פֿעליעטאָנען: אַן אַסיפֿה פֿון ייִִקאַ אין פּאַריז

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַן אַסיפֿה פֿון ייִק″אַייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע אין פּאַריז: אַ קאַטאָװעס אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

אַבֿימלך ― פּרעזידענט

פֿיכל ― װיצע־פּרעזידענט

מהומן, בזתא, חרבונא, בגתא, אַבֿגתא, זתר, כּרכּס ― מיטגלידער

הגי ― סעקרעטאַר

די געשיכטע קומט פֿאָר ענדע אָקטאָבער הײַנטיקס יאָר, אין דעם קאָמיטעט פֿון דער ייִק″אַ אין פּאַריז. (אַ רײַכער זאַל. אַ גרױסער טיש, מיט רױט געװאַנט באַצױגן, מיט גילדענע קאָטעסן. הױכע שטולן אַרום טיש. דער עולם האָט זיך אײַנגעטײלט אין פּאָרלעך, מען שטײט און מען רעדט),

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַבֿימלך: (קוקט זיך אַרום) ניטאָ נאָך אונדזער סעקרעטאַר?

פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר איז הײַנט באַשעפֿטיקט: איך װײס אַפֿילו װוּ.

אַבֿימלך: װוּ?

פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר האָט הײַנט אַ ראַנדעװוּ: איך װײס אַפֿילו מיט װעמען.

אַבֿימלך: מיט װעמען? (בײגט אָן צו אים אַן אױער, פֿיכל ראַמט אים אײַן אַ סוד, בײדע לאַכן).

מהומן: װאָס סודען זײ זיך דאָרטן?

בגתא: װער?

מהומן: אונדזער פּרעזידענט מיטן װיצע־פּרעזידענט.

חרבונא: מסתּמא װעגן הײַנטיקער זיצונג.

בגתא: אַװדאי יאָ.

אַבֿגתא: זײ האָבן מער ניט װאָס צו טאָן?

חרבונא: (צו בגתא און אַבֿגתא) שטילער! רעדט נאָר ניט קײן לשון־הרע!

זתר: (צו כּרכּסן) װען קומט איר אָן פֿון װין?

כּרכּס: הײַנט פֿרי.

זתר: אױף לאַנג?

כּרכּס: איך רעכן הײַנט נאָך מיטן בליצצוג צוריק. איך דאַרף נאָך זײַן אין אַ פּאָר ערטלעך.

זתר: גאָט װײסט װען די זיצונג װעט זיך ענדיקן! איך האָב אױף זיך אַ קאָמיסיע פֿון מײַן װײַב, אַז אָך און װײ איז מיר.

כּרכּס: און איך האָב דרײַ קאָמיסיעס: פֿונעם װײַב, פֿון דער שװיגער און פֿון דער שװעגערין.

זתר: איז אײַך דרײַ מאָל אַז אָך און װײ! אָט גײט הגי, אונדזער סעקרעטאַר, ער זאָל אונדז כאָטש ניט האַלטן לאַנג.

כּרכּס: נישקשה, ער װעט אַלײן ניט האַלטן לאַנג: מיר האָבן אַ װױלן סעקרעטאַר.

(עס קומט אַרײַן הגי דער סעקרעטאַר מיט אַ גאַנץ גרױסן פּאָרטפֿעל אונטער דער האַנט)

אַבֿימלך: זעצט זיך צום טיש, נעמט זיך צום גלעקל) רבותי! איך דערקלער די זיצונג איז אָפֿן. הער סעקרעטאַר! (ער טוט אַ מאַך צום סעקרעטאַר מיט דער האַנט, יענער עפֿנט אױף דעם פּאָרטפֿעל, ציט אַרױס אַ פּאַפּיר און לײענט).

הגי: מײַנע הערן! אױף דער פֿריִערדיקער זיצונג האָבן מיר באַשלאָסן צו קאָלאָניזירן דאָס גאַנצע לאַנד פֿון הודו ביז כּוש, באַזעצן דאָס מיט די רױטע ייִדלעך װאָס פֿון יענער זײַט טײַך סמבטיון; נאָר מחמת דאָס לאַנד איז נאָך ניט רעכט אױסגעפֿאָרשט ― האָבן מיר דערװײַלע אַסיגנירט דריטהאַלבן מיליאָן פֿראַנק אױף צו שיקן אַן עקספּעדיציע פֿון אונדזערע מיטגלידער…

אַבֿימלך: (בײגט זיך אָן צו פֿיכלען אױפֿן אױער) װוּ עסן מיר הײַנט מיטאָג, באַראָן?

