעך, נאָר פֿרײלעכע, לעבעדיקע, גליקלעכע. און ער פֿאַרשטײט ניט זײער פֿרײלעכקײט מיט זײער לעבעדיקײט מיט זײער גליקלעכקײט פֿון װאַנען עס נעמט זיך? דאָס צו פֿאַרשטײן מיטן שׂכל קאָן מען ניט. דאָס באַדאַרף מען פֿילן. און בכדי דאָס צו פֿילן, באַדאַרף מען אַלײן זײַן אַ ייִדיש קינד פֿון דער ייִדישער גאַס און אינאײנעם מיט אַלע ייִדישע קינדער דאָ געבױרן װערן, אױפֿגעצױגן װערן און אױסװאַקסן גלײַך מיט זײ אין אָרעמקײט און אין עלנט, אין דחקות און אין נױט...

― דאַנקען און לױבן, אָט זענען מיר שױן אין פּאָדראַד! ― זאָגט שׂרה און קריכט אַראָפּ פֿון װאָגן, און נאָך איר ― דער קװאַרטיראַנט מיט איר טאָכטער.

אַ ברײטער הױף. אַ גרױסער מױער פֿון רױטע ציגל, אַ הױכער קױמען ― אַן אײַזן־פֿאַבריק ― און גאַנץ אונטן, אין קעלער־שטוב, אַ היפּש ביסל טרעפּ אַראָפּ, אַ גרױס צימער מיט גאַז־רערן באַלײַכט. אַ מוראדיק טיפֿער אױװן, װאָס ברענט װי אַ גיהנום. בײַ די װענט אַרום און אַרום לאַנגע טישן, נײַע, װײַסע, אױסגעהובלעװעטע. ייִדן מיט געלע טלית־קטנס, װײַבער מיט װײַסע פֿאַרטעכער, װײַבלעך און מײדלעך מיט כיטרע לאַכנדיקע אױגן. אַ היץ, װי אין באָד, אַ גערעדערײַ, װי צװישן די גענדז, אַ רעש און אַ טומל און אַ האַרמידער, װי אױף אַ יאַריד ― אָט דאָס אין דער „פּאָדראַד“. אָט דאָ באַקט מען מצות.

― גוט, װאָס איר זענט געקומען, מאַדאַם. אַניט װאָלטן מיר זיך געשטעלט באַקן אַן אַנדערנס מצות.

אַזױ באַגעגנט שׂרהן פּסח־הערש דער בעקער, אַ ייִד מיט אַ פּאַרעװע פּנים, בלױזע אױגן, די קײַלעכיקע מאָרדע אַביסל צו װײַט אַרױס און שיטער באַװאַקסן, די אונטערשטע ליפּ עטװאָס אין אַ זײַט, אַזױ אַז מע װײס ניט, צי דער ייִד לאַכט, צי ער װײנט.

־ עס װאָלט אײַך מער ניט אָפּגעגאַנגען פֿון מײַן מאַן! ― ענטפֿערט אים שׂרה שאַפּיראָ. ― איר האָט פֿאַרגעסן, אַז מײַן מאַן איז אַ שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס...

― איך װײס גאַנץ גוט, איך האָב ניט פֿאַרגעסן, איך האָב אַ גוטן זכּרון! ענטפֿערט איר פּסח־הערש דער בעקער, און טוט אַ הוק צום עולם אױף אַ מאָדנע שפּראַך, פּאָדראַד־לשון, און דװקא נאָך צום גראַם אױך:

― ע, װײַבעלעך, מײדעלעך! שטעקט אונטער די קלײדעלעך! נײַן מאָס רײד ― לאָזט איבער אױף חול־המועד! אַ מײרע אין טײגל, אַ מײרע אין באַקן! אַ מצה אין אױװן, אַ מצה אױפֿן שטעקן! רב זלמן־באַר, טוט זיך אַ קער! פֿרומע־בײלע, זײַט אַ װױלע! ברוך־זײדל, דרײ זיך װי אַ דרײדל!...

און אַזױ װײַטער.

― אין אַ גוטער שעה, אַ מזלדיקער! ― זאָגט שׂרה און פֿאַרקאַטשעט די אַרבל.

דאָס פֿיר־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

„שאָלכאַ־נאַראָך шолха нарохь: שולחן ערוך

אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ, װאָס איז געקומען זען, „װי ייִדן באַקן מצות“, האָט זיך אונטערגעגאַרטלט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און גענומען קוקן מיט אױגן... ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, פֿאַרשטײט איר מיך, אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל, ער מוז דערגײן דעם גאַנצן אמת! דו מצה, האָט אים, הײסט עס, באַדאַרפֿט עפֿענען די אױגן, צעטרײַבן אַלע װאָלקנס און אײנמאָל פֿאָר אַלעמאָל מאַכן אַ סוף צו יענעם קאָשמאַר, צו יענעם הינערפּלעט, אין װעלכער ער האָט זיך געפֿונען, זינט עס האָט זיך געטראָפֿן אָט דאָ די מיאוסע מעשׂה מיט דעם געהרגעטן קירילעכעס זונדל װאָלאָדקע.

אָט דער װאָלאָדקע איז געפֿונען געװאָרן אין אַזאַ שרעקלעכן אופֿן, אַז מע האָט געמוזט צוגעבן, אַז דאָ איז פֿאָרגעקומען עפּעס אַזעלכעס, װאָס טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר... דערצו האָט ער זיך אָנגעלײענט אױף די געװיסע בלעטער װעגן די אומגעלומפּערטע אַכזריות, װאָס ייִדן טוען מיט קריסטלעכע קינדער, אַז עס קומט אַקוראַט אין דער צײַט, פֿאַר פּסח, צוליב זײער מצה...

„דאָס איז דאָך קלאָר װי דער טאָג, אַז ייִדן האָבן געטײט נעבעך דעם אומגליקלעכן װאָלאָדקע!“ ― אַזױ האָבן די געװיסע בלעטער ניט אױפֿגעהערט צו איבערחזרן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע לידל. ― און ניט נאָר גלײַך גענומען און געטײט, נאָר פֿריִער גוט אָנגעמוטשעט, אױסגעצאַפּט לעבעדיקערהײט פֿון אים, און שטײענדיק, דאָס גאַנצע בלוט פֿון די אָדערן דורך נײַן און פֿערציק װוּנדן, און ערשט נאָכדעם מיט אַ נאָל דורכגעלעכערט דאָס האָץ....

אַנדערע, מער געניטע מזיקים, האָבן אַרױסבאַװיזן, אַז זײ זענען בקי אין תּלמוד און אין פּוסקים, װי אַ גױ אין אַשרי. „על־פּי־דין ― האָבן זײ זיך גאַנץ ברײטלעך צעשריבן ― על־פּי־דין און על־פּי„שאָלחאַ־נאַראָך“ (דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן אַזױ גוט װי „שולחן ערוך“) מוזן ייִדן האָבן קריסטלעך בלוט אין זײער מצה אױף פּסח כאָטש עטלעכע טראָפּן. עס איז גענוג דעריבער פֿאַר אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט אײן געזונט קריסטלעך קינד, װאָס פֿאַרמאָגט אַ סך בלוט אין זײַנע אָדערן. עס גײט ניט אַװעק דעריבער אײן פּסח װאָס מע זאָל ניט הערן, טאָ דאָ טאָ דאָרט איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אַ קריסטלעך קינד. דער „שאָלחאַ־נאַראָך“, שרײַבט בפֿירוש, אַז צו דעם צװעק איז גוט, מע זאָל באַנוצן דװקא קינדער, נישט ייִנגער פֿון פֿינף און נישט עלטער פֿון פֿופֿצן יאָר“.

אַזױ זאָגן די געניטע אױטאָריטעטן און לאָזן אױס מיט אַ באַשרײַבונג פֿון דער פֿײַערלעכער צערעמאָניע, װאָס קומט פֿאָר בײַ ייִדן, בעת מען דערטאַפּט דעם קרבן; װי אַזױ די רבנים, דײנים, שוחטים און חזנים זאָגן בעת־מעשׂה געװיסע פּסוקים און מיזמורים, און אַלע ייִדן פֿרײען זיך, זינגען און טאַנצן ― חידושים ונפֿלאות, עפּעס טאַקע נאָר אַזױ װי אין אַפֿריקע בײַ די װילדע קאַפֿרען, אָדער אין זיד־אַמעריקע בײַ די װילדע פּאַפּואַסן.

אָט די אַלע זאַכן האָט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש די לעצטע פּאָר װאָכן, פֿון פּורים ביז פּסח, אָנגעלײענט װי אַ פּױק, און, פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט ניט געגלױבט. צו גראָב, צו לעפּיש, צו אומגעלומפּערט־װילד האָבן אים אױסגעװיזן די דאָזיקע באַשרײַבענישן פֿונעם „שאָלחאַ־נאַראָך“, שטאַרק פּאַכאָזשע אױף בבא־מעשׂיות, פּיזמונות פֿון טױזנט אײן נאַכט, אַ פּנים, מיט דעם אײנציקן צװעק נאָר צו זײען שׂינאה צװישן אַ פֿאָלק און אַ פֿאָלק... עס האָט אים באמת געקרענקט די דאָזיקע זאַך און ער האָט זיך פּשוט געשעמט פֿאַר זײַנע ברידער־קריסטן, די בעסטיעס, װאָס טראַכטן אױס אַזעלכע בעסטיאַלע פֿאַנטאַזיעס, און פֿאַר דער פֿינצטערער מאַסע, די גרױסע בהמה, װאָס גלױבט אין אַזעלכע אידיאָטישע נאַרישקײטן. און דאָך האָט אַ װאָרעם גענאָגט אים, געפּיקט און געפּיקט, ער זאָל גײן, ער זאָל זען, ― אַלײן מיט זײַנע אײגענע אױגן, ער זאָל זיך איבערצײַגן!... און װיבאַלד עס האָט זיך שױן אַזױ געמאַכט, אַז ער איז שױן דאָ, אין פּאָדראַד, בײַ דער ייִדישער מצה, פֿאַרװאָס זאָל ער דורכלאָזן אַזאַ טײַערן צופֿאַל? װאָס װעט דאָס אים אַרן, אַז ער װעט זיך צוקוקן? צוהערן?... און קױם איז ער שױן דאָ, אױפֿן רעכטן אָרט, װוּ די מצה װערט פֿאַבריצירט, װעט ער שױן, זײַט זיכער, זען אַלצדינג!... זײַן אױג װעט שױן ניט דורכלאָזן קײן ברעקל, קײן קלײניקײט!...

אַזױ האָט זיך געזאָגט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ ― און אָט װאָס ער האָט זיך אָנגעזען און אָנגעהערט בײַ דער ייִדישער מצה:

לעבעדיק און פֿרײלעך האָט זיך דער עולם געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט. אין אײן אױגנבליק איז אױפֿגעבונדן געװאָרן דאָס זעקל מעל. פֿון אַ גרױסער, נײַער, הילצערנער קװאָרט װערט אָנגעגאָסן װאַסער אין אַ גרױסן קופּערנעם בעקן אַרײַן, און צװײ פֿאַרקאַטשעטע, רײנע, װײַסע, װײַבערשע הענט ביז די עלנבױגנס פֿאַרקנעטן אַ װײך װײַס טײג. דאָס װײכע װײַסע טײג װערט אױפֿן רײנעם װײַסן אױסגעהובלעװעטן טיש צעטײלט אױף אַ סך קלײנע טײגלעך צװישן די יונגע װײַבלעך און מײדלעך מיט די כיטרע לאַכנדיקע אױגלעך. מיט רײנע װײַסע נײַע קאַטשאַלקעלעך װערן די טײגלעך אױסגעװאַלגערט קײַלעכיק און דין, דין װי אַ פּאַפּיראָס־פּאַפּיר, און אָקאָרשט װי מע זעט ניט פֿליט אונטער אַ כװאַט אַ בחור, דער קאָפּ אַ ביסל אױף אַ זײַט, אַ מעשן רעדעלע האָט ער אין דער האַנט, אַ פֿיר מיטן רעדעלע פֿון אױבן אַראָפּ, אין דער לענג און אין דער ברײט, ― פֿאַרטיק אַן אָפּגערעדלטע מצה!

דאָס איז ברוך־זײדל ― זײַט באַקאַנט ― ברוך־זײדל פּליאַם רופֿט מען אים. ער איז אַ סאָלדאַט, אין דער פּיעכאָטע דינט ער. צװײ מיט אַ האַלב יאָר דאַרף ער נאָך דינען, דערנאָך װעט ער, אם־ירצה־שם, חתונה האָבן מיט זײַן כּלה, בליומע קאַרשוק ― איר מעגט זיך מיט איר אױך באַקענען ― זי איז דאָ, אינעם דאָזיקן פּאָדראַד טאַקע, אַ געזונטע מױד, אַ שװאַרץ־חנעװדיקע, מיט גרױסע פֿולע ברוסטן, װי בײַ אַן אַם... פֿון ברוך־זײדלס הענט פֿליט אַרױף די אױסגערעדלטע מצה צו זלמן־בער דעם שיבער אױף אַ לאַנגן װײסן שטעקן, און פֿון דאָרטן צו פּסח־הערשן אַלײן בכבֿודו ובֿעצמו גלײַך אין אױװן אַרײַן, װאָס ברענט װי אַ גיהנום. אַ מינוט ― און עס הערט זיך שױן אַ ריח, אַ געשמאַקער, מחיהדיקער ריח פֿון גוט אױסגעבאַקענער, צוגעברענטער, טרוקענער מצה, װאָס, װעדליק ראַבינאָװיטש שטעלט זיך פֿאָר, דאַרף זי טרישטשען אין מױל, קנאַקן אױף די צײן און צעגײן זיך אָט אַ שטײגער אַזױ װי דער מן, װאָס די ייִדן האָבן אַמאָל געגעסן אין דער מידבר...

אָט דאָס איז גאָר? װוּ־זשע איז די צערעמאָניע? װוּ זענען די רבנים, מיט די דײנים, מיט די שוחטים, מיט די חזנים? װוּ זענען די ניגונים, מיט די טענץ, מיט דעם גאַנצן איבעריקן שאָלחאַ־נאַראָך ... און ער שעמט זיך פֿאַר זיך אַלײן, װאָס, כאָטש ער האָט געװוּסט פֿריִער, אַז ס'איז אַן אױסגעטראַכטע זאַך, דאָך איז ער געקומען אַהערצו עפּעס זען, אױסקוקן, אױספֿאָרשן, געװױרע װערן, זיך איבערצײַגן.

― װאָס שטײט איר, איך בעט אײַך, און קוקט, װי אַ מחותּן אױף אַ פֿרעמדער חתונה? ― מאַכט צו אים שׂרה שאַפּיראָ, װאָס העלפֿט װאַלגערן די מצות. ― איר פֿאַרקאַטשעט בעסער, זײַט מוחל, די אַרבל און טוט עפּעס, שטײט ניט לײדיק. מיר האָבן דאָך עפּעס געשמועסט, צי נײן?

― װאָס־זשע זאָל איך טאָן? אַדרבה, זאָגט...

― װאָס איר זאָלט טאָן? העלפֿט שיטן מעל, און בעטי װעט גיסן װאַסער, כאַ־כאַ־כאַ ― װערט שׂרה שיִער ניט צעגאָסן פֿאַר געלעכטער, ניט אַזױ פֿון דעם, װאָס איר טאָכטער, אַ באַרישניע פֿון זיבעטער קלאַס גימנאַזיע, װעט זיך אַװעקשטעלן מיט אַלע װײַבער גלײַך צו די מצות, װי פֿון דעם געדאַנק, װאָס איר קװאַרטיראַנט, אַ סטודענט אַ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער, װעט ―― כאַ־כאַ־האַ!

שׂרה שאַפּיראָ איז איבערהױפּט הײַנטיקן טאָג מער פֿרײלעך, װי אַלע מאָל. און ניט נאָר זי אַלײן ― אַלע זענען דאָ עפּעס מאָדנע פֿרײלעך, פֿײַערלעך, יום־טובֿדיק פֿרײלעך.

די דאָזיקע פֿרײלעכע שטימונג װערט ניט װילנדיק סוף־כּל־סוף איבערגעגעבן אױך צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט, און ער נעמט זיך פֿאַרקאַטשען די אַרבל אַרױף.

― ניט אַזױ, אָט אַזױ! ― זאָגט צו אים בעטי, װאָס איז אױך מער אױפֿגעלײגט הײַנט װי אַלע מאָל, און זי קאַטשעט אים אַרױף בײדע אַרבל, און ער פֿילט זיך אױפֿן זיבעטן הימל. יעדער ריר פֿון אירע צאַרטע פֿינגער איבער זײַנע נאַקעטע הענט לױפֿט דורך װי אַן עלעקטרישער שטראָם און טוט אים אַ בריה און אַ װאַרעם אָן דאָס האַרץ. און ער דערהערט דעם ריח פֿון אירע האָר, און ער דערפֿילט די װאַרעמקײט פֿון איר לײַב, װאָס איז איצט אַזױ נאָענט נעבן אים... און עס דרײט זיך אים דער קאָפּ, און עס טראַכט זיך אים: „ביז װאַנען? ביז װאַנען איז דער שפּאַס? ביז װאַנען שפּילן קאָמעדיעס? אָט טו איך מיך אַ װאָרף איר צו די פֿיס...“ נאָר ער באַגעגנט זיך מיט אירע אױגן, מיט אירע שײנע, קלוגע, קאַרע אױגן, װאָס קוקן אױף אים אי פֿרײַנדלעך, אי שטרענג, און זאָגן צו אים: „ניט איצט, ניט אָט דאָ...“

און ער דערזעט נאָך אַ סך אױגן קוקן אױף אים. אױף אים און אױף איר... די שײנע מײדלעך מיט די ציקאַװע װײַבלעך װאַרפֿן כיטרע אױגן אױפֿן פּאָרל, שטױסן זיך, אַז דאָס מוז זײַן חתן־כּלה...

עלטערע װײַבער ― די שעפּטשן שטילערהײט שׂרהן אין אױער אַרײַן: „אַ זיװג? לאָז גאָט געבן מיט גליק“...

שׂרה זאָגט ניט יאָ, ניט נײן. זי ענטפֿערט זײ נאָר מיט אַ שמײכעלע און מיט אַ גרינגן זיפֿץ טראַכט זי בײַ זיך אין האַרצן: „הלװאַי, רבונו־של־עולם! פֿון אײַער מױל אין גאָטס אױערן“... און אײדער זי קוקט זיך אַרום, איז זי שױן פֿאַרטיק מיט אירע מצות.

אין דרױסן װאַרט אױף איר דער װאָגן. דאָרט האָבן זיך דערװײַל פֿאַרקליבן די אָרעמע נאָר גליקלעכע ייִדישע קינדער פֿון דער ייִדישער גאַס, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, און זײ פֿאָרן. דאָס הײסט, עס מאָלט זיך זײ אױס, אַז זײ פֿאָרן. דער זיצט אױבנאָן, האַלט די הענט אַראָפּ, דאָס קעפּל אַרױף, װי אַ פּריץ. דער זיצט אַקעגן, די הענטלעך פּאָדבאָקעם, און העצקעט זיך. דער האַלט די װישקעס און דער טרײַבט אָן, שמײַסט כּלומרשט דאָס פֿאָרד: װיאָ! װיאָ! און פֿײַפֿט מיט די ליפּן. אַ גליק, װאָס דאָס פֿאָרד שטײט צוגעבונדן צום פּלױט, מיט אַ טאָרבע האָבער אױף דער מאָרדע, עסט אָנבײַסן. אַניט װאָלט געקאָנט זײַן אַ קאַטאַסטראָפֿע, װאָרעם דער איזװאָזטשיק, װאָס איז אױך אַ ייִד (שׂרה שאַפּיראָ װעט נישט נעמען ערבֿ־פּסח אַ גױיִשן איזװאָזטשיק, ובפֿרט נאָך צו די מצות!), האָט זיך דערװײַל אַרײַנגעכאַפּט אין פּאָדראַד אַרײַן און, שטײענדיק מיטן בײַטשל אױף דער טיר, דאָס היטל אַרױף, צוגעקוקט, װי מע באַקט מצות, און מקנא געװען מיט סכּנות־נפֿשות, אַלעמען מקנא געװען: די בעלי־בתּים, דעם פּאָדראַטשיק און די העלפֿערס. „אָט אַ ליבע פּרנסה, ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַ װאַרעמע און פֿרײלעכע פּרנסה“...

― רב עזריאל, שױן צײַט! ― האָט אים שׂרה שאַפּיראָ אַ װוּנק געגעבן, און רב עזריאל (כאָטש ער גײט אָנגעטאָן אָט דאָ, אין דער גױיִשער שטאָט, אין דער גאַנצער פֿאָרמע, װי אַן אמתער איזװאָזטשיק, הײסט ער דאָך „רב עזריאל“) טוט זיך אַ װאָרף צו דער דראָשקע און דערזעט די כאַליאַסטרע, צעשרײַט ער זיך פֿריִער בלשון פֿאָניע, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן, נאָר ער האַלט ניט אױס די ראָל פֿון איזװאָזטשיק ביזן סוף און לאָזט אױס אױף ייִדיש:

― ממזרים! אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן אַרײַן געפֿלױגן געװאָרן! אָט גיב איך אײַך מיט דער בײַטש! אָט לערן איך מיט אײַך קמץ אַלף!...

יאָ־נו. אָט באַלד װעלן זײ װאַרטן, ביז עזריאל װעט זיך אױסקראַצן לערנען מיט זײ „קמץ אַלף“. נאָך אײדער ער טוט זיך אַ ריר, זענען זײ שױן אַלע װוּ? אַזױ װי די איבערגעשראָקענע װאָראָבײטשיקלעך, פּרררר ― ניטאָ קײן סימן פֿון קײן ייִדישע קינדער...

* * *

װי אַ מזיק, טאַקע נאָר װי אַ פֿאָקוסניק, כאַפּט פּסח־הערש דער בעקער די אָפּגעבאַקענע מצות און טראָגט זײ איבער צענדליקערװײַז אױפֿן װאָגן אַזױ קונציק, אַז עס װערט בײַ אים ניט צעבראָכן קײן אײנציקע אַפֿילו.

אין דער צײַט, װאָס מע פּעקלט איבער די מצה אױפֿן װאָגן, צעצאָלט זיך שׂרה מיטן בעקער און מיט די העלפֿערס און מיט די העלפֿערינס, װאָס װינטשן איר אַ כּשרן פּסח און פֿיל נחת און טאַקע גאָר אין גיכן אַ קנס־מאָל... װאַרפֿן בעת־מעשׂה מיט אױגן אױף איר טאָכטער און אױפֿן שײנעם בחור, װאָס שטײט נעבן איר, בײדע אָנגעטאָן אױף אַװעקצוגײן.

― איר פֿאָרט אײַך, קינדער, אַהײם. איך װעל שױן אַלײן קומען מיט דער מצה.

אַזױ זאָגט זײ שׂרה און רעדט אַרױס דאָס װאָרט „קינדער“ אַזױ װײך, אַזױ צאַרט, מיט אַזױ פֿיל מוטערלעכע ליבשאַפֿט און געטרײַשאַפֿט, אַז בײדע, סײַ די טאָכטער, סײַ דער קװאַרטיראַנט, דערפֿילן אַ באַזונדערע װאַרעמקײט אין האַרצן, און זײערע בײדנס אױגן באַגעגענען זיך, און בײדע װערן זײ רױט אױף אַ װײַלע...

― מיד װעלן בעסער פֿאָרן אַלע אינאײנעם מיט דער מאַמען און מיט דער מצה, ― מאַכט ראַבינאָװיטש צו בעטין, און בעטי צעלאַכט זיך:

― מאַמע, דו הערסט, װאָס ער זאָגט?

― איך הער. ער װײסט ניט, אַז מיט דער מצה דאַרף מען גײן צופֿוס...

― צופֿוס איז צופֿוס ― זאָגט ער און לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון דער מצה, װי מע טראָגט זי און װי מע פּאַקט זי און װי מע דעקט זי איבער מיט אַ לאַנטוך, און ער הערט נישט אױף נאָכצוקוקן, ביז מע ברענגט זי אַהײם און מע נעמט זי אַראָפּ און מע לענט זי אױס באַזונדער אין אַן אױסגערײניקטער פּסחיקער שאַפֿע, מיט װײַסע פּאַפּיר אױסגעבעט.

אױסגעלײגט די מצה שורותװײַז אַ פֿולע שאַפֿע, פֿון אונטן ביז אַרױף, נעמט זיך שׂרה צו די שליסעלעך און דערזעט, װי דער קװאַרטיראַנט קוקט איר נאָך, לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג. צעלאַכט זי זיך:

― װאָס קוקט איר אױף דער מצה, װי אַ קאַץ אױף פּוטער? איר װילט אפֿשר פֿאַרזוכן? זאָגט דעם אמת!...

אָ! ער װאָלט איר געזאָגט דעם גאַנצן, גאַנצן אמת, װען ער זאָל זיך ניט שעמען פֿאַר זיך אַלײן... אַ בזיון, אַ שאַנדע, אַ שאַנדע! װי האָט ער, אַ קולטור־מענטש פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, געקאָנט זיך לאָזן. אַזױ װײַט פֿאַרפֿירן, גלױבן כאָטש אײן מינוט, אײן רגע אין אַזעלכע װילדע נאַרישקײטן?... װיבאַלד אַז ער האָט זיך געקאָנט לאָזן אײַנרעדן כאָטש אױף אײן רגע װעגן אַן אױסגעטראַכטן „שאָלכאַ־נאַראָך“, הײַנט װאָס איז דער חילוק פֿון אים ביז יענע פֿינצטערע פֿאַנאַטיקער, װאָס האָבן מיט אַ סך הונדערט יאָר צוריק געגלױבט, אַז קריסטן באַנוצן מענטשלעך בלוט, פֿאַרסמען די ברונעמס און נאָך אַזעלכע מיאוסקײטן?!... און בכדי ס'זאָל ניט זײַן קשה, װאָס ער קוקט זיך אַזױ שטאַרק צו צו דער מצה, איז ער זיך מודה פֿאַר זײַן בעל־הביתטע, אַז זי האָט געטראָפֿן: ער װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿאַרזוכן אַ שטיקל פֿון דער מצה...

― טאַקע באמת? ― זאָגט צו אים שׂרה מיט אַ פֿרײלעך געלעכטערל. ― איר זענט ניט קלײן װאַרטן אױף פּסח. פּסח צום סדר װעט מען אײַך געבן פֿאַרזוכן. װאָס זענט איר ― אַ גױ? איר װײסט ניט, אַז איצט טאָר מען נישט? אַז איצט גיט מען איבער די הענט?...

און לאַכנדיק און קלינגענדיק מיט די שליסעלעך, פֿאַרשליסט שׂרה שאַפּיראָ די מצה אױפֿן שלאָס.

דאָס פֿינף־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

אײן מענטש אַלײן

שׂרה שאַפּיראָ איז טאַקע ניט קײן רביצין און איז ניט גלײַך צו איר שװיגערין טױבע פֿאַמיליאַנט, װאָס אַז עס קומט ערבֿ־פּסח, טוט זי אָן, זאָגט מען, דער קאַץ זעקלעך אױף די לאַפּקעס, זי זאָל ניט פֿאָרטראָגן קײן חמץ אין פּסח אַרײַן. פֿונדעסטװעגן װערט שׂרה אױך אײן אַנדער מענטש, אַז עס קומט דער ערבֿ־פּסח. אַז קײן דינסט, ברוך־השם, האַלט זי ניט, איז זי נעבעך אומעטום אַלײן, פֿון די מצות ביזן פּסחיקן באָרשט, אײן מענטש אַלײן: אַלײן רײניקן, אַלײן כּשרן, שײַערן, װאַשן, שמירן, טרײסלען, קלאַפּן, מיט אײנעם װאָרט ― דעם חמץ אַרױספֿירן, דעם פּסח אַרײַנפֿירן ― נו, איז שױן אַ חידוש, אַן מע װערט אױפֿגערעגט און בײז מיט סכּנות־נפֿשות, נישט צוצוטרעטן, קײן װאָרט ניט זאָגן?

דעם טאָג פֿון ערבֿ־פּסח איז שׂרה געקומען פֿון מאַרק מיט די פֿיש און מיטן פֿלײש, מיטן פּסחיקן געפֿעס און מיט די „שאַר־ירקות“, אַ צעקאָכטע, אַ צעטראָגענע, אַ פֿאַרשװיצטע, אַ פֿאַרברענטע. די אױגן האָבן איר אַזש אַרױסגעזעצט פֿון קאָפּ. אָפּגערוט זיך אַ װײַלע, מער ניט נאָר איבערגעכאַפּט דעם אָטעם, איז זי געבליבן שטײן אין מיטן שטוב, באַטראַכט דאָס נאָך ניט צונױפֿגעלײגטע חמציקע געפֿעס און דאָס נאָך ניט צעפּאַקעװעטע פּסחיקע געפֿעס, מיטן איבערגעדעקטן דײזשקעלע באָרשט, װאָס אין װינקעלע, מיט די קרענצלעך ציבעלעס, װאָס אױף די װענט, מיט די בוריקלעך, מיט די קאַרטאָפֿליעס, מיטן כרײן, מיט דעם נײַעם ריבאײַזן און מיט די „שאַר־ירקות“, און זי פֿאַרברעכט מיט די הענט און זאָגט צו זיך אַלײן:

― װײ איז מיר! װען װעל איך קומען צו גאָט? װען װעל איך פֿאַרטיק װערן מיטן דאָזיקן הקדש, אַז די האָר ברענען אױפֿן קאָפּ?!...

קודם־כּל האָט זי זיך גענומען משלח זײַן איר מאַן, דודן, ער זאָל גײן, מחילה, אױף דער „סלוזשבע“, נישט געלאָזט אים אַפֿילו מבֿער־חמץ זײַן, װי עס קער צו זײַן, אַזױ אַז ער האָט געמוזט אָפּכאַפּן דעם „כּל חמירא וחמיא“ אין אײן אָטעם, אַרײַנװאַרפֿן דעם חמציקן לעפֿל מיטן פֿלעדערװיש אין אױװן אַרײַן און אַנטלױפֿן פֿון דער הײם, װי פֿון אַ גיהנום, אָן אָנבײַסן.

― װוּהין פֿליסט דו, קוריערסקי־פּאָיעזד? ― האָט אים שׂרה נאָכגעשריגן (עס האָט איר װײ געטאָן דאָס האַרץ ― פֿאָרט אַ װײַב!) נעם בײַס עפּעס איבער! טרינק כאָטש אױס אַ גלעזל טײ, צי װאָס?

― מוחל! מוהל! ― זאָגט איר דוד און רוקט אָן דאָס היטל שױן איר אױף להכעיס, לאָז זי װיסן, װי צו זײַן אַ צלמניצע, אַז עס קומט ערבֿ פּסח!...

― װען קומסט דו אָפּעסן דעם חמציקן אָנבײַסן? ― שרײַט זי אים שױן אױף די טרעפּ אַראָפּ.

― אין דער געװײנטלעכער צײַט! ― ענטפֿערט ער איר, װיל אַפֿילו אַרױף צו איר קײן קוק ניט טאָן.

― פֿאַרגעס ניט, אַז דו דאַרפֿסט נאָך זײַן אין באָד, גײן נאָך אַרבע כּוסות, אָנרײַבן חרוסת...

― מע װײסט, מע װײסט! ― בורקעט ער איר אונטער דער נאָז, טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר און װערט פֿאַרשװוּנדן.

נאָך מיט מער אימפּעט האָט שׂרה אַרױסבאַגלײט דאָס זונדל אין גימנאַזיע אַרײַן. אים האָט זי אױפֿגעכאַפּט נעבעך אין בעסטן שלאָף.

― סיאָמקע! סיאָמעניו! סיאָמעטשקע! שטײ אױף, זיסער! שטײ אױף, טרײסט מײַנער! שטײ אױף, קדיש מײַנער טײַערער! מיר זאָל זײַן פֿאַר רײנע בײנדעלעך! נו, שטײ שױן אױף! אַ שלאָף אױף אים!

נאָר סיאָמקע הערט ניט. ער ליגט זיך טאַנץ גוט אײַנגענורעט אין קישן װי אַ קנױל. דאָס שװאַרצע קעפּל פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, אײן בעקל איז פֿאַרצװיקלט, אײן אױערל ברענט. אױפֿן מױל שװעבט אַ שמײכעלע. דער גוטער מלאך שעפּטשעט אים, אַ פּנים, גאָלדענע חלומות ― פֿון װאָס? מסתּמא װעגן זײַנע זאַכן: גימנאַזיע... דער לערער האָט אים אַרױסגערופֿן בײַם פֿולן נאָמען: „ש־אַ־פּ־י־ר־אָ ש־ל־י־אָ־מ־ק־אַ!“ אין קלאַס איז אַ געלעכטער ― אַ קלײניקײט „שליאָמקאַ?“ ער הערט זײ אָבער אַלע מיטן קאָטער. װאָס גײט אים אָן זײער געלעכטער, אַז ער װײס דעם אוראָק װי אַ װאַסער?... און ער שטײט אױף און קנאַקט־קנאַקט װי אַ סאָלאָװײ:

„פּאָסליע סמײטי אַלעקסאַנדכאַ געװסקאַװאָ סנאָװאַ פּאָשלי מעזשדו קניאַזיאַמי סמוטי, ספּאָכי אי כאַספּכי זאַ װעליקאָיע קניאַזשעניע... שלאַ באָכבאַ זאַ פּכעסטאָל...“ После смерти Александра Невского снова пошли между князьями смуты, споры и распри за великое княжение. Шла борьба за престол: נאָכן טױט פֿון אַלעקסאַנדער נעװסקי האָבן זיך נאָך אַ מאָל אָנגעהױבן געראַנגל, קאָנפֿליקטן, און שׂינאה צװישן די בני־מלך לכּבֿוד דער גרױסער הערשאַפֿט.

„דאָװאָלנאָ довольно: גענוג!“ ― זאָגט אים דער לערער. ער הערט ניט און קנאַקט װײַטער:

„גאָכאָד מאָסקװאַ ביל אָסנאָװאַן װדװיענאַדצאַטאָם װיקע נאַ אָקכאַיניע סוזדאַלסקאָי זעמלי...“ город Москва был основан в двенадцатом веке на окраине суздальской земли: די שטאָט מאָסקװע האָט מען געגרינדעט אינעם צװעלפֿטן יאָרהונדערט אױף דע גרענעצן פֿונעם לאַנד פֿון די סוזדאַלער .........

„סאַדיטיסע садиться: זעצט זיך אַװעק!“ זאָגט אים דער לערער. ער הערט ניט און קנאַקט װײַטער...

„איװאַן קאַליטאַ ביל קניאַז אָטשען כאַסטשאָטליװי, כיטכי, בעכעזשליװי Иван Калито был князь очень хвастливый, хитрый, бережливый: איװאַן איז געװען אַ בן־מלך זײער קלוג, אָנגעבלאָזט, און קאַרג“... ..................

די חבֿרים האָבן שױן לאַנג אױפֿגעהערט צו לאַכן. זײ הײבן זיך אַזש פֿון די ערטער און קוקן זיך איבער אײנס מיט דאָס אַנדערע: „װאָט זשידאָװסקאָיע זוברילאָ вот жидовское зубрило: אָט איז אַ ייִד אַ זוברעװער!“... עס פֿאַרדריסט זײ, װאָס סיאָמקע האָט געכאַפּט אַ פֿינף. צװײ פֿינפֿן. דרײ פֿינפֿן. אַ סך פֿינפֿן. אָן אַ שיעור פֿינפֿן! ... די מאַמע װיל אָבער דערפֿון ניט װיסן.. ס'איז ערבֿ־פּסח. טאָרעט זי אים און טרײסלט אים:

― נו זשע! װעסט אַמאָל אױפֿשטײן, צי נײן? אַ טױטער שלאָף אױף מײַנע שׂונאים!

סיאָמקע ציט זיך אױס, װי לאַנג ער איז, אונטער דער קאָלדרע, פֿאַרװאַרפֿט די הענטלעך איבערן קאָפּ, עפֿנט פּאַװאָלינקע די אױגלעך, מאַכט אַ לאַנג פּנים, קוקט מיט שרעק אױף דער מוטער. עס האָט זיך אים נאָר־װאָס געפּלאָנטעט אַ נײַער חלום: אַז ער און װאָלאָדקע זענען אין דרױסן.. שפּילן אין מיאַטש... האָט סיאָמקע פֿאַרװאָרפֿן דעם מיאַטש אױפֿן דאַך, אומגערן... האָט װאָלאָדקע אַראָפּגעריסן דערפֿאַר בײַ אים דאָס היטל אױף אַ געלעכטער... בעט זיך בײַ אים סיאָמקע: „װאָלאָדי! דאַי שאַפּקו дай шапку: גיב מיר אַ הוט, װאָלאָדי!“...

― װאָס באַלעבעטשעט ער! ― זאָגט שׂרה און קוקט זיך אַרום. ― װאָסער װאָלאָדי? װאָלאָדקע גײט אים שױן גאָר צו חלום! לאָז ער זײַן װײַט אָפּגעשײדט ― טפֿו! טפֿו! טפֿו!...

סיאָמקע צעלאַכט זיך פֿון זיך אַלײן און פֿרעגט בײַ דער מוטער:

― װאָס איז, מאַמע?...

― װאָס איז ― פֿרעגט ער? האָסט פֿאַרגעסן? הײַנט עסט מען פֿרי דעם חמציקן װאַרעמעס, דאַרפֿסט נאָך גײן מיטן טאַטן אין באָד, אָפּשערן זיך. ערבֿ־פּסח. נו, גיך! גיך!

סיאָמקעס בעקלעך בליִען און זײַנע אױגלעך גלאַנצן.

― אַ? פּסח? מצה? קנײדלעך? יאַ זנאַיו я знаю: איך קען פֿיר קשיות נאַ פּאַט ספּליוסאָם на пять с плюсом: פּלוס פֿינף...

― נו, גוט־גוט. שפּעטער װעסט דו מיר דערצײלן מעשׂיות אױף „רישעות“. אַנדערש קאָן ער מיט מיר ניט רעדן, נאָר אױף „רישעות“. אײַנגעזונקען זאָלן מײַנע שׂונאים װערן! נו, שטײ שױן אױף אַמאָל! טו זיך אָן! װעסט זיך אַמאָל אָנטאָן, צי נײן? צי איך װעל דאָ איבער דיר פּסח האַלטן, צו אַלדי שװאַרצע יאָר?

סיאָמקע, װאָס האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אַזױ פֿרײלעך, אַז עס װילט זיך אים אַרומנעמען ניט גאָר די מאַמע זײַנע, די גאַנצע װעלט װאָלט ער איצט אַרומגעכאַפּט קושן, פֿאַרשטײט ניט, װאָס טוט זיך עס אײגנטלעך מיט דער מאַמע? װאָס אין זי אַזױ בײז? װאָס שטופּט זי אים אַזױ אין די הײזלעך אַרײַן? װאָס האָט זי אַזױ קײן צײַט ניט? אָט נאָך אײן מינוט איז ער שױן פֿאַרטיק. נאָר װי אױף צו להכעיס, האָט זיך אײן שטיװעלע אײַנגעשפּאַרט און װיל ניט אַרױף אױפֿן פֿוס, כאָטש גיב זײ אַ קרענק בײדן ― דעם שטיװעלע מיטן פֿוס!

― װאָס איז הײַנט פֿאַר אַן אָנשיקעניש אױף מיר? ― זאָגט שׂרה װײנענדיק און דרײט אים דאָס פֿיסל אױף אַלע זײַטן. ― צי דאָס שטיװעלע איז אײַנגעדאַרט געװאָרן? צי דאָס פֿיסל איז דיר, חלילה, אָנגעשװאָלן? צי װעלכע שװאַרצע יאָר?

אַז ס'איז יאָ אַזױ, טאָ לאָז זי װיסן! ― טראַכט זיך סיאָמקע און בײגט אױס דאָס פֿיסל אַקוראַט אַזױ, אַז דאָס שטיװעלע זאָל אַפֿילו זײַן דרײַ מאָל אַזױ גרױס און די מאַמע זאָל עס שטופּן דרײַ יאָר דורכאַנאַנד, בײַטאָג און בײַנאַכט, װעט דאָס אױך ניט אַרױף אױפֿן פֿוס.

די דאָזיקע אַרבעט געדױערט אָבער נישט לאַנג. װאָרעם די מוטער טוט אַ קוק אױף אים ערנסט, און ער אױף איר אױך גאַנץ ערנסט, און זי לאָזט אים אַראָפּ אַ פֿליאַסק מיט דער רעכטער האַנט אין דער לינקער באַק ― עס טוט אַזש אַ קלונג.

― אָט הײַנט װעסט דו שױן װיסן! - זאָגט אים שׂרה און איר האַרץ װערט איר באַלד, תּוך כּדי דיבור, שיִער ניט צעגאָסן פֿאַר רחמנות אױפֿן קינד. אײנס פֿון די צװײ: זי װאָלט אָדער זיך צעריסן אױף שטיקלעך, אָדער אַרומגעכאַפּט דאָס קינד קושן... טאָר מען אָבער ניט באַװײַזן קײן װעג. אַ קינד איז אַ חזיר. אַ קינד דאַרף װיסן דרך־ארץ. והראַיה? אָט האָט ער געװאָלט, איז דער שטיװל ― אַרױף װי אױף בױמל. אַי ער װײנט? װעט ער אַזױ לאַנג װײנען, ביז ער װעט אױפֿהערן. ס'איז נאָר אַן עבֿירה ― צו אַ גרױסער פּאַטש. ס'זאָל אים, חלילה, ניט אױפֿלױפֿן דאָס בעקל - מיר זאָל זײַן פֿאַר זײַן קעפּל!

― נו? װעסט זיך אַמאָל װאַשן? צי נײן? גיב אַהער, װעל איך דיר העלפֿן װאַשן זיך, האַלט די הענט. אָט אַזױ. דאָס פּנים װאַש אַלײן. און גיב אַהער, װעל איך דיך אױסװישן.

און מיט װײכע, צאַרטע, מוטערלעכע הענט װישט אים שׂרה דאָס ליכטיקע פּנים מיט די שײנע אױגלעך, װאָס זענען גיך אױסגעטריקנט געװאָרן פֿון טרערן, און עס גלוסט זיך איר אַ קוש טאָן אים אין בעקל, װוּ עס שטײען נאָך סימנים פֿון אירע פֿינגער, נאָר זי טוט עס ניט: אַ קינד איז אַ חזיר. אַ קינד דאַרף װיסן דרך־ארץ... און זי שטעלט אים אַװעק דאַװנען.

― װעסט נאָך צײַט האָבן ניט דאַװנען... װעסט ניט פֿאַרשפּעטיקן!... נו, דאַװן־דאַװן! נו, גיך־גיך!

גיך דאַרף מען אים ניט בעטן. ער קאָן איר צוליב טאָן און אָפּדאַװנען אַזױ גיך, אַז אײדער זי װעט אים זאָגן דאַװנען, האָט ער שױן אָפּגעדאַװענט. והראַיה? אָט האָט זי זיך אָפּגעקערט אָן אַ זײַט ― אַהאַ! ער איז שױן פֿאַרטיק.

― שױן? אַזױ גיך? נו־נו! אַ דאַװן! נישט מער זאָל דער ייִדישער גלות געדױערן! ― זאָגט שׂרה און האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז זי אַלײן האָט אים נאָר־װאָס געשלאָגן האַלדז און נאַקן: „גיך־גיך“... זי גיט אים דעם אָנבײַסן אין קעשענע אַרײַן ― גײ!

אַרױסגעפּטרט דאָס זונדל, דאַרף מען זיך נעמען צו דער טאָכטער. אַ באַרישניע פֿון זיבעטן קלאַס... אין גיכן, אם־ירצה שם, אַ כּלה ― װי אַזױ װעקט מען זי?... װאָלט זי כאָטש ניט זײַן אַזאַ עזות־פּנים!... אָ! זי שטײט שױן אױף אַלײן...

― בעטי! בעטי?...

― װאָס איז שױן דאָרטן? ―― דערהערט זיך אַ זילבערן קולכל פֿון צװײטן חדרל.

― װאָס פֿאַר אַ לשון? װאָס פֿאַר אַ שפּראַך? אָט אַזױ רעדט מען מיט אַ מאַמע?

― װי אַזױ דען רעדט מען מיט אַ מאַמע?

― בעטי! איך האָב קײן צײַט ניט מיט דיר לאַנג צו שמועסן. דער טאָג שטײט ניט. ס'איז ערבֿ־פּסח!

― איז װאָס־זשע װילסט דו?

― װאָס־זשע װילסט דו? ― עפּעס רעדסט דו מיט מיר װי מיט װײס איך װעמען!...

― װי אַזױ דען האָסט דו געװאָלט, זאָל איך מיט דיר רעדן?

ביז אַהער איז געגאַנגען דער געשפּרעך צװישן דער מוטער מיט דער טאָכטער פֿאַרשטעלט, הינטער די אױגן. נאָר אָט באַװײַזט זיך די דאָזיקע בעטי אױף דער טיר פֿון איר צימערל, אַ ליכטיקע, אָ שײַנענדיקע, אַ האַלב־נאַקעטע, די האָר צעװאָרפֿן, אױף די װײס־מאַרמאָרענע פּראַכטפֿולע פּלײצעס אַ רײן האַנטיכל איבערגעװאָרפֿן, די ברוסט שעמעװדיק פֿאַרשטעלט מיט בײדע הענט... און װי נאָר דאָס מײדל האָט זיך באַװיזן, אַזױ איז ליכטיק געװאָרן דאָס גאַנצע שטיבל, מיטן גאַנצן הקדש. ליכטיק און װאַרעם אין אַלע װינקעלעך. עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז אינאײנעם מיט איר האָבן פֿון ערגעץ אַראָפּגענידערט און אַרײַנגעטראָטן אַהערצו מלאָכים אַ גאַנצע כּיתּה, און זײ זינגען שירה צו דער דאָזיקער געטין פֿון שײנהײט אױף דער ייִדישער גאַס. און פֿונעם קלײנעם שטיבל מיטן גרױסן הקדש איז געװאָרן אַ גן־עדן־װינקל... אַזױ װײַט, אַז אַפֿילו איר אײגענע מוטער האָט זיך פֿאַרקוקט אױף איר. „אַזאַ יאָר אױף מיר! אַזאַ שטיק גאָלד!...“ טראַכט זיך שׂרה, קוקנדיק אױף דער טאָכטער, װאָס פֿאַרשײַנט איר שטוב. נאָר װײַל ס'איז דאָך ערבֿ־פּסח און עס שטײט פֿאָר, קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל אַרבעט, קאָן זי שױן ניט זען, װי די טאָכטער שטײט אַ נאַקעטע און ניט קײן פֿאַרקעמטע און דערצו נאָך קוקט זי אױף איר גלײַך און שמײכלט, װי אַ גוטער עזות־פּנים.

― איך װאָלט װעלן װיסן, בעטי, דאָס שמײכלען, װאָס דו שמײכלסט?

― כאַ־כאַ! װאָס־זשע האָסט דו געװאָלט? איך זאָל װײנען?

― חלילה! װער זאָגט דען? אַדרבה, לאַכן דאַרף מען, אַז די מאַמע שלאָגט זיך קאָפּ אָן װאַנט, אײן מענטש אַלײן אױף, קײן עין־הרע, אַזאַ שטוב!

― װער הײסט דיר? אָט טו איך מיך אָן, װעל איך דיר העלפֿן.

― מע בעט דיך ניט! איך דאַרף ניט, זאָלסט מיר העלפֿן! דו טו זיך בעסער אָן, בעטי, און מאַך מיר פֿרײַ דאָס צימער, ס'איז נאָך דאָ גענוג אַרבעט אָן דיר!

― טרײַבסט דו מיך, הײסט עס, מאַמע, צוליב ערבֿ־פּסח אַרױס פֿון דער הײם? װילסט פֿון מיר פּטור װערן?

― פֿאַרשטײט זיך. איך האָב דאָך אַ סך טעכטער!

― אײן טאָכטער פֿאַרמאָגסט די, איז זי דיר אױך איבעריק!...

― אײן טאָכטער... אײנע נאָר אַ גוטע.

― נײן, אַ שלעכטע?

― װער זאָגט דען אַ שלעכטע? אַ גוטע.

בעטי לאַשטשעט זיך צו דער מוטער װי אַ קעצעלע:

― נײן, מאַמע, איך װיל טאַקע װיסן ― אַקוראַט: אַ גוטע, צי אַ שלעכטע?

― דו װעסט אַמאָל אױפֿהערן, צי נײן? איך האָב קײן צײַט ניט מיט דיר טרײַבן קאַטאָװעס! טו זיך אָן און גײ געזונט!

― װוּהין, אַ שטײגער, זאָל איך גײן? אױף אַלע פֿיר זײַטן?

שׂרה קאָן שױן מער ניט אַריבערטראָגן. אױף איר ברענען די האָר. קױם װאָס זי האַלט זיך. יעדע מינוט איז אַ שעה. יעדע שעה איז אַ טאָג. און זי שטײט זיך אָט אָ דאָ און טרײַבט קאַטאָװעס! און די מוטער הײבט אױף אַ קול אױף דער גאַנץ הױכער אָקטאַװע:

― בעטי! בע־טי!! ברענג מיך ניט אַרױס פֿון די כּלים! ברענג מיך ניט אַרײַן אין כּעס!!

עהע! בעטי זעט, אַז די מאַמע אין טאַקע רעכט אין כּעס, שטײט זי אַ װײַלע אױף דער טיר, זינגט זיך שטילערהײט און װערט פֿאַרשװוּנדן צוריק צו זיך אין איר חדרל. און אינאײנעם מיט איר װערט פֿאַרשװוּנדן אױך אַ שטיק ליכטיקײט און אַ שטיק װאַרעמקײט, און פֿונעם גן־עדן־װינקל, װוּ מלאָכים האָבן נאָר־װאָס געשװעבט און געזונגען שירה צו דער געטין פֿון שײנהײט אױף דער ייִדישער גאַס, װערט פֿאַרװאַנדלט צוריק אין אַ הקדש... און עס טוט איר װײ דאָס האַרץ, דער אָרעמער מוטער: װאָס האָט זי, אײגנטלעך, צו דער טאָכטער? אַזאַ יאָר אױף איר! אַזאַ שטיק גאָלד!... און עס גלוסט זיך איר אַ שפּײַ טאָן אױף אַלע אַרבעט און אַרײַנקומען צו איר ליבער טאָכטער און זאָגן איר: „קינד, װאָס דו ביסט! דאַרפֿסט ניט זײַן ברוגז אױף דער מאַמע. מאַכט זיך אַמאָל אַ מאַמע װערט משוגע“... דערמאַנט זי זיך אָבער, אַז ס'איז ערבֿ־פּסח, אַזױ פֿיל אַרבעט, אײן מענטש אַלײן אױף, קײן עין־הרע, אַזאַ שטוב, װערט איר צוריק פֿאַרשטײנערט דאָס האַרץ און זי װיל אַפֿילו ניט װיסן, צי די טאָכטער װעט הײַנט טרינקען טײ, צי נײן, און זי װיל אַפֿילו ניט זען, װי זי האָט זיך אָנגעטאָן, גענומען אױף זיך דאָס היטעלע מיטן זאָנטיקל און געבליבן שטײן אַ װײַלע בײַ דער טיר, געװאַרט, טאָמער װעט איר די מאַמע עפּעס זאָגן. אַזאַס! ניט דערהערן װעלן דאָס אירע שׂונאים, אַז זי, שׂרה שאַפּיראָ, זאָל פֿריִער זיך װענדן צו דער טאָכטער, נאָכדעם װי זי האָט איר אָפּגעענטפֿערט, װי אַן עזות־פּנים, מיט אַ געזאַנג!...

שױן אַז בעטי איז געװען אױף יענער זײַט טיר, האָט זיך שׂרה אַ װײַלע אָפּגעשטעלט, צוגעהערט צו אירע טריט, אַ פּנים געװאָלט איר עפּעס זאָגן, האָט זיך דערהערט אַ הוסט פֿונעם זײַטיקן צימער.

― אַהאַ! שױן ער אױך אױפֿגעשטאַנען?... אַ רעשטל צו די צרות, טאָמער איז קאַרג... עס זאָל כאָטש װעלן אים אַװעקטראָגן צו אַלדי גוטע יאָר!...

יענעם, װעמען שׂרה שאַפּיראָ האָט אָנגערופֿן מיטן נאָמען „אַ רעשטל צו די צרות“, האָט זיך ניט געלאָזט לאַנג װאַרטן אױף זיך, און איז גיך אַרױסגעקומען פֿון זײַן רו, אַ פֿרישער, אַ געזונטער, אַן אױסגעשלאָפֿענער, מיט אַ געדיכטע שװאַרצע פּאַטלע האָר, און אױף אַ געדיכטער באַריטאָן־שטימע האָט ער אָפּגעגעבן דער בעל־הביתטע דעם גוט־מאָרגן און אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר, כּלומרשט גאַנץ קאַלטבלוטיק, פֿאַרבײַגײענדיק: „װוּ איז בערטאַ דאַװידאָװנאַ?“

― גײט זוכט זי! ― האָט אים שׂרה עפּעס גאָר ניט פֿרײַנדלעך אָפּגעענטפֿערט און אַ פֿרעג געגעבן בײַ אים:

― איר גײט באַלד? אָדער עס דאַרף נאָך נעמען עטלעכע מינוט ביז...

דער קװאַרטיראַנט, אָדער ער האָט ניט געהערט, אָדער ער האָט זיך געמאַכט, אַז ער הערט ניט, האָט איר דערױף גאָרניט געענטפֿערט. ער האָט נאָר באַטראַכט דעם הקדש, װאָס אין שטוב, און כאַפּנדיק אין אײנװעגס אַ קוק אַהין, אין יענער טיר, פֿון װאַנען עס איז ניט לאַנג אַרױס די שײנע בעטי, האָט ער נאָך אַ מאָל אַ פֿרעג געגעבן בײַ זײַן בעל־הביתטע:

― שױן אױפֿגעשטאַנען בערטאַ דאַװידאָװנאַ?

― אױפֿגעשטאַנען. שױן לאַנג אױפֿגעשטאַנען און שױן לאַנג אַװעקגעגאַנגען.

― אַװעקגעגאַנגען? װוּהין האָט אַזױ פֿרי געקאָנט גײן בערטאַ דאַװידאָװנאַ?

― װאָס האָט איר זיך צוגעטשעפּעט צו מיר? ― האָט זיך שׂרה צעשריגן אױפֿן קװאַרטיראַנט. ― איר זעט, אַז איך האָב קײן צײַט גיט, די האָר פֿון קאָפּ ברענען אױף מיר, ס'איז ערבֿ־יום־טובֿ. אײן מענטש אַלײן אױף, קײן עין־הרע, אַזאַ שטוב, און ער.. בערטאַ דאַװידאָװנאַ! און בערטאַ דאַװידאָװנאַ!

מיט גוטע שמײכלענדיקע אױגן האָט דער קװאַרטיראַנט אַ קוק געגעבן זײַן בעל־הביתטע אין פּנים אַרײַן, האָט זיך אױסגעדרײט, אַװעק צו זיך אין צימער, געכאַפּט אױף זיך דעם פּאַלטאָ, מיטן היטל, מיטן שטעקן און, אױספֿײַפֿנדיק אַ רוסיש לידל: ,װדאָל פּאָ אוליציע שיראָקאָי вдоль по улице широкой: אױף דער ברײטער גאַס“, האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון אַלע טרעפּ און פּאַשאָל!

„ער זאָל זיך כאָטש ניט געפֿינען באַלײדיקט, ― האָט זיך שׂרה אַ טראַכט געגעבן ― װײ איז מיר! ער איז דאָך עפּעס ניט קײן ייִנגעלע... אַ סטודענט און אָ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער דערצו... און מיט גאָטס הילף נאָך אַ חתן אױך... און אפֿשר נאָך אין גיכן?... אױ, הלװאַי, רבונו־של־עולם, װי דערלעבט מען דאָס שױן! װי דערלעבט מען דאָס שױן!...“

און פֿון אַלע אַרבעט, צעטריבן די גאַנצע שטוב, זעצט זיך שׂרה אַװעק אין אַ װינקעלע, אײן מענטש אַלײן, שפּאַרט צו דעם קאָפּ אױף דער האַנט, און זיפֿצנדיק און שאָקלענדיק זיך, װי בײַם דאַװנען, פֿאַרטיפֿט זי זיך אין אירע מחשבֿות, געדאַנקען, זאָרגן, דאגות, ערגערנישן, מיט צרות, מיט צרות, מיט צרות!...

דאָס זעקס־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

מענטשן־פֿליגן

אַרױסגעכאַפּט זיך פֿון דער הײם, אָדער פֿונעם „הקדש“, װי שׂרה שאַפּיראָ האָט דאָס אָנגערופֿן, האָט ראַבינאָװיטש גענומען אַ איזװאָזטשיק און געהײסן זיך פֿירן אַרױף, אָנגערופֿן די גאַס און נומער פֿונעם הױז און, פֿאָרנדיק, האָט ער נישט אױפֿגעהערט צו פֿײַפֿן אַלץ דאָס אײגענעם ניגון:

װדאָל פּאָ אוליציע שיראָקאָ

מאַלאַדאָי קוזניץ אידיאָט.

אָך אידיאָט ― אידיאָט ―

פּיעסניו ס'פּריסװיסטאָם פּאַיאָט...

Вдоль по улице широкой

Молодой кузнец идет;

Ох! идет кузнец, идет,

Песни с посвистом поет.

― Петр Ершов (1815-1869)

אױף דער ברײטער גאַס

גײט אַ יונגער שמיד

ער גײט און גײט

און זינגט דאָס ליד מיט אַ פֿײַף.

קענטיק, אַז ער איז געװען גאַנץ אױפֿגעלײגט און צופֿרידן מיט זיך, מיט דעם שײנעם װאַרעמען ערבֿ־פּסחדיקן פֿרימאָרגן און מיט דער גאַנצער װעלט אַרום און אַרום.

און ער האָט געהאַט מיט װאָס צו זײַן צופֿרידן. און ניט נאָר צופֿרידן, נאָר טאַקע גליקלעך, װאָס גליקלעך הײסט: אַ קלײניקײט, בעטי, די שײנע, די רײצנדע בעטי, איז זײַנע ― ער װײס עס פֿאַר געװיס, אַזױ װי צװײ מאָל צװײ איז פֿיר!

די שװאַרצע קאַץ, װאָס איז געהאַט דורכגעלאָפֿן צװישן זײ נאָך זײער באַגעגעניש אין טעאַטער, איז שױן לאַנג פֿאַרבײַ. די װאָלקנס, װאָס האָבן געהאַט זיך אָנגערוקט נאָכדעם אױף זײער הימל, זענען שױן לאַנג צעזײט געװאָרן, און צו די יונגע־לײַט האָט װידער אַראָפּגעקוקט און געשמײכלט די זון, יענע ליכטיקע גאָלדענע זון, װאָס באַלײַכט, װאָס דערװאַרעמט און דערפֿרישט נישט נאָר דעם גוף, נאָר די נשמה, און זאָגט צו פֿרײד און גליק און ליבע, ליבע אָן אַ שיעור!...

אַרױסבאַװיזן האָט זיך עס ניט אין װערטער ― צו װאָס װערטער? ― עס איז פֿאַר אים דען ניט גענוג אײן קוק פֿון אירע שײנע, קאַרע, קלוגע אױגן? עס איז פֿאַר אים דען ניט גענוג אײן שפּאַס פֿון איר זײַט, אַ זעץ איבער דער האַנט, אַ שמיר איבער דער נאָז, אַ ריר, אַ בײזער, אַ שטיף, אַ לאַך און נאָך טױזנטער אַזעלכע קלײניקײטן, פֿון װעלכע עס װעבט זיך אױס אַמאָל אַ ראָמאַן אַ סך בעסער, װי פֿון ערנסטע, שװערע און זײער נאַרישע ליבעס־דערקלערונגען?...

זײער נאָענטקײט האָט זיך אױסגעװעבט פֿון זיך אַלײן און בײדע האָבן זײ געטראָגן זיך אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע מיט ריזנטריט. אַלעס איז געװען גרײט. עס איז אָפּגעגאַנגען נאָר אײן זאַך, אײן קלײנער שריט: ער זאָל אַ שמועס געבן מיט איר פֿאָטער, מיט דוד שאַפּיראָ, אָדער נאָך בעסער, מיט איר מוטער, מיט שׂרה שאַפּיראָ, װעלכע האָט שױן אַרױסגעקוקט דערױף פֿון טאָג אױף טאָג און פֿון שעה אױף שעה. און ער איז שױן טאַקע עטלעכע מאָל גרײט געװען דעם דאָזיקן קלײנעם שריט צו מאַכן, האָט ער זיך אָבער דערמאַנט אָן יענער גרױסער מעכטיקער װאַנט, װאָס שטײט צװישן זײ פֿון געבױרן, און ער איז מיט שרעק אַלע מאָל אָפּגעשפּרונגען צוריק, און געבראָכן זיך דעם מוח אױפֿן דאָזיקן פּראָבלעם, װאָס ער האָט באין אופֿן נישט געקאָנט אײַנבײַסן... צו שטאָלץ איז זי געװען מיט איר ייִדישקײט און צו שאַרף האָט זי זיך אױסגעדריקט װעגן די יעניקע, װאָס „האַנדלען מיט גאָט צוליב אײגענע אינטערעסן“... זײער באַגעגעניש דעמאָלט אין טעאַטער מיט דעם „װײסן אונטערשלאַק“ (לאַפּידוס) און די עטלעכע געשפּרעכן, װאָס ער האָט געהאַט מיט איר נאָכדעם, איז געװען גאַנץ גענוג פֿאַר אים, ער זאָל דעם דאָזיקן ענין מער נישט אָנרירן...

װאָס־זשע טוט מען פֿאָרט? איז געבליבן בײַ אים, ער זאָל זיך זען מיט אַ רבֿ, מיט אַ ייִדישן רבֿ, זיך מיט אים דורכשמועסן, אױפֿקלערן און פֿרעגן אַן עצה, װאָס איז צו טאָן בײַ אַזאַ פֿאַרלעגנהײט?... און ער האָט גענומען זיך נאָכפֿרעגן בײַ זײַנע בעלי־בתּים, נאַטירלעך פֿאַרשטעלט, װאָס איז בײַ זײ פֿאַר אַ רבֿ, װער איז ער און װוּ זיצט ער?

דערהערט, אַז דער קװאַרטיראַנט פּרענט זיך נאָך אױף אַ רבֿ, האָט שׂרה שאַפּיראָ (װאָס חלומט זיך אַ הוהן? ― פּראָסע!) דערפֿילט, װי עס קלאַפּט איר דאָס האַרץ: ער קער אַװדאי מײנען אַ קאַזיאָנע רבֿ, װאָס גיט אַרױס מעטריקעס פֿאַר אַ חתונה?... און זי האָט אים גענומען אױפֿקלערן, אַז בײַ זײ אין שטאָט אין דאָ צװײ קאַזיאָנע רבנים, דאָס הײסט, אײנער אַ קאַזיאָנע ראַבינער, און דער אַנדערער אַ פּאָמאָטשניק ראַבינער...

― שיבֿעה דבֿרים בגולם! ― האָט איר אָפּגעהאַקט דוד. װי אַלע מאָל. ― זײ פֿרעגן זיך נאָך אױף אַ רבֿ, און דו דערצײלסט זײ מעשׂיות ― „קאַזיאָנע“ ראַבינער און „פּאָמאָטשניק“ ראַבינער!

און דוד האָט גענומען קלאָר מאַכן דעם קװאַרטיראַנט אױף זײַן שטײגער, גאַנץ ברײטלעך און מיט הענט, אַז, אײגנטלעך, איז דאָ בײַ זײ אין שטאָט עטלעכע רבנים; פֿון זײ זענען צװײ קאַזיאָנע, דאָס הײסט, אײנער אַ קאַזיאָנע ראַבינער און דער אַנדערער אַ פּאָמאָטשניק ראַבינער...

― הערסט! ― שלאָגט אים איבער שׂרה. ― און,װאָס האָב איך געזאָגטן ניט דאָס אײגענע?

― פֿאַרשטײט זיך! ― זאָגט איר דוד. ― זאָלסט אָבער האָבן אַ קלעפּקע אין קאָפּ און אַ ברעקל דרך־ארץ, ניט אַרײַנמישן זיך, אַז מענטשן רעדן, און לאָזן יענעם קאָנטשען, װאָלסט דו פֿאַרשטאַנען אַז איך זאָג ניט דאָס, װאָס דו, װאָרעם איך בין ניט קײן בהמה, איך װײס, װאָס איך רעד!

און דוד דרײט זיך אױס מיטן פּנים צום קװאַרטיראַנט און מיט דער אַנדערער זײַט צום װײַב און הײבט אָן נאָך אַ מאָל, גיט אים צו פֿאַרשטײן מיט די פֿינגער:

― אַלזאָ, האָבן מיר דאָ אַ סך רבנים, דאָס הײסט, צװײ פֿון זײ רעכענען זיך קאַזיאָנע רבנים, דאָס הײסט, אײנער פֿון זײ אין קאַזיאָנע ראַבינער, און דער אַנדערער פּאָמאָטשניק ראַבינער, און די איבעריקע (דוד דרײט זיך אױס אױף אַ װײַלע מיטן פּנים צום װײַב און נעמט זי דורך מיט די אױגן) און די איבעריקע הײסן „דוכאָװנע“ רבנים.

און ער גיט אים צו פֿאַרשטײן (אַלץ מיט די פֿינגער) דעם חילוק צװישן „קאַזיאָנע“ רבנים און „דוכאָװנע“ רבנים.

― איר זענט דאָך, צװישן אונדז רעדנדיק, אַ גױ, ― זאָגט דוד שאַפּיראָ צום קװאַרטיראַנט גאַנץ אָפֿנטלעך, ― איר זענט דאָך אַן אמתער גױ. איר הײבט דען אָן אַפֿילו צו װיסן, װאָס בײַ ייִדן טוט זיך? אַלצדינג איז דאָך בײַ אײַך אַ נײַעס. איר װײסט אַפֿילו ניט, װאָס הײסט פֿאַרקױפֿן חמץ, אױסקױפֿן אַ בכור, טובֿלען דאָס געפֿעס... אױך מיר אַ ייִד... מע באַדאַרף דאָך אײַך יעדע זאַך צעקײַען און אַרײַנלײגן אין מױל אַרײַן!

און אָט אַזױ איז ראַבינאָװיטש געװױרע געװאָרן פֿון זײַן בעל־הבית, אַז צװישן אַלע רבנים געפֿינט זיך דאָ בײַ זײ אײנער אַ רבֿ אַ „צאַצקע“, װי דוד רופֿט אים אָן; די גאַנצע שטאָט, זאָגט ער, האַלט פֿון אים אַן עולם ומלואה, װײַל ער איז מיט אַלע מעלות. אַחוץ, װאָס ער איז, זאָגט ער, אַ למדן און אַן ערלעכער ייִד, איז ער אַ גרױסער חכם אין װעלט־זאַכן און אַ גרױסער קענער אין שפּראַך, אַ געבילדעטער מאַן און אַ קאָפּמענטש. מע פֿאָרט, זאָגט ער, צו אים פֿון דער װעלט, װער מיט אַ בוררות, װער מיט אַ לאָדעניש און װער גלאַט מיט אַן עצה ― און דאָס האָט דאָך טאַקע אונדזער העלד באַדאַרפֿט האָבן, און צו אים האָט ער דאָס טאַקע געהײסן זיך פֿירן יענעם פֿרימאָרגן, דעם טאָג פֿון ערבֿ־פּסח.

אַרײַנגעקומען אין אַ גרױסן ברײטן חדר אַרײַן, אַ מין זאַל, האָט ער געטראָפֿן אַ פֿולע שטוב מיט מענטשן, ייִדן און װײַבער און קינדער. עס האָט אױסגעזען, װי מע קומט אַרײַן צו אַ דאָקטאָר אין „װאַרט־צימער“. דער חילוק איז, װאָס בײַם דאָקטאָר אין „װאַרט־צימער“ איז שטיל, כאָטש אַ פֿליג דורכצופֿליִען, װאָרעם אײנער מיטן אַנדערן געהערן זיך ניט אָן, און דאָ איז געשטאַנען אַ האַרמידער מיט אַ געשרײ, װי אױף אַ יאַריד. אַלע האָבן גערעדט, אַלע האָבן געמאַכט מיט הענט, אַלע זענען געװען עפּעס מאָדנע אױפֿגערעגט און זענען ניט אײַנגעזעסן אױף אײן אָרט, נאָר אױפֿגעשפּרונגען און צוגעלאָפֿן אײנס צום אַנדערן, גערעדט, געטענהט און געהיצט זיך, און װידער אָפּגעשפּרונגען צוריק און מיט אַ זיפֿצן אַװעקגעזעצט זיך.

„מענטשן־פֿליגן“ ― איז ראַבינאָװיטשן געקומען אױף דער מחשבֿה. ער װײס אַלײן ניט, פֿאַרװאָס עפּעס פֿליגן? ― נאָר אָט אַזאַ אַן אײַנדרוק האָבן אױף אים געמאַכט די דאָזיקע מענטשן... און ער האָט גענומען זיך צוהערן, װעגן װאָס רעדן זײ אַזױ האַסטיק? װאָס היצן זײ זיך? און װאָס זיפֿצן זײ עפּעס אַלע מאָל?... און אַזױ װי ער האָט שױן בײַ די שאַפּיראָס דורך דעם װינטער גענאַשט עטלעכע ייִדישע װערטער, האָט ער דעריבער פֿאַרשטאַנען, אַז דער עולם רעדט אַלץ פֿון געפֿונענעם װאָלאָדקען, װאָס די גאַזעטן שרײַבן, אַז דאָס האָבן אים ייִדן אומגעבראַכט לכּבֿוד פּסח...

„אַן אומגליק, אַ בילבול!... אַ פּאָגראָם, אַ פּאָגראָם!“ ― אָט דאָס זענען געװען די װערטער, װאָס האָבן אים אָפֿטער פֿון אַלץ זיך געלאָזט הערן אינעם דאָזיקן טומל. און אַלע מאָל, װען דאָס װאָרט „פּאָגראָם“ איז אַרױסגערעדט געװאָרן, האָט ער באַמערקט, אַז אױף אַלע פּנימער װערט אָפּגעדרוקט אײן שטעמפּל פֿון צער, פֿון טיפֿן צער... און די װײַבער ― די האָבן בעת־מעשׂה טיף געזיפֿצט און אַרומגעכאַפּט זײערע קינדער, צוגעטוליעט זײ צום האַרצן...

און ראַבינאָװיטש, אױב ער האָט דאָס ניט געפֿילט מיטן האַרצן, האָט ער עס פֿאַרשטאַנען מיטן קאָפּ, אַרום װאָס דאָ האַנדלט זיך. ער האָט ערשט נעכטן געלײענט אין אַ בלאַט פֿון יענעם געװיסן מין בלעטער, װאָס האָבן ליב רעדן אײדל און פֿאַרשטעלט, מיט אָנצוהערענישן: „מיר װילן ניט זאָגן קײן נבֿיאות ― זאָגט זיך דאָרט דאָס בלאַט ― און מיר מײנען נישט,חלילה, אױפֿרײצן אײן טײל באַפֿעלקערונג אױפֿן אַנדערן טײל, נאָר עס דאַכט זיך אונדז אױס, דאָס הײסט, מיר זענען כּמעט װי איבערצײַגט,אַז דער גערעכטיקער צאָרן פֿון דער באַלײדיקטער באַפֿעלקערונג װעט זיך מוזן אױסגיסן אין די נאָענטע טעג פֿונעם הײליקן יום־טובֿ אין אַ פֿאַרהײליקטן ייִדישן פּאָגראָם, אױב ניט אין אַ גאַנצע רײע פֿון פּאָגראָמען, בכדי צו שטילן דעם כּעס און נוקם זײַן זיך פֿאַר דעם אומגליקלעכן װאָלאָדקע, װאָס בלינדע פֿאַנאַטיקער האָבן פֿאַרגאָסן צוליב זײער פּסחיקער מצה דאָס אומשולדיקע בלוט..

אין אַ צװײטן בלאַט האָט ער געלײענט אַן אַרטיקל, נאָך מער פֿאַרשטעלט, מיטן נאָמען: „היט אײַערע קינדער!“, דער מחבר פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל רעדט ניט חלילה, קײן שלעכטס אױף ייִדן און רופֿט ניט צו קײן פּאָגראָמען. נישמער, „אַזױ װי עס גײט צום ייִדישן פּסח, װאָס ייִדן קאָנען זיך ניט באַגײן אָן קריסטלעך בלוט, אַזױ װי ס'איז שױן אױסגעװיזן געװאָרן פֿיל מאָל און אַזױ װי עס באַװײַזט מיט אַלע סימנים דער ניט לאַנג געפֿונענער אומגליקלעכער געקױלעטער װאָלאָדי טשיגירינסקי, על־כּן זאָלט איר אַכטונג געבן אױף אײַערע קלײנע קינדער, און אַזױ װײַטער“...

אַ דריטע צײַטונג דריקט זיך אױס שױן אַ ביסל אָפֿנטלעכער אונטער אַ קעפּל מיט גאַנץ גרױסע אותיות: „בלוט פּאָר בלוט!“ און רופֿט יעדן אָרנטלעכן קריסט, װער עס האָט נאָר גאָט אין האַרצן אַז מע זאָל זיך נוקם זײַן, אָפּרעכענען זיך מיט די ייִדן פֿאַר דעם אומשולדיקן װלאַדימיר טשיגירינסקי, װעלכער איז געפֿאַלן אַ קרבן אױפֿן מזבח פֿון זײער פֿינצטערן פֿאַנאַטיזם, װאָס זײ האָבן אַרױסגעפֿירט נאָך פֿון מצרים... און אַז מע רעדט שױן פֿון אָפּרעכענען זיך, געפֿינט דאָס דאָזיקע ערלעכע בלאַט פֿאַר נױטיק אױפֿצוקלערן זײַנע ערלעכע לעזער, אַז זײ זאָלן ניט אױסלאָזן זײער צאָרן אױף די אָרעמע לײַט אַלײן. אָנהײבן זאָלן זײ פֿון אױבן, דװקא פֿון די מאַגנאַטן, װאָס האָבן זיך פֿאַרקליבן אױבנאָן, אַרײַנגעכאַפּט אין זײערע הענט די שענסטע פּלעצער מיט די גרעסטע פּאַלאַצן פֿון אונדזער הײליקער שטאָט און האַלטן אױס אױף זײער געלט אַ גאַנצע מענגע מיט „כאַססידים“, „צאַדיקים“ און „שאָכאַטים“, װאָס שטעלן זײ צו קריסטלעך בלוט צו זײער פּסחיקער „מאַצאַ“, און אַזױ װײַטער, און לאָזט אױס מיט די װערטער: „עין תּחת עין“ ― שטײט בײַ זײ געשריבן ― אַן אױג פֿאַר אַן אױג. מיר װעלן זאָגן: „בלוט פֿאַר בלוט“!...

אָט פֿון דעם האָט דאָס דער עולם דאָ געשמועסט אַזױ געשמאַק, אַזױ האַסטיק און, װי עס האָט זיך אױסגעװיזן אונדזער ראַבינאָװיטשן, האָבן זײ ניט נאָר געשמועסט, זײ האָבן געשפּאַרט זיך און געקריגט זיך, און ער האָט שטאַרק באַװוּנדערט, װי רעדן דאָס מענטשן אַזױ גיך, אפֿשר טױזנטער װערטער אין אַ מינוט? און װי פֿאַרשטײען זײ זיך אײנס דאָס אַנדערע, אַז אַלע רעדן זײ אױף אַמאָל?... „מענטשן־פֿליגן“ ― טראַכט ער זיך. ― זשומען װי די פֿליגן, זענען שװאַך װי די פֿליגן, און װי די פֿליגן קאָן מען זײ, דאַכט זיך, אַלע דאָ מיט אײן הױכן געשרײ, מיט אײן אױפֿהײבן די האַנט צעטרײַבן... ― נאָר פּלוצעם װערט שטיל, און דאָס גאַנצע פּובליקום, ייִדן, װײַבער און קינדער, שטײען אױף אַלע װי אײן מענטש, מיט זעלטענעם דרך־ארץ, פֿאַר אײן פּאַרשױן, װאָס האָט זיך באַװיזן אױף דער טיר.

דאָס איז געװען נישט קײן הױכער, איך װאָלט געזאָגט, אַ זײַדענער פּאַרשױן, נאָך גאָר פֿון מיטעלע יאָרן, מיט אַ יונג דורכלױכטנדיק פּנים און מיט זײער גרױסע און זײער שװאַרצע יונגע אױגן. די האָר אױך שטאַרק שװאַרץ, נאָר ערטערװײַז פֿאַרגרױט. אַ קײַלעכיק סאַמעטן יאַרמעלקע אױפֿן קאָפּ. גלײַך אונטערגעהאַקטע פּאות. אַ ברײטער, װײַסער, געפּרעסטער קאָלנער, אַ סאַמעטענע זשילעט און אַ רײנע לאַנגע שװאַרצע קאַפּאָטע. אין דעם דאָזיקן יונגען פּנים איז געװען אַזױ פֿיל אינטעליגענץ, אַדל, און אין זײַן גאַנצער זײַדענער פֿיגור, פֿון אױבן ביז אַראָפּ, איז געװען אַזױ פֿיל רויִקײט, אָפּגעװױגנקײט און אָפּגעמאָסטנקײט, אַז ניט װילנדיק האָט זיך געגלוסט פֿאַר אים אױפֿצושטײן און אַראָפּנעמען דאָס היטל.

דאָס איז געװען יענער „דוכאָװנע“ רבֿ (אַ רבֿ אַ „צאַצקע“!), װאָס שאַפּיראָ האָט אים אַזױ אָפּגעלױבט פֿאַר זײַן קװאַרטיראַנט, אױפֿגעהױבן כּמעט ביזן הימל אַרײַן.

דאָס זיבן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

אפֿשר אַ פּראָװאָקאַטאָר?...

געקומען איז אונדזער ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ צום רבֿ מיט אַ פֿאַרטיקן אױסגעאַרבעטן פּלאַן. ער װעט אים דערצײלן, אַזױ און אַזױ: ער האָט אַ באַקאַנטן, אָדער אַ חבֿר (אַ קריסט), װאָס איז פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל, און דאָס מײדל אין אים, און װײַל דאָס מײדל איז אַזעלכע, װאָס װיל איר גלױבן נישט בײַטן בשום אופֿן, װעט ער, דאָס הײסט, דער חבֿר זײַנער (דער קריסט), מוזן אָננעמען איר גלױבן... על־כּן, איז ער דאָס געקומען זיך צעפֿרעגן בײַם רבֿ, װאָס און װען, װײַל דער חבֿר זײַנער איז, פֿאַרשטײט איר מיך, װינציק װאָס באַקאַנט מיט די דאָגמאַטן פֿונעם ייִדישן גלױבן און איז איבערהױפּט ניט פֿון די גאַנץ גלױביקע מענטשן, און אַזױ װײַטער...

אָט דאָס איז געװען זײַן פּלאַן, מיט װעלכן ער איז געקומען צום רבֿ. װיבאַלד אָבער ער איז איבערגעטראָטן די שװעל פֿונעם רבֿס קאַבינעט און געבליבן מיט אים אױג אױף אױג, אַזױ האָט ראַבינאָװיטש דעם דאָזיקן פּלאַן איבערגעביטן אינגאַנצן. דער רבֿ, װאָס איז אים געפֿעלן געװאָרן פֿונעם ערשטן קוק מיט זײַן עכט־שפּאַנישן טיפּ, מיט זײַן זעלטענער רויִקײט און מיט זײַנע אַלע, װי אױסגערעכנטע, באַװעגונגען, האָט פֿונעם אָנהײב אָן געװוּנען בײַ אים זײַן גאַנצן צוטרױען. ער האָט דערפֿילט, אַז מיט דעם דאָזיקן מענטשן באַדאַרף ער נישט קײן שום חכמות מיט קײן שום דיפּלאָמאַטישע אָפּשניצלעך, און אַז ער מעג מיט אים רעדן גאָר ניט פֿאַרשטעלט.

און כּך הוה. דער רבֿ, װאָס איז געזעסן אָנגעשפּאַרט אױף אײן האַנט, מיט דער אַנדערער האַנט געבלעטערט אַ ספֿר, האָט אױסגעהערט דעם גאַנצן װידױ פֿונעם יונגען מאַן, װעלכן ער האָט געלאָזט, ער זאָל זיך אַ ביסל אױסרעדן, און אַז יענער האָט געענדיקט, האָט דער רבֿ אָפּגעאָטעמט, גלײַך װי די גאַנצע צײַט װאָלט ער גערעדט, ניט דער גאַסט. דערנאָך האָט ער פֿאַרמאַכט דאָס בוך און מיט אַ שמײכל זיך אָנגערופֿן צום גאַסט:

― איך פֿרעג אײַך ניט, װער איר זענט און װער דאָס מײדל איז... קױם זאָגט איר ניט אַלײן, איז אַ סימן, אַן ס'איז אַ סוד... איך, לײַדער, קאָן אײַך אָבער גאָרניט העלפֿן און קײן עצה איז בײַ מיר פֿאַר אײַך ניט פֿאַראַן. איך באַדױער אײַך, יונגער מאַן, פֿונעם גאַנצן האַרצן. נעבעך אַ רחמנות אױף אײַך.

דער גאַסט האָט אױפֿגעשטעלט מױל און אױערן: „ער האָט רחמנות אױף אים?...“

― אַ גאָטס רחמנות אױף אײַך, יונגער מאַן. פֿאַראַן זעקס מיליאָן אומגליקלעכע, פֿאַרהאַסטע, געיאָגטע און געפּלאָגטע נפֿשות אינעם דאָזיקן לאַנד, װאָס זענען איטלעכן גרױס אין די אױגן, מע ברעכט זיך די מוחות און מע װײס גאָר ניט, װי אַרום זײערער פּטור צו װערן, ― װילט איר זײַן נאָך אײנער אַזעלכער? איר װילט זײַן דער ערשטער פֿונעם זיבעטן מיליאָן?...

דער גאַסט איז געװען איבערראַשט, סײַ פֿון דעם, װאָס דער רבֿ האָט אים געזאָגט, און סײַ פֿון דעם, װי אַזױ דער רבֿ האָט מיט אים גערעדט: רויִק, געלאַסן, מיט אַ שמײכעלע אױף די ליפּן, און אין אַ פֿײַנער רוסישער שפּראַך, ― אַ מאָדנער רבֿ, מאָדנע דיבורים!...

דערזען, אַז דער גאַסט שװײַגט, האָט דער רבֿ װײַטער גערעדט, גלײַך װי ער װאָלט געטראָפֿן, װאָס דער גאַסט טראַכט אין האַרצן:

― איר װוּנדערט זיך, װאָס איר הערט פֿון מיר, פֿון אַ רבֿ, אַזעלכע רײד? אײַער גלח, אַז עס קומט צו אים אַ פֿרעמדער אָננעמען דעם קריסטלעכן גלױבן, מײן איך, טוט אױך אַזױ. מיר זענען מחױבֿ, קודם־כּל, עפֿענען דעם געקומענעם די אױגן, ער זאָל װיסן, װוּהין ער גײט און װאָס ער טוט... „לפֿני עיװר לא תתּן מיכשול“ ― שטײט בײַ אונדז אין דער תּורה פֿון משה רבינו ― מע טאָר אַ בלינדן נישט פֿאַרפֿירן...

― איך האָב דאָך אײַך אָבער דערצײלט מײַן מאָטיװ, ― זאָגט דער גאַסט און װערט רױט. ― איך... איך האָב ליב און בין געליבט... נישטאָ קײן אַנדער אױסװעג פֿאַר מיר...

― אַ שװאַכער מאָטיװ אױף צו מאַכן אַזאַ ערנסטן שריט. ברעכן אַ גלױבן קאָן מען נאָר בײַ אַ אינװײניקסטן קריזיס, װען איך הער אױף צו גלױבן אין דעם און הײב אָן צו גלױבן אין אַן אַנדערן... מיר, למשל, באַדױערן אונדזערע משומדים אַלץ אײנס, צי ער האָט זיך געטױפֿט צוליב פּראַװאָזשיטעלסטװע, צוליב דיפּלאָם, צוליב פּרנסה, אָדער צוליב אַ מײדל... פֿאַרשטײט זיך, דער לעצטער מאָטיװ איז עטװאָס פֿײַנער, די פּסיכאָלאָגיע איז אַן אײדעלערע, אָבער דער קאָמפּראָמיס בלײַבט אַ קאָמפּראָמיס: עס אין געמאַכט געװאָרן אַ שטיקל געשעפֿט מיט גאָט...

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט נישט געקאָנט נישט אַרױסזען, אַז דער דאָזיקער רויִקער מענטש, װאָס זיצט אַקעגן אים, זעט אים דורך און דורך און לײענט זײַנע געדאַנקען װי אין אַ בוך. ער האָט נישט געקאָנט ניט מודה זײַן זיך פֿאַר זיך אַלײן, אַז ער איז געקומען אַהער ניט צוליב דעם, װאָס ער האָט אָנערקענט די ייִדישע אמונה... אױך ניט צוליב דעם, װאָס ער האָט זיך פֿאַרליבט אינעם ייִדישן פֿאָלק... און גלײַך װי דער רבֿ װאָלט באמת געלײענט זײַנע געדאַנקען, האָט ער, נאָך אַ קורצער פּױזע, װידער זיך געװענדט צום גאַסט.

― איך רעד שױן ניט פֿון גלױבן. אין גלױבן איז מען בכלל הײַנט שװאַכלעך... בײַ אײַך, װי בײַ אונדז... איך רעד פֿונעם פֿאָלק, פֿון דער אומה רעד איך. איר װעט דאָך נישט װעלן אײַנרעדן זיך אַלײן, אַז איר, אַלס געבױרענער קריסט און אױפֿגעצױגן אַלס קריסט, בײַ הײַנטיקע ביטערע צײַטן פֿון ראַסן־האַס, אַז איר האָט ליב אַ ייִדן, אַז בײַ אײַך איז אַ ייִד און ניט אַ ייִד אַלץ אײנס...

― בײַ מיר איז אַלץ אײנס! ― האָט אים פּאָפּאָװ איבערגעשלאָגן. ― אָט דאָס ייִדישע מײדל, װאָס איך האָב ליב, האָב איך ליב אַזױ, אַז עס קאָן נישט זײַן פֿאַר מיר קײן שום אָפּהאַלט... איך װיל נישט װיסן קײן זאַך...

― נו, יאָ, איך גלױב אײַך זײער גערן, און איך פֿיל אײַך מיט מיט מײַן גאַנצן האַרצן. דאָס איז אַ געפֿיל, װאָס האָט ניט קײן גרענעץ און װײסט נישט קײן אונטערשיד פֿון אַ פֿאָלק צו אַ פֿאָלק... איך דאַרף אײַך אָבער זאָגן, יונגער מאַן, פֿאַראַן בײַ אונדז אַ שפּריכװאָרט, ס'איז אַפֿילו אַ ביסל באַנאַל, נאָר אמתדיק: „מע קאָן נישט ליב האָבן דאָס װײַב, אַז מע האָט ניט ליב דעם װײַבס משפּחה“ . . . און אונדזער „משפּחה“ איז, לײַדער, נאָך קײנמאָל אַזױ ניט געװען פֿאַרהאַסט, צו שאַנד און צו שפּאָט, װי אין דער לעצטער צײַט... נאַט זעט, אױף װאָס מיר זענען אַריבער. זעט, װאָס מע שרײַבט װעגן אונדז אינעם נאָמען פֿון גאָט און אינעם נאָמען פֿון דעם, װאָס האָט געפּרעדיקט ליבשאַפֿט...

און דער רבֿ האָט אױסגעצױגן זײַן האַנט צום עק טיש און דערלאַנגט זײַן קריסטלעכן גאַסט אַ רוסיש בלאַט־צײַטונג, פֿון װאַנען עס האָבן אַרױסגעקוקט מיט גרױסע בולטע אותיות: „בלוט פֿאַר בלוט!“...

דער גאַסט האָט געכאַפּט אַ קוק אױפֿן דאָזיקן באַקאַנטן קעפּל און אַ זאָג געגעבן:

― דאָס האָב איך נאָך נעכטן געלײענט... געשריבן האָט דאָס אָ מענטש אָן אַ טראָפּן יושר... איך גלױב ניט, אַז ס'זאָל זיך געפֿינען אײן לײַטישער קריסט, װאָס די װערטער זאָלן ניט אַרױסרופֿן בײַ אים אַן עקל. איך גלױב ניט, אַז עס זאָלן זיך געפֿינען אַ סך קריסטן, װאָס זאָלן ניט פֿאַרשטײן פֿונעם ערשטן קוק, אַז ס'איז אַן אױסגעטראַכטע זאַך, אַ פּיזמון...

― און דאָך זענען דאָ צװישן אײַערע ברידער טױזנטער און טױזנטער, װאָס גלױבן דװקא, אַז ס'איז אַן אמת, ניט קײן פּיזמון. אָט זאָגט מיר, אַלס אָרנטלעכער קריסט, אױף אײַער הײליקע נאמנות, אַז ס'איז אײַך ניט דורכגעגאַנגען קײן מחשבֿה אין דער ערשטער מינוט, בעת איר האָט איבערגעלײענט די װילדע געשיכטע פֿונעם געהרגעטן טשיגירינסקי, אַז... טאָמער איז דאָס אַן אמת? אפֿשר האָבן דאָס טאַקע ייִדן געטאָן צוליב מצה אױף פּסח?...

די אױגן, װאָס האָבן געקוקט אױפֿן גאַסט, האָבן אים געזאָגט, אַז ער האָט ניט װאָס צו באַהאַלטן זיך מיט זײַנע געדאַנקען, װאָרעם זײ זעען אים דורך און דורך... און ער האָט דעריבער גאָר גיט באַװיזן אָפּצולײקענען, אָדער פֿאַרענטפֿערן זיך. ער האָט נאָר געפֿונען פֿאַר נױטיק צו באַמערקן דעם רבֿ, אַז גראָד אין דעם פֿאַל האָט דער ספֿק בײַ אים לאַנג נישט געקאָנט אָפּגעהאַלטן װערן, װאָרעם קײנער װײס ניט די געשיכטע אַזױ גענױ, װי ער, װעלכער האָט געקענט דאָס דאָזיקע ייִנגל. ער האָט געקענט דאָס ייִנגל, ער קען די מוטער, דעם שטיפֿפֿאָטער, דאָס גאַנצע געזינדל... נאָכמער ― ער איז איבערצײַגט, און ער האָט דערצו באַװײַזן, אַז דער מערדער פֿונעם דאָזיקן טשיגירינסקי איז נישט קײן אַנדערער, װי זײַן שטיפֿפֿאָטער, װעלכער איז דער אײנציקער, װאָס האָט געהאַט אַ אינטערעס אָפּצורײניקן דאָס דאָזיקע אומשולדיקע באַשעפֿעניש פֿון דער װעלט...

― איר האָט געקענט, זאָגט איר, דאָס ייִנגל? ― האָט דער רבֿ זיך אָנגערופֿן איבערראַשט, און שױן גאָר מיט אַן אַנדער קול און מיט אַן אַנדער פּנים. ― איר, זאָגט איר, קענט דעם שטיפֿפֿאָטער, די מוטער און זײ אַלעמען? איר האָט, זאָגט איר, באַװײַזן? אָ! יונגער מאַן, יונגער מאַן! ― מיט בײדע הענט האָט ער אָנגענומען דעם גאַסט בײַ דער האַנט: אָ! יונגער מאַן, יונגער מאַן!

דער רבֿ, װאָס איז געזעסן ביז אַהער אַזױ רויִק, אַז ער האָט מיט זײַן רויִקײט איבערראַשט פּאָפּאָװן, האָט זיך אין די אױגן פֿונעם גאַסט מיט אַמאָל איבערגעביטן, אַן אַנדער מענטש געװאָרן. װוּ איז אַהינגעקומען זײַן גרױסקײט? זײַן שטאָלץ?

― סטײַטש, סטײַטש! ― האָט דער רבֿ צו אים געזאָגט. ― איר װײסט גאָר אַלײן ניט, יונגער מאַן, װאָס איר האָט דאָ נאָר־װאָס געזאָגט. איר װײסט גאָר אַלײן ניט, װאָס איר קאָנט. איר קאָנט מציל זײַן אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן פֿון אַן אומגליק, און אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון אַ... פֿון... פֿון...

פֿאַר גרױס אױפֿרעגונג האָבן אים אױסגעפֿעלט װערטער. דער רבֿ האָט אַרױסגעלאָזט דעם יונגען מאַנס האַנט, האָט אָפּגעזיפֿצט און האָט גענומען רויִק, נאָר ריכטיק אױסמאָלן פֿאַרן גאַסט אַ בילד, װאָס פּאָר אַ װעלט־דראַמע דאָ שפּילט זיך אָפּ, װאָס פֿאַר אַן אַגיטאַציע עס װערט געפֿירט, און פֿון װאַנען דאָס װאַקסט, און װי טרױעריק דאָס קאָן זיך אױסלאָזן פֿאַר ייִדן... בײַם גאַסט אין די אױגן האָט דער רבֿ אין דער מינוט אױסגעזען, װי ער װאָלט עפּעס מיט אַמאָל קלענער געװאָרן, מיט אַ גאַנצן קאָפּ קלענער. ער האָט באַקומען אין זײַנע אױגן מיט אַמאָל גאָר אַן אַנדער פּנים, אַ פּנים פֿון אַ געװײנטלעכן ייִדן, אײנער פֿון יענע „מענטשן־פֿליגן“, װאָס ער האָט נאָר־װאָס געטראָפֿן דאָרט אינעם גרױסן װאַרט־צימער רעדן מיט איבערגעשראָקענע פּנימער: „אַ פּאָגראָם, אַ פּאָגראָם!“... „װאָס איז דאָס פּאָר אַ מעשׂה? ― טראַכט זיך פּאָפּאָװ. ― אַלע האָבן זײ מורא פֿאָר אַ פּאָגראָם! װאָס ציטערן זײ אַזױ פֿאַר אַ פּאָגראָם? ניט שױן־זשע זענען זײ טאַקע אַזױ... אַזױ שװאַך? ניט שױן־זשע קאָנען זײ אין ערגעץ ניט באַװײַזן קײן װידערשטאַנד? זײ רעכענען זיך דאָ, אין דער דאָזיקער שטאָט, צענדליקער טױזנטער!... אַ מאָדנע פֿאָלק דאָס איז! אַ מאָדנע פֿאָלק, אַ מאָדנע פֿאָלק!“...

אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט אַן אינװײניקסטע טיר און אױף דער שװעל האָט זיך באַװיזן אַ מיטליאָריקע פֿרױ אין אַ פּאַרוק און עפּעס אַ זאָג געגעבן, פֿון װעלכן דער גאַסט האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מע רופֿט דעם רבֿ, אַ פּנים, עסן. דער רבֿ האָט געענטפֿערט: „באַלד־באַלד“. די טיר האָט זיך צוגעמאַכט און ער האָט זיך אָנגערופֿן צום גאַסט:

― זאָגט־זשע מיר, יונגער מאַן, װאָס האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן? יאָ. פֿון װאַנען קומט איר צום דאָזיקן געזינדל, װי איר רופֿט עס אָן? און װעלכע באַװײַזן האָט איר, אַז...

― אָ! איך קען עס זײער, זײער גוט! ― האָט זיך דער גאַסט אַרױסגעדרײט פֿון אַ גלײַכן ענטפֿער און, מורא האָבנדיק, ער זאָל זיך ניט אַרױסכאַפּן מיט אַן איבעריק װאָרט, װאָס קאָן האָבן אַ שײַכות צו זײַנען בעלי־בתּים, און דערמיט אַרױסגעבן זיך פֿאַרן רבֿ, אַז ער װױנט בײַ די שאַפּיראָס אונטער אַ ייִדישן נאָמען, האָט ער זיך צוגעאײַלט אַריבערטראָגן דעם שמועס אױף אַן אַנדער פּונקט.

― זאָגט מיר, געערטער רראַבי (דאָס װאָרט „רראַבי“ האָט ער אַרױסגעזאָגט שאַרף, מיט צװײ רי″ש'ען), זאָגט מיר, געערטער רראַבי, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן. איך בין איבערצײַגט, און נישט איך אַלײן, נאָר, װי איך האָב אײַך שױן געזאָגט, דער גרעסטער טײל קריסטן זענען איבערצײַגט, אַז די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ריטואַל מיטן קריסטלעך בלוט צו דער ייִדישער מצה איז נישט מער װי אַ פּיזמון... איך אַלײן האָב געהאַט אַ געלעגנהײט זיך צוקוקן, װי די מצה װערט בײַ אײַך געבאַקן, און בין געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז ס'איז נישט מער װי עפּעס אַ פֿאַנאַטישע לעגענדע פֿון פֿאַרצײַטן. איך װאָלט גאָר װעלן װיסן, פֿון װאַנען נעמט זיך די דאָזיקע לעגענדע? און װאָס עפּעס גראָד גאָר אױף ייִדן? פֿאַרװאָס ניט אױף אַנדערע?...

דער רבֿ האָט באַטראַכט דעם גאַסט איבער אַ נײַס: „װאָס איז דאָס פּאָר אַ יונגער מאַן, װאָס איז פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מײדל, און איז גרײט צוליב דעם זיך מגײר זײַן, און קוקט זיך צו, װי אַזױ מע באַקט בײַ אונדז מצות, און אין איבערצײַגט, זאָגט ער, אַז ס'איז אַ לעגענדע, אַ בילבול, און פֿרעגט פֿונדעסטװעגן אַזעלכע קשיות, און דערצו איז ער פּערזענלעך באַקענט מיטן געזינדל פֿונעם דערמאָרדעטן טשיגירינסקי?... אױף אײן רגע פֿליט אים דורך אַ מחשבֿה. „אפֿשר אין דער חבֿרה־מאַן גאָר אַ פּראָװאָקאַטאָר?“... נאָר נײן. צו אַ נאַיִװ תּמימותדיק פּנים בײַ אים, און צו גוטע, צו אמתדיקע אױגן, צו אַן ערלעכער קוק... נײן. ניט אַזױ זעט אױס אַ פּראָװאָקאַטאָר“...

און ער טרײַבט אָפּ פֿון זיך די דאָזיקע שלעכטע מחשבֿה און רוקט זיך צו צום גאַסט נעענטער, װיל אים מכבד זײַן מיט אַ פּאַפּיראָס, כאָטש ער אַלײן, דער רבֿ הײסט עס, איז ניט קײן רױכנער. דער גאַסט באַדאַנקט זיך: ער איז אױך ניט קײן רױכנער.

דאָס אַכט־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

אַ פּעקל ביכער

― זעט איר, יונגער מאַן,― האָט אים דער רבֿ געזאָגט מיט אַ ביטער שמײכל ― זעט איר, װי מע טאָר זיך ניט כאַפּן?... מיט אײַער צעפֿרעגן זיך: „פֿון װאַנען נעמט זיך עס? און װאָס עפּעס נאָר אױף ייִדן און ניט אױף אַנדערע?“ ― פֿאַרענטפֿערט איר מײַנע פֿריִעריקע רײד, אַז אַזאַ ערנסטן שריט, װי איר װילט מאַכן, באַדאַרף מען זיך גוט איבערלײגן, און אַז מע באַדאַרף זיך, קודם־כּל, נאָענט באַקענען מיט דער „משפּחה“... װאָרעם װי װאָלט איר זיך דען געקאָנט רעכענען גליקלעך מיט דער, װאָס אין איר משפּחה געפֿינען זיך אַזעלכע, װאָס באַנוצן מענטשן־בלוט?... איר פּראָטעסטירט און זאָגט, אַז נײן? זאָג איך אײַך, אַז זיך אַלײן קאָנט איר אױך װינציק... אָט האָט איר נאָר־װאָס געזאָגט, אַז איר און דער בעסטער טײל קריסטן זענט איבערצײַגט, אַז דאָס איז, זאָגט איר, אַ פּיזמון און אַ בילבול און אַ לעגענדע. אין דער אמתן אָבער זענט איר װײַט פֿון איבערצײַגונג, און דאָס איז גאַנץ נאַטירלעך, פּשוט דערפֿאַר, װײַל איר קענט אונדז ניט. איר קענט אונדז אַזױ פּיל, װיפֿל מיר, למשל, קענען די כינעזער. איר האָט גאָר געהערט פֿון אונדז. מע האָט אײַך אָנגעדולט אַ קאָפּ, אַז ייִדן זענען אַזעלכע און אַזעלכע. אַז מיר האָבן פֿאַרבאָרגענע סעקטעס און אַז די סעקטעס האָבן פֿאַרבאָרגענע מינהגים... נעמען אױף זיך די טירחה לײענען אַלצדינג, װאָס איז הונדערטער מאָל אָפּגעלײקנט געװאָרן, אָדער אַלײן זיך צוקוקן, נאָכפֿאָרשן, באַקענען זיך מיט אונדז פֿון דער נאָענט, ― דערױף זענען בײַ אײַך װינציק בעלנים. װען איר זאָלט זיך באַקענען מיט אונדז אַ ביסל נעענטער, װאָלט איר געזען, װאָס פֿאַר אַ געלעכטער דאָס איז. איר װאָלט אַרױסגעזען, אַז ס'איז ניטאָ בײַ אונדז קײן שום פֿאַרבאָרגענע סעקטעס מיט קײן שום פֿאַרבאָרגענע מינהגים, אַז אַלע אונדזערע מעלות און חסרונות זענען פּונקט דיזעלבע, װאָס בײַ אײַך, מיט אַן אױסנאַם. װאָס אַלע עבֿירות קאָנט איר אונדז אױסװאַרפֿן, אױסער אײן עבֿירה פֿון בלוט פֿאַרגיסן... בײַ אונדז, נישט נאָר מענטשלעך בלוט, נאָר אַפֿילו בלוט פֿון אַ בהמה און פֿון אַן עוף, אַז מע דאַרף עס קױלן צוס עסן װאָלט איר געזען, װיפֿל דינים דערױף איז אָנגעשריבן און װיפֿל מאָל עס װערט דערמאַנט בײַ אונדז, מיר זאָלן ניט עסן מיטן בלוט, ניט פֿאַרגיסן קײן בלוט, ניט זען קײן בלוט... אַ שאָד, װאָס איך האָב ניט פֿיל צײַט אַצינד און דאָרט װאַרטן אױף מיר אַ בינטל ייִדן... (דער רבֿ ראָט געגעבן אַ קוק אױפֿן זײגער, דער גאַסט האָט זיך אױפֿגעכאַפּט). זיצט, זיצט. ס'זאָל ניט זײַן ערבֿ־יום־טובֿ ― הײַנט אױפֿדערנאַכט האָבן מיר פּסח ― װאָלטן מיר װעגן דעם געשמועסט אַ ביסל ברײטער. אױב איר װילט זיך באַקענען מיט דעם ענין אַ ביסל נעענטער, װעל איך אײַך דינען מיט װאָס איך קאָן. איר װעט געפֿינען בײַ מיר אַ גאַנצע ליטעראַטור. איך קאָן אײַך געבן אַ בוך פֿון פּראָפֿעסאָר כװאָלסאָן, האָט איר געהערט? נײן? (דער רבֿ איז אױפֿגעשטאַנען, צוגעגאַנגען צו דער שאַפֿע מיט ספֿרים). איך קאָן אײַך אױסלײַען דאָס בוך ביז איבער יום־טובֿ. איך קאָן אײַך אױסלײַען נאָך אַ פּאָר ביכלעך, אַלץ װעגן ריטואַל. און אױב איר װילט שטאַרק, קאָן איך אײַך מכבד זײַן מיט נאָך אַ בוך פֿון אונדזער גרױסן למדן און ייִדן־קענער רב ליוטאָסטאַנסקי. ער, פֿאַרשטײט איר מיך, ציטירט גמרות, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, און ברענגט דינים פֿון אַן אײגענעם שולחן־ערוך, װאָס לא היה ולא נבֿרא, און דאָך באַציִען זיך אונדזערע קעגנער אױף אים װי אױף אַ גרױסן בר־סמכא, און כאָטש ער אין אָפּגעלײקנט געװאָרן װיפֿל מאָל מיט אַלע זײַנע שקרים וכזבֿים, דאָך איז ער נאָך עד־היום פֿאַרבליבן אין געװיסע קרײַזן דער גרעסטער אױטאָריטעט...

עס האָט זיך געעפֿנט װידער די אײגענע טיר און דיזעלבע פֿרױ מיטן פּאַרוק האָט זיך באַװיזן, שײן אָן װערטער, נאָר איבערגעקוקט זיך מיטן רבֿ, װעלכער האָט זיך אָפּגעבעטן בײַ איר מיט די אױגן, אַז אָט גײט ער... דער גאַסט האָט זיך אױפֿגעהױבן, זײער שײן אָפּגעדאַנקט פֿאַר די ביכער. ער האָט אַרױסגעזען, אַז װעגן דעם, װאָס ער איז געקומען אַהער רעדן, האָט ער איצט מער גאָרנישט װאָס צו רעדן. דער רבֿ איז גערעכט געװען: ער האָט זיך צו שטאַרק געאײַלט: צו אַ האַרט ניסל אָט דאָס ייִדישקײט אױף אײַנצובײַסן אַזױ גיך... ער האָט אַ טעות געהאַט אין חשבון: ס'איז, אַ פּנים, אַ סך גרינגער אָנגעקומען לאַפּידוסן אַרױסצוטרעטן פֿון ייִדישקײט, װי אים, פּאָפּאָװן, אַרײַנצוטרעטן... צו שטאָלץ, איז בײַ זיך דאָס דאָזיקע פֿאָלק. צופֿיל האַלט דאָס פֿון זיך, גאָר נישט קוקנדיק דערױף, װאָס איז אַזױ װאָלװל בײַ דער װעלט!... װאָס װעט זײַן װײַטער ― װײסט ער ניט. דערװײַל דאַרף מען גײן.

און ער האָט גענומען דאָס פּעקל מיט ביכער און אָנגעהױבן זיך געזעגענען, האָט אים דער רבֿ אָפּגעהאַלטן, געזאָגט, אַז, נישקשה, ער האָט נאָך עטלעכע מינוט פֿון זײַנעט װעגן.

― אַלזאָ, יונגער מאַן, קערן מיר זיך אום צום פֿריִעריקן שמועס. װי איך פֿאַרשטײ פֿון אײַערע רײד, זענט איר נאָענט צום געזינדל פֿונעם דערמאָרדעטן טשיגירינסקי און איר װײסט, זאָגט איר, אַז דאָס איז דעם שטיפֿפֿאָטערס אַרבעט? מיר דענקען אױך אַזױ. מיר זענען איבערצײַגט, אַז ס'איז אַזױ. נאָר װאָס קומט אַרױס פֿון אונדזער איבערצײַגונג, אַז ס'איז דאָ מענטשן, װאָס גײען אױס נאָך אַ פּאָגראָם? איר זעט דאָך, עס גײט אַזאַ אַגיטאַציע און אַלע בלעטער פּױקן: ריטואַל און ריטואַל!... און גראָד, אױף אונדזער אומגליק, האָט זיך עס באַדאַרפֿט טרעפֿן ערבֿ־פּסח... אָ! װען איר זאָלט װעלן אַרױסטרעטן!... שױן לאַנג, אַז איר קענט זיך מיט די דאָזיקע לײַט?

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט װידער מורא געהאַט זיך אַרױסכאַפּן מיט אַן איבעריק װאָרט, האָט ער זיך געמאַכט, װי ער הערט ניט, װאָס מע פֿרעגט בײַ אים, און אָנשטאָט צו געבן ענטפֿער, האָט ער בעסער אַ פֿרעג געגעבן בײַם רבֿ נאָך אײן זאַך, װאָס אים איז געװען קשה.

― נאָך אַ קלײניקײט, געערטער רראַבי, האָב איך געװאָלט בײַ אײַך פֿרעגן: װאָס איז דער שׂכל, פֿון װאַנען נעמט זיך עס, װאָס נאָר אַז עס קומט אין דער צײַט, אַרום פֿאַר פּסח, שװימט אַרױף די דאָזיקע לעגענדע, און מע געפֿינט טאָ דאָ טאָ דאָרטן אַ...

― אַ „קרבן פּסח“? ―― כאַפּט אים אונטער דער רבֿ מיט זײַן אײדעלער איראָניע, און דער געדאַנק פֿון פּראָװאָקאַציע לױפֿט אים װידער דורך אין קאָפּ, אָבער מער נישט װי אױף אײן רגע און אױף זײַן פּנים באַװײַזט זיך זײַן פֿריִעריק גוטמוטיק שמײכעלע. איר װילט װיסן דעם שׂכל? דער שׂכל איז אָ פּראָסטער שׂכל. איך װעל עס אײַך דערקלערן מיט אַ משל.

און דער רבֿ, שױן שטײענדיק מיטן גאַסט בײַ דער טיר, האָט רויִק און פּאַמעלעך, װי זײַן שטײגער איז, און אַלץ מיטן זעלבן שמײכעלע, דערצײלט דעם משל:

― אַמאָל איז געװען אַ שיסער. אַ בריה אַ שיסער, װאָס האָט באַװיזן קונצן, ממש מרעיש־עולם געװען. דהײַנו? אַלע מאָל, װען ער זאָל ניט שיסן, האָט ער געטראָפֿן גלײַך אין רעדל אַרײַן. קײנמאָל נישט פֿאַרפֿעלט! איז דעם עולם געװאָרן קשה: װי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ מענטש זאָל אַלע מאָל טרעפֿן אין רעדל אַרײַן, קײן אײנציק מאָל ניט פֿאַרפֿעלן? האָט מען גענומען זיך נאָכצוקוקן און מען איז דערגאַנגען דעם סוד, אַז פֿריִער שיסט ער און דאָס רעדל מאַכט ער שױן דערנאָך... דאָס איז דער משל. און דעם נמשל װעט איר געפֿינען אין די דאָזיקע ביכער, װאָס איך האָב אײַך געגעבן... איך האָף, אַז איר װעט נאָך אַרײַנקומען צו מיר, מסתּמא, באַלד נאָך יום־טובֿ. ס'איז זײער אינטערעסאַנט דאָס, װאָס איר זאָגט װעגן דעם געפֿונענעם טשיגירינסקי, אַז איר האָט אים געקאָנט און אַז איר װײסט פֿאַר זיכער דעם אמתן מערדער... איר װאָלט געקאָנט נוצלעך זײַן דעם אמת בײַ דער אױספֿאָרשונג. עס װאָלט געװען אַ גרױסער יושר. איך מײן, אַן ס'איז אײַער חובֿ, אַלס מענטש און אַלס קריסט...

― אָ! זײַט זיכער... לאָז זיך נאָר אָנהײבן די רעכטע אױספֿאָרשונג... איך גיב אײַך מײַן ערן־װאָרט... אָט האָט איר מײַן האַנט.

און דער רבֿ האָט מיט דאַנק אָנגענומען די דאָזיקע האַנט:

― איך גלױב אײַך. אײַערע אױגן זאָגן מיר, אַז איך האָב, דאַכט מיר, קײן טעות ניט... הלװאַי ס'זאָלן זײַן אַ סך אַזעלכע װי איר, װאָס זאָלן װעלן אונדז קענען נעענטער...

מיט אַ באַזונדער װאַרעמקײט האָט דער רבֿ אים געדריקט די האַנט, און אונדזער העלד איז אַרױס פֿון דאָרט מיטן פּעקל ביכער אונטערן אָרעם אַ צופֿרידענער, אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, װי אַלע מאָל, נאָר נישט צו חלומען אַפֿילו אַז דאָס פּעקל ביכער, װאָס ער טראָגט, טראָגט ער עס ניט קײן פּעקל ביכער, נאָך אַ פּעקל צרות אױך זײַן קאָפּ...

דאָס נײַן־און־דרײַסיקסטע קאַפּיטל

שׂרה געפֿינט אַן אוצר

― זע נאָר, װאָס האָב איך מיך אַװעקגעזעצט אָט אָ דאָ אין מיטן שטוב אין אַ װינקעלע? שיִער פֿאַרגעסן, אַז ס'איז ערבֿ־פּסח!

אַזױ האָט שׂרה שאַפּיראָ זיך אױסגעשמועסט מיט זיך אַלײן, זיך געגעבן אַ כאַפּ אױף פֿונעם אָרט, װוּ זי איז געזעסן, און זי האָט זיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט אַזױ געשמאַק, אַז עס האָט געברענט בײַ איר אונטער די הענט. גאַנצע באַרג מיט מיסט זענען אַרױסגעקערט געװאָרן. גאַנצע שאַפֿעס מיט ביכער זענען איבערגעטרײסלט געװאָרן, און פּאַפּירן, פֿון דער װעלט פּאַפּירן זענען פֿאַר.ברענט געװאָרן.

― מישטײנס געזאָגט, אַ שטוב פֿון סאַמע לערנערס און פֿון סאַמע שרײַבערס! אַלע לערנען און אַלע שרײַבן: סיאָמקע שרײַבט. בעטי שרײַבט. דער קװאַרטיראַנט שרײַבט. אין חמץ אַרײַן! אין חמץ אַרײַן!

אַזױ האָט געזאָגט שׂרה און געװאָרפֿן פּעק מיט פּאַפּירן אין אױװן אַרײַן, נישט געלענט קײן כּבֿוד אױף קײן זאַך: „צו װאָס דאַרף מען איבעריקע שמאַטעס? אַבי אַ הקדש!“ און אָט אַזױ רײניקנדיק, איז זי אױסגעװען אַלע מײַזנלעכער, צװישן אַלע שאַפֿעס, קאָמאָדן און שפּיגלען, אַרײַנגעקוקט אױך צום קװאַרטיראַנט אין טישקעסטל אַרײַן, אין יענעם געװיסן טישקעסטל, װאָס אַז מע װיל עס עפֿענען, קאָן מען נישט, כאָטש ס'איז אָן אַ שלאָס.

― אפֿשר האָט ער דאָרטן עפּעס חמץ בײַ זיך? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה! ― האָט שׂרה אַ זאָג געגעבן צו זיך אַלײן, אױסגעשאָלטן דאָס טישל מיט טױטע קללות דערפֿאַר, װאָס סע װיל זיך ניט עפֿענען, און סוף־כּל־סוף אױסגעפֿירט אירס: דאָס טישקעסטל האָט זיך אױפֿגעעפֿנט, און דאָרט האָט זי געפֿונען אַ גאַנצן אוצר.

ערשטנס, האָט זי דערזען אײַנגעװיקלט בײַ אים צװישן די פּאַפּירן איר טאָכטערס בילד. „װי קומט אַהער בעטיס פּאָרטרעט, אַ שטײגער? מסתּמא האָט זי אים געשענקט... און בסוד, אַז מיר זאָלן ניט װיסן... די משמעות, אַז עס גײט בײַ זײ אױף אַ גאַנג?... כאָטש אַפֿילו איר טאָכטער איז גענוג משוגע, מאַכט אָנשטעלן, װיל ניט, אַז מע זאָל דערמאַנען דעם נאָמען „שידוך“... נאָר עט! עס װעט זיך איר העלפֿן! סוף־כּל־סוף װעלן זײ, מסתּמא, קומען בײדע צו איר, צו דער מאַמען הײסט עס, און מע װעט איר אַנטפּלעקן דעם סוד, אַז מע האָט זיך ליב און אַז... אַך, װי דערלעבט מען דאָס שױן!“

אַזױ טראַכט זיך די גליקלעכע מוטער, צונױפֿלײגנדיק אים די פּאַפּירן און אַװעקלײגנדיק דאָס בילד צוריק אױפֿן אײגענעם אָרט, און אירע אױגן שטעלן זיך אָפּ עפּעס אױף אַ קלײן ביכעלע, אָן טאָװעלעך, און אָנגעשריבן איז אױף דעם מיט גרױסע אותיות: „מאָי דניעװניק“ ― „מײַן טאָגביכל“ הײסט עס.

זײַן טאָגביכל? ― זאָגט שׂרה צו זיך אַלײן און מישט אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, און דאָס האַרץ קלאַפּט איר, און זי װאַקסט, װאַקסט, װערט ברײטער װי לענגער. זי װאָלט דאָס ניט געלײענט בשום אופֿן: װאָס גײט עס איר אָן, װאָס יענער שרײַבט דאָרט אין זײַן טאָגביכל? נאָר װיבאַלד זי האָט שױן געפֿונען בײַ אים אײַנגעװיקלט בעטיס בילד, מעג זי שױן, דאַכט זיך, אַ קוק געבן, װאָס קאָן ער, אַ שטײגער, שרײַבן אין זײַן „טאָגביכל“? אפֿשר װעגן איר טאָכטער?... און כּך הוה, אַזױ װי דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט: דער גרעסטער טײל פֿון זײַן „טאָגביכל“ איז פֿאַרנומען מיט איר בעטין... „הײַנט איז ער געגאַנגען שפּאַצירן מיט בעטין... הײַנט האָט ער גערעדט מיט בעטין... מאָרגן גײט ער אין טעאַטער מיט בעטין... בעטי האָט געזאָגט... בעטי האָט געלאַכט... בעטי האָט געפֿרעגט, בעטי האָט געשװיגן“ ― אַלץ אַזעלכע נױטיקע זאַכן! און זי האָט געמײנס, זי װעט געפֿינען עפּעס רעכטס...

אַזױ טראַכט זיך שׂרה און בלעטערט דאָס ביכל אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל און קאָן נישט געפֿינען, איר זאָלט זאָגן, אײן זאַך אַ רעכטע, אַ ערנסטע. כּדומה למשל, אָט שטײט בײַ אים פֿאַרשריבן אַ נײַעס, אַז נעכטן איז ער געװען בײַ די „כאַססידים“ און געטאַנצט מיט די „כאַססידים“... אַ! דאָס מײנט ער אַװדאי פּורימדיקע סעודה בײַ אונדזער שלמה פֿאַמיליאַנט ― כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ שמױגער! אַװדאי באַדאַרף מען עס נאָך פֿאַרשרײַבן אין אַ בוך ― אין ספֿר פּראַלניק אַרײַן!... און פּלוצעם איז אױף אים אַ גדולה, און ער פֿאַרשרײַבט מיט אַ „הוראַ“: „הײַנט בין איך געװען בײַ די מצות! איך אַלײן בין געװען דערבײַ און בין צופֿרידן, זײער צופֿרידן, װאָס איך בין אַלײן געװען דערבײַ...“ גליקלעך װי די ראַבע קאַץ!

צי, אַ שטײגער, אַזאַ מעשׂה, װאָס ער שרײַבט װײַטער בײַ זיך אין טאָגביכל: „מאָרגן גײ איך צום רבֿ... כ'װעל רעדן מיט אים װעגן דאָגמאַטן און װעגן ריטואַל...“ װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין שלאַק? זאָל זי אַזױ װיסן פֿון בײז, װי זי הײבט אָן אַפֿילו צו פֿאַרשטײן, מיט װאָס מע עסט עס! װײס איך ― מסתּמא נאַרישקײטן...

שׂרה שאַפּיראָ לײגט אַװעק דאָס טאָגביכל אױך און װיל שױן צומאַכן דאָס טישקעסטל, האָט איר פּלוצעם אַ בלישטשע געגעבן אין די אױגן אַרײַן עפּעס זײער אַ שײן בריװעלע, געשריבן אױף רױט פּאַפּיר. „דאָס דאַרף זײַן איר בעטיס אַ בריװעלע, מסתּמא“, ― לױפֿט איר דורך אַ מחשבֿה אין קאָפּ, און זי צענעמט דאָס בריװעלע ― נײן, ס'איז ניט פֿון איר בעטין. װײַזן װײַזט אױס, אַז דאָס שרײַבט טאַקע אַ פֿרױענצימער, נאָר ניט בעטי. װאָס הײסט? זי קען ניט בעטיס האַנט? דאָס דאַרף זײַן אַװדאי פֿון דער מומע די מיליאָנערשע... כּדאַי צו זען, כ'לעבן. װאָס שרײַבט אים עפּעס די מומע? דאָס הײסט, שׂרה װאָלט בשום אופֿן נישט גענומען לײענען דאָס דאָזיקע בריװעלע, װאָרעם װאָס גײט עס איר אָן, װאָס אַ מומע אַ מיליאָנערשע שרײַבט צו איר פּלימעניק צום סטודענט? נאָר װײַל זי האָט שױן געפֿונען בײַ אים איר טאָכטערס בילד, און װײַל זי האָט שױן געזען אין זײַן טאָגביכל, אַן ער טראַכט כּסדר פֿון איר בעטין, איז אָן אַן אומגליק, אַז זי װעט זיך פֿאַרגינען אַ קוק טאָן, װאָס שרײַבט אים, למשל, די מומע די מיליאָנערשע װעגן שידוך? טאָמער אַזעלכעס, װאָס זי, שׂרה, דאַרף עס װיסן? נאָר הערט אַ מעשׂה: ס'איז גאָר ניט פֿון דער מומע! די מומע זײַנע, אױף װיפֿל שׂרה געדענקט, הײסט אױף אַ ל. (ליִאַ), און דאָס בריװל איז גע חתמעט מיט אַ פּ. זי שרײַבט זיך אונטער: „דײַנע, דיך אײביק ליבנדע, װאָס קושט דיך און האַלדזט דיך, װיעראַ פּ.“ װער קאָן דאָס זײַן אָט די װיעראַ פּ., װאָס קושט אים און האַלדזט אים און שרײַבט זיך אונטער „דײַנע, דיך אײביק ליבנדע“? - עפּעס אַ ליבע גאָר! און נאָך אַן אײביקע דערצו!...

אַז שׂרה האָט איבערגעלײענט דאָס דאָזיקע בריװעלע, װײסט זי אַלײן ניט, װאָס מיט איר איז געװאָרן. עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, עפּעס אַזױ װי עמיצער װאָלט געקומען צו גײן און װאָלט אָנגערעדט פֿאַר איר אַ באַרג מיט לשון־הרע אױף דעם, װאָס איר איז ליב...

אָדער אַזױ װי דער ערגסטער שׂונא װאָלט זיך אַרײַנגעריסן און װאָלט זי אױסגעשאָלטן מיט טױטע קללות אױף אַלע פֿיר זײַטן...

אָדער אַזױ װי זי װאָלט געזען עפּעס אַ בײזן אַ װיסטן חלום...

אָט װאָס אין בריװעלע איז געשטאַנען:

„טײַערער מײַנער!

„דײַנע בריװ צו אונדז האָבן אין דער לעצטער צײַט אָנגעהױבן זײַן אַזױ זעלטן און אַזױ קורץ, אַז עס גײען אונדז דורך אָפֿטמאָל אַלערלײ שװאַרצע געדאַנקען... דער פּאַפּאַ זאָגט, אַז דו װעסט שױן באַלד גאָר אױפֿהערן שרײַבן. דער פּאַפּאַ איז די לעצטע צײַט נאָך מער קאַפּריזנע װי געװען. ער בענקט אױך, נאָר ער װעט ניט אַרױסװײַזן פֿאַר קײנעם... דו קאָנסט דיר דען פֿאָרשטעלן, גרישאַ מײַנער טײַערער, װי איך און מיר אַלע קוקן שױן אַרױס אױפֿן הײליקן פּסח?... איך צײל שױן פּשוט די טעג און הער ניט אױף צו בעטן גאָט פֿאַר דיר, ער זאָל דיך ניט פֿאַרלאָזן, און דער עיקר, עס זאָל דיר גרינג אָנקומען, און איך װינטש דיר גלענצנדן ערפֿאָלג! הלװאַי, דו זאָלסט אונדז דערפֿרײען צום הײליקן יום־טובֿ מיט דער גוטער בשׂורה, אױף װעלכע מיר אַלע קוקן אַרױס, און מער פֿון אַלעמען איך, דײַנע, דיך אײביק ליבנדע, װאָס האַלדזט דיך און קושט דיך,

װיעראַ פּ.“

* * *

שׂרה האָט דאָס דאָזיקע בריװעלע אױך אַװעקגעלײגט צוריק אױפֿן אײגענעם אָרט, צוגעמאַכט דאָס טישקעסטל און גענומען זיך צוריק צו איר אַרבעט. נאָר אָך און װײ איז געװען צו דער אַרבעט. ס'איז שױן געװען גאָר ניט דאָס, װאָס פֿריִער. אַלצדינג איז איר װי געפֿאַלן פֿון די הענט. זי האָט כּמעט גאָר ניט געװוּסט, װאָס זי טוט. איר קאָפּ איז געװען אין יענעם בריװעלע פֿון יענער װיעראַ פּ., װאָס קושט אים און האַלדזט אים, אַ מכּה איר אַ גרױסע, װוּ זי אין ערגעץ דאָרטן! ― װער קאָן זי זײַן, אַ שטײגער, אָט די װיעראַ פּ.? טראַכט זיך שׂרה, שטעלט זיך אָפּ אַלע מאָל און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער, װי איר שטײגער איז: זאָל דאָס זײַן גלאַט אַ מײדל, װאָס איז אין אים פֿאַרליבט? (מע קאָן זיך פֿאַרליבן אין אַזאַ שײנעם בחור, װאָס האָט געענדיקט מיט אַ מעדאַל און האָט אַ מומע אַ מיליאָנערשע אָן אַ קינד און אָן אַ רינד!) װאָס־זשע איז זי מיט אים אַזאַ נאָענטע שמעלקע, װאָס זי שרײַבט אים „דו“?... און װאָס קוקט זי אים אַזױ אױס אױפֿן הײליקן יום־טובֿ? און װאָס הענגט זי זיך אַזױ אױף זײַן האַלדז? .

שׂרה פֿאַרגעסט אַ װײַלע, נאָר זי קערט זיך אום צוריק:

― זאָל דאָס זײַן אַ כּלה? ― (ניט דערהערן װעלן דאָס די שׂונאים!) װי װאָלט ער ניט דערמאַנט די גאַנצע צײַט און װי װאָלט ער דאָס געהאַט אַ העזה צו שפּילן אַ ליבע מיט איר טאָכטער?... צװײ ליבעס?... צװײ כּלות?... דאָס װאָלט שױן געװען ערגער װי אין סדום! דאָס װאָלט שױן געװען הימל עפֿן זיך, עק װעלט!... נײן. דאָס קאָן ניט זײַן! ראַבינאָװיטש איז ניט אַזאַ מענטש... דאָס קאָן ניט זײַן! דאָס קאָן ניט זײַן!...

שׂרה נעמט זיך װידער צו דער אַרבעט. זי װאָלט װעלן פֿאַרגעסן ― קאָן זי ניט. די דאָזיקע װיעראַ פּ. קריכט איר גאָר פֿון קאָפּ ניט אַרױס! האָט איר געהערט אַזאַ אָנשיקעניש? אָט אַיענער שלימזל, טומאַרקין, זאָל דאָ זײַן אַצינד, װאָלט זי דורך אים אפֿשר געקאָנט געװױרע װערן, װער דאָס איז... איז ער אָבער פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, װי אין װאַסער אַרײַן. װאָס טוט מען? זי װעט דאָך ניט פֿרעגן בײַם קװאַרטיראַנט: „װער איז אָט די װיעראַ פּ., װאָס איז אין אײַך אַזױ פֿאַרקאָכט?“... װאָרעם זי װעט דאָך דערמיט אַלײן אױסגעבן, אַז זי האָט זיך געפּאָרעט בײַ אים צװישן זײַנע פּאַפּירן... נאָר װאָס טוט מען? װאָס פֿאַר אַן עצה גיט מען זיך, מע זאָל דערגײן, װער איז אָט די װיעראַ פּ.?

אָט אַזױ האָט זיך נעבעך די מוטער געבראָכן דעם קאָפּ אומזיסט, װאָרעם זי זאָל זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר דען אײַנגעפֿאַלן אַזאַ זאַך, אַז די װיעראַ פּ. ― דאָס איז ניט מער און ניט װינציקער װי אונדזער העלדס אַ לײַבלעכע שװעסטער, װיעראַ פּאָפּאָװאַ?...

תּחילת האָט שׂרה חשק געהאַט נעמען דאָס בריװעלע צו זיך און װײַזן דער טאָכטער, װאָס װעט זי זאָגן דערױף? אפֿשר װײסט בעטי, װער איז אָט די װיעראַ פּ.? דערנאָך האָט זי זיך באַטראַכט, אַז ס'איז ניט כּדאַי זיך אָנהײבן מיט אַזאַ עזות־פּנים. בעטי קאָן איר אָפּשפּילן אַן ערבֿ־יום־טובֿ, למאַי זי קוקט אַרײַן אין פֿרעמדע בריװלעך, אַז זי זאָל האָבן צו געדענקען. און אַגבֿ האָט איר װײ געטאָן דאָס האַרץ, טאָמער װײסט בעטי גלײַך מיט איר, װער איז אָט די װיעראַ פּ., װעט זי נעבעך האָבן אַ פֿאַרשטערטן פּסח!

― נאַט אײַך אַ נײַעם שלימזל, אַ װיעראַ פּ. אױף מײַן קאָפּ! ― האָט שׂרה געזאָגט צו זיך אַלײן און פֿאַר גרױס האַרצװײטיק האָט זי געװאָלט זיך נוקם זײַן אין איר קװאַרטיראַנט און נעמען דאָס בריװל און פֿאַרברענען דאָס אין חמץ. און הלװאַי װאָלט זי דאָס טאַקע מקײם געװען. הלװאַי װאָלט זי פֿאַרברענט דאָס דאָזיקע בריװל מיטן טאָגביכל אינאײנעם, װאָלט זי אפֿשר אױסגעלײזט איר קװאַרטיראַנט פֿון אַן אומגליק, װאָס האָט געװאַרט אױף אים און געלױערט, װי מיר װעלן דאָס אין גיכן אַרױסזען באַשײַנפּערלעך.

דאָס פֿערציקסטע קאַפּיטל

סיאָמקע ― אַ כּפּרה־הינדל

אין דער צײַט, װען שׂרה האָט זיך געשלאָגן מיט דער דעה, צי זאָל זי אַרױסנעמען צוריק דאָס בריװעלע, װאָס זי האָט געפֿונען בײַם קװאַרטיראַנט אין טישקעסטל, צי נײן, האָט זיך געלאָזט הערן פֿון דרױסן אַ קלונג.

― אָט דאָס דאַרף זײַן אָדער דער קװאַרטיראַנט, אָדער בעטי, ― זאָגט שׂרה צו זיך אַלײן און לױפֿט אַראָפּ עפֿענען די טיר.

געקלונגען האָט דאָס אָבער ניט דער קװאַרטיראַנט און ניט בעטי, נאָר דװקא דער קלײנער סיאָמקע. ער איז הײַנט צוריקגעקומען פֿון גימנאַזיע פֿריִער װי אַלע מאָל.

― װאָס איז די מעשׂה?

מע האָט זײ נאָר־װאָס צעלאָזט אױף פּסח אַלעמען, די ייִדישע װי די קריסטלעכע קינדער, און סיאָמקע װאָלט באַדאַרפֿט, אײגנטלעך, קומען אַהײם מיט אַ גדולה, מיט אַ פֿרײד, װי געװײנלעך. צום סוף איז ער אַרײַנגעקומען אַ פֿאַרװײנטער, אַ צעקנײטשטער, אַ צעבײַלטער. און ער האָט אױסגעבראָכן אין אַ געװײן, אַ יאָמער, אַ קלאָג.

― גאָט איז מיט דיר! סיאָמקעניו, טײַערער מײַנער, װאָס װײנסט דו? אַ שלעכטע אַטעסטאַציע? - פֿרעגט אים די מוטער און איז שױן גרײט ברעכן די הענט.

נײן. דװקא אַ גוטע אַטעסטאַציע. דװקא סאַמע פֿינפֿן.

― װאָס־זשע װײנסט דו?

מע האָט אים געשלאָגן.

― װער?

די חבֿרים, די גימנאַזיסטן די קריסטלעכע פֿון די עלטערע קלאַסן. שױן אַרױסגײענדיק פֿון גימנאַזיע, נאָכדעם װי מע האָט זײ צעלאָזט, האָט מען אים אַװעקגעלײגט און מע האָט אים געהרגעט, געשלאָגן, אָט דאָ, און אָט דאָ, און אָט אָ דאָ...

― װײ איז דער מאַמע דײַנער! פֿאַרװאָס? פֿאַרװאָס האָט מען דיך געשלאָגן?

ער זאָל װיסן פֿאַרװאָס! פֿאַר טשיגירינסקין, האָבן זײ געזאָגט, שלאָגן זײ אים.

― פֿאַר װאָסער טשיגירינסקין?

― פֿאַר װאָלאָדקען, װאָס מיר האָבן אים געהרגעט, זאָגן זײ, אױף פּסח און אױסגעצאַפּט זײַן בלוט, זאָגן זײ, צוליב אונדזער מצה...

און סיאָמקע װײנט און כליפּעט און װישט זיך די אױגלעך מיט בײדע הענט, און די מוטער קנאַקט אױס אַלע פֿינגער און בטלט אױס אַלע בײזע, װיסטע, פֿינצטערע חלומות אױף אירע שׂונאימס קעפּ און אױף זײערע הענט און פֿיס, ― ביז עס קומט זיך צונױף די גאַנצע שטוב, פֿריִער דוד, דערנאָך בעטי (דער קװאַרטיראַנט איז געקומען שפּעטער פֿון אַלעמען), צום לעצטן חמצדיקן װאַרעמעס, װאָס װערט אָפּגעכאַפּט אױף גיך, בחיפּזונדיק, װי עס פּאַסט פֿאַר ערבֿ־פּסח, װען מע האָט קײן צײַט ניט און װען מע איז דערצו נאָך אױפֿגערעגט און מיט סכּנות בײז פֿאַרן קינד, װאָס איז אַזױ צעהרגעט און צעבײַלט געװאָרן, נעבעך גאָט די נשמה שולדיק. אַלע האָבן געפֿילט, אַז עס האָט זיך גענומען אױף זײ עפּעס אַן אומגליק, אַז אָט דער װאָלאָדקע מיט זײַן אומגעלומפּערט־שרעקלעכן טױט איז אַ שטראָף פֿון גאָט אױף אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן, און מער פֿון אַלעמען האָט זיך עס אױסגעגאָסן אױף זײ, אױף די שאַפּיראָס, װאָס גראָד זײ באַדאַרפֿן זיצן אין שכנות מיט אָט דער קירילעכען!... און אײנער אױפֿן אַנדערן האָבן זײ אַרױפֿגעלײגט, אָדער געװאָלט אַרױפֿלײגן, די גאָנצע שולד פֿון זײער באַקאַנטשאַפֿט מיט קירילעכען און מיט איר „משפּחטערע“.

דער ערשטער איז אַרױסגעטראָטן דוד שאַפּיראָ און איז אָנגעפֿאַלן אױף זײַן װײַב, למאַי זי פֿירט באַקאַנטשאַפֿטן מיט גױיִשע שכנים און שכנהטעס. ער װאָלט, זאָגט ער, אָפּגעזעסן דאָ נאָך צען יאָר, נאָך צװאַנציק יאָר, נאָך הונדערט יאָר ― און װאָלט זיך נישט געיאָגט שליסן קענטשאַפֿט מיט אַ שיכּור קירילע און מיט אַ שיכּורטע קירילעכע, און װאָלט ניט געװאָלט, זאָגט ער, אַז זײַן קװאַרטיראַנט זאָל לערנען מיט איר קדיש. װאָס פֿאַר מחותּנים, זאָגט ער, זענען זײ מיט אַ גױ קירילע? און צו װאָס דאַרף ער, אַז זײַן סיאָמקע זאָל שפּילן אין פֿערדלעך ניט מיט זײַן גלײַכן? ― און נאָך אַ סך טענות און פּרעטענזיעס האָט דוד צו זײַן װײַב און צו זײ אַלעמען.

― שױן? האָסט שױן געקאָנטשעט, צי נאָך ניט? ― מאַכט צו אים שׂרה. ― דו װעסט מיך אַמאָל אױך לאָזן אױסרעדן אַ װאָרט, צי נײן?

― פֿאַרװאָס ניט? פֿון מײַנעט װעגן ― אַפֿילו צען טױזנט װערטער.

― אױב אַזױ ― מאַכט צו אים שׂרה ― דאַרף איך דיר דערצײלן אַ נײַעס, אַז דו ביסט אַ שאַפּיראָ, אַ שאַלאָװילע, אַ קוריערסקי פּאָיעזד!

― מזל־טובֿ! ― זאָגט איר דוד און פֿאַרבײגט זיך.

― מיט מזל זאָלסט דו לעבן! ― ענטפֿערט אים שׂרה און ענדיקט איר געדאַנק: ― װען דו זאָלסט ניט זײַן קײן שאַפּיראָ און קײן שאַלאָװילע און קײן קוריערסקי־פּאָיעזד, װאָלסט דו געװוּסט, אַז די גאַנצע קענטשאַפֿט מיט קירילעכען װאַקסט פֿון דײַן טאָכטער, און דעם פּלאַן, אָן דער קװאַרטיראַנט זאָל לערנען מיט קירילעכעס זונדל, װײס איך ניט, װער ס'האָט אױפֿגעגעבן. מיר דאַכט, אַז דאָס שטאַמט טאַקע פֿון ראַבינאָװיטשן אַלײן...

אױף די רײד קומט אָן דער קװאַרטיראַנט און, דערהערט, אַז מע דערמאַנט דעם נאָמען ראַבינאָװיטש, קוקט ער אױף בעטין און פֿרעגט מיט די אױגן: „װעגן װאָס, אײגנטלעך?“...

― האָסט אַ טעות, מאַמע, ― שטעלט זיך אַרױס בעטי און רעדט אױף רוסיש, בכדי דער קװאַרטיראַנט זאָל אױך פֿאַרשטײן: ― דעם פּלאַן, אַז ראַבינאָװיטש זאָל מאַכן די אוראָקן מיט װאָלאָדקען, האָט אױפֿגעגעבן דװקא סיאָמקע. סיאָמקע האָט זיך באַרימט פֿאַר װאָלאָדקען מיט די פֿינפֿן, װאָס ער ברענגט פֿון גימנאַזיע, האָט אים װאָלאָדקע געזאָגט, אַז װען ער װאָלט האָבן אַ רעפּעטיטאָר, אַזױ װי סיאָמקע, װאָלט ער אױך געבראַכט פֿינפֿן אַהײם פֿון זײַן אוטשילישטשע училище: שול װאָלט אים אפֿשר דער שטיפֿטאַטע אַזױ ניט געשלאָגן. האָט זיך סיאָמקע אױף אים דערבאַרעמט און צוגעשטאַנען צו ראַבינאָװיטשן, אַז ראַבינאָװיטש זאָל זיך נעמען לערנען מיט זײַן חבֿר װאָלאָדקע כאָטש אַ האַלבע שעה אין טאָג. װאָס? אפֿשר ניט אַזױ, סיאָמקע?

― צו װאָס באַדאַרפֿסט דו עדות? מע גלױבט דיר אַזױ אױך, אָן אַ גבֿית־עדות, ― זאָגט איר די מוטער, װאָס איז דעם פֿרימאָרגן אָנגעשטאָלן אױפֿן קװאַרטיראַנט מיט סכּנות פֿאַרן שײנעם בריװעלע, װאָס זי האָט אױסגעטרײסלט בײַ אים הײַנט אין טישקעסטל, ― זי האָט שױן גאָר פֿאַרגעסן אַפֿילו די מומע די מיליאָנערשע... און אױף דער טאָכטער איז זי געװען בײז, למאַי זי נעמט זיך אָן דעם קװאַרטיראַנטס קריװדע און לײגט אַרױף די גאַנצע באָד אױפֿן אומגליקלעכן סיאָמקע. טאָמער איז קאַרג, הײסט עס, די קלעפּ, װאָס דאָס קינד האָט נעבעך הײַנט געכאַפּט, באַדאַרף מען נאָך צושטעלן אים אַ בענקעלע פֿאַרן משוגענעם טאַטן...

און כּך הוה. אַזױ װי זי האָט געטראָפֿן. דוד האָט מער ניט באַדאַרפֿט נאָר האָבן אױף װעמען אױסצולאָזן דעם כּעס, האָט ער גענומען עסן און טאָטשען דעם „קלײנעם װעװריק“, אים דערגײן די יאָרן מיט װערטער און מיט מוסר: „אַ מיצװה! לאָז אַ ייִנגעלע װיסן, מיט װעמען צו פֿירן חבֿרשאַפֿט און אױף װעמען צו האָבן רחמנות... געבענטשט זאָלן זײַן די הענט, װאָס האָבן אים געשלאָגן“... און נאָך אַזעלכע װערטער האָט דער פֿאָטער אַרײַנגעזעצט אינעם אומשולדיקן סיאָמקען, װאָס האָט איבער אַ נײַעס אָנגעהױבן װײנען און כליפּען.

