400 שלום עליכם
סינאַגאָגע, טראָגט זיך אָפּ באַצײַטנס, כּל־זמן מע האָט אײַך נישט געבראָכן
די בײנער!“...
― איר קאָנט אײַך גײן, ― זאָגט דאָס װײַבל צו טאַמאַראַן. ―
איך בלײַב זיצן דאָ, עס מעג זיך זײַן װאָס עס װיל זיך, פֿאָרט צװישן
קריסטן, טאָמער װעט זיך עמעצער דערבאַרעמען. איך בין אַן אָרעמע
אַלמנה מיט צװײ ברעקלעך קינדער יתומים. װאָס װעט מען בײַ מיר
נעמען?...
טאַמאַראַ לאָזט זיך גײן און דערזעט פֿון דער װײַטן אַ פּראָצעסיע מיט
נאַציאָנאַלע פֿאָנען. װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? און זי דערזעט פֿון דער װײַטן
שױן זײער אַ שײן בילד, װיִאַזױ מע האַקט טירן, מע ברעכט פֿענצטער
און מע װאַרפֿט און מע שמיצט און מע שלײַדערט, און קלײנע
שקצימלעך און גױעס און שיקסעס הײבן דאָס אױף, און מע שלאָגט עפּעס
עמעצן. און זי זעט, װי מענטשן פֿאַלן און מע טרעט אױף זײ מיט די
פֿערד... און טאַמאַראַ לױפֿט צו, און דערזעט, אַז אָט האָט זיך
פּלוצעם די פּראָצעסיע אָפּגעשטעלט נעבן דער גימנאַזיע... אױפֿן באַלקאָן
שטײט דער אַלטער ראָמאַנענקאָ אָן אַ היטל און בײגט זיך און נײגט
זיך, און עס לאָזט זיך הערן אַ מוראדיקער „הורראַ!“
― נידער מיט דער קאָנסטיטוציע! אַ טױט צו די ייִדן!!!
― הורראַ! אַ טױט צו די ייִדן!!!...
קאַפּיטל 11.
דער שטורעם פֿאַרשפּרײט זיך
דעם אַפּטײקער סאָלאָמאָן סאַפֿראַנאָװיטש איז דאָס אָפּגעראָטן, װי אַ
מוצלח. אים האָט דאָס נאָכן ערשטן שאָס אָפּגעריסן פֿון זײַן פֿרײַנדין
נאַדיעזשדאַ אַלעקסאַנדראָװנאַ און אַװעקגעטראָגן מיטן שטראָם אין אַן
אַנדער זײַט שטאָט, אין די װײַטע גאַסן און געסלעך, װוּ ער איז שױן
לאַנג נישט געװען. ער האָט דערהערט פֿון דאָרטן, פֿון אונטן ערגעץ,
טראָגן זיך מאָדנע קולות; עס האָט אױסגעדאַכט, װי מענטשן שרײַען,
רופֿן צו הילף, און ס'איז אים געװאָרן קאַלעמוטנע אױפֿן האַרצן, און ער
|
|
400 sholem aleykhem
sinagoge, trogt zikh op batsaytns, Kl-zman me hot aykh nisht gebrokhn
di beyner!''...
― ir kont aykh geyn, ― zogt dos vaybl tsu tamaran. ―
ikh blayb zitsn do, es meg zikh zayn vos es vil zikh, fort tsvishn
kristn, tomer vet zikh emetser derbaremen. ikh bin an oreme
almone mit tsvey breklekh kinder yesoymem. vos vet men bay mir
nemen?...
tamara lozt zikh geyn un derzet fun der vaytn a protsesye mit
natsyonale fonen. vos zol dos badaytn? un zi derzet fun der vaytn
shoyn zeyer a sheyn bild, viazoy me hakt tirn, me brekht fentster
un me varft un me shmitst un me shlaydert, un kleyne
shktsimlekh un goyes un shikses heybn dos oyf, un me shlogt epes
emetsn. un zi zet, vi mentshn faln un me tret oyf zey mit di
ferd... un tamara loyft tsu, un derzet, az ot hot zikh
plutsem di protsesye opgeshtelt nebn der gimnazye... oyfn balkon
shteyt der alter romanenko on a hitl un beygt zikh un neygt
zikh, un es lozt zikh hern a mur#diker "hurra!''
― nider mit der konstitutsye! a toyt tsu di yidn!!!
― hurra! a toyt tsu di yidn!!!...
kapitl 11.
der shturem farshpreyt zikh
dem apteyker solomon safranovitsh iz dos opgerotn, vi a
mutslekh. im hot dos nokhn ershtn shos opgerisn fun zayn frayndin
nadyezhda aleksandrovna un avekgetrogn mitn shtrom in an
ander zayt shtot, in di vayte gasn un geslekh, vu er iz shoyn
lang nisht geven. er hot derhert fun dortn, fun untn ergets,
trogn zikh modne koyles; es hot oysgedakht, vi mentshn shrayen,
rufn tsu hilf, un s'iz im gevorn kalemutne oyfn hartsn, un er