פֿעליעטאָנען: אַ גרוס פֿון דער הײם

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ גרוס פֿון דער הײם

1.

אַז דער באַרג גײט ניט צום מעכאַמעד, גײט מעכאַמעד צום באַרג… אַ לאַנגע צײַט בין איך געזעסן דאָ אין רוסלאַנד און געװאַרט, געװאַרט, טאָמער װעט זיך אָנרופֿן כאָטש אײנער פֿון די אַמעריקאַנער גאַזעטניקעס (עס איז בײַ אײַך פֿאַראַן זאָגט מען קײן עין־הרע אַזױ פֿיל( און װעט מיך אײַנלאַדן, איך זאָל עפּעס שרײַבן פֿון מײַנע גליקלעכע־אומגליקלעכע ברידערס װעגן, װעלכע זײַנען גליקלעך דערמיט װאָס זײ זענען איצט אין אַזאַ פֿרײַען לאַנד און אומגליקלעך דערפֿאַר, װאָס זײ זײַנען אַזױ װײַט פֿון דער הײם!… די ערשטע צײַט פֿון מײַן װאַרטן בין איך געװען שטאַרק אױפֿגעטראָגן, ברוגז גאָר ניט אױף קאַטאָװעס. איך האָב געהאַט גאַנץ אָפֿטע גרוסן פֿון אונדזער אָרעמען זשאַרגאָן אין אַמעריקע, אַז מען מאַכט דאָרט מיט אים גליקן, אַז דער געװיסער ראָמאַן־מאַכער, װעלכן מיר האָבן פֿון דאַנען קױם אַרױסגעיאָגט, באַקט דאָרטן „העכסט אינטערעסאַנטע“ ראָמאַנען אַזױ װי בײגל, אַ בײגל נאָך אַ בײגל, אַ ראָמאַן נאָך אַ ראָמאַן: דער עולם קװעלט, אונדזערע ברידער, די „גרינע“, לעקן פֿון אים די פֿינגער, כאַפּן די בײגל פֿון דעם בײגל־בעקער, קײַען און קײַען און בלײַבן… בײַ דעם לאָך. נו, האָב איך געזאָגט דעם באַרדיטשעװער רבֿס װערטער: „רבונו־של־עולם! דו װילסט ניט אַז איך זאָל דיר בלאָזן שופֿר? ― לאָז דיר איװאַן בלאָזן.“ אַמעריקאַנער ייִדישע זשורנאַליסטן! איר װילט ניט אַז שלום־עליכם זאָל אײַך שרײַבן, לאָז אײַך יענער שרײַבן! מײַנע הערן און דאַמען! איר װילט ניט לעזן קײן באַקאַנטע בילדער פֿונעם אמתן ייִדישן לעבן? איר װילט ניט װיסן, װאָס בײַ אײַך טוט זיך? איר װילט בעסער הערן בבֿאָ־מעשׂיות פֿון טױזנט און אײן נאַכט, פֿון אַ בן־מלך מיט אַ בת־מלכּה, פֿון אַ רבֿ מיט אַ רביצין, פֿון אַ שײנער עליזאַבעט אַן ענגעל פֿון גאָט און פֿון אַ פֿאַרדאָרבענעם שקאָנטיסט מאַרקוסזאָן, װאָס פֿרעסט װײַבער לעבעדיקערהײט אד″גל פּוסטע חלומות, װאָס קלעפּן זיך אַזױ מיטן ייִדישן לעבן, װי אַן אַרבעס צום װאַנט, ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן? אױב אַזױ, עסט געזונטערהײט און װאַרגט זיך מיט אים!