סיאָמקען איז, אַ פּנים, באַשערט געװען, אַז הײַנטיקן טאָג זאָל ער זײַן דאָס כּפּרה־הינדל בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב, װוּ די אַטמאָספֿערע איז געװאָרן אַלע מאָל געדיכטער, גלײַך װי שװאַרצע װאָלקנס האָבן זיך פֿון ערגעץ אָנגערוקט אױף איר, אַזעלכע װאָלקנס, װאָס מוזן זיך ענדיקן מיט אַ שטורעם, מיט אַן אױסגאָס... אַלע האָבן עס אין דער דאָזיקער שטוב כּמו װי געפֿילט און אַלע זענען געװען צעקאָכט אין דער דאָזיקער שטוב, און מער פֿון אַלעמען ― דער קװאַרטיראַנט. אים אַז מע האָט בײַם חמצדיקן װאַרעמעס דערצײלט אַקוראַט די מעשׂה, װי אַזױ מע האָט הײַנט געשלאָגן סיאָמקען, ― האָט ער אַװעקגעװאָרפֿן דאָס עסן. עס האָט אים אױפֿגעטראָגן! זינט ער איז בײַ די שאַפּיראָס אױף דער קװאַרטיר, געדענקען זײ ניט, ער זאָל זײַן װען אין כּעס. תּמיד אַזאַ װײכער און אַזאַ ליבער, איז ער מיט אַמאָל געװאָרן מלא רציחה. די אױגן האָבן זיך אים עפּעס װי איבערגעקערט. דאָס פּנים איז געװאָרן רױט. די געדיכטע שװאַרצע האָר פֿון קאָפּ האָבן זיך אים אױפֿגעשטעלט, אױסגעזען װי אַ גריװע, און ער אינגאַנצן האָט אױסגעזען עפּעס מאָדנע, טאַקע נאָר װי אַ צערײצטע חיה.

― איך װעל עס ניט פֿאַרשװײַגן! ― האָט ער געדונערט און געבליצט. ― אָט לױף איך אַװעק גלײַך צום אינספּעקטאָר, צום דירעקטאָר, און מאַך זײ אַ װיסטן סוף! איך װעל זײ איבערקערן די גימנאַזיע מיטן קאָפּ אַראָפּ!

― ששש... ניט געכאַפּט און ניט געלאָפֿן און ניט איבערגעקערט קײן גימנאַזיעס! ― רופֿט זיך אָן דוד שאַפּיראָ און רירט אָן דעם קװאַרטיראַנט דעם עלנבױגן. - מיט אײַער לױפֿן און מיט אײַער פּילדערן װעט איר גאָרנישט מאַכן. מיר זענען ייִדן, זײ זענען גױים, פֿאַרפֿאַלן!

דער קװאַרטיראַנט װיל זיך אָבער ניט באַרויִקן.

― װאָס הײסט, ס'איז פֿאַרפֿאַלן? ס'איז ניט פֿאַרפֿאַלן! אַזאַ זאַך קאָן מען ניט פֿאַרשװײַגן!

― כאַ־כאַ, ניט פֿאַרשװײַגן! און אַז איר װעט שרײַען, װאָס װעט איר פּועלן? ― פֿרעגט אים איבער דוד מיט אַ געלעכטער, מיט אַ געלעכטער פֿון יאַשטשערקעס. ― איר װעט נאָר פּועלן אײן זאַך: אַז דעם „קלײנעם װעװריק“ װעט מען בעטן מחילה פֿון גימנאַזיע אַרױס ― און מיר װעלן בלײַבן אָן אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע... אָט צו װאָס איר קאָנט זיך דערשפּילן!

דער קװאַרטיראַנט קוקט אױפֿן בעל־הבית מיט פֿאַרחידושטע אױגן, און דער בעל־הבית שטעלט זיך אָפּ און רעדט װײַטער:

― איר קוקט מיך אָן? ― איך װײס, װאָס איך רעד! גלױבט מיר, אַז איך װײס. בײַ אײַך איז דאָס אַ שפּילעכל: יאָ פּראַװאָזשיטעלסטװע, ניט פּראַװאָזשיטעלסטװע. פֿאַר נױט הײבט איר אײַך אױף ― און זײַט מיר געזונט. װעמען האָרכט איר? און איך האָב עס פֿײַנט: איך װיל ניט, פֿאַרשטײט איר מיך, אַז פּאָליציע זאָל זיך מיט מיר ניאַנטשען. גענוג. ס'איז מיר שױן נימאס געװאָרן. די פּראַװאָזשיטעלסטװע ליגט מיר שױן אָט אָ דאָ!...

דוד שאַפּיראָ באַװײַזט מיט דער האַנט אױפֿן האַלדז און נאַקן, פֿון הינטן. פֿאַרװאָס איז בײַ אים אױסגעקומען, אַז די „ פּראַװאָזשיטעלסטװע“ דאַרף ליגן בײַ אים אױפֿן האַלדז און נאַקן, פֿון הינטן ― איז שװער צו פֿאַרשטײן. נאָר נאָך די דאָזיקע רײד בלײַבט דער קװאַרטיראַנט אָן װערטער.

„אַז מענטשן האָבן נאָר אײן זאַך אױפֿן קאָפּ ― „פּראַװאָזשיטעלסטװע“― קאָן עפּעס זײַן גוט?“ ― טראַכט ער זיך, זעצט זיך אַװעק צוריק, און דוד שאַפּיראָ הערט ניט אױף צו דרשען:

― מיר זאָלן װעלן, הערט איר, קוקן אױף די זאַכן און זיך נעמען צום האַרצן איטלעכס מאָל, װאָס מע שלאָגט אונדז און מע באַרעדט אונדז און מע מאַכט אונדז מיט דער בלאָטע גלײַך, װאָלטן מיר, נו־נו, באַדאַרפֿט אָדער ליגן אױפֿן פּנים כּסדר און װײנען, אָדער האַלטן אין אײן שרײַען „שמע־ישׂראל“ און אין אײן גװאַלדעװען, אַז מע באַלײדיקט אונדז. מיר דאַכט, אַן מע באַדאַרף שױן קײן גרעסערע באַלײדיקונג פֿון דעם, װאָס עס װערט אױף אונדז אױסגעהאַװקעט אין דער דומע אין אײן טאָג... אָדער צי דאַרף מען נאָך אַ בעסערע באַלײדיקונג פֿון דעם, װאָס מע שרײַבט די לעצטע טעג אױף די בלעטער אַזױ פֿיל פּאַסקודסטװע אױף אונדז װעגן בלוט, אַז עס שלאָגט שױן צו דער גאַל - טפֿו!

ראַבינאָװיטש װיל אױך אַרײַנשטעלן אַ װאָרט, לאָזט ער זיך ניט. דוד שאַפּיראָ, אַז ער צערעדט זיך, איז געפֿערלעך.

― װאָס װעט איר מיר זאָגן? װאָס װעט איר מיר דערצײלן מעשׂיות? איך װײס פֿריִער, װאָס איר װעט מיר זאָגן. איר װעט זאָגן דאָס, װאָס אַלע מאָל: „מענטשלעכקײט“, „מענטשן־ערע“... איך װײס עס, גלױבט מיר, גלײַך מיט אײַך. איר זענט אַװדאי זײער גערעכט און ס'איז אַװדאי אַ פֿאַרדראָסיקע זאַך. ובפֿרט נאָך, אַז מע פֿאַלט אָן אױף אַ קינד, װאָס איז גאָט די נשמה שולדיק. אַלצדינג גוט און שײן און פֿײַן. מיר טאָרן אָבער ניט פֿאַרגעסן, אַז מיר זענען ייִדן און אַז מיר לעבן אין אַ ביטערער צײַט... עס װעט איבערגײן, גלױבט מיר, עס װעט איבערגײן. עס װעט נאָך קומען אַ צײַט, װאָס זײ װעלן חרטה האָבן. אָט װעט איר זען!... און ער? סיאָמקע? מילא! ער װעט, אם ירצה שם, אױסװאַקסן, װעט ער פֿאַרגעסן... װי איר זעט מיך אַ ייִדן, אַז ער װעט עס פֿאַרגעסן. װי זאָגט מען עס בײַ אונדז: „ביז דער חתונה װעט זיך עס פֿאַרהײלן“...

ראַבינאָװיטש זעט, אַז ס'איז אַרױסגעװאָרפֿן.. ער װעט דעם דאָזיקן מענטשן ניט איבעררעדן. „אַ מאָדנע מענטש! אַ מאָדנע פֿאָלק אָט דאָס ייִדישע פֿאָלק מיט אַ מאָדנער פּסיכאָלאָגיע!“...

― נו, גענוג דיר שױן צו װײנען און צו קלאָנען, מײַן טײַערער מעדאַליסט. ביז װאַנען איז דער שיעור? ― זאָגט שאַפּיראָ צו סיאָמקען, װאָס װױנט זיך איבער―אַ־נײַעס, װערט שיִער ניט צעגאָסן פֿאַר געװײן. ― נאַרעלע! גאָט װעט זיך מיט זײ אָפּרעכענען פֿאַר דיר און פֿאַר מיר און פֿאַר אונדז אַלעמען. ער איז אַ בטוח, באַרעלע. ער, אַז ער װיל, קאָן ער. דו טו דיך אָן, נאַרעלע, און קום בעסער מיט מיר אַרױף אױף דער „אַלעקסאַנדראָװסקע“, נאַרעלע, װעל איך דיר קױפֿן נײַע שטיװעלעך אַ פּאָר אױף יום־טובֿ, און פֿון דאָרטן װעלן מיר זיך אַראָפּכאַפּן אין קעלער אַרײַן נאָך װײַן אױף אַרבע כּוסות...

דערהערט „נײַע שטיװעלעך אױף יום־טובֿ“ און „װײַן אױף אַרבע כּוסות“, װערט סיאָמקע אַן אַנדער קינד. דעם געשמאַק פֿון נײַע שטיװעלעך אױף יום־טובֿ און דעם טעם פֿון גײן מיטן טאַטן אין קעלער אַרײַן נאָך װײַן אױף אַרבע כּוסות געדענקט ער נאָך פֿון פֿאַראַיאָרן און פֿון פֿאַר צװײ יאָרן און פֿון פֿאַר דרײַ יאָרן. און ער הײבט זיך אױף פּאַװאָלינקע פֿונעם אָרט און, כליפּענדיק, װישט ער מיט אַלע פֿינגער די אונטערגעשװאָלענע אױגלעך מיטן רױטן נעזל, און איז שױן גרײט צו פֿאַרגעסן די טרערן, מיט די קלעפּ, מיטן בזיון, מיט אַלע מיט אַנאַנדער. „אַ קינד בלײַבט אַ קינד, מיר פֿאַר זײַנע בײנער!“ ― טראַכט זיך די מוטער, װאָס קושט אים און העלפֿט אים מיט איר פֿאַרטעך אױסװישן זיך דאָס ליכטיקע פּנים מיט די לעצטע טרערן, װאָס הענגען אים נאָך אױף די לאַנגע ברעמען, װי קלײנע טראָפּנס טױ אין אַ זומערדיקן פֿרימאָרגן, בעת די זון גײט אױף... און דער פֿאָטער הערט נאָך אַלץ ניט אױף צו רעדן. ער האָט אױך רחמנות אױף זײַן קינד, אפֿשר ניט װינציקער װי די מוטער. ער װיל עס אָבער ניט אַרױסבאַװײַזן און נעמט זיך דאָס דאָזיקע געפֿיל פֿאַרטרינקען אין װערטער:

― נו? געגאַנגען זאָל װערן! ― זאָגט ער צו סיאָמקען און טרײַבט מיט אים קאַטאָװעס. ― גיך און געשװינד, װאָרעם ס'איז ערבֿ יום־טובֿ. נאַרעלע, מע קאָן נאָך דאָרטן אױסקױפֿן אַלע שטיװעלעך און חלילה גיט איבערלאָזן פֿאַר אונדז קײן טראָפּן װײַן אױף אַרבע כּוסות.

דאָס אײן און פֿערציקסטע קאַפּיטל

װער איז גערעכט?

אַרײַנשלעפּן דעם פּסח אין שטוב אַרײַן - איז ניט אַזאַ גרינגע זאַך, װי עס װײַזט זיך אױס אױפֿן ערשטן קוק. און װער שמועסט, אין געמײנעם גראַד, װוּ ס'איז ניטאָ קײן איבעריקע הענט ― קומט עס אָן זײער שװער, טאַקע ממש כּקריעת־ים־סוף. און דאָך קאָן זיך שׂרה שאַפּיראָ באַרימען, אַז זי איז מיטן פּסח פֿאַרטיק געװאָרן באַצײַטנס, מע קאָן זאָגן, נאָך גאָר פֿאַר פֿרי. די זון האָט נאָך אַפֿילו ניט געקליבן זיך אונטערגײן. אַ סך בעל־הביתטעס אין איר גראַד, װאָס אַרבעטן, אַזױ װי זי, אַלײן, אָן דינסטן, האָבן נאָך געהאַלטן גאָר פֿון פֿאָרנט, און בײַ איר איז שױן געװען כּמעט אינגאַנצן פּסחיק, כאָטש נעם און זעץ זיך אַװעק צום סדר. אַלצדינג איז דאָ געװען רײן אַזױ װי גאָלד. אַלעס האָט שעמערירט און געפֿינקלט און אַרױסגעזונגען פֿון אַלע װינקעלעך. דער טיש איז שױן געװען איבערגעצױגן מיט אַ שנײ־װײסן טישטעך. די לײַכטער מיט די בענטשליכט זײַנען שױן געװען גרײט. אױך די קערה מיט די מצות און דער װײַן, װאָס דוד שאַפּיראָ מיטן זון האָבן געבראַכט צו טראָנען פֿון קעלער, אָנגעטאָן אין די גרינע און רױטע קאַפּסולן, זענען שױן געשטאַנען אױפֿן טיש. אַפֿילו דער מרור מיטן חרוסת האָבן זיך שױן געלאָזט הערן אין נאָן אַרײַן מיט זײער שאַרפֿן ריח פֿון פֿרישן נאָר־װאָס אָנגעריבענעם כרײן.

שׂרה אַלײן איז געװען נאָך האַלב יום־טובֿדיק אָנגעטאָן, געשטאַנען מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל אין קיך, פֿאַרקלאַפּט מיט אײער די צוגעפֿירטע מצה־מײַל, װאָס זי האָט נאָר־װאָס געקליבן זיך אױסגיסן אױף אַ הײסער מיט שמאַלץ אָנגעשמירטער סקאָװערדע ― מאַכן לאַטקעס, די אמתע כּשרע פּסחיקע לאַטקעס, געפּרײגלט אױף פּסחיקער גענדזנשמאַלץ, „עס מעג זײ עסן דער מלכות“.

דוד איז נאָר־װאָס געקומען פֿון מרחץ, רױט װי אַ צװיק, שטאַרק אַרומגעשױרן די פּאות מיט די װאָנצעס און פֿאַרבײַגײענדיק פֿאַרכאַפּט דאָס בערדל אױך אַ ביסל (ער איז ניט שולדיק: דאָס האָט דער צירולניק אױף זײַן אײגענע אַחריות אים אַ ביסל צורעכט געמאַכט, ס'זאָל אױסקומען לײַטן־גלײַך). איצט איז דוד געװען בײַ זיך אין אַלקער, אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך די װאָכעדיקע קלײדער און אַרײַן אין יום־טובֿ אַרײַן. אין דער מינוט האָט ער געהאַלטן בײַם אױבערשטן העמד מיטן נײַעם שניפּס. און װײַל דוד איז אַ מענטש, װאָס האָט ליב, װי מיר װײסן, אַלצדינג זאָל זײַן אָפּגעטאָן אױף דער גיך, האָט דעריבער נישט דאָס אױבערשטע שטאַרק אָנגעקראָכמאַליעטע העמד, נישט דער נײַער שניפּס בשום אופֿן נישט געװאָלט זיך אונטערגעבן. זײ האָבן צײַט. איז דוד געװען אױף זײ אש־להבֿה ― ער זאָל זײ קאָנען צערײַסן!

אין צװײטן אַלקערל איז געװען בעטי. זי האָט זיך געמאַכט אַ נײַע פֿריזורקע לכּבֿוד יום־טובֿ. און דאָס איז געװען אַן עבֿירה פֿאַר גאָט. נעמען אַזעלכע האָר, װי די נאַטור האָט זי געבענטשט, און פֿאַרבײַטן זײ אױף דער שװאַרציאָר װײסט װעמענס האָר ― פֿע! נאָר װאָס װעט איר טאָן מיט דער מאָדע? װער װעט זיך עס אײַנשטעלן גײן אַקעגן שטראָם?... נאָר אײן סיאָמקע איז שױן געװען פֿאַרטיק אָנגעטאָן אין זײַן גאַנצער אוניפֿאָרם מיט די גלאַנצנדיקע זילבערנע קנעפּ און אין די נײַע שטיװעלעך, װאָס מע האָט אים געקױפֿט אױף פּסח און װאָס זענען געװען אַ רפֿואה, אַ באַלזאַם צו די קלעפּ, װאָס ער האָט הײַנט אין דער פֿרי געכאַפּט פֿון זײַנע חבֿרים. פֿילנדיק אױף זיך די דאָזיקע נײַע שטיװעלעך, װאָס שמעקן נאָך מיט שוסטער, און צוהערנדיק זיך צום ריח־ניחוח פֿון דער פּסחיקער שמאַלץ, װאָס האָט זיך געפּרײגלט בײַ דער מאַמען אױף דער אָנגעגליטער סקאָװערדע, און אַרײַנקוקנדיק אין דער „הגדה של פּסח“, װאָס װערט אַרױסגענומען בײַ זײ פֿון צװישן די פֿאַרשטױבטע ספֿרים אַלע פּסח, ― האָט שױן סיאָמקע כּמעט גאָר פֿאַרגעסן, אַז מע האָט אים װען ס'ניט איז אַפֿילו אָנגערירט מיט אַ פֿינגער, כאָטש אַפֿילו, מע זאָל זיך שטאַרק צוקוקן, װאָלט מען נאָך איצט אױך געקאָנט זען סימנים, בלױלעכע צײכנס אונטער די אױגן... נאָר אַז מע האָט אַזעלכע שײנע נײַע שטיװעלעך, און עס לאָזט זיך הערן אַ ריח־ניחוח פֿון די פּסחיקע לאַטקעס, װאָס מע װעט באַלד אױפֿגעבן, און בײַנאַכט שטײט פֿאָר אַ סדר, און די פֿיר קשיות קען ער אױסװײניק, און אין קעשענע ליגט אַן אַטעסטאַציע פֿון גימנאַזיע מיט סאַמע פֿינפֿן, און פֿאַר די אױגן געפֿינט זיך אַזאַ שײנע „הגדה של פּסח“, ― איז אַ חידוש, אַז עס האָבן זיך אים פֿאַרהײלט אַלע װוּנדן? מיר דאַכט, אַז מע זעט פֿאַר זיך נאָר אַזאַ הגדה אַלײן, איז שױן אַ כּפּרה אַלעס אױף דער װעלט.

די „הגדה של פּסח“, װאָס סיאָמקע האָט זיך אין איר אַזױ פֿאַרטיפֿט, איז געװען ניט גלאַט אַזױ אַ הגדה פֿון יענעם מין הגדות, װאָס מע קריגט זײ פֿאַר אַ דרײער בכל תּפֿוצות ישׂראל. נײן. דאָס איז געװען אַן אַלטע הגדה, אַ ירושה בײַ שאַפּיראָן פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, מיט אַלע ל″ב פּירושים און מיט בילדער און אילוסטראַציעס. זי פֿאַרדינט דעריבער, מען זאָל איר שענקען אַ פּאָר װערטער, ובפֿרט אַז די דאָזיקע הגדה האָט זיך דערלעבט אַזאַ כּבֿוד, אַז פּאָליציע־לײַט האָבן זיך מיט איר אַרומגעטראָגן און עקספּערטן האָבן זי שטודירט, װי מיר װעלן דאָס גאָר אין גיכן אַרױסזען פֿון די װײַטערע קאַפּיטלעך פֿון אונדזער ראָמאַן.

דאָס הײסט, אײגנטלעך, איז פֿון דער הגדה אַלײן גאָר ניטאָ װאָס צו זאָגן, אַ הגדה װי אַלע הגדות: מיטן „מה נשתּנה“, מיטן „עבֿדים הײנו“, מיטן „לפֿיכך“ און מיטן „חד גדיא“. דער עיקר זענען דאָ נאָר די בילדער. אמת, מע קאָן ניט זאָגן, אַז די בילדער זאָלן זײַן אַי־אַי־אַי. געאַרבעט אױף זײ האָבן, אַ פּנים, ניט די ערשטע קינסטלער פֿון דער װעלט, אַזױ אַז פּרעה מלך פֿון מצרים, װאָס איז אױסגעמאָלט אױפֿן ערשטן בלעטל, װאָלט גיכער אָנגעשטאַנען זײַן אַ קצבֿ אײדער אַ קיסר, און משה רבינו מיטן שטעקן האָט אױסגעװיזן װי אַן עכטער פֿאָניע, און זײַן ברודער אַהרן הכּהן ― װי אַ גלח. יוסף הצדיק האָט געהאַט אַ מײדלש פּנים, און פּוטיפֿרע האָט, פֿאַרקערט, געכאַפּט דעם אָפּבליק פֿון אַ מאַנסביל... דערפֿאַר זענען אָבער די עשׂר מכּות געװען צעמאָלט אױפֿן שענסטן אופֿן: „דם“ און „צפֿרדע“ און „כּינים“ ― אַלצדינג אַזױ נאַטירלעך, אַזױ ראַיעל... אױך די פֿיר „בנים“ זענען געװען אױסגעמאָלט פֿײַן, און בעסער פֿון אַלע - דער „חכם“. דאָס הײסט, פֿון זײַן פּנים איז קײן באַזונדערע חכמה נישט געװען אַרױסצוזען, האָט זיך אָבער דער קינסטלער געקליגט אים אױסצומאָלן מיט אַ פֿינגער אױפֿן שטערן, צו באַװײַזן, אַז ער איז אַ מענטש אַ בעל־מוח. אױך דער „רשע“ האָט זיך מיט זײַן רישעות ניט אַרױסבאַװיזן גאָרניט. פֿאַרקערט, אַ פּנים דװקא אַ חנעװדיקס, אַ נעבעכל. אַ גליק, װאָס אונטן איז געשטאַנען מיט גרױסע אותיות: רשע. אַניט װאָלט מען זיכער מײנען, אַז ער איז ניט קײן רשע, נאָר אַ צדיק... דער,„תּם“, מיטן „שאינו יודע לשאול“ זענען געװען װי אײן מאַמע האָט זײ געהאַט.. בײדע קורנאָסע און בײדע דעם קאָפּ אױף אַ זײַט און בײדע צענומען די הענט, גלײַך װי זײ װאָלטן זאָגן: „װאָס װײסן מיר? מיר זענען אידיאָטן. מיר װײסן גאָרניט“...

דער גאַנצער אַנטיק פֿון די אילוסטראַציעס איז געװען די „עקידה“, דאָס הײסט, אַ בילד, װי אַזױ אַבֿרהם אָבֿינו פֿירט זײַן אײן־און־אײנציקן זון יצחק צו דער עקידה, כאָטש אַפֿילו אין פֿלוג איז עס אַ שטיקל קשיא: װי קומט אַהער, אין פּסחיקער הגדה, גאָר די עקידה פּלוצעם אין מיטן דערינען? און װאָס איז עפּעס אױסגעקומען דעם קינסטלער אױסצומאָלן אונדזער ערשטן גוטן פּאַטריאַרך עפּעס טאַקע נאָר װי אַ כוליגאַן, כאָטש אַפֿילו אין שיך און זאָקן, מיט אַ גרױסן אַרבע־כּנפֿות, און פּאות לאַנגע, װאָס גאָט װײסט, אױב מע האָט אַזעלכע פּאות גאָר געטראָגן אין אַבֿרהם אָבֿינוס צײַטן? און װאָס איז אים עפּעס אױסגעקומען געבן אַבֿרהם אָבֿינון אין האַנט אַרײַן ניט קײן חלף, נאָר אַ קאַװקאַזער שטעכמעסער, מיט װעלכן ער איז גרײט דורכצושטעכן דעם אומשולדיקן יצחקס האַלדז דורך און דורך?

די אַלע קשיות, װאָס מיר פֿרעגן, האָבן אָבער נישט אָנגעקערט סיאָמקען אױף קײן האָר. אַדרבה, ער האָט אָנגעקװאָלן פֿון אַלע בילדער, און בעסער פֿון אַלעם איז אים געפֿעלן דװקא די „עקידה“ ― און גײט טוט אים עפּעס! עס האָט זיך אים אױסגעװיזן ― װאָס קען שױן, דאַכט זיך, זײַן שענער פֿון דעם? און סיאָמקע דערמאַנט זיך, װאָס ער האָט געלערנט מיטן ייִדישן רבין אין חומש: װי אַזױ גאָט האָט געװאָלט אױספּרוּװן אַבֿרהמען, האָט ער אים געהײסן ברענגען פֿאַר אַ קרבן זײַן „אײן־און־אײנציקן בן־יחיד“, און נאָכדעם, װי אַזױ אַבֿרהם האָט אים גענומען מיטן האָלץ און פֿײַער און מיטן שעכטמעסער, און װי אַזױ יצחק פֿרעגט זיך נאָך בײַם טאַטן אױפֿן שעפֿעלע, און װי אַזױ דער טאַטע בינדט דעם זון, נעמט דאָס מעסער און װיל שױן מאַכן כיק, ― קומט צו פֿליִען אָ מלאך פֿון גאָט, און סיאָמקעס האַרץ, װאָס האָט געקלאַפּט טיק־טאַק, טיק־טאַק, װי אַ זײגערל, באַרויִקט זיך, די טרערן, װאָס זענען דעמאָלט אים געשטאַנען אין די אױגן, װערן אין אײן כּהרף־עין אױסגעטריקנט, און סיאָמקע איז זיך מחיה, װאָס גאָט האָט ניט דערלאָזט אַזאַ זאַך...

קוקנדיק אױפֿן דאָזיקן בילד, לעבט איבער סיאָמקע נאָך אַ מאָל די אײגענע געפֿילן, װאָס דעמאָלט: רחמנות אױף יצחקן, די מורא פּאָר אַבֿרהמען, ער זאָל אים חלילה ניט קױלן, און פֿרײד, װאָס דער מלאך איז געקומען באַצײַטנס און ניט דערלאָזט אַזאַ זאַך... און ער מישט אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, און ער קװעלט פֿון דער אַלטער הגדה מיט די שײנע זעלטענע אילוסטראַציעס, און ער פֿילט זיך יום־טובֿדיק, װי אַלע האָבן זיך דאָ געפֿילט, אױסער אײן מענטשן אין דער דאָזיקער שטוב, ― דאָס איז געװען דער קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש.

ראַבינאָװיטש איז געזעסן בײַ זיך אין זײַן צימער פֿון נאָכן חמצדיקן װאַרעמעס אָן איבער דער ליטעראַטור פֿון עלילת־דם, װאָס דער רבֿ האָט אים הײַנט אין דער פֿרי אױסגעליִען, געלײענט, װי אַזױ ייִדן „געברױכן קריסטלעך בלוט אױף פּסח אין זײער מצה“; מיט אײנעם װאָרט, ראַבינאָװיטש האָט שטודירט „הלכות ריטואַל“... אָנגעלײענט זיך װי אַ פּױק מיט די שײנע בלוטיקע פּראָצעסן, װאָס זענען פֿאָרגעקומען אין גראָדנע, אין װעליזש, אין באָריסאָװ, אין סאַראַטאָװ און אין אַנדערע שטעט, װוּ אַן אױסגעלאָזענע שיקסע אָדער אַ געשמדטער אונטער־אָפֿיציר זענען געװען די אײנציקע עקספּערטן און די אײנציקע באַגלױבטע עדות־זאָגער, װי אַזױ ייִדן זענען זיך נוהג מיטן צאַפּן בלוט פֿונעם געהרגעטן קריסט ערבֿ־פּסח בײַ די מצות באַקן, און נאָך אַזעלכע שײנע מעשׂיות, װוּ איטלעכס בלעטל און יעדער שורה שרײַט : „שקר־וכּזבֿ!... שאַנטאַזש!... דומהײט... פּראָװאָקאַציע!“... ― כאַפּט ער זיך אױף, גײט זיך דורך אַ פּאָר מאָל הין און צוריק איבערן חדר, גלעט זיך די צעפּאַטלטע האָר, זעצט זיך אַװעק צוריק, נעמט אַרױס דאָס „טאָג־ביכל“ און שרײַבט אַרײַן די דאָזיקע װערטער: „הײַנטיקער טאָג איז בײַ מיר אַװעקגעגאַנגען כּמעט אינגאַנצן אױפֿן ריטואַל... <<איך האָב הײַנט גע<<... און איז אָפּגעהאַקט געװאָרן סאַמע אין אָנהײב װאָרט. װאָרעם עס האָט זיך פּלוצעם דערהערט אַזאַ מוראדיקער קלונג פֿון אונטן, אַז די פּען איז בײַ אים אַרױסגעפֿאַלן פֿון די פֿינגער. דאָס איז געװען יענער באַקאַנטער קלונג, װאָס לאָזט זיך הערן אין דער דאָזיקער שטאָט, װי מײַ האָבן שױן אײן מאָל באַמערקט, נאָר בעת עס ברענט און מע דאַרף ראַטעװען די נפֿשות, אָדער בעת עס איז אַן „אָבלאַװע“ אױף ייִדן.

דוד שאַפּיראָ, װעלכער איז אױף דעם קלונג מער מבֿין פֿון אַלעמען, האָט גלײַך אַ זאָג געגעבן: „פּאָליציע!“, און האָט געכאַפּט אױף זיך די קאַפּאָטע און געװאָלט לױפֿן אַראָפּ, האָט אים שׂרה אָפּגעהאַלטן און, װי געװײנלעך, געװאָלט איבערשפּאַרן:

― װאָס לױפֿסטו? נאַ דיר גאָר פּאָליציע! װאָס איז עפּעס אין מיטן דערינען דיר אײַנגעפֿאַלן „פּאָליציע? מיר דאַכט, אַז זינט די װעלט שטײט, איז אַ מינהג, אַז אַן אָבלאַװע מאַכט מען בײַנאַכט, גיט בײַטאָג.

― אַ משל, דעריבער גײען די קאַטשקעס באָרװעס! פֿון װאַנען װײסטו, אַזש אַן אָבלאַװע?

― װאָס דען? גוט־יום־טובֿ בעטן איז מען צו דיר געקומען פּלוצעם אין מיטן דערינען ערבֿ־פּסח פֿאַרן סדר?

― אַן אַקציע מיט דער ייִדענע! אומעטום באַדאַרף זי אַרױסװײַזן, אַז זי איז אַ בהמה! האַסט דו געהערט אַ ביסל! אַז איך זאָג פּאָליציע, איז פּאָליציע!

עס װײַזט אױס, אַז די, װאָס זענען געשטאַנען בײַ דער טיר, האָבן קײן צײַט נישט געהאַט צו װאַרטן, בין מאַן און װײַב װעלן זיך אַמאָל אױסטענהן, װאָרעם עס האָט זיך באַלד דערהערט אַ צװײטער קלונג נאָך אַ שטאַרקערער פֿונעם ערשטן, אַזאַ קלונג, װאָס דאַכט זיך אױס, אַז ער װעט שױן קײנמאָל ניט אױפֿהערן. און דער בעל־הבית מיטן קװאַרטיראַנט האָבן זיך בײדע, יעדער פֿון זײַן צימער, געלאָזט לױפֿן אַראָפּ פֿון די טרעפּ, שיִער ניט אומגעװאָרפֿן אײנער דעם אַנדערן; בײדע זענען זײ געלאָפֿן װאָס גיכער עפֿענען די טיר ― און שטעלט אײַך פֿאָר אַ שײנס! געטראָפֿן האָט דאָך טאַקע ער, ניט זי! װאָס דען? ער איז אַ נאַר אַ ייִנגעלע? אַז ער זאָגט דיר פּאָליציע, איז פּאָליציע...

און דוד שאַפּיראָ, כאָטש ער איז געװען אַזױ, אַז אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד אַרײַן, האָט נאָך פֿונדעסטװעגן געפֿונען אין זיך גענוג כּוח אַ זאָג צו געבן מיט אַ געלעכטער צום װײַב, װאָס איז געבליבן שטײן מיט די האַלב־פֿאַרטיקע לאַטקעס אױף אַ מינוט צום חלשן:

― נו? װער איז גערעכט?...

דאָס צװײ־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

דער ערשטער „אָביסק обыск: דורכזוך

פֿון דער גאַנצער כאַליאַסטרע אומגעריכטע געסט, װאָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן צו די שאַפּיראָס, האָט דוד דערקענט מער נישט אַז אײנעם; דאָס איז געװען זײַנער אַן אַלטער באַקאַנטער „אָקאָלאָדאָטשניק קאַפּיטאַן פֿון פּאָליצײ־דיסטריקט“, װאָס דוד האָט אים נישט אײן מאָל „גענתנט אין יד אַרײַן“ סײַ אונטער אַ יום־טובֿ, סײַ אין די טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר. נישט נאָר אַ גוטער באַקאַנטער איז דאָס געװען, נאָר טאַקע, מ'קען זאָגן, אַ גוטער פֿרײַנד. עס זענען געװען צײַטן, װאָס דער עסק איז בײַ זײ געגאַנגען אױף „דו“, דאָס הײסט נישט, חס־ושלום, אַז דוד האָט געזאָגט דעם „אָקאָלאָדאָטשניק“ ו, נאָר פֿאַרקערט, דוד אים „איר“, און ער דודן „דו“, און דאָס אַלײן איז דאָך שױן אַ סימן, אַז מ'איז בײַם פּריץ אַ שטיקל חשובֿ... אױסער דעם דאָזיקן „אָקאָלאָדאָטשניק“, זענען אַלע אַנדערע אָקאָלאָדאָטשנע נאַדזיראַטעלעס און די אַלע איבעריקע פּאַרשױנען געװען פֿאַר שאַפּיראָן אינגאַנצן פֿרעמד. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דאָס זענען מענטשן, װאָס געהערן זיך מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע גאָר נישט אָן. אײנער מיט אַ ליסינע און מיט גוטע גרױע אױגן, נישט קײן גרױסע עפּאָלעטלעך, זעט אױס עפּעס אַ מין „סודיאַ судья: ריכטער“, אָדער אַ „סודיעבנע סליעדאָװאַטעל следователь: דעטעקטיװ“, אָדער גאָר אַ פֿרעדסעדאַטעל председатель: פֿאָרזיצער פֿון „אָקרוזשנע סוד окружной суд: געריכט פֿון דיסטריקט“, און נאָך אײנער אַ פֿײַנער יונג מיט שײנע װאָנצעס, אַ אָפֿיציר, און אפֿשר אַ „פּאָלקאָװניק“, נאָר, דאַכט זיך, אַז נישט גלאַט אַ פּאָלקאָװניק, נאָר אַ זשאַנדאַרמסקי פּאָלקאָװניק...

אַן אַנדערן אױף שאַפּיראָס אָרט װאָלט אַזאַ זאַך אפֿשר נישט אָנגערירט אין דער לינקער פּאה: לאָז זײַן אַ פּראָסטער פּאָלקאָװניק, לאָז זײַן אַ זשאַנדאַרמסקי פּאָלקאָװניק ― װעמען גײט עס אָן? דוד שאַפּיראָ איז אָבער נישט אַזאַ מענטש. אין די זאַכן, װאָס זענען שײך צו פּאָליציע און צו פּראַװאָזשיטעלסטװע, האָט ער זיך, װי מיר װײסן, אַלע צײנער אױפֿגעגעסן, און ער קאָן בשום אופֿן נישט פֿאַרשטײן, װאָס האָט דאָ צו טאָן „אָקרוזשנע סוד“? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז דאָ אַ זשאַנדאַרם מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע?

נאָך אײנער, אַ דריטער, איז דאָ געװען, װאָס האָט אױסגעזען דודן זײער קענטלעך. דאָס איז געװען אַ הױכער, אַ געזונטער פּאַרשױן מיט ברײטע פּלײצעס און מיט גראָבע ליפּן, מיט בלױע ברילן אױף די אױגן, און געגאַנגען אָנגעטאָן איז ער ציװיל, גאָר נישט װי אַ טשינאָװניק, און געהאַלטן האָט ער זיך עפּעס מאָדנע, האַרט בײַ די װענט, נישט אַרױסגעלאָזט קײן װאָרט פֿונעם מױל, נאָר צוגעגאַנגען אַלע מאָל אױף די שפּיץ פֿינגער אָדער צום „סודיאַ“ אָדער צום זשאַנדאַרם, אַ װוּנק געגעבן מיט די בלױע ברילן און צוריק אַװעקגעשטעלט זיך בײַ דער װאַנט. „דעם פֿױגל, האָב איך, שײַנט מיר, אַמאָל ערגעץ געזען... דער נפֿש הײבט מיר נישט אָן צו געפֿעלן“, ― טראַכט זיך דוד און קאָן זיך בשום אופֿן נישט דערמאָנען, װען און װוּ האָט ער זיך מיט אים באַגעגנט...

נאָר אױב דוד שאַפּיראָ װײסט נישט, װער דאָס איז, האָט אים זײַן טאָכטער בעטי, און באַלד נאָך איר דער קװאַרטיראַנט ראַבינאָװיטש, גלײַך דערקענט, אַז דאָס איז דער פּאַרשױן מיט די גראָבע תּאװהדיקע ליפּן, װאָס האָט געהאַט אַמאָל, תּחילת װינטער, אין יענער געװיסער נאַכט, אָפּגעפֿירט ראַבינאָװיטשן אין חדר אַרײַן. און כאָטש ער טראָגט איצטער געדיכטע בלױע ברילן, דאָך זעט בעטי, אַז ער לאָזט פֿון איר קײן אױג נישט אַראָפּ, און זי װײסט נישט, װאָס מיט איר איז, נאָר זי קאָן נישט איבערטראָגן דעם דאָזיקן קוק, זי האָט מורא ― זי װײסט נישט פֿאַר װעמען, זי ציטערט ― און װײסט נישט פֿאַר װאָס... און אַזױ װי דעמאָלט אין טעאַטער, אַזױ אױך איצט קוקט זי זיך איבער מיטן קװאַרטיראַנט, פֿרעגט אים מיט די אױגן: „ס'איז ער?“ ― „ס'איז ער“, ענטפֿערט איר ראַבינאָװיטש אױך מיט די אױגן און שמײכלט צו, אַז איצט איז נישטאָ װאָס מורא צו האָבן... דוד שאַפּיראָ מעג זיך טאַקע באַרימען, אַז זינט ער האָט צו טאָן מיט פּראַװאָזשיטעלסטװע, מיט אָבלאַװעס און מיט פּאָליציע, איז ער נאָך קײנמאָל אַזױ רויִק נישט געװען, װי אַצינד. דאָס האַרץ איז אים געװען, װי מ'זאָגט, אױף אײן אָרט, און ער האָט זיך געהאַלטן מיט די אומגעריכטע געסט טאַקע װי אַ מאָלאָדיעץ. ער האָט נישט געפֿרעגט בײַ קײנעם, װאָס און װען. ער האָט נאָר פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און כּמו װי מיט אַ שמײכעלע געקוקט און געװאַרט: „װאָס װעט דאָ זײַן?“

לאַנג װאַרטן האָט ער אָבער נישט באַדאַרפֿט. צו אים איז צוגעגאַנגען דער באַקאַנטער „אָקאָלאָדאָטשניק“ און, בעת די איבעריקע פּאַרשױנען זענען געשטאַנען און באַטראַכט פֿריִער די סטעליע, דערנאָך די װענט, דערנאָך די פּאָדלאָגעס, האָט ער געגעבן צו װיסן שאַפּיראָן, װי אַ גוטן באַקאַנטן, אַז מען איז געקומען צו אים מאַכן אַן „אָביסק“.

שאַפּיראָ קוקט אױפֿן אָקאָלאָדאָטשניק גאַנץ רויִק.

― אַן אָביסק? װאָס פֿאַר אַן אָביסק? איך האָב עפּעס געגנבֿעט?

― געגנבֿעט נישט געגנבֿעט ― ענטפֿערט אים דער אָקאָלאָדאָטשניק האַלב אָפֿיציעל האַלב אַלס גוטער באַקאַנטער ― נאָר זוכן דאַרף מען. אפֿשר װעט מען עפּעס געפֿינען...

― אָך, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! ― זאָגט אים שאַפּיראָ און צעלאַכט זיך ממש.

שׂרה פֿאַרשטײט נישט, װאָס איז דאָס אױף איר דודן אַזאַ גדולה, װאָס ער לאַכט.

― אַן אָביסק װילן זײ מאַכן, ― זאָגט דוד צו זײַן װײַב און גיט איר צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט אַן אָביסק: זײ װילן זוכן...

― װאָס װילן זײ זוכן? דעם נעכטיקן טאָג? דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ?

― װאָס גײט עס דיך אָן? לאָזן זײ זוכן.

אין דער צײַט, װען מאַן און װײַב האָבן זיך אױסגעשמועסט, האָט דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן אַ װוּנק געגעבן צום אָקאָלאָדאָטשניק, אָנגעװיזן אױך דער פֿאַרשלאָסענער שאַפֿע, און דער אָקאָלאָדאָטשניק איז צוגעגאַנגען צו דודן, װי צו זײַנעם אַן אַלטן באַקאַנטן, און געהײסן זיך געבן די שליסלעך פֿון דער שאַפֿע.

― װי קומט צו מיר שליסעלעך? ― מאַכט צו אים דוד אַלץ מיט אַ געלעכטער, ― שליסעלעך דאָס איז איר עסק...

― שׂרה! ― רופֿט ער זיך אָן צוס װײַב אױף ייִדיש, ― װוּ זענען די שליסלעך? עפֿן זײ אױף די שאַפֿע.

― װאָס הײסט, איך זאָל זײ עפֿענען די שאַפֿע? - מאַכט צו אים שׂרה מיט שרעק. ― דאָרט ליגט דאָך די מצה!

― און אַז די מצה איז װאָס? בהמה, זײ װעלן דיר אױפֿעסן די מצה?

― װאָס רעדסטו? זײ װעלן נישט אױפֿעסן די מצה, נאָר זײ װעלן מיר חמצדיק מאַכן די מצה מיטן גאַנצן פּסח ...

פֿונעם דאָזיקן שמועס, װאָס איז געגאַנגען אױף ייִדיש, האָבן די געסט פֿאַרשטאַנען נאָר אײן װאָרט „מצה“, װאָס איז איבערגעחזרט געװאָרן אַזױ פֿיל מאָל, און פֿון שׂרהס איבערגעשראָקן פּנים איז געװען אַרױסצוזען, אַז עס גלוסט זיך איר נעבעך זײער נישט אױפֿעפֿענען די שאַפֿע, האָבן זײ זיך מאָדנע איבערגעקוקט, גלײַך װי זײ װאָלטן זאָגן:

„עס װײס די קאַץ, װעמענס פֿלײש זי האָט אױפֿגעגעסן...“

דוד שאַפּיראָ האָט אַנדערש פֿאַרשטאַנען דעם דאָזיקן קוק.. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז די פּריצים לאַכן פֿון זײַן װײַב, װאָס זי ציטערט אַזױ איבער דער מצה, איז ער גרײט געװען גלײַך מיט זײ נעמען אַן אָנטײל אינעם דאָזיקן געלעכטער.

ער איז דאָך אױך אַ מאַנסביל, רופֿט ער זיך אָן צו זײ, קוקנדיק אױף זײַן פֿרױ, מיט אַ געלעכטערל:

― אַלע װײַבער זענען גלײַך, כע, כע! ― זי האָט מורא, איר זאָלט איר נישט חמצדיק מאַכן די מצה, כע, כע.

אױף גױיִש איז דאָס בײַ אים אױסגעקומען, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, נאָך מיט מער חן:

― אָנאַ באָאיטסאַ, טשטאָב װי ניע אָװאָמעצאָװאַלי יעיאַ מאַצו, כע, כע!

― װאָס הײסט עס „כאָמעצאָװאַל“? ― פֿרעגן זײ בײַ שאַפּיראָן, און שאַפּיראָ פֿױלט זיך נישט און דערקלערט זײ, װי אַזױ מען מאַכט חמצדיק פּסחדיקע מצה.

און בכדי זײ זאָלן אים בעסער פֿאַרשטײן, באַװײַזט ער זײ מיט אַלע זײַנע צען פֿינגער, אַז נאָך זײַן װײַבס שׂכל קומט אױס, אַז װיבאַלד זײ רירן זיך נאָר צו צו דער מצה מיט זײערע חמצדיקע הענט, אַזױ, מײנט זי, איז שױן קאַפּוט מיט דער מצה, אױס מצה, כאָטש נעם װאַרף זי אַרױס אין דרױסן, כע, כע...

מע קען נישט זאָגן, אַז אַזאַ געבן צו פֿאַרשטײן זאָל זײ זײַן שטאַרק צום האַרצן, און יענער, װאָס האָט אױסגעזען װי אַ זשאַנדאַרם, האָט זיך, װײַזט אױס, גאָר באַלײדיקט, טאַקע נישט אױף קאַטאָװעס. ער האָט אַ זאָג געגעבן צום אָקאָלאָדאָטשניק: „מ'זאָל עפֿענען די שאַפֿע!“ איז דער אָקאָלאָדאָטשניק צוגעגאַנגען צו שאַפּיראָן, אַרױפֿגעלײגט אים די האַנט אױפֿן אַקסל און אַ זאָג געגעבן אים מיטן האַרבן װאָרט, שױן נישט װי אַ גוטער באַקאַנטער, נאָר װי אַ טשינאָװניק: עס זאָל געעפֿנט װערן די שאַפֿע! און די שאַפֿע איז געעפֿנט געװאָרן.

און אַך! װאָס פֿאַר אַ בילד עס האָט זיך באַװיזן פֿאַר אַלעמענס אױגן: גאַנצע דרײ אונטערשטע פּאָליצעס זענען געװען אָנגעפּאַקט פֿון אױבן ביז אַרױף מיט װײַסע אױסגערעדלטע און צוגעברענטע מצות, װאָס האָבן אַרױסגעקוקט און געשמײכלט און גלײַך װי געבעטן זיך, מע זאָל זײ שױן אַמאָל אַרױסנעמען פֿון דאַנען און טאָן דאָס, װאָס ייִדן טוען מיט זײ, אַז עס קומט פּסח: צעשפּאַלטן און צעברעכן און צעברעכן און צעשטױסן און מאַכן פֿון זײ דאָס, װאָס מע מאַכט בײַ ייִדן, אַז עס קומט פּסח: קנײדלעך, אָדער לאַטקעס, אָדער בלינצעס, אָדער אַ טײגעכץ, אָדער פֿאַרפֿעלעך, אָדער גלאַט פּראָסטע צוגעפֿרישטע מצה מיט אַן אײ און מיט פּסחיקער גענדזנשמאַלץ. דאָס איז געװען אױף די דרײַ אונטערשטע פּאָליצעס. אױך די אױבערשטע צװײ פּאָליצעס זענען געװען אױסגעלײגט מיט װײס פּאַפּיר און רײַך באַזעצט מיט כּל־טובֿ. דאָרט האָט זיך געפֿונען אַ גאַנצער אוצר: ברײטע מאַקרעטעס מיט אײער, טעפּלעך מיט שמאַלץ, ציבעלעס און כרײן און פֿעפֿער און זאַלץ און פּאַסטערנאַק און עפּל און פֿלױמען און ראָזשיקעס און ניסלעך און מאַראַנצן, און העט־העט װײַט, אױבנאָן אין װינקעלע, איז זיך געשטאַנען באַזונדער, אַלײן, װי אַ מיוחס, עפּעס אַ מאָדנע ערדענע כּלי, אַ טאָפּ ניט קײן טאָפּ, אַ סלױ נישט קײן סלױ, מיט אַ װײַס פּאַפּיר צוגעדעקט און מיט אַ רױטן זײַדענעם פֿעדעם אַרומגעבונדן, און אַ בלעטל איז געװען אױף דער כּלי אָנגעקלעפּט מיט גרױסע געכּתבֿעטע אותיות:

כּשר של פּסח

אױף קײן זאַך האָבן זיך אַזױ חבֿרה נישט פֿאַרקוקט, װי אױף דער דאָזיקער כּלי. פּאַװאָלינקע, פֿאָרזיכטיק, װי עפּעס אַן אבֿן־טובֿ, איז זי אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון שאַפֿע, און, צװישן דעם אַדון מיט דער ליסינע און צװישן דעם בעל־הבית דוד שאַפּיראָ איז פֿאָרגעקומען אַ געשפּרעך, װעלכן מיר גיבן איבער פּינקטלעך:

― װאָס איז אָט דאָס אָ?

― דאָס איז אַ מתּנה אױף פּסח.

― פֿון װעמען אַ מתּנה אױף פּסח?

― פֿון מײַן שװעסטער.

― װער אין אײַער שװעסטער?

― זי איז אַ נגידית, דאָס הײסט אַ נגידס אַ װײַב, דאָס הײסט איר מאַן איז אַ ייִד אַ נגיד און אַ פֿרומער, אַ חסיד הײסט עס, פֿון די חסידים...

― „כאַססידים“?...

די כאַליאַסטרע קוקט זיך איבער. דער װאָס מיט דער ליסינע אָטעמט אָפּ, װי אַ מענטש, װאָס איז קױם־קױם, נאָך אַ גרױסער מי, געקומען צו אַ שטיקל טאָלק. דער זשאַנדאַרם האָט געגעבן אַ הוסט און אַ כאַפּ צו זײַנע שײנע װאָנצעס. און דער געשפּרעך גײט זיך װײַטער:

― אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה אױפֿבינדן די דאָזיקע כּלי?

― אָך, פֿאַרװאָס ניט? מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! - זאָגט דוד שאַפּיראָ און װיל זיך געבן אַ נעם צו דער כּלי, טוט זיך שׂרה אַ לאָז צו אים מיט בײדע הענט..

― פּאַװאָליע, װי דו נעמסט, װעסט צעגיסן... ― װאָס ציטערסטו? ― פֿאַלט אָן אױף איר דוד אַ צעבײזערטער, אַ צערײצטער פֿון דעם גאַנצן טאַרעראַם. ― װאָס ציטערסטו, װאָלט איך װעלן װיסן? װאָס פֿלאַטערסטו? װאָס װעל איך דיר אױסגיסן? דעם טײַערן נאַפּיטאָק напиток: געטראַנק װאָס דאָ איז? צי פֿאַר דער װאַזשנער פּאַסודע האָסטו מורא? זי ציטערט אַ ביסל! אַז מע הײסט עפֿענען, דאַרף מען עפֿענען אַלצדינג! אַן אָביסק איז נישט קײן רעװיזיע אױף פּראַװאָזשיטעלסטװע... ― נו, גענוג, גענוג! ― האַקט אים איבער דער זשאַנדאַרם. אױף אײַער ייִדישן זשאַרגאָן װעט איר צײַט האָבן זיך דורכשמועסן שפּעטער, אַז מיר װעלן אַװעקגײן. דערװײַל זײַט אַזױ גוט און עפֿנט, זײַט מוחל, די דאָזיקע כּלי!

פּאַװאָלינקע האָט דוד שאַפּיראָ אױפֿגעבונדן דעם רױטן פֿאָדעם זײַד, אַראָפּגענומען דאָס װײַסע פּאַפּיר און אױפֿגעעפֿנט די כּלי. דאָרטן זענען געלעגן געקליבענע, האַרטע, שמעקנדיקע, געזײַערטע אוגערקעס כּשר־לפּסח, אין געזאַלצענעם ראָסל אײַנגעװײקט. יעדער אוגערקע איז געװען דורכצוזען אױף דער שײן. נײן, נישט קײן אוגערקעס זענען דאָס געװעזן, נאָר אתרוגים; זײער אַראָמאַט האָט זיך געלאָזט הערן איבער דער גאַנצער שטוב און געזאָגט עדות, אַז זײער טעם דאַרף זײַן טעם גן־עדן.

דאָס דרײַ־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

ענדע גוט ― אַלעס גוט

מיר װעלן נישט באַמיִען אונדזערע לעזער מיט אַן אױספֿירלעכע באַשרײַבונג, װי אַזױ ס'איז פֿאָרגעקומען דער װײַטערער „אָביסק“. אין קורצן קענען מיר נאָר פֿאַרזיכערן, אַז ער איז געמאַכט געװאָרן װי עס געהער צו זײַן, נאָך אַלע דינים און מינהגים. עס זענען אױסגעפֿאָרשט געװאָרן אַלע װינקעלעך, אין שאַפֿע און אױף דער שאַפֿע און אונטער דער שאַפֿע און צװישן דער שאַפֿע. מע האָט זיך נישט געפֿױלט כאַפּן אַ קוק אױך אונטער אַלע בעטן און אין קיך אַרײַן, אַרײַנגעשטעקט די נאָז אַפֿילו אין דײזשקעלע פּסחיקן באָרשט, איבערצײַגט זיך, אַז עס שמעקט מיט בוריקעס. עס זענען איבערגעבלעטערט געװאָרן אַלע ספֿרים און ביכער, אַפֿילו שׂרהס טײַטש־חומש מיט אַלע „תּחינות ובקשות“. אױך בעטיס און סיאָמקעס ביכער און ביכלעך זענען איבערגעקוקט געװאָרן און אַװעקגעלײגט געװאָרן צוריק אױף זײער אָרט. נאָר אײן בוך האָבן זײ געפֿונען פֿאַר נױטיק צוצונעמען מיט זיך. אױף דעם דאָזיקן ספֿר האָט זײ אָנגעװיזן אָן װערטער יענער שטיל־שװײַגנדער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן. פֿריִער האָט ער אַלײן אַרײַנגעקוקט אינעם דאָזיקן ספֿר אַרײַן, זיך פֿאַראינטערעסירט מיט אַ בלעטל, װאָס איז געװען פֿאַרבױגן. נאָכדעם האָט ער צוגעטראָגן דעם ספֿר צום עלטסטן װאָס מיט דער ליסינע, געגעבן אים אַ װײַז מיטן פֿינגער אױפֿן צוגעבױגענעם בלעטל. יענער האָט זיך, װײַזט אױס, אױך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן ספֿר, צוגערופֿן מיט די אױגן דעם זשאַנדאַרם, װאָס האָט זיך אָנגעבױגן איבערן ספֿר, אַ קוק געטאָן און אָ הוסט געגעבן, גענומען זיך דרײען די װאָנצעס. נאָך אים האָבן אַרײַנגעקוקט אױך אַלע איבעריקע חבֿרה אין ספֿר אַרײַן און, װי עס װײַזט אױס, האָט דער ספֿר פֿאַראינטערעסירט אַלעמען.

דער ספֿר, װאָס האָט אַרױסגערופֿן אַזאַ הױכן אינטערעס, איז געװען נישט מער און נישט װינציקער, װי יענע שײנע אַלטע הגדה מיט די שײנע אילוסטראַציעס, װאָס סיאָמקע האָט אָנגעקװאָלן פֿון איר, און דאָס אָפּגעבױגענע בלעטל איז געװען דאָס אױבן־דערמאָנטע בילד, װי אַבֿרהם אָבֿינו פֿירט זײַן אײן־און־אײנציקן זון יצחק צו דער עקידה, פֿון װעלכן סיאָמקע איז געװען אַנטציקט מעד װי פֿון אַלע איבעריקע בילדער.

„װאָס האָבן זײ געקאָנט געפֿינען אַזעלכעס אין דער דאָזיקער הגדה, װאָס זי איז זײ אַזױ געפֿעלן?... און פֿאַרװאָס דערמאַנען זײ אַפֿילו נישט דאָס װאָרט „פּראַװאָזשיטעלסטװע“?... ― אַזױ טראַכט זיך דוד און גײט זײ נאָך פֿיס־טריט פֿון אײן חדר אינעם אַנדערן כּלומרשט מיט האַרטע טריט, װי אַ מענטש װאָס פֿילט זיך נישט שולדיק אין קײן זאָד, ביז זײ קומען צו צום קװאַרטיראַנטס חדרל. דוד אַלײן טאַקע האָט זײ אָנגעװיזן, אַז דאָ װױנט דער קװאַרטיראַנט זײערער (װאָס האָט ער מורא צו האָבן?), ראַבינאָװיטש רופֿט מען אים.

― אָט דאָס איז ער אַלײן טאַקע, אָט דער ראַבינאָװיטש, ― מאַכט דוד, אָנװײַזנדיק מיט אָ שמײכעלע אױף זײַן קװאַרטיראַנט.

― זײער אָנגענעם! ― האָט אַ זאָג געגעבן יענער װאָס מיט דער ליסינע און גאַנץ העפֿלעך זיך אַ בײג געגעבן צו ראַבינאָװיטשן און אַ פֿרעג געגעבן אים, װאָס איז זײַן טיעכסט техст: שטעלע.

― אַ דאַנטיסט,― ענטפֿערט אום ראַבינאָװיטש, און שאַפּיראָ כאַפּט אים אונטער און פֿאַרריכט אים, ― אַז נישט קײן דאַנטיסט נאָך, נאָר ער װעט אָבער־אַמאָל זײַן מיטן אױבערשטנס הילף אַ דאַנטיסט, אױב ער װעט זוכה זײַן בײַ גאָט...

- זײַד אָנגענעם! ― זאָגט דער זעלבער פּאַרשױן מיטן זעלבן העפֿלעכן טאָן. ― איר שטודירט, הײסט דאָס, אױף דאַנטיסט מסתּמא צוליב פּראַװאָזשיטעלסטװע?

ראַבינאָװיטשן האָט זיך אױסגעװיזן, אַז מע לאַכט אָפּ פֿון אים מיט זײַן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, און עס האָט אים פֿאַרדראָסן. ער האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז ערשט הײַנט אין דער פֿרי בײַם חמציקן אָנבײַסן האָט ער אַלײן געמאַכט חוזק פֿון דער ייִדישער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, און ער האָט אים געװאָלט אָפּענטפֿערן, האָט אים דער בעל־הבית איבערגעשלאָגן און האָט זיך אַרױסגעשטעלט פֿאַר אים װי אַ מליץ יושר. (דוד שאַפּיראָ האָט זיך מחיה געװעזן, אַז ער האָט שױן דערהערט דאָס גוטע װאָרט „פּראַװאָזשיטעלסטװע“). ― פֿאַרשטײט איר מיך, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. אָט דער ראַבינאָװיטש, װי איר קוקט אים אָן, איז אַ מעדאַליסט, און עס װאָלט אים אָנגעשטאַנען זײַן סטודענט גלײַך מיט אַלע סטודענטן. נאָר װײַל ער איז אַ אונדזעריקער, אַ ייִד הײסט דאָס, לכן איז ער אונטערגעװאָרפֿן אונטערן זאַקאָן פֿון „פּראָצענט“ און פֿון „נאָרמאַ“. שאַפּיראָ װאָלט נאָך װײַטער געדרשענט, װען זײַן באַקאַנטער אָקאָלאָדאָטשניק טוט אים נישט אַ װוּנק פֿון דער װײַטן, ער זאָל װערן שטיל, און חבֿרה האָבן זיך גענומען צו זײער װײַטערדיקער אַרבעט, און בײַם קװאַרטיראַנט אין חדר איז איבערגעחזרט געװאָרן פּונקט דאָס אײגענע, װאָס אין די אַנדערע חדרים, דאָס הײסט, מע האָט אַרײַנגעקוקט אין שאַפֿע און אױף דער שאַפֿע און אונטער דער שאַפֿע און צװישן דער שאַפֿע, נישט געפֿױלט זיך כאַפּן אַ קוק אױך אונטערן בעט. דער װאָס מיט דער ליסינע האָט דערזען אַ גאַנץ פּעקל ביכער צעװאָרפֿן בײַם קװאַרטיראַנט אױפֿן טישל, און ער האָט אַ פֿרעג געגעבן בײַ אים, אױב דאָס זענען די ביכער, װאָס ער שטודירט אױף דאַנטיסט, אָדער לאָט אַזױ ביכער? ― גלאַט אַזױ ביכער,־ האָט אים ראַבינאָװיטש געענטפֿערט און האָט געפֿילט, אַז ער װערט רױט. עס איז אים געװען נישט אָנגענײט, טאָמער טוט מען אים אַ פֿרעג, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ ביכער, װאָס טראַקטירן װעגן בלוט, און צו װאָס שטודירט ער זײ?... און כּך הוה! אַזױ װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט: נישט נאָר האָט זיך יענער פּאַרשױן פֿאַראינטערעסירט מיט די דאָזיקע ביכער, ער האָט נאָך צוגערופֿן מיט די אױגן די איבעריקע חבֿרה־לײַט פֿון דער כאַליאַסטרע און אַ װײַז געגעבן זײ אױף די ביכער אָן װעטער...

ראַבינאָװיטשן איז געװען נישט אַנגענעם, אַז ער האָט דערזען, װי מע נעמט צונױף די דאָזיקע „בלוטיקע ליטעראַטור“, װאָס דער רבֿ האָט אים אױסגעליִען, און, װי עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, װיל מען דאָס טאַקע צונױפֿפּאַקן און אַװעקטראָגן פֿון דאַנען. האָט ער זיך געפּרוּװט פּראָטעסטירן:

― די דאָזיקע ביכער ― האָט ער זיך אַרױסגעשטעלט ― זענען נישט מײַנע. מע האָט זײ מיר אױסגעליִען איבער יום־טובֿ.

― װער?

ראַבינאָװיטש האָט אַרױסגעזען, אַז װאָס ער װעט מער רעדן, װעט ער אַלץ ערגער מאַכן. האָט ער דעריבער אָפּגעשװיגן און איז געװען צופֿרידן, אַז מע האָט אים אַ זאָג געגעבן (אַלץ יענער װאָס מיט דער ליסינע):

― אפֿשר װעט איר זײַן אַזױ פֿרײַנדלעך אונדז עפֿענען אָט דאָ שופֿלעדל פֿון אײַער טישל?

― מיט פֿאַרגעניגן! ― האָט אים ראַבינאָװיטש געענטפֿערט און גענומען זיך צו דער אַרבעט, אַ ביסל צוגעשװיצט, װאָרעם עפֿענען דאָס טישקעסטל איז, װי מיר װײסן שױן, ניט פֿון די גרינגע אַרבעט, און בכדי זײ זאָלן ניט מײנען, אַז מע קען בײַ אים געפֿינען טריפֿה סחורה, פֿאַרבאָטענע זאַכן, האָט ער אַרױסגעצױגן דאָס גאַנצע שופֿלעדל און איבערגעקערט עס אױפֿן טיש מיטן פּנים אַראָפּ, װי אײנער רעדט: „נאַט אײַך און לאָז אײַך װױל באַקומען“...

פּאַװאָלינקע און פֿאָרזיכטיק, װי מע צײלט אַסיגנאַציעס אָדער באַנק־בילעטן, האָט דער װאָס מיט דער ליסינע צונױפֿגעלײגט אױסגלעטנדיק איטלעכס פּאַפּירעלע, געכאַפּט אַ קוק נאָר פֿאַרבײַגײענדיק אין אַ ?פּאָר ערטער פֿונעם „טאָג־ביכל“, פּאַװאָלינקע און פֿאָרזיכטיק, װי װערט־פּאַפּירן, אַרײַנגעלײגט צו זיך אין פּאָרטפֿעל אַרײַן און, קוקנדיק אױף ראַבינאָװיטשן מיט זײַנע גוטע, גרױע אױגן, האָט ער געפֿונען פֿאַר נױטיק זיך צו אַנטשולדיקן, װאָס ער נעמט בײַ אים צו די פּאַפּירן מיט די דאָזיקע אַלע ביכער, מער ניט אַז אױף אַ פּאָר טאָג. ער װעט זיך נאָר באַקענען מיט זײ און װעט אים צושטעלן צוריק דורך פּאָליציע.

― האָבן זײ ניט אױסגעטרײסלט בײַ אײַך, חלילה, עפּעס אַ „טריפֿה־פּסול“, עפּעס אַ „לינקס“, עפּעס אַזעלכעס, װאָס איז פֿאַרבאָטן? ...

אָט דאָס זענען געװען די ערשטע װערטער, װאָס דוד שאַפּיראָ האָט געקענט אַרױסרעדן צו זײַן קװאַרטיראַנט, נאָכדעם װי די כאַליאַסטרע איז שױן געװען אױף יענער זײַט טיר, און ער האָט אױסגערעכנט, אַז זײ באַדאַרפֿן שױן זײַן װײַט, װאָרעם אױף װיפֿל דוד האָט זיך געהאַלטן שטאַרק, װי אַ מאָלאָדיעץ, בעת „אָביסק“, אַזױ איז ער געװאָרן נאָכן אַװעקגײן פֿון דער פּאָליציע דער אײגענער האָז װאָס אַלע מאָל, דערשראָקן אױף טױט, װי אַלע טױטע, מורא געהאַט, אַז טאָמער האָט מען בײַם קװאַרטיראַנט עפּעס געפֿונען, װעט זיך עס קודם־כּל אױסלאָזן צו זײער „פּראַװאָזשיטעלסטװע“.

― קײן שום פֿאַרבאָטענע זאַכן האָבן זײ בײַ מיר ניט געפֿונען, ― האָט אים דער קװאַרטיראַנט באַרויִקט ― אױסער עטלעכע כּשרע ביכלעך, נישט קײן װיכטיקע פּאַפּירן און אַ בריװל פֿון מײַן שװעסטער.

― איר האָט דען אַ שװעסטער? ― פֿרעגט אים שׂרה פֿאַרװוּנדערט.

― אַװדאי האָב איך אַ שװעסטער. איך האָב אײַך דען נישט געזאָגט? .

― קײנמאָל נישט. איך הער עס דעם ערשטן מאָל. װי אַזױ רופֿט מען זי?

― שױן! ― מישט זיך אַרײַן בעטי ― טאָמער איז קאַרג, װאָס מע האָט בײַ אים געמאַכט אַן „אָביסק“, צוגענומען אַלע ביכלעך מיט די פּאַפּירן, ביסט דו דאָ מיט אַ נײַער „סליעדסטװיע следствие: דורכקוק“?

― װאָס איז דײַן עסק? ― האַקט איר אָפּ די מוטער. ― װאָס װעט דיך אַרן, אַז ער װעט מיר זאָגן, װי זײַן שװעסטער הײסט? עס קאָסט דיך געלט?

― זי הײסט װיעראַ, ― זאָגט איר בעטי װי אַן עזות־פּנים, ― נו? איצט איז דיר שױן גרינגער?

― װיעראַ הײסט זי? ― רופֿט אױס שׂרה איבערראַשט און קוקט אױפֿן קװאַרטיראַנט.

― נו, יאָ, װיעראַ, ― זאָגט ער. ― װאָס איז דען?

שׂרה װערט רױט, און בכדי ס'זאָל נישט זײַן קשה, װאָס זי איז אַזױ איבערראַשט געװאָרן פֿונעם נאָמען װיעראַ, רופֿט זי זיך אָן צום מאַן:

- װאָס זאָגסטו דערױף? ער זאָל אָנהײבן גאָר באַרימען זיך, אַז ער האָט אַ שװעסטער און זי הײסט װיעראַ!...

― חידושים ונפֿלאות, יציאת מצרים! ― זאָגט דוד און קוקט אױף דער טאָכטער. ― װאָס, אײגנטלעך, איז דאָ דער נס װײס איך נישט: צי דאָס, װאָס ראַבינאָװיטש האָט אַ שװעסטער? צי דאָס, װאָס זי הײסט װיעראַ?

― ניט דאָס און גיט יענץ, ― װיל זיך שׂרה אַרױסדרײען. ― מיך װוּנדערט נאָר אײן זאַך, װאָס בעטי װײס, אַז ראַבינאָװיטש האָט אַ שװעסטער און אַז זי הײסט װיעראַ, און איך װײס עס ניט.

― און מיך װוּנדערט גאָר אַן אַנדער זאַך,― זאָגט דוד אַ צופֿרידענער, װאָס מע האָט ניט געפֿונען בײַם קװאַרטיראַנט קײן טריפֿה זאַכן, ― מיך װוּנדערט אָט װאָס: עס איז אַװעקגעגאַנגען דער װינטער און אָט איז שױן דאַנקען גאָט פּסח און דו ביסט נאָך אַלץ אַ בהמה...

אַלע צעלאַכן זיך, און שׂרה אױך בתוכם; נאָר קײנער װײס ניט, װאָס שׂרה לאַכט. קײנער װײס ניט, װאָס פֿאַר אַ שװערער שטײן עס איז אָט ערשט אַראָפּ פֿון איר האַרצן: „װיבאַלד, אַז די װיעראַ פּ. איז זײַנע אַ שװעסטער, איז דאָך שױן װידער גאָר אַנדערע װערטער!“...

און די גליקלעכע מוטער אָטעמט אָפּ, און דאָס האַרץ, פֿילט זי, הײבט זיך איר אױף, און די באַקן האָבן זיך איר צעפֿלאַמט. זי איז געװאָרן צוריק יום־טובֿדיק, און פֿאַר פֿרײד איז זי אין דער מינוט גרײט געװען פֿאַרגעסן דעם „אָביסק“, װאָס זײ האָבן נאָר־װאָס געהאַט, מיט דער פּאָליציע, מיטן בזיון און מיט אַלע איבעריקע צרות, און זי דאַנקט גאָט מיטן גאַנצן האַרצן.

אױך דוד דאַנקט גאָט, װאָס דער „אָביסק“ האָט זיך אױסגעלאָזט מיט גאָרנישט. כאָטש ער ברעכט זיך דעם קאָפּ און קאָן נישט פֿאַרשטײן בשום אופֿן, װאָס איז דאָס געװען פֿאַר אַן אָביסק אין מיטן דרינען?

און ער קאָן גאָר אַזױ קלוג נישט זײַן און טרעפֿן דעם שׂכל, צו װאָס מע האָט אַרעסטירט די „הגדה של פּסח“? װאָס האָט מען אין איר אַזעלכעס געקאָנט געפֿינען?... װאָסערע מאָדנע זאַכן עס טוען זיך אָפּ אױף דער װעלט הײַנטיקע צײַטן!...

― טאַ! ― מאַכט דוד צו זיך אַלײן און דערלאַנגט זיך אַ שמיר איבערן פּנים מיט בײדע הענט פֿון אױבן אַראָפּ. ― װי זאָגט דער דײַטש.. „ענדע גוט ― אַלעס גוט“... דערװײַל אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט ניט, איז יום־טובֿ, מע דאַרף גײן אין שול אַרײַן דאַװנען.

דאָס אײן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

פּאָסט־רעסטאַנטאָ

דער לעזער געדענקט מן־הסתּם, װי אַזױ אונדזערע קונדסים, דער קריסט גרישאַ פּאָפּאָװ און דער ייִד הערשל ראַבינאָװיטש, האָבן אין אָנהײב פֿון זײער שפּאַס, באַלד װי זײ האָבן זיך געביטן מיט די יוצרות, זיך אױפֿגעזעצט בײדע אױף אײן דראָזשקע און זענען גלײַך פֿונעם פֿרײלעכן קערמעשל. אַװעק אַהײם איבערצושמועסן װעגן פֿאַרשידענע זאַכן, אױסאַרבעטן אַ פּלאַן און איבערגעבן זיך אײנס דאָס אַנדערע סימנים, בכדי יעדער פֿון זי זאָל װיסן אַקוראַט זײַן ראָל, װאָס עס שטײט אים פֿאָר צו שפּילן אין פֿאַרלױף פֿונעם יאָר.

אין אײן האַלבן טאָג איז אױסגעאַרבעט געװאָרן בײַ זײ דער גאַנצער פּלאַן, די דאָקומענטן זײערע זענען געבראַכט געװאָרן אין דער בעסטער אָרדענונג, ― אַלצדינג איז דורכגעפֿירט געװאָרן גאַנץ גענױ און פּינקטלעך, װי אױף נאָטן. עס איז געבליבן, אַז דער קריסט פּאָפּאָװ, װאָס הײסט שױן הײַנט ראַבינאָװיטש, זאָל פֿאָרן אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט, װאָס געפֿינט זיך סאַמע אין דער מיט פֿון דער ייִדישער „טשערטאַ“, און אַלס מעדאַליסט װעט ער דאָרט געװיס אַרײַן, אָן אַ שום ספֿק, אין אוניװערסיטעט, און דאָרט װעט ער האָבן אַ געלעגנהײט צו באַקענען זיך און שטודירן ייִדישקײט פֿון דער נאָענט, און דער ייִד ראַבינאָװיטש, װעלכער הײסט שױן איצט פּאָפּאָװ, װעט זיך אַװעקלאָזן אין דער גרױסער רוסישער שטאָט, װאָס געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿונעם לאַנד, און אַלס קריסט װעט ער דאָרט אַװדאי און אַװדאי גרינג אַרײַן אין אוניװערסיטעט, װי עס פּאַסט פֿאַר פּאָפּאָװס זונדל, און עס װעט זײַן װי עס רעדט זיך, אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל. נאָר אַזױ װי סײַ דער קריסט פּאָפּאָװ סײַ דער ייִד ראַבינאָװיטש האָבן דאָך יעדער זײַן הײם מיט זײַנע אײגענע, מיט װעלכע זײ שטײען אין שטענדיקע פֿאַרבינדונג דורך בריװ, לכן דאַרף מען האַלטן די הײמישע אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר אין שטענדיקער פֿאַרבלענדעניש. דאָס הײסט די פּאָפּאָװס באַדאַרפֿן זײַן זיכער, אַז זײער גרישאַ לערנט זיך אין דער רוסישער צענטראַל־שטאָט, און די ראַבינאָװיטשעס באַדאַרפֿן מײנען, אַז זײער הערשל לערנט זיך אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אַי די קשיא ― װי אַזױ איז דאָס מעגלעך, אַז באמת װעט זיך אין דער רוסישער שטאָט געפֿינען ניט גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר הערש ראַבינאָװיטש, און אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ?“ װעט דאָך פֿאַקטיש זײַן ניט דער ייִד ראַבינאָװיטש, נאָר דער קריסט פּאָפּאָװ! איז דער תּירוץ: אַ ייִד אַ למדן גיט זיך אַן עצה ־ און דאָס איז טאַקע געװען דעם ייִדן ראַבינאָװיטשעס אױפֿטו; אַז די בריװ, װאָס ראַבינאָװיטש )דער פֿאַלשער, ניט דער אמתער( װעט שרײַבן אַהײם, זאָל ער אַריבערשיקן צו זײַן חבֿר, דעם אמתן ראַבינאָװיטש אין דער רוסישער שטאָט, און פֿון דאָרט װעט זײ יענער אַריבערפּעקלען צו די פּאָפּאָװס. און די בריװ, װאָס דער אמתער ראַבינאָװיטש װעט שרײַבן צו זײַניקע, זאָלן אַריבערגעשיקט װערן צו דעם געמאַכטן ראַבינאָװיטשן אין דער „טשערטאַ“, און פֿון דאָרטן װעט זי יענער אַריבערפּעקלען צו די ראַבינאָװיטשעס, און צוריק אױך די אײגענע קונץ: די פּאָפּאָװס, װאָס װעלן מײנען, אַז זײער גרישאַ געפֿינט זיך אין דער רוסישער שטאָט, װעלן זײ אים שרײַבן אַהין זײערע בריװלעך און פֿון דאָרטן װעלן זײ שױן אַריבערגעשיקט װערן צו אים אין דער „טשערטאַ“; און די שרײַבעכצן פֿון די אמתע ראַבינאָװיטשעס װעלן אַריבערגעשיקט װערן פֿון דער „טשערטאַ“ דורכן געמאַכטן ראַבינאָװיטשן צו זײער חבֿרה־מאַן רב הערש ב″ר משה, װאָס לערנט זיך ניט אין דער „טשערטאַ“, נאָר אין דער רוסישער שטאָט אַלס גליקלעכער דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאַכט זיך, די דאָזיקע קאָמבינאַציע איז אַזױ פּראָסט, אַז ס'איז נישט נײטיק זי איבערצוחזרן נאָך אַ מאָל, נישמער ס'איז געבליבן נאָר אײן זאַך: װאָס טוט מען װײַטער? אַ קשיא װאָס סע מאַכט זיך! בריװלעך, װאָס יונגע לײַט סטודענטן שרײַבן אײנער דעם אָנרעדן, ― טאָמער, אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן; טרעפֿט זיך ― זײ פֿאַלן אַרײַן אין אַזעלכע הענט, װאָס מע דאַרף ניס, זענען זײ דאָך פֿאַרפֿאַלן מיט די בײנער...

― װאָס־זשע טוט מען? ― פֿרעגט דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש בײַם אמתן און קוקט אים אין די אױגן אַרײַן.

― װאָס מע טוט! ― ענטפֿערט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש און נעמט זיך אָן בײַם בערדל, װאָס װעט ערשט אַמאָל זײַן. ― איך װעל דיר זאָגן, װאָס מע טוט. אם־ירצה־השם מיט גאָטס הילף, אַז דו װעסט קומען אױפֿן אָרט און דו װעסט זיך באַזעצן בשלום אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ געזונטערהײט, װעסטו זיך מטריח זײַן און װעסט אָנשרײַבן אַ בריװעלע צו דײַנע לײַט אַזױ און אַזױ, דו װעסט זײ געבן צו פֿאַרשטײן אַז זײ זאָלן דיר נישט שיקן קײן בריװ אױף דײַן נאָמען, װאָרעם פּאָפּאָװס זענען פֿאַראַן אין דײַן אוניװערסיטעט, װעסטו זײ זאָגן, גאַנצע דרײַ און אױף צו להכעיס הײסן זײ אַלע גרישאַ. פֿאַרשטאַנען? און איך װעל אַװעקשרײַבן צו מײַנע לײַט, אַז אַזױ װי אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ זענען פֿאַראַן אין אוניװערסיטעט ראַבינאָװיטשעס אַזױ װי די הינט, על־כּן געבן מיר זײ אױף אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אַ שטענדיקן סימן, װי אַזױ מען זאָל אַדרעסירן זײערע בריװ פּאָסט־רעסטאַנטאָ, פֿאַרשטאַנען?

― בראַװאָ, הערשקאָ! ― רופֿט זיך אָן פּאָפּאָװ אױסער זיך פֿונעם דאָזיקן אײַנפֿאַל, ― דאָס איז דאָך באמת אַ תּלמודישער אױפֿטו, טשאָרט װאָזמי чорт возьми: זאָל דער רוח אים כאַפּן!

― אַ תּלמודישער, ניט קײן תּלמודישער, ― זאָגט דער אמתער ראַבינאָװיטש ― נאָר אַן אײַנפֿאַל איז דאָס. מע דאַרף, פֿאַרשטײסטו מיך, פֿאַרדרײען אַזױ, אַז אַ מכּה זאָל עמיצער װיסן װער שרײַבט צו װעמען. נישטאָ קײן אַדרעס, נישטאָ קײן פּאָפּאָװ, נישטאָ קײן ראַבינאָװיטש; פֿאַראַן נאָר פּאָסט־רעסטאַנטאָ און ראָשי־תּיבֿות, איניציאַלן ― און נעט זוכט אונדז! פֿאַרשטאַנען?

― טשאָרט װאָזמי, הערשקאָ, ― רופֿט זיך אָן דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש צום אמתן ראַבינאָװיטשן, ― געב לאָמיר זיך צעקושן!

און בײדע חבֿרים האָבן זיך פֿרײַנדלעך אַרומגענומען און זײער װאַרעם צעקושט זיך.

* * *

מע קאָן ניט זאָגן ― דער דאָזיקער אױפֿטו איז טאַקע געװען זײער אַ געראָטענער אױפֿטו, און בײַ אונדזערע חבֿרים איז עס אַװעקגעגאַנגען פֿײַן און גלאַט װי אַ מיזמור, די פּאָפּאָװס פֿון ט―ר גובערניע האָבן געשריבן זײערע בריװ צו זײער גרישן פּאָסט־רעסטאַנטאָ אין דער רוסישער שטאָט אַרײַן, און די ראַבינאָװיטשעס האָבן געשיקט זײערע בריװלעך צו זײער הערשלען אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אױך פּאָסט־רעסטאַנטאָ. און די פּאָסט, װאָס װײסט ניט פֿון קײן חכמות, האָט זיך געטאָן איר צװײענדיקע אַרבעט גאַנץ געטרײַ: געטראָגן די בריװ צװײ מאָל פֿון אײנעם צום אָנרעדן הין און צוריק פּאָסט־רעסטאַנטאָ, און עס װאָלט געװיס אַזױ געגאַנגען אומגעשטערט דאָס גאַנצע יאָר, װי זײ האָבן אָפּגערעדט. קײן פֿױגל װאָלט נישט געװוּסט, קײן האָן װאָלט נישט געקרײט, ביז עס װאָלט געקומען די צײַט און זײ װאָלטן זיך אָפּגעביטן מיט די יוצרות צוריק און ― ברוך שפּטרני. איז אָבער פּלוצעם קאַליע געװאָרן עפּעס אַ רעדל, עס האָט זיך איבערגעריסן אין מיטן, און די גאַנצע מאַשין האָט זיך אַװעקגעשטעלט.

― װאָס איז געשען?...

עס איז געשען אַ קלײניקײט: דער אמתער ראַבינאָװיטש, װאָס לערנט אין דער גרױסער רוסישער שטאָט אונטערן נאָמען פּאָפּאָװ, האָט מיט אַמאָל אױפֿגעהערט צו באַקומען בריװ פֿון זײַן חבֿר, פֿונעם אמתן פּאָפּאָװ, װאָס איז פֿאַרשריבן אַלס דאַנטיסט ראַבינאָװיטש אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שרײַבן „זאַקאַזנאָיע“ заказнойа: באַשטעלט, קײן זידלען זין, קײן שעלטן זיך. עס האָבן נישט געהאָלפֿן קײן דעפּעשן. דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש האָט זיך נישט געװאָלט אָפּרופֿן, כאָטש װער צעריסן, און דער אמתער ראַבינאָװיטש איז שיִער ניט משוגע געװאָרן. און װי אױף צו להכעיס האָבן די פּאָפּאָװס די לעצטע צײַט געהאַקט מיט בריװ צו זײער גרישן, װעלכע הערשל האָט זײ אַלע איבערגעשיקט פּאָסט־רעסטאַנטאָ צו זײַן חבֿר גרישאַ אין „טשערטאַ“ ― און דאָרטן זענען זי זיך געבליבן ליגן בשלום אױף דער פּאָסט אינאײנעם מיט אַלע בריװ, װאָס די ראַבינאָװיטשעס האָבן פֿון זײער זײַט געשיקט אױך פּאָסט־רעסטאַנטאָ צו זײער הערשלען און געקלאָגט זיך, אַז זײ קאָנען גאָר אַזױ קלוג ניט זײַן און אַז זײ הײבן ניט אָן צו פֿאַרשטײן ― װאָס איז דער שׂכל, װאָס זײ האָבן פֿון אים קײן ענטפֿער אױף אַלע זײערע בריװ? „ממה־נפֿשך ― האָבן זײ געטענהט ― ביסטו חלילה קראַנק, קאָנסטו דאָך הײסן עמיצן שרײַבן אַ בריװל, אָדער קלאַפּן אַ דעפּעש, װעט מען קומען צו דיר צו פֿאָרן, כאָטש ס'איז נישט אַזױ גרינג אָפּצורײַסן זיך פֿון פּרנסה און דערעיקרשט צו פֿאָרן אַהין אין דײַן שטאָט אַרײַן, װוּ מע לאָזט ניט אַ ייִדן אַ נאַכט איבערנעכטיקן... אלא װאָס דען? באַדאַרף מען לערנען דעם פּשט, אַז מיט דיר האָט זיך סײַדן געטראָפֿן חס־ושלום עפּעס אַ „סלוטשײ“ случей: פֿאַל... גלױבט זיך עפּעס נישט אױף דיר. דו ביסט נישט אַזעלכער... כאָטש אַפֿילו אַ ביסל איז אונדז קשה, װאָס דו הײסט אונדז שרײַבן נאָר פּאָסט־רעסטאַנטאָ און פּאָסט־רעסטאַנטאָ! על־כּן זאָלסטו װיסן, הערשל, אַז נאָך אײן װאָך װאַרטן מיר, נישט מער אַז אײן װאָך. און טאָמער חלילה װעט אַװעקגײן די װאָך אױך און עס װעט פֿון דיר אַלץ ניט זײַן קײן בריװ, װעט אָדער דער טאַטע אַלײן, אָדער איך מוזן זיך דורכפֿאָרן צו דיר, דיך אױפֿזוכן און געװױרע װערן, װאָס דו מאַכסט...“

אַזױ האָט אים געשריבן דער עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש, שױן אַ בעל־הביתל מיט אַ פֿײַן בערדל, װאָס האַנדלט אינאײנעם מיטן טאַטן אײן געשעפֿט בײַ דער באַן, און האָט זיך שױן גענומען גרײטן אין װעג אַרײַן, מען האָט אים אָבער פֿאַרשפּאָרט אַ טירחה און אומזיסטע הוצאָות: טאַקע אינעם זעלבן טאָג, װאָס ס'איז אַװעקגעגאַנגען דאָס דאָזיקע בריװל, האָט מען פּלוצעם פֿאַרנומען אָט דעם בעל־הביתל, אַבֿרהם־לײב מיטן בערדל, און זײַן פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, און מע האָט זײ במחילת־כּבֿודם אָפּגעפֿירט אין גוטן מקום און אײַנגעזעצט ― און דאָס גאַנצע שטעטל האָט זיך אױפֿגעקאָכט, געגאַנגען כאָדאָראָם:

― געשיקט זיך עס! רב משה ראַבינאָװיטש איז ניט אַזאַ ייִד, װאָס זאָל האַנדלען מיט גנבֿהשע פֿערד, און זײַן אַבֿרהם־לײב איז ניט אַזאַ יונגערמאַן, װאָס זאָל זיך מישן אין די זאַכן, װי אַנדערע יונגע לײַט למשל... הײַנט װאָס זאָל עס באַדײַטן???

דאָס צװײ־און זיבעציקסטע קאַפּיטל

רב משה ראַבינאָװיטש פֿאָרט ראַטעװען זײַן זון

נאָך אײדער מע האָט אַרױסגעלאָזט רב משה ראַבינאָװיטשן מיט זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, האָט אױפֿן אָנרעדן טאָג דאָס גאַנצע שטעטל שױן געװוּסט די גאַנצע מעשׂה, איבער װאָס מע האָט זײ געפּאַקט ― און ס'איז געװאָרן אַ יאַריד, הימל עפֿן זיך!

און דערװוּסט האָט מען זיך עס פֿון די צײַטונגען, װאָס האָבן צום ערשטן מאָל אַרױסגעשטעלט דעם גאַנצע נאָמען מיטן טיטל פֿונעם ריטואַל־מערדער. פֿריִער האָט מען געשריבן סתּם „אַ ייִד אַ דאַנטיסט“, איצט איז שױן געשטאַנען בפֿירוש, אַז ער אין אַ שקלאָװער מעשטשאַנין мещанин: אַרבעטער און לערנט זיך אױף דאַנטיסט און הײסט הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש ― אַלע סימנים.

װאָס אין דעם דאָזיקן שטעטל האָט זיך אָפּגעטאָן ― איז שװער צו באַשרײַבן, מיט אַמאָל אַזױ פֿיל נײַעס אין אַזאַ קלײן שטעטל! געליגן זיך אַ שטאָט רויִק און געדרימלט ― און פּלוצעם אַן אײגענער דרײַפֿוס! מאָלט אײַך ― ס'איז גאָרנישט, ס'איז אַ געלעכטער, אָבער דערװײַל! אַ בזיון פֿאַר גױים! אַ בזיון פֿאַר „יעװראָפּע“! אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן! „הײַנטיקע צײַטן, װאָס אַפֿילו אין אַזאַ העק װי בײַ אונדז, איז שױן אױך דאָ אַ באַן און אַ פּראָגימנאַזיע און אַ סינעמאַטאָגראַף“...

― װער רעדט פֿון אַ סינעמאַטאָגראַף, שוטה? אױך מיר אַן אַנטיק ― סינעמאַטאָגראַף! דאָרט האַלט מען שױן בײַ „עראָפּלאַנען“, לופֿט־באַלאָנען ― און ער זאָגט גאָר סינעמאַטאָגראַף!

― מילא בקיצור, מע איז אײַך מוחל דעם סינעמאַטאָגראַף מיטן „עראָפּלאַן“ מיט די לופֿט־באַלאָנען אינאײנעם ― אַ רחמנות נעבעך אױף אונדזערע ראַבינאָװיטשעס ― אַזאַ בילבול!

― באַשערט אַ מענטשן אַן אומגליק, טרעפֿט עס אים דורך אַ קױמען. ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן, כאַ־כאַ!

― אַ גוטער געלעכטער! דערװײַל האַלט מען אַ ייִדן דאָרטן און דאָ צװײ ייִדן. אַ קאַטאָװעסל!

― בלאָטע, נאַט אײַך אַ גראָשן! מע װעט זײ אַלע דרײַ אַרױסלאָזן, אַזױ גיך מעג שױן קומען משיח!

אַזױ האָט זיך אױסגעשמועסט דאָס שטעטל ― און מע האָט דאָך טאַקע געטראָפֿן. מע האָט זײ טאַקע אַרױסגעלאָזט. אַלע דרײַ ― דער דריטער זיצט דאָך גאָר דאָרטן, קאָנען זײ פֿאַר אים דען ערבֿ זײַן? ― נאָר די צװײ, דעם פֿאָטער מיטן עלטערן זון, האָט מען אױפֿן דריטן טאָג שױן אַרױסגעלאָזט. מע האָט זײ נאָר אױסגעפֿרעגט, אױסגעזוכט בײַ זײ און איבערגעשאַרט אַלע װינקעלעך, אױסגעטרײסלט און צוגענומען בײַ זײ אַ גאַנצן פּאַק מיט בריװלעך, טאַקע װאָס זײער הערשל האָט צו זײ געהאַט געשריבן די גאַנצע צײַט, און מע האָט זײ געזאָגט, אַז זײ קאָנען גײן. און װי נאָר מע האָט זײ אַרױסגעלאָזט, אַזױ האָט רב משה ראַבינאָװיטש זיך אַן עצה געהאַלטן מיט דער משפּחה, מיט גוטע פֿרײַנד און גלאַט מיט קלוגע מענטשן: װאָס טוט מען װײַטער? און ס'איז געבליבן, אַז ער באַדאַרף פֿאָרן, „ראַטעװען זײַן זון“. װאָס ראַטעװען?! װי אַזױ ראַטעװען? ־ דאָס האָט קײנער ניט געװאָלט װיסן. נאָר אַז אַ ייִד טרינקט זיך, איז עפּעס אַ תּירוץ?

און דער אָרעמער פֿאָטער האָט נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, ער האָט נאָר דורכגעשמועסט זיך נאָך אַ מאָל מיט אַ פּאָר קלוגע מענטשן, דאָס הײסט טאַקע כּמעט מיטן גאַנצן שטעטל, און האָט אײַנגעפּאַקט דעם טשעמאָדאַן און האָט זיך אַװעקגעלאָזט אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן אױף גאָטס באַראָט, שױן גאָרנישט איבערצוקלערן אַפֿילו פֿון דעם, װאָס מע לאָזט דאָרט אַ ייִדן אַפֿילו אַ נאַכט ניט איבערנעכטיקן. „ממה־נפֿשך ― האָבן קלוגע מענטשן געדרונגען און אױסגערעדט אים דאָס האַרץ ― װאָס גאָט װעט געבן, אָט דאָס װעט זין. געשיקט זיך עס, אַז אַ ייִד זאָל שױן גאָר נישט קאָנען דאָרטן זײַן כאָטש אײן טאָג! נעמט למשל אַזאַ שטאָט װי פּעטערבורג, װוּ אַ ייִד איז, דאַכט זיך, שױן גאָר טריפֿה. פֿונדעסטװעגן זאָגן אַלע, אַז געבענטשט זאָל זײַן פּעטערבורג, װאָרעם ס'איז נישטאָ נאָך אַזאַ שטאָט אױף דער װעלט, װי פּעטערבורג איז פֿאַר אַ ייִדן... אָדער אַ שטײגער נעמט למשל מאָסקװע. מי לנו גדול ממאָסקװע! אַ ייִד איז דאָך דאָרט װי אין אַן אױבן. אַ שטאָך! אַ קלײניקײט מאָסקװע! פֿונדעסטװעגן מעג מען זיך װינטשן די אַלפֿים, װיפֿל ייִדן עס פֿאָרן אַרײַן און פֿאָרן אַרױס פֿון מאָסקװע כּל יום וִיום... אַ ייִד איז מחויבֿ צו טאָן, װאָס ער קען און גאָט דאַרף העלפֿן...“

רב משה ראַבינאָװיטש האָט זיך אַװעקגעלאָזט, מע קען זאָגן, אױף קידוש־השם. ער האָט אַפֿילו דעם פּאַס פֿאַרגעסן מיטנעמען ― אַ קלײניקײט. אַ ייִד פֿאָרט ראַטעװען אַ קינד!... און מחמת ער אַלײן איז נאָך אַ ביסל אַ מענטש פֿון דער אַלטער װעלט, האָט ער מיטגענומען מיט זיך זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, װעלכער איז שױן, װי עס רעדט זיך, צו גאָט און צו לײַט, אַבֿרהם־לײב קאָן זיך ברוך־השם אױסטענהן מיטן גרעסטן קריסט, און כאָטש אַבֿרהם־לײב האָט קײן גימנאַזיע, װי דער ייִנגערער ברודער הערשל, נישט געענדיקט, און קײן מעדאַל נישט געקריגן, פֿונדעסטװעגן ― ער װעט אײַך ניט גײן זאָגן אין אַנדערע זאַכן ― נאָר דאָרט, װוּ ס'איז „שײך צו לשון ― שפּראַך“, װעט ער זיך, האָט קײן יסורים ניט, אױסגלײַכן מיטן גרױסן בעל־גראַמאַטיק, טאַקע מיט רב הערשן אַלײן, און אױב איר װילט שטאַרק, װעט ער אים אפֿשר נאָך געבן דרײַ אױגן פֿאָר. קוקט נישט, װאָס אַבֿרהם־לײב איז זיך כּלומרשט אַ ניונקעלע, זעט אױס, דאַכט זיך, גאָר אַ יונגערמאַן אַ פֿלאָכט, אַ יונגערמאַן אַ כניאָק. איר קאָנט אײַך פֿאַרלאָזן. אַ סבֿרה, אַז ער האָט נאָך בחורװײַז געװוּסט גאַנץ קירפּיטשניקאָװ אפֿשר Александр Иванович Кирпичников מיט גאַנץ גאַלאַכאָװ Андрей Дмитриевич Галахов אױף אױסנװײניק, נישמער ער האָט נישט קײן מזל, אים האָט דער טאַטע בשום אופֿן ניט געװאָלט אָפּגעבן אין גימנאַזיע, כאָטש ער איז עלטער פֿון הערשלען ניט מער װי אױף אַ יאָר. דער טאַטע פֿאַרענטפֿערט זיך אַפֿילו, אַז די ייִדישע שׂונאים זאָלן אַזױ לעבן, װי ער האָט געװאָלט, אַז זײַן הערשל זאָל גײן אין גימנאַזיע, נאָר ער האָט דען אַן אַנדער ברירה געהאַט, איך בעט אײַך, אַז אָט דער הערשל, דער ימח־שמוניק, װי דער פֿאָטער רופֿט אים אָן אין גוטן מוט, איז גאָר סך־הכּל ייִנגלװײַז, אױב איר װילט װיסן, עוקר געװען פֿון דער הײם און אַװעקגעלאָזט זיך, ניט געדאַכט זאָל ער אײַך װערן, אין אַנאַנדער שטאָט ― אַזױ דערצײלט דער פֿאָטער אַלײן. מע האָט גאָר אַ צײַט נישט געװוּסט אַפֿילו, װוּ זײַן געבײן איז אַהינגעקומען, ערשט העט־העט, אין אַ צײַט אַרום, איז מען געװױרע געװאָרן, טאַקע פֿונעם ימח־שמוניק אַלײן, אַז ער „פּריגאַטאָװעט ]приготовить: צוגרײטן]“ זיך אין גימנאַזיע אַרײַן און אַז ער איז שױן כּמעט פֿאַרטיק, דאָס הײסט ער האָט שױן דעם „עקזאַמענט“ אױסגעהאַלטן, און דװקא גוט אױסגעהאַלטן, נאָר אַן אומגליק ― קײן „װאַקאַציע“ איז נישטאָ! פֿונדעסטװעגן, שרײַבט ער, דער כּל־בוניק, אַז מע זאָל דערפֿון חס־ושלום קײן יסורים ניט האָבן ― ער װעט אם ירצה השם „עקסטערניטשן“, זאָגט ער, און „עקסטערניטשן“ אַזױ לאַנג, ביז ער װעט פֿאָרט, זאָגט ער, אַרײַן, נאָר יעדנפֿאַלס אַהײם װעט ער, זאָגט ער, שױן צוריק נישט קומען. נו? אַדרבא, זאָגט שױן איר, װאָס האָט ער געקאָנט טאָן, אַ פֿאָטער, װאָס האָט ליב זײַן קינד? און נאָך אַזאַ געראָטן קינד װי אָט דער שפּירט אַז צו װאָס ער נעמט זיך, ברענט דאָס בײַ אים אונטער די הענט!?

אַזױ דערצײלט דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, אַ ייִד אַ פּראָסטער און אַן ערלעכער, ער איז אַ „פּראַװיטעל“ (דאָס מײנט מען „אָטפּראַװיטעל“, װעלכעס הײסט עקספּעדיטאָר) בײַ דער באַן. פֿונעם פֿאָטערס רײד איז צו פֿאַרשטײן, אַז זײַן זון הערשל האָט זיך גוט אָנגעמוטשעט, אָנגעהונגערט, אָנגעפֿרױרן און „געעקסטערניטשעט“ און סוף־כּל־סוף אַרײַן אין אײנע פֿון די מיטלסטע קלאַסן ערגעץ אין אַ פֿאַרװאָרפֿענער שטאָט אין טיף „ראַסיעיע“ (אין ט―ר גובערניע), װוּ ייִדן זענען נישט בנימצא, דאָרט האָט ער אַ קרובֿ פֿון דער מוטערס צד, אַ ייִד אַבעל־מלאָכה מיט אַלע „פּראַװעס“, האָט ער אים צוגעשריבן צו זיך, און ס'איז אים געראָטן, מע האָט אים צוגענומען, און ער האָט געלערנט, אַ ביסל צוגעהאָרעװעט, געגעבן שטונדן, און אַ ביסל האָט אים אונטערגעהאָלפֿן דער פֿאָטער ― אַ ברירה האָט ער געהאַט? ― „און דער ימח־שמוניק האָט געענדיקט די גימנאַזיע מיטן קנאַק טאַקע נאָר װי אַזאַ כּל־בוניק שטײט אָן“.

אָט מיט דעם לשון האָט זיך דער פֿאָטער אַלײן דערנאָך באַרימט, גאָר ניט געשעמט זיך, װאָס ער, רב משה ראַבינאָװיטש, אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן, האָט אַ זון מע קאָן זאָגן אַ גױ. נאָר װאָס זאָל מען טאָן, אַז ס'איז הײַנט אַזאַ װעלט געװאָרן? נאָך דאַנקען גאָט, װאָס ער האָט ניט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך אינגאַנצן דעם נאָמען ייִד, װי אַנדערע אין הײַנטיקע צײַטן... אַדרבא, זײַן הערשל, אַז ער קומט אַמאָל צו פֿאָרן אױף אַ יום־טובֿ אַהײם, און ער גײט מיטן פֿאָטער אין שול אַרײַן דאַװנען, און מע רופֿט אים אױף מפֿטיר, לײגט ער אַװעק אַ הפֿטרהלע, דער כּל־בוניק, איז דאָך ממש די פֿינגער צו לעקן, אַז מע שמועסט אַ געראָטענער, איז דאָך ניט שײך.

אַזױ האָט זיך דער פֿאָטער געטרײסט און אונטערגעשיקט דעם זון אָפֿטלעך, װיפֿל ער האָט נאָר געקאָנט און בסוד, אַז דער עלטערער זון, אַבֿרהם־לײב, זאָל ניט װיסן און זאָל נישט זײַן מקנא... אַבֿרהם־לײב האָט אָבער יאָ געװוּסט דערפֿון און איז טאַקע געװען זײער ניט צופֿרידן און טאַקע אָפֿטלעך אונטערגעװאָרטשעט, אונטער דער נאָז געװײנטלעך, װאָרעם װי קאָן מען רעדן קענען אַ טאַטן? כּיבוד־אָבֿ איז דאָך עפּעס ניט קײן קלײניקײט. ער פֿלעגט נאָר דערלױבן זיך אַמאָל אַ מורמל טאָן פֿאַרבײַגײענדיק, אַז ער, אַבֿרהם־לײב, זעט ניט אַרױס הײַנטיקע צײַטן אינעם שטודירן קײן שום תּכלית פֿאַר אַ ייִדן. נאַט אײַך דרײַ גראָשן, יאָ גימנאַזיע, ניט גימנאַזיע. אַדרבא, אַ ייִד מיט אַ גימנאַזיע איז בײַ זײ טױזנט מאָל מער טריף, װי אַ ייִד אָן אַ גימנאַזיע, און לאָמיר זאָגן, אַז ער האָט שױן גאָר געענדיקט די גימנאַזיע ― איז װאָס? און אַפֿילו שאַ, לאָז שױן זײַן ער האָט שױן געענדיקט אוניװערסיטעט אױך, נו? װאָס װײַטער? פּכע ― גאָרנישט מיט גאָרנישט, דער אײגענער הערשקאָ, נאָר טױזנט מאָל ערגער, װאָרעם הערשקאָ, אַז ער האָט ניט קײן דיפּלאָם, איז ער בײַ זײ הערשקאָ. און אַ סוף, און װיבאַלד ער באַקומט אַ דיפּלאָם, װיל ער דאָך שױן ניט הײסן הערשקאָ, נאָר גרישאַ אָדער גריגאָרי, און פֿון אַ הערשקאָ זאָל װערן אַ גרישאַ אָדער אַ גריגאָרי, דאָס װילן זײ ניט לײַדן ― און טוט זײ עפּעס!

פֿאַרשטײט זיך, אַז אין די דאָזיקע דיבורים, אין װעלכע עס האָט זיך געפֿונען אַ ביסל אמת, איז געװען אױך ניט װינציק קינאה, װאָס זײַן ייִנגערער ברודער הערשל שטודירט און ער, אַבֿרהם־לײב, װאָס איז אינגאַנצן מיט אײן יאָר עלטער פֿון זײַן ברודער און קען גאַנץ קירפּיטשניקאָװ מיט גאַנץ גאַלאַכאָװ אױף אױסװײניק, באַדאַרף ער זײַן אַן אָטפּראַװיטעל אױף דער באַן, האַלטן דאָס היטל ניט נאָר פֿאַרן „נאַטשאַלניק סטאַנציע“, נאָר אַפֿילו פֿאַרן „סטאָראָזש“. אַ גױ אין יוכטאָװע שטיװל, װאָס פֿאַרגינט זיך זאָגן אַבֿרהם־לײבן „דו“, נאָר דער „דו“ אַלײן װאָלט נאָך געװען אַ האַלבע צרה, איז זיך מישבֿ דער כאַמרוק און רופֿט אים, „כאַלאַמײזער“. כאַלאַמײזער ― דאָס הײסט בײַ אים חײם־לײזער, כאָטש מע רופֿט אים ניט חײם און ניט לײזער, נאָר אַבֿרהם־לײב. נאָר גײ רעד מיט אַ כאַם! װיבאַלד אַ ייִד און האָט צװײ נעמען ― איז שױן בײַ אים „כאַלאַמײזער“, אַן אומה, װאָס מעג זיך טאַקע איבערנעמען...

אַז ס'איז אָנגעקומען די ידיעה פֿון דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אַז הערשל איז אין אוניװערסיטעט ניט אַרײַן און אַז ער האָט זיך גאָר אײַנגעגעבן אױף דאַנטיסט, איז אַבֿרהם־לײב אין האַרצן געװען מלא גדולה, װאָס ער האָט געטראָפֿן נאָך װײס איך װען, אַז ס'ט'אַזױ זײַן, װאָס דען? סע שפּילט בײַ זײ אַ ראָל אַ מעדאַל, לאָז זײַן אַ זילבערנער מעדאַל, אַ גאָלדענער מעדאַל, אַ בריליאַנטענער מעדאַל! ייִדעלע ― לידעלע, װוּהין קריכסטו מיטן פֿידעלע?...“

דער אַלטער ראַבינאָװיטש, דװקא אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן, װאָס מע רופֿט אים רב משה, האָט זיך דװקא באַרימט פֿאַר אַלעמען אַז זײַן הערשל ― איר קענט דאָך אים דעם ימח־שמוניק ― איז שױן הײַנט אַ סטודענט, דאָס הײסט אײגנטלעך ניט קײן סטודענט, נאָר אַ דאַנטיסט, נאָר װאָס איז דער נפֿקא־מינה אַ סטודענט, אָדער אַ דאַנטיסט? ― איר זאָלט זען די בריװלעך, װאָס ער שרײַבט!... שפּעטער מיט אַ קורצע צײַט האָט דער פֿאָטער געזאָגט: „שטעלט אײַך פֿאָר, דער ימח־שמוניק האָט שױן גאָר אָנגעהױבן פֿאַרדינען געלט, אַזױ װײַט, אַז ניט נאָר ער נײטיקט זיך שױן ניט אינעם טאַטנס הילף, זאָגט ער, אַדרבא, ער זאָגט, אַז ער װיל זיך שױן גאָר, זאָגט ער, צוצאָלן מיטן טאַטן, זאָגט ער, זײַנע אַלטע חובֿות ― אַ כּל־בוניק קאָן! נײן, נאָך שענער, ער האָט שױן גאָר אָנגעהױבן טאַקע צו שיקן געלט אַלע חודש, אַמאָל אַ כּף־הײ'ער און אַמאָל אַ פֿופֿציקער, און אַמאָל אַ גאַנצן הונדערטער. נו, װאָס װעסטו עפּעס איצטער זאָגן אױף דײַן ברודער, אַבֿרהם־לײב? קום נאָר אַהער, װאָס שװײַגסטו?“

נאָר װאָס קאָן זאָגן אַבֿרהם־לײב? ערשטנס האָט ער אױף זײַן ברודער קײנמאָל קײן שלעכטס ניט גערעדט. און צװײטנס, אַז מע װעט אים שטאַרק בעטן, װעט אַבֿרהם־לײב נאָך הײַנט אױך זאָגן, אַז מע קען נאָך גאָרניט װיסן, ס'איז נאָך װײַט צום געלעכטער... אַז אַ מענטש פֿאַרדינט אַ מאָל אײן חודש אַ ביסל מער, איז נאָך גאַר קײן ראיה ניט... איבעריקנס, װאָס װעט ער גײן איבערשפּאַרן אַ טאַטן? כּיבוד־אָבֿ ― שײך צו זאָגן...

אַ ביסל האָט זיך אַבֿרהם־לײב די ערשטע צײַט געקילט דאָס האַרץ, אַז זײַן ברודער הערשל האָט פּלוצעם אױפֿגעהערט ניט נאָר צו שיטן מיט פֿופֿציקערס און מיט הונדערטערס, ער האָט שױן גאַר בריװ אױך אױפֿגעהערט שרײַבן. „די משמעות אונדזער קנאַקער איז שױן גאָר גרױס געװאָרן, אַז עס שטײט אים שױן ניט אָן אַפֿילו אַרײַנשרײַבן אונדז אַמאָל אַ בריװל, פּכע!“ ― האָט אַבֿרהם־לײב אַ זאָג געגעבן אײנמאָל פֿאַרבײַגײענדיק, דער פֿאָטער זאָל הערן, און האָט אָבער באַלד חרטה געהאַט, נישט געקאָנט צוזען דעם צער, װי דער טאַטע גײט אַרום װי אַ שאָטן, קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען. שפּעטער־שפּעטער האָט אַבֿרהם־לײב אַלײן אױך אָנגעהױבן שטילערהײט האָבן יסורים און איבערטראַכטן מי יודע װאָס: „אַ קשיא, הײַנטיקע פֿײַפֿערס ― אפֿשר האָט ער זיך איבערגעקערט?... די שעה זאָל גאָר ניט זײַן, װאָרעם דער טאַטע װעט עס, חלילה, ניט איבערטראָגן...“ אַזױ האָט זיך געטראַכט אַבֿרהם־לײב און איז אומגעגאַנגען אַ טױטער. און װער שמועסט איצטער, אַז מע װײסט שױן אַלצדינג, און אַז עס האָט זיך געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, דאַרף ער װאַרטן, ביז דער טאַטע װעט אים זאָגן: פֿאָר! אַבֿרהם־לײב האָט אַלײן געגעבן צו װיסן דעם טאַטן, אַז ער פֿאָרט מיט. און נישט נאָר ער אַלײן, דאָס גאַנצע שטעטל האָט גאָר אַנדערש ניט גערעכנט, אַז װיבאַלד פֿאָרן, באַדאַרפֿן זײ פֿאָרן אין צװײען, דער פֿאָטער מיטן זון, דער שׂכל איז דאָך מתחײבֿ. און אַז זײ האָבן זיך אױפֿגעזעצט פֿאָרן, איז כּמעט דאָס גאַנצע שטעטל אַרױסגעקומען זיך געזעגענען מיט די ראַבינאָװיטשעס און צוּװינטשעװען זײ, ס'זאָל זײַן מיט הצלחה, און אָנגעזאָגט אַבֿרהם־לײבן אפֿשר הונדערט מאָל, ער איז דאָך אַ יונגערמאַן, װאָס קען, על־כּן זאָל ער אַרױסשרײַבן אַלצדינג און באַריכות און װאָס מער און װאָס אָפֿטער, און אם ירצה שם, אַז גאָט װעט העלפֿן, ס'װעט זײַן אַ גוטע בשׂורה, זאָלן זײ ניט זשאַלעװען קײן געלט און קלאַפּן אַ דעפּעש.

― געדענק־זשע, אַבֿרהם־לײב, פֿאַרגעס ניט, װאָס מער אָטקריטקעס открытки: פּאָסטקערטלעך און למען־השם, אַז גאָט װעט העלפֿן, איז געקלאַפּט אַ דעפּעש!

― גוט־גוט, ס'זאָל נאָר זײַן אין דעם געװענדט. און מע מעג שװערן, אַז אַבֿרהם־לײב האָט בגנבֿה אױסגעװישט אַ טרער.

דער לאָקאָמאָטיװ האָט שױן לאַנג געפֿײַפֿט. פֿונעם קױמען האָט געזעצט אַ רױך. די רעדער האָבן געקנאַקט. די װאַגאָנעס האָבן זיך געשלענגלט אײנס נאָכס אַנדערע. פֿון די פֿענצטער האָבן אַרױסגעקוקט צװײ פֿאַרכמורעטע פּנימער: אײנער אַן עלטערער אַ באַװאַקסענער, מיט אַ פֿאַטשײלע אױפֿן האַלדז; דער אַנדערער אַ ייִנגערער מיט אַ װײַסע מאַנישקע און סימנים פֿון אַ בערדל. רב משה נעבעך און זײַן עלטערער זון אַבֿרהם־לײב ־ װאָס האָט צו זײ גאָט געהאַט, װײס מען ניט... אָט נאָך אַ מינוט און מע זעט זײ שױן ניט מער. און ייִדן מיט פֿאַרזאָרגטע פּנימער שטײען נאָך אַלץ אױפֿן װאָקזאַל, געזעגענען זיך מיט די אָפּגעפֿאָרענע, מאַכן צו זײ מיט די הענט, שרײַען זײ נאָך פֿון דער װײַטן, און עס הערן זיך באַזונדערע, איבערגעריסענע און אָפּגעהאַקטע װערטער:

― פּאָרט געזונט...! אָטקריטקעס! זײַט מצליח!... למען־השם אַ דעפּעש!...

דאָס דרײַ־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

זכות־אָבֿות

אונדזער צװײטן העלד, דעם אמתן ראַבינאָװיטש, װאָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ גױ און האָט געװױנט אין דער גרױסער רוסישער שטאָט, אינעם סאַמע צענטער פֿונעם לאַנד, אונטערן נאָמען גריגאָרי פּאָפּאָװ, אין עס געגאַנגען אַ סך בעסער װי זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, װאָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ייִדן און אַ נאָמען געגעבן זיך ראַבינאָװיטש. אים, דעם פֿאַלשן פּאָפּאָװן, איז עס, קאָן מען זאָגן, אַװעק מיט מזל־ברכה און די הצלחה האָט אים דאָ געשפּילט פֿון דער ערשטער מינוט אָן.

אַז מע האָט אים באַלד אָן אַ שום אָפּהאַלט אָנגענומען אין אוניװערסיטעט ― פֿון דעם איז דאָך גאָר נישטאָ װאָס צו רעדן. עם איז געװען גענוג נאָר אײן קוק טאָן אין זײַנע פּאַפּירן, מע זאָל דערזען, פֿון װאַנען ער שטאַמט. זכות־אָבֿות איז נישט קײן קלײניקײט. דער נאָמען פֿון זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, איז מער װי באַקאַנט אין דער דאָזיקער שטאָט.

עטלעכע שװערע מינוטן האָט ער אַפֿילו יאָ איבערגעלעבט בעת אײַנגעבן די פּאַפּירן. די דאָקומענטן זענען געװען נישט אין בעסטער אָרדענונג; למשל, דאָס בילד, װאָס קומט צוגעחתמעט צום אַטעסטאַט, איז געװען „עפּעס נישט אינגאַנצן דאָסיק...“ אַזױ האָט זיך אױסגעדריקט דער סעקרעטאַר פֿון אוניװערסיטעט. נאָר װידעראַמאָל זכות־אָבֿות ― דער נאָמען פּאָפּאָװ איז געװען אַזױ מעכטיק, אַז דער סעקרעטאַר האָט זיך אַלײן שיִער די צונג ניט אָפּגעביסן, װאָס ער האָט אײן מינוט אַפֿילו געװאָלט חושד זײַן דעם דאָזיקן בחור אין אַזאַ זאַך: און ער האָט אין דער גיך צונױפֿגעלײגט דעם אַטעסטאַט און פֿאַרדעקט מיט די איבעריקע פּאַפּירן, אַזױ גלײַך װי ער, װאָלט געװאָלט זיך אַלײן צושלאָגן, פֿאַרשאַרן און אַרױסשטױסן יעדע זײַטיקע מחשבֿה.

דאָס איז געװען דער ערשטער גליקלעכער שריט, װאָס אונדזער געמאַכטער פּאָפּאָװ האָט זיך בײַ אים שיִער־שיִער נישט אױסגעגליטשט ― און איז אַרױס טרוקן.

דער אַנדערער שריט איז געװען נאָך מער מסוכּן װי דער ערשטער. געװױנט געװאָרן האָרעװען, געבן שטונדן, און װעלנדיק פֿאַרגרינגערן דעם פֿאָטער אין זײַנע באַדערפֿענישן אױך אױף װײַטער, האָט ער באַשלאָסן צו זוכן אַ פּאָר שטונדן אין דער דאָזיקער רײַכער רוסישער שטאָט, װאָס דאַרפֿן זיך זײער גוט באַצאָלן. נאָר אַנשטאָט צו געבן אַן אַנאָנס אין די צײַטונגען, איז ער געפֿאַלן אױף אַ המצאה און זיך דורכגעגאַנגען צום רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט בעטן בײַ אים, אַז טאָמער װעט עמיצער זיך נאָכפֿרעגן אױף אַ רעכטן רעפּעטיטאָר, זאָל ער האָבן אין זינען אים, פּאָפּאָװן.

אױפֿגענומען האָט אים דער רעקטאָר, שױן אַן עלטערער מענטש מיט באַקנבאָרדן, װעלכע זענען שױן לאַנג אַרױס פֿון דער מאָדע, זײער פֿרײַנדלעך און זײער האַרצעדיק. אױסגעהערט דעם סטודענטס בקשה, האָט זיך דער אַלטער מאַן מיט די באַקנבאָרדן גענומען עפּעס מאָדנע אײַנקוקן אין אים, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זיך איבערצײַגן, אױב דאָס רעדט צו אים דער, װאָס ער מײנט, און נישט קײן אַנדערער. עס האָט זיך בײַ אים אַזש מאָדנע אַראָפּגעהאַנגען די אונטערשטע ליפּ. דער געמאַכטער פּאָפּאָװ מיט זײַן ייִדיש קעפּל האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען נאָכן דאָזיקן קוק און נאָך דער אַראָפּגעהאַנגענער ליפּ, אַז ער באַדאַרף אױסזען בײַם רעקטאָר װילד און זײַן בקשה באַדאַרף זיך אים אױסװײַזן אָפּגעפֿרעגט: װי קומט פּאָפּאָװס אַ זונדל צו בעטן שטונדן?... האָט ער זיך גיך פֿאַרכאַפּט און גענומען אױפֿקלערן דעם רעקטאָר, אַז ער האָט געגעבן דאָס װאָרט, אַז ער זאָל אײן יאָר כּסדר זיך באַגײן אָן דעם פֿאָטערס הילף, און מורא האָבנדיק, טאָמער טוט זיך דער רעקטאָר אַ פֿרעג אָן, חלילה, בײַם פֿאָטער, דאָס הײסט אײגנטלעך בײַ זײַן חבֿרס פֿאָטער, און דאָס װאָלט דאָך אים זײער נישט געפּאַסט, מכּמה־וכּמה טעמים, האָט ער זיך געאײַלט צו פֿאַרריכטן דאָס אױך און האָט בסוד־סודות איבערגעגעבן דעם רעקטאָר, אַז קײן בן־אָדם דאַרף נישט װיסן ― און דער פֿאָטער אױך נישט ― װי אַזױ און פֿון װאָס ער קומט דורך דאָס יאָר. עס איז בײַ אים, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ מין ספּאָרט, אַ װעטע, װעלכע ער האָט פֿאַרטרױט נאָר אים, דעם רעקטאָר, און װײַטער קײנעם נישט.

דעם רעקטאָר האָט די דאָזיקע מעשׂה טאַקע אױסגעװיזן װילד, נאָר דאָס סימפּאַטישע פּנים פֿונעם סטודענט, דאָס פֿײַנע באַנעמען זיך, דאָס אױפֿריכטיק און אָפֿנטלעך זיך באַגײן מיט אים, און דערהױפּט )טאַקע װידעראַמאָל זכות־אָבֿות( דאָס, װאָס פֿאַר אים זיצט איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל ― דאָס אַלץ האָט דעם פֿאַרגלױבלעכן רעקטאָר פֿאַרבלענדט די אױגן און פֿאַרטומלט דעם געזונטן שׂכל, און ער האָט זיך פֿרײלעך צעלאַכט ― אַ סימן, אַז דער אױפֿטו איז אים געפֿעלן. פֿונדעסטװעגן האָט ער געפֿונען פֿאַר נױטיק צו באַמערקן אין אַ הומאָריסטישן טאָן, אַז עס איז אַװדאי זײער שײן פֿון זײַן זײַט, װאָס ער װיל פֿאַרשפּאָרן זײַן פֿאָטער און באַװײַזן, אַז ער קאָן לעבן זעלבסטשטענדיק, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט דאָס װאָרט געגעבן, און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן. דאָס איז אַלצדינג זײער שײן און זײער פֿײַן, מע טאָר אָבער נישט פֿאַרגעסן דאָס אױך, אַז פֿון שטונדן לעבן הונדערטער אָרעמע יונגעלײַט, װאָס פֿאַרמאָגן נישט אַזעלכע פֿאָטערס, װי איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און האָבן נישט דעריבער קײן שום אַנדערן אַרױסקוק אױף זײַטיקע הילף, אױסער זײער אײגענער אַרבעט, זײער אײגענער האָרעװאַניע, און געבן אים, פּאָפּאָװס זון, אַ שטונדע, װאָלט געהײסן אײנפֿאַך אַװעקנעמען בײַם אָרעמען סטודענט דעם ביסן פֿונעם מױל.־ און דאָס טאָר על־פּי יושר אַזאַ בחור װי ער אײגנטלעך גאָר נישט פֿאַרלאַנגען. נאָר װאָס דען ― אַזױ װי ער האָט שױן געגעבן דאָס װאָרט און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן, זאָגט ער אים צו, אַז אױב עס װעט זיך נאָר מאַכן, עמיצער װעט זיך נאָכפֿרעגן אױף אַזאַ מין רעפּעטיטאָר, װעט ער אים האָבן אין זינען...

װאָס האָט דער רעקטאָר געמײנט מיט די װערטער „אַזאַ מין רעפּעטיטאָר“ ― האָט דער סטודענט נישט פֿאַרשטאַנען. נאָר געפֿילט האָט ער נאָכן װאַרעמען קװעטש בײַ דער האַנט און נאָכן קלאַפּן איבער די פּלײצעס און נאָכן באַגלײטן אים ביז דער טיר, אַז טאָמער װעט בײַם רעקטאָר טאַקע זײַן עפּעס אַ רעכטער אוראָק, איז ער, פּאָפּאָװ, דער ערשטער קאַנדידאַט.

און כּך־הװה. ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן װאָך אַפֿילו, האָט מען אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אַרײַנגערופֿן צום רעקטאָר, געבעטן זיצן און געלײענט אַ גאַנצע לעקציע װידעראַמאָל װעגן דעם, אַז ס'איז נישט קײן יושר אַװעקנעמען בײַ אָרעמע סטודענטן, װאָס האָבן נישט קײן אַנדערע אױסזיכטן אױסער זײער אײגענע האָרעװאַניע, דעם ביסן פֿונעם מױל און אַװעקגעבן אַזאַ בחור װי איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל, און דאָס, װאָס ער, פּאָפּאָװ, האָט געגעבן דעם פֿאָטער דאָס װאָרט אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר צו לעבן זעלבסטשטענדיק, װאָלט בײַם רעקטאָר אױך נישט אַזױ שטאַרק אױסגעמאַכט, װען עס זאָל זיך נישט טרעפֿן אַ צופֿאַל, גאָר אַ באַזונדערער צופֿאַל, דהײַנו: פֿאַראַן אין דער דאָזיקער שטאָט זײער אַ רײַכער פּאָמעשטשיק, פֿון זײער אַן אָנגעזעענער פֿאַמיליע, אַ געװיסער פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי, װאָס זוכט אַ רעפּעטיטאָר אַ סטודענט, נאָר דװקא אַ דװאָריאַנין, פֿון אַן אָנשטענדיק הױז, און דװקא אַזעלכן, װאָס ער, דער רעקטאָר, קאָן פֿאַר אים גאַראַנטירן, אַז ער קאָן זיכער זײַן פֿאַר זײַנע קינדער, אַז זײ װעלן נישט אַרײַנפֿאַלן אין נישט קײן געװינטשטע הענט. װיבאַלד אַזױ, קאָן זיך שױן דער רעקטאָר נישט רעכענען דערמיט, װאָס אַ סך אָרעמע סטודענטן קוקן אפֿשר אַרױס אױף אַזאַ צופֿאַל. דאָרט, װוּ עס האַנדלט זיך אין גאַראַנטיע, דאָרט, װוּ יענער פֿאַרלאַנגט דורכױס, אַז זײַנע קינדער זאָלן זײַן װײַט פֿון אַלע זײַטיקע עקסטרעמען, דאָרט איז נישטאָ קײן אָרט פֿאַר רחמנות, יושר און נאָך אַזעלכע געפֿילן...

אַזױ האָט אױסגעלאָזט דער רעקטאָר, צוגעגאַנגען צום טיש און אָנגעשריבן עטלעכע װערטער.

― דאָ האָט איר מײַן קאַרטל, יונגערמאַן, גײט, נעמט אָן די שטעלע און לאָז עס זײַן אין אַ גוטער שעה, אַז איר בײדע זאָלט זײַן צופֿרידן אײנס פֿון דאָס אַנדערע און איך זאָל קײן חרטה נישט האָבן אױף מײַן רעקאָמענדאַציע... און װאָס אָנבאַלאַנגט איר בקשה, עס זאָל זײַן בסוד פֿון אײַער פֿאָטער און פֿון אַלעמען ― האָט דער רעקטאָר צוגעגעבן אױפֿשטײנדיק, ― קאָנט איר זיך פֿאַרלאָזן אױף מיר; װיבאַלד איך האָב אײַך שױן אײנמאָל מײַן װאָרט געגעבן, אַז צװישן אונדז זאָל עס בלײַבן, מעגט איר שױן זײַן רויִק.

מיט די װערטער האָט דער רעקטאָר אַרױסבאַגלײט דעם יונגען פּאָפּאָװ פֿון זײַן קאַבינעט און געפֿונען פֿאַר נױטיק נאָך אַ מאָל צו דערמאַנען אים, אַז כאָטש ס'איז אַפֿילו נישט אינגאַנצן על־פּי יושר, אין דער צײַט װען אַ סך אָרעמע סטודענטן, װאָס האָבן נישט קײן אַנדערע אױסזיכטן... און אַזױ װײַטער אינעם זעלבן נוסח.

דאָס פֿיר־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

ער כאַפּט זיך אַרײַן אין די הױכע פֿענצטער

מיט אַ ציטערדיקע האַנט און מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ האָט דער סטודענט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אָנגעקלונגען אין אַ גרױסאַרטיקן אַנטרע פֿון אַ ציקאַװע טשאַקענדיק מױערל, װאָס שטײט זיך באַזונדער אַלײן אױף אײנע פֿון די רײַכסטע גאַסן אין דער רײַכער רוסישער שטאָט. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שטוב? װאָס זענען דאָס פֿאַר מענטשן! װי װעט ער זיך מיט זײ האַלטן? װי װעט ער זיך מיט זײ פֿילן! און דער עיקר ― צי שפּילט ער זיך נישט מיט פֿײַער! צי װעלן אים ניט אַרױסגעבן זײַנע אױגן, זײַן נאָז, זײַן אַקצענט?... אפֿשר איז דאָס ניט דער געװינטשטער פּלאַן? צו אַ גרױסאַרטיק הױז. צו אַ גרױס שטרײַמל. ער האָט דאָס גאָר אַזױ װײַט נישט געטראַכט, און אַזױ הױך נישט געצילט... „באַדענק דיך, הערשל, אפֿשר איז נאָך דאָ צײַט אָפּצוטראָגן זיך פֿון דאַנען?“... עס איז שױן אָבער געװען צו שפּעט ― אױף זײַן קלונג האָט זיך גיך באַװיזן אַ הױכער דזשענטעלמען אין אַ ליװרעע מיט אַ װײַס געגאָלט אױסגעפּעסטעט פּנים. דער דזשענטעלמען האָט אױסגעמאָסטן דעם סטודענט מיט אײן קוק פֿון אױבן ביז אַראָפּ, צוגענומען בײַ אים דעם רעקטאָרס קאַרטל, אַרײַנגעפֿירט אים אין אַ פּרעכטיקן װעסטיבול, געבעטן אים צוּװאַרטן און אַלײן איז דער דזשענטעלמען װי לאַנג ער איז אַרױפֿגעלאָפֿן אױף ברײטע קײַלעכיקע טרעפּ און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אױף עטלעכע מינוט, און דער סטודענט האָט דערװײַל צײַט געהאַט אַרומקוקן זיך װוּ ער געפֿינט זיך, באַטראַכטן דאָס זעלטן שײנע װעסטיבול, די גלענצנדע זײַלן פֿון געלן מאַרמאָר, די געמאָלטע הױכע גלעזערנע סטעליע, דאָס רײַכע מעבל. די טײַערע בילדער, װאָס אױף די װענט, די בראָנדזענע און מאַרמאָרענע סטאַטועס, די ביכער, זשורנאַלן און אילוסטראַציעס אין די טײַערסטע בונדן װאָס אױפֿן טיש און די אַלע איבעריקע שײנע זאַכן און אַנטיקלעך. און װאָס אים האָט איבערראַשט ― איז נישט די רײַכקײט, נישט דער פּראַכט און גלאַנץ פֿונעם דאָזיקן אײַנטריט, נאָר די רחבֿות, די ברײטקײט, די פֿעסטקײט און באַקװעמלעכקײט, װאָס דאָ איז, די שטילקײט און די רויִקײט און דערהױפּט דער באַװאָרנטער זיכערער גײַסט, װאָס שװעבט דאָ אין דער לופֿט און װאָס זאָגט אײַך, אַז די בעלי־בתּים באַדאַרפֿן זיך דאָ פֿילן ניט נאָר אָנגענעם און באַקװעם, נאָר זיכער און פֿעסט און הײמיש. בײַ זיך אין דער אײגענער הײם... דאָס איז אַזאַ מין געפֿיל, װאָס פֿאַרשטײן קאָן דאָס נאָר אַ ייִד. װאָרעם װי רײַך דער ייִד זאָל נישט זײַן, װי פֿעסט ער זאָל זיך נישט באַזעצן, װי ברײט ער זאָל זיך נישט צעװאַרפֿן, װי שרײַענדיק ער זאָל זיך נישט אַרומשטעלן, מוז זיך פֿילן, אַז ער איז אַ גאַסט, אַז ער זיצט אין אַ האָטעל, אין אַ צײַטװײַליקע אַכסניא, װאָס אױב נישט ער, נאָר זײַנע קינדער אָדער אין בעסטן פֿאַל זײַנע קינדסקינדער ― גאָט װײסט װוּ זײ װעלן זײַן...

― פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש בעטן אײַך צו זיך, ― האָט אים דער געגאָלטער דזשענטעלמען איבערגעריסן די געדאַנקען און אַרױסגעפֿירט אױף די ברײטע געלע מאַרמאָר־טרעפּ אַרױף, דורכגעפֿירט דורך אַ גאַנצע רײ שפּיגלדיקע חדרים, אײנער גרעסער און ברײטער און שענער און רײַכער פֿונעם אָנרעדן, און אַרײַנגעלאָזט אין אַ ברײטן געראַמען גרױסאַרטיק צוגעקליבענעם קאַבינעט, אױסגעבעט מיט די טײַערסטע טעפּעכער און װײכע דיװאַנעס, אַזױ אַז מע הערט נישט די אײגענע טריט...

דאָס ערשטע, װאָס אים האָט זיך געװאָרפֿן אין די אױגן אַרײַן, איז געװען דער גרױסער גלאַטער שטאָלקאָלירענער הונט, װאָס איז געלעגן אױסגעצױגן, אײַנגענורעט די חנעװדיקע מאָרדע אין די פֿעדערשטע לאַפּעס, אין מיטן קאַבינעט אױף דער ערד, געדרעמלט נאָר אױף אײן אױג, און דאָס אַנדערע אױג, אַ רױטס און אַ זודיקס, האָט מעלאַנכאָליש בײז געפֿײַערט אױף דעם אַרײַנגעקומענעם אומבאַקאַנטן פּאַרשױן, אַ פּנים חשק געהאַט אים אױפֿנעמען עפּעס ניט אַזױ יום־טובֿדיק, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ גאַסט אַ סטודענט מיט אַזאַ רעקאָמענדאַציע און מיט אַזעלכע זכות־אָבֿות... דאָס האָט מען באַלד געקאָנט פֿאַרשטײן נאָכן מאָדנעם בורטשען אָדער ברומען, װאָס האָט זיך אַרױסגעריסן פֿונעם דאָזיקן כּלבֿס האַלדז, עפּעס אַ מין „הררררר“, װאָס איז אפֿשר געװען נישט מער װי אַ הײמישער אױפֿנעם: „ברוך־הבא אַ ייִד, סקאָצל קומט, פֿון װאַנען האָט איר זיך גענומען?...“

דער אַרײַנגעקומענער גאַסט האָט דאָס אָבער אַנדערש אױסגעטײַטשט און ס'איז אים פּרחה־נשמתו געװאָרן. מיר שעמען זיך גאָר ניט און זאָגן אַרױס גאַנץ אָפֿנטלעך, אַז אונדזער צװײטער העלד, גרישאַ פּאָפּאָװ, אײגנטלעך הערשל ראַבינאָװיטש, האָט געירשנט פֿון זײַנע אור־אורעלטערן אַ נישט פֿאַרשטענדלעכע שׂינאה, אָדער בעסער געזאָגט אַ שרעקלעכע מורא פֿאַר אַ הונט... פֿון װאַנען דאָס נעמט זיך ― װײסן מיר ניט. אפֿשר נעמט זיך עס דערפֿון, װאָס זײַנע עלטער־עלטער־זײדעס, די אַלטע ראַבינאָװיטשעס, זענען געװען פּריצישע ייִדן װאָס האָבן באַדינט דעם פּריץ, און דער פּריץ פֿלעגט זיך איבער זײ לוסטיק מאַכן, אָנרײצן די הינט, בעת דער ייִד איז געקומען אין „הױף“ אַרײַן, נישט חלילה מיט דעם מײן, אַז די הינט זאָלן צערײַסן דעם ייִדן, נאָר גלאַט אַזױ, די יאַסנאָ־װעלמאָזשנע ясно-вельможний: עכט אײדעלע געסט זאָלן קוקן פֿונעם גאַניק אַרױס און אַ ביסל לאַכן... דאָס איז אָבער ניט מער װי אַ השערה. מיר װילן ניט אַרײַנלאָזן זיך אין אַזעלכע װײַטע חקירות. מיר לאָזן דאָס איבער פֿאַר די, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע זאַכן, זײ װעלן דאָס שױן מסתּמא פֿאַרענטפֿערן װי עס געהער צו זײַן. איך װיל נאָר באַשטעטיקן אַ פֿאַקט, אַז אונדזער הערשל פּאָפּאָװ האָט נישט ליב קײן הונט. ער גײט, פֿאַרשטײט איר מיך, מיט דעם גאַנג, װאָס אַלע זײַנע גלױבנס־גענאָסן, אַז אַ הונט איז מער נישט װי אַ הונט און פֿאַרלאָזן זיך אױף זײַן הינטישן יושר איז נישט כּדאַי... דעריבער איז ער בײַם אַרײַנטרעטן אין קאַבינעט געבליבן שטײן אַ װײַלע און געקוקט מיט אײן אױג אױפֿן בעל־הבית, װאָס איז געזעסן איבערגעדעקט מיט אַ בלאַט־צײַטונג טיף אין אַ װינקל און מיטן אַנדערן אױג האָט ער שטאַרק אין זינען געהאַט דעם כּלבֿ שבכּלבֿים, װאָס האָט זיך נאָך אַלץ געייִשובֿט, װאָס פֿאַר אַ קבלת־פּנים ער זאָל אָפּגעבן דעם האַלב אַרײַנגעקומענעם גאַסט. נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בעל־הבית און האָט אַ שמועס געגעבן צום הונט אױף דער דײַטשער שפּראַך:

― גליוק! בלײַבסט רויִק!

פֿאַרװאָס קומט דעם הונט, מע זאָל מיט אים רעדן אױף דײַטש ― בלײַבט אַ קשיא, נאָר דאָס איז אַ פֿאַקט, אַז װיבאַלד ער האָט דערהערט פֿונעם בעל־הבית די דאָזיקע דרײַ װערטער, אַזױ איז דער הונט געװאָרן גאָר אַן אַנדער הונט. דאָס הײסט דאָס אָפֿענע רױטע אױג האָט אים נאָך גענוג געפֿײַערט אױפֿן אַרײַנגעקומענעם יונגערמאַן, נאָר עס האָט אױפֿגעהערט בײַ אים צו בורטשען און צו כאָרכלען. ער האָט זיך באַלעקט, דורכגעלאָזט דעם גאַסט פֿאַרבײַ זיך און אַלײן געבליבן ליגן אױף זײַן אָרט רויִק און שטיל, װי אײנער רעדט: „איצטיקס מאָל בענטש גומל, שפּעטער װעלן מיר זען...“

דער בעל־הבית האָט דערװײַל אָפּגעלײגט דאָס בלאַט אױף אַ זײַט, עטװאָס אױפֿגעהױבן זיך אינעם גרױסן ברײטן פֿאָטעל, װוּ ער איז געזעסן, אױסגעצױגן דעם אַרײַנגעקומענעם אַ גרױסע ברײטע װײַסע האַנט, צוגעצױגן אים צו זיך, אָנגעװיזן אים אױף אַ שטול גאַנץ נאָענט נעבן זיך און אַלײן אױך אַװעקגעזעצט זיך און זײער פֿרײַנדלעך פֿאַרבונדען מיטן סטודענט דעם ערשטן שמועס. און דאָ האָט דער סטודענט געהאַט אַ געלעגנהײט צו באַטראַכטן דעם בעל־הבית פֿון דער נאָענט.

דאָס איז געװען אַ פֿאַרשױן אַ מגושמדיק גרױסער, שױן צו אַ גרױסער, צו אַ שװערער, זײער נישט קײן רירעװדיקער, נאָר בײַ אַלעם דעם אַ זײער אָנגענעמער, אַ סימפּאַטישער, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס דאָס פּנים איז בײַ אים מגושמדיק ניט שײן, די באַקן װי געשװאָלן, די באָרד װי צעשמיסן רעכטס און לינקס, און דערצו האָט ער צײן אַזעלכע, װאָס זעען אױס גלײַך װי מע האָט זײ אַרױסגענומען און צוריק אַרײַנגעשטעלט נאָר ניט אױף זײערע ערטער, פֿונדעסטװעגן האָט אָט דער מענטש אין זיך עפּעס אַזעלכעס, װאָס אַז ער רעדט נאָר אַרױס די ערשטע עטלעכע װערטער, אַזױ קױפֿט ער אײַך אַװעק און איר באַקומט אים ליב ― איר װײסט ניט פֿאַרװאָס, איר פֿילט פֿאַר זיך אַ מענטשן, װאָס בײַ זײַן גאַנצן רײַכטום און גרױסקײט איז ער בײַ זיך פּראָסט און קלײן װי אַ קינד. הײַנט זײַן אױפֿריכטיקײט און אָפֿנטלעכקײט! װאָס אױף דער לונג, דאָס אױף דער צונג. און אױסערדעם ― אַ ברײט האַרץ, אַ ברײטע נשמה, אַ ברײטע האַנט. דאָס אַלץ איז צו באַמערקן גלײַך, פֿון דער ערשטער מינוט אָן, װאָס איר װערט מיט אים באַקאַנט. דעם סטודענט פּאָפּאָװ האָט ער, מעג מען זאָגן, פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן גוטסקײט, װאָס ער האָט צו אים אַרױסבאַװיזן. עס װײַזט אױס, אַז דער סטודענט האָט אױפֿן בעל־הבית פֿונעם דאָזיקן הױז אױך געמאַכט דעם בעסטן אײַנדרוק, װאָרעם ער האָט נישט געמאַכט מיט אים קײן לאַנגע מחזקות, נישט געפֿירט קײן לאַנגע געשפּרעכן, נישט װעגן דעם, װיפֿל שעה אין טאָג ער דאַרף לערנען מיט זײַנע קינדער, נישט װעגן דעם, װיפֿל ער באַקומט דערפֿאַר געצאָלטס. ער האָט אים גאַנץ אױפֿריכטיק געזאָגט, אַז װיבאַלד אַזאַ מענטש װי מיכאַל מיכאַליטש (דער נאָמען פֿונעם רעקטאָר) גאַראַנטירט פֿאַר אים, פֿאַר פּאָפּאָװן, רעכנט ער פֿאַר איבעריק אַלע װײַטערע רעדענישן, ובפֿרט אַז איצט איז די צײַט פֿון טײ טרינקען און מע דאַרף גײן צום טיש.

בײַ די דאָזיקע װערטער האָט זיך דער מגושמדיקער בעל־הבית אױפֿגעהױבן פֿון זײַן שװערן טיפֿן פֿאָטעל, גענומען דעם רעפּעטיטאָר אונטער דער האַנט און געלאָזט זיך מיט אים גײן צום טיש. פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר די פֿיס האָט זיך געפּלאָנטעט אַלץ דער אײגענער כּלבֿ שבכּלבֿים, װאָס האָט שטענדיק אױף זײַנע הױכע רגלים אױסגעזען בײַ פּאָפּאָװן אין די אױגן װי אַן אמתע חיה. און דערצו האָט זיך דער דאָזיקער חיה פֿאַרװאָלט אַרומשמעקן דעם נײַעם רעפּעטיטאָר פֿון אַלע זײַטן, געװױרע װערן, מיט װאָס שמעקט ער, האָט ער אים מכבד געװען מיט זײַן נאַסע קאַלטע מאָרדע אין בײדע הענט, חשק געהאַט אים אַרײַנשטופּן די קאַלטע נאַסע מאָרדע אױך אין פּנים אַרײַן, האָט אים דער בעל־הבית אַ װוּנק געגעבן װידער אַמאָל אױף דײַטש:

― גליוק, בלײַבסט רויִק...

