פֿעליעטאָנען

שלום עליכם (אַלע װערק)

װאָס זאָל מען פּסח עסן? אַ חמצדיקער שמועס װעגן פּסח אָדער אַ פּסחדיקער שמועס אין דער װאָכן

פֿאַראַן אַן אַלט װערטל: „יוצא זײַן פּסח לכל־הדעות, מוז מען עסן סײַדן הײסע קױלן“. איך האָב מורא אַז דאָס װערטל איז שױן באַלד מקוים געװאָרן אױף אונדז, די לעזער פֿון אונדזערע צװײ ייִדישע צײַטונגען װאָס גיבן זיך אַרױס אױף זשאַרגאָן. אין די דאָזיקע בײדע ייִדיש זשאַרגאָנישע צײַטונגען זענען הײַנטיקן פּסח אַרױס צװײ דאָקטױרים און בײדע פֿון אײן שטאָט, פֿון קיִעװ, און בײדע װעגן מצה; צי איז מצה שעדלעך, צי נוצלעך? צי זאָל מען מצה עסן צי ניט עסן קײן מצה? ס'פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך זעלבסט, אַז די דעות פֿון די צװײ דאָקטױרים גלײַכן זיך ניט אױס: װאָס אײנער זאָגט, דרינגט דער אַנדערער פּונקט קאַפּױער, גלײַך װי זײ האָבן זיך אָפּגערעדט. די דאָקטױרים הײסן: אײנער י. בענדערסקי, דער אַנדערער א. װיניצקי. דער דאָקטאָר בענדערסקי איז אַן אָפּטימיסט, אַ פֿרײלעכער דאָקטאָר, אַ חסיד פֿון מצה און האַלט פֿון לאַטקעס, קנײדלעך און כרעמזלעך אַן עולם־ומלואה. דער דאָקטאָר װיניצקי איז אַדרבא אַ פּעסימיסט, אַ גרױסער מתנגד פֿון „דער מצה“, קריטיקירט שטאַרק די קנײדלעך מיט די לאַטקעס און כרעמזלעך! דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט, אַז די מצה איז אײגנטלעך די זעלבע בולקע װאָס בולקע. דער חילוק איז װאָס געיױרענער ברױט װערט גיכער איבערגעקאָכט, און מצה געדױערט לענגער. דערפֿאַר אָבער ― אַזױ טרײסט אונדז דער דאָקטאָר בענדערסקי ― װאָס דאָס ברױט האָט זיך גיכער איבערגעקאָכט האָט דאָס אונדז געבראַכט װינציקער נוצן װי די מצה װאָס ליגט אַ ביסל לענגער אין מאָגן. אין איטאַליע און לאָמבאַרדיע ― רעדט אונדז אױס װײַטער דאָס האַרץ דער דאָקטאָר בענדערסקי ― עסט דאָס פֿאָלק אַ גאַנץ יאָר מצה, דאָס הײסט פּלעצלעך אַזעלכע פֿון ניט געיױרן טײג. נאָך מער, דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט אַז פֿאַר אַ געזונטן מאָגן איז מצה אפֿשר נאָך ערנערנדערדערנערנדיק פֿון שװאַרצברױט. דאָס איז בנוגע דער טרוקענער מצה. און װאָס אָנבאַלאַנגט די מאכלים װאָס מיר מאַכן פֿון דער מצה, געפֿינט דער דאָקטאָר בענדערסקי, אַז זײ זענען זײער געשמאַק און פֿאַר אַ געזונטן מענטשן ניט נאָר ניט שעדלעך נאָר אַפֿילו זײער נוצלעך!

הײַנט לאָמיר האָרכן װאָס זאָגט עפּעס דער צװײטער דאָקטאָר, הער װיניצקי, װעגן דער מצה? דער דאָקטאָר װיניצקי דרשענט דעם פּסוק „האָ לחמא עניא“ מײנט מען דאָס די מצה װאָס די ייִדן האָבן נעבעך אַלס קנעכט געגעסן אין מצרים גופֿא. מען האָט, זאָגט ער, געהאָדעװעט די ייִדן אין מצרים מיט מצה בכדי, זאָגט ער, דאָס עסן זאָל בײַ זײ לאַנג ליגן אין מאָגן. דער דאָקטאָר װיניצקי זאָגט אַז מצה איז שװער פֿאַרדײַלעכעסצו פֿאַרדײַען ברױט. און װער שמועסט די מאכלים װאָס מען קאָכט פֿון דער מצה ― דאָס איז גאָר אַ שחיטה! געפֿרישטע מצה, זאָגט ער, איז אַבסאָלוט שעדלעך! נײן, דער דאָקטאָר בענדערסקי איז ניט אַזאַ שלעכטער מענטש װי דער דאָקטאָר װיניצקי: דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט בפֿירוש, אַז אַפֿילו קראַנקע קאָנען עסן די מאכלים פֿון מצה, װאָס זענען נוצלעך פֿאַרן קערפּער למשל װי לאָקשן, מאַקאַראָנעןמאַקאַראָנדלעך. און דער דאָקטאָר װיניצקי װאַרפֿט אָן אַ מרה־שחורה אױפֿן לעזער, ער מאָלט אונדז אַזעלכע טרױעריקע בילדער, כּמעט װי דער שבֿט־מוסר: „דאָס האַרץ װערט שװאַכער, די לונגען אַרבעטן שלעכט, די לעבער, די מילץ, די נירן און דער מוח“ ― און דעריבער הײסט ער זיך אײַנהאַלטן און ברענגט זײער אַ גלײַך װאָרט, אַז פֿון װײניק עסן שטאַרבט מען װײניקער, בפֿרט אַכט טאָג, זאָגט ער, קאָן מען איבערטראָגן.

