פֿעליעטאָנען: לצנות

שלום עליכם (אַלע װערק)

לצנות

מײַן לעזער

― הערט איר, כאַ־כאַ, האָבן מיר געלאַכט פֿון אײַערס אַ ביכל, װי אַזױ הײסט עס דאָרטן? מיר האָבן געלײענט, דאָס הײסט, ניט איך ― מײַן װײַב, װאָרעם װוּ האָב איך צײַט צו לײענען מעשׂיות, און נאָך זשאַרגאָן דערצו? דאָס הײסט, לײענען לײען איך, מײנט ניט אַז איך לײען ניט. די „בירזשעװיעбиржевые: בערזשע־צײַטונג“ לײען איך, און די „ניװאָ“. און נאָך דאָרטן בלעטער לײען איך. נאָר װאָס דען? מײַן װײַב האָט מיך געבעטן, טאָמער װעל איך אײַך זען זאָל איך אײַך זאָגן, איר זאָלט מוחל זײַן אונדז הײסן שיקן דאָס בלאַט מיט דער פּרעמיע. געלט װעט איר אַרײַנקומען, װעל איך אײַך נאָך דעם געבן. װי אַזױ הײסט עס, דאָס דאָזיקע בלאַט? מײַן װײַב האָט מיר אַפֿילו געזאָגט דעם נאָמען, נאָר איך האָב שױן פֿאַרגעסן. האָט איר כאָטש אַ סך אַבאָנענטן? עס דאַרף זײַן ניט קײן שלעכט געשעפֿט דאַרף דאָס זײַן? כאָטש אַפֿילו עס דאַרף זײַן דערבײַ הוצאָות, װאָרעם פֿאַרן שרײַבן װאָס איר שרײַבט צאָלט מען אײַך דאָך ― װאָס האָט איר דערפֿון? צאָלן זײ אײַך כאָטש װי עס געהער צו זײַן פֿאַר אײַערע טעלעפֿאָנען? איר װײסט, איך דאַרף אײַך זאָגן דעם אמת, פֿאַראַיאָרן בין איך געװען ניט צופֿרידן פֿון אײַך. װינציק האָט איר באַשריבן אונדזערע לײַט, זײער זײער װינציק! אַ מאָל פֿלעגט איר מער באַשרײַבן זײ, און הײַנט פֿאַלשעװעט איר. אַ פּנים, איר האָט מורא פֿאַר פּעטש? שעמט זיך ניט, זאָגט דעם אמת ― אַיאָ, איר האָט מורא פֿאַר פּעטש?… אַנומלט האָט מען מיר געזאָגט, אַז איר האָט מיך אױך אַרײַנגעשטעלט אין צעטל. האָב איך געזוכט און געזוכט און ניט געקאָנט געפֿינען. אײַער גליק, װאָס איך האָב ניט געפֿונען, װאָרעם װען איך געפֿין מיך דאָרטן בײַ אײַך אין אײַערן אַ טעלעפֿאָן, מעגט איר שױן זײַן זיכער… איר דאַרפֿט װיסן, אַז איך בין ניט גלײַך צו זײ, װי אַזױ רופֿט איר זײ דאָרטן? כאַ־כאַ, אױסגעצײכנט, װי איך בין אַ ייִד! איר װאָלט זײ געמעגט נאָך אַ מאָל, כ'לעבן, באַשרײַבן! איר זאָלט מיך פֿאָלגן, װאָלט איר זיך גענומען צו זײ גאָר איבער אַ נײַס! װאָס כאַפּט איר זיך אַזױ? איר האָט קײן צײַט ניט? שטײט אַ װײַלע, װעל איך אײַך געבן שטאָף, װעט איר האָבן אױף דרײַ טעלעפֿאָנען, כאַ־כאַ! מאַטעריאַל אַז איר דאַרפֿט, זאָלט איר קומען צו מיר! איך װעל אײַך אױסרעכענען אַ צעטל, הערט איר, װעט איר לעקן די פֿינגער, װאָרעם איך קען זײ, הערט איר, אַלעמען אױסגעבונדן. צום אַלעם ערשטן װאָלט איר באַדאַרפֿט נעמען ― װײסט איר װעמען?… װאָס? איר גײט טאַקע אַװעקעט? שיקט זשע מיר אַרײַן דאָס בלאַט. געלט װעט איר אַרײַנקומען, װעט מען אײַך נאָך דעם געבן אױף אַ האַלב יאָר מיט דער פּרעמיע. געדענקט זשע, למען־השם מיט דער פּרעמיע, מחמת איך װיל, דאָס הײסט, ניט איך, װאָרעם, ערשטנס, װען האָב איך צײַט צו לײענען, און נאָך זשאַרגאָן דערצו? דאָס הײסט, לײענען לײען איך. די „בירזשעװיע“ שרײַב איך אױס און די „ניװאָ“ און נאָך דאָרטן אַנדערע בלעטער. נאָר מײַן װײַב האָט מיר אָנגעזאָגט איך זאָל אײַך זאָגן, איר זאָלט זאָגן, מען זאָל אונדז אַרײַנשיקן דאָס בלאַט מיט דער פּרעמיע. געלט װעט איר אַרײַנקומען, װעט מען אײַך נאָך דעם געבן…

