פֿעליעטאָנען: אין ספֿרים־קלײטל

שלום עליכם (אַלע װערק)

אין ספֿרים־קלײטל

ערשטער טײל: צװישן מערדער

אין דער שטאָט ליװנע, װאָס אױפֿן טײַך ליװײקע, איז אײן מאָל אַרום האַלבע נאַכט בײַ אַ סטערינאָװער ליכט געזעסן בײַ זיך אין רײַכן פּאַלאַץ אױף אַ גאָלדענעם שטול רב שמערל מערדערמאַן דער שקאָנטיסט מיט זײַן שותּף רב רפֿאל שעכטמאַן דעם פּראָצענטניק און האָבן געהאַלטן צװישן זיך אַזאַ מין געשפּרעך:

― װאָס טוט מען, רפֿאל, ס'איז שלעכט, גיב מיר אַן עצה, װאָס טוט מען?

― װאָס איז שױן, שמערל, עס האָט זיך דיר װידער אַ מאָל פֿאַרגלוסט מענטשנפֿלײש? קאַרג ייִדן האָסטו אױסגעקױלעט אױף דײַן לעבן? װינציק בלוט האָסטו אױסגעזױגן בײַ די אָרעמע־לײַט נעבעך?

― קוק אים אָן דעם בעל־רחמנות! דאַכט מיר, דו האָסט ניט אַזױ פֿיל האָר אין קאָפּ, װיפֿל נפֿשות דו האָסט אומגעבראַכט זינט איך קען דיך.

― שמערל, ברענג מיך ניט אַרײַן אין כּעס און זאָג מיר גלײַך, װאָס איז דיר?

― רפֿאל, העלף מיר, איך באַדאַרף האָבן דײַנע אַן עצה, איך בין שטערבלעך פֿאַרליבט!

― שמערל, דו ביסט פֿאַרליבט? כאַ־כאַ, װי קומט דאָס צו דיר? כאַ־כאַ־כאַ!

― רפֿאל, דו װעסט ניט אױפֿהערן צו לאַכן? אָט נעם איך דיך בײַם גאָרגל און מאַך פֿון דיר אַ תּל!

― שאַ, שאַ, לאָז זײַן שטיל. זאָג מיר, אין װעמען ביסטו דאָס אַזױ פֿאַרליבט, שמערל?

― ס'איז אַ גאַנצע געשיכטע, רפֿאל, איך װעל דיר זי דערצײלן. איך האָב אַ פּאָקאָיאָװע, אַ שטובמײדל, ליזע הײסט זי. װי די װעלט איז זי שײן, זי איז אַ ברונעטין מיט שװאַרצע האָר און מיט בלױע אױגן און איר שטים איז זיס װי צוקער. אַז זי טוט אַ קוק, גײט מיר אױס, און אַז זי הײבט אָן רעדן קאָן מען אײַננעמען אַ מיתה־משונה!

― װוּ האָסטו זי דערטאַפּט, שמערל?

― זי איז אַן אָרעמע יתומה, אַרומגעגאַנגען איבער די הײַזער, האָב איך זי פֿאַר רחמנות צוגענומען פֿאַר אַ דינסטמײדל און האָב מיך פֿונעם ערשטן טאָג פֿאַרליבט אין איר מיט סכּנות!

― שױן גוטע יאָרן, אַז דו האָסט געקאָנט האָבן רחמנות, נאָר אין װאָס זשע איז די מניעה? ביסט דאָך אַן אַלמן, נעמט מען און מען האָט מיט איר חתונה כּדת־משה־וישׂראל. קײן נדן באַדאַרפֿסטו דאָך ניט.

― דיר איז גרינג צו זאָגן װערטלעך, רפֿאל, ס'איז אָבער אַ סבֿרה, אַז זי װיל מיך ניט.

― זי איז גאָר קײן נאַר ניט; װאָס אין די מעשׂה?