אַזױ האָב איך געזאָגט פֿריִער. איצטער אָבער, אַז איך האָב דערהערט אַז די ייִדישע פּרעסע אין אַמעריקע האָט שױן אָנגעהױבן צו באַקומען גאָר אַן אַנדער פּנים, אַז יענער געװיסער ראָמאַן־מאַכער איז שױן דאָרט אױך געװאָרן אױס יום־טובֿ, אַז מען זוכט שױן אין אַמעריקע צו לעזן אין ייִדישן ייִדיש, אַז אַיעדער האָט שױן אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן, אַז אַ מעשׂה באַדאַרף אַחוץ דער מעשׂה אַלײן, װי דער זײדע אַבראַמאָװיטששלום־יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, מענדעלע מוכר ספֿרים זאָגט, מיך עפּעס לאָזן הערן. האָט מיך שױן אָנגענומען אַ חשק אױך עפּעס צו שרײַבן פֿאַר מײַנע פֿאַרװאָגלטע ברידער אין אַמעריקע, װאָס זענען פֿיל גליקלעכער פֿון מיר דערמיט, װאָס זײ זײַנען שױן אין אַמעריקע און איך װעל אפֿשר ערשט זײַן אַ מאָל דאָרטן… און צו שרײַבן האָב איך אײַך, ברידער, גאָר אַ סך, אַזױ פֿיל, אַז איך װײס ניט פֿון װאָס פֿריִער: צי פֿון אײַערע אָרעמע, אונטערגעדריקטע, דערשלאָגענע, פֿאַרפֿינצטערטע, פֿאַרװיסטע, פֿאַרחושכטע, פֿאַרשלומפּערטע, פֿאַריאָגטע, אױסגעמוטשעטע, הונגעריקע, דאָרשטיקע, פֿאַרקליאַקנעטע, שטאַרק דערנידעריקטע ברידער? צי פֿון אונדזערע רײַכע, גליקלעכע, בײַכיקע, צופֿרידענע, אױסגערוטע, אױסגעגלעטע, זאַטיקע, אומגעלומפּערט געבאַלעװעטע, שטאַרק געפּעסטעטע נגידים? צי פֿון אונדזערע פֿאַנאַטישע, פֿאַרנאַרישטע, פֿאַרפֿירטע רבנים, חסידים, צבֿועקעס, פֿליאַסקעדריגעס? צי פֿון אונדזערע פֿאַלשע, פֿאַרדאָרבענע אַריסטאָקראַטן, כּלומרשטיקע אינטעליגענטן, פּאַסקודניאַקעס, טרײפֿניאַקעס, סװאָלאָטשעס אין פֿראַקן, פּאַרכעס מיט צילינדערס, חזירים אין האַנדשוHandschuh: הענטשקעס, דײַטשן אָן סאָװעסט, פֿראַנצױזן אָן גאָט אין האַרצן, ייִדישע המנס, ייִדישע שטעקערסAdolf Stoecker 1835-1909?

אַך, ייִדישע המנס! אַך, ייִדישע שטעקערס! רעד איך פֿון אײַך, גלוסט זיך מיר שױן אױסשמועסן מיט אײַך װי עס געהער צו זײַן: רעד איך פֿון אײַך, קאָכן אין מיר די געבליטן; רעד איך פֿון אײַך, ציטערט מיר די פֿעדער אין האַנט, ― עס גלוסט זיך מיר שרײַבן און שרײַבן און שרײַבן!!! נאָר שרײַבן ניט מיט טינט, נאָר מיט גאַל; שטעכן ניט מיט דער פּען, נאָר מיט שפּיזן, בלוט זאָל שפּריצן! און עס גלוסט זיך מיר װײנען און װײנען און װײנען!!!

נאָר נײן, דאָס נוצט ניט. לאַכן, שפּאָטן, חוזק מאַכן, לצעװען ― אָט װאָס מען באַדאַרף צו זײ האָבן. און עס גלוסט זיך מיר לאַכן און לאַכן און לאַכן!!! לאַכן און װײנען, לאַכן מיט טרערן, מיט קרעמענעס, מיט יאַשטשערקעס, נאָר ניט לײגן קײן כּבֿוד אױף קײנעם, זאָגן דעם אמת, דעם רײנעם אמת, אָן חנופֿהלעך, אָן שפּיצלעך, אָן מורא צו האָבן פֿאַר די פֿלעדערמײַז און פֿאַר די אינטריגאַנטן, װאָס דרײען אַהין װוּ דער װױנט בלאָזט ― אָט דאָס באַדאַרף אײגנטלעך זײַן די פּראָגראַם פֿון מײַן שרײַבן אין אַמעריקע. קורץ גערעדט, איך װיל מיך איבערטראָגן קײן אַמעריקע, דאָס הײסט אַלײן װעל איך זײַן דאָ און מײַן גײַסט װעט זײַן דאָרטן מיט אײַך, מיט אײַך, מײַנע ליבע ברידער! און װי באַלד מײַן נשמה װעט זײַן דאָרטן, װעל איך קײן מורא ניט האָבן צו זאָגן דאָס, װאָס איך װיל און װאָס מען באַדאַרף זאָגן. שװער זיך פֿאָרצושטעלן אַז מען קען זיך באַגײן אָן דעם רױטן בעזעם פֿונעם צענזאָר, אַזױ װי עס איז שװער פֿאָרצושטעלן דעם צוגעשלאָגענעם ייִדישן תּלמיד אין חדר, אַז ער װעט זיך אַ מאָל קענען באַגײן אָן דעם רבינס קאַנטשיק. אַך, אָט דער קאַנטשיק, דער קאַנטשיק! װי נאַריש מיר זענען געװען אין יענער צײַט, בשעת מיר האָבן פֿאַרװאָרפֿן װײַט־װײַט אױפֿן בױדעם דעם רבינס קאַנטשיק. טיפּשים! מיר האָבן געמײנט, אַז אַחוץ יענעם קאַנטשיק איז שױן מער קײן קאַנטשיקעס ניטאָ אױף דער װעלט. נאָך מער: גיך נאָך דער מעשׂה מיטן קאַנטשיק האָט אונדז געטראָפֿן אַ גליק ― דער רבי איז געשטאָרבן. טיפּשים! דער רבי איז געשטאָרבן, נאָר דער סידור איז ניט געשטאָרבן!…