מײַן חסיד

אײן מאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, עפֿנט זיך בײַ מיר די טיר און עס קומט אַרײַן אַ מענטש, אױפֿן אױסזען זײער אַ פֿײַנער, אַ לײַטישער און אַן אײדעלער, אַ קלײנשטעטלדיקער אינטעליגענט, טוט אױס דעם אױבערראָק, הענגט אים אױף אױפֿן פֿלעקל, זוכט אַ רײן אָרט פֿאַרן קאַפּעליוש און קאָן ניט געפֿינען, מחמת ס'איז בײַ מיר, פֿאַרשטײט איר, אָנגעװאָרפֿן מיט פּאַפּירן, ביכער און גאַזעטן, און דעריבער דרײט ער זיך אַ ביסל אַרום איבערן שטוב, ביז ער געפֿינט אַן אָרט אױף דעם קאַרניז פֿון דער הרובע. נאָר מחמת דער קאַרניז איז אַ שמאָלער קאַרניז, װיל דאָרט דער קאַפּעליוש ניט ליגן, שפּרינגט ער אַראָפּ װי אַן עזות־פּנים און קײַקלט זיך אױף דער ערד, און מײַן גאַסט האָט אַן אַרבעט: נאָכיאָגן זיך נאָכן עזות־פּנים און געפֿינען פֿון זײַנט װעגן אַ בעסער אָרט.

― פּאַרדאָן! זאָגט ער צו מיר, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איך שטער אײַך אפֿשר פֿון דער אַרבעט? איך בין אַלײן פֿון װײַט (ער רופֿט מיר אָן די שטאָט פֿון װאַנען ער איז. דאָס פּנים בשעת־מעשׂה איז אים רױט און סע שװיצט), אַלײן בין איך אַ סוחר, האַנדל מיט האָלץ, מיט װאַלד, אַ ייִד פֿון װאַלד, װי אַזױ הײסט דאָס בײַ אײַך? אַ האַק אַ בױם, אַ פּליוך אין װאַסער, כי־כי־כי! (און ער פֿאַרשטעלט דאָס פּנים מיט בײדע הענט און עס פֿאַלט אָן אױף אים אַ מוראדיקער געלעכטער, און װאָס מער ער װיל זיך אײַנהאַלטן, אַזױ מער לאַכט ער).