― ס'איז אַ מעשׂה, פֿאַרשטײסטו מיך. זי „ראָמאַנסירט“ מיט חײמקע דעם מלמדל. איך בין געװאָר געװאָרן, אַז זי „ראָמאַנסירט“ מיט אים באַלד אַ יאָר.

― נו, װײסט דו ניט װאָס מען טוט, שמערל?

― װאָס טוט מען, אַדרבא?

― מען רופֿט אים אַרױס אױף אַ „דועל“.

― ביסט משוגע, צי חסר־דעה? ערשטנס, טאָמער חלילה הרגעט ער מיך? און צװײטנס װעט דאָך די שטאָט האָבן מיט מיר צו טאָן. נײן, גיב מיר אַן אַנדער עצה, רפֿאל. דאָס טױג אױף כּפּרות.

― נו, הער זשע, שמערל, ביסט דאָך פֿאָרט עפּעס אַ גוטער ברודער. נאַ, אָט דאָ האָסטו אַ „פּראָשיק“, פֿון יענע גוטע פּראָשקעס, װעלכע מיר האָבן אַ מאָל אײַנגעגעבן יענעם פּריץ, װאָס מיר האָבן געהאַט אױף אים פֿאַלשע װעקסלען. פֿאַררוף חײמקען דעם מלמדל צו זיך אױף טײ און שיט אים אַרײַן דעם פּראָשיק און שלאָג מיט אים כּפּרות.

ביסט גערעכט, רפֿאל! הײַנט זע איך, אַז דו ביסט טאַקע אַ ייִד אַ חכם; אַ דאַנק דיר, אַ דאַנק דיר, דו האָסט מיך ממש מחיה געװען. װאָרעם איך בין שטערבלעך פֿאַרליבט! ממש צום טױט!

צװײטער טײל: איבערגעקערט דעם בילבול

אױף מאָרגן איז רב שמערל מערדערמאַן געזעסן בײַ זיך אין זאַל מיט חײמקע דעם מלמדל, און ליזע דאָס דינסטמײדל האָט זײ צוגעטראָגן אױף אַ גרױסע זילבערנע טאַץ צװײ גלעזער טײ.

― טרינקט, רב חײם! ― מאַכט צו אים מערדערמאַן און רוקט אים צו די גלאָז טײ און שיט בשעת־מעשׂה פֿונעם אַרבל עפּעס אַ װײַסן פּראָשיק.

― אַ דאַנק, רב שמערל, ― מאַכט צו אים חײמקע דאָס מלמדל און װיל צוטראָגן די טײ צום מױל, ― עפֿנט זיך פּלוצעם די טיר און עס קומט אַרײַן דער פּראָקוראָר מיט צװײ זשאַנדאַרן און מיט אַ דאָקטאָר.

― הער מערדערמאַן! ― רופֿט זיך אָן דער פּראָקוראָר ― אין אײנע פֿון די צװײ גלעזער טײ געפֿינט זיך סם. הער דאָקטאָר, פּראָבירן זיprobieren sie: פּרוּװט איר די טײ!

טױט װי די װאַנט איז געבליבן זיצן רב שמערל מערדערמאַן און אױך חײמקע דאָס מלמדל האָט געקוקט פֿאַרװוּנדערט אױפֿן פּראָקוראָר און אױפֿן דאָקטאָר.

― מען האָט דאָ געװאָלט נאָר־װאָס אומברענגען אַ נפֿש ― רופֿט זיך אָן דער פּראָקוראָר ― זײַט זיך מודה, װער האָט דאָס געטאָן!

― אַהאַ, איך װײס װער! ― מאַכט רב שמערל מערדערמאַן און כאַפּט זיך אױף פֿונעם בענקל ― דאָס איז ליזעס אַרבעט. ליזע! אַנו קום נאָר אַהער, ליזע!

ניט טױט ניט לעבעדיק קומט אַרײַן דאָס שטובמײדל און קוקט אױפֿן בעל־הבית, אױפֿן פּראָקוראָר און אױפֿן דאָקטאָר.