בײַם טיש איז שױן געװען די גאַנצע פֿאַמיליע, און בײַם נײַעם רעפּעטיטאָר, װעלכן דער בעל־הבית האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע בני־בית, האָט זיך אַזש דער קאָפּ פֿאַרדרײט. אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע פּנימער האָט ער פֿאַר זיך דערזען און אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע נעמען האָט ער דאָ דערהערט. נאָר פֿון אַלע פּנימער האָט אים איבערראַשט אײן פּנים, דאָס איז געװען די בעל־הביתטע פֿונעם הױז, אַ בילדשײנע פֿרױ מיט אַזעלכע אױגן, װאָס אַז מע באַגעגנט זי אײן מאָל, חלומען זײ זיך נאָכדעם דאָס גאַנצע לעבן. נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ האָט ער זיך אײַנגעחזרט גוט, ער זאָל ניט פֿאַרגעסן איר נאָמען, װאָרעם די נעמען פֿון די אַלע איבעריקע װאָס בײַם טיש זענען אים גלײַך אין אײן אױער אַרײַן פֿונעם אָנרעדן אַרױס. פֿון אַלע אַנדערע נעמען האָט ער געדענקט אױך פּעטיאַ און סעריאָזשאַ ― דאָס זענען זײַנע נײַע תּלמידים. אײנער איז אין ערשטע, דער אַנדערער אין דריטע קלאַס. און װײַטער גײן אַזעלכע נעמען װי מסיע דיבואַ ― אַ פֿראַנצײזישער לערער, אַ פֿראַנט מיט אַ בלאַס פּנים, מיט שװאַרצע אױגן און מיט אַזעלכע מוראדיק פֿאַרדרײטע װאָנצעס, װאָס זינט די װעלט שטײט און מענטשן דרײען װאָנצעס האָט נאָך קײנער אין ערגעץ אַזױ קונציק די װאָנצעס נישט פֿאַרדרײט. נאָך אים גײט הער פֿריש ― אַ דײַטש מיט גרױע אױגן און מיט אַזױ פֿיל נאַטור־פֿאַרב אין די באַקען, אַז עס װאָלט געקלעקט פֿאַר דרײַ דאַמען, זי זאָלן פֿאַרשפּאָרן פֿאַרב אױף צו פֿאַרבן זיך. נאָכן דײַטש גײט אַ מיס טאָקטאָן ― אָן ענגלענדערין מיט פֿירעקעכיקע פּלײצעס און פֿירעקעכיקע מאַניערן. און װײַטער גײט אַ גאַנצע רײ פֿון רוסישע נעמען, זכרימשע און נקבֿהשע, װאָס פּאָפּאָװ האָט זײ אַפֿילו ניט אין זינען געהאַט צו געדענקען. ער איז נאָר געװען נײַגעריק צו װיסן, ניט שױן־זשע װעט קומען אַ צײַט, װאָס ער װעט האָבן אױסגעלערנט די דאָזיקע אַלע נעמען אױף אױסװײניק, אַזױ אַז ער זאָל חלילה קײן טעות נישט האָבן און נישט פֿאַרפּלאָנטען זיך?...

* * *

דעמזעלבן אױפֿדערנאַכט אין אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש געזעסן בײַ זיך אין אַ שײן צוגעקליבן צימערל און האָט געשריבן צװײ בריװ. אײן בריװ צו זײַן פֿאָטער, װעלכן ער האָט אָפּגעטאָקט צװײ גרױסע קײַלעכיקע ליגן: אַז גאָט האָט אים צוגעשיקט אַן אוראָק, צװײ אוראָקן, אין צװײ רײַכע ייִדישע הײַזער, און ער האָפֿט, אַז ער װעט פֿונעם ערשטן חודש אָן שױן קאָנען אָפּשפּאָרן אַ היפּשע פּותּיקי און צושיקן אַהײם אױף דער רעכענונג פֿון זײַן חובֿ, װאָס ער איז שולדיק דעם פֿאָטער. און װאָס איז שײך צו זײַן אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט ― װעט ער ערשט קאָנען שרײַבן אם־ירצה־השם נאָך שבת, װאָרעם מע װײסט נאָך ניט, װאָס װעט זײַן מיט די פּראָצענטן...

דער צװײטער בריװ איז געגאַנגען, אינאײנעם מיטן אױבן אָנגעשריבענעם, צו זײַן חבֿר, צום אמתן פּאָפּאָװן, װאָס אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, פֿאַר װעלכן ער האָט אױפֿגעדעקט דאָס גאַנצע האַרץ, אַרױסגעשריבן דעם גאַנצן אמת, װי אַזױ ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין די הױכע פֿענצטער דורך דעם, װאָס ער האָט אױסגענוצט נישט װילנדיק זײַן חבֿרס נאָמען און עס גײט אים דעריבער נישט אײַן. ער פֿילט זיך, גלײַך װי ער װאָלט עמיצן באַגנבֿעט... נאָר פֿאָרפֿאַלן. עס האָט זיך פֿון זיך אַלײן אַזױ געמאַכט, ער איז אין דעם ניט שולדיק... און אױסגעלאָזט האָט ער דעם בריװ מיט די דאָזיקע װערטער:

„און שרײַב מיר, װאָס הערט זיך מיט דיר. צי ביסטו שױן אַרײַן, צי נאָך ניט? איך באַדאַרף עס װיסן פֿאַר מײַן פֿאָטער, איך זאָל אױפֿהערן פּלאָנטען מיט דער צונג און אױסטראַכטן אַלע מאָל אַ נײַעם פּיזמון. איך שװים שױן אַזױ אױך ביזן האַלדז אין ליגן... נאָר איך באַקלאָג מיך ניט. הלװאַי, טײַערער גרישאַ, ס'זאָל דיר ניט גײן ערגער, װי מיר גײט עס אין דעם ערשטן אַרײַנטריט פֿון אונדזער װוּנדערלעכן שפּאַס, און הלװאַי, רבונו של עולם, דו זאָלסט חלילה קײן חרטה ניט האָבן אױף דײַן ראָל, װאָס דו האָסט זיך אונטערגענומען צו שפּילן אין דער דאָזיקער קאָמעדיע, װאָס מיר האָבן זיך אַפֿערגענומען... אױף זיך מעג איך נבֿיאות זאָגן, אַז איך װעל דאַכט מיר קײן חרטה נישט האָבן, װאָס איך הײס שױן נישט הערשקאָ, נאָר גרישאַ“

אױב די דאָזיקע נבֿיאות פֿון אונדזער הערשל פּאָפּאָװ איז מקוים געװאָרן, אָדער נײן ― דאָס װעלן מיר באַלד אַרױסזען.

דאָס פֿינף־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

און פֿילט זיך גאַנץ נישקשהדיק

די ערשטע צײַט האָט זיך דער נײַער רעפּעטיטאָר געפֿילט אין דער אױבן־געשריבענער גרױסאַרטיקער שטוב צװישן די פֿאַרשידענע אומבאַקאַנטע פּאַרשױנען װי אין אַ װאַלד, אָדער װי אַ מענטש, װאָס קומט צו פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין אַ נײַער גרױסער טומלדיקער שטאָט צװישן אומבאַקאַנטע גאַסן, צװישן אומבאַקאַנטע הײַזער און אומבאַקאַנטע מענטשן. ער זעט פֿאַר זיך, דאַכט זיך, אַזאַ אַן עולם ― און איז דאָך עלנט, אײן מענטש אַלײן מיט זײַנע געדאַנקען און געפֿילן. עס זענען געװען מינוטן, װאָס ער האָט חרטה געהאַט אױפֿן גאַנצן עסק, נישט געװען צופֿרידן מיטן שפּאַס, מיט דער קאָמעדיע, װאָס ער שפּילט, און געבענקט „אַהײם“, געבענקט נאָך ייִדן... און װידער זענען געװען מינוטן, װאָס ער איז דאָרט אַרומגעגאַנגען אַ פֿאַרשיכּורטער. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז ער אין דער העלד פֿון יענע שײנע מעשׂיות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט קינדװײַז אין חדר: אַ פֿאַרכּישופֿטער איז ער געבראַכט געװאָרן אין אַ גאָלדענעם פּאַלאַץ, װוּ עס איז אָנגעברײט פֿון זײַנעט װעגן אַלדאָס גוטס... די מענטשן, װאָס דרײען זיך דאָ אַרום, זענען ניט קײן מענטשן, נאָר סאַמע ריטערס, גראַפֿן און פֿירשטן, און ער אַלײן איז דער פּרינץ, צוליב װעלכן דאָס אַלעס איז באַשאַפֿן געװאָרן... אײן זאַך האָט דאָ נאָך געפֿעלט: די בת־מלכּה, װעלכע ער באַדאַרף באַפֿרײַען פֿונעם דאָזיקן פֿאַרכּישופֿטן שלאָס... ― און ער צעלאַכט זיך פֿון זײַנע קינדערשע דמיונות און מאַכט חוזק פֿון זיך אַלײן און פֿון זײַנע ייִנגלשע געדאַנקען, װאָס װילן אים ניט פֿאָלגן און קריכן אים דװקא אין קאָפּ אַרײַן און װעבן אים דװקא גאָלדענע כּישופֿדיקע חלומות...

דאָס איז אָבער געװען נאָר די ערשטע צײַט, אײדער ער האָט זיך אַקלימאַטיזירט, אײדער ער האָט זיך אָריענטירט און אַרומגעקוקט, װוּ ער איז אין דער װעלט, אײדער ער האָט זיך באַקענט מיט אַלעס װאָס אַרום אים, אײדער ער האָט אױפֿגעכאַפּט זיך און איז אַרױס פֿונעם עולם־התּוהו אין דער אמתער װעלט אַרײַן און איז אַװעק פֿונעם עולם־הדמיון צוריק אין װירקלעכן לעבן אַרײַן. ער האָט זיך גיך אױסגעניכטערט און װאָס װײַטער־װײַטער האָט ער אָנגעהױבן זיך פֿילן אַלץ הײמישער און הײמישער, געקענט שױן אַלעמען בײַ די נעמען, און אַלע האָבן געקענט אים. ער איז פֿונעם צװײטן טאָג אָן געװאָרן פֿאַר זײ שױן נישט אַ רעפּעטיטאָר, נאָר אַ „גריגאָרי איװאַנאָװיטש“, אַ מיטגליד פֿון דער דאָזיקער מאָדנער גרױסער פֿאַמיליע. און מאָדנע האָבן אים אױסגעזען די דאָזיקע לײַט דערפֿאַר, װאָס זײ זענען געװען אין דערזעלבער צײַט אײנס דאָס אַנדערע אי פֿרעמד אי אײגנס, אי װײַט אי נאָענט, אי שטאַרק באַקאַנט אי נישט אָנגעהױבן צו װיסן אײנס פֿונעם אָנרעדן װאָס און װען. צוגעקוקט זיך מיט זײַנע ייִדישע אױגן צו די דאָזיקע מענטשן און צו זײער באַנעמען זיך אײנס מיט דאָס אַנדערע, האָט אונדזער פֿאַרשטעלטער פּאָפּאָװ זיך געמוזט מודה זײַן, אַז דאָס זענען מענטשן ניט נאָר פֿון אַן אַנדער ראַסע און פֿון אַן אַנדער אומה, נאָר די מענטשן גופֿא זענען אַנדערע און זײער פּסיכאָלאָגיע איז אַן אַנדערע און פֿאַר אים אַ גאַנץ פֿרעמדע. אױף יעדן טריט און שריט האָט ער זײ פֿאַרגלײַכט מיט זײַניקע און האָט זיך אַלײן געפֿרעגט: װי װאָלט געװען למשל, װען אױפֿן אָרט פֿון די דאָזיקע זאָלן זײַן ייִדן! פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן װאָלטן זײ דאָך געװוּסט, װער ער איז, און צי האָט ער טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער, און װי לעבט זיך זײ? און אױך ער װאָלט דאָך אַװדאי געװוּסט, װער און װאָס זײ זענען, יעדן באַזונדער מיט זײַן גאַנצער ביאָגראַפֿיע. ער האָט באַטראַכט און באַװוּנדערט די דאָזיקע לײַט, װאָס קלײַבן זיך צונױף עטלעכע מאָל אין טאָג אַלע אינאײנעם בײַ אײן טיש, רעדן אַזױ װאַרעם און שמועסן אַזױ פֿרײַנדלעך און לאַכן אַזױ געשמאַק ― נאָר אָט איז מען אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש און ― אַװעק יעדער אין זײַן װינקל, יעדער צו זײַן אַרבעט ― און מע איז שױן װידער פֿרעמד און װײַט אײנס פֿון דאָס אַנדערע כּרחוק מזרח ממערבֿ... הײַנט די רחבֿות, די ברײטקײט, די גלאַטקײט, די רויִקײט, די גוטסקײט װאָס יעדן איז אױפֿן האַרצן, די זיכערקײט און די געװאָרנטקײט װאָס יעדער איז פֿאַר זיך ― אַך, װי גליקלעך, װײַזט זיך אים אױס, די דאָזיקע מענטשן באַדאַרפֿן זײַן, װאָס זײ אַלײן װײסן גאָר ניט פֿון זײער גליק, װי עס װײס נישט אַ קלײן קינד, װי עס װײס נישט אַ געזונטער מענטש, אַז ער איז געזונט... און נישט װילנדיק קומען אים אױפֿן זינען זײַניקע, די פֿאַריאָגטע און פֿאַרשטױסענע, פֿאַריאָמערטע און פֿאַרקלאָגטע, פֿאַראָרעמטע און פֿאַרחושכטע, װאָס ציטערן פֿאַר אַ פֿליג, װאָס זענען נישט זיכער נישט מיט זײער לײַב נישט מיט זײער נשמה, װאָס זענען אױסדערװײלטע בײַ גאָט און הפֿקר בײַ מענטשן, װאָס זענען ציטעריק בײַ זיך און װאָלװל בײַ דער װעלט... נאָר אַװעקט! אַװעקט שװאַרצע מחשבֿות און פֿינצטערע געדאַנקען! קױם האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער איז צװישן גליקלעכע, פֿרײַע, זיכערע און באַװאָרנטע, לאָז ער אױך זײַן אײנער אַזעלכער ― אױב ניט אױף תּמיד, איז כאָטש אױף אַ קורצער צײַט. קױם האָט זיך אַזױ געמאַכט און ער האָט זיך אַרײַנגעהאַפֿט אין די הױכע פֿענצטער און איז אַרײַנגעטראָטן אין גן־עדן ― לאָז זײַן אַ פֿרעמדער גן־עדן, לאָז זײַן נישט אױף לאַנג ― לאָט אים אױך פֿילן דעם טעם, כאָטש אױף אַ קורצע צײַט, װי אַזױ איז, אַז מען איז ניט קײן ייִד? װי אַזױ איז אַז מע האָט ניט מורא אַלע מינוט, אַלע רגע, אַז אָט־אָט גיט מען דיר צו װיסן, װער דו ביסט, אַז אָט־אָט גיט מען דיר צו װיסן, װאָס דו ביסט, אַז אָט־אָט רופֿט מען זיך אָן בײַ דײַן אמתן נאָמען?...

דער נײַער רעפּעטיטאָר איז באַקאַנט געװאָרן אין דער דאָזיקער שטוב און הײמיש ניט נאָר מיט די מענטשן, ער איז גיך געװאָרן שװה־בשװה אױך מיטן הונט, װאָס האָט זיך אײַנגעקױפֿט צו אים אין גאַנץ נאָענטע חבֿרשאַפֿט אַזױ װײַט, אַז איטלעכס מאָל בײַם באַגעגענען זיך האָט דער דאָזיקער כּלבֿ געװאָרפֿן זיך אים אױפֿן האַלדז, געקװיטשעט, באַלעקט זיך און געמאַכט נאָך אַזעלכע הײמישע אָנשטעלן. אױך די דינערשאַפֿט האָבן ליב געקריגן דעם פּאַניטש גריגאָרי איװאַנאָװיטש דערפֿאַר, װאָס ער איז װינציקער פּריװערעדליװע ]привередливый: מפֿונקדיק] פֿון אַלע אַנדערע אין דעם דאָזיקן הױז, שאַפֿט זיך ניט אַזױ אָפֿט װי אַנדערע, האָט נישט אין זיך קײן שום פּריצישע גענג, מע הערט אים כּמעט גאָר נישט אין שטוב ― אַ מאָדנער פּאַניטש!...

נאָר מער פֿון אַלע האָבן אים ליב געקריגן און צוגעבונדן זיך צו אים זײַנע יונגע תּלמידים, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ. מיט פֿאַרגעניגן האָבן זי אַלע מאָל זיך געשײדט מיטן פֿראַנצײזישן לערער מסיע דיבואַ, מיטן דײַטש הער פֿריש, אָדער מיט דער ענגלישער מיס טאָקטאָן און געװאַרט אױף גריגאָרי איװאַנאָװיטשן מיט זײַן רוסישן אוראָק, בײַ װעלכן עס פֿלעג אָפֿט זיצן נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ און אַמאָל, זעלטן, פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש אַלײן אױך, צופֿרידן, װאָס די קינדער האָבן ליב זײער רוסישן לערער און װאָס דער רוסישער לערער האָט זײ ניט אָפּגענאַרט און ניט פֿאַרשעמט דעם רעקטאָרס רעקאָמענדאַציע.

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, גײן מיר שפּילן אין לאָען־טעניס? ― רופֿן זיך אָן צו אים אײנמאָל זײַנע תּלמידימלעך נאָכן אוראָק.

― גײען מיר, ― ענטפֿערט זײ גריגאָרי איװאַנאָװיטש און לאָזט זיך גײן מיט זײ אין הױף אַרײַן שפּילן און לאָען־טעניס.

נאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ האָט פֿאַרגעסן אױף אַ װײַלע, אַז הערשל ראַבינאָװיטש האָט אַזאַ ידיעה אין „לאָען־טעניס“ װי אַ האָן אין בני־אָדם, פֿרעגט אים בחרם, װי מע נעמט דעם „שלעגער“ אין האַנט אַרײַן, אָדער לאָז ער אײַך זאָגן אַ שטײגער װאָס הײסט אַ „סערװער“ אָדער אַ „סטרײַקער“? אַ „נײם“, אָדער אַ „זאַץ“, אָדער אַ „דאָבלפֿעלער“, וכדומה אַזעלכע װערטער, װאָס װערן באַנוצט אין לאָען־טעניס־שפּיל. טערקיש איז דאָס בײַ אים, תּרגום לשון. דעריבער פֿאַרכאַפּט ער זיך באַצײַטנס און זאָגט צו זײַנע תּלמידים:

― װײסט איר װאָס, קינדער? שפּילט איר הײַנט אַלײן. מיר איז אַ ביסל דער קאָפּ טוט װײ...

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! פֿאָרט איר גוט רײַטנדיק? ― פֿרעגן אים אַן אַנדערס מאָל זײַנע תּלמידימלעך.

― װאָס איז דען?...

― אָט אַזױ, מיר האָבן זיך דערמאַנט אָן אונדזערע פֿערדלעך, זומער װעט איר דאָך אַריבערגײן אַװדאי מיט אונדז אינאײנעם אין דאָרף אַרײַן, װעלן מיר אינאײנעם פֿאָרן רײַטנדיק.

גריגאָרי איװאַנאָװיטש דערמאַנט זיך, אַז הערשל ראַבינאָװיטש, ניט נאָר ער קאָן ניט פֿאָרן רײַטנדיק, ― ס'איז אַ חרפּה צו זאָגן ― נאָך בסך־הכּל האָט ער דאַכט זיך גאָר מורא צו גײן צו נאָענט צו אַ פֿערד...

― סאַשאַ פֿאָרט אױסגעצײכנט! ― דערצײלן אים װײַטער זײַנע תּלמידים, װאָס האָבן אַ סך מער ליב אַ פֿערדל װי אַ ביכל און װאָס זענען אַ סך מער בעלנים צו פֿאָרן רײַטנדיק, אײדער צו זיצן איבער די „אוראָקן“:

גריגאָרי איװאַנאָװיטש מוז נעבעך אונטערהאַלטן זײַן רענאָמע און זאָגן אַ נײַעם ליגן, אַז ער קאָן זײער שײן פֿאָרן רײַטנדיק.

― אױב אַזױ, ― כאַפּט אים אונטער אײנער פֿון די צװײ תּלמידימלעך ― װעט איר פֿאָרן גאַנצע טעג מיט סאַשען. סאַשאַ האָט זײער ליב פֿאָרן רײַטנדיק.

גריגאָרי איװאַנאָװיטש װײסט שױן, װער די „סאַשאַ“ איז ― דאָס איז זײער עלטערע שװעסטער, װאָס לערנט זיך אין דער רעזידענץ־שטאָט אין זײער אַ געהױבענעם מקום און װאָס דאַרף קומען באַלד צו פֿאָרן אַהײם אױף „ראָזשדיעסטװאָ рождество: ניטל“. מע קוקט שױן דאָ אַרױס אױף איר און מע גרײט זיך איר מאַכן אַ ברוך־הבא װי אַ פּרינצעסין. עס גײט נישט אַװעק אײן טיש, מע זאָל ניט הערן װיפֿל מאָל דעם נאָמען „סאַשאַ“. דאָס האָט סאַשאַ ליב און דאָס האָט סאַשאַ ניט ליב. „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ סאַשאַ, װאָס מע רעדט פֿון איר אַזױ פֿיל! װי זעט זי אױס?“ ― טראַכט ער זיך. ער האָט אײנמאָל געזען איר בילד ― צװײ טראָפּן װאַסער די מוטער, און דערהױפּט דער מוטערס אױגן ― און דאָס בילד האָט אים, ער מוז זיך מודה זײַן, איבערראַשט אינצװײען: ערשטנס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז זי איז אים קענטלעך, אַז ער האָט זי שױן אײנמאָל ערגעץ געזען... און צװײטנס איז אים געקומען אױפֿן זינען יענע בת־מלכּה, מיט װעלכער ער האָט געפֿירט באַקאַנטשאַפֿט ייִנגלװײַז אין זײַנע כּישופֿדיקע מעשׂיות און גאָלדענע חלומות...

― דאָס איז מײַן טאָכטער, ― מאַכט צו אים די בעל־הביתטע, נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ מיט מוטערלעכע גדלות ― זי קומט צו פֿאָרן אױף ראָזשדיעסטװאָ.

― אױף ראָזשדיעסטװאָ? ― זאָגט ער איר נאָך װי אױף אַ װידערקול און פֿאַרגלײַכט אירע אױגן צו דער טאָכטערס אױגן: װי צװײ טראָפּן װאַסער.,. נאָר װוּ האָט ער זי געזען! ניט שױן־זשע אין חלום?... און ער הײבט אָן ניט װילנדיק אַרױסקוקן אױפֿן יום־טובֿ ראָזשדיעסטװאָ גלײַך מיט אַלעמען אין דער דאָזיקער שטוב.

― װען האָבן מיר ראָזשדיעסטװאָ? ― פֿרעגט ער זיך אַלײן און דערמאַנט זיך אָבער, אַז דאָס װאָרט „מיר“ איז איבעריק. װאָס פֿאַר אַ מחותּן אַ שטײגער איז הערשל ראַבינאָװיטש מיט „ראָזשדיעסטװאָ? מיט װײַנאַכטען weihnachten: ניטל?... און ער זעצט זיך אַװעק שרײַבן אַ בריװ צו זײַן חבֿר, צום אמתן גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, פֿאַר װעלכן ס'איז ניטאָ בײַ אים קײן סוד, און דעקט אױף פֿאַר אים זײַן האַרץ װי פֿאַר אַן אײגענעם ברודער:

„שעלט מיך, טײַערער גרישאַ! זידל מיך! מאַך מיך מיט דער בלאָטע גלײַך! איך האָב עס פֿאַרדינט, װאָרעם איך בין אַ נידעריקער מענטש, אַ פֿאַרדאָרבענער מענטש! שטעל דיר פֿאָר, אַז ס'איז פֿאַראַן מאָמענטן, װאָס מחמת גרױס ראָסקאָש אַ פּנים פֿאַרגעס איך, װער איך בין און װאָס איך בין און ― נאָכמער ― איך בין צופֿרידן, װאָס איך פֿאַרגעס עס, איך װיל עס פֿאַרגעסן!...“

אין אַן אַנדער אָרט שרײַבט ער אים צװישן אַנדערע זאַכן שױן אין אַ פֿרײלעכערן הומאָריסטישן טאָן:

„ביסטו ניט קײן נאַר, גרישאַ, אַז דו זאָלסט זיך דאָרט מיט אַזעלכע קלײניקײטן, װי די צרות, װאָס דו שטײסט אױס איבער דײַן ייִדישקײט, װילסט פֿאַרענטפֿערן נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען וכּדומה אַזעלכע פּראָזאַיִשע זאַכן, אין דער צײַט װען אַהער קומט צו פֿאָרן די בת־מלכּה, װאָס געװעלטיקט אין מײַנע בעסטע חלומות?... נאָר האָב קײן מורא ניט פֿאַר מיר, איך בין ניט דו. איך װעל מיך ניט שפּילן מיט פֿײַער אַזױ װי דו... פֿאַרשטײ ― איך קאָן דיר הײַנט קײן סך ניט שרײַבן: איך אײַל מיך אױף דער פּאָסט און פֿון דאָרטן קום איך אַהײם. ― װעלן מיר פֿאָרן איר אַקעגן אױף דרײַ שליטנס, דרײַ ברענענדיקע טראָיקעס ― חי געלעבט!...“

דאָס זעקס־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

אױף דרײ „טראָיקעס“

דאָס איז געװען אַן אמתער אַ רוסישער װינטערדיקער פֿרימאָרגן, דער פֿראָסט האָט געסמאַליעט און געשטשיפּעט בײַ דער נאָז. דער װײַס־געפֿאַלענער שנײ האָט געפֿינקלט און געסקריפּעט. דרײַ ברענענדיקע טראָיקעס האָבן געטראָגן דרײַ ברײטע שליטנס, װאָס רופֿן זיך מיטן רוסישן נאָמען „ראָזװאַלני“. אױף אונדזער ייִדיש לשון איבערזעצן װעט עס אױסקומען: צעװאַלגערט, דאָס הײסט די שליטנס זענען אַזױ ברײט און געראַם, אַז מע זיצט אין זײ צעלײגט װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן. דאָס מיטלסטע פֿערד פֿאַרװאָרפֿן די אױערן אַהינטער, רײַסט זיך פֿון דישל אַרױס און פֿליט פֿײַל אױסן בױגן, און די צװײ זײַטיקע האָבן אױסגעדרײט די קעפּ, אײנס רעכטס, דאָס אַנדערע לינקס, און שפּרינגען משוגענערװײַז, װאַרפֿן מיט די קאָפּעטעס דעם שנײ אױף אַלע זײַטן. די צענדליקער גלעקעלעך, װאָס מע האָט אױף זי אָנגעהאַנגען, קלינגען זײער זילבערנעם ניגון, און דער קוטשער, דער פֿאָניע מיטן ברײטן הינטן און מיט דער צעקעמטער באָרד, שמײַסט ניט די פֿערדלעך, נאָר ער האָט אָפּגעלאָזט די לײצעס און קנאַקט צו מיט דער צונג: „אַי ליולי מאַלינאַ“, און די װאָס זיצן צעלײגט אין די שליטנס, רעכט אײַנגעהילט אין די טײַערע סױבלען, אין די װאַרעמע פֿוקסן, סקונקעס אָדער טכױרן, קױם־קױם װאָס זײ האָפּן דעם אָטעם ― װאַנקאַ, האַלט מיך צו! ― אָט דאָס איז די רוסישע טראָיקע, װאָס נאָר אַ רוסישער קאָן פֿילן דעם אמתן טעם און אָפּשאַצן.

אונדזער געמאַכטער פּאָפּאָװ, װאָס איז געזעסן גלײַך מיט אַלע כּלומרשט צעלײגט אין אײנע פֿון די דרײַ ברײטע צעװאַלגערטע שליטנס ― „ראָזװאַלני“ ― און געטראָגן זיך פֿײַל אױסן בױגן אין אײַנע פֿון די דרײַ טראָיקעס, האָט דעם אמתן רוסישן טעם נישט געפֿילט, זײַן קאָפּ איז געװען נישט דאָ. זײַנע געדאַנקען זענען געװען װײַט פֿון דאַנען. ער האָט סך־הכּל מיט אײן האַלבע שעה פֿריִער אָפּגענומען פֿון דער פּאָסט אַ פּאַקעט פֿון זײַן חבֿר גרישאַ, און דאָרט איז געװען אַ בריװל צו אים פֿון דער הײם, פֿון זײַן עלטערן ברודער אַבֿרהם־לײב, װאָס האָט אַ טבֿע, אַז ער שרײַבט, שרײַבט ער צום מײנסטן טרױעריקע זאַכן און װאַרפֿט אױף אײַך אַ מרה־שחורה אױף אַ גאַנצן טאָג.

אַ טײל פֿון דעם דאָזיקן בריװל ברענגען מיר דאָ אַלס מוסטער:

„― ― גם זײַ װיסן, אַחי יקירי, אַז פֿון דעם געלט, װאָס דו האָסט געשיקט דעם טאַטן, איז שױן לאַנג נישטאָ קײן זכר, מע האָט געמוזט צולײגן צו זײ נאָך אַ פֿופֿציקער און אַװעקשיקן צו אונדזער שװאָגער װעלװל דעם שלימזל, װאָרעם מע האָט זיך אַרומגעקוקט אױף אים, אַז ער גײט ניט אונטער אונטערן זאַקאָן, און מע משלחט אים אַרױס מיט דרײַ קינדערלעך, כאָטש נעם אַ טאָרבע און גײ איבער די הײַזער... און אונדזער צװײטער שװעסטער פֿײגע־לאה מוז מען אױך אַלע מאָל אונטערשיקן אַ פּאָר קערבלעך, אַז דערצו איז זי נאָך נישט געזונט אױך ― זי שרײַבט, אַז זי באַדאַרף אַ רעפּאַראַציע, אַזױ װי מע באַדאַרף לעבן אױף דער װעלט. זי זאָל האָבן, זאָגט זי, מיט װאָס, װאָלט זי זיך דורכגעפֿאָרן, זאָגט זי, צו דיר, דו זאָלסט זײַן מיט איר, זאָגט זי, בײַ פּראָפֿעסאָרן; פֿאַראַן בײַ אײַך, זאָגט זי, באַרימטע פּראָפֿעסאָרן, האַלטן מיר זײ אָפּ: „סידי דאָמאַ טאַ נע ריפּײסיאַ сиди дома да не рыпайся: בלײַב אין דער הײם און װאַרף זיך ניט“, װאָרעם צו דיר פֿאָרן איז, אַחוץ װאָס סע שמעקט מיט הוצאָות, שמעקט עס נאָך מיט גײן צוריק מיטן עטאַפּ... גם זײַ װיסן, אַחי יקירי, אַז פּרנסה איז איצט שטאַרק געשלאָגן. און אַ נאַטשאַלניק סטאַנציע האָט אונדז גאָט געגעבן, מעג אים גאָט געבן אַ נײַע נשמה ― אַזאַ המן איז דאָס! האָט פֿײַנט אַ ייִדן מיט סכּנות ― נאָר װוּ האָט מען ליב אַ ייִדן?: פֿון די שײנע נײַעסן אױף ייִדן, װאָס מע הערט זיך הײַנט אָן אַלע טאָג ברוך־השם, באַדאַרף איך דיר ניט שרײַבן. דו װײסט עס אָן מיר... גם, אַחי יקירי, לאָזט דיר דער טאַטע נאָך אַ מאָל הערן, אַז זיבן טאָג אין שבֿט האָבן מיר יאָרצײַט נאָך דער מאַמע ע″ה, בכדי דו זאָלסט ניט פֿאַרגעסן קדיש זאָגן. מע מעג זיך זײַן ניט נאָר אַ האַלבער סטודענט, אַ דאַנטיסט, נאָר אַפֿילו אַ גאַנצער סטודענט און אַפֿילו שױן גאָר אַ דאָקטאָר ― פֿונדעסטװעגן אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן, יאָרצײַט איז יאָרצײַט...“

אַ מאָדנע זאַך! אַלע מאָל, װען ער באַקומט אַ בריװ פֿון זײַן עלטערן ברודער, מוז אים װערן נישט גוט אױפֿן האַרצן. אַבֿרהם־לײב האָט אַ מיאוסע טבֿע ― אַ טבֿע פֿון אַ „װאָראָנע“: קײן גוטס װעט איר פֿון אים קײנמאָל נישט הערן. דעם טאַטנס בריװ זענען שױן אַ סך װײכער און אָנגענעמער צו לײענען. אױף לשון קודש שרײַבט ער צו אים געװײנטלעך:

„לבֿני היקר כּמר צבֿי הירש נ″י נרו יאיר! אַחר פּ″ש פּריסת שלום כּנהוג אודיעך, אַז מיר זענען ברוך־השם אַלע בקװ החײם והשלום, ומן האָטפּראַװקיס отправка: ליפֿערונג אודיעך, אַז ס'איז ניט יותר טובֿ כּמו פֿאַראַיאָרן. יתּן השם־יתברך דרך טובֿ, כּי הבלאָטעס זענען אצלנו עד אין־לשער, והפּאָדװאָז подвоз: צושטעל איז דעריבער ביוקר גדול. רק זאָלסט ניט האָבן חס־ושלום קײן עגמת־נפֿש. השם־יתברך װעט געבן פּאָגאָדע טובֿה און עס װעט זיך אם־ירצה־השם אַלצדינג פֿאַרבעסערן אױף אונדז און אױף כּל ישׂראל און הלװאַי מע זאָל הערן נאָר בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות. יותר אין לחדש רק חײם ושלום.

ממני אָבֿיך דו″ש והצלחתּך משה ב″ר צבֿי הירש ראַבינאָװיטש“.

אמת, דאָס דאָזיקע לשון־קודש איז עפּעס ניט אַזױ גאָר פֿױגלדיק, און די נײַעס, װאָס דער פֿאָטער שרײַבט אים, זענען ניט פֿיל בעטער און פֿרײלעכער פֿון דעם, װאָס דער ברודער שרײַבט אים. דערפֿאַר איז אָבער דער טאָן אַן אַנדערער. צו װאָס האָט אים אַבֿרהם־לײב באַדאַרפֿט דערמאַנען נאָך אַ מאָל, אַז זיבן טאָג אין שבֿט האָט ער יאָרצײַט?... מער װי אַלצדינג האָט אים צעדרײט די ידיעה, אַז זײַן שװעסטער איז קראַנק און קלײַבט זיך צו אים צו גאַסט. אַ שײן פּנים װעט ער האָבן ― טראַכט ער זיך ― טאָמער הײבט זי זיך טאַקע אױף און קומט צופֿאָרן און טרעפֿט אַנשטאָט אים זײַן חבֿר גרישאַ?!... עס װאַרפֿט אים אַזש אַרײַן אין אַ פֿיבער פֿון אַזאַ געדאַנק... ער װעט שױן אַװעקשרײַבן זײ אַ גוט בריװל אַהײם, אָנזאָגן צען מאָל, אַז קײנער פֿון זײ זאָל זיך ניט דערװעגן קומען צו פֿאָרן אין דער שטאָט, װוּ אַ ייִד טאָר אַפֿילו קײן נאַכט ניט איבערנעכטיקן... „ניט שױן־זשע ― טראַכט ער זיך זיצנדיק אין שליטן ― ניט שױן־זשע װעט מען אים ניט לאָזן צו רו, ער זאָל קאָנען זאָגן, אַז ער האָט כאָטש אײן יאָר געלעבט װי אַ מענטש, אָן מורא פֿאַרן מאָרגעדיקן טאָג, אָן געדאַנק פֿון, פּראַװאָזשיטעלסטװע? און אָן באַלײדיקונג אױף יעדן טריט און שריט?...“

די דאָזיקע באַלײדיקונגען ליגן אים אין טעם נאָך פֿון אַמאָל, פֿון דער צײַט װאָס ער איז געװען אין גימנאַזיע דאָס ערשטע יאָר, אײדער ער האָט זיך נאָך ניט געהאַט באַקענט נאָענט מיט זײַן חבֿר, דעם אמתן גרישאַ פּאָפּאָװ, װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן. ― דערמאַנט ער זיך ― דער האָט אים אָנגערירט. זײַן נאָמען „הערשקאָ“ האָט אַרױסגערופֿן אַזאַ גדולה, גלײַך װי גאָט װײס װאָס אין דעם נאָמען שטעקט אַזעלכעס... דער לערער אַלײן האָט אױך ליב געהאַט זיך שפּילן מיטן דאָזיקן נאָמען. אַלע תּלמידים זענען אַרױסגערופֿן געװאָרן נאָר בײַ דער פֿאַמיליע אַלײן. אים פֿלעגט מען אַרױסרופֿן מיט בײדע נעמען: „ראַבינאָװיטש הערשקאָ“ (ראַבינאָװיטש אַלײן איז קאַרג!), נאָר, אַ פֿױלער האָט נישט געגעבן הערשקען אַ שמיר איבער דער נאָז, אַ צי בײַם אױער, אַ פֿאָר אַרײַן אין זײַט, אַ דערלאַנג איבער האַלדז און נאַקן, אָדער אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל, אָדער גאָר צעלײגט און געװאָלט אָנשמירן אים די ליפּן מיט חזיר. פֿון דעם אָנשמירן אים די ליפּן מיט חזר האָט זיך אײגנטלעך גענומען זײַן גוטפֿרײַנדשאַפֿט מיט גרישאַ פּאָפּאָװ. עס האָט זיך באַדאַרפֿט מאַכן אַזױ, אַז גרישאַ פּאָפּאָװ זאָל אָנקומען אַקוראַט אױף דער סצענע, װי דער זשידיאָנאָק הערשקאָ ליגט אין הױף פֿון גימנאַזיע אױף דער ערד און אַ פּאָר צענדליק חבֿרים שטײען איבער אים און עס הערט זיך אַ געשרײ: „חזיר גיט אַהער! חזיר! װעלן מיר אים אָנרײַבן די פּיסקעס!“... גרישאַ פּאָפּאָװ, װעלכן אַלע האָבן געקענט און פֿאַר װעלכן מע האָט דרך־ארץ געהאַט אין גימנאַזיע, האָט מיט אײן הוק צעטריבן די גאַנצע כאַליאַסטרע און אױסגעלײזט דעם זשידיאָנאָק הערשקאָ פֿון זײערע הענט און נאָך אױסגעזידלט גוט די װײַסע־חבֿרהניקעס: װי שעמט מען זיך ניט מיט גװאַלד אָנהענגען אַ מענטשן דאָס, װאָס דער „זאַקאָן“ הײסט אים ניט?“...

דאָס איז געװען אײנמאָל. דאָס אַנדערע מאָל האָט אים זײַן פֿרײַנד גרישאַ אױסגעלײזט פֿון אַ סך אַ גרעסערע צרה, אַזױ װי הערשקאָ איז געװען, נישט קוקנדיק דערױף װאָס ער איז אַ זשידיאָנאָק, דער ערשטער אין זײַן קלאַס, האָבן זײַנע חבֿרים געװוּסט, אַז װיבאַלד עפּעס אַ האַרבע זאַך, באַדאַרף מען זיך װענדן צו הערשקען. הערשקאָ װײס אַלצדינג: „הער נאָר דו, הערשקאָ, פֿאַרװאָס קומט ניט אױס בײַ מיר די זאַדאַטשע задача: פּראָבלעם כאָטש געב איר אַ קרענק?“ אָדער: „נאַ, הערשקאָ, שרײַב מיר אָן, נאָר מאַך אַזױ, מע זאָל ניט דערקענען, אַז ס'איז דו“...

פֿאָרן עקזאַמען האָט מען אים שיִער ניט צעריסן אױף שטיקלעך. און אױפֿן עקזאַמען גופֿא האָט מען אים ממש צעטראָגן די בײנער. די קאָמיסיע האָט פֿאַרגעבן דעם קלאַס אַ שטיקל אַרבעט, װאָס קײן אײנער אױסער הערשקען האָט נישט געקאָנט פֿאַרטיק װערן. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלע אױגן זענען געװען געקערט אין אײן פּינטעלע אַרײַן, דאָס פּינטעלע איז געװען דער זשידיאָנאָק הערשקאָ. פֿריִער האָט מען נאָר געקוקט אױף אים שטאַרק און געװוּנקען מיט די אױגן. דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן צו אים פֿון דער װײַטן באַװײַזן אַלערלײ סימנים מיט די פֿינגער. דערנאָך שושקען און מאָדנע מאַכן מיט די ליפּן, דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן אײנער דורכן אָנרעדן איבערגעבן אים צונױפֿגעדרײטע פּאַפּירלעך... און הערשקאָ האָט אַלעמען באַפֿרידיקט אױפֿן בעסטן אופֿן. פֿריִער פֿון אַלע האָט ער געװײנלעך באַזאָרגט זײַן חבֿר און זײַן פֿרײַנד גרישאַ פּאָפּאָװ, און דערנאָך שױן די איבעריקע חבֿרים אײנס נאָכס אַנדערע, און דער עקזאַמען װאָלט אָפּגעלאָפֿן כּשר־וישר װי אַלע עקזאַמענס, װען עס זאָל זיך ניט געװען אַרײַנמישן דער שׂטן און עס זאָל זיך ניט טרעפֿן אַ מעשׂה, װאָס קײנער איז אײגנטלעך אין דעם ניט געװען שולדיק.

באַשערט געװען אונדזער הערשלען אַן אומגליק, האָט אים גאָט געגעבן אַ חבֿר, אײנעם אַ קאָטיעלניקאָװ, אַ בחור שױן צו לײַטן, אַן אַלט־געזעסענער, דאָס הײסט אַזעלכער, װאָס זיצט צװײ יאָר אין אַ קלאַס און קען אַלײן נישט אַריבער בשום אופֿן, מע מוז אים שלעפּן פֿאַר די אױערן, און מחמת דער קאָטיעלניקאָװ איז קײן עין־הרע אַ געװוּקסיקער, האָט אים דער לערער אַװעקגעזעצט, ער זאָל ניט שטערן די קלענערע, אױף דער סאַמע לעצטע פּאַרטע парта: שרײַבטיש, און מחמת דעריבער האָט זײַן צעטעלע אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט צו הערשקען. עס האָט אים נישט געהאָלפֿן נישט קײן װינקען מיט די אױגן, נישט קײן מאַכן מיט זי ליפּן, נישט קײן הוסטן, נישט קײן שאַרן מיט די פֿיס. זײַן צעטעלע איז אים אַזױ גיך צוריק נישט אָנגעקומען, איז ער געװאָרן אַרױס פֿון די כּלים און האָט אָנגעשריבן אַ נײַ צעטעלע, נישט איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אָנרעדן. ס'איז אים נימאס געװאָרן די מלאָכה. האָט ער געגעבן אַ שלײַדער דאָס צעטעלע שױן מיט כּעס גלײַך צו הערשקען און געטראָפֿן אַקוראַט דעם דירעקטאָר אין באָרד אַרײַן. דער דירעקטאָר האָט זיך ניט געפֿױלט, אױפֿגעהױבן דאָס צעטעלע, אױפֿגעװיקלט און צו זײַן גרױס דערשטױנען האָט ער איבערגעלײענט די דאָזיקע װערטער: „פֿאַרשאָלטענער זשידיאָנאָק! אַלעמען דעם גאַנצן קלאַס האָסטו געמאַכט די זאַדאַטשע, נאָר מיר ניט. װאַרט, מע װעט דיר שױן ברעכן אַ בײן. קאָטיעלניקאָװ.“

אַז ס'איז אַרױס דערפֿון אַ מוראדיקער סקאַנדאַל ― איז איבעריק צו זאָגן. עס האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז דער גאַנצער קלאַס זאָל האָבן אַ פּסק, און דער לערער אַ מיאוסע נאָז, און פֿונעם ייִדן שמועסט מען ניט. ער איז דאָך דער גאַנצער חײבֿ, ראַבינאָװיטש װאָלט זיכער אַרױסגעפֿלױגן פֿון גימנאַזיע, װען ניט זײַן חבֿר, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל... מיט נסים־ונפֿלאָות איז דער סקאַנדאַל צעריבן געװאָרן און די גאַנצע מעשׂה פֿאַרגעסן געװאָרן, קײן זכר נישט געבליבן, אַ פּנים, אַז דער כּוח פֿון „זכות־אָבֿות“ אין נישט קײן קלײניקײט און אַז אַ רעכטע פּראָטעקציע האָט נאָך בײַ אונדז אַ שטיקל ממשות...

דאָס אי אָבער געװען נישט דאָס אײנציקע און נישט דאָס לעצטע פּעקל, װאָס אונדזער אמתער ראַבינאָװיטש האָט איבערגעטראָגן, ביז ער האָט געענדיקט די גימנאַזיע. גענוג פּחדים האָט ער געהאַט אױסצושטײן ביזן אַטעסטאַט. גענוג „געפּאָקט“ און „געמאָזלט“, ביז ער האָט דערלעבט זען די מעדאַל, װאָס איז געשטאַנען װיפֿל מאָל אין סכּנה, אױף אַ װאָגשאָל: אַ מעדאַל אָדער נישט קײן מעדאַל... ― און װאָס איז דער סוף? ― טראַכט ער זיך ― דער סוף איז, אַז דעם געמאַכטן ראַבינאָװיטש מיט זײַן מעדאַל האָט מען די טיר פֿון אוניװערסיטעט פֿאַרהאַקט אונטער דער נאָז און געבעטן מחילה, ער זאָל זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, אַניט זײַט־זשע מוחל, רב הערש ב″ר משה, מיט דעם רעכטן פֿוס ― מאַרש מיטן עטאַפּ אין שקלאָװער גובערניע...

און דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ דערמאַנט זיך אין זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, און אָן די בריװלעך, װאָס ער שרײַבט אים פֿון די לײדן מיט די צרות, װאָס ער שטײט נעבעך דאָרטן אױס ― און ער מאַכט צו זיך אַלײן: „נו, גרישוטקאַ? הײַנט װעסטו שױן װיסן, װאָס הײסט זײַן אַ ייִד?... װעסט שױן דאַכט מיר פֿאַרזאָגן אַ צענטן, ― אױב דו װעסט נאָר קײן חרטה נישט האָבן פֿאַרן יאָר, ― אַזעלכע קאַטאָװעסן נישט שפּילן און אַזעלכע שפּאַסן נישט צו טרײַבן מער“...

אָט דאָס זענען געװען די מחשבֿות, אין װעלכע אונדזער הערשל פּאָפּאָװ איז געװען פֿאַרטאָן, זיצנדיק צעװאַלגערט אין ברײטן שליטן. אױפֿגעװאַכט האָט ער ערשט דעמאָלט, אַז מע איז געקומען צו פֿליִען מיטן קנאַק, אַלע דרײַ טראָיקעס צום װאָקזאַל און עס האָט אַרױסגעשאָטן די גאַנצע משפּחה פֿון פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי מיט די קינדער מיט אַלע לערערס און לערערינס און מיטן הונט „גליוק“ אױף צופֿריִער.

דאָס זיבן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

דער כּוח פֿון אַ נאָמען

אױף די זעלבע דרײַ טראָיקעס, אין די זעלבע דרײַ צעלײגטע שליטנס ― „ראָזװאַלני“ ― האָט זיך די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי מיטן זעלבן קנאַק געטראָגן פֿון װאָקזאַל צוריק אַהײם מיטן נײַ אָנגעקומענעם לאַנג דערװאַרטן גאַסט ― מיט סאָשען. דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז סאַשאַ איז דאָ, איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר „גליוק“ װאָס האָט מיט זײַן הינטישן חוש־הריח נאָך פֿון דער װײַטן אָנגעשמעקט סאָשעס טריט בײַ איר ערשטן אַרױסשטעלן איר קלײן פֿיסל פֿון װאַגאָן ערשטע קלאַס. גליוקס פֿרײד האָט נישט געהאַט קײן שיעור און קײן ערך. ער האָט זײַן אומגעלומפּערטע, באמת נישט־געקינצלטע שׂימחה אַרױסגעװיזן אױף זײַן הינטישן שטײגער מיט אַזאַ מין התפּעלות, מיט אַזעלכע גװאַלדן און קװיטשערײַען, ער האָט זיך אַזױ געװאָרפֿן פֿון סאָשען צו אירע עלטערן און פֿון די עלטערן צו סאָשען, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט אים געמוזט עטלעכע מאָל דערמאַנען אױף דײַטש, װי אַלע מאָל: „גליוק! בלײַבסט רויִק“... איצטיקס מאָל האָט דאָס אָבער װינציק־װאָס געהאָלפֿן. װי קען גליוק בלײַבן רויִק, אַז ס'איז געקומען, גאָר פּלוצעם אומגעריכט װי פֿונעם הימל אַראָפּגעפֿאַלן, אַזאַ גאַסט, אַזאַ אַן אָנגעלײגטער גאַסט? גוט איז זײ, אַז זײ האָבן געװוּסט, אַז סאַשאַ קומט ― זײ האָבן געהאַט אַ דעפּעש נאָך פֿון נעכטן. גוט איז זײ, אַז בײַ זײ איז געװען אױסגערעכנט די שעה און די מינוט, װען זי באַדאַרף אָנקומען. אָבער גליוק? פֿון װאַנען זאָל ער װיסן, אַז גראָד איצט, אין דער מינוט, װעט זיך דערהערן אַ באַקאַנטער ריח פֿון באַקאַנטע טריט און דער ריח װעט אים ברענגען גלײַך צו פֿירן צום װאַגאָן, פֿון װאַנען עס װעט אַרױס זײַן פֿרײַנד סאַשאַ? די אײגענע סאַשאַ, װאָס ער האָט אַזױ ליב געהאַט תּמיד, פֿון זינט ער געדענקט זיך פֿאַר אַ הונט, און װאָס האָט תּמיד אַזױ ליב געהאַט אים, גליוקן? װער האָט גליוקן געהאָדעװעט מיט גאַנצע שטיקער שאָקאָלאַד, אַז ניט סאַשאַ? װער האָט אים געגלעט, געבאַלעװעט און געקעכלט און בגנבֿה געקושט, אַז גליוק איז נאָך געװען אַזאַ קלײניטשקער, אַז ער האָט נאָך געקאָנט שפּאַצירן אונטערן טיש! װער האָט אים אױסגעלערנט אַ גאַנצן רעפּערטואַר פֿון קונצשטיקלעך, װאָס ניט אַיעדער הונט קאָן זיך באַרימען, אַז ער װעט עס נאָכמאַכן, אַז ניט סאַשאַ? װאָס איז דער װוּנדער, װאָס נאָך איר אַװעקפֿאָרן איז גליוק אַרומגעגאַנגען עטלעכע טעג דורכאַנאַנד װי אַ צעטומלטער? זײַן הינטישער פֿאַרשטאַנד האָט בשום אופֿן נישט געקאָנט אַרומנעמען, װוּ האָט דאָס פּלוצעם געקאָנט אַהינקומען אָט די, װעלכע האָט אים געבאַלעװעט, געקעכלט און אַרומגעפֿירט זיך מער װי אַלע אַנדערע! גליוק האָט זי שױן אױסגעשמעקט אין איטלעכס װינקעלע. ער איז שױן אַזש געװאָרן מרה־שחורהדיק און כּמעט אױפֿגעהערט עסן. און ליגנדיק אױף דער ערד אײַנגענורעט די מאָרדע אין די פֿעדערשטע לאַפּעס, האָט ער ניט אײן מאָל געזען סאַשען אין חלום און זײַן הינטיש האַרץ האָט געװײנט אין אים שטילערהײט. נישט ער האָט דאָס געקאָנט עמיצן אַרױסגעבן, נישט קײנער איז געװען ביכולת אים צו טרײסטן. װאָס־זשע איז דער חידוש, װאָס גליוק האָט זיך איצט אַזױ דערפֿרײט, אַז ער װערט אַזש שיִער משוגע! װאָס איז דער חידוש, װאָס ער בײַסט זיך אַזש אַלײן די לאַפּעס פֿאַר גדולה! װאָס ער כאַפּט די ערד, װאַרפֿט זיך און קײַקלט זיך, ממש ער װערט די כּפּרה?

גליוקס פֿרײד איז געװען נאָך גרעסער, אַז ער האָט דערזען אַז זײַן פֿרײַנד סאַשאַ האָט אים, גליוקן, דערקענט און ניט פֿאַרגעסן, אַזױ װי ער האָט זי ניט פֿאַרגעסן, און אַז זי איז אים געבליבן געטרײַ, אַזױ װי ער, גליוק, איז איר געבליבן געטרײַ. אָ, טײַערע, טײַערע! אָט שפּרינגט ער איר אַריבער איבערן קאָפּ! אָט טוט ער זיך אַ װאָרף און ציט זיך אױס װי לאַנג ער איז פֿאַר איר אױף דער ערד! אָט קושט ער איר די שפּיץ פֿון די שמעקנדיקע שיכעלעך! און אָט כאַפּט ער זיך אױף און שפּרינגט איבער דרײַ מאָל איבער זיך אַלײן מיט אַ קװיטש: „װאָס שװײַגט איר, מענטשן אַזאַ גאַסט! אַזאַ טײַערער גאַסט ― סאַשאַ!...“

נאָר פֿון די מענטשן האָט זיך קײנער אױפֿן הונט נישט אַרומגעקוקט. אַלע זענען געװען פֿאַרנומען מיטן גאַסט. יעדער האָט באַטראַכט דעם גאַסט, געפֿונען, אַז סאַשאַ האָט זיך אין דער קורצער צײַט שטאַרק פֿאַרענדערט, אױסגעװאַקסן, שענער געװאָרן... סאַשאַס בעקלעך, װאָס האַלטן אַזױ אױך אין רעכטן בליִען, װי די רױזן אין חודש מאַי, װערן פֿון אַזאַ קאָמפּלימענט נאָך בליִענדיקער. „ניט שױן־זשע שענער געװאָרן?“... סאַשאַ װײסט אַלײן, אַז זי איז שײן. עס איז בײַ איר גאָר קײן נײַעס ניט. נאָר פֿונדעסטװעגן איז דאָס גאַנץ אָנגענעם צו הערן אַן איבעריק מאָל, דערױף איז מען דאָך אַ מײדל“... זי באַגעגנט יעדן אײנציקן פֿון דער כאַליאַסטרע, װי מע באַגעגנט זיך מיט אַלטע באַקאַנטע, האָט פֿאַר יעדן באַזונדער אַן אַנדער װאָרט, אַ געלעכטער, אַ שטיפֿערײַ, אַ װערטל אָדער אַ שמײכל,.נאָר אַז מע האָט איר פֿאָרגעשטעלט דעם נײַעם רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, האָט זי אים קױם־קױם געשענקט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן ― איז דאָס אַן ערנסטן קוק, ― אין אײן אױגנבליק האָט זי אים באַטראַכט פֿון אױבן ביז אַראָפּ און שטיל אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער מוטער: „אַ גרוזין?“

נײן, טײַערע, ניט קײן גרוזין, דװקא אַ רוסישער, פּאָפּאָװ“ ― האָט איר די מוטער אָפּגעענטפֿערט אױך שטיל, און סאַשאַ האָט װידער גענומען רעדן הױך, לאַכן, שטיפֿן און אַרײַנגעזעצט זיך מיט די פֿאָטער און מוטער אין זײער שליטן אַרײַן, און די איבעריקע משפּחה נאָך זײ און אַלע דרײַ טראָיקעס האָבן זיך געלאָזט מיט דעמזעלבן גאַלאָפּ צוריק.

„אָט דאָס איז זי, אָט די סאַשאַ!“ ― טראַכט זיך נאָכדעם דער רעפּעטיטאָר פּאָפּאָװ, װאָס האָט קײן צײַט נישט געהאַט אַפֿילו זי רעכט צו באַקוקן. אַזױ איבערראַשט איז ער געװען.

איבערראַשט איז ער געװען נישט אַזױ פֿון איר שײנקײט, װאָס האָט אַ סך מאָל איבערגעשטיגן איר פּאָרטרעט, װי פֿון דעם, װאָס ער װאָלט געמעגט שװערן אַז ער האָט זי ערגעץ געזען, נאָר ער קאָן זיך נישט דערמאַנען װוּ און װען...

אַ גאַנץ װעג צוריקפֿאָרנדיק הערט ער נישט אױף צו טראַכטן װעגן דער אָנגעקומענער סאַשאַ: װי װאָלט זײַן, װען ער איז טאַקע דער אמתער, ניט דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ?... און נישט װילנדיק דערמאַנט ער זיך אינעם בריװ, װאָס ער האָט הײַנט באַקומען פֿון זײַן עלטערן ברודער, װעלכער דערמאַנט אים נאָך אַ מאָל, װען ער האָט יאָרצײַט נאָך דער מאַמע... און װעגן זײַן שװאָגער, װאָס מע שיקט אַרױס, דערמאַנט ער זיך, און װעגן דער שװעסטער, װאָס קלײַבט זיך דורכפֿאָרן צום פּראָפֿעסאָר אױף אַ רעפּאַראַציע, און װעגן די איבעריקע גוטע בשׂורות, װאָס מע שרײַבט אים פֿון דער הײם ― און עס פֿאַרדריסט אים, פֿאַרװאָס ער קאָן זיך נישט אָפּרײַסן אױף אַ מינוט אַפֿילו פֿון די דאָזיקע אַלע װאָכעדיקע טרױעריקע בילדער, און פֿאַרװאָס מע דערמאַנט עס אים אַלע מאָל, ער זאָל חלילה ניט פֿאַרגעסן...

נאָר דאָס אַלײן, װאָס ער װאָלט אַ בעלן זײַן פֿאַרגעסן, פֿאַרדריסט אים נאָך מער. למאַי זאָל ער װעלן פֿאַרגעסן, װאָס אין דער הײם טוט זיך! װי טאָר ער פֿאַרגעסן, אַז ער איז דאָ אַ גאַסט אױף גאָר אַ קורצע צײַט? װי טאָר ער פֿאַרגעסן, אַז דאָס, װאָס ער און זײַן חבֿר גרישאַ האָבן אױפֿגעטאָן, איז נישט מער װי אַ פּלאַטשיקער שפּאַס, װאָס דאַרף אַװעק אינאײנעם מיטן לױפֿנדיקן יאָר; אַ שפּאַס, װאָס אױב ער האָט נאָך אַ זין פֿאַרן אמתן פּאָפּאָװ, האָט ער פֿאַר אים, פֿאַרן געפֿעלשטן פּאָפּאָװ, קײן שום זינען ניט. אַדרבא, אָט דאָס פֿרײַע, ברײטע, געזיכערטע, גליקלעכע לעבן צװישן די דאָזיקע גליקלעכע, געזיכערטע, געװאָרנטע מענטשן קאָנען אים נאָך ברענגען דערצו, אַז זײַן אומקערן זיך צוריק צו זײַן פֿריִעריקן ייִדישן לעבן זאָל זײַן טױזנט מאָל שװערער און אומדערטרעגלעכער װי געװען. צו װאָס האָט אים גענוצט דער דאָזיקער שפּאַס! צו װאָס האָט ער געדאַרפֿט די דאָזיקע קאָמעדיע? מיט װאָס קאָן זיך עס אױסלאָזן... נאָר באַלד קומט אים אַקעגן דער געשטאַלט פֿון דער אָנגעקומענער סאַשאַ און ער דערפֿילט אַ װאַרעמען שטראָם אין האַרצן, װי אַ מענטש, װאָס איז געװען פֿאַרטראַכט און עס קומט אים אױפֿן זינען פּלוצעם אַ זאַך, װאָס איז אים אַזױ טײַער און אַזױ נאָענט און װאָס ער װאָס גאָר געהאַט דערפֿון פֿאַרגעסן...

געקומען פֿון װאָקזאַל אַהײם, האָט די גאַנצע משפּחה װידער זיך צונױפֿגעקליבן אַלע בײַ אײן טיש, װוּ סאַשאַ איז געװען דער צענטער, אַלע האָבן געקוקט אױף סאַשען, אַלע האָבן אױסגעהערט סאַשען, אַלע האָבן זיך געװענדט צו סאַשען. און סאַשאַ האָט געטאָן עטלעכע. אַרבעט מיט אַמאָל: גערעדט, געהערט, געגעסן, געלאַכט, אױסגעפֿרעגט אַלעמען און אָפּגעענטפֿערט אַלעמען, נישט דורכגעלאָזט קײנעם, געשענקט גליוקן אױך אַלע מאָל אַ גלעט מיט איר קלײן הענטל איבערן קאָפּ און אַ זאָג צו אים פֿאַרבײַגײענדיק, װי מע זאָגט צו אַ קלײן קינד, צונױפֿגענומען די ליפּן: „דוסיאַ дуся: נשמה!“

גליוקן איז, װײַזט אױס, געפֿעלן די מעשׂה, איז ער געקראָכן אַלע מאָל נעענטער צום גאַסט, זיך גאָר קײן אָרט נישט געפֿונען, גערעכנט אַ פּנים, אַז סאַשאַ איז געקומען אַהער אינגאַנצן צוליב אים. דער חבֿרה־מאַן איז פֿאַרגאַנגען אַזױ װײַט, אַן מע האָט דעם כּלבֿ שבכּלבֿים געמוזט אָננעמען פֿאַר אַן אױער און מיט גרױס כּבֿוד אַרױספֿירן פֿון חדר. עס האָט אָבער נישט געדױערט אַזױ פֿיל װיפֿל דאָס אָנשרײַבן פֿון די דאָזיקע װערטער, איז גליוק שױן װידער געלעגן נעבן סאַשאַס קלײנע פֿיסלעך, איצטיקס מאָל שטיל װי אַ סטאַטיק, און געקוקט אין אַ זײַט אַ ביסל װי ברוגזלעך: „דאַכט זיך שױן צײַט, מע זאָל אים קענען, אַז ער איז ניט פֿון יענע הינט, װאָס מע באַדאַרף זײ פֿירן פֿאַר די אױערן“...

אױסער סאַשען האָבן אױך אַלע אַנדערע זײער לעבעדיק גערעדט, די גאַנצע משפּחה. יעדער באַזונדער האָט געהאַט װאָס צו זאָגן, אַפֿילו פּעטיאַ און סיעריאָזשאַ האָבן געהאַט װאָס צו דערצײלן, נישט גערעדט האָט נאָר אײן פּאַרשױן ― דער רוסישער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש... ער האָט װי אַלע מאָל מער צוגעקוקט, װאָס אַנדערע טוען, און מער צוגעהערט, װאָס אַנדערע רעדן, און װי אַלע מאָל באַװוּנדערט און מקנא געװען זײ נישט אַזױ אױף זײער רײַכקײט און נישט אַזױ אױפֿן שיק, װי אױף זײער נישט געמאַכטער לעבעדיקײט, ברײטקײט, רויִקײט, זיכערקײט, באַװאָרנטקײט און הײמלעכקײט. „קאָן זיך דען פֿילן אַזױ אַ ייִד? דער רײַכסטער, דער גליקלעכסטער?... אַזױ האָבן זיך באַדאַרפֿט פֿילן ― טראַכט ער זיך ― סײַדן אַמאָל־אַמאָל זײַנע אור־אור־עלטערן, אין זײער אײגן לאַנד, אױף זײער אײגענעם באָדן, שױן לאַנג־לאַנג, אין שלמה המלכס צײַטן“... נאָר װוּ האָט ער געזען אָט די סאַשאַ? װי ענלעך זי איז מיט איר מוטער, צװײ טראָפּן װאַסער, איבערהױפּט די אױגן... און װי עס פּאַסט איר דער נאָמען „סאַשאַ“...

דער נאָמען „סאַשאַ“ פֿאַרנעמט אין זײַנע געדאַנקען דעם שענסטן אױבנאָן, און אין האַרצן און איבער אַלע גלידער װערט צעגאָסן אַ מאָדנע װאַרעמקײט אַלע מאָל, װען ער דערהערט עמיצן דערמאַנען אָדער װען ער דערמאַנט זיך אַלײן דעם נאָמען „סאַשאַ“. אינעם דאָזיקן נאָמען, מאָלט זיך אים אױס, הערט זיך עפּעס אַ באַזונדערער קלאַנג, אַ מוזיקאַלישער נאָמען: „סאַ־שאַ“.

דער כּוח פֿון אַ נאָמען!...

דאָס אַכט־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

אַ חײ־שעה

מיט סאַשאַס קומען צו פֿאָרן אַהײם איז באַרדאָ־בראַדאָװסקיס שטוב געװאָרן גאָר אַן אַנדער שטוב. דרײַ מאָל אַזױ פֿרײלעכער װי פֿריִער. און די פֿרײלעכקײט גופֿא האָט באַקומען אַן אַנדער קאָליר.

עס איז אַװעק אַ גאַנצע רײ פֿון יום־טובֿדיקע טעג און נעכט: פֿריִער „ראָזשדיעסטװאָ“, דערנאָך „נאָװיגאָד новыйгод: נײַ־יאָר“ דערנאָך „קרעשטשעניע крещение: צװעלפֿטאָג“, ― יעדער יום־טובֿ מיט זײַן פּראָגראַם, אױסגעאַרבעט פֿון סאַשען אַלײן און באַשטעטיקט פֿון דער גאַנצער קאָמפּאַניע לערערס און לערערינס, פֿרײַלינס און גובערנאַנטינס, און פֿאַרשטײט זיך, אַז הערשל פּאָפּאָװ איז אױך געװען אין מיטן.

װי האָט ער געקאָנט אָפּשטײן פֿון חבֿרה, אַז סאַשאַ אַלײן האָט אים אײַנגעלאַדן, און דערבײַ האָט זי, װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אױף אים אַזאַ קוק געגעבן מיט אירע װוּנדערלעך שײנע אױגן און האָט זיך אַז קינדעריש לעבעדיק צעלאַכט, אַז פֿאַר נאָך אײן קוק אַזעלכן פֿון אירע שײנע אױגן װאָלט ער אַװעקגעגעבן ער װײס אַלײן ניט װיפֿל...

מיט אײנעם װאָרט, דאָס איז געװען אַ מין קינדעריש־שטיפֿערישע פֿרײלעכקײט, װאָס האָט פֿונעם ערשטן טאָג אָן אַרײַנגעצױגן אין זיך אַלע און אַלעס. אַפֿילו אַזאַ גראַנד־דאַמע װי נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, און אַפֿילו אַזאַ שװערער אומגעלומפּערט מגושמדיקער פּאַרשױן װי פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָבן זיך אױך אָנגענומען און געמוזט נאַריש מאַכן זיך גלײַך מיט אַלעמען, שפּילן אין פֿאַנטן, אין „צענזור“, אין „קװאַרטעט“, אין „שטעט“, און אַפֿילו אין „קעצעלע־מײַזעלע“ און אין „קװאַטש“; װוּ ערגעץ אַ קינדערש שפּילעכל ― איז דאָס איבערגעחזרט געװאָרן אין דער דאָזיקער גליקלעכער שטוב, װוּ גרױסע מענטשן האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר קלײנע קינדער, זיך געפֿרײט װי קינדער און געװען גליקלעך װי קינדער.

פֿאַר אונדזער העלד ראַבינאָװיטש, װאָס האָט אַזױ קונציק געשפּילט די ראָל פֿון גרישאַ פּאָפּאָװ, איז דאָס אַלצדינג געװען איבערראַשנד נײ. ער האָט זיך קײנמאָל נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, למשל, אַז זײַן פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, זאָל זיך אַװעקשטעלן אין מיטן העלן טאָג מיט קינדער טאַנצן, שפּילן אין באַהעלטערלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן. ער האָט זיך גלאַט נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז אַ ייִד זאָל װען קאָנען זײַן אַזױ פֿרײלעך, אַז אַ ייִד זאָל זיך פֿאַרגינען סתּם אין דער װעלט אַרײַן נעמען און לאַכן און זיך נאַריש מאַכן... אַפֿילו פּורים שױן אָדער שׂימחת־תּורה נעמט, װאָס איז שױן דאַכט זיך גאָר אַ מיצװה צו פֿרײען זיך, װאָס ייִדן זענען דעמאָלט שױן גאָר שיכּור־לוט, געדענקט ער אױך ניט זײַן טאַטן, ער זאָל זײַן איבעריקס פֿרײלעך. אַדרבא, ער געדענקט אים „אונטערן גלעזל“, װי ער פֿלעגט זיך דעמאָלט פֿאַרקלײַבן באַזונדער אין אַ װינקעלע פֿאַרזאָרגט, אָדער גאָר צעװײנען זיך, גיסן מיט טרערן ― ער װײס ניט אױף װאָס: צי אױף חורבן בית־המקדש, צי אױף דעם ― װאָס זײַן טאַטע איז געשטאָרבן מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק, געװען, זאָגט מען, אַ „װאַזשנער“ ייִד?...

אַרײַנגעכאַפּט זיך אין דער דאָזיקער שטוב, אינעם דאָזיקן פֿרײלעכן טומל, װאָס האָט ניט אױפֿגעהערט עטלעכע װאָכן דורכאַנאַנד, האָט דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ געפֿילט, װי עס פֿאַרכאַפּט אים דער אָטעם און עס דרײט זיך די ערד אונטער אים. און ער האָט אָנגעהױבן צו פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ ייִד. אױף זײַן גליק האָט ער נאָך באַדאַרפֿט אָנטרעפֿן אױף אַזאַ שטוב און אױף אַזעלכע מענטשן װאָס ניט נאָר זײ האָבן פֿײַנט אַ ייִדן, דער נאָמען ייִד איז דאָ פֿאַר אים קײן אײנציק מאָל נישט דערמאַנט געװאָרן אַפֿילו, גלײַך װי די דאָזיקע מענטשן װאָלטן גאָר ניט געװוּסט, אױב ס'איז גאָר פֿאַראַן אַזאַ באַשעפֿעניש אױף דער װעלט, װאָס מע רופֿט עס ייִד.

נאָר אײנמאָל האָט זיך אים געטראָפֿן דאָ דערהערן דעם דאָזיקן נאָמען, און ס'איז אים אַנטפֿאַלן געװאָרן דאָס געזונט. דאָס איז געװען אינעם סאַמע רעכטן ברען פֿון די װינטערדיקע ימים־טובֿים, „טאַטיאַנעס טאָג“ װערט אָנגערופֿן יענער יום־טובֿ, און סאַשאַ האָט געפּלאַנט מאַכן אַן אַרױספֿאָר אױפֿן פֿאָנישן שטײגער מיט ברענענדיקע טראָיקעס אין „סטרעלני“, אין „מאַװריטאַניע“, אָדער גאָר אין „יאַר“, װוּ עס קלײַבן זיך צונױף יונגװאַרג פֿון דער גאַנצער שטאָט און מע לעבט אַ גוטן טאָג. האָט זיך אָבער באַדאַרפֿט טרעפֿן אַזױ, אַז יענער יום־טובֿ איז אױסגעפֿאַלן פּונקט זיבן טאָג אין שבֿט, דעמאָלט װען הערשל ראַבינאָװיטש האָט, װי מיר װײסן שױן, יאָרצײַט נאָך זײַן מאַמע, און װאָס װעגן דעם יאָרצײַט האָט אים זײַן ברודער אַבֿרהם־לײב אָנגעדולט אַ קאָפּ כּמעט אין יעדן בריװ. דעם יאָרצײַט נאָך דער מאַמע, װאָס איז שױן דרײַ יאָר טױט, האָט ער נאָך ניט דורכגעלאָזן אײן מאָל, ער זאָל ניט גײן אין שול אַרײַן קדיש זאָגן, נישט מחמת פֿרומקײט, נאָר װײַל ער האָט דעם טאַטן דאָס װאָרט געגעבן און װײַל ער האָט די מאַמע זײער ליב געהאַט. זי איז געװען די אײנציקע, נאָך װעלכע ער האָט באמת געבענקט און צוליב װעלכע אײגנטלעך ער פֿלעגט אַהײמפֿאָרן אַלע יאָר אױף װאַקאַציעס. אַ מאָדנע ליבשאַפֿט איז געװען צװישן זון און מוטער, אַ רירנדע איבערגעבנקײט. געקומען אַהײם, איז ער ניט אָפּגעטראָטן פֿון דער מאַמע, געװאָלט איר אַ פּנים פֿאַרגיטיקן פֿאַר דער גרױסער עבֿירה, װאָס ער איז אַמאָל אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם זיך לערנען, װעלכעס האָט די אָרעמע מאַמע פֿאַר דער צײַט גרױ און אַלט געמאַכט. זי האָט דאָס גאָר ניט געקאָנט פֿאַרשטײן, װי איז דאָס מעגלעך, אַז איר קינד, איר הערשל, זאָל אַזעלכעס טאָן, זיך אױפֿהײבן און אַװעקפֿליִען, װי אַ פֿײגעלע, ניט זאָגן דער מאַמע קײן װאָרט. אַפֿילו װעגן דעם? פֿאָרגעהאַלטן האָט זי אים דערנאָך קײנמאָל ניט, נאָר ער האָט אַלײן געזען און פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרברעכן ער אין קענען איר באַגאַנגען און האָט געװאָלט פֿאַרגלעטן זײַנע זינד ― און דאָס איז אים געראָטן: די מאַמע האָט אים מוחל געװען באַלד נאָך זײַן ערשטן קומען צו פֿאָרן אַהײם, זי האָט דאָס אים פֿאַרשפּאָרט זאָגן ― איבערהױפּט איז צװישן זײ קײן סך רײד נישט געװען ― צו װאָס רעדן? ער האָט דאָס דען נישט אַרױסגעזען נאָך איר שמײכלענדיקן פּנים און נאָך אירע נאַסע אױגן? דעריבער איז בײַ אים נאָך מער טײַער געװען דער מאַמעס צװאה, װאָס זי האָט אים אָנגעזאָגט דורכן טאַטן, ― זי האָט געװוּסט, אַז זי שטאַרבט ― אַז איר הערשל זאָל געבן „די האַנט תּקיעת־כּף, אַז ער װעט זאָגן נאָך איר קדיש...

נאָך מיט עטלעכע טעג פֿריִער פֿאַרן יאָרצײַט האָט ער זיך געפֿעדערט, בגנבֿה אַרײַנגעכאַפּט זיך אין שול אַרײַן, זיך גוט פֿאַרשטעלט מיטן קאָלנער, טאָמער חלילה באַגעגנט ער זיך מיט אַ ייִדישן סטודענט, װאָס קען אים, און אָפּגערעדט מיטן שמשׂ, אַז דעם און דעם טאָג האָט ער יאָרצײַט, על־כּן זאָל ער שטעלן אַ ליכט, צוגרײטן אַ מנין ― אַלצדינג װי עס געהער צו זײַן. בעת־מעשׂה האָט אים געקלאַפּט אַ צאָן אין אַ צאָן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז דער שמשׂ, אַ קורצער ייִד מיט רױטע געשװאָלענע באַקען און מיט אַ װײַסן, לאַנגן באָרד, װאָס זעט אױס װי אַ גנאָם, פֿון יענע קלײנע מענטשעלעך, װאָס דינען אַלס דעקאָראַציעס אין אַ גאָרטן, קוקט אױף אים מאָדנע מיט פֿאַרדאַכט, װי אױף אַ משומד אָדער אױף אַ גר, נאָר יעדנפֿאַלס נישט װי אױף אַ ייִדן...

― װער זײַט איר, װוּ געפֿינט איר זיך און נאָך װעמען האָט איר יאָרצײַט? ― מאַכט צו אים דאָס קורצע שמשׂל מיטן לאַנגן באָרד, האַלט דעם קאָפּ אױף אַ זײַט און פֿאַרקוקט צו אים פֿון אונטן אַרױף.

― װאָס גײט אײַך אָן? ― ענטפֿערט אים פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש מיט פֿאַרדראָס און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, צי זײ זענען דאָ אַלײן...

― איר װילט ניט זאָגן, דאַרף מען ניט! ― טוט דער שמשׂ דער גנאָם אַ מאַך מיט די הענט און אַ טרײסל מיטן באָרד און כאַפּט זיך פֿאַרשליסן די שול מיט אַזאַ אַן אימפּעט, גלײַך װי אינעם צװײטן הױז ברענט...

הײַנט גײט ריכט זיך אױף אַזאַ שלאַק, אַז אַקוראַט אינעם טאָג פֿון זײַן יאָרצײַט װעט אױספֿאַלן „טאַטיאַנעס יום־טובֿ“ און סאַשען װעט זיך פֿאַרגלוסטן שיקן רופֿן דװקא אים, דעם רוסישן רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש, און געבן צו װיסן, אַז אין דעם טאָג מאַכן זײ אַ גרױסן אַרױספֿאָר מיטן גאַנצן קנאַק.

אומזיסט האָט זיך נעבעך גריגאָרי איװאַנאָװיטש געװאָלט אַרױסדרײען, געשװאָרן, אַז ער קאָן ניט, אומזיסט אױסגעזוכט אַ תּירוץ, אַז אַזױ װי „טאַטיאַנעס טאָג“ איז אַ אוניװערסיטעט־יום־טובֿ, דעריבער קאָן ער ניט אָפּשטײן פֿון חבֿרים סטודענטן. סאַשאַ האָט נישט געװאָלט הערן קײן שום תּירוצים. מיט איר קלײן הענטל האָט זי אים פֿאַרשטעלט דאָס מױל, „ער זאָל גאַר אַפֿילו ניט רעדן“ ― און בעת־מעשׂה אַזױ געקוקט אױף אים און אַזױ געלאַכט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן דעם יאָרצײַט, דעם תּקיעת־כּף, די מאַמע פֿון יענער װעלט, דעם טאַטן אױף דער װעלט, און אַפֿילו אָן זיך אַלײן האָט ער פֿאַרגעסן, און פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט זיך באַלד אונטערגעגעבן.

נאָר נישט דאָס איז דער עיקר־המעשׂה. דער עיקר איז, װאָס אין דערזעלבער צײַט, װאָס סאַשאַ האָט איבער אים געטענהט און צוגערעדט, ער זאָל ניט אָפּשטײן פֿון זײער קאָמפּאַניע, האָט אײנער, גאָר מן־הצד, אַרױסגעכאַפּט זיך מיט אַ באַנאַל װאָרט, מיט אַ װיץ, װעלכער װערט אײגנטלעך גאַנץ אָפֿט באַנוצט אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט און האָט נישט אין זיך קײן שום װוּנק אַף עמיצן צו באַלײדיקן.

דער װיץ איז געװען אַ פֿױלער װיץ: „צוליב אַ קאָמפּאַניע האָט זיך אַ ייִד אױפֿגעהאַנגען“ („ראַדי קאָמפּאַניאי זשיד פּאַװעסילסיאַ ради компании жид повесился“)

דער גאַנצער עולם האָט זיך פֿון דעם װיץ צעלאַכט און אונדזער העלד איז פֿאַרקילט געװאָרן דאָס בלוט און אָט איבער װאָס: ערשטנס דאָס װאָרט „זשיד“ אַלײן, װאָס די פּײַנלעכקײט פֿון דעם קאָן פֿאַרשטײן נאָר אַ ייִד. דאָס דאָזיקע װאָרט מעג אַרױסגעזאָגט װערן פֿונעם בעסטן גױ און גאָר אין גוטן מוט, פֿילט זיך אױך אין דעם אַ טיפֿע באַלײדיקונג דורך דעם, װאָס דערמיט װערט ניט װילנדיק אַרױסגעטײַטשט, אַז איר געהערט צו אַ נידעריקערער ראַסע... און צװײטנס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דער, װאָס האָט עס געזאָגט, האָט געהאַט דערבײַ אַ מײן... און געזאָגט האָט דאָס זײַנער אַ שׂונא, דער אײנציקער שׂונא זײַנער אין דער דאָזיקער שטוב, װאָס האָט זיך באַװיזן דאָ באַלד אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך סאַשאַס קומען צו פֿאָרן אַהײם. דאָס איז געװען גאָר נאָך אַ יונגער אָפֿיציר, אַ פּאַרשױן ניט קײן אַבי־װער. אַ גרױסער מיוחס, אַ קניאַז князь: בן־מלך, מיט אַ צװײענדיקן נאָמען שירײ־ניעפּיאַטאָװ, נאָר גערופֿן האָט מען אים דאָ נישט קניאַז, נאָר „פּיער“,, פֿאַרקירצט פֿון פּיאָטר מיכאַילאָװיטש. עס איז שװער צו זאָגן פֿאַרװאָס, נאָר אָט דער פּיער האָט אױף אונדזער העלד געמאַכט דעם ערנסטן אײַנדרוק. אים איז ניט געפֿעלן ניט דאָס האַלטן זיך פֿון דעם דאָזיקן „אָפֿיצירל“, אױסגעצױגן װי אַ סטרונקעלע, ניט זײַן צעקעמטער װײַסער שרונט אין מיטן קאָפּ, ניט זײַנע רױטינקע פֿרישינקע גלאַטינקע בעקעלעך, ניט זײַנע קלײנינקע שפּיצעכיקע װאָנצעלעך, ניט זײַנע שטענדיקע שמײכלענדיקע אױגעלעך, אױך זײַן שפּראַך איז אים ניט געפֿעלן, כאָטש פּיערס אױסשפּראַך איז געװען דאָס רײנסטע רוסיש, נאָר אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז אַלצדינג, װאָס פּיער רעדט, איז געקינצלט, באַנאַל און פּלאַטשיק, און װאָס פֿאַר אַ חכמה ער זאָל ניט אַרױסלאָזן פֿון זײַן מױל, מוז זי עקלען. אפֿשר האָט עס זיך גענומען דערפֿון, װאָס צו דעם פּיערן האָט זיך די גאַנצע שטוב, אױסער אײן סאַשען, באַצױגן װי צו אַ זײער געהױבענעם הױכגעשעצטן און אָנגעלײגטן גאַסט? די דינערשאַפֿט איז געשטאַנען פֿאַר אים מאָדנע אױסגעצױגן און אױף זײַן מינדסטן קוק געלאָפֿן פֿײַל אױסן בױגן אױף דעם קאָפּ צו ברעכן.

נאָר װאָס דעם רעפּעטיטאָר פּאָפּאָװ האָט געװוּנדערט און פּײַנלעך פֿאַרדראָסן ― איז געװען דאָס, װאָס די אײדעלע, די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעאַדאָראָװנאַ האָט דעם פּיערן אַרױסבאַװיזן אַזױ פֿיל רעספּעקט, אױפֿמערקזאַמקײט און פֿרײַנדלעכקײט, װי צו קײנעם ניט אין דער דאָזיקער שטוב. „ניט שױן־זשע איז דאָס אַ חתן?... אױב ניט שױן, װעט ער אַמאָל זײַן אַ חתן... נײן, דאָס איז קלאָר װי דער טאָג...“

אַזױ האָט אָפּגעפּסקנט בײַ זיך דער סטודענט פּאָפּאָװ און האָט פֿײַנט געקריגן דעם „אָפֿיצירל, שׂינאת־מװת, נישט געקאָנט אָנקוקן זײַן אױסגעװאַשן און פֿאַרברעמט פּנימל, נישט געקאָנט הערן זײַן הױך קול מיט זײַן הילכיקן געלעכטער, װאָס האָבן אים געעקלט, און דאָס „אָפֿיצירל“ פֿון זײַן זײַט האָט אַ פּנים אינסטינקטיװ („אַ האַרץ פֿילט אַ האַרץ“) אױך ניט איבעריק ליב געהאַט דעם דאָזיקן שװאַרצן סטודענט“ אָדער װי ער האָט אים אַ נאָמען געגעבן „װאָסטאָטשני טשעלאַװעק восточный человек“ (מזרח־מענטש).

מיט דעם דאָזיקן נאָמען האָט אים „פּיער“ געקרױנט דערפֿאַר, װאָס גריגאָרי, איװאַנאָװיטש (אַלע האָבן עס געמוזט מודה זײַן) האָט טאַקע זײער אַ סימפּאַטיש אױסזען, נאָר ער כאַפּט גיכער דעם אָפּבליק פֿון אַ גרוזין, פֿון אַן אַרמענער אָדער פֿון אַ גרעק, אײדער פֿון אַן עכטן פֿאָניע. װאָרעם װי קומט צו אַ רוסישן אַזעלכע אױגן מיט אַזאַ נאָז?...

― װאָס? אפֿשר ניט אַזױ, גריגאָרי איװאַנאָװיטש? ― מאַכט צו אים סאַשאַ און קוקט אױף אים אַזױ פֿרײַנדלעך און לאַכט אַזױ האַרצעדיק גוט, אַז ניט נאָר אַ גרוזין, אַן אַרמענער אָדער אַ גרעק, ער זאָל כאַפּן דעם אָפּבליק פֿון אַ רוח, װאָלט אים אױך געװען ניחא, אַבי „זי“ זאָל אױף אים אַזױ קוקן און אַבי זי זאָל אַזױ לאַכן...

װאָס אים האָט פֿאַרדראָסן איז דאָס, װאָס אױף דער המצאה, אַז ער איז אַ „װאָסטאָטשני טשעלאַװעק“ איז געפֿאַלן ניט קײן אַנדערער נאָר „פּיער“, און װאָס „פּיער“ האָט אַרױסגערעדט דאָס װאָרט „טשעלאַװעק“, װי אים האָט זיך אױסגעװיזן, מיט אַ ייִדישן אַקצענט ― און עס האָט אים אַ טיאָכקע געגעבן דאָס האַרץ: „ניט שױן־זשע האָט ער אַזאַ ייִדיש אױסזען! ניט שױן־זשע רעדט ער אַזאַ רוסיש, װאָס גיט זיך נאָך מיט ייִדיש! ניט שױן־זשע האָט דאָס „אָפֿיצירל“ אױף אים אַ מינדסטן חשד?...“

אָט דעריבער האָט דאָס אים אַזױ אױפֿגעטרײסלט, אַז ער האָט דערהערט דאָס באַנאַלע װערטל און דעם נאָמען „זשיד“ ― דעם ערשטן מאָל אין דער דאָזיקער שטוב. זײַן מורא איז אָבער געװען אומזיסט: „פּיער“ האָט אים אין זינען געהאַט אין דער לינקער פּיאַטע, און װינציקער פֿון אַלעמען האָט „פּיער“ געטראָגן אױפֿן קאָפּ אַ ייִדן, אַזױ װי אַלע אין דער דאָזיקער שטוב ― און דאָס האָט דעם געמאַכטן פּאָפּאָװ נישט װינציקער פֿאַרדראָסן. עס איז נישט זײער אָנגענעם, װען דו זעסט, אַז יענער באַמערקט דיך ניט, אַז יענער טראַכט גאָר ניט װעגן דיר, גלײַך װי דו װאָלסט גאָר אױף דער װעלט ניט געװען... אים האָט זיך, אַדרבא, זײער געװאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ מײנונג איז מען װעגן אַ ייִדן דװקא אָט דאָ, אין דער דאָזיקער שטוב? און נאָך מער אינטערעסאַנט װאָלט געװען צו װיסן, װאָס פֿאַר אַ מײנונג האָט װעגן דעם „זי“ ― סאַשאַ?... אַלײן נעמען און באַרירן דעם דאָזיקן ענין האָט ער ניט געװאָלט. ― צו אַן אײדעלע מאַטעריע... נאָר שטײן פֿון דער װײַטן װי אַ זײַטיקער מענטש און הערן, װאָס זאָגן „זײ“ ― דערױף װאָלט ער זײער און זײער אַ בעלן געװען. איז אָבער װי אױף צו להכעיס דאָ קײנמאָל דערפֿון קײן רײד נישט געװען. ביז דער צופֿאַל אַלײן האָט מיטגעבראַכט דערצו, ― און דעמאָלט ערשט האָט ער געהאַט אַ גוטע געלעגנהײט זיך צו איבערצײַגן, װי מע קוקט דאָ אױף אונדז, װאָס מע דענקט װעגן אונדז און װאָס פֿאַר אַ װערט בײַ זײ האָט אָט דער מין מענטש, װעמען גאָט האָט אױסדערװײלט און געבענטשט מיטן נאָמען „ייִד“... דערװײַל האָט ער געקאָנט אומגעשטערט, װי ער אַלײן דריקט זיך אױס אין אײנעם פֿון זײַנע בריװ צו זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ: „טרינקען פֿון יענעם זיסן כּוס, װאָס װערט אָנגערופֿן לעבן“...

גוט איז, זאָגט מען, אַ חײ־שעה.

דאָס נײן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

די בת־מלכּה

מיט סאַשאַס אָפּפֿאָרן האָבן זיך געענדיקט אַלע ימים־טובֿים און עס האָבן אײַנגעטראָטן די פֿריִעריקע געװײנלעכע װאָכעדיקע טעג.

אמת, דאָס לעבן האָט זיך ניט שטאַרק איבערגעאַנדערשט. די אײגענע שטוב װאָס פֿריִער ― אַ שטוב פֿון כּל־טובֿ, און דער אײגענער טיש ― אַ טיש פֿול מיט מענטשן, ― אַלץ אַזױ װי פֿריִער. עס איז שױן אָבער ניט געװען די לעבעדיקײט װאָס פֿריִער, עס האָט זיך געפֿילט, אַז עפּעס פֿעלט, אַז עמיצער גײט אָפּ.

דער „עמיצער“ איז געװען סאַשאַ.

פֿונדעסטװעגן איז בײַ איר אָפּפֿאָרן (אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט דאָס גוט באַמערקט) נישט פֿאַרגאָסן געװאָרן קײן טרער, קײנער האָט ניט אַרױסגעלאָזט אַפֿילו קײן זיפֿץ, און אױב עמיצער אין דער דאָזיקער שטוב איז יאָ אַרומגעגאַנגען אַ צעמישטער, זיך קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען ― איז דאָס געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר „גליוק“.

עס איז געװען באמת אַ גאָטס רחמנות אַ קוק צו טאָן אױף דעם דאָזיקן הונט! פֿאַר גרױס צרות האָט ער זיך פֿאַרקליבן צום רוסישן רעפּעטיטאָר אין חדר אַרײַן און דאָרט האָט ער זיך אױסגעצױגן אױף אַלע פֿיר, געקוקט אים אין די אױגן אַרײַן פֿול מיט בענקעניש. „נישטאָ זי... װידער אַ מאָל נישטאָ!...“ ― האָט זיך דער הונט געקלאָגט פֿאַרן ייִדן אָן װערטער, און דער ייִד, װאָס האָט שױן מער קײן ברעקל מורא נישט געהאַט פֿאַרן הונט, האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו אים, געשענקט אַ גלעט מיט דער האַנט איבער דער װאַרעמער גלאַטן, שטאָל־קאָלירענער פֿעל, גלײַך װי ער װאָלט אים װעלן טרײסטן: „איך פֿיל דיר מיט, גליוק, איך װײס, נאָך װעמען דו בענקסט... נישקשה, פֿאַראַן נאָך עמיצער, װאָס בענקט אָט דאָ אין דער דאָזיקער שטוב...“

אין זכּרון לעבט איבער אונדזער הערשל פּאָפּאָװ נאָך אַ מאָל אַלע יענע גליקלעכע מאָמענטן פֿון די לעצטע פּאָר װאָכן, װאָס זענען איבערגעפֿלױגן פֿאַר אים אַזױ װי אַ חלום, אַזױ װי אַ שײנע מעשׂה, אײנע פֿון יענע שײנע כּישופֿדיקע מעשׂיות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט אין זײַנע ייִנגלשע יאָרן, נאָך אַז ער האָט געלערנט אין חדר. דאָס זענען מעשׂיות, װאָס מען װײס ניט, װעמענס פֿאַנטאַזיעס האָט זײ באַשאַפֿן און פֿון װאַנען זײ האָבן זיך גענומען. אפֿשר טאַקע דאָ אין דעם פֿינצטערן חדר זענען זײ געבױרן געװאָרן? דערצײלט װערן זײ געװײנטלעך אין דער צײַט פֿון בין־מנחה־למעריבֿ, װען דער רבי איז אין שול, און אין חדר איז שטאָק־פֿינצטער, כאָטש נעם זיך אַרױס אַן אױג, און חדר־ייִנגלעך האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן אַלע אין אײן װינקעלע, װי די שעפֿעלעך, און מע האָרכט צו מיט קאָפּ, און אײנער אַ ייִנגל, אַן עלטערער, מיט גרױסע פֿאַרטראַכטע אױגן, הײבט אָן שטיל און גלאַט, װי אַ לױפֿנדיק װאַסער:

― װאָס־זשע פֿאַר אַ מעשׂה, װילט איר, זאָל איך אײַך הײַנט דערצײלן, קינדער? אױב איר װעט מיך בעטן, װעל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“. דאָס לאַנד פֿון „אופֿיר“ דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט פֿון פּסוק. דאָס לאַנד איז אַ לאַנד, װאָס געפֿינט זיך העט־העט אױף יענער זײַט סמבטיון, אַזש הינטער די הרי־חושך. דאָרט איז, װי איר װײסט, פֿאַרבליבן די רעשט פֿון די עשׂרת־השבֿטים, װאָס גאָט האָט זײ געבענטשט מיט אַ ברכה, זײ זאָלן קײנמאָל נישט קראַנק זײַן אױף קײן אבֿר, און זײ זאָלן נישט װיסן פֿון קײן שום צרות, גזירות, דאגות־פּרנסה און נאָך אַזעלכע זאַכן. דעריבער זענען זײ דאָרט אַלע גיבורים, און געלט װאַלגערט זיך בײַ זײ װי מיסט; די גאַסן זענען אױסגעפֿלאַסטערט מיט די טײַערסטע שטײנער, װאָס הײסן כּדכּוד; און אױף פּערל װיל דאָרט קײנער נישט קוקן אַפֿילו, װאָרעם זײ שטײען סטערדעװײַז, אַזױ װי בײַ אונדז הײ. דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: געװען בײַ זײ אַ מלך פֿונעם שבֿט לוי, איז ער געשטאָרבן און איבערגעלאָזט נאָך זיך צװײ זין מיט אײן טאָכטער אַ גרױסע יפֿת־תּואר, האָבן זיך די זין נישט געקאָנט אײַנטײלן מיט דער ירושה, בײדע האָבן געװאָלט אַרױף אױף דער שטול געװעלטיקן. האָבן זײ אַ לאַנגע צײַט מלחמה געהאַלטן צװישן זיך, פֿאַרגאָסן בלוט אָן אַ שיעור. האָבן זיך מישבֿ געװען די עשׂרת־השבֿטים אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן און האָבן געכאַפּט בײדע ברידער און געבונדן זײ הענט און פֿיס און אױסגערופֿן אױף אַ קול: „װאָס טוט מען מיט צװײ ברידער, װאָס ס'איז זײ ענג די װעלט און קאָנען זיך נישט געפֿינען קײן אָרט אױף דער ערד?“ רופֿט זיך אָפּ אײנער: „באַדאַרף מען זײ שיקן אױפֿן הימל, אפֿשר װעט זײ דאָרטן זײַן גראַמער. לאָז מען נעמען אַ בױם פֿופֿציק אײַלן די הױך און לאָז מען זײ בײדע אױפֿהענגען“. און מע האָט טאַקע אַזױ געטאָן און ס'איז געװאָרן שטיל און פֿון דעמאָלט אָן איז ניטאָ בײַ זײ קײן מלך. װאָס־זשע טוט מען מיט זײער שװעסטער, מיט דער בת־מלכּה! רופֿט זיך אָפּ אײנער: „איר װײסט ניט װאָס מע טוט? לאָז מען זי נעמען און פֿאַרפֿירן װײַט־װײַט אױף אַ װיספּע אין מיטן ים און לאָז זי זיך דאָרט לעבן הונדערט און צװאַנציק יאָר און לאָז מען ניט זאָגן אױף אונדז, אַז מיר האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט“. און מע האָט טאַקע אַזױ געטאָן, און מע האָט גענומען די בת־מלכּה און מע האָט זי פֿאַרפֿירט העט װײַט אױף אַ װיספּע אין מיטן ים, אױסגעבױט דאָרט פֿון אירעט װעגן אַ פּאַלאַץ פֿון סאַמע קרישטאָל מיט גינגאָלד געדעקט, איר איבערגעלאָזט פֿולע שאַפֿעס מיט כּל־טובֿ ― „נאַ, זיץ, עס און טרינק, און לאָז דיר װױל זײַן“. זיצט זי זיך דאָרט, די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, אײנע אַלײן אױף דער װיספּע אין מיטן ים און װאַרט אױף איר אױסלײזער, טאָמער װעט עמיצער אַהין פֿאַרבלאָנדזשען, װעט ער זי נעמען און װעט זי ברענגען צוריק אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, און דאָרט װעט ער מיט איר שטעלן אַ חופּה און װעט זיך אַװעקזעצן אױף איר פֿאָטערס שטול און װעט געװעלטיקן אױף די עשׂרת־השבֿטים. דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: אײנער אַ תּנא און אַ גרױסער בעל־מופֿת פֿון אונדזערע קאַנטן איז געװױרע געװאָרן על־פּי רוח־הקודש פֿון דער עװלה, װאָס די עשׂרת־השבֿטים זענען באַגאַנגען קענען זײער מלכות, װאָס זײ האָבן אױפֿגעהאַנגען זײַנע צװײ זין, און ועל־כּולם קענען דער בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, װאָס איז נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, האָט ער געשיקט רופֿן צו זיך אײנעם פֿון די בעסטע בחורים, װאָס זיצן אין בית־המדרש און לערנען, און רופֿט זיך אָן צו אים: „מה שמך, װי אַזױ רופֿט מען דיך?“ זאָגט ער: כּך־וכּך אַזױ און אַזױ“. זאָגט צו אים דער תּנא: „הער נאָר אױס, מײַן קינד, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן: אַ שטײגער מע זאָל דיר זאָגן: גײ אױף יענער זײַט סמבטיון, הינטער די הרי־חושך, אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, דאָרט איז פֿאַרבליבן די רעשט פֿון די עשׂרת־השבֿטים און זיצן אָן אַ מלך, נעם געװעלטיק איבער זײ ― װאָס װאָלסטו געזאָגט דערױף?“ פֿאַרטראַכט זיך דער בחור און שװײַגט, אַ סימן, אַז ער איז מסכּים. רופֿט זיך אָן צו אים דער בעל־מופֿת נאָך אַ מאָל: „און װי איז דער דין, אַז מע מוז פֿריִער זיך אַװעקלאָזן אױפֿן ים, דאָרט איז דאָ אַ װיספּע, און אױף דער װיספּע אַ פּאַלאַץ פֿון קרישטאָל מיט גינגאָלד געדעקט, װאָס דאָרט זיצט די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר און װאַרט אױף איר אױסלײזער?“ שװײַגט װידער דער בחור ― אַ סימן, אַז ער איז דערױף אױך מסכּים. רופֿט זיך אָן צו אים דער בעל־מופֿת װײַטער: „און װי נאָר דו ברענגסט זי צו פֿירן אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, אַזױ נעמסטו זי מיט חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, װאָס װעסטו דערױף זאָגן?“ װערט דער בחור רױט פֿאַר בושה, אַ סימן, אַז ער זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון קײן זאַך. מאַכט צו אים דער בעל־מופֿת: „אױב אַזױ, מײַן קינד, נאַ דיר מײַן שטעקן מיט מײַן פֿאַטשײלע, מיט מײַן פּושקעלע און גע און זײ מצליח...“ װוּהין צו גײן ― זאָגט ער אים ניט. און איבערפֿרעגן אים װוּהין ― איז ניט שײך. אַזאַ מענטש אַז ער זאָגט גײ ― גײט מען. ובפֿרט אַז ער גיט אים זײַן שטעקן, מיט זײַן פֿאַטשײלע, מיט זײַן פּושקעלע...

און דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע מעשׂה, װי אַזױ דער בחור לאָזט זיך אין װעג אַרײַן, און די צרות און יסורים, װאָס ער שטײט אױס, און די באַגעגענישן, װאָס ער האָט אין װעג, און די נסים־וניפֿלאָות, װאָס עס באַװײַזן זיך נאָכדעם אַרױס פֿונעם צדיקס שטעקן, מיט דער פֿאַטשײלע, מיטן פּושקעלע, ― איטלעכע זאַך אין איר צײַט, געבונדן און געקײטלט אײנס מיט דאָס אַנדערע ― און צו דער בת־מלכּה איז נאָך אַלץ װײַט. עס זעט אױס, אַז דאָס ייִנגל מיט די פֿאַרטראַכטע אױגן, װאָס דערצײלט די דאָזיקע שײנע מעשׂה מיט דער בת־מלכּה, װעט צו דער בת־מלכּה אַזױ גיך ניט צוקומען, ער זאָל אַפֿילו דערצײלן אַ יאָר כּסדר ― און דאָס איז זײער אַן עבֿירה, אָט באַלד קומט אָן דער רבי, ― און הערשלען װילט זיך אַקוראַט װיסן, װאָס איז מיטן בחור? צי האָט ער געטראָפֿן צו דער בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, צי נײן? אים װײַזט זיך אױס, אַז יאָ, און זײַן אײגענע פֿאַנטאַזיע דערמאָלט שױן דאָס איבעריקע, און ער שטעלט זיך פֿאָר די פֿאַרװאָרפֿענע װיספּע, װאָס אין מיטן ים, און דעם קרישטאָלענעם פּאַלאַץ מיטן גאָלדענעם דאַך, און די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר מאָלט זיך אױס אין זײַן כּוח־הדמיון מיט אַלע פּיטשעװקעס אַזױ שאַרף און אַזױ בולט, אַז ער קען זי, דאַכט זיך, אױסגעבונדן, אַזױ װי ער קען זיך אַלײן. ער װײס אַפֿילו, װאָסערע אױגן זי האָט, װאָסערע האָר, און װי זי גײט אָנגעטאָן, און אַפֿילו װאָס פֿאַר אַ קול זי האָט, און װי אַזױ זי רעדט, און װי אַזױ זי לאַכט, ― אַלצדינג, אַלצדינג... און ער שטעלט זיך פֿאָר, אַז דאָס איז ער אַלײן טאַקע, אָט יענער בחור, װאָס האָט זיך אַװעקגעלאָזט אױפֿזוכן די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, און אָט ער אַלײן איז דאָס טאַקע איר באַשערטער און זי איז דאָס זײַן באַשערטע, און אַז ער פֿאָרט מיט איר איבערן ים צוריק אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, און אַז ער קומט אַהין בשלום, שטעלט ער מיט איר אַ חופּה כּדת־משה־וישׂראל... און אָט װאָס אים איבערראַשט אין דער דאָזיקער מעשׂה: אים איבערראַשט, װאָס די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, װעלכע ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אין דער מחשבֿה, איז אים געקומען איצט פֿאַר די אױגן אַ לעבעדיקע, אַ רעאַלע ― אינעם געשטאַלט פֿון סאַשען...

דער דאָזיקער פֿאַקט, אַז ער האָט דאָס מײדל געקענט נאָך אײדער ער האָט זי געזען, מאַכט אים שיִער משוגע און ער װערט אַ פֿאַטאַליסט און ער הײבט אָן צו גלױבן אין אַלע גרעסטע אומעגלעכקײטן, און ער דערלאָזט זײַן פֿאַנטאַזיע, זי זאָל אים אױפֿהײבן העכער און העכער און פֿליִען מיט אים כּמעט ביזן זיבעטן הימל און מאָלן זיך די שענסטע און ליכטיקסטע בילדער, װאָס קענען נאָר געמאָלט זײַן אױף דער װעלט... און ער פֿרעגט בײַ זיך אַלײן: „נישט שױן־זשע װעט מקײם װערן דאָס, װאָס ער האָט אַמאָל, שױן לאַנג, געזען אין חלום? נישט שױן־זשע איז דאָס מעגלעך אױף דער װאָר?“... נאָר נײן, ער װיל דערפֿון איצט ניט קלערן. ער װיל גאָר ניט װיסן, װאָס עס קאָן זײַן, װאָס עס װעט זײַן, ער איז צופֿרידן מיט דעם, װאָס איז געװען. װאָס־זשע איז געװען? אָט װאָס ס'איז געװען. * * *

ס'איז געװען אַן אָװנט. מען האָט געשפּילט אין פֿאַנטן. ס'איז אים אױסגעקומען צו זיצן װײַט אין סאַמע עק זאַל. נישט אַלײן, אין צװײען איז ער געזעסן ― מיט סאַשען ― אַ שטול נעבן אַ שטול, און דאָרט, אין צװײטן זאָל, איז געזעסן דער גאַנצער איבעריקער עולם. מע האָט געשפּילט אין פֿאַנטן. דעם ערשטן מאָל, אַז ער זיצט נעבן איר אַזױ נאָענט. ער האָט געהערט איר אָטעם. ער האָט געפֿילט איר ריח. נאָר ער איז געזעסן װי װײַט מעגלעך רויִק: „װאָס גײט אים אָן, װאָס זי זיצט נעבן אים אַזױ נאָענט? ס'איז דאָך מער ניט װי אַ שפּיל, אַ פֿאַנטן־שפּיל“...

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װאָס זענט איר אַזױ אָנגעכמורעט? איך האָב ניט ליב אָנגעכמורעטע, איך האָב ליב, אַז מע איז פֿרײלעך.

דאָס האָט געזאָגט צו אים סאַשאַ אײנפֿאַך, אָן אַ שום איראָניע, אָן אַ ברעקל קאָקעטירערײַ, נאָר פּשוט, װײַל סאַשאַ האָט טאַקע ליב, אַז מע איז פֿרײלעך.

― איר טראָגט עפּעס אױף דער נשמה, ― זאָגט זי צו אים װײַטער ערנסט און באַשענקט אים מיט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, פֿאַר װעלכן ער איז גרײט צו שטאַרבן יעדע מינוט. נאָר ער האַלט זיך װי אַ גיבור. „פֿון װאַנען נעמט זי דאָס, אַז ער טראָגט עפּעס אױף דער נשמה?“ ― פֿון װאַנען? ניט שױן־זשע װײסט ער נאָך ניט, װאָס פֿאַר אַ בריה זי איז צו לײענען יענעמס געדאַנקען, װי פֿון אַ בוך? ― ענטפֿערט אים סאַשאַ הױך אױף אַ קול, בײגט זיך אַריבער איבערן שטול און צעלאַכט זיך מיט איר פֿרײלעך הילכיקן געלעכטער, פֿון װעלכן עס װערט אי גוט, אי אומעטיק אױפֿן האַרצן, פֿון װעלכן עס גלוסט זיך אי לאַכן, אי װײנען, װאָרעם אַז ער װיל, איז דאָס גלאַט אַ געלעכטער פֿון גוטמוט, פֿון פֿולן האַרצן, און אַז ער װיל, הערט זיך אין דעם געלעכטער עפּעס אַנדערש... פֿון װאַנען װײס ער, אַז דאָ שמעקט ניט אַ װעלן אָפּשפּעטן, אַ חוזק מאַכן?... נאָר נײן, לאָז זי לאַכן. לאָז זי לאַכן!...

און נאָך:

עם איז געװען אַ נאַכט, אַ קאַלטע, אַ שנײיִקע װינטער־נאַכט, די שטאָט האָט זיך אײַנגעהילט אין װײַסן. די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי איז געגאַנגען פֿון טעאַטער, געגאַנגען, ניט געפֿאָרן ― ס'איז שױן נימאס געװאָרן דאָס שליטלען זיך. אין טעאַטער איז מען געזעסן אין דרײַ לאָזשעס, אין אײן לאָזשע דער פֿאָטער מיט דער מוטער מיט דער טאָכטער און מיט „פּיערן“, אין די איבעריקע צװײ לאָזשעס ― דער לערער־פּערסאָנאַל און גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אױך בתוכם, נאָר זײַן נשמה איז געװען דאָרט, אין דער ערשטער לאָזשע. ער האָט געליטן חיבוט־הקבֿר ניט אַזױ פֿון דעם, װאָס ער איז דאָרט ניטאָ, װי פֿון דעם, װאָס דאָרט זיצט דאָס „אָפֿיצירל“, װעלכן ער קאָן אַזױ ניט אָנקוקן. ער האָט קױם דערלעבט דעם סוף און איז געװען גליקלעך, װאָס דער „פּיער“ האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אַװעק מיט אַ קאָמפּאַניע אָפֿיצירן אין קלוב, און די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט אָפּגעשיקט די פֿערד אַהײם און געלאָזט זיך צו־פֿוס איבערן האַרטן סקריפּענדיקן שנײ פּאָרלעכװײַז. פֿאָרנט זענען געגאַנגען, אײַנגעהילט אין סױבלען, פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש מיט זײַן נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, דערנאָך די לערערס מיט די לערערינס, די פֿרײַלינס מיט די גובערנאַנטינס, און גאַנץ הינטן סאַשאַ מיטן רוסישן רעפּעטיטאָר. סאַשאַ האָט געהאַלטן אין אײן רעדן און אין אײן לאַכן און דער רעפּעטיטאָר האָט מער געהערט און געשװיגן.

― װי געפֿעלט אײַך דער קניאַז? ― טוט אים פּלוצעם אַ כאַפּ סאַשאַ, װי איר שטײגער איז, איבערגײנדיק פֿונעם גרעסטן געלעכטער צום גרעסטן ערנסט.

― װאָסער קניאַז?

סאַשאַ האָט אױפֿגעהױבן די אױגן אױף אים און אַזש אָפּגעשטעלט זיך אױף אַ װױלע... נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט אײנער פֿון די פֿאָרױסגײנדיקע און דער שמועס איז איבערגעריסן געװאָרן...

„איז פּיער, הײסט עס, אַ קניאַז? ער זאָל עס אָנהײבן צו װיסן... אַצינד זענען אים שױן פֿאַרענטפֿערט אַ סך ― אַ סך זאַכן“... און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף און ער מאָלט זיך אַ בילד, אַ געװײנלעכס בילד פֿון דעם, װאָס װערט אָנגערופֿן „מעשׂים־בכל־יום“ אַ געװײנלעכע געשיכטע, װאָס מע קאָן איבערגעבן אין דרײַ װערטער: די עלטערן האָבן ליב זײער טאָכטער, זײ װילן זי זען װאָס גליקלעכער, על־כּן באַדאַרף מען זי פֿאַרשלײערן פֿאַר אַן אָפֿיצירל אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, דערפֿאַר װײַל ער איז אַ מיוחס, אַ קניאַז... אַי טאָמער איז איר האַרץ גאָר נישט צום קניאַז ― דאָס װילן די עלטערן ניט װיסן... אַזױ איז דאָס געװען פֿון קדמונים און אַזױ װעט דאָס נאָך לאַנג זײַן... אַן אַלטע פּראָבלעם, אַלט װי די װעלטן......

אין דערזעלבער נאַכט האָט דער געמאַכטער פּאָפּאָװ געשריבן אַ בריװ צו זײַן חבֿר, צום אמתן פּאָפּאָװ, און אױסגעגאָסן פֿאַר אים זײַן נשמה, װי אַלע מאָל, װען דאָס האַרץ איז אים געװען פֿול. נישט גלײַך האָט ער אים געשריבן און נישט אָנגערופֿן קײן נעמען געװײנלעך (גרישאַ פּאָפּאָװ צו אים פֿון זײַן ראָמאַן האָט אױך געשריבן האַלבע װערטער). ער האָט זיך אים נאָר מודה געװען, אַז איצט זעט ער אַרױס, אַז ער איז געװען אַ נאַר, אַז ער האָט געקאָנט אים, גרישען, זאָגן מוסר, למאַי ער שפּילט זיך מיט פֿײַער, למאַי ער איז פֿאַרקאָכט ניט אין זײַן גלײַכן... איצט זעט ער, װי נאַריש דאָס איז, אַז דער קאָפּ נעמט זיך דיקטירן דעם האַרץ און אַז דער שׂכל װיל גובֿר זײַן די נשמה... און לאָזן לאָזט ער אױס דעם בריװ אַזױ:

„― ― געדענקסטו, גרישאַ, איך האָב דיר אַמאָל געהאַט דערצײלט װעגן אַ בת־מלכּה אַ יפֿת־תּואר, װאָס איך האָב געקענט און װאָס האָט געװעלטיקט איבער מיר יאָרנלאַנג, כאָטש איך האָב זי קײנמאָל נישט געזען? נו, האָב איך מיך דערקענט מיט איר איצט אױף דער װאָר... און װײסט דו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, גרישאַ? דאָס לעבן איז גאָר ניט אַזױ מיאוס, װי עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט ביז אַהער, און אַז ס'איז כּדאַי, װאָס מע לעבט אױף דער װעלט, כ'לעבן ס'איז כּדאַי, ס'איז כּדאַי, ס'איז כּדאַי!...“

דאָס אַכציקסטע קאַפּיטל

זײַנע אַקציעס שטײַגן

דער װינטער האָט זיך דעם יאָר אַװעקגעשטעלט אַ קאַלטער װינטער און אַ לאַנגער, לענגער װי אַלע יאָר ― און דאָך איז די צײַט נישט געשטאַנען, װאָכן זענען געגאַנגען און דער טאָג־לוח, פֿאַרלירנדיק אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, האָט זיך צוגערוקט אַלץ נעענטער און נעענטער צו פּסח צו.

די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט אָפּגעצײלט די זיבן װאָכן פֿונעם גרױסן תּענית און האָבן אַלע מיטן גאַנצן פּערסאָנאַל און מיט אַלע דינסטן זיך מתװדה געװען (געהאָװײעט), װי עס פֿירט זיך בײַ פּראַװאָסלאַװנע רוסישע לײַט. נאָר אײנער אין דער דאָזיקער שטוב האָט דאָס דורכגעלאָזט פֿאַרבײַ. דאָס איז געװען דער רוסישער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אײגנטלעך דער ייִד ראַבינאָװיטש, װאָס האָט זיך פֿון דער דאָזיקער רעליגיעזער צערעמאָניע גליקלעך אַרױסגעדרײט נאָר אַ דאַנק דעם, װאָס אים איז דאָ געגאַנגען, װי ס'רעדט זיך, דורך טיר און דורך טױער. ער האָט גאָר אַלײן אַזױ פֿיל ניט געװוּסט, װי הױך זײַנע אַקציעס שטײען אין דעם דאָזיקן הױז. אױסער דעם, װאָס ער איז דאָ אַלעמען געפֿעלן, אױסגענומען בײַ יעדן באַזונדער, פֿונעם קלענסטן ביזן גרעסטן („ס'איז זעלטן צװישן הײַנטיקע סטודענטן אַזאַ יונגערמאַן“ ― האָט פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש געזאָגט, „אַזאַ סימפּאַטישער יונגערמאַן“ ― האָט נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ צוגעלײגט) ― אױסער דעם האָט אים דאָס גליק אַזױ געשפּילט, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט זיך באַדאַרפֿט באַגעגענען ערגעץ אױף אַ באַל מיטן רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט און אים דאַנקען פֿאַרן רעפּעטיטאָר, װאָס ער האָט אים צוגעשיקט.

― אַ פֿײַנער יונגערמאַן, זײער אַ פֿײַנער. איך בין צופֿרידן. זײער צופֿרידן! ― און פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט אים װאַרעם געקװעטשט די האַנט, און דער רעקטאָר איז צעגאַנגען פֿאַר תּענוג, װאָס ס'איז אים געראָטן אָפּצודינען אַ גוטן פֿרײַנד.

― איר האָט אַ גוטן חוש־הריח. איר זענט אַ מבֿין אױף אַ מענטשן, ― האָט אים באַרדאָ־בראַדאָװסקי געשענקט אַ קאָמפּלימענט און נאָך אַמאָל אַ קװעטש געגעבן אים די האַנט און געװאָלט שױן אָפּגעזעגענען זיך מיט אים, איז אָבער דער רעקטאָר געװען אַזױ גערירט פֿונעם קאָמפּלימענט, אַז ער װאָס אים גענומען אונטער דער האַנט, אַ ביסל צוגעבױגן אים צו זיך און מיט אַ שמײכל, װאָס האָט זיך צעגאָסן איבער בײדע באַקנבאָרדן, אַ פֿרעג געגעבן:

― װײסט איר אָבער, װער דער סטודענט איז?

― װער?

― איך װעל אײַך זאָגן װער, נאַר מיט אַ תּנאַי: איר װעט מיר געבן איר װאָרט, אַז צװישן אונדז װעט עס בלײַבן: איך אַלײן האָב אױך געגעבן מײַן װאָרט, אַז... ס'איז פֿאַרשטײט איר מיך, אַ קאַפּריז, אַ װעטע... אַ סוד, אַ פֿאַמיליען־סוד... און שמײכלענדיק ניט נאָר מיט די באַקנבאָרדן, נאָר מיטן גאַנצן פּנים, און רעדנדיק שטיל, האָט דער רעקטאָר אױסגעלײדיקט אַ פֿרעמדן סוד און בײַם צעשײדן זיך דערמאַנט נאָך אַ מאָל, אַז צװישן זײ באַדאַרף עס בלײַבן, װאָרעם ער האָט געגעבן דאָס װאָרט, „און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן“.

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט דעם סוד נישט דערצײלט קײנעם אױסער זײַן װײַב, און נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ האָט דאָס נאָכדעם איבערגעגעבן בסוד דער טאָכטער, און די טאָכטער דעם קניאַז, און דער קניאַז האָט דאָס איבערגעגעבן גאַנץ הױך אין קלוב פֿאַר זײַנע חבֿרים די אָפֿיצירן און אױסגעלאָזט אַזױ:

― װען נישט דאָס, װאָלט איך זיך װעטן, שטעלן טױזנט פֿאַר אײנעם, אַז ער אי אַ „זשיד“... גײ טרעף, אַז דאָס איז אַן עכטער פּאָפּאָװ, פֿון די פּאָפּאָװס, װעלכע...

― שפּילט ער אין באַקאַראַ? ―

― װעלכער רוח!

― אױב אַזױ שיק אים אָפּ צום... * * *

פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט קײן טעות נישט געהאַט, װאָס דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, אַז דער קניאַז („פּיער“) ― דאָס איז אַ חתן. אַלע אין דער דאָזיקער שטוב האָבן עס געװוּסט, נאָר קײנער האָט דערפֿון נישט גערעדט, און אױב מע האָט גערעדט דערפֿון, איז סײַדן בסוד סודות, אי דאָס ניט די יונגעלײַט, נאָר זײערע פֿאָטער און מוטער, װאָס האָבן געװאָלט דעם שידוך. און מער פֿון אַלע האָט געװאָלט „פּיערס“ פֿאָטער, דער אַלטער קניאַז, דער גענעראַל־לײטענאַנט שירײ־ניעפּיאַטאָװ, מיכאַיִל אַנדרעיִטש, נאָך גאָר אַ בראַװער קאַװאַליר מיט שפּאָרן און מיט געדיכטע גרױע װאָנצעס, און זײַן אַלטיטשקע יוליאַ װלאַדימיראָװנאַ, אַן אַלטע חורבֿה און אַ רוחניות, הערט ניט די װעלט און רעדט דורך אַ טרײַבל. די צװײ אַלטע לײַט האָבן ליב געהאַט סאַשען, ממש אױסגעגאַנגען נאָך אירע טריט און נישט געהאַט קײן גרעסערן װוּנטש, װי האָבן זי פֿאַר זײער „פּיערן“ פֿאַר אַ כּלה, פֿאַרשטײט זיך, ניט אַזױ גיך: סאַשאַ איז נאָך צו־יונג און „פּיער“ דאַרף נאָך מאַכן זײַן קאַריערע ― און ער װערט זי אם־ירצה־שם מאַכן. דערװײַל באַדאַרף מען זען, אַז די קינדער זאָלן זיך נעענטער באַקענען און צוליב דעם, װי נאַר סאַשאַ קומט אַהײם אױף אַ יום־טובֿ, שרײַבט אױס דער אַלטער קניאַז אױך „פּיערן“ פֿון שטאַב, ער זאָל אַ ביסל זיך „אױסרוען“. און כאָטש „פּיערן“ גלוסט זיך ניט אַזױ שטאַרק שלעפּן זיך אַהײם (אין שטאַב איז אַ סך פֿרײלעכער), נאָר אַז דער פֿאָטער הײסט ― דאַרף מען פֿאָלגן. „פּיער“ איז טאַקע אַ בן־יחיד און אַ ציטעריקער, אָבער נאָר בײַ דער מאַמע. דער טאַטע איז אַ שטרענגער גענעראַל פֿון אַלטן שניט און האַלט פֿון דיסציפּלין, ער האָט אָנגעשריבן דעם זון נאָר דרײַ װערטער: „קום אױף ראָזשדיעסטװאָ“ ― איז ער געקומען. איצט גײט צו פּסח, װעט ער אים שרײַבן: „קום אױף פּסח“, װעט ער קומען. און װי אױף „ראָזשדיעסטװאָ, אַזױ אױך אױף פּסח װעט „פּיער“ מסתּמא די גאַנצע צײַט פֿאַרברענגען מער בײַ די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס אײדער בײַ זיך אין דער הײם. די אַלטע גענעראַלשע, יוליאַ װלאַדימיראָװנאַ, װעט זשעדנע זײַן װי אַלע מאָל רעכט אָנצושפּיגלען זיך אין איר תּכשיט דעם קראַסאַװעץ, װעלכער איז איר פֿון דרײַ געבליבן אײנער און אַ װױלער, אַ געטרײַער און אַ פֿאָלגעװדיקער. אָט װעט ער קומען צו פֿאָרן אױף פּסח, װעט ער זיך צעקושן מיט איר און אַװעקגײן צו דער כּלה ― מער װעט זי אים נישט זען ― און זי װעט גאָט בעטן, תּפֿילה טאָן פֿאַר זײ בײדן. אױ, די אַלטיטשקע לעבט אין טעות: זי מײנט, אַז „פּיער“ שטאַרבט נאָך דער כּלה אַזױ װי זי, זײַן אַלטע מאַמע, װאָס גײט אױס נאָך סאַשאַס טריט. זי מײנט, אַז, פּיער“ זיצט דאָרט גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט, און אַז ער גײט גאָר נישט אין קלוב, און אַז ער שפּילט גאָרנישט אין באַקאַראַ, און אַז דער אַלטער גענעראַל צאָלט ניט זײַנע אײגענע און דעם זונס חובֿות שטילערהײט טאַקע פֿון דער גענעראַלשעס אימעניעס, װאָרעם דער אַלטער גענעראַל אַלײן במחילת־כּבֿודו האָט אױך נישט פֿײַנט קײן קערטל, כאָטש ער שפּילט ניט מיטן זון בײַ אײן טיש ― גאָט באַהיט! ער איז דאָך פֿונעם אַלטן שניט און האַלט פֿון דיסציפּלין... דער אַלטער שפּילט אױך אין באַקאַראַ, נאָר באַזונדער, מיט זײַנע אַלטע קאָלעגן...

נאָך אַזאַ אָפּטריט אױף אַ זײַט װעט גרינג זײַן צו פֿאַרשטײן, אַז אױפֿן פּסח, דאָס הײסט אױף סאַשאַס קומען צופֿאָרן אױף פּסח, האָט דער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אַרױסגעקוקט אַ סך מער װי איר חתן „פּיער“. דער רעפּעטיטאָר האָט ניט נאָר אַרױסגעקוקט, ער האָט געצײלט די װאָכן און די טעג און די שעהען, מיט יעדן בלעטל, װאָס ער האָט אָפּגעריסן פֿונעם לוח, איז אים אַראָפּ אַ משׂא פֿונעם האַרצן, געװאָרן מיט אַ טאָג נעענטער צו... צו װאָס? פֿרעגט אים ניט, אַז ער אַלײן פֿרעגט זיך ניט, אַז ער אַלײן װײס ניט, װאָס ער טוט... אָט עפֿנט ער אױף דאָס שופֿלעדל פֿונעם שרײַבטיש, װאָס אין דער רעכטער האַנט, און ער נעמט אַרױס פֿון דאָרט אַ בוך, אַ גאַנץ געװײנלעכן בוך, אָן אַ בונד אַפֿילו, און לײגט אַװעק דאָס בוך בײַ זיך צוקאָפּנס און קלײַבט זיך שלאָפֿן.

נאָר אײדער ער לײגט אַװעק דאָס בוך צוקאָפּנס, טראָגט ער דאָס צו פֿריִער צום האַרצן, דערנאָך צו די ליפּן און טוט עס אַ קוש, אַ געשמאַקן קוש, ― און לײגט עס אַװעק צוקאָפּנס אונטערן קישן.

װאָס איז מיט אונדזער הערשל ראַבינאָװיטש! איז ער אַראָפּ פֿונעם זינען? און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בוך, װאָס ער קושט עס און לײגט עס אַװעק צוקאָפּנס?...

דאָס איז „אַננאַ קאַרענינאַ, דער באַרימטער ראָמאַן פֿון טאָלסטאָי. „אַננאַ קאַרענינאַ“ ― אַ קלײניקײט! נאָר נישט דאָס, װאָס ס'איז „אַננאַ קאַרענינאַ“, און נישט דאָס װאָס ס'איז דער באַרימטער ראָמאַן פֿונעם גרױסן ליעװ טאָלסטאָי. דאָ איז פֿאַראַן אַן אַנדער סוד: דעם ראָמאַן האָט געבראַכט צופֿירן מיט זיך אַהער סאַשאַ. פֿאָרנדיק אהערצוּװעגס נאָך אױף ראָזשדיעסטװאָ, האָט זי געלײענט דעם דאָזיקן ראָמאַן ― סאַשאַ האָט געלײענט אָט דעם ראָמאַן. איר פֿאַרשטײט? סאַשאַס הענט האָבן געהאַלטן אָט דאָס בוך. אירע פֿינגער האָבן געמישט אָט די בלעטלעך. איר קאָפּ איז געװען פֿאַרנומען מיט די געדאַנקען, װאָס טאָלסטאָי האָט אַרײַנגעלײגט אינעם דאָזיקן בוך. איר האַרץ האָט געפֿילט די פֿרײדן און לײַדן פֿון דער העלדין אַננאַ קאַרענינאַ, ― און איצט איז דאָס בוך בײַ אים! זי אַלײן האָט עס אים געגעבן, ער האָט זי געבעטן, האָט זי אים געגעבן. ניט שױן־זשע װעט איר אים נישט פֿאַרגינען דאָס דאָזיקע פֿאַרגעניגן?... איר װעט זאָגן ― ס'איז נאַריש. נאָר װער פֿון אײַך ― דערמאַנט אײַך נאָר ― װער פֿון אײַך האָט נישט געקושט, אַז איר זענט געװען יונג און ליב געהאַט? דאָס נאָזטיכל, אָדער דאָס הענטשקעלע, אָדער אַ בלום, װאָס אײַער געליבטע האָט אומגערן אַראָפּגעלאָזט?...

איר װעט זאָגן, אַז דאָס איז אַ מין עבֿודה־זרה? ס'איז אָבער זיס, דינען צו דער עבֿודה־זרה איז זיס...

נאָכמער. ער װײס, אַז סאַשאַ װײס אַזױ פֿיל פֿון דעם, װאָס בײַ אים אױף דער נשמה טוט זיך, פּונקט װי די עבֿודה־זרה װײס, װער עס בוקט זיך פֿאַר איר ― און דאָך איז ער גרײט, װען ער זאָל זיך ניט שעמען פֿאַר זיך אַלײן, נעמען דאָס בוך ― סאַשאַס בוך ― אַװעקשטעלן אין דער הײך װי אַן אָפּגאָט און זיך קניִען און זיך בוקן פֿאַרן דאָזיקן אָפּגאָט, און אָסור אױף זי אַלײן װעט אַפֿילו װען ס'ניט איז אָנהײבן צו װיסן, אַז ער האָט אָפּגעטאָן אַזאַ זאַך. דאָס װעט קײנער קײנמאָל ניט װיסן, אַז הערשל ראַבינאָװיטש, װעלכער הײסט איצט גרישאַ פּאָפּאָװ, איז געװען אַזױ מסוכּן קראַנק, אַז ער האָט אַזש געדינט צו דער עבֿודה־זרה...

דאָס אײן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

ער קאָן נישט שלאָפֿן

װער װײס, װאָס נאָך פֿאַר נאַרישקײטן אונדזער געמלאָכהטער פּאָפּאָװ װאָלט אָפּטאָן, װען מען זאָל אים לאָזן גײן זײַן װעג און ניט אָפּשטעלן אַלע מאָל, פֿון אײן זײַט זײַן עלטערער ברודער, דער מרה־שחורהניק אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש, מיט זײַנע אַ ביסל צו אָפֿטע און צו מרה־שחורהדיקע גריסן פֿון דער הײם, און פֿון דער אַנדערער זײַט זײַן חבֿר, דער אמתער פּאָפּאָװ, מיט זײַנע נאַיִװע, כּמעט קינדערשע װיכּוחים, פּילפּול און פּלאַפּלערײַ.

די צװײ האָבן זיך װי אָנגערעדט זײ זאָלן אים דערגײן די יאָרן. אײנער ― דער ברודער ― מיט זײַנע שטענדיקע בשׂורות פֿון נײַע צרות, גזירות און רדיפֿות אױף ייִדן און מיט זײַנע אײדעלע אָנצוהערענישן אױף הײַנטיקע יונגע לײַט, װאָס „צוליב אַ מונדיר מיט קנעפּלעך זענען זײ גרײט אָפּצוזאָגן זיך פֿון טאַטע־מאַמע און פֿון גאָט און פֿון אַלצדינג“. דער אַנדערער ― גרישאַ ― מיט זײַן אָפֿטן פֿילאָזאָפֿירן איבער „די אײביקע פּראָבלעמען פֿונעם אײביקן פֿאָלק“...

זײַן ברודער אַבֿרהם־לײבן האָט גאָט צוגעשיקט אַ געשיכטע, אַ גאַנצע טראַגעדיע פֿון עפּעס אײנעם אַ ייִדישן גימנאַזיסטל, אַן אָרעמער אַלמנהס אַ זונדל פֿון אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון זײ, װאָס האָט צוליב אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט גענומען און אָפּגעשמדט זיך, געװײנטלעך שטילערהײט, אַז די מאַמע די אַלמנה זאָל ניט װיסן. װאָרעם װי װעט זי קאָנען אַריבערטראָגן אַזאַ בזיון?...

„מילא ― אַזױ שרײַבט אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש אין זײַן בריװל ― האָסט זיך איבערגעקערט ― געזונטערהײט! זאָל דער קרענקען, װער עס װעט נאָך דיר קדיש זאָגן, אָדער קריעה רײַסן, אָדער פֿאַרגיסן אַ טרער“... איז אים אָבער קאַרג, דעם שײנעם בחור, איז ער זיך מישבֿ און שרײַבט אױס צו זיך אַ שװעסטערל, אַ ייִנגערע פֿון אים, און דװקא אַ שײן מײדל אַזױ װי גאָלד, איך געענדיקט גימנאַזיע, זי זאָל שטודירן אױף אַ גרױסע זאַך, אַזש אױף אַן אַקושערקע! האָט זי דאָך ניט קײן שום פּראַװאָזשיטעלסטװע, װיל מען זי מסתּמא, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, אַרױסשיקן, גיט איר דער אָחי אַן עצה, װי אַ ברודער און װי אַ גוטער פֿרײַנד, טאָן דאָס אײגענע װאָס ער... װיל זי ניט, זי האָט רחמנות, זאָגט זי, אױף דער מאַמע; אַן אַלטע ייִדענע, זאָגט זי, און אַ קראַנקע, זי װעט דאָס חלילה ניט איבערטראָגן... איז זיך מישבֿ דער געטרײַער ברודער און מאַכט צו איר אַזױ: אױב זי װעט דאָס ניט טאָן, שרײַבט ער באַלד אַװעק אַ בריװ צו דער מאַמע און איז זיך מודה, אַז אַזױ און אַזױ... װאָס טױג דיר ― ער האָט זי איבערגערעדט, אַ מײדל, װאָס װײסט זי? נאָר װאָס דען? באַלד װי זי האָט דאָס אָפּגעטאָן, אַזױ האָט זי שױן חרטה געקריגן אױף דער מעשׂה און צװישן איר מיטן ברודער זענען אַרױס מחלוקתן. מסתּמא האָט זי אים עפּעס געזאָגט, האָט ער איר געענטפֿערט, אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― הקיצור, זי האָט גענומען און האָט זיך אָפּגעסמט. איז געקומען צו פֿליִען די מאַמע די אַלמנה קראַנקערהײט און אױפֿן אָרט איז זי מסתּמא געװױרע געװאָרן דעם גאַנצן אמת, איז זי געקומען אַהײם, ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, גענומען און געשטאָרבן.“

„נו, װאָס װעסטו עפּעס זאָגן, הערשל, אױף דײַנע לײטן? ― אַזױ לאָזט אױס אַבֿרהם־לײב זײַן בריװל ― אַיאָ ס'איז כּדאַי?... צעפֿרעג זיך נאָר דאָרט אַקוראַט אױף דעם שײנעם תּכשיט, ער הײסט לאַפּידוס, און איז אַ געלער, און געהער אונדז אָן טאַקע אַ.שטיקל קרובֿ: זײַן מאַמע און אונדזער שװאָגער װעלװל דעם שלימזלס מאַמע זענען געװען אײגענע גליד־געשװעסטערקינדער ― דעם װײַס פֿערדס בײַטש שװאַרץ שטעקעלע...“

הערשל האָט דעם ברודער, פֿאַרשטײט זיך, אױף דעם בריװ גאָרניט געענטפֿערט. נאָר דער ברודער האָט אים נישט געלאָזט צורו. אין יעדן בריװ האָט ער אים דערמאַנט און איבערגעחזרט נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל די אײגענע מעשׂה און נאָכגעפֿרעגט זיך, אױב ער האָט זיך שױן באַגעגנט דאָרט מיט דעם פֿײַנעם קרובֿ, מיט לאַפּידוסן; און װי זעט ער אױס? און װאָס זאָגט ער?... אַבֿרהם־לײב האָט אים אַזױ לאַנג דערקוטשעט, ביז הערשל האָט אים געמוזט אָפּענטפֿערן און בעטן רחמים, ער זאָל אים אױפֿהערן דולן אָ קאָפּ מיט עפּעס אַ דער־רוח־װײסט־אים־װאָס פֿאַר אַ קרובֿ, אַ לאַפּידוס, װאָס ער האָט קײנמאָל ניט געהערט אַפֿילו דעם נאָמען זײַנעם! און אױסגעלאָזט האָט ער דעם בריװ שױן אַ ביסל װײכער: „אַז ער איז ניט דער ערשטער, ער איז נישט דער לעצטער... אָן אַן אומגליק, טאָמער װעט זײַן װינציקער מיט אַ ייִדן...“

נאָר אין האַרצן האָט אים די דאָזיקע מעשׂה געקאַלופּעט. „װעלכער רוח האָט געטראָגן דעם לאַפּידוסן, ער זאָל אױסשרײַבן צו זיך אַ שװעסטערל?... און װאָס האָט זיך אים געװאָלט דװקא מאַכן זי פֿאַר אַן אַקושערקע? און בכלל װאָס פֿאַר אַ גליק איז ענדיקן אױף אַקושערקע? װינציק אַקושערקעס בײַ אונדז? אַקושערקעס און דאַנטיסטקעס װי זאַמד און שטערן!...

אָט אַזױ קערעװעט ער אַװעק זײַנע געדאַנקען מיט אַ כּיװן אין אײַן אַנדער זײַט, בכדי ער זאָל װינציקער טראַכטן װעגן דעם הױפּט פּונקט, װעגן דעם, װאָס דער לאַפּידוס האָט אָפּגעטאָן, װעלכעס עקבערט אים דעם מוח און לאָזט ניט שלאָפֿן זײַן געװיסן...

װי אַ פֿאַרבײַסונג צו דעם זענען פֿאַר אים זײַן חבֿר גרישאַס בריװלעך. אַ פּנים, אַז דער אמתער פּאָפּאָװ, װאָס שפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִדן, האָט זיך אונטערגענומען נישט אױף קאַטאָװעס צו שטודירן און צו פֿאַרענטפֿערן די ייִדישע פֿראַגע פֿון אַלע זײַטן. אַלע מאָל, אַלע מאָל קומט ער מיט אַן אַנדער זאַך. די ערשטע צײַט האָט דער אמתער גרישאַ פּאָפּאָװ ניט געקאָנט פֿאַרשטײן בשום אופֿן, װאָס זענען מיר פֿאַר אַ פֿאָלק, װאָס מיר האָבן נישט אין זיך קײן טראָפּן אַמביציע און לאָזן זיך טרעטן מיט די פֿיס, שפּײַען אין פּנים, באַלײדיקט װערן אױף יעדן שריט און טריט, באשר װאָס איז? מיר האָבן זיך אײַנגעעקשנט, מיר װילן בלײַבן ייִדן, אין דער צײַט װען מיט אײן שריט װערן מיר פּטור פֿון אַלע צרות, באַפֿרײַען זיך מיט קינדער און קינדסקינדער פֿון דעם אומענדלעכן גלות...

„איז דען ניט גלײַכער טױזנט מאָל ― לאָזט ער אױס זײַן בריװ ― אַז איר זאָלט זיך אַלײן מיט אײַער אײגענעם װילן נעמען און באַפֿרײַען, איבערבײַטן אײַער אױסװײניקסטע פֿיזיאָנאָמיע און שענקען אונדזער לאַנד עטלעכע מיליאָן פֿעיִקע, נוצלעכע גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער, אײדער אונטערגײן אָט אַזױ אױף אַזאַ קלאָגעדיקן דרך ביסלעכװײַז אין אַ משך פֿון הונדערטער יאָרן?... װעמען װילט איר באַװײַזן אַ בריהשאַפֿט? װעמען װילט איר אָנלערנען?...“

דערױף האָט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש אָפּגעענטפֿערט, װי עס ענטפֿערט געװײנלעך יעדער ייִד, אַז מע הײבט אים אָן זינגען דאָס געװיסע לידל װעגן „באַפֿרײַען זיך“...

זאָלסט זיך נאָר ניט זאָרגן צופֿיל פֿאַר אונדז ― ייִדן זענען אױסגעשטאַנען גרעסערע צרות... און אַזױ װײַטער“...

דערנאָך האָט דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש גענומען אַ נײַעם טאָן. אים איז געפֿעלן, שרײַבט ער, די אידעע פֿונעם דאָקטאָר הערצל, „סיאָן“ איז, נאָך זײַן מײנונג, דער אײנציקער װעג פֿאַר אונדז, באַנײַען די אַלטע ייִדישע אומה מיט אַ נײַער מלוכה אױפֿן אַלטן באָדן אינעם אַלטן לאַנד פֿון די אָבֿות אַבֿותינו ― װאָס קאָן זײַן שענער און העכער און פּראַקטישער דערפֿון! ער פֿאַרשטײט נאָר ניט, שרײַבט ער, פֿאַרװאָס דער דאָזיקער דערהױבענער רעיון האָט נאָך נישט דורכגעדרונגען און אַרומגענומען אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט! ער פֿאַרשטײט ניט, פֿאַרװאָס אױפֿן אָרט פֿון שטרעבן צו אַ זעלבסטשטענדיקן לעבן זענען מיר זיך מקריבֿ צוליב אַזעלכע נאַרישקײטן װי אַ גאָלדענע מעדאַל, אַ דיפּלאָם און נאָך אַזעלכע זאַכן...

„ניט שױן־זשע ― לאָזט ער אױס זײַן בריװ צו זײַן פֿרײַנד ― ניט שױן־זשע ביסטו נישט קײן ציוניסט אין האַרצן! װיבאַלד אַזױ, װאָס פֿאַר אַ ייִד ביסט דו?.. אַ! װען איך זאָל זײַן דו! װען איך זאָל זײַן אַן אמתער, נישט קײן געמאַכטער ראַבינאָװיטש, װאָלט איך מיך געשטעלט אױבנאָן פֿון אַזאַ שײנע באַװעגונג און װאָלט דורכגעפֿירט דעם דאָזיקן הײליקן געדאַנק פֿריִער פֿון אַלץ אינעם יונגװאַרג, צװישן די װאָס שטודירן, און דערנאָך שױן אין גאַנצן פֿאָלק. אַ! איך װאָלט באַװיזן דער װעלט, װאָס ייִדן זענען און אױף װאָס ייִדן זענען פֿעיִק!...“

דערױף האָט ער באַקומען פֿון דעם אמתן ראַבינאָװיטש אַזאַ מין ענטפֿער:

„ליבער טײַערער גרישאַ!

„פֿון דײַנע לעצטע בריװ אין צו זען, אַז דו געפֿינסט זיך אונטערן אײַנפֿלוס פֿון חבֿרים ציוניסטן. איך דאַרף דיך אָבער אָפּקילן, מײַן טײַערער פֿרײַנד, און זאָגן דיר דעם גאַנצן אמת, אַז דײַנע חבֿרים זענען נאַראָנים, אױב זײ מײנען אַז ציון איז דער אײנציקער װעג פֿאַר מײַנע אומגליקלעכע ברידער. דאָס באַװײַזט, אַז זײ זענען טאַקע הײסע פּאַטריאָטן פֿון זײער פֿאָלק, נאָר זײ װײסן ניט, אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז ניט גלײַך צו אַלע אַנדערע פֿעלקער. אין דער צײַט װען די סאָציאָלאָגיע לערנט אונדז, אַז אַ פֿאָלק באַשטײט פֿון דרײַ יסודות: אַ לאַנד, אַ מלוכה און אַ שפּראַך, באַגײט זיך אונדזער פֿאָלק אָן אַ לאַנד און אָן אַ מלוכה שױן אַזױ פֿיל הונדערטער יאָרן, װײסטו פֿאַרװאָס! טאַקע װײַל מיר האָבן נישט ניט קײן לאַנד און ניט קײן מלוכה, מיר האָבן קײן מורא ניט פֿאַר קײנעם. װאָס װעט מען אונדז טאָן? אַװעקנעמען דאָס לאַנד, װאָס מיר פֿאַרמאָגן ניט? צעשטערן די מלוכה, װאָס מיר האָבן ניט? מיר זענען, אױב דו װילסט װיסן, אַ עקסטעריטאָריאַלע פֿאָלק, אַ פֿאָלק אָן אַ באָדן, אָן גשמיות, אָן מאַטעריאַליזם, סאַמע רוחניות, סאַמע גײסט, סאַמע אידעע ― און אַ אידעע לעבט אײביק, האָט קײן מורא ניט פֿאַר צעשטערן ― האָסטו עס רעכט צעקײט?“

אַזױ האָט ער געשריבן צו זײַן פֿרײַנד גרישאַ.