― װאָס זשע אײגנטלעך האָט איר געװאָלט זאָגן און מיט װאָס קאָן איך אײַן דינען? ― גאָרניט! גאָלע גאָרניט! ― זאָגט ער ― איך בין אַרײַנגעגאַנגען צו אײַך אָן אַ שום געשעפֿט, נאָר גלאַט אַזױ זיך מיט אײַך באַקענען, כאָטש אָנקוקן אײַך, װאָרעם איך בין אײַערער אַ חסיד, זאָלט איר װיסן, אַ הײסער חסיד! אָבער גאָר אַ הײסער חסיד! נאָך אַז איך בין אַרױסגעפֿאָרן פֿון דער הײם האָב איך מיר געזאָגט: עס זאָל מיך קאָסטן מי־יודע װיפֿל, מוז איך אײַך זען! װאָרעם װאָס הײסט, איך װעל זײַן אין יעהופּעץ און װעל אײַך ניט זען? איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן און בין געגאַנגען אַהער, ס'איז עפּעס אַ תּירוץ? און אַז איך זאָל װיסן אַז דאָס גאַנצע געשעפֿט גײט צו גרונט, װעל איך זיך דען אָפּשטעלן? װאָרעם בײַ אונדז אין דער הײם לײענען מיר אײַך כּסדר, מיר לאָזן אײַך ניט אַרױס פֿונעם מױל. איר זענט בײַ אונדז איטלעכן טײַער, מעגט איר מיר גלײבן, ממש אײַנגעבאַקן אין האַרצן װי עפּעס אַן אײגענער. אַז ס'מאַכט זיך, עס גײט אַװעק אַ שטיקל צײַט און איר זענט ניטאָ אױפֿן בלאַט, בענקען מיר נאָך אײַך, גײען אַרום אָן קעפּ. װאָרעם קײנער פֿאַרשטײט אײַך ניט אַזױ, װי מיר פֿאַרשטײען אײַך, און איבערהױפּט איך. איר זאָלט מיך האָרכן, גלײבט מיר, װי איך לײען אײַערע מעשׂיות, װאָלט איר אַלײן געזאָגט, אַז נאָך אַזאַ חסיד װי איך האָט איר ניט געהאַט און װעט ניט האָבן!

איך קוק בשעת־מעשׂה אױף מײַן חסיד און זע װי דאָס פּנים בײַ אים לױכט און די אױגן ברענען ― איך בין זיך מודה פֿאַר אײַך ― עס קומט מיר צו אַ שטיק געזונט און איך לאָז אים רעדן װײַטער.

― אַלץ הײסט אַ חסיד. אַ חסיד צו אַ חסיד איז ניט גלײַך. איר האָט חסידים גענוג, װאָס גאָרניט, מהיכא־תּיתי, זײ קװעלן אַװדאי אָן פֿון אײַך, נאָר אַזעלכע װאָס זאָלן זיך מפֿקיר זײַן, ממש מפֿקיר זײַן, װי אַ חסיד פֿאַרן רבין ― האָט איר נאָר אײנעם: און דער אײנער דאָס בין איך! (ער טוט זיך אַ זעץ אין האַרצן), אַ קלײניקײט שלום־עליכם! אַ שטײגער, איר זאָלט מיר זאָגן איך זאָל גײן צוליב אײַך צען װערסט צו פֿוס, איז פֿאַר מיר ניט שװער, אַבי איך זאָל אײַך זען איז גאָר קײן תּירוץ ניט! פֿון געלט שמועסט מען ניט! איך בין ברוך־השם אַזאַ ייִד, װאָס געלט שפּילט בײַ מיר די לעצטע ראָלע. װאָרעם װאָס איז געלט? געלט איז בלאָטע, װער קוקט אױף געלט? און בפֿרט דאָרט װוּ עס געהערט זיך אָן צו דער ליטעראַטור, איז בײַ מיר… (בשעת־מעשׂה טוט ער אַ מאַך מיט דער האַנט הין און צוריק, װי אַ מענטש װאָס װאַרפֿט מיט טױזנטער, צענער טױזנטער קערבלעך), װאָרעם איך האָב קײן עין־הרע גוטע געשעפֿטן און פֿאַרדין קײן עין־הרע אַ סך געלט און עס גײט אַװעק בײַ מיר אַ סך געלט, און איך צעטײל אַ סך געלט, און די קינדער לערנען קאָסט מיר אַ סך געלט. און קינדער האָב איך אַזעלכע װאָס ס'איז ניט שײך צו זאָגן, ניט מחמת ס'איז מײַנע קינדער…

