שלום עליכם
דאָס זעכצנטע קאַפּיטל: אין געפֿענקעניש
אַז מע כאַפּט אײַך אױף אין מיטן נאַכט, סאַמע אין בעסטן
שלאָף, און מע מאַכט מיט אײַך אַ שפּאַציר איבער עטלעכע פֿינצטערע
גאַסן באַרג אַרױף און באָרג אַראָפּ און װידעראַמאָל באַרג אַרױף,
און מע טיאָפּקעט זיך מיט אײַך איבער דער אָסיענדיקער בלאָטע
מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע סאָלדאַטן, װאָס טרײַבן אײַך מיט אַלע
געפֿאַנגענע האַלדז און נאַקן, און איר הערט זיך אָן אַזעלכע רײד
מיט אַזעלכע קללות, װאָס איר האָט נאָך אַזעלכס ניט געהערט
קײנמאָל, און מע ברענגט אײַך צו פֿירן אין אַ מקום, װוּ ס'איז
אָנגערױכערט און אָנגעשטונקען אַזױ, אַז מע זעט ניט די ליכטיקע װעלט,
און מע נעמט אײַך און מע זעצט אײַך אַרײַן אינאײנעם מיט שיכּורים
און גנבֿים און גאָט װײס מיט װעמען, און איר װילט זיך צוזעצן
און ס'איז ניטאָ אױף װאָס, סײַדן אױף דער הױלער שמוציקער און
גליטשיקער ערד, און טאָמער װילט איר פּראָטעסטירן, איז ניטאָ צו
װעמען, סײַדן צו די פֿיר װענט, ― אָט דאָס אַלעס אַז איר מאַכט
דורך, פֿאַרלירט איר דעם גאַנצן קוראַזש און פֿאַרטראַכט זיך װעגן
אַזעלכע זאַכן, װאָס איר האָט ביז אַהער װינציקער פֿון אַלץ
געטראַכט.
װיפֿל אונדזער העלד האָט זיך ניט געשטאַרקט, אָנגענומען זיך
מיט האַרץ, געשפּאַנט װי אַ קאָזאַק מיטן גאַנצן „אָבכאָד [обход : גאַנג]“ צום טאַקט:
אײנס־צװײ, אײנס־צװײ, זיך געגעבן דאָס װאָרט זײַן שטאַרק ביזן
סוף, און אַדרבה, זיך געפֿילט אין דער דאָזיקער נאַכט נאָך מער
שטאַרק און מער שטאָלץ װי אַלע מאָל, ― דאָך, אַז מע האָט אים
אַראָפּגעלאָזט אינעם גוטן מקום אַרײַן, האָט ער זיך געמוזט מודה
זײַן, אַז באַשרײַבן דאָס לעבן אין אַ בוך איז אַ סך גרינגער, װי
|
|
sholem aleykhem
dos zekhtsnte kapitl: in gefenkenish
az me khapt aykh oyf in mitn nakht, same in bestn
shlof, un me makht mit aykh a shpatsir iber etlekhe fintstere
gasn barg aroyf un borg arop un videramol barg aroyf,
un me tyopket zikh mit aykh iber der osyendiker blote
mit a gantser khalyastre soldatn, vos traybn aykh mit ale
gefangene haldz un nakn, un ir hert zikh on azelkhe reyd
mit azelkhe kloles, vos ir hot nokh azelkhs nit gehert
keynmol, un me brengt aykh tsu firn in a mokem, vu s'iz
ongeroykhert un ongeshtunken azoy, az me zet nit di likhtike velt,
un me nemt aykh un me zetst aykh arayn in#eynem mit shikurem
un ganovem un got veys mit vemen, un ir vilt zikh tsuzetsn
un s'iz nito oyf vos, saydn oyf der hoyler shmutsiker un
glitshiker erd, un tomer vilt ir protestirn, iz nito tsu
vemen, saydn tsu di fir vent, ― ot dos ales az ir makht
durkh, farlirt ir dem gantsn kurazh un fartrakht zikh vegn
azelkhe zakhn, vos ir hot biz aher vintsiker fun alts
getrakht.
vifl undzer held hot zikh nit geshtarkt, ongenumen zikh
mit harts, geshpant vi a kozak mitn gantsn "obkhod [обход : gang]'' tsum
takt:
eyns-tsvey, eyns-tsvey, zikh gegebn dos vort zayn shtark bizn
suf, un adrbh, zikh gefilt in der doziker nakht nokh mer
shtark un mer shtolts vi ale mol, ― dokh, az me hot im
aropgelozt inem gutn mokem arayn, hot er zikh gemuzt moyde
zayn, az bashraybn dos lebn in a bukh iz a sakh gringer, vi