פֿיכל: דאָרט װוּ אַלע מאָל…

מהומן: (צו בזתאן) װאָס סודען זײ זיך דאָרטן?

בזתא: װער?

מהומן: אונדזער פּרעזידענט מיטן װיצע־פּרעזידענט.

חרבונא: לאָז זײַן שטילער, מען הערט ניט װאָס מען לײענט.

בגתא: (צו אַבֿגתאן) װאָס דערצײלט ער אונדז נאָך אַ מאָל די מעשׂה פֿון הודו ביז כּוש? מען האָט דאָך שױן אײן מאָל גערעדט, מען זאָל אַסיגנירן דריטהאַלבן מיליאָן אױף דער עקספּעדיציע. װאָס װיל ער װײַטער?

אַבֿגתא: װאָס אַרט דאָס דיך, אַז ער לײענט? דערױף איז ער סעקרעטאַר און באַקומט אַזאַ געהאַלט…

חרבונא: לאָז זײַן שטיל!

זתר: (צו כּרכּסן) געפֿעלט אײַך הײַנטיקע „פֿיגאַראָLe Figaro: צײַטונג“?

כּרכּס: װאָס מיר פֿיגאַראָ“, שמיגאַראָ! איך האָב מיר מײַנס אין זינען! מײַנע דרײַ קאָמיסיעס! (קוקט אױפֿן סעקרעטאַר) װאָס לײענט ער דאָרט?

זתר: זאָלן מיר װיסן בײז מיט אײַך אין אײנעם!

כּרכּס: דרײַ קאָמיסיעס… איך זאָל כאָטש ניט פֿאַרגעסן!…

אַבֿימלך: (קלינגט) אַלזאָ, מײַנע הערן, איז געבליבן בײַ אונדז, אַז מיר באַשטעטיקן די צװײ מיט אַ האַלבן מיליאָן אױף דער עקספּעדיציע פֿון הודו ביז כוש?

אַלע: מיר באַשטעטיקן, באַשטעטיקן!

הגי: (נעמט אַרױס אַ פֿריש פּאַפּיר און לײענט װײַטער) דער פּראָיעקט פֿון דורכפֿירן אַ באַן פֿון דתן קײן גושן איבער קדש־ברנע. די באַן איז זײער נוצלעך פֿאַר דער אױבנדערמאָנטער קאָלאָניזאַציע װאָס פֿון הודו ביז כּוש: און הגם עס דאַרף קאָסטן אַ סך מיליאָנען, נאָר מחמת דער צװעק פֿון אונדזער חבֿרה איז קאָלאָניזאַציע, לכן טאָרן מיר זיך ניט אָפּזאָגן פֿונעם דאָזיקן װיכטיקן פּלאַן. אײן שטיקל איבערשלאָג איז פֿאַראַן ― דער טײַך סמבטיון: נאָר דערבײַ איז אױך דאָ אַ שטיקל עצה: מען באַדאַרף נאָר איבערציִען אַ בריק איבערן טײַך סמבטיון, װעט שױן אַלצדינג זײַן רעכט…

אַבֿימלך: (צו פֿיכלען אױפֿן אױער) באַראָן, װוּהין גײען מיר הײַנט: אין אָפּערע צי אױף באַלעט?

פֿיכל: איך קאָן באַשטײן אין אָפּערע און פֿון דאָרטן אױף באַלעט.

מהומן: זײ סודען זיך שױן װידער.

בזתא: װער?

מהומן: אונדזער פּרעזידענט מיטן װיצע־פּרעזידענט.

חרבונא: לאָז זײַן שטיל.

בגתא: (צו אַבֿגתאן) אָהאָ! ער האַלט שױן בײַם טײַך סמבטיון.

אַבֿגתא: אונטער די „הרי־חושך“.

חרבונא: לאָז זײַן שטיל.

זתר: (צו כּרכּסן) גאָט װײסט, װען ער װעט אַריבער דעם סמבטיון אונדזער סעקרעטאַר!