און ער רעכנט מיר אױס די מעלות פֿון זײַנע קינדער, װי שײן און קלוג און פֿײַן זײ זענען. װי גוט זי לערנען, און פֿאַרענטפֿערט זיך עטלעכע מאָל, אַז ניט װײַל ס'איז זײַנע קינדער לױבט ער זײ אַזױ. „אַלע װעלן דאָס מיר זאָגן“. װאָרעם זײַנע קינדער האָבן אַ שם אױף דער װעלט, אַזעלכע קינדער װי בײַ אים איז ניטאָ בײַ קײנעם, װאָרעם ער האָט ניט געזשאַלעװעט אױף זײ קײן געלט, װאָרעם װאָס איז געלט? געלט איז בײַ אים, זאָגט ער, בלאָטע! װער קוקט אױף געלט? און אַלע מאָל, אַז עס קומט צום װאָרט געלט, זעט מען אַז דאָס איז אַ מענטש װאָס װאַרפֿט מיט געלט! און איך װײס ניט װי אַזױ דאָס האָט זיך געטראָפֿן, נאָר פּלוצלונג פֿאַלט מיר אײַן אַ מחשבֿה אין קאָפּ, אַ גליקלעכע אידעע, אײנע פֿון די אידעען, װאָס קומען אײן מאָל אין צװאַנציק יאָר. דהײַנו: אַזױ װי איך האַלט איצט בײַ אַרױסגעבן אַלע מײַנע װערק, װיל איך מיך האַלטן מיט אים אַן עצה און איך דערצײל אים פֿונעם פּלאַן, געװײנטלעך, פֿריִער מיט אַ הקדמה, און מאַך אַ חשבון װאָס עס באַדאַרף קאָסטן און װאָס קאָן מען דערפֿון האָבן, אױב עס װעלן זיך געפֿינען אױף מײַנע װערק עפּעס בעלנים…

די גאַנצע צײַט בשעת איך האָב גערעדט פֿונעם פּלאַן מיטן חשבון איז מײַן פּאַרשױן געזעסן און געקוקט אױף מיר, װאָס זאָג איך געקוקט? ער האָט מיך געגעסן מיט די אױגן ― אָט אָט שפּרינגט ער מיר אַרײַן אין מױל אַרײַן, און אַז איך האָב אױסגערעדט די װערטער „אױב עס װעלן זיך געפֿינען אױף מײַנע ביכער עפּעס בעלנים“ האָט ער זיך אױפֿגעכאַפּט װי אַן אָפּגעבריטער און איז אָנגעפֿאַלן אױף מיר מיט בײדע קולאַקעס:

― בעלנים? װאָס רעדט איר? װאָס רעדט איר? מען װעט זײ פֿאַרצוקערן! טױזנט, הונדערט טױזנט, װאָס זאָג איך הונדערט טױזנט? פֿאַר אַ מיליאָן בין איך אײַך ערבֿ! איך בין אײַך ערבֿ פֿאַר צװײ מיליאָן!!

― טיע־טיע־טיע! ― מאַך איך צו אים און בעט אים, ער זאָל זיך צוריק אַנידערזעצן און באַרויִקן און גיב אים צו פֿאַרשטײן פּאַװאָלינקע, אַז ס'איז ניט אַזױ די מעשׂה װי ער מײנט, ער איז ניט קלאָר אינעם ענין פֿון ספֿרים, מהיכא־תּיתי, אַ געשעפֿט קאָן עס זײַן, נאָר ניט פֿון מיליאָנען, און דרײ מיך אַזױ לאַנג ביז איך קאַטשע מיך אַרױף גלײַך אױף יענעם ענין, װאָס מיר איז נוגע צום געשעפֿט, דאָס הײסט, אַז אױף אַרױסגעבן די װערק באַדאַרף מען האָבן געלט, און אַזױ װי ער איז אַזאַ ליבהאָבער פֿון דער ליטעראַטור, און דאָס געשעפֿט איז דאָך אַ גוט געשעפֿט, און געלט איז בײַ אים בלאָטע, טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה… איר פֿאַרשטײט?