נײן, ניט אַזױ איז דער דאָקטאָר בענדערסקי! דער דאָקטאָר בענדערסקי, װײַזט אױס, האַלט פֿון אַכילת מצה וקנײדלעך וכרעמזלעך ופֿאַלירטשיקעס וכו′ וכו′. ער זאָגט, אַז נאָר קראַנקע האָבן אױסגעטראַכט דאָס װאָרט „שעדלעך“. אַ קראַנקן איז שלעכט, זאָגט ער, װי מען לײגט אים. אַ קראַנקן מאָגן איז שלעכט אי פּסח אי סוכּות און אין מיטן מיטװאָך און שבת־צו־נאַכטס (אמת כ'לעבן!). דער דאָקטאָר בענדערסקי זאָגט, אַז ער הערט פֿון קראַנקע גופֿא, אַז די מצה װירקט גוט אױף זײערע מאָגנס, ריכטיקער געזאָגט: אױף זײערע קישקעס. קומט אױס, הײסט דאָס, אַז מצה איז גאָר אַ רפֿואה צום מאָגן, מײן איך צו די קישקעס? דאָס איז דאָך עפּעס גאָר אַ חיות כ'לעבן! הערט זשע אָבער װאָס זאָגט דערױף דער דאָקטאָר װיניצקי? דער דאָקטאָר װיניצקי זאָגט, אַז דער עולם װײסט גאָר ניט װי װײַט שעדלעך עס זענען די כרעמזלעך מיט די קעזלעך מיט די געפֿרישטע מצות! דער דאָקטאָר װיניצקי פֿאַררופֿט זיך אױפֿן רמב″ם אַלײן, װאָס האָט אָנגעזאָגט נאָך מיט װיפֿל הונדערט יאָר פֿריִער, מען זאָל זײַן געהיט מיט מותרות! צװײ דאָקטױרים פֿון אײן שטאָט און װאָס פֿאַר אַ חילוק! װאָס פֿאַר אַ קאָנטראַסט! דער דאָקטאָר בענדערסקי רעכנט אױס די פּסחדיקע מאכלים מיט ליבשאַפֿט, מיט געטרײַשאַפֿט, ממש אַ פֿאַרגעניגן צו לײענען, „עסט, זאָגט ער, מײנע ליבע שװעסטער און ברידער! עסט געטריקנטע מצה און קנײדלעך און לאַטקעס און לאָז אײַך באַקומען!“ און דער דאָקטאָר װיניצקי לײגט שטײנער אױפֿן האַרצן און לאָזט אױס, אַז דאָס געזונט דאַרף זײַן טײַערער פֿאַר דעם קלײנעם פֿאַרגעניגן װאָס מען האָט אין דער מינוט פֿון דער אַכילה!…

אמת, דער דאָקטאָר בענדערסקי לאָזט אױס זײַן מעדיצינישן שמועס מיט אַן עצה, אַז טאָמער װעט אונדז די מצה פֿאַרשאַטן, זאָלן מיר זיך דורכפֿאָרן צו אַ דאָקטאָר (אַ דאַנק פֿאַר דער עצה, כ'לעבן!). די מעלה איז אָבער, װאָס פֿריִער מיט עטלעכע שורות זאָגט דער זעלבער דאָקטאָר בענדערסקי, אַז ניט אַלצדינג װאָס אַ דאָקטאָר זאָגט איז אמת. ניט אַזױ איז זיך נוהג דער דאָקטאָר װיניצקי. דער דאָקטאָר װיניצקי איז שױן ניט אַזאַ אַן ענװ װי דער דאָקטאָר בענדערסקי. דער דאָקטאָר װיניצקי רעכנט אַז ער איז מחויבֿ אַלס דאָקטאָר צו פֿאַרהיטן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון אַזעלכע מאכלים װאָס קאָנען חלילה שאַטן…

אַצינד בלײַבט איבער די קשיא: אַז װי באַלד צװײ דאָקטױרים און בײדע ייִדן און בײדע פֿון אײן שטאָט זאָגן אַרױס זײערע מײנונגען און בײדע אױף זשאַרגאָן, דער אַזױ און יענער פֿאַרקערט, דער זאָגט עסט, ייִדן, מצות, קנײדלעך, לאַטקעס, כרעמזלעך! און דער אַנדערער זאָגט: הזהר־והשמר, היט זיך מיט די דאָזיקע שעדלעכע מאכלים! פֿרעגט זיך אַ קשיא: װאָס זשע זאָל מען טאָן? װאָס זאָל מען פּסח עסן!??

מסתּמא װעלן אונדז די דאָקטױרים קלאָר מאַכן, דאָס יאָר איז גענוג גרױס.