כּרכּס: האָט קײן יסורים ניט. ער װעט דאָס מאַכן גיך. ער מאַכט דאָס אַלע מאָל גיך… אַ װױלער סעקרעטאַר!

אַבֿימלך: (קלינגט) רבותי! האָבן מיר הײסט עס אָנגענומען דעם פּראָיעקט אױך?

אַלע: אָנגענומען, אָנגענומען!

אַבֿימלך: (צום סעקרעטאַר) װאָס האָט איר נאָך? (נעמט זיך צום זײגער, און אױף אים קוקנדיק נעמט זיך אױך דער װיצע־פּרעזידענט צום זײגער, און אױף אים קוקנדיק נעמען זיך אַלע צו די זײגערס).

הגי: אַ געבעטבריװ פֿון די בנות־צלפֿחד?

אַבֿימלך: (צו פֿיכלען) װער זענען זײ, באַראָן? ניט קענטלעך דער נאָמען…

פֿיכל: איר װײסט ניט די בנות־צלפֿחד? די בנות־צלפֿחד װײסט איר ניט?

אַבֿימלך: (שטיל) נײן. און אפֿשר האָב איך פֿאַרגעסן? נישקשה פֿון „סחורה“ כאָטש?

פֿיכל: אַ! געװען אַ מאָל די ערשטע יפֿיפֿיות. נאָר איצטער זענען זײ שױן אַ ביסל אין די יאָרן… שײנע, נאָר איבערגעװאַקסענע מאַמזעלן…

מהומן: (צו בזתאן) װאָס זאָגט איר, זײ הערן גאָר ניט אױף צו סודען זיך!

בזתא: װער?

מהומן: אונדזער פּרעזידענט מיטן װיצע־פּרעזידענט.

חרבונא: לאָז זײַן שטיל.

בגתא: צו אַבֿגתאן) טו נאָר אַ קוק אױפֿן פּרעזידענט ― ער האָט גאָר אַן אַנדער פּנים באַקומען. ס'איז אים אַרײַן די פֿאַרב אין פּנים.

אַבֿגתא: הערסט דו! אונדזער פּרעזידענט, אַז ער דערהערט דעם נאָמען „דאַמען“, װערט ער גאָר אַן אַנדער מענטש!

חרבונא: אָבער לאָז זײַן שטיל! מען הערט ניט קײן װאָרט!

זתר: (צו כּרכּסן) װאָס װילן די בנות־צלפֿחד?

כּרכּס: אַ רעשטל צו די צרות! קאַרג אױף מיר דאָס װײַב, די שװיגער מיט דער שװעגערין ― דאַרף איך נאָך האָבן אױף זיך די בנות־צלפֿחד!

אַבֿימלך: (קלינגט) אַלזאָ, רבותי, די בנות־צלפֿחד בעטן שטיצונג אױף דעם אינסטיטוט פֿון המ… איבערגעװאַקסענע מאַמזעלן… המ… מסתּמא זענט איר אײַנפֿאַרשטאַנען?

אַלע: אײַנפֿאַרשטאַנען. אײַנפֿאַרשטאַנען!

אַבֿימלך: (צום סעקרעטאַר) קאַנען מיר. הײסט דאָס, שליסן די זיצונג? (נעמט זיך צום זײגער, און װיל אױפֿשטײן; אױף אים קוקנדיק נעמען זיך אַלע צו די זײגערס און װילן אױפֿשטײן).