בשעת רעדן קוק איך מיר אױף די נעגל, און אַז איך הײב אױף די אױגן און װיל אַ קוק טאָן אױף מײַן פֿאַרשױן, מײַן חסיד, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק עס האָבן געמאַכט אױף אים מײנע װערטער, ― והילד איננו, ניטאָ ער אױפֿן בענקל! דאָס הײסט, אױפֿן בענקל זיצט עפּעס אַ פּאַרשױן, נאָר ניט דער פּאַרשױן װאָס פֿריִער, אַן אַנדערער זיצט אױף זײַן אָרט, מיט אַן אַנדער פּנים גאָר; די נאָז האָט זיך בײַ אים עפּעס װי אױסגעצױגן, געװאָרן לענגער, און די אױגן האָבן בײַ אים מיט אַ מאָל אָנגעװױרן דעם גלאַנץ, און דאָס לשון איז בײַ אים געװאָרן גאָר אַן אַנדער לשון, דאָס קול אַפֿילו האָט זיך בײַ אים איבערגעביטן. עפּעס האָט ער געשטאַמלט מיט די ליפּן, געפּלאָנטערט מיט דער צונג, ניט גערעדט, נאָר געבעבעט עפּעס מאָדנע װערטער„;אָסיען־צײַט… פֿלאָטן.. דניעפּער.. ספּלאַװсплав: בערלינקע… ראַספּלאַטрасплат: באַצאָלטס… ראַבאָטשעסрабочий: אַרבעטער… װעקסלען… סראָקןсроки: טערמינען“…

דאָס געזעגענען זיך איז פֿאַר אונדז בײדע געװען אַ גיהנום: אַ גרוב װאָלט זיך עפֿענען, װאָלטן מיר דאַכט זיך בײדע אַראָפּגעפֿאַלן… װי פֿון אַ שטאַרק אָנגעהײצטער שװיצבאָד איז אַרױסגעשפּרונגען מײַן פּאַרשױן, מײַן הײסער חסיד, און אַ גאַנצער באַרג איז פֿון מיר אַראָפּ, אַן איך האָב דערהערט אַז ער לױפֿט פֿון די טרעפּ אַראָפּ פֿון יענער זײַט טיר.

מײַן אינטערװיויִרער

אַ נײַ װאָרט, גאָר אַ מאָדנע. דער װאָס לײענט צײַטונגען װײסט שױן, װאָס באַדײַט אַן אינטערװיויִרער. דאָס איז אַזאַ מין פּאַרשױן, װאָס קומט דעמאָלט װען מען דאַרף ניט, עסט זיך אײַן אין די גרגרת, קריכט אַרײַן מיט די שטיװל און מיט די קאַלאָשן אין האַרצן אַרײַן און אַרױסטרײַבן קאָן מען אים ניט. אַלע גרױסע מענטשן, פּאָליטיקער, דיפּלאָמאַטן, מיניסטאָרן, אַרטיסטן, באַרימטע שרײַבערס װײסן דעם טעם פֿון דער דאָזיקער צרה. זעצט מען זיך עסן ― קומט אַן אינטערװיויִרער, װיל מען זיך לײגן שלאָפֿן ― קומט אַן אינטערװיויִרער, האַלט מען בײַ געזעגענען זיך, צונױפֿפּאַקן די זאַכן. צערעכענען זיך מיט דער אַכסני ― קומט אַן אינטערװיויִרער. און מען מוז אים אױפֿנעמען, האַלטן קאָפּ, װאָרעם ער פֿאַרשרײַבט איטלעכס װאָרט ― ס'איז מסוכּן! איך בין זיך מודה, אַז װיפֿל שטעט איך בין ניט דורכגעפֿאָרן און האָב אַרױסגעקוקט טאָמער װעט קומען עמעצער מיך אינטערװיויִרן ― נײן, ניט געקומען קײנער! נאָר יענע װאָך בין איך דורכגעפֿאָרן די שטאָט… איך װעל אײַך ניט זאָגן װאָסער שטאָט: דאָרט איז פֿאַראַן אַ ראַבינער אַ ציוניסט, װאָס האָט אַ װײַב אַן „אַנטי“, און אַ דאָקטאָר אַן „אַנטי“, װאָס האָט אַ װײַב אַ ציוניסטקע, און אַ יוריסט אַ ציוניסט, װאָס האָט אַ װײַב אַ ציוניסטקע, און אַן אינזשעניר אַן „אַנטי“, װאָס האָט אַ װײַב אױך אַן „אַנטי“, ― און אױב איר װעט איצטער אױך ניט טרעפֿן װאָסער שטאָט ― װײס איך שױן ניט!