אין האַרצן אָבער בײַ זיך האָט ער געפֿילט, אַז דאָס איז פּיזעם, ניט מער װי אַ פּשטל, און אַז ער זאָל זײַן אַזאַ ייִד, װי זײַן חבֿר גרישאַ שטעלט זיך פֿאָר, װאָלט ער נישט באַדאַרפֿט װאַרטן, ביז זײַן חבֿר דער גױ װעט אים דערמאַנען אָן ציון...

עס האָט אים אי אױסגעזען קאָמיש צום לאַכן, אי עס איז אים צו גלײַכער צײַט געװען אַ בזיון, אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן, אַ בזיון פֿאַר די דאָזיקע פֿיר װענט...

און ער ליגט אױס נעכטװײַז אױף זײַן װײַכן געלעגער אין זײַן גרױסאַרטיקן שײנעם חדר, מיט אַ זײַדענע קאָלדרע אײַנגעדעקט, און ער קאַטשעט זיך פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, און קאָן ניט שלאָפֿן. ― ― ―

― װײסט איר ניט עפּעס אַ מיטל קעגן ניט קאָנען שלאָפֿן?...

דאָס צװײ־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

אַן אומגעריכטע דיסקוסיע

עס איז שױן לאַנג אַװעקגעגאַנגען דער װינטער.

דער ליבער יום־טובֿ פּסח, אױף װעלכן פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט אַזױ אַרױסגעקוקט, איז אײַנגעטראָטן. און די, װעלכע האָט „געװעלטיקט אין זײַנע בעסטע חלומות“, איז געקומען צו פֿאָרן.

די שטוב פֿון באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט שױן װידער אױפֿגעלעבט, און גליוק דער הונט איז שױן װידער משוגע געװאָרן פֿון שׂימחה און פֿון התפּעלות. און װײ־װײ װאָס עס טוט זיך דאָרט. מע באַקט און מע קאָכט, און מע פּוצט און מע רײניקט, און מע ברענגט צו פֿירן אַלע מאָל אַלץ נײַע און נײַע פּעק פֿונעם מאַרק, און מע גרײט זיך, מע גרײט זיך צום הײליקן פֿרײלעכן יום־טובֿ.

אַלעמענס פּנימער שײַנען. אַלעמענס אױגן לײַכטן און מער פֿון אַלע שײַנט און לײַכט װי אַלע מאָל סאַשאַ. העכער פֿון אַלעמען לאָזט זיך הערן סאַשאַס קול. הילכיקער פֿון אַלעמען לאָזט זיך הערן איר געלעכטער. און מתּנות האָט סאַשאַ אָנגעבראַכט צו פֿירן אָן אַ שיעור, מער פֿון אַלעמען, געװײנלעך, פֿאַר די ברידערלעך די קונדסים, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ ― אַ גאַנצן אַרסענאַל פֿון האַרמאַטן, ביקסן, סאָלדאַטן, טעלעפֿאָנען, גראַמאָפֿאָנען, פֿאָטאָגראַפֿישע אַפּאַראַטן און אַעראָפּלאַנען.

דערנאָך דעם לערער־פּערסאָנאַל, איטלעכן באַזונדער אַן אַנדער זאַך צום אָנדענקען: װעמען אַ גאָלדן אײעלע, װעמען אַ ציגאַרן־שפּיץ, װעמען אַ הערצל־מעדאַליאָן און װעמען אַ זײַדן שאַרף פֿון דער לעצטער מאָדע (דעם רוסישן רעפּעטיטאָר „גאַנץ טאָלסטאָי“ רײַך געבונדן ― גריגאָרי איװאַנאָװיטש איז דאָך טאָלסטאָיס אַ חסיד). און דערנאָך

פֿאַר די דינסטן ― אַ גאַנצע קראָם פֿון גאַלאַנטערײ און שניט־סחורה ― קײנעם ניט פֿאַרגעסן ― און אַך! װיפֿל פֿרײד, װאָס פֿאַר געלעכטערן עס זענען געװען בײַם אױסטײלן פֿון די מתּנות! פֿאַרשטײט זיך, אַז אין סאַמע רעכטן האַרמידער האָט זיך אַרײַנגעמישט אױך „גליוק“, װאָס כאָטש ער האָט נישט באַקומען פֿונעם גאַסט גאָרנישט אַחוץ אַ גלעט מיטן הענטל איבער דער פֿעל, פֿונדעסטװעגן איז ער געװען גליקלעכער פֿון אַלעמען און אַרױסגעװיזן זײַן פֿרײד מער פֿון אַלעמען, פֿאַר זײַן אַרײַנמישן זיך האָט ער אָבער שיִער נישט געכאַפּט זײַן פּסק: פֿאַר די אױערן ― און מאַרש!

מיט אײנעם װאָרט די שטוב האָט שױן װידער באַקומען די אײגענע פֿיזיאָנאָמיע װאָס דעמאָלט װינטער, בײַם ערשטן קומען צו פֿאָרן פֿון סאַשען, און עס האָבן זיך אָנגעהױבן װידער יענע לעבעדיקע פֿרײלעכע יום־טובֿדיקע טעג מיט זײערע טױזנטערלײ שפּילן, אַרױספֿאָרן, מוזיק, טענץ, פֿאַנטן און אַנדערע פֿאַרװײַלונגען און צײַט־פֿאַרטרײַבונגען. ― נאָר װוּ איז אַהינגעקומען דער רוסישער רעפּעטיטאָר? װוּ איז גריגאָרי איװאַנאָװיטש? פֿאַרװאָס זעט מען אים ניט? אָט קומט ער צו גײן אױף אַ װײַלע, נאָר צום טיש, שװאַרץ װי די נאַכט, ענטפֿערט אײנס איבער צען, שמײכלט כּלומרשט, נאָר מע זעט, אַז ער זיצט קױם אײַן, און אָט איז מען אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש ― אַזױ איז ער שױן נישטאָ. נײן. מיט אים איז עפּעס נישט גלאַט...

* * *

װיפֿל דער געמאַכטער פּאָפּאָװ האָט זיך ניט אױסבאַהאַלטן פֿון ייִדן און ייִדישקײט; װיפֿל ער האָט זיך ניט געפֿלײַסט, ער זאָל זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון דער ייִדישער װעלט; װיפֿל ער האָט זיך ניט געמוטשעט, ער זאָל פֿאַרגעסן, כאָטש אױף אַ קורצע צײַט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס הײסט „ייִדישער גלות“, װאָס אַ ייִד קאָן זיך פֿון אים ניט באַפֿרײַען אין ערגעץ, סײַדן אױף יענע װעלט ― אומזיסט געװען זײַן מי, אַרױסגעװאָרפֿן, װי נאָר עס איז אַרױפֿגעשװוּמען דער בילבול פֿון עלילת־דם אױפֿן ים פֿון דער פּרעסע...

דעם אמת דאַרף מען זאָגן, אַז דער אמתער הערשל ראַבינאָװיטש האָט קײנמאָל נישט אױפֿגעהערט צו זײַן אַ ראַבינאָװיטש אַפֿילו אױף קײן מינוט. װי יעדער ייִד, אַז ער נעמט נאָר אַ רוסיש בלאַט אין די הענט, איז דאָס ערשטע, װאָס זײַנע אױגן זוכן און געפֿינען, איז דאָס װאָרט „יעװרעי“, אַזױ האָט אױך הערשל פּאָפּאָװ אַלע טאָג, װי נאָר אַ בלאַט־צײַטונג איז אַרײַן צו אים אין די הענט, דאָס ערשטע געזוכט מיט די אױגן דאָס דאָזיקע פֿאַרכּישופֿטע װאָרט און אַלע מאָל, אַז ער האָט דאָס געפֿונען, האָט ער געפֿילט אַ קלאַפּ אין האַרצן, נאָר זײַנע אױגן האָבן עס כּלומרשט איבערגעהיפּעט און דערנאָך, אַז קײנער פֿון דער זײַט האָט נישט געזען, האָט ער זיך אומגעקערט צוריק צום אײגענעם װאָרט און דורכגעלײענט בגנבֿה אַלצדינג, װאָס דאָרט שטײט געשריבן און װאָס דאָרט רעדט זיך װעגן ייִדן, נאַטירלעך, אַלטע, באַקאַנטע, אַ סך מאָל איבערגעקײַטע נײַעס: װעגן ייִדישע פּראָצענט־נאָרמע, ייִדישע אַרױסשיקענישן, ייִדישע אַרױסטרײַבעכצן, ייִדישע באַגרענעצונגען אין דער אַרמײ, אין די שקאָלעס, אין דער יוריספּרודענץ און אַזױ װײַטער און װײַטער, ― אַלץ אַזעלכע זאַכן, װאָס אַ ייִד איז שױן געװױנט געװאָרן און אַ גױ האָט זיך עס צוגעגעסן.

פֿילן האָט ער זיך בעת מעשׂה געפֿילט טאַקע נישט אַזױ פֿױגלדיק, װי עס דאַרף זיך פֿילן יעדער מענטש, װאָס װערט געזידלט, נאָר ער האָט זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, ער זאָל עס ניט אַרױסבאַװײַזן און פֿאַרגעסן, װאָרעם ניט ער קאָן העלפֿן און ניט פֿון נעמען זיך צום האַרצן װעט אים גרינגער װערן, ובפֿרט אַז מע טראָגט אַ שטענדיקע מאַסקע אױפֿן פּנים און מע האָט מורא אַרױסגעבן דעם אינקאָגניטאָ, אַנטפּלעקן דעם סוד...

דאָס זעלבע איז געװען אױך, בעת ער האָט דורכגעלײענט צום ערשטן מאָל די מעשׂה־נורא, װאָס איז אָפּגעטאָן געװאָרן מיטן קריסטלעכן ייִנגל אין דער גרױסער שטאָט אין דער „טשערטאַ“ און װאָס מע איז חושד, אַז דאָס איז אַ ייִדיש שטיקל אַרבעט... עס איז אים נאָר געװען אַ בזיון, מער נישט, װאָרעם אַלס אַ ייִד װײס ער דאָך, אַז ס'איז דאָ אַזאַ פֿאַרבלענדעניש, אַ מין װילדע טיפּשות אַזעלכע אױף דער װעלט, װאָס מע רופֿט עס „עלילת־דם“ און װאָס מע באַשולדיקט אין דעם זײַנע ברידער פֿון כּמה וכּמה יאַרן. ער װײס אָבער דאָס אױך, אַז ייִדן לאַכן זיך אױס פֿון דעם, װאָרעם װער נאָך װײס אַזױ װאָס פֿאַר אַ נאַרישער פֿאַרפֿירטער שקר דאָס איז, װי אַ ייִד?...

דאָס אײנציקע, װאָס אים איז יאָ געבליבן אין זכּרון, איז געװען נאָר דאָס, װאָס דער פֿאַקט איז געשעען פּונקט אין יענער שטאָט, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן פֿרײַנד גרישאַ פּאָפּאָװ אונטער זײַן, ראַבינאָװיטשעס, נאָמען, ― און ס'איז געבליבן בײַ אים, אַז ער װעט האַלטן בײַ שרײַבן צו גרישען אַ בריװ, זאָל ער אָנפֿרעגן בײַ אים אױף דעם דאָזיקן ענין, נאָר אַז ס'איז געקומען צום שרײַבן, האָט ער װעגן דער מעשׂה גראָד פֿאַרגעסן...

װי איבערראַשט אָבער איז ער געװען, אַז װעגן דער געשיכטע האָט אים דערמאַנט נישט קײן אַנדערער, נאָר פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי!

פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט פֿײַנט פּאָליטיק, און װער שמועסט בײַ זיך בײַם טיש, האָט זיך פֿאַרגונען אײנמאָל, און דװקא בײַם טײ טרינקען, באַרירן די דאָזיקע מעשׂה, נאָר אין אַזאַ טאָן, גלײַך װי ער װאָלט דערצײלט װעגן אַ פֿערד, װאָס האָט גענומען דעם ערשטן פּרײַז, אָדער װעגן אַ נײַעם אַטלעט, װאָס דאָרף קומען צו פֿאָרן פֿון לאָנדאָן, אָדער װעגן אַ דיריזשאַבל, װאָס איז דורכגעפֿלױגן איבער דער שטאָט, אָדער װעגן אַן אַנדער זאַך, װאָס געהער זיך אָן מיט ספּאָרט, נאָר אינעם טאָן איז געװען צו זען, אַז סײַ דער בעל־הבית אַלײן, סײַ די אַלע, װאָס זיצן דאָ בײַם טיש, זענען איבערצײַגט, אַז די מעשׂה איז תּורת־אמת.

דער אײנציקער, װאָס האָט אַרױסבאַװיזן אַ שטיקל ספֿק, איז געװען דער פֿראַנצײזישער לערער, מסיע דיבואַ. האָט אים אָבער זײַן דײַטשער קאָלעגע, הער פֿריש, גאַנץ ערנסט, כאָטש אַפֿילו מיט אַ ברײטן שמײכל אױף די גלאַנצנדיקע רױטע באַקן, געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז די רוסישע ייִדן זענען ניט גלײַך צו די פֿראַנצײזישע אָדער דײַטשע ייִדן, און אַז די רוסישע און דערהױפּט די „פּאָלנישע“ ייִדן זענען נאָך אַזױ װילד, אַז זײ מוזן נאָך האָבן אַ קרבן־פּסח“... און אױסגעלאָזט האָט ער זײַנע רײד מיט אַ װוּנק צו זײַן קאָלעגע „גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש“, פֿון װעלכן ער האָט דערװאַרט, אַז יענער, אַלס רוסישער סטודענט, דאַרף עס װיסן בעסער פֿון אַלעמען... גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װאָס איז אַזױ אױך געזעסן אױף הײסע קױלן, האָט דערפֿילט, אַז נאָך אַ ביסל װערט אים צעזעצט די גאַל. האָט ער אױסגעלאָזט זײַן ביטער האַרץ צום דײַטשס קאָפּ. ער האָט זיך נישט געװענדט גלײַך צו אים. ער האָט נאָר געפֿרעגט אַ קשיא בכלל: װי איז דאָס מעגלעך, אַז הײַנטיקע צײַטן זאָלן מענטשן אײראָפּעער, דאַכט זיך ציװיליזירטע, קאָנען גלױבן אין אַזעלכע װילדע, נאַרישע, שױן לאַנג אָפּגעלעבטע זאַכן, װאָס שמעקן מיט שימל פֿון פֿאַרצײַטן, מיט פֿינצטערן פֿאַנאַטיזם, מיט גראָבע עם־הארצות! װי קאַנען מענטשן נאָך ברענגען פֿאַרן מױל אַזעלכע װערטער, װאָס איז גאָר אַ בזיון. אין אַ לײַטישער שטוב צװישן לײַטישע מענטשן צו הערן, װאָס איז אַן עבֿירה, אַ פֿאַרברעכן דאָס איבערצוחזרן פֿאַר ניט דערװאַקסענע קינדער?...

די דאָזיקע אומגעריכטע הײסע רעדע פֿונעם רוסישן סטודענט, װאָס האָט זיך פּלוצעם אָנגענומען די קריװדע פֿון ייִדן, האָט איבערראַשט דעם גאַנצן עולם, און מער פֿון אַלע איז געװען איבערראַשט פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט די אױגן אױפֿן רוסישן רעפּעטיטאָר.

„דאַכט זיך אַזאַ שטילער בחור ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַזאַ באַשײדענער, און פּלוצעם גאָר ― װאָסערע שאַרפֿע צײן!... און איבער װאָס? איבער ייִדן... אַ מאָדנע זאַך!...“ ― פּעטיאַ און סעריאָזשאַ האָבן אים אױך אָנגעקוקט מיט גרױסע אױגן: װאָס איז דאָס מיט זײער לערער! זי האָבן אים נאָך קײנמאָל ניט געזען אַזעלכן... און אַפֿילו גליוק, װאָס איז געהאַט געלעגן בײַ די פֿיס פֿונעם סטודענט און װאָס האָט שױן אַװדאי גאָרניט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ קומט פֿאָר, האָט אַ פּנים אױך מיט זײַן אײדלען חוש־הריח דערפֿילט, אַז זײַן נײַער פֿרײַנד ברענט, האָט ער זיך אױפֿגעהױבן, אױסגעצױגן און אַריבערגעטראָגן זיך צו אַן אָנרעדן... און אָט אַזױ האָט זיך דער גאַנצער טיש פֿאַראינטערעסירט מיט דער דאָזיקער אומגעריכטער דיסקוסיע. כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן מיטן דײַטש. אױף גריגאָרי איװאַנאָװיטשעס זײַט איז געװען נאָר אײן פֿראַנצױז, מסיע דיבואַ, װאָס איז גלאַט געװען אַנטציקט פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָרס הײסן טעמפּעראַמענט, און די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, װאָס האָט געװאָלט מאַכן אַ שטיקל פּשרה, האָט זיך אָנגענומען אין דער קריװדע פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָר, נאָר אַזױ, אַז דער דײַטש זאָל אױך נישט אױסקומען אינגאַנצן אומגערעכט, און זי האָט זיך אָנגערופֿן:

― איך געפֿין, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט רעכט. רודפֿן מענטשן דערפֿאַר, װאָס זײ געהערן צו אַן אַנדער גלױבן, איז טאַקע ניט אָנשטענדיק... נאָר ― האָט זי זיך געװענדט צום רוסישן רעפּעטיטאָר ― איך װאָלט װעלן װיסן, גריגאָרי איװאַנאָװיטש, אײן זאַך: איר קענט זײ פּערזענלעך אָט די?... איר קענט כאָטש אײן ייִדן? אַך! זײ דאַרפֿן זײַן שרעקלעך...

דרײַ עמער קאַלט װאַסער, װען מע גיסט אױס אױף אים, װאָלטן זיכער ניט געקאָנט אַזױ גיך אָפּקילן דעם צעהיצטן סטודענט, װי דאָס האָבן געטאָן די דאָזיקע עטלעכע װײכע נאַיִװע װערטער פֿון דער גוטער נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ. װאָס האָט ער איר געהאַט דערױף צו ענטפֿערן! „ער קען ניט, פֿאַרשטײט זיך, אַז ער קען ניט קײן ייִדן ― פֿון װאַנען זאָל ער קענען? ― ער איז אָבער גוט באַקאַנט מיט זײער היסטאָריע, מיט זײער ליטעראַטור, און ער האָט אין ערגעץ ניט באַגעגנט קײן װאָרט, קײן װוּנק, קײן סימן אַפֿילו פֿון דעם, װאָס די גאַזעטן פּלאַפּלען...“

ער פֿילט, אַז אינװײניק בײַ אים קאָכט, אַז דאָס קול ציטערט אים, נאָר ער האַלט זיך אײַן װי װײַט מעגלעך, רעדט רויִק און מיט אַ שמײכל, גלאַט אַזױ זיך, װי עס רעדט אַ מענטש אַ זײַטיקער, װי עס רעדט אַ דורכגײער, װאָס האָט דערזען אַן עװלה, קאָן ער נישט לײדן... נאָר ער פֿילט, אַז זײַנע װערטער זענען אַרױסגעװאָרפֿן, און אפֿשר נאָך איבעריק אױך? אפֿשר האָט ער דאָס אױך ניט באַדאַרפֿט! און ער האָט חרטה אַזױ װי הינט עסן אים ― צו װאָס האָט אים גענוצט זיך זאַטשעפּען מיט דעם דאָזיקן דײַטש? דער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן!... נאָר אים קומט צו הילף נישט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער דײַטש אַלײן, װאָס איז אַרױס מיט זײַן צעבראָכענעם, צעהרגעטן רוסיש:

― װי אָשין קאַראַשאָ סקאַזאַל, נאַדיעזשדאַ טעאָדאָראָװנאַ, אי װי אָשין קאַראַשאָ קאַפֿאַריל, גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש, Вы очень карашо сказал, Надежда Теодоровна, и Вы очень орошо говорил, Грегуар Ифанович: איר האָט גוט געזאָגט, נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ, און איר האָט גוט גערעדט, גריגאָרי איװאַנאָװיטש ― האָט דער דײַטש אַרױסגעגעבן זײַן הסכּמה און געבעטן, מע זאָל אים דערלױבן דערצײלן אַן אַנעקדאָט. און הגם עס האָט זיך אָנגעקערט אַהער זײער װינציק, און דער אַנעקדאָט אַלײן איז געװען פּלאַטשיק, אײנער פֿון יענע אַנעקדאָטן, װאָס רופֿן אַרױס גיכער אַ גענעץ אײדער אַ שמײכל, נאָר װי די מעשׂה איז ― אַ רפֿואה איז דאָס געװען זײער אַ װױלע אױף צו פֿאַררײַבן, פֿאַרגלעטן און פֿאַרגעסן די אומגעריכטע דיסקוסיע.

דאָס דרײַ־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

זי האָט פֿאַר זײ מורא

צו דעם דאָזיקן אומאַנגענעמען שמועס האָט מען זיך אין דער דאָזיקער שטוב מער נישט אומגעקערט, ביז סאַשאַ איז נישט געקומען צו פֿאָרן אױף פּסח אַהײם.

און אַז סאַשאַ איז געקומען צו פֿאָרן אױף פּסח אַהײם, האָט מען בײַם טיש די געשיכטע נאָך אַ מאָל אױפֿגעמישט (װידער דער דײַטשער לערער הער פֿריש) און אָנגעװיזן, אַז גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש װיל האָבן, אַז די גאַנצע געשיכטע מיטן ריטואַל־מאָרד איז ניט מער װי אַ לעגענדע, װאָס די גאַזעטן האָבן אױסגעטראַכט ― כאַ־כאַ־כאַ!

― װער זאָגט דאָס! ― האָט אַ פֿרעג געגעבן פּיער, װעלכער איז אױסגעװאַקסן אױפֿן צװײטן טאָג נאָך סאַשאַס קומען צו פֿאַרן און געזעסן בײַם טיש, נעבן סאַשען פֿון דער לינקער האַנט.

― איך זאָג עס! ― האָט זיך אָנגערופֿן גריגאָרי איװאַנאָװיטש הױך, װײַל ער איז געזעסן װײַט פֿון פּיערן און מורא געהאַט טאָמער װעט ער אים ניס דערהערן: ער האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ, װאָס ס'װעט זײַן װעט זײַן, ער װעט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אַרױסזאָגן אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָנגעזאַמלט בײַ אים אױף דער נשמה פֿאַר דער גאַנצער צײַט װאָס ער איז דאָ און קומט אָפּ חיבוט־הקבֿר און גיהנום און כּף־הקלע... ביז װאַנען װעט ער שװײַגן? צײַט שױן צו רעדן אַ װאָרט! צײַט שױן צו עפֿענען זײ די אױגן, װײַזן די דאָזיקע זאַטע גליקלעכע געזיכערטע מענטשן אַז אַװעקמאַכן מיט דער האַנט אַ גאַנץ פֿאָלק, װאָס צאַפּלט, גײט אָפּ מיט בלוט, ראַנגלט זיך מיטן מלאך־המות און װיל נאָך לעבן און װיל נאָך זײַן לײַטנגלײַך ― איז אַ פֿאַרברעכן!... און הגם האָט זיך אים זײער געװאָלט אָנרײַבן אַ ביסל דעם דאָזיקן „אָפֿיצירל“, װאָס ער קען זײַן פּנים ניט אָנקוקן. אים האָט זיך געװאָלט װײַזן פֿאַר אַלעמען (און דערהױפּט פֿאַר סאַשען), װאָס פֿאַר אַן עם־האַרץ ער איז, אָט דער דאָזיקער געשליפֿענער פּאָלירטער קניאַז מיט זײַנע אַריסטאָקראַטישע מאַניערן. ער האָט שױן לאַנג געזוכט אַ געלעגנהײט אים אָנכאַפּן בײַם גאָרגל... האָט אָבער פּיער קײן חשק ניט געהאַט אַ פּנים זיך אָנצוהײבן מיט דעם דאָזיקן „שװאַרצן סטודענט“, װאָס האָט אַ טעמפּעראַמענט פֿון אַ גרוזין און אַ פּנים פֿון אַ „זשיד“ אָדער פֿון „אַן אַרמיאַנין“, כאָטש ער איז דעם ט―ר פּאָפּאָװס אַ זונדל... פּיער האָט אים אַפֿילו נישט באַערט מיט אַ קוק און האָט זיך אָנגעבױגן צו סאַשען, װעלכע האָט דערהערט דעם רעפּעטיטאָרס „איך זאָג עס!“ און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט. האָט זי זיך געװענדט גלײַך צום סטודענט:

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װעגן װאָס רעדט איר דאָרט?

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט אױפֿגעלעבט, אַ מאָדנע װאַרעמקײט האָט ער דערפֿילט און דאָס האַרץ האָט גענומען קלאַפּן „הערסט דו, אָט דאָס האָט ער דאָך טאַקע געװאָלט! אױסהערן איר מײנונג ― דאָס אַלײן װאָס איז װערט?...“ און אַגבֿ האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז אין איר, דװקא אין איר, װעט ער געפֿינען אַ שוץ און אַ חבֿר און אַ מיטפֿילערין, אים האָט זיך אױסגעװיזן, אַז אַזאַ פֿײַנע אײדעלע נשמה, װי סאַשאַ איז, מוז סימפּאַטיזירן גיכער מיט אים, װי מיט אָט דעם פּוסטן קניאַז, װאָס האָט ניט אין קאָפּ גאָרניט, אַ חוץ שײן אױספּוצן זיך און אױסציִען זיך װי אַ סטרונקע און קלינגען מיט די שפּאָרן ― אַך, װי פֿײַנט ער האָט אים!...

און גריגאָרי איװאַנאָװיטש ציט אױס דעם קאָפּ פֿון װײַטן צו סאַשען און, װי װײַט מעגלעך רויִק און פֿעסט אַרױסרעדנדיק איטלעכס װאָרט, װענדט ער זיך צו איר:

― דאָ רעדט מען װעגן ייִדן, אַלעקסאַנדראַ פֿעאָקטיסטאָװנאַ, װעגן ייִדן רעדט מען און װעגן...

― אַך, נײן! נײן! רעדט ניט װעגן די דאָזיקע... די דאָזיקע... איך האָב פֿאַר זײ מורא!...

און סאַשאַ האָט פֿאַרװאָרפֿן דעם קאָפּ אַהינטער און גענומען אָפּטרײסלען זיך מיט בײדע הענט, װי מע טרײסלט זיך אָפּ פֿון עפּעס אַ מיאוסקײט... נאָר עס איז אױסגעקומען אַזױ קינדעריש נאַיִװ און מיט אַזױ פֿיל חן אַז דער גאַנצער טיש האָט זיך צעלאַכט. פֿריִער פֿון אַלע האָט זיך צעלאַכט דער פֿראַנצײזישער לערער מסיע דיבואַ, װאָס האָט אײגנטלעך פֿאַרשטאַנען װינציקער פֿון אַלעמען. נאָר העכער פֿון אַלעמען האָט געלאַכט דער דײַטשער לערער הער פֿריש. דער האָט פֿאַרװאָרפֿן דעם קאָפּ אַרױף, די אָדערן פֿונעם פֿעטן האַלדז האָבן זיך אים אָנגעצױגן, דאָס גלאַנצנדיקע פּנים, װאָס איז אַזױ אױך געװען גענוג רױט פֿון ביר, איז אים געװאָרן נאָך רױטער, און מע האָט געקאָנט מורא האָבן פֿאַר דעם דאָזיקן נפֿש, אַז מיט אַזאַ קאָמפּלעקציע װי ער, זאָל ער חלילה ניט דעם שלאַק באַקומען...

אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש איז גלײַך מיט אַלעמען אַרױס פֿון טיש, האָט ער געפֿילט, װי עס רױשט אים אין קאָפּ, און אַ רױך איז אים געשטאַנען פֿאַר די אױגן ― און אין די אױערן האָבן אים געקלונגען סאַשאַס װערטער: „רעדט ניט פֿון די דאָזיקע ― איך האָב פֿאַר זײ מורא!...“

זי האָט פֿאַר זײ מורא?... און איר מוטער, די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, האָט דעמאָלט געזאָגט: „זײ דאַרפֿן זײַן שרעקלעך!“ אַך, װאָס פֿאַר אַ תּהום! װאָס פֿאַר אַ טיפֿער אָפּגרונט צװישן מענטשן־ברידער, אַז אַזעלכע גוטע, אײדעלע נשמות װי די צװײ קאָנען זיך אַזױ אױסדריקן!... אַזעלכע גוטע, אײדעלע הערצער, װאָס קאָנען נישט הערן קײן בײז װאָרט, װאָס קאַנען נישט זען קײן קרום פּנים!... און ער קוקט פֿון דער מוטער אױף דער טאָכטער און פֿון דער טאָכטער אױף דער מוטער און דערמאַנט זיך אַ מעשׂה, װי ער אַלײן האָט געזען, װי אַזױ די בײדע האָבן אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך ― די מוטער צװײ רינגען בריליאַנטענע און די טאָכטער אַ טײַערן בראַסלעט ― און אָפּגעגעבן פּיערן, ער זאָל עס אַװעקטראָגן צום פֿאָטער, צום אַלטן קניאַז, װאָס קלײַבט נדבֿות פֿאַר די הונגעריקע...

„װאָס װאָלטן געזאָגט ― טראַכט ער זיך ― אָט די צװײ גוטע אײדעלע נשמות, װען זײ זאָלן װיסן, װיפֿל הונגעריקע, עלנטע, דערשלאָגענע, דערנידעריקטע און פֿאַרגעסענע עס געפֿינען זיך דאָ בײַ אונדז אין לאַנד, װאָס הונגערן זײער גאַנצן לעבן, זשעדנע אַ שטיקל ברױט? און ניט נאָר אַ שטיקל טרוקן ברױט זענען זײ זשעדנע, זײ זענען זשעדנע פּשוטע מענטשלעכע רעכט; זײ זענען זשעדנע אַ גוט װאָרט, עמיצער זאָל פֿאַר זײ זאָגן; זײ זענען זשעדנע אַ שטראַל פֿון דער זון, אַ ביסל פֿרישע לופֿט, אַ לױט בילדונג, אַ רוסישן אַלף־בית, אַ פּראָסטן רוסישן אַלף־בית“...

און נאָך אַ פֿאַקט דערמאַנט ער זיך, װאָס ער אַלײן איז געװען דערבײַ.

דאָס איז געװען שױן לאַנג, אין אָנהײב װינטער איז געװען אַ געשיכטע. בײַם גליטשן זיך אױפֿן אײַז. אַלע זענען דאָרטן געװען. גריגאָרי איװאַנאָװיטש אױך. ער איז געשטאַנען פֿון דער װײַטן און געקוקט, װי סאַשאַ גליטשט זיך מיטן פֿראַנצײזישן לערער מסיע דיבואַ מיט די פֿאַרדרײטע װאָנצעס, מיטן דײַטשן לערער הער פֿריש מיט די רױטע גלאַנצנדיקע באַקן, און מיט פּיערן, װאָס ער קאָן אים נישט אָנזען... גליוק איז אױך געװען אױפֿן אײַז ― װי קאָן זײַן אַ שׂימחה אָן גליוקן?... מיט אַ מאָל האָט זיך דערהערט אַ טומל, אַ געפּילדער ― הימל עפֿן זיך! עס האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם אַ קװיטשערײַ פֿון אַ סך הינט און אַ געשרײ פֿון אַ סך מענטשן... עמיצער האָט געחלשט... עס האָט גענומען גוטע צװײ מינוט, ביז מע האָט געקאָנט אַרױס, זען װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן. עס האָט זיך אָפּגעשפּילט אױף אַ װײַלע אַ קלײנע טראַגעדיע.

דער העלד אין דער טראַגעדיע איז געװען גליוק, און נאָך העלדן זענען געװען, אױך אַזעלכע כּלבֿים װי ער, נאָר אַ סך קלענערע פֿון אים. אײנער איז געװען צװישן זײ גאָר אַ קלײנינקער, אַ מחיהדיקער, אַ ציטערדיקער, גאָר פֿון די געצײכנטע, פֿון די געהױבענע, װאָס מע האַלט צו זײ אַ באַזונדערן מענטשן און מע באָדט זײ שיִער ניט אין שאַמפּאַניער־װײן. אַ פֿעלעכל האָט דאָס אױף זיך אַ װײַס, הערעלעך ― זײַד, אײגעלעך שװאַרצינקע, בײזע, פֿיסלעך טרײסלענדיקע, אַ מאָרדעלע פֿון אַ מאַלפּע, די צײנדלעך אין דרױסן, ― פֿאַר אַזאַ צאַצקע װיפֿל מע גיט אַװעק, איז װינציק, פֿון דעסטװעגן אַז ס'איז באַשערט אַן אומגליק, איז אַרױס צװישן די הינט אַ סיכסוך, אַ מין מיספֿאַרשטענדעניש, און די כּלבֿים זענען אַרײַנגעפֿאָרן אײנס דאָס אַנדערע מיט די צײן אין די סאַמע ערטער, װוּ, עס טוט רעכט װײ, און מער פֿון אַלע האָט זיך אױסגעצײכנט גליוק, װאָס האָט דעם קלײנעם מיוחס אַזױ צעיושעט, אַז מע האָט אים קױם אָפּגעמינטערט... גליוק אַלײן האָט זיך גאָר אױף אַזױ פֿיל נישט געריכט. דאָס האָט מען געקאָנט אַרױסזען נאָכדעם פֿון זײַן שטײן און פֿון זײַן באַלעקן זיך און פֿון זײַן קוקן מיט מאָדנע אױגן, גלײַך װי ער װאָלט

װעלן זאָגן: „עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז איך בין דאָ באַגאַנגען אַ נאַרישקײט, נאָר פֿאַרפֿאַלן...“ װי די מעשׂה איז ― נאָר די בעל־הביתטע פֿונעם געשעדיקטן הינטל ― אַ דײסטװיטיעלני סטאַטסקי סאָװיעטניקס действительный статский советник: אַקטיװער שטאַט־ראָטגעבערס טאָכטער ― איז נעבעך געפֿאַלן חלשות, און סאַשאַ, װאָס האָט געהאַלטן דאָס צעיושעטע הינטל, האָט געװײנט, געװײנט שטילערהײט, מיט טרערן... און נאָכדעם, אַז זי האָט איבערגעגעבן דער מוטער די דאָזיקע טראַגעדיע, האָט מען געקאָנט זען טרערן אױף די אױגן בײַ זײ בײדן...

װאָס האָט ער זיך פּלוצעם דערמאַנט אָן דער דאָזיקער געשיכטע?... ער זוכט מיט די אױגן סאַשען און דערזעט, װי זי שטײט בײַם פֿאָרטעפּיאַן מיטן פֿראַנצױז. דער פֿראַנצױז בעט, זי זי זאָל עפּעס שפּילן, סאַשאַ זאָגט זיך אָפּ... „װי װאָלט זײַן אַ שטײגער, ― אַזױ טראַכט זיך פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש ― װאָס פֿאַר אַן עפֿעקט װאָלט דאָס געמאַכט, װען ער רופֿט זי אָפּ אױף אַ זײַט, אױף צװײ װערטער, מער ניט װי אױף צװײ װערטער: ער בעט בײַ איר, זי זאָל אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט דאָס איר ניט אױפֿגעדעקט ביז אַהער, ― ער האָט נישט געקאָנט, ― איצט זאָגט ער איר אױס דעם גאַנצן אמת, איצט דעקט ער איר אױף אַ סוד ― און נאָר איר, װײַטער קײנעם ניט ― „אַז ער איז אײנער פֿון יענע, װאָס זי האָט פֿאַר זײ מורא...“ נאָר אָט גײט זי אים אַקעגן מיט איר תּמיד ליכטיק פֿרײלעך פּנים און מיט איר תּמיד פֿרײַנדלעכן שמײכל:

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, איך װיל מיט אײַך שפּילן אין טריק־טראָק.

דאָס פֿיר־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ

װוּ איז געװען זײַן שׂכל? װוּ זענען געװען זײַנע אױגן? װוּהין האָט ער געקוקט און װאָס האָט ער געזען?

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס, װאָס איז געװען ביז אַהער, איז געװען אַ חלום, אַ מעשׂה מיט אַ בת־מלכּה אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“...

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט געקוקט דורך געדיכטע אײַזערנע גראַטעס אין אַ פֿרעמדן גאָרטן אַרײַן, װוּ דורך געדיכטע גרױסאַרטיקע בײמער און שײנע שמעקנדיקע בלומען קוקן אַרױס קױם־קױם סימנים פֿון אַ פּרעכטיקן פּאַלאַץ ― און דאָס איבעריקע ― װי זעט אױס דער פּאַלאַץ און די גליקלעכע מענטשן, װאָס װױנען דאָרטן ― דאָס אַלצדינג האָט אים שױן דערמאָלט זײַן אײגענע פֿאַנטאַזיע. די זעלבע פֿאַנטאַזיע, װאָס האָט אים געהאָלפֿן צו דערמאָלן יענע שײנע פּרינצעסין, װאָס געװעלטיקט בײַ אים אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“...

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז װען ניט דער גליקלעכער צופֿאַל, װאָס די אַלע האָבן זיך דאָ אַרױסגעכאַפּט מיטן אמת און װאָס האָט אים געעפֿנט די אױגן, ער זאָל װיסן, װוּ ער האַלט מיט זײ, װאָלט ער אַצינד שױן אָנגעשפּאַרט װײס איך װוּ... ער װאָלט פֿאַרפֿלױגן אַהין, פֿון װאַנען עס איז נישט אַזױ גרינג צוריק צו קומען... און ער האָט באַשולדיקט נישט קײנעם, נאָר זיך אַלײן.

בשום אופֿן האָט ער נישט געקענט מוחל זײַן זיך, װאָס ער האָט געהאַנדלט װי אַ ייִנגל פֿונעם ערשטן טאָג אָן, װאָס ער איז אַרײַנגעטראָטן אין דער דאָזיקער פֿרעמדער װעלט. װאָרעם אַנשטאָט דעם ער זאָל װי אַ געטרײַער זון פֿון זײַן פֿאָלק אױסנוצן אַזאַ געלעגנהײט און װי װײַט מעגלעך פֿאַרענטפֿערן זײַנע ברידער, פֿאַרשפּרײטן ליכט און צעטרײַבן די שאָטנס, איז ער געשטאַנען װי אַ זײַטיקער צוקוקער, געזעסן װי אַ גאַסט און נישט פֿאַרברענט קײנעם מיטן פֿײַער פֿון זײַן מױל און נישט פֿאַרסמט קײנעם מיטן גיפֿט פֿון זײַן צעבלוטיקטער נשמה. און אַפֿילו אַז ער האָט שױן אַמאָל יאָ געפּרוּװט אַרױסשטעלן זיך מיט עטלעכע װערטער, האָט ער דערנאָך באַלד חרטה געקריגן, מורא געהאַט, טאָמער װעט מען אים חושד זײַן אין דעם, װאָס ער פֿאַרמאָגט, טאָמער װעט מען מײנען אױף אים, אַז ער איז דאָס, װאָס ער איז...

ער האָט נישט געקאָנט מוחל זײַן זיך, װאָס אין דער אײגענער צײַט, װאָס ער האָט גענאַרט פֿרעמדע מענטשן, װעלכע האָבן געגלױבט אָן אים, האָט ער גענאַרט אױך זײַנע אײגענע, געשריבן זײ אַלע מאָל נײַע שקרים, אײן שקר גרעסער פֿונעם אָנרעדן, אָפּגעליגנערט דעם אַלטן נאַיִװן טאַטן, אַז ער זאָל קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װאָס ער קומט נישט אױף יום־טובֿ אַהײם, װײַל אין דער „זובאָװראַטשעבנע зубоврачевание: דאַנטיסט־שול“, װוּ ער לערנט אױף דאַנטיסט, איז די רעכטע אַרבעט פּסח־צײַט, און אַז ער זאָל גאָר קײן יסורים ניט האָבן פֿאַר אים, ער איז שױן באַשטעלט אױף פּסח צו בײדע סדרים אין צװײ געהױבענע ערטער, די גרעסטע ייִדישע הײַזער אין שטאָט, און אַז ער מעג זײַן גאַנץ רויִק, אַז עס װעט, חלילה, ניט אַרײַן צו אים קײן ברעקל חמץ אין מױל אַרײַן ― אָ! װען דער פּראָסטער ערלעכער רב משה ראַבינאָװיטש זאָל װיסן, װאָס זײַן זון האָט הײַנטיקן פּסח געגעסן, װוּ זײַן זון איז אױף געװען אין דער נאַכט פֿון דעם „מוראדיקן שבת“ קעגן דעם „ליכטיקן זונטיק“, בעת די גלעקער פֿון די פֿערציק מאָל פֿערציק, האָבן געקלונגען, און דערנאָך אין דער פֿרי, װי אַזױ ער האָט זיך געקושט מיט איטלעכן באַזונדער, פֿונעם מגושמדיקן פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש ביזן גרױסן געגאָלטן דזשענטעלמען װאָס בײַ דער טיר, ― און דאָס אַלצדינג צוליב װאָס? צוליב אַ ייִנגלישן שפּאַס און צוליב אַ חלום, צוליב אַ פֿאַנטאַזיע מיט אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“... נײן, איר דאַרפֿט אים מוחל זײַן ― ער איז שױן זײַנס אָפּגעקומען, ער האָט שױן זײַן שׂכר אָפּגענומען בכּפֿל־כּיפֿלים... װעגן דעם האָט שױן געװאָרנט די השגחה אַלײן, אַז מיט יעדן טאָג זאָל דאָס פֿײַער פֿונעם גיהנום װערן גרעסער און שטאַרקער, װאָרעם יעדער טאָג האָט אים געבראַכט אַ נײַעם סורפּריז, אַ בראָך נאָך אַ בראָך, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ, אײן באָמבע גרעסער פֿון דער אַנדערער.

פֿריִער האָבן אים די צײַטונגען מחיה געװען אַלע טאָג מיט אַן אַנדער נײַעס און מיט אַן אַנדער פּירוש װעגן דעם באַרימטן עלילת־דם, װאָס אין דער גרױסער שטאַרט פֿון דער „טשערטאַ“.

די דאָזיקע שײנע ידיעות, װי ביטער זײ זאָלן ניט זײַן פֿאַר אים, װאָלט ער נאָך װי עס איז אַראָפּגעשלונגען און פֿאַרשװיגן. האָט אים גאָט צוגעשיקט אַ גוטן פֿרײַנד אַ דײַטש, דעם הער פֿריש, װאָס האָט בטבֿע ליב סענסאַציעס, קרימינאַל־געשיפֿטן, הריגות און אַנדערע פֿאַרברעכן. ער האָט אַלע מאָל אױפֿגעמישט די דאָזיקע מיאוסע געשיכטע בײַם טיש, װענדנדיק זיך צום בעל־הבית אױף זײַן געהרגעטער רוסישער שפּראַך: „שטאָ װי שיטײַל, פֿאָקטיסט פֿאָדאָסײטש, פּאָ פּאָװאָדו что вы считали по поводу: װאָס מײנט איר װעגן דעם שרעקלעכע ריטואַל מאָרד?“

פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט בעסער ליב רעדן פֿון פֿרײלעכערע זאַכן, האָט אָדער אָפּגעשװיגן, אָדער גענומען רעדן פֿון עפּעס אַנדערש, האָט אָבער דער צװײטער גוטער פֿרײַנד פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָר (פּיער) אונטערגעהאַלטן דעם דײַטש, אַז ער איז איבערצײַגט, אַז נישט הײַנט איז מאָרגן װעט מען אױפֿדעקן די גאַנצע זשידאָװסקע אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד און װאָס פֿאַרנעמט זיך נאָר מיט אַזעלכע זאַכן“...

אַך! װי גוט עס װאָלט געװען ― טראַכט זיך פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש ― װי גוט עס װאָלט זײַן אַצינד װאַרפֿן אָט דעם „אָפֿיצירל“ אָט דאָס בײַכיקע פֿלעשל װײַן גלײַך אין פּנים אַרײַן, אים צעבײַלן, צעקאַרדאַשען די אױסגעפּוצטע פֿיזיאָנאָמיע, אַרױסזעצן אַן אױג, שפּאַלטן דעם מוח, אױף צװײען צעשפּאַלטן!...

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! ― דערהערט ער פֿונעם אָנרעדן עק טיש סאַשאַס קול, װאָס קלינגט אים אין די אױערן װי די בעסטע מוזיק, ― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! װאָס האָט איר אױפֿגעהאַנגען די נאָז אױף דער קװינטע? װעלכע פֿליג האָט אײַך אַ ביס געגעבן? איר זעט אױס װי אַ מענטש, װאָס קאָן בשום אופֿן נישט דערמאָנען זיך, װאָס אים האָט זיך געחלומט...

אַלע לאַכן און גריגאָרי איװאַנאָװיטש בתוכם, נאָר װאָס ער פֿילט בעת־מעשׂה ― דאָס װײס נאַר ער און סײַדן גאָט און װײַטער קײנער ניט...

אַ פֿאַרבײַסונג צו דעם איז געקומען די נײַעס, אַז דאָרט, אין יענער שטאָט, װוּ ס'איז פֿאָרגעקומען דער „ריטואַל־מאָרד“, ריכט מען זיך אױף אַ „פֿרײלעכן יום־טובֿ“ און אַז ייִדן לױפֿן... אַ לאַנגע צײַט שױן, אַז ער האָט נישט געהערט דאָס דאָזיקע ליבע װאָרט און נישט באַגעגנט געדרוקט דאָס װאָרט „פּאָגראָם“ אין ערגעץ...

אין װעסטיבול בײַ די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס איז דאָס געװען דאָרט ליגן אָנגעװאָרפֿן גאַנצע פּעק מיט צײַטונגען פֿון אַלערלײ לענדער אױף אַלערלײ לשונות. יעדער קומט און יעדער נעמט זיך װאָס אים געפֿעלט. דאָרט האָט ער געטראָפֿן דעם פֿראַנצױז מסיע דיבואַ, און דעם דײַטש הער פֿריש, און די ענגלישע מיס טאָקטאָן ― יעדער בײַ זײַן צײַטונג ― און אױך סאַשאַ איז דאָ געװען, אָנגעטאָן אױף צו שפּאַצירן גײן, נאָר דערװײַל פֿונאַנדערגעעפֿנט און דורכגעקוקט אַלערלײ אילוסטרירטע בלעטער און זשורנאַלן.

עס איז געװען אַ שענער פֿרימאָרגן, פֿון די ערשטע שײנע טעג, װאָס געבן זיך אױס פּסח־צײַט.

ער װיל אַװעקלײגן דאָס בלאַט און קאָן ניט. ער לײענט: * * * דאָ רעדט מען שטאַרק װעגן אַ פּאָגראָם. ייִדן לױפֿן אין די טױזנטער. דער פּחד איז גרױס... און עס קומט אים אױפֿן זינען אַ בילד, װעלכעס ער האָט נאָך אײגנטלעך אױף קײן מינוט ניט פֿאַרגעסן און װעט דאָס ניט פֿאַרגעסן קײנמאָל:

― אַ קלײן שטעטל.. תּחילת װינטער... ער, אַ בר־מיצװה בחורל פֿון אַריבער דרײַצן, חזרט בגנבֿה געאָגראַפֿיע אױף אױסװײניק... זײַן עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב, אױך אַ בחור און אַ ציקאַװע בחור, ברענגט אַלע מאָל צו טראָגן פֿון שטאָט נײַעס: „ייִדן רעדן... ייִדן לױפֿן... מע זאָגט, עס װעט שױן זיכער זײַן.. אַ סבֿרה, אַז עס האָט זיך שױן אָנגעהױבן...“ ― װאָס־זשע טוט מען? „מע דאַרף לױפֿן...“ ― װוּהין?... „װוּהין די אױגן טראָגן...“ און עס הײבט זיך אָן אַ דינגעניש: אַבֿרהם־לײב גיט אױף אַ פּלאַן, אַז בײדע שװעסטער זאָלן זײַן בײַם נאַטשאַלניק סטאַנציע. ער מיטן טאַטן בײַם גלח, און די מאַמע מיט הערשלען בײַם פּריסטאַװ, דאָס הײסט בײַ דער פּריסטאַװשע, אַ װױלע גױע... זי האָט צוגעזאָגט... װיל אָבער ניט די מאַמע: משוגע אירע שׂונאים? אָט װעט זי גײן פֿאַרטרױען דעם נאַטשאַלניק סטאַנציע אירע טעכטער!...“ זאָגט אַבֿרהם־לײב (בײַ אים פּועלט מען, װאָס מע װיל): „אױב אַזױ, טאָ לאָז די מאַמע מיט הערשלען זײַן בײַם נאַטשאַלניק סטאַנציע, בײדע שװעסטער בײַם גלח און ער מיטן טאַטן בײַם פּריסטאַװ, דאָס הײסט בײַ דער פּריסטאַװשע, אַ גוטע גױע, זי האָט צוגעזאָגט...“ רופֿט זיך אָן װידער די מאַמע: יאָ נו, אָט פֿליט זי באַלד מיט אירע טעכטער צום גלח!...“ זאָגט אַבֿרהם־לײב (בײַ אים פּועלט מען אַלצדינג): „װיבאַלד אַזױ, טאָ לאָז מען איבערקערן דעם פּעלץ: ער מיטן טאַטן צום נאַטשאַלניק סטאַנציע, די מאַמע מיט הערשלען צום גלח און בײדע שװעסטער צום פּריסטאַװ, דאָס הײסט צו דער פּריסטאַװשע, אַ װױלע גױע, זי האָט צוגעזאָגט...“

דער שפּיץ איז געװען, אַז ניט דער נאַטשאַלניק סטאַנציע, ניט דער גלח און ניט דער פּריסטאַװ, דאָס הײסט די פּריסטאַװשע, האָט זײ ניט אַרײַנגעלאָזט ― ס'איז בײַ זײ שױן אַזױ אױך געװען פֿול... און זײ האָבן זיך אַלע, דער טאַטע מיט דער מאַמע מיט אַלע קינדער, אײַנגעבעטן צו אַ שכן אַ גױ אין אַ שטאַל אַרײַן, און דאָרט האָט מען זײ פֿאַרשלאָסן פֿון דרױסן, און זײ האָבן געהערט אַלצדינג, װאָס אין שטעטל טוט זיך...

און ער דערמאַנט זיך, װי אַזױ אַבֿרהם־לײב האָט זיך געמאָרדעװעט, װי אַ חיה אין אַ שטײַג, אַלץ געטענהט, שטילערהײט געװײנלעך, למאַי מע האָט אים גענומען אין געפֿענקעניש? בעסער װאָלט ער געבליבן אין דער הײם, װאָלט ער כאָטש געגעבן עמעצן מיט אַ שײַט האָלץ איבערן קאָפּ. „ממה־נפֿשך, מיר אַ טױט דיר אַ טױט!...“ אַזױ האָט געטענהט אַבֿרהם־לײב, און די מאַמע האָט אים אײַנגעשטילט, געבעטן, ער זאָל רחמנות האָבן אױב ניט אױף זיך איז כאָטש אױף די איבעריקע קינדער... און דער טאַטע האָט שטילערהײט געדאַװענט די גאַנצע נאַכט... און דאָרטן אין עק שטאַל אין אַ װינקל איז עמיצער געלעגן און געקרעכצט עפּעס אַזױ שװער, ניט „אױ“ נאָר „אָ!“ אָדער „אָהאָ!“ עפּעס װי געקרעכצט און געקװיקט זיך צו גלײַכער צײַט: „אַ!... אָהאָ!... אָ!..“ אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז דאָס דאַרף זײַן אַן אַלטער מאַן, אַ זקן, מיט אַ װײַסן לאַנגן באָרד, מיט אַ געל געקנײטשט פּנים, אָן אײן צאָן אין מױל, די ליפּן אַראָפּגעהאַנגען, די אױגן פֿאַרגלעזערט, אַ קראַנקער, אַ נוטה־למות, און אפֿשר ― טראַכט ער זיך אין גרױסן שרעק ― איז ער גאָר אַ גוסס?... אונטערן טאַטנס שטילן דאַװנען און אונטערן קרעכצן: „אָ! אָהאָ! אָ!“, װאָס ער װײסט ניט פֿון װאַנען דאָס גײט, װערט סוף־כּל־סוף אונדזער הערשל אַנטשלאָפֿן (צוקאָפּנס האָט אים די מאַמע צונױפֿגעשאַרט אַ ביסל אונטערגעפֿױלט שטרױ און איבערגעדעקט האָט זי אים טאַקע מיט איר שאַל) און אַז ער כאַפּט זיך אױף, איז שױן לאַנג טאָג, און ער דערזעט, אַז דער, װאָס האָט אַזױ מאָדנע געקרעכצט און געקװיקט זיך, איז ניט קײן זקן און ניט קײן גוסס, נאָר, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ דבֿר־אַחר... „און דאָ האָט דער טאַטע געדאַװענט? ― האָט ער זיך דעמאָלט געטראַכט ― אַ גאַנצע נאַכט געדאַװענט!...“

* * *

― גײען מיר שפּאַצירן? ― דערהערט ער אַ קענטלעך קול... ער טוט זיך אַזש אַ װאָרף און דערזעט סאַשען, װי זי ציט אָן די הענטשקעלעך אױף אירע קלײנע הענטלעך...

„פּאַרדאָן! ער איז געװען אַזױ פֿאַרטיפֿט אין פּאָליטיק, אַז ער האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז זי איז דאָ..“

דאָס פֿינף־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

דער אַװעקפֿאָר

דער רעכטער קלאַפּ איז ערשט געקומען נאָכדעם, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ איז געװױר געװאָרן, װעמען מע איז חושד אין דער שענער געשיכטע פֿונעם אַזױ גערופֿענעם „ריטואַל“.

דאָס איז געװען אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, איז מיט אַ ברײטן שמײכל איבער די פֿעט־רױטע באַקען זײַן קאָלעגע, דער דײַטש הער פֿריש, אַרױסגעקומען אַקעגן אים מיט אַ בלאַט־צײַטונג אין האַנט און מיט אַ גדולה אױף זײַן געמוטשעטער רוסישער שפּראַך אָנגעזאָגט דעם „הער גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש“ אַ בשׂורה, אַז מע האָט שױן געפּאַקט דעם ריטואַל־מערדער און אַז ער איז דװקא אַ אינטעליגענט, אַ דאַנטיסט, און אַז מע רופֿט אים ראַבינאָװיטש (געשטעלט די טראָפּ אױפֿן „בי“).

גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט געמוזט זוכן אַ שטול אױף צוצוזעצן זיך, אַניט װאָלט ער זיכער אומגעפֿאַלן. ער האָט גענומען בײַם דײַטש די צײַטונג און אַלײן מיט זײַנע אױגן איבערגעקוקט פֿון אָנהײב ביזן סוף, און ניט אײן מאָל, נאָר צװײ מאָל. ער האָט זיך אָבער ניט פֿאַרלױרן. ער האָט קײן איבעריק װאָרט ניט אַרױסגעלאָזט, קײן אײנציקע העװיה נישט געמאַכט. אַדרבא, ער האָט געפֿילט אַ מאָדנע ליכטיקײט אין קאָפּ און אַ זעלטענע קלאָרקײט אין די געדאַנקען און ס'איז אים באַלד אַלצדינג פֿאַרענטפֿערט געװאָרן, פֿאַרװאָס ער האָט אַזאַ צײַט פֿון זײַן חבֿר גרישאַ קײן אײַנגעטונקטע פּען נישט, ― און עס האָבן זיך אָנגעהױבן װעבן בײַ אים אין קאָפּ אַלערלײ פּלענער, װאָס ער זאָל טאָן, אום אַרױסצוראַטעװען זײַן אומשולדיקן חבֿר פֿון דער פֿאַרפּלאָנטערניש... נישט נאָר דאָס איז זײַן חובֿ נאָר פֿון דער באַשרײַבונג האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז ער איז דער אײנציקער, װאָס קאָן אים ראַטעװען...

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער באַדאַרף װאָס גיכער פֿאָרן אַהין אין יענער שטאָט, װוּ זײַן אומגליקלעכער חבֿר געפֿינט זיך ― זען אױפֿן אָרט, װאָס ער האָט צו טאָן, און בכדי צו פֿאָרן אַהין, באַדאַרף מען אַרױסבאַקומען פֿון אוניװערסיטעט אַ דאָקומענט ― דאָס איז דאָס ערשטע. און ער האָט נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, נישט געװאַרט אַפֿילו אױפֿן אינדערפֿרידיקן טײ־טרינקען און איז אַװעק אין אוניװערסיטעט, גאָר נישט פֿילנדיק די ערד אונטער זיך.

„אַצינד איז אים שױן פֿאַרענטפֿערט אַלצדינג... אַצינד איז אים שױן קלאָר, פֿאַרװאָס ער האָט נישט פֿון דער הײם קײן שום ידיעה, װײ־װײ, װאָס װעט זײַן, אַז זײ װעלן דאָרטן איבערלײענען די אײגענע געשיכטע?... און װאָס װעט מען זיך טראַכטן בײַם חבֿר גרישען אין דער הײם, װאָס ס'איז ניטאָ אַזאַ צײַט קײן בריװ פֿון אים?! אָדער אפֿשר האָט ער, גרישאַ אַלײן הײסט עס, שױן געגעבן צו װיסן זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטשן, װוּ ער האַלט און װאָס מיט אים טוט זיך?... נאָר נײן ― ער קען גרישען. דאָס װעט גרישאַ נישט טאָן פֿאַר קײן געלט! ― אַך, װער װײס, װאָס דאָרטן טוט זיך? װער װײס, װאָס זײַן חבֿר נעבעך טראָגט דאָרטן איבער! װער װײס, װאָס זײַן גױיִשער קאָפּ טראַכט דאָרטן װעגן דעם... און װאָס זײַן צונג קאָן דאָרטן אָנפּלאָנטען! נײן, מע דאַרף פֿאָרן, פֿאָרן, װאָס גיכער פֿאָרן!...“

געקומען צו גײן אין דער קאַנצעלאַריע נאָך די דאָקומענטן, האָט מען אים איבערגעגעבן, אַז דער הער רעקטאָר פֿרעגט זיך נאָך אױף אים ־ ער דאַרף אים נױטיק האָבן... אים? אױף װאָס קען ער עס אים אַזױ נױטיק דאַרפֿן! ניט שױן־זשע װעגן דערזעלבער געשיכטע?“... און ער איז אַװעק צום רעקטאָר.

גײענדיק, האָט ער געכאַפּט אַ פּאָר װערטער פֿון צװײ באַקאַנטע חבֿרים־סטודענטן ייִדן, פֿון װעלכע ער האָט זיך שטענדיק געהאַלטן פֿון דער װײַטן, מורא געהאַט, מע זאָל ניט אָנשמעקן, װער ער איז... די צװײ האָבן געהאַלטן אַ בלאַט־צײַטונג און געלײענט, נאָר דערזען פּאָפּאָװן, האָט מען דאָס בלאַט באַהאַלטן און אײנער האָט אַ זאָג געטאָן דעם אָנרעדן אױף ייִדיש (ער האָט גאַנץ גוט געהערט):

― דבר נישט, יהודי, ס'אַ בזיון פֿאַרן ערל...

ער האָט גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, װעגן װאָס די צװײ רעדן דאָ... און אים האָט זיך נאָך קײנמאָל אַזױ נישט געװאָלט דװקא אָפּשטעלן זיך אָט דאָ מיט די דאָזיקע חבֿרים און דורכװאַרפֿן זיך מיט זײ מיט אַ פּאָר װערטער, און דװקא אױף ייִדיש, װעגן דעם דאָזיקן מאָדנעם עסק, װעלכער אין באמת „אַ בזיון פֿאַר אַן ערל“... אַ בזיון און אַ װײטאָג!... בײַ זײ װאָלט ער אפֿשר מער נײַעס געװױרע געװאָרן ― װאָס שרײַבט מען? װאָס זאָגט מען? װאָס טראַכט מען? װער נאָך װײס אַזױ, װי נאַריש דאָס איז, װי אַ ייִד װײס! נאַריש און ביטער... און אַ ייִד מיט אַ ייִדן אַז מע רעדט זיך דורך, װערט פֿאָרט אַ ביסל גרינגער... נאָר ער האַלט זיך אײַן און גײט פֿאַרבײַ כּלומרשט רויִק, קוקט נישט אין זײער װינקל. אָפּגעטריבן פֿון זײ, שלאָגט ער זיך אָן אױף אַ גרופּע פֿון האַלב־ייִדישע סטודענטן, געװעזענע ייִדן... זײ האָבן אױך געהאַט געשמועסט עפּעס צװישן זיך; נאָר דערזען פּאָפּאָװן, זענען אַלע מיט אַמאָל אַנטשװיגן געװאָרן... ער װאָלט געמעגט שװערן אַז אױך דאָ האָט מען גערעדט װעגן יענער מעשׂה ― און ער איז שיִער פֿאַרברענט געװאָרן פֿאַר בושה, װאָס אַפֿילו די דאָזיקע, װאָס האָבן זיך אָפּגעריסן פֿון ייִדישקײט און לעבן זיך אין זײער אײגן װעלטל, אַפֿילו די דאָזיקע, װעלכע ער האָט בעצם זײער פֿײַנט, װי אַ גױ אַ ייִדן, אַפֿילו די דאָזיקע, װאָס זעען אױס אין זײַנע אױגן נישט אַנדערש װי פּראָװאָקאַטאָרעס, אינטערעסירן זיך פֿונדעסטװעגן מיט דער דאָזיקער געשיכטע, װאָס פֿאַרשװאַרצט אונדז אַלעמען דאָס פּנים, מאַכט אונדז מיאוס אין די אױגן פֿון די פֿעלקער ― און נאָר ער אײנער, כּלומרשט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, נאָר באמת הערשל ב″ר משה ראַבינאָװיטש, שטײט פֿון דער װײַטן, װי אַ זײַטיקער, גלײַך װי ניט אים מײנט מען, װאָרעם ער האָט זיך דאָך די גאַנצע צײַט ביז צום הײַנטיקן טאָג אַרומגעטראָגן מיט זײַנע גאָלדענע חלומות אױף דער װאָר, געבױט לופֿט־שלעסער, פֿאַנטאַזירט פֿון אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, געדינט צו דער עבֿודה־זרה, אין דער צײַט װען זײַן חבֿר, דער אמתער פּאָפּאָװ קאָן זײַן, קומט אָפּ פֿאַר ייִדן, איז אַ קרבן פֿאַר אַ פֿרעמדן פֿאָלק ― „שמיץ ביסטו װערט, הערשל! הענגען באַדאַרף מען דיך!...“ * * *

דער רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט האָט אים באַגעגנט מיט דערזעלבער ברײטער פֿרײַנדלעכקײט װאָס תּמיד. ער בעט אים זיצן, ער איז צופֿרידן, װאָס ער זעט אים געזונט און מונטער און ער האָפֿט, אַז בײַ אים איז אַלצדינג אין דער בעסטער אָרדענונג. דאַנקען גאָט, ער רעדט נישט מיט אים פֿון יענער געשיכטע: נאָר אָט שטײט ער אױף, גײט צו צום טיש, נעמט אַ דעפּעש, עפֿנט זי אױף און לײענט אים איבער, אַז זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, פֿרעגט זיך נאָך אױף זײַן זון גריגאָרי, װאָס ער מאַכט און װוּ ער װױנט און פֿאַרװאָס ער שרײַבט ניט.

― פֿאַרשטײט איר מיך, מײַן ליבער פֿרײַנד, ― מאַכט צו אים דער רעקטאָר, גלעטנדיק די באַקנבערד און קוקנדיק אױף אים פֿון אונטן אַרױף, ― דאָס, װאָס אײַער פֿאָטער װײסט ניט, װוּ איר װױנט ― דאָס איז גרינג צו פֿאַרשטײן: ספּאָרט, כאַ־כאַ, אַ קלײניקײט? נאָר דאָס, װאָס איר שרײַבט נישט ― דאָס איז שױן נישט אַזױ רעכט, יונגערמאַן, דאָס איז שױן... ע־ע־ע...

דער סטודענט האָט דערפֿילט אַ טרוקנקײט אין מױל, ער האָט גיכער אַרױסגעהוסט װי אַרױסגערעדט:

― האָט איר אים געענטפֿערט?

― נו, פֿאַרשטײט זיך! נאָך נעכטן האָב איך אים געענטפֿערט, מיט אַ דעפּעש נאַטירלעך.

בײַם סטודענט האָט אײן קניה גענומען ציטערן.

― מיט אַ דעפּעש? אַז װאָ־װאָס?

דער רעקטאָר האָט זיך ברײט צעלאַכט.

― אַז װאָס! כאַ־כאַ... אַז איר זענט געזונט און שטאַרק, הלװאַי אױף אַלעמען... און איר אַדרעס אים אױפֿגעגעבן +.. אָבער נאָר איר אַדרעס אַלײן, מער נישט... דאָס, װאָס מע דאַרף װיסן, לאָז מען װיסן. און דאָס, װאָס אַ סוד, באַדאַרף זײַן אַ סוד, כאַ־כאַ, און אַ װאָרט איז הײליק“, אַיאָ, מיר פֿאַרשטײען זיך אײנס דאָס אַנדערע, יונגערמאַן, װאָס?...

אָט דאָס איז גאָר! דרײַ פּוד משׂא איז אים אַראָפּ פֿון די פּלײצעס, און װיבאַלד אַזױ, האָט ער דאָך געטאָן װי אַ חכם, װאָס ער האָט זיך צוגעגרײט אין װעג אַרײַן ― און איז אַװעק מיט די דאָקומענטן צוריק אַהײם, נאָר דאָ האָט אױף אים געװאַרט אַן אַנדער סורפּריז.

― איר האָט אַ דעפּעש, ― גײט אים אַקעגן דער הױכער געגאָלטער דזשענטעלמען, װאָס בײַ דער טיר און װאָס זעט אױס מער װי אַ גובערנאַטאָר אײדער אַ שװײצאַר, און דערלאַנגט אים אױף אַ זילבערן טעצעלע אַ פֿאַרחתמעטע טעלעגראַמע. דאָס איז געװען די ערשטע קאָרעספּאָנדענץ, װאָס דער רוסישער רעפּעטיטאָר האָט פֿאַר דער גאַנצער צײַט אָט דאָ באַקומען אױף זײַן נאָמען.

די דעפּעש איז געװען פֿון גרישאַ פּאָפּאָװס שװעסטער און איז באַשטאַנען אינגאַנצן פֿון דרײַ װערטער:

כ'פֿאָר מיטן קוריער, װיעראַ“ .

אין אַ האַלבע שעה אַרום האָט שױן דאָס גאַנצע הױז געװוּסט, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט אַ דעפּעש און אַז ער פֿאָרט אַהײם. װאָס אין דעפּעש שטײט ― האָט קײנער נישט געפּרוּװט זיך אים אַ פֿרעג טאָן, נאָר נאָך זײַן כאַפּן זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן און נאָך זײַן בלאַס פּנים איז געװען צו זען, אַז מסתּמא האָט געמוזט פּאַסירן אַן אומגליק, אַז אַ מענטש אײַלט זיך אַזױ אַהײם. אַלע האָבן אים מיטגעפֿילט, אַפֿילו די, װאָס האָבן פֿון אים ניט אַזױ שטאַרק געהאַלטן. אַ שטײגער פּיער, זײַן בלוטיקער שׂונא. פּיער האָט זיך צוגעלאָזט צו אים, מיט אַמאָל געװאָרן װײך װי אַ טײג, מכבד געװען אים מיט אַ ציגאַר און אַ פֿרעג געגעבן פֿרײַנדלעך:

― איר פּאָרט אַװעק פֿון אונדז?

― איך פֿאָר ניט אַװעק, ― האָט ער אים געענטפֿערט מיט אַ שטאָך, ― נאָר איך פֿאָר זיך דורך אַהײם...

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן:

„זײַ נאָר ניט אַזױ פֿרײלעך, מײַן ליבער קניאַז, ― מיר װעלן זיך נאָך זען...“

מער פֿון אַלע האָט אַרױסבאַװיזן אינטערעס צו זײַן אָפּפֿאָרן די פֿרױ באַרדאָ־בראַדאָװסקי. עס איז געװען צו זען, אַז די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ האָט באמת רחמנות אױף אים און עס טוט איר באַנג, װאָס דער רעפּעטיטאָר פּאָרט אַװעק, כאָטש אַפֿילו נישט אױף לאַנג.

― סאַשאַ, ― האָט זי זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער, װעלכע האָט זיך נאָר־װאָס אַרױסבאַװיזן פֿון איר צימער,― גריגאָרי איװאַנאָװיטש װאַרפֿט אונדז אַװעק.

― נאָך עפּעס! עס קאָן ניט זײַן! און זי באַשענקט אים מיט אַ קוק פֿון אירע זעלטן־שײנע אױגן, אַז ער איז גרײט פֿאַרגעסן זײַן חבֿרס שװעסטער װאָס קומט צו פֿאָרן, און זיך אַלײן איז ער גרײט צו פֿאַרגעסן אין דער מינוט, און אַזױ װי ער שטײט אָט דאָ פֿאַר איר מוטער אין די אױגן זיך אַ װאָרף געבן פֿאַר איר אױף דער ערד, קושן די טריט און אױסזאָגן דעם אמת, דעם גאַנצן אמת ― און לאָז זיך זײַן װאָס עס װיל זיך! זײ בײדע זענען אַזעלכע גוטע, אײדעלע, געטרײַע, אַז זײ װעלן אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט זײ ניט אױסגעזאָגט דעם סוד, אַז ער געהערט צו יענעם פֿאָלק, פֿאַר װעלכן זײ האָבן אַזױ מורא... זײ װעלן אים פֿאַרשטײן, אַז ניט ער איז שולדיק, װאָס ער איז געבאָרן אַ פֿאַרמישפּטער צו זײַן אַרױסגעשטױסן פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט, אַ סטראַשידלע פֿאַר די, װאָס האָבן װעגן אים אַן איבערגעטריבענע מײנונג... אַז ניט ער איז שולדיק אין די זינד פֿון זײַנע עלטערן, װאָס האָבן געהאַט אַ העזה אָנצוצינדן דאָס ערשטע ליכט פֿון גאָטהײט אױף דער װעלט און געבן די מענטשן דאָס ערשטע בוך צו װיסן, װאָס איז גוט און װאָס איז שלעכט...

― דאָס קאָן ניט זײַן! ― זאָגט נאָכאַמאָל סאַשאַ, און די מוטער גיט איר צו פֿאַרשטײן, אַז ניט אױף תּמיד פֿאָרט ער אַװעק, נאָר אױף עטלעכע טעג ― ער האָט אַ דעפּעש. ― דאָס איז עפּעס אַנדערש! ― ציט אױס סאַשאַ און צעלאַכט זיך מיט איר פֿרײלעכן געלעכטער, און עס מאָלט זיך אים אױס, אַז די גאַנצע װעלט לאַכט מיט, און ער הערט שױן גאָרניט, װאָס אַרום אים טוט זיך. עפּעס דרײען זיך אַרום אים מענטשן, אַ סך באַקאַנטע פּנימער, ער דריקט אַלעמען די הענט. אַלע דריקן אים די האַנט, ער הערט באַקאַנטע קולות, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ װאַרפֿן זיך אים אױפֿן האַלדז, דער הונט װיל אױך מיט אים צעקושן זיך. „גליוק! בלײַבסט רויִק...“ ― זאָגט צו אים פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש און שלעפּט אים אָפּ מיט זײַן גרױסער מגושמדיקער האַנט פֿאַרן האַלדזבאַנד, נאָר דער הונט האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― ער װיל דװקא צו זײַן פֿרײַנד, צום רוסישן רעפּעטיטאָר אױפֿן פֿאַעטאָן. עס װעט זיך גאָר ניט העלפֿן, מע װעט אים מוזן בעטן מחילה און פֿאַרשליסן אין שטוב ― לאָז ער גראַבלען דערנאָך מיט די לאַפּעס די טיר װיפֿל זײַן האַרץ גלוסט... און די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ געזעגנט זיך מיטן רעפּעטיטאָר, װי אַ מאַמע, װי אַ געטרײַע מאַמע, זי צלמט אים איבער... צו פֿיל עולם האָט זיך צונױפֿגעקליבן אַרױסבאַגלײטן דעם רוסישן רעפּעטיטאָר, צו אַ גרױסער טאַראַראַם, אױף קײן אײן מינוט קאָן ער ניט בלײַבן מיט סאַשען אַלײן, ער זאָל איר קאָנען זאָגן כאָטש אַ װאָרט, כאָטש אײן װאָרט...

שױן אין דרױסן, אין דער צײַט, װען מע האָט געהאַט צו טאָן מיטן הונט, איז אים געראָטן שטײן נעבן סאַשען אַזױ נאָענט, אַז ער האָט איר געקאָנט אַרײַנװאַרפֿן אַ פּאָר װערטער:

― זײַט געזונט ― עס קאָן זײַן, מיר װעלן זיך שױן מער קײנמאָל ניט זען... און עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז איבער סאָשעס ליכטיק פּנים איז דורכגעפֿלױגן אַ קלײן װאָלקנדל און אירע לאַכנדיקע אױגן האָבן װי אַ ציטער געגעבן אונטער אירע שײנע געדיכטע ברעמען, און „פּיער“, װעלכער איז צוגעגאַנגען צו איר אין דער מינוט און עפּעס אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר, איז געבליבן װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אָן אַ ענטפֿער... אַ מיצװה! כּן־יאָבֿדו!... אָט דער אָפֿיצירל װעט ערשט פֿילן נאָכדעם, אַז ער, גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װעט שױן זײַן װײַט, און סאַשאַ װעט אַרומגײן װי אַ שאָטן, זיך קײן אָט נישט קאָנען געפֿינען. נאָר קײן בן־אָדם װעט ניט װיסן, נאָך װעמען סאַשאַ בענקט אַזױ; ביז:

* * *

― װידער חלומות! װידער פֿאַנטאַזיעס? װידער די בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“? ― רײַסט ער זיך אַלײן איבער זײַנע מחשבֿות, זיצנדיק אין פֿאַעטאָן און לױפֿנדיק צו דער באַן אַזױ גיך, װי עס איז נאָר מעגלעך פֿאַר פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטשעס ברענענדיקע פֿערד. נאָר אין אַ האַלבע שעה אַרום איז ער שױן געזעסן אין װאַגאָן, װאָס האָט אים געטראָגן נישט קײן ט―, װי מע האָט געמײנט בײַ די באָרדאָ־בראַדאָװסקיס אין הױז, נאָר אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ ― צו ראַטעװען זײַן חבֿר, דעם אמתן גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאָס זעקס־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

„אָחינו אַתּה“

װאָס נעענטער רב משה ראַבינאָװיטש און זײַן עלטערער זון אַבֿרהם־לײב זענען געװען צו דער גרױסער שטאָט, האָבן זײ אַלץ אָפֿטער געהערט, װי ייִדן רעדן פֿונעם „פּעקל“, פֿונעם אומגליקלעכן קרבן, פֿונעם דאַנטיסט דעם שלימזל, װאָס זיצט אײנער אַלײן און מע לאָזט נישט צו צו אים קײן לעבעדיקן מענטשן...

דער פֿאָטער מיטן זון, װאָס האָבן די גאַנצע צײַט פֿון דער נסיעה זיך געהאַלטן אין אַ זײַט, פֿאַרשלאָגן אין אַ װינקעלע און געשװיגן שטיל, דערהערט די דאָזיקע דיבורים, האָבן זײ אָנגעשטעלט די אױערן, טאָמער װעלן זײ כאַפּן עפּעס אַ װאָרט, װאָס זאָל זײ עפּעס זאָגן... זײ האָבן אָבער פֿון די שמועסן נישט געקאָנט אַרױסבאַקומען קײן זאַך. זײ האָבן נאָר געהערט די װערטער „שלימזלדיקער דאַנטיסט“... „אומגליקלעכער קרבן“... וכדומה אַזעלכע עפּיטעטן און עס האָט זיך זײ אױסגעװיזן, אַז דער עולם מאַכט חוק ― און דאָס האָט זײ פֿאַרדראָסן, ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס איז דאָ צו לאַכן?

מער װי אױף אַלע האָט זײ געברענט אױף אַ געלן ייִדן, אַ קלײן־דיקן, מיט גראָבע ליפּן, װאָס רעדט שטשיפּעליאַװע און װאָס האָט געהאַלטן אין אײן לאַכן. די אױגן האָבן אים אַזש געטרערנט פֿאַר געלעכטער, ער האָט געטענהט זײַן טענה, אַזױ צו זאָגן:

― נײן, איך זאָג נאָר אײנס, נעכײבי нехай би: זאָל זײַן װאָלטן זײ געפּאַקט כאָטש אַ נאַש בראַט, װי זאָגט איר, אַ ייִדן מיט אַ טלית קטן, צום סוף נאַט אײַך גאָר אַ דאַנטיסטל, אַ פּוסטער בחור, אַ גױ גמור, װאָס װײס ניט אַ װאָרט ייִדיש, װי זאָגט איר, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, שױן ניטאָ קײן זײַטן לאַכנדיק!

דער פֿאָטער מיטן זון קוקן זיך איבער: ,פֿון זײער הערשל רעדט מען דאָס אַזױ? װי איז דאָס מעגלעך? זײער הערשל קען עס ניט אַ װאָרט ייִדיש, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף?“... אַ גליק, װאָס דער פֿאָטער זיצט אױך דערבײַ. װען אַבֿרהם־לײב אַלײן, למשל, זאָל דאָ זײַן, װאָלט געקאָנט אַרױס אַ מיאוסער סקאַנדאַל, אַבֿרהם־לײב איז אַ יונגערמאַן מיט טעמפּעראַמענט. ער האָט זיך אַזױ אױך געריסן אַלע מינוט צו אָט דעם געלן ייִדן מיט די גראָבע ליפּן מיט דער שטשיפּעליאַװע צונג, האָט אים דער פֿאָטער אַלע מאָל מיט אַ צי פֿאַרן אַרבל אָפּגעהאַלטן: „זיץ!“ און ער האָט נעבעך געמוזט זיצן אין געהאַקטע װוּנדן און אױסהערן אַלע שטותערײַען, שקרים־וכּזבֿים. װאָס האָט ער געקאָנט טאָן? „כּבֿוד־אָבֿ!...

נאָר אָט איז מען, דאַנקען גאָט, באַלד װי געקומען. אַלע פּאַסאַזשירן האָבן זיך געגעבן אַ נעם צו די פּעקלעך און ייִדן האָבן אָנגעהױבן עפּעס װי ציִען זיך, מאָדנע אָטעמען, און פֿיבערן, װי עס פֿיבערט זיך, למשל, פֿאַר אַ עקזאַמען, פֿאַר אַ פּריזיװ אָדער פֿאַר אַ מישפּט... אַנדערע האָבן זיך געטאַפּט בײַ די קעשענעס, צו די „פּעסער“. אַנדערע האָבן זיך צורעכט געמאַכט די מאַנישקעס און די קאַפּעליושלעך, רעכט פֿאַרשאַרט די פּאות אױף יענער זײַט אױערן, געטאָן אַלצדינג װאָס נאָר מעגלעך איז ― עס זאָל זיך אַזױ ניט װאַרפֿן דער „ייִד“ אין די אױגן...

נאָר אונדזערע ראַבינאָװיטשעס האָבן פֿון דעם פֿיבער נאָך נישט געװוּסט. ס'איז זײ נאָך נישט רעכט באַקענט געװען דער אמתער טעם פֿון גלות... דאָס הײסט, געהערט האָבן זײ, אַז פֿון דער דאָזיקער גרױסער שטאָט טרײַבט מען ייִדן, און אַז מע מאַכט „אָבלאַװעס“ און אַז מע שיקט אָפּ אַהײם מיטן עטאַפּ אין 24 שעה און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן. נאָר פֿון הערן ביז אַלײן פֿילן איז נאָך װײַט. און װײַל זײ פֿאָרן אַהער דעם ערשטן מאָל, דעריבער האָבן זײ זיך גאַנץ ברײטלעך, כּמעט די ערשטע, געכאַפּט פֿון װאַגאָן און אַרײַן מיט הענט און פֿיס אין דעם גרױסן שטראָם פֿון דער גרױסער שטאָט, שיִער ניט פֿאַרטױבט געװאָרן פֿונעם גרױסן טומל, פֿונעם רעש און פֿונעם יריד און פֿונעם לױפֿן הין און צוריק משוגענערװײַז, װאָס האָט אױסגעזען בײַ זײ אין די אױגן װי אַ תּהום, װי אַ גיהנום.

― װוּהין גײען מיר צום אַלעם ערשטן ― האָט דער פֿאָטער אַ פֿרעג געגעבן בײַם זון, כאַפּנדיק אַ שטױס אין זײַט אַרײַן נישט אײן מאָל, נאָר אַ פּאָר מאָל.

― װוּהין גײען מיר? ― האָט אים דער זון געענטפֿערט מיט די אײגענע װערטער און באַגעגנט זיך מיט אַ מאָרדע פֿון אַ פֿערד פּנים־אל־פּנים און שיִער נישט פֿאַרלױרן געגאַנגען ― װײסטו װאָס, טאַטע, כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער, לאָמיר נעמען אַ איזװאָשטשיק און לאָמיר פֿאָרן.

― װוּהין?

― לאָמיר זיך קאָרשט פֿריִער אַװעקזעצן און דערנאָך װעלן מיר שױן זען װוּהין,

― טאָ! אפֿשר ביסטו גערעכט, ― איז דער פֿאָטער מסכּים צום פּלאַן פֿון נעמען אַ איזװאָשטשיק.

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ „נעמען אַ איזװאָשטשיק“, מחמת זײ זענען דאָך שױן לאַנג אַרױס פֿון דער רײ און אָפּגעשטופּט געװאָרן מיטן שטראָם אַלע מאָל װײַטער און װײַטער, זענען אונדזערע קלײנשטעטלדיקע פּאַסאַזשירן נעבעך געבליבן כּמעט די לעצטע און דאָס האָבן זײ זיך כּמעט אײַנגעבעטן, מע זאָל זײ נעמען, אַזױ אַז נאָך אַ לאַנגע שורה פֿון פֿאַעטאָנס, אָמניבוסן, קאַרעטעס און דראָשקעס האָט מען געקאָנט זען צװײ ייִדן, אײנער אַן עלטערער, אַ געװאַקסענער, דער אַנדערער אַ ייִנגערער מיט אַ סימן פֿון אַ היפּש בערדל, זיצן אײַנגעבױגן אין דרײען און העצקען זיך שאָקלענדיק זיך הין און הער אױף אַן אַלטער, אַ ביסל אַן אױסגעבױגענער דראָשקע מיט אַן אױסגעדאַרט װײַס משיחס פֿערדל, װאָס װען ס'זאָל ניט זײַן אין דער דאָזיקער גרױסער גלאַנצנדיקער שטאָט, װוּ אַ ייִד באַדאַרף האָבן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, װאָלטן זײ זיכער געקאָנט מײנען, אַז זײ זיצן אױף אַ ייִדישן בעל־עגלה. און װער שמועסט זײ זאָלן נאָך געװען אַ קוק טאָן אױפֿן בעל־עגלה פֿון פֿאָרנט, ניט פֿון הינטן װאָלטן זײ שױן דעמאָלט אינגאַנצן געװען זיכער, אַז זײ פֿאָרן מיט אַ ייִדן, ניט מיט קײן גױ, און רב משה ראַבינאָװיטש װאָלט נישט באַדאַרפֿט זיך ברעכן די צונג רעדן מיט אים אױף אַ שפּראַך, אױף װעלכער ער איז שװאַכלעך, און זײַן זון אַבֿרהם־לײב װאָלט נישט באַדאַרפֿט אַרױסװײַזן פֿאַר אים, װי װײַט ער איז קלאָר אין קירפּיטשניקאָװס גראַמאַטיק, װאָרעם אַז דער איזװאָשטשיק האָט נאָך אַ האַלבע שעה העצקען זיך אַ פֿרעג געגעבן זײַנע פּאַרשױנדלעך אױף רוסיש, װוּהין זײ װעלן זיך הײסן פֿירן, און אַבֿרהם־לײב האָט אים אַ זאָג געגעבן אױך אױף רוסיש, ער זאָל פֿאָרן גלײַך אין דער, זובאָװראַטשעבנע зубоврачен: דענטיסט שקאָלע“, האָט דער איזװאָשטשיק געגעבן אַ האַלבן דרײ אױס דעם קאָפּ צו אים: יעסט דװאַ есть два: עס זײַנען דאָ צװײ זובאָװראַטשעבניע שקאָלע“, ― האָט אים אַבֿרהם־לײב באַלד אָפּגעהאַקט, אַז מע באַדאַרף זאָגן, דװיע“, ניט „דװאַ“, װײַל „שקאָלע“ אין אַ לשון נקבֿה ― „שזענסקאַװאָ ראָדאַ женский рода: פֿעמינינער טיפּ“.

פֿאַר דער גאַנצער צײַט, װאָס זײ פֿאָרן, האָט דער איזװאָשטשיק דאָס ערשטע מאָל אױסגעדרײט דאָס גאַנצע פּנים צו זײַנע פּאַרשױנען און זײ האָבן דערזען פֿאַר זיך ― גװאַלד, רבונו־של־עולם! ― אַ ייִדן מיט ייִדישע אױגן, מיט אַ ייִדישער אױסגעבױגענער נאָז און מיט אַ ייִדיש געגרײַזלט בערדל, נישט מער, װאָס ער גײט אין דער גאַנצער אוניפֿאָרם, אין אַ רוסישן אַרמאַק מיט אַ ברײטן גאַרטל און מיט אַ שװאַרץ גלאַט סיראַטן לאָקשן־טעפּל אױפֿן קאָפּ. װען ניט דאָס, װאָלט אים כ'לעבן אַ סך בעסער אָנגעשטאַנען צו זײַן אַ שמשׂ בײַ זײ אינעם קלײנעם שטעטל אײדער אַ איזװאָשטשיק אין דער דאָזיקער גרױסער טומלדיקער רוסישער שטאָט.

― איך װאָלט געמעגט שװערן ― האָט דער פֿאָטער אין אַ מינוט אַרום אַ זאָג געגעבן צום זון ― אַז אונדזער איזװאָשטשיק איז ניט קײן ערל, נאָר אַ „יהודי“.

― אָט װעל איך מיט אים עפּעס דברן, װעלן מיר באַלד װיסן, צי איז ער אַ יהודי, צי אַן ערל ― האָט דער זון אים אָפּגעענטפֿערט און האָט זיך געקליבן אַ פֿרעג געבן בײַם איזװאָשטשיק גופֿא. ער איז נאָר נישט פֿאַרטיק געװען מיט דער שפּראַך, װי אַזױ ער זאָל עס אים אױסדריקן. אַ פֿרעג טאָן בײַ אים גלײַך: „טשי װי איז נאַשיך? צי זײַט איר אונדזערע“ ― װעט זײַן צו גראָבלעך. זאָגן אים אײדל: „פּאַזװאָלטי אוזנאָט װאַשו גאַציאָנאַלנאָסט позвольте узнать вашу национальность: לאָמיך דערװיסן אײַער נאַציאָנאַליטעט“ ― װעט זײַן צו אײדל פֿאַר אַ איזװאָשטשיק. האָט אים אָבער דער איזװאָשטשיק פֿאַרשפּאָרט אַן אַרבעט. ער האָט װידער אַמאָל אױסגעדרײט דאָס גאַנצע פּנים צו זײַנע פּאַסאַזשירן און האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײ שױן גלײַך אױף ייִדיש:

― איר פֿאָרט אין דער זובאָװראַטשעבנע? בײַ אונדז איז פֿאַראַן צװײ זובאָװראַטשעבנעס, דרײַ זובאָװראַטשעבנעס. איר רופֿט מיר אָן אַ נאָמען, אָדער אַ גאַס, איך זאָל װיסן, װוּהין צו פֿאַרקערעװען. פֿאַרשטײט איר מיך?

― געזונט זאָלט איר זײַן! ― רופֿט זיך אָן רב משה ראַבינאָװיטש צופֿרידן, װאָס דער איזװאָשטשיק איז אַ ייִד ― זענט איר, הײסט עס, אַ אונדזעריקער? װאָס־זשע האָט איר ביז אַהער געשװיגן? נאַט אײַך אָפּעט שלום־עליכם.

ער קװעטשט דעם ייִדישן איזװאָשטשיקס קאָרענע, פֿאַרשמאָלצעװעטע האַנט, װאָס שמעקט מיט פֿערד און מיט סמאָלע. אַבֿרהם־לײב פֿון זײַן זײַט טוט נאָך דעם פֿאָטער און ציט אים אױך אױס אַ האַנט:

― אָחינו אַתּה? שלום־עליכם.

― עליכם־ועל־בניכם! ― ענטפֿערט אים דער איזװאָשטשיק, װעלכער זיצט שױן מיט אַ האַלבן פּנים צו די פּאַרשױנען, דאָס שװאַרצע סיראַטענע לאָקשן־טעפּל פֿאַרקאַטשעט אַרױף און שװאַרצע געקרײַזלטע הערלעך זעען זיך אױפֿן פֿאַרשװיצטן געקנײַטשטן שטערן. און די פּאַרשױנען פֿרעגן אױס בײַם איזװאָשטשיק, װער ער איז און פֿון װאַנען ער איז און צי איז ער שױן לאַנג אין דעם ברױט? און דער איזװאָשטשיק בײַ זײ פֿרעגט אױך אױס, װער זײ זענען און פֿון װאַנען און װאָס טוען זײ דאָ?

װער זײ זענען און פֿון װאַנען ― דאָס האָבן זײ אים ניט געזשאַלעװעט. נאָר װאָס זײ טוען דאָ ― האָבן זײ ניט געפֿונען פֿאַר נײטיק אים מודיע צו זײַן, אָפּגעבן אַ ייִדן שלום־עליכם ― מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר אַרײַנלאָזן זיך מיט אַ בעל־עגלה אין טיפֿע דרכים ― דאָס אַזאַס!

― מסתּמא אַ געשעפֿטל? ― מאַכט צו זײ דער איזװאָשטשיק, נישט אױסצופֿרעגן זיך, נאָר גלאַט אַזױ זיך.

― מסתּמא אַ געשעפֿטל ― גיבן זײ אים נאָך.

― און אפֿשר צום דאָקטאָר? ― פּרוּװט זיך דער איזװאָשטשיק מיט אַ טאַפּ אין װאָגן נאָכאַמאָל.

― אפֿשר צום דאָקטאָר ― ענטפֿערן זײ אים בײדע, מײנענדיק, אַז זײ זענען שױן פֿאַרטיק מיט אים. לסוף װיל ער נאָך װיסן צו װעלכן דאָקטאָר און אױף װאָסער שלאַפֿקײט?

די פּאַרשױנען זעען, אַז ס'איז פֿון אים ניט אַזױ גיך פּטור צו װערן, בלײַבט בײַ זײ צו זאָגן אים בעסער דעם גאַנצן אמת, צו װאָס טױגן די חכמות? ער איז דאָך אַ ייִד, גלײַך װי זײ, װאָס האָבן זײ פֿאַר אים מורא צו האָבן? און אַגבֿ טאָמער װעלן זײ בײַ אים עפּעס אױסטאַפּן? זײ װײסן דאָך אַפֿילו ניט, אין װאָס פֿאַר אַ זובאָװראַטשעבנע זײער הערשל האָט זיך געלערנט און אױף װאָס פֿאַר אַ גאַס ער האָט געװױנט. און גײ ריכט זיך, אַז אָט דער איזװאָשטשיק (אַ ייִד איז ניט קײן גױ) ניט נאָר ער װײס די גאַנצע געשיכטע מיטן „פּעקל“, אַ סבֿרה, אַז ער קען זײער הערשלען װי ער קען זיך און זײַן בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע, װוּ ער האָט געװױנט, קען ער אױסגעבונדן, װאָרעם ער האָט ניט אַזױ פֿיל האָר אין באָרד, װיפֿל מאָל ער איז מיט זײ געפֿאָרן: אָט אַ שטײגער ערבֿ־פּסח אין פּאָדראַד אַרײַן צו די מצות, און צוריק פֿון פּאָדראַד מיט די מצות אַהײם ער האָט זי געבראַכט צופֿירן, אַז ניט ער מיט אָט דעם דאָזיקן פֿערדל?

― אַ בחור אַ פּאַניטש, אױף מיר אַזאַ יאָר! איז דאָס טאַקע אײַערער אַן אײגענער קרובֿ נעבעך? װיאָ!

― געזונט זאָלט איר זײַן! ― רופֿט זיך אָן צו אים דער עלטערער ― װיבאַלד אַזױ, צו װאָס זאָלן מיר זיך שלעפּן אומזיסט אין דער זובאָװראַטשעבנע זיך נאָכפֿרעגן? איר קאָנט דאָך אונדז פֿירן גלײַך אַהין, װוּ ער האָט געװױנט.

― אַװדאי קאָן איך אײַך פֿירן גלײַך אַהין, פֿאַר װאָס זאָל איך ניט קאָנען? װיאָ! װילט איר, הײסט עס, מיט אים זיך זען? איך האָב מורא, ס'איז אומזיסט איר טירחה. איך האָב געהערט זאָגן, אַז מע לאָזט ניט צו צו אים קײן בן־אָדם, מע האָט מורא, מע זאָל ניט אונטערקױפֿן די שומרים און אים אַרױסלאָזן פֿרײַ, װאָרעם ער איז זײער רײַך! בײדע פּאַרשױנען קוקן זיך איבער, און דער עלטערער רופֿט זיך אָן צום בעל־עגלה:

― געזונט זאָלט איר זײַן! װער, זאָגט איר, איז זײער רײַך?

― ער טאַקע, אָט דער דאָזיקער, װאָס זיצט אין טורמע, אײַערס אַ פֿרײַנדל איז ער, זאָגט איר? ער איז זײער רײַך, זאָגט מען ― װיאָ! דאָס הײסט, ניט ער איז רײַך, נאָר קרובֿים, זאָגט מען, האָט ער זײער רײַכע, מיליאָנערן ― װיאָ! מיר זענען שױן באַלד געקומען. זעט איר אָן דאָרט אַ הױכן מױער? איז דער צװײטער הױף אָדער דער דריטער, זיצט דאָרט יענער ייִד, שאַפּיראָ רופֿט מען אים, אַ גאַנץ װױלער ייִד, און ניט נאָך אַזױ ער, װי זײַן װײַב, אַ כּשר ייִדענע, און אַ טעכטערל בײַ זײ אַ צאַצקע, זיצט אױף אַ דאַטשע, די טאָכטער, הײסט עס ― װיאָ! נאָר מאַכט מיר קלאָר, איך בעט אײַך, איר װײסט בעסער, איך בין אַ ייִד אַ פּראָסטער, אַ בעל־עגלה, איז אױף מײַן בעל־עגלהשן מוח לײגט זיך עפּעס ניט די גאַנצע מעשׂה: אַ בחור אַ דאַנטיסט, אַ גאַנצער פּאַניטש, קאָן אַ װאָרט ייִדיש ניט רעדן...

בײדע פּאַסאַזשירן קוקן זיך איבער װידער אַמאָל און דער עלטערער טוט אַ פֿרעג:

― װער, זאָגט איר, קאָן אַ װאָרט ייִדיש ניט רעדן?

― אָט אָט דער קרובֿ אײַערער, װאָס געהער ער זיך אײַך אָן? אַ פּלימעניק, אַ שװעסטערקינד?. אַ שני־שבשלישי? טפּררררו ― מיר זענען שױן אָטאָ געקומען צופֿאָרן. זעט איר אָטאָ אַ גלעקל? טוט אַ צי, װעט מען אײַך עפֿענען. איר װײסט ניט װי אַזױ? לאָזט מיך... װיפֿל מיר קומט? מיר קומט פֿון װאָקזאַל אַהער אַזױ גרױס אַזױ קלײן ― מער קײן באַגאַזש האָט איר ניט? װען רעכנט איר אם־ירצה־שם פֿאָרן צוריק? איר װײסט נאָך אַלײן ניט? נו, פֿאַרשטײט זיך, פֿון װאַנען זאָלט איר װיסן? אַז איר װעט דאַרפֿן פֿאָרן, זאָלט איר זיך מטריח זײַן זאָגן איר, אָט דער מאַדאַם שאַפּיראָ, זי קען מיך, װיפֿל מאָל געפֿאָרן מיט מיר אין באָלניצע больница: שפּיטאָל צו דער טאָכטער, אָט דאָ טאַקע געפֿין איך מיך מײנסטנס, אױף דער ייִדישער גאַס. אַ ייִדישער איזװאָשטשיק באַדאַרף זײַן אױף דער ייִדישער גאַס, װי זאָגט איר, אָחינו־אַתּה, און אָנגעהױבן האָט איר צו מיר רעדן אױף „רישוס“, נאָר, װאָס האָט איר געמײנט, בין איך? אַ פֿאָניע? כאַ־כאַ! שולדיק איז די פֿאָרמע מישטײנס געזאָגט, און אַ ביסל דאַרף טאַקע נאַש בראַט פֿאַרשטעלן דעם ייִדן, מע זאָל אים חלילה ניט דערקענען ― װאָס זאָלן מיר טאָן? מיר זענען בײַ זײ, ניט זײ בײַ אונדז... װילט איר, הײסט עס, איך זאָל אײַך טאַקע געבן „זדאַטשע сдача: קלײנגעלט“ אױך, צי דאָס זאָל שױן זײַן אױף „נאַ װאָדקע на водка: צו טרינקגעלט?“ לאַנג לעבן זאָלט איר. לאָז אײַך גאָט העלפֿן, איר זאָלט מצליח זײַן בכל־אַשר־אפֿנה ― איר חידושט זיך, װאָס איך קען! איך בין דאָך, װי איר אַלײן זאָגט: „אָחינו אַתּה...“ אַ גוטן!

דאָס זיבן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

אורחים

טאָמער איז געװען קאַרג דאָס פּעקל צרות, װאָס די אָרעמע מוטער נעבעך, שׂרה שאַפּיראָ, האָט געטראָגן אױף אירע כרופּקע хрупкий: ברעכעװדיקע פּלײצעס, האָט איר גאָט צוגעשיקט אורחים ― דעם קװאַרטיראַנטס פֿאָטער מיטן ברודער, רב משה ראַבינאָװיטש מיט זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, אָדער װי זײַן װײַבל רופֿט אים אַבֿרהם־לײבוש (מיר טוען איר צוליב און רופֿן אים שױן פֿון איצט אָן אַבֿרהם־לײבוש).

דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, איז אַ הױכער ייִד און אַ דאַרער, מיט פֿאַרזאָרגטע אױגן, װאָס האָבן זיך באַזעצט טיף אין דעם װײַס געקנײַטשטן שטערן; זעט אױס אַ ייִד אַ חלש. יעדער זיפֿץ, װאָס ער טוט, רײַסט אױס אַ שטיק האַרץ; רעדט שטיל, בנעימותדיק: „געזונט זאָלט איר זײַן“. און דער זון, אַבֿרהם־לײבוש, אַ בעל־הביתל מיט סימנים פֿון אַ פֿײַן בערדל, דװקא אַ געזונטער יונג און אַ שײנער, נאָר אַ גרױסער בעל מרה־שחורה און ניט קײן קלײנער עזות־פּנים; זײַן טאַטע האָט פֿאַר אים מער מורא װי ער פֿאַרן טאַטן, אָדער בעסער געזאָגט זײ בײדע, דער טאַטע מיטן זון, האָבן אײנס פֿאַרן אַנדערן דרך־ארץ. די נאָז שנײַצט ער ניט אין אַ פֿאַטשײלע, װי די גאַנצע װעלט, נאָר מיט אײן פֿינגער אױף אַ זײַט, אַ סימן פֿון אַ זשװאַװער יונגנמאַנטשיק.

אָנגעקומען זענען די געסט צו די שאַפּיראָס אין שטוב אַרײַן פּונקט האַלבן טאָג, אין דער צײַט װען דוד שאַפּיראָ כאַפּט זיך אַראָפּ אַהײם איבערכאַפּן דעם אָנבײַסן, װי זײַן שטײגער איז, אױף אײן פֿוס און אַנטלױפֿן צוריק אין געשעפֿט אַרײַן, װאָרעם ער אין דאָך אַ „פֿאַרקױפֿטער מענטש“.

דוד שאַפּיראָ איז די לעצטע צײַט געװױנט געװאָרן, אַז פֿרעמדע מענטשן, קאָרעספּאָנדענטן פֿון צײַטונגען און גלאַט זײַטיקע פּאַרשױנען, זאָלן אים קומען דולן אַ ספּאָדיק װעגן זײַן קװאַרטיראַנט, דעם אומגליקלעכן דאַנטיסט נעבעך, װאָס האָט זיך אַזױ מיאוס אַרײַנגעכאַפּט. די ערשטע צײַט איז דוד געװען צופֿרידן, װאָס מענטשן אינטערעסירן זיך מיט זײַן קװאַרטיראַנט, װילן הערן פֿון אים, פֿון דוד שאַפּיראָן אַלײן זײַן מײנונג, װאָס זאָגט ער אױף דעם אומגליק. נאָר שפּעטער־שפּעטער האָט זיך עס אים צוגעגעסן און ער האָט כּמעט געטריבן מענטשן פֿון שטוב; װען שׂרה זאָל אים ניט אָפּהאַלטן, װאָלטן געװען סקאַנדאַלן.

אױך איצט, אַז די צװײ פֿרעמדע ייִדן זענען אַרײַנגעקומען, האָט זײ דוד נאָכן ערשטן שלוס־עליכם שיִער נישט געגעבן דעם װעג.

― עליכם שלום ― האָט זײ דוד קורץ געענטפֿערט ― װאָס װעט איר זאָגן גוטס?

― דאָ, בײַ אײַך, האָט געװױנט אױף קװאַרטיר ― האָבן די אַרײַנגעקומענע אָנגעהױבן, האָט זײ דער בעל־הבית אָפּגעהאַקט און אַלײן געענדיקט פֿאַר זײ:

― דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש? בײַ מיר, בײַ מיר, נאָר װאָס גײט אײַך אָן? אַקעגן װאָס דאַרפֿט איר עס װיסן? און װאָס װעט אײַך שױן זײַן אַזױ גוט אַז איר װעט װיסן? און װעמען קאָן דערפֿון אַרױס אַ טובֿה? ייִדן קריכן ― טאָמער װײסט איר װאָס?

נאָך אַזאַ שײנעם ברוך־הבא זענען בײדע אורחים, דער פֿאָטער מיטן זון, געבליבן שטײן אָן װערטער, נישט געװוּסט װאָס זײ זאָלן טאָן. דער זון האָט, װי עס װײַזט אױס, שטאַרק חשק געהאַט, דערלאַנגען דעם דאָזיקן ייִדן צוריק נאָך אַ שענערן ברוך־הבא, װי ער, אַבֿרהם־לײבוש, קען. האָט אים אָבער דער פֿאָטער מיט אַ צי פֿאַרן אַרבל אָפּגעהאַלטן, אַזױ אַז דער גײַציקער און זשװאַװער אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אױסגעדרײט אױף אַ זײַט און געגעבן אַ שטאַרקן שנײַץ אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער, װי זײַן שטײגער איז, און דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, האָט זיך אָנגערופֿן צום בעל־הבית בנעימותדיק מיט אַ ביטערן שמײכל:

― זאָלט איר געזונט זײַן! פֿאַר װאָס זאָלט איר אונדז בעסער נישט פֿרעגן מה שמכם און װיסן װער מיר זענען און װאָס מיר טוען דאָ, װאָלט איר פֿאַרשפּאָרן זיך אָפּעסן דאָס האַרץ אומזיסט־אומנישט.

― זײער גערעכט ― מישט זיך אַרײַן שׂרה, װאָס איז געשטאַנען די גאַנצע צײַט מיט אַ טעלער צעהאַקטן הערינג און אָנגעבראָקטע ציבעלקעס מיט עסיק און מיט געװירצן פֿאַרפּראַװעט. דער געשמאַקער ריח פֿונעם הערינג און דער שאַרפֿער אַראָמאַט פֿון די געװירצן האָט זיך מיט סכּנות־נפֿשות צעטראָגן איבער דער גאַנצער שטוב און פֿאַרגנבֿעט זיך אין נאָז אַרײַן צו די אורחים און אַזױ שטאַרק געקיצלט זײ דעם אַפּעטיט, אַז אַבֿרהם־לײבוש האָט אַזש אַ הױכן שלונג געגעבן ― דער ייִד איז דאָך כ'לעבן גערעכט, זײער, זײער גערעכט! װער געװױר פֿריִער װער, װאָס און װען, דערנאָך װעסטו אַרױסבאַװײַזן דעם כּהן...

אַן אַנדער צײַט װאָלט זיך שׂרה נישט געגאַרט פֿון איר מאַן, דעם אמתן שאַפּיראָ, פֿאַר אַרײַנמישן זיך אינעם מאַנס רײד. איצט אָבער האָט ער זיך געפֿילט באמת אַ ביסל שולדיק, װאָס ער האָט זיך געכאַפּט זידלען פֿרעמדע מענטשן נישט צו װיסן אַפֿילו זײער נאָמען, און ער האָט זיך אָנגערופֿן צו זײ מיט אַ טאָן נידעריקער.

― װער זענט איר דען, װאָס איר פֿרעגט זיך אַזױ נאָך אױפֿן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און פֿון װאַנען קומט איר?

דער אַלטער האָט אַ ביסל אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און אױך שטיל אַ זאָג געגעבן:

― דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש ― דאָס איז טאַקע מײנער אַ זון, איך בין זײַנער אַ טאַטע, און אָט דער דאָזיקער ― דאָס איז אױך מײַנער אַ זון ― אַן עלטערער, און געהער זיך אָן הײסט עס אײַער קװאַרטיראַנט אַ ברודער, אַן עלטערער ברודער הײסט עס.

איצט זענען שױן די שאַפּיראָס געבליבן אָן לשון, פֿון זינט דער קװאַרטיראַנט איז בײַ זײ געװען, האָבן זײ נאָך פֿון אים קײנמאָל נישט געהערט, ער זאָל דערמאַנען אַפֿילו, אַז ער האָט ערגעץ אַ פֿאָטער אָדער אַ ברודער. זײ װײסן נאָר פֿון אַ מומע אַ רײַכע, אַ מיליאָנערשע, אָן קינדער, און פֿון אַ שװעסטער, װאָס מע רופֿט זי „װיעראַ“, װײַטער װײסן זײ ניט פֿון קײן שום נאָענטע אָדער װײַטע קרובֿים ― און פּלוצעם גאָר װאַקסט אױס אַ פֿאָטער און אַ ברודער! פֿאַר גרױס אימפּעט האָט שׂרה גאָרניט געװוּסט, װאָס צו טאָן מיטן צעהאַקטן הערינג, צי זי זאָל אים אַװעקשטעלן אױפֿן טיש, צי זי זאָל אים אָפּטראָגן צוריק, פֿון װאַנען ער איז געקומען, און דוד האָט פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש און רופֿט זיך אָן צום פֿאָטער פֿונעם קװאַרטיראַנט און די אױגן בײַ אים פּינטלען:

― זײַט־זשע מוחל, װאָס־זשע האָב איך אײַך געװאָלט זאָגן? יאָ, איז אײַער זון זאָגט איר, אָט דער ראַבינאָװיטש הײסט עס, אײַערער אַ דאַנטיסט, מײן איך אַ זון אײַערער? און מיר האָבן גאָרניט געװוּסט, אַפֿילו ניט אָנגעהױבן צו װיסן, אַז אײַער זון, דער דאַנטיסט הײסט עס, האָט אַ טאַטן...

― זאָלט איר געזונט זײַן ― מאַכט צו אים דער אַלטער מיט זײַן ביטער שמײכל ― יעדער זון האָט אַ טאַטן...

― נו, יאָ, פֿאַרשטײט זיך ― דוד שאַפּיראָ פֿילט, אַז ער װערט רױט ― אַװדאי אַזױ, װי דען! ניט דאָס האָב איך געמײנט. איך האָב געמײנט, פֿאַרשטײט איר מיך...

― שאַט, װאָס טױגן לאַנגע שמועסן! ― מישט זיך אַרײַן װידער אַמאָל שׂרה, װאָס האָט זיך קױם געכאַפּט אַװעקשטעלן דעם הערינג אױף זײַן געהעריקן אָרט, אױפֿן טיש ― איר זאָגט בעסער, מײַן ליבער ייִד, װי אַזױ רופֿט מען אײַך בײַם נאָמען?

― מיך װי אַזױ מען רופֿט בײַם נאָמען? ― זאָגט דער אַלטער און קוקט אױפֿן זון ― מײַן נאָמען אין משה... משה ראַבינאָװיטש הײסט עס. ― רב משה ראַבינאָװיטש ― פֿאַרריכט אים דער זון און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

― נו, יאָ! ― רופֿט זיך אָן שׂרה צום מאַן ― איצט איז שױן רעכט: ער האָט דאָך טאַקע געהײסן גריגאָרי מאָיסײעװיטש...

דער אַלטער לאָזט װידער אַראָפּ די אױגן און רעדט שטיל: ― װי אַזױ זאָגט איר ― גריגאָרי מאָיסײעװיטש? אין דער הײם רופֿט מען אים הערשל, און דאָ הײסט ער שױן, דער ימח־שמוניק, גריגאָרי... איך הײס, אין דער הײם הײס איך, משה, אין פּאַס שטײ איך פֿאַרשריבן, מאָװשא“, און דאָ בין איך שױן אַ מאָיסײעװיטש... הײַנטיקע קינדער ימח־שמם...

שׂרהן איז איר קװאַרטיראַנטס פֿאָטער געפֿעלן געװאָרן. דער פֿאָטער מער פֿונעם זון. זי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן, צוגערוקט אים אַ שטול, און דעם זון שױן אױך אַ שטול, און געבעטן זיצן. אױף איר קוקנדיק האָט שױן דוד אױך אַ קער געגעבן זיך צו די אורחים, גלײַך װי ער האָט זײ שױן דרײַ מאָל געבעטן זיצן און זײ װילן ניט.

― זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? ―

און בײדע אורחים האָבן זיך אַװעקגעזעצט, גענומען אױספֿרעגן זיך קודם אױף זײער הערשלען, װי אַזױ איז דאָס געשעען, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַזאַ גאָטס שטראָף אױף זײ, אין אײן װעגס דערצײלט װאָס זײ זענען אױסגעשטאַנען, װי אַזױ זײ האָבן אַ צײַט קײן בריװ נישט געהאַט, געמײנט זײ װעלן משוגע װערן. און דערנאָך װי אַזױ מע האָט זײ גענומען, אײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, אױסגעפֿרעגט און אױסגעטרײסלט זײ, אָפּגעהאַלטן צװײ טאָג, און ערשט דערנאָך, אַז מע האָט זײ אַרױסגעלאָזט, זענען זײ פֿון די צײַטונגען געװױר געװאָרן פֿונעם אומגליק, אַז דער דאַנטיסט, װאָס מע האָט אים אײַנגעזעצט, דאָס איז טאַקע ניט קײן אַנדערער נאָר זײער הערשל! זענען זײ געקומען אָט דאָ אַהערצו צופֿאָרן ראַטעװען זײער הערשלען ― אַ גרױסע שטאָט, רײַכע ייִדן, מיליאָנערן, װי װעלן זײ דאָס שװײַגן, לאָזן אַ ייִדן זיצן אומזיסט־אומנישט איבער אַזאַ נאַרישקײט, אַ בילבול! היתּכן?

― היאַמן כּי יספּר? ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש אױף העברעיִש, הײַנטיקע צײַטן פֿון פּראָגרעס און ציװיליזאַציע זאָל זיך טרעפֿן אַזאַ רציחה!...

― און איך זאָג אײַך, הערט איר, ס'איז בלאָטע! ― אָט האָט מען מיר אַלײן, װי איר זעט מיך, אױך אײַנגעזעצט און אױך גענומען צום צימבל ― און בלאָטע, בלאָטע שבבלאָטע! נאָר אַ געלעכטער!... דוד שאַפּיראָ האָט דערװײַל אַ געלעגנהײט צו דערצײלן פֿון זיך, װי אַזױ ער האָט זיך געהאַלטן די גאַנצע צײַט פֿונעם אָנהײב, פֿונעם ערשטן אַרעסט אָן, ביז הײַנטיקן טאָג. ער האָט ניט פֿאַרגעסן איבערצוגעבן אַלע געשיכטען מיט די אָביסקן обыск: רעװיזיעס, מיט די אַרעסטן, און דערנאָך װיפֿל מאָל מע האָט אים, דודן, שױן געשלעפּט צום סלעדאָװאַטעל следователь: נאָכקוקער, און װאָס מע האָט אים געפֿרעגט, און װאָס ער האָט זײ דאָרט אַלעמען אַװעקגעגעבן ― װאָס האָט ער מורא? „אַז מע עסט ניט קײן קנאָבל, שמעקט ניט פֿון מױל“... און אױסגעלאָזט האָט ער װי אַלע מאָל, „אַז דער גאַנצער עסק איז ניט װערט, איר זאָלט זאָגן, אָט אָ דאָס אָ (אַ װײַז אױפֿן שפּיץ פֿינגער). מע װעט אים נאָר אָפּהאַלטן אַ ביסל און מע װעט אים אַרױסלאָזן בשם־אלהי־ישׂראל אױף אַלע פֿיר זײַטן“.

― אָמן הלװאַי! ― שטעלט אַרײַן שׂרה אױך אַ װאָרט ― פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן! ― דערװײַל נעבעך זיצט ער, אַן אײדל קינד, אױף זײַד געצױגן, מע לאָזט ניט צו צו אים קײן לעבעדיקן מענטשן... נישט קײן עסן צו טראָגן, נישט קײן בריװל שרײַבן, נישט קײן פּאַפּיראָס אױף רױכערן ― טאָמער װײסט איר פֿאַר װאָס? פֿאַר װען! באַשערט געװען נעבעך אַ מענטשן אָפּקומען דעם גיהנום אױף דער װעלט...

שׂרה װישט אױס אַ טרער, און דער פֿאָטער נעבעך װײנט אױף אײן זײַט און דער זון אױף דער אַנדערער זײַט. זײ װישן זיך די אױגן און פֿרעגן זיך אױס נאָכאַמאָל, װי אַזױ איז דאָס געשעען? פֿון װאַנען האָט זיך עס גענומען? בײדע שאַפּיראָס, אײנס איבער דאָס אַנדערע, גיבן איבער אױף דער גיך, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, די גאַנצע געשיכטע מיט זײער שכנס שטיפֿזונדל, װאָס איז אַ חבֿר געװען מיט זײער סיאָמקען להבֿדיל, אַ קינד אַ גאָלד, ער איז איצט אין גימנאַזיע, אָט באַלד דאַרף ער קומען עסן; און פֿון דעם װי אַזױ זײער ראַבינאָװיטש, װאָס האָט געלערנט מיט זײער סיאָמקען, האָט געלערנט אױך מיט זײער שכנס שטיפֿזונדל להבֿדיל, נישט צוליב געלט חלילה ― צו װאָס דאַרף ער געלט! ― נאָר צוליב זײער סיאָמקען און צוליב זײער בעטי ― דאָס איז זײער טאָכטער. בעטי רופֿט מען זי, װױנט איצטער אױף אַ דאַטשע ― אַן עבֿירה, װאָס זײ קאָנען זי נישט זען, ס'איז שױן אײן מאָל אַ בעטי!...

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― רײַסט איבער דער עלטערער אורח ― איר זאָגט, אַז מײַן זון דאַרף ניט קײן געלט און לערנט נאָר לשם־מיצװה, און װוּ זענען יענע צװײ רײַכע הײַזער, װאָס ער האָט דאָרטן געהאַט די בעסטע אוראָקן?

― װאָסערע הײַזער? ― װאָסערע אוראָקן? ― זאָגט דוד שאַפּיראָ און קערט זיך אום צוריק צו זײַנע מעשׂיות.

און די אורחים קוקן זיך איבער און שטױנען: „װאָס טוט זיך עס מיט זײ? פֿאָרנדיק אין װאַגאָן האָבן זײ געהערט װילדע רעד װעגן זײער הערשלען, אַז ער װײסט ניט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף... איצט אָט דאָ הערן זײ, אַז ער האָט דאָ נישט געהאַט קײן שום רײַכע אוראָקן אין דער דאָזיקער שטאָט ― טאַקע נאָר משוגע צו װערן!“... און דער בעל־הבית, שאַפּיראָ, װי באַלד ער איז אַרײַן אין זײַן ראָל און האַלט אין דערצײלן, איז אים שױן נישט אַזױ גרינג אָפּצורײַסן.

― טאָמער װאָלט געװען גענוג! ― רײַסט איבער דוד שאַפּיראָ זיך אַלײן ― איך דאַרף גײן אין געשעפֿט אַרײַן, איך בין, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, אַ סלוזשעשצע служешце: דינסטמױד ,― מאַכט ער צו די געסט, און צום װײַב טוט ער אַ זאָג: טאָמער װאָלסט, שׂרה, געבעטן די געסט צום טיש, די אורחים קערן אַװדאי זײַן הונגעריק, אַ טאַנץ, זאָגט מען, גײט נישט פֿאַרן עסן און די נשמה אױסשפּײַען קאָן מען אױך ניט, װאָס? ניט אַזױ?

― אַװדאי אַזױ, כּל־זמן אַ מענטש לעבט, נאָר װאָס דען? בײַ אײַך איז דאָך ניט קײן אַכסניא, זאָלט איר געזונט זײַן! ― זאָגט דער פֿאָטער און קוקט אױפֿן זון, צי זאָל ער אָננעמען די אײַנלאַדונג, אָדער נײן.

― מיר זענען דאָך געקומען אַהערצו עפּעס מכּוח אַן עסק. ― מאַכט דער זון נישט צו רירן פֿון אָרט, ― אַ סימן אַז ער איז מסכּים מע זאָל בלײַבן אױף װאַרעמעס.

― איר האָט ניט װאָס מורא צו האָבן ― טוט זיך שׂרה אַ דרײ־אױס און שטעלט נאָך טעלער ― איר װעט אונדז חלילה נישט קאַליע מאַכן גאָרנישט, אַ הערינג איז גרײט, װאַרעמעס קאָכט זיך, װוּ צװײ עסן, דאָרט קאַנען פֿיר: גײ, דוד, װאַש דיך און רוף די געסט אױך.

― זײַט־זשע מוחל ― מאַכט צו זײ דוד, באַװײַזט אױף דער קװאָרט און װאַשט זיך אױף צו פֿריִער, װי דער מינהג איז פֿון אַ בעל־הבית אַ מכניס־אורח ― זײַט־זשע מוחל, אָן אַ שום דאָס...

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― ברעקלט זיך נאָך דער פֿאָטער, שטײט אױף און קוקט נאָך אַלץ אױפֿן זון ― מיר קענען דאָך אַפֿילו נאָך גאָרנישט אײנס דאָס אַנדערע װי עס געהער צו זײַן. מיר װײסן דאָך אַפֿילו ניט, װער איר זענט און װי אַזױ מע רופֿט אײַך?

־ בלאָטע! ― זאָגט דער בעל־הבית און כאַפּט אָפּ דעם „שׂאו־ידיכם“ אױף דער גיך, װי זײַן שטײגער איז, װינקט צום װײַב זי זאָל זיך ניט באַנוצן מיט זײַן ניט קאַנען רעדן און חלילה ניט אױסכאַפּן בײַ אים פֿונעם מױל, װאָס ער װיל זאָגן, און מאַכט אַ המוציא אױף דער גיך און איז צופֿרידן, װאָס ער קאָן שױן רעדע ― בלאָטע! ― איצט קענען מיר אײַך שױן װער איר זענט זײער גוט, אײַער זון איז בײַ אונדז ניט נאָר אַ קװאַרטיראַנט געװען, ער איז אונדזערער אַ פֿרײַנד, נאָך נענטער פֿון אַ פֿרײַנד, מע קאָן זאָגן אַ ידיד־נאמן, װאָס איז אונדז אַלעמען אײַנגעבאַקן אין האַרצן, שײך צו זאָגן, אַהבֿת־נפֿש!... און װער מיר זענען ― װעט איר אױך באַלד װיסן. איך װעל אײַך נאָר זאָגן אײן װאָרט: „סלאַװיטע“. האָט איר געהערט אַמאָל סלאַװיטע? ― און דוד פֿאַרקוקט די אורחים אין די אױגן אַרײַן.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― זאָגט דער פֿאָטער אַ געװאַשענער, קײַענדיק די המוציא מיט זאַלץ ― װעלכער ייִד װײס דאָס נישט סלאַװיטע?... און דער זון, װאָס װישט נאָך די הענט און טאָר נאָך נישט רעדן, מאַכט נאָר מיטן װוּנק:

― פּס ― נו... המ... אָ... נו“... נדפּס בסלאַװיטאַ!

און אײדער אַבֿרהם לײבוש זעצט זיך אַװעק צום טיש, טוט ער נאָכאַמאָל אַ שנײַץ אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער, און דער בעל־הבית מיט די אורחים נעמען זיך גלײַך צום געהאַקטן הערינג, װאָס איז מיט ציבעלקעס פֿאַרבראָקט און מיט געװירצן פֿאַרפּראַװעט, און דער ריח צעגײט זיך איבערן גאַנצן שטוב ― מחיה־נפֿשות.

דאָס אַכט־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

װוּנדער איבער װוּנדער!

די אורחים האָבן ניט פֿאַרגעסן, אַז דער בעל־הבית האָט זײ אָנגעהױבן דערצײלן פֿון זײַן ייִחוס, װער ער איז און פֿון װאַנען ער שטאַמט. און כאָטש זײער האַרץ איז איצטער געװען נישט צו האָרכן פֿרעמדע מעשׂיות, זײער נשמה איז געװען גאָר װײס איך װוּ, ערגעץ בײַ זײער אומגליקלעכן הערשלען, דאָך איז נישט קײן דרך־ארץ, אַז מע זיצט בײַ אַ פֿרעמדן טיש און אַ בעל־הבית רעדט, באַדאַרף מען אים אױסהערן ביזן סוף.

― זענט איר אַלײן טאַקע אַ סלאַװיטער פֿון סלאַװיטע הײסט עס? ― אַזױ מאַכט צו אים רב משה ראַבינאָװיטש, און בײדע, דער פֿאָטער מיטן זון, קוקן אױף שאַפּיראָן, גלײַך װי דאָס האָט אַ װאַזשנע שײַכות מיט זײער עסק, װאָס זײ זענען צוליב אים אַהערגעקומען.

דוד שאַפּיראָ צעלאַכט זיך, װי אַ מענטש װאָס האַלט ערשט בײַם אױפֿדעקן װער ער איז און בײַ איבערראַשן דערמיט די װעלט, נאָר ער װײסט נישט, פֿון װאָסער זײַט ער זאָל אָנהײבן.

― האָט איר געהערט אַמאָל דעם נאָמען שאַפּיראָ? איך מײן, אַז איר האָט געהערט... און ער שלינגט אַראָפּ דעם ביסן װאָס גיכער, טרײסלט אָפּ די ברעקלעך פֿון באָרד און שיסט אױס בעסער מיט אַמאָל, װי אײנער רעדט: „צו װאָס מוטשען מענטשן!“

― בקיצור ― איך בין פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס. און דוד שאַפּיראָ שטעלט אַװעק די אױגן אױף די אורחים, װאָס פֿאַר אַ רושם האָט אױף זײ געמאַכט דער נאָמען שאַפּיראָ?

דער דאָזיקער נאָמען װאָלט געמעגט מאַכן אױף די אורחים אַ גרעסערן רושם װי עס האָט געמאַכט, און עס קאָן זײער מעגלעך זײַן, אַן עס װאָלט טאַקע געמאַכט דעם רושם, װאָס שאַפּיראָ האָט געװאָלט, װען עס זאָל זיך נישט געװען אַרײַנמישן אין מיטן שׂרה ― אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע! ― און אַרײַנפֿאָרן מיט איר װײַבערשער טשיקאַװעקײט. שׂרה, װאָס האָט דערװײַל אױפֿגעגעבן דאָס עסן צום טיש, האָט געװאָלט װיסן נאָר אײן זאַך: װאָס איז די מעשׂה, װאָס די גאַנצע צײַט, זינט עס האָט זיך געטראָפֿן דאָס אומגליק, הערט מען ניט פֿון דער מומע און מע זעט ניט פֿון איר, אַז ס'זאָל זי אָנהײבן אַרן, װאָס דער פּלימעניק זיצט און װעט נאָך חלילה זיצן און זיצן?...

― איך פֿאַרשטײ גאָרניט ― לאָזט זי אױס ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין מומע אױף דער װעלט! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך רעד אַזױ אָפֿן ― זי באַדאַרף זײַן ניט פֿון פֿלײש און בלוט, נאָר פֿון שטײן אָדער פֿון אײַזן...

אין דער גאַנצער צײַט, װאָס שׂרה רעדט, קוקט דער פֿאָטער אױפֿן זון און דער זון אױפֿן פֿאָטער. און אַז יענע האָט געענדיקט, מאַכט צו איר רב משה ראַבינאָװיטש און הערט־אױף קײַען:

― זאָלט איר געזונט זײַן! פֿון װעלכער מומע רעדט איר דאָס?

― װאָס הײסט פֿון װעלכער מומע? ― זאָגט שׂרה ― פֿון װעלכער מומע זאָל איך רעדן? פֿאַרשטײט זיך, פֿון דער רײַכער מומע. די מיליאָנערשע די אַלמנה...

― װעלכע רײַכע מומע? װאָס פֿאַר אַ מיליאָנערשע? װאָסער אַלמנה? ― זאָגט דער פֿאָטער און קוקט אױפֿן זון, און דער זון העלפֿט אים אונטער:

― װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? ― און ער בײגט זיך אָן און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

אָט דאָס האָט דװקא יאָ געמאַכט אַ רושם. אַזאַ רושם, אַז דוד שאַפּיראָ האָט אַזש פֿאַרגעסן אָן זײַן ייִחוס און אַ קוק געגעבן אױפֿן װײַב.

― װאָס הײסט? ― זאָגט שׂרה נאָכאַמאָל צו די געסט שױן מיט אַ טאָן העכער ― װאָס הײסט? אײַער ראַבינאָװיטש האָט ניט קײן מומע אַ מיליאָנערשע אָן קינדער, װאָס ער איז בײַ איר דער אײנציקער יורש איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר?

דער פֿאָטער מיטן זון האָבן אַזש אַװעקגעלײגט די גאָפּלען.

― עס הײבט זיך גאָרניט אָן! ― זאָגט דער פֿאָטער, און דער זון לײגט צו:

― לא היה ולא ניבֿרא, ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן!

― און גאָרניט געהאַט אױך? ― פֿרעגט שׂרה און שעמט זיך צו קוקן דעם מאָן אין די אױגן אַרײַן.

― זאָלט איר געזונט זײַן! װאָס הײסט ניט געהאַט? ער האָט הײַנט אױך אַ מומע, צװײ מומעס, דרײַ מומעס, אַ סך מומעס, נאָר אַלע קבצנטעס, אבֿיונטעס, און ניט אײנע אַ מיליאָנערשע.

― װער האָט דאָס אײַך אױסגעטראַכט אַזאַ פּיזמון, אַ נעכטיקן טאָג, אױפֿן הימל אַ יאַריד? ― לײגט צו דער זון.

― ער אַלײן, טאַקע אײַער ברודער ― מאַכט צו אים שׂרה, שטאַרק צעקאָכט פֿון דער מעשׂה.

― אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון „אַ מומע אַ מיליאָנערשע“ האָט ער אײַך געזאָגט? ― פֿרעגט איבער בײַ איר נאָכאַמאָל אַבֿרהם־לײבוש. דאָ װערט שױן שׂרה אױף אים רעכט בײז:

― װאָס פֿרעגט איר בײַ מיר איבער װי אַ סלעדאָװאַטעל, װי אַזױ מיט װאָסער אַ לשון ער האָט מיר געזאָגט? איר װײסט אַלײן גאַנץ גוט, אַז ניט מיט דעם לשון װי איר רעדט, װאָרעם אײַער ברודער רעדט דאָך ניט אונדזער לשון...

― אױף װאָס פֿאַר אַ דען לשון רעדט מײַן ברודער? ― מאַכט צו איר אַבֿרהם־לײבוש און קוקט אױפֿן פֿאָטער.

― װאָס באַדאַרף מען זיך דאָ שעמען! ― מישט זיך אַרײַן דער בעל־הבית ― ס'איז הײַנט דאָ ברוך־השם גענוג אַזעלכע יונגע לײַט בײַ אונדז. נישקשה, איר זון איז נישט דער אײנציקער, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש.

― מײַן הערשל, זאָגט איר, פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש? ― מאַכט דער פֿאָטער און לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם זון.

― װער האָט דאָס אײַך געזאָגט אַזאַ שאַרפֿן ליגן? ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש.

― אַזאַ שאַרפֿן ליגן? טאַקע ער אַלײן, אײַער ברודער האָט דאָס אונדז געזאָגט, הײַנט װײסט איר שױן! ― ענטפֿערט אָפּ שׂרה פֿאַר איר מאַן מיט כּעס און איז גרײט צערײַסן אָט דעם „יונגנמאַן פֿון דער ציג“, װעלכן זי האָט פֿײַנט געקריגן פֿון דער ערשטער מינוט אָן ― צי אפֿשר מײנט איר, אַן סע טראַכט אײַך אױס! זאָלט איר װיסן, אַז מיר זענען ניט קײן ליגנערס, מע קען אונדז!

דערױף האָט איר אַבֿרהם־לײבוש גאָרניט געענטפֿערט און נאָר אױסגעשנײַצט די נאָן מיט אײן פֿינגער. געענטפֿערט האָט איר דער אַלטער ראַבינאָװיטש.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― האָט ער איר געזאָגט און אַ נעם געגעבן זיך צו דער בוזעם־קעשענע און אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַ גראָבן טײַסטער ― אַ בחור, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, שרײַבט ניט אַזעלכע בריװלעך אױף מאַמע־לשון... אַן עבֿירה, װאָס איך קאָן אײַך ניט װײַזן װי ער שרײַבט לשון־קודש. ס'איז געװען בײַ אונדז אַ טרײסלעניש, אַן „אָביסקע обыск: זוכעניש“, האָט מען מיר אױסגעלײדיקט דעם דאָזיקן טײַסטער, צוגענומען בײַ מיר זײַנע בעסטע לשון־קודשדיקע כּתבֿים, אַלע מליצה־בריװ...

דוד און שׂרה האָבן געגאַפֿט, נישט געגלױבט זײערע אױערן: װאָס איז דאָס? אַ חלום? אַ כּישוף?... נאָר ס'איז ניט קײן דרך־ארץ: אורחים ― מע באַדאַרף זײ בעטן עסן.

― פֿאַרװאָס עסט איר ניט ― מאַכט צו זײ דער בעל־הבית מיט אַ זױערער מינע, און די בעל־הביתטע גיט צו:

― עסט, עסט, דאָס מיט דעם געהער זיך גאָרניט אָן.

― זאָלט איר מיר געזונט זײַן! ― מאַכט דער אַלטער ראַבינאָװיטש, װאָס איז אַרײַן אין אַמביציע, װאָס מע איז חושד זײַן הערשלען, אַז ער פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש. ― אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע! ער װאָלט אַ בעלן געװען, אַז שאַפּיראָ און שאַפּירעכע זאָלן זיך פֿאַרגינען האָרכן װי זײַן הערשל זאָגט קדיש נאָך דער מאַמע. אָדער װי זײַן הערשל קלינגט אָפּ אַ מפֿטיר, אַז ער קומט אַהײם אױף יום־טובֿ, אָדער װי זײַן הערשל זאָגט די הגדה פּסח בײַם סדר.

― די הגדה פּסח בײַם סדר? ― מאַכט דוד שאַפּיראָ און װערט שיִער ניט דערװאָרגן מיטן ביסן. ער קוקט מיט אײן אױג אַ לאַכנדיקס אױף שׂרהן און פֿילט, אַז דאָס עסן גײט אים נישט אײן.

שׂרה ― די האָט זיך אַפֿילו ניט צוגערירט צום װאַרעמעס. איר קריכט נישט אַרױס פֿון קאָפּ די מומע די מיליאָנערשע. קומט דאָך אױס, הײסט דאָס, אַז דער קװאַרטיראַנט, פֿון װעלכן זי האָט געהאַלטן אַן עולם־ומלואו, איז אַ פּראָסטער ליגנער?... רבונו־של־עולם! צו װאָס האָט ער איר באַדאַרפֿט אױסטראַכטן אַזאַ מאָדנעם ליגן! נאָר שאַ, אָט װעלן מיר באַלד װיסן אַקוראַט! ― מאַכט זי צו זיך אַלײן און װענדט זיך צום פֿאָטער (דעם זון האָט זי פֿײַנט, װיל מיט אים נישט רעדן):

― האָט איר נישט געהאַט אַ שװאָגער, װאָס האָט געהײסן אַבֿרהם און זײַן טאַטע אױך אַבֿרהם! אַבראַם אַבראַמאָװיטש?

־ זאָלט איר געזונט זײַן! ― ענטפֿערט איר דער אַלטער ― װי איז דאָס מעגלעך בײַ ייִדן, אַז דער זון מיטן טאַטן זאָלן הײסן אײן נאָמען?

― דאָס איז בײַ גױים ― גיט צו דער זון ― בײַ זײ איז מעגלעך, אַז דער טאַטע זאָל הײסן איװאַן און דער זון אױך איװאַן.

― דאָס װײס מען אָן אײַך אױך ― זאָגט שׂרה און װיל גאָר אױף אים קײן קוק נישט טאָן. זי רעדט בעסער צום פֿאָטער:

― זאָגט־זשע מיר, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן נאָך אַ זאַך: װיפֿל קינדער האָט איר!

― װאָס גײט עס דיך אָן? ־ פֿאַלט אָן אױף איר דוד אַ צעקאָכטער ― ביסט אַ סודיעבנע סלעדאָװאַטעל, צי װאָס?

― לאָז דיך ניט אַרן, מסתּמא װײס איך װאָס איך פֿרעג ― האַקט אים אָפּ שׂרה, װאָס האָט זיך אירס אין זינען און װענדט זיך װידער צום עלטערן אורח: ― איך האָב נאָר געװאָלט װיסן, אױב איר האָט אַ טאָכטער װיעראַ“?

― איך! אַ טאָכטער װיעראַ? המ... איך האָב צװײ טעכטער, זאָלן געזונט זײַן, הײסן זײ בײדע מיט ייִדישע, ניט גױיִשע נעמען... אײַנע הײסט שפֿרה, איז זי דאַנקען גאָט אַ גרױסע אבֿיונטע, און די אַנדערע שׂרה־לאה, איז זי אױך ניט קײן קלײנע קבצנטע און איז נאָך, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, ניט קײן געזונטע אױך, באַדאַרף אַ רעפּעראַציע, װי מע דאַרף לעבן...

שׂרה בלײַבט שױן גאָר אָפּהענטיק: „קומט דאָך אױס, הײסט עס, אַז ער איז ניט נאָר אַ ליגנער, נאָר טאַקע אַ שװינדלער אױך, װאָרעם װי באַלד אַז קײן שװעסטער „װיעראַ“ האָט ער ניט, בלײַבט דאָך װידער די קשיא: װער־זשע איז געװען די „װיעראַ פּ.“? אָדער אפֿשר האָט ער געהאַט אַמאָל אַ שװעסטער, נאָר זי אין געשטאָרבן?... עס טליִעט נאָך בײַ איר אַ פֿונק פֿון האָפֿענונג און זי װענדט זיך װידער אַמאָל צום אַלטן:

― אַ סבֿרה, אַז איר האָט גאָר קײנמאָל ניט געהאַט קײן טאָכטער, װאָס האָט געהײסן „װיעראַ“, אָדער דבֿורה, אָדער?...

― שׂרה! עס װעט אַמאָל האָבן אַן עק, צי װער־װאָס? ― איז אױף איר אָנגעפֿאַלן דוד מיט אַ געשרײ ― האָסטו געזען אַ ביסל אַ ייִדענע האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ! אַ גרױסע נפֿקא־מינה מיר, צי װיעראַ, צי דבֿורה, צי סאָסי, צי דװאָסי! גיב שױן בעסער אַהער מים־אַחרונים, װעלן מיר בענטשן מזומן, דו װײסט אַלײן, אַז איך בין אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, איך דאַרף גײן...

מיט אַ טיפֿן זיפֿץ שטײט אױף שׂרה פֿונעם טיש, דערלאַנגט אין אַ קעלישעקל אַ ביסל װאַסער אױף אַ טעלער און טראַכט זיך: „אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס בעטי איז דאָ נישטאָ...“ און דוד גיסט אָפּ די שפּיץ פֿינגער פֿונעם קעלישעקל און טוט אַ רוק־צו דעם טעלער צו די אורחים:

― רבותי, מיר װעלן בענטשן!

בײדע אורחים צעשאָקלען זיך און כאַפּן אונטער +

― יהי שם ה′ מבֿורך מעתּה ועד עולם.

― ברשות מרנן ורבנן ורבותי נבֿרך שאכלנו משלו.

― ברוך שאכלנו משלו ובֿטובֿו חײנו ― לאָזן אױס בײדע אורחים שױן מיט אַ ניגון, און מיט דעמזעלבן ניגון נעמען אַלע דרײַ בענטשן, שאָקלען זיך, און יעדער פֿון זײ בענטשט אױף אַן אַנדער אופֿן: דער בעל־הבית כאַפּט אַזױ גיך, אַז מיט דרײַ לאָקאָמאָטיװן אים ניט צו דעריאָגן. ראַבינאָװיטש דער פֿאָטער פֿאַרקערט זאָגט פּאַװאָליע איטלעכס װאָרט באַזונדער, װי מע צײלט אַרבעס אָדער װי מע ניזשעט ]nizać: סיליען] פּערל. און זײַן זון אַבֿרהם־לײבוש ― דער מורקעט עפּעס אונטער דער נאָז אױף אַ בײַ־קולכל, מע װײס ניט װאָס, צי ער בענטשט, צי ער זינגט זיך גלאַט אַ ניגונדל, נאָר אַלע דרײַ קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע, קאַלופּען זיך בעת־מעשׂה די צײן און יעדער האָט זיך אױף יעדן זײַנע מחשבֿות.

דאָס נײן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

שװה־כּסף

דער, װאָס װעט מײנען, אַז רב משה ראַבינאָװיטש איז געקומען צופֿאָרן אין דער גרױסער שטאָט ראַטעװען זײַן זון מיט לײדיקע הענט, דער װעט האָבן אַ גרױסן טעות. אמת, קײן גרױסע קאַפּיטאַלן האָט ער מיט זיך ניט מיטגעבראַכט. ער איז געװען גליקלעך, װאָס ער האָט כאָטש געקריגן אױף הוצאָות. אַ ביסל גוטע פֿרײַנד און אַ ביסל האָט ער זיך אַלײן אַן עצה געגעבן: פֿאַרזעצט זײַן אײגענעם זײגער און דעם זײגער פֿון זײַן עלטערן זון (אַ גאָלדענער זײגער, אַ „רעמאָנטירער remontoir“ מיט צװײ קאָפּערטעס 56 פּרוב проба: 14k). אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אַפֿילו זײער געהאַט געברעקלט, קײן באַזונדער חשק ניט געהאַט זיך צעשײַדן מיט דער מתּנה, װאָס ער האָט באַקומען פֿון זײַן כּלה חתן־װײַז, נאָר דערזען, װאָס פֿאַר אָן אָנטײל די גאַנצע שטאָט נעמט אין זײער אומגליק ― „פּדיון־שבוײם“, אַ קלײניקײט? ― האָט ער אַלײן אױסגעטאָן פֿון זיך דעם זײגער מיטן קײטל (ראָט קײטל שױן נישט פֿון רײן גאָלד, נאָר פֿון זילבער, שטאַרק פֿאַרגאָלדעט).

דערפֿאַר האָבן זײ אָבער מיטגעבראַכט מיט זיך שװה־כּסף, װאָס ניט יעדערער װאָלט עס געקאָנט אױספֿירן, סײַדן אַזאַ אָנגעזעענער בעל־הבית און אַזאַ חשובֿער ייִד װי רב משה ראַבינאָװיטש, װאָס איז נישטאָ אײנער אין שטאָט זאָל זאָגן אַ שלעכט װאָרט אױף אים. דאָס איז געװען זײער אַ װאַרעמער בריװ, װאָס דער רבֿ פֿון שטעטל האָט אָנגעשריבן צום רבֿ פֿון דער גרױסער שטאָט אין זײער אַ שײנער מליצה־שפּראַך, מיט אַ זעלטענער האַנטשריפֿט און דערצו אין אַ רײן לשון־קודש, װאָס איז גאָר שער צד גלױבן, אַז אַ רבֿ פֿון אַ קלײן שטעטל זאָל אַזױ קאָנען שרײַבן.

צום אַלעם ערשטן שיקט ער אים הונדערט ברכות מיט טױזנט װינטשעװאַניעס אױף זײַן קאָפּ און אױף די קעפּ פֿון כּל־ישׂראל, סײַ די, װאָס אין דער דאָזיקער שטאָט, סײַ די, װאָס אין אַלע שטעט אױף דער גאַנצער װעלט, װוּ נאָר די קינדער פֿון ישׂראל טוען רוען דאָרטן.