הגי: פּאַרדאָן! פֿאַראַן נאָך אײן פּאַפּיר. (אַלע זעצן זיך אױף די ערטער, ער ציט אַרױס אַ פּאַפּיר און בשעת־מעשׂה לאָזט ער אַראָפּ אױף דער ערד אַ בריװל. דאָס בריװל הײבט אױף מהומן, קוקט דאָס דורך און גיט דאָס איבער בזתאן, בזתא ― חרבונאן, חרבונא ― בגתאן, בגתא ― אַבֿגתאן, אַבֿגתא ― זתרן, זתר ― כּרכּסן! אַלע לײענען דאָס בריװל און לאַכן, האַלטן זיך בײַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער און דער סעקרעטאַר לײענט דאָס פּאַפּיר). אַ געבעטבריװ פֿון אונדזער פּעטערבורגער קאָמיטעט צו אונדז, אין פּאַריז. דער פּעטערבורגער קאָמיטעט פּראָיעקטירט צו גרינדן אַ ביוראָ פֿאַר די ייִדישע עמיגראַנטן װאָס פֿאַרלאָזן זײערע נעסטן אַלע יאָר אין די טױזנטער און צענער־טױזנטער, פֿאַרקױפֿן װאָס זײ האָבן, װערן בדיל־הדל און לאָזן זיך אַװעק אױף גאָטס באַראָט װוּהין די אױגן טראָגן, צום מײנסטן קײן אַמעריקע, אָן אַ שום מאַרשרוט, אָן אַ שום װיסן, ניט דאָס לאַנד, ניט די מענטשן, ניט די שפּראַך, און דערפֿון קומען אַרױס אָפֿט מאָל גרױסע אומגליקן; אַ סך ברענגען זיך אױס אומזיסט און אומנישט, מוזן פֿאָרן נאָכדעם צוריק מיט אַ צעבראָכן האַרץ, צעבראָכן, צעהרגעט, צעברעקלט אױף שטיקלעך…

אַבֿימלך: (צו פֿיכלען) באַראָן! װאָס לאַכן עפּעס אַזױ געשמאַק אונדזערע חבֿרה־לײט?

פֿיכל: זײ האָבן אױפֿגעהױבן עפּעס אַ בריװל, װאָס אונדזער סעקרעטאַר האָט פֿאַרלױרן און קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער.

אַבֿימלך: אױפֿגעלעבט) מען באַדאַרף זײ בעטן, זײ זאָלן דאָס אונדז באַװײַזן.

פֿיכל: אָט באַלד. (ער שרײַבט אָן אױף דער גיך עטלעכע װערטער אױף אַ שטיקל פּאַפּיר, קאַטשעט דאָס צונױף אין אַ טרײַבל און טוט דאָס אַ װאָרף צו דעם לעצטן פֿון די מיטגלידער, צו כּרכּסן. כּרכּס דרײט אױף דאָס טרײַבל, לײענט איבער דאָס קװיטעלע און גיט איבער דאָס געפֿונענע בריװל זתרן: זתר ― אַבֿגתאן, אַבֿגתא ― בגתאן, בגתא ― חרבונאן, חרבונא ― בזתאן, בזתא ― מהומנען, מהומן ― פֿיכלען, און פֿיכל לײענט דאָס איבער און גיט דאָס אָפּ אַבֿימלכן: דער פּרעזידענט מיטן װיצע־פּרעזידענט װערן שיִער ניט צעפּלאַצט פֿאַר געלעכטער און אױף זײ קוקנדיק לאַכט דער גאַנצער עולם… נאָר דער סעקרעטאַר הערט ניט אױף צו לײענען).

אַבֿימלך: (נעמט זיך צום זײגער) הער סעקרעטאַר! מאַכט דאָס בקיצור!

אַלע: בקיצור! בקיצור!

הגי: (לײענט) דאָס ציל פֿונעם ביוראָ איז: צו געבן פֿאַרשידענע נוצלעכע ידיעות פֿאַר די אָרעמע עמיגראַנטן, װאָס פֿאָרן אַריבער מאַסנװײַז אין אַנדערע לענדער, זײ אױפֿצוקלערן װי אַזױ מען זאָל פֿאָרן, װוּהין זיך קערן און װענדן; זײ זאָלן ניט אַרומבלאָנדזשען װי אומגליקלעכע שאָף…

אַבֿימלך: (האַלט דעם זײגער) דאָס האָבן מיר שױן געהערט. זאָגט אונדז דעם היוצא לנו מזה. דעם שפּיץ!

אַלע: (האַלטן זיך בײַ די זײגערס) דעם שפּיץ! דעם שפּיץ!

הגי: דער פּעטערבורגער קאָמיטעט האָט אױסגערעכנט, אַז עס באַדאַרף קאָסטן אױסהאַלטן אַזאַ ביוראָ, שױן מיט אַלע קאָרעספּאָנדענטן אין אַלע גרױסע שטעט, סך־הכּל אַן ערך פֿון צװאַנציק טױזנט פֿראַנק, און אַזױ װי מיר זענען אַ קאָלאָניזאַציעס־חבֿרה ליגט אױף אונדז אַ חובֿ מיר זאָלן כאָטש דערמיט אױסהאַלטן די אָרעמע עמיגראַנטן, די רוסישע ייִדן, װאָס עמיגרירן אַלע יאָר פֿון רוסלאַנד, און אַזױ װי מיר…

אַבֿימלך: (צו פֿיכלען) באַראָן, איך האָב מורא מיר װעלן פֿאַרשפּעטיקן דעם מיטאָג… (צום גאַנצן עולם) רבותי! איך מײן, אַז דער דאָזיקער פּראָיעקט איז לחלוטין איבעריק, װי אַלע פּראָיעקטן פֿון די רוסישע ייִדן.