בקיצור, איך בין געקומען צו פֿאָרן אין דער דאָזיקער שטאָט, האָב איך זיך אָפּגעשטעלט אינעם פֿײַנסטן האָטעל, אַװעקגעגעבן דעם פּאַס און געהײסן זיך געבן דעם סאַמאָװאַר. אײדער איך האָב צוגעטראָגן דאָס ערשטע לעפֿעלע צום מױל ― אַהאַ, עמעצער קלאַפּט: סטוק־סטוק־סטוק! װער קאָן דאָס גײן צו מיר אַזױ גיך? שױן זשע אַן אינטערװיויִרער?

― אַנטרעEntrez: קומט אַרײַן! ― זאָג איך אױף פֿראַנצײזיש און טאַקע באַלד אױף דײַטש: ― הערײַןHerein!

און עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אַ נפֿש, אַ יונגער־מאַן מיט אַ הױכן אָפּגעלײגטן קראַגן, מיט אַ גרױסאַרטיקן שניפּס (בײַ אונדז קאָסט ער אַ רובל פֿינף און זיבעציק), מיט אַ שײנעם אַנצוג, פּערל־גרין קאָליר, מיט צװײ מאָדנע זײַט־קעשענעס, אױסגעשניטן משופּעדיק, גאָט װײסט אױף װאָס זײ זענען געמאַכט געװאָרן, און מיט לאַקירטע שטיװלעטן אױף די פֿיס, װאָס זענען באַשאַפֿן געװאָרן צום טאַנצן, און דאָס פּנים בײַ אים שײַנט, װי בײַ אַ חתן, און די װאָנצעס אױפֿגעדרײט און אױסגעלײגט, װי בײַ אַ פֿאַרמאַצעװט. „דאָס דאַרף זײַן אַן אינטערװיויִרער“ ― טראַכט איך מיר און גײ אים אַקעגן און גיב אים די האַנט. ער שטעלט זיך מיר פֿאָר מיט אַ נאָמען פֿון דער הגדה ― אײנער פֿון די נעמען, װאָס אָט האָט מען אײַך געזאָגט און אָט האָט איר פֿאַרגעסן.

„געװיס אַן אינטערװיויִרער“, ― טראַכט איך מיר און בעט אים זיצן און גיב אים אַ גלאָז טײ און װאַרט, ער זאָל מיך אָנהײבן פֿרעגן.