דערנאָך גיסט ער אױס אַ ביסל התנצלות, װאָס אַזאַ קלײן װערעמל װי ער האָט אַ העזה צוצוטרעטן צו אַזאַ װיזלטיר, צו אײנעם פֿון די הױכע בערג, פֿון די װאָלקען־זײַלן, װאָס דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל איז אָנגעשפּאַרט אױף זײ; נאָר װײַל דאָ איז אַ זאַך, װאָס איז נוגע דעם כּלל־ישׂראל, האָט דאָס אים געגעבן שטאַרקײט און דרײסטקײט און אַזױ װײַטער... און ערשט דעמאָלט גײט ער אַריבער צום גוף־הענין און מאָלט אים אַרום מיט אַלערלײ פֿאַרבן די צרות און רדיפֿות, װאָס ייִדן טראָגן איבער אױף זיך פֿון זינט זײ זענען געװאָרן אַ פֿאָלק, ביז צום הײַנטיקן טאָג, ― גײן, דאָס איז ניט געװען קײן בריװ, נאָר אַ ים מיט פֿײַעריקער מליצה, אַן אמתער שעדעװער אױף דרײַ בױגן פּאַפּיר, װאָס קאָן רירן אַ שטײן; און שענער פֿון אַלץ איז דער סוף, מיט װעלכן ער לאָזט אױס גאָר קונציק: „קלאַפּט אין די טירן פֿון אונדזערע גרױסע און מעכטיקע! װעקט רחמנות אין זײערע לײַבער! ישׂראל איז ניט קײן אַלמן אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער! באַפֿרײַט די געפֿאַנגענע, און צו די געבונדענע זאָגט: גײט אַרױס! און נעמט אַראָפּ די חרפּה פֿון אונדזער פֿאָלק און פֿאַרשטאָפּט לאָזן װערן די מײַלער פֿון אונדזערע שׂונאים און אָנרײצער ― אָמן“.

הכּלל ― דאָס איז שױן געװען אײן מאָל אַ בריװ, נאָר אײדער עפּעס װאָס, אײדער אונדזערע ראַבינאָװיטשעס האָבן זיך גענומען צו זײער אַרבעט, אײדער זײ האָבן זיך געזען מיט װעמען ס'ניט איז אין דער דאָזיקער טומלדיקער שטאָט, האָבן זײ אַ טראַכט געגעבן מכּוח אַ קװאַרטיר און טאַקע באַלד זיך אַװעקגעלאָזט אינאײנעם מיט דוד שאַפּיראָן זוכן אַ סטאַנציע ― דאָס איז דאָס ערשטע. ס'איז זײ אָבער נישט אַזױ גרינג אָנגעקומען, װי זײ האָבן געמײנט. אין די אַלע סטאַנציעס, װאָס דוד שאַפּיראָ האָט זײ אָנגעװיזן, האָט מען בײַ זײ געפֿאָדערט דאָקומענטן נאָך אײדער זײ האָבן אַריבערגעטראָטן די שװעל. און זײ האָבן, װי אױף צו להכעיס, ניט געהאַט קײן שום דאָקומענטן. נישט נאָר דאָס, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן פֿון ייִדנס װעגן און װערט אָנגערופֿן מיטן נאָמען, פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“, נאָר אַפֿילו אַ געװײנטלעכן פּאַס,„ שװאַרץ אױף װײַס“, דאָס, װאָס יעדער לעבעדיקער מענטש באַדאַרף האָבן מיט זיך, אַז ער פּאָרט אַרױס פֿון דער הײם, האָבן זײ אױך פֿאַר גרױס אימפּעט גאָר פֿאַרגעסן מיטנעמען. שלעכט, װאָס טוט מען! עס איז זײ אױסגעקומען אָדער נעכטיקן אין דרױסן אונטער גאָטס הימל, אָדער פֿאַרקערעװען די האָלאָבליעס און אַװעקפֿאָרן מיטן בײַטשל צוריק אַהײם!

צװישן ייִדן אָבער װערט מען ניט פֿאַרפֿאַלן. עס האָט זיך געפֿונען אַ גוטער מענטש, און דװקא אַ ייִד אַן אָרעמאַן (אָרעמע לײַט האָבן אין זיך אומעטום מער יושר), װאָס האָט זײ פֿאָרגעלײגט זײַן שטוב מיט זײַן בעט מיט זײַן טיש מיט זײַן אַלצדינג און דװקא אומזיסט, איר זאָלט זאָגן אַ גראָשן געלט.― ס'איז בײַ אים ניט קײן אַכסניה, האָט ער געזאָגט, ער לעבט נישט חלילה פֿון דעם, זײַן געשעפֿט איז, זאָגט ער, גאָר אַן אַנדער געשעפֿט, רב דוד שאַפּיראָ קען אים, ער דרײט זיך אַרום דער בערזע, דרײט ער זיך, אַמאָל איז אַזױ, און אַמאָל איז אַזױ, מע קומט דורך...

דאָס איז געװען אונדזער אַלטער באַקאַנטער, מיר האָבן זיך באַגעגנט מיט אים אױף דער בערזע אין קאַפֿע; זײַן נאָמען איז קאַץ און רופֿן רופֿט מען אים „קעצעלע“, װײַל ער איז אַ קלײניטשקער, מיט קורצינקע פֿיסעלעך.

געפּאַקט האָט קעצעלע די אורחים, בעת זײ זענען געשטאַנען מיט שאַפּיראָן אין גאַס און געטענהט. דוד שאַפּיראָ, װאָס האָט זיך אַלײן מטריח געװען און איז געגאַנגען מיט זײ זוכן אַ סטאַנציע, כאָטש ער איז אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, האָט ניט געזשאַלעװעט נאָך עטלעכע מינוט צײַט און איז געשטאַנען מיט די אורחים אין מיטן גאַס און האָט ניט אױפֿגעהערט צו זאָגן מוסר, אַז ער פֿאַרשטײט ניט, אַז ער הײבט עס ניט אָן צו פֿאַרשטײן, כאָטש נעמט אים אַראָפּ דעם קאָפּ, װי אַזױ זעצן זיך דאָס אױף מענטשן באַיאָרטע, ייִדן מיט בערד, און פֿאָרן אַרױס אָן אַ שטיקל פּאַפּיר, אָן אַן אײַנגעטונקטער פּען, און נאָך װוּהין? אין אַזאַ שטאָט אַרײַן, װוּ אַ ייִד איז סכּנות נפֿשות!...

בײדע ראַבינאָװיטשעס האָבן אַפֿילו אַלײן אױך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון זײער זײַט איז דאָס אפֿשר אַ נאַרישקײט, װאָס זײ האָבן זיך אַװעקגעלאָזט אין װעג אָן אַן אײַנגעטונקטער פּען; נאָר זײ האָבן געפּרוּװט פֿאַרענטפֿערן זיך דערמיט, װאָס דער קאָפּ איז זײ געװען לא־עליכם אַזױ װײַט אין דער ערד, אַז ניט נאָר אַ פּאַס, ס'איז אַ מערכה, װאָס זײ האָבן זיך אַלײן ניט פֿאַרגעסן אין דער הײם. „אַ װערטעלע, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן בײַ זײער אַװעקפֿאָרן? די גאַנצע שטאָט איז דאָך געװען אױף! עס איז געװען הימל עפֿן זיך!“

זײער שײן. דוד שאַפּיראָ האָט אָבער ניט געװאָלט הערן פֿון קײן תּירוצים.

― זיבעצן מאָל דער קאָפּ אין דער ערד און אַכצן מיתה־משונהס אַפֿילו, באַדאַרף אַ ייִד געדענקען, אַז ס'איז דאָ אַ זאַקאָן, און ס'איז דאָ „פּראַװעס“...

פּונקט אין דער מינוט װאַקסט אױס װי פֿון אונטער דער ערך קעצעלע.

― װאָס איז? אין װאָס גײט דאָ בײַ אײַך? אין װעלכן קאָן מען זיך ניט אױסגלײַכן? און װער זענען דאָס די ייִדן? נישט קײן היגע? פֿון װאַנען? שלום עליכם אײַך.

אַן אַנדערש מאָל װאָלט זיך קעצעלע נישט גענאַרט פֿון דוד שאַפּיראָ: אַ ייִד גײט פֿאַרבײַ, זאָל ער זיך גײן געזונטערהײט און ניט האָבן קײן טבֿע אַרײַנשטעקן אַ נאָז װוּ מע דאַרף ניט. נאָר איצטיקס מאָל, אָנגעשטױסן אױף די אורחים נאָך פֿון פֿריִער, איז ער דװקא געװען צופֿרידן, װאָס עס האָט זיך אַרײַנגעמישט אַ דריטער, לאָז נאָך אַ ייִד װיסן, װאָס פֿאַר אַ װילדע מענטשן ס'איז נאָך דאָ אױף דער װעלט, װאָס װײסן ניט פֿון קײן זאַקאָן און פֿון קײן „פּראַװעס“ און פֿון קײן זאַך און מײנען, אַז די גאַנצע װעלט ― דאָס זענען זײ, און אַז מע האָט אָנגעגרײט פֿון זײערט װעגן מסתּמא אַלצדינג, סטאַנציעס, מיט פּראַװאָזשיטעלסטװעס, מיט... מיט... מיט...

דוד שאַפּיראָ האָט אַזױ שטאַרק געמאַכט מיט די הענט, אַז ער האָט אַזש געטראָפֿן קעצעלען גלײַך אין נאָז אַרײַן, אומגערן, פֿאַרשטײט זיך, װאָרעם װער איז אים שולדיק, אַז ער האָט אַזעלכע קורצינקע פֿיסעלעך, אַז זײַן נאָז קומט אָט אַקוראַט יענעם צו דער האַנט? האָט. זיך קעצעלע אָפּגערוקט אַ ביסל אױף אַ זײַט און אָנגערופֿן זיך צו שאַפּיראָן:

― שױן? ― האָט איר שױן געענדיקט, צי נאָך ניט? און אױב יאָ, קאָן איך אױך רעדן אַ װאָרט, צי װער װאָס?

― װער זאָגט דען, אַז נײן? אַפֿילו אַכצן טױזנט װערטער. נאָר דער עיקר נישט מאַריך זײַן קײן סך, װאָרעם איך האָב קײן צײַט ניט, איך בין אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש.

דוד שאַפּיראָ האָט זיך גאָר אַלײן ניט געריכט, אַז ער װעט פּטור װערן פֿון די אומאַנגענעמע אורחים אױף אַזאַ גרינגן דרך. גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז קעצעלע, אַ ייִד אַן עני־ואבֿיון, װאָס לױפֿט אַרום זוכן אַ דרײַערל, װעט װערן גאָר אַ מכניס־אורח פּלוצעם.

― מהיכא־תּיתי ― רופֿט זיך אָן שאַפּיראָ ― זײער שײן, װאָס הערט זיך אָבער מיט יענער מעשׂה, װאָס בײַסט זיך?...

― מיט װאָסער מעשׂה? ― פֿרעגט קעצעלע בתּמימות ― מיט די װאָנצן, מײנט איר?

― װאָסערע װאָנצן? ― מאַכט דוד מיט בײדע הענט ― נאַט אײַך גאָר װאָנצן! װער האָט זײ אין זינען? איך רעד פֿון פּאָליציע רעד איך. טאָמער חלילה אַן אָבלאַװע? די ייִדן האָבן דאָך נישט, איר זאָלט זאָגן, אַן אײַנגעטונקטע פּען...

קעצעלע האָט זיך צעלאַכט: כע־כע־כע! פֿון װאָס אַ ייִד רעדט? נאַט אײַך גאָר פּאָליציע! אָבלאַװעס! פּסיע! ער זיצט שױן אַכט יאָר מיט אַ װײַב מיט קינדער, קײן עין־הרע, מיט אַ שװיגער אױף סאַמע נסים, אָן אַ פּיצל פּראַװאָזשיטעלסטװע ― און גאָרנישט! מע זאָל װעלן כּסדר מורא האָבן פֿאַר אַזעלכע זאַכן, װאָס־זשע װאָלט עס געװען, איך בעט אײַך, פֿאַר אַ לעבן אױף דער װעלט! װײס איך װאָס, נאַט אײַך גאָר אָבלאַװעס, פּאָליציע, לאָקש, בױדעם, ציבעלעס ― קומט!

― טאַ! ― מאַכט שאַפּיראָ צו קעצעלען ― אױך די אײגענע מעשׂה, אַז אײַך איז ליב, איז מיר ניחא... און צו די אורחים זאָגט ער:

― פֿאַרגעסט־זשע נאָר נישט דעם זײַ־געזונט און לאָזט זיך גאָר זען. מיר האָבן נאָך, װי זאָגט איר, צו רעדן און צו רעדן! ס'איז בײַ אײַך, האָט, קײן פֿאַראיבל ניט, עפּעס ניט אינגאַנצן גלאַטיק, עפּעס צו־שטאַרק פֿאַרדרײט בײַ אײַך, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, און פֿאַרפּלאָנטערט...

שאַפּיראָ באַװײַזט מיט די הענט, װי אַזױ ס'איז בײַ זײ פֿאַרדרײט און פֿאַרפּלאָנטערט.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― ענטפֿערט אים רב משה ראַבינאָװיטש גאַנץ בנעימות און פּשוט ― בײַ אונדז איז עס, דאַכט זיך, גלאַט, װאָס גלאַטער קאָן שױן גאָרניט זײַן, און ער באַװײַזט מיט די הענט, װי גלאַט ס'איז בײַ זײ.

― אפֿשר איז בײַ אײַך פֿאַרדרײט און פֿאַרפּלאָנטערט, דאָס יאָ, ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש, װי אָן עזות־פּנים און קערעװעט זיך אָפּ און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

― אַן עזות־מחוצף־פּנים! ― טראַכט זיך אַ װײַלע שפּעטער שאַפּיראָ, בעת די אורחים זענען מיט קעצעלען שױן װײַט ― גאָרנישט פּאָכאָזשע אױפֿן ברודער... און דער פֿאָטער? אין לעבנסטאָג װאָלט איך נישט געזאָגט, אַז דאָס זאָל זײַן אונדזער קװאַרטיראַנטס אַ פֿאָטער! און פֿון װאַנען האָט זיך צו אים גאָר אינגאַנצן גענומען אַ פֿאָטער? צי שטעקט דאָ נישט קײן שװינדל אַ שטײגער?...

איר מײנט, ס'איז אים נאָר־װאָס געקומען אױף דער מחשבֿה? ער האָט דאָס נאָך אין דער הײם געטראַכט, נאָר דאָס װײַב האָט אים דעם קאָפּ פֿאַרשלאָגן. אַ ייִדענע, אַז זי מישט זיך אַרײַן!... און ער װיל זיך אומקערן צוריק, אָניאָגן קעצעלען מיט די אורחים און אַ רעד געבן מיט זײ רײנע דיבורים: „זאָגט נאָר, יהודים, צי קערט איר מיר ניט אָן קײן גנבֿים, װאָס פּאָרן אַרום איבער דער װעלט, װי יענע נשׂרפֿים כּלומרשט, אױסנאַרן געלט אױף פּדיון־שבֿויים“? מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן!...“ ער באַטראַכט זיך אָבער באַלד: „לאָמיר שמועסן דאָס אײגענע טאַקע נאָכאַמאָל װידער צוריק, װאָס האָט ער קײן צײַט ניט? דער טײַך ברענט? ער װעט זיך נאָך אָנרעדן. זײ װעלן דאָך ניט אַנטלױפֿן ביז מאָרגן“...

און דוד שאַפּיראָ לאָזט זיך גײן זײַן װעג מיט גיכע טריט, מאַכנדיק שטאַרק מיט די פּלײצעס און מיט די הענט און דרײענדיק מיטן שטעקן אין דער לופֿטן װי אַ מילכל.

דאָס נײַנציקסטע קאַפּיטל

קעצעלע ― אַ מכניס־אורח

עס מאַכט ניט אױס טאָמער האָט קעצעלע פֿאַר זײַנע אורחים אַ ביסל מגזם געװען, זײ דערצײלט גליקן װאָס פֿאַר אַ רחבֿות אַ קװאַרטיר ער האָט, װאָס פֿאַר אַ פֿײַן פֿירעכץ בײַ אים איז. „דאָס הײסט אײגנטלעך למאַי זאָל ער זיך באַרימען? ער פֿאַרלאַנגט דען חלילה בײַ זײ געלט צי װאָס? ער זעט ייִדן נעבעך דרײען זיך אַרום, האָבן נישט װוּ אַ נאַכט איבערצונעכטיקן, פֿאַרװאָס זאָל ער זײ ניט אױפֿנעמען? צי ער איז קײן ייִד ניט! ובפֿרט אַז זײ האָט געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, װאָס אַז מע װיל איז דאָס ניט נאָר זײער אומגליק, ס'איז אונדזער אַלעמענס אומגליק...“

אַזױ שמועסט זיך אױס קעצעלע און פֿירט צו זיך אַהײם די אורחים, װאָס גאָט האָט אים צוגעשיקט.

„אמת, ער איז ניט קײן גבֿיר, אַפֿילו ניט קײן נגיד ― למאַי זאָל ער זאָגן אַ ליגן? ― בײַ די גבֿירים פֿירט מען זיך אַװדאי אַ סך שענער װי בײַ אים און אַ סך ברײטער, װאָס זאָלט איר דאָ קלערן? קײן קוראָפּאַטװעט בײַ אים עסט מען ניט און קײן שאַמפּאַניער־װײן, כי־כי, װערט בײַ זײַן טיש ניט געטרונקען, נאָר דאָס שטיקל ברױט ― ניט צו פֿאַרזינדיקן, און אַ שטיקל פֿלײש אַז ס'איז דאָ איז דאָך אַװדאי גוט, װאָס נאָך דאַרף מען?...“

קעצעלע שטעלט זיך אָפּ, כאַפּט דעם אָטעם און גײט װײַטער און די אורחים נאָך אים.

„דער עיקר ― זאָגט װײַטער קעצעלע ― דער עיקר, װאָס אַ שטוב איז בײַ אים דאַנק גאָט אַ רויִקע, קינדער בכּבֿודע. און אַ װײַב האָט ער אױך דאַנק גאָט ניט קײן נאַרישע ייִדענע, מע קען זאָגן אַ ייִדענע אַ בר־דעת, ס'איז דאָ מיט װעמען אַ װאָרט אױסצורעדן, געראָטן אין דער מאַמע, זי זיצט טאַקע בײַ אים, די שװיגער הײסט עס, אַ דימענט פֿון אַ ייִדענע, געװען אַמאָל אַ פּאַרשױן, און רײַך אױך געװען, גאַנץ רײַך געװען, מע קאָן זאָגן אַ גבֿירטע, אַ שטוב געהאַט אַן אײגענע, מיט זילבער, מיט אַלדאָס גוטס, פֿון צירונג שמועסט מען ניט, פּערל ― אָט אַזאַ האַלדז, און פֿערד אײגענע, דרײַ מיט אַמאָל, מיט אַ קאַרעטע, אַ קוטשער פֿון פֿאָרנט, אַ קוטשער פֿון הינטן, גרױס־האַר־טיק!

אַזױ קלאַפּט אָפּ אין אײן אָטעם קעצעלע און דערפֿילט אָבער אַלײן, אַז ער האָט שױן אַ ביסל אַריבערגעכאַפּט די מאָס, צו װאָס האָט ער עס באַדאַרפֿט ― דאָס װײס נאָר אײן גאָט. מיר קאָנען אָבער פֿאַרזיכערן, אַז ער האָט נישט געהאַט דערבײַ קײן שום זײַטיקע מחשבֿה, אױסער װאָס באַרימען זיך פֿאַר אַ פֿרעמדן האָט יעדער מענטש נישט פֿײַנט. און אפֿשר אין דאָ די פּראָפֿעסיע זײַנע אַ ביסל שולדיק; אַ מענטש, װאָס רײַבט זיך בײַ דער בערזע, אַ ייִד אַ מעקלער... אָדער אפֿשר האָט ער דאָ געהאַט אַ שטיקל מײן אױך, ― װער קאָן עס װיסן? ― ער האָט זיך גערעכנט: ייִדן זענען געקומען װעגן אַזאַ מין עסק, װאָס קלינגט מיט אים די װעלט, און כאָטש זײ אַלײן װײַזן עפּעס נישט אױס פֿון אַזעלכע רײַכע לײַט, װײסט ער אָבער, אַז זײער דאַנטיסט, װאָס זיצט, האָט עפּעס אַ רײַכע מומע, אַ מיליאָנערשע זאָגט מען, מסתּמא דאַרף זי דאָך אױך די טעג קומען צופֿאָרן. טאָמער, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, פּיקט זיך אױס דורכדעם אַ געשעפֿטל. װי אַזױ? ― דאָס זאָלט איר ניט פֿרעגן. מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן: אַ ייִד קומט צופֿאָרן פֿון אַלדע גוטע יאָר האַנדלען רױכװאַרג, גײט אַרױס אױף דער בערזע, צערעדט זיך מיט דעם, מיט יענעם, לאָקש, בױדעם, ציבעלע, קומט אַרױף אױף הײַזער און װערט אַ קונה אױף אַ שטוב ― און מעקלערס פֿאַרדינען דערױף געלט... ס'איז נאָר אַ שאָד, װאָס ער האָט אַ ביסל צו־פֿיל מגזם געװען זײַן שטוב מיט זײַן פֿירעכץ. זײ װעלן דאָך אָט באַלד דערזען. צו װאָס האָט אים געטױגט נאָך אױסטראַכטן זאַכן, װאָס ניט געשטױגן נישט געפֿלױגן? אַ צונג איז אָט װי אַ פֿערדל ― לאָזט עס נאָר אָפּ פֿרײַ, װעט דאָס אײַך פֿאַרטראָגן צו אַלדע שװאַרצע יאָר!...

קעצעלע װישט זיך מיט דער קאַפּאָטע דעם פֿאַרשװיצטן שטערן און פֿאַרקוקט צו די אורחים אין די אױגן אַרײַן, נאָר אין זײערע אױגן זעט מען ניט, אַז זײ זאָלן עפּעס חלילה איבערקלערן אױף אים. אַדרבה, מע זעט, אַז אַלצדינג, װאָס ער זאָגט זײ, איז בײַ זײ תּורה, „קלײנשטעטלדיקע ייִדן ― טראַכט ער זיך ― װי קומט צו זײ למשל אַזאַ פֿײַפֿער, װי אָט דער דאַנטיסט?... אַ פּנים, ער איז ניט בײַ זײ געװאַקסן, נאָר בײַ זײַן מומע די מיליאָנשיצע!“ מע באַדאַרף זיך בײַ זײ צעפֿרעגן...“

קעצעלע איז אױסער זיך פֿון זײַן המצאה, װאָס ער האָט געטראָפֿן, װאָרעם זײ אַלײן זאָגן, אַז זײער הערשל איז אױסגעװאַקסן אין דער פֿרעמד, ניט בײַ זײ. קעצעלע איז שױן װידער צופֿרידן מיט זיך און פֿון צופֿרידנהײט װערט ער נאָך מער באַרעדעװדיק, טוט אױף אַ מינוט אַ טאַפּ אין װאָגן, װאָס הערט זיך מכּוחן שידוך? לאָזט זיך אױס, אַז די ייִדן װײסן גאָר ניט פֿון װאָס צו זאָגן. ― װאָסער שידוך? ― פֿרעגן בײדע מיט אַמאָל, דער פֿאָטער מיטן זון.

פֿאַרשטײט דערפֿון קעצעלע, אַז די שאַפּיראָס האָבן פֿאַרלײקנט פֿאַר זײ, אַז זײ געהערן זיך אָן מחותּנים... װי באַלד אַזױ, איז דאָך עס אַן עװלה! סטײַטש, פֿריִער האָבן זיך די שאַפּיראָס פֿאַר אַלעמען באַרימט, אַז זײער טאָכטער מיט דעם דאַנטיסט זענען חתן־כּלה; איצט אַז מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, מאַכן זײ שױן אַ שװײַג. פֿע, ניט שײן, כ'לעבן, זײער ניט שײן! טאַקע אַ גרױסע עװלה אױב איר װילט װיסן! װי באַלד אַזױ איז דאָך אַ מיצװה מזיקן אַ ייִדן. לאָז אַ ייִד ניט זײַן קײן צװײ־פּנימיקער!

און קעצעלע גיט איבער זײַנע אורחים אַ גאַנצע געשיכטע, װי אַזױ אָט די שאַפּיראָס (זײ זענען טאַקע זײער פֿײַנע מענטשן, ער רעדט חלילה אױף זײ קײן שלעכטס ― װאָס האָט ער צו זײ? נאָר אַז ס'איז געקומען צו רעד רעדט זיך...) ― הכּלל, ער דערצײלט זײ אַ געשיכטע װי אַזױ די ייִדן, די שאַפּיראָס הײסט עס, האָבן זיך נאָכגעיאָגט די גאַנצע צײַט נאָך זײער קװאַרטיראַנט, װי מע יאָגט זיך נאָך אַ שטײגער נאָך אַ גוטן העכט, געװאָלט פֿאַרשלײערן פֿאַר דער טאָכטער.. „אַפֿילו מען קאָן ניט זאָגן, זײער אַ פֿײַן מײדל, און אַ געבילדעטע, שױן אַ ביסל צו אַ געבילדעטע ― און װאָס צו איז איבעריק... ―“

קעצעלע װאַרפֿט אַ קוק אױף די צװײ ייִדן און האַקט װײַטער:

„אַ סבֿרה גאָר, אַז אױף דער קװאַרטיר צו זײ האָבן אױך זײ אַלײן, די פֿאָטער און מוטער הײסט דאָס, מיט דער טאָכטער טאַקע אינאײנעם אים אַרײַנגענאַרט מיט כּל־הכיטראָסטן: נאָר אַ פּנים ס'איז ניט אָפּגעראָטן דער עסק. דער בחור האָט זיך אַ פּנים באַצײַטנס אַרומגעקוקט ― װײַזט אױס גאָר קײן נאַר ניט ― אַז אַ שײן מײדל איז זי טאַקע, כי־כי, נאָר אַ שײן פּנים אַלײן איז נאָך ניט אינגאַנצן... און לאָמיר זיך נאָר ניט נאַרן. װאָס האָט ער קײן צײַט ניט? אַזעלכער װי ער װעט ניט אָנװערן שפּעטער אױך די מציאה, אַי טאָמער האָט ער געמאַכט אַ מוציא אומגעװאַשן, כי־כי, איך מײן חלילה קײן זאַך, איך מײן טאָמער אַפֿילו אַ קוש אין דער פֿינצטער, פֿאָרט אַ שײן מײדל, כי־כי... פּאַװאָלינקע נאָר װי איר גײט אָט דאָ ― מאַכט צו זײ קעצעלע, אַראָפּלאָזנדיק זיך מיט זײַנע אורחים גאַנץ טיף אין אַ קעלער אַרײַן אױף מסוכּענע הילצערנע טרעפּלעך ― ס'איז דאָ שטאָק פֿינצטער און נאָך גליטשיק אױך צו אַלדע רוחות! קײנמאָל װעלן זײ אײַך, הערט איר, ניט אָנצינדן קײן לעמפּל! זײ האָבן מורא כּלומרשט פֿאַר אַ שׂריפֿה, נאָר שפּײַט זײ אָן אין פּנים ― זײ זשאַלעװען פּשוט קעראָסין פֿאַר דרײַ גראָשן, דרײַ חלירעס אױף זײ! אַז מע זיצט עטלעכע שכנים אין אײן לאָך, קאָן עפּעס זײַן גוט? מע פֿאַרלאָזט זיך דער אױף דעם און יענער אױף יענעם און מען װערט אױסגעריסן ― שאַ! שאַ! שאַ! װאָס פֿאַר אַ געשרײ אין מיטן דרינען? לאָז זײַן שטיל! שטילער אַ ביסל! לאָזט איבער אײַערע װײַבערשע עסקים אױף אַן אַנדערש מאָל! ― איר זעט דאָך עפּעס מענטשן!...“ דאָס איז געזאָגט געװאָרן שױן ניט צו די אורחים, נאָר צו דרײַ װײַבער, פֿון װעלכע אײנע איז געװען טאַקע קעצעלעס װײַב, אַ ייִדענע אַ פֿאַרחושכטע, די צװײטע, איר מאַמע, אַן אַלטע מכשפֿה מיט אַ שװאַרצער פֿאַטשײלע, פֿון װאַנען עס קוקן אַרױס צעלאָזטע גרױע האָר, און נאָך עפּעס אַ װײַבל מיט אַ פֿױגלשן פּנים און מיט קאַליע צײן, נאָר אַ גרױסע כּעסנטע װײַזט אױס און אָן אָנכאַפּערין.

װעדליק די װאַרעמקײט פֿונעם שמועס און װעדליק די קולות, װאָס האָבן דערגרײכט צו דער העכסטער אָקטאַװע, האָט מען געקאָנט זײַן זיכער, אַז עס האַלט בײַ די דאָזיקע װײַבער קרובֿ צו פּעטש, כאָטש געגאַנגען איז דאָ בײַ זײ נישט מער װי אין אַ געבראָטן פּופּיקל פֿון אַן עוף, װאָס עס קאָן זײַן אַז די קאַץ האָט עס פֿאַרשלעפּט, נאָר דאָס װײַבל מיטן פֿױגלשן פּנים, קעצעלעס אַ שכנה, האָט געטענהט, אַז דאָס האָט געטאָן נישט קײן קאַץ, נאָר אַ קעצעלע, און ניט אײן קעצעלע, נאָר דרײַ קעצעלעך, און געמײנט האָט זי טאַקע קעצעלעס דרײַ קלײנע האַלב־נאַקעטע קינדערלעך, װאָס האָבן װי די מײַזלעך אַרױסגעקוקט פֿון יענער זײַט אױװן, געהאַלטן די הענטלעך פֿאַרלײגט פֿון הינטן און אָנגעקװאָלן פֿון ספּעקטאַקל, װאָס גאָט האָט זײ צוגעשיקט. מער פֿון אַלץ איז זײ געפֿעלן, װאָס די באָבע זײערע, די מכשפֿה, װאָס שעלט זײ און קאָרענײעט זײ, װאָס הרגעט זײ און ממיתט זײ צען מאָל אַ טאָג, האָט זיך פּלוצעם אָנגענומען זײער קריװדע און זאָגט, אַז „אַזעלכע גאָלדענע קינדער, װי אירע אײניקלעך, פֿאַרמאָגט ניט דער מלכות. ס'איז דען קינדער? ס'איז דאָך מלאָכים! הײַנט װי האָט עס אַ װײַבל פּאָטעפֿאַלנאָסט אַזעלכעס אַפֿילו איבערצוטראַכטן גאָר און ברענגען עס פֿאַרן מױל?“

אַז קעצעלע איז אַרײַנגעקומען מיט די געסט, האָט די אַלטע אָנגערוקט די שװאַרצע פֿאַטשײלע, קעצעלעס װײַב האָט אָפּגעװישט די פֿאַרשמאַכטע ליפּן, און די שכנה מיטן פֿױגלשן פּנים איז אין אײן רגע אַנטרינען געװאָרן, מע האָט אַפֿילו נישט באַמערקט װי אַזױ.

― קומט אַהער, ממזרים, ― האָט קעצעלע אַ קאָמאַנדעװע געגעבן צו די קינדער ― גיט אָפּ די אורחים שלום עליכם, װעט מען אײַך שענקען צו קאָפּיקעס. ― נאָר די ממזרים האָבן מוחל געװען די קאָפּיקעס און האָבן נישט געװאָלט צוגײן אָפּגעבן די אורחים שלום־עליכם. זײ האָבן זיך געשעמט, אַ פּנים דערפֿאַר, װאָס זײ גײען ניט אָנגעטאָן װי עס געהער צו זײַן. האָבן זײ זיך איבערגעקוקט אײַנס מיט דאָס אַנדערע און אַלע דרײַ אױסגעשאָטן אַ געלעכטער.

― קײן קאַפּל דרך־ארץ פֿאַר פֿרעמדע מענטשן, ניט געדאַכט זאָלט איר װערן! װאַרט־װאַרט, איך װעל אײַך שױן באַצאָלן נאָכדעם ― האָט זײ דער פֿאָטער מבֿטיח געװען און האָט אָפּגערופֿן אױף אַ זײַט דאָס װײַב מיט דער שװיגער און האָט זײ אײַנגערױמט אַ סוד. דערנאָך האָט ער זיך געװענדט צו די געסט:

― װאָס רעכנט איר צו טאָן קודם כּל? מסתּמא אָפּרוען זיך? אױסגעמידט פֿון װעג?... אפֿשר װעט איר אײַך צולײגן אַ ביסל אָט דאָ אױף דער סאָפֿע! אָדער ― שאַ! ― גאָר אין בעט! אסתּר, איך װעל זײ באַלײגן דערװײַל בײַ דיר אין בעט, בײַנאַכט װעלן מיר שױן מאַכן אַן אַנדער פּאָראַדאָק порадок: אָרדענונג...

װי אַזױ פֿאַרבעט דאָס צו זיך אַ ייִד פֿון אַ װײַב מיט אַ שװיגער מיט דרײַ קינדער צװײ אורחים מיט אַמאָל אין דער צײַט, װען ער פֿאַרמאָגט בסך־הכּל אײן בעט מיט אײן שטיקל סאָפֿע! ― דאָס האָבן די אורחים אַפֿילו ניט אין זינען געהאַט איבערצוטראַכטן. ערשטנס דערפֿאַר, װײַל זײ זענען געװען צופֿרידן, װאָס זײ האָבן כאָטש געפֿונען אין דער דאָזיקער מסוכּנער שטאָט אַ װינקעלע, װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאָרן. און צװײטנס זענען זײ גלאַט ניט פֿון די גרױסע מפֿונקים. און חוץ־לזה איז מען דאָך עפּעס געקומען אַהער צופֿאָרן נישט צוליב פֿאַרגעניגן, אַז אָך און אַז װײ.

צעקאָכטע זענען די אורחים אַרײַנגעטראָטן צו קעצעלען אין שטוב אַרײַן. צעקאָכט פֿון אָט אָ יענעם ייִדן פֿון סלאַװיטע, װאָס האָט זײ דערצײלט אױף זײער הערשלען אַזעלכע װילדע זאַכן, װאָס איז נאָר משוגע צו װערן: אַז ער האָט יאַקבע אַ מומע אַ מיליאָנערשע, און אַ שװעסטער, װאָס מע רופֿט זי װיעראַ און אַז ער קען ניט יאַקבע קײן װאָרט ייִדיש רעדן כאַ־כאַ ― ס'זאָל זײַן גוט אױפֿן האַרצן װאָלט געװען פֿון װאָס צו לאַכן! און ועל־כּולם איז זײ אַרײַן אין נאָז אַרײַן אָט דאָס, װאָס דער קלײניטשקער האָט זײ דערצײלט װעגן שידוך. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין שידוך? פֿאַרנאַרט זײער הערשלען אין אַ בלאָטע אַרײַן... זיך געקושט אין דער פֿינצטער... פֿע, חלשי־חלשות!... אַצינד איז שױן רעכט. אַצינד איז זײ שױן פֿאַרענטפֿערט אַלצדינג: „אַ רעכטער פֿױגל אָט דער שאַפּיראָ, כאָטש ער באַרימט זיך אַז ער קומט אַרױס פֿון די סלאַװיטער! און זײַן װײַב ― אױך אַ גוטע צרה! און די טאָכטער זײערע, מסתּמא אױך אַ גוטע שטוקע ― אַ שײנע משפּחטערע“...

אַ סך לײַטישער האָט שױן אױסגעזען בײַ זי אין די אױגן אָט דאָס דאָזיקע קלײנע ייִדעלע (קעצעלע), דאַכט זיך, אַ ייִד ניט קײן נגיד, מע קאָן זאָגן אַן אָרעמאַן אַ ייִד, װאָס קען זײ ניט און װײס זי ניט, האָט ער אָפּגעטראָטן פֿונדעסטװעגן פֿון זײערט װעגן כּמעט די גאַנצע שטוב און מפֿקיר געװען אינגאַנצן דעם טאָג צוליב זײ, כאָטש ער איז אַ מענטש, װי ער אַלײן זאָגט, אַ פֿאַרנומענער, טױזנטער געשעפֿטלעך, זאָגט ער, װאַרטן אױף אים אױף דער בערזע. „איר מײנט עפּעס װיכטיקע זאַכן“? חלומות, זאָגט ער, נעכטיקע טעג, טעלעגראַמעס פֿון פּעטערבורג, קורסן, לאָקש, בױדעם, ציבעלע ― ס'װעט ניט אַנטלױפֿן. ער װעט בעסער, זאָגט ער, פֿאַרברענגען איצט מיט זי אַ פּאָר שעה, איבעררעדן פֿון זײער עסק, װאָס זײ האָבן צו טאָן אין דער דאָזיקער שטאָט. און װער קען נאָך אַזױ די שטאָט װי ער?

― איר האָט דען אַ „בעגריפֿיע באַגריף“, װי איך קען די שטאָט? איך בין אײַך קלאָר אין דער שטאָט מיט די מענטשן מיט זײערע כראַאַקטײערים יעדן אײנציקן אױסגעבונדן! איבערהױפּט בין איך באַקענט מיט די „גדולים“ ― זײ באַדאַרף מען, הערט איר, קענען. אױ, באַדאַרף מען זײ קענען...

און קעצעלע טרעט נישט אָפּ פֿון די אורחים דעם גאַנצן טאָג און זיצט אַװעק מיט זײ אַ שטיק אין דער נאַכט אַרײַן, און מאָלט זײ אױס די גרױסקײט פֿון זײַן שטאָט מיט אירע „גדולים“, שאַצט איבער זײערע פֿאַרמעגנס דרײַ מאָל אַזױ פֿיל און פֿיר מאָל אַזױ פֿיל, זשאַלעװעט זײ ניט קײן מיליאָנען, און דערצײלט זיך אָן פֿון זײ מעשׂיות און גבֿורות און טובֿות, װאָס זײ האָבן שױן אָפּגעטאָן און טוען אָפּ און װילן, קלײַבן זיך ערשט צו טאָן פֿאַר ייִדן ― נו, הײַנט גײט האָט טענות צו אונדזערע גבֿירים און זאָגט, אַז זײ זענען נישט יוצא פֿאַר די אָרעמע לײַט...

אױפֿגעעפֿנט מױל און אױערן זיצן די אורחים, הערן אױס קעצעלעס מעשׂיות און לאָזן ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון אים. זײערע הערצער װאַקסן און זײ זיפֿצן אָפּ שטילערהײט, װאָרעם װי באַלד אַזױ איז דאָך טאַקע פֿאַראַן אַ האָפֿענונג... דער מענטש רעדט אַזױ ערנסט און אַזױ געשמאַק און אַלצדינג איז בײַ אים אַזױ קײַלעכיק און אַזױ געטאָקט, אַז עס קאָן גאָרנישט אײַנפֿאַלן קײן מחשבֿה אין קאָפּ איבערצוקלערן, טאָמער איז דאָ דער ייִד שױן צופֿיל מגזם? מע דאַרף ניט האָבן קײן גרעסערן פּעסימיסט װי אַבֿרהם־לײבוש איז, װאָס האָט זיך פֿאַרגונען אַמאָל אױסדריקן אין אַ בריװ צו זײַן ברודער הערשל אױפֿן גרױסן לעװ טאָלסטאָי, אַז ער, דער גרױסער לעװ טאָלסטאָי, איז אױך גיט מער װי אַ בשׂר־ודם... פֿונדעסטװעגן האָט דער אַבֿרהם־לײבוש זיך געטראַכט, שױן בײַנאַכט ליגנדיק אין געהאַקטע װוּנדן אױף דער צעפֿאָרענער סאָפֿע און מלחמה האַלטנדיק מיט די, װאָס האָבן ניט קײן צײן און בײַסן זיך:

― ממה־נפֿשך, װאָס קאָן דאָ זײַן? לאָמיר זאָגן, אַז אַ העלפֿט װאָס דער ייִד האָט דאָ דערצײלט װעלן מיר אַרײַנװאַרפֿן אין ים אַרײַן, און פֿון דער אַנדערער העלפֿט לאָמיר האַלב אַװעקשענקען דער װאַנט, איז דאַכט זיך אױך גאַנץ גענוג?... נאָר גװאַלד, רבונו־של־עולם, װי דערלעבט מען שױן טאָג און מע כאַפּט זיך אַרױס אַ לעבעדיקער פֿון דעמדאָזיקן װיסטן געלעגער און מע טוט זיך שױן עפּעס אַ נעם צו דער רעכטער אַרבעט!...

דאָס אײַן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

אַבֿרהם־לײבוש װײַזט װאָס ער קען

װעמען װאָלט דאָס געקאָנט אײַנפֿאַלן אַ שטײגער, אַז גראָד אין יענער נאַכט, װאָס די ראַבינאָװיטשעס נעכטיקן בײַ קעצעלען, װעט זיך דער אַדמיניסטראַציע פֿאַרגלוסטן מאַכן אַ רעװיזיע אױף יענער גאַס און טרעפֿן אַקוראַט אין יענעם קעלער, װאָס מענטשן האָבן אַ נאָמען געגעבן דירה און קעצעלע האָט זיך דאָרטן געזעצט מיט זײַן געזינדל און נאָך פֿאַרבעטן אורחים אױך צו זיך אױף נאַכטלעגער?

די אורחים האָבן נעבעך געהאַלטן אין סאַמע רעכטן שלאָף, און עס האָבן זיך געחלומט זײ סאַמע די רעכטע „מאַכערס“ פֿון דער דאָזיקער שטאָט, װי אַזױ די „גדולים“ אַלײן האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט זײער הערשלען, אַרבעטן פֿאַר אים, לײגן־אײַן די װעלט און שװערן זיך מיט כּל־השבֿועות, װאָס מע מעג גלױבן אַ הולטײַ, אַז אָט־אָט אָקערשט װי מע זעט ניט לאָזט מען זײער הערשלען אַרױס פֿרײַ געזונטערהײט בשם־אלקי־ישׂראל ― און פּלוצעם גאָר װעקט מען זײ אױף און מע הײסט זײ װײַזן פּאַפּירן...

אמת, בײַ קעצעלען איז אַן אָבלאַװע געװען אַזאַ נײַס, װי בײַ אַ סאָלדאַט אַ טרונק בראָנפֿן, װיפֿל מאָל איז שױן אױף זײַן פּאַס געװען אָנגעשטעמפּלט מיט רױטן אױף אַרױסצופֿאָרן אין 24 שעה און װיפֿל מאָל אין ער טאַקע אַרױסגעפֿאָרן פֿון דאַנען און געקומען אױפֿן אַנדערן טאָג צוריק, און אַז מע זאָגט אים צו, אַז מע װעט אים שױן נאָכאַמאָל שיקן מיטן עטאַפּ, מײנט איר אַז ער שרעקט זיך אַזױ איבער? װאָס הערט ער, אַן בסך־הכּל איז ער אַ װאַסיליװקער ניכתּבֿ, און פֿון דאָרטן אַהער קאָן מען זיך אין אײן טאָג אױסדרײען דרײַ מאָל הין און צוריק...

קעצעלע האָט זיך שױן אַזױ צוגעגעסן דער אַדמיניסטראַציע, אַז מע האָט אים אַמאָל אַ פֿרעג געגעבן: „װאָס טוט מען מיט דיר מע זאָל דײַנער פּטור װערן?“ דערױף האָט זײ קעצעלע געענטפֿערט גאַנץ ערנסט, אַז דערצו איז פֿאַראַן נאָר אײן עצה ― מע זאָל אים אַרױסגעבן שװאַרץ אױף װײַס, אַז ער מעג דאָ זיצן, װעט דאָס האָבן אַן עק. אַן אַנדערש מאָל האָט מען אים געפּאַקט אין גאַס און צעשריגן זיך אױף אים: „װידער אַמאָל ביסטו דאָ? װאָס טוט מען מע זאָל נישט זען מער דעם פּנים דײַנעם?“ ― פֿאַרשטעלן זיך די אױגן ― האָט זײ קעצעלע געענטפֿערט גאַנץ קאַלטבלוטיק.

און נאָך אַן אַנעקדאָט דערצײלט מען פֿון אים אױף דער בערזע (די בערזע האָט ליב אַזעלכע אַנעקדאָטן), אַז קעצעלע האָט געבראַכט צוטראָגן דעם פּאָליצמײַסטער אַ פּאַפּיר, אַז ער איז אַ בעל־מלאָכה, און װי באַלד אַ בעל־מלאָכה האָט ער אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין שטאָט, „װאָס פֿאַר אַ מלאָכה קענסט דו?“ ― איך װײס, זאָגט ער, װי אַזױ מע מאַכט טינט. „װי אַזױ מע מאַכט טינט, זאָגט אים דער פּאָליצמײַסטער, װײס איך אױך“. ― נו, האָט איר טאַקע אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, װאַשע פּרעװאָסכאָדיטעלסטװע ваше превоходительство: אײַער עקצעלענץ...

מיר מײנען אָבער, אַז דאָס איז לױטער אַנעקדאָטן. װאָרעם װי שטעלט איר זיך פֿאָר ― די אַדמיניסטראַציע האָט טאַקע מערנישט װאָס צו טאָן נאָר אַרײַנלאָזן זיך אין שמועסן מיט יעדן ייִדן און טרײַבן מיט אים קאַטאָװעסלעך? און אױב איר װילט איז דאָס אַ באַלײדיקונג פֿאַר די, װעלכע פֿאַרנעמען זיך דערמיט, װאָס זײ גיבן אַכטונג, אַז מענטשן זאָלן חלילה נישט אַריבערטרעטן די געזעצן פֿון גערעכטיקײט און רעכטפֿאַרטיקײט, און מע זאָל נישט מײנען אַז אַלע שטעט זענען גלײַך, און אַז יעדער קאָן זיך קומען װען ער װיל און באַזעצן זיך װוּ ער װיל און אַרומדרײען זיך אױף גאָטס ערך פֿראַנק און פֿרײַ, הפֿקר פּעטרישקע! אַ מענטש איז נישט קײן פֿױגל, װאָס קאָן זאָגן: „דער הימל איז מײנער...“ אַ מענטש איז נישט קײן הונט, װאָס קײנער װעט אים נישט אָפּשטעלן און אַ פֿרעג טאָן: „זאָג נאָר, רב כּלבֿ, װער ביסטו?...“

בקיצור ― ס'איז געװען יענע נאַכט אָן אָבלאַװע אױף ייִדן און מע האָט פֿאַרנומען קעצעלען. מיט זײַן געזינדל און מיט זײַנע צװײ אורחים, און מע האָט די אורחים געבראַכט צופֿירן אַהין, װוּ מע דאַרף, און אַ נעם געגעבן צום סמיטשיק.

― װער זעגט איר?

― מיר זענען ייִדן.

― פֿון װאַנען זענען ייִדן?

― פֿון דאָרט און פֿון דאָרט.

― האָט איר שװאַרץ אױף װײַס?

― נײן, פֿאַרגעסן מיטצונעמען...

און װאָלטן זײ כאָטש זײַן צוגעשריבן דאָרטן, פֿון װאַנען זײ זענען געקומען ― איז נײן. עס לאָזט זיך אױס, אַז צוגעשריבן זענען זי גאָר װײס איך װוּ, אַזש אין שקלאָװ, שקלאָװער מיעשטשאַנעס, לכן מוזן זײ זיך מטריח זײַן גײן מיטן עטאַפּ נישט אַהײם, נאָר קײן שקלאָװ ― אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג! ―

װאָלט דאָס אָבער אױך נאָך נישט געװען אַזאַן אומגליק, װען מע טרײסלט נישט אױס בײַם יונגען ראַבינאָװיטשן, בײַ אַבֿרהם־לײבושן, אַ פּאַקעט (דאָס איז געװען דער „שװה־כּסף“, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט פֿון דער הײם פֿון זײער רבֿ צום רבֿ פֿון דער דאָזיקער גרױסער שטאָט).

― װאָס איז דאָס, ברודער, פֿאַר אַ פּאַקעט בײַ דיר?

― דאָ איז אַ בריװ.

― אַ בריװ? המ... װעמען איז דאָס אַזאַ גרױסער בריװ בײַ דיר קײן עין־הרע אַזאַ כּפֿול־שמונהדיקער! אַ „דאָנאָסל донос: מסירה“ מסתּמא? אַ מסירהלע? אָדער אפֿשר אַן אָנװײַזונג אױף געלט?

יענער, װאָס האָט דאָס געזאָגט, איז אַ פּנים געװען אַ רעכטער לץ. ער האָט באַטראַכט דעם פּאַקעט פֿון אַלע זײַטן, געשאָקלט אים אױף דער האַנט, גלײַך װי ער װאָלט װעלן װיסן זײַן געװיכט, און עס קאָן זײער זײַן, אַז װען אַבֿרהם־לײבוש טראַכט אױס מחילה אַ ליגן און זאָגט, אַז דאָס איז אַ געשעפֿטס־בריװ, װאָלט עס אפֿשר אױסגעלאָזט זיך מיט אַ לצנות און אָפּגעלאָפֿן גלאַט: „כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! האָבן צו טאָן מיט ייִדישע שריפֿטן, טאָמער איז קאַרג ייִדן אַלײן!...“ איז אָבער אַבֿרהם־לײבוש נישט אַזאַ מענטש. אים איז געװען שלעכט: זאָגן? אָדער נישט זאָגן? יאָ זאָגן ― װעלן זײ זיך טשעפּען, װאָס שטײט אין בריװ. נישט זאָגן ― װעלן זײ איבערטראַכטן מי־יודע װאָס: פֿאַלשע אַסיגנאַציעס, קאָנטראַבאַנדע, גנבֿהשע פֿערד... צו װאָס טױג עס אים? און ס'איז געבליבן בײַ אים: דװקא יאָ זאָגן, און דװקא דעם אמת, דעם גאַנצן אמת. „אַי אמת, אמת! נישטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אמת, מיט אמת קען מען דורכגײן די גאַנצע װעלט אין דער לענג און אין דער ברײט, מיט אמת איז געגעבן געװאָרן די תּורה צו משה רבינו אױפֿן באַרג סיני“. איך בעט אײַך זײער, װאָס האָט אַ שטײגער אַזאַ יונגערמאַן װי אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש מורא צו האָבן אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת, װער זײ זענען, און װאָס זײ זענען, און צוליב װאָס זײ זענען אַהערצוצו געקומען? ס'איז דען אין אַ פּושקעלע די געשיכטע מיט זײער הערשלען, װאָס מע האָט אים אױפֿגעכאַפּט פֿאַר עפּעס אַ בילבול, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, און אַרײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, און מע האַלט אים, אַ גאָט די נשמה שולדיקן, מיט אַלע גנבֿים, גזלנים און כוליגאַנעס, אַ בחורל אַ ניונקעלע, אַ זײַדן קינד, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ הונט אימת־מװת, װאָס האָט אױף זײַן לעבן נאָך קײן פֿליג אױף דער װאַנט נישט זאַטשעפּעט, װאָס װעט אײַך נישט שלאָפֿן אין אײן שטוב מיט אַ בר־מינן ― איר זאָלט אים אָפּגילטן!

אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון האָט ער זײ אױסגעלומרט; אַבֿרהם־לײבוש האָט זײ אַנידערגעלײגט נישקשה פֿון אַ מענה־לשון; ער האָט באַװיזן װאָס ער קען. װאָס מײנט איר דאָס ― אומזיסט האָט ער אױסגעלערנט גאַנץ קירפּיטשניקאָװ מיט גאַלאַכאָװן אױף אױסװײניק און דורכגעלײענט פּושקינען מיט טורגעניעװן מיט גאַנץ טאָלסטאָי פֿון טאָװל ביז טאָװל?

עס איז שװער צו זאָגן אַקוראַט ― צי װײַל ער האָט זײ געװאָלט אױפֿקלערן דעם שׂכל פֿונעם בריװ, װאָס מע האָט בײַ אים אױסגעטרײסלט, צי ער האָט גלאַט געװאָלט אַרױסבאַװײַזן פֿאַרבײַגײענדיק, אַז ער איז באַקענט אױך מיט טאָלסטאָי, נאָר אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אַזױ צעקאָכט, אַז ער האָט צום לעצט אױסגעשאָסן מיט אַזאַ מין טענה:

― װאָס זאָלן מיר טאָן? זאָלן מיר װאַרטן אױף כּבֿוד, ביז עמיצער װעט זיך אױף אונדז דערבאַרעמען און זאָגן פֿאַר אונדז אַ גוט װאָרט? געבענטשט זענען די הענט, װאָס העלפֿן זיך אַלײן, אַ סך האָבן אונדז געהאָלפֿן אײַערע גדולים? אַ סך האָט עפּעס אײַער גרױסער לעװ טאָלסטאָי זיך אָנגענומען אונדזער קריװדע? האָט ער כאָטש אײן מאָל געפּרוּװט אַרױסטרעטן מיט אַ גוט װאָרט פֿאַר ייִדן?...

― גוט. אַלצדינג גוט, ביסט גערעכט װי גאָט אַלײן. װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ בריװ אָט דאָס אָ? פֿון װעמען און צו װעמען?

אַבֿרהם־לײבוש װישט זיך דעם שױס פֿונעם פּנים.

― אָט דער בריװ פֿון װעמען איז? פֿון אונדזער רבֿ צו אײַער רבֿ, דאָס הײסט דער רבֿ פֿון אונדזער שטאָט שרײַבט צום רבֿ פֿון אײַער שטאָט.

― אַהאַ. װעגן װאָס־זשע צום בײַשפּיל שרײַבט עס אײַער רבֿ צו אונדזער רבֿ?

― װאָס ער שרײַבט? ער שרײַבט שױן דװקא נישקשהדיק. ס'איז שױן דאָ װאָס צו לײענען, אָט װעל איך אײַך איבערזעצן דעם בריװ אױב איר װילט.

און אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש פֿױלט זיך נישט און זעצט זײ איבער דעם רבֿס בריװ. ניט װאָרט אין װאָרט, שײך צו זאָגן! דאָס איז נישט מעגלעך, װאָרעם װי קאָן מען איבערזעצן אַזאַ שײנע מליצה־שפּראַך אױף רוסיש? נאָר דעם תּוכן, דעם עיקר פֿונעם בריװ, קאָן ער זײ זאָגן. װאָס האָט ער מורא? ניט קײן פּאָליטיקע, ניט קײן סודות, ― און ער לאָזט אױס מיט די דאָזיקע װערטער:

„ס'איז אַן אָפֿענער אײן־און־דרײַסיק, בײַ אונדז אין תּלמוד שטײט געשריבן, אַז איבער אַ פֿלעקל פֿון אַ װאָגן איז חרובֿ געװאָרן אַזאַ גרױסע שטאָט װי ביתּר. איבער אַ בילבול, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, האָט מען פֿאַרשמירט אַ גאַנץ פֿאָלק, געמאַכט מיט דער בלאָטע גלײַך, דערמיט װאָס מע האָט גענומען אַ מענטשן, װאָס איז גאָט די נשמה שולדיק און מע װאַרפֿט אַרױף אױף אים אַזאַ בילבול, אַזאַ װילדן פֿאַרברעכן, װאָס איז גאָר אַ בזיון צו דערמאָנען אַצינד, אינעם אָנהײב פֿון צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אַצינד אין דער רעכטער עפּאָכע פֿון פּראָגרעס און ציװיליזאַציע, אַצינד װען מע שמועסט שױן גאָר װעגן שלום אױף דער גאַנצער װעלט, װי דער נבֿיא זאָגט: „און זײ װעלן צעשטױסן זײערע שװערדן אױף גראָבאײַזנס און זײערע שפּיזן אױף שנײַדמעסערס“...

װער װײס װוּהין אַבֿרהם־לײבושעס צונג װאָלט אים פֿאַרטראָגן, װען מע האַקט אים ניט איבער אין מיטן און מע בעט אים מיט אַ לצנותדיק שמײכעלע, ער זאָל זיך מטריח זײַן דערװײַל אין חדר אַרײַן און פֿון דאָרט װעט מען אים שױן עקספּעדירן אינאײנעם מיטן פֿאָטער אַהין, װוּ זײ זענען געבױרן, ,אַזש אין סאַמע שקלאָװ"...

* * *

פֿונדעסטװעגן איז אַבֿרהם־לײבוש קײן ברעקל נישט אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך. ער איז געװען גאַנץ צופֿרידן, װאָס ער האָט זיך כאָטש אַ ביסל אױסגערעדט און געזאָגט דאָס, װאָס יעדער ייִד דענקט, דאָס, װאָס אױפֿן האַרצן טוט זיך. עס איז אים אַפֿילו אױף די געדאַנקען נישט געקומען איבערצוטראַכטן, װאָס פֿאַר אַ קאַשע אײגנטלעך ער האָט דאָ פֿאַרקאָכט און װאָס פֿאַר אַ חתונה עס האָט זיך אָנגעהױבן ערשט נאָכדעם, אַז מע האָט איבערגעזעצט דעם רבֿס מליצה־בריװ װי עס געהער צו זײַן אױף רײן רוסיש פֿון אָנהײב ביזן סוף, װאָרט אין װאָרט, און געקומען צו די װערטער: „קלאַפּט אין די טירן פֿון די גרױסע און מעכטיקע! באַפֿרײַט די געפֿאַנגענע און צו די געבונדענע זאָגט: גײט אַרױס...“ דאַרף מען נאָך האָבן פּרושים? עס איז, דאַכט זיך, גאַנץ גענוג קלאָר װעגן װעלכע געפֿאַנגענע און װעגן װאָס פֿאַר געבונדענע דאָ רעדט זיך...

* * *

נאָר אַחוץ װאָס דער באַרעדעװדיקער אַבֿרהם־לײבוש האָט אַרײַנגעצױגן זיך און זײַן פֿאָטער אין אַ מיאוסן עסק פֿון װעלן באַפֿרײַען דעם געפֿאַנגענעם, האָט ער נאָך אַרײַנגעשלעפּט נעבעך דעם מחבר פֿונעם שײנעם מליצה־בריװ, דעם רבֿ פֿון זײער שטעטל, אין אַן אומגליק, װאָרעם ס'איז אָנגעקומען אַ באַפֿעל מע זאָל דעם דאָזיקן ייִדן אױך אָ נעם טאָן צום צימבל, ער זאָל אָפּגעבן דין־וחשבון, װעמען מײנט ער עס „די גרױסע און די מעכטיקע“, װאָס ער הײסט „קלאַפּן אין זײערע טירן“?... און װאָס האָט ער געװאָלט זאָגן מיט די װערטער: „ישׂראל איז ניט קײן אַלמן אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער“...? אױב דאָס איז אַן אָנצוהערעניש אױף אַן אָרגאַניזאַציע אַזעלכע, טאָ װוּ געפֿינען זיך אירע װאָרצלען? װער גיט די נױטיקע סומעס געלט? און װי אַזױ הײסן די מענטשן װאָס שטײען אין דער שפּיץ?... און נאָך זאַכן האָט מען אױסגעפֿרעגט בײַ יענעם רבֿ, װאָס שרײַבט אַזאַ שײן לשון־קודש װאָס איז שװער צו גלױבן, אַז אַ רבֿ פֿון אַ קלײן שטעטל זאָל אַזױ קאָנען שרײַבן...

פֿאַרשטײט זיך, אַז תּחילת האָט דער קלײנשטעטלדיקער רבֿ,

װאָס איז געװען איבערגעשראָקן כּמעט אױף טױט, נישט געקאָנט אַפֿילו אַ װאָרט אַרױסרעדן. ער איז אַ בריה מער נישט אױף פּאַפּיר, אַ מזיק אױף שרײַבן שײנע בריװלעך, אָבער נישט אױף רעדן און נאָך אױף גױיִש דערצו. נאָר שפּעטער אַ ביסל, אַז ער איז געקומען צו זיך, איז ער געגאַנגען אױפֿן אײגענעם דרך װאָס אַבֿרהם־לײבוש ― מיטן אמת, „ניטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אמת. מיט אמת קאָן מען אױסגײן די גאַנצע װעלט אין דער לענג און אין דער ברײט. מיט אמת איז געגעבן געװאָרן די תּורה־הקדושה צו משה רבינו אױפֿן באַרג סיני“.

און כאָטש דער רבֿ איז ניט אַזאַ בעל־דברן װי אַבֿרהם־לײבוש (ער האָט קירפּיטשניקאָװן מיט גאַלאַכאָװן קײנמאָל ניט געשטודירט און לעװ טאָלסטאָיס ביכער ניט געלײענט), האָט ער אָבער אין זיך אַנדערע מעלות ― אַ חלקת־הלשון מיט אַ תּמימותדיק פּנים מיט אַזעלכע נאַיִװע אױגן, װאָס ס'איז שװער מע זאָל דעם מענטשן חושד זײַן, אַז ס'איז בײַ אים אַחת־בפּה ואַחת־בלבֿ. װי פֿאַר גאָט אַלײן האָט ער אױפֿגעדעקט דאָס גאַנצע האַרץ און געזאָגט דעם גאַנצן אמת: היות װי אונדז האָט געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, אַ בילבול פֿון עלילת־דם, װאָס רירט אָן דעם כּלל־ישׂראל; און היות װי אָט דער משה ראַבינאָװיטש איז אַ ייִד אַ שטילער, אַן ערלעכער, װאָס האָט ניט קײן שׂונאים אין שטאָט, און קינדער האָט ער ערלעכע, װאָס זאַטשעפּען קײן פֿליג אױף דער װאַנט; און היות װי אין דער גרױסער שטאָט, װוּ זײַן זון זיצט אין תּפֿיסה, געפֿינען זיך גרױסע לײַט, גבֿירים אַדירים, װאָס זענען חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע; און היות װי אין יענער שטאָט איז פֿאַראַן זאָגט מען אַ רבֿ אַ צאַצקע, אַ גרױסער קאָפּמענטש, װאָס האָט אַ שם אױף דער גאַנצער װעלט; און היות װי די גאַנצע װעלט װײס, אַז דער בילבול פֿון עלילת־דם איז אָפּגעלײקנט געװאָרן װיפֿל מאָל, הן פֿון מלכים־ושׂרים והן פֿון די פּױפּסטן אין רױם; און היות װי...“

― סטאָפּ מאַשין! זײַט זשע מוחל, הער ראַבינער, ס'איז בײַ אײַך אַ מעשׂה אָן אַן עק. אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז ביז די זאַך װעט דאָרטן אױסגעפֿאָרשט װערן אַקוראַט און ביז די ראַבינאָװיטשעס װעלן קומען אַהער מיטן עטאַפּ, און מע װעט אײַך אַװעקשטעלן אַלע דרײַ פּנים־אל־פּנים אױף אַן „אָטשנע סטאַװקע очная ставка: אױספֿרעגעניש“, זאָלט איר דערװײַל זיך מטריח זײַן אַ ביסל אָפּזיצן אונטער די אײַזערנע גראַטעס?...

* * *

מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן, װאָס אינעם קלײנעם שטעטל האָט זיך אָפּגעטאָן, אַז אױפֿן אָרט פֿון די „אָטקריטקעס מיט די דעפּעשן“, װאָס מע האָט דאָ אַרױסגעקוקט צו באַקומען פֿון דער גרױסער שטאָט, האָט זיך געלאָזט הערן אַ „סלוך“ אַז די ראַבינאָװיטשעס גײען מיטן עטאַפּ און, אַלס פֿאַרבײַסעכץ, האָט מען אױסגעכאַפּט זײער רבֿ און אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה ― מע װײסט ניט פֿאַר װאָס...

דאָס צװײ־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

די געמאַכטע מכשפֿה

אױב דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ איז געװען אַ פֿאַנטאַסט און אַ בעל־דמיון און האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט חלומות װעגן אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, האָט דאָס בײַ אים געדױערט פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים. װי אַ קינד פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס איז געפּרוּװט געװאָרן מיט אַלערלײ נסיונות, האָט ער זיך גיך אױסגעניכטערט, גיך אַ נעם געגעבן זיך צום שׂכל, װיבאַלד נאָר ער האָט זיך אַרומגעקוקט און דערזען די לינקע זײַט פֿון דער מטבע, װיבאַלד נאָר ער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס אַ װערט ער האָט, װען ער װאַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך דעם מונדיר פֿון אַ גרישאַ פּאָפּאָװ און בלײַבט אין די קלײדער פֿון אַ הערש ראַבינאָװיטש.

גאַנץ אַנדערש איז דאָס געװען מיטן אמתן גרישאַ פּאָפּאָװ, װאָס האָט זיך נאָר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ראַבינאָװיטש. „אַ געמאַכטע מכשפֿה איז ערגער װי אַ געבױרענע“ ― און דאָס אין אמת. דער דאָזיקער חבֿרה־מאַן, אױסערדעם, װאָס ער איז גלאַט געװען נײַגעריק צו זען, מיט װאָס װעט זיך עס ענדיקן אָט דאָס אַלעס; אױסערדעם, װאָס ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, פֿאַרעקשנט װי אַן אמתער גױ, אַז קױם האָט ער געגעבן דאָס װאָרט, איז פֿאַרפֿאַלן, מוז מען אױסהאַלטן ייִדישקײט ביזן סוף פֿונעם טערמין, האָט ער זיך נאָך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַרײַן אַ געדאַנק, אַ פֿאַטאַלנע געדאַנק. אַז דער שפּאַס, װאָס ער און זײַן ייִדישער חבֿר האָבן אַפֿיר גענומען, איז נישט קײן פּראָסטער צופֿאַל. דאָס איז אַ באַשערטע זאַך, אַז ער, דער קריסט פּאָפּאָװ, זאָל זײַן אַ מאַרטירער, אַ מין אָפּקומעניש פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק ― דערפֿאַר אַ פּנים, װאָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איז דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר דער גאַנצער װעלט... װער װײס ― האָט ער זיך געטראַכט ― װער װײס, אפֿשר איז ער דער שליח, אפֿשר איז אים אָנגעצײכנט געװאָרן, אַז דורכדעם, װאָס מע באַשולדיקט אים, אַ קריסט, אין אַזאַ פֿאַרברעכן, װעט די װעלט סוף־כּל־סוף עפֿענען די אױגן און דערזען דעם גאַנצן אומזין פֿון דעם און מאַכן אַ סוף אײנמאָל פֿאַר אַלע מאָל מיט דעם דאָזיקן היסטאָרישן קאָשמאַר, װאָס מע רופֿט דאָס אָן „ריטואַל־מאָרד“...

אױפֿן פּנים איז נישט געװען צו באַמערקן, אַז דער מענטש זאָל זײַן אַ מאַרטירער, אָדער ער זאָל טראָנען עפּעס צרות, אָדער יסורים. פֿריש און געזונט האָט ער אױסגעזען: געהאַט דעם רעכטן אַפּעטיט צום עסן; גאַנץ גוט געשלאָפֿן, נישמער די פּאַטלע געדיכטע האָר, װאָס ער טראָגט, האָט זיך אַ ביסל צעװאַקסן, געװאָרן נאָך געדיכטער, און אַ בערדל האָט ער זיך פֿאַרלאָזט, ― און דאָס פּאַסט זיך אים זײער שײן צו זײַן װײַס לױטער פּנים, װעלכעס האָט זיך נאָר אַ ביסל אױסגעבלײכט פֿון נישט זײַן לאַנג אױף דער לופֿט און אױף דער זון, און ער האָט באַקומען דורכדעם נאָך מער אַ ייִדיש אױסזען.

עס איז געװען נאָר צו באַװוּנדערן, װי רויִק און געדולדיק ער טראָגט איבער אַלצדינג און מיט װאָס פֿאַר אַ גדלות ער האַלט זיך בײַם אױספֿאָרשן אים און מיט װאָס פֿאַר אַן עקשנות ער האַלט זיך בײַ זײַנס: אײנמאָל געזאָגט דאָס װאָרט נײן, האָט נישט געהאָלפֿן שױן קײן שום איבערפֿרעגן און קײן שום װעלן כאַפּן אים. עס איז געװען אַזױ מעגלעך בײַ אים אַרױסצוציִען אַן איבעריק װאָרט, װי אַ שטײגער בײַ דער װאַנט. קײן זאַך האָט אים ניט אָפּגעשראָקן. ער האָט פֿעסט געגלױבט, אַז דער, װאָס זוכט דעם אמת, װעט דעם אמת געפֿינען. ער איז געװען זיכער, אױסערדעם, אַז זײַנע פֿרײַנד, די שאַפּיראָס, שלאָפֿן מסתּמא אױך נישט אין דעם, מסתּמא העלפֿן זײ אױך זוכן דעם אמת...

דערמאָנט ער זיך אָן די שאַפּיראָס ― טוט אים נאָר אַ ביסל אַ שטאָך אין האַרצן: „װאָס איז מיט בעטין? װוּ איז זי? דענקט זי װעגן אים?“... און אױך אָן דער הײם דערמאָנט ער זיך, אָן זײַן אמתער הײם: „װאָס טוט דער פֿאָטער זײַנער? װאָס טראַכט ער זיך אַ שטײגער, װאָס ער האָט אַזױ לאַנג קײן בריװ נישט פֿון אים? און זײַן שװעסטער װיעראַ?... נאָר מסתּמא האָט שױן זײַן חבֿר הערשקאָ אַלצדינג באַװאָרנט אױפֿן בעסטן אָרט: אַ ייִדיש קעפּעלע, טשאָרט װאָזמי, ער װעט שױן עפּעס צוטראַכטן!...“

ער האָט גאָרנישט חושד געװען אַפֿילו, אַז די װאָלקנס, װאָס הענגען איבער זײַן קאָפּ, װערן פֿון טאָג צו טאָג געדיכטער און זײַן לאַגע װערט פֿון טאָג צו טאָג ערגער, װאָרעם אַחוץ די אַלע װיכטיקע סימנים, װאָס זענען געװען, װי מיר װײסן שױן, אַלע קעגן אים, האָבן זיך צוגעטשעפּעט נאָך דרײַ סימנים, װאָס האָבן זײער ערנסט געזאָגט עדות קענען אים.

די דרײַ עדות זענען געװען: ערשטנס ― דאָס, װאָס ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און געטענהט אײנס, אַז ער פֿאַרשטײט קײן װאָרט ייִדיש, אין דער צײַט, װען זײַנע בריװלעך, װאָס מע האָט פֿאַרנומען בײַ זײַן פֿאָטער אין דער הײם און באַװיזן עקספּערטן, זאָגן פּונקט דעם היפּוך, אַז דער באַשולדיקטער נישט נאָר ער פֿאַרשטײט גוט און שרײַבט ייִדיש, ער באַזיצט אױך די אַלטע העברעיִשע שפּראַך, װאָס מע דאַרף גאָר נישט בעסער.

דאָס איז אײן מאָל אַװעק. צװײטנס, דער בריװ, װעלכן מע האָט איצט אױסגעטרײסלט בײַ זײַן עלטערן ברודער, װאָס אײן רבֿ שרײַבט צום אָנרעדן, איז דען נישט קײן באַװײַז, אַז דאָ איז באַגאַנגען געװאָרן אַן אַלגעמײנער אַ קהלשער פֿאַרברעכן, װאָס נישט ער אײנער אין שולדיק אין אים? װאָרעם אַז נישט, װאָס יאָגן זיך אַזױ די ייִדן אים צו באַפֿרײַען! קאַרג ייִדישע פֿאַרברעכער זיצן אין די טורמעס, פֿאַר װאָס נעמען זיך די ייִדן נישט אָן זײער קריװדע?... איז צװײ. אַ דריטער עדות איז געװען אַ לעבעדיקער נפֿש, דער דװאָרניק פֿונעם הױז, װוּ דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש האָט געװױנט.

דער דאָזיקער נפֿש, אַז מע האָט אים גענומען אױספֿרעגן, װאָס װײס ער װאָס צו זאָגן װעגן דעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט געװױנט בײַם ייִד שאַפּיראָ, האָט ער באַװיזן, אַז ער האָט אײגנטלעך גאָרנישט װאָס אױסצוזעצן קענען אים. אַ שטילער מענטש און אַן אַקוראַטנער, אַ ביסל געהאַט אין זיך תּנועות פֿון אַ „באַרשטוק барчук: תּכשיט“, ליב געהאַט זיך שאַפֿן, נאָר תּמיד גוט באַצאָלט, פֿאַר יעדן גאַנג באַזונדער, און צו נאָװיגאָד האָט ער געגעבן מער פֿון אַלע, אַזױ אַז ער קאָן צו אים גאָרנישט האָבן. דאָס אײנציקע, װאָס אים, דעם דװאָרניק, איז געװען קשה און עס האָט אים טאַקע גאַנץ גוט פֿאַרדראָסן, איז געװען אָט װאָס: צו אָט דעם קװאַרטיראַנט פֿלעגט אָפֿטמאָל אַרײַנקומען עפּעס זײער אַ פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן, אַ זשװאַװע ייִדל („יורקי יעװרײטשיק“) מיט שװאַרצע געקרײַזלטע האָר און מיט שװאַרצע גזלנישע אױגן. דאָס דאָזיקע ייִדל, װי דער דװאָרניק האָט באַמערקט, פֿלעגט זיך װי אַרײַנגנבֿענען צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט צװישן טאָג און נאַכט, אָפּזיצן מיט אים, װי ער האָט באַמערקט, נאָכן לײַכטן זיך, װאָס דאָרט האָט זיך געלײַכט, שעהען לאַנג, און אַ מאָל בגנבֿה אונטערנעכטיקן אױך“... פֿאַרשטײט זיך, אַז דערױף האָט ער, דער דװאָרניק, פּראָטעסטירט, געטענהט, אַז ער קאָן נישט דערלאָזן אַזאַ זאַך, װאָס קעגן זאַקאָן, אַז אױף אים, אַלס דװאָרניק, איז חל צו פֿאַרשרײַבן די דאָקומענטן פֿון יעדן אײנציקן, װאָס קומט אַרײַן צו אים אין הױף, װאָרעם װער באַדאַרף געבן דין־וחשבון פֿאַר דער פּאָליציע פֿון אַלע זײַנע אײַנװױנער און פֿון יעדן שװאַרץ יאָר, אַז נישט דער דװאָרניק? פֿון דעמאָלט אָן איז דער פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן מיט די שװאַרצע גזלנישע אױגן פֿאַרשװוּנדן געװאָרן און מער האָט ער אים נישט געזען, ביז צום הײַנטיקן טאָג.

אױפֿן אױספֿרעגן בײַם באַשולדיקטן, װער איז דאָס געװען אָט־אָ יענער פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן מיט די שװאַרצע גזלנישע אױגן, װאָס פֿלעגט צו אים קומען בגנבֿה, און װאָס האָט ער געהאַט צו טאָן גאַנצע נעכט בײַ אים? ― האָט ראַבינאָװיטש תּחילת געפּרוּװט לײקענען, אַז ער װײסט נישט פֿון װאָס צו זאָגן, אַז צו אים זענען קײנמאָל קײן פֿאַרדעכטיקע פּאַרשױנען מיט גזלנישע אױגן נישט געגאַנגען און אַז ער האָט איבערהױפּט מיט גנבֿים און גזלנים קײנמאָל נישט געהאַט קײן שום עסקים... נאָר שפּעטער, אַז מע האָט געהאַט אַ כאַפּ געגעבן שאַפּיראָן אױפֿן „דאָפּראָס“ און דוד שאַפּיראָ האָט, װי זײַן שטײגער איז, אױסגעבױט דעם גאַנצן אמת („אַז מע עסט נישט קײן קנאָבל, שמעקט נישט פֿון מױל“), אַז דאָס איז געװען דעם קװאַרטיראַנטס אַ חבֿר, אַ שלימזל, ער געדענקט נישט זײַן נאָמען, ער װײס נאָר, אַז ער איז אַ מסוכּנער ציוניסט און אַ גרױסער דלות, ― דעמאָלט האָט שױן ראַבינאָװיטש געמוזט זיך מודה זײַן, אַז אמת, ער האָט געהאַט אַזאַ חבֿר, מיטן נאָמען טומאַרקין, װאָס איז טאַקע אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון ציוניזם, ― װעלכעס איז, דאַכט זיך, װײַט פֿון אַ פֿאַרברעכן? ― נאָר װוּ דער דאָזיקער טומאַרקין איז אַהינגעקומען ― דאָס װײס ער נישט (אַז טומאַרקין אין געװען אײנער פֿון די דרײַצן, װאָס מע האָט זײ נישט צוגענומען אין אוניװערסיטעט ― האָט האָט ראַבינאָװיטש נישט געװאָלט אױסזאָגן: צו װאָס אַרײַנשלעפּן זײַטיקע מענטשן?). ראַבינאָװיטש האָט זיך אױך מודה געװען, אַז ער האָט מיט דעם טומאַרקינען געפֿירט לאַנגע װיכּוחים און דיסקוסיעס איבער נאַציאָנאַליזם, ציוניזם און נאָך אַזעלכע זאַכן, און אַז פֿון אים האָט ער, ראַבינאָװיטש, טאַקע אַ סך גענאַשט אױך און אַלײן אױך געװאָרן אַ שטיק ציוניסט... און װײַל דער טומאַרקין האָט נישט געהאַט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און צאָלן דער פּאָליציע האָט ער נישט געקאָנט, האָט ער דעריבער אַרײַנגענומען טומאַרקינען אָפֿטמאָל צו זיך אױף נאַכטלעגער, נאָר מצד רחמנות... און דאָס, װאָס דער דװאָרניק זאָגט, אַז דער טומאַרקין פֿלעגט זיך „אַרײַנגנבֿענען“ און אַז דער דװאָרניק פֿלעגט „פּראָטעסטירן“ ― דאָס איז שױן אַ רײנער ליגן. טומאַרקין פֿלעגט גײן גלײַך און דער דװאָרניק פֿלעגט באַקומען פֿון אים, פֿון ראַבינאָװיטשעס הענט, פֿאַר רעדע נאַכט אַ מנה־יפֿה... אַז אונטערשמירן דעם דװאָרניק פֿלעגט נישט ער, נאָר דער בעל־הבית, שאַפּיראָ, ― דאָס האָט ראַבינאָװיטש װידער נישט געװאָלט זאָגן ― צו װאָס? עס איז דען נישט אַלץ אײנס? אַװדאי האָט דער דװאָרניק אױף דער „אָטשנע סטאַװקע“ מיטן פֿאַרברעכער געלײקנט שטײן און בײן און געשװאָרן זיך מיט כּל־השבֿועות, ער זאָל אַזױ רײן זײַן פֿאַר גאָט, װי ער איז רײן פֿון כאַבאַר, אַניט זאָל ער אײַננעמען אַ מיתה־משונה דאָ אױפֿן אָרט. דער דװאָרניק האָט, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר אַזאַ זאַך נישט געקראָגן קײן גלעט איבערן בעקל. ער האָט זײַן פּסק באַקומען ― ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן דװאָרניק־שטעלע אױף אײביק, ― דערפֿאַר איז ער אָבער געבליבן אַ לעבעדיקער עדות קעגן דעם באַשולדיקטן, װאָס האָט אַלײן נישט געװוּסט, אַז ער טרינקט זיך װאָס װײַטער אַלץ טיפֿער און טיפֿער...

אַצינד איז שױן גאָר קײן װוּנדער נישט, װאָס טאָמער האָט מען דעם פֿאַרברעכער געהאַלטן ביז אַהער שטרענג אָפּגעװײַטערט פֿון דער דרױסנדיקער װעלט, האָט מען איצטער, נאָך די אַלע מעשׂיות און איבערהױפּט נאָך דער מעשׂה מיטן רבֿס בריװ, װאָס האָט באַװיזן, װי 2 מאָל 2, אַז מע װיל דאָס פֿײגעלע אַרױסלאָזן פֿונעם שטײַגעלע, גענומען אױפֿן פֿאַרברעכער נאָך מער השגחה געבן, אַזױ אַז טאָמער האָט נאָך עמיצער געקאָנט האָבן אַ אַ שטיקל האָפֿענונג אַמאָל, װען עס איז צו דערשלאָגן זיך צו אים, איז דאָס פֿון איצט אָן געװאָרן גאָר אַן אוממעגלעכע זאָך, נישט פֿאַר קײן פֿאַל אין דער װעלט! אױך דער רעזשים איז געװאָרן אַ סך מער שטרענג װי פֿריִער. מע האָט אים נאָך מער פֿאַרקירצט די סײַ־װי־סײַ קורצע מינוטן, װאָס ער האָט געהאַט פֿרײַ צו שפּאַצירן גײן, ביזן לעצטן מינימום ― און דאָס אַלצדינג איז אים אָבער גאָרנישט אָנגעגאַנגען. אַ געמאַכטע מכשפֿה... ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן פֿעסט איבערטראָגן פֿאַרן אמת װאָס עס זאָל נישט זײַן!... און ער װאָלט זיכער אױסגעשטאַנען דעם דאָזיקן נסיון אױך, און ער װאָלט זיכער נישט פֿאַרלאָרן אױף קײן מינוט זײַן מוט, און װאָלט זיכער אױסגעהאַלטן דעם כאַראַקטער ביזן סוף, װען עס זאָל זיך נישט געװען טרעפֿן אַ מעשׂה, װאָס האָט אים שיִער־שיִער נישט אַרױסגעגעבן מיט הענט און פֿיס און געבראַכט דערצו, אַז מע זאָל אים האַלטן נישט נאָר פֿאַרן אמתן פֿאַרברעכער, נאָר פֿאַר אַ פֿאַרברעכער אַ כיטראַק, װאָס װענדט־אָן אַלע װעגן מיט אַלע מיטלען און מיט אַלע דרײדלעך און װעט זיך נישט אָפּשטעלן פֿאַר קײן זאַך, בכדי אַרױסצוגליטשן זיך פֿון די הענט פֿון דער גערעכטיקײט.

דאָס דרײ־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

דער גרױסער נסיון

דאָס איז געװען אײן מאָל אין אַ שײנעם טאָג, װען מע פֿירט אַרױס די אַרעסטאַנטן אױפֿן שפּאַציר איבערן הױף, האָט ראַבינאָװיטש באַמערקט אײנעם אַן אַרעסטאַנט אַ ייִדן, אין אַ גרױען כאַלאַט, שױן אַן אָפּגעמישפּטן. דער ייִד, האָט זיך אים אױסגעדאַכט, קוקט אױף אים עפּעס מאָדנע און װינקט צו אים; עס האָט אױסגעװיזן, אַז ער װױל אים עפּעס זאָגן, נאָר ער האָט מורא, אַ פּנים, פֿאַרן סאָלדאַט. אײן מאָל און צװײ מאָל, צום דריטן מאָל האָט זיך דער ייִד, דער אַרעסטאַנט, נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און אַ זאָג געגעבן אים פֿון דער װײַטן אױף אַ געמישט ייִדיש לשון, װאָס װאַרפֿט זיך דורך אין דעם אַ סך רוסישע װערטער: ― איר זענט דאָס אָט דער ראַבינאָװיטש, װאָס מע אָבװינאַיעט обвиняет: באַשולדיקט אין ריטואַלנע אובײסטװע убийство: מאָרד? אױב אַזױ קאָן איך אײַך אָפּגעבן אַ גרוס פֿון דער מאַמזעל שאַפּיראָ. אײדער מע האָט מיך אָפּגעסודעט און געבראַכט אין אָסטראָג убействе: טורמע, זענען מיר געװען אינאײנעם אין דער יעװרײסקע באָלניצע еврейске больница: ייִדישן שפּיטאָל...

דאָס ייִדל האָט געװאָלט זאָגן עפּעס נאָך, האָט אים דער סאָלדאַט מיטן קעפּל פֿון דער ביקס געגעבן אַ קאַפּוליער אָנצוהערעניש און אָפּגעפֿירט אים אין זײַן רו אַרײַן.

פֿון דעם אַלעם האָט ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ פֿאַרשטאַנען נאָר די עטלעכע רוסישע װערטער:, אָבװינאַיט“... „ריטואַלנאָיע אובײסטװאָ“... „מאַמזעל שאַפּיראָ“... „אָסטראָג“... „יװרעיסקאַיאַ באָלניצאָ? ― און דאָס איז געװען גאַנץ גענוג פֿאַר אים, ער זאָל נאָכדעם דרײַ נעכט דורכאַנאַנד נישט קאָנען צומאַכן מיט קײן אױג.

עס איז געװען קלאָר פֿאַר אים, װי דער טאָג, אַז די מאַמזעל שאַפּיראָ, „אָבװינאַיעט“ מען אין „ריטואַלנע אובײסטװאָ“ און אַז מען האָט זי אײַנגעזעצט אין אָסטראָג און פֿון דאָרטן אין דער יעװרײסקאַ באָלניצאָ“ ― װאָס דאַרף מען נאָך? און פֿון װאָס פֿאַר אַ מאַמזעל שאַפּיראָ קען אים אָט דער ייִד דערצײלן אַז נישט פֿון דוד שאַפּיראָ'ס טאָכטער? איז דערפֿון געדרונגען, הײסט עס, אַז אױסער דעם, װאָס מען באַשולדיקט בעטין, גלײַך װי אים, אינעם זעלבן ריטואַל־מאָרד און חוץ דעם, װאָס מע האָט זי אײַנגעזעצט אין טורמע, איז זי גאָר אָן אַ שום ספֿק פֿון צרות קראַנק געװאָרן און געפֿינט זיך אַצינד אין שפּיטאָל...

איצט איז אים שױן פֿאַרענטפֿערט, װאָס קײנער פֿון די שאַפּיראָס באַװײַזן זיך ניט צו אים די גאַנצע צײַט פֿון זינט ער זיצט. צו יעדן אַרעסטאַנט קומט עמיצער אײן מאָל אין װאָך, כאָטש אױף עטלעכע מינוט, נאָר צו אים ניט. מיט װאָס איז ער ערגער פֿון אַנדערע?... ניט אַנדערש, אַז זי אין רעכט קראַנק... און װער װײס ― אפֿשר נאָך ערגער פֿון קראַנק?...

ער שפּרינגט אַראָפּ פֿון דער „קאָיקע койка: שלאָפֿבאַנק“, שפּאַנט אַרום מיט גרױסע טריט אין די ד′ אַמות פֿון זײַן שטײַגל און טױזנטער־טױזנטער געדאַנקען, אײנער פֿינצטערער און טרױעריקער פֿונעם אָנרעדן, קומען אים אױפֿן זינען און ער פֿילט, אַז דער קאָפּ װערט אים צעשפּאָלטן אױף שטיקער, און עס פֿאַרװילט זיך אים פּלוצעם צעװאַרפֿן דעם גאַנצן בנין, צעװאָרפֿן, מאַכן אַ סוף צו אַלצדינג.

װאָרעם װי באַלד, אַז ס'איז נישטאָ די, צוליב װעלכער ער איז אַזױ פֿיל אױסגעשטאַנען און צוליב װעלכער ער טראָגט איבער אַלצדינג אַזױ גרינג און צוליב װעלכער ער איז גרײט געװען מפֿקיר זײַן זײַן קאַריערע מיט זײַן אַלצדינג, הײַנט צו װאָס נוצט אים דאָס גאַנצע שפּיל?... צי דען איז ער טאַקע באמת מחויבֿ צו זײַן אַ קרבן פּאָרן אמת, װאָס ליגט פֿאַר די אױגן, נאָר מע װיל אים ניט זען?... לאָז דאָס גײן אין דער ערד אַרײַן אַלצדינג ― ניט שפּעטער װי מאָרגן אין דער פֿרי שיקט ער זאָגן אַז ער האָט צו אױפֿדעקן אַ גאַנץ נײַע זאַך, װאָס דאַרף באַלײַכטן און מאַכן אַן איבערקערעניש אינעם גאַנצן עסק...

אױף מאָרגן אין דער פֿרי האָט ער נאַטירלעך חרטה, זידלט אױס גאַנץ גוט זיך אַלײן אױף אַלע זײַטן: „אַ מענטש זאָל ניט זײַן קײן „טרוס“, און אַז אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן“ ― און קומט בײַנאַכט, װען עס לאָזן זיך אַראָפּ די שאָטנס און אַ בית־עולם־שטילקײט הערשט אין דער טורמע און עס לאָזט זיך הערן זעלטן אַ ליאַזג פֿון אײַזערנע קײטן, אָדער אַ קלאַפּן פֿון הילצערנע פּאָדעשװעס אױף שטײנער, אָדער אַ שפּײַ אױף יענער זײַט פֿענצטער פֿונעם סאָלדאַט, װאָס גײט, װי אַן אומרו הין און צוריק אױף דער װאַכט, דעמאָלט נידערן אַראָפּ און זאַמלען זיך צונױף בײַ אים צוקאָפּנס װידער אַמאָל יענע טױזנטער מחשבֿות און געדאַנקען, װאָס לאָזן אים ניט שלאָפֿן...

ער קאַטשעט זיך פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, אָדער ער ליגט מיט האַלב־צוגעמאַכטע אױגן און זעט זיך אַלס קריסט, אַלס גליקלעכער גרישאַ פּאָפּאָװ, בײַ זיך אין זײַן הײם, אין דעם רײַכן הױז פֿון זײַן אַריסטאָקראַטישן פֿאָטער, װוּ אַלעס איז אַזױ באַקװעם און פּרעכטיק, ברײט און פֿרײַ, ליכטיק און װאַרעם און גוט און אָנגענעם...

און ער שטעלט זיך פֿאָר, װאָס װאָלט זײַן, װען ער איז ער?... װוּ װאָלט ער איצט אָנגעשפּאַרט? ער װאָלט שױן איצטער געהאַלטן בײַם אַריבערגײן אױפֿן צװײטן קורס. ער װאָלט איצט געהאַלטן בײַם פֿאָרן אַהײם אױף די זומערדיקע װאַקאַציעס, גלײַך צום פֿאָטער אין דער אימעניע „בלאַגאָסװיעטלאָװאָ“, װוּ זײ פֿאַרברענגען געװײנלעך אַלע זומער.

בלאַגאָסװיעטלאָװאָ ― דאָס איז דאָס שענסטע און דאָס בעסטע װינקעלע אױף צו פֿאַרברענגען דעם זומער, דער פֿאָטער איװאַן איװאַנאָװיטש, די שװעסטער װיעראַ און ער אַלײן האָבן ליב בלאַגאָסװיעטלאָװאָ מער פֿון אַלע זײערע אימעניעס אין ט―ר גובערניע. אַהין פֿאָרן זיך צונױף אַלע פּאָפּאָװס, די גאַנצע משפּחה, גרישאַ'ס אַלע פֿעטערס און אַלע מומעס מיט זײערע קינדער, אַז עס קומט זומער, און נישט נאָר די משפּחה אַלײן, אױך פֿרעמדע פֿאָרן זיך צונױף, פּאָמעשטשיקעס פֿון אַרום און אַרום, און עס הײבט זיך אָן אַ לעבן אױף דער װעלט ― װאַרעמעסן, פּיקניקן, שיסערײַען, פֿישערײַען, יאָגענישן, לױפֿענישן און אַרױספֿאָרענישן אָן אַ שיעור.

דאָס איז פֿאַר די עלטערע. און פֿאַר זײ, פּאָר יונגװאַרג, איז אַװדאי אַ לעבן, װי אין גן־עדן: דרײַ חדשים פֿרײַ. באָדן זיך דרײַ מאָל אַ טאָג מיט די חבֿרים אין דער סאַזשלקע, איבערשװימען זי אין דער לענג און אין דער ברײט ― דאָס איז עפּעס װערט? און שיפֿן זיך מיט די געשװעסטערקינדער, די קוזינקעס, װאָס זענען אײגנטלעך נאָך גאָר יונגע מײדלעך, נאָר זײ שפּילן די ראָל פֿון דערװאַקסענע „מאַמזעלן“ ― דאָס איז, דאַכט זיך, אױך נישט פֿון די קלײנע זאַכן? דאָרטן איז דער מקום, װוּ עס װערן פֿון די ייִנגלעך בחורים און פֿון די מײדלעך ― „באַרישניס“, װוּ עס װערן געבױרן די ערשטע געפֿילן פֿון דער „הײליקער ליבע“, װוּ עס שפּילן זיך אָפּ די ערשטע, כּלומרשט ערנסטע ראָמאַנען, װאָס הױבן זיך אָן מיט אומשולדיקע קינדערשע קאַפּריזן און לאָזן זיך אױס מיט גאָר נישט... און, אַך! װי װאָלט ער װעלן איצט אָט דאָרטן זײַן! אַ גרױסער, אַ שװערער נסיון!...

ער שפּרינג אַראָפּ פֿון זײַן האַרטער „קאָיקע“ און מיט ברײטע טריט שפּאַנט ער אַרום איבער די פֿיר אײַלן פֿון זײַן ענגען שטײַגל עטלעכע מאָל הין און צוריק און ער לײגט זיך אַװעק צוריק אױף זײַן האַרטער „קאָיקע“ און מיט האַלב צוגעמאַכטע אױגן טראָגט ער זיך אַריבער אַהין, אין זײַן ליבער געטרײַער הײם, װוּ ער איז נאָך גאָר אַ ייִנגל אַ גימנאַזיסט... עס װאַרטן אױף אים און קוקט שױן אַזױ לאַנג אַרױס זײַן ליבע גוטע שװעסטער װיעראַ...

עס איז אים אָן אַ שיעור אָנגענעם דװקא איצט צו טראַכטן פֿון זײַן שװעסטער װיעראַ, און װי אַזױ ער און זי, בײדע נאָך נאַר יונגע קינדער, שפּילן נאָך װי קינדער, אָדער זעצן זיך אױף בײדע אױף אַן ענגלישן קעב cab: טאַקסי און ער אַלײן קוטשירט, אָדער זײ פֿאָרן רײַטנדיק אױף ברענענדיקע פֿערד, שפּרינגען פֿײַל אױסן בױגן פֿון אײן פֿעלד אױפֿן אָנרעדן, פֿון אײן „לאַן“ אױפֿן אָנרעדן.

אומעטום איז גרין, אומעטום איז גלאַט און גלאַנצנדיק ליכטיק. אָן אַ ברעג ציִען זיך די פֿעלדער מיט די לאַנען װײץ. װי די כװאַליעס פֿונעם ים װיגן זיך די זאַנגען פֿונעם ברױט, װאָס איז נאָך ניט רעכט צײַטיק. װי די מזרח־מענטשן בעת זײ דינען גאָט שאָקלען זיך די בײמער אין די װעלדער. װי אַ קאַפּעליע פֿון פֿאַרשידענע קלעזמאָרים זינגען פֿײגל, קנאַקן שטאָרכען, שמוצערן הײשעריקן, זשומען פֿליגן, און אַ טײַכל דאָרטן ערגעץ באַרג־אַראָפּ קאַטשעט זיך און שלענגלט זיך, און מורמלט שטילערהײט, און ערשט העט װײַט בײַ דער מיל צעלאָזט זיך עס מיט אַ ירגזון און פֿאַלט מיט אַן אימפּעט פֿון אױבן אַראָפּ, קאָכט און פּליעסקעט און זידט און פּינעט: „לאָזט מיך! לאָזט מיך! לאָזט מיך!“ ― מאָלט זיך אױס רעדט דאָס װאַסער, לױפֿט און שלעפּט מיט מיט זיך אַלעס, װאָס עס באַגעגנט זיך דעם אױפֿן װעג. ― סטאָפּ! דאָ בלײַבט מען שטײן.

בײדע קריכן זײ אַראָפּ פֿון די פֿערד, און דעם מילנערס װײַב, אַ קורצע גױקע מיט אַ הױכן שלײער, קומט זײ אַקעגן, בײגט זיך ביז דער ערד און באַגעגנט זײ מיט אַ קריגל מילך קאַלט װי אײַז.

פֿון װאַנען װײס די מילנערין, אַז זײ גײען אױס אַ טרונק? קײן גלאָז פֿאַרמאָגט זי ניט, די מילנערין, און קײן אַנדער כּלי איז זי ניט געפֿאַלן אַרױסצוטראָגן, מוז מען טרינקען גלײַך פֿונעם קריגל.

― טרינק, װיעראַ, פֿריִער, דו ביסט עלטער.

― נײן, גרישאַ, טרינק דו פֿריִער, דו ביסט בילכער.

― נײן, װיעראַ, דו.

― נײן, גרישאַ, דו ― און אַך, װאָס מע לאַכט זיך אָן! ―

אַ גרױסער, אַ שװערער נסיון!...

ער עפֿנט אױף די האַלב־צוגעמאַכטע אױגן און דערמאָנט זיך, װוּ ער איז.

שפּרינגט ער אַראָפּ פֿון דער האַרטער קאָיקע, שפּאַנט אַרום װידער אַמאָל מיט ברײטע טריט איבער די פֿיר אײַלן פֿון זײַן ענגן שטײַגל ― װוּ איז ער? װאָס טוט ער דאָ? װי אַזױ האָט ער עס גאָר דערלאָזט אַזעלכס? פֿאַרװאָס אַזאַ גרױסער נסיון? פֿאַר װעמענס זינד קומט ער אָפּ אױף דער װעלט?... אַן עק מוז דאָס נעמען! אַ סוף מוז מען מאַכן...

נאָר װי אַזױ? ניט שױן־זשע װעט ער איצט, נאָך אַזױ פּיל צײַט געליטן, נעמען פּלוצעם און אַלײן אַראָפּרײַסן פֿון זיך די מאַסקע: „זעט ― איך בין ― ניט איך...“ נו, און דאָס װאָרט, װאָס ער האָט געגעבן? ניט שױן־זשע װעט ער, פּאָפּאָװ, דער ערשטער ברעכן זײַן װאָרט? ניט שױן־זשע װעט ער, דער קריסט פּאָפּאָװ, ניט קאָנען אױסשטײן דעם נסיון, װאָס עס שטײט אױס אַ ליאַדע שװאַך דערשלאָגן ייִדל שױן אַזױ לאַנג, שױן הונדערטער און הונדערטער פֿון יאָרן?... „שעמען מעגסטו זיך, גרישאַ, שעמען אין דײַן װײַטן האַלדז אַרײַן!...“

ער כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ, ער האַלט זיך בײַ די שלײַפֿן. ער פֿילט, אַז נאָך אײן נאַכט אַזעלכע ― און מען װעט אים דאַרפֿן איבערפֿירן פֿון דאַנען אין אַן אַנדער אָרט.

אין אַ משוגעים־הױז...

* * *

אונטער אַ שטרענגען קאָנאָװאָי, מיט בלױזע שװערדן, האָט מען דעם באַשולדיקטן הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש געפֿירט צום הױז פֿון גערעכטיקײט צו אַ נײַער אױספֿאָרשונג. ער האָט זיך געמעלדט, אַז ער האָט איבערצוגעבן דער גערעכטיקײט אַ גאַנץ נײַע זאַך, אַ זאַך, װאָס געהער זיך שטאַרק אָן צום עסק...

דאָס פֿיר־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

„אַ ייִדישער אַנעקדאָט“

דאָס גײן איבער די נאָסן אױף דער פֿרישער לופֿט, די העל שײַנענדיקע שטראַלן פֿון דער װאַרעמער זומערדיקער זון און די געשטאַלטן פֿון לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ ביסל אױסגעניכטערט אונדזער העלד און ער האָט שױן אָנגעהױבן װי חרטה צו האָבן אױף דעם, װאָס ער האָט געהאַט פֿעסט באַשלאָסן אױסצוזאָגן דעם גאַנצן אמת, װער ער איז...

נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, אָט טאַקע די פֿרישע לופֿט, און טאַקע די שײַנענדיקע שטראַלן פֿון דער װאַרעמער זומערדיקער זון, און טאַקע די געשטאַלטן פֿון לעבעדיקע מענטשן האָבן געטריבן דעם אַרעסטאַנט, אַז ער זאָל װאָס גיכער אױפֿדעקן זײַן אמת פּנים און באַקומען די פֿרײַהײט, נאָך װעלכער ער האָט זיך מיט אַמאָל אַזױ שטאַרק פֿאַרבענקט.

מיטן פֿולן מױל האָט ער אַרײַנגעאָטעמט אין זיך די פֿרישע מחיהדיקע לופֿט, װאָס האָט זיך שטראָמענװײַז צעטראָגן פֿון די געזונטע לונגען איבער אַלע זײַנע יונגע געזונטע אבֿרים, און ער האָט מיט אַמאָל דערפֿילט, אַז ער לעבט און אַז לעבן איז אײגנטלעך זײער אַ גוטע זאַך, אַ חיות, אַ פֿרײד ― גלײַך װי דאָס װאָלט געװען פֿאַר אים אַ נײַעס, גלײַך װי ער האָט דאָס נאָך קײן מאָל נישט געפֿילט. „ניט שױן־זשע װעט ער אין אַ שעה אַרום, אָדער אפֿשר װינציקער נאָך, זײַן אַ פֿרײַער מענטש װי אָט די אַלע פֿרײַע מענטשן, װאָס ער זעט פֿאַר זיך אַצינד? ניט שױן־זשע װעט ער נאָך הײַנטיקן טאָג קאָנען גײן װוּהין ער װיל, אָדער זיך אױפֿזעצן און פֿאָרן װוּהין ער װיל, און טאָן אַלצדינג, װאָס ער װיל?“

צום אַלעם ערשטן װעט ער נאַטירלעך כאַפּן אַ איזװאָשטשיק און הײסן זיך פֿירן גלײַך אַהין אױף יענער גאַס, זיך אָפּשטעלן בײַ יענעם הױז, אָנקלינגען אין יענעם גלעקל... ער װעט נאָך ניט אַרױף אױף די טרעפּ און דאָס ערשטע װעט ער אַ פֿרעג טאָן: „װאָס איז מיט בערטאַ דאַװידאָװנאַ? נאָר ער װײס, װעמען ער װעט דאָרט באַגעגענען דעם ערשטן און װאָס פֿאַר אַ נײַס ער װעט געװױר װערן... ער דערפֿילט אַ קעלט נעמט אים דורך דאָס לײַב און עס װערט אים פֿאַרשטערט אױף אַ װײַלע די פֿריִעריקע שׂימחה, װאָס ער לעבט און װאָס לעבן איז אַ חיות און אַ פֿרײד...

קײנמאָל איז דער באַשולדיקטער נישט געגאַנגען מיט אַזאַ פֿעסטן גאַנג און קײנמאָל האָט ער נישט געהאַלטן אַזױ הױך דעם קאָפּ, מיט אַזױ פֿיל שטאָלץ, װי איצטיקס מאָל. ער איז געװען זיכער, אַז דאָס איז זײַן לעצטער אַרײַנטריט אַהער, זײַן לעצטער װיזיט, װאָס ער מאַכט דער גערעכטיקײט.

מיט אַ גרינגן פֿאַרנױגן זיך איז ער אַרײַן אינעם ברײטן ליכטיקן קאַבינעט, װוּ איטלעכס ברעקל איז אים אַזױ באַקאַנט און אַזױ מאָנאָטאָן אומפֿאַרענדערט, אַז עס האָט זיך אים אַזש צוגעגעסן. אױך די אױספֿאָרשער זענען געװען די אײגענע, װאָס אַלע מאָל, נאָר זײערע פּנימער האָבן הײַנט אױסגעזען, דאַכט זיך, אים מער יום־טובֿדיק װי אַלע מאָל. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן אַקוראַט װי זײ האָבן זיך צוגעגרײט איצטיקס מאָל צו הערן טאַקע עפּעס אַ סך נײַס און אַ סך װיכטיקס. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז זײ האָבן זיך איצטיקס מאָל גאָר אַנדערש אָנגעטאָן, אױסגעפּוצט, אַלץ צוליב אים... נאָר זײ האָבן דװקא זיך נישט געאײַלט און דװקא נישט אַרױסבאַװיזן זײער נײַגעריקײט און דװקא װי װײַט מעגלעך קאַלט און גלײַכגילטיק האָט מען זיך מיט אים באַגאַנגען. דער עלטערער האָט צו אים אַ זאָג געגעבן װי פֿאַרבײַגײענדיק:

― אַלזאָ, װאָס װעט איר אונדז דערצײלן עפּעס נײַס?...

און מע האָט זיך אַ נעם געגעבן צו די פּאַפּירן, עפּעס בלעטערן און איבערשעפּטשען זיך אײנס מיט דאָס אַנדערע כּלומרשט פֿון גאָר זײַטיקע זאַכן. ער האָט אָבער גוט געזען, װי אָנגעשטאָלט און װי גײַציק די לײַט זענען צו הערן פֿון אים, װאָס װעט ער זײ דאָ זאָגן. און ער שטעלט זיך שױן פֿאַר זײערע פּנימער, בעת זײ װעלן דערהערן פֿון אים זײַנע הײַנטיקע נײַס... נאָר פֿון װאַנען און װי אַזױ הײבט מען אָן! זאָל ער גלײַך, גאָר אָן אַ שום הקדמות, צוטרעטן צו דער זאַך און זאָגן: „זײַט װיסן, מײַנע געערטע הערן, אַז פֿאַר אײַך שטײט ניט, װי איר מײנט, דער ייִד הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר אַ קריסט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ!“ ס'איז מעגלעך, אַז אַן אײַנדרוק קאָן עס אַפֿילו מאַכן זײער אַ שטאַרקן, עס װעט אָבער ניט זײַן דער עפֿעקט װאָס מע דאַרף. נײן, ער װעט זײ ניט אױסבײַטן אױף אַמאָל אַלצדינג, ער װעט זײ אײַנגעבן אַלע האַלבע שעה אַ קאַװע־לעפֿעלע; ביסלעכװײַז װעט ער זײ אױסדעקן דאָס פּרוכת, װאָס דעקט אים איבער, און זײ װעלן עס אַ ביסל דערזען אין װאָס פֿאַר אַ טעות זײ האָבן געלעבט!... אַי די קשיא, פּאָר װאָס ער האָט עס ניט געטאָן ביז אַהער? ער האָט נישט געװאָלט ― װאָס קומט אים דערפֿאַר!... אױפֿן ערגסטן פֿאַל ― האָט ער זיך געטראַכט ― װאָס קאָן דאָ זײַן? נו, װעט מען אים באַשטראָפֿן דערפֿאַר װאָס ער איז געזעסן אױף אַ פֿרעמדן נאָמען מיט פֿרעמדע דאָקומענטן ― דאָס איז דאָך שױן ניט מי־יודע װאָס פֿאַר אַ פֿאַרברעכן. און דערצו איז ער דאָך עפּעס, טשאָרט װאָזמי, ניט קײן אַבי־װער. ער איז דאָך דערװײַל איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס אַ זון... לאָז ער נאָר פּרוּװן געבן אײן שרײַב אַרײַן צום פֿאָטער, אײן דעפּעש ― און אַ סוף צו אַלע צרות!...

אַזױ טראַכטנדיק באַקומט ער װאָס װײַטער אַלץ מער קוראַזש און האַלט זיך װאָס װײַטער אַלץ מער פֿרײַ, נאָך פֿרײַער װי אַלע מאָל, און ער הײבט אָן צו רעדן מיט זײַנע אױספֿאָרשער נישט גלײַך, נאָר מיט משלים, עפּעס װי ער װאָלט געװען ניט קײן באַשולדיקטער, ניט קײן אַרעסטאַנט, נאָר זײערער אַ נאָענטער מענטש...

― נײַס װילט איר פֿון מיר הערן? ― אַזױ האָט דער באַשולדיקטער אָנגעהױבן גאַנץ ברײטלעך מיט אַ רויִק שמײכל אױף די ליפּן ― דאָס, װאָס איר װעט אָ באַלד הערן פֿון מיר, װעט געװיס זײַן פֿאַר אײַך אַ נײַס, אַ איבערראַשנדע נײַס! נאָר אײדער איך טרעט צו צו דעם, װעל איך מיר דערלױבן בײַ אײַך אַ פֿרעג צו טאָן אָט־װאָס (ער טרעט אָפּ אַ ביסל צוריק, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און נעמט צו אַזאַ פּאָזע גלײַך װי ער װאָלט װעלן אָט באַלד אַרױסװאַרפֿן עפּעס אַ מין קונץ, זיך שטעלן מיטן קאָפּ אַראָפּ, אָדער זיך לאָזן גײן אױף די הענט): װאָס װאָלט געװען צום בײַשפּיל, װען איר װערט געװױר אָט דאָ אָ, אַז... אַז איך בין ניט איך?...

אַ געװיסן עפֿעקט האָבן שױן די דאָזיקע װערטער געהאַט. פֿאַרװוּנדערטע אױגן זענען אָנגעשטעלט געװאָרן אױף אים און גענומען באַטראַכטן דעם יונגען מענטשל, גלײַך װי מע װאָלט טאַקע װעלן זיך איבערצײַגן, אױב ער איז ער?...

― װאָס װילט איר אײגנטלעך דערמיט זאָגן? ― האָט אים אײנער אַ פֿרעג געגעבן, און דער באַשולדיקטער האָט גענומען רעדן נאָך מיט מער קוראַזש און נאָך מיט מער שטאָלץ:

― איך װיל דערמיט זאָגן אָט־װאָס: צום בײַשפּיל, װאָס װאָלט געװען, װען איר זאָלט אַ שטײגער געװױר װערן, דאָס הײסט, װען איך זאָל עס אײַך איבערצײַגן, אַז איר האָט ניט צו טאָן מיט אַ ייִדן, װעלכן איר באַשולדיקט אין דעם, אַז ער האָט גענומען אָנטײל אין הרגענען אַ קריסטלעך ייִנגל צוליב דעם ייִדישן ריטואַל־מינהג אױף פּסח, װעלכעס איז אַלײן פֿאַר זיך אַ אומזין, און אַז אין דער אמתן האָט איר פֿאַר זיך גאָר אַ קריסט, װאָס קומט־אַרױס פֿון... דװאָריאַנעס дворяне: אַדללײַט?...

אױסגעשאָסן די דאָזיקע װערטער אין אײן אָטעם מיט אײן קול, װאָס האָט זיך אים אַלײן אױסגעװיזן, אַז ס'איז אַ פֿרעמד קול, האָט דער באַשולדיקטער אָפּגעאָטעמט און אָפּגעװאַרט אַ ביסל. ער האָט געװאָלט זען, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק זײַן דערקלערונג האָט דאָ געמאַכט... עס איז אָבער שװער צו זאָגן, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק עס האָט געמאַכט. יעדנפֿאַלס ניט דאָס, װאָס ער האָט געמײנט, װאָרעם נאָך אַ קורצער פּױזע, נאָכדעם װי מע האָט זיך איבערגעקוקט צװישן זיך, האָט מען אים דערקלערט, אַז װאָס עס װאָלט געװען אין אַזאַ פֿאַל איז שװער צו זאָגן, און אַז ס'איז איבערהױפּט ניט אינטערעסאַנט װעגן אַזעלכע זײַטיקע זאַכן דאָ צו פֿילאָזאָפֿירן. נישט דערױף האָט מען אים אַהער געבראַכט און נישט צוליב דעם זענען זײ דאָ... אַ סך בעטער װאָלט געװען, װען ער זאָל צוטרעטן גלײַך צו דער זאַך, אָן קונצן, אָן חכמות און אָן דרײדלעך, און זאָגן דאָס, װאָס ער האָט צו זאָגן.

דער באַשולדיקטער האָט זיך אַ ביסל װי פֿאַרשעמט. „זײ האָבן אפֿשר רעכט ― האָט ער זיך אַ טראַכט געגעבן ― צו װאָס הקדמות! בעסער גלײַך צו דער זאַך“... אין אַ מינוט פֿליט אים דורך אַן אַנדער מחשבֿה: „אפֿשר זיך אָפּהאַלטן?... איצט איז נאָך דאָ צײַט צו באַטראַכטן זיך... איצט קאָנסטו נאָך כאַפּן צוריק, גרישאַ!... ניט שײן פֿאַר זיך אַלײן, אַזױ פֿיל געליטן, אַזױ פֿיל אױסגעשטאַנען און שױן כּמעט גאָר בײַם סוף נישט אױסגעהאַלטן און אונטערגעגעבן זיך?!...“ נאָר װי אױף צו להכעיס שײַנט אַרײַן די זון פֿון דרױסן מיט אירע גין־גאָלדענע שטראַלן, װאָס דראַפּען זיך שטיפֿעריש אױף די װענט אַרױף און אױף דער סטעליע און פֿון דאָרטן צוריק אַראָפּ און שפּילן זיך מיט די ערנסטע יום־טובֿדיקע פּנימער פֿון די אױסגעפּוצטע לײַט און פֿון צײַט צו צײַט רײַסט זיך אַרײַן דורך די האַלב אױפֿגעמאַכטע פֿענצטער דער גאַנצער אינדרױסנדיקער טומל מיטן הו־האַ, און עס דערהערט זיך אַ װײַטער קלאַפּן פֿון אײַזערנע רעדער איבער די שטײנעריקע גאַסן פֿון דער גרױסער לעבעדיקער שטאָט, און אַלעס שרײַט אַז עס לעבט, און אַלעס רופֿט, רופֿט צום לעבן אַהין, אין דרױסן אַרױס, אַהין ― אַהין, אױף דער ליבער גוטער פֿרײַהײט ― נײן, ער קאָן שױן מער ניט געװעלטיקן איבער זיך! ער טרעט צו אַ פּאָר שריט נענטער צום טיש, פֿאַרלײגט בײדע הענט אין די קעשענעס און רופֿט זיך אָן שטיל, נאָר מיט אַ זיכערן טאָן, מיט אַ טאָן פֿון אַן אמתן תּקיף:

― איר צװינגט מיך, איך זאָל אײַך זאָגן גלײַך, אָן אַ שום הקדמות, נו פֿאָלג איך אײַך און זאָג אײַך גלײַך, אַז איר לעבט אין טעות: איר מײנט אױף מיר, אַז איך בין אַ ייִד און אַז איך הײס ראַבינאָװיטש, צום סוף מוז איך אײַך עפֿענען די אױגן און זאָגן דעם גאַנצן אמת, אַז איר זעט פֿאַר זיך אַ קריסט און אַ דװאָריאַנין, אַ דװאָריאַנין שבדװאָריאַנין, װאָס זײַן פֿאָטער איז אַ געװעזענער גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ губернский предводитель дворянства: פּראָװינץ־מאַרשאַל פֿון די אַדללײַט און אַז ער האָט אײן פֿעטער אַ זעמסקי נאַטשאַלניק און דעם אָנרעדן פֿעטער אַ גובערנאַטאָר...

― און אַלײן זענט איר דער פּרינץ פֿון פּאָרטוגאַליען?... רײַסט אים איבער דער עלטערער פֿון די אױסהערער, און די איבעריקע שיסן אױס אַ געלעכטער.

אױף אַזאַ פֿינאַל האָט ער זיך גאָרנישט געריכט. אַלצדינג האָט ער געקאָנט װאַרטן, נאָר ניט אַזאַ סוף, אַז מע זאָל אים גאָר אױסלאַכן! האַלט מען אים הײסט דאָס אַ פּנים פֿאַר אַ לץ אָדער װאָס?...

דאָס איז געװען פֿאַר אים אַזױ אומגעריכט, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן װערטער, און ער האָט גענומען קוקן אױף זײַנע אױסהערער מיט פֿאַרװוּנדערטע אױגן, גלײַך װי ער װאָלט װעלן פֿרעגן בײַ זײ: „צי איך בין משוגע, צי איר מאַכט מיך משוגע?“ יענע האָבן גיך אױפֿגעהערט צו לאַכן. אַ פּנים, זײ האָבן דערזען װי דער באַשולדיקטער האָט זיך איבערגעביטן אין פּנים.

― מיר האָבן אײַך פֿאַרשטאַנען, ראַבינאָװיטש ― זאָגט צו אים אײנער און װאַרפֿט אױף אים אַ טיפֿזיניקן בליק ― מיר האָבן אײַך זײער גוט פֿאַרשטאַנען, װאָס איר מײנט דערמיט... נאָר מיר דאַרפֿן אײַך זאָגן אױף צופֿריִער, אַז דאָס װעט נישט גײן... איר האָט אױסגעקליבן אַ שלעכט מיטל, צוגעטראַכט נישט קײן גוטן אַנעקדאָט...

― ס'איז אַ ייִדישער אַנעקדאָט ― גיט צו אַ צװײטער און ציט אױס און באַטאָנט דאָס װאָרט אַ „ייִדישער“.

― ניט גוט ― מוסרט אים אַ דריטער און דװקא מיט אַ פֿרײַנדלעכן טאָן ― נישט גוט און נישט קלוג... מיר האָבן אײַך, ראַבינאָװיטש, געהאַלטן פֿאַר אַ סך קליגער...

ראַבינאָװיטש האָט זײ אױסגעהערט יעדן באַזונדער, געשטאַנען איבערראַשט, פֿאַרטומלט און װי אױסגעפּאַטשט. ער טראַכט זיך אײַן אין דעם, װאָס מע האָט אים דאָ געזאָגט; ער טראַכט זיך אײַן אין די װערטער: „אַ ייִדישער אַנעקדאָט“... „װאָס איז זײ געפֿעלן, אַז ס'איז אַן אַנעקדאָט און נאָך אַ ייִדישער דערצו?“... און עס כאַפּט אים אָן אַ חשק צו לאַכן, נאָר ער האַלט זיך אײַן און פּרוּװט זיך נאָכאַמאָל איבערחזרן דאָס אײגענע, אַז דאָס איז נישט קײן „אַנעקדאָט“, כאָטש עס קאָן זײַן עס זעט אױס װי אַן אַנעקדאָט!... װאָס װעט אָבער זײַן, אַז ער װעט זײ איבערצײַגן, אַז ס'איז אמת דאָס, װאָס ער זאָגט? װאָס װעט זײַן אַז ער װעט זײ געבן אַ מעגלעכקײט זײ אַלײן זאָלן זיך איבערצײַגן דורך אַ דעפּעש, מער ניט אַז אײן דעפּעש צו זײַן פֿאָטער, װעלכער איז ― ער פֿאַרזיכערט זי נאָכאַמאָל ― אַ קריסט און אַ סטאָלבאָװאָי דװאָריאַנין столбовой дворянин: דינאַסטישער אַדלמאַן מיט אַ נאָמען, אַ געװעזענער גובערנסקי פּרעזװאָדיטעל предводитель: אָנפֿירער דװאָריאַנסטװאַ, בײַ װעלכן אײן ברודער איז אַ,.. ―איז אַ גובערנאַטאָר, דער אַנדערער אַ מיניסטער? גענוג, דאָס האָבן מיר שױן געהערט ― רײַסט מען אים איבער און מע קלינגט אָן און מע גיט אַרױס אַ באַפֿעל, מע זאָל דעם באַשולדיקטן אױף אַ װײַלע אָפּפֿירן אין אַ זײַטיק חדרל אַרײַן, ביז מע װעט זיך דאָ מישבֿ זײַן, װעט מען אים אַרײַנרופֿן נאָכאַמאָל.

דאָס פֿינף־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

די עקספּערטיזע

שפּעטער, אַז מע האָט דעם באַשולדיקטן װידער אַרײַנגעפֿירט אין דעם אײגענעם קאַבינעט װאָס פֿריִער, האָט ער שױן דאָרט נישט געטראָפֿן קײנעם פֿון די פֿריִעריקע פּאַרשױנען. דאָרט איז געזעסן אָנגעלענט אױפֿן עלנבױגן בײַם פֿענצטער און געקוקט אין דרױסן אַרױס מיט פֿאַרזאָרגטע אױגן גאָר אַ נײַער פּאַרשױן, װאָס ער זעט אים דעם ערשטן מאָל.

דאָס אין געװען אַ פֿאַרשױן אַ באַיאָרטער און אַ בכּבֿודער, אָנגעטאָן ציװיל, באַלעבאַטיש, אָן אַ שום פּרעטענזיעס, און אַלײן האָט ער אױך אױסגעזען פּראָסט, אָן פּרעטענזיעס. דאָס אײנציקע, װאָס האָט זיך געװאָרפֿן אין די אױגן, איז דער אומגעהױער הױכער ברײטער שטערן און דער מעלאַנכאָלישער קוק פֿון זײַנע גרױסע פֿאַרזאָרגטע אױגן.

װי באַלד נאָר מען האָט אַרײַנגעפֿירט דעם באַשולדיקטן, אַזױ האָט דער דאָזיקער באַיאָרטער בכּבֿודער פּאַרשױן זיך אױפֿגעהױבן פֿון זײַן אָרט, געגאַנגען אים אַקעגן און אױסגעשטרעקט אים אַ גרױסע װאַרעמע האַנט; דעם שומר האָט ער אַ װוּנק געגעבן, ער זאָל אַװעק, און דעם יונגען אַרעסטאַנט האָט ער געבעטן זיצן און אַלײן אױך זיך אַװעקגעזעצט אַקעגן אים און מיט אַ גרינגן זיפֿץ און מיט אַ װײנענדיק קול, גלײַך װי ער װאָלט זיך װעלן באַקלאָגן, אַז עס טוט אים עפּעס װײ, האָט ער פּאַװאָלינקע זיך אָנגערופֿן צו אים:

― אײַער נאָמען איז ראַבינאָװיטש? עס קומט װאַרשײַנלעך פֿון דעם װאָרט „ראַבין“ און עס זאָגט עדות, אַז אײַערע עלטערן שטאַמען אָפּ פֿון רבנים... אַ גאַנצע גענעראַציע פֿון רבנים, געלערנטע...

דאָס אַלץ װערט אַרױסגערעדט פּערלדיק זיס און שטיל און לאַנגזאַם און רויִק, און גלײַך װי ער װאָלט גערעדט מיט זיך אַלײן. רעדנדיק, לאָזט ער פֿונעם יונגנמאַן קײן אױג נישט אַראָפּ, אַרײַנדרינגענדיק מיטן קוק צו אים טיף אין האַרצן, אין דער נשמה אַרײַן.

„װער איז דער פֿאַרשױן! ― טראַכט זיך ראַבינאָװיטש און קוקט זיך אײַן אין אים און הערט זיך צו װי ער רעדט אַזױ פּערלדיק זיס און שטיל, אַריבערגײנדיק פֿון אײן ענין אױפֿן אָנרעדן אָן אַ שום שװעריקײט, אַזױ, אַז װאָס װײַטער־װײַטער װערט דער געשפּרעך אַלץ מער און מער אינטערעסאַנט.

װי אַ מענטש, װאָס גײט איבערן אײַז, װען דער טײַך האַלט בײַ עפֿענען זיך, טאַפּט אָן יעדן שריט, אײדער ער שטעלט נאָך אַװעק דעם פֿוס, אַזױ האָט דער דאָזיקער פּאַרשױן גוט געטאַפּט, װאָס קאָן דעם יונגען מענטשן מער פֿון אַלעס פֿאַראינטערעסירן. ער האָט דעריבער באַרירט אין זײַן געשפּרעך מיט אים אַלערלײ זאַכן און פֿראַגן ביז ער איז אַריבער מיט אים אױף אַזאַ פּונקט, װאָס האָט מער פֿון אַלעס אָנגערירט דעם באַשולדיקטן.

דאָס איז געװען אַלץ יענע פֿאַרשאָלטענע „ריטואַל־פּראַגע“, װאָס אַלע מאָל, װען דער אומשולדיקער באַשולדיקטער האָט זיך אומגעקערט צו איר, האָט אין אים געקאָכט אַ פֿײַער. עס האָט אים פֿאַרדראָסן, למאַי מענטשן גלױבן נאָך, אַז ס'איז דאָ בײַ ייִדן אַזאַ זאַך, און צו גלײַכער צײַט האָט אים פֿאַרדראָסן, װאָס ער אַלײן איז געװען נישט װײַט פֿון צו גלױבן אין דעם... „אָט דער מענטש איז אַ פּנים געשיקט געװאָרן בײַ מיר אױסצושמעקן װעגן דער דאָזיקער שרעקלעכער מיאוסער לעגענדע“ ― אַזױ האָט ער זיך אַ טראַכט געגעבן און געגעבן זיך דאָס װאָרט מיט אים דעריבער קײן װאָרט צו רעדן. עס איז אים שױן פּשוט נימאס־ומיאוס געװאָרן. ,װידער אַמאָל ריטואַל און אָבער אַמאָל ריטואַל!...“ יענער אָבער האָט געשמועסט װעגן דעם אַזױ ערנסט און אַזױ איבערצײַגט, אַז ער האָט נישט געקאָנט שױן מער באַהערשן זיך און האָט אױסגעשאָסן אַ ביסל װי אַן עזות־פּנים, אַז ער פֿאַרשטײט נישט, װי אַזױ קאָן אַן ערנסטער מענטש און אַן אינטעליגענטער מענטש רעדן פֿון אַזאַ זאַך אין אַן ערנסטן טאָן? ― איך פֿאַרשטײ נישט ― האָט ער אױסגעלאָזט מיט פֿײַער ― װי שעמט מען זיך נישט אַרױסצושלעפּן פֿון די אַלטע אַרכיװן אַ באַשולדיקונג, װאָס ליגן שױן אױף איר אָנגעװאַקסן שטױב גאַנצע בערג פֿון הונדערטער יאָרן, און מאַכן פֿון דעם איצט אַ גאַנצע טראַגעדיע?

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט שױן לאַנג נישט געהאַט אַזאַ גוט געלעגנהײט אַ ביסל דורכלופֿטערן די שפּראַך, און ער האָט זיך עס אַ ביסל צעלאָזט!

הער באַיאָרטער פּאַרשױן מיטן הױכן שטערן האָט אים גאַנץ גוט אױסגעהערט און קונציק אָפּגעשװיגן, געקוקט אים טיף־טיף אין די אױגן אַרײַן, כּלומרשט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און נאָר פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעשטעלט אַ װאָרט. און אַז ראַבינאָװיטש האָט אױפֿגעהערט צו פֿײַערן, האָט ער זיך אָנגערופֿן, ― און גערעדט האָט ער אַזױ שײן, אַזױ בנעימותדיק, און נישט געכאַפּט, און שטיל פּערלדיק און װײנענדיק זיס: ― איר זענט פֿולשטענדיק גערעכט, יונגערמאַן, פֿולשטענדיק... עס איז באמת אַ נאַרישקײט און באמת מע דאַרף דערצו זײַן אַן אמתער פּראָפֿאַן, אַ גרױסער עם־האַרץ, אַז מע זאָל באַשולדיקן אַ גאַנצע אומה, אַ גאַנץ פֿאָלק מיט אַן אַלטער קולטור אין אַזאַ װילדן, באַרבאַרישן מינהג, װאָס איז געבליבן בײַ אײַך אַ זכר פֿון פֿאַרצײַטן... נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, אָפּלײקענען גאָר אינגאַנצן און זאָגן, אַז עס איז נישטאָ בײַ אײַך אין ערגעץ אַזאַ סעקטע, װעלכע...

די װערטער „בײַ אײַך“ צװינגען דעם באַשולדיקטן, ער זאָל אַראָפּלאָזן די אױגן און ער ענטפֿערט אָפּ דעם דאָזיקן בכּבֿודיקן פּאַרשױן, שױן אַ ביסל אײַנגעהאַלטענער, שױן נישט מיט אַזאַ פֿײַער װי פֿריִער, אַז װען עס זאָל זײַן בײַ ייִדן אַזאַ סעקטע, װי װאָלטן זיך נישט פֿאַרװאַלגערט קײן סימנים ערגעץ אין זײער רײַכער ליטעראַטור?

דער באַיאָרטער פּאַרשױן הערט אױס דעם יונגען מענטשן, װאָס רעדט, דאַכט זיך, אַזױ לאָגיש און אַזױ שײן, באַװײַזט נישט אַרױס קײן שום סימנים פֿון צו זײַן נישט נאָרמאַל... מער נישט אײן זאַך איז אַ ביסל אַ װוּנדער: פֿאַר װאָס רעדט ער װעגן ייִדן אַלץ מיט לשון „זײ“? פֿאַר װאָס זאָגט ער נישט אונדזער ליטעראַטור, פֿאַר װאָס עפּעס זײער ליטעראַטור?... ער לאָזט עס איבער אױף אַ זײַט און רופֿט זיך אָן צום יונגען מאַן, אַז װאָס אָנבאַלאַנגט צו דער ליטעראַטור פֿון סעקטעס און סעקטאַנטן, איז דאָס נישט אַזאַ גרינגע זאַך, װי מע מײנט, נישט יעדערער קאָן זיך באַרימען, אַז ער איז אין איר קלאָר... ער אַלײן, צום בײַשפּיל, פֿאַרנעמט זיך מיט שטודירן די דאָזיקע ליטעראַטור שױן פֿון היפּשע עטלעכע יאָר און דאָך איז ער װײַט פֿון צו באַרימען זיך, אַז ער האָט זי אױסגעשעפּט ביזן דעק... און נישט נאָר די ליטעראַטור אַלײן שטודירט ער, נאָר איבער די סעקטאַנטן גופֿא מאַכט ער פֿאַרשידענע עקספּערימענטן; ער האָט שױן אױסגעשריבן איבער דעם נישט אײן ריז פּאַפּיר, גאַנצע ביכער אָפּגעדרוקט...

„װער איז אָט דער נפֿש? ― טראַכט זיך װידער ראַבינאָװיטש ― אַ גאַנץ אײַנגענעמער אַלטיטשקער כ'לעבן און זעט אױס אַ געבילדעטער מאַן צו זײַן, אַ געלערנטער... ער האָט שױן װעגן דעם גאַנצע ביכער אָפּגעדרוקט... עס װאָלט כּדאַי געװען צו לײענען די דאָזיקע ביכער, הערן זײַן מײנונג װעגן דער דאָזיקער אומגליקלעכער פֿראַגע... און אַגבֿ װאָלט ער אין אײן װעגס געװױר געװאָרן, װער איז דער דאָזיקער פּאַרשױן?... זעט אױס אַ פּראָפֿעסאָר צו זײַן... און אפֿשר אַ דאָקטאָר פֿון פּסיכיאַטריע?...

דער געדאַנק, אַז דאָס איז אַ פּראָפֿעסאָר, אַ פּסיכיאַטאָר, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט, באַזעצט בײַ אים אין קאָפּ גאַנץ פֿעסט און נישט געװאָלט אָפּטרעטן שױן אױף קײן מינוט: „נישט שױן־זשע אַ פּראָפֿעסאָר? נישט שױן־זשע אַ דאָקטאָר? װאָס־זשע טוט ער דאָ? װאָס באַדײַט דער דאָזיקער שמועס?... האַלט מען אים נישט, אַ שטײגער, אַז ער אין גערירט?...“

און ער הײבט אָן צו דערמאָנען זיך טריט בײַ טריט אָן דעם, װאָס ער האָט הײַנטיקן טאָג איבערגעטאָן, פֿון גאַנץ פֿרי אָן ביז אַצינד ― דאַכט זיך, אַלצדינג װי אַ קלאָרער מענטש?... און ער װאַרפֿט דורך בײַ זיך אין זכּרון אַלע װערטער, װאָס ער האָט דאָ הײַנט גערעדט ― דאַכט זיך, קײן קרומע זאַך, אױסער דעם, װאָס ער האָט זײ אָנגעהױבן אױפֿצודעקן דעם אמת װער ער איז און װאָס ער איז?... און ער הײבט אָן צו קוקן שױן נישט מיט נײַגעריקײט, נאָר מיט שרעק אױף דעם דאָזיקן פּאַרשױן: אַ פּראָפֿעסאָר... אַ דאָקטאָר... אַ פּסיכיאַטאָר“! הײסט דאָך עס, אַ פּנים, אַז מע האַלט אים פֿאַר אַ קראַנקן! פֿאַר אַ גײַסטיק־קראַנקן?... פֿון װען אָן? נישט שױן־זשע האָט דאָס אָנגעאַרבעט זײַן נײַער פּלאַן? נישט שױן־זשע האָט מען זײַן װעלן מודה זײַן זיך װער ער איז אױסגעטײַטשט פֿאַר אַן אײַנבילדונג און אים האָט מען אָנגענומען פֿאַר אַ מאַניאַק?... קומט דאָך אױס, אַז אומזיסט איז געװען זײַן מי, אומזיסט געװאָלט אַראָפּרײַסן פֿון זיך די מאַסקע פֿאַר דער צײַט...

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן ― װענדט ער זיך צום אַלטן, װאָס שטעלט אַװעק אױף אים די פֿאַרזאָרגטע אױגן:

― פֿרעגט.

― איר זעגט אַ דאָקטאָר?

― אַ דאָקטאָר.

― פֿון פּסיכיאַטריע?

― פֿון פּסיכיאַטריע.

― געפֿינט איר נישט, אַז איך בין... נישט בײַ אַלע געדאַנקען?

― בשום אופֿן נישט...

„ער װיל מיר נישט אױסזאָגן דעם אמת“ ― טראַכט ער זיך און קוקט דעם דאָקטאָר אין די אױגן אַרײַן און דער דאָקטאָר קוקט אים אין די אױגן אַרײַן. ער װיל אים נאָך עפּעס פֿרעגן, נאָר יענער שטײט אױף, ציט אים אױס נאָכאַמאָל זײַן גרױסע װאַרעמע האַנט:

― מיר װעלן זיך נאָך זען, קאָן זײַן...

די זון האָט שױן געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך מיטן זומערדיקן טאָג, באַגיסנדיק מיט פֿײַערן די גאָלדענע שפּיצן פֿון די קלױסטערס, בעת מע האָט מיטן זעלבן קאָנװאָי און מיט די זעלבע בלױזע שװערדן געפֿירט דעם פֿאַרברעכער צוריק אין זײַן רו אַרײַן. מע האָט נישט געזען אין זײַן פּנים, אַז ער זאָל זײַן שטאַרק אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך. דעם קאָפּ האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן גלײַך אַרױף, געגאַנגען איז ער נאָך אַלץ מיט פֿעסטע טריט. מער נישט, װאָס פֿונעם אַ ביסל מער געקנײַטשטן שטערן האָט מען געקאָנט זען, אַז ער איז פֿאַרטיפֿט אין געדאַנקען. פֿון װאָס טראַכט ער אַצינד? פֿונעם אמת, װאָס מוז סוף־כּל־סוף אַרױפֿשװימען װי בױמל אױפֿן װאַסער? פֿונעם ביטערן כּוס, װאָס אים איז באַשערט אױסצוטרינקען ביזן דעק; פֿון דער מפּלה, װאָס ער האָט הײַנט געהאַט? טוט עס אים באַנג, װאָס עס איז אים נישט געראָטן צו באַפֿרײַען זיך פֿון געפֿענקעניש? אָדער פֿאַרקערט, עס טוט אים הנאה, װאָס עס האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער זאָל מוזן אױסהאַלטן ייִדישקײט ביזן סוף?...

* * *

צום היפּשן פּאַק פּאַפּירן, װאָס האָט זיך אָנגעזאַמלט פֿאַר דער גאַנצער צײַט װעגן דעם געהרגעטן װאָלאָדי שטשיגרינסקי, איז צוגעקומען נאָך אַ ביסל פּאַפּירן, אַן עקספּערטיזע פֿון אַ באַרימטן פּראָפֿעסאָר און אַ פּסיכיאַטאָר. אין דער דאָזיקער עקספּערטיזע, אױף װעלכער דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר האָט זיך נישט געפֿױלט, צוליב די אינטערעסן פֿון װיסנשאַפֿט און גערעכטיקײט, אָפּצוזיצן אַ נאַכט און אָנשרײַבן כּמעט אַ גאַנצן טראַקטאַט, איז אַרױסגעזאָגט געװאָרן זײער אַ טיפֿער און נײַער געדאַנק איבער דער פּסיכאָלאָגיע פֿון אַלערלײ סעקטאַנטן: „אין דער צײַט, װען בײַ אַלע אַנדערע, צום בײַשפּיל, קריסטלעכע סעקטאַנטן, קאָן מען באַמערקן סימנים פֿון משוגעת, זענען די פֿאַנאַטישע ייִדישע סעקטאַנטן װאָס באַנוצן קריסטלעך בלוט, צום מײנסטן נאָרמאַל אַנטװיקלטע מענטשן מיט אַ געזונטן פֿאַרשטאַנד און מיט אַ שטאַרקן װילן“... נאָכדעם, װי דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר ברענגט אַ גאַנצע רײ פֿון ציטאַטן פֿון די גרעסטע געלערנטע װי לאָמבראָזאָ, קראַפֿט־עבינג, װוּנד, שאַרקאָ און אַנדערע, פֿירט ער אונטער אַ סך־הכּל צו זײַן עקספּערטיזע און זאָגט אַרױס די אונטערשטע שורה, אַז נאָך זײַן לאַנגן און פֿילזײַטיקן געשפּרעך מיטן באַשולדיקטן און נאָך אַלע סימנים פֿון זײַן עכט־ייִדישער פֿיזיאָנאָמיע, פֿונעם שאַרבן פֿון זײַן סעמיטישן קאָפּ און פֿון זײַן אַרט רעאַגירן און רעדן, איז ער געקומען צו דער טיפֿסטער איבערצײַגונג, אַז דער פֿאַרברעכער איז געזונט און שטאַרק גײַסטיק אַזױ װי פֿיזיש, און אַז זײַן פּרוּװן װעלן אײַנרײדן, אַז ער איז נישט קײן ייִד, נאָר אַ קריסט און אַ דװאָריאַנין און קומט אַרױס פֿון גרױסע לײַט, באַדאַרף באַטראַכט װערן בשום אופֿן נישט װי אַ קרענק, װאָס װערט אָנגערופֿן „מאַניאַ גראַנדיאָזאַ“, נאָר װי אַ גאַנץ אײנפֿאַכע „סימולאַציע“ פֿון אַ פֿאַרברעכער, װאָס װיל מע זאָל מײנען, אַז ער איז גערירט...

„מיט אַזעלכע פֿאַרברעכער ― לאָזט אױס דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר זײַן שטרענגע עקספּערטיזע ― באַדאַרף מען זײַן זײער פֿאָרזיכטיק...“

דאָס זעקס־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

בעטי פֿאָרט אױף אַ דאַטשע

אַז די סכּנה איז אַריבער און בעטי האָט אָנגעהױבן קומען צו זיך, װערן פֿון טאָג צו טאָג אַלץ בעסער און בעסער, איז געבליבן בהסכּם פֿון די דאָקטױרים, אַז מע באַדאַרף די קראַנקע אױסשרײַבן פֿון שפּיטאָל און אַריבערפֿירן נישט אַהײם, װוּ יעדע זאַך קאָן זי אױפֿרעגן און נאָכאַמאָל קראַנק מאַכן, נאָר באַזעצן זי אַ ביסל װײַטער פֿון דער הײם, אױף דער פֿרישער לופֿט, אין אַ דאָרף, אין אַ װאַלד, מיט אײנעם װאָרט ― זי באַדאַרף האָבן אַ דאַטשע.

דערהערט דאָס װאָרט אַ „דאַטשע“, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ פֿאַרטראַכט: ס'איז זײ גרינג צו זאָגן אַ דאַטשע. ערשטנס, װער איז דאָס אימשטאַנד? און צװײטנס, לאָמיר שױן זאָגן, אַז מיט געלט װאָלט מען זיך שױן װי עס איז אַן עצה געגעבן ― ס'איז נאָך נישט געבױרן יענער ייִד אױף דער װעלט, װאָס זאָל ניט קריגן קײן געלט אױף צו קורירן זיך ― איז אָבער דאָ אַן אַנדער צרה. פּראַװאָזשיטעלסטװאָ! ניט אַ יעדער ייִד קאָן קרענקען אױסער דער טשערטאַ: מע דאַרף האָבן דערצו זכות־אָבֿות. בײַ זײ הײסט עס אַ פּריװילעגיע: אָדער אַ געענדיקטער דאַרף מען זײַן אָדער אַ פּערװע גילדיע первая гильдия: סוחר פֿון ערשטן צעך. אָט אַ שטײגער איר שװאָגער שלמה פֿאַמיליאַנט ― ער מעג, װאָרעם ער האָט געלט, װיל ער אָבער ניט קרענקען. קרענקען באַדאַרף דער, װאָס האָט ניט, דערױף אין דאָ אַ גאָט, װאָס ער פֿירט זײַן װעלט מיט חסד. ער װײס מסתּמא װאָס ער טוט. װער'ט אים גײן זאָגן דעות?...

די דאָזיקע געדאַנקען האָט שׂרה געהאַלטן ניט נאָר בײַ זיך אין האַרצן; זי האָט זײ אַרױסגעזאָגט גאַנץ אָפֿן סײַ פֿאַרן דאָקטאָר, ― אַ הײמישער מענטש, מיט אים מעג מען רעדן װאָס מען װיל ― סײַ פֿאַר איר מאַן ― מיט אים מעג מען דאָך אַװדאי רעדן... רעדן? פֿאַרװאָס ניט זאָגן מיטן האַרבן װאָרט, ער זאָל טאַקע זען זיך דורכגײן צו דער רײַכער שװעסטער און מיט איר אַ שמועס געבן אַזױ און אַזױ, מע דאַרף ראַטעװען אַ קינד, דערהאַלטן בײַם לעבן. װאָס איז? זי איז קלײן? װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז זײַן שװעסטערס טעכטער באַדאַרפֿן זיך באָדן אין פּוטער און אין האָניק, און אַז איר טאָכטער איז אַזױ קראַנק און דאָקטױרים זאָגן, אַז זי באַדאַרף האָבן „װאָזדוך воздух: פֿרישע לופֿט“, װי מע באַדאַרף לעבן...

― װאָס־זשע װילסטו? ― זאָל איך װערן אַ בעטלער בײַ מײַן שװעסטער? ― צעבײזערט זיך אױף איר דוד, נאָר עס העלפֿט אים ניט קײן בײזער. שׂרה שרעקט זיך גיט איבער. װי באַלד עס גײט אינעם לעבן און אינעם געזונט פֿון איר בעטין מעג שױן איר מאַן בײזערן זיך װיפֿל ער װיל; ער װעט זיך איבערבײזערן און זי װעט אים דערמאָנען נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, אַזױ לאַנג ביז ער װעט אַ שפּײַ טאָן און אַװעקגײן צו דער שװעסטער און פּועלן בײַ איר, אַז זי אַלײן זאָל קומען צו גײן און בעטן זיך, אױסשלאָגן אַ קניה ערד, אַז בעטי זאָל אַריבערפֿאָרן צו איר אױף דער דאַטשע.