ניט מער, װאָס װיל איך האָבן און װאָס בין איך אױסן! איך װיל זיך אַ ביסל אױסשמועסן מיט מײַנע װײַטע, נאָר נאָענטע ברידער און שװעסטער; איך װיל זײ דערצײלן מעשׂיות, װאָס עס טוט זיך דאָ, אין זײער פֿאַרלאָזענעם פֿאָטערלאַנד, װאָס האָט זײ אױסגעשפּיגן און אַרױסגעװאָרפֿן אַזױ װײַט, אױף יענער זײַט ים־אוקינוס; איך װיל זײ פֿאַרשאַפֿן אי פֿאַרגעניגן אַ סך, אי אַ ביסל יסורים, אי אַ ביסל נקמה אין די שׂונאים ― לאָז ניט איבערגעריסן װערן דער עירובֿ, װאָס בינדט צונױף די נײַע װעלט מיט דער אַלטער װעלט, לאָזן זײ ניט פֿאַרגעסן, די גליקלעכע פֿרײַע בירגערס פֿונעם גליקלעכן פֿרײַען לאַנד, אָן זײערע איבערגעבליבענע אומגליקלעכע, פֿרײַלאָזע שטיפֿקינדער אינעם אומגליקלעכן פֿרײַלאָזן פֿינצטערן לאַנד; לאָז אַ ייִד װיסן, אַ ייִד אין ניו־יאָרק, אין שיקאַגאָ, אין פֿילאַדעלפֿיע, װאָס עס טוט זיך אין קיִעװ, אין לעטיטשעװЛетичів, אין קאָװנע, אין נעמעראָװНемирів, אין אײשישאָקEišiškes, אין ראַכמעסטריװקעРотмістрівка, אין מאַזעפּעװקע מיט דער גאַנצער סבֿיבֿה אַרום, ― נישקשה, עס װעט אײַך, בהן־שלי, גאָרניט שאַטן חס־ושלום!… דער עיקר איז, איר זאָלט צולײגן קאָפּ, האָבן געדולד און ניט קװעטשן מיך, אַז איך זאָל אײַך אָפּזאָגן אַלצדינג אין אײן שמע־ישׂראל: נאָר לאַנגזאַם, נאָר ביסלעכװײַז, מיר װעלן אם־ירצה־השם זײַן מיט אײַך אומעטום, אין אַלע שטעט און שטעטלעך פֿון אונדזער געבענטשט לאַנד, װאָס טוט רינען ניט מיט מילך, ניט מיט האָניק, נאָר מיט טרערן און מיט בלוט… דערװײַלע האָט אײַך אַ גוטן תּמיד און זײַט געזונט און „מאַכט אַ לעבן“, װי עס װינטשט אײַך אױף אײַער לשון אײַער בעסטער פֿון די בעסטע פֿרײַנד.