פֿיכל: די רוסישע שנאָרערס!

אַלע: רוסישע שנאָרערס!… ציוניסטן… זאַנגװילIsrael Zangwill 1864-1926!…

אַבֿימלך: (נעמט זיך צום צילינדער) אַלזאָ. אָפּזאָגן!

אַלע: (מיט די צילינדערס אין די הענט) אָפּזאָגן! אָפּזאָגן!

חרבונא: פּאַרדאָן! דער פּראָיעקט איז נאָך ניט געענדיקט… לאָזט אים כאָטש דערלײענען ביז צום סוף…

אַבֿימלך: נײן, נײן; איר הערט דאָך, אַז דער פּראָיעקט איז מיט רובֿ דעות ניט אָנגענומען געװאָרן… רבותי! איך דערקלער די זיצונג פֿאַר געשלאָסן. אינעם נאָמען פֿון אונדזער חבֿרל ייִק″אַ האָב איך די ערע אָפּצודאַנקען אַלע מיטגלידער פֿונעם קאָמיטעט לטובֿה אונדזער הײליקן צװעק און די הױכע פּרינציפּן פֿון אונדזער חבֿרה. אַדיע!

(פֿאָרהאַנג)

אַ קאָנסיליום פֿון דאָקטױרים: אַ טראַגי־קאָמעדיע אין צװײ אַקטן

די פֿאַרשױנען:

דאָקטאָר הערצלTheodor Herzl 1860-1904, דאָקטאָר נאָרדױ(שׂימחה) Max Nordau 1849-1293, דאָקטאָר מאַנדעלשטאַםMax Emmanuel Mandelstamm 1839-1912 ― פּראָפֿעסאָרן

אחד־העםאָשר־צבֿי גינסבערג 1856-1927, דובנאָװשמעון דובנאָװ 1860-1941, אוסישקיןמנחם אוסישקין 1863-1941 ― קאָנסולטאַנטן

סוּװאַָריןАлексей Сергеевич Суворин 1834-1912 ― אַ פֿעלדשער

רב עקיבֿא. ― אַ רבֿ פֿון פּאָלטאַװעװי דובֿ־בער באָראָכאָװ 1881-1917, אַ מומחה אױף אָפּשפּרעכן אַ גוט אױג

קרושעװאַןПавел Александрович Крушеван 1860-1909 ― אַ מאַסאַזשיסט

ישׂראָליק ― אַ חולה מסוכּן

ייִק″אַייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע ― ישׂראָליקס אַ װײַטע נאָר אַ רײַכע קרובֿה

פּרעסע ― אַ דינסטמױד

ייִדן און װײַבער, בחורים און מײדלעך, ישׂראָליקס משפּחה

ערשטער אַקט

ישׂראָליק דער חולה ליגט אױף אַ בעטל אײַנגעהילט אין שמאַטעס; דאָס פּנים איז בלאַס; די באַקן אײַנגעפֿאַלן; צװײ דאַרע טרוקענע הענט ליגן אױסגעצױגן װי בײַ אַ מת, און נאָר די גרױסע שװאַרצע גלאַנצנדיקע אױגן זאָגן עדות אַז ער לעבט נאָך. ― בײַם בעטל זיצן אַלע דרײַ פּראָפֿעסאָרן שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות. ― אַ ביסעלע װײַטער זיצן די דרײַ קאָנסולטאַנטן. ― נאָך װײַטער ― דער פֿעלדשער מיטן מאַסאַזשיסט, מיטן גוטן פֿרײַנד. ― בײַ דער זײַט, אין אײנע צרות, שטײט דאָס גאַנצע געזינדל, די משפּחה פֿונעם קראַנקן ישׂראָליק, און גאַנץ אױבנאָן די רײַכע קרובֿה.