שלום עליכם
דאָס צװײטע קאַפּיטל
זײ האָבן זיך געביטן
― חבֿרים! ― אַזױ האָט גרישאַ אָנגעהױבן שטיל, װי אַ געניטער
רעדנער, פֿאַרבױגן דעם גראָבן פֿינגער אונטער דער זשילעט און
תּחילת אַ ביסל אַראָפּגעקוקט אַראָפּ; דערנאָך אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ
העכער און העכער און גערעדט װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער און
הײסער. ― חבֿרים! אין דעם דאָזיקן מאָמענט רעדט צו אײַך ניט אײַער
חבֿר גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר אײַער צװײטער חבֿר הערשקאָ ראַבינאָװיטש
רעדט מיט אײַך. מײנט ניט, אַז איך בין גערירט, אָדער אַז עס
רעדט אין מיר דער װײַן. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז איך בין בײַ אַלע
געדאַנקען, און איך שװער אײַך, אַז איך בין נאָך קײנמאָל ניט
געװען אַזױ ניכטער װי אַצינד. די זאַך װערט דערקלערט מיט אַ קורצע
פֿאָררעדע: אונדזער חבֿר, װאָס האָט געהײסן הערשקאָ ראַבינאָװיטש
און איצטער הײסט ער גרישאַ פּאָפּאָװ ― אָט באַלד װעט איר װיסן
פֿאַרװאָס ―, געהערט צו אַ פֿאָלק, װאָס די װעלט האָט ניט ליב
און װערט פֿאַרפֿאָלגט כּמעט אומעטום אױפֿן גאַנצן ערד־קוגל. מיר
װײסן ניט, פֿאַרװאָס און פֿון װאַנען עס נעמט זיך אַזאַ געװאַלדיקע
שׂינאה, און דאָס איז ניט אונדזער אױפֿגאַבע אַצינד צו דערגרונטעװען
זיך, װער עס איז דאָ מער שולדיק ― צי די פֿאַרפֿאָלגער, צי די
פֿאַרפֿאָלגטע, צי די אונטערדריקער, צי די אונטערגעדריקטע. מעגלעך, אַז
בײדע צדדים זענען גערעכט יעדער נאָך זײַן גאַנג, אָדער זײ זענען
אפֿשר בײדע אומגערעכט. מיר װײסן נאָר, אַן די שטאַרקערע זאָגן
אױף די שװאַכערע װאָס אין דער קאָרט, געפֿינען אױס אַלע חסרונות
אין דער װעלט, און די שװאַכערע טענהן, אָן ס'איז אַ ליגן, זײ
זענען ניט ערגער פֿון אַנדערע און אפֿשר נאָך בעסער. ערגער אָדער
|
|
sholem aleykhem
dos tsveyte kapitl
zey hobn zikh gebitn
― khaveyrem! ― azoy hot grisha ongehoybn shtil, vi a geniter
redner, farboygn dem grobn finger unter der zhilet un
tkhiles a bisl aropgekukt arop; dernokh oyfgehoybn dem kop
hekher un hekher un geredt vos vayter alts shtarker un
heyser. ― khaveyrem! in dem dozikn moment redt tsu aykh nit ayer
khaver grisha popov, nor ayer tsveyter khaver hershko rabinovitsh
redt mit aykh. meynt nit, az ikh bin gerirt, oder az es
redt in mir der vayn. ikh farzikher aykh, az ikh bin bay ale
gedanken, un ikh shver aykh, az ikh bin nokh keynmol nit
geven azoy nikhter vi atsind. di zakh vert derklert mit a kurtse
forrede: undzer khaver, vos hot geheysn hershko rabinovitsh
un itster heyst er grisha popov ― ot bald vet ir visn
farvos ―, gehert tsu a folk, vos di velt hot nit lib
un vert farfolgt kemat umetum oyfn gantsn erd-kugl. mir
veysn nit, farvos un fun vanen es nemt zikh aza gevaldike
sine, un dos iz nit undzer oyfgabe atsind tsu dergrunteven
zikh, ver es iz do mer shuldik ― tsi di farfolger, tsi di
farfolgte, tsi di unterdriker, tsi di untergedrikte. meglekh, az
beyde tsdodem zenen gerekht yeder nokh zayn gang, oder zey zenen
efsher beyde umgerekht. mir veysn nor, an di shtarkere zogn
oyf di shvakhere vos in der kort, gefinen oys ale khesroynes
in der velt, un di shvakhere tenhn, on s'iz a lign, zey
zenen nit erger fun andere un efsher nokh beser. erger oder