עיקר־שכחתּי: יאָ, איך האָב גאָר פֿאַרגעסן אָנזאָגן אײַך די גוטע בשׂורה ― משיח גײט!! ער איז שױן, זאָגט מען, ניט װײַט, טאַקע גאָר נאָענט: עס קאָכט דערמיט די װעלט: מײנט ניט אַז איך שפּאַס; אומעטום ― אין מאַזעפּעװקע, אין טעטרעװיץ, מאַקאַרעװקע, אין יאַמפּעלעЯмпіль, אין סטרישטש ― רעדט מען נאָר פֿון אים: עס איז אַ סבֿרה, אַז ער װעט זײַן גיך בײַ אונדז אין דער גרױסער גױיִשער הײליקער שטאָט יעהופּעץ, בײַ אונדזערע גרױסע ליבהאַרציקע אַריסטאָקראַטן, װאָס זענען דערװײַלע פֿאַרנומען דער אין „װינט“, דער אין „אָקע“, און דער גאָר אין דער שײנער שפּיל „טערטל־מערטל“ ― עס װעט זײַן פֿרײלעך! די גאַנצע נסיעה זײַנע מיט זײַן אָנקומען צו אונדז איז באַשריבן פּינקטלעך בײַ מיר אין אַ גרױסן ראָמאַן מיט אילוסטראַציעס, און דאָס האָב איך חשק צו געבן אַ מתּנה פֿאַר מײַנע ליבע שװעסטער און ברידער אינעם לאַנד. זעט זשע, שאַנעװעט אײַך און זײַט גוטע ברידער, בכדי מיר זאָלן אַלע זײַן צופֿרידן… אָמן־ואָמן!

שלום־עליכם

2.

געערטער אַרױסגעבער און רעדאַקטאָרן פֿון דער „פֿילאַדעלפֿיער שטאָט־צײַטונג“ אין פֿילאַדעלפֿיע

איך האָב דערהאַלטן אײַער בריװ מיטן פּראָספּעקט. דער בריװ האָט מיך געפֿרײט: דער פּראָספּעקט האָט מיך געװוּנדערט. געפֿרײט האָט מיך, װאָס איר האָט מיך אײַנגעלאַדן צו נעמען אַן אָנטײל אין אײַער נײַעם זשורנאַל, װאָס זעט אױס צו זײַן ניט קײן שלעכטע אױסגאַבע, לױט אײַערע הבֿטחות, װען איר װעט זי קענען װירקלעך אױספֿירן.

געװוּנדערט האָט מיך אָבער, אַז איך האָב דערזען אין אײַער פּראָספּעקט צװישן אײַערע באַשטענדיקע מיטאַרבעטערס, די „ריזענקרעפֿטע“, מײַן כּשרן נאָמען מיט גרױסע אותיות שױן אָפּגעדרוקט!!!

אמת, אַמעריקע אין אַזאַ לאַנד, װאָס „אײדער טאַטע־מאַמע האָבן חתונה געהאַט, טאַנצט שױן זײער זון אױפֿן דאַך? ― אױף אַזאַ לאַנד איז קײן חידוש ניט, עס קאָן דאָרטן אַלצדינג געשען… בײַ מיר איז צו גלײבן גאַנץ לײַכט, איך זאָל דערהאַלטן דעם ערשטן נומער פֿון אײַער צײַטונג מיט מײַן פּאָרטרעט (װאָס איר פֿאַרלאַנגט פֿון מיר), װעלכן אײַער קינסטלער האָט געזען אין חלום און געמאָלט אױף דער װאָר ― אַ קשיא אױף אַמעריקע? בײַ מיר האָט איר געפּועלט, אַז ניט נאָר מײַן בילד, מײַן פֿעדער, מײַן פֿעליעטאָן ― איך אַלײן בין געװען בײַ אײַך אין פֿילאַדעלפֿיע אין דער רעדאַקציע ― אַ קשיא אױף אַמעריקע! אײַ איך בין גאָר אין קיִעװ, ניט אין פֿילאַדעלפֿיע? װאָס איז די ראיה? למאַי ספּעקטאָרמרדכי ספּעקטאָר 1858-1925? ספּעקטאָר איז דאָך געװיס אין װאַרשע, פֿון דעסטװעגן זעט איר דאָך!.. דערפֿון לערנען מיר אָפּ אַ קל־וחומר, װי פֿון אַ לעפֿל מיט אַ גאָפּל: מאַי־דאָך פֿלײש, װאָס קײנער עסט ניט מיט קײן לעפֿל, עסט מען מיט אַ גאָפּל, לא כּל־שכּן יױך, װאָס אַלע עסן מיט אַ לעפֿל, מעג מען דאָך אַװדאי עסן מיט אַ גאָפּל!…