― װאָס האָסט דו געהאַט צו חײמען? ― מאַכט צו איר מערדערמאַן מיט כּעס. ― װאָס האָסטו געװאָלט האָבן פֿון זײַן לעבן? פֿאַר װאָס קומט אים סמען? נעבעך אַזאַ ערלעך קינד? גענוג װאָס דו האָסט אים אָפּגענאַרט, געפֿירט בײַ דער נאָז אַ גאַנץ יאָר כּסדר, צוגעזאָגט אים, אַז דו װעסט זײַן זײַנע און האָסט גאָר געראָמאַנסירט מיט ישׂראליק דעם שנײַדער, דו מײנסט איך װײס ניט? איך װײס אַלצדינג!

― מערדערין! ― מאַכט צו איר חײמקע דאָס מלמדל און הײבט אױף אױף איר בײדע הענט ― ביסט ערגער פֿון אַ שלאַנג, פֿאַרפֿלוכט און פֿאַרשאָלטן זאָלסט דו װערן פֿון גאָט!

― קײטן! ― האָט אַ געשרײ געטאָן דער פּראָקוראָר, און די זשאַנדאַרן האָבן אַ כאַפּ געטאָן ליזען, זי געשמידט אין אײַזערנע קײטן און אַװעקגעפֿירט אין אָסטראָג אַרײַן, און חײמקע דאָס מלמדל האָט זיך פֿאַר גרױס האַרצװײטיק צונױפֿגעשלאָגן עטלעכע קערבלעך, גענומען דאָס קלומיקל אױף די פּלײצעס און הײַדאַ קײן פּאַריז.

דריטער טײל: חײמקע דער מלמד ― גראַף תּרנגול פֿון פּאַריז

שׂרה־ריבֿה די קעכין איז געװען אַן עגונה פֿון אַ קלײן שטעטל פּאַקוליע. צװײ יאָר נאָך דער חתונה האָט זי דער מאַן אַװעקגעװאָרפֿן מיט צװײ פּיצלעך קינדער, אַ ייִנגל מיט אַ מײדל, חײמקע מיט לאהטשע, װעלכע גוטע לײַט האָבן צוגענומען צו זיך, און די עגונה נעבעך האָט זיך געלאָזט פֿון שטאָט צו שטאָט זוכן איר מאַן, ביז זי איז געקומען קײן ליװנע און האָט זיך געשטעלט פֿאַר אַ קעכין בײַ ר′ שמערל מערדערמאַן, װעלכער איז געװען, פֿאַרשטײט זיך, טאַקע איר מאַן און װעלכן זי האָט באַלד דערקענט, נאָר זי האָט זיך געמאַכט תּמעװאַטע, װײל זי האָט ניט געהאַט קײן פּאַפּיר. האָט זי אַװעקגעשריבן קײן פּאַקוליע צום רבֿ אַ בריװל, ער זאָל איר צושיקן אַ פּאַפּיר, און דערװײַל האָט זי נעבעך געמוזט שװײַגן, שטײן טאָג װי נאַכט בײַם אױװן. װי גרױס איז אָבער געװען איר װוּנדער, אַז זי האָט דערקענט אין חײמקע דעם מלמדל איר זון חײמקע און אין ליזע דאָס דינסטמײדל איר טאָכטער לאהטשע, און זי האָט גאָרניט געקאָנט מאַכן, װאָרעם דער פּאַקוליער רבֿ האָט איר נאָך אַלץ ניט צוגעשיקט די פּאַפּירן.

װי גרױס איז אָבער געװען איר שמערץ, אַז זי איז געװױר געװאָרן פֿון דעם אומגליק, אַז איר חײמקע נעבעך איז אַװעק קײן פּאַריז און איר טאָכטער ליזע איז פֿאַרשטעקט אין אָסטראָג! פֿולע טײַכן טרערן האָט נעבעך שׂרה־ריבֿה די אומגליקלעכע קעכין פֿאַרגאָסן! אַ גאַנצן פֿאָנטאַן. אײן מאָל, אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, אין עטלעכע יאָר אַרום, איז זי געזעסן אױף דער קיכבאַנק און האָט געזונגען זײער אַ מאָראַליש ליד מיט אַ מינאָרנעם ניגון:

קײנעם האָט נאָך אױף דער װעלט אַזאַ אומגליק ניט געטראָפֿן,
אַז דער מאַן זאָל אַװעקװאַרפֿן און דער זון זאָל פֿליִען קײן פּאַריז,
די טאָכטער זאָל זיצן אין אָסטראָג, און דאָס װײַב זאָל ניט אױפֿהערן צו האָפֿן,
זײַן אַ קעכין בײַ איר מאַן און טראָגן זײַן קאַפּריז!…

פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן אין קיך אַרײַן זײער אַ רײַכער מאַן מיט אַ סך אָרדנס און רופֿט זיך אָן צו שׂרה־ריבֿהן:

― איך האַבע די ערע מיך פֿאָרצושטעלן: גראַף תּרנגול פֿון פּאַריז.

― חײמקע מײַן זון! ― שרײַט אױס שׂרה־ריבֿה די קעכין און פֿאַלט אין אוממאַכט.

― מײן מוטער! מײַן אומגליקלעכע מוטער!! ― שרײַט אױס דער גראַף

תּרנגול און פֿאַלט אין אוממאַכט.

פֿערטער טײל: װי בױמל אױפֿן װאַסער

רב שמערל מערדערמאַן זיצט בײַ זיך אין קאַבינעט מיט רב רפֿאל שעכטמאַן און מען צײלט געלט.

― שױן פֿאַרטיק בײַ דיר אױפֿן בית־עלמין אַלעס, רפֿאל?

― נאָך אַ מין פֿאַרטיק! הײַנט בײַ נאַכט, אַרום זײגער צװײ נעמט מען אַ פֿרישינקן מת און מען װאַרפֿט אים אונטער דעם היגן גבֿיר. ס'איז שױן אַפֿילו גרײט בײַ מיר אין קעשענע אַ מסירהלע אױך.

― נו, און עדות האָסט דו באַשטעלט?

― נאָך אַ מין עדות! אַ האַלבע שטאָט װעט בײַ מיר גײן שװערן אַז מען האָט אים געזען טראָגן אַ טױטן מענטש פֿאַר די פֿיס. װעט ער געבן אַ מיליאָן איז גוט, אלא ניט, װעט ער בײַ מיר פֿאַרפֿױלט װערן אין אָסטראָג!

― װעט דער מיליאָן זײַן יחדיו, רפֿאל?

― נאָך אַ מין יחדיו!

― ערן װאָרט?

― בנאמנות!

פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר און עס קומט אַרײַן דער גובערנאַטאָר מיט אַ גאַנצן פּאָלק קאָזאַקן און זשאַנדאַרן. מערדערמאַן און שעכטמאַן האָבן אַפֿילו געװאָלט אַרױסשפּרינגען דורכן פֿענצטער, רופֿט זיך אָן צו זײ דער גובערנאַטאָר: „סטאָפּ!“ און ער טוט אַ געשרײ מען זאָל זײ באַלד שמידן אין קײטן, און עס טרעט אַרױס דער גראַף תּרנגול פֿון פּאַריז און רופֿט זיך אָן צו מערדערמאַן בזה־הלשון:

― זעסטו, דו מערדער, דעם סוף װאָס דו האָסט פֿאַר אַלע מערדערײַען װאָס דו האָסט אױפֿגעטאָן מיט דײַן שותּף שעכטמאַן ביז הײַנטיקן טאָג. איך האָב אױפֿגעװיזן אַלע אײַערע גנבֿות און גזלות און רציחות. זאָג נאָר, דו האָסט מיך דערקענט, צי נײן! איך בין חײמקע דאָס אָרעמע מלמדל, װאָס האָסט מיך פֿאַרנאַרט צו זיך אױף טײ און געװאָלט מיך סמען, דו אוממענטש אײנער, בכדי דו זאָלסט קענען חתונה האָבן מיט מײַן געליבטער ליזע, װעלכע איך האָב נאָר־װאָס אַרױסגענומען פֿון אָסטראָג, אָט שטײט זי פֿאַר דײַנע אױגן, דו מערדער! דו דעספּאָט! גיב אונדז אָפּ מזל־טובֿ, דו טיראַן, דען זי איז מײַן געליבטע כּלה, איך װעל גיך הײראַטן מיט איר און זי װעט טראָגן דעם נאָמען גראַפֿין תּרנגולת, װאָרעם מײַן נאָמען אין הײַנט שױן ניט חײמקע, נאָר גראַף תּרנגול! איך בין אומגעהױער רײַך און גרױס! װיפֿל שמערצן האָב איך אָבער איבערגעטראָגן ביז איך בין געקומען צו אַזאַ הױכער מדרגה! װיפֿל טרערן האָבן מיר בײדע פֿאַרגאָסן, איך דאָרטן אין פּאַריז, און זי, מײַן ליבע טײַערע כּלה, ליזע נעבעך, אין אָסטראָג?!…

בײַ די װערטער האָט זיך חײמקע דער גראַף תּרנגול אַזױ צעװײנט, אַז דער גובערנאַטאָר האָט געמוזט אָפּטרעטן אָן אַ זײַט און אױסשנײַצן די נאָז… און אַפֿילו די קאָזאַקן מיט די זשאַנדאַרן האָבן זיך געװישט די אױגן. נאָר אײן מערדערמאַן און זײַן שותּף שעכטמאַן האָבן ניט געװײנט. זײ זענען געשטאַנען צוגעקאָװעט אײנס צום אַנדערן און געקוקט אין דער ערד אַרײַן. דער גובערנאַטאָר האָט נאָר געװאָלט אָפּגעבן אַ באַפֿעל, מען זאָל זײ אַװעקפֿירן אין אָסטראָג אַרײַן, פּלוצעם עפֿנט זיך די קיכטיר און עס פֿליט אַרײַן שׂרה־ריבֿה די קעכין, טוט אַ פּליעסק מיט די הענט און שרײַט אױס צום גאַנצן עולם:

― גאָט! גאָט! גאָט! דו ביסט גערעכט און דײַן מישפּט איז גערעכט! זײַט װיסן, רבותים, אַז מערדערמאַן, דאָס איז טאַקע מײַנער אַ מאַן. ער האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַן עגונה. אָט קענט איר זען, עס זענען מיר נאָר־װאָס אָנגעקומען די פּאַפּירן פֿון אונדזער רבֿ פֿון פּאַקוליע. אָט דער טיראַן, דער מערדער, דער אוממענטש האָט מיך אַװעקגעװאָרפֿן מיט צװײ קינדער פּיסקליאַטעס, אַ ייִנגל מיט אַ מײדל, אָט דאָס זענען זײ טאַקע: דער גראַף תּרנגול פֿון פּאַריז ― דאָס איז מײַן חײמקע לעבן זאָל ער, און זי, ליזענקע, װאָס איז נעבעך אומזיסט־אומנישט געזעסן אין אָסטראָג, דאָס איז מײַן טאָכטער לאהטשע.

― אָ גאָט! ― האָט אױסגעשריגן ר′ שמערל מערדערמאַן ניט מיט זײַן קול און איז אַרױפֿגעפֿאַלן אױף זײַן שותּף שעכטמאַן, האָט אים געכאַפּט בײַם האַלדז און האָט אים אַזױ לאַנג געשטיקט, ביז יענער איז געפֿאַלן טױט.

― געשאָסן זאָל ער װערן!! האָט דער גובערנאַטאָר געגעבן אַ באַפֿעל ― און צען ביקסן האָבן אַרױסגעלאָזט אַ שאָס. און רב שמערל מערדערמאַן איז געפֿאַלן טױט.

― פֿאָטער! ― האָט אױסגעשריגן חײמקע תּרנגול פֿון פּאַריז ניט מיט זײַן קול ― דאָס האָב איך דיך געטײט? ליזע, ביסט דו, הײסט דאָס, מײנע אַן אײגענע שװעסטער? אָ גאָט! ― ער כאַפּט אַ שפּיז, שטעכט זיך אַרײַן אין האַרצן און פֿאַלט.

― פֿאָטער! מוטער! ברודער! ― שרײַט אױס די אומגליקלעכע ליזע, כאַפּט אַ שװערד, קױלעט זיך איבער דעם האַלדז און פֿאַלט.

― אָ מײַנע קינדער!!! ― שרײַט אױס די אומגליקלעכע מוטער, כאַפּט אַ מעסער, שטעכט זיך אַרײַן אין בױך און פֿאַלט.

― אָ, אומגליקלעכע העלדן מײַנע! ― שרײַט אױס דער מחבר פֿונעם ראָמאַן, כאַפּט דאָס װערק, שלינגט דאָס אײַן און װערט דערװאָרגן.

― אָ, אומגליקלעכער פֿאַרפֿאַסער! ― שרײַט אױס דער לעזער פֿון דער דאָזיקער טרױעריקער געשיכטע און לױפֿט זיך הענגען אָדער טרינקען.

עפּילאָג

נאָך עד־היום קאָנט איר זען אין ליװנע אױפֿן בית־עלמין אַ גאַנצע רײ קבֿרים: אױבן ליגט מערדערמאַן דער שקאָנטיסט, נעבן אים שעכטמאַן דער פּראָצענטניק. אַקעגן ליגט שׂרה־ריבֿה די עגונה מיט אירע צװײ קינדער חײמקע אָדער גראַף תּרנגול פֿון פּאַריז, און איר טאָכטער לאהטשע. בײַ דער זײַט ליגט דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דער געשיכטע און טאַקע נעבן אים דער לעזער.

בױבעריק, אױגוסט 1899

ייִדישע גאַזעטן און זשורנאַלן: אַ פֿאַנטאַזיע

די פֿאַרשױנען:

לשון־קודש ― אַן אַלטע גרײַז־גרױע פֿרױ, אַ גרױסע מיוחסת; אַ שײן אײדל פּנים מיט אַ שװאַרצן שלײער.

זשאַרגאָן ― אַ יונג מײדל מיט זײער אַ פּשוט אױסזיכט, גראָבע סקאַרבאָװע הענט, נאָר־װאָס פֿונעם קיכאױװן…

אַחיאַסף ― אַ יונגער־מאַן װאָס זיצט אױף קעסט, האַנדלט אונטער מיט ספֿרים.

תּושיה ― אַ רײַכער יונגער־מאַנטשיק, אַ בעל־הבית פֿאַר זיך.

לוח־אַחיאַסף ― אַ יונגער־מאַן אַ משׂכּיל.

השילוח ― אַ שטילער מענטש, גײט פּאַװאָליע, אַ װינציקער רעדנער.

המליץ ― אַן אַלטער בעל־הבית, אַ יורד…

הצפֿירה ― אַן אױפֿגעקומענער נגיד…

הצופֿה און הזמן ― צװײ ייִדן, מען װײסט ניט װער זײ זענען און פֿון װאַנען.

פֿאָלקסצײַטונג און פֿרײַנד ― צװײ פּראָסטע בעלי־מלאָכות, פֿײַנע יונגען מיט געזונטע פּלײצעס.

װאָסכאָד און בודושטשנאָסט ― צװײ בחורים, װאָס רעדן ניט קײן װאָרט ייִדיש, נאָר מען איז מבֿין כּל דיבור.

די געשיכטע קומט פֿאָר דעם 31סטן דעקאַברдекабер: דעצעמבער 1902

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

לשון־קודש: (האַלט אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ, זיפֿצט און קרעכצט און רעדט צו זיך אַלײן מיט אַ טרױעריקער שטים) אױ, אַז אָך און װײ איז צו מיר, אױף װאָס איך בין איבערגעקומען און צו װאָס איך האָב מיך דערלעבט!