נאָך די ערשטע עטלעכע געװײנלעכע פֿראַזן: צי בין איך דאָ דאָס ערשטע מאָל און צי אױף לאַנג בין איך געקומען, און װי געפֿעלט מיר די שטאָט, ― גײט ער אַריבער גלײַך צום רעכטן ענין און טוט מיך אַ פֿרעג: װאָס פֿאַר אַ מײנונג האָב איך װעגן ציוניזם און צי האַלט איך פֿון אוגאַנדאַ? „ע! ― טראַכט איך מיר ― ביסט דאָך עפּעס גאָר אַ פֿײַער!“… אוגאַנדאַ ― דאָס איז אַזאַ ענין, װאָס מען דאַרף מיט דעם זײַן געהיט מיט אַ װאָרט; די חבֿרה אינטערװיויִרערס קאָנען נאָכדעם אױספּױקן אױף די בלעטער… היט איך מיך, דרײ מיך בריהש, ער זאָל מיך ניט כאַפּן און זאָל מכּות װיסן, צי בין איך פֿון געל; נאָר צוריק בין איך מיך מישבֿ, די „יאָ־זאָגערס“, צי פֿון די „נײן־זאָגערס“, שלײף מיר בשעת־מעשׂה די צונג, לײען אים אַ גאַנצע לעקציע פֿון נאַציאָנאַליזם און פֿאַרקאַטשע מיך גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. נאָר סאַמע אין מיטן האַקט ער מיך איבער און טוט מיך אַ כאַפּ. װאָס קלער איך מכּוח מלחמה? „ע! ― טראַכט איך מיר ― דער חבֿרה־מאַן װיל מיך פֿאַרהערן אין פּאָליטיקע!“ ― און איך באַװײַז אים, אַז איך בין ניט פֿרעמד אין פּאָליטיקע אױך: לאָז מען ניט מײנען, אַז אַ ייִדישער שרײַבער מוז זײַן אַ מלמד… נאָר סאַמע אין רעכטן פֿײַער האַקט ער מיך װידער איבער און טוט מיך אַ פֿרעג, װאָס האָב איך פֿון מײַן שרײַבן, װיפֿל צאָלט מען מיר און װי אַזױ? „ער פֿאַרקריכט שױן ― טראַכט איך מיר ― אין מײַנע הײמישע אײגענע עסקים!“ ― און איך װיל אים אָפּהאַקן די פֿלי ― װאָס אַרט דאָס מיך, אַז איך װעל אים זאָגן? און פֿאַר װאָס זאָל איך אים ניט זאָגן מער װי עס איז? עס קאָסט מיר געלט?.. פּלוצעם הײבט זיך אױף מײַן חבֿרה־מאַן, נעמט זיך צום זײגער.

― זאָגט זשע מיר ― מאַך איך צו אים ― אין װאָסער בלאַט שרײַבט איר?

― װאָס הײסט ― זאָגט ער ― אין װאָסער בלאַט?

― איר זענט דאָך ― זאָג איך ― אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַ בלאַט?

― איך? אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון אַ בלאַט? לאָז מיך גאָט היטן!

― װאָס דען זענט איר?

― אַן אינקאַסאַטאָרинкассатор: זאַמלער

― אַן אינקאַסאַטאָר? װאָס הײסט דאָס אַן אינקאַסאַטאָר?

― איך מאָן אײַן געלט אױף קװיטלעך, קױף צונױף אַלטע קװיטלעך, פּראָטעסטירטע װעקסלען… איך האָב אײַער אַ קװיטל…

אַן אַסיפֿה פֿון ייִק″אַייִדישע קאָלאָניזאַציע אַסאָציאַציע אין פּאַריז: אַ קאַטאָװעס אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

אַבֿימלך ― פּרעזידענט

פֿיכל ― װיצע־פּרעזידענט

מהומן, בזתא, חרבונא, בגתא, אַבֿגתא, זתר, כּרכּס ― מיטגלידער

הגי ― סעקרעטאַר

די געשיכטע קומט פֿאָר ענדע אָקטאָבער הײַנטיקס יאָר, אין דעם קאָמיטעט פֿון דער ייִק″אַ אין פּאַריז. (אַ רײַכער זאַל. אַ גרױסער טיש, מיט רױט געװאַנט באַצױגן, מיט גילדענע קאָטעסן. הױכע שטולן אַרום טיש. דער עולם האָט זיך אײַנגעטײלט אין פּאָרלעך, מען שטײט און מען רעדט),

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַבֿימלך: (קוקט זיך אַרום) ניטאָ נאָך אונדזער סעקרעטאַר?

פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר איז הײַנט באַשעפֿטיקט: איך װײס אַפֿילו װוּ.

אַבֿימלך: װוּ?

פֿיכל: אונדזער סעקרעטאַר האָט הײַנט אַ ראַנדעװוּ: איך װײס אַפֿילו מיט װעמען.

אַבֿימלך: מיט װעמען? (בײגט אָן צו אים אַן אױער, פֿיכל ראַמט אים אײַן אַ סוד, בײדע לאַכן).

מהומן: װאָס סודען זײ זיך דאָרטן?

בגתא: װער?