און כּך־הװה. אײן מאָל בײַטאָג ― בעטי איז געלעגן אױף איר בעטל אין שפּיטאָל און געדרימלט, די מוטער איז געזעסן בײַ דער זײַט מיט אַן אַרבעט אין דער האַנט, האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס האָט זיך באַװיזן טױבע פֿאַמיליאַנטס פּאַרוק מיט די בריליאַנטענע אױערינגלעך. האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אױפֿגעכאַפּט מיט אַ װינק צו דער שװעגערין, אַז די טאָכטער שלאָפֿט און איז אַרױס צו איר אין קאָרידאָר און דאָרט האָט זיך פֿאַרבונדען צװישן בײדע שװעגערינס אַזאַ מין שמועס:

― װײסט איר, שׂרהל קרױן, װאָס איך בין געקומען צו פֿאָרן צו אײַך אין שפּיטאָל אַרײַן?

שׂרה מאַכט אַ תּמעװאַטע פּנים: „פֿון װאַנען זאָל זי װיסן? ― װאָס איז זי אַ נבֿיאטע?...“

― איך בין געקומען צו אײַך אין שפּיטאָל אַרײַן אָט צוליב װאָס: דוד האָט מיר איבערגעגעבן, אַז די דאָקטױרים זאָגן למען־השם, אַז אײַער טאָכטער באַדאַרף האָבן אַ דאַטשע, האָב איך אַ שמועס געגעבן מיט מײַן שלמהן, זאָגט מײַן שלמה, װאָס איז דאָ שײך צו רעדן? אם־ירצה־השם, אַז אײַער בעטי װעט זיך נאָר שטעלן אױף די פֿיס און דער אױבערשטער װעט העלפֿן זי װעט זיך אױסשרײַבן פֿון שפּיטאָל, אַזױ שיקט ער בלי־נדר מיטװאָך דעם פֿאַעטאָן און מע נעמט זי אַריבער צו אונדז אױף דער דאַטשע.

שׂרהס האַרץ װאַקסט װי אױף הײװן, נאָר זי מאַכט זיך נאָך אַלץ תּמעװאַטע.

― װאָס רעדט איר, טױבעניו? בעטי זאָל געזונט זײַן באַדאַרף האָבן אַ באַזונדער חדר... מע באַדאַרף אױף איר געבן אַכטונג... כ'לעבן, ס'איז אַ טירחה מיט אַ קלאָפּאָט...

― איר רעדט עפּעס אַזעלכע װערטער, שׂרהניו, גאָט זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד! נאַ דיר גאָר טירחה! נאַט אײַך גאָר קלאָפּאָט! קײן שום טירחה מיט קײן שום קלאָפּאָט, אַפֿילו ניט אױף אָט אַזױ פֿיל!... און װאָס איר זאָגט אַ חדר אַ באַזונדערן, איז מיר אַ חידוש אױף אײַך, איר װײסט גאַנץ גוט, אַז בײַ מיר איז דאָ קײן עין־הרע חדרים גענוג. פֿון דעם זאָלט איר גאָר קײן דאגה נישט האָבן. הלװאַי דער אױבערשטער זאָל װעלן זי זאָל נאָר קאָנען שױן אַריבערפֿאָרן אין אַ גוטער שעה, און אַפֿילו הײַנטיקן טאָג.

שׂרה ברעקלט זיך נאָך:

― איר האָט פֿאַרגעסן, טױבעניו נשמהניו, אַז ס'איז נאָך דאָ אַ צרה ― פּראַװאָזשיטעלסטװאָ.

― זעט איר, דאָס איז שױן, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, גאָר אַ נאַרישקײט פֿון אײַך, איר װײסט גאַנץ גוט, אַז מײַן שלמה זאָגט, װײס ער װאָס ער זאָגט, און אַז ער הײסט זי זאָל קומען, האָט ער שױן מסתּמא װעגן דעם אױך געטראַכט... מײַן שלמה איז דאָך עפּעס נישט קײן ייִנגעלע, גאָט מײַן גאָט!...

שׂרה איז אַזױ גערירט, אַז זי הײבט אָן צו רעדן מיט דער שװעגערין מער אָפֿענע דיבורים:

― איר זענט אפֿשר זײער גערעכט, טױבעניו האַרצעניו, נאָר פֿאַר אײַך מעג מען רעדן טאַקע װי פֿאַר אַן אײגענע שװעסטער. ס'זאָל זײַן, הערט איר, נאָר אין מיר אַלײן געװענדט, װאָלט שױן נישט געװען קײן שום מניעה. עס איז דאָך בײַ מיר, איר פֿאַרשטײט אַלײן, אַזאַ טובֿה, װאָס אײביק און אײביק װעל איך עס אײַך ניט פֿאַרגעסן: איר קענט דאָך אָבער מײַן בעטין, זי זאָל מיר נאָר זײַן מיט יאָרן ― װאָס זאָל מען לײקענען, פֿינצטער איז מיר ― אַ קאַפּריזנע, אױ אַ קאַפּריזנע מײדל! זי קאָן פּלוצעם זיך אײַנשפּאַרן, נײן און נײן ― גײט טוט איר עפּעס! ובפֿרט נאָך איצט...

דער רײַכער שװעגערין פֿאַרדריסט עס שױן אַ ביסל: „מע װיל טאָן אַן אָרעמער קרובֿה אַ טובֿה, פּערעבענדעװעט זי נאָך“... זי מאַכט אַ פֿרום פּנים:

― אַי, שׂרהל קרױן, גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן, איך װיל חלילה אײַך ניט זאַלצען אױף די װוּנדן, איר האָט נעבעך אַ שװער האַרץ, װאָס איז צו רעדן? נאָר איך מוז אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת, טאַקע װי פֿאַר אַן אײגענער שװעסטער ― דער אױבערשטער איז אל־בוחן־לבֿבֿות, ער האָט ליב דעם אמת ― איר פֿירט נישט גוט דאָס רעדל כ'לעבן, איר פֿירט נישט גוט. אָט, דאַכט מיר, בין איך אױך אַ מאַמע ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, איך האָב אױך קינדער זאָלן געזונט זײַן און טו אַלצדינג זײ זאָלן גײן אױפֿן דרך־הישר...

― װאָס גלײַכט איר, טױבעניו? ― בײַ מיר איז אַן אױג אין קאָפּ און בײַ אײַך איז קײן עין־הרע ― לאָזן זײ אײַך זײַן געזונט און שטאַרק...

די פֿרומע שװעגערין לאָזט זי אָבער ניט ענדיקן. זי װיל בעסער אַלײן רעדן, ס'איז בײַ איר נאָכן עסן, אױפֿגעלײגט אױפֿן האַרצן:

― ע! שׂרהל קרױן, איר זאָלט עס זאָגן? איר װײסט אַלײן גאַנץ גוט, װי שטײט דאָרטן אין די הײליקע ספֿרים, קינדער און מעשׂים־טובֿים איז אַ מתּנה פֿון גאָט; װאָס מער איז בעסער; און צװישן צען פֿינגער אַז ס'טוט װײ חלילה אײן פֿינגער, טוט ער װײ. גלױבט מיר גלײַך װי מע זאָל פֿאַרמאָגן מער ניט אַז אײן פֿינגער...

און לאַנג נאָך שמועסן זיך אױס אָט אַזױ צװישן זיך בײדע מאַמעס שטילערהײט אױף יענער זײַט טיר פֿון בעטיס חדרל, און אַז שׂרה קומט אַרײַן טוט זי בעטי אַ כאַפּ, זי זאָל איר זאָגן װעגן װאָס האָט זי זיך עס אַזױ לאַנג געשעפּטשעט מיט דער מומע טױבע?... שׂרה פּרוּװט זיך אױסדרײען, זאָגן אַ ליגן, נאָר עס העלפֿט ניט, זי מוז איר אױסזאָגן דעם אמת, מיט אַ שטיקל הקדמה פֿריִער, אַז װי באַלד גאָט פֿירט אַזױ, אַז זי האָט אַזאַ רײַכע מומע מיט אַזאַ גוטן פֿעטער, װאָס זיצן דעם גאַנצן זומער אױף אַ דאַטשע און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװאָ איז דאָרט גאָר קײן רעדע נישט, װאָרעם דער פֿעטער שלמה איז מיט דער דאָרטיקער פּאָליציע אױסגעבונדן...

און אַזױ װײַטער. שׂרה מײנט, אַז זי איז שױן באַלד פֿאַרטיק, לאָזט זיך אױס, אַז בעטי װיל ניט הערן אַפֿילו פֿון קײן רײַכע מומעס און פֿון קײן גוטע פֿעטערס און פֿון קײן דאַטשעס און פֿון פּאָליציע מיט פּראַװאָזשיטעלסטװעס...

― שאַ, איז נײן, נו לאָז זײַן נײן ― זאָגט שׂרה און װישט אָפּ די ליפּן ― דו מײנסט װאָס? איך האָב איר אַלײן אױך געזאָגט, דער מומע דײַנער, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן אַז ס'װעט ניט גײן... קינדעניו, מע װעט דיך דען חלילה נױטן, צי װאָס? שאַ! פֿאַרגעסן! װי דו זעסט מיך אַ לעבעדיקע ― פֿאַרגעסן!

ס'איז אָבער ניט אמת, װי קאָן זי, אַ מאַמע, פֿאַרגעסן אַזאַ זאַך, װאָס דאָקטױרים זאָגן, אַז איר טאָכטער באַדאַרף עס האָבן װי אין לעבן אַרײַן? „װאָזדוך“ ― זאָגן זײ ― פֿרײַע לופֿט באַדאַרף זי האָבן, אין אַ סאָסנאָװע װאַלד באַדאַרף זי זיך געפֿינען. נו, זאָל זי שװײַגן! און כאָטש דאָס האַרץ איז איר פֿאַרביטערט, װאָס איר טאָכטער האָט זיך פֿאַרקאַפּריזעט און װיל ניט הערן פֿון קײן דאַטשע, דאָך האָט זי זיך דיפּלאָמאַטיש אַ נעם געגעבן צום דאָקטאָר, צו זײער הײמישן דאָקטאָר, גענומען אײַנטענהן, אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, װי װײַט נױטיק פֿאַר איר קינד איז „װאָזדוך“.

― װאָזדוך ― האָט אים שׂרה געגעבן צו פֿאַרשטײן מער מיט הענט ― װאָזדוך דאָס איז אַ זאַך, װאָס מע באַדאַרף האָבן דורכצולופֿטערן אינװײניק די געדערים, װי מע לופֿטערט דורך אָט אַ שטײגער חדרים דורך אַ קװאַטירל פֿון אַ פֿענצטער, אָדער װי למשל כּדומה...

― רבונו של עולם! ― כאַפּט זיך אָן דער דאָקטאָר בײַם נאַקעטן קאָפּ ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין ייִדענע? מיר װילט איר דערצײלן װאָס „װאָזדוך“ איז און װאָס אײַער טאָכטער באַדאַרף האָבן? מיר דאַכט, אַז דאָס האָב איך אײַך געזאָגט שױן טױזנט מאָל, אַז אײַער טאָכטער באַדאַרף אַ דאַטשע, װי מע באַדאַרף לעבן...

― מיר האָט איר געזאָגט? װאָס קומט אַרױס, װאָס איר האָט דאָס געזאָגט מיר? בײַ מיר האָט איר שױן לאַנג געפּועלט. איר זעט פּועלט עס בײַ איר, בײַ מײַן טאָכטער, דעמאָלט װעט איר אײַך מעגן באַרימען...

דער דאָקטאָר ענטפֿערט דערױף גאָרנישט. ער צענעמט נאָר מיט די הענט און סוף־כּל־סוף מוז ער איר געבן דאָס װאָרט, אַז ער װעט טאָן װאָס ער קאָן, ער װעט רעדן מיט דער טאָכטער, ער װעט איר געבן צו פֿאַרשטײן, ער װעט איר אײַנרעדן, ער װעט איר...

― װאָס נאָך װילט איר פֿון מיר?

― איך פֿון אײַך? ― זאָגט שׂרה ― װאָס זאָל איך פֿון אײַך װעלן? איר האָט געשלאָסן מיט מיר אַ קאָנטראַקט, צי װאָס? האָסטו געזען אַ לשון פֿון אַ מענטשן: „װאָס איך װיל פֿון אים“?... נאַ דיר נאָך טאָמער איז קאַרג!

דער דאָקטאָר קוקט אױף איר מיט אײן אױג. אָט די ייִדענע דערלױבט זיך שױן צופֿיל. בײַ אַן אַנדער צײַט װאָלט זי געקאָנט כאַפּן פֿון אים אַ רעכטן פּסק. זי װאָלט זיך פֿון אים נישט גענאַרט, נאָר איצט ― איצט איז ער אױף גרױסע צרות. ער װײס נאָך אַלײן ניט אַקוראַט װאָס מיט אים טוט זיך, נאָר עס דאַכט זיך אים, אַז ער קלײַבט זיך װערן אױס אַלטער בחור. שױן צײַט חתונה האָבן. און דװקא מיט אָט דער ייִדענעס טאָכטער... אַן אומגליק ― זינט דאָס מײדל איז קראַנק געװאָרן און ער קורירט זי, פֿילט ער פֿון טאָג צו טאָג, אַז דאָס איז זײַן באַשערטע... װיפֿל קראַנקע ער האָט שױן איבערגעהאַט אױף זײַן לעבן, האָט זיך אים נאָך אַזאַ זאַך נישט געטראָפֿן, אַז ער זאָל פֿילן, דאָס װאָס ער האָט געפֿילט אַצינד. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, בעת בעטי שאַפּיראָ איז געװען געפֿערלעך, אַז טאָמער טוט אָט דאָס מײדל אַ שטאַרב אַװעק, איז װײס ער אַלײן ניט װאָס מיט אים װעט זײַן... און צוריק ― קױם האָט איר אָנגעהױבן גײן בעסער, האָט ער געזען, װי עפּעס קומט אים צו, גלײַך װי דאָס װאָלט געװען נישט קײן פּאַציענטין, נאָר אַן אײגענע, אַ שװעסטער, אַ סך מער פֿון אַ שװעסטער... נײן, נישט אומזיסט האָבן זײַנע קאָלעגן געמאַכט פֿון אים חוזק, אים גערופֿן הינטער די אױגן „חתן“ און שׂרה שאַפּיראָ ― „שװיגער“...

האָט דאָס אױך שׂרה שאַפּיראָ אַרױסגעזען? אים האָט זיך אױסגעװיזן, אַז יאָ. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז די מוטער װײס, אַז ער איז פֿאַרברענט אין איר טאָכטער און דערפֿאַר אַ פּנים איז זי מיט אים אַזאַ שמעלקע און באַגײט זיך מיט אים, װי מיט אַ נאָענטן, שױן אַ צו נאָענטן... און ער איז אױף זיך מקבל־באַהבֿה אַלצדינג, אַבי זײַן פּאַציענטין זאָל שױן װערן אינגאַנצן געזונט און ער זאָל שױן קאַנען רעדן... מיט װעמען? ער האָט מורא צו טראַכטן נאָר אים דאַכט זיך, אַז קודם־כּל װעט מען דאַרפֿן רעדן מיט איר, מיט אָט דער ייִדענע... און עס װאַרפֿט אים אין אַ פֿיבער פֿון אַזאַ געדאַנק. און ער גיט איר די האַנט, אַז ער װעט רעדן מיט איר טאָכטער װעגן אַ דאַטשע, ער װעט רעדן גאָר אָן אַ שום תּירוץ, נאָר ניט הײַנט, הײַנט איז שױן שפּעט, מאָרגן.

― מאָרגן איז מאָרגן ― ענטפֿערט אים שׂרה ― איך זאָג דען אַז הײַנט, צי עמיצער זעצט אײַך דען האַלדז און נאַקן! דער טײַך ברענט נישט און דער זומער איז נאָך גרױס.

עט גײט אַװעק אַ מאָרגן מיט נאָך אַ מאָרגן. דער דאָקטאָר קומט אַלע טאָג, צװײ מאָל אַ טאָג, זיצט אָפּ אַ שעה און צװײ שעה ― און ער זאָל רעדן מיט בעטין װעגן דער דאַטשע הערט מען עפּעס ניט. דערמאָנט אים שׂרה, שױן פֿאַר זײַן אַװעקגאַנג, נאָר אײדל, מיט אַן אָנצוהערעניש: „דאַכט זיך, אַז ער האָט איר עפּעס געהאַט צוגעזאָגט?...“ בלײַבט דער דאָקטאָר שטײן און רײַבט זיך די ליסינע: װאָס האָט ער דען צוגעזאָגט?.. זאָגט אים שׂרה: „טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן, טאָמער װעט איר אײַך דערמאָנען“. פֿאַרכאַפּט זיך דער דאָקטאָר און שװערט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן. ער האָט גאָר פֿאַרגעסן װי ס'איז הײַנט פֿרײַטיק אױף דער גאַנצער װעלט! ענטפֿערט אים שׂרה, אַז דער, װאָס האָט אַ טבֿע פֿאַרגעסן פֿון מיטװאָך ביז פֿרײַטיק, באַדאַרף מאַכן אַ קניפּל אין דער פֿאַטשײלע...

נאָר שׂרהס מי מיט אַלע אירע דיפּלאָמאַטישע אָפּשניצלעך זענען געװען אַרױסגעװאָרפֿן. בעטי האָט אױסגעהערט דעם דאָקטאָרס רײד װעגן אַ דאַטשע, װעגן פֿרישע לופֿט און װעגן אַ סאָסנאָװע װאַלד, ליגנדיק אױף איר בעטל און קוקנדיק מיט פֿאַרגלעזערטע אױגן אַרױף אױף דער סטעליע, גלײַך װי דאָרטן װאָלט געװען אָנגעצײכנט, װאָס זי באַדאַרף אים דערױף ענטפֿערן... צו װאָס? צו װאָס דאַטשעס? צו װאָס פֿרישע לופֿט, סאָסנאָװע װאַלד? צו װאָס לעבן אױף דער װעלט, װי באַלד אַז ס'איז ניטאָ ער?... יענער?...

שׂרה זעט נאָך דער טאָכטערס אױגן, אַז די גאַנצע אַרבעט איז אַרױסגעװאָרפֿן, פֿאַרפֿאַלן ― בעטי װעט צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע ניט פֿאָרן, און זי װינקט צום דאָקטאָר ער זאָל האַלטן מױל, מער דערפֿון ניט רעדן...

נאָר אַז ס'איז באַשערט קומט עס אַלײן פֿון זיך, מע װײס גאָרניט װי אַרום. אײן מאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן האָט זיך בעטי אױפֿגעכאַפּט און געגעבן צו װיסן דער מוטער, אַז זי פּאָרט צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע.

דאָס איז געװען אין גיכן נאָך דעם, װאָס זי איז געװױר געװאָרן, טאַקע דורך דער מוטער, פֿון דער גוטער בשׂורה אַז ראַבינאָװיטש לעבט און אַז ער זיצט...

דאָס זיבן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

אַ רעשטל צו די צרות

דאָס ערשטע, װאָס בעטי האָט געטאָן װי באַלד נאָר זי איז געװױר געװאָרן, אַז ראַבינאָװיטש זיצט ― זי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן צו די גאַזעטן, זיך אַ נעם געגעבן לײענען צײַטונגען, נײַע און אַלטע, פֿאַר דער גאַנצער צײַט. אין אײן האַלבן טאָג האָט זי דורכגעלײענט די גאַנצע ליטעראַטור, דאָס הײסט, אַלעס, װאָס איז געװען ביז דעמאָלט געדרוקט װעגן דעם געפֿונענעם װאָלאָדי, און בײַ איר אין קאָפּ איז גיך פֿאַרטיק געװאָרן אַ פּלאַן, װי אַזױ זי זאָל העלפֿן אױפֿדעקן די אמתע פֿאַרברעכער און באַפֿרײַען איר אױסדערװײלטן פֿון געפֿענקעניש. דאָס איז געװאָרן איצט איר אײנציקער װוּנטש, דער צװעק און דער גאַנצער זין פֿון איר לעבן. דער פּלאַן האָט זיך איר אױסגעװיזן אַזױ פּראָסט און אַזױ גרינג דורכצופֿירן. זי האָט זיך דערמאָנט אָן יענער מוראדיקער נאַכט, װאָס זי האָט פֿאַרבראַכט אין צװײען מיט יענער אומגליקלעכער פֿאַרלױרענער, פֿון װעלכער עס האָט געשמעקט העליאָטראָפּ מיט יאָדאָפֿאָרם, און װעלכע האָט איר אָנדערצײלט אַזױ פֿיל שרעקלעכע מעשׂיות. זי האָט זיך דערמאָנט, װאָס יענע האָט איר דערצײלט אױף איר געליבטן ― זי האָט שױן פֿאַרגעסן דעם נאָמען זײַנעם. נאָר יעדנפֿאַלס, װי יענע האָט איר דעמאָלט אָנגעהױבן צו דערצײלן, באַדאַרף אָט דער דאָזיקער נפֿש זײַן אײנער פֿון די, װאָס האָבן געפּטרט קיריליכעס זונדל... דאָס איז אַזױ זיכער, װי ס'איז זיכער, אַז זי לעבט אױף דער װעלט. אײן חסרון נאָר ― זי האָט פֿאַרגעסן און זי קאָן זיך ניט דערמאָנען, בשום־אופֿן־ואופֿן, ניט דעם נאָמען פֿון יענער פֿאַרלױרענער, ניט דעם נאָמען פֿון איר געליבטן. עס איז איר דעמאָלט, אין יענער נאַכט, נישט געקומען אױף די געדאַנקען, אַז עס קאָן איר אַמאָל צו נוץ קומען אָט דאָס, װאָס אַ גאַסן־מײדל װעט איר דערצײלן... אַ סך זאַכן, װאָס יענע האָט איר דעמאָלט דערצײלט, זענען איר אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס... אײנס נאָר געדענקט זיך איר גוט ― דאָס איז דער נאָמען פֿונעם דאָרף, פֿון װאַנען עס שטאַמט יענע פֿאַרלױרענע מיט איר געליבטן, און דאָס דאָרף ― דאָס איז אַקוראַט דער אָרט, װוּ איר פֿעטער פֿאַמיליאַנט װױנט איצט אױף דער דאַטשע. אַ געװײנטלעכער צופֿאַל, נאָר עס קאָן זיך אַלצדינג מאַכן אױף דער װעלט, װער װײסט?... אָט דאָס איז געװען דער שׂכל װאָס בעטי האָט מיט אַמאָל זיך אױפֿגעכאַפּט און אײַנגעװיליקט אַריבערצופֿאָרן צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע, פֿון װעלכן די מוטער איז געװען אױפֿן זיבעטן הימל: אַ קלײניקײט אַזאַ „װאָזדוך“ און אַזאַ „ראָסקאָש“ װעט איר טאָכטער האָבן, און צװישן אײגענע און אָן אַ קאָפּיקע געלט!...

מאָלט אײַך, שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך גענוג אָנגעװײנט, אַז זי האָט זיך באַדאַרפֿט צעשײַדן מיט איר קינד, װאָרעם אַכצן מאָל צװישן אײגענע, פֿאָרט נישט אין דער הײם, פֿאָרט נישט אונטער דער מאַמעס אױג, נאָכדעם, װי זי האָט קױם אױסגעבעטן בײַ גאָט... טאַטעניו, האַרציקער פֿאָטער! קלײן איז אַזאַ נגיד, װי איר שװאָגער, אָט דער שלמה פֿאַמיליאַנט, זײ אַלעמען אַרױסנעמען אין דאָרף? זײ אַלעמען דינגען אַ דאַטשע? װאָס איז אַזױ? איר דוד דאַרף ניט האָבן קײן װאָזדוך? און סיאָמקען װאָלט נישט אָנגעשטאַנען בעסער צו שפּילן זיך אױפֿן פֿרײען פֿעלד, אָדער אין גרינעם װאַלד, אײדער בראָטן זיך אױף דער זון און אָנעסן זיך מיט שטױב אױף דער ייִדישער גאַס...

― אױ, רבונו של עולם, רבונו של עולם! ― לאָזט אױס שׂרה, װי דער שטײגער איז פֿון די װײַבער, װאָס טענהן זיך אױס מיט גאָט, װי מיט אַ גאַנץ נאָענטן קנעפּל ― איך זאָג דיר ניט חלילה קײן דעות, װעמען דו זאָלסט געבן און װעמען ניט, און אַז דו גיסט אײנעם אַ ביסל און דעם אָנרעדן אַ פֿולע שיסל, אָדער אײנעם גאָר, דעם אָנרעדן ניט אַ האָר ― איז מסתּמא װײסטו דאָך, װאָס דו טוסט, דערױף ביסט דו דאָך עפּעס אַ בורא־עולם, װי זאָגט מײַן שװעגערין טױבע און דו פֿירסט זיך דײַן װעלטל, װי דו פֿאַרשטײסט. נאָר איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס איך װאָלט מער געטאָן פֿאַר אָרעמע קרובֿים, װי מײַן שװעגערין די נגידית, װאָס פֿאַרשליסט דאָס ברױט אין שאַפֿע און קנײַפּט די דינסטן אַבי זי טוט דיר אָן אַ מענטעלע ― זי דאַװנט דיר אַלע טאָג פֿון אַ גראָבן קרבן־מנחה ― זאָלסט מיך נאָר ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד, ליבער גאָט, װאָרעם אַזױ װי זי הערט ניט, אַזױ װעט איר ניט שאַטן...

* * *

דער טאָכטער האָט שׂרה אָנגעזאָגט אַמאָל צװאַנציק, װי אַזױ זי זאָל זיך פֿירן בײַ דער רײַכער מומע אױף דער דאַטשע, דער עיקר, זי זאָל זיך היטן, נישט טאָן קײן זאַך, נאָר עסן און טרינקען און זײַן אױפֿן „װאָזדוך“, װאָס מער „װאָזדוך“!...

― װאָזדוך! װאָזדוך! ― קרימט איר איבער דער קלײנער סיאָמקע, װאָס כאַפּט פֿון איר אַ פּאַטש, ער זאָל ניט זײַן קײן עזות־פּנים, כאָטש ער איז אַ בן־יחיד. נאָר סיאָמקע באַהאַלט דעם פּאַטש אין קעשענע, װאָרעם אָט באַלד זעצט ער זיך אױף מיט דער שװעסטער אינעם דאָקטאָרס פֿאַעטאָן, װעלכער פֿירט זי אָפּ אױף דער דאַטשע.

געזאָלט האָט בעטי פֿאָרן מיטן פֿעטער שלמהס פֿאַעטאָן, װאָס האָט געזאָלט קומען נאָך איר. נאָר אַזױ װי דער דאָקטאָר האָט אָנגעזאָגט, אַז זי דאַרף זײַן געהיט מיטן פֿאָרן און האָט אַלײן אָנגעשלאָגן זיך, אַז ער װעט מיט איר מיטפֿאָרן, און אַזױ װי דער דאָקטאָר האָט אַן אײגענעם עקיפּאַזש, איז געבליבן, אַז מען זאָל פֿאָרן אין דרײַען, דאָס הײסט, בעטי, דער דאָקטאָר און סיאָמקע ― אַ שומר. אַזױ טאַקע האָט אים די מאַמע געזאָגט: „פֿאָר אױך, סיאָמקע, מיטן דאָקטאָר, װעסטו זײַן אַ שומר...“ סיאָמקע איז אַװדאי געװען צופֿרידן פֿון אַזאַ בשׂורה, כאָטש זײַן קעפּל האָט בשום־אופֿן נישט געקאָנט משׂיג זײַן, צו װאָס באַדאַרף מען נאָך אַ „שומר“, אַז די שװעסטער פֿאָרט מיט אַ דאָקטאָר? און װאָס איז עפּעס די שװעסטער מיט אַמאָל רױט געװאָרן? און אױך דער דאָקטאָר, װי ער האָט באַמערקט, האָט עפּעס אַראָפּגעלאָזט די אױגן בײַ די דאָזיקע װערטער, װאָס די מאַמע האָט געזאָגט... אױך אין װעג פֿאָרנדיק האָט סיאָמקע באַמערקט און נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס שװײַגן זײ עפּעס בײדע, אי דער דאָקטאָר שװײַגט, אי די שװעסטער...

אַז דער דאָקטאָר איז געקומען צוריק פֿון דער דאַטשע, האָט ער געבראַכט צופֿירן סיאָמקען (דעם „שומר“) אַהײם און אָפּגעגעבן דער מאַדאַם שאַפּיראָ אַ גרוס פֿון איר טאָכטער, דערצײלט, װאָס פֿאַר אַ שײנע דאַטשע, װאָס פֿאַר אַ פּרעכטיקער װאַלד און װאָס פֿאָר אַ געזונטע לופֿט דאָרט איז. הײַנט די מענטשן!

― װאָס פֿאַר אַן אױפֿנאַם מען האָט אונדז געגעבן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, מאַדאַם שאַפּיראָ!...

― אַ מכּה זײ אַ גרױסע ― שטעלט אַרײַן די מאַדאַם שאַפּיראָ ― עס קומט זײ אַ דאַנק, זײ קאָנען נעבעך נישט? זײ זענען קלײן?

― זאָגט דאָס נישט, מאַדאַם שאַפּיראָ ― פּרוּװט זיך דער דאָקטאָר זי באַרויִקן ― הײַנטיקע יאָרן...

― װאָס דערצײלט איר מיר, הײַנטיקע יאָרן? הײַנטיקע יאָרן זאָל אַן אײגענע שװעסטער לאָזן אַ ברודער, און נאָך אַזאַ ברודער װי מײַן דוד, אַז ער זאָל דינען בײַ פֿרעמדע, אין דער צײַט װען איר מאַן איז אָנגעשטופּט מיט געשעפֿטן װי אַ זאַק מיט מעל. קראַנק איז אַזאַ ייִד װי שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ ייִד אַן אַדיר, װאָס מיר בײדע, איך מיט אײַך, מעגן זיך װינטשן פֿאַרמאָגן אונדזער אײגנס נאָר דאָס, װאָס אים קאָסט אָפּ אַ יאָר...

דער דאָקטאָר כאַפּט זיך אױף אַן אָפּגעבריטער:

― האַ ― פּאַזװאָלטי позвольте: לאָמיך, מאַדאַם, װאָס האָט איר מיך אײַנצונעמען אין שותּפֿות? פֿון װאַנען װײסט איר מײַן פֿאַרמעגן? איך בין אפֿשר נישט אַזױ רײַך װי אײַער שלמה פֿאַמיליאַנט, נאָר איך האָב מיך נישט צו באַקלאָגן...

― לאָז אײַך גאָט העלפֿן דרײַ מאָל אַזױ פֿיל! ― שלאָגט אים איבער שׂרה שאַפּיראָ ― װער עס פֿאַרגינט אײַך נישט, דער מעג אַלײן נישט האָבן...

― מע רעדט נישט פֿון דעם ― זאָגט דער דאָקטאָר, װאָס װיל דעם שמועס צובײגן אין דער געהעריקער זײַט אַרײַן ― מע רעדט גאָר פֿון עפּעס אַנדערש... ער קנײטשט דאָס היטל אין די הענט, ער רײַבט די ליסינע, ער װײסט נישט פֿון װאַנען ער זאָל אָנהײבן... רוקט ער זיך צו צו דער מאַדאַם שאַפּיראָ אַ ביסל נעענטער און מאַכט צו איר אַזױ:

― הם... פֿאַרשטײט איר מיך, מאַדאַם, איך האָב גאָר געװאָלט עפּעס אַנדערש זאָגן אײַך... די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: איך קען איר טאָכטער נאָך, אַז זי איז געװען אָט אַזעלכע (ער װײַזט מיט דער האַנט נידעריק בײַ דער ערד) און האָב געקוקט אױף איר תּמיד װי אױף אַ קינד, אַ מײדל... איצט, אָט דאָ, אַז זי אין קראַנק געװאָרן...

― נישט הײַנט געדאַכט ― פֿאַרריכט אים שׂרה.

― נישט הײַנט געדאַכט, אַז זי איז קראַנק געװאָרן, בין איך, נישט הײַנט געדאַכט, געפֿאָרן אַלע טאָג, צװײ מאָל אַ טאָג, דרײַ מאָל אַ טאָג... נישט הײַנט געדאַכט...

― אַ מאָדנער מענטש איר זענט! ― שלאָגט אים שׂרה איבער ― האָב איך דאָך אײַך געבעטן װיפֿל מאָל, איר זאָלט פֿאַרשרײַבן די װיזיטן, האָט איר זיך נאָך אױפֿגעבלאָזן, געװען אין כּעס סכּנות, למאַי איך זאָג...

„אַן אומגליק, נישט קײן ייִדענע!“ ― טראַכט זיך דער דאָקטאָר, װישט אױס מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע די גלאַנצנדיקע ליסינע, כאַפּט זיך אױף און זעצט זיך אָבער באַלד אַװעק צוריק.

― נײן! נישט דאָס, מאַדאַם! איר האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען, מײן איך, איר האָט מיך שלעכט פֿאַרשטאַנען; איך האָב קײנמאָל נישט גערעדט מיט אײַך און רעד נישט און װעל נישט רעדן פֿון װיזיטן...

― יאָ, נו, איך װײס דאָך, איר נעמט װיפֿל מע גיט אײַך... איר האָב שױן איבערגערעדט מיט מײַן מאַן, אַז...

― פּאַ־פּאַזװאָלטי позвольте: לאָמיך, מאַדאַם שאַפּיראָ! ― נעמט דער דאָקטאָר מיט אַ טאָן העכער ― לאָזט מיך אױסרעדן. איך רעד נישט דערפֿון, איך װיל בײַ אײַך קײן געלט נישט נעמען, האָב איך אײַך געזאָגט, דאַכט זיך, װיפֿל מאָל! ― פֿאַר כּעס טוט דער דאָקטאָר אױס די ברילן און שׂרה מאַכט צו אים רויִק:

― װי באַלד אַז נישט קײן געלט, הײַנט װאָס דרײט איר אַ מוח?

דאָס טוט שױן דעם דאָקטאָר אַ טראָג־אױף פֿונעם בענקל. ער טוט אָן אױף דער גיך די ברילן מיטן היטל און ער רופֿט זיך אָן צו איר מיט אַ ביטער געלעכטער און מיט אַ קװיטש, און אין קול הערן זיך טרערן:

― אַ מאָדנע ייִדענע איר זענט! הערט איר? איר זענט אַ מאָדנע ייִדענע. אַ מענטש קומט צו אײַך װעגן אַן ערנסטער זאַך, װעגן אַ זאַך, װאָס איז אים אַפֿילו נוגע אין לעבן, רעדט איר מיט אים מאָדנע דיבורים, גלײַך װי מע רעדט עפּעס מיט... מיט... מיט אַ דינסט, אָדער מיט אַ בעל־עגלה, אָדער איך װײס אַלײן נישט מיט װעמען...

אױסער זיך און רױט פֿאַר כּעס טוט דער דאָקטאָר אַ קלאַפּ מיט דער טיר און גײט אַװעק אַ ברוגזער. שׂרה בלײַבט זיצן, קוקט אין פֿענצטער און זעט, װי ער האָט זיך אײַנגעבױגן אין דרײַען און אָנגערוקט דאָס היטל, שפּרינגט אַרײַן אין זײַן אױפֿגעבאַרעט פֿאַעטאָנדל און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט צום קוטשער ער זאָל פֿאָרן, װיל אַפֿילו נישט אַרומקוקן זיך.

― אַ משוגענער דאָקטאָר! אַ גוטער מענטש, נאָר אַ משוגענער ― אַזױ טראַכט זיך שׂרה און פֿאַרשטײט נישט, װאָס איז ער משוגע געװאָרן און װאָס האָט ער געװאָלט זאָגן אַזעלכס, װאָס איז אים בנפֿשו!... זי איז גרײט אױסצובײַטלען אַלע אירע בײזע װיסטע חלומות צו זײַן קאָפּ, דערמאָנט זי זיך אָבער, װאָס האָט זי צו אים? גענוג ער האָט געשטעלט איר טאָכטער אױף די פֿיס (פֿריִער גאָט, דערנאָך ער), גענוג ער װיל בײַ איר קײן געלט נישט נעמען און איז נאָך אַזאַ אײדלמאַן און איז זיך מטריח מיט זײַן עלטער און פֿירט אַלײן אָפּ אױף זײַן פֿור איר בעטין צום פֿעטער אױף דער דאַטשע און ברענגט פֿון איר אַ גרוס, נעמט זי אים אױף אַזױ קאַלט און איז אים אַפֿילו נישט מכבד מיט אַ גלעזל טײ, נאָר װער איז שולדיק, אַז דער קאָפּ איז איר אַזױ דערשלאָגן, מישטײנס געזאָגט, אַז זי האָט אים אַפֿילו נישט אױסגעהערט רעכט, װאָס ער האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן... עפּעס האָט ער דאָך געװאָלט איר זאָגן דער שלימזל, אפֿשר נאָך אַ נױטיקע זאַך?...

― אַ רעשטל צו די צרות! ― באַרויִקט זיך שׂרה און הערט אױף צו טראַכטן פֿונעם דאָקטאָר, אירע געדאַנקען טראָגן זיך אַװעק ערגעץ אַנדערש.

זי האָט נאָך גענוג צו טראַכטן...

דאָס אַכט־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

אָפּגעקילט

די ערשטע צײַט, װי עס פֿירט זיך בײַ דאָס רובֿ רײַכע קרובֿים, איז בעטי געװען בײַ די פֿאַמיליאַנטס זײער אַן אָנגעלײגטער גאַסט. מע האָט כּמעט נישט געװוּסט װוּ זי אַװעקצוזעצן. אַלע, פֿונעם קלענסטן ביזן גרעסטן, האָבן אַרומגעטאַנצט אַרום איר. די מומע טױבע האָט זי געפּילנעװעט װאָס מע דאַרף גאָרנישט בעסער, זי האָט אַלץ געטענהט, אַז בעטי עסט גאָרנישט. אױך מיר אַן עסן! זי פֿאַרשטײט גאָרנישט, פֿון װאָס זי לעבט? און אירע טעכטער די, „באַרישניס“ ― די האָבן זיך גאָר מחיה געװען מיט זײער קוזינקע. אַ פֿרישער מענטש, װאָס מע קאָן כאָטש אַ װאָרט אױסרעדן, אַ שמועס געבן װעגן ליטעראַטור, פֿירן אַ דיסקוסיע װעגן אַרציבאַשעװס לעצטן ראָמאַן... און אַפֿילו דער פֿעטער אַלײן, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, װאָס איז, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, שױן גאָר אַ ייִד אַ חסיד מיט אַ ברײטן טלית־קטן, װאָס די ציצית קוקן בײַ אים אַרױס פֿון אונטער דער ברײטער סאַמעטענער זשילעט אינאײנעם מיט דער מאַסיװער גאָלדענער קײט פֿונעם זײגער ― אַפֿילו אָט דער ייִד האָט אַרױסבאַװיזן צו בעטין אַ באַזונדער פֿרײַנדלעכקײט און צוגעלאָזנקײט גאָר עד אין־לשער. אַ חוץ װאָס ער האָט איר אַזאַ טובֿה געטאָן, זי צוגעשריבן אױף דער דאַטשע צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער, אונטערגעשמירט פּאָליציע און פֿאַרזיכערט זי אַז דאָ קאָן זי זײַן רויִק נאָך מער װי אין דער הײם, ― דערױף איז ער דאָך פֿאַמיליאַנט, אַ ייִד אַ תּקיף בײַ זיך און אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, ― האָט ער זיך נאָך אַלײן מטריח געװען בכבֿודו־ובֿעצמו איר אָנגעװיזן איר מקום־מנוחה, װוּ זי װעט זיך געפֿינען, דערזען מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן זיך װאַלגערן אַ טיכל אױף דער ערד, האָט ער אױפֿגעהױבן אַ סקאַנדאַל מיט סכּנות, צונױפֿגערופֿן די דינסטן און זײ געגעבן אַ װיסטן סוף. דערנאָך האָט ער זי אַרײַנגעפֿירט אין גאָרטן, באַװיזן איר װי מע גײט אין װאַלד און װוּ מען קאָן צובינדן אַ װיג־בעטל (אַ האַמאַק) און זיך ליגן רויִק אין שאָטן, דערװײַל האָט ער דערזען אין גאָרטן אױף אַ טישל אַ לײדיקע גלאָז (אַ נידעריקע ראיה און דערזעט אַלצדינג!), האָט ער װידער אױפֿגעהױבן אַ סקאַנדאַל, באַװיזן װאָס פֿאַר אַ בעל־הבית ער אין, טאַקע אַ גאַסטפֿרײַנדלעכער, אַ גרױסער מכניס־אורח, נאָר אַ שטרענגער בעל־הבית.

װאָס װײַטער װײַטער, האָט די גאַסטפֿרײַנדלעכקײט בײַ די פֿאַמיליאַנטס, װי בײַ דאָס רובֿ רײַכע קרובֿים, אָנגעהױבן ביסלעכװײַז אונטערצוגײן און אױסלעשן, קילער צו װערן, אַזױ װי למשל די זון אום סוף זומער.

פֿריִער פֿון אַלע האָט אױף איר געװאָרפֿן אַן אום־חן די מומע טױבע. די פֿרומע מומע האָט נישט געקאָנט סובֿל זײַן ראשית־חכמה, װאָס איר פּלימעניצע בענטשט ניט קײן ליכט ערבֿ־שבת. װאָס „געהער זיך אָן אײנס מיטן אָנרעדן! ― האָט די פֿרומע מומע געטענהט ― מע קאָן זיך זײַן טאַקע אַ געבילדעטע „באַרישני“ אין זיבן פּאָלעס, און פֿונדעסטװעגן װאָס צו גאָט איז צו גאָט און װאָס צו לײַטן איז צו לײַטן. אָט זענען אירע טעכטער, דאַכט זיך, אױך געבילדעטע, „באַרישניס“, כ'לעבן, לײענען אױך רוסישע ביכלעך, און קאָנען נאָך אַפֿילו רעדן פֿראַנצײזיש אױך, און טאַנצן אױך און שפּילן אױך און אַלצדינג, פֿונדעסטװעגן אַז עס קומט שבת, װאָס איז שײך? דערױף איז מען דאָך עפּעס ייִדישע טעכטער“...

צו איר אַלײן, צו בעטין הײסט עס, האָט זי גאָרנישט ניט, מע האָט זי אַזױ אױפֿגעצױגן, װאָס איז זי שולדיק? האָבן האָט זי צו איר מאַמע: „װי לערנט דאָס אַזױ אַ מאַמע, דוד שאַפּיראָס אַ װײַב, איר קינד, אַז זי זאָל ניט װיסן דאָס נױטיקסטע, װאָס אַ ייִדישע טאָכטער דאַרף צו װיסן?..

― ניט אומזיסט קומט ניט משיח און ייִדן לײַדן גלות... לאָזט אױס די מומע טױבע מיט אַ פֿרום פּנים און מיט שטאַרק פֿאַרשנירעװעטע ליפּן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז די דאָזיקע אַלע טענות האָט די פֿרומע טױבע פֿאַמיליאַנט אױסגעלײדיקט נאָר פֿאַר אירע קינדער און פֿאַר אירע דינסטן. פֿאַר בעטין אַלײן האָט זי מורא געהאַט אָפֿן אַרױסצוטרעטן. און ניט אַזױ פֿאַר בעטין האָט זי מורא געהאַט, װי פֿאַרן מאַן, שלמה פֿאַמיליאַנט האָט געהאַלטן שטאָל און אײַזן מיט זײַן פּלימעניטשקע ― און דאָס האָט, נעבעך דער פֿרומער טױבע גענוג געקרענקט, זי האָט נישט געקאָנט לײַדן, למאַי ער נעמט זיך אָן איר קריװדע, מישט זיך אַרײַן בײַם טיש מע זאָל איר געבן עסן ― בײַם טיש איז זי, טױבע, דאַכט זיך, די בעל־הביתטע און װײס אַלײן װעמען װאָס מע דאַרף געבן. װאָס האָט אַ מאַנסביל צו מישן זיך אין אַזעלכע זאַכן, און נאָך אַ חסיד דערצו? ביסט אַ חסיד, באַדאַרפֿסטו אַכטונג געבן אױף רײנע חסידים, זינגען מיט זײ זמירות שבת צו שלש־סעודות, אָדער כאַפּן אַ טענצל מיט זי צו דער מלװה־מלכּה, אָבער ניט אַרײַנקוקן אין טעלער אַרײַן צו דער פּלימעניטשקע און אין זינען האָבן, צי זי האָט הײַנט געטרונקען מילך, צי ניט?...

דאַכט זיך אַ נאַרישקײט, טױבע װײסט אַלײן, אַז ס'איז אַ נאַרישקײט, נאָר װי דאָס רובֿ װײַבער, װאָס זענען חושד זײערע מאַנען, אַז זײ קוקן ניט אַהין, װוּ מע דאַרף, האָט זי נעבעך געליטן חיבוט־הקבֿר און ניט געשלאָפֿן קײן נעכט. אַ סבֿרה אָבער, אַז איר מאַן רב שלמה פֿאַמיליאַנט אַלײן, האָט ניט װינציקער פֿון איר געליטן חיבוט־הקבֿר און איז אױך שלעכט געשלאָפֿן.

און אָט איבער װאָס:

בעטי האָט פֿון תּמיד אָן נושׂא־חן געװען אין די אױגן פֿון איר פֿעטער שלמה פֿאַמיליאַנט. בתיה, האָט זי בײַ אים געהײסן מיטן ייִדישן נאָמען. און ניט בתיה, נאַר בתיהקע, פֿאַרצױגן. קינדװײַז פֿלעגט ער זי קנײַפּן אין די בעקלעך, נישט קושן, נאָר קנײַפּן, גוט קנײַפּן, סימנים זאָלן בלײַבן, נאָר פֿאַר יעדן קניפּ שענקען אַ מטבע, זי זאָל ניט װײנען. שפּעטער, אַז זי איז שױן אונטערגעװאַקסן, געװאָרן אַ היפּש מײדל, האָט ער נאָך אַלץ ליב געהאַט איר געבן אַ קניפּ אין בעקל, און סאַמע דאָרט, װוּ דאָס חן־גריבעלע באַװײַזט זיך, אַז זי לאַכט (דאַכט זיך אַזאַ נידעריקע ראיה און זעט אַלצדינג)! נאָר פֿון זײַט זי איז שױן גאָר אין גאַנצן אױסגעװאַקסן, לאָזט זי זיך שױן ניט קנײַפּן. אַן עזות־פּנימניצע געװאָרן ― סכּנות! און אַ ביסל האָט זיך אַרײַנגעמישט די מומע טױבע, אָנגענומען זיך די קריװדע פֿון דער פּלימעניצע: „װאָס פֿאַר אַ השׂגה קנײַפּן? מאַכן ברױן און בלױ? אַ צער בעלי־חײם ― זי קאָן עס נישט צוזען!...

פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אױפֿגעהערט קנײַפּן די פּלימעניצע, נאָר אַז ער האָט זי דערזען, האָט ער אַלע מאָל גענומען אײַנקוקן זיך אין איר מיט האַלב צוגעמאַכטע אױגן (אַ מענטש האָט אַ נידעריקע ראיה)! און אָפּזיפֿצן. „המ... קײן עין־הרע ניט! ― האָט ער זיך געטראַכט ― געװען אָט ערשט ניט לאַנג דאַכט זיך אַ גאָרנישט, אַ װײס־איך־װאָס, אַ קינד, און מיט אַמאָל ― אַ נקבֿה!... און װער שמועסט איצט, נאָך איר שלאַפֿקײט, האָט ער זיך גאָרנישט געקאָנט זאַט אָנקוקן אין איר, װי זי האָט זיך עס געגעבן מיט אַמאָל אַ הױב אױף, געװאָרן נאָך מענישער און שענער און בליִענדיקער און צײַטיקער ― אַ נקבֿה ממש און נאָך אַ יפֿת־תּואר דערצו ― מסוכּן־נפֿש!... „אָך ― אָך ― אָך ― אָך ― אָך!“ ― זיפֿצט ער אָפּ זײער שװער און קאַטשעט זיך אין בעט פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, קאָן קײן אױג נישט צומאַכן: הירהורים און הירהורים און הירהורים ― אַ רײנער עונש! און נישט נאָר ליגנדיק אין בעט, נאָר אַפֿילו אין דער פֿרי, אַקוראַט בײַם רעכטן דאַװנען, קאָן ער זיך אױך ניט באַפֿרײַען פֿון די דאָזיקע מחשבֿות. אָט האָט ער אָנגעטאָן זיך זײַן טלית־ותפֿילין, דאַכט זיך גאָר פֿײַן און שײן, טראָגט עס אים אָן אױפֿן זינען פּלוצעם די פּלימעניצע, די יפֿת־תּואר, און עס הײבן זיך אָן װידער אַ מאָל הירהורים און הירהורים און הירהורים,.. שטעלט ער זיך אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט, מאַכט צו מיט דער האַנט די אױגן, צעשאָקלט זיך װי אַן אומרו אַהין און צוריק, און דאַװנט אַזױ געשמאַק, אַז די װענט קלינגען! איזהו גבור? הכּובֿש את יצרו ― אַ מענטש, אַז ער װיל נאָר, קאָן ער בײַקומען דעם יצר־הרע...

הײַנט די חלומות! װאָס טוט מען מיט בײזע חלומות, װען אַ מענטש שלאָפֿט און איז געגליכן צו אַ מת און קאָן בשום־אופֿן אױף זיך נישט געװעלטיקן? זינט די פּלימעניצע, די יפֿת־תּואר, אין בײַ אים אין שטוב, פּלאָנטען זיך אים כּמעט אַלע נאַכט אַזעלכע חלומות, װאָס ער פֿאַרשטײט גאָרניט, פֿון װאַנען! אַ שטיקל גליק, װאָס רב שלמה פֿאַמיליאַנט איז ניט קײן עם־האַרץ און װײס פֿונעם פּסוק: וחלומות שװא ידברין ― חלומות זענען בלאָטע. שטעלט אײַך פֿאָר װאָס אַ ייִדן חלומט זיך:

עס חלומט זיך אים, אַז ער איז ניט דאָ געדאַכט, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט געבליבן אַן אַלמן... געשטאָרבן זײַן טױבע, זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן... זיצט ער נעבעך שיבֿעה און װײנט, גיסט מיט טרערן, לערנט איובֿ... דערנאָך גײט אַװעק שלושים... ער גײט אַרום אָן אַ קאָפּ, ער האָט גאָרניט אין זינען אין דער לינקער פּאה אַפֿילו חתונה האָבן דאָס אַנדערע מאָל... זענען דאָך פֿאַראַן שדכנים אױף דער װעלט, שלאָגן זײ אָפּ די טירן און דרײען אַ מוח:

איר מוזט, זאָגן זײ, חתונה האָבן, איר טאָרט ניט, זאָגן זײ, זיצן. װאָס איז שײך, אַזאַ ייִד, װי איר, אײנער אַלײן... אָט פֿרעגט אַפֿילו, זאָגן זײ, דעם רבין, װעט ער אײַך אױך זאָגן, אַז איר דאַרפֿט װאָס גיכער שטעלן חופּה, וקידושין טאַקע מיט אײַער פּלימעניטשקע... ערשטנס װײַל זי איז אַ בתולה, והשנית, װײַל זי אַן אײגענע און אַן אָרעמע, ― איז דאָס נאָך אַ מיצװה אױך, מתקן זײַן אַ נפֿש, וכל המקײם נפֿש אַחת“ זאָגט די גמרא...

― גאָט איז מיט דיר, שלמה, װאָס קרעכצסטו אַזױ? ― װעקט אים טױבע קױם אױף פֿונעם שלאָף, און כאָטש ס'איז נאָך װײַט צו טאָג, שלאָפֿן זײ שױן נישט, ניט ער, ניט זי. באַקלאָגט זיך פֿאַר אים טױבע אױף דער פּלימעניצע, אַז זי פֿירט זיך ניט גוט אױף און זי האָט חרטה, װאָס זי האָט זי אַהער גענומען.

― דהײַנו כּדומה למשל? ― פֿרעגט שלמה, קוקט אױף איר דורך זײַנע קורצזיכטיקע אױגן און דערמאַנט זיך אינעם שרעקלעכן חלום, װאָס ער האָט נאָר־װאָס געזען...

― דהײַנו כּדומה למשל ― ענטפֿערט אים טױבע, װאָס זעט אױס אין איר װײַסן נאַכטשלײער, װי אַן אַלטע באַרמהאַרציקע שװעסטער, װאָס איז שױן דרײַ נעכט ניט געשלאָפֿן ― ס'איז ניט שײן אַז אַ מײדל אין אונדזער גראַד זאָל זיך אַזױ פֿירן, זײַן קוצעניו־מוצעניו מיט פֿרעמדע מאַנסבילן, שפּאַצירן מיט זײ אין װאַלד, סודען זיך און שושקען זיך, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בײַ איר מאַמען אין דער הײם קען זי זיך פֿירן לענדער, אָבער ניט דאָ; מיר אַלײן האָבן אױך דערװאַקסענע טעכטער: װאָס פֿאַר אַ מוסר, מישטײנס געזאָגט, קענען זײ זיך אַראָפּנעמען פֿון אַזעלכע פֿירעכצן און פֿון אַזעלכע דרכים, גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד?...

פֿון די „פֿרעמדע מאַנסבילן“ װאָס די פֿרומע טױבע האָט געגעבן אָנצוהערעניש, איז געװען, ערשטנס, דער דאָקטאָר, װאָס קומט צו פֿאָרן אַהין אײן מאָל אין װאָך טאַקע צוליב בעטין, כּלומרשט געװױרע װערן, װאָס זײ מאַכט. נאָר װאָס דען? „ממה־נפֿשך ― ביסטו אַ דאָקטאָר, נעם הער זי אױס, פֿאַרשרײַב אַ רעצעפּט און פּאָר געזונט. װאָס איז פֿאַר אַ אַנידערזעצן זיך און באַלאַקען דרײַ זײגער שעה, דער גוטער יאָר װײסט פֿון װאָס, נעכטיקע טעג, פֿאַראַיאָריקער שנײ, אױפֿן הימל אַ יאַריד?.

נאָר מילא גאָרנישט, איז ער כאָטש אַ דאָקטאָר, װי זאָגט מען דאָס, אַ רופֿא־חולים, און אַ הײמישער מענטש, ברענגט צו פֿירן אַלע זונטיק אַ גרוס פֿון דער הײם. װאָס האָט דאָ אָבער צו טאָן אָט דער בחור דער שלימזל, װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז איר דודס טאָכטער מיט עפּעס אַ האַלבן סטודענט, װאָס פֿאַרמאָגט ניט אַפֿילו קײן גאַנצע פּאָר שטיװל! װאָס פֿאַר סודות איז דאָ בײַ איר, װאָס מע באַדאַרף אַזש גײן אין װאַלד אַרײַן מיט אַ פֿרעמדן בחור זיך סודען און שושקען זיך?...

שױן באַלד אַ װאָך, אַז טױבע הערט ניט אױף צו עסן און צו טאָטשען מיט אירע פֿרומע רעד דעם מאַן אירן פֿאַר אָט דעם אָרעם בחור, דעם האַלבן סטודענט, װאָס איז געקומען צו בעטין מיט אַ װיזיט און אַװעקגערופֿן זי אין װאַלד אױף אַ סוד. און נישט נאָר טױבע אַלײן האַלט אים אין מױל ― טױבעס טעכטער די „באַרישניס“ לאָזן אים פֿון מױל נישט אַרױס, זענען אָנגעשטױסן אױף אים אש־להבֿה און אױך אױף זײער קוזינקע, אױף בעטין, בלאָזן זי זיך, שעפּטשען זיך איבער צװישן זיך און רעדן עפּעס זײער געשמײַעדיק מיט דער מוטער און מיט די עלטערע שװעסטער, און אַז בעטי קומט אָן, װערט מען אַלע אַנטשװיגן און מען קוקט זיך איבער מיט מאָדנע אױגן און נאָך מיט אַ הוסטל דערצו אַזױ, אַז בעטי װאָלט באַדאַרפֿט זײַן אַ בהמה, זי זאָל ניט פֿאַרשטײן, אַז דאָס מײנט מען זי... װער איז דאָס געװען אָט דער אָדעס בחור, דער האַלבער סטודענט, װאָס האָט אַזױ אױפֿגעקאָכט די פֿאַמיליאַנטן אױף דער דאַטשע און אַרױסגערופֿן בײַ זײ אַזאַ אָפּקילונג צו דער אָרעמער קרובֿה, צו בעטי?

דאָס איז געװען ניט קײן אַנדערער, נאָר דער פּינסקער בחור, ראַבינאָװיטשעס אַן אַלטער באַקאַנטער און אַ חבֿר זײַנער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן נישט זוכה געװען אַרײַנצוטרעטן אין „טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט“, װי דער פּינסקער בחור האָט זיך אױסגעדריקט, און דעריבער אָפּגעריכט גלות גלײַך מיט אַלע ייִדן און געפֿילט דעם טעם פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“...

דאָס נײן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל

בעני הורװיטש פֿון פּינסק

עס איז געװען אַ הײסער, מוראדיק הײסער זומערטאָג, אײנער פֿון די טעג װען אַלעס דרימלט אײן אונטערן אָנגעגליטן הימל; װען עס בענקט זיך נאָך אַ קיל װינטעלע, נאָך אַ טײַכל, נאָך אַ שטיקל אײַז; װען איטלעכס באַשעפֿעניש, אַפֿילו אַ קאַץ, זוכט אַ שאָטן אױף צו באַהאַלטן זיך פֿון דער אומדערבאַרעמדיקער זון, װאָס בראָט און באַקט און בריט און טריפֿט־טריפֿט מיט פֿײַער.

שלעפֿעריק שטיל און װי פֿאַרטראַכט איז געשטאַנען דער שײנער גרױסער אַלטער בכּבֿודיקער װאַלד מיט זײַנע הױכע סאָסנעס, װאָס שטײען אױסגעצױגן און געדיכט אײנע נעבן דער אַנדערער באַשאָטן מיט גרינע שמעקעדיקע נאָדלען. דאָס איז דער אײנציקער אָרט, װוּ מע האָט געקאָנט אַריבערטראָגן די מסוכּנע היץ פֿון דעמדאָזיקער אומגעלומפּערט הײסער זומער־טאָג. דאָרט, צװישן די בײמער, איבערגעבונדן מיט שטריקלעך, זענען געהאָנגען דרײַ געפֿלאָכטענע װיג־בעטלעך (האַמאַקן), אױף װעלכע עס זענען געלעגן אײַנגעקנױלט אין פֿאַרשידענע פּאָזעס דרײַ שײנע מײדלעך: צװײ פֿון זײ זענען געװען טױבע פֿאַמיליאַנטס טעכטער, ייִדישע באַרישנעס מיט רוסישע ביכעלעך, און די דריטע ― זײער קוזינקע בעטי שאַפּיראָ.

אַלע דרײַ האָבן געפֿאָכעט מיט דער נשמה, מחמת דער היץ איז בײַ די „באַרישניס“ אױסגעגאַנגען העט און עס האָט זיך נישט געגלוסט צו דיסקוטירן מיט בעטין װעגן ליטעראַטור, װעלכעס װאָלט זי דאַכט זיך קײן מאָל נישט נימאס געװאָרן. בעטי איז געװען צופֿרידן, װאָס מע האָט זי געלאָזט צו רו און זי האָט זיך אַריבערגעטראָגן מיט אירע געדאַנקען אין איר אײגן װעלטל אַרײַן, װוּ זי האָט די לעצטע צײַט ליב געהאַט צו בלײַבן אַלײן. פּלוצעם איז מען איר געקומען, זאָגן אַז אַ יונגער מענטש אין אַ װײַסן פּידזשאַק פֿרעגט זיך נאָך אױף איר, ער װיל זי זען.

― אַ יונגער מענטש אין אַ װײַסן פּידזשאַק, װער זאָל עס זײַן? ― פֿרעגט בעטי, אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו אירע קוזינקעס און זעצט זיך אױף.

― למאַי זאָלסטו װעלן טרעפֿן! אַ יונגער מענטש פֿרעגט זיך נאָך, נעם אים אױף. הײס לאָז ער צוגײן אַהער ― האָבן אַ זאָג געגעבן אירע בײדע קוזינקעס די „באַרישניס“ און האָבן זיך אױך אױפֿגעזעצט און גענומען זיך צורעכט מאַכן די האָר.

בעטי האָט זײ געפֿאָלגט. און װי נאָר דער יונגער מענטש איז צוגעקומען מיט זײַן ברײטן שמײכל אױף זײַן אָפֿן באַשפּרענקלט פּנים, אַזױ האָט בעטי גלײַך דערקענט אין אים יענעם יונגען מאַן, ראַבינאָװיטשעס חבֿר, מיט װעלכן ראַבינאָװיטש האָט זי באַקאַנט געמאַכט דעמאָלט אין דרױסן, אין דער נאַכט פֿון דער בהלה ― און איר פּנים איז באַגאָסן געװאָרן מיט פֿאַרב. זי האָט זיך דערפֿרײט גלײַך װי זי װאָלט דערזען ראַבינאָװיטשן אַלײן, אָדער װײניקסטנס זײַנעם אַן אײגענעם ברודער.

בעטי האָט זיך דערמאָנט, אַז איר מוטער האָט איר שױן לאַנג דערצײלט, אַז ער איז געװען בײַ איר אַ פּאָר מאָל אין שפּיטאָל זיך נאָכפֿרעגן אױף איר געזונט, זי האָט עס אָבער געהאַט פֿאַרגעסן ― אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס, װאָרעם אירע געדאַנקען זענען די גאַנצע צײַט ביז אַהער געװען פֿאַרנומען נאָר מיט אײנעם, און יענער „אײנער“ האָט אַרױסגעשטױסן פֿון איר זכּרון אַלע אַנדערע... זי פֿילט זיך דעריבער שולדיק קענען אים און װיל אים אױפֿנעמען. „צו װאָס? ער האָט פֿײַנט צערעמאָניעס, פּוסטעקראַטישע גענג, אױפֿנעמענישן, אַ פּראָסטער חי־וקים, ער קאָן באַשטײן זיך אַװעקזעצן מיט איר אָט דאָ אױף גאָטס ערד אונטער גאָטס הימל“.

און נישט לאַנג געטראַכט, טוט ער אַ װאָרף דאָס היטל אױף דער ערד און אַלײן באַזעצט ער זיך אונטער אַ בױם נעבן בעטין, נעמט בײדע קניִען אין די הענט אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו איר, װי צו אַ גאַנץ נאָענטער באַקאַנטע, אױף זײַן ליטװישן דיאַלעקט:

― זאָגט־זשע מיר, טײַערינקע, װאָס מאַכטש איר און װאָס הערט מען עפּעס װעגן אײַער באַשערטן, מײַן האַלב גױיִשקן חבֿר, װאָס פֿאַרמאָגט אױף זײַן גאַנצער ייִדישקײט מער ניט, אַז דעם נאָמען ראַבינאָװיטש?

בעטי װערט נאָך רױטער, װי זי איז געװען און װיל צערײַבן דעם שמועס... זינט זי איז דאָ אױף דער דאַטשע, האָט זי נאָך מיט אירע קוזינקעס קײן אײנציק װאָרט נישט גערעדט װעגן ראַבינאָװיטשן; אַפֿילו זײַן נאָמען נישט דערמאָנט; פֿון אַלע און פֿון אַלעמען רעדט זי מיט זײ, נאָר נישט פֿון אים. זײ האָבן גערעכנט, אַז ס'איז דערפֿאַר, װאָס דער דאָקטאָר האָט אָנגעזאָגט הונדערט מאָל, מע זאָל מיט איר רעדן װעגן אַלצדינג, נאָר נישט פֿון דעם, װאָס קאָן זי ערגערן. און זײ האָבן זי געשאַנעװעט. בעטי האָט נישט געװוּסט, װאָס זי זאָל טאָן, װי אַזױ צערײַבט מען דעם שמועס? האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אָן דעם, װאָס זי האָט שיִער פֿאַרגעסן פֿאָרצושטעלן פֿאַר דעם גאַסט אירע קוזינקעס, און זי רופֿט זײ אָן בײַ די נעמען און װיל אָנרופֿן אױך דעם גאַסט בײַם נאָמען, װי עס פֿירט זיך, האָט זי אָבער פֿאַרגעסן װי מע רופֿט אים.

איז דער גאַסט איר געקומען צו הילף?

― הורװיטש, בעני הורװיטש ― האָט ער זיך אַלײן פֿאָרגעשטעלט אָן אַ שטײ־אױף פֿון דער ערד און אַפֿילו אָן אַ פֿאַרנױגן זיך, װעלכעס איז די באַרישנעס זײער נישט געפֿעלן און זײ זענען געװען קענטלעך שטאַרק נישט צופֿרידן. דער גאַסט איז אָבער, װײַזט אױס, יאָ געװען צופֿרידן און אױפֿגעלײגט, װי אַלע מאָל, ער האָט באַמערקט, װי די מײדלעך קוקן זיך איבער צװישן זיך און זענען עפּעס זײער נישט פֿרײַנדלעך געשטימט, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו זײ װײַטער:

― װי איך זע אַרױס, זאָגט אײַך מײַן נאָמען גאָרנישט ניט. מוז איך אײַך אָנרופֿן אױך די שטאָט פֿון װאַנען איך שטאַם, פּינסק הײסט די שטאָט ― האָט איר געהאָרכט אַ מאָל פּינסק? נו בין איך פֿון די, פּינסקער הורװיטשעס, פֿון די אמתע פֿון די פּינסקער הורװיטשעס...

דערבײַ האָט ער געכאַפּט אַ קוק אױף בעטין און אַרױסגעזען נאָך איר פּנים, אַז זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס מאַכט ער נאָך איר פֿאָטער שאַפּיראָ: פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס... און בײדע האָבן זײ זיך צעלאַכט.

אַ מאָדנע גוטן אײַנדרוק האָט געמאַכט אױף בעטין אָט דער הורװיטש פֿון פּינסק. אַ פֿרײלעכער בחור, אַ באַרעדעװדיקער, זאָגט װערטלעך און לאַכט אַלײן, נאָר אַזױ הילכיק, אַז איר נעמט זיך אָן פֿון אים און איר מוזט אױך לאַכן.

עס איז גיך פֿאַרבונדען געװאָרן צװישן יונגװאַרג אַ שמועס, אין װעלכן עס האָבן גענומען אָנטײל די „באַרישניס“ פֿאַמיליאַנט, װאָס האָבן מוחל געװען דעם גאַסט זײַן נישט עלעגאַנטן פֿאָרשטעלן זיך, און זענען געװאָרן אַ ביסל מער אױפֿגעלײגט און גענומען פֿאַרקערעװען דעם געשפּרעך אױף דער נײַער ליטעראַטור, אַרציבאַשעװ וכדומה. האָט זײ אָבער דער הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, זײער מיאוס אָפּגעהאַקט נאָך אין מיטן דרינען:

― זאָגט נאָר, מײַנע ליבע מײדלעך, װאָס איך װעל בײַ אײַך פֿרעגן: װאָס איז למשל דער שׂכל, װאָס איר רעדט צו מיר אױף גױיִש? דאַכט זיך מײַן נאָמען בעני הורװיטש זאָגט נישט, אַז איך זאָל זײַן, חלילה, אַ קריסט. און אױף מײַן פּנים איז דאַכט זיך אױך נאָך צו דערקענען דעם צלם אלקים? און איר אַלײן זענט, שײַנט מיר אױך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, ייִדישע קינדער, צי נײן? אױב נישט נאָכן פּנים אַלײן, איז נאָך אײַער רוסיש לשון גרינג צו פֿאַרשטײן, אַז איר שטאַמט פֿון ייִדן. הײַנט װאָס איז מיט אײַך דער מער, װאָס איר ענטפֿערט מיר נישט אױף ייִדיש?

די באַרישנעס פֿאַמיליאַנט זענען, נעבעך, געבליבן גאָר געקאָכט. דאָס ערשטע מאָל טרעפֿט זיך זײ צו באַגעגענען זיך מיט אַזאַ שלאַק. דאַכט זיך אַ יונגער מענטש קאָן זיך פֿאַרגינען אַזױ צו רעדן. און זײ הײבן אָן צו פֿאַרענטפֿערן זיך: ייִדיש איז דען אױך אַ שפּראַך? „זשאַרגאָן“ האָט דען אַ גראַמאַטיק? איז װאָפּערװיך во-первых: ערשטנס. און װאָװטאָריך во-вторых: צװײטנס...

נאָר בעני הורװיטש פֿון פּינסק לאָזט זײ נישט אױספֿירן דעם „װאָװטאָריך“ און רופֿט זיך אָן צו זײ מיט זײַן הילכיקן געלעכטער:

― ייִדיש איז קײן שפּראַך? „זשאַרגאָן“, זאָגט איר, האָט ניט קײן גראַמאַטיק? אַ קלאָג צו אײַך! ערשטנס, איז ייִדיש, הערט זיך אײַן, אַזאַ שפּראַך, װי אַלע אַנדערע, אַ שאָד נאָר, װאָס איך האָב קײן צײַט ניט מיט אײַך זיך אַרײַנלאָזן אַ ביסל טיפֿער און אײַך באַװײַזן, אַז איר לעבט אין טעות, און, צװײטנס, הערט זיך אײַן, דאָס, װאָס איר רעדט ניט אױף ייִדיש, איז ניט דערפֿאַר, װאָס ס'איז ניטאָ נאָך קײן גראַמאַטיק ― איר קענט זיך, װי איך זע, באַגײן אָן אַ גראַמאַטיק אױך ― איר רעדט ניס קײן ייִדיש דערפֿאַר, װאָס איר זײַט שקלאַפֿן, װאָס איר זײַט צוגעבונדן צו דער מאָדע און טוט דאָס, װאָס אַלע טוען. איר מײנט, הערט זיך אײַן, אַז איר װעט רעדן אױף גױיִש, װעט מען ניט װיסן, װער איר זײַט, כאַ־כאַ־כאַ!... מיר האָבן פֿאַראיבל אױף דער װעלט, פֿאַרװאָס מע האַלט אונדז אַזױ נידעריק און מע מאַכט אונדז אומעטום צו שאַנד און צו שפּאָט. װי קאָנען מיר, הערט זיך אײַן, פֿאַרלאַנגען פֿון פֿרעמדע מע זאָל אױף אונדז לײגן כּבֿוד, אַז מיר אַלײן, כאַ־כאַ, טרעטן זיך מיט די פֿיס, שפּײַען זיך אַלײן אין פּנים אַרײַן?... די „באַרישניס“, זענען געװען אױסער זיך און האָבן זיך אַזש פֿאַרצװיקט.

― אַ שײנער אינטעליגענט! ― האָבן זײ זיך געטראַכט ― אױך מיר אַ קאַװאַליר! גײט אָפּגעריסן־אָפּגעשליסן און רעדט װי אַ סעדעכע, װי אַן אמתע יענטע־מירל, אָדער װי נחמה די ייִדענע, װאָס טראָגט צו אונדז עופֿות, גענדז און קאַטשקעס... ס'איז גאָר אַ שאַנדע מיט אַזאַ מאַנספּאַרשױן צו זײַן באַקענט, כ'לעבן, אַ שאַנדע, פֿױ!... דאָס אַלצדינג װאָלט נאָך אָבער געװען צו דערלײַדן, װען אָט דער בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, זאָל זיך ניט אױסקערעװען צו בעטין, גלײַך װי זײ װאָלטן דאָ גאָרניט געװען, און אַ זאָג טאָן צו איר אױף זײַן ליטעראַרישער שפּראַך: ― װײסט איר, טײַערינקע, אַז איך בין דאָס געקומען צו אײַך טאַקע אַלײן? איך באַדאַרף מיט אײַך רעדן, הערט זיך אײַן, אַ װיכטיקן ענין, זײער אַ װיכטיקן, אָבער אונטער פֿיר אױגן...

בײדע באַרישנעס פֿאַמיליאַנט זענען אַראָפּגעשפּרונגען, װי אָפּגעגאָסן מיט זודיק װאַסער, פֿון די האַמאַקן און האָבן געװאָלט אַװעק ברוגז אַפֿילו נישט געזעגענטערהײט און איבערלאָזן דאָ די קוזינקע אַלײן מיט איר שײנעם קאַװאַליר, װאָס װײסט ניט װי אַזױ צו האַלטן זיך אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון אינטעליגענטע באַרישנעס, ― האָט זײ בעטי מקדים געװען: זי האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿריִער, געבעטן בײַ זײ, זײ זאָלן קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, זי װעט זיך אַ ביסל דורכגײן מיט איר גאַסט אָט דאָ, פֿאָרנט אין װאַלד, און װעט באַלד קומען צוריק...

דאָס איז פֿאַר די באַרישנעס געװען גאָר אַ טױט־קלאַפּ, און עס האָט זיך אין זײ אָנגעצונדן אַ פֿײַער אױף זײער קוזינקע, װאָס האָט שױן צו שטאַרק פֿאַרריסן די נאָז... און זײ זענען אַװעק צו דער מאַמע זיך נאָכפֿרעגן, אפֿשר װײסט זי, װער איז אָט דער אָפּגעריסענער שלימזל, װאָס רופֿט זיך מיטן נאָמען בעני הורװיטש און באַרימט זיך, אַז ער אין פֿון פּינסק, פֿון די אמתע פּינסקער הורװיטשעס?...

און בעטי מיט איר גאַסט האָבן זיך אַװעקגעלאָזט מיט אַ שמאָלן װעג צװישן צװײ רײען סאָסנאָװע בײמער, װאָס האָבן פֿאַר גרױסער היץ געטריפֿט מיט זשיװעצע און מיט סמאָלע און צעטראָגן אױף אַלע זײַטן אַ געשמאַקן מחיהדיקן ריח פֿון פֿרישן טערפּענטין. און װי נאָר דאָס פֿאָרעל האָט זיך אַ ביסל דערװײַטערט טיף אין װאַלד, מע זאָל זײ ניט קאָנען הערן, אַזױ איז בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, גלײַך צוגעטראָטן צו דער זאַך און האָט מיט זײַן הילכיק קול און פֿרײלעכן טאָן דערצײלט בעטין אַ געשיכטע, װאָס האָט זי שיִער אױפֿגעטראָגן אין דער לופֿטן. עס האָט אױסגעזען בײַ איר װי אַ חלום, אָדער אַ מעשׂה פֿון טױזנט און אײן נאַכט און דערמאָנט די נסים־ונפֿלאָות, װאָס אין די װוּנדערלעכע געשיכטעס פֿון שערלאָק האָלמס“ און „נאַט פּינקערטאָן“.

דאָס הונדערטסטע קאַפּיטל

שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן

― איך אַלײן, הערט זיך אײַן, בין אַ ייִד אַ צו־להכעיסניק ― אַזױ האָט בעני הורװיטש פֿון פּינסק אָנגעהױבן אױף ייִדיש מיט זײַן טיף־ליטװישן דיאַלעקט זײַן דערצײלונג צו בעטין, שפּאַצירנדיק מיט איר אין װאַלד און מאַכנדיק מיט זײַנע גרױסע פֿיס אַזעלכע ברײטע שפּאַן, אַז ער האָט זיך געמוזט אַלע מינוט אָפּשטעלן, װאָרעם זי האָט נישט געקאָנט אים נאָכיאָגן ― אױף צו להכעיס זיץ איך דאָ, איך דער דאָזיקער שטאָט, װוּ אַ ייִד מוז זיך באַװאָרענען קודם־כּל מיט אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“... זײ װילן, הערט זיך אײַן, איך זאָל זיצן אין פּינסק, און איך, אָט װײַל זײ װילן, װיל איך דװקא דאָ ־ און רופֿט מיך קנאַקניסל! און אַגבֿ מוז איך טאַקע זיצן דאָ, װײַל דאָ האָב איך אַלע ביכער, װאָס איך דאַרף האָבן צו לערנען, און אַז זײ װעלן מיר זאָגן אַכצן מאָל „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“, װעט זיך זײ עפּעס העלפֿן! איך מוז מײַנס דערגרײכן, עס מעגן אַפֿילו פֿאַלן שטײנער פֿון הימל! און איך פֿיל, אַז ― שפּעטער אָדער פֿריִער ― איך װעל אױספֿירן גאָר אָן אַ שום תּירוץ. איך האָב בײַ זיך אין קאָפּ, הערט זיך אײַן, אַ מאַסע אידעען און אַנטדעקונגען אַזעלכע, װאָס װען מע לאָזט מיך צו צום „טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט“ און מע גיט מיר אין די הענט אַרײַן אַלץ, װאָס איך דאַרף: אַ לאַבאָראַטאָריום און כּלים מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג ― קער איך אײַך איבער די גאַנצע װעלט! עס קאָן זײַן, איר'ט לאַכן פֿון מיר, איר'ט מײנען, איך בין אַ שטיק פֿאַנטאַזיאָר אָדער טאַקע אַ גאַנצער משוגענער, נאָר מיר דאַכט, אַז איך בין שױן אױפֿן װעג מיט אַ זאַך, װאָס מענטשן װעלן פֿאַרשפּאָרן זיך רײַסן, װי די הינט איבער אַ שטיקל ברױט, דאָס איז אַ נײַער כעמישער עסנשטאָף, װאָס ניט נאָר עס װעט קאָסטן ביליקער פֿון ברױט מיט פֿלײש מיט גרינס מיט נאָך אַזעלכע זאַכן, און ניט נאָר עס װעט בײַשטײן קעגן די אַלע אױסגערעכנטע זאַכן, דאָס װעט זײַן אַזאַ מין פּרעפּאַראַט, הערט זיך אײַן, װאָס איטלעכער מענטש װעט דאָס קאָנען אַלײן מיט זײַנע אײגענע הענט אַרױסבאַקומען. װילסט פֿרעסן! ― אַװעקגעזעצט זיך, אַרױסגענומען פֿון קעשענע אַ מאַשינקעלע, אַ קװעטש אַהער, אַ דרײ אַהין ― פֿאַרטיק װאַרמעס!

דעם „קװעטש אַהער“ און דעם „דרײ אַהין“ האָט ער איר באַװיזן מיט די הענט און אַזױ ערנסט, גלײַך װי דאָס „מאַשינקעלע“ איז שױן בײַ אים אָט דאָ אין די הענט.

― װי אַזױ איך בין דערױף געפֿאַלן און װאָס פֿאַר צרות אױף בין אױסגעשטאַנען ביז כ'האָב געקראָגן די סאַמע נױטיקסטע מיטלען מיט פֿינף פֿינגער דורכצוזעצן די ערשטע פּראָבן און כעמישע עקספּערימענטן, און װאָס פֿאַר עקספּערימענטן מע באַדאַרף נאָך דורכמאַכן, מע זאָל קומען צום רעכטן שמיציק ― איז לאַנג צו רעדן, און אין האָב מורא, אױב איר װעט מיך גאָר פֿאַרשטײן... איך זאָג ניט, אַז ס'איז שױן בײַ מיר אין האַנט ― אַזױ װײַט משוגע בין איך נאָך ניט ― איך זאָג נאָר, אַז איך בין שױן, דאַכט זיך, אױף אַ דרך. גענוג זענען געװען ביז מיר, װאָס האָבן געבראָכן דעם קאָפּ אױף אַזעלכע װעלט־פּראָבלעמען, און טאָמער איז באַשערט מיר אױך ברעכן דעם קאָפּ ― װײס איך ניט. אפֿשר יאָ און אפֿשר ניט, נאָר אױב עס װעט מיר געראָטן, אַזױ װי איך מײן, קאָנט איר פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ װערט עס האָט בײַ מיר זײער פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, אַ קלאָג צו זײ! באַרעכנט נאָר אַדרבא, אױב איר קאָנט אײַך פֿאָרשטעלן אין דער פֿאַנטאַזיע, װאָס פֿאַר אַן איבערקערעניש אַזאַ דערפֿינדונג װאָלט געמאַכט אין צי מוחות פֿון די מענטשן, און װאָס פֿאַר אַ פּנים עס באַקומט זי װעלט, הערט זיך אײַן, אַז אַלע זענען זאַט, אַז ס'איז ניטאָ שױן מער קײן הונגעריקע, קײן אומצופֿרידענע, קײן קלאַסנקאַמף, קײן עקאָנאָמישע טעאָריעס, קײן לומפּענפּראָלעטאַריאַט ― אַ סוף צו אַלע צרות!..

די גאַנצע צײַט, װאָס ער האָט גערעדט, איז ער געװען אין דער בעסטער לױן, און די אױגן בעת־מעשׂה האָבן אים אַזױ געלױכטן פֿון נצחון און דאָס באַשפּרענקלטע פּנים אַזױ געשײַנט פֿון גליק, אַז בעטי האָט זיך ניט װילנדיק פֿאַרקוקט אױפֿן דאָזיקן מאָדנעם יונגנמאַן, װאָס האָט זיך אַ װײַלע אָפּגעשטעלט און אױסגעװישט מיט דער פּאָלע פֿון געל־װײַסן שטאַרק־צעקנײטשטן פּידזשאַק דעם שװײס פֿון זײַן גרױסן ברײטן שטערן, און בעטי האָט נישט געקאָנט ניט כאַפּן אַ קוק אױפֿן דאָזיקן גליקלעכן דערפֿינדער פֿון נײַעם עסנשטאָף, װאָס גײט גליקלעך מאַכן די װעלט און טראָגט דערװײַל אַזאַ קלאָגעדיקן פּידזשאַק, װאָס בעט זיך שױן לאַנג, מע זאָל אים אױסװאַשן און אױספּרעסן און ערטערװײַז טאַקע פֿאַרריכטן אױך.

― אַלזאָ, בין איך אַ ייִד, װי איך האָב אײַך געזאָגט, אַ צו־להכעיסניק, און זיץ אין דער שטאָט, װוּ מע טאָר ניט אָן אַ שום פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און טו מיר מײַנס ― איך לערן... נאָר אַזױ װי, הערט זיך אײַן, אַ מאָגן װיל ניט הערן פֿון קײן שום טעאָריעס, פֿון צו־להכעיסן און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװעס איז ביז דער נײַער עסנשטאָף װעט אַמאָל זײַן ― מוז מען אים פֿאַרשטאָפּן דער שװאַרץ־יאָר װײס מיט װאָס, ער זאָל לאָזן צו רו. װאָס־זשע טוט אַזאַ ייִד, װי בעני הורװיטש פֿון פּינסק? גיט ער שטונדן, הערט זיך אײַן, און דװקא בײַ גױים, און דװקא בײַ אַזעלכע גױים, װאָס שטײען גאַנץ נאָענט צו דער פּאָליציע, װי זאָגט מען דאָס: „אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל“... אַי די קשיא: װי קום איך צו פּאָליציע? װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט פּאָליציע? נפֿלאָות־הבורא! אָט טאַקע דורך דעם, װאָס איך האָב ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ און מוז אָנקומען צו פּאָליציע, בין איך געהאָלפֿן געװאָרן גאָר על־צד־היותר־טובֿ! דהײַנו? איך האָב מיך מישבֿ געװען און זאָג צו זיך אַלײן: „ביסט דאָך סײַ װי מיטן קאָפּ אין דער ערד, בעני, װאָס האָסטו אײַנצושטעלן? פּרוּװ זיך, אפֿשר װעסטו פּועלן בײַ זײ מיט גוטן, צו װאָס זאָלסטו זיך פֿאַרקריגן מיט אַ װעלט?...“ און איך נעם און רוף מיך אָן צו אײנעם פֿון זײ אױג אױף אױג: „הער זיך אײַן, גױ, זאָג איך, װאָס איך װעל דיר זאָגן. די מעשׂה דערפֿון, זאָג איך, איז אַזױ: קײן געלט, זאָג איך, דיר צו געבן, האָב איך ניט, און דו, זאָג איך, ביסט אַ מענטש, זאָג איך, װאָס נעמען דאַרפֿסטו, על־כּן, זאָג איך, קאָן איך דיר, זאָג איך, צאָלן מיט שװה־כּסף, דהײַנו, װי אַזױ? אױב, זאָג איך, דו האָסט קינדער און װילסט דאָך מן־הסתּם, זאָג איך, אַז דײַנע קינדער, זאָג איך, זאָלן עפּעס קענען, בין איך אָנגעברײט, זאָג איך, מיט זײ צו לערנען יעדן טאָג אַ שעה, און איך בין דיר ערבֿ, זאָג איך, אַז װען אַפֿילו זײ זאָלן זײַן קלעצער, זאָג איך, װעלן זי בײַ מיר, זאָג איך, אױך װערן לומדים, מופֿלגים־בתּורה!“... אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון, און װאָס זאָל איך אײַך דאָ לאַנג ברײַען? דער גױ קוקט מיך אָן, װי משמעות, כ'בין אים געפֿעלן, דערנאָך מאַכט ער צו מיר: „קום אַרײַן צו מיר, זאָגט ער, אַהײם אין אַזאַ און אַזאַ שעה, װעלן מיר, זאָגט ער, שמועסן...“ איר הערט װערטער! אַװדאי האָב איך מיך נישט געפֿױלט און געקומען צו דער שעה און האָב אָנגעטראָפֿן בײַ אים, הערט זיך אײַן, קינדערלעך ― אײנס אין אײנס ― טאַקע קלעצער! נאָר אַז ס'איז באַשערט אַ מענטשן, איז עס אַװעק מיט הצלחה, אַזױ, אַז דער אײנער האָט איבערגעגעבן נאָך אײנעם, שױן פֿאַר געלט, ניט גלאַט אַזױ זיך, און יענער אײנער נאָך אײנעם און נאָך אײנעם ― ביז איך האָב אָנגעטראָפֿן צו אײנעם אַ גױעץ, געװען אַ קנעפּל, הײַנט האָט מען אים געגעבן דעם װעג ― אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, הײסט עס, ― איבער װאָס האָט מען אים געגעבן דעם װעג? איבער אַ אינטריגע: מע װאָס אױף אים אַזױ לאַנג געגראָבן און געגראָבן, ביז מע האָט אים באַגראָבן, מילא, באַגראָבן ― ברוך דײַן אמת. איז אָבער ניט דאָס נאָך דער עיקר־המעשׂה ― דאָס איז מער ניט, אַז אַ מאמר־המוסגר. דער עיקר איז, װאָס איך האָב בײַ דעם גױ, בײַ דער אָפּגעשלאָגענער הושענא, הײסט עס, נושׂא־חן געװען, הערט זיך אײַן, אַזױ װײַט, אַז ער האָט מיר פֿאַרטרױט אַ זאַך, װאָס האָט אַ נאָענטע שײַכות צו אײַך...

בעטי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן און געװאָרן, װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַ ביסל װי בלאַס.

― צו מיר?...

בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט זי אָבער באַלד באַרויִקט

― אַז ניט צו אײַך דירעקט, איז אומדירעקט, דורך אײַער... נו... דורך אײַער פֿרײַנד, װעלן מיר זאָגן, און דורך מײַן האַלב־גױיִשקן חבֿר, װאָס קומט איצט אָפּ פֿאַר כּל־ישׂראל...

בעטי האָט אָפּגעאָטעמט און בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט גענומען צו דערצײלן װײַטער:

― בקיצור־המעשׂה, אָט דער קנעפּל, אָדער די אָפּגעשלאָגענע הושענא, װאָס האָט געװאָלט װאַקסן און װאַקסן און װערן מיט דער צײַט גאָר אַ גרױס קנעפּל, װי באַלד מע האָט אים באַגראָבן און געגעבן דעם װעג, האָט ער זיך מישבֿ געװען, הערט זיך אײַן, װי שטײט בײַ אונדז: „עין תּחת עין“. ער האָט זיך געשװאָרן מיט כּל־השבֿועות: נקמה! דאָס הײסט, ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, אַז ער מוז זײַנע באַגרעבער באַגראָבן צוריק, מיט װאָס? װעט איר הערן אַ שײנס. ― אַ גאַנצע געשיכטע: אָט דער קנעפּל, װאָס איך זאָג אײַך, איז געװען פֿון די, װאָס זײער עובֿדה איז, צו זוכן גנבֿות און גנבֿים, זײער גאַנצער קאָפּ איז אַרײַנגעטאָן, הײסט עס, נאָר אין די זאַכן, װאָס געהערן זיך אָן מיטן פּסוק „לא־תגנובֿ“... און אַזױ װי ער איז געװען אין די ענינים אַ גרױסער מאדים, האָט מען אים אָנגעטרױט, הערט זיך אײַן, אַ גאַנצן פּאַק גנבֿות פֿון אַ באַנדע באַרימטע גנבֿים און שװינדלער, און ער האָט זיך אונטערגענומען אַלע גנבֿות אױפֿזוכן און די חבֿרה־לײַט אײנציקװײַז אױסלאָװען און אַרײַנזעצן אין חד־גדיא אַרײַן, און די הצלחה האָט אים געשפּילט, עס איז אים אָפּגעראָטן, װאָרעם ער האָט ניט געזשאַלעװעט קײן טירחה. ער איז אױסגעװען, הערט זיך אײַן, אין אַלע שענקלעך, גנבֿים־גריבער און מײַזנלעכער, געװאָרן אױסגעבונדן מיט אַלע גנבֿים, גזלנים אין כוליגאַנעס, אױסגעלערנט זיך זײער לשון, אינאײנעם געטרונקען בראָנפֿן און אינאײנעם מיט זײ אַװעקגעלאָזן זיך גנבֿענען, ברעכן שלעסער, און נאָכדעם זיך געלאָזט אײַנזעצן מיט זײ כּלומרשט אין גוטן מקום, בכדי ער זאָל קאָנען בײַ זײ װאָס מער אַרױסבאַקומען סודות פֿון אַנדערע גנבֿות און גזלות, און װען עס װאָלט אים אָפּגעגאָלטן ביזן סוף, װאָלט ער מסתּמא באַקומען נאָך אַ גרעסער קנעפּל און װאָלט געגאַנגען העכער און העכער און װאָלט געװאָרן מיט דער צײַט באַרימט, אַ מין שערלאָק האָלמס, להבֿדיל, אָדער אַ נאַט פּינקערטאָן... נאָר װאָס דען? ס'איז באַשערט געװען, הערט זיך אײַן, אַן אומגליק, עס האָט זיך מיט אַמאָל איבערגעריסן און סאַמע אין מיטן! ער האָט שױן געהאַלטן, זאָגט ער, בײַ ליקװידירן דעם גאַנצן עסק, האָט אים דער רוח געטראָגן, זאָגט ער, ער זאָל זיך אָנשלאָגן אױף אַ נײַעם עסק און באַגעגענען זיך מיט אײנעם אַ חבֿרה־מאַן, נאָך גאָר אַ יונגער שײגעץ, נאָר אַ געניטער גנבֿ, װאָס האָט זיך אים אַלײן אונטער אַ גלעזל משקה מודה געװען אין אַ גאַנץ בינטל פֿון גנבֿות, גזלות און רציחות און בתוכם איז שױן אױך געװען די רציחה פֿונעם קלײנעם שײגעצל װאָלאָדקע, װאָס אינעם זכות פֿון אונדז, ייִדן, איז אים באַשערט געװען צו װערן אַזאַ מפֿורסם אױף דער װעלט!... און ביז דעמאָלט, דאַרפֿט איר װיסן, איז אונדזער גױ, װאָס איך דערצײל אײַך, געװען זיכער, װי אַ סך אַנדערע גױים, אַז װאָלאָדקעס טױט ― דאָס איז אונדזער ייִדישע אַרבעט לכּבֿוד פּסח, װאָרעם ער איז איבערצײַגט, הערט זיך אײַן, נאָך עד־היום, אַז אַ גאַנץ יאָר עסן מיר עופֿות גלײַך מיט אַלע מענטשן, נאָר אַז עס קומט פּסח, זענען מיר זיך נוהג צו שלינגען קלײנע שקצימלעך און דװקא קריסטלעכע... גוט. אַרױפֿגעשלאָגן זיך אױף אַ נײַעם עסק, איז זיך מישבֿ מײַן שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן און טוט אַ שפּײַ אױף אַלע גנבֿות און גזלות און גיט זיך אַ נעם מיט זײַן גאַנצער ענערגיע צום דאָזיקן נײַעם עסק, לאָזט שױן ניט אָפּ קײן אױג פֿון דעם בחור, װאָס האָט אים דערצײלט די מעשׂה, װערט מיט אים אַ נאָענטער מחותּן, טאַקע גאָר אינגאַנצן חבֿר־לאַפּ, און הײבט אָן אױסצוטאַפּן בײַ אים ביסלעכװײַז און קאַפּלעכװײַז, אַלע טאָג אַ לעפֿעלע, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, בין ער װערט געװױרע די גאַנצע חתונה מיט אַלע מחותּנים מיט די כּלי־זמרים מיט די סאַרװערס און סאַרװערקעס ― הערט זיך אײַן, אַ גאַנצע באַנדע און ― שערשעײ לאַ פֿאַם cherchez la femme ― אַ נקבֿה איז דאָ אױך אין מיטן. ניט אײן נקבֿה, נאָר צװײ נקבֿות, דרײַ נקבֿות. װאָרעם דער װאָלאָדקע האָט זיך געהאַט באַרימט פֿאַר זײַן מאַמע, אַז אײנער עפּעס אַן אומבאַקאַנטער פּאַרשױן מיט אַ קנעפּל גיט אים צוקערקעס און נאַרט בײַ אים װערטער ― און דער אײנער איז געװען, הערט זיך אײַן, ניט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער אײגענער שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן ― קומט אױס, הײסט עס, אַז ער אַלײן טאַקע, אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, איז גאָר געװען אַ שטיקל גורם, מע זאָל הרגענען דעם װאָלאָדקען!... האָט דאָס אים נאָך מער געטריבן, ער זאָל װאָס גיכער אױפֿדעקן די גאַנצע כּנופֿיא. ― און ער װאָלט דאָס געװיס דורכגעפֿירט, זאָגט ער, אױפֿן גלענדצנסטן אַרט, װען עס זאָל ניט קומען אױף אים פּלוצעם אַ מפּלה און מע זאָל אים ניט געװען אַראָפּזעצן ― ער װײסט ניט, זאָגט ער, פֿאַר װאָס ― סאַמע אין מיטן דער אַרבעט!... ער איז שױן געװען זאָגט ער, גאָר בײַם גאַנג, אָט־אָט נאָך אַ ביסל און דער גאַנצער עסק װאָלט, זאָגט ער, געװען װי אױף אַ טעלער. עס האָבן אים געפֿעלט, זאָגט ער, נאָר צװײ זאַכן: ערשטנס, האָט דער גױיִשער קאָפּ פֿון אונדזער שערלאָק האָלמס נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען די נײַן און פֿערציק װוּנדן אױפֿן לײַב פֿונעם געהרגעטן שגצל? דער מספּר 49, זאָגט ער, געפֿעלט אים ניט. מע זאָגט, זאָגט ער, אַז בײַ ייִדן איז דאָס אַ קאַבאַליסטישער מספּר. לױט קבלה, זאָגט ער, מוזן ייִדן צאַפּן בלוט דורך 49 װוּנדן... צעלאַך איך זיך, הערט זיך אײַן, און זאָג צו אים: „הער זיך אײַן, זאָג איך, קבלה, זאָג איך, גױ, לאָז צו רו. דו ביסט, זאָג איך, פֿון קבלה, זאָג איך, אַזױ װײַט, װי איך פֿון צאַפּן בלוט דורך 49 װוּנדן. נאָר אײן זאַך, זאָג איך, װוּנדערט מיר אױף דיר, דו ביסט, זאָג איך, אַ גױ מיט ענערגיע און מיט פֿאַרשטאַנד, כּמעט, זאָג איך, אַ שערלאָק האָלמס, להבֿדיל, אָדער װײניקסטנס אַ נאַט פּינקערטאָן, און זעסט אַרױס, זאָג איך, גאַנץ גוט, אַז דאָס איז אַ קרבן נישט פֿון ייִדן, נאָר פֿון אײַערע אײגענע גנבֿים און כוליגאַנעס, װאָס האָבן דעם װאָלאָדקען צורעכט געמאַכט צוליב זײערע אײגענע אינטערעסן און חשבונות און בכדי מע זאָל ניט חושד זײַן זײ, זאָג איך, אַרױפֿגעלײגט די באָד אױף ייִדן, הײַנט װי פֿאַלט דיר ניט אײַן אין קאָפּ, זאָג איך, שטאָט קבלה בעסער אַ טראַכט צו געבן, זאָג איך, טאָמער האָבן דאָס טאַקע חבֿרה מיט אַ כּיװן אַרײַנגעהאַקט דעם קלײנעם 49 שטאָך שױן לאַחר־המעשׂה, זאָג איך, בכדי, זאָג איך, צו פֿאַרבלענדן די אױגן דיר, זאָג איך, און נאָך אַזעלכע פּינקערטאָנען װי דו, װאָס זענען אַזױ קלאָר אין אונדזער קבלה, זאָג איך, װי איך בין קלאָר אין דעם, װאָס אױפֿן שטערן מאַרס טוט זיך“... פֿאַרטראַכט ער זיך אַ ביסל, מײַן שערלאָק האָלמס, און מאַכט צו מיר אַזױ: „דאָס איז אַלצדינג, זאָגט ער, מעגלעך, װי דו זאָגסט, זאָגט ער, כאָטש דו װעסט מיך ניט אײַנרעדן, זאָגט ער, אַז איר קענט זיך באַגײן פּסח אָן אונדזער בלוט“... אַ קלאָג צו דײַן קאָפּ! ― טראַכט איך מיר... „נאָר װאָס דען ― זאָגט ער צו מיר װײַטער ― איך װעל דיר, זאָגט ער, זאָגן דעם גאַנצן אמת: מיך קװעטשט, זאָגט ער, אַן אַנדער זאַך: איך האָב מורא געהאַט, זאָגט ער, שטעלן אױף די רעד פֿון דעם דאָזיקן יונגען חבֿרה־מאַן. דאָס, װאָס אַ גנבֿ באַרימט זיך אונטער אַ גלעזל בראָנפֿן, איז נאָך פֿון די קלײנע זאַכן. אױפֿצודעקן אַזאַ טײַערן ביסן באַדאַרף מען, זאָגט ער, האָבן עפּעס אַ רעכטן סימן, אַ פֿעסטן באַװײַז אין דער האַנט, דאָס, װאָס יוריסטן רופֿן אָן מיטן נאָמען „קאָרפּוס דעליקטי corpus delicti“... און בכדי צו באַקומען אַזאַ מין באַװײַז, איז זיך מישבֿ מײַן שערלאָק האָלמס אָדער פּינקערטאָן און פֿאַלט אױף אַן אײבערהסברה, טאַקע װי אַן אמתער פּינקערטאָן און רופֿט זיך אָן צום חבֿרה־מאַן, צום גנבֿ, אַז ער גלױבט אים ניט, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ, לױטער באַרימערײַ און װײַטער גאָרניט. שװערט זיך מסתּמא יענער, כאַפּט די ערד, גלױבט ער װײַטער ניט. ער האָט אים, הערט זיך אײַן, אַזױ װײַט פֿאַרטריבן אין דער אַמביציע אַרײַן, אַז דער יונגער הברה־מאַן איז גרײט געװען פֿאַרקאַטשען די אַרבל און ברעכן אונדזער פּינקערטאָנען אַ בײן, אַז דער רוח זאָל אים נעמען: אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, הערט זיך אַן, ביז יענער האָט אים צוגעזאָגט געבן אַ באַװײַז, אַ זאַך, װאָס קעגן דעם װעט שױן ניט זײַן גאָרניט װאָס צו זאָגן. „אַנו, װוּ איז דײַן באַװײַז?“ ער קאָן ניט, זאָגט ער, באַלד אױפֿן אָרט, ער װעט דאָס, זאָגט ער, מאָרגן־איבערמאָרגן ברענגען צו טראָנען. עס געפֿינט זיך, זאָגט ער, ניט בײַ אים אין די הענט, נאָר בײַ זײַן געװעזענער כּלה, בײַ אַ שיקסע, מיט װעלכער ער איז איצט צעקריגט...“ „װי הײסט זי, די שיקסע?“ ― אַלצדינג יאָ, זאָגט גר, נאָר דאָס אַ מכּה!... „װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ זאַך, קענסט דאָך זאָגן?“ ― דאָס איז, זאָגט ער, אַ רענצל מיט ביכער און טעטראַדען тетрады: שולאַרבעט־ביכער, װאָס דער קלײנער װאָלאָדקע האָט געהאַט מיט זיך געקראָגן אין יענעם פֿרימאָרגן, אײדער מע האָט אים צורעכט געמאַכט... און בתּוך־כּך איז אָנגעקומען אױף מײַן שערלאָק האָלמס די מפּלה, און דערװײַל איז דער יונגער גנבֿ נעלם געװאָרן און דער „קאָרפּוס דעליקטי“, װאָלאָדקעס רענצל מיט די ביכלעך און טעטראַדקעס, געפֿינען זיך ערגעץ בײַ אַ שיקסע, װאָס ער װײס נאָך עד־היום ניט איר נאָמען, נאָר ער זוכט זי און האָפֿט, ער איז זיכער, אַז ער װעט זי געפֿינען פֿון אונטער די ערד ― סײַדן זאָגט ער, ער װעט פֿריִער אײַננעמען אַ מיתה־משונה. און איך גלױב אים, װײסט איר פֿאַרװאָס? װײַל ער טוט דאָס נישט אַזױ מאַהבֿת־מרדכי, װי משׂינאַת־המן, און ס'איז נישטאָ נאָך, הערט זיך אײַן, אַזאַ זיכערער מיטל, װי שׂינאה און אַזאַ געפֿערלעכע כּלי־זײַן װי קינאה... נאָר װײ זאָגט מען דאָס בײַ אונדז: „זאָל זײַן פֿון אַ קאָזאַק, אַבי אַ רפֿואה“...

דאָס הונדערט ערשטע קאַפּיטל

בעטי נעמט זיך צו דער אַרבעט

שױן גאָר פֿונעם אָנהײב אין אָט דער בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, געפֿעלן געװאָרן בעטין מיט זײַן רעדן. עס איז געװען כּל עצמותיו תּאמרנה ― אַלע אבֿרים האָבן אין אים גערעדט; די אױגן האָבן געפֿינקלט, דאָס פּנים האָט געברענט, דעם קאָפּ געהאַלטן אַראָפּ און מיט בײדע הענט געמאַכט אַרױף און אַראָפּ, װי אַ ייִדענע בשעת ליכט־בענטשן, און געלאַכט האָט ער בײַ יעדער געלעגנהײט הױך און הילכיק, אַזױ, אַז זײַן געלעכטער האָט זיך אָפּגעגעבן אין װאַלד, ― און ס'איז גאָר קײן חידוש נישט דעריבער, װאָס בעטי האָט אים אַזױ אױסגעהערט מיט קאָפּ, נישט געװאָלט איבעררײַסן אים מיט קײן אײן־און־אײנציק װאָרט, ובפֿרט אַז זײַן דערצײלונג האָט װאָס װײַטער געהאַט פֿאַר איר אַלץ מער אינטערעס, און אינאײנעם מיטן אינטערעס איז געװאַקסן אױך איר צוטרױען און איר סימפּאַטיע צום דאָזיקן יונגען מאַן. זי דערמאָנט זין אָן זײער ערשט באַגעגעניש מיט אים אין יענער נאַכט פֿון דער גרױסער „בהלה“, װען זײ זענען געלאָפֿן מיט אַלע ייִדן, װוּהין די אױגן טראָגן. און זי דערמאָנט זיך אָן יענעם געשפּרעך, װאָס ער האָט דעמאָלט געפֿירט מיט ראַבינאָװיטשן, ― געדענקט זיך איר, אַז נאָך דעמאָלט האָט ער איר אױסגעזען זײער סימפּאַטיש צו זײַן. זי דערמאָנט זיך אָן דעם פֿאַרגלײַך, װאָס זי האָט דעמאָלט געמאַכט צװישן זײ בײדע, פֿון װעלכן עס האָט זיך איר אױסגעװיזן דעמאָלט, אַז אָט דער יונגער מאַן, װאָס רופֿט זין „בעני הורװיטש פֿון פּינסק“ איז העכער אפֿשר מים אַ גאַנצן קאָפּ פֿון ראַבינאָװיטשן ― און עס האָט זי רעכט פֿאַרדראָסן, געדענקט זיך איר, למאַי ער איז העכער... נישט בעסער ― נײן, זי זאָגט דאָס נישט ― נאָר העכער, מער אַנטװיקלט און מער אױפֿריכטיק און מער װאַרעמער ייִד װי יענער...

„גאָט אַלײן האָט אים אַהער געשיקט ― טראַכט זיך בעטי, הערט זיך אײַן אין זײַן דערצײלונג, האָט מורא אַ װאָרט דורכצולאָזן. אַלצדינג, איטלעכס ברעקל האָט פֿאַר איר אַ װערט, און קײנער קאָן עס אַזױ נישט אָפּשאַצן, װי זי, װאָרעם קײנער װײס נישט דאָס, װאָס זי װײס... זי, און נישט קײן אַנדערע, האָט דאָך געהאַט די זכיה אָפּצוזיצן אַ נאַכט אין געפֿענקעניש אינאײנעם מיט יענער, װאָס דער „שערלאָק האָלמס“ זוכט אַצינד און קאָן זי נישט געפֿינען... דאָס איז דאָך יענע פֿאַרלױרענע, װאָס האָט געשמעקט מיט העליאָטראָפּ, מיט יאָדאָפֿאָרם און פֿון װעלכער בעטי האָט זיך אָנגעהערט דעמאָלט אַזױ פֿיל מוראדיקע מעשׂיות... בײַ איר, בײַ אָט דער פֿאַרלױרענער, געפֿינט זיך, הײסט עס, דער גאַנצער שליסל פֿונעם דאָזיקן פּלאָנטער, דער צענטער פֿון אַלע באַװײַזן, דער „קאָרפּוס דעליקטי“ פֿונעם פּראָצעס, ― דאָס רענצל מיט ביכער און טעטראַדען פֿונעם געהרגעטן װאָלאָדקע ― אָט דאָס װען מען באַקומט אַרױס און מע פּאַקט די חבֿרה גנבֿים ― איז דאָך אַ סוף, אױס בילבול, אױס ריטואַל, אַלצדינג אױס ― און ראַבינאָװיטש גײט אַרױס פֿרײַ! ― נײן, בעטי קאָן זיך שױן מער נישט באַהערשן. זי שטרעקט אױס בײדע הענט צום סימפּאַטישן הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, שענקט אים אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, װעלכע ראַבינאָװיטש פֿלעג נישט קאַנען איבערטראָגן גלײַכגילטיק, און רופֿט זיך אָן צו אים:

― אײַער געשיכטע, װאָס איר האָט מיר דאָ דערצײלט, כאָטש איר רופֿט זי אָן מיט אַזעלכע נעמען, װי „שערלאָק האָלמס“ און „נאַט פּינקערטאָן“, האָט אַן אומגעהײַערן אינטערעס פֿאַר מיר... פֿאָר אונדז אַלע! איר קאַנט זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן, װאָס עס קאָן דערפֿון אַרױס, און איך האָב נישט קײן װערטער גענוג אױף אַרױסצוזאָגן אײַך װי װײַט איך בין אײַך דאַנקבאַר פֿאַר אײַער... פֿאַר אײַער װיזיט.

― דאַנקבאַר פֿאַר מײַן װיזיט? ― בעני הורװיטש באַטראַכט זי מיט אַן איראָניש־פֿרײַנדלעכן קוק פֿון אױבן אַראָפּ, װי אַ פֿאָטער קוקט אױף אַ קינד, אָדער װײניקסטנס, װי אַן עלטערער ברודער אױף זײַן קלײן נאַיִװ נאַריש שװעסטערל, און ער צעגיסט זיך מיט זײַן הױכן פֿרישן געזונטן הילכיקן געלעכטער, װאָס װערט צוטראָגן װײַט איבערן װאַלד ― כאַ־כאַ־כאַ! איך גיב אײַך אַװעק, הערט זיך אײַן, אַ האַלבן דאַנק צוריק, װאָרעם אױב מײַן חבֿר איז אפֿשר אײַך נעענטער װי מיר, איז ער דאָך קודם־כּל אַ ייִד און זיצט אונטער זיבן שלעסער. נאָר נישט ער אַלײן זיצט. עס זיצן מיט אים, הערט זיך אײַן, אונדזערע אַלע מיליאָנען ייִדן, אָט װיפֿל מיר זענען דאָ פֿאַראַן אינעם דאָזיקן לאַנד, און מיר אַלע װערן גלײַך מיט אים באַשולדיקט אין אַ זאַך, װאָס ס'אַ חרפּה גאָר צו פֿאַרענטפֿערן זיך... הײַנט װאָס רעדט איר מיט מיר פֿון דאַנקבאַרקײט און נאָך אַזעלכע סקאַרבאָװע װערטער, װאָס װערן אָנגערופֿן בײַ אונדז מליצה, כאַ־כאַ־כאַ?

― איר האָט מיך נישט רעכט פֿאַרשטאַנען ― װיל זיך בעטי פֿאַרענטפֿערן ― פֿאַר מיר האָט אײַער דערצײלונג אַ באַזונדערן אינטערעס, אָט די כּלה פֿון דעם יונגען גנבֿ, װאָס מע זוכט און מע קאָן זי נישט געפֿינען, האָב איך אַ מיטל...

נאָר דאָ פֿאַרכאַפּט זיך בעטי און װיל נישט רעדן װײַטער, בײַ איר אין קאָפּ װעבן זיך פֿאַרשידענע פּלענער װעגן דעם, װי אַזױ מע באַדאַרף זיך נעמען צו דער אַרבעט: קודם־כּל באַדאַרף מען דערגײן דעם נאָמען פֿון יענער פֿאַרלױרענער ― דאָס איז נישט שװער: אַזױ װי זי און יענע פֿאַרלױרענע זענען געװען אַרעסטירט בײדע אין אײן צײַט ― אין יענער שרעקלעכער נאַכט ― באַדאַרף זײַן פֿאַרשריבן יענערס נאָמען אין בוך גלײַך מיט איר, בעטיס, נאָמען. באַדאַרף מען אַרױסנעמען אַ נאָטיץ, הײסט עס, פֿון די ביכער ― און דאָס קאָן טאָן גאָר דאָס „קנעפּל“, אָדער די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“, װי ער רופֿט אים אָן... װי אַזױ אָבער גיט מען דאָס איבער דעם דאָזיקן הורװיטשן, אַז עס שטײט איר גאָר נישט אָן מיט אים צו רעדן פֿון דעם, אַז זי איז אַמאָל געזעסן?... איר גדלותדיקע, גאװהדיקע נאַטור דערלאָזט איר נישט, טאָמער װעט ער זיך נעמען בײַ איר אױספֿרעגן װעגן דעם, װאָס זי אַלײן װיל פֿון דעם פֿאַרגעסן... פֿאַרשװײַגן אָבער קאָן זי אױך נישט. שױן צײַט, צײַט זיך נעמען צו דער אַרבעט!... איצט איז געקומען איר צײַט, װאָס זי דאַרף און װאָס זי קען טאָן... עס װערט בײַ איר אין קאָפּ אין אײן מינוט פֿאַרטיק אַ פּלאַן, אַ טײַערער פּלאַן! און פֿון דעם פּלאַן קאָן זי נישט רעדן מיט קײנעם... זי רופֿט זיך אָן צו אים, גײט צו צו אים, אַ ביסל נעענטער און באַשענקט אים נאָך אַמאָל מיט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, װאָס ראַבינאָװיטש פֿלעג נישט קאָנען אַריבערטראָגן גלײַכגילטיק און פֿאַר װעלכן יענער װאָלט איצט אין דער מינוט געװיס אַװעקגעגעבן די העלפֿט פֿון זײַן לעבן, אױב נישט דאָס גאַנצע לעבן.

― הערט נאָר אױס, װאָס איך װעל אײַך זאָגן: איך האָב צו אײַך אַ בקשה...

בעני הורװיטש שטעקט אַרײַן בײדע הענט אין די קעשענעס פֿון זײַן געל־װײַסן פּידזשאַק און נעמט זי דורך מיט זײַן איראָניש־פֿרײַנדלעכן קוק פֿון אױבן אַראָפּ און מאַכט צו איר פֿרײלעך און אױף עטלעכע לשונות מיט אַמאָל:

― אַ בקשה? דהײַנו, אַ שטײגער, כּדומה, למשל, נאַפּשיקלאַד наприклад: למשל, פֿאָר עקזאַמפּל for example: למשל, צום בײַשפּיל, נאַפּרימיער например: למשל?

בעטי טריט אָפּ אַ ביסל. זי טראַכט זיך: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מענטש? אָט ערשט גערעדט מיט אַזאַ פֿײַער פֿון אַזעלכע הױכע ענינים, געניאַלע דערפֿינדונגען, אידעען און נאָך אַזעלכע זאַכן ― פֿאַרשטעלט ער זיך גאָר פֿאַר אַ לץ, װאַרפֿט אַרױס שטיקלעך פֿון אַ פּאַיאַץ, און נאָך אין אַזאַ צײַט, װען מען רעדט װעגן אַזאַ ערנסטער זאַך, װאָס ער אַלײן זאָגט, אַז עס הענגט אָפּ אָן דעם דער כּבֿוד פֿון אונדז אַלע. און זי שעמט זיך נישט און זאָגט אים אַרױס גאַנץ אָפֿנטלעך און גענוג שאַרף, אַז זי האָט פֿײַנט קאַלאַמבורן, און אַז זי האָט ליב לצנות נאָר דעמאָלט, װען עס פּאַסט זיך, און אַז זי פֿאַרשטײט גלאַט נישט, װי אַזױ קאָן מען לאַכן און זײַן אַזױ פֿרײלעך אין דער צײַט, װען אַ חבֿר זיצט, װי ער אַלײן זאָגט, אונטער זיבן שלעסער...

― איר פֿאַרשטײט נישט, װי קאָן מען זײַן פֿרײלעך? אײַך אַז מע זעט, הערט זיך אײַן, װערט נישט װילנדיק גוט אױפֿן האַרצן... נאָר שאַ! שלום! ― מאַכט ער צו איר, דערזעענדיק, אַז זי װערט נאָך ערגער בײז, און ער ציט איר אױס זײַן גרױסע האַנט, אַן אױסגעשמירטע פֿון פּאַפּ, פֿון פֿאַרב אָדער פֿון כעמישע פּרעפּאַראַטן ― שאַ! איך בעט אײַך, זעט, לאָמיר זײַן שלום! מיר טאָרן זיך נישט קריגן, מיר דאַרפֿן זײַן חבֿר... נו? מוחל?... איצט זאָגט אין װאָס באַשטײט אײַער בקשה, בין איך אײַך מבֿטיח, אַז עד־חצי־המלכות... בעטי זעט אַרױס, אַז ס'איז אוממעגלעך צו זײַן אױף דעם מענטשן לאַנג ברוגז. פֿון זײַן ערשטן װאָרט „שלום“ איז איר שױן אָפּגעגאַנגען דאָס האַרץ און זי זאָגט צו אים אַ ביסל קאַפּריזנעדיק, װי איר שטײגער איז, און מיט אַ האַלבן שמײכל:

― מאָלט אײַך, ס'איז אײַער גליק, איך װאָלט אײַך אײגנטלעך באַדאַרפֿט אָפּבאָדן אַזױ, אַז איר זאָלט געדענקען, נאָר װײַל איר האָט מיר הײַנט געבראַכט אַזאַ בשׂורה, שענק איך אײַך הײַנטיקס מאָל און בין אײַך מוחל. און מײַן בקשה, װאָס איך האָב צו אײַך, איז אַזעלכע: איך װיל, איר זאָלט מיך באַקענען מיט אָט דעם... אָט דעם...

בעני הורװיטש קומט איר צו הילף:

― מיט מײַן שערלאָק האָלמס! צו װאָס?

ער קוקט אױף איר מיט זײַן שפּאָטיש־פֿרײַנדלעכן בליק און װאַרט.

זאָל זי אים גײן זאָגן „צו װאָס“? זאָל זי אים גײן דערצײלן אַ גאַנצע מעשׂה, אַז זי איז אַמאָל געזעסן אַ נאַכט אײַנגעשפּאַרט מיט אַ גאַסן־מײדל ― נײן, דאָס נישט! בשום־אופֿן־ואופֿן נישט! און זי װיל זיך אױסדרײען:

― גלאַט אַזױ... איך מײן, אַז עס װאָלט נישט געשאַט, איך זאָל מיך מיט אים אַ ביסל דורכשמועסן...

― צו װאָס?

הײבט שױן בעטי אָן צו װערן רעכט בײז: „אָט אַ ליטװאַק!“ און זי האַקט אים אָפּ, װי זי קען, און קרימט אים איבער װי ער אױף ליטװיש:

― צו װאָס? װאָס איז אײַער עסק! צו װאָס! אַז איך זאָג, אַז איך באַדאַרף מיך מיט אים זען, װײס איך שױן מסתּמא צוליב װאָס! צו איך באַדאַרף אײַך אָפּגעבן דין־וחשבון?

בעני הורװיטש איז אָבער אױך נישט פֿון די איבערגעשראָקענע ייִנגלעך. שטעלט ער זיך אַװעק און קוקט איר גלײַך אין די אױגן:

― דין־וחשבון, זאָגט איר? אױף װאָס באַדאַרף איך אײַער דין־וחשבון? איך קאָן מיך, הערט זיך אײַן, באַגײן אָן אײַער דין־וחשבון, מעגט איר מיר גלױבן בנאמנות. איר װילט נישט זאָגן, דאַרף מען נישט. איך זאָג אײַך צו, אַז איך קאָן אײַך טאָן אַלצדינג, װאָס איר װעט הײסן! צו װאָס נוצט מיר אײַער דין־וחשבון?

בעטי פֿילט זיך, אַז זי האָט אים צו גראָב אָנגעטראָטן. דער מענטש איז פֿרײַנדלעך, רעדט אַזױ װײך און אַזױ װאַרעם, אַז עס פֿילט זיך מיט אים גוט, גאָר נישט װילנדיק גוט... זי װיל אים מיט עפּעס פֿאַרגלעטן און זאָגט צו אים, װײך; בײַסט אָפּ עטלעכע מאָרעלן פֿון אַ בױם, גרינע שמעקעדיקע מאָרעלן.

― איר מעגט מיר אױך גלױבן בנאמנות, אַז ס'איז נישט אױס פּוסטע נײַגעריקײט... אַז ס'איז דאָ מסתּמא אַן אינטערעס דערבײַ... און כאָטש איך בין נישט קײן שערלאָק האָלמס און קײן נאַט פּינקערטאָן, פֿון דעסטװעגן האָב איך די מעגלעכקײט מיטצוהעלפֿן אײַער באַקאַנטן מיט אים אינאײנעם אױפֿצוזוכן יענע... מיט אײנעם װאָרט, איך קאָן נוצלעך זײַן... אַלזאָ בעט איך אײַך, איר זאָלט מיך באַקענען מיט אָט־דאָ יענעם, װי אַזױ רופֿט איר אים? די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“...

־ די גאַנצע צײַט, װאָס בעטי האָט גערעדט, האָט הורװיטש פֿון פּינסק געהאַלטן בײדע הענט אין די קעשענעס פֿון זײַן געל־װײַסן פּידזשאַק, געקוקט אױף איר, געשפּיגלט זיך און געטראַכט זיך: „אַ בראַנד אַ מײדל! זי װעט פֿאַרשטעקן פֿרײַ אַזעלכע װי ראַבינאָװיטש אין גאַרטל! ער איז, כ'לעבן, גאָר קײן נאַר ניט, אָט דער ראַבינאָװיטש.

― װאָס קוקט איר מיך אָן? ― טוט אים בעטי פּלוצעם אַ כאַפּ און װאַרפֿט אַװעק די גרינע מאָדעלן.

― װאָס איך קוק? איך טראַכט, הערט זיך אײַן, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? װי מאַכט מען דאָס, טײַערינקע, ט'זאָל אױסקומען, װי זאָגט מען דאָס, אָגילדיק־ואשׂמחדיק ― קײַלעכדיק און שפּיצעדיק? למשל, איר זאָלט זיך מטריח זײַן צו אים? (מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא) ― צופֿיל כּבֿוד פֿאַר אַזאַ גױ... ער זאָל קומען צו אײַך? ― פּאַסט ניט פֿאַר אײַערע רײַכע און פֿרומע קרובֿים, װי איך פֿאַרשטײ... בלײַבט די קשיא: פֿאָרט װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער?

― נו יאָ, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? ― חזרט איבער בעטי זײַנע װערטער און פֿילט זיך שולדיק קענען דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, װאָס איז באמת אַזאַ װױלינקער... זי װאָלט װעלן אים מיט נאָך עפּעס פֿאַרגלעטן, האָט ער אָבער שױן לאַנג פֿאַרגעסן און ער רופֿט זיך אָן צו איר פֿרײַנדלעך, לעבעדיק און הילכיק, װי זײַן שטײגער איז, און גיט זיך אַ פּאַטש אין שטערן:

― שאַט, װײסט איר װאָס? זונטיק איז אַ טאָג, הערט זיך אײַן, װאָס די גאַנצע שטאָט פֿאָרט אַרױס אױף די דאַטשעס אָפּצוקילן זיך, כאַפּן לופֿט. איך װעל זאָגן מײַן גױ: „הערט זיך אײַן, גױ, פֿאַראַן אַ מענטש ― איך װעל אים ניט זאָגן װער, נאָר סתּם אַ מענטש ― װאָס װיל זיך מיט דיר זען און האָט דיר איבערצוגעבן בסוד־סודות אַ װיכטיקע זאַך װעגן דעם געװיסן עסק“... בין איך זיכער, הערט זיך אײַן, אַז דער גױ װעט לױפֿן, װאָרעם ער איז אַזױ אַרײַנגעטאָן אין דעם דאָזיקן ענין, אַז ממש דער שװאַרצער יאָר כאַפּט אים אַװעק... און קומען װעל איך מיט אים אױף דעם דאָזיקן אָרט... נײן, איך װעל קומען מיט אים מיטן האַלב־צװײערדיקן אױפֿן װאָקזאַל, װוּ איר װעט אונדז אָפּװאַרטן, און פֿון דאָרט װעלן מיר זיך דורכגײן אַלע דרײַ אָדער אױף יענער זײַט װאָקזאַל אין פֿעלד, אָדער אױף דער זײַט װאָקזאַל אין װאַלד, און איר װעט זיך קאָנען מיט אים רעדן אײַערע סודות, װאָס איר האָט. איך װעל אײַך, הערט זיך אײַן, ניט שטערן... געפֿעלט אײַך מײַן פּלאַן?

אַ חידוש, אױב איר געפֿעלט דער פּלאַן! בעטי איז אױפֿן זיבעטן הימל: זי װעט זיך נעמען צו דער רעכטער אַרבעט. זי װעט העלפֿן אױפֿזוכן דעם הױפּט שליסל, זי װעט העלפֿן אױפֿבינדן דעם פּלאָנטער. זי װעט העלפֿן אַרױסלאָזן אָט דעם אומשולדיקן פֿרײַנד, און װעמען האָט זי צו דאַנקען? אָט דעם בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק. „אַ מאָדנער מענטש, נאָר אַ טײַערע נשמה, אַ גאָלדענע זעל“... אַזױ טראַכט זיך בעטי און זי געזעגנט זיך אָפּ מיט אים װאַרעם, דריקט אים נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל זײַן גרױסע האַרטע קאָרענע פֿאַרפּאַפּטע האַנט און מע צעגײט זיך: ער צום װאָקזאַל אין שטאָט אַרײַן, און זי צו אירע רײַכע קרובֿים אױף דער דאַטשע ― אַ צופֿרידענע און אַ גליקלעכע, װאָס עס אין געקומען די צײַט, װען זי קאָן זיך נעמען צו דער אַרבעט און פֿאַרענדיקן דאָס, װאָס אַנדערע, װילד־פֿרעמדע האָבן אָנגעהױבן צו טאָן ― דאָס איז מער, װיפֿל זי אַלײן האָט גאָר געװאָלט!... און די גאַנצע װעלט באַקומט מיט אַמאָל גאָר אַן אַנדער פּנים אין אירע אױגן. װוּ איז געװען ביז אַהער אָט דער שײנער, אױסגעפּוצטער װאַלד? פֿאַרװאָס האָט זי ביז אַהער נישט געהערט אָט דעם זעלטענעם אַראָמאַט, װאָס ער פֿילט אָן די לופֿט פֿונעם דאָזיקן ערדישן גן־עדן? װוּ זענען געװען אָט די גאַנצע מחנות פֿױגלען און פֿײגעלעך, פֿליגלען און פֿליגעלעך? פֿאַרװאָס האָט זי ביז אַהער נישט געהערט זײער זינגען און פֿײַפֿן, פּישטשען און שמיצערן און זשומען און הודיען? און דער הימל ― איז ער דען ניט געװען ביז אַהער אַזױ בלױ און אַזױ טיף אָן אַן עק, װי ער איז אַצינד! װער האָט דאָס אױסגעטראַכט, אַז דאָס לעבן איז אַ טרױעריקער נאַרישער שפּאַס?...

* * *

אַז בעטי איז געקומען אַהײם אױף דער דאַטשע אַ פֿאַרפֿלאַמטע פֿון דער היץ און אַ גליקלעכע פֿון דעם געראָטענעם טאָג, װאָס איז געװען צו זען נאָכן גלאַנץ פֿון אירע שײנע אױגן און נאָך דער פֿאַרב פֿון אירע בעקלעך, האָט זי די מומע טױבע באַגעגנט מיט אַ קאַלטן בליק און מיט שטאַרק פֿאַרשנורעװעטע ליפּן, נאָכמער פֿאַרשנורעװעט װי אַלעמאָל:

― װוּ ביסטו עס געװען אַזױ לאַנג?... מען האָט דיך שױן אױסגעזוכט, װוּ די װעלט האָט אַן עק, דעם גאַנצן װאַלד, אין דער לענג און אין דער ברײט... דער פֿעטער האָט זיך שױן איבערגעשראָקן און האָט געװאָלט הײסן שפּאַנען דעם פֿאַעטאָן, מע זאָל דיך פֿאָרן זוכן אין שטאָט... אַ קשיא אױף הײַנטיקע מײדלעך, אַז זײ באַגעגענען זיך פּלוצעם אין װאַלד מיט אַזעלכע בחורים, װאָס גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, איך װיל אױף קײנעם, חלילה, קײן שלעכטס נישט רעדן!...

אין דער גאַנצער צײַט, װאָס די פֿרומע מומע האָט איר געלײענט דידאָזיקע נאָטאַציע מיטן נוסח פֿון טײַטש־חומש, זענען געזעסן אױך אירע טעכטער, די אינטעליגענטע באַרישניס, װאָס האָבן זיך כּלומרשט אַזױ שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין די ביכלעך, אַז זײ האָבן גאָרניט געהערט זײער מוטערס מענה־לשון. נאָר ס'איז געװען צו זען נאָך זײערע נעזער, אַז זײ בלאָזן זיך אױף זײער קוזינקע. אַלע האָבן זיך אױף איר יענעם טאָג געבלאָזן, אַלע. נאָר װאָס הערט זײ בעטי, אַז נישט שפּעטער װי הײַנטיקן זונטיק װעט זי זיך זען מיט אַ מענטשן, װעלכער האָט בײַ זיך אין די הענט דעם גאַנצן פּלאָנטער פֿון דעם ענין, װאָס אָן אים הענגט אָפּ נישט נאָר איר גליק, נאָר דער כּבֿוד פֿון איר פֿאָלק, פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק?...

דאָס הונדערט צװײטע קאַפּיטל

דורך דער קאַץ שלח־מנות

דער װיזיט פֿון קװאַרטיראַנטס קרובֿים, די ראַבינאָװיטשעס האָט געמאַכט בײַ די שאַפּיראָס, װי עס איז געװען צו דערװאַרטן, אַ גאַנצע איבערקערעניש. דוד שאַפּיראָ האָט געזאָגט, אַז ער האָט שױן לאַנג, נאָך גאָר כּמעט פֿונעם אָנהײב אָן, געהאַט אַן אױג אױפֿן קװאַרטיראַנט, אַז ער איז אַ גאָרנישט מיט אַ גאָרנישט מיט אַ גאָרנישט... אינגאַנצן איז שולדיק „זי“ ― האָט ער געטענהט, אָנװײַזנדיק אױפֿן װײַב ― װען נישט, „זי“, װאָלט אַזאַ שאַרלאַטאַן שױן לאַנג בײַ אים זיך געזען מיט דער טיר.

― פֿון װען אָן איז ער דאָס געװאָרן בײַ דיר אַ שאַרלאַטאַן? ― פּרוּװט זיך שׂרה איבערשפּאַרן דעם מאַן, אָבער אין האַרצן פֿילט זי, אַז גערעכט איז ער, אַזאַ שטיק גאָלד, װי ער איז גערעכט!.. און אױף װיפֿל זי האָט פֿריִער געהאַלטן פֿונעם קװאַרטיראַנט אַן עולם־ומלואו, אױף אַזױ פֿיל האָט ער איצט אָנגעװאָרן בײַ איר דעם חן, דעם גאַנצן חן און געװאָרן איר פּשוט נימאס, נימאס־ומאָוס. זי האָט אים שױן מוחל געװען די מומע די מיליאָנטשיצע מיט דער רײַכער ירושה. װוּ שטײט דאָס געשריבן אַז אַ ייִד באַדאַרף האָבן אַ רײַכע מומע און ער זאָל זי ירשענען? װיפֿל ייִדן זענען דאָ אױף דער װעלט, װאָס באַגײען זיך אָן רײַכע מומעס?... איר האָט געקרענקט די שװעסטער װיעראַ. װי באַלד, אַז ער האָט, װי זײַן פֿאָטער מיט זײַן ברודער זאָגן, קײן שװעסטער, װאָס הײסט װיעראַ, פֿרעגט זיך: װער־זשע איז יענע יפֿהפֿיה, װאָס שרײַבט אים ליבע־בריװעלעך, אַ מכּה איר, און חתמעט זיך „װיעראַ פּ.“?...

און נאָך אַ זאַך האָט שׂרה נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, כאָטש נעמט איר אַראָפּ דעם קאָפּ: צו װאָס האָט אים נאָך געטױגט דער אָנשטעל זיך מאַכן, אַז ער פֿאַרשטײט נישט קײן װאָרט ייִדיש! װאָס איז דאָס געװען פֿאַר אַ הינטישע קאָמעדיע?... און די אַלע איבעריקע מעשׂיות זײערע, װי עס װײַזט אױס, זענען אַ פּנים לױטער שקרים־וכּזבֿים, אױסגעטראַכטע מיט אַ כּיװן אױף צו פֿאַרדרײען זײ אַלעמען דעם קאָפּ, מאַכן איר טאָכטער אומגליקלעך און װער װײס ― אפֿשר נאָך פֿאַר אַן אײביקע עגונה אױך?...

און שׂרה דערמאָנט זיך אָן די מוראדיקע מעשׂיות, װאָס זי האָט זיך אָנגעהערט פֿון די שײנע יונגע לײַט, די געװיסע פֿײַנע בריהס, װאָס קומען צופֿאָרן זיך שדכנען כּלומרשט פֿון אױס רײַסן, פּוצן זיך אױס און מױדן זיך אױס, מאַכן זיך כּלומרשט פֿאַרליבט און פֿירן אַװעק די שענסטע מײדלעך דער שװאַרץ יאָר װײסט װוּהין... עס גײט איר אַזש איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב: גאָט װײסט, װאָס מיט איר קינד װאָלט איצט געװען, װען עס טרעפֿט זיך נישט אָט דאָס פּעקל, אָט דער „בילבול װאָלאָדקע“... איצט בלײַבט איבער נאָר אײנס! עפֿענען דער טאָכטער די אױגן ― לאָז זי כאָטש װיסן, װער דער פֿױגל איז... נאָר װי אַזױ מאַכט מען עס, אַז די דאָקטױרים האָבן אָנגעזאָגט הונדערט מאָל, אַז מע זאָל זי לאָזן צו רו און קײן װאָרט מיט איר נישט רעדן פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס קאָנען זי אױפֿרעגן?

שׂרה האָט זיך לאַנג געבראָכן דעם קאָפּ, געזוכט אַלערלײ מיטלען, און סוף־כּל־סוף געפֿונען דעם בעסטן װעג און דעם ריכטיקסטן מענטשן דערצו, דאָס איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר רער דאָקטאָר, דער הײמישער דאָקטאָר.

ערשטנס, איז ער אַ דאָקטאָר, און װער נאָך װײס אַזױ װי אַ דאָקטאָר װײס, װי מע דאַרף צו רעדן מיט אַ חולה, ס'זאָל נישט שאַטן? און, צװײטנס, איז ער דאָך אַ הײמישער מענטש, און ער באַרימט זיך, אַז ער איז איר געטרײַ ― אַדרבה, לאָז ער אַקאָרשט אַרױסבאַװײַזן זײַן געטרײַשאַפֿט, נײן, קײן בעסערער שליח באַדאַרף מען נישט.

און שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך נישט געפֿױלט און אַלײן מיט איר כּבֿוד זיך מטריח געװען צום דאָקטאָר אַהײם.

דערזען בײַ זיך אַזאַ גאַסט, איז דער דאָקטאָר געװאָרן אַ ביסל צעמישט, זיך גענומען קראַצן אין דער ליסינע, װאָס גלאַנצט בײַ אים אין דער חײם אַקוראַט װי אַן אױסגעשײַערטער סאַמאָװאַר, געמאַכט בקיצור מיט די אָרעמע פּאַציענטן, געגעבן דעם אַ שמיר איבער דער פּלײצע, יענעם גלאַט אַ שטופּ־אַרױס פֿון דער טיר: „גוט, גוט! אַן אַנדערש מאָל װעל איך אײַך פֿאַרשריבן אַ רעצעפּט!“... און ער האָט ברײט אױפֿגעעפֿנט די טיר פֿון קאַבינעט און אַרײַנגערופֿן צו זיך שׂרה שאַפּיראָ.

― זיצט, מאַדאַם, װאָס װעט איר זאָגן גוטס?

בײדע האָבן זײ זיך אַװעקגעזעצט און בײדע האָבן זיך געפֿילט נישט פֿױגלדיק, עפּעס װי געצװוּנגען, װי אױף קױלן... שׂרהס אױגן האָבן גענומען לױפֿן אין אַלע זײַטן, באַטראַכטן דעם דאָקטאָרס קאַבינעט מיטן באַרג מיסט און שטױב און ביכער מיט פּאַפּירן מיט אינסטרומענטן, מיט אַ פּאָר קױטיקע מאַנזשעטן אױך אין קאָן, אַלצדינג אױסגעמישט אינאײנעם און, װי אַ ייִדענע אַ בעל־הביתטע, האָט זי זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון צו באַמערקן, װאָס פֿאַר אַ „הקדש“ בײַ אים איז, „ערגער װי אין באָד“.

― הערט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן! איר דאַרפֿט חתונה האָבן, האָט זי אים אַ װאָרף געגעבן גלאַט אַזױ פֿון יוצא װעגן, אַבי צו פֿאַרבינדן אַ שמועס. ער אָבער האָט דאָס אַנדערש אָנגענומען און איז געװאָרן רױט בין אַריבער די אױערן און אױף דער גלאַנצנדיקער ליסינע זענען אַרױסגעטראָטן היפּשע טראָפּנס שװײס. ער האָט אױסגעטאָן די ברילן און אָנגעטאָן באַלד צוריק.

― איר זעגט אַװדאי גערעכט. מאַדאַם, איך קלער טאַקע װעגן דעם שױן לאַנג, דאָס הײסט נישט לאַנג, איך האָב ערשט אָנגעהױבן װעגן דעם צו קלערן...

„אַז אָך און װײ צו דײַן ליסינע ― טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ ― קױם דערמאָנט זיך צו קלערן!... שױן צײַט באַלד קינדער צו דער חופּה צו פֿירן, און ער האַלט ערשט בײַ קלערן...“

― איך האָב טאַקע געקליבן זיך װעגן דעם מיט איך זיך אַן עצה האַלטן ― זאָגט װײַטער דער דאָקטאָר און פֿילט װי עס פֿאַרכאַפּט אים דער אָטעם.

― װאָס איז דאָ שײך אַן עצה! ― שלאָגט אים איבער שׂרה און פֿאַרשיט אים מיט רײד, װי איר שטײגער איז, און ברענגט אים טױזנטער בײַשפּילן פֿון באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע, אַזעלכע, װאָס האָבן חתונה געהאַט צו פֿרי און אַזעלכע, װאָס האָבן חתונה געהאַט צו שפּעט, און לאָזט אױס אַזױ:

― איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס ס'איז גלײַכער פֿרי, אײדער שפּעט, װאָרעם זינט די װעלט שטײט, האָט זיך נאָך דערװײַל נישט געטראָפֿן אַזאַ פֿאַל, אַז װער עס האָט צו פֿרי חתונה געהאַט, זאָל חרטה האָבן...

דערױף האָט איר דער דאָקטאָר געװאָלט אָפּענטפֿערן, אַז ערשטנס, מאַדאַם... נאָר מער װי די צװײ װערטער „ערשטנס, מאַדאַם“ האָט אים די מאַדאַם נישט געלאָזט אַרױסרעדן. זי האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז זי װײס פֿריִער, װאָס ער װעט איר ענטפֿערן, נאָר ס'איז בלאָטע, ס'איז נישטאָ קײן שום תּירוצים, גאָט האָט אַזױ באַשאַפֿן די װעלט ― פֿאַרפֿאַלן, און איז אַריבער גלײַך צום ענין, צוליב װעלכן זי אין צו אים געקומען.

― אַזױ װי איר זענט אַ הײמישער מענטש און אַ גוטער פֿרײַנד און מײַן קינד, איך מײן טאַקע מײַן בעטין, װאָס איר אַלײן זאָגט, אַז איר קענט זי, װען זי איז נאָך געװען אָט אַזעלכע: (שׂרה באַװײַזט מיט דער האַנט בײַ דער ערד און דער דאָקטאָר שטעלט אָן אַן ערנסט פּנים און פֿילט, אַז דאָס האַרץ פֿאַלט אים שיִער נישט אַרױס) על־כּן האָב איך צו אײַך אַ בקשה.

און זי גיט אים איבער גאַנץ באַריכות די געשיכטע מיט די געסט, זײער קװאַרטיראַנטס פֿאָטער מיטן ברודער, פֿון װעלכע זי איז געװױרע געװאָרן אַ סך שײנע זאַכן, אַז דער ראַבינאָװיטש איז, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ שקרן, אַ כּזבֿן, אַ נאַרישער בריה ― מער, נישט קײן מומע, נישט קײן מיליאָנען, נישט קײן ירושה, װײס איך װאָס, װײס איך װען, אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט אַן אײ...

דער דאָקטאָר, װאָס איז קױם אײַנגעזעסן אױפֿן בענקל, אַזױ האָט דאָס אים געטראָגן אין דער לופֿטן, האָט זיך געשטאַרקט, ער זאָל נישט אױפֿשפּרינגען, ער האָט געפֿילט, װי דאָס האַרץ װאַקסט אים ברײטער און ברײטער, און אַ רױזנצװיקל האָט זיך אים צעשפּילט אױף די באַקען, האָט געפּאַקט די מינוט, װאָס ער קאָן אַרײַנשטעלן אַ װאָרט; ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון אָרט, אױסגעטאָן די ברילן און האָט זיך אָנגערופֿן צו איר:

― הערט איר, מאַדאַם, װאָס איך װעל אײַך זאָגן! איך דאַרף מיר פֿאַר אײַך נישט באַרימען און װיל נישט רעדן קײן שלעכטס אױף קײנעם, נאָר איך שװער אײַך בנאמנות, אַז איך האָב עס געװוּסט פֿריִער. געװוּסט, װי איר זעט מיך לעבן! אַ סימן האָט איר: געדענקט איר דאָס ערשטע מאָל, אַז מע האָט מיך גערופֿן צו אים דעמאָלט, נאָך דער ערשטער אָבלאַװע, װאָס האָב איך אײַך געזאָגט, מאַדאַם?

דער דאָקטאָר טוט אָן די ברילן און זעצט זיך אַװעק.

― װאָס האָט איר געזאָגט? ― פֿרעגט אים די „מאַדאַם“ און קוקט אים אין די אױגן אַרײַן, װי אַ קאָזאַק, בשעת מען כאַפּט אים אין אַ גנבֿה.

― איך האָב אײַך געזאָגט, איך האָב אײַך באַלד געזאָגט גאַנץ אױפֿריכטיק, אַז ער איז אַ מאָדנער ייִד.

― אָט דאָס איז גאָר! ― מאַכט שׂרה און װאַרפֿט זיך אָפּ אױפֿן בענקל ― אַ שטומער װאָלט דאָס נישט אַרױסגערעדט אין אַ יאָר, װאָס איר האָט דאָ געזאָגט אין אײן מינוט.

― נײן, איך האָב געװוּסט, ― װיל דער דאָקטאָר איר געבן צו פֿאַרשטײן, נאָר שׂרה לאָזט אים נישט רעדן.

― איר האָט געװוּסט? מײַן מאַן זאָגט אױך, אַז ער האָט געװוּסט. איר זענט אַלע נבֿיאים אױף נאָכדעם.

― פּאַ־פּאַזװאָלטיע, מאַדאַם...

― װאָס מיר פּאַזװאָלטיע!... װער מיר פּאַזװאָלטיע!... איר מײנט, ס'איז צװישן זײ, חלילה, עפּעס געװען? גאָרנישט! גאָלע גאָרנישט!...

דער דאָקטאָר איז צופֿרידן, װאָס ס'איז צװישן זי ניט געװען גאָרנישט, און אַ ביסל װערט ער װי דערשראָקן.

― איך װײס, אַז גאָרנישט... װאָס האָט דען געקאָנט זײַן צװישן זײ?

שׂרה קוקט אים אָן:

― אַלע בײזע װיסטע חלומות! װאָס הײסט, װאָס האָט געקאָנט זײַן צװישן זײ... אַ װאָרט האָט געקאָנט זײַן! װאָס נאָך האָט געקאָנט זײַן?

דער דאָקטאָר טוט אױס די ברילן און טוט זײ אָן באַלד צוריק: „װײַזט אױס, הײסט עס, אַז עס האָט שױן בײַ זײ געהאַלטן גאַנץ װײַט?...“ ער זאָגט צו איר:

― צװישן זײ אַ װאָרט! װאָס רעדט איר?

― פֿאַרװאָס נישט! ס'איז אפֿשר נישט גלײַך?

― גלײַך, זאָגט איר? אַ מאָדנע ייִדענע איר זענט! װאָס גלײַכט איר? אײַער טאָכטער איז אַ טאַטנס אַ קינד און יענער איז אַ... אַ... איך װײס װער?

― נו יאָ, פֿאַרשטײט זיך, איצט זענט איר אַלע װײסערס! אַלע חכמים! אױף נאָכדעם װערט אַ בלינדער זעענדיק, אַ טױבער הערנדיק און אַ שטומער רעדנדיק...

און לאַנג נאָך דרײען זײ זיך בײדע אַרום דעם פּונקט. זײ פֿאַרשטײען נישט אײנס דאָס אַנדערע... שׂרה שיט אים אָפּ מיט רײד, לאָזט דערװײַל אים קײן מױל נישט עפֿענען, ביז זי קומט אַרױף סוף־כּל־סוף אױפֿן רעכטן ענין: זי װיל, ער זאָל איר העלפֿן, פֿאַרשטײט איר מיך, אַרױסרײַסן בײַ איר טאָכטער פֿונעם האַרצן אָט אָ יענעם... ס'איז זײער ביטער אַרױסצורעדן דאָס ריכטיקע װאָרט... מע באַדאַרף זײַן אַ מאַמע, מע זאָל, זי פֿאַרשטײן... הקיצור, אַזױ װי ער פּאָרט במילא צו איר טאָכטער אַלע זונטיק, זאָל ער מיט איר דאָרט מאַכן אַ שמועס װעגן קװאַרטיראַנט, אַז אמת ער איז טאַקע אַ שלימזל נעבעך, צװישן שלימזלען אַ שלימזל און זיצט נעבעך פֿאַר פֿרעמדע זינד, אַ כּפּרה פֿאַר כּל־ישׂראל, נאָר װאָס דען? ער איז, זאָל זי אים מוחל זײַן, אַ גאָרנישט שבגאָרנישט, אַ ליגנער, אַ שקרן, אַ פּוסטע מיל... און דערבײַ דערצײלן די מעשׂה מיט זײַנע קרובֿים, נאָר פּאַװאָלינקע, נישט מיט אַמאָל, און מיט שׂכל, און געהיט, װאָרעם מיט איר בעטין באַדאַרף מען זיך גוס אונטערגאַרטלען, אַז מע װיל עפּעס רעדן אַן ערנסטע זאַך: „ס'איז, הערט איר, אַ בעטי פֿון גאָט! שױן אײן מאָל אַ בעטי!“ ― זאָגט זי צו אים מיט אַ זיפֿץ, שױן שטײענדיק אױף דער טיר, און אים לאָזט זי נאָך אַלץ נישט רעדן... זי זאָגט אים אָן נאָך און נאָך אַמאָל װי אַזױ ער זאָל מיט איר רעדן, הזהר־והשמר!...

שׂרה שאַפּיראָ איז צופֿרידן, װאָס איר איז געראָטן אױסצוקלײַבן אַזאַ גוטן שליח: טאָמער איז ער נישט אַזױ איבערגעשפּיצט, איז ער דערפֿאַר אַן ערלעכער, נישט גלײַך צו אַלע אַנדערע, און זײַנע װערטער װעלן בײַ איר בעטין האָבן אַ װערט...

דער גליקלעכער מוטער, פֿאַרשטײט זיך, איז אַפֿילו אױף זי געדאַנקען נישט געקומען, אַז זי שיקט דורך אַ קאַץ שלח־מנות... זי זאָל קוקן אַ ביסל טיפֿער, װאָלט זײ געדאַרפֿט זען נאָכן דאָקטאָרס שײַנענדיק פּנים און נאָך זײַנע אױגן, װאָס לױכטן איצט גאָר מיט אַן אַנדער גלאַנץ און זעען אױס אַ סך יונגער װי אַלע מאָל, אַז דער מענטש איז באמת מיט אַמאָל װי יונגער געװאָרן, װאָס מע האָט אָנגעהאַנגען אױף אים אַזאַ אָנגענעמע קאָמיסיע... ער האָט זיך שױן צוגעגרײט אַפֿילו װי אַזױ ער װעט רעדן מיט דער מאַמזעל שאַפּיראָ. ביסלעכװײַז װעט ער איר אױפֿעפֿענען די אױגן אױף דעם חבֿרה־מאַן, דעם אַװאַנטוריסט... דערנאָך שױן, אַז ער װעט פֿאַרטיק װערן מיט דעם, װעט ער שױן אין אײן װעגס אַ רעד געבן װעגן זיך אױך, גאַנץ אײדל, פֿאַרשטײט זיך, און רויִק און טיף דיפּלאָמאַטיש... ער, אַז ער װיל זײַן רויִק, קאָן ער... ער װעט איר זאָגן, פֿאַרװאָס ער האָט ביז אַהער מיט איר נישט גערעדט: פּשוט ער האָט נישט געװאָלט זיך שטעלן אין װעג צװישן איר און צװישן יענעם, װאָס איז יונגער פֿון אים און אפֿשר מיט מער מעלות װי ער... אַזױ האָט ער געדענקט און, דאַכט זיך, געהאַט רעכט אַזױ צו דענקען... איצט, אַז עס האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז די יונגע לײַט דאַרפֿן זיך לערנען אײדלקײט בײַ זײערע עלטערע קאָלעגן... איצט, אַז עס האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז עס קומט צופֿאָרן אַ יונגאַטש, אַן אַװאַנטוריסט, אַ שאָלטיק, אַ פֿײַפֿער, אַן אמתער כלעסטאַקאָװ דער אינספּעקטאָר אין ניקאָלאַי גאָגאָלס פּיעסע , גיט זיך אַרױס פֿאַר אַ רײַכן יורש פֿון אַ מומע אַ מיליאָנערשע, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, און מאַכט נאָר אָנשטעלן, אַז ער קאָן נישט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, פֿאַרשטײט נישט כּלומרשט אַ ייִדיש װאָרט, פֿירט אַלעמען בײַ דער נאָז, דער שװאַרץ־יאָר װײס אים צוליב װאָס, אַבי פֿאַרדרײען יענעם אַ קאָפּ ― איז דאָך אַזעלכער װערט, מע זאָל אים, ער װײס אַלײן נישט װאָס! רויִק, פֿײַן, אײדל, אָן אָ שום פּניה... ער, אַז ער װיל, קאַן ער... איצט דאַרף מען נאָר אַ ביסל זיך צוגרײטן, ברענגען זיך אַ ביסל אין אָרדענונג.

פֿאַרזידן זיך אַ ביסל הײס װאַסער אױף דער ספּירט־מאַשינקע, װי אַלע אַלטע בחורים, האָט ער אױסגעגלעט דאָס גאָל־מעסער אױפֿן לאַנגן לעדער־פּאַס, װאָס הענגט בײַ אים איר דער טיף שױן כּמה וכּמה יאָרן און גלאַנצט אַז װי זײַן ליסינע, האָט ער זיך פֿאַרשלאָסן אין קאַבינעט, אַרומגעגאָלט זיך און אױף דער גיך איבערגעטאָן זיך אין זײַנע בעסטע פּאָר, געכאַפּט אַ קוק אױף זיך אין דעם אָנגעשפּאָלטענעם שפּיגל און געמוזט זיך מודה זײַן, אַז טאָמער װײַזט ער אױס נישט אַזױ שטאַרק יונג, דערפֿאַר אָבער זעט ער אױס סאָליד, און אַז עס זענען יעדנפֿאַלס פֿאַראַן אַ סך עלטערע בחורים פֿון אים... און װאָס דער ליסינע אָנבאַלאַנגט, איז אױך נישט אַזױ געפֿערלעך: עס דרײען זיך אַרום הײַנטיקע צײַטן יונגע מענטשן, בחורים, קאַװאַליערן, סטודענטן מיט קעפּ נאַקעטע, הױלע, איר זאָלט זאָגן אַ סימן פֿון האָר, אַבסאָלוט גאָרנישט!... און ער גלעט אױס דאָס ביסל געװיקס, װאָס איז אים פֿאַרבליבן אַ זכר, אַז דער מענטש האָט אַמאָל געהאַט אַ באַװאַקסענעם קאָפּ, און טרײַבט אַרױס דעם לעצטן פּאַציענט, װאָס האָט זיך מיט גװאַלד אַרײַנגעריסן און אָנגעזעצט זיך װי אַ קלעק, דער הער דאָקטאָר זאָל זײַן אַזױ גוס און זאָל אים עפּעס פֿאַרשרײַבן.

― פֿאַרשרײַבן? אָט דאָס װעל איך אײַך פֿאַרשרײַבן! ― װײַזט אים דער דאָקטאָר אױפֿן שטעקן מיט אַן עלפֿנבײנערנער גאַלקע, װאָס איז געװען אַמאָל װײַס, נאָר מיט דער צײַט איז זי געװאָרן געל ― איך האָב אײַך געזאָגט, דאַכט מיר צװאַנציק טױזנט מאָל, אַז זונטיק נאָך האַלבן טאָג נעם אין נישט אױף קײן קראַנקע ― עס מעג זײַן יהיה־מי־יהיה! אײן מאָל אין װאָך, כאָטש אַ האַלבן טאָג, מעג איך, דאַכט זיך מיר, אױך זײַן אַ מענטש װי אַלע מענטשן, צי נײן?

ער הײסט שפּאַנען דאָס פֿאַעטאָנדל, דאָס אָפּגעבאַרעטע אײַנגעהױקערטע פֿאַעטאָנדל, רוקט אָן דאָס היטל, גלײַכט אױס דעם רוקן, ציט זיך אױס מעשׂה־חתן און לאָזט זיך אין װעג אַרײַן לעבעדיק און פֿױגלדיק, װי אַ מענטש, װאָס פֿאָרט כּמעט אױף אַ פֿאַרטיקן עסק.

דאָס הונדערט דריטע קאַפּיטל

װי האָט אים דערקענט!

װי אַ בוקעט פֿון פֿילפֿאַרביקע בלומען, אַזױ האָט אױסגעזען פֿון דער װײַטן דער װאָקזאַל אינעם זונטיקדיקן טאָג, בעת די אױסגעפּוצטע דאַמען פֿון די דאַטשעס זענען אַרױסגעקומען צו באַגעגענען די געסט, װאָס דאַרפֿן אָנקומען פֿון דער גרױסער שטאָט. אַנדערע האָבן אַרױסגעקוקט אױף זײערע אײגענע מאַנען, אױף באַקאַנטע, װאָס דאַרפֿן געװיס קומען, אַנדערע ― טאָמער װעלן קומען געסט, און אַנדערע זענען אַרױסגעקומען ― זײ װילן גלאַט זען, װער איז געקומען צופֿאָרן, צוליב דעם האָט מען זיך אָנגעטאָן, אַפֿילו זומערדיק און טאַקע אױפֿן הײמישן אופֿן, אַ ביסל דעקאָלטירט, אַ ביסל גלאַט אַזױ נישט פֿאַרשפּיליעט, נאָר נישט געזשאַלעװעט נישט קײן זײַדנשטאָף, נישט קײן פֿילפֿאַרביקע סטענגעס, די טײַערסטע שפּיצן, װײַסע, רױטע, גרינע, געלע זאָנטיקלעך, אַ לעבעדיקער בוקעט פֿון לעבעדיקע בלומען.

צוליב דעמדאָזיקן זונטיק האָט זיך בעטי שאַפּיראָ נאָך פֿון גאַנץ פֿרי אָן אָנגעטאָן פֿון אױבן ביז אַראָפּ אין װײַסן; אַ װײַס באַטיסט קלײד מיט װײַסע שפּיצלעך, אַ װײַס היטעלע, װײַסע הענטשקעלעך, אַ װײַס זאָנטיקל און אַפֿילו שיפֿלעך אױך װײַסע. דאָס אַלצדינג איז געװען טאַקע נישט פֿון ערשטן סאָרט, אפֿשר דאָס סאַמע ביליקסטע, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט פֿאַרמאָגט איר צו קױפֿן; דערפֿאַר איז דאָס אָבער געלעגן אױף איר אַזױ חנעװדיק, אױסגעגאָסן, און עס האָט זיך אַזױ געפּאַסט צו איר זעלטן שײנער פֿיגור און צו איר זעלטן שײן פּנים, װאָס האָט זיך פֿאַרצװיקלט אונטער דעם רײַכן בינט געדיכטע, אױף דער גיך צונױפֿגעדרײטע האָר, און צו אירע גרױסע קאַרע קלוגע אױגן אונטער די געדיכטע זײַדענע ברעמען, אַז אַלעס אױף איר האָט אין דעם דאָזיקן שײנעם ליכטיקן זומערדיקן פֿרימאָרגן געפֿינקלט, געשעמערירט און געזונגען. קוקנדיק אױף איר, האָבן נישט װילנדיק זיך אײַנגעבעטן אַזעלכע פֿאַרגלײַכענישן, װי: „מאָרגן־שטערן“, „ שולמית“, „חבֿצלת־השרון“ „שושנת־העמקים“ און נאָך אַזעלכע װערטער פֿון שיר־השירים.

בעטי האָט נישט געזאָגט קײנעם, אַז זי קלײַבט זיך ערגעץ גײן און האָט איר אױפֿרעגונג פֿאַרבאָרגן, קײנער זאָל נישט זען. נאָר נאָכן עסן, אַז די פֿאַמיליאַנטן האָבן זיך צוגעלײגט רוען, און די „באַרישנעס“ האָבן גענומען די ביכלעך און די האַמאַקן און זענען אַװעק, װי אַלעמאָל, אין װאַלד, האָט בעטי אָפּגעװאַרט די שעה און האָט זיך שטילערהײט אַרױסגעגליטשט פֿון איר חדרל, פֿריִער אין גאָרטן אַרױס, און פֿון דאָרט אַװעק מיט דער גאַס אױפֿן װאָקזאַל. אַהין איז זי געקומען שױן אַקוראַט צום רעכטן טומל, װען דער גאַנצער לעבעדיקער בוקעט פֿון די לעבעדיקע בלומען האָט זיך אַ טראָג געגעבן פֿון די טרעפּ און געלאָזט זיך אַנטקעגן די אָנגעקומענע װאַגאָנעס, פֿון װאַנען עס האָבן זיך אַרױסגעשאָטן אײנציקװײַז די אָנגעקומענע פּאַסאַזשירן און פּאַסאַזשירקעס מיט גרױסע פּאַפּיר־סקאָרמוטשן, קױשן, קײשלעך און פּודלעס און עס איז אױף אַ װײַלע געװאָרן הו־האַ, אַ האַרמידער און אַ יריד.

בעטי האָט פֿון דער װײַטן דערקענט נאָכן געל־װײַסן פּידזשאַק דעם פּינסקער בחור, בעני הורװיטש, װאָס האָט מיט זײַן ברײט געשפּרענקלט פּנים ברײט געשמײכלט נאָך פֿון װאַגאָן אַרױסקריכנדיק, און נאָך אַ פּאַרשױן האָט זי באַמערקט נאָך אים אַרױסגײן פֿון װאַגאָן, אַ הױכן, אַ ברײט־בײנערדיקן פּאַרשױן, אונטער אַזאַ ברײטן װײַסן שטרױענעם קאַפּעליוש, אַז ס'איז אוממעגלעך געװען צו זען, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט.

דעם פּאַרשױן מיטן ברײטן קאַפּעליוש האָט בעני הורװיטש איבערגעלאָזט אױף אַ װײַלע אונטן בײַ די טרעפּ און אַלײן האָט ער אױף דער גיך, מיט זײַנע גרױסע פֿיס, אַרױפֿגעשפּאַנט גלײַך צו דער מאַמזעל שאַפּיראָ און מיט זײַן פֿרײלעכן טאָן, װי אַלעמאָל, מאַכט ער צו איר:

― מזל־טובֿ, כ'האָב אײַך געבראַכט דעם אַנטיק, װאָס איר האָט געװאָלט זען, אײן געװעזענעם קנעפּל, די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“... ער װײס נאָך אַלץ נישט, הערט זיך אײַן, װער עס האָט אים געשלײערט, אַ קלאָג צו אים... אַװוּ, רעכנט איר, אים אױפֿנעמען אָדער, פֿײַנער גערעדט: װוּ רעכנט איר אים געבן איר ראַנדעװוּ?

די לעבעדיקײט פֿון הורװיטשעס בלומען־שפּראַך װערט איבערגעגעבן צו בעטין און, לאַכנדיק, װײַזט זי אים אָן טאַקע אָט דאָ באַלד, רעכטס, אױף דער אַלעע פֿון נאָך גאָר יונגע בײמלעך, װאָס גײען באַרג אַרױף מיט גרינע בענק בײַ די זײַטן. די אַלעע ענדיקט זיך מיט אַ פֿאָנטאַן, באַצירט מיט אַ יונג נאַקעט מלאכל, װאָס האַלט אַ פֿײַפֿעלע און שפּריצט מיט װאַסער פֿון אונטן אַרױף. אָט דאָ װעט מען קאָנען זיצן און רעדן.

― פּיסססס! מע דאַרף גאָרנישט בעסער ― גיט הורװיטש זײַן הסכּמה און נעמט צונױף די ליפּן ― אַן אמתער גן־ערן־התּחתּון! דער גרעסטער פּאָעט, הערט זיך אײַן, װעט נישט צוטראַכטן קײן מער ראָמאַנטישן פּלאַץ פֿאַר אַ ראַנדעװוּ פֿון אַ ייִדישער שולמית מיט אַ גױיִשן שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן, כאַ־כאַ! איר, זײַט אַזױ גוט, זעצט זיך אַװעק אױף אַ װײַלע, און איך װעל גײן, הערט זיך אײַן, נאָך מײַן גױ.

מיט די װערטער האָט זיך דער פֿרײלעכער הורװיטש פֿון פּינסק געלאָזט פֿון די טרעפּ אַראָפּ צו זײַן פּאַרשױן און בעטי האָט זיך דערװײַל אַװעקגעזעצט אױף אײנער פֿון די גרינע בענק, װאָס בײַם פֿאָנטאַן מיטן שפּריצנדיקן אמור. זי האָט זיך גאָרנישט אַרומגעקוקט, װי דערװײַל איז דער עולם געװאָרן שיטערער און שיטערער, דער טומל קלענער און דער לעבעדיקער בוקעט איז זיך צעגאַנגען, װי פֿריש אױסגעפֿאַלענער שנײ אױף דער זון. נאָך אַ מינוט, און אױפֿן װאָקזאַל איז נישט געבליבן קײן נפֿש, אױסער די פּאָר טרעגער און סטרוזשעס, װאָס האָבן צונױפֿגעקאַטשעט דאָס איבערגעבליבענע ביסל באַגאַזש, אַ פּאָר שטולן, געפּאַקט אין שטרױ, אַ קינדערש װעגעלע, אַ װעלאָסיפּעד און נאָך אַזעלכע זאַכן. אױסער זײ האָט זיך נאָך אַרומגעדרײט דער נאַטשאַלניק־סטאַנציע מיט אַ רױטן היטל אױף אַ טשאַכאָטאָטשנעם פּנים, אָנגערוקט ביז סאַמע די אָפּגעשטאַנענע אױערן; בײדע הענט האָט ער געהאַלטן אין די קעשענעס פֿונעם װאַרעמען פּאַלטאָ, כאָטש אין דרױסן איז געװען גענוג װאָרעם, און געקוקט האָט ער אַרױף, געקליבן נחת, אַ פּנים, פֿונעם בלױען לױטערן הימל און פֿון דער לױטערער, ליבער, װאַרעמער זון.

גיך האָט זיך באַװיזן דער פּינסקער בחור און באַלד נאָך אים דער ברײטבײניקער פּאַרשױן מיטן ברײטן װײַסן קאַפּעליוש, פֿון װעלכן עס האָבן זיך שאַרף אַרױסגעזען שװאַרצע אָדער טונקלבלױע ברילן מיט גלאַנצנדיקע, קײַלעכדיקע אױסגעבײַכיקטע גלעזלעך ― ברילן, װאָס זענען באַשאַפֿן געװאָרן לכתּחילה צו פֿאַרשטעלן, באַהאַלטן די אױגן... די דאָזיקע טונקעלע ברילן זענען נישט אַנגענעם בעטין פֿון תּמיד אָן, ובפֿרט נאָך פֿון יענעם באַגעגעניש אָן מיט יענעם געװיסן פּאַרשױן, װאָס האָט אױך געטראָגן אַזעלכע ברילן... דערמאָנט זיך אָן יענעם פּאַרשױן, פֿאַרלירט בעטי איר גוטן לױן, װעלכן הורװיטש פֿון פּינסק האָט אױף איר נאָר־װאָס אָנגעװאָרפֿן מיט זײַן שטענדיק־פֿרײלעכן פּנים און מיט זײַן זעלטן־לעבעדיקער שפּראַך. און דער פּאַרשױן מיטן ברײטן קאַפּעליוש, נאָך אײדער ער איז צוגעגאַנגען נאָענט און אײדער הורװיטש האָט אים פֿאָרגעשטעלט, האָט שױן פֿון דער װײַטן אַראָפּגענומען דעם קאַפּעליוש, ― און דאָ האָט בעטי באַדאַרפֿט זיך אָנכאַפּן מיט דער האַנט אָן דער פּאַרענטשע פֿון דער באַנק, אױף װעלכער זי איז געזעסן, אַז זי זאָל נישט אומפֿאַלן.

* * *

זי האָט אים דערקענט!...

אין אַ רגע־כּמימרא, אין אײן אױגנבליק, האָט זי איבערגעלעבט נאָך אַמאָל אַלעס, װאָס זי האָט איבערגעטראָגן אין יענער נאַכט, װאָס זי װעט נישט פֿאַרגעסן װײַל זי װעט לעבן... װאָס טוט מען? זיך אױפֿהײבן און אַנטלױפֿן?... נײן, דערצו איז נישט געװען שױן נישט קײן צײַט, נישט קײן מעגלעכקײט, נישט קײן כּוח אױפֿצוהײבן זיך און נישט קײן װערטער אױף אַ װאָרט אַרױסצורעדן. װי אַזױ איז דאָס געשען, װאָס זי האָט זיך נישט פֿריִער רעכט צעפֿרעגט, װער דאָס איז? אַ „קנעפּל“ האָט דאָך איר הורװיטש געזאָגט, אַ „געװעזן קנעפּל“, איצט אַן „אָפּגעשלאָגענע הושענא“ ― זי האָט אַלײן באַדאַרפֿט טרעפֿן װער דאָס איז... עס איז געװען גרינג צו טרעפֿן... נאָר װאָס העלפֿט שױן איצטער? פֿאַרפֿאַלן ― דאָס איז ער!... ער איז דאָס איר מיטהעלפֿער אַצינד און דורך אים װעט מען דאָס דאַרפֿן שיצן, ראַטעװען דעם כּבֿוד פֿון איר געליבטן און די ערע פֿון זײ אַלעמען, פֿון איר גאַנץ פֿאָלק ― דאַרף מען נאָך האָבן אַ מער ביטערע איראָניע?... נישט װינציקער איבערראַשט, אַ פּנים, איז געװען אױך ער. עס װײַזט אױס, אַז ער האָט זי אױך באַלד דערקענט, װאָרעם װי ער איז געשטאַנען מיט דעם אױפֿגעהױבענעם קאַפּעליוש אין האַנט, אַזױ איז ער געבליבן אַ פֿאַרגליװערטער און דאָס פּנים האָט בײַ אים אין אײן מינוט זיך איבערגעביטן עטלעכע מאָל, באַקומען אַן אַנדער אױסזען. בכלל איז די טבֿע פֿון דעם דאָזיקן פּאַרשױן צו בײטן זײַן פֿיזיאָנאָמיע אַלע מינוט, אַלע רגע. אַז איר זעט אים הײַנט, זענט איר נישט באַװאָרנט, אַז איר װעט אים זען מאָרגן אַקוראַט דעם אײגענעם, װאָס נעכטן.

איצטיקס מאָל האָט ער זיך אַזױ װײַט פֿאַרלאָרן, אַז ער האָט אַלײן נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער זאָל אָננעמען. פֿאָרנדיק אַהער, האָט ער װיפֿל מאָל געבעטן הורװיטשן, ער זאָל אים זאָגן, װער איז דער „מענטש“, װאָס װיל זיך מיט אים זען? בסך־הכּל איז ער געפֿאָרן אַהער אָן אַ שום חשק און װען אָט דער לאָװקי יעװרײטשיק ловкий еврейчик: קלוגער ייִד (הורװיטש), צו װעלכן ער פֿילט אַ מאָדנע סימפּאַטיע און צוטרױען, זאָל אים נישט נעמען מיט װערטער, װאָלט ער אפֿשר גאָרנישט געפֿאָרן אַהער, אָט דער „נאַכאַלני זשידאָטשיק“ нахальны жидоцник: חוצפּהדיקער ייִד האָט זיך מיט אים גערײצט, אַז ער איז אַ „טרוס“ אַז ער האָט מורא צו פֿאָרן... ער איז אַ טרוס? ער האָט מורא צו פֿאָרן? ער, װעלכער האָט זיך אױסגעװאַלגערט מיט אַלע גנבֿים, כוליגאַנעס און רוצחים, האָט מורא פֿאַר אַ ייִדן?... און ער האָט שױן מער נישט געװאָלט זיך נאָכפֿרעגן און איז געגאַנגען בלינד, אױף אַ געדעקטער קאָרט ― און אָט װעמען ער האָט דערזען!...

װעמען־װעמען, נאָר אַז ער װעט דאָ באַגעגענען דאָס מײדל ― האָט זיך אים אַפֿילו נישט געחלומט! דאָס מײדל ― דאָס איז דאָך די „װענוס פֿון דער ייִדישער גאָס“ נאָך װעלכער ער האָט זיך אומזיסט געיאָגט און איבער װעלכער ער האָט פֿאַרשפּילט זײַן קאַריערע... ער װײס עס גאַנץ גוט, כאָטש קײנער האָט דאָס אים נישט געזאָגט, נאָר ער װײס... ער װײס, אַז אַקעגן אים האָבן זיך אָנגעהױבן פֿון יענעם טאָג אָן, װאָס נאָך יענער נאַכט, אַן אינטריגע איבער אַ אינטריגע, אַ גאַנצע מלחמה, ― ביז מע האָט אים געגעבן דעם װעג...

ער װײס, אַז מע האָט אים געװאָלט גאָר אינגאַנצן באַגראָבן, איז נישט געװען פֿאַרװאָס ― אַ פּנים, װײַל דאָס מײדל אַלײן האָט נישט געװאָלט פֿאַרפֿירן קײן עסק... װיפֿל מאָל האָט ער זי געהאַט אױפֿן זינען? װיפֿל מאָל האָט ער געטראַכט װעגן איר, געװאָלט װיסן, װוּ זי איז, װאָס זי מאַכט?... געהערט האָט ער דעמאָלט, אַז זי איז קראַנק, אין באָלניצע ליגט זי. ער האָט גאָר געהאַט געהערט, אַז זי איז געשטאָרבן... דערנאָך האָט מען דערצײלט, אַז ס'אַ ליגן ― און אָט איז זי גאָר דאָ!... און זי איז דאָס אָט די, װאָס װיל זיך מיט אים זען, שמועסן װעגן דעם ענין, אױף װעלכן ער איז גרײט איצט מקריבֿ צו זײַן דאָס גאַנצע לעבן, בכדי צו נוקם זײַן זיך אין זײַנע בלוטיקע פֿײַנד!... אַװדאי, װען עס עפֿנט זיך דאָ אַ גרוב, װאָלט ער אַרײַן אַ לעבעדיקער!

עס אין שװער צו זאָגן, װאָס דער מענטש האָט געפֿילט אין די דאָזיקע עטלעכע שװערע מינוטן: פֿאַרדראָס? חרטה? דאָס, װאָס מענטשן רופֿן אָן „געװױסן־ביסן“? האַס אױף זיך אַלײן אָדער אױף עמיצן אַנדערש?... אָדער אַלצדינג אינאײנעם?... װער קאָן דאָס איבערהױפּט װיסן, װאָס עס טוט זיך בײַ יענעם אױף דער נשמה, ובפֿרט נאָך אױפֿן דנאָ פֿון דער נשמה פֿון אַן „אָפּגעשלאָגענער הושענא“, װאָס האָט אױף זײַן געװיסן נישט אײן עבֿירה און אפֿשר נישט אײן פֿאַרברעכן, און װאָס װערט צוליב נקמה און צוליב אַנדערע אײגענע רעכענונגען פּלוצעם אַ בעל־תּשובֿה?...

דאָס הונדערט פֿערטע קאַפּיטל

אַ פּאַיאַץ!

נאָר אױב די צװײ, בעטי און די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“ זענען איבערראַשט, איז זײער פֿאַרמיטלער, בעני הורװיטש פֿון פּינסק, געװען אַ סך מאָל מער איבערראַשט װי זי בײדע. „מילא, זי ― האָט ער זיך געטראַכט ― איז כאָטש אַ מײדל, װי זאָגט מען דאָס, אַן אײדעלע מאַטעריע, אַ רוחניות, װאָס מיט אײן בלאָז קען מען זי אַװעקבלאָזן, און אַ גוטן טאָג. אָבער דער גױ, אַװוּ איז אַהינגעקומען זײַן גבֿורה מיט זײַן לשון? װאָס טוט זיך עס מיט אים? שטײט װי אַ חתן, אָדער װי אַ מחותּן אױף אַ יאַריד ― מע באַדאַרף זײ אַ ביסל צושאָקלען!“... און ער איז שױן גרײט געװען אַרױסצוטרעטן פֿאַר אַ מליץ־יושר צװישן זײ, קודם־כּל זײ פֿאָרשטעלן, װי דער מינהג איז, און דערנאָך אַרױפֿפֿירן זײ אױפֿן גלײַכן װעג און פֿאָרט געזונט ― האָט דאָס בעטי באַמערקט נאָך זײַנע אױגן, און אײדער ער האָט נאָך געעפֿנט אַ מױל, האָט זי פֿאַרכאַפּט דעם װעג. זי האָט זיך אָנגענומען מיט די לעצטע כּוחות, אױפֿגעשטאַנען פֿון איר אָרט, געמאַכט צװײ טריט און אָנגערופֿן זיך צום פּאַרשױן װי װײַט מעגלעך פֿעסט, כאָטש דאָס קול האָט איר אַ ביסל געװיברירט און די בעקלעך האָבן זיך פֿאַרצװיקלט:

― האָט קײן פֿאַראיבל, מיר װעלן זיך אײנס דאָס אַנדערע נישט פֿאָרשטעלן, װי דער מינהג איז, בײַ די נעמען נישט אָנרופֿן ― ס'איז נישט װיכטיק. מיר האָבן אַ סך װיכטיקערס װאָס צו טאָן... מיר זעען זיך מיט אײַך דעם ערשטן מאָל (זי שטעלט די טראָפּ אױפֿן װאָרט „ערשטן“) און מסתּמא אױך דעם לעצטן מאָל... מיר װעלן נישט רײַבן קײן צײַט אומזיסט ― מיר האָבן זײער װינציק צײַט, סך־הכּל עטלעכע מינוט ― איך דאַרף נאָך פֿאָרן פֿון דאַנעט אין אַ צװײטן דאָרף אַרײַן, איך װױן דאָרט בײַ מײנער אַ שװעסטער... (זי װאַרפֿט אױף בעני הורװיטשן אַ קוק) לאָמיר צוטרעטן גלײַך צו אונדזער עסק...

זי האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף דער באַנק און געװיזן אױך אים אַן אָרט אױף צו זיצן, נעבן איר. דער פּאַרשױן האָט פֿריִער אױסגעטאָן דעם קאַפּעליוש און געזוכט אַן אָרט פֿונעם קאַפּעליוש װעגן און לאַנג נישט געקאָנט געפֿינען. עס איז געװען צו זען, אַז דער מענטש איז נאָך איבערראַשט און נאָך נישט געקומען צו זיך, דערנאָך האָט ער זיך צוגעזעצט נאָך אַלץ אָן װערטער. גאַר נאָכן קוקן, װאָס ער האָט געקוקט דורך די טונקעל־בלױע ברילן אױפֿן פּינסקער בחור, איז געװען צו זען, אַז אױף אים איז ער געװען אין דער מינוט להרוג־ולאַבד, װאָס ער האָט אים אונטערגעפֿירט... און גלײַך װי בעטי װאָלט איבערגעכאַפּט אין דער לופֿט זײַנע געדאַנקען, אָדער גלאַט װילנדיק פֿאַרבינדן דעם שמועס װאָס גיכער און טאַקע אין אײן װעגס פֿאַרענטפֿערן הורװיטשן, רופֿט זי זיך אָן צום פּאַרשױן מיט אַ שמײכל, װאָס קאָסט זי אין דער מינוט זײער טײַער:

― אונדזער פֿרײַנד הורװיטש האָט אײַך מיסטיפֿיצירט... ער האָט אײַך געזאָגט, אַז אַ מענטש װאַרט דאָ אױף אײַך, װיל זיך מיט אײַך זען... צום סוף איז דאָס גאָר אַ... מײדל. דאָס איז געװען מײַן אױפֿטו, דאָס האָב איך אים אַזױ געהײסן...

די לעצטע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ גדלות און בעטי האָט אַזױ הױך אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ און אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט אַזױ גרױסאַרטיק, אַז מע האָט געקאָנט מײנען, אַז דאָס רעדט אַ קעניגין מיט אירן אַן אונטערטעניקן, צו װעלכן זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון זײַן טובֿה װעגן...

„דאָס מײדל, הערט זיך אײַן, הײבט מיר אָן צו געפֿעלן... זי איז פֿון מײַנע לײַט ― טראַכט זיך בעני הורװיטש פֿון פּינסק ― זי אין גאַנץ נישקשהדיק משוגע... צו װאָס טױג איר האַקן אַזעלכע שקרים... נאָר מסתּמא איז דאָס איר פּאָליטיקע אַזעלכע ― מײַן באָבעס דאגה!... און מחמת מע װאָס האָט אים נישט געבעטן זיצן, האָט ער דערפֿון אַרױסגעזען, אַז מסתּמא װעט מען זיך דאָ באַגײן אָן אים. און אפֿשר איז עס פֿאַר אים אַ סוד? אָדער אפֿשר איז ער גאָר געװען פֿאַרנומען מיט זײַנע אײגענע געדאַנקען? װי די מעשׂה איז, ער האָט זיך נישט באַמערקטערהײט אָפּגעװײַטערט פֿון זײ, אָפּגעטרעטן אַ ביסל אױף אַ זײַט, אָנגעלענט זיך מיט בײדע הענט איבערן פּלױט, װאָס איז באַװאַקסן מיט גרינעם און, פֿאַרטיפֿט זיך אין מחשבֿות, האָט ער שטילערהײט זיך אונטערגעזונגען אַ פּינסקער לידל, צוקלאַפּנדיק מיטן פֿוס צום טאַקט.

קומט אַ גױ אין שענקעלע אַרײַן,

אין שענקעלע אַרײַן ―

טרינקט ער אױסעט אַ פֿלעשעלע װין,

אַ פֿלעשעלע װײן.

אױ! שיכּור איז אַ גױ!

שיכּור אין ער,

טרינקען מוז ער,

װױל ער איז אַ גױ...

קומט אַ ייִד אין בית־המדרש אַרײַן,

אין בית־המדרש אַרײַן ―

כאַפּט ער אַ קוק אין אַ ספֿרל אַרײַן,

אין אַ ספֿרל אַרײַן.

אױ! ניכטער איז אַ ייִד!

ניכטער איז ער,

װײַל ער איז אַ ייִד...

און בעטי איז געװען אַזױ אַרײַנגעטאָן אין איר שמועס מיט דעם פּאַרשױן, אַז זי האָט כּמעט גאָרנישט אַרומגעקוקט זיך אױפֿן פּינסקער בחור. זי האָט אין קורצע װערטער און גיך־גיך, אױף אײן פֿוס, געװאָלט איבערגעבן אים דאָס סאַמע נױטיקסטע. זי האָט געזאָגט:

― איך װײס אַלעס. אָט דער הורװיטש האָט מיר איבערגעגעבן אַלצדינג, װאָס ער האָט געהערט פֿון אײַך װעגן װאָלאָדי שטשיגרינסקיס טױט... איר דאַרפֿט אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט מיר אָן אײַער װיסן איבערגעגעבן אַ פֿרעמדן סוד.. דאָס האָט ער דערצײלט נאָר מיר און װײַטער קײנעם ניט... און ס'איז גאַנץ גוט, װאָס ער האָט דאָס מיר דערצײלט... מיך אינטערעסירט דאָס נישט װינציקער און אפֿשר נאָך מער װי אײַך... איז אײנס, און, צװײטנס, קאָן איך אײַך אין דער זאַך זײַן אַזױ פֿיל נוצלעך, װיפֿל איר אַלײן קאָנט זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן. אַז איך װעל אײַך זאָגן מיט װאָס איך קאָן אײַך נוצלעך זײַן, װעט איר פֿאַרשטײן, אַז דער גנבֿ, װאָס האָט זיך באַרימט, אַז ער האָט באַװיזן, װאָלאָדקעס רענצל מיט די ביכלעך און טעטראַדען... איך האָב שױן פֿאַרגעסן זײַן נאָמען...

― מאַקאַר זשערעבטשיק ― האָט זיך דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן אַרױסגעכאַפּט און באַלד װי חרטה געקריגן, װאָרעם ער האָט געװאָלט זאָגן עפּעס אַנדערש, האָט אים בעטי איבערגעשלאָגן. זי האָט זיך דערפֿרײט װאָס זי האָט זיך דערמאָנט דאָס, װאָס זי האָט ביז אַהער בשום אופֿן נישט געקאָנט דערמאָנען זיך.

― אָט־אָט, אַזױ טאַקע האָט ער געהײסן... האָט ער אײַך דערצײלט, אָט דער מאַקאַר זשערעבטשיק, אַז ער האָט אַ געליבטע, אַ כּלה, עפּעס אַ מײדל, װאָס בײַ איר געפֿינט זיך אָט דאָס רענצל? ס'איז אמת... איך קען אײַך עדות זאָגן, אַז ס'איז אמת; איך קען זיך מיט דער... מיט דעם מײדל, און פֿון איר אַלײן טאַקע האָב איך דאָס געהערט.

דאָס װערט געזאָגט מיטן זעלבן גדלות און מיטן זעלבן גרױסאַרטיקן מאַך מיט דער האַנט, און דאָ האָט זיך שױן דערפֿרײט דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן.

― איר קענט זיך מיט איר פּערזענלעך? זי אַלײן האָט עס אײַך דערצײלט?

― זי אַלײן... איך האָב נאָר פֿאַרגעסן, װי מע רופֿט זי... דאָס איז אָבער נישט שװער צו געװױרע װערן, און אײַך איז דאָס גרינגער װי אַן אַנדערן... איר דאַרפֿט געדענקען... און אױב איר געדענקט ניט, קאָנט איר דאָס פֿון די ביכער אַרױסבאַקומען ― אַז אין יענער נאַכט... אין דער נאַכט, װען מיר... װען איר...

דאָס האָט זי שױן גערעדט נישט מיט אַזאַ גדלות װי פֿריִער... און דער פּאַרשױן מיט די טונקעלע ברילן האָט פֿאַרשטאַנען פֿון װאָסער אַ נאַכט דאָס מײדל רעדט און פֿאַרװאָס זי פּלאָנטערט זיך, איז אים געפֿעלן איצטער פֿאַר איר זיך צו אַנטשולדיקן, בעטן, זי זאָל פֿאַרגעסן, װאָס ס'איז געװען...

אין דער דאָזיקער מינוט האָט ער באַקומען שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, אַ פּנים פֿון אַן אמת ערלעכן בעל־תּשובֿה, װאָס מע האָט אים געכאַפּט מיט אַן עבֿירה, אָדער פֿון אַ חדר־ייִנגל, װאָס דער לערער האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז ער װײס שױן אַלצדינג... ער האָט גענומען דעם ברײטן שטרױענעם קאַפּעליוש אין די הענט, נערװעז גענומען דרײען אים אױף אַלע זײַטן און נאָר אָנגעהױבן צו רעדן: „פֿאַרגעסט, איך בעט אײַך זײער, פֿאַרגעסט, װאָס ס'איז געװען: איך בין געװען אַ...“ האָט זיך בעטי דערשראָקן, מורא געהאַט טאָמער דערמאָנט ער דאָס, װאָס איז געװען, מיט אַ װאָרט אַפֿילו און זי טוט אַ װאָרף אָפּ דעם קאָפּ און מאַכט אַ מאָדנע באַװעגונג מיט די הענט, גלײַך װי זי װאָלט געװען פֿון זיך עפּעס אַװעקגעשטױסן און זאָגט צו אים שטרענג, מיטן האַרבן װאָרט, אַז ער זאָל ניט דערװעגן זיך אַפֿילו אַ װאָרט אַרױסצורעדן פֿון דעם, װאָס ס'איז געװען!... (זי קוקט זיך אַרום פֿון אַלע זײַטן) אױב ער װיל באמת דערגײן דעם רעכטן שליסל צו דעם, װאָס ער זוכט, באַדאַרף ער נישט אַרױסבאַװײַזן אַפֿילו קײן סימן, אַז... (זי קוקט זיך אַרום) אַז זײ האָבן װען ס'איז אַ מאָל ערגעץ באַגעגנט זיך... אַניט הײבט זי זיך אױף ― און ער װעט זי שױן מער ניט זען, װי ער האָט זי ניט געזען ביז אַהער!

דער טאָן פֿונעם דאָזיקן מײדל איז אים געװען באַקאַנט נאָך פֿון פֿריִער... איצט, דערהערט אירע רעד, און דערזען נאָך איר פֿלאַמענדיק פּנים און ברענענדיקע אױגן, אַז דאָס רעדט דער פֿעסטער װילן פֿון אַ מענטשן, װאָס ס'איז שװער צו ברעכן און בײַצוקומען, האָט ער אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ, אַ ביסל װי אײַנגעצױגן אין די אַקסלען אַרײַן, װי אַ טשערעפּאַכע, און איז אַנטשװיגן געװאָרן װי אַ קעצעלע און אײַנגעהערט זיך, נישט דורכגעלאָזט קײן װאָרט פֿון דעם, װאָס בעטי האָט אים דערצײלט װײַטער כאַפּנדיק גיך־גיך. זי האָט אים דערצײלט אַלצדינג, װאָס זי האָט זיך אָנגעהערט פֿון יענער איבער דעם מאַקאַר זשערעבטשיק, און פֿון דער בײַטש, װאָס יענע האָט אױף אים ― דאָס רענצל מיט ביכלעך פֿונעם געהרגעטן װאָלאָדקע... איצט בלײַבט איבער נאָר אַרױסצובאַקומען דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער... און דאָס איז זײער גרינג ― האָט בעטי אױסגעלאָזט ― װײַל אין יענער נאַכט (זי קוקט זיך אַרום) זענען זײ נאָר אין צװײען געװען אײַנגעשפּאַרט... און װיבאַלד נאָר מע װײס איר נאָמען, איז שױן נישט שװער זי שױן צו געפֿינען, ובפֿרט אױב נאָר זי האָט קײן טעות נישט, באַדאַרף זי זיך געפֿינען נישט װײַט פֿון דאַנען, אױב נישט אין דעם דאָזיקן דאָרף טאַקע.

בעטי האָט געענדיקט, און דער פּאַרשױן מיט די טונקעל־בלױע ברילן, װאָס איז געזעסן װי אױף נאָדלען, נאָר אײַנגעהאַלטן זיך, געשלונגען אירע װערטער, מורא געהאַט זי איבערשלאָגן מיט אַ װאָרט, װיבאַלד נאָר זי האָט געענדיקט, אַזױ האָט ער זיך געגעבן אַ הױב אױף פֿונעם אָרט און באַלד צוריק אַװעקגעזעצט זיך און באַקומען שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, כּמעט נישט אױף צו דערקענען. אױף זײַנע גראָבע תּאװהדיקע ליפּן האָט זיך אַװעקגעלײגט אַ שמײכל, דעם קאָפּ האָט ער אױפֿגעהױבן אַרױף און אַ ביסל אױף אַ זײַט, די הענט האָט ער זיך פֿאַרלײגט הינטער די פּלײצעס, און שאָקלענדיק מיט אײן פֿוס, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו בעטין בזה־הלשון:

― איז מיר דערלױבט צו זאָגן אַ װאָרט? איר װײסט נישט, װאָס איר האָט דאָ אױפֿגעטאָן מיט דעם, װאָס איר האָט מיך אַרױסגערופֿן און װאָס מיר אָט דאָ דערצײלט. איר האָט מיר געגעבן אַזאַ קאָזיר אין האַנט אַרײַן (דערבײַ טוט ער אַ מאַך מיט דער האַנט און עס טוט אַ גלאַנץ אױף דער זון דער בריליאַנט פֿון זײַן גאָלדענעם רינג, װעלכן בעטי האָט דערקענט פֿון יענער נאַכט) אַזאַ קאָזיר, אַז אײדער איר קוקט זיך אַרום, איז שױן דאָס גאַנצע געזינדל בײַ מיר אָט אַ דאָ (ער באַװײַזט אױף דער בוזעם־קעשענע). איך האָב שױן גאָרנישט װאָס נאָכצוקוקן אין קײן ביכער אױף יענער יפֿיפֿיה, (ער גלעט זיך מיט בײדע הענט איבער די קניִעס) װיבאַלד, אַז דאָס איז די, װאָס איז געװען יענע נאַכט אין אוטשאַסטאָק, איז דאָס נישט קײן אַנדערע, נאָר מאַשאַ, מאַשאַ טשערעפּקאָװאַ... עך, מאַשקאַ, מאַשקאַ! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן װי צו זיך אַלײן, אַ טרײסל געגעבן מיטן קאָפּ, אױפֿגעשטאַנען פֿונעם אָרט, זיך אױסגעצױגן װי גרױס ער איז און אַ נעם געגעבן זיך צום קאַפּעליוש.

― איצט איז מיר שױן אַלצדינג פֿאַרענטפֿערט ― זאָגט ער װי צו זיך אַלײן ― אַלצדינג אַרום און אַרום... אַ קאָמבינאַציע אױף אַ קאָמבינאַציע... (ער פֿאַרבײגט אַ פֿינגער נאָך אַ פֿינגער) פֿריִער נעם איך מיך צו איר... דערנאָך צו אים... און אַז ס'װעט זיך נישט לאָזן, האָב איך נאָך אײנע און נאָך אײנע. אײנע װעט אַרױפֿלײגן אױף דער אַנדערער, די אַנדערע אױף דער דריטער ― עך, גאָלאָװאַ! גאָלאָװאַ! ־ דערלאַנגט ער זיך אַלײן מיט דער האַנט איבערן קאָפּ ― װוּ איז געװען דײַן שׂכל? װען איך װײס פֿריִער... אַז דאָס איז די מאַשקאַ!... הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן ― מאַכט ער צו בעטין שױן גאָר מיט אַ נײַעם פּנים, מיט אַ פּנים פֿון אַן אמתן שערלאָק האָלמס אָדער פֿון אַ נאַט פּינקערטאָן: ― פֿאַרשרײַבט מײַנע װערטער, אַז נישט שפּעטער װי אין אַ װאָך אַרום, העכסטנס, צװײ װאָכן, איז אײַער ראַבינאָװיטש פֿרײַ!...

דעם נאָמען ראַבינאָװיטש האָט ער אַרױסגערעדט האַרט, מיט צװײ רישן און מיט צװײ עינס, אַזױ, אַז ס'איז אױסגעקומען נישט ראַבינאָװיטש, נאָר „רראַבענאָװעטש“, און אַך, װאָס פֿאַר אַ זיסקײט, װאָס פֿאַר אַ שײנע מוזיק בעטין האָט זיך געהערט אין דעם װאָרט! עס איז שױן בײַ איר מער קײן ספֿק נישט, אַז דער דאָזיקער מענטש האָט בײַ זיך אין האַנט דאָס גאַנצע קניפּל, און אַז נאָר ער איז דער דאָזיקער, װאָס קאָן עס אױפֿקניפּן, און אַז ער איז דער דאָזיקער, װאָס װעט אױפֿדעקן די אמתע פֿאַרברעכער, און אַז ס'איז באַשערט, אַז דורך אים, נישט דורך קײן אַנדערן, זאָל דער אומשולדיקער געפֿאַנגענער אַרױס פֿרײַ און די גאַנצע װעלט זאָל דערזען דעם רײנעם לױטערן ליכטיקן אמת, װאָס קאָן זײַן בעסער ליכטיקער און שענער, װי דער אמת?... פֿון דעם געדאַנק װערט זי אַזױ אַנטציקט, אַז ס'דוכט זיך איר אױס, זי זעט שױן דאָס אַלצדינג פּאָר די אױגן ― און די דאָזיקע שײנע ליכטיקע װעלט װערט איר נאָך שענער און נאָך ליכטיקער, װי זי איז, און די זון שײַנט שױן גאָר אַנדערש, און אַפֿילו אָט דער פּאַרשױן מיט די טונקעל־בלױע ברילן און מיט די גראָבע תּאװהדיקע ליפּן זעט שױן גאָרנישט אױס בײַ איר אין די אױגן אַזױ מוראדיק, װי ער האָט איר אױסגעזען פֿריִער, און זי איז כּמעט גרײט אַפֿילו מוחל זײַן אים זײַן באַנעמונג פֿון אַ מאָל, פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן!...

― הער הורװיטש ― רופֿט זי אױס פֿרײלעך אױף איר זילבער־קול ― װוּ זענט איר? קומט אַהער, װעט איר עפּעס האָרכן אַ שײנס. און הורװיטש פֿון פּינסק איז זיך געשטאַנען אָנגעלענט אױפֿן באַװאַקסענעם פּלױט פֿאַרטראַכט, געזונגען זיך אונטער דער נאָז זײַן פּינסקער לידל מיט דער מעלאָדיע, װאָס ער אַלײן האָט דערצו געשאַפֿן און צוגעקלאַפּט צום טאַקט:

קומט אַ גױ אַ שיכּורער אַהײם,

אַ שיכּורער אַהײם ―

שלאָגט ער דאָס װײַב און ברעכט איר אַ בײן,

און ברעכט איר אַ בײן.

אױ! שיכּור אין אַ גױ!

שיכּור אין ער,

שלאָגן מוז ער,

װײַל ער אין אַ גױ.

קומט אַ ייִד אין שולכל אַרײַן,

אין שולכל אַרײַן,

כאַפּט ער אַ ברכו און אַ קדושהלע אַרײַן

און אַ קדושהלע אַרײַן.

אױ! ניכטער איז אַ ייִד!

ניכטער אין ער,

דאַװנען מוז ער,

װײַל ער איז אַ ייִד...

― פּאַני הורװיטש ― רופֿט אים נאָך אַ מאָל בעטי ― װאָס טוט איר דאָרט? װאָס האָט איר זיך צעזונגען? קומט אַהער, װעט איר עפּעס הערן.

― הנני ― איך בין אָנגעגרײט! ― ענטפֿערט איר הורװיטש פֿון פּינסק מיט זײַן פֿרײלעכן טאָן, װי אַלעמאָל, און מיט צװײ־דרײַ ברײטע שפּאַן פֿון זײַנע לאַנגע פֿיס איז ער דאָ, קוקט אױף בעטין און קװעלט, קלײַבט נחת פֿון איר גליקלעך פֿרײלעך פּנים.

― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ גוטע בשׂורה ― מאַכט זי צו אים און די אױגן בײַ איר לאַכן און שטראַלן און פֿינקלען אָפּ װי צװײ גלאַנצנדיקע בריליאַנטן אױף דער זון ― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ גוטע בשׂורה, אַז אין צװײ װאָכן אַרום איז ער פֿרײַ!

בעטי האָט געמײנט, אַז אָט דער הורװיטש פֿון פּינסק װעט דערהערן אַזאַ נײַעס, װעט ער געװיס אַרױס פֿון די כּלים און מסתּמא זיך נעמען נאָכפֿרעגן, װעלן װיסן װי אַזױ און װאָס און װען? װי איבערראַשט אָבער איז זי געװאָרן, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן אַפֿילו זיך נאָכפֿרעגן. ער האָט איר גאָר אָפּגעגעבן אַ ייִדישן מזל־טובֿ און געװוּנטשן, מע זאָל נאָר הערן תּמיד נאָר גוטס און בשׂורות־טובֿות ישועות־ונחמות מיטן כּלל ישׂראל, און אױסגעלאָזט האָט ער מיט אַ ניגון און אױסגעצױגן װי אַ חזן דעם מי־שברך אױף אַ ברית בעת ער און דער עולם זענען בגילופֿין!

― ו־נא־מר אָ־מן!

― אַ פּאַיאַץ? ― טראַכט זיך בעטי און באַקוקט אים בײז פֿון אױבן ביז אַראָפּ, ― ער זאָל דאָס אַפֿילו אַ פּינטל געבן מיט אַן אױג! ער טוט זיך אַ דרײ־אױס צום פּאַרשױן מיט די טונקעלע ברילן און רופֿט זיך אָן צו אים פֿרײלעך, װי זײַן שטײגער איז, נאָר האַלב אױף רוסיש, האַלב אױף ייִדיש:

― איטאַק, הײסט עס, דיעלאָ װשליאַפּע? אָטשען ראַד! дела в шляпе ? очень рад!: די זאַך איז אין הוט אַרײַן? איך פֿרײ זיך! נאָר הער זיך אײַן, גױ, ניע פּאָראַ לי נאַם נאַ ליװאָ קרוגאָם אי השיבנו נאַזאַד? не пора ли нам налево кругом ... назад: ניט שױן־זשע צײַט מיר זאָלן אױסדרײען דעם דישל און גײן צוריק?

אַ פּאַיאַץ! ― האָט בעטי אָפּגעפּסקנט בײַ זיך, און גײענדיק פֿון איר ראַנדעװוּ צוריק אַהײם, האָט זי זיך אַזױ צעלאַכט, אַז זי געדענקט שױן נישט די צײַט, װען זי זאָל אַזױ געשמאַק, אַזױ זיס און אַזױ געזונט לאַכן, װי זי האָט געלאַכט אַצינד, ― און דװקא צו זיך אַלײן.

דאָס הונדערט פֿינפֿטע קאַפּיטל

חיבוט הקבֿר

װאָס מער דער אמתער ראַבינאָװיטש, פֿאָרנדיק ראַטעװען זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, האָט זיך דערװײַטערט פֿונעם רוסישן צענטער און װאָס נענטער ער איז געװען צו דער ייִדישער „טשערטאַ“, אַלץ מער האָט ער זיך געפֿילט אין דער הײם און אַלץ מער האָט ער געפֿילט דעם ייִדישן טעם מיטן ייִדישן שמאַרץ, מיטן ייִדישן גלות, און װאָס מער ער האָט דאָס געפֿילט, האָט דאָס אים אַלץ מער הנאה געטאָן און ער האָט זיך געפֿרײט. ער האָט זיך געפֿרײט, װאָס ער האָט באַצײַטנס אױפֿגעװאַכט און קאָן פֿאַרריכטן דעם פֿעלער װאָס ער איז באַגאַנגען, װאָס ער האָט צוליב אַ זיסן חלום פֿון אַ בת־מלכּה זיך אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון זײַן פֿאָלק, און לחלוטין אױסגעטאָן זיך פֿון זײַן ייִדישקײט. און נאָך מער האָט ער זיך געפֿרײט, װאָס ער פֿאָרט ראַטעװען פֿון אַן אומגליק נישט נאָר אַ חבֿר ― ער פּאָרט ראַטעװען אַ גאַנץ גרױסע גרופּע מענטשן פֿון אַ מיאוסן בילבול און נאָך אַ גרעסערע גרופּע מענטשן פֿון באַגײן, אױב נישט קײן היסטאָרישן פֿאַרברעכן, איז אַ היסטאָרישן טעות. און עס איז געװען פֿאַר אים קלאָר װי דער טאָג, אַז ער באַדאַרף נאָר קומען צופֿאָרן און דערצײלן פֿאַר װעמען מען באַדאַרף דעם גאַנצן אמת, אַז דער אמתער הערש ראַבינאָװיטש ― דאָס איז ער, און אַז יענער איז גאָר אַ פּאָפּאָװ, זײַנער אַ קריסטלעכער חבֿר, מיט װעלכן זײ האָבן זיך נאָר אױף אַ טשיקאַװעס, אין אַ שפּאַס, געביטן מיט די יוצרות ― װאָס דאַרף מען נאָך? ― און אָט אַזױ װערט אױפֿגעדעקט די גאַנצע חתונה און עס עפֿענען זיך אױף די טירן און דער חבֿר גרישאַ גײט אַרױס פֿרײַ ― און אַ סוף צום עלילת־דם, און אַ סוף צו דער װאַקכאַנאַליע, װאָס די צײַטונגען האָבן אױפֿגעהױבן, און אַ סוף צום בלוטיקן שפּאַס!...

מיט אַ פֿרײלעך קלאַפּנדיק האַרץ האָט אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש זיך אױפֿגעזעצט פֿאָרן, נאָר נישט לאַנג האָט געדױערט זײַן פֿרײלעכקײט, און זײַן גוטע שטימונג איז גיך אָפּגעסמט געװאָרן. קודם־כּל פֿון דעם פּאַק מיט געדרוקטע סחורה, װאָס ער האָט זיך באַװאָרנט אין װעג אַרײַן, אַלערלײ רעכטע און לינקע, שװאַרצע און געלע צײַטונגען ― „צדה־לדרך“, װי ער האָט דאָס אָנגערופֿן. װי נאָר ער האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין װאַגאָן און פֿאַרנומען אַן אָרט נעבן פֿענצטער, אַזױ האָט ער זיך צעלײגט מיט דער דאָזיקער סחורה און גענומען זוכן, ראשית־חכמה, װאָס שרײַבט מען עפּעס נײַעס װעגן דעם ריטואַלן פֿאַרברעכן און װעגן דעם פֿאַרברעכער, דעם דאַנטיסט, הערשקאָ ראַבינאָװיטש? נאָר ער האָט נישט באַדאַרפֿט לאַנג זוכן. אַלע בלעטער כּמעט גאָר אָן אױסנאַם, זענען געװען פֿול מיטן דאָזיקן רעטעניש, און דער מערסטער טײל צײַטונגען האָבן, אױסער נאַקעטע ידיעות, צוגעגעבן אױך גאַנץ פֿײַנע גיפֿטיקע אַרטיקלען װעגן דעם באַרימטן פֿאָלק ישׂראל, װאָס װיל אײַננעמען די װעלט מיט בלוט־זױגערײַ און געפֿאָדערט ליכט און גערעכטיקײט פֿונעם מישפּט, װאָרעם „טאָמער װעט מען זיך פֿאַרלאָזן אױפֿן צאָרן פֿונעם פֿאָלק, ― אַזױ האָבן זײ געסטראַשעט ― װעט זײַן אַ סך ערגער, דאָס פֿאָלק קאָן פֿאָדערן בלוט פֿאַר בלוט...

פֿונדעסטװעגן האָבן די דאָזיקע שרײַבעכצן און די בלוטיקע העצעס פֿון דעם געװיסן מין פּאַטריאָטישע בלעטער, װאָס האָבן זיך גענומען צעבלאָזן דעם עסק פֿונעם געפֿאַנגענעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, מאַכן פֿון אים אַ גאַנצן צימעס, אַ מין דרײַפֿוס־פּראָצעס, אים נאָך נישט אַזױ שטאַרק געאַרט. שױן פֿונעם טאָן אַלײן איז געװען צו זען, אַז דאָס שרײַבן פֿאַרקױפֿטע נשמות, װאָס האַנדלען מיט זאָאָלאָגישן פּאַטריאָטיזם, קריכן פֿון דער הוט און װילן אַריבערשטײַגן אײנס דאָס אַנדערע אין רישעות, טיפּשות, עם־הארצות און חוצפּה. אָט די פֿײַנע בריהס, האָט ער געװוּסט, האָבן זיך זײער פּלאַץ אין דער װעלט און מע װײס זײער װערט. אַקעגן די שרײַערס, האָט ער זיך געטרײסט, איז דאָ נאָך אַ היפּשער טײל פֿון דער בעסערער געזעלשאַפֿט, װאָס דענקט גאַנץ אַנדערש און װאָס איז גרײט פֿון צײַט צו צײַט אױפֿהײבן אַ קול, זאָגן אַן ערנסט אמתדיק װאָרט און אַרױסטרעטן מיט אַ פֿײַער קענען די שעדלעכע העצעס און באַװײַזן, אַז זײ זענען מער בזיון פֿאַר די באַשולדיקער, אײדער פֿאַר די באַשולדיקטע, והראַיה, אָט צװישן דעם סם־המװת, װאָס אין צעשפּרײט דאָ און דאָרטן, האָט ער באַגעגנט געדרוקטע פּראָטעסטן קעגן דעם נײַעם בילבול, באַדעקט מיט צענדליקער און הונדערטער חתימות פֿון באַרימטע מענטשן, פֿון געלערנטע, פֿון שריפֿטשטעלער, פֿון פּראָפֿעסאָרן, פֿון יוריסטן, גלחים און אַז″װ און אַז″װ. ― און זײַן ייִדיש האַרץ האָט זיך געקװיקט, געפֿונען כאָטש אַ שטיקל באַפֿרידיקונג.

אַ סך מער האָט אים געאַרט און אַ סך מער האָבן אים װײ געטאָן די רײד, די זאָגעכצן, די שמועסן און די מימרות װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט, פֿריִער זיצנדיק אין װאַגאָן דריטע קלאַס מיטן פּראָסטן עולם, און דערנאָך אין װאַגאָן צװײטע קלאַס, שױן צװישן אַזױ־גערופֿענע אינטעליגענטן.

דער פּראָסטער עולם, װאָס אין דריטער קלאַס, איז באַשטאַנען פֿון בעלי־מלאָכות און אַרבעטער און גלאַט װױלע יונגען, פֿאָנקעס װאָס גײען די העמדלעך אַריבער די הױזן, טראָגן קײַלעכיקע אונטערגעשאָרענע היטשקעלעך, לאַנגע זילבערנע האַלדזקײטלעך און שװערע קופּערנע סיגנעטן אױף די גראָבע שװאַרצנאָגלדיקע פֿינגער. די דאָזיקע לײַט, װאָס זענען מיט דער „פּאָליטיקע“ און בכלל מיט דער גרױסער דרױסנדיקער װעלט, אַ פּנים, קנאַפּע מחותּנים, זענען אױף יעדער מער אָדער װײניקער היפּשער סטאַנציע אײנציקװײַז אַרױסגעשפּרונגען פֿון װאַגאָן, װער כאַפּן אַ גלאָז ביר און װער אַ קעלישקל בראָנפֿן, און עמיצער זאָל עס אַפֿילו אין זינען האָבן קױפֿן אַ גאַזעט. „אָט גליקלעכע מענטשן!“ ― האָט זיך געטראַכט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש און האָט זײ באמת מקנא געװען, װאָס זײ װײסן נישט פֿון קײן בילבולים און העצעס און װאָס נױטיקן זיך נישט אין קײן פֿאַרענטפֿערן זיך און דאַרפֿן נישט, אַז פֿרעמדע זאָלן זיך אָננעמען זײער קריװדע, האָגלען מיט פּראָטעסטן, אונטערשריפֿטן און נאָך אַזעלכע זאַכן... נאָר פֿון װאַנען האָט זיך גענומען פּלוצעם אַ נײַער פּאַרשױן, אַ האַלבער אינטעליגענט מיט אַ געשטופּלטן פּנים און מיט אַן אױסגערונען אױג. דער פּאַרשױן האָט זיך אַװעקגעזעצט דװקא נישט בײַם פֿענצטער, נאָר אין מיטן װאַגאָן אין אַ האַלב־פֿינצטערניש, האָט זיך אײַנגעבױגן אין דרײען און גענומען לײענען פֿון עפּעס אַ בלעטל בקול־רם און דער עולם האָט געהערט.

װאָס דאָרט איז געלײענט געװאָרן ― װײס מען נישט, נאָר אַז דער פּאַרשױן מיטן אַרױסגערונען אױג האָט געענדיקט, איז אױסגעבראָכן בײַם עולם אַ שמועס, פֿון װעלכן דער סטודענט פּאָפּאָװ האָט געכאַפּט אַ צװײ־דרײַ װערטער, װאָס האָבן אים געזאָגט, אַז דאָ שמועסט מען װעגן דער זאַך, װאָס ער פּאָרט צוליב דעם אין דער „טשערטאַ“, ― און ער האָט גענומען זיך אײַנהערן מיט קאָפּ. דער שמועס האָט זיך געקײַקלט און געקײטלט, אַריבער פֿון אײן בײַשפּיל אױפֿן אַנדערן, און אַלעמאָל האָט זיך געלאָזט הערן דאָס ליבע װאָרט „זשיד“, „זשידי“, „זשידאָװ“ ― אױף אַלע פֿאַסאָנען און מאַניערן.

אַזױ װילד און אומגעלומפּערט־לעכערלעך איז געװען דער שמועס, אַז ער האָט זיך געװאָלט צורוקן אַ ביסל נענטער און האָרכן, פּאַװאָלינקע, ביסלעכװײַז, פֿריִער אױף אײן בענקל, דערנאָך אױפֿן צװײטן. רוקט זיך צו דער אומבאַקאַנטער סטודענט צום עולם, אַלעמאָל נענטער, און קױם האָט ער זיך שױן צוגערוקט גאַנץ נאָענט, האָט ער שױן נישט געקאָנט נישט אַרײַנמישן זיך, פֿריִער מיט אַ װאָרט, דערנאָך מיט נאָך אַ װאָרט, ביז ער האָט, נישט װילנדיק ― אַרײַנגעלאָזט זיך אין אַ געשפּרעך, פֿאַרשטײט זיך, נישט מיטן גאַנצן עולם, נאָר מיטן האַלבן אינטעליגענט, װאָס מיטן אױסגערונענעם אױג. צום סוף האָט ער אים צוגעקװעטשט צו דער װאַגט, ער זאָל אים זאָגן, פֿון װאַנען קאָן ער עס אַזױ ייִדן? „אָ! ער קאָן זײ זײער גוט!“... נײן, דער סטודענט װיל װיסן נאָר אײן זאַך: צי האָט ער געזען װען אַ ייִדן? לאָזט זיך אױס מן־הסתּם, אַז ער אַלײן, אָט דער האַלבער אינטעליגענט, האָט קײן ייִדן נישט געזען קײנמאָל, װײַל אין זײַן דאָרף זענען קײן ייִדן נישטאָ. „געװען אײנער, האָט מען אים אַרױסגעיאָגט שױן לאַנג, ער איז נאָך דעמאָלט אפֿשר אױף דער װעלט נישט געװען. נאָר אַזױ װי ער לײענט גאַזעטן ― צו זײ אין װאָלאָסט גײן אַלע גאַזעטן און ער איז דער װאָלאָסטנאָי שרײַבער ― האָט ער זיך אָנגעלײענט אַזױ פֿיל װעגן די דאָזיקע ייִדן, אַז ער קאָן זײ שױן אױסװײניק...“

אָט דאָ האָט זיך דער סטודענט צעלאָזט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און האָט אַװעקגעגעבן דעם װאָלאָסטנאָי שרײַבער אַ גאָב! נאָר װי איבערראַשט איז ער געװאָרן, אַז אײנער פֿונעם עולם, װאָס איז געזעסן אַקוראַט אַקעגן אים, דעם קאָפּ אױף בײדע הענט, אָנגעשפּאַרט אױף די קניִעס, געקוקט אים, דאַכט זיך, גלײַך אין מױל אַרײַן און געשלונגען די װערטער, האָט זיך פּלוצעם אָנגערופֿן צום אָראַטאָר, נאָר אין גוטן מוט, נאַיִװ און ערנסט, אין אַ רײנער טיף־רוסישער אױסשפּראַך, און דװקא אױף „דו“:

― זאָג נאָר, ליבער מענטש, צי ביסטו נישט אָקאָרשט אַלײן אַ זשיד?

דאָס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן. דער גאַנצער עולם, װי אײן מענטש, האָט אױסגעדונערט אַ געלעכטער, דער סטודענט, פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש, איז געװאָרן רעכט רױטלעך, פֿאַרשלאָגן מיט רעד און אױף דער ערשטער סטאַנציע, נעבעך, געמוזט צוצאָלן אין דער קאַסע און אַריבערפּעקלען זיך, מחילה, אין אַ װאַגאָן צװײטע קלאַס.

נאָר אַז ס'איז באַשערט אַ מענטשן, גײט עס אים נאָך פֿון הינטן פֿוסטריט, אױף זײַן גליק באַדאַרף ער טרעפֿן אין װאַגאָן צװײטער קלאַס אַ געזעלשאַפֿט פֿון דװקא שױן גאַנצע אינטעליגענטן, װאָס האָבן געהאַלטן אַקוראַט אין אַ הײסער דיסקוסיע װעגן דעם הילכיקן ריטואַל־פּראָצעס, װאָס באַדאַרף באַלד זײַן, אין װעלכן עס װערט באַשולדיקט דער ייִדישער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש. און אַזױ װי דאָס איז שױן געװען נענטער צו דער „טשערטאַ“, זענען צװישן די אינטעליגענטע פּאַסאַזשירן געװען נישט װינציק אינטעליגענטע ייִדן, ייִדן נאָך אפֿשר מער װי קריסטן. גערעדט האָבן אַלע, און בײדע „צדדים“ האָבן זיך אַזױ געהיצט, אַזױ געשאָטן מיט פֿײַער און אַזױ גענאָסן מיט סם־המװת אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַז מע האָט געקאָנט מורא האָבן, אַז דאָ װעט זיך זיכער ענדיקן מיט אַ געשלעג.

מער פֿון אַלע האָט זיך, געהיצט אַ ייִדישער יונגערמאַן מיט געלע װאָנצן און מיט אַ בריליאַנטענער נאָדל אין אַ גרױסאַרטיקן גרינעם שניפּס. ער איז געװען מוראדיק אױפֿגערעגט און די ליפּן, װאָס האָבן נישט אין זיך אַזױ אױך קײן טראָפּן בלוט, זענען אים נאָך געװאָרן טױט־בלאַס און די הענט האָבן געציטערט.

― װײסט איר װאָס? ― האָט דער אױפֿגערעגטער יונגערמאַן מיט דער בריליאַנטענער נאָדל זיך אָנגערופֿן צום „צד־שכּנגדו“ און האָט זיך אױפֿשפּרינגענדיק אַ כאַפּ געגעבן צו דער זײַט־קעשענע ― אָט נעם איך אַרױס טױזנט רובל מזומן און לײג אײַן בײַ אָט דעם פֿאָטערל (ער האָט אָנגעװיזן מיטן פֿינגער אױף אַ באַיאָרטן גלח מיט זײער אַ לײַטיש פּנים) און איר לײגט אײַן אַקעגן אַ הונדערטער, נאָר אײן הונדערטער אױף װאָס פֿאַר אַ צװעק איר װילט, אױף דער באָלניצע, אױפֿן קראַסני קרעסט Красный Крест: רױטן קרײץ, ― ס'איז בײַ אײַך די ברירה, ― אַז דער מישפּט װעט דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש געפֿינען פֿאַר אומשולדיק, האַ? אַיאָ, איר שװײַגט? אַיאָ?

דער אױפֿגערעגטער עולם פֿון בײדע צדדים, אױסער דעם באַיאָרטן גלח, װאָס האָט זיך געהאַלטן רויִקער פֿון אַלעמען, איז פֿונעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג געװאָרן נאָך מער אױפֿגערעגט און די אַטמאָספֿערע איז געװאָרן מוראדיק געדיכט.

― מסתּמא רעכנט איר ― ענטפֿערט אים אײנער פֿונעם צד שכּנגדו דװקא מיט אַ גוטמוטיק געלעכטערל אױף די זאַפֿטיקע ליפּן, באַװײַזנדיק זײַנע װײַסע געזונטע צײן ― מסתּמא האָט איר שאַנסן אױף אונטערצוקױפֿן די געשװאָרענע, אַזױ װי יענע פֿון אײַערע, װאָס האָבן געװאָלט אונטערשמירן די פּראָפֿעסאָרן, מען זאָל אָנערקענען דעם פֿאַרברעכער פֿאַר גערירט! אָדער אַזױ װי דער פֿאָטער פֿונעם דאַנטיסט האָט אַנומלטן געװאָלט אונטערקױפֿן די טורמע־לײַט, מע זאָל העלפֿן אַנטלױפֿן דעם אַרעסטאַנט...

דער יונגערמאַן מיט די געלע װאָנצן איז אױפֿגעשפּרונגען, און מיט פֿאַרלײגטע הענט אַהינטער און מיט איבערגעקערטע אױגן אַרױף זיך אַ לאָז געגעבן צום צד שכּנגדו: „איר װײסט, װאָס סע קומט פֿאַר אַזעלכע װערטער? איר װײסט?!...“

אַ גליק, װאָס די ייִדישע „אָפּאָזיציע“ האָט זיך אַרײַנגעמישט און האָט דעם יונגנמאַן צוריק אַװעקגעזעצט אױף זײַן אָרט, אַניט װאָלט אַרױס אַ מיאוסער סקאַנדאַל, אין װעלכן דעם גרעסטן חלק װאָלט געכאַפּט מסתּמא ניט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער יונגערמאַן מיט די געלע װאָנצן און מיט דער בריליאַנטענער נאָדל אינעם גרױסאַרטיקן גרינעם שניפּס ― ער זאָל זיך נישט װאַרפֿן מיט קײן הונדערטער...

„פֿון װאַנען נעמט זיך אַזױ פֿיל גיפֿט שׂינאה פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן? װען די דאָזיקע אַלע אָט דאָ, װאָס זענען גרײט, דאַכט זיך, דורס זײַן, אײַנשלינגען אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט, װען זײ זאָלן נאָר װעלן רויִק, אָן אַ שום פֿאַרטיקע מײנונג און אָן אַ שום װעלן באַװײַזן, אַז איך בין גערעכט, נאָר אױסהערן אײנער דעם אַנדערן און געװױרע װערן דעם אמתן אמת, װאָלטן דאָך די דאָזיקע מענטשן, שטאָט דעם, מע זאָל זיך רײַסן בײַ די נעזער, געכאַפּט בײַ די זײַטן און װאָלטן אַזױ געלאַכט, אַז זײער געלעכטער װאָלט דערגרײכט פֿון עק צו עק איבער דער גאַנצער װעלט!...“

אָט אַזױ האָט זיך געטראַכט דער אמתער ראַבינאָװיטש, װאָס איז דערװײַל, בדרך־אַגבֿ, געװױרע געװאָרן נײַס, מאָדנע זאַכן, װאָס זענען געװען פֿאַר אים עפּעס נישט אַזאַ גוטע בשׂורה... דאָס, װאָס מע רופֿט מיטן נאָמען „חיבוט־הקבֿר“ איז געװען, קאָן מען זאָגן, גאָרניט קענען דעם, װאָס דער אמתער ראַבינאָװיטש האָט איבערגעטראָגן און װאָס אים איז נאָך פֿאָרגעשטאַנען איבערצוטראָגן אין דער דאָזיקער שװערער מיסיע, װאָס ער האָט אױף זיך גענומען ― צו אַרױסשלעפּן זײַן חבֿר פֿון אַ זומפּ און זײַן פֿאָלק פֿון אַ נײַעם בילבול...

דאָס הונדערט זעקסטע קאַפּיטל

אַ מומר־להכעיס

געקומען צופֿאָרן אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, האָט זיך אונדזער פּאָפּאָװ ראַבינאָװיטש גענומען אַרומקוקן אױפֿן טומלדיקן װאָקזאַל, װי יעדער פּאַסאַזשיר, װאָס קומט צום ערשטן מאָל אין אַ נײַער גרױסער שטאָט, דאָס ערשטע, אױף װאָס זײַן אױג האָט זיך אָפּגעשטעלט, איז געװען דער קיאָסק מיט גאַזעטן און ביכלעך, איז ער צוגעגאַנגען צום קיאָסק און געהײסן זיך געבן אַלע דרײַ פֿרישע צײַטונגען, װאָס גײען אַרױס אין דער דאָזיקער שטאָט. און ― גלײַך װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט ― ער האָט באַלד געפֿונען דאָס, װאָס ער האָט געזוכט און נאָך אַ סך מער. שױן אױף דער ערשטער זײַט אונטער אַ שרײַענדיק קעפּל: „נײַע איבערראַשנדע אַנטדעקונגען אין שטשיגרינסקיס טױט“, האָט ער דערזען אַ גרױסן אַרטיקל פֿול מיט גאַל און מיט גיפֿט קעגן די, װאָס װילן פֿאַרענטפֿערן דעם געפֿאַנגענעם פֿאַרברעכער און מוטשען זיך און װילן באַװײַזן מיט אַלערלײ ייִדישע מיטלען און תּלמודישע דרײדעלעך, אַז דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש איז גאָט די נשמה שולדיק, נעבעך, אַ קרבן פֿאַר פֿרעמדע זינד, „עס איז זײער אינטערעסאַנט צו הערן, לאָזט אױס דער מחבר פֿונעם לײט־אַרטיקל, װאָס װעלן זײ עפּעס איצטער זאָגן, אָט די אײגענע און געקױפֿטע ייִדנפֿרײַנד, נאָך דעם, װי זײערער אַן אײגענער געװעזענער ייִד טרעט אַרױס אַזױ אָפֿן מיט אַ רײנעם געװיסן, װי פֿאַר גאָט, און זאָגט, אַז ער װײס עס פֿאַר געװיס און אַז ער קאָן באַװײַזן װי צװײ מאָל צװײ און פֿיר, אַז דאָס, װאָס פֿאַנאַטישע ייִדן באַנוצן קריסטלעך בלוט אױף פּסח, איז ניט קײן אױסגעטראַכטע בבֿא־מעשׂה, ניט קײן פֿאַרצײַטיקע לעגענדע, נאָר אַ פֿאַקט, װאָס אַלע ייִדן װײסן, נאָר קײנער האָט נישט דעם מוט זיך מודה צו זײַן...“

די צװײטע צײַטונג, װײַזט אױס אַ ליבעראַלע, האָט אױך געשענקט אַ לײט־אַרטיקל שױן גאָר אונטער אַן אַנדער קעפּל: אַ פּסיכאָפּאַט, אָדער אַ מומר־להכעיס?“ אין דעם דאָזיקן אַרטיקל װערט גערעדט, אױך ניט מיט װינציק גאַל װעגן עפּעס אַ געשמדטן סטודענט אַ פֿאַררעטער, װאָס האָט זיך ניט באַנוגנט דערמיט, װאָס ער האָט צוליב אײגענע אינטערעסן אױסגעביטן זײַן גלױבן, איז ער נאָך אַרױס איצט מיט אַ בריװ, װאָס באַװײַזט, אַז דאָס איז אָדער אַ פּסיכאָפּאַט אָדער אַ מומר־להכעיס...

דער פּאַסאַזשיר האָט זיך אַזױ שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן דאָזיקן נײַס, אַז ער האָט גאָר פֿאַרגעסן צוליב װאָס ער איז אַהערגעקומען און האָט זיך אַװעקגעזעצט אין בופֿעט ערשטע קלאַס און גענומען זוכן װײַטער אין די צײַטונגען, װאָס רעדט זיך דאָרטן װעגן דעם דאָזיקן איבערראַשנד נײַס און איז געװאָרן נאָך מער איבערראַשט, אײדער מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן. ער האָט געפֿונען אין אַלע דרײַ צײַטונגען אַ בריװ אין רעדאַקציע, אומעטום געשריבן אין אײן נוסח. מיר גיבן אים איבער װאָרט אין װאָרט:

„געערטער הער רעדאַקטאָר

דערלױבט מיר דורך איר געערטער צײַטונג צו פֿאַרעפֿנטלעכן די מיטטײלונג, װאָס איך האָב הײַנט אײַנגעגעבן צום פּראָקוראָר פֿון היגן אָקרוזשנע־סוד окружной суд: דיסטריקט־געריכט זײענדיק אַ געטרײַער זון צום פֿאָלק, צו װעלכן איך האָב די ערע איצט צו געהערן און אַן איבערגעגעבענער קנעכט צו דעם טײַערן פֿאָטערלאַנד, װעלכעס איך האָב ליב, און װעלנדיק ברענגען נוצן דעם אמת, װאָס װערט אַזױ געזוכט אין דעם טױט פֿונעם אומגליקלעכן קינד װאָלאָדי שטשיגרינסקי, בעט איך, מע זאָל מיך אַרױסרופֿן אַלס עדות צום דאָזיקן מישפּט, װעלכן איך האָף צו באַלײַכטן מיט מײַנע אמתע אױסזאָגעכצן און מיט מײַן מודה זײַן זיך, װי פֿאַר גאָט. אַלײן געבױרן פֿון ייִדן און געװעזן העכער צװאַנציק יאָר אַ ייִד, װײס איך אַלע זײערע סודות און פֿאַרבאָרגענע מינהגים און קאָן מיט זיכערהײט זאָגן און שװערן בײַ גאָט, אַז דער אַלטער װילדער מינהג פֿון באַנוצן קריסטלעך בלוט צו די פּסחדיקע מצות האַלט זיך נאָך עד־היום בײַ דער מערהײט פֿון די פֿרומע ייִדן פֿאַנאַטיקער אין דער גאַנצער װעלט. איך װײס װי װײַט איך ריזיקיר דערמיט, װאָס איך טרעט אַרױס מיטן אמת קעגן אַזאַ פֿאָלק, װאָס קאָן זיך נוקם זײַן מיט זײַנע שׂונאים און שטעלט זוך נישט אָפּ פֿאַר קײן זאַך אינעם װעג פֿון זײַן נקמה. נאָר מײַן געטרײַשאַפֿט צום רײנעם נאַקעטן אמת און מײַן איבערגעבנקײט צום לאַנד, װאָס באַדאַרף זײַן טײַערער בײַ אונדז פֿון אונדזער לעבן, צװינגט מיך צו מוסר־נפֿש זײַן זיך און זאָגן אָפֿן פֿאַר דער גאַנצער װעלט דאָס, װאָס איך האָב געהערט װיפֿל מאָל פֿון מײַן פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטער ― ער איר געװען אַ שמשׂ אין שול ― און פֿון מײַן רבין, װאָס ליגט שױן אױך לאַנג אין דער ערד, אַז פֿאַרגיסן בלוט אָדער כאָטש זען בלוט איז אײנע פֿון די זאַכן, װאָס גאָט האָט ליב. װער עס איז אין דעם מסופּק, בעט מען, ער זאָל זיך מטריח זײַן צו אַ ייִדן ― אױב מען װעט אים אַרײַנלאָזן ― װען ער איז מל זײַן קינד אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן געבױרן װערן און לאָז ער נאָר גוט צוקוקן זיך, װאָס מע טוט און װאָס מע זאָגט און װי מע פֿרײט זיך, אַז מע דערזעט דאָס בלוט, װאָס װערט פֿאַרגאָסן און דערנאָך אױסגעזױגן דורך די עלטסטע און פֿאַרנעמסטע געסט ― און אַז לאָז אַ ייִד פּרוּװן נישט מל זײַן זײַן קינד צום זיבעטן טאָג פֿון זײַן געבױרן, װעט מען אים פֿאַרשטײנערן, אָדער אױפֿן בעסטן פֿאַל, נעמען אין חרם אַרײַן אױף זײַן גאַנצן לעבן. קײן ייִדישע טאָכטער װעט פֿאַר אַזעלכן נישט חתונה האָבן און אין קײן ייִדישע געזעלשאַפֿט װעט מען אַזעלכן נישט אַרײַנלאָזן. איך האָף, אַז איך װעל אַרױסגערופֿן װערן צום מישפּט, װעל איך האָבן אַ סך צו דערצײלן פֿון די פֿרומע פֿאַנאַטיקער, אָדער פֿון דער אַזױ־גערופֿענער סעקטע חסידים. װי פֿון דער נײַער, נישט װינציקער שעדלעכער סעקטע „ציוניסטן“. איך בעט אַלע רוסישע צײַטונגען איבערדרוקן מײַן דאָזיקן בריװ.

סטודענט לאַפּידוס“

* * *

„סטודענט לאַפּידוס? סטײַטש, דאָס איז דאָך דער חבֿרה־מאַן, װאָס זײַן עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב שרײַבט צו אים, אַז זײַן מאַמע

די אַלמנה און זײער שװאָגער װעלװל דעם שלימזלס מאַמע געהערן זיך אָן גלידער־געשװעסטערקינדער ― דעם װײַס פֿערדס בײַטש שװאַרץ שטעקעלע“... פֿאַר גרױסע צרות האָט זיך ראַבינאָװיטש אַזש צעלאַכט: „אױפֿן זיבעטן טאָג איז מען שױן גאָר מל בײַ אונדז קינדער, כאַ־כאַ! און אָט דאָס טרעט אַרױס מיט אַזעלכע כּלי־זין צרות זאָגן קענען אַ גאַנץ פֿאָלק? און ס'איז דאָ מענטשן, װאָס גלױבן אין דעם, אָדער מאַכן זיך, אַז זײ גלױבן?... נײן! פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אונדזער פֿאָלק אַזאַ מין פּרי! ― אָט װאָס ס'איז טרױעריק!... און ער קאָן זיך נישט מוחל זײַן בשום אופֿן, װאָס ער איז געלעגן די גאַנצע צײַט צװישן פֿרעמדע אַזױ רויִק, אַזױ באַקװעם, גאָרנישט צו װיסן פֿונעם גיהנום, װאָס קאָכט אינעם ייִדישן לעבן? פֿון בת־מלכּהס האָט ער געטרױמט! דאָס לאַנד „אופֿיר“ האָט זיך אים געחלומט! „אַ חרפּה! אַ בושה! אַ בזיון!...

אױסער זיך פֿון אױפֿרעגונג, נעמט ער צונױף דאָס פּעקל צײַטונגען, דינגט אַ איזװאָזשטשיק извозчик: טאַקסי און הײסט זיך פֿירן אין שטאָט אַרײַן.

דאָס הונדערט זיבעטע קאַפּיטל

צװישן אײגענע

שױן בײַ די ערשטע טריט, װאָס ער האָט געמאַכט אינעם ערשטן טאָג פֿון זײַן קומען אין שטאָט אַרײַן, האָט אונדזער צװײטער העלד אַרױסגעזען, אַז ער האָט געלעבט אין טעות, מײנענדיק, אַז אָט קומט ער צופֿאָרן, אַזױ ראַטעװעט ער אַרױס זײַן חבֿר פֿון דער קלעם. מילא, פֿון זען זיך מיט זײַן חבֿר אין טורמע איז אָפּגערעדט. דאָס האָט ער באַלד געזען, אַז ס'איז פּונקט אַזױ מעגלעך, װי ס'איז מעגלעך אַראָפּברענגען אים צו זיך אין האָטעל, װוּ ער האָט זיך אָפּגעשטעלט. אַדרבא, בײַ די טשינאָװניקעס, צו װעלכע ער האָט זיך געהאַט געװענדט װעגן דעם, האָט ער אַרױסגערופֿן אַ מאָדנעם חשד און מע האָט אױף אים געקוקט װי אױף אַ מין אַװאַנטוריסט, װאָס װיל מאַכן עפּעס אַ קונץ, מסתּמא אונטערגעקױפֿט פֿון ייִדן... אַ גליק, װאָס זײַנע דאָקומענטן זענען געװען אין דער בעסטער אָרדענונג, װאָרעם סך־הכּל האָט אים דאָס פּנים געמסרט, אַז ער איז אַלײן אױך אַ ייִד... אָנגעלאָפֿן זיך אומזיסט דעם גאַנצן פֿרימאָרגן איבער די קאַנצעלאַריעס, איז ער, אַן אױסגעמידטער און אַ הונגעריקער, אַרײַן אינעם ערשטן גרױסן קאַפֿע, זיך געהײסן געבן אָנבײַסן און קױם געפֿונען אַן אָרט בײַ אַ טישל, ― אַזױ געפּאַקט איז דאָרטן געװען, פֿול און פֿיל מיט אַחינו־בני־ישׂראל ― און ער האָט זיך גענומען אַרומקוקן, װוּ ער איז אין דער װעלט, און ער האָט דערזען, אַז ער געפֿינט זיך צװישן אײגענע.

דאָס איז געװען דאָס באַקאַנטע בערזן־קאַפֿע. װאָס איז שױן בײַ אונדז אױבן באַשריבן. דער עולם איז געװען עפּעס זײער שטאַרק אױפֿגעטראָגן, גערעדט מיט היץ, געלאָפֿן פֿון אײן טישל צום אַנדערן און מאָדנע געקאָכט זיך. און דער אורח האָט זיך גענומען צוהערן פֿון װאָס מע רעדט. דערהערט דעם נאָמען לאַפּידוס, איז אים געװאָרן פֿאַרענטפֿערט, װאָס דער עולם קאָכט זיך אַזױ.

אַ לאַנגע צײַט נישט געװען צװישן ייִדן און כּמעט נישט געהערט קײן ייִדיש װאָרט, איז אים געװען אײַנגענעמען, װאָס ער געפֿינט זיך צװישן אײגענע. עס איז אים געװען אײַנגענעמען דער דאָזיקער ייִדישער טומל מיטן הו־האַ. און אײַנגענעמען איז אים געװען אױך דאָס ערגערן, װאָס זײ האָבן זיך געערגערט ניט װינציקער פֿון אים. און אַגבֿ האָט ער טאַקע געװאָלט הערן װאָס זאָגט עפּעס דער עולם? עס האָט אױפֿגעװאַכט אין אים דער ייִדישער אינסטינקט, די אַלטע ייִדישע געװױנהײט ― זײַן צװישן אײגענע, זײַן אינאײנעם מיט אַלע ייִדן, איבערגעבן אײנס דאָס אַנדערע אַלצדינג, װאָס מע װײסט און װאָס מע דענקט און װאָס מע מײנט און װאָס מע טראַכט.

ער האָט באַמערקט, אַז מער פֿון אַלעמען האָט זיך געקאָכט אַ נידעריק ייִדל מיט קורצינקע פֿיסלעך, װאָס איז געקראָכן פֿון דער הױט, אײַנגעלײגט די װעלט, שטאַרק געװאָלט דער עולם זאָל אים הערן, האָט ער זיך געהױבן אױף די שפּיץ פֿינגער, אונטערגעשפּרונגען אַלע מאָל.

― לאַפּידוס? לאָזט מיך, װעל איך אײַך דערצײלן, װער דער לאַפּידוס איז!

דאָס ייִדל, װאָס האָט זיך אַזױ געריסן צו דערצײלן װעגן לאַפּידוסן, איז געװען קאַץ, אָדער קעצעלע, אונדזער אַלטער באַקאַנטער אָרעמער מעקלער, װאָס די גאַנצע װעלט װײס ער און אַלעמען קען ער.

― פֿון װאַנען קענט איר לאַפּידוסן? ― אָט זיך אײנער דערבאַרעמט אױף קעצעלען.

― אַלץ הײסט געקענט, כי־כי? ― זאָגט קעצעלע און װישט זיך מיט דער פּאָלע דעם שװײס ― קענען צו קענען איז נישט גלײַך! איך האָב נאָך געקענט דעם טאַטן זײַנעם, און זײַן טאַטנס טאַטן האָב איך געקענט, געװען אַן ערלעכער ייִד זײַן טאַטע, און נישט אַזױ נאָך זײַן טאַטע, װײ זײַן טאַטנס טאַטע...

― זײַן טאַטנס טאַטע לאָזט צו רו, קעצעלע! איר דערצײלט אונדז בעסער פֿון אים אַלײן, אױב איר װײסט עפּעס.

― אױב איך װײס עפּעס, כי־כי! ― זאָגט קעצעלע, צופֿרידן װאָס אים איז סוף־כּל־סוף געראָטן. ער רעדט און אַלע האָרכן אים ― ס'איז אַ רעכטער ימח־שמוניק, אָט דער לאַפּידוס! ער האָט זיך געהאַט געשדכנט צו מײַנעם אַ באַקאַנטנס אַ מײדל, טאַקע צו דוד שאַפּיראָס טאָכטער, אָט די, װאָס איז געהאַט געװען אַ כּלה פֿאַר אָט דעם אומגליקלעכן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, בעת ער איז נאָך געװען, זײער קװאַרטיראַנט, הײסט עס...

― עס הײבט זיך גאָרנישט אָן! קעצעלע װעט אײַך דערצײלן מעשׂיות! ― שלאָגט אים איבער אײנער אַ מעקלער, אַ געלער מיט װײַסע צײן און מיט גאָלדענע ברילן ― צו שאַפּיראָס טאָכטער האָט ער זיך נישט געשדכנט, קײן מאָל אַפֿילו נישט אין זינען געהאַט, װאָרעם בײַ דוד שאַפּיראָ איז נישטאָ קײן געלט, נאָר אַ שײן מײדל ― און ער האָט געזוכט נאָר געלט. איר פֿרעגט מיך, װעל איך אײַך זאָגן, איך װײס בעסער, שדכנען האָט ער זיך געשדכנט צו מײַן שותּפֿס טאָכטער, בערעלע גרינבורגס. בײַ בערעלע גרינבורג איז דאָ בײדע זאַכן ― אי אַ שײן מײדל אי אַ סך נדן, האָט מען אים געגעבן דעם װעג, לאָזט ער אױס דעם כּעס צו אַלע ייִדן. איר פֿאַרשטײט?

― עס קען זײַן ― פּרוּװט זיך, נעבעך, קעצעלע אַרױפֿשלאָגן זיך צוריק אױף דער פֿריִעריקער פּאָזיציע ― עס קען זײער זײַן, אַז ער האָט זיך געשדכנט צו בערעלע גרינבורגס טאָכטער אױך. נאָר פֿון דוך שאַפּיראָ, װאָס איך דערצײל אײַך, װײס איך פֿאַר געװיס, װאָרעם איר װײסט דאָך, אַז איך בין דאָרט געװען אַן אײַנגײער פֿון תּמיד אָן, נאָך אין דער צײַט, װען דער שלימזלדיקער ראַבינאָװיטש איז בײַ זײ געװען קװאַרטיר...

― מיט ראַבינאָװיטשן האָט איר אױך געזאָגט, אַן איר זענט געװען װי אַנדערע צװײ, צום סוף איז אַ נעכטיקער טאָג.

און אָט אַזױ װערט קעצעלע לחלוטין אַרױסגעשלאָגן פֿון דער פּאָזיציע און קײנער װיל אים שױן נישט הערן מער. זײַן אָרט פֿאַרנעמט יענער געלער מעקלער מיט די װײַסע צײן און מיט די גאָלדענע ברילן. פּאָפּאָװ, אָדער ראַבינאָװיטש, װאָס זיצט בײַ זײַן טישל, באַקומט רחמנות אױף קעצעלען, און אַגבֿ װילט זיך אים מיט אים באַקענען נאָענט נאָכדעם װי ער האָט דערהערט פֿון אים, אַז ער קאָן דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש... ער רופֿט אים צו מיטן פֿינגער צו זיך, איז אים מכבד מיט אַ פּאַפּיראָס, בעט אים זיצן און פֿרעגט אים, צי װעט ער טרינקען אַ גלאָז טײ? קעצעלע נעמט דעם פּאַפּיראָס און זאָגט זיך נישט אָפּ פֿון אַ גלאָז טײ... אַדרבה, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן. ער איז צופֿרידן װאָס האָט זיך געפֿונען כאָטש אײנער אַן אײדלמאַן.

― פֿון װאַנען איז אַ יונגערמאַן? נישט קײן היגער? ― פֿרעגט אים קעצעלע און זעצט זיך צו צו אים גאַנץ נאָענט און קוקט אים אַרײַן טיף אין די אױגן אַרײַן. ― איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איר זענט מיר קענטלעך, װוּ האָבן מיר זיך געזען?

― נײן, איר קענט מיך נישט, איך בין גאָר אַ ליטװאַק פֿון דער ליטע בין איך ― ענטפֿערט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש צופֿרידן מיט זיך אַלײן, װאָס ער געדענקט נאָך אַזױ גוט ייִדיש רעדן ― איר זאָגט מיר בעסער אָט װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן. איר האָט געזאָגט נאָר װאָס, אַז איר האָט זיך געקענט מיטן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און מיטן מײדל, צו װעלכן ער האָט זיך געשדכנט. קענט איר מיר נישט דערצײלן אַלצדינג, װאָס איר װײסט װעגן דעם?

― אַלצדינג, װאָס איך װײס? כי־כי, זאָגט קעצעלע מיט אַ געלעכטערל און רוקט זיך צו צום טײ, װאָס מע האָט אים דערלאַנגט ― אױ, ליבער פֿרײַנד, איך זאָל װעלן דערצײלן אַלצדינג, װאָס איך װײס, װעט אונדז זײַן װינציק דער טאָג מיט דער נאַכט מיט נאָך אַ טאָג און מיט נאָך אַ נאַכט, כי־כי, נאָר אַז איר װילט, איך זאָל אײַך דערצײלן, װעל איך אײַך דערצײלן. װי זאָגט איר: אַז אײַך אין ליב, איז מיר ניחא. אַלזאָ, פֿון װעמען װילט איר זאָל איך אײַך דערצײלן ― פֿונעם דאַנטיסט גופֿא? צי פֿון זײַן כּלה? צי פֿון זײַן טאַטן מיטן ברודער?

― איר קענט זיך מיט זײַן טאַטן און מיט זײַן ברודער אױך? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש פֿאַרװוּנדערט.

― הלװאַי װאָלט איך זײ נישט געקענט ― מאַכט קעצעלע און נעמט זיך צום טײ ― צוליב די דאָזיקע צװײ שלימזלען, װאָס זענען געקומען אַהער אָן פּעסער אין אָן געלט און אָן לײַב און לעבן האָב איך אױך געליטן דעם זכות פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ,“ נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געװען גאָרנישט, װי זאָגט איר: דערױף זענען מיר דאָך עפּעס ייִדן, מיר זאָלן אָפּקומען אױף דער װעלט צוליב „פּראַװעס“. איך פֿרעג אַן אַנדער זאַך פֿרעג איך: װעלכער רוח האָט זײ געטראָפֿן, זײ זאָלן קומען אַהער צו אונדזערע „גדולים“ מיט אַ בריװ פֿון זײער רבֿ, װאָס שרײַבט צו אונדזערע גבֿירים, אַז זײ זאָלן זאַמלען געלט אױף פּדיון־שבֿוײם און זיך סטאַרעװען, מע זאָל למען־השם באַפֿרײַען דעם אומשולדיקן קרבן פֿון עלילת־דם...

מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן װי אונדזער ראַבינאָװיטש האָט זיך געפֿילט, אַז ער האָט אָפּגענומען אַזאַ לעבעדיקן גרוס פֿון די זײַניקע. ער האָט זיך אָבער אײַנגעהאַלטן און װי װײַט מעגלעך רויִק איבערגעפֿרעגט:

נו, װאָס־זשע איז דערפֿון געװאָרן?

― װאָס זאָל זײַן? גאָרנישט! ― זאָגט קעצעלע און זופּט דעם טײ מיט פֿאַרגעניגן ― מע האָט דעם דאָזיקן בריװ צוגעלײגט צו דער דיעלע, און די ראַבינאָװיטשעס האָט מען געבעטן, זײ זאָלן מוחל זײַן זיך דורכשפּאַצירן פּאָ עטאַפּו по этапу: מיט דיליזשאַנס קײן אַלדע שװאַרצע יאָר ערגעץ קײן מאָהילעװ, קײן שקלאָװ, װײסט דער רוח פֿון װאַנען זײ זענען דאָרט, און ס'איז אַ סבֿרה, אַז זײ האָבן אַלע אױף זיך אַ גוט פּעקל, דאָס הײסט מע האָט זײ אַלע דרײַ אַרײַנגעהאַקט אין חד־גדיא אַרײַן, טאַקע די ראַבינאָװיטשעס מיטן רבֿ דעם חכם. איצט, אַז מיר װעלן זוכה זײַן בײַ גאָט, װעלן מיר שױן האָבן צװײ פּעקלעך, אַ „דיעלע“ אָדער, װי זאָגט איר, אױף אַ מכּה אַ בלאָטער...

נאָר שאַ! זעט נאָר, װאָס פֿאַר אַ בהלה פּלוצעם אין מיטן דרינען? און װאָס טוט דאָ פּאָליציע?... אין מיטן העלן טאָג שױן גאָר אױך אַן אָבלאַװע?... אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! איך װעל שױן װידער דאַרפֿן גײן קײן װאַסילקאָװ מיטן עטאַפּ. ערשט יענער װאָך געקומען, װי זאָגט איר, נישט אױסגערוט אַפֿילו די פֿיס, קומען זאָל אױף זײ פּרעהס שלעק מיט איובֿס צרות אָמן־יהא־שמיה־רבה...

* * *

אין אײן מינוט איז דאָס בערזן־קאַפֿע געװאָרן באַלאַגערט מיט פּאָליציע. אַלע טירן און פֿענצטער זענען געװאָרן צוגעמאַכט און מע האָט זיך גענומען מאַכן אַ רעװיזיע: די, װאָס האָבן געהאַט צו באַװײַזן אַ באַזונדער צעטל פֿונעם פּאָליצײ־מײַסטער, אַז זײ מעגן װױנען, האָט מען פֿאַרשריבן און אײנציקװײַז אַרױסגעלאָזן דורך דער טיר און די, װאָס האָבן קײן באַזונדער צעטל נישט געהאַט צו באַװײַזן, האָט מען אָפּגעפֿירט מיט גרױס דרך־ארץ אין אוטשאַסטאָק אַרײַן ― דאָרט װעט מען שױן זען.

צװישן די אָפּגעפֿירטע אין אוטשאַסטאָק זענען געװען אױך קעצעלע מיט זײַן אומבאַקאַנטן פֿרײַנד, װאָס האָט זיך מיט אים אַזױ פֿײַן אונטערגעהאַלטן, מכבד געװען מיט אַ פּאַפּיראָס און מיט טײ און בכלל באַגאַנגען זיך מיט אים, װי קײנער האָט זיך נאָך דאָ מיט אים נישט באַגאַנגען.

דאָס הונדערט אַכטע קאַפּיטל

אַן אומגעריכטער פֿינאַל

אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ מע איז געװױנט געװאָרן צו „אָבלאַװעס“ און צו „רעװיזיעס“ נאָך פֿון ששת־ימי־בראשית, איז די אױבן־באַשריבענע אָבלאַװע אין מיטן העלן טאָג אױך געװען אַ חידוש פֿון די חידושים און האָט אַרױסגערופֿן אין שטאָט אַלערלײ רעד, מעשׂיות און פּיזמונות. אין אמתן אָבער איז דאָס געװען אַ פּשוטע זאַך, װאָס פּשוטער דערפֿון קאָן שױן גאָרניט זײַן. אױף דעם דאָזיקן בערזן־קאַפֿע, װאָס איז שטענדיק פֿול מיט בערזעלײַט, מיט ייִדן, הײסט עס, האָט די פּאָליציע שױן לאַנג געהאַט אַן אױג, געװוּסט אָדער געפֿילט, אַז מע קאָן דאָרטן פּאַקן אַ היפּש ביסל טריף־פּסולדיקע סחורה. נאָר אין דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן, אַ פּנים צוליב דעם קאָך מיטן משומד לאַפּידוסעס בריװל, איז דאָרט געװען שױן צו אַ גרױסער יאַריד און דאָס האָט געגעבן דער פּאָליציע אַ סך מער רױבשטאָף, װי זי האָט גערעכנט: צװישן די געפֿאַנגענע איז געװען, װי מיר האָבן אױבן געזען, אױך אונדזער צװײטער העלד, דער אמתער ראַבינאָװיטש, אױף װעלכן די פּאָליציע האָט זיך בשעת בהלה גאָרנישט אַרומגעקוקט, אַז לױט זײַנע דאָקומענטן איז ער אַ כּשרער קריסט בן קריסט מיטן נאָמען גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און מע האָט אים פֿאַרשפּאַרט אונטן, אין אַ גוט אָרט, אינאײנעם מיטן מעקלער קעצעלע און מיט נאָך אַזעלכע װי קעצעלע, און געלאָזט זיצן זײ אַ גאַנצן טאָג, ביז מע װעט אַמאָל איבערקוקן זײערע דאָקומענטן. דאָרט האָט ער געהאַט אַ געלעגנהײט צו געװױרע װערן פֿון קעצעלען נאָך אַ סך פּרטים װעגן דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און װעגן זײַן פֿאָטער מיטן ברודער און װעגן זײַן געװעזענע כּלה, װאָס מע האָט זי געהאַט אײַנגעזעצט און מיאוס באַהאַנדלט, אַזױ אַז זי איז, נעבעך, קראַנק געװאָרן און איצט איז זי אױף אַ דאַטשע בײַ אַ רײַכן פֿעטער, װאָס זוכט איר אַ חתן מיט ליכט, גיט איר כּף אַלפֿים נדן און װיל זי חתונה מאַכן װאָס פֿריִער, בכדי צו פֿאַרשמירן דעם בזיון... קעצעלעס פֿאַנטאַזיע האָט זיך צעלאָזט און ער האָט דערצײלט אָן אַ שיעור פּיקאַנטנע און מוראדיקע מעשׂיות, ביז מע האָט אים איבערגעשלאָגן אין מיטן ― מע רופֿט די געפֿאַנגענע אַרױף צום פּריסטאַװ.

דער פּריסטאַװ, װאָס איז געװען יענעם טאָג עפּעס נישט אױפֿגעלײגט, איבערקוקנדיק די פּאַפּירן פֿון דער געכאַפּטער סחורה און דערזען צװישן זײ אַ דאָקומענט אױפֿן נאָמען פֿון אַ דװאָריאַנין פּאָפּאָװ, איז ער געװאָרן שטאַרק אױפֿגעבראַכט און האָט זיך צעשריגן אױף אַ קול:

― װער איז דאָ פּאָפּאָװ? װי קומט ער אַהער?

― דאָס בין איך פּאָפּאָװ! ― האָט זיך אַרױסגעשטעלט דער אמתער ראַבינאָװיטש און צוגעגאַנגען גאַנץ נאָענט און אַ זאָג געגעבן צו אים שטילערהײט, אַז ער האָט אים איבערצוגעבן זײער אַ װיכטיקע זאַך, נאָר בתּנאַי אונטער פֿיר אױגן. האָט דאָס אַפֿילו דעם פּריסטאַװ פֿאַרדראָסן: װאָס פֿאַר סודות? פֿונדעסטװעגן האָט ער אַרױסגעגעבן אַ באַפֿעל, ס'זאָל אָפּגערײניקט װערן דער חדר, און ס'איז אין אײן כּהרף־עין נישט געבליבן קײנער, נאָר זײ אין צװײען אױג אױף אױג. דער פּריסטאַװ האָט נאָך אַמאָל באַטראַכט דעם דאָזיקן נפֿש. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן ― עפּעס אַ מאָדנער פּנים בײַ אים, מאָדנע אױגן... אין פּנים איז אָבער ניט געװען גאָרנישט װאָס אַרױסצוזען, אױסער דעם װאָס ער איז געװען גרײט עפּעס אױסצוזאָגן: ראַבינאָװיטש האָט זיך אַנטשלאָסן אױפֿצודעקן דעם גאַנצן אמת און מיט אײן װאָרט מאַכן אַ סוף צו דער גאַנצער טראַגי־קאָמעדיע, װאָס װערט פֿון טאָג צו טאָג אַלץ מער פֿאַרפּלאָנטערט און שלעפּט אַרױס אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען און הײבט שױן אָן גאָר באַקומען אַ פּנים פֿון אַן אױסערגעװײנטלעכן, אומגלױבלעכן ראָמאַן... ער האָט נאָר נישט געװוּסט פֿאַר װעמען און װי אַזױ און אין װאָסער אַ פֿאָרעם ער זאָל מאַכן זײַן איבערראַשנדע אַנטדעקונג. נאָר איצט, אַז ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער איז על־פּי־טעות געפֿאַנגען געװאָרן גלײַך מיט אַלע ייִדן און געבראַכט געװאָרן אין פּאָליציע, האָט ער בײַ זיך געפּועלט מיט אײן קלאַפּ אַראָפּצורײַסן די מאַסקע פֿון דער גאַנצער חתונה, און ער האָט אױסגעשאָסן פֿאַרן טשינאָװניק:

― איר זאָלט װיסן זײַן, אַז פֿאַר אײַך שטײ ניט קײן קריסט און ניט קײן דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, נאָר אַ ייִד און אַ מעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, דער זעלבער ראַבינאָװיטש, װאָס זיצט בײַ אײַך אין טורמע און װערט באַשולדיקט אין דעם, אַז ער האָט געקױלעט דאָס קריסטלעכע קינד װאָלאָדי שטשיגרינסקי צוליב דער ייִדישער מצה אױף פּסח...

אָפּגעזאָגט די גאַנצע מגילה אין אײן אָטעם, האָט ער דערפֿילט אַז ס'איז אים אַראָפּ אַ שטײן פֿונעם האַרצן און זײַן פֿאַנטאַזיע האָט אים שױן פֿאָרגעשטעלט אַ בילד, אַ גאַנצע רײ פֿון בילדער, װי אַזױ מע װעט באַלד באַפֿרײַען דעם אמתן פּאָפּאָװן, און נאָך אים אױך זײַן פֿאָטער מיטן ברודער מיטן רבֿ פֿון זײער שטעטל. און דעם רעש מיטן טומל, װאָס װעט װערן דאָ אין שטאָט און אומעטום אױף דער גאַנצער װעלט, און די אַרטיקלען, װאָס די גאַזעטן װעלן שרײַבן װעגן דער דאָזיקער זעלטענער עפּאָפּעע, װעגן דער טראַגי־קאָמעדיע, װאָס מע װעט דאַרפֿן אָנרופֿן מיטן נאָמען, „דער בלוטיקער שפּאַס“... דאָס סאַמע שלעכטסטע אױפֿן ערנסטן פֿאַל, װאָס דערפֿון קאָן זײַן, אין נאָר דאָס, װאָס, ערשטנס, װעט מען אים, ראַבינאָװיטשן, באַלד אַרעסטירן דערפֿאַר, װײַל ער האָט דאָ ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און, צװײטנס, װעלן זײ בײדע, סײַ דער אמתער ראַבינאָװיטש, סײַ דער אמתער פּאָפּאָװ, האָבן אױף זיך אַ מישפּט, װאָס זײ האָבן זיך געביטן מיט די יוצרות און געזעסן באַלד אַ יאָד אױף פֿרעמדע נעמען. נאָר װאָס פֿאַר אַ װערט קאָן עס האָבן קעגן די אומגליקן, װאָס דער דאָזיקער שפּאַס האָט שױן אָנגעמאַכט און קאָן נאָך אָנמאַכן! אײן זאַך, װאָס אים האָט נאָך ביז אַהער אַ ביסל אָפּגעהאַלטן, איז געװען דאָס, װאָס ער האָט ניט אױסגעהאַלטן קײן ייִדישקײט און האָט דער ערשטער געבראָכן די שבֿועה, אַז פֿאַרן יאָר זאָל מען דעם סוד נישט אַנטפּלעקן. דאָס איז שױן אָבער גאָר אַ נאַרישקײט. אַ װעטע, װאָס שלעפּט מיט זיך אַזױ פֿיל אומגליקן און איז גורם אַזױ פֿיל אומזיסטע צרות און ערגערנישן, איז קײן װעטע ניט. מיט פֿײַער טאָר מען זיך ניט שפּילן...

װי איבערראַשט אָבער איז ער געװאָרן, אַז ער האָט דערזען, אַז זײַן מודה זײַן זיך האָט נישט געמאַכט קײן שום רושם. אַדרבה, דער עפֿעקט איז געװען גאָר קאַפּױר. דער פּריסטאַװ האָט אים נאָר באַטראַכט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, און האָט אים גאָרניט געזאָגט. ער האָט געזען, אַז ער האָט צו טאָן מיט אַ פּסיכאָפּאַט, װאָס האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַזאַ מין משוגעת. פֿאַראַן אַלערלײ משוגעים אױף דער װעלט.

געזען, אַז דער פּריסטאַװ רירט זיך ניט, האָט ראַבינאָװיטש גערעכנט, אַז יענער איז שטאַרק איבערראַשט מיט זײַן אַנטדעקונג. האָט ער אַ ביסל צוגעװאַרט און דערנאָך אַ זאָג געגעבן:

― נו? ― פֿאַרװאָס אַרעסטירט איר מיך ניט? אָדער איר װילט מאַכן אַ „אָטשנע סטאַװקע“ צװישן מיר מיט יענעם ראַבינאָװיטשן, װאָס זיצט אין טורמע?

דאָס האָט שױן דעם פּריסטאַװ פֿאַרדראָסן.

― קײן שום אָטשנע סטאַװקע! גײט אײַך געזונטערהײט און הערט אױף צו פּלעטשען אײַערע נאַרישקײטן! װאָרעם טאָמער חזרט איר איבער נאָך אַמאָל דאָס אײגענע, װעט מען אײַך אַרעסטירן, ניט װי אַ פֿאַרברעכער שױן, נאָר װי אַ גערירטן פֿונעם זינען און אָפּשיקן אין אַ משוגעים־הױז...

ראַבינאָװיטש האָט אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל, געװאָלט ערשט אָנהײבן רעדן, אים קלאָר מאַכן די גאַנצע געשיכטע פֿון אָנהײב ביזן סוף, איז דער פּריסטאַװ געװאָרן מלא־כּעס־וחמה.

― גײט איך, זאָגט מען אײַך! קאַרג טױטשעט מען זיך אַ טאָג מיט די ייִדן, באַדאַרף מען נאָך האָבן אױף זיך פּסיכאָפּאַטן מיט מאַניאַקן! גײט אײַך, גײט פֿון דאַנען!

מיט די װערטער האָט דער פּריסטאַװ אים אַ שמיץ געגעבן אין פּנים זײַנע דאָקומענטן און אַ קלונג געגעבן צו די נאַדזיראַטעלעס, מע זאָל אַרײַנפֿירן דעם איבעריקן עולם ― און ראַבינאָװיטש האָט, נעבעך, געמוזט מיט בזיון צונױפֿנעמען זײַן ביסל פּאַפּירן און אָפּטראָגן זיך פֿון דאַנען געזונטערהײט.

אױף אַזאַ מין פֿינאַל האָט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש בשום־אופֿן נישט געריכט. אַלע זײַנע פּלאַנען זענען צושלאָגן געװאָרן, און זײַן פֿאָרן אַהער איז געװען, קומט אױס, אַרױסגעװאָרפֿן. װאָס טוט מען װײַטער? גײן העכער? אײַנגעבן אַ מעלדונג דעם פּראָקוראָר? נאָר װי באַלד, אַז מע גלױבט אים ניט און מע האַלט אים פֿאַר אַ פּסיכאָפּאַט, פֿאַר אַ מאַניאַק און פֿאַר אַ משוגענעם, קאָן מען דאָך אים טאַקע, צװישן יאָ און נײן, אָפּשיקן, װי דער פּריסטאַװ זאָגט, אין אַ משוגעים־הױז ― דעמאָלט איז פֿאַרפֿאַלן די קו מיטן שטריקל: נײן! מע דאַרף זוכן אַנדערע װעגן, דערצו װאָלט געקאָנט העלפֿן נאָר אײנער ― דעם חבֿר גרישעס פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. װי אַזױ ברענגט מען אים אַראָפּ אַהער? דורך אַ דעפּעש? דורך אַ בריװ? נישט קײן פּלאַן, מע באַדאַרף זיך בעסער אַלײן דורכפֿאָרן צו אים אַהײם, און װאָס גיכער, און דאָרט אים עפֿענען די אױגן, קלאָר מאַכן אים די גאַנצע געשיכטע מיטן דאָזיקן שפּאַס, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ פֿרײלעך, אַזױ קאָמיש, און האַלט בײַ אױסלאָזן זיך מיט אַ נאַרישער, מיאוסער טראַגעדיע, אַ נאַרישער, אַ בלוטיקער שפּאַס. ער זאָל זיך קאַנען צערײַסן!...

* * *

נאָך יענעם טאָג, פֿאַרנאַכטלעך, האָט דער שנעלצוג געטראָגן אונדזער צװײטן העלד, דעם אמתן ראַבינאָװיטש, פֿון דער גרױסער שטאָט װאָס אין דער „טשערטאַ“, אין דער רוסישער שטאָט ט... דאָרטן, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן חבֿר גרישעס פֿאָטער ― דער געװעזענער גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, ― איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאָס הונדערט נײַנטע קאַפּיטל

על דאַטפֿתּ

בעני הורװיטש פֿון פּינסק איז געװאָרן אַזאַ אָפֿטער גאַסט בײַ די פֿאַמיליאַנטן אױף דער דאַטשע, אַז די דינסטן האָבן נאָר דערזען פֿון דער װײַטן די געל־װײַסע נאַקידקע מיט די ברײטע אַרבל זענען זײ שױן גלײַך געגאַנגען צו דער באַרישניע שאַפּיראָ אָנזאָגן, אַז איר „פּאַניטש“ איז געקומען, און שטילערהײט אין קיך זיך געשטיקט פֿאַר געלעכטער. די דינסטן האָבן געלאַכט און די מאַדאַם, טױבע פֿאַמיליאַנט, האָט געקאָכט שטילערהײט װי אָ קעסל, געװען מוראדיק אָנגעשטאָלט אױף דער פּלימעניצע, אַן אָרעם מײדל און האַלט זיך װי אַ פּרינצעסין, קײן ברעקל דרך ארץ פֿאַר דער רײַכער מומע, קײן שום אַראָפּפֿאַל פֿאַר געלט, פּאָר גרױסע פּערל, גאָלד, זילבער, בריליאַנטן, שלעפּט זיך אַרום מיט אַן אָפּגעריסענעם בחור אין װאַלד מיט אַזאַ גדלות, גלײַך װי ער װאָלט געװען מי־יודע װער! און נאָך מער גרױס איז געװען איר צאָרן, װאָס איר מאַן, אָט דער חסיד רב שלמה פֿאַמיליאַנט, שטאָט דעם ער זאָל האַלטן מיט איר, מיט טױבן, איז ער, אַ פּנים איר אױף צעפּוקעניש, שטאָל און אײַן פֿאַר דער פּלימעניצע. װאָס זי זאָל ניט טאָן, איז גוט, און אַפֿילו אָט דער אָרעם בחור איז אים גאָר געפֿעלן. ער האָט מיט אים אַ פּאָר מאָל אַ רעד געגעבן און איז פֿון אים גאָר אַנטציקט. ער איז פֿול, זאָגט ער, אומעטום. ניטאָ, זאָגט ער, אײן ייִדישער ספֿר פֿון אונדזערע הײליקע ספֿרים, װאָס אָט דער פּינסקער בחור זאָל נישט זײַן קלאָר. ער איז, זאָגט ער, אַ מופֿלג־בתּורה, אַ גאָון, ער װאָלט געקאָנט זײַן, זאָגט ער, אַ רבֿ בכל־תּפֿוצות־ישׂראל, האַ־האַ! אַ שײנער רבֿ, אָן אַ היטל און מיט אַ געשאָבענער מאָרדע! פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זאָגט איר שלמה אױף צו להכעיס, װײַל ער װײס, אַז זי האַלט ניט פֿון דער פּלימעניצע און אַז זי האָט פֿײַנט אָט דעם בחור דעם עזות־פּנים, װאָס אַלע מאָל, װער ער קומט, גיט ער איר אָפּ דעם גוט מאָרגן, גאָר עפּעס װי ער מאַכט חוזק. ער זאָגט איר: „גוט מאָרגן, מומעניו“. װאָס פֿאַר אַ מומע איז זי אים? אַלע רופֿן זי „מאַדאַם“ און דער דאָזיקער האָט אַ השׂגה נאָר מומע, און ניט מומע, נאָר מומעניו! ― אַן עזות־פּנים פֿון אַ ליטװאַק! נו, אַ װעלט. נו, יאָרן! דער אױבערשטער זאָל באַהיטן און באַשירעמען זײַן ליב פֿאָלק ישׂראל דאָ און אומעטום, הײַנט און אַלע מאָל ― אָמן.

אירע טעכטער, די באַרישניס, זענען אױך געװען ניט װינציק אױפֿגעטראָגן אױף זײער קוזינקע דערפֿאַר, װאָס זי האַלט זיך מיט אָט דעם הורװיטשן, װי אַ חבֿר מיט אַ חבֿר, און אַלע מאָל, װען ער קומט, לאָזט זי אים ניט, ער זאָל מיט זײ זיך באַקענען אַ ביסל נעענטער, זעצט זיך אַװעק מיט אים אין גאָרטן, אָדער שפּאַצירט מיט אים אין װאַלד ― סודות!

אַפֿילו די מוטער אַלײן, שׂרה שאַפּיראָ, געװױרע געװאָרן פֿון איר שװעגערין, אַז איר בעטי פֿירט זיך ניט גוט ― זי זאָגט נישט אױף איר, חלילה, קײן שלעכטס ― זי זאָגט נאָר, אַז זי פֿירט זיך ניט גוט, איז זי געקומען צופֿאָרן צו גאַסט אױף אַ פּאָר שעה, כּלומרשט נאָר אַ קוק טאָן, צי בענקט זי ניט אַהײם, און טאַקע אין אײן װעגס געבן אַ רעד, פֿאַרשטײט זיך מן־הצד, װעגן דעם דאָזיקן נײַעם שלימזל, װאָס האָט זיך פֿאַרנאַדיעט. בעטי אַלײן דאַרף פֿאַרשטײן, אַז איר, דער מאַמע, הײסט עס, אַרט עס ניט כּלל־וכּלל װאָס זי קען זיך מיט אַזעלכע בחורים װי אָט דער שלימזל פֿון פּינסק, כאָטש דער שװאָגער זײַנער, דער אײַנבינדער, איז עפּעס ניט אַזאַ שײנדעלע פֿאַר די סלאַװיטער שאַפּיראָס... נאָר װאָס דען? זי רעדט נישט פֿון קײן שום זאַך, זי שמועסט נאָר אַקעגן דערינען, װאָס פֿאַר לײַטן מוז מען קאָנען יוצא זײַן און אַז מע איז בײַ אַ רײַכן פֿעטער צו גאַסט, דאַרף מען װיסן, אַז...

עד־כּאַן, װײַטער גײט ניט שׂרה, װאָרעם די טאָכטער האַקט איר אָפּ די פֿליגל, אַז זי פֿאַרלירט שױן דעם גאַנצן חשק אַרײַנצומישן זיך אין אירע עסקים און װיל שױן גאָרניט מאַכן קײן רעד אַפֿילו פֿון דעם קװאַרטיראַנט, צוליב װעלכן זי איז אײגנטלעך אַהערגעקומען איבעררעדן מיט דער טאָכטער. אױ, אָט דער קװאַרטיראַנט ― דאָס איז עפּעס נאָר אַ גאָטס שטראָף און גענוג! אַ חוץ װאָס דאָס איז אַ פּעקל פֿאַר כּל־ישׂראל איז דאָס איר אײגן פּעקל. דעם גרעסטן חלק צרות האָט זי, שׂרה שאַפּיראָ. בעסער װאָלט זי זיך אױסגעבראָכן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס יענעם פֿרימאָרגן, װאָס זי האָט אים פֿאַרדונגען דעם חדר!... אַ פּנים זי װײסט דען אַפֿילו װוּ זי איז אין דער װעלט? מע קאָן דאָך משוגע װערן פֿון די רעד, װאָס מע הערט זיך אָן. אָט קומען צװײ ייִדן, זאָגן, אַז זײער נאָמען איז ראַבינאָװיטש און מעלדן זיך פֿאַר אַ פֿאָטער מיט אַ ברודער פֿונעם קװאַרטיראַנט און מאַכן אים פֿאַר אַ ליגנער, אַ שקרן, אַ כּזבֿן. נאָכדעם לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז גאָר אינגאַנצן אַ נעכטיקער טאָג, ס'איז נאָר צװײ פּראָסטע זשוליקעס, װאָס זענען געקומען אַהער מער ניט אַז אױסנאַרן געלט, האָבן זײ זיך אַ נאָמען געגעבן ראַבינאָװיטש און געבראַכט צו פֿירן כּלומרשט בריװ פֿון רבנים מיט כּתבֿים, מיט קװיטלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן... פֿון װאַנען װײס זי דאָס! פֿון קאַצן. זײ האָבן בײַ דעם קאַצן גענעכטיקט, האָט דער קאַץ געזען בײַ זײ די דאָזיקע בריװ, מיט די כּתבֿים, מיט די קװיטלעך, זײ האָבן זיך, זאָגט ער, באַרימט פֿאַר אים און עפּעס זײער שטאַרק, זאָגט ער, נאָכגעפֿרעגט זיך אױף די היגע נגידים, גבֿירים און מיליאָנערן. אַזױ דערצײלט קאַץ און שװערט, אַז מע מעג גלױבן אַ משומד ― װאָס־זשע? אַ ייִד װעט דען אױסטראַכטן?... קומט דאָס אױס, הײסט דאָס, אַז די ליגנערס זענען זײ גאָר! זי האָט אָבער באַלד געזאָגט, אַז די ייִדן געפֿעלן איר ניט, און דערהױפּט יענער, דער ייִנגערער, װאָס שנײַצט די נאָז מיט אײן פֿינגער... װי באַלד אַזױ, הײַנט צו װאָס האָט איר געטױגט דער טאַרעראַם ― שיקן דעם דאָקטאָר פֿאַר אַ שילאַטן שמשׂ? אַ רעשטל צו די צרות! מאָלט אײַך, ס'איז אַ גליק, װאָס דער דאָקטאָר איז בטבֿע אַ ייִד אַ לעמעשקע, כאָטש אַזױ אַפֿילו איז ער אַ גאַנץ גוט מענטשל, און האָט אָפּגעלײגט דאָס רעדן מיט איר בעטין אױף שפּעטער. איצט באַדאַרף זי אים אױף אַ כּפּרה. זי װעט שױן אַלײן רעדן... נאָר גײ רעד, אַז יענע װיל ניט האָרכן? און דערצו איז נאָך בעטי געװאָרן אין די לעצטע צײַט עפּעס גאָר שׂונאי־ציון רײן משוגע. ס'איז דער מאַמען אַ װײטיק אין האַרצן און אַ חרפּה, אַ בושה פֿאַר לײַטן! טױבע קלאָגט זיך ניט אױף איר, חלילה, אַז בעטי איז אַ שלעכט קינד ― חס־ושלום! זי זאָגט נאָר, אַז זי עסט ניט און טרינקט ניט, פֿאַרטאָן שטענדיק אין עסקים...

― אָט, אַ שטײגער, כּדומה, למשל, נעמט אָט דעם בחור, װאָס פֿון פּינסק, ― גאָט ברוך־הוא זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד ― ער קומט אַהער כּמעט אַלע טאָג, אַלע טאָג, און װי נאָר ער קומט ― אַזױ פֿליט מען אַװעק אין װאַלד און מע סודעט זיך: שו־שו־שו, שו־שו־שו!... אָט איז מען איצט אױך אין װאַלד שױן העכער אַ שעה ― פֿרעגט זי װאָס? צו װאָס באַדאַרף מען עס האַלטן בסוד, אַז ס'איז שױן לאַנג אױס סוד? אַלע װײסן שױן ברוך־השם, אַז דאָס רעדט מען אַלץ װעגן אים, װעגן אָט דעם ראַבינאָװיטשן. מהיכא־תּיתי, פּדיון־שבֿוײם איז אַװדאי אַ גרױסע מיצװה. נאָר מפֿקיר זײַן זיך אָט אַזױ צוליב יענעם ― שטײט ניט געשריבן אין ערגעץ אין די הײליקע ספֿרים, סײַדן אַז יענער איז חלילה מסוכּן קראַנק, װערט דאָס אָנגערופֿן בײַ אונדז פּיקוח־נפֿש... און װײַטער מיר זאָלן שמועסן פֿון לשון חתן־כּלה, איז, ערשטנס, איז דאָס נאָך אַ גרױסער ספֿק אױב ס'איז אַ שידוך, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שמועס אַזױ אָפֿן ― אַלע שאַפּיראָס זענען אַזױ, מיר האָבן פֿײַנט חניפֿה ― און, צװײטנס, װעל איך אײַך זאָגן, מײַן טײַערע, די גאַנצע װעלט מעג טאַקע װיסן, אַז איר ראַבינאָװיטש איז, נעבעך, גאָט די נשמה שולדיק אַ כּפּרה פֿאַר כּל־ישׂראל, פֿונדעסטװעגן איז דאָך עס פֿאָרט, גאָט ברוך־הוא זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד, מיט אַ פֿלעק, אַ מענטש איז, מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן ― מע טאָר ניט זינדיקן ― אָפּגעזעסן אַזאַ צײַט אין תּפֿיסה, זאָגט אײַך שׂרהל קרױן, װאָס איר װילט, איר מעגט אַפֿילו זײַן ברוגז אױך ― ס'איז נישט פּאָר מײַן דודן קײן גלײַכן... נעמט אַ קאַפּל אײַנגעמאַכטס, איך בעט אײַך,

― אַ דאַנק, טױבעניו, איך האָב שױן גענומען ― ענטפֿערט איר שׂרה, װאָס זיצט קױם אײַן, רײַסט זיך אַ קוק טאָן, צי איר טאָכטער איז שױן צוריקגעקומען פֿון װאַלד מיט דעם פּינסקער שלימזל, צי נאָך ניט ― װער רעדט דען איצט, טױבעניו, ליובעניו, פֿון אַזעלכע זאַכן? װער האָט עס אַפֿילו אין זינען? דאָ גײט ניט אין דעם, דאָ גײט איצט אין עפּעס אַנדערש, און איר זאָגט גאָר דאָס...

אין דעם קומט אָן בעטי אַ צעקאָכטע און אַ צערודערטע און דער לאַנגער שמועס צװישן די װײַבער װערט איבערגעהאַקט אין מיטן.

שׂרה פֿרעגט שױן גאָר אַפֿילו ניט בײַ דער טאָכטער קײן װאָרט; זי קען זי שױן גוט, אין אַזעלכע מינוטן, װײסט זי, איז גלײַכער, אַז מע טשעפּעט זי ניט.

― װעסט אפֿשר נעמען אַ קאַפּל אײַנגעמאַכטס! ― פֿרעגט זי די מומע טױבע מיט זײער אַ פֿרײַנדלעך שמײכעלע אױף די פֿאַרשנורעװעטע ליפּן, נאָר בעטי באַדאַנקט זי אָן װערטער, נאָר מיט אַזאַ קוק, אַז דאָס אַנדערע מאָל לײגט זי איר שױן נישט פֿאָר קײן אײַנגעמאַכטס, און צו דער מוטער זאָגט בעטי:

― גוט, מאַמע, װאָס דו ביסט געקומען, מיר פֿאָרן אַהײם.

עס האָבן נישט געהאָלפֿן נישט קײן פֿראַגן, צוליב װאָס זי פֿאָרט אַהײם, נישט קײן בעטן זי בלײַבן כאָטש נאָך אַ פּאָר װאָכן. די מומע טױבע האָט כּלומרשט אײַנגעלײגט די װעלט, געזאָגט, אַז דער פֿעטער װעט קומען פֿון שטאָט און װעט געװױר װערן, װעט זיך טאָן חושך, חושך־של־מצרים, און װעט זײַן גערעכט!... און אין האַרצן איז טױבע געװען אַזױ צופֿרידן, אַז עס האָט זיך געגלוסט טאַנצן. זי האָט נאָר מורא געהאַט, טאָמער, חלילה, קומט אָן דער מאַן און מאַכט אַ גװאַלד, למאַי די פּלימעניצע פֿאָרט אַװעק ― „אַ קשיא אױף דעם ייִדן!...“

― טוט זשע מיר כאָטש צוליב ― האָט זיך טױבע געבעטן בײַ דער שװעגערין, מיט אַזאַ נוסח, גלײַך װי אין דעם הענגט אָפּ איר גאַנץ לעבן ― טוט זשע מיר כאָטש די טובֿה און נעמט מיט כאָטש אַ האַלבן סלױ אײַנגעמאַכטס!

און נישט לאַנג געטראַכט און גאָרנישט געװאָלט אױסהערן קײן שום טענות, האָט זי גענומען איבערלײדיקן דעם אײַנגעמאַכטס פֿון אײן סלױ אינעם אָנרעדן, אַזױ, אַז ס'איז אױסגעקומען צװײ האַלבע, אײנע אַ גרעסערע, די אַנדערע אַ קלענערע (דאָס האָט טױבע געכאַפּט מיטן אױג). די גרעסערע העלפֿט האָט זי אין דער גיך אַרײַנגעהאַקט אין דער שאַפֿע, און דעם סלױ מיט דער קלענערער העלפֿט האָט זי כּמעט מיט גװאַלד אַרײַנגעשטופּט דער שװעגערין אין די הענט אַרײַן. שׂרה האָט גאָרניט געװוּסט, װאָס מיט איר טוט זיך, װאָס פֿאַר אַ באָמבע אַ סלױ האָט מען איר אָנגעהאַנגען. צו װאָס דאַרף זי דעם דאָזיקן אומגליק?“... ערשט שפּעטער, אַז זײ זענען בײדע מיט דער טאָכטער געזעסן אין װאַגאָן און געפֿאָרן אַהײם, האָט שׂרה שאַפּיראָ נאָך אַמאָל גוס באַטראַכט דעם סלױ מיטן אײַנגעמאַכטס פֿון אַלע זײַטן און האָט אים דערלאַנגט אַ װאָרף אַרױס דורכן אָפֿענעם פֿענצטער מיט אַזאַ אימפּעט, גלײַך דאָס װאָלט געװען עפּעס אַ זאַך, װאָס נאָר פֿון דעם נעמען זיך אַלע אירע אומגליקן מיט אַלע אירע דאגות און יסורים און אָנשיקענישן...

* * *

שטײענדיק בײַם פֿענצטער אין װינקל מיט פֿאַרלײגטע הענט אַהינטער, גלײַך װי אַ סטאַטוע, האָט בעטי באַטראַכט, די פֿאַרבײַלױפֿנדע בײמער פֿון װאַלד, און נאָכדעם די גרינע פֿעלדער, מיט די קלײנע שטיבעלעך, מיט די טעלעגראַפֿן־סלופּעס, װאָס זענען פֿאַרשװוּנדן מיט אַזאַ גיכקײט, װי אירע געדאַנקען. אײנס נאָכס אַנדערע, אײנס נאָכס אַנדערע, און זי האָט דאָ, פֿאָרנדיק, איבערגעלעבט אין זכּרון נאָכאַמאָל אַלע געשעענישן פֿון זינט זי איז געקומען אַהער אױף דער דאַטשע ביז הײַנטיקן טאָג, פֿריִער איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיט אָט דעם הורװיטש פֿון פּינסק, װאָס איז איר פֿון טאָג צו טאָג געװאָרן אַלץ מער נאָענט... זי האָט מורא זיך מודה צו זײַן, נאָר עס דאַכט זיך איר, אַז דער דאָזיקער הורװיטש, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס האָט אין זיך גענג, מאַכט אָנשטעלן פֿון אַ פּאַיאַץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק און נאָך אַזעלכע זאַכן, איז ער איר דאָך מער סימפּאַטיש פֿון אַלע יונגע לײַט, װעלכע זי האָט װען געקענט ביז אַהער. דאָס, װאָס איר געפֿעלט מער פֿון אַלצדינג ― איז זײַן װוּנדערלעכע פּראָסטקײט און מאָדנע עפֿנטלעכקײט. אַ מענטש, װעלכער זאָגט דאָס, װאָס ער טראַכט, און טראַכט דאָס, װאָס ער זאָגט. ניטאָ קײן אײבערשפּיצלעך, דיפּלאָמאַטישע המצאָות. ער האָט איר שױן צום צװײטן װיזיט געגעבן צו װיסן אין גאַנץ פּשוטע װערטער, אַז ער האָט זי אָפּגעשאַצט שױן לאַנג, נאָך אין יענער בהלה־נאַכט, װען דער פּרינץ (מיט דער נאָמען הײסט בײַ אים זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש) האָט אים באַקאַנט געמאַכט מיט איר אױף דער גאַס, װאָס בײַם װאָקזאַל, און אַז ער איז גרײט פֿאַר איר ניט נאָר, װי עס רעדט זיך על־פּי־מליצה: „אין פֿײַער און אין װאַסער“ ― נײן, ער איז טאַקע גרײט יעדע מינוט זיך מקריבֿ זײַן, זיך לאָזן אָפּשנײַדן בײדע הענט פֿאַר איר און „פֿאַר דעם, װאָס איז איר ליב...“ דאָס מײנט ער, נאַטירלעך, דעם פּרינץ ראַבינאָװיטש, אױף װעלכן ער האָט פֿאַר דער גאַנצער צײַט נישט דערלױבט זיך צו זאָגן אײן װאָרט אַ שלעכטס ― דאָס קאָן זי אים נישט פֿאַרגעסן און איז אים דאַנקבאַר אָן אַ שיעור...

נאָך מער דאַנקבאַר איז זי אים דערפֿאַר, װאָס ער האָט קײנמאָל נישט באַרירט פֿאַר איר אירע געפֿילן צו ראַבינאָװיטשן, גלײַך װי דאָס װאָלט לחלוטין גאָרנישט געװען, אָדער גלײַך װי דאָס װאָלט געװען אַ גאַנץ נאַטירלעכע זאַך, װאָס פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך אַלײן, גלײַך װי ראַבינאָװיטש װאָלט אָנגעקערט איר אַ ברודער און ער, הורװיטש, איז זײער בײדנס עלטסטער ברודער. עס איז װערט געװען צו זען, װי דער מענטש האָט געשעפּט תּענוג אַלע מאָל, װען ער האָט איר געבראַכט צופֿירן פֿון שטאָט אַ פֿרײלעכע ידיעה פֿונעם „קנעפּל“, אָדער פֿון דער „אָפּגעשלאָגענער הושענא“ (װעמענס נאָמען ס'איז קײנמאָל ניט דערמאָנט געװאָרן און פֿאַר דעם איז זי אים געװען גאָר באַזונדער דאַנקבאַר...) „עס גײט גוט, אַלצדינג גוט, אױסגעצײכנט, מע באַדאַרף גאָרניט בעסער!“ ― אָט דאָס זענען געװען די ידיעות אין דער ערשטער צײַט. שױן אױף זײַן גרױסן אױסגעקײַלעכדיקטן שטערן האָט זי פֿון דער װײַטן געקאָנט איבערלײענען דאָס װאָרט: „אױסגעצײכנט!“... אַרײַנפֿירן זי אין דער אונטער־װעלט, אין דעם „רינשטאָק“, פֿון װאַנען די דאָזיקע גוטע ידיעות קומען אָן, האָט ער נישט געװאָלט בשום אופֿן, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס בעטי האָט דװקא געװאָלט װיסן אַלעס, אַלעס. „אַז איר װעט װעלן, הערט זיך אײַן, אַלצדינג װיסן, װעט איר גיך אַלט װערן“ ― האָט איר ראַבינאָװיטש געזאָגט, געװאָלט פּטרן מיט אַ גלײַכװערטל. האָט אים אָבער בעטי געזאָגט, אַז זי האָט פֿײַנט זײַנע גלײַכװערטלעך ― און דאָס איז געװען נישט אמת. בעטי, ניט נאָר זי האָט ליב זײַנע גלײַכװערטלעך, אַפֿילו דער אױסדרוק „הערט זיך אײַן“, װאָס ער באַנוצט אַלע װײַלע, װוּ מע דאַרף און װוּ מע דאַרף ניט, האָט בײַ איר אױך אַ באַזונדערן חן...

פֿאַרשטײט זיך, אַז אױסגעפֿירט האָט בעטי: זי האָט געװוּסט אַלצדינג, אָדער כּמעט אַלצדינג. זי האָט געװוּסט, אַז דעם „קנעפּל“ אָדער דער דער „אָפּגעשלאָגענער הושענא“ האָט זיך, נאָך זײער פֿיל מי און קונצן, װי אַן אמתן שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן, אײַנגעגעבן טאַקע ממש פֿון אונטער דער ערד אַרױסצוגעפֿינען די פֿאַרלױרענע יפֿהפֿיה מיטן נאָמען מאַשקאַ טשערעפּקאָװאַ און אַרױסבאַקומען פֿון איר נישט נאָר װיכטיקע נײַעס, נאָר אַ סך זײער װיכטיקע באַװײַזן, זאַכן און דאָקומענטן... זי האָט געװוּסט, אַז, אַ דאַנק דער דאָזיקער מאַשאַ טשערעפּקאָװאַ, האָט מען פֿאַרהאַלטן נאָך צװײ נקבֿות, װאָס זאָלן האָבן בײדע גענומען אַן אָנטײל אין װאָלאָדקעס טױט, נאָר די בײדע האָבן געלײקנט שטײן און בײן און אַרױפֿגעװאָרפֿן די גאַנצע שולד אױף מאַשאַס חתן מאַקאַר זשערעבטשיק, װעלכער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, װי אין דער ערד אַרײַן. דאָס זענען געװען די ערשטע גוטע ידיעות. דערנאָך האָט הורװיטש געבראַכט די בעסטע פֿון אַלע ידיעות, אַז זײַן שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן, װאָס האָט געאַרבעט דורך פֿרעמדע הענט, װײַל ער איז דאָך שױן אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, האָט אַזױ לאַנג געטאָן אַ פֿאַרבאָרגענע דראָטאַרבעט, ביז מע האָט געפּאַקט דעם חתן, מאַקאַר זשערעבטשיק, און גענומען אין חדר אַרײַן... נאָר דאָס אַלײן איז נאָך גאָרניט אַקעגן דעם, װאָס דער מאַקאַר זשערעבטשיק האָט אָנגעװיזן אױף אַ גאַנצער באַנדע גנבֿים, כוליגאַנעס און רױבער, װאָס האָבן געהאַט געפּלאַנעװעט דורך דעם געהרגעטן װאָלאָדי שטשיגרינסקי אַ ייִדישן פּאָגראָם אױף פּסח און װאָס צוליב דעם טאַקע זענען דאָס געמאַכט געװאָרן די נײַן־און־פֿערציק װוּנדן און צוגעגעבן געװאָרן אַ ריטואַלן כאַראַקטער... מאַקאַר זשערעבטשיק האָט צוגעזאָגט צו אָנרופֿן בײַ די נעמען די דאָזיקע אַלע חבֿרה־לײַט, װאָס האָבן זיך מתעסק געװען אַרום דעם דאָזיקן מת־מיצװה און אױך די נעמען פֿון די מחותּנים, די הױפּט־אָנפֿירער... ― הכּלל, עס האָט זיך געטאָן, װי מע זאָגט, אױף טישען און אױף בענק! יענעם טאָג װער איז געװען צו בעטין גלײַך? איר פֿרײד האָט נישט געהאַט קײן ברעג, אַ קלײניקײט! עס איז שױן געװען אַלעס, װאָס מע דאַרף ― האָט זיך בעטי געטראַכט ― נאָך מער װי מע דאַרף. עס איז שױן געװען אַלצדינג פֿאַרטיק, אָט־אָט װערט פֿאַרפֿירט אַ נײַע עסק און דער פֿריִערדיקער װערט בטל, בטל פֿון זיך אַלײן... נאָר פּלוצעם ― דאָס איז געװען פֿריִער מיט עטלעכע טעג ― קומט צופֿאָרן הורװיטש מיט אַ װיסטער בשׂורה (בעטי האָט נאָך זײַן פּנים דערקענט, אַז ער האָט געבראַכט נישט קײן גוטע בשׂורה). װאָס איז די מעשׂה? „די מעשׂה, הערט זיך אײַן, איז אַ מיאוסע מעשׂה ― דער חתן איז אַנטלאָפֿן, פֿון אונטער דער חופּה אַנטלאָפֿן!“... בעטי איז געװען אַזױ אױפֿגעבראַכט פֿון אַזאַ נײַעס, אַז זי האָט איר גאַנץ ביטער האַרץ אױסגעלאָזט צו הורװיטשעס קאָפּ: נײן, זי װיל װיסן נאָר אײן זאַך ― פֿון װאַנען נעמט זיך בײַ אַ מענטשן חשק צו פּראַװען לצנות אין אַזאַ צײַט און בײַ אַזאַ זאַך! „מע באַדאַרף זײַן, הערט זיך אײַן, כאָטש אַ ברעקל פֿילאָזאָף ― האָט איר הורװיטש געענטפֿערט פֿרײלעך, װי זײַן שטײגער איז ― כאָטש אָט אַזאַ קאַפּעטשקע, װעט איר דעמאָלט ממילא זען, אַז ס'איז אינגאַנצן אַ חוזק שבחוזק אָט די גאַנצע װעלט, מיט אָט דעם גאַנצן הימל, מיט אָט די אַלע גילגולים אַרום און אַרום...“

בעטי איז געװען אַזױ אױפֿגעקאָכט פֿון זײַן לשון, אַז זי האָט אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען פּאַיאַץ און פֿאַרשלעפּטע קרענק און איז אַװעק פֿון אים אומגעזעגנט און איז, פֿאַרשטײט זיך, אַ גאַנצע נאַכט נישט געשלאָפֿן פֿון חרטה, פֿאַר װאָס זי האָט אומזיסט באַלײדיקט אַ מענטשן, אַ געטרײַען, אַן איבערגעגעבענעם מיט לײב און לעבן, און איז געװען גליקלעך, אַז זי האָט אים אױף מאָרגן דערזען מיטן אײגענעם פּנים, װאָס אַלע מאָל, גלײַך װי צװישן זײ װאָלט גאָרנישט פֿאָרגעקומען קײן שום קריג.

― ס'איז ניט גוט טײַערינקע ― האָט ער איר געזאָגט ― ס'איז, הערט זיך אײַן, זײער ניט גוט, אַזױ ניט גוס אַשר לא ניט גוטו אַבֿותינו...“

― איך בעט אײַך, רעדט מיט מיר ניט מיט אָ דעם לשון ― בעט זיך בײַ אים בעטי רחמים, װי מע בעט זיך בײַ אַ גזלן.

― װאָס העלפֿט דאָ, טײַערינקע, דער לשון, אַז מע זעט װי דער אמת גײט צופֿוס, אײַנגעבױגן אין דרײַען, האַרט בײַ די װענט, מיט אַ טאָרבע אױף די פּלײצעס, און דער שקר, הערט זיך אײַן, פֿאָרט רײַטנדיק, דעם קאָפּ אַרױף, פֿײַפֿט און קנאַקט מיט דער בײַטש און טרעט מענטשן אין די גאָסן: ע! סטאָראָניס, רעביאַטאַ сторонись, ребята: חבֿרה, אַװעק!...

דאָך האָט ער זי װי װײַט מעגלעך געטרײסט, געגעבן האָפֿענונג, אַז זײַן שערלאָק האָלמס לעבט נאָך ― און „קױם לעבט דער גױ, הערט זיך אײַן, װעט ער ניט רוען, ביז ער װעט ניט אױפֿדעקן די גאָנצע כּנופֿיא“,,, נאָר װער האָט זיך געקאָנט ריכטן אױף אַזאַ קלאַפּ, אױף אַזאַ אומדערװאַרטן אומגליק, װאָס האָט פּלוצעם געטראָפֿן װי אָ דונער אין אַ שײנעם טאָג ― און דאָס איז געװען די שרעקלעכע ידיעה, װאָס הורװיטש האָט הײַנט געבראַכט צופֿירן פֿון שטאָט: ―

― מע האָט אױפֿגעכאַפּט, הערט זיך אײַן, דעם שערלאָק האָלמס אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו, און מע האָט אים אָפּגעפֿירט װי אַ פּשוטן בשׂר־ודם און אײַנגעפּאַקט אין חד־גדיא אַרײַן. מע װײס נאָך ניט פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים, אַ פּנים, אַז אונדזערע חכמים, הערט זיך אײַן, זענען גערעכט געװען, װאָס זײ האָבן געזאָגט: „על דאַטפֿתּ אַטפֿוך“... דער טײַטש איז אַזױ: „דערפֿאַר, װאָס דו האָסט דערטרונקען, ביסטו דערטרונקען געװאָרן, און דער סוף פֿון דײַנע דערטרענקער ― זײ װעלן דערטרונקען װערן...“ האָט איר צעקײַט?... איצט בלײַבט איבער נאָך אײן זאַך: מע טאָר ניט לאָזן, ס'זאָל אָפּגעקילט װערן און מע באַדאַרף זיך באַנוצן, הערט זיך אײַן, מיט די ידיעות, װאָס מיר האָבן און איבערגעבן דעם גאַנצן מאַטעריאַל צו אַ רעכטן אַדװאָקאַט אין די הענט אַרײַן, לאָז ער דערפֿון מאַכן אַ פֿײַנקוכן. װילט איר ― נעם איך דאָס אױף זיך נאָך הײַנט; איך האָב אַ באַקאַנטן אַדװאָקאַט, ער איז טאַקע אונדזערער אַ פּינסקער, דאָס איז, הערט זיך אײַן, אַן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, אַ מענטש, װאָס קאָן מאַכן פֿון שנײ גאָמלקעס, אַ קאָפּ איז אױף אים פֿון אַ מיניסטער, און אַ מױל ― אַז ער רעדט, פֿאַלן פֿליגן, און חוץ־לזה איז ער נאָך צו די צרות אַן ערלעכער מאַן אױך און װעט ניט פֿאַרקױפֿן אײַך פֿאַר צװײ גילדן...

― איך פֿאָר ― האָט בעטי אַ זאָג געגעבן מיט אַזאַ טאָן, װאָס לאָזט זיך ניט איבערשפּאַרן און אַפֿילו נישט איבערפֿרעגן נאָכאַמאָל ― איך פֿאָר אַהײם. איר זאָלט זײַן בײַ מיר אין שטאָט מאָרגן אין דער פֿרי צװישן נײַן און צען.

― סלושאַיו слушаю: איך הער עס! ― האָט זיך הורװיטש אױסגעצױגן פֿאַר איר, װי אַ סאָלדאַט און גענומען פּאָד קאָזעראָק под козырек: אונטערן דאַשיק און האָט געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק, אַז מע דאַרף װיסן װען װאָס עפּעס פּאַסט און אַז ס'איז שױן בכלל צײַט אַמאָל אַװעקװאַרפֿן די דאָזיקע שטיק פֿון...

― פֿון װאָס?

― פֿון אַ פּאַיאַץ.

דאָס הונדערט־צענטע קאַפּיטל

אַן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן לאַנד

אַז בעטי איז געקומען פֿון דער דאַטשע אַהײם אין שטאָט אַרײַן, האָט אױף איר געװאַרט אַ נײַער סורפּריז: אױפֿגעשטאַנען אױף מאָרגן אין דער פֿרי, האָט זי זיך אָנגעטאָן און אָפּגעװאַרט הורװיטשן, װי מען האָט אָפּגערעדט, צו גײן אינאײנעם צום „אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד“. דערװײַל האָט זי קודם, װי אַלע מאָל, געכאַפּט אַ קוק אין בלאַט אַרײַן און, װי אַלע מאָל, געזוכט מיט די אױגן דאָס, װאָס איר האָט מער פֿון אַלעס אינטערעסירט ― נײַעס װעגן דעם ריטואַל־פּראָצעס ― און װי איבערראַשט איז זי געװען, אַז זי האָט איבערגעלײענט אַ ידיעה, אַז די טעג איז דעם באַשולדיקטן הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש איבערגעגעבן געװאָרן די קאָפּיע פֿונעם באַשולדיקונגס־אַקט, װעלכער פֿאַרנעמט ביז צװײ הונדערט זײַטן און אַז דער טאָג פֿונעם מישפּט איז באַשטימט אױפֿן נײַן־און־צװאַנציקסטן, און נאָך אַ נײַעס: אַז צװישן די עדות, װאָס די באַשולדיקונג שטעלט אַרױס, װערט אַרױסגערופֿן אױך דער ייִד דוד שאַפּיראָ, בײַ װעמען דער פֿאַרברעכער האָט געהאַלטן קװאַרטיר, זײַנע אַ טאָכטער און אַ מינדעריאָריקן זון, װאָס איז געװען אַ חבֿר פֿונעם געהרגעטן װלאַדימיר שטשיגרינסקי...

* * *

בעטי האָט זיך אױפֿגעגעסן אַ לעבעדיקע, למאַי זי האָט פֿאַרבראַכט די בעסטע צײַט אױף דאַטשע. עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, אַז װען זי זאָל זײַן געװען דאָ אױפֿן אָרט, װאָלט אַלצדינג געװען אַנדערש. דורך פֿרעמדע הענט איז גוט פֿײַער צו שאַרן. און װער איז שולדיק, װען נישט די מאַמע, װאָס האָט זיך נאַסיאַדעט אױף איר מיט אָט דעם נימאסן דאָקטאָר: „דאַטשע ― דאַטשע! דאַטשע ― דאַטשע!“ און גלײַך װי די צװײ װאָלטן געװוּסט, אַז זי האָט זײ אױפֿן קאָפּ, קומען זײ אַרײַן בײדע, יעדער מיט זײַנעם: די מאַמע בעט, זי זאָל עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן: אַ לעבערל, אַן אײעלע, אַ גלעזעלע מילך, אָדער אפֿשר גאָר אַ פּרעזשעניצע? און דער דאָקטאָר איז אַרײַנגעקומען מער נישט אַ פֿרעג טאָן, װי גײסט אין געזונט, כאָטש ער האָט זי געזען ערשט נעכטן אױף דער נאַכט, נאָך איר צוריקקומען פֿון דער דאַטשע, און בײדע האָבן פֿון איר נישט גוט אָפּגעשניטן. דער מוטער האָט זי אָפּגעשפּילט אַ פֿרימאָרגן, זי זאָל זי לאָזן צו רו מיט אירע לעבערלעך, אײעלעך און פּרעזשעניצעס. זי איז נישט קײן גאַנדז, װאָס מע דאַרף זי שטאָפּן זי זאָל זײַן פֿעט. אױסגעטרונקען אַ גלעזל קאַװע אין דער פֿרי ― גענוג. און מיטן דאָקטאָר האָט זי זיך אױך אָפּגערעכנט, נאָר אַ ביסל אײדעלער. ער האָט דערזען בײַ איר אין די הענט דאָס בלאַט און געשטױסן זיך, אַז זי װײסט שױן אַװדאי פֿון הײַנטיקן נײַעס, איז אים געפֿעלן דװקא איצט זיך אָננעמען מיט האַרץ און איר זאָגן מוסר און דװקא גאַנץ רויִק, װי אַ זײַטיקער מענטש, װאָס האָט נישט קײן שום זײַטיקע חשבונות, אָדער קלײַבט זיך שױן לאַנג איר אױפֿקלערן, אַז זי טוט נישט גוט, װאָס זי איז מפֿקיר איר געזונט צוליב אַ מענטשן, װעלכער...

― צוליב אַ מענטשן? ― האָט אים בעטי איבערגעריסן און געװאָרפֿן אױף אים אַ קוק פֿול מיט צאָרן און מיט האַס, כאָטש זי האָט זיך געפֿלײַסט, עס זאָל אױסקומען מיט אַ שמײכל ― צוליב אַ מענטשן, זאָגט איר? צוליב אײן מענטשן? איר מײנט אַ פּנים, אַז נאָר אים אַלײן זעצט מען אַװעק אױפֿן בענקל? איר האָט פֿאַרגעסן, אַז אינאײנעם מיט אים מישפּט מען מיך און אײַך און אונדז אַלע! איר האָט פֿאַרגעסן, אַז...

בעטי האָט נישט געענדיקט, װײַל אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט די טיר און ס'איז אַרײַנגעקומען דער, װעמען זי האָט אָפּגעװאַרט, בעני הורװיטש פֿון פּינסק, אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, װי תּמיד און באַלד נאָכן ערשטן גוט־מאָרגן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָן בעטין, צי זי װײסט שױן פֿון דער בשׂורה־טובֿה, און גאָר נישט קוקנדיק אַפֿילו אױפֿן דאָקטאָר, האָט ער גענומען אַרומשפּאַנען מיט זײַנע גרױסע פֿיס הין און צוריק און שיטן מיט װערטער אױף זײַן בלומענשפּראַך. „שענער פֿון אַלץ, הערט זיך אײַן, איז אים געפֿעלן דאָס, װאָס מע רופֿט אַרױס פֿאַר עדות זײ, דעם פֿאָטער מיט די קינדער! און װער, דװקא די פּראָקוראַטור!“

געזען, אַז ער איז דאָ אַן איבעריקער האָט דער דאָקטאָר געכאַפּט דאָס היטל און איז מיט אַ טרוקענעם „אַדיע!“ אַװעק, זיך געגעבן דאָס װאָרט, אַז אַן עק, דאָס איז זײַן לעצטער װיזיט אַהער... ביז װאַנען איז דער שיעור זיך לאָזן טרעטן מיט די פֿיס פֿון עפּעס אַ מײדל מיט אַ שײן פּנימל, װאָס טאַנצן אַרום איר בחורים, פֿון דער װעלט בחורים!...

דעם דאָקטאָרס אַנטלױפֿן האָט, אַ פּנים, נישט געמאַכט אױף די יונגעלײַט קײן שום רושם. זײער קאָפּ איז געװען פֿאַרנומען מיט עפּעס אַנדערש. הורװיטש האָט נישט אױפֿגעהערט אַרומצושפּאַנען און שיטן מיט רעד:

― פֿאַרפֿאַלן, הערט זיך אײַן, די קו מיטן שטריקל, אַרױסגעװאָרפֿן די גאַנצע אַרבעט! פּאַסקודנע װאָס קאָן שױן גאָר פּאַסקודנער נישט זײַן! נאָר פֿונדעסטװעגן אונטערגעבן זיך ― דאָס פֿע! אַ ייִד, הערט זיך אײַן, דאַרף טאָן אַלצדינג און גאָט דאַרף טאָן פֿאַרקערט. אַ ייִד טראַכט, און גאָט לאַכט...

אַזױ האָט איר אױסגערעדט דאָס האַרץ בעני הורװיטש פֿון פּינסק, װעלכער האָט נאָך קײנמאָל, אין די סאַמע ערגסטע מינוטן פֿון זײַן לעבן, נישט פֿאַרלױרן קײן מוט, און נאָך גײענדיק אַהער, איז בײַ אים פֿאַרטיק געװאָרן אַ פּלאַן, אַז װי באַלד מען װײסט שױן װען דער מישפּט איז, און דער באַשולדיקטער מוז דאָך האָבן אַן אַדװאָקאַט, על־כּן, רעכנט ער, זיך דורכגײן און טאַקע באַלד צו זײַן באַקאַנטן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, װאָס קאָן מאַכן פֿון אַן אײ גאָמלקעס, װאָס האָט אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער און װאָס אַז ער רעדט, פֿאַלן פֿליגן.

― ממה־נפֿשך, אַז מען פֿאָרט, זאָל מען פֿאָרן!

― איך גײ מיט! ― האָט בעטי געזאָגט באַשטימט און מיט אַ טאָן פֿון אַ קעניגין, װי איר שטײגער איז און װעלכעס פּאַסט זיך טאַקע זײער צו איר באמת מאַיעסטעטישע פֿיגור און גיט איר צו אַ באַזונדערן חן. דערהערט דאָס די מוטער, קומט זי אַרײַן אַ דערשראָקענע:

― װוּהין איז?

― הערט זיך אײַן, מומעניו, עלי־ועל־צװאָרי, זי גײט מיט בעני הורװיטשן פֿון פּינסק, מיט מיר גײט זי!

און בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט זיך דערלאַנגט אַ זעץ מיט דער האַנט איבערן האַרצן און אַרײַנגעקוקט שׂרהן אין די אױגן אַרײַן מיט אַזאַ פֿרײלעכן און גליקלעכן קוק, גלײַך װי ער װאָלט געגאַנגען פֿון דאַנען מיט בעטין נישט צום אַדװאָקאַט, נאָר צו דער חופּה... אַז שׂרה שאַפּיראָ האָט זײ אַרױסבאַגלײט און פֿאַרמאַכט נאָך זײ די טיר, האָט זי זיך פֿאַרטראַכט: „נאַט אײַך אַזאַ מין אָנשיקעניש! דער דאָקטאָר איז אַנטלאָפֿן װי פֿון אַ שׂריפֿה... דער דאָזיקער פּינסקער שלימזל פֿליט מיט איר אַרום פֿון שמונין צו בונין ― הלװאַי עס זאָל זיך כאָטש ענדיקן מיט גוטן!“ לאָזט זי אױס נעבעך מיט זײער אַ טיפֿן זיפֿץ און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער ביז אײנעם.

* * *

אױב אַ מיניסטערשער קאָפּ באַדאַרף זײַן גרױס װי אַ באַר! און גלאַט װי אַ לאָקשנברעט, אָן אַ שום סימן פֿון געװוּקס, װאָלט אָט דעם אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, װען ער זאָל נאָר נישט האָבן דעם אײן־און־אײנציקן חסרון, װאָס ער איז אַ ייִד און פֿון פּינסק, אָנגעשטאַנען צו זײַן נישט נאָר אַ מיניסטער, נאָר אַ מיניסטער־שבמיניסטער. דער קאָפּ זײַנער האָט אױסגעװיזן נאָך מער גרױס, װײַל אַלײן איז ער אַ טרוקענער, אַ דאַרער, אַ בולאַנער בלאָנדין. און פֿיס האָט ער לאַנגע און דינע ― אַ קאָמישע פֿיגור, נאָר כאָטש די דאָזיקע פֿיגור איז אַ קאָמישע, פֿונדעסטװעגן האָט אױף בעטין דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד געמאַכט אַ געװאַלדיקן אײַנדרוק, אפֿשר דערפֿאַר, װײַל הורװיטש האָט אים אַזױ אָפּגעלױבט, און אפֿשר דערפֿאַר, װאָס דער אַדװאָקאַט האָט געהאַלטן, אַז דער גאַנצער עסק אין נישט װערט קײן פּאַפּיראָס. צי ער קאָן מאַכן פֿון שנײ גאָמלקעס, װי הורװיטש פֿאַרזיכערט, װײסט זי נישט. נאָר אַז ער קאָן רעדן ― דאָס האָט זי אַרױסגעזען פֿון זײער ערשטן װיזיט צו אים, װאָרעם אין דער גאַנצער צײַט, װאָס זײ האָבן בײַ אים פֿאַרבראַכט, האָט פֿון זײ אַלע דרײַ גערעדט כּמעט נאָר ער אײנער, אױסגעהערט האָט ער פֿון הורװיטשן דעם קיצור־המעשׂה װעגן דער מפּלה מיט זײער שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן, דװקא מיט קאָפּ און מיט צוגעמאַכטע אױגן, און אַז יענער האָט געענדיקט, האָט ער זיך װי אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, גענומען רױכערן אַ פּאַפּיראָס נאָך אַ פּאַפּיראָס, און נישט רױכערן, נאָר קײַען מיט די צײן און מיט די ליפּן און שאָקלען בעת־מעשׂה מיט אַן איבערגעלײגטן פֿוס איבער אַ פֿוס, האָט ער אָנגעהױבן צו רעדן ― און פֿון דער מינוט אָן איז ער שױן געװען דער אײנציקער רעדנער ביזן סוף. ער האָט געמאַכט צו נישט די גאַנצע טירחה זײערע מיט זײער נאַט פּינקערטאָן מיט זײַן גאַנצער אַרבעט און האָט זײ פֿונאַנדערגעװיקלט אַ גאַנצע טעאָריע, אַז לױט זײַן סיסטעם, זענען פֿאַראַן צװײ װעגן. אײן װעג, אױפֿצוּװײַזן, אַז דער באַשולדיקטער איז נישט דער שולדיקער, און דער צװײטער װעג ― אױסצודעקן די אמתע שולדיקע. אים אַלײן אינטערעסירט דער צװײטער װעג לחלוטין נישט, זוכן פֿאַרברעכער לאָזן יענע, װאָס זענען מחויבֿ, ― זײ באַקומען דערפֿאַר געצאָלט. ― מיר דאַרפֿן נאָך אַמאָל און נאָך צען מאָל און נאָך הונדערט מאָל אױפֿװײַזן, אַז קײן ריטואַל־פֿאַרברעכן איז בײַ אונדז נישטאָ, און אױב מענטשן זענען נאָך אַזױ פֿאַרפֿירט און אַזױ אײַנגעבילדעט און לאָזן זיך היפּנאָטיזירן פֿון אַנדערע, אָדער זײ גלױבן אַלײן אין אַזאַ װילדער נאַרישקײט אַזױ שטאַרק, אַז מע מוז זײ נאָך ברענגען באַװײַזן און אַרײַנשלאָגן זײ אין קאָפּ אַרײַן, אַז צװײ מאָל צװײ אין פֿיר און נישט קײן געזױערטע אוגערקע, איז אונדזער חובֿ דאָס צו טאָן, דאָס צו באַװײַזן, ― און דאָס איז אַזױ גרינג צו באַװײַזן, װי ס'איז גרינג אָט־דאָס־אָ.

דערבײַ האָט ער אַרױסגעכאַפּט פֿון מױל דאָס שטיקן פּאַפּיראָס, װאָס איז געבליבן נישט אױסגערױכערט, אָדער, בעסער געזאָגט, נישט אױפֿגעגעסן, און גענומען זיך תּוך־כּדי־דיבור צו אַ נײַ פּאַפּיראָסל. דעם דאָזיקן מאָמענט האָט אױסגענוצט הורװיטש און אַ זאָג געגעבן אים, אַז איצט איז שױן במילא מער נישט געבליבן װי דער אײנציקער װעג און צוליב דעם טאַקע זענען זײ דאָס אײגנטלעך געקומען צו אים בעטן, אַז...

― אַז איך זאָל זײַן פֿאַר אים דער מליץ־יושר? ― כאַפּט אונטער דער אַדװאָקאַט, שױן קײַענדיק דאָס נײַע פּאַפּיראָסל ― שױן שפּעט, מײַן ליבער פֿרײַנד, שפּעט זענט איר געקומען.

בײַ בעטין האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן פֿון די דאָזיקע װערטער: װאָס הײסט, שפּעט?“... צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז פֿאַרשפּעטיקט האָבן זײ דערמיט, װאָס ער איז שױן סײַ־װי־סײַ באַשטימט אַלס אַדװאָקאַט פֿאַרן דאָזיקן „פֿאַרברעכער“, נאָך פֿון װײס איך װען אָן, אָהאָ־האָ!

בעטי האָט אַ ביסל אָפּגעלעבט, און דער אַדװאָקאַט האָט גענומען דערצײלן, װי אַזױ דאָס איז געװעזן!

― עס זענען, פֿאַרשטײט איר מיך, אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון אונדזערע „שבֿע־טובֿי־עיר“ אײנע נאָך דער אַנדערער עטלעכע אַסיפֿות, און, װי עס פֿירט זיך בײַ אונדז, זענען אַרױסגעזאָגט געװאָרן אָן אַ שיעור דעות און בױך־סבֿרות. אַ סך האָבן געדרונגען אַז מע זאָל אױסשרײַבן פֿון דער רעזידענץ־שטאָט דעם באַרימטן סאָלאָװײ... דעם גרעסטן פֿון אַלע קנאַקערס. האָב איך זײ געזאָגט, זאָג איך, אַז אױסשרײַבן קאַנט איר אײַך, קינדערלעך, װעמען איר װילט, זאָג איך, אַפֿילו בלעם־הצדיק פֿון יענער װעלט, זאָג איך, נאָר װאָס װעט זײַן, מײַנע ליבע פֿרײַנד, זאָג איך, אַז איך װעל אײַך איבערצײַגן, זאָג איך, אַז דאָ באַדאַרף מען נישט קײן שום קנאַקערס מיט קײן שום סאָלאָװײטשיקעס, און אַז דער באַשולדיקטער װעט געפֿינען װערן פֿאַר אומשולדיק, זאָג איך, אַזױ קלאָר, זאָג איך, װי דער טאָג איז קלאָר?

בעטי שמעלצט זיך פֿאַר תּענוג. איטלעכס װאָרט פֿון דאָזיקן אַדװאָקאַט איז פֿאַר איר אַ תּורה. נישט קײן מענטש רעדט, נאָר אַ נבֿיא פּרעדיקט...

― מײַן סיסטעם ― זאָגט װײַטער דער אַדװאָקאַט גלאַט און קײַלעכיק אָן אַ שום אָפּשטעל, גלײַך װי פֿון אַ בוך ― מײַן סיסטעם איז איבערצײַגן. איך װעל זען איבערצײַגן, אַז דער דאָזיקער דאַנטיסט געהער זיך אַזױ אָן מיט דעם פֿאַרברעכער, אַזױ װי איך געהער זיך אָן מיט דעם, װאָס רױם איז חרובֿ געװאָרן, אָדער װאָס נאַפּאָלעאָן האָט געהאַט די מפּלה אינעם אַכצנהונדערט־צװעלפֿטן יאָר. דאָס איז מײַן סיסטעם. און װאָס ריטואַל אָנבאַטרעפֿט, װעל איך זײ לײענען אַ לעקציע, אַז עס װעט זײ ליכטיק װערן אין די אױגן. זעט איר, אָט דאָס אָ! ― ער האָט געגעבן אַ װײַז מיט דער האַנט אױף אַ גאַנצן פּאַק מיט ביכער, כּתבֿים און פּאַפּירן און גענומען שיטן מיט נעמען און מיט ציטאַטן, לײענען גאַנצע בלעטלעך אױף אױסװײניק, און נישט גלאַט געלײענט, נאָר דעקלאַמירט, מיט געפֿיל און מיט האַרץ, און אַזױ גלאַט און אַזױ זיס ― אַך! בעטין װאָלט נישט נימאס געװאָרן, ער זאָל נאָך רעדן און רעדן און רעדן. נאָר, אַן עבֿירה ― ער האָט זיך פּלוצעם געגעבן אַ כאַפּ אױף, אױסגעשפּיגן דאָס איבעריקע שטיקל פּאַפּיראָסל פֿון מױל, אױסגעצױגן זיך אױף די לאַנגע דינע פֿיס, געכאַפּט אַ קוק אױפֿן זײגער און געבעטן, זײ זאָלן אים מוחל זײַן ― ער דאַרף זיך גײן איבערטאָן פֿאָרן אין טורמע אַרײַן טאַקע צו אָט דעם דאָזיקן ראַבינאָװיטשן.

― װי באַלד אַזױ ― זאָגט צו אים הורװיטש אױף ייִדיש ― זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה, מיטן רעכטן פֿוס, איר זאָלט זײַן דער גוטער שליח. און לאָזט אים געריסן, הערט זיך אײַן, פֿון מיר און פֿון אָט דער מײדל... שאַפּיראָ איז איר נאָמען.

― שאַפּיראָ? ― האָט זיך דער אַדװאָקאַט אומגעדרײט מיטן פּנים צו בעטין, אױסגעצױגן איר אַ דינע לאַנגע קאַלטע האַנט מיט דינע לאַנגע קאַלטע פֿינגער און אײַנגעקוקט זיך מיט פֿאַרגעניגן אין איר שײן ליכטיק פּנים, גלײַך, װי ער האָט זי נאָר װאָס באַמערקט.

― שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון... „פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס“, האָט הורװיטש געװאָלט זאָגן, װי דוד שאַפּיראָ זאָגט, נאָר באַגעגנט בעטיס קוק, האָט ער געכאַפּט אַ שװײַג, און דער אַדװאָקאַט האָט שױן אַלײן געענדיקט פֿאַר זײַן בן־עיר, פֿאַר הורװיטשן:

― בקיצור, דאָס מײדל, װילט איר מיר זאָגן, מסתּמא, איז אײַערע אַ כּלה? קומט אײַך אַ מזל־טובֿ מיט אַ בראַװאָ אינאײנעם... איר האָט אַ גוטן גוסט...

הורװיטש האָט זיך הילכיק צעלאַכט און איבערגעקוקט זיך מיט בעטין, און בעטי האָט זיך אָנגעצונדן װי אַ שטרױענער דאַך... אין דער מינוט האָט זי אױסגעזען אַזױ געטלעך שײן, מיט אַזױ פֿיל חן אַז בײדע מאַנסבילן האָבן זיך אױף איר פֿאַרקוקט. דער אַדװאָקאַט, װאָס איז אַלײן געװען אַ בחור, האָט מקנא געװען זײַן בן־עיר, דעם בחור הורװיטש: „װוּ האָט ער אױסגעזוכט אַזאַ־נ־אתרוגל?...“ נאָר הורװיטש האָט אים גיך באַרויִקט. ער האָט זיך אָנגערופֿן צו אים אױף ייִדיש, געװײנטלעך:

― אַ כּלה איז זי טאַקע, הערט זיך אײַן, נאָר לײַדער נישט מײַנע, אַן אַנדערנס, און דװקא...

― אַך, לאָזט צו רו! ― שלאָגט אים איבער בעטי אױף רוסיש און פֿרעגט זיך נאָך בײַם אַדװאָקאַט, אױב עס איז שױן מעגלעך אַצינד זיך זען מיט...

― מיטן „פֿאַרברעכער“? געװיס! איצט איז שױן אַלעס מעגלעך, ער אַלײן באַדאַרף מעלדן, מיט װעמען ער װיל זיך זען. און איר פֿון אײַער זײַט, באַדאַרפֿט אײַנגעבן צום פּראָקוראָר... קומט אַרײַן צו מיר הײַנט אַרום דרײַ־פֿיר. איך װעל אײַך אַלעס באַזאָרגן. איר װעט נאָך מאָרגן קאָנען זען זיך.

נישט שפּעטער װי אין אַ שעה אַרום, איז שױן דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד געזעסן אױג אױף אױג מיטן באַשולדיקטן און נישט געקאָנט זיך זאַט אָנקוקן אין דעם דאָזיקן יונגען מאַן, װאָס האָט אױסגעזען פֿריש און מונטער, גאָר נישט װי אַן אַרעסטאַנט, נאָר דאָס, װאָס ער איז געװען מגושמדיק באַװאַקסן (די גאַנצע צײַט, װאָס ער זיצט, האָט ער זיך נישט געגאָלט און נישט געשאָרן), און געהאַלטן האָט ער זיך עפּעס אַזױ גלײַך און פֿעסט און שטאָלצעדיק, גאָר נישט די ייִדישע דערשלאָגנקײט מיט דער ייִדישער דורכזיכטיקײט, װאָס קוקט אױף אײַך פֿון די אױגן אַרױס און װיל לײענען װאָס בײַ אײַך אין האַרצן טוט זיך: „הלנו אַתּה אם לצרינו?“... דער אַדװאָקאַט האָט נאָך כּמעט קײנמאָל נישט געזען אַ ייִדן מיט אַזאַ ברוסט און מיט אַזעלכע בײנער ― „אַ יונגאַטש אַ חריפֿות, אַ תּענוג צו קוקן!...“

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט נאָך, אמת, טאַקע קײנמאָל אַזױ גוט נישט אױסגעזען, װי איצט, װאָרעם ער האָט נאָך קײנמאָל נישט געפֿילט זיך אַזױ גליקלעך װי איצט: אױסערדעם, װאָס אָט־אָט גײט ער אַרױס פֿון דאַנען אױף דער פֿרײַער װעלט (אין דעם איז קײן שום ספֿק נישט!), אױסערדעם, װאָס דורך אים װעט די גאַנצע װעלט זיך איבערצײַגן, אַז די שרעקלעכע לעגענדע פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם „ריטואַל“ איז מער נישט אַז אַ חלום, און װאָס צוליב אים װעט אַ גאַנץ פֿאָלק סוף־כּל־סוף אױפֿגעריכט װערן פֿון אַזאַ באַלײדיקונג ― אױסערדעם אַלעם איז ער ערשט פֿונעם אַקט געװױרע געװאָרן אַז בעטי לעבט און איז געזונט, קױם איז זי געשטעלט צום מישפּט פֿאַר אַן עדות! און ועל־כּולם, הײַנט, נאָכדעם, װי דער דאָזיקער אַדװאָקאַט (װאָס פֿאַר אַ ליבער טײַערער מענטש דאָס איז!) האָט אים אָפּגעגעבן אַזאַ ליבער גרוס פֿון איר און זאָגט אים נאָך צו, אַז ער נעמט זיך באַזאָרגן אַ ראַנדעװוּ פֿאַר זײ ― אָ! ער זאָל זיך נישט שעמען, װאָלט ער אים אַרומגעכאַפּט קושן, און סך־הכּל מיט אײן האַלבע שעה פֿריִער, אַז דער אַדװאָקאַט איז אַרײַנגעקומען און פֿאָרגעשטעלט זיך, צוליב װאָס ער איז געקומען, האָט אים ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ אױפֿגענומען עפּעס נישט אַזױ פֿױגלדיק. ער האָט אים געזאָגט, אַז ער דאַנקט, ער דאַרף נישט קײן אַדװאָקאַט ― ער האָט אַלײן אַ צונג. פֿאַרשטײט זיך, אַז „דאָס, װאָס ער האָט געזאָגט, האָט ער געזאָגט אַ נאַרישקײט, אַ גרױס נאַרישקײט, אַ באַשולדיקטער, ער מעג זײַן דער גרעסטער רעדנער, ער מעג קאָנען רעדן װי ציצעראָ אַלײן, מוז האָבן אױפֿן מישפּט אַן אַדװאָקאַט, אַ פֿאַרטײדיקער“.

― איר מוזט מיר מוחל זײַן, טױזנט מאָל מוחל זײַן, איך האָב מיך געהיצט, איר זענט מײַן אַדװאָקאַט, איר, נישט קײן אַנדערער.

― בעסער דער ערשטער רוגז ― רופֿט זיך אָן דער אַדװאָקאַט שױן אױף ייִדיש און דער באַשולדיקטער פֿרעגט אים: „װאָס הײסט דאָס אײגנטלעך?

― אַך, איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זענט אַ האַלבער ייִד ― פֿאַרכאַפּט זיך דער אַדװאָקאַט, און זײער געשפּרעך װערט װאָס װײַטער, װײַטער אַלץ מער אינטים, און אַז עס קומט צום געזעגענען זיך, פֿילן זיך בײדע גלײַך װי זײ װאָלטן געװען גוטע פֿרײַנד שױן פֿון װײס איך װען אָן.

דאָס הונדערט עלפֿטע קאַפּיטל

איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ

די זומערדיקע רעזידענץ פֿון די פּאָפּאָװס, דאָס שײנע פֿרײלעכע בלאַגאָסװיעטלאָװאָ благосветлово: געבענטשט, איז דעם זומער געװען נישט דאָס, װאָס אַלע יאָר. פֿון זינט דער הױף איז אַריבערגעפֿאָרן אַהער פֿון שטאָט, האָט מען דאָ כּמעט נישט אָנגעקוקט נאָך קײן פֿרעמדן מענטשן. קײנער איז אַהער נישט געקומען צו גאַסט. און װער ס'איז געקומען איז ער אַװעקגעפֿאָרן צוריק נישט אױפֿגענומענערהײט, און װעמען ס'איז געװען זײער נױטיק, האָט אים אױפֿגענומען דער אופּראַװליאַיושטשי управляющий: סטראָזש. איװאַן איװאַנאָװיטש איז זעלטן אַרױסגעפֿאָרן אױף עטלעכע טעג, און געקומען צוריק ― זיך פֿאַרשלאָסן בײַ זיך און אַפֿילו אױפֿן פֿעלד נישט אַרױסגעפֿאָרן. אַלע אינדערפֿרי האָט אים אױפֿגענומען דער אופּראַװליאַיושטשי מיט אַ דאָקלאַד доклад: באַריכט און שטײענדיק אױף די פֿיס איבערגעבן אַלץ, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן אינעם פֿאַרגאַנגענעם טאָג, און אַז ער איז געגאַנגען צוריק, האָט ער זיך געפֿילט אַ סך בעסער, װי אײדער אַהינצו גײענדיק ― אַזױ שװער איז געװען אױסצושטײן די עטלעכע מינוט פֿאַרן שװערן איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס איז געװאָרן נאָך שװערער זינט עס האָט זיך אױסגעגאָסן אױף אים גאָטס שטראָף, װעלכע אַלע האָבן געװוּסט, נאָר קײנער האָט נישט געטאָרט אױסרעדן װעגן דעם אַ הױך װאָרט.

אין װאָס איז באַשטאַנען די דאָזיקע גאָטס שטראָף ― װעגן דעם, זענען געװען אין הױף פֿאַרשידענע מײנונגען. שטילערהײט האָט מע איבערגעגעבן אײנער דעם אַנדערן אַלעמאָל אַן אַנדער נײַס װעגן דעם פֿאַרפֿאַלענעם פּאַניטש. אײנע האָבן געזאָגט, אַז ער זיצט און מע דאַרף אים מישפּטן. אַנדערע האָבן געדרונגען, אַז ער איז שױן אָפּגעמישפּט און פֿאַרשיקט געװאָרן אַהין, װוּ דער װײַסער פֿעפֿער װאַקסט. נאָך אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז אַ סך ערגער װי פֿאַרשיקט, און דערבײַ זיך איבערגעצלמט, אַ באַװײַז האָבן זײ געהאַט די „באַרישניע“, אָדער די „פֿאַרשלאָסענע“, װי דער הױף האָט איר אַ נאָמען געגעבן. אױף איר האָבן זײ געהאַט נאָך מער רחמנות, װי אױפֿן „באַרין“, די דינסטן, װאָס װײסן אומעטום, אין יעדן הױז, װאָס עס טוט זיך אַלצדינג, און אָפֿטמאָל אַ סך מער װי אַלצדינג, האָבן דערצײלט, אַז זײ האָבן אַלײן געזען מיט זײערע אײגענע אױגן, װי די באַרישניע איז געשטאַנען אױף די קניה און געדאַװענט פֿאַרן געשטאָרבענעם פּאַניטש... אַנדערע האָבן דערצײלט, אַז זײ האָבן אַלײן געהערט, װי דער באַרין האָט זיך געקריגט מיט דער באַרישניע, אַז זי איז שולדיק אין איר ברודערס אומגליק, װאָרעם זי האָט געװוּסט, אַז ער גײט אין שלעכטן װעג און האָט פֿאַרלײקנט פֿונעם פֿאָטער און אײַנגעשטעלט זיך אַלעמאָל פֿאַרן ברודער... אײנער אַ לאַקײ, אַ שײנער יונג אין אַ פֿראַק, אַ גאַנצער פּריץ, האָט, שטײענדיק אין קיך פֿאַרן שפּיגל, מיט האַלבע װערטער דערצײלט גאָר אַ װילדע זאַך, אַז ער איז אָנגעקומען אַקוראַט דעמאָלט, װען דער באַרין האָט נאָר־װאָס אױפֿגעהױבן די האַנט אױף דער באַרישניע... נאָר דער דאָזיקער ליגן האָט באַגעגנט אַזאַ פּראָטעסט פֿון אַלע זײַטן און ס'איז געװאָרן צװישן די דינסטן אַזאַ מהומה, אַז װען דער דאָזיקער פּאַרשױן מיטן פֿראַק ציט נישט צוריק זײַנע װערטער, נעמט מען אים צו פֿון דעם קוטשערס געבענטשטע ידים אַ צעבײַלטן ― ער זאָל זיך ניט דערװעגן מער אױסטראַכטן אַזעלכע נאַרישע שקרים.

אין די דאָזיקע אַלע רײד, װאָס זענען געװען, געװײנלעך, שטאַרק אַריבערגעכאַפּט די מאָס, איז דאָך געװען אַ קלײנער טראָפּן אמת. איװאַן איװאַנאָװיטש האָט טאַקע געהאַט שטענדיק טענות צו דער טאָכטער, אַז צװישן איר מיטן ברודער זענען פֿאַראַן סודות, און אַז זי װײסט מסתּמא זײער גוט דעם שׂכל, פֿאַרװאָס גרישאַ הײסט, מע זאָל אים שרײַבן בריװ „פּאָסט־רעסטאַנטאָ“, און אַז זי װײס גאָר אָן אַ שם ספֿק דעם טעם, פֿאַרװאָס גרישאַ איז נישט געקומען אױף פּסח אַהײם ― זי װײס אַלצדינג, זי װעט אים ניט אײַנרעדן. זײַן זון איז אַװעק מיטן שטראָם ― ער איז זיכער אין דעם, װי ער איז זיכער אין דעם, אַז מע רופֿט אים איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אַז זײַן זון האָט זיך אַװעקגעלאָזט אין אַ געפֿערלעכן װעג, און ניט הײַנט ― איז מאָרגן, װעט מען דערהערן די גוטע בשׂורה, אַז ער איז אַרעסטירט, אױב נישט ערגער נאָך... און װער איז שולדיק אין דעם, װען נישט ער, איװאַן איװאַנאָװיטש אַלײן, מיט זײַן סיסטעם דערציִען די קינדער אין אַבסאָלוטער פֿרײַהײט? צו װאָס האָט ער באַדאַרפֿט זײ האַלטן אין דער פֿרעמד, דעם זון אין גימנאַזיע אין אײן אָרט, און די טאָכטער אין אינסטיטוט אין אַן אַנדער אָרט? איז זײַן ברודער ניקאָלאַי נישט גערעכט געװען? ער האָט געזאָגט, אַז קינדער באַדאַרפֿן זײַן פֿאַר די אױגן און אַז די קינדער, װאָס װאַקסן אָן פֿאָטער און מוטער, זענען געגליכן צו גראָז, װאָס װאַקסט אָן אַ זון. איװאַן איװאַנאָװיטש איז אָבער געגאַנגען מיט זײַן סיסטעם, אַז אַ הײם אָן אַ מוטער איז קײן הײם ניט. אים איז אָן אַלעמען, זינט ער איז אַן אַלמן, נימאס די הײם, ער האָט זיך קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען. קײן זאַך איז אים נישט געװען ליב. נישט געזוכט צו שטײַגן אין זײַן קאַריערע, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ גלענצענד, אַז צו עטלעכע און דרײַסיק יאָר אין ער שױן געװען גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, און ס'איז געװען אַ צײַט, װען ער האָט געחלומט פֿון אַ מיניסטערשן פּאָרטפֿעל... און דער גלענצענדער, פֿרײלעכער איצטיקער איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס האָט אַזױ ליב געהאַט אַמאָל מרבה־רעים זײַן, אין אַ געזעלשאַפֿט געװען תּמיד דער מיטלפּונקט, האָט ביסלעכװײַז־ביסלעכװײַז אָנגעהױבן אָפּלאָזן זיך, דערװײַטערן פֿון מענטשן, געװאָרן אַ בעל־מרה־שחורה און אַ קאַפּריזנער פּריץ, אַ שטרענגער פֿאָטער צו די קינדער און נאָך מער שטרענגער בעל־הבית צו זײַנע מענטשן, אַזױ, אַז זײַנע אײגענע ברידער האָבן אים נישט דערקענט מער און נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס מיט אים טוט זיך. די אײנציקע תּאװה, װאָס אים איז פֿאַרבליבן און דאָס אײנציקע פֿאַרגעניגן, װאָס ער האָט זיך נאָך פֿאַרגונען, איז געװען דאָס שיסן. „אָכאָטע“ ― דאָס איז געװען זײַן לעבן. נאָר הײַנטיקן זומער איז ער שױן אױף דער „אָכאָטע“ אױך זײער זעלטן אַרױסגעפֿאָרן. ער איז מערסטנטײלס געזעסן אין דער הײם, בחדרי־חדרים, געלײענט און גערױכערט, גערױכערט און געלײענט, און נאָר צום טיש באַװײַזן זיך אַ פֿינצטערער װי די נאַכט, קאַלט זיך באַגריסט מיט דער טאָכטער, זעלטן זיך איבערגעװאָרפֿן מיט איר אַ צװײ־דרײַ װערטער און קײנמאָל נישט, קײן אײנציק װאָרט מער װעגן דעם זון, גלײַך װי ער װאָלט שױן לאַנג־לאַנג אױף דער װעלט נישט געװען.

דאָס לעצטע מאָל, װאָס איז דערמאָנט געװאָרן דער נאָמען גרישאַ, איז געװען ערשט נעכטן, װען װיעראַ איז צוריקגעקומען פֿון דער רוסישער צענטראַל־שטאָט און געבראַכט צופֿירן מאָדנע ידיעות װעגן ברודער: אַז, ערשטנס, אין אוניװערסיטעט האָט ער געלערנט אױסגעצײכנט גוט, אױפֿגעפֿירט זיך שטיל און פֿײַן, װאָס מע דאַרף גאָרנישט בעסער, און, צװײטנס, אַז ער איז געװען אױף קאָנדיציע אין זײער אַן אָנשטענדיק הױז מיטן נאָמען באַרדאָ־בראַדאָװסקי, װעלכע קאָנען זיך פֿון אים ניט זאַט אָפּלױבן, און, דריטנס, האָבן די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס דערצײלט, אַז פֿאַרן אַװעקפֿאָר האָט ער באַקומען אַ דעפּעש און איז געװען שרעקלעך צעטראָגן און געזאָגט, אַז ער פֿאָרט אַהײם...

― דאָס איז אַלעס?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט דורכגענומען די טאָכטער מיט די אױגן. װיעראַ האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿאָטער גלױבט איר ניט, אַז דאָס, װאָס זי דערצײלט זאָל זײַן דער גאַנצער אמת, מסתּמא װײסט זי װעגן ברודער נאָך עפּעס אַזעלכעס, װאָס זי באַהאַלט פֿון אים, האָט מורא אױסצוזאָגן אינגאַנצן, ― האָט זי זיך גענומען אים איבערצײַגן, שװערן בײַם הײליקן אָנדענקען פֿון דער געשטאָרבענער מוטער, אַז... נאָר דאָס האָט דעם צעבײזערטן אױפֿגערעגטן איװאַן איװאַנאָװיטשן ניט באַרויִקט. אַדרבא, ער איז געװאָרן נאָך מער אױפֿגעטראָגן, למאַי די טאָכטער באַרירט דעם אָנדענקען פֿון איר געשטאָרבענער מוטער, װעלכער איז אים אפֿשר אַזױ טײַער װי איר, ― און ער בלײַבט איבער בײַ זײַנעם, אַז ס'איז נישט אמת, אַז דאָ מוז זײַן עפּעס אַן אַנדער זאַך! ס'איז נישט גלאַט, עס לײגט זיך ניט אױפֿן מוח: װאָס פֿאַר קאָנדיציעס? װי קומט צו זײַן זון קאָנדיציעס! ס'איז אַן אױסרײד, אַן אָנשטעל, אַן אינטריגע, אַן אַװאַנטורע. אַלע האָבן זיך װי אָנגערעדט קעגן אים, אַלע, ― זײַנע אײגענע קינדער, זײַן פֿלײש און בלוט... און איװאַן איװאַנאָװיטש שטײט אױף, טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר, גײט אַװעק צו זיך, פֿאַרשליסט זיך ― און קײן װאָרט נישט מער װעגן זון. נישטאָ קײן זון. געשטאָרבן.

* * *

אין אַזאַ צײַט באַדאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה: דער אופּראַװליאַיושטשי קומט צו אים מיט אַ דאָקלאַד ― עפּעס אַ יונגער מענטש, אַ סטודענט, איז געקומען צו פֿאָרן און בעט זײער, מע זאָל אים אױפֿנעמען צוליב זײער אַ װיכטיקן ענין (פּאָ אָטשען װאַזשנאָמו דיעלו). איװאַן איװאַנאָװיטש האָט געגעבן אױף אים אַזאַ קוק, אַז דעם אופּראַװליאַיושטשי איז פֿאַרקילט געװאָרן אינװײניק. ער האָט געדענקט גאַנץ גוט דעם באַפֿעל, אַז מע נעמט נישט אױף קײנעם אָן אַ שום אױסנאַם. דער סטודענט זאָגט אָבער, אַז די זאַך, װאָס ער האָט צו איבערגעבן, איז נוגע איװאַן איװאַנאָװיטשן מער װי אים אַלײן און אַז ער מוז זיך זען מיט אים, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, און װאָס גיכער,:

― װי זעט ער אױס?

― װי אַ אַרמיאַנין, אַ גרוזין, אָדער אַ ייִד.

― זײַן נאָמען?

― ער זאָגט ניט.

― װאָןןן!!!

דעם „װאָן“ האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַזױ שאַרף אַרױסגערעדט, אַז די פֿענצטער האָבן געקלונגען. און דער אופּראַװליאַיושטשי האָט זיך האַלב אַ טױטער געלאָזט צו דער טיר. האָט אים איװאַן איװאַנאָװיטש אומגעקערט צוריק:

― אױף אַ פּאַפּיר זאָל ער אױפֿגעבן, װאָס ער דאַרף!

אין עטלעכע מינוט אַרום איז איװאַן איװאַנאָװיטשן אױפֿגעגעבן געװאָרן אין אַ פֿאַרחתמעטן קאָנװערט אַ קלײן צעטעלע מיט דרײַ װערטער: „פּאָ דיעלו סינאַ“ по делу сына: װעגן אײַער זון ― און ער איז אױפֿגעציטערט געװאָרן.

„אַ גרוזין אָדער אַ ייִד“. אַװדאי אַ חבֿר ― אַ רעװאָלוציאָנער, אפֿשר אַן אַנאַרכיסט... געקומען אינטריגירן, אױספּרעסן געלט... מע דאַרף זײַן געהיט, נעמען מיטלען... אַ גרוזין אָדער אַ ייִד... אומעטום אָט די ייִדן!

אַז מע האָט אַרײַנגעפֿירט דעם סטודענט (װאָס איז געװען, װי דער לעזער שטױסט זיך שױן אָן, דער אמתער ראַבינאָװיטש), איז דאָס ערשטע, װאָס ער האָט דערזען, געװען אַ בכּבֿודער בראַונינג Browning: אַ בעלגישער פּיסטױל אױפֿן טיש מיטן שפּײַער גלײַך אַקעגן אים. דערנאָך האָט ער דערזען זײַן חבֿר גרישאַס פֿאָטער, װעלכן ער האָט דערקענט, ערשטנס, נאָכן פּאָרטרעט, װאָס ער האָט ניט אײן מאָל געזען בײַ זײַן חבֿר; און, צװײטנס, ער זאָל אַפֿילו ניט געװען זען, װאָלט ער אױך געזאָגט, אַז דאָס איז גרישאַס פֿאָטער. די זעלבע גוטע, ערלעכע, פֿאַרטרױלעכע אױגן, װאָס זיצן נאָך אַ ביסן טיפֿער װי בײַם זון, די זעלבע שװאַרצע געדיכטע, נאָר עטװאָס פֿאַרזילבערטע, האָר, און די זעלבע ברײטע ברוסט מיט די ברײטע, אַ ביסל אַרױפֿגעצױגענע אַקסלען, אַלע תּנועות און אַפֿילו דאָס אַ מאַך טאָן מיט דער האַנט איבער די האָר און אַ װאָרף מיטן קאָפּ ― גרישאַס כאַראַקטעריסטישע באַװעגונג, און אַפֿילו דאָס הױך און גיך רעדן ― צװײ טראָפּן װאַסער גרישאַ.

― זיצט, װאָס װעט איר זאָגן?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט אים אָנגעװיזן אױף אַ שטול אין אײן עק טיש און אַלײן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אינעם אַנדערן עק, נעענטער צום אָנגעלאָדענעם בראַונינג און דורכגענומען דעם גאַסט מיט די טיף זיצנדיקע אױגן דורך און דורך און געװאַרט, װאָס װעט ער זאָגן? ער איז געװען זיכער, אַז ער װעט אָנהײבן פֿון דעם, אַז ער איז געקומען ראַטעװען זײַן זון פֿון אַן אומגליק... און כּך־הװה. גלײַך װי געטראָפֿן! דער סטודענט האָט זיך פֿריִער אַ ביסל אַרומגעזען, װוּ ער איז אין דער װעלט, דערנאָך איז ער אַריבער גלײַך צום ענין, נאָר בעת־מעשׂה האָט אים דאָס קול אַ ביסל געציטערט.

― איך בין אײַער גרישאַס אַ חבֿר... נאָך פֿון גימנאַזיע. (ער האָט אָנגערופֿן די שטאָט.) אײַער גרישאַ געפֿינט זיך אין אַ צרה... דאָס הײסט, ס'איז פֿאַראַן ערגערע צרות, קײן סכּנה איז דערבײַ נישטאָ פֿאַר אים... נאָר...

― ער זיצט? ― האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַ פֿרעג געטאָן, אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט אַרױף. דאָס איז געװען די הױפּט־זאַך, װאָס ער האָט געװאָלט װיסן. דער סטודענט האָט אים פֿאַרװוּנדערט און מיט אומרויִקײט אַרײַנגעקוקט אין די אױגן.

― איר װײסט שױן, אַז... ער זיצט?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט מיט די טיף־זיצנדיקע אױגן דורכגענומען דעם סטודענט און נישט געענטפֿערט דערױף, נאָר אַ פֿרעג געגעבן גיך, װי זײַן שטײגער אין:

― אַלזאָ, זענט איר געקומען אים ראַטעװען?

ראַבינאָװיטש האָט זיך נאָך מער פֿאַרװוּנדערט און נאָכגעזאָגט צרה און פֿונעם שפּאַס איז געװאָרן אַ בלוטיקער שפּאַס...

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט אַ װאָרף געגעבן מיטן קאָפּ און אַ שאַר די האָר אַרױף און האָט זיך אָנגעשפּאַרט אָן װענטל פֿון זײַן שטול, אָפּגעאָטעמט און גענומען באַטראַכטן מיט זײַנע טיף־זיצנדיקע אױגן דעם גאַסט, װאָס האָט אָנגעהױבן אױסװײַזן אים שױן ניט פֿון אַן אַװאַנטוריסט אַן עקספּראָפּריאַטאָר, נאָר פֿון אַ מאַניאַק, פֿון אַ מענטשן, װאָס איז ניט בײַ אַלע געדאַנקען... דער גאַסט, װײַזט אױס, האָט זיך געשטױסן... ער האָט געזאָגט:

― איך זע, איװאַן איװאַנאָװיטש, אַז איר קוקט מיך אָן װי אַ מענטשן, װאָס רעדט ניט צו דער זאַך... איך מוז אײַך איבערגעבן דעריבער אָט די גאַנצע עפּאָפּעע, די טראַגי־קאָמעדיע, פֿונעם אָנהײב ביזן סוף. ס'איז אַ לאַנגע און אַ קאָמפּליצירטע פֿאַרפּלאָנטערטע געשיכטע, װאָס באַװײַזט, אַז פֿון אַ נאַרישקײט קאָן אַמאָל אַרױסקומען דאָס גרעסטע אומגליק אין דער װעלט... נאָר פֿריִער פֿון אַלץ, מוזט איר מיר ― אַנטשולדיקט װאָס איך דערלױב מיר ― איר מוזט מיר געבן אײַער ערנװאָרט ― דאָס איז בײַ מיר די גרעסטע גאַראַנטיע, װאָרעם איך קען מײַן חבֿר גרישאַ און קען זײַן פֿאָטער, אַז, ערשטנס, דאָס, װאָס איך דערצײל אײַך דאָ, טאָר נישט אַרױס פֿון די דאָזיקע פֿיר װענט, װאָרעם מיט אײן װאָרט, מיט אײן װוּנק קאָנט איר מיך אַרױסגעבן און מע זאָל מיך פּאַקן אױפֿן אָרט ― און דאָס קאָן ברענגען פֿיל שאָדן דעם גאַנצן ענין און אױך אײַער זון, כאָטש, איך חזר איבער נאָכאַמאָל, קײן גרױס געפֿאַר שטײט אײַער זון נישט פֿאָר, װאָרעם אַז מע װעט זיך דערװיסן דעם אמת, װעט מען דאָך אים סוף־כּל־סוף אַרױסלאָזן, דאָס איז אײן מאָל אַװעק...

― דאָס איז אײנס, און צװײטנס? ― פֿרעגט איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס האָט אים שױן רעכט פֿאַרדראָסן דאָס עזות פֿון דעם דאָזיקן ייִדן פֿאָדערן פֿון אים, פֿון איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן, דאָס ערנװאָרט... אַגבֿ האָט ער געװאָלט װיסן װאָס גיכער דעם שפּיץ, נאָר דעם סטודענט האָט זיך אױסגעװיזן, אַז מע גלױבט אים ניט און מע לאַכט פֿון אים, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט. האָט אים איװאַן איװאַנאָװיטש אונטערגעטריבן:

― און צװײטנס?

און צװײטנס האָב איך געװאָלט אײַך בעטן, אַז איר זאָלט זיך דערציִען צו מיר מיט מער צוטרױען, װאָרעם איר זעט פֿאַר זיך אַ מענטשן, װאָס חוץ דעם װאָס ער איז אײַער זונס אַ נאָענטער פֿרײַנד און אַ חבֿר, איז ער אױסן נישט קײן זאַך, נאָר פֿאַרריכטן דעם פֿעלער, דעם נאַרישן פֿעלער, װאָס צװײ חבֿרים זענען באַגאַנגען אין אַ פֿרײלעכער מינוט פֿון אַ פֿרײלעך קערמעשל פֿון אינטימע חבֿרים... איר זענט אַלײן געװען אַמאָל יונג און מסתּמא אױך באַגאַנגען פֿעלערן, געװיס ניט אַזאַ נאַרישן פֿעלער װי מיר, איך און אײַער זון, זענען באַגאַנגען...

אין דער גאַנצער צײַט פֿון זינט זײ האָבן זיך געביטן, האָט דער אמתער ראַבינאָװיטש נאָך קײנמאָל נישט אַרױסגעזען אַזױ דײַטלעך, װי אַצינד, װי װײַט נאַריש ס'איז געװען פֿון זײ בײדן צו פֿאַרפֿירן דעם דאָזיקן געפֿערלעכן שפּאַס. און כאָטש אין דעם איז זײַן חבֿר געװען מער שולדיק אַלס ער, װאָרעם אונטערן גלעזל איז דעמאָלט געװען גרישאַ, ניט ער ― דאָך האָט ער גענומען אַ האַלבע עבֿירה אױף זיך...

פֿון די דאָזיקע װערטער האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַרױסגעזען, אַז ער האָט ניט צו טאָן מיט אַ מאַניאַק, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער נאָך אַלץ ניט, װאָס ער װיל, עס פּאַטױפּעט זיך אים ניט אין מוח: װאָס הײסט זײ האָבן זיך געביטן? װאָס פֿאַר אַ טראַגי־קאָמעדיע? ער האָט זיך ניט געשעמט און אַרױסגעזאָגט זיך בזה־הלשון:

― איך פֿאַרשטײ אײַך זײער װינציק, יונגערמאַן. איך הער נאָר װערטער: „פֿעלער“... „שפּאַס“... „קערמעשל“... טראַגי־קאָמעדיע“... װאָס דאָס איז ― פֿאַרשטײ איך נישט. אפֿשר װעלן מיר עס פֿאַרשטײן שפּעטער אַז איר װעט זיך אַרױסזאָגן אַ ביסל קלאָרער. און װאָס איר פֿאָדערט פֿון מיר מײַן װאָרט ― איז אױך צום לאַכן. װי קאָן איך געבן אַ װאָרט אַ מענטשן, װאָס איך קען אים ניט?... איר אַלײן האָט געזאָגט נאָר־װאָס, אַז איר קענט אײַער חבֿר און זײַן פֿאָטער, ― אױב אַזױ, דאַרפֿט איר אַלײן פֿאַרשטײן, אַז איר קאָנט רעדן אַלץ, װאָס איר װילט. װײַטער פֿון אָט דעם אָרט װעט דאָס ניט גײן.

נאָכן װײכן טאָן פֿון דידאָזיקע װערטער און נאָך די גוטע ערלעכע אױגן, װאָס האָבן אױף אים געקוקט מיט פֿולן פֿאַרטרױען, האָט ראַבינאָװיטש אַרױסגעזען, אַז זײַן הקדמה איז געװען לחלוטין איבעריק, און ער האָט זיך דעריבער צוגעאײַלט איבערגעבן זײַן לאַנגע געשיכטע, די טראַגי־קאָמעדיע ― װי ער האָט זיך אױסגעדריקט, ― מיט אַלע פּרטים און פּיטשעװקעס, פֿונעם סאַמע אָנהײב ביזן סוף, װי אַזױ פֿון אַ נאַרישן, קונדס־שפּאַס, װאָס קונדסים חבֿרים האָבן אין אַ פֿרײלעכן מינוט פֿאַרקלערט, האָט זיך אױסגעלאָזט אַ טרױעריקער, אַ בלוטיקער שפּאַס...

דאָ האָט ראַבינאָװיטש געמוזט אָפּטרעטן אַ ביסל אױף אַ זײַט, געבן צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס ער רופֿט עס אָן מיטן נאָמען אַ בלוטיקער שפּאַס און לײענען פֿאַר איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן אַ קלײנע לעקציע װעגן דעם, אַז עס עקזיסטירט לײַדער נאָך אין אונדזער צײַט פֿון פּראָגרעס אַזאַ שענדלעכע זאַך, װאָס װערט אָנגערופֿן „עלילת־דם“... און דאָס איז געװען נישט איבעריק, װאָרעם איװאַן איװאַנאָװיטש האָט זיך נאָכדעם מודה געװען, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן, מיט װאָס מע עסט עס. דאָס הײסט, לײענען האָט ער געלײענט אױף די צײַטונגען, אַז עפּעס קומט דאָרטן פֿאָר אַזעלכעס, װאָס טראַקטירט װעגן בלוט, אַז עפּעס אַ ייִד אַ דאַנטיסט האָט פֿאַרנאַרט צו זיך אַ קריסטלעך ייִנגל און געקױלעט אים צוליב זײער יום־טובֿ דאָרטן, נאָר ס'זאָל אים קומען אױף די געדאַנקען, ער זאָל זיך צוהערן ― װינציק מענטשן װערן בײַ הײַנטיקער צײַט אױסגעשאָכטן טאָג־טעגלעך, גאָט, מײַן גאָט!...

אַ סך װוּנדערלעכע זאַכן האָט זיך יענעם טאָג איװאַן איװאַנאָװיטש אָנגעהערט פֿון אָט דעם דאָזיקן סטודענט, װאָס האָט אינאײנעם מיט דער געשיכטע פֿון זײַן זונס צרות איבערגעגעבן אױך די געשיכטע פֿון זײַנע צרות און לײַדן, װאָס ער איז צוליב זײַן ייִדישקײט אױסגעשטאַנען זײַנע אַלע בעסטע יונגע יאָרן, און אױך װי אַזױ ער איז פֿאַרשװאַרצט געװאָרן אינעם דאָזיקן יאָר אין זײַן ראָל פֿון כּלומרשט אַ גליקלעכן גלײַכבאַרעכטיקטן קריסט צװישן קריסטן... און איבערהױפּט דעם גיהנום, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען אין זײַן איצטיקער גרױסער נסיעה אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ″ (דעם ענין פֿון דער „טשערטאַ“ האָט ער אױך געמוזט אַרומרעדן), װוּ ער האָט גערעכנט, אַז עס װעט אים געראָטן אַרױסראַטעװען זײַן חבֿר און האָט געהאַט אַ מיאוסן טעות ― אַלצדינג, אַלצדינג האָט ראַבינאָװיטש אױסגעלײגט פֿאַר זײַן חבֿרס פֿאָטער, גלײַך װי פֿאַר זײַן אײגענעם טאַטן.

אױף איװאַן איװאַנאָװיטשעס פּנים איז געװען צו באַמערקן אַלע די געפֿילן, װאָס ער האָט איבערגעלעבט אין די עטלעכע שעה, װעלכע זענען אַריבערגעפֿלױגן פֿאַר אים, װי עטלעכע מינוט ― אַזױ נײַ און אַזױ טיף אינטערעסאַנט איז געװען דאָס, װאָס דער ייִד דערצײלט, אַזױ אמתדיק און טיף באַהאַרצט קלינגען זײַנע װערטער, כאָטש ער איז אַ ייִד... דער לאַקײ אינעם פֿראַק מיטן װײַסן שניפּס, װאָס האָט סערװירט טײ, האָט זיך ניט װינציק געװוּנדערט, װאָס אױפֿן באַרין איז מיט אַמאָל געקומען אַ נײַע הױט, זינט אָט דער סטודענט זיצט בײַ אים ― גאָר ניט צו דערקענען.

דעם זעלבן טאָג, שױן פֿאַרנאַכטלעך האָט איװאַן איװאַנאָװיטש געגעבן אַ באַפֿעל, אַז מע זאָל שפּאַנען פֿערד, געשיקט רופֿן דעם אופּראַװליאַיושטשי און איבערגעגעבן אים אָרדערס אױף אַ גאַנצער װאָך, דערנאָך האָט ער אַרײַנגערופֿן די טאָכטער, געזאָגט אַז ער האָט איר צו דערצײלן אַ װיכטיקע זאַך, נאָר ער קאָן דאָס איר נאָך ניט זאָגן... עס האָט אַ שײַכות צו גרישאַן... (אין די אױגן האָט זיך אָנגעצונדן בײַ אים אַ פֿײַערל.) מעגלעך אַז ער װעט אים אַראָפּברענגען אין גיכן אַהײם. ער פֿאָרט אױף עטלעכע טעג.. ער װעט שרײַבן... ער װעט טעלעגראַפֿירן...

דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן איז אױסגעקומען איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן צו זיצן אַזױ נאָענט אַ זײַט צו אַ זײַט מיט אַ ייִדן... ער האָט געהאַט גענוג צײַט אין װעג, אין אַ באַזונדערער קופּע ערשטע קלאַס, װוּ זײ זענען געזעסן, אױסצוהערן פֿון זײַן שכן אַזױ פֿיל װוּנדערלעכע זאַכן, פֿון װעלכע ― ער האָט זיך געמוזט מודה זײַן ― ער האָט נישט געהאַט קײן שום באַגריף ― עס האָט זיך פֿאַר אים געעפֿנט אַ גאַנצע װעלט, אַ אומבאַקאַנטע װעלט... אײן זאַך נאָר איז אים געװען נישט אָנגענעם: דער דאָזיקער שכן איז אַפֿילו אַ גאַנץ סימפּאַטישער פּאַרשױן, נאָר ער איז פֿאָרט אַ ייִד.

דאָס הונדערט צװעלפֿטע קאַפּיטל

אין הױז פֿון גערעכטיקײט

נישט נאָר דאָס לאַנגע גרױע הױז מיט די צװײ גאַניקעס ― דאָס הױז פֿון גערעכטיקײט ― נאָר די גאַס, װוּ דאָס הױז געפֿינט זיך, איז געװען פֿול און פֿול מיט מענטשן. נאָך קײנמאָל איז די בערזע נישט געװען אַזױ פּוסט און לער, װי דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן. נאָך קײנמאָל האָבן דער מאַרק און קראָמען, די קאַנטאָרן און די בענק נישט געזען אַזױ װינציק קונים, קונדן און קליענטן, װי אין דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן, גלײַך װי עס זענען אױסגעשטאָרבן אַלע אינטערעסן אין שטאָט און ס'איז געבליבן נאָר אײן אינטערעס ― דער ריטואַל־פּראָצעס און זײַן העלד, דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש. שױן פֿון גאַנץ פֿרי אָן זענען געװען בעלנים אָפּצושטײן צװײ זײַנע שעה אין דרױסן אױפֿן רעגן ― עס איז געװען אַ רעגנדיקער פֿרימאָרגן ― טאָמער װעט זײ געראָטן צו זען, װי מען װעט אים פֿירן. און װײַל דאָס דאָזיקע פּובליקום איז באַשטאַנען מערסטנטײל פֿון ייִדן, און ייִדן, אַז זײ זענען אינאײנעם, האָבן זײ נישט ליב, כּידוע, צו פֿאַרברענגען די צײַט גלאַט אַזױ אָן אַ שום אַרבעט, ― האָט מען גערעדט; און גערעדט האָבן אַלע, און געשמאַק, מיט הענט, װי עס געהערט צו זײַן. פֿון װאָס האָט מען גערעדט? געװײנלעך, פֿונעם „פּעקל“, און װידער אַמאָל פֿונעם פּראָצעס און אָבער אַמאָל פֿונעם דאַנטיסט. און רעד זענען געװען ― גוזמי־גוזמאָות, מימרות פֿאַרשידענע, מעשׂיות און קאָמבינאַציעס, מײנונגען און סבֿרות אָן אַ שיעור. פֿון װאַנען דאָס ברײטע פּובליקום װײסט װאָס אונטערן פֿאָרהאַנג טוט זיך ― איז שװער צו זאָגן; נאָר ס'איז דאָ. מענטשן, דאָס הײסט, ייִדן, װאָס װײסן לחלוטין אַלצדינג, ייִדן װײסן, למשל, פֿון די נײַע עדות, װאָס װעלן געבן אַ שבֿועה (צװישן די עדות איז אײנער אַ באַרימטער סטודענט אַן אַקאַדעמיסט, קאָרשונאָװ), אַז זײ האָבן אַלײן געזען, װי דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש מיט נאָך אײנעם אַ שװאַרצן יונגנמאַן מיט געקרײַזלטע האָר זענען געפֿאַרן אױף אַ דראָזשקע, אױף דער דראָשקע צופֿוסנס איז געלעגן אַ פֿאַרבונדענער זאַק און אין זאַק האָט זיך געװאָרפֿן, געצאַפּלט עפּעס אַ לעבעדיקע זאַך, און געשמועסט האָבן די צװײ ייִדן צװישן זיך עפּעס אױף ייִדיש, װאָס ― װײסן זײ נישט. נאָר אײן װאָרט האָבן זי געכאַפּט: „מאַצאַ“ „מאַצאַ?“... האָבן זיך די עדות געהאַט געלאָזט נאָכגײן זײ פֿון הינטן, האָבן די ייִדן דערזען, און געהײסן דעם איזװאָזטשיק פֿאָרן גיכער און פֿאַרקערעװעט אָן אַ זײַט און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דער גאַס, װוּ די ייִדישע סינאַגאָגע געפֿינט זיך.

אַלצדינג װײסן ייִדן, ייִדן װײסן, אַז מע האָט די טעג געלאָזט אײַנזעצן נאָכאַמאָל קירילן מיט קירילעכן, װאָרעם מע האָט געכאַפּט, דורך דער הילף פֿון אַ שפּיק, דעם אמתן פֿאַרברעכער, עפּעס אײנעם אַ גנבֿ, װאָס האָט זיך געהאַט שױן מודה געװען און אַרױסגעגעבן די נעמען פֿון די חבֿרים; האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַן אומגליק און דער גנבֿ איז על־פּי־נס אַנטרונען געװאָרן פֿון געפֿענקעניש און דעם שפּיק, װאָס האָט געגראָבן אױף די גנבֿים, האָט מען אײַנגעזעצט אױך פֿאַר אַ גנבֿה...

אַלצדינג װײסן ייִדן, ייִדן װײסן אַז דער משומד לאַפּידוס, דער מומר־להכעיס, האָט שױן חרטה און איז גרײט זײַנע װערטער צוריקצוציִען. זיך מודה זײַן, אַז ס'איז אים אַרײַן אַ משוגעת אין קאָפּ ― ער װײס אַלײן ניט װאָס מיט אים איז געװען. ער איז גרײט איצטער זיך אַ מעשׂה אָנטאָן. „זײער רעכט! ― זאָגן ייִדן ― כּן־יאָבֿדו אױף אַלע רשעים אַזאַ סוף!...“

אַלצדינג װײסן ייִדן. ייִדן װײסן אַפֿילו, װאָס די אַדװאָקאַטן װעלן רעדן, װער פֿריִער און װער שפּעטער, און עס װערן דערצײלט גרױסקײטן און גוזמות נישט נאָר פֿון די באַרימטע אַדװאָקאַטן, נאָר אױך פֿונעם פּראָקוראָר, װאָס מע האָט אַראָפּגעשיקט, װײַל ער איז אַ גרױסער ספּעציאַליסט אין ריטואַל־זאַכן און שױן אַ חודש, אַז ער זיצט דאָ און שטודירט דעם פּראָצעס אױפֿן אָרט, געפֿאָטאָגראַפֿירט די גאַנצע ייִדישע גאַס, געװען אומעטום, אין שול און אַפֿילו דאָרט װוּ ייִדן באַקען מצות, אַרױסגערופֿן צו זיך דעם רבֿ, ― און נאָך און נאָך זאַכן װערן דאָ איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אָנרעדן, חידושים־ונפֿלאָות. און אױך פֿון דעם באַשולדיקטן װערט דאָ דערצײלט אַ סך נײַעס, כאָטש קײנער האָט אים נישט געזען. מען דערצײלט, אַז ער איז דורך דער צײַט, װאָס ער זיצט, געװאָרן גרױ, װי אַ טױב, און ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז ער איז געװען אַ ביסל װי גערירט. אַצינד איז אים שױן בעסער. ער האָט די טעג געשריבן אַ בריװעלע צו זײַן כּלה, אין לשון־קודש געשריבן, דורכן אַדװאָקאַט איבערגעגעבן...

― װאָסערע לאָקשן? װאָסער כּלה? איר מײנט אַװדאי אָט דעם שאַפּיראָס טאָכטער? עס הײבט זיך גאָר נישט אָן! זי איז שױן לאַנג אױס כּלה, זי האָט שױן אַ נײַעם חתן. פֿרעגט מיר, איך װײס בעסער פֿון אײַך אַלע, איך בין זײערער אַ שכן און אַ הײמישער מענטש.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זאָגט נישט קײן אַנדערער, נאָר קאַץ, אָדער קעצעלע, װי די בערזע האָט אים אַ נאָמען געגעבן. אַ פֿאַרשװיצטער מיט אַ געקנײַטשטן שטערן איז קעצעלע מיט זײַנע קורצינקע פֿיסעלעך אַרומגעפֿלױגן דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן פֿון אײנעם צום אָנרעדן, געמאַכט מיט די הענט און מיט די פּלײצעס און מיט אַלע איבעריקע אבֿרים, נישט געשטאַנען קײן מינוט אױף אַן אָרט, גלײַך װי עמיצער האָט אים אַרײַנגעשלאָגן צװיקעס אין די פּאָדעשװעס פֿון די פֿיס, אָדער גלײַך װי די גאַס װאָלט געװען אױסגעפֿלאַסטערט נישט מיט שטײנער, נאָר מיט הײַטע קױלען. קעצעלע האָט נעבעך געשמאַק און געטרײַ געטאָן זײַן זאַך. מע זאָל צאָלן אַ מענטשן מי־יודע װיפֿל, װאָלט ער אַזױ געשמאַק און געשמײַדיק נישט באַדאַרפֿט אַרבעטן. װאָרעם אַ חוץ װאָס קעצעלע קען זיך מיטן בעל־דבֿר אַלײן, געשפּילט מיט אים װיפֿל מאָל אין סטוקלקע און אין טערטל־מערטל, האָט ער געהאַט אַ געלעגנהײט נאָענט צו באַקענען זיך מיט זײַן טאַטן, װאָס האָט בײַ אים פֿאַרבראַכט אַ טאָג מיט אַ נאַכט און „גערעדט און גערעדט און גערעדט“ ― זאָגט קעצעלע און איז שױן נישטאָ. אַ קלײניקײט אַ מענטש האָט אַזױ פֿיל צו טאָן! קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן...

נאָר מען קאָן נישט זאָגן פֿונדעסטװעגן, אַז דאָס גאַנצע פּובליקום איז באַשטאַנען בלױז פֿון ייִדן אַלײן. עס זענען געװען אױך נישט װינציק קריסטן, װאָס האָבן זיך נישט װינציקער אינטערעסירט מיטן פּראָצעס, װאָס די גאַזעטן האָבן נישט אױפֿגעהערט צו פּיקען װעגן אים פֿון טאָג אױף טאָג, צעבלאָזנדיק אים אין אַ װעלטפּראָצעס ― אַזױ שטאַרק, אַז עס זענען אַראָפּגעקומען ספּעציעל קאָרעספּאָנדענטן נישט נאָר פֿון דער רעזידענץ, נאָר אױך פֿון אַלע גרעסטע שטעט פֿון אױסלאַנד, און אַלע האָבן אַרױסגעקוקט, געגאַרט אַרײַן אינװײניק אין זאַל אַרײַן. נאָר נישט יעדער האָט געהאַט די מעגלעכקײט. דער אַרײַנטריט איז געװען אױף בילעטן און די צאָל פֿון די אײַנטריטס־קאָרטן איז געװען באַשרענקט, װײַל עס זענען געװען זײער אַ סך עדות, קאָרעספּאָנדענטן, יוריסטן און טשינאָװניקעס, און די אַלע האָבן ממש באַלאַגערט דאָס הױז, שפּאַרנדיק אַרױף צו דער טיר, װאָס איז געװען נאָך צוגעשלאָסן און באַװאַכט פֿון שומרים. װײַטער־װײַטער האָבן אָנגעהױבן צופֿאָרן קאַרעטעס, װאָס האָבן געבראַכט צו פֿירן עלעגאַנטע דאַמען מיט שײנע היטעלעך. די געװיסע קרימינאַל־דאַמען, װאָס אָן זײ גײט נישט, כּידוע, קײן גרױסער פּראָצעס. װײַטער־װײַטער האָט אָנגעהױבן דער צופֿאָר װערן אָפֿטער און געדיכטער און דער צוגאַנג איז שױן געװאָרן גאָר אוממעגלעך. עס האָט זיך באַװיזן פּאָליציע, װעלכע איז געװען גאַר נישט איבעריק, װאָרעם עס זענען אױסגעפֿאַלן אַ פּאָר אינצידענטן צװישן די „פֿאַרשידענע קלאַסן פֿון דער באַפֿעלקערונג“, װאָס האָבן זיך געקאָנט אױסלאָזן זײער נישט פֿרײלעך...

נאָר אָט האָט זיך דער עולם געגעבן אַ ריר, דער ים פֿון קעפּ האָט זיך אַ װיג געגעבן, װי אַ ים־פֿאַליע, ― עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און די גליקלעכע האָבן אָנגעהױבן אײנציקװײַז, אי דאָס נישט אַזױ גרינג, מיט שטופּעניש מיט קװעטשעניש, אַרײַנגעלאָזן װערן אינװײניק, און די װינציקער גליקלעכע האָבן געמוזט נעבעך בלײַבן פֿון דער זײַט טיר, נישט געהאָלפֿן נישט קײן בעטן, נישט קײן שטופּן זיך, נישט קײן דורכשלאָגן זיך מיט דער הילף פֿון קולאַקעס. מע האָט באין־ברירה געמוזט באַנוגענען זיך דערמיט, װאָס מע שטײט כאָטש נענטער צו דער טיר און געדאַנקט גאָט, װאָס דער רעגן האָט כאָטש אױפֿגעהערט צו גײן. „גם זו לטובֿה“... „אַ ייִדיש גליק איז אַ קילער תּישעה־באָבֿ“... אַזױ האָבן זיך אױסגעשמועסט ייִדן װאָס זענען געבליבן אין דרױסן.

― „אָט װעמען ס'איז גוט ― האָבן זײ נישט אױפֿגעהערט צו װיצלען זיך ― אָט װעמען מע דאַרף מקנא זײַן: דאָס זענען די קורצע פֿראַקן מיט די װײַסע שניפּסלעך. זײ לאָזט מען אַרײַן אינװײניק און דװקא אױף יענער זײַט גראַטעס“. „אַ טשינאָװניק איז אױך נישט שלעכט צו זײַן, אַבי אַ קנעפּל, לאָזט מען דיך אַרײַן“.

אין דער מינוט איז צוגעפֿאָרן אַ רײַכע קאַרעטע און פֿון דער קאַרעטע איז אַרױס זײער אַן אָנגעזעענער, אַ בכּבֿודיקער מאַן מיט טיף־זיצנדיקע אױגן, און באַלד נאָך אים אַ סטודענט מיט אַ ייִדיש אױסזען. דער אָנגעזעענער מאַן און באַלד נאָך אים דער סטודענט האָבן זיך געלאָזט צו דער טיר און זענען אָבער בײדע געבליבן נישט אַרײַנגעלאָזט און, װי עס האָט אױסגעזען, זענען זײ געװען גאַנץ איבערראַשט. דער אָנגעזעענער מאַן האָט אַ קוק געגעבן מיט זײַנע טיף־זיצנדיקע אױגן אױפֿן סטודענט און דער סטודענט האָט עפּעס גערעדט צו אים הײס, מיט פֿײַער און געמאַכט צו אים בעת־מעשׂה מיט די הענט, געװען שטאַרק אױפֿגערעגט.

פֿאַרשטײט זיך, אַז ייִדן האָבן די דאָזיקע סצענע גענומען אױסטײַטשן אױף אַלערלײ אופֿנים און פֿרעגן אײנס דאָס אַנדערע, װער קאָן זײַן אָט דער קריסט און װי קומט אַהער אַ ייִדישער סטודענט מיטן קריסט אין אײן קאַרעטע? װאַקסט אױס קעצעלע:

― איר מעגט זאָגן אױף מיר, אַז איך בין אַ משוגענער און אַ שאַלאָקװילע шаловник? יונגאַטש און װאָס איר װילט, נאָר איך גײ מיט אײַך אין געװעט אױף װיפֿל איר װילט אַלײן, אַז דער סטודענט איז אַ נאַש־בראָט און איז דעם בעל־דבֿרס אַ ברודער. װאָרעם איך קען זײַן עלטערן ברודער, אַבֿרהם־לײבוש, הײסט ער, צװײ טראָפּן װאַסער! איך האָב מיט אים פֿאַרבראַכט אַ טאָג מיט אַ נאַכט און האָב מיך גוט צוגעקוקט.

― גוט, װער־זשע איז דער קריסט?

― װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ נישט? דאַרף זײַן מסתּמא דער פּריץ, װאָס ראַבינאָװיטשעס פֿאָטער האַלט בײַ אים די אַרענדע. קעצעלע זאָגט עס מיט אַזאַ מין אַפּלאָמב, אַז עס פֿאַלט גאָר קײנעם נישט אײן איבערצופֿרעגן בײַ אים, װאָסער אַרענדע? און אַגבֿ איז מען נײַגעריק צו זען, װאָס װעט דאָ זײַן מיטן פּריץ, צי װעט מען אים אַרײַנלאָזן, צי נײן? אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז יאָ, אַנדערע ― אַז נײן. און דער קריסט האָט דערװײַלע איבערגעשמועסט זיך מיטן סטודענט, און דער סטודענט האָט נישט אױפֿגעהערט צו היצן זיך און מאַכן מיט די הענט. „אַ פּנים, ער גיט אים אַן עצה? ער לערנט אים װאָס צו טאָן? אַ ייִדישער קאָפּ“... אַ סימן, דער קריסט האָט אים טאַקע געפֿאָלגט און אַרױסגענומען פֿון בוזעם־קעשענע אַ װיזיט־קאַרטע און איבערגעגעבן זי צום שומר, און עס האָט נישט גענומען קײן עטלעכע מינוט, האָט זיך געעפֿנט די טיר און דער קריסט איז אַרײַנגעלאָזן געװאָרן אינװײניק און דער סטודענט מיטן ייִדיש פּנים האָט זיך נאָך אַ װײַלע אַרומגעדרײט בײַ דער טיר הין און צוריק, זיך געשטשיפּלט די װאָנצעס פּאָר אױפֿרעגונג, דערנאָך האָט ער זיך אױפֿגעזעצט אין דער קאַרעטע און איז אַװעק.

― נו? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט! ― מאַכט קעצעלע מיט נצחון־געלעכטער ― דער פּריץ איז נישט קײן פּראָסטער פּריץ, מסתּמא גראַף, האָט ער אַרײַנגעשיקט זײַן קאַרטל צום „פּרינצעדאַטעל“ ― גראַף אַזעלכער און אַזעלכער; האָט מען אים געזאָגט ברוכים־הבאָים, און דעם ייִדן האָט ער געזאָגט: דו בלײַב שטײן אָט דאָ אַ פּאָר מינוט װעל איך פּועלן בײַם „פּרינצעדאַטעל“, מע זאָל דיך אַרײַנלאָזן, איז גוט, אלא נישט, פֿאָר אַהײם אין האָטעל און הײס דיר דאָרט שטעלן דעם סאַמאָװאַר אױף מײַן רעכענונג.

― אַלצדינג װײסט ער אײַך, אָט דער קעצעלע, װי אַן אַלטער.

― נישט אַזױ אַלט, װי געניט.

― לײענט װי פֿון אַ בוך.

― אַ מאָדנער ייִד.

― אַ ייִד אַ אומרו.

און אינװײניק אין זאָל האָט באַדאַרפֿט נעמען אַ ביסל צײַט, ביז דער עולם זאָל זיך באַזעצן אױף די געדיכט־צונױפֿגעשטעלטע בענק. װאָרעם איטלעכן דאַכט זיך, אַז װי גוט ער זאָל נישט זיצן, װאָלט ער געקאָנט זיצן נאָך בעסער, און װיפֿל ער זאָל נישט זען, װאָלט ער געקאָנט נאָך מערער... נישט נאָר אין זאַל גופֿא, נאָר אַפֿילו אױף יענער זײַט גראַטעס איז געװען אַ נאָדל נישט דורכצוּװאַרפֿן. דאָס זענען געװען די חבֿרה יוריסטן, געשװאָרענע אַדװאָקאַטן און זײערע געהילפֿן, אַלע אין שװאַרצע פֿראַקן און מערסטנטײל ― צי מע דאַרף, צי מע דאַרף נישט ― מיט גרױסע פּאָרטפֿעלן אונטער די אָרעמס. צװישן די דאָזיקע חבֿרה יוריסטן האָט אַרױסגעשײַנט דער „אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד“ מיט זײַן מיניסטערשן קאָפּ און מיט זײַנע דינע לאַנגע פֿיס; דער שװאַרצער פֿראַק מיטן װײַסן שניפּס האָבן צוגעגעבן זײַן גרױסן גלאַטן קאָפּ אַ באַזונדערן גלאַנץ, און זײַן ברײטער װײַסער שטערן האָט געזאָגט עדות, אַז דער מענטש דענקט און אַז עס איז רויִק און אַז ער איז גרײט אַרױסצוטרעטן אין דער מלחמה, װי שטאַרק און װי באַװאָפֿנט דער פֿײַנט זאָל נישט זײַן. אױב דער פֿײַנט איז שטאַרק, איז ער נאָך שטאַרקער. אױב דער פֿײַנט אין באַװאָפֿנט, איז ער נאָך מער באַװאָפֿנט, װאָרעם אױף זײַן זײַט איז דאָס װיסן, אַז זײַן באַשולדיקטער איז נישט שולדיק, אױף זײַן זײַט איז דער אמת און די אומשולדיקײט... און װער איז יענער אַדװאָקאַט מיט אַ לײבנקאָפּ און מיט פֿײַעריקע שװאַרצע אױגן, װאָס אַלע אַדװאָקאַטן שטופּן זיך צו אים, דריקן אים אַזױ פֿרײַנדלעך די האַנט און רינגלען אים אַרום פֿון אַלע זײַטן? דאָס איז דער באַרימטער רעדנער־אַדװאָקאַט, װאָס מע האָט אַראָפּגעבראַכט צום פּראָצעס פֿון דער רעזידענץ, אָדער, װי דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד האָט אים אָנגערופֿן: דער באַרימטער סאָלאָװײ, „דער גרעסטער קנאַקער פֿון אַלע קנאַקערס“. גיך האָבן זײ בײדע פֿאַרנומען זײערע ערטער אין דער רעכטער האַנט בײַ אַ לאַנגן שטענדערטישל נעבן דער באַשולדיקונגס־באַנק, װיזאַװי דעם שטענדערטישל פֿונעם קעגנער, פֿונעם פּראָקוראָר.

דער דאָזיקער פּאַרשױן איז אױך געװען אַ האָמאָ נאָװוּס homō nōvus, אַ פּנים־חדשות, אין דעם דאָזיקן זאַל. ער איז דאָס אַראָפּגעשיקט געװאָרן אַהער פֿון דער רעזידענץ ספּעציעל צוליב דעם אָנגעזעענעם פּראָצעס. און כאָטש ער איז געװען נאָך גאָר אַ יונגערמאַן, נאָך אַ „טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַ товарищ прокурора: געהילף פּראָקוראַטאָר[“, נאָר צוליב זײַן אַריסטאָקראַטישער אָפּשטאַמונג (און באַלד װעלן מיר געװױרע װערן, װער דאָס איז געװען) און צוליב דער גרױסער פּראָטעקציע, װאָס ער האָט געהאַט, האָט דער דאָזיקער אַרױסטריט זײַנער באַדאַרפֿט אים אױסבעטן אַ װעג צו זײַן װײַטערער קאַריערע. דאָס איז געװען אַ יונגערמאַן, װאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אונדז אַ מושלם, אַ שענער יונג, מיט שײנע װאָנצעס, אַ שײנער קאָפּ נידעריק געשױרן, אַ גלענצענדער רעדנער, מיט אַ געבענטשטער שטימע ― מיט אײנעם װאָרט, אַלצדינג, װאָס מע באַדאַרף האָבן אױף אײַנצונעמען די הערצער פֿון די אַזױ־גערופֿענע קרימינעלע דאַמען.

ביסלעכװײַז האָט זיך דער עולם אױסגעזעצט און באַרויִקט, נאָר די אמתע רויִקײט איז אײַנגעטראָטן און שטיל איז געװאָרן ערשט אין דעם מאָמענט, װען דער פּריסטאַװ, אַ מױעריקער יונג, אַ הױכער, אַ גלאַטער, מיט אַ ברײטער קײט אױפֿן האַלדז, האָט מיט אַ פֿײַערלעכע שטימע אױסגערופֿן: „דער בית־דין גײט“. גאַנץ אױבן־אָן האָבן זיך אױסגעזעצט די ריכטער, אײנער אַן עלטערער און זײער אַ חשובֿער מאַן מיט אַ קײַלעכיק פּנים און אַ גרױלעך בערדל און מיט קישעלעך אונטער די אױגן ― צװײ טראָפּן װאַסער דער ענגלישער קעניג עדואַרד. און בײַ די זײַטן זײַנע צװײ חבֿרים, אײנער אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ קרענקלעכער, װאָס דער אײַנגעשרומפּענער האַלדז האָט זיך שטאַרק אַרױסגעזען פֿונעם מיט גאָלד־געשמוקטן קאָלנער, און דער אַנדערער, אַ טאָטערשער טיפּ, אַ נידעריקער און אַ קײַלעכיקער מיט אַ שװאַרצן ברײטן שטאַרק געשאָרענעם קאָפּ, מיט אַ ברײט גוט פּנים, פֿון װאָגן עס האָבן אַרױסגעקוקט אַ פּאָר קלײנע מױזנאײגלעך. אונטער די דרײַ ריכטער אױף אַ גאַנצער רײ שטולן, האַרט בײַ דער װאַנט, אַקוראַט אונטערן קײזערס פּאָרטרעט, האָבן זיך אױסגעזעצט אַלס זײַטיקע צוקוקער פֿאַרשידענע הױך־געשטעלטע פּאַרשױנען מיט און אָן גאָלדענע קנעפּ און קעלנער. נאָר די אַלע האָבן אױף זיך אַזױ נישט געצױגן די אױגן פֿון פּובליקום, װי דער אַראָפּגעשיקטער יונגער פּראָקוראָר מיט זײַן גלענצענדער פֿיגור, װי אױך דער אַראָפּגעבראַכטער אַדװאָקאַט מיט זײַן לײבנקאָפּ. דאָס זענען געװען צװײ העלדן ― גלאַדיאַטאָרן, װאָס האָבן באַדאַרפֿט אַרױסטרעטן אױף דער אַרענע פֿון גערעכטיקײט מיט דער קראַפֿט פֿון זײער שײן רעדן און מיטן כּוח פֿון דער לאָגיק און איבערצײַגונג. בײדע צדדים, אַחוץ װאָס זײ האָבן זיך צוגעגרײט אין דער הײם, אָנגעזעטיקט זיך מיט מאַטעריאַל פֿון פֿאַרשידענע קװעלן, האָבן זײ מיטגעבראַכט מיט זיך גראָב־בײַכיקע ספֿרים און כּתבֿים, יעדער מיט זײַנע אױטאָריטעטן. אײן צד האָט מיטגעבראַכט די ביכער פֿון קאַרל עקקער [Jakob Ecker?, הערמאַן בעער, אױגוסט ראָלינג August Rohling און פֿונעם באַרימטן ליוטאָסטאַנסקי Hippolytus Lutostansky, װאָס באַװײַזן מיט ראַיות און אותות־ומופֿתים, אַז ייִדן קאָנען זיך נישט באַגײן אָן קריסטלעך בלוט צו זײערע מצות אױף פּסח... און דער אַנדערער צד האָט מיטגעבראַכט די ביכער פֿון פּראָפֿעסאָר דעליטש Franz Delitzsch, פּראָפֿעסאָר כװאָלסאָן Daniel Chwolson, פֿון דאָקטאָר פּראַנק, אַ קאַטױלישער גלח, און פֿון דאָקטאָר שטראַק Hermann Leberecht Strack, אַ לוטעראַנישער פּאַסטאָר, און נאָך אַ סך ייִדישע און קריסטלעכע אױטאָריטעטן, װאָס באַװײַזן מיט פֿיל שטאַרקערע ראַיות פֿון דער תּורה גופֿא און מיט אותות־ומופֿתים פֿון תּלמוד, קבלה און פֿון היסטאָרישע קװאַלן, אַז די אַלע באַשולדיקונגען זענען פֿאַלש פֿון אָנהײב ביזן סוף, גראָב עם־האַרציש און מערסטנטײל מסירות און פּאַסקװילן, דורכגעװעבט מיט רישעות, בילבול, אינטריגע, שאַנטאַזש און נאָך אַזעלכע נישט גאַנץ רײנע געפֿילן. װאָס איז צו רעדן? פֿאַרן ברײטן פּובליקום איז דאָס אַװדאי אַ יום־טובֿ. עס שטײט פֿאָר זײער אַ שײנע סצענע אױף צו קוקן און מיט פֿאַרגעניגן צו האָרכן אַזעלכע שײנע רעדנער־גלאַדיאַטאָרן... װי האָט דאָס אָבער אױסגעזען בײַ די עטלעכע גליקלעכע ייִדן, װאָס האָבן זיך מיט גרױס מי און זכות־אָבֿות אַרײַנגעכאַפּט אַהער אין זאַל אַרײַן? זײ, װעלכע װײסן דעם אמתן אמת, האָט דאָס באַדאַרפֿט, מײן איך, רעכט פֿאַרדריסן אױף פֿעמידאַן фемида: Θέμις, דער געטין פֿון גערעכטיקײט, װאָס שטײט מיט פֿאַרבונדענע אױגן און האַלט אַ װאָג אין דער האַנט; בײדע װאָגשאָלן זענען גלײַך, נישט אַריבערגעװױגן אַהער אָדער אַהין אױף אַ האָר ― נישט שױן־זשע איז נאָך דאָ אַ ספֿק?... נישט שױן־זשע באַדאַרף מען נאָך באַװײַזן, אַז מיר זענען נישט קײן מענטשן־פֿרעסער?... און עס האָט זיך זײ, מײן איך, געדאַרפֿט אױסדוכטן, אַז זײ הערן אַ בת־קול פֿון אױבן נידערט אַראָפּ און רופֿט אױס: „װײ איז צו יענעם, װאָס מען איז אים חושד אין דעם, װאָס ער איז נישט!...“

דאָס הונדערט דרײַצנטע קאַפּיטל

אײן סורפּריז נאָכן אַנדערן

אױב דאָס דובֿ פּובליקום איז געװען פֿאַראינטערעסירט מיט די באַרימטע גלאַדיאַטאָרן פֿון גערעכטיקײט, מיט די באַרימטע אַדװאָקאַטן און מיטן פּראָקוראָר, איז מען גאַר אין גאַנצן פֿאַרכּישופֿט געװאָרן, אַז דער פֿאָרזיצנדער מיט די קישעלעך אונטער די אױגן, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿונעם ענגלישן קעניג עדואַרד, האָט געגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אַרײַנפֿירן דעם באַשולדיקטן. אַנדערע האָבן געװאַרט, אַז דאָ װעט זיך באַװײַזן מסתּמא אַ געלער פּאַרשױן מיט אַ פּנים פֿון אַ װאַמפּיר און מיט אױגן פֿון אַ גזלן, און אַנדערע האָבן גערעכנט פֿאַרקערט: נישט קײן װאַמפּיר און נישט קײן גזלן און נישט קײן געלער, נאָר דװקא אַ שװאַרץ זשװאַװע ייִדל מיט אַ שפּיציכיק קעפּל, מיט אַ כיטרע פּנים און מיט גנבֿהשע אױגעלעך. נאָר נישט די, נישט יענע האָבן געטראָפֿן. אַרײַנגעפֿירט מיט צװײ סאָלדאַטן מיט בלױזע שװערדן האָט מען אַ הױכן ברײטבײנעריקן יונגען מאַן, אַ פּאַרשױן מיט אַ זעלטן שײנעם געדיכט־באַװאַקסענעם קאָפּ, מיט שײנע, אַ ביסל פֿאַרטראַכטע אױגן און מיט אַ סימפּאַטיש דורכזיכטיק פּנים, באַברעמט מיט שװאַרצע װײכע, שױן לאַנג נישט געשאָרענע האָר. אַ סך אױגן האָבן פֿאַרװוּנדערט באַטראַכט דעם באַשולדיקטן. דאַמען האָבן אָנגעשטעלט די לאָרנעטן: „אַך, װער װאָלט זיך ריכטן, אַז אַזעלכער זאָל באַגײן אַזאַ פֿאַרברעכן!?... און דער „פֿאַרברעכער“ האָט זיך געהאַלטן גאָרנישט װי אַ פֿאַרברעכער. אױפֿן פּנים איז נישט געװען קײן שום סימן פֿון צרות, לײַדן, יסורים, אָדער די מינדסטע אױפֿרעגונג. מער נישט דער פֿאַרטראַכטער קוק פֿון זײַנע שײנע אױגן און די דורכזיכטיקײט פֿון זײַן הױט האָבן עדות געזאָגט, אַז דער מענטש האָט באַדאַרפֿט אַ סך אַריבערטראָגן, אַ סך אָפּקומען און אַ סך ― אַ סך איבערטראַכטן... פֿאַר אים איז דער דאָזיקער טאָג געװען, אױב ניט דער סאַמע געװינשטער טאָג, אױף װעלכן ער האָט אַזױ פֿיל געהאָפֿט און אַזױ לאַנג אַרױסגעקוקט. „געקומען אַ סוף צו דער טראַגי־קאָמעדיע“... ער איז געװען זיכער בײַ זיך, אַז דאָס איז אײַנגעטראָטן דער מאָמענט, דער היסטאָרישער מאָמענט, װאָס אַלע װעלן סוף־כּל־סוף זיך איבערצײַגן, אַז נישט נאָר ער איז רײן אין דעם דאָזיקן „ריטואַלן“ פֿאַרברעכן, נאָר אַז עס איז איבערהױפּט אַזאַ פֿאַרברעכן קײנמאָל נישט געװען אין ערגעץ אונטער ייִדן... אַ סך האָט ער זיך פֿאַרלאָזט אױף דעם געזונטן פֿאַרשטאַנד און אױף די ערלעכקײט פֿון די געשװױרענע ריכטער. אַ סך האָט ער געשלאָגן אױף זײַנע צװײ אַדװאָקאַטן, צװײ ריזן, צװײ לײבען, װאָס אױב אַזעלכע װעלן נישט איבערצײַגן, טאָ װער זשע דען?... נאָר מער פֿון אַלץ האָט ער געבױט אױף זיך אַלײן, אױף זײַן אײגענעם כּוח פֿון זײַן פּעסטען װילן און אױף דער קראַפֿט פֿון דעם הײליקן אמת, װאָס מוז אַרױסקוקן פֿון זײַן איטלעכס װאָרט. „נישטאָ קײן גרעסערע קראַפֿט אױף דער װעלט פֿון אמת“.

אַזױ האָט זיך געטראַכט דער דאָזיקער פֿאַרברעכער און איז פֿאַרטיק געװען מיט אַלע זײַנע ענטפֿערס אױף די פֿראַגן, װאָס מע װעט אים דאָ שטעלן, און איז פֿאַרטיק געװען אַפֿילו מיט דעם, װי אַזױ, מיט װאָסערע אױסדריקן ער װעט אַרױסטרעטן פֿאַר די געשװױרענע ריכטער אין זײַן לעצטן װאָרט, װאָס קומט אים על־פּי־דין. דאָס זענען געװען װערטער געצײלטע, נאָר הױכע, פֿײַערלעכע, גלײַך פֿון האַרצן אַרױס, װערטער, װאָס ברענען, װאָס נידערן גלײַך אין דער נשמה אַרײַן, װאָס איבערצײַגן... און ער איז באַצײַטנס שױן אַזױ באַגײַסטערט מיט זײַן שײן רעדן און מיט זײַן האַלטן זיך אױפֿן מישפּט, אַז ער קוקט אױף זיך װי אױף אַ קרבן, אַ מאַרטירער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, און, אַלס ניט־װילנדיקער מאַרטירער, איז ער כּמעט גרײט אױף אַלצדינג... ער גיט זיך נאָך ניט אָפּ קײן דין־וחשבון, װאָס באַדײַט אַלצדינג, נאָר ער פֿילט אַ באַזונדער זיסקײט אין דעם װיסן, װאָס ער װײסט, אַז ער קאָן זײַן דער מאַרטירער, דער היסטאָרישער קרבן פֿון אַ היסטאָריש פּאָלק... דערפֿאַר אָבער, אַז ער װעט אַרױס ניט שולדיק, װי ער איז עס באמת, װאָס פּאָר אַ נצחון דאָס װעט זײַן פּאָרן אמת! װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ דאָס װעט זײַן פֿאַר אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון פֿאַרפֿאָלגטע און גערודפֿטע, פֿון דערנידעריקטע און באַלײדיקטע, װאָס זענען געהאָלפֿן געװאָרן דורך אים, דורך אַ מענטשן, װאָס געהערט דװקא צו די פֿאַרפֿאָלגער... און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף אירע גרינגע פֿליגלען און מאָלט אים ליכטיקע גרױסאַרטיקע שײַנענדיקע בילדער, אײנס גרױסאַרטיקער, גראַנדיעזער און שענער פֿונעם אָנרעדן, ― גאָט װײס, װוּהין זײ װאָלטן אים געקאָנט פֿאַרטראָגן, װען ער זאָל זײַן אינגאַנצן אױסגעטאָן פֿון עולם־הזה און פֿאַרגעסן, אַז ס'איז דאָ אַ שײן מײדל, װאָס רופֿט זיך בעטי, און װאָס ער איז אין איר פֿאַרקאָכט און װאָס ער װעט װי אָט באַלד אָט דאָ טאַקע זען, װאָס ער װעט זי אָט באַלד אָט דאָ טאַקע הערן רעדן (זען זיך מיט איר אין טורמע איז געװען אוממעגלעך. דער אַדװאָקאַט, װאָס האָט צוגעזאָגט זי ברענגען, האָט נאָך דעמאָלט נישט געװוּסט, אַז זי איז אױך אַן עדות.) ער זוכט זי מיט די אױגן אין זאַל און געפֿינט זי נישט, נישטאָ זי נאָך, נישטאָ נאָך קײנער פֿון די עדות, נישטאָ נאָך די געשװױרענע ריכטער, פֿאַר װעלכע אײגנטלעך ער האָט צוגעגרײט זײַן רירנדיקע דרשה, ער זעט פֿאַר זיך אין זאַל נאָר אַ ים מיט קעפּ, װאָס קוקן אַלע אױף אים, אַ סך דאַמען־היטעלעך מיט רירנדיקע פֿעדערן און מיט לאָרנעטן אױף אים אָנגעשטעלטע. און די דרײַ ריכטער זעט ער, װאָס זיצן אױבנאָן מיט די אױסגענײטע קעלנער, און אַקוראַט אַקעגן אים דער שײנער יונג, דער פּראָקוראָר, מיט די שײנע װאָנצן, מיט דעם שײנעם נידעריק געשאָרענעם קאָפּ ― װער זאָל דאָס זײַן? פֿאַרװאָס איז ער אים אַזױ קענטיק?... עס טוט אים װי אַ ברי אונטער די פּאַכװעס און ― טיק־טיק־טאַק ― דאָס האַרץ הײבט אָן צו קלאַפּן װי מיט עטלעכע האַמערס. ער קוקט זיך אײַן שטאַרק־שטאַרק. די אױגן װערן בײַ אים גרעסער און ברײטער: „ניט שױן־זשע.. ― טראַכט ער זיך ― נײן, עס קאָן גיט זײַן!.. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן... עס מאַכט זיך אַמאָל מענטשן זען אױס ענלעך... עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן!... אין דער מינוט װערט צום פֿאָרזיצנדען דורך אַ קוריער פֿון דער זײַטיקער טיר צוגעטראָגן אַ װיזיט־קאַרטע. דער פֿאָרזיצנדער באַטראַכט די װיזיט־קאַרטע פֿון אַלע זײַטן, זאָגט עפּעס דעם קוריער, װעלכער װערט פֿאַרשװוּנדן אין דער זעלבער זײַטיקער טיר. מיט דער מינוט באַנוצט זיך דער באַשולדיקטער. ער בײגט זיך איבער צו זײַן אַדװאָקאַט גלײַך אין איר אַרײַן: „װער איז אָט דער, װאָס אַקעגן אונדז?“ „דאָס אין דאָך דער מלאך־המות אונדזערער ― ענטפֿערט אים יענער אױך אױפֿן אױער ― דער טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַ, װאָס איז ספּעציעל אַראָפּגעשיקט געװאָרן אַהער צוליב אונדז... אַ יונג מיט בײנער, זאָגט מען... נאָר נישקשה, נישט מסוכּן. מיר װעלן אים געבן פֿעפֿער שמעקן...“ „אַך, ניט דאָס, ― ערגערט זיך דער באַשולדיקטער ― ניט דאָס! איך מײן ― דער נאָמען זײַנער“... „זײַן נאָמען? אָט באַלד“. און דער אַדװאָקאַט טוט אַ פֿרעג שטילערהײט בײַם צװײטן אַדװאָקאַט, װאָס מיטן לײבען־קאָפּ, און גיט דאָס באַלד איבער דעם באַשולדיקטן װידער אױפֿן אױער:

― זײַן נאָמען איז פּאָפּאָװ... דמיטרי ניקאָלאַיעװיטש פּאָפּאָװ...

נו פֿאַרשטײט זיך! ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס איז ער... אַך, װי ער האָט זיך פֿאַרענדערט! װאָס פֿאַר אַ עלעגאַנטער ביוראָקראַט פֿון אים איז אױסגעװאַקסן!... פֿון שטענדיק אָן געװען אַ עלעגאַנטער יונג און אַ קאַריעריסט... אַ מתמיד, אַ בעל־דרך־ארץ, נאָר אַ קאַריעריסט. „מײַן מיטיאַ דמיטרי װעט גײן װײַט“ ― פֿלעג זיך דער פֿעטער ניקאָלאַי איװאַנאָװיטש מיט אים באַרימען... און איצט איז ער זײַן באַשולדיקטער! ער װעט דאָס אים באַשולדיקן ― „נײן! קײן ראָמאַן קאָן נישט ברענגען אַזעלכע סורפּריזן װי דאָס לעבן אַלײן קאָן אַ מאָל געבן“... אַזױ האָט זיך געטראַכט אונדזער העלד, דער אמתער פּאָפּאָװ, אַז ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן טעות און אַז דאָס איז געװען זײַן פֿעטער ניקאָלאַי איװאַנאָװיטשעס עלטערער זון, מיט װעלכן ער האָט אַ מאָל אינאײנעם פֿאַרבראַכט אין בלאַגאָסװיעטלאָװאָ ניט אײן פֿרײלעכן טאָג, אינאײנעם אַרױסגעפֿאָרן אין װאַלד, אינאײנעם געשיפֿט זיך איבער דער סאַזשלקע, געכאַפּט פֿיש און נאָך אַזעלכע זאַכן. אמת, דאָס איז געװען שױן זײער לאַנג. ער, גרישאַ, איז נאָך דעמאָלט געװען אין די ייִנגסטע קלאַסן גימנאַזיע און יענער איז שױן געװען אַ סטודענט פֿון ערשטן אָדער צװײטן קורס... נאָר ניט שױן־זשע האָב איך מיך אַזױ פֿאַרענדערט, אַז ס'איז אַזױ שװער מיך צו דערקענען? װיפֿל איז שױן? פֿיר יאָר... פֿינף יאָר... זעקס יאָר... נאָר דאָ װערן זײַנע געדאַנקען איבערגעריסן: דער פֿאָרזיצנדער, װאָס האָט נאָך אַ מאָל באַטראַכט דאָס װיזיט־קאַרטל און איבערגעשעפּטשעט זיך מיט די צװײ מיטגלידער, האָט צונױפֿגענומען די פּאַפּירן, װאָס אױפֿן טיש, און האָט מיט אַ גרינגן הוסט און מיט אַן אײַנגענעמענעם טענאָר אָנגעהױבן צוצוטרעטן צום עסק, ― נאָר ער האָט נישט אױסגערעדט די ערשטע דרײַ װערטער, האָט זיך פֿון פּובליקום אױפֿגעהױבן אַ הױכער, זײער אַן אָנגעזעענער מאַן מיט ברײטע, אַ ביסל אַרױפֿגעצױגענע אַקסלען (דאָס איז געװען דער קריסט, װאָס איז צוגעפֿאָרן מיטן סטודענט אין דער קאַרעטע) און האַלטנדיק פֿאַר זיך אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר צונױפֿגעלײגט אין פֿירן, האָט ער זיך מיט פֿעסטע טריט געלאָזט גלײַך צום טיש אַקעגן דעם פֿאָרזיצנדען. דער פֿאָרזיצנדער האָט איבערגעריסן אין מיטן ― און דאָס האָט דאָס גאַנצע פּובליקום באַמערקט, נאָר נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ קומט פֿאָר. געזען האָט מען, אַז דער אָנגעזעענער פּאַרשױן, װאָס האָט זיך געלאָזט מיטן פּאַפּיר צום פֿאָרזיצנדען, איז צוגעקומען צו די פֿאַרשלאָסענע גראַטעס, געבליבן שטײן אַ װײַלע און איבערגעקוקט זיך פֿריִער מיטן פּראָקוראָר, דערנאָך מיטן באַשולדיקטן, װעלכעס האָט גענומען אַלצדינג אינאײנעם מער נישט אַז עטלעכע סעקונדעס, װאָרעם דאָ איז אונטערגעשװוּמען דער פּריסטאַװ מיט אַזעלכע שטילע טריט, גלײַך װי ער װאָלט געגאַנגען אױף פֿעדערן, און, נאָכן שטומען באַפֿעל פֿונעם פֿאָרזיצנדען, האָט ער גענומען דאָס פּאַפּיר פֿונעם פּאַרשױנס האַנט און צוגעטראָגן צום פֿאָרזיצנדען, װעלכער האָט דאָס פּאַפּיר גלײַך איבערגעקוקט, באַװיזן אױף די צװײ מיטגלידער און אַלע דרײַ האָבן, װי ס'איז געװען צו באַמערקן, מיט גרױס איבערראַשונג, אײנס נאָך דאָס אַנדערע, אײַנגעקוקט זיך שטאַרק אינעם באַשולדיקטן און, אָנבײגנדיק זיך אײנער צום אַנדערן, האָבן זײ עפּעס זײער שטיל, נאָר מיט גרױס היץ געשמועסט צװישן זיך, און דער פּאַרשױן, װאָס האָט דערלאַנגט דאָס פּאַפּיר, האָט אַרױפֿגעלײגט אײן האַנט אױף די גראַטעס, מיט דער אַנדערער פֿאַרשאַרט די שװאַרצע, עטװאָס פֿאַרזילבערטע האָר אַרױף און געװאַרט. דאָס פּובליקום אין זאָל האָט נישט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן און נישט געהאַט דעם מינדסטן חשד, אַז דאָ קומט פֿאָר עפּעס אַזעלכס, װאָס איז אױסערגעװײנלעך, און דעריבער האָט אָט דער זײַטיקער פּאַרשױן נישט געמאַכט אױף קײנעם קײן באַזונדערן אײַנדרוק, אױסער אױף צװײ מענטשן, װאָס זענען געװען נישט נאָר איבערראַשט, נאָר זײ האָבן זיך, װי ס'איז געװען גאַנץ לײַכט צו באַמערקן, אינגאַנצן פֿאַרלױרן. דאָס זענען געװען, ערשטנס, דער פּראָקוראָר, װעלכער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שטול און אײַנגעקוקט זיך אין פּאַרשױן,

נישט פֿאַרשטאַנען װי קומט ער אַהער און װאָס טוט ער דאָ און װאָס באַדײַט דאָס פּאַפּיר, װאָס ער האָט דערלאַנגט? און דער אַנדערער איז געװען דער באַשולדיקטער. ― דער איז גאָר געבליבן צוגעקאָװעט צום אָרט, נישט געקאָנט אױפֿשטײן און נאָר אָנגעכאַפּט זיך מיט בײדע הענט בײַ דער פּאַרענטשע פֿון די גראַטעס און געפֿילט, אַז די אױגן קריכן אים פֿון קאָפּ אַרױס. אַ מינוט האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז ס'איז אַ האַלוצינאַציע, אַ דמיון, אַז דאָס האָט דער שאָטן פֿון זײַן פֿאָטער זיך באַװיזן, װײַל ער האָט הײַנטיקע נאַכט אַ סך געטראַכט װעגן אים... עס איז אים אָפּגעגאַנגען אַ מינוט צום חלשן...

* * *

װי דורך אַ חלום האָט ער צוגעזען און צוגעהערט אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן נאָכדעם אַרום אים: ער האָט געזען, װי דאָס פּאַפּיר איז איבערגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט בײַ די דרײַ ריכטער, ביז ס'איז געקומען צום טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַ, װעלכער האָט מיט שרעק אָנגעשטעלט אױף אים די אױגן און דאַכט זיך װי דערקענט אין אים... דערנאָך האָט אים דער פֿאָרזיצנדער געשטעלט פֿראַגען און ער האָט געענטפֿערט ― ער געדענקט נישט װאָס... עס האָט אים געשװינדלט אין די אױגן, געקלונגען אין די אױערן און דאָס פּנים, האָט ער געפֿילט, ברענט אים מיט אַ העליש פֿײַער... דערנאָך האָט ער פּלוצעם דערהערט, װי פֿון װײַטן ערגעץ, דעם טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַס קלינגענדיקע שטימע, און ער האָט זיך אײַנגעהערט אין זײַן קול, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זיך איבערצײַגן, אױב דאָס רעדט מיטיאַ, דמיטרי ניקאָלאַיעװיטש פּאָפּאָװ... פֿון זײַנע רעד האָט ער געכאַפּט נאָר די עטלעכע װערטער, אַז „לױטן אַרטיקל 549 דאַרף מען דעם עסק איבערגעבן צו אַ נײַער אױספֿאָרשונג און דעם באַשולדיקטן...“ דאָס איבעריקע האָט ער שױן נישט געהערט... דערנאָך, געדענקט ער, האָבן זיך די ריכטער אױפֿגעהױבן און אין זאָל איז געװאָרן אַ מוראדיקער טומל, און אים האָט מען אָפּגעפֿירט, נאָר שױן נישט מיט סאָלדאַטן און נישט צו פֿוס און נישט אין טורמע אַרײַן! אױס טורמע!...

* * *

װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין זאָל און דערנאָך אין דרױסן, אַז מע איז געװױרע געװאָרן פֿונעם דאָזיקן איבערראַשנדען נײַעס, אַז דער באַשולדיקטער, װאָס איז אָפּגעזעסן אַזאַ צײַט אין טורמע אַלס דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, איז גאָרנישט קײן ייִד און נישט קײן שקלאָװער מעשטשאַנין, װאָס הײסט הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר אַ רײנער דװאָריאַנין, אַ זון פֿון דעם ט―ר געװעזענעם גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ און זײַן אמתער נאָמען איז גאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ ― דאָס לאָזן מיר איבער פֿאַרן לעזער, ער זאָל זיך אַלײן משער זײַן: אַ סך נעבעך האָבן געהאַט אַ שלעכטן טאָג. ערשטנס, די קרימינאַל־דאַמען ― געבליבן אָן אַ פֿאָרשטעלונג. הײַנט די שװאַרצע חבֿרה ― די האָבן גאָר געהאַט אַ מפּלה, אַ מאָדנע מפּלה! אַנדערע האָבן געדרונגען, אַז ס'איז גיט גלאַט, אַז דאָ מוז עפּעס זײַן אַ ייִדיש אָפּשניצל, ניט אַנדערש... און אַנדערע האָבן געטענהט, אַז ס'איז אַ חוצפּה פֿון אַ ייִדן אַזױ אָפּפֿירן אַ גאַנצע װעלט מיט מענטשן און מע דאַרף שטרענג באַשטראָפֿן דעם אמתן ראַבינאָװיטשן און אַלע ראַבינאָװיטשעס... אַ שלעכטן, אַ ביטערן טאָג האָבן נעבעך געהאַט די שװאַרצע חבֿרה. דערפֿאַר אָבער האָבן די ייִדן געהאַט אַ שׂימחה און אַ יום־טובֿ ― אַ װערטעלע אַזאַ נס! אױף אַזאַ װוּנדערלעכן אופֿן פּטור געװאָרן פֿון אַזאַ פּעקל ― ממש שׂימחת־בּית־השואבֿה. מע האָט אַלצדינג פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן אַלע צרות און געלאָפֿן אײנער צום אָנרעדן אָנזאָגן די גוטע בשׂורה, אָפּגעשטעלט אײנס דאָס אַנדערע און אין קורצע װערטער איבערגעשמועסט זיך װעגן דעם, װאָס גאָט קען. אַנדערע האָבן זיך געקושט. אַ קלײניקײט אַזאַ גדולה ― אַלע, די גאַנצע װעלט װעט שױן װיסן אַצינד, אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אַז מיר זענען נישט קײן מענטשנפֿרעסער!... „נײן, און גײט זאָגט נאָך אַזאַ מעשׂה, אַז עס טרעפֿן זיך נישט קײן נסים הײַנטיקע צײַטן!“ „נו יאָ, אָדער אַז ס'איז ניטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט!...“ „אַי גאָט!...“ „דער ייִדישער גאָט...!“

נאָר מער פֿון אַלעמען האָט, װי אַלע מאָל, געאַרבעט קעצעלע. ער איז נאָר אַרומגעלאָפֿן און געשריִען אין אײן קול: „נו, ייִדישע קינדער? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? איז שױן קאַץ נישט קײן משוגענער? נײן?...“ און װײַטער װאָס די צײַטונגען פֿון אַלע מינים און פֿאַרבן האָבן דערנאָכדעם געהאַט צו זאָגן ― דאָס איז אױך ניט שװער זיך פֿאָרצושטעלן. דעם לעזער אינטערעסירט אַװדאי מער פֿון אַלצדינג, װאָס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט די העלדן פֿונעם דאָזיקן אױסערגעװײנלעכן ראָמאַן? און צי האָט מען אױפֿגעדעקט די אמתע מחותּנים מיט מיט די אונטערפֿירער? און צי האָבן זײ באַקומען זײער לױן על־פּי־דין און על־פּי־יושר, װי זײ האָבן עס כּשר פֿאַרדינט? ― דאָס אַלעס װעט דער לעזער געפֿינען אינעם לעצטן קאַפּיטל, אינעם עפּילאָג צו דער עפּאָפּעע פֿונעם בלוטיקן שפּאַס.

ענדע צװײטער טײל

עפּילאָג

עס איז געװען אַ װינטער־אָװנט אין אײנעם פֿון די אַכט טעג אין חנוכּה. בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב איז געװען מאָדנע אױפֿגערױמט און יום־טובֿדיק צוגעגרײט. דער בעל־הבית אַלײן, דוך שאַפּיראָ, איז געװען אָנגעטאָן אין זײַן שבתדיקער שװאַרצער קאַפּאָטע. ער האָט שױן לאַנג אָפּגעבענטשט חנוכּה־ליכטלעך, איז געװען גרײט אױפֿצונעמען געסט, װאָס האָבן זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן און זענען זיך צונױפֿגעקומען אײנס נאָך דאָס אַנדערע צו די שאַפּיראָס „אױף לאַטקעס“. דאָס איז אָבער נאָר געװען אַן אױסרײד „אױף לאַטקעס“. באמת האָבן אַלע געװוּסט, אַז בײַ די שאַפּיראָס דאַרף זײַן הײַנט אַ װאָרט און טאַקע אַ קנס־מאָל. בעטי דאַרף אַ כּלה װערן פֿאַר עפּעס אײנעם אַן אָרעמען סטודענט, נאָר אַ געראָטענעם. הורװיטש רופֿט מען אים, בעני הורװיטש. אָט דער דאָזיקער הורװיטש איז ניט גלאַט אַ הורװיטש, ער שטאַמט פֿון אַ גרױסן ייִחוס ― באַרימט זיך דוד שאַפּיראָ ― ער קומט אַרױס פֿון די אמתע, פֿון די פּינסקער הורװיטשעס, װאָס ציִען זײער ייִחוס אַזש פֿונעם של″ה הקדוש רבי ישעיה הלוי הורװיץ. הײַנט װײסט איר שױן?...

פֿריִער פֿון אַלע זענען געקומען חתנס צד, דער אײַנבינדער מיט דער אײַנבינדערין, װאָס האָט אַ פּנים פֿון אַ מצה, בײדע אָנגעטאָן שבתדיק. זײ האָבן זיך אָבער בײדע אַװעקגעזעצט אין אַ װינקעלע מיט גרױס דרך־ארץ. עס איז נישט געװען װער עס זאָל זײ אױסנעמען. בעטי איז נאָך געװען בײַ זיך, דודן איז נישט אָנגעשטאַנען: „אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה!...“ און שׂרה איז נאָך געװען אין קיך מיט נאָך עפּעס אַ ייִדענע, בײדע שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט ― מע האָט געבראָטן גענדז, געפּרעגלט שמאַלץ און געבאַקט לאַטקעס. נאָר אַז די נגידים זענען געקומען ― די רײַכע שװעגערין טױבע מיט אירע אױסגעגעבענע טעכטער און שנור (דער שװאָגער, ר′ שלמה פֿאַמיליאַנט, איז נישט געװען אין דער הײם. דער דאָזיקער עולם־הזהניק האָט זיך פֿאַרגונען אַ לוקסוס און איז אַװעק אױף חנוכּה צום רבין), און באַלד נאָך זײ האָט זיך באַװיזן דוד שאַפּיראָס שעף מיט זײַנע בנים ― האָט מען שױן נישט געקאָנט זײַן אַזױ גראָב, און שׂרה האָט גיך אַרױפֿגעצױגן דאָס זײַדענע מלבוש און די דימענטלעך און איז אַרױס אַ שײַנענדיקע צו זי ליבע געסט און האָט זיך צעקושט מיט די רײַכע קרובֿים:

― טױבעניו, האַרצעניו, װוּ זענען אײַערע מײדלעך?

― גאָט איז מיט אײַך, שׂרהל קרױן, איר װײסט נישט, אַז באַרישניס גײען נישט אױף אַ קנס־מאָל? ― און ס'איז אַװעק בײַ זײ אַ װינטשעניש אױף היפּשע עטלעכע מינוט. פֿריִער האָט טױבע געװינטשעװעט שׂרהן, אַז זי זאָל דערלעבן טאַקע אין גיכן אם־ירצה־השם צו דער חופּה. „שױן צײַט...“ דערנאָך האָט איר שׂרה געװינטשעװעט בײַ אירע ייִנגערע טעכטער אין גיכן אױף אַ קנס־מאָל. „שױן לאַנג צײַט...“

― אָמן הלװאַי ― האָט טױבע אונטערגעכאַפּט מיט אַ פֿרום פּנים, זיך געמאַכט גלײַך װי זי הערט נישט, אַז די שװעגערין צאָלט איר מיט אַ שטאָך פֿאַר אַ שטאָך ― און מניה־ובֿיה האָט זי געכאַפּט אַ קוק צו די מאַנסבילן, געזוכט צװישן זײ דעם חתן מיט דער כּלה. צום סוף איז גאָר דער חתן געזעסן מיט דעם דאָקטאָר אין אַ װינקעלע און געשפּילט מיט אים אין שאָך. בײדע אָן היטלען און בײדע אַזױ פֿאַרטיפֿט אין שאָכברעטל, אַז זײ האָבן גאָרנישט באַמערקט, װאָס אַרום טוט זיך. און די כּלה איז זיך באַזונדערס געזעסן מיט עפּעס אַ פֿרעמדן מאַנסביל, אױך אָן אַ היטל, מיט אַ מוראדיק גרױסן קאָפּ (דאָס איז געװען דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד).

בעטי איז נאָך קײנמאָל, דאַכט זי, נישט געװען אַזױ שײן און מיט אַזױ פֿיל חן װי אַצינד. זי האָט באמת געשײַנט װי די זון, כאָטש אױף איר שײַנענדיק פּנים איז געװען צו באַמערקן אַ נײַעם שטריך, אַ צײכן פֿון אַ פֿאַרבאָרגענער מרה־שחורה. נאָר דאָס האָט איר צוגעגעבן אַ באַזונדערן הן... די מומע טױבע האָט זיך אױף איר פֿאַרקוקט און געקרעכצט. נאָר פֿון װאָס זי האָט געקרעכצט, איז שװער צו װיסן: צי פֿון דעם, װאָס אָרעמע מײדלעך אָן אַ גראָשן נדן האָבן חתנים, נאָר אירע „באַרישניס“ שיקט דער אױבערשטער נישט צו קײן זיװג?... צי פֿון דעם איז זי געװען פֿאַרזאָרגט, װאָס דאָס רובֿ מאַנסבילן זיצן דאָ אָן היטלען װי די גױים?... אָדער אפֿשר גאָר פֿון דעם, װאָס קוקנדיק אױף בעטין, האָט זי זיך דערמאָנט אָן איר שלמהן דעם חסיד, װאָס װען ער זאָל זײַן דאָ, װאָלט ער דאָס מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן זיך אײַנגעקוקט אין דער פּלימעניטשקע?... ― מיט אײן װאָרט, די מומע טױבע האָט, נעבעך, גוט געקרעכצט, נאָר װער האָט זיך אַרומגעקוקט אױף איר אַצינד, אַז עס קומען אָן אַלעמאָל נײַע געסט און מען דאַרף יעדן אױפֿנעמען? גאַנץ אױבן־אָן האָבן זיך באַזעצט די נגידים, דוד שאַפּיראָס שעף מיט דער אָנגעקלעפּטער באָרד און מיט די זילבערנע קײַלעכיקע ברילן, און זײַנע בנים, די זין מיט די אײדעמס, װאָס האָבן אַלע אַזױ פֿיל גערױכערט, אַז מען האָט קױם געזען אײנס דאָס אַנדערע. נעבן זײ איז געשטאַנען דער בעל־שׂימחה (דוד שאַפּיראָ), װאָס האָט זײ אונטערגעהאַלטן מיט אַ שמועס. ער האָט זײ דערצײלט, שטילערהײט נאַטירלעך, װעגן דער גרױסקײט פֿונעם חתן, אַז כאָטש ער איז נישט רײַך, דערפֿאַר שטאַמט ער פֿון אַ גרױסן ייִחוס. ער איז אַ הורװיטש, פֿון די אמתע, פֿון די פּינסקער הורװיטשעס, װאָס קומען אַרױס פֿונעם של″ה הקדוש. הײַנט זײַן קאָפּ און זײַנע קענטנישן מיט זײַנע אױפֿטועכצן ― דער ערשטער סטודענט צװישן די סטודענטן, װאָס זענען אַלע קעגן אים אַ... װײס איך װאָס! איר זאָלט אים האָרכן רעדן! הײַנט שרײַבט עס אַ לשון־קודש! הײַנט קען עס גמרא אױסנװײניק! הײַנט שפּילט דאָס אין שאָך!...

אַ ביסל נאָר האָט דודן פֿאַרשטערט די שׂימחה דעם חתנס שװאָגער, דער אײַנבינדער, װאָס איז געזעסן װי אין אַ הײס בעדל און געשװיצט, מיט שרעק אַרומגעקוקט זיך אױף אַלע זײַטן און איבערהױפּט אױף די נגידים. זײַן װײַב, די אײַנבינדערין מיטן מצה־פּנים, האָט זיך געריסן עטלעכע מאָל צו דער שאַפּיראָכע, געװאָלט פֿאַרפֿירן מיט איר אַ שמועס, װי מיט אַן אַלטער באַקאַנטער, געװאָלט איר דערמאָנען אָן יענער נאַכט, װען מע איז געזעסן, נישט הײַנט געדאַכט, אַ גאַנצע נאַכט אין דרױסן, האָט איר דער אײַנבינדער נישט געלאָזט, ער האָט איר אַלעמאָל געגעבן אַ צי בײַם אַרבל זי זאָל זיצן שטיל און אַלײן האָט ער אונטערגעהוסט זיך אין אַרבל אַרײַן. „צװישן בעלי־בתּים דאַרף אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה זיצן מיט דרך־ארץ...“

נישט אַזױ גרינג, מאָלט אײַך, איז שׂרה שאַפּיראָן אָנגעקומען אָט דער דאָזיקער מזל־טובֿ. אַ קניה ערד האָט זי באַדאַרפֿט פֿריִער אױסשלאָגן פֿאַר דער טאָכטער, אײדער זי האָט בײַ איר געפּועלט, אַז ס'זאָל נעמען אַן עק ― טױט אָדער רױט! לאָזן לײַטישע מײַלער זיך באַרויִקן, אױפֿהערן האָבן צו טאָן מיט איר טאָכטער און מיטן סטודענט, װאָס ליגט בײַ זײ טאָג װי נאַכט, װיל גאָר פֿון שטוב נישט אַרױס! די אָרעמע מוטער האָט נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ נסיון איר טאָכטער איז אױסגעשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ בריװ זי באַקומט פֿון זײער געװעזענעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט אַזױ טרױעריק אָפּגעשפּילט דעם בלוטיקן שפּאַס... פֿון די דאָזיקע בריװ האָט נישט געװוּסט קײן בן־אָדם, אַפֿילו בעני הורװיטש, װאָס איז געװען איר בעל־סוד. דאָס הײסט ער האָט געװוּסט, אַז פֿון עמיצן האָט זי בריװ און עמיצן ענטפֿערט זי; ער האָט געװוּסט, װער דער עמיצער איז ― דאָס אױך, נאָר פֿרעגן זי װער װאָס װעמען ― האָט ער נישט געװאָלט. דאָס װעט קײנער נישט דערװאַרטן זיך. דערױף איז ער אַ פּינטשוק און אַ הורװיטש. נײן, ער װעט גיכער שטאַרבן, אײדער אַרױסװײַזן אַפֿילו אַ סימן, אַז ער װײס פֿון עפּעס צו זאָגן. און דאָס פֿאַרדריסט בעטין סכּנות! זי װאָלט װעלן מיט אים זיך דורכשמועסן, אַן עצה האַלטן, װאָס ענטפֿערט מען יענעם, װײַזן אים, װאָס יענער שרײַבט צו איר, נאָר אַז ער פֿרעגט זיך ניט נאָך, אַז ער מאַכט זיך גלײַך װי ער אינטערעסירט זיך גאָרנישט דערמיט, זאָל זי אים גײן דערצײלן מעשׂיות, התנצלות? ― דאָס װעט קײנער ניט דערװאַרטן זיך. דערױף איז זי שאַפּיראָס אַ טאָכטער, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס... דרײַ טאָג איז זי אַרומגעגאַנגען אַ צעקאָכטע, דרײַ נעכט ניט געשלאָפֿן, אַ סך געװײנט, אױסגעװאַשן דאָס פּנים און װידער געװײנט, בסוד־סודות, און אױפֿן פֿערטן טאָג איז אַװעק אַן ענטפֿער אַ גרױסער בריװ, אַ פֿרײַנדלעכער, אין װעלכן זי האָט אױסגעגאָסן אינגאַנצן איר האַרץ, אַרױסגעזאָגט דעם אמת, צעגלידערט אירע געפֿילן צו אים ביז דער קאַטאַסטראָפֿע און נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע (אונטערן װאָרט „קאַטאַסטראָפֿע“ האָט מען באַדאַרפֿט פֿאַרשטײן דעם טאָג פֿונעם מישפּט, װען מ'איז געװױר געװאָרן, אַז דער ייִד גריגאָרי מאָיסײעװיטש ראַבינאָװיטש איז גאָר אַ קריסט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ...). זי האָט זיך געפֿלײַסט אױפֿצוּװײַזן אים, אַז דאָס, װאָס ער שרײַבט, װאָלט געװען אַן אומזין פֿאַר זײ בײדע. די גרענעצן, װאָס צױמען זײ אָפּ, װעט זי נישט אַריבערטרעטן קײנמאָל אױס ליבע צו איר פֿאָלק, צוליב װעלכן און מיט װעלכן זי װערט פֿאַרשװאַרצט און איז גרײט פֿאַרשװאַרצט װערן

אױך װײַטער ― דאָס האָט זי אים שױן װיפֿל מאָל געזאָגט. דאָס איז אַ נאַטור־זאַך, װאָס מען קאָן נאָר פֿילן מיטן האַרצן און עס לאָזט זיך ניט באַהערשן מיטן שׂכל... און אױך ער טאָר עס נישט טאָן און דאַרף עס נישט טאָן דערפֿאַר, װײַל דאָס װאָלט געװען קעגן געזונטן פֿאַרשטאַנד, קעגן דער נאַטור און קעגן געװיסן, און ער איז דאָך צו ערלעך, אַז ער זאָל קאָנען זײַן פֿעיִק אױף אַ זאַך, װאָס איז ניט אינגאַנצן כּשר...

„איר האָט באַװיזן אַזױ פֿיל העלדנמוט ― לאָזט זי אױס איר בריװ ― זײַט אַ העלט אױך װײַטער, פֿאַרגעסט, אַז צװישן אונדז זענען װען געװען אַנדערע געפֿילן אױסער די געפֿילן פֿון דײַנער גוט־פֿרײַנדשאַפֿט, װעלכע לאָזן בלײַבן צװישן אונדז אױף אײביק און אײביק!...

* * *

גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אַז ער האָט באַקומען דעם דאָזיקן בריװ, איז ער געװען זײער דערשלאָגן. ער איז כּמעט גרײט געװען זיך נעמען דאָס לעבן. ער האָט דאָס אָבער נישט געטאָן. אַז ער איז אָפּגעקומען זײַן שטראָף פֿאַרן שפּאַס, דאָס הײסט, פֿאַרן אָנרופֿן זיך מיט אַ פֿרעמדן נאַמען און װױנען אױף אַ פֿרעמדן פּאַס מיט אַ פֿרעמדן דיפּלאָם, האָט ער זיך איבערגעבעטן מיטן פֿאָטער און איז אַרײַן אין אוניװערסיטעט און לערנט, זאָגט מען, גאַנץ גוט. ביסלעכװײַז האָט ער זיך אױסגעניכטערט פֿון די פֿריִערדיקע חלומות און איז אַרײַן אין דער קאָליע אַרײַן און איז אַװעק מיטן שטראָם. נאָר ס'איז צו האָפּן, אַז פֿון אים זאָל אַרױס אַ געלײטערטער קריסט, װאָס איז דיסטילירט געװאָרן אױף ייִדישן װאַסער... גיט אונדז אַהער אַ ביסל מערער אַזעלכע קריסטן ― און דאָס ייִדנטום איז געשירעמט פֿון אַ סך אומזיסטע באַשולדיקונגען, זילזולים, בילבולים, באַלײדיקונגען, צרות, יסורים, שלעק, פּורעניותן...

נישט אױסגעהאַלטן דעם בזיון האָט נאָר זײַן שװעסטער. די גוטע פֿרומע װיעראַ האָט באַלד נאָך דעם ברודערס צוריקקערן אַהײם אײַנגעגעבן זיך אין מאָנאַסטיר.

* * *

און דער אמתער ראַבינאָװיטש האָט, גלײַך װי דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש, פֿריִער פֿון אַלץ אָפּגעקומען זײַן שטראָף פֿאַרן זעלביקן שפּאַס... נאָר דאָס איז געװען אַ קלײניקײט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ים צרות, װאָס האָבן זיך פֿאַר אים געעפֿנט ערשט נאָכדעם, בעת ער האָט געװאָלט לערנען װײַטער און באַגעגנט אַ מבול פֿון צירקולאַרן מיט אַזױ פֿיל נײַע באַגרענעצונגען, אַז ער האָט געמוזט זיך אָפּטראָגן קײן אױסלאַנד, „שעפּן חכמות און װיסנשאַפֿט פֿון פֿרעמדע קװאַלן>>.“ אין די סאַמע ביטערע שװערע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן טראָגט ער זיך אַריבער אין זײַנע זכרונות אַהין אין דעם כּישופֿדיקן לאַנד פֿון „אופֿיר“, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן „בת־מלכּה“, װאָס װײס גאָר אַפֿילו ניט, ניט פֿון קײן „בלוטיקן שפּאַס“, ניט פֿון דעם, אַז ער איז געװען אײנער פֿון די העלדן פֿונעם דאָזיקן „בלוטיקן שפּאַס“.