נאָר לצנות אָן אַ זײַט. איך מײן דאָס גאַנץ ערנסט, ― אײַער צײַטונג געפֿעלט מיר; און כאָטש אַפֿילו איך בין נאָך מיט אײַער פּראָגראַם װינציק, דאָס הײסט כּמעט גאָרניט באַקאַנט, נאָר נתפּעל בין איך פֿון דער געשװינדקײט װי עס גײט דאָרטן בײַ אײַך צו: װיל איך, שטײ איך מיר אױף גאַנץ פֿרי, רײַב מיר דורך די אױגן און זאָג צו זיך אַלײן: „אַך, װאָס פֿאַר אַ שײנער טאָג ס'איז הײַנט! װוּהין גײט מען זיך דורך? װען איך זאָל אָבער האָבן למשל אַ צײַטונג!“ האַ? אַ צײַטונג? פֿאַר װאָס דען ניט? פֿילאַדעלפֿיע איז ניט פּעטערבורג, דער אָדון, דער צענזאָר, ליגט דאָ נײַן אײלן אין דער ערד און באַקט בײגל, פֿאַר װעמען האָב איך מורא? ― שנײַד אַ צײַטונג!… אַמעריקע, לעבן זאָל דאָס! װוּ האָט איר נאָך אַזאַ גליקלעך לאַנד אױף דער גאָרער װעלט, װוּ ייִדן, פֿײַנע, לײַטישע מענטשן, װאָס אין דער הײם זענען זײ געגאַנגען אין שטרײַמלעך, ניט געטאָן קײן האַנט אין קאַלטן װאַסער, גײען דאָרט אַרום פֿראַנק און פֿרײַ מיט קאָראָבקעס אױף די פּלײצעס, זיצן װי די שׂררות בײַ מאַשינעס און אַרבעטן זאָקן, אָדער גײען אַרום װי די גראַפֿן איבער די הײַזער, זוכן אַרבעט און שװאָלן זײער שײן פֿאַר הונגער ― און דאָך, אַז ער שיקט אַ בריװל אַהײם, שרײַבט ער:

„מיר מאַכן דאָ מיט גאָטעס הילף אַ גוט לעבן. יעדער מאַכט דאָ אַ גוט לעבן. קומט צו פֿאָרן װעט איר דאָ מאַכן אי“ה אַ גוט לעבן.“

אַך, אַמעריקע! אַמעריקע!.. נאָר לאָמיר זיך אומקערן צוריק צו אײַער צײַטונג.

50 סענט אַ יאָר!!

אמת, איך בין ניט קלאָר אין אײַערע אַמעריקאַנישע געלטער. בײַ אונדז אין מאַזעפּעװקע למשל זענען מיר געװױנט צו רעכענען אײַך אױף דאָלאַר. דער שוחט, זאָגט מען, נעמט בײַ אײַך פֿאַר קױלען אַן עוף אַ גאַנצן דאָלאַר, הײַנט װער שמועסט אַן עליה אין בית־המדרש, איז זיך גאָר ניט צו דערקױפֿן. ― מיט אײן װאָרט, געלט איז בײַ אײַך בלאָטע און דאָלאַרן װאַלגערן זיך בײַ אײַך אין די גאַסן ― עפּעס אַ װערטעלע אַמעריקע? און בײַ דעם אַלעם קאָסט אײער צײַטונג אַזױ גרױס װי 50 סענט אַ יאָר, דאָס הײסט, אױב איך בין מיך ניט טועה, אַ קאָפּיקעס 80 אָדער 90 אױף „אונדזער“ געלט! דערצו באַקומט מען נאָך אַ פּרעמיע פֿון 10 ביז 25 דאָלאַר. װי באַלד נאָר עס גליקט אָפּ צו טרעפֿן דעם געװוּנטשענעם נומער. לױט דעם חשבון קומט אױס, אַז בײַ אײַך אין אַמעריקע צאָלט מען דעם לעזער ער זאָל נעמען אַ בלאַט צײַטונג אין דער האַנט אַרײַן? אַך, אַמעריקע! אַמעריקע! עס איז אינטערעסאַנט צו װיסן, װאָס קאָסט שױן בײַ אײַך אַ תּחינה פֿון שׂרה בת־טובֿים, אַ לוח, אַ סליחה און להבֿדיל אַ העכסט אינטערעסאַנטער ראָמאַן פֿון שמ″רנחום־מאיר שײַקעװיץ 1849-1905? