פֿעליעטאָנען: װער בין איך אָדער צװײ קאָני־לעמלס

שלום עליכם (אַלע װערק)

װער בין איך אָדער צװײ קאָני־לעמלס

אױב איר זענט געװען אַ מאָל אין ייִדישן טעאַטער, האָט איר געװיס געזען אַ קאָמעדיע פֿון גאָלדפֿאַדןאַבֿרהם גאָלדפֿאַדן 1840-1908 מיטן נאָמען „קאָני־לעמל“. דאָרט קומט פֿאָר, װי אַזױ אַ חתן קאָני־לעמל באַקענט זיך מיט נאָך אַ חתן אױך קאָני־לעמל און גײט אַרױס פֿון די כּלים: „סטײַטש ― זאָגט קאָני־לעמל ― װי באַלד אַז איר זענט קאָ־קאָ־קאָני־לעמל, הײַנט װער בין איך“? ―

פּונקט דאָס אײגענע איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקן פּסח מיט מיר.

עס האָט זיך באַװיזן נאָך אַ שלום־עליכם.

און דער אמתער שלום־עליכם איז נאָר יענער.

הײַנט װער בין איך?

דאָס איז דער משל. און דעם נימשל װײסט איר שױן.

ס'איז אַרױס אַ ביכל מיטן נאָמען „די מלחמה פֿון רוסלאַנד מיט יאַפּאָניע“ פֿאַרפֿאַסט פֿון שלום־עליכם און אָפּגעקױפֿט אױף אײביק און אַרױסגעגעבן פֿונעם דרוקער דובעריש טורש אין װאַרשע.

האָב איך מסתּמא אַװעקגעשריבן צום דרוקער דובעריש טורש אַ שלום־לאַהובֿי־בריװל: „ידידי! װען האָב איך דיר פֿאַרקױפֿט אַ ביכל פֿון יאַפּאָניער, אַז איך װײס גאָר ניט פֿון װאָס צו זאָגן?“ קומט מיר אָן אַ קלאָרע תּשובֿה פֿונעם דרוקער טורש מיט אַפֿילו זײער אַ שײנע מליצה און מיט פּסוקים אַ סך, ער אין זיך מודה, אַז דער מחבר פֿונעם ביכל איז אַ איש־חשובֿ, נאָך אַ ביסל ניט קײן געזונטער, און זאָגט מיר צו און שװערט זיך בײַ זײַן לעבן, אַז בײַ דער צװײטער אױפֿלאַגע װעט ער אױסמעקן דעם נאָמען „שלום־עליכם“. װאָס פֿאַר אַ פּשט װאָלט איך דערפֿון געקענט לערנען?

װאָלט איך געקענט לערנען דעם פּשט, אַז ס'איז אַ נעכטיקער טאָג, דאָס הײסט, אַז דער „שלום־עליכם“ איז גאָר לא היה ולא נבֿרא, אַזױ װי כּדומה למשל איובֿ, דאָס האָט מסתּמא דער דרוקער טורש אַלײן אַנידערגעלײגט דעם נאָמען „שלום־עליכם“ אױפֿן ביכל, געװאָלט זען װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט דאָס האָבן. צום סוף קומט מיר אָן נר′ 374 „הצופֿה“ מיט אַ תּשובֿה פֿון שלום־עליכם צו שלום־עליכמען.

אינעם דאָזיקן בריװ פֿון „הצופֿה“ שרײַבט מיר דער נײַער שלום־עליכם, אַז שױן אַ יאָר זיבן און צװאַנציק, אַז ער האָט אָפּגעדרוקט זײַן װערק „די סאַלאַמאַנדריאַ“ און נאָך אַנדערע װערק ― און אױף זײ אַלע איז געחתמעט זײַן נאָמען „שלום־עליכם“. לכן פֿאַרשטײט ער ניט, װאָס איז דאָ דער טאַרעראַם?!!

נבֿהל־ונשתּומם בין איך געװאָרן: זיבן און צװאַנציק יאָר, אַז ער, דער אמתער שלום־עליכם, שרײַבט און דרוקט ספֿרים, און איך װײס ניט פֿון װאָס צו זאָגן; זיבן און צװאַנציק יאָר אָן אַ יובילײ?!… אַזאַ רציחה!

נאָך מער: זיבן און צװאַנציק יאָר אַז ער, שלום־עליכם, שרײַבט און דרוקט ספֿרים, און זעט אַז עס שטײט אױף נאָך אײנער אַ שלום־עליכם און דרוקט אױך ספֿרים און אױך אונטער דעם אײגענעם פּסעװדאָנים און גאָרניט!

פּלאי־פּלאָים!

אַצינד פֿרעגט זיך אַ קשיא. װי באַלד אַז דער אמתער שלום־עליכם איז דער אַלטער שלום־עליכם פֿון װאַרשעװער נאַלעװקעסNalewki: אַ גאַס אין װאַרשע, דער מחבר פֿון דער „סאַלאַמאַנדריאַ“ און פֿון דער „מלחמה יאַפּאָניע“, הײַנט װער בין איך???

אָן אַ קאָפּ בין איך אַרומגעגאַנגען עטלעכע טעג כּסדר, איך האָב זיך געטראַכט: װײ איז מיר! װי באַלד אַז איך בין ניט איך, װאָרעם דער אמתער איך איז גאָר ער, הײַנט װער בין איך? װי באַלד אַז איך בין ער, הײַנט װאָס װעל איך טאָן אַ שטײגער, אַז ער איז זיך מישבֿ און לײגט אַרױף די האַנט אױף אַלצדינג װאָס איך האָב אין דער גאַנצער צײַט אָנגעשריבן און זאָגט אַז דאָס אַלצדינג איז גאָר זײַנס, ניט מײַנס? אָדער פֿאַרקערט, װאָס טו איך אַ שטײגער, אַז ער זאָגט אַז די „סאַלאַמאַנדריאַ“ מיט דער „מלחמה יאַפּאָניע“ זענען ניט זײַנע װערק, נאָר מײַנע װערק? אָדער װאָס טו איך כּדומה למשל טאָמער… אַ קשיא אױף אַ מעשׂה? אױף דער װעלט קאָן אַלצדינג טרעפֿן!…

בקיצור, איך האָב אַזױ לאַנג איבערגעקלערט אין יסורים און אין צרות, ביז אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אַ ייִד, אַ גאַנץ שײנער בעל־הבית, און רעקאָמענדירט זיך אױף אַ מאָדנער שפּראַך, װי מען רעדט אין װאַרשע, מיט אַ ניגון הײסט דאָס:

― שלום־עליכם.

― עליכם־שלום, זיצט. פֿון װאַנען איז אַ ייִד?

― פֿון װאַרשע.

― מה שמכם?

― שלום־עליכם.

― שלום־עליכם? װאָס הײסט שלום־עליכם? שלום־עליכם בין דאָך גאָר איך!

― װער'ט אײַך געזאָגט? טאָמער גאָר עך?

― איר? און װער בין איך?

― ניִענו! ס'גײט מיך אָן?

פֿאַר כּעס האָב איך ניט געװוּסט װאָס איך זאָל אים זאָגן. געקוקט ― געקוקט אױף אים און צעלאַכט זיך. נאָך דעם מאַך איך צו אים:

― זענט איר דאָס אַלזאָ דער מחבר פֿון מײַנע אַלע פֿעליעטאָנען װאָס אין די ייִדישע צײַטונגען?

― נו װי דען?

― און סטעמפּעניו קענט איר?

― אַ חידוש אַ ביסל?

― און טבֿיה דער מילכיקער װעמענס איז?

― מײַנער.

― און מנחם־מענדל?

― אױך מײַנער.

עס האָט זיך מיר פֿאַרדרײט דער קאָפּ און איך בין געבליבן אַ מינוט צװײ אין דעם הינערפּלעט, און אַז איך האָב אױפֿגעעפֿנט די אױגן איז שױן מײַן פּאַרשױן געזעסן אױבן אָן בײַ מײַן טיש, געהאַלטן אין האַנט מײַן פּען און געקוקט אױף מיר מיט מײַנע אױגן. גײט צו צו אים מײַן קלײנטשיק ייִנגל, אַ קינד פֿון אַ יאָר דרײַ, און בעט אים ער זאָל אים אױסמאָלן אַ פֿערדעלע: „פּאַפּאַ סדיעלאַי מניע לאָשאַדקוсделай мне лошадку: מאַך מיר אַ פֿערד“. גײט ער און מאָלט אים אַ פֿערדעלע… דאָ האָב איך שױן מער ניט געקענט מיך אײַנהאַלטן און האָב זיך אױפֿגעכאַפּט פֿונעם אָרט און… גאָט װײסט װאָס עס װאָלט פֿאָרגעקומען, װען מען קלינגט ניט אָן, עס גײט ניט אַרײַן דער בריװטרעגער מיט אַ פּאַקעט פֿון װאַרשע. איך עפֿן אױף דעם פּאַקעט, פֿאַלט אַרױס אַ ביכל מיטן נאָמען „די סאַלאַמאַנדריאַ, אָדער דער קאַפּיטאַן דרײַפֿוס“, פֿאַרפֿאַסט פֿון ק. ש. און בײַ דער זײַט איז אױסגעמאָלט צװײ װײַבערישע הענטלעך און אונטן צוגעדרוקט אַ קלײן שלום־עליכמל. ―

האָבן מיר שױן ברוך־השם „די סאַלאַמאַנדריאַ“ אָדער דעם „קאַפּיטאַן דרײַפֿוס“ פֿון שלום־עליכמען! איצט לאָמיר אַקאָרשט באַטראַכטן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַ קאַפּיטאַן דרײפֿוס מיט זיבן און צװאַנציק יאָר צוריק? איך קוק װײַטער. נידעריקער, שטײט: װאַרשע, דרוק ב. טורש 1899. נימצא, אַז די „סאַלאַמאַנדריאַ“ איז געשריבן געװאָרן ניט מיט 27 יאָר, נאָר אַ פּנים מיט פֿינף יאָר..

― פֿעטער! װאָס איז דאָס? אָט דאָס זענען אײַערע זיבן און צװאַנציק יאָר? פֿע, כ'לעבן, איר זענט דאָך עפּעס גאָר אַ װילדער שקרן!!!

אַזױ רוף איך מיך אָן צו מײַן פּאַרשױן און רוק אים אונטער זײַן „סאַלאַמאַנדריאַ“ אָדער „קאַפּיטאַן דרײַפֿוס“ גלײַך אונטער דער נאָז. ערשט איך טו אַ קוק ― והילד איננו ― ניטאָ קײן פּאַרשױן, ניטאָ קײן בעל־הבית, ניטאָ קײן װאַרשעװער ייִד, ס'איז נאָר דאָ אַ װיסטע, אַ פֿינצטערע „סאַלאַמאַנדריאַ“ מיט אַ „קאַפּיטאַן דרײַפֿוס“ מיט אַ פּאָר װײַבערשע הענטלעך מיט אַ קלײן שלום־עליכמל פֿון אונטן און מיט אַ דרוקער דובעריש טורש און מיט אַן אױפֿשריפֿט בײַ דער זײַט: „נאָכדרוק אױך איבערזעצונג שטרענג פֿאַרבאָטן“!

פֿו! צען פּוד משׂא איז בײַ מיר אַראָפּ פֿונעם מוח. די אױגן האָט ער מיר געעפֿנט דער קאַפּיטאַן דרײפֿוס, לעבן זאָל ער! אַ מאָדנער קונצן־מאַכער אָט דער דובעריש טורש פֿון די נאַלעװקעס: פֿון ב. טורש װערט בײַ אים שלום־עליכם. פֿון פֿינף יאָר װערט בײַ אים זיבן און צװאַנציק. װערט אַ מלחמה מיט יאַפּאָניע, זאָגט ער נבֿיאות אױפֿן ערשטן בלעטל, װאָס װעט זײַן דער סוף פֿון דער מלחמה און נאָך דעם שטעלט ער אַרױס אַ צונג אױף אײן אַרשין זײ לענג. דאָס איז עפּעס אַ מין משולחת, אַ לץ, אַן אָנשיקעניש, אַ כּישוף־מאַכער צו אַל די שװאַרצע יאָר! און בכדי ניט אַקעגן נאַכט צו דערמאַנען מוז מען אים אָפּזאָגן דעם רעכטן פּסוק: „זאָלסט גײן און זאָלסט לױפֿן, דובעריש ב″ר אַלכּסנדר זיסל, דורך בערג און דורך טאָלן, װאַלד־אײַן װאַלד־אױס, זאָלסט אין ערגעץ זיך ניט שטעלן װינטער אױף אַ פֿלעדערװיש, זומער אױף אַ בעזעם, אין קױמען זאָלסטו רוען אין ברונעם זאָלסטו קװעלן, זאָלסט אַרױס דורך אַ כאָליעװע פֿון אַ שטיװל און אַרײַן אין אַ לעכל פֿון אַ נאָדל, און זאָלסט אַװעק אױף אײן פֿוס אַהין־אַהין, מיטן װינט און מיטן רױך, דאָרט װוּ דער ליבער שבת־קודש קומט אַהין. טפֿו! טפֿו! טפֿו!“

דער דאָזיקער פּסוק, אַזױ האָב איך געהערט פֿון מײַן באָבע, איז אַ סגולה צו אַן עין־הרע, צו אַ בײז באַגעגעניש, צו אַ שלאַק פּורעניות און צו אַ דרוקער אַ ליגנער, װאָס האָט ליב פֿרעמדע נעמען…

1904

אַן אַגענט: אַ טאָגבוך אין דרײַ טײלן

ערשטער טײל

דאַנקען און לױבן גאָט, איך האָב הײַנט אַ פּרנסה אין האַנט אַ לײַטישע און בכּבֿודיקע: איך בין אַן אַגענט פֿון ייִדישע גאַזעטן, ביכער און זשורנאַלן, מען האָט מיר צוגעשיקט פֿון עטלעכע רעדאַקציעס אַ פּאַק מיט פּראָספּעקטן און קװיטאַנציעס אױף צו זאַמלען אַבאָנענטן. די פּראָספּעקטן גײען קײן עין־הרע זײער גוט, דער עולם לײענט זײ מיט פֿאַרגעניגן. נאָר אײנער אַ קאַפּריזנער אַבאָנענט האָט מיר אַ שמיץ געטאָן אין פּנים צוריק דעם פּראָספּעקט. „דולט מיר ניט קײן ספּאָדיק, איך האָב קײן צײַט ניט“! נאָר אַז איך האָב אים אַ זאָג געטאָן, אַז מען גיט דאָס אומזיסט, האָט ער זיך באַלד איבערגעבעטן און אַ זאָג געטאָן: „אַנו, װײַזט נאָר אַהער, װאָס שטײט דאָרטן?“ אױך די קװיטאַנציעס גײען ניט שלעכט; איך פֿאַרשרײַב אַלעמענס נעמען און געלט װעט מען מיר געבן נאָך דעם, אַז ס'װעלן אָנקומען די בלעטער. קען מען ניט זײַן אַזױ גראָב און מען מוז װאַרטן. דערװײַלע האָב איך אױסגעשריבן פֿון די רעדאַקציעס אַ סך בלעטער און שרײַב זײ, אַז איך װעל זײ אם־ירצה־השם שיקן נאָך און נאָך. דאַנקען זײ מיר, די רעדאַקציעס הײסט דאָס, און הײסן זיך שיקן דערװײַלע אַ ביסל געלט. ענטפֿער איך זײ, אַז איך װעל שיקן. װאָס דען? איך װעל זײ ניט שיקן?… אַ פּראָצענט גיט מען מיר אַראָפּ דװקא אַ היפּשן; נישקשה, מען קאָן האָבן דערפֿון גאַנץ גוט פּרנסה. קײן דערפֿער קאָן מען דערפֿון ניט קױפֿן, געװײנטלעך; נאָר אַ שטיקל ברױט קאָן מען האָבן בכּבֿוד. הײַנט קומט מען זיך צונױף מיט אַלערלײ מענטשן. די פֿײַנסטע בעלי־בתּים, מען הערט זיך אָן מיט נײַעס, מען װײסט װאָס אױף דער װעלט טוט זיך, און מען איז אַלײן אױך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ שטיקל מענטשן. דאַנקען גאָט, איך האָב צום רבונו־של־עולם קײן טענות ניט.

צװײטער טײל

אַן אומגליק מיט די רעדאַקציעס! דעם שיקן זײ און דעם ניט, דעם קומט אָן צװײ נומערן מיט אַ מאָל, און דעם קײן האַלב אַפֿילו ניט. „מיט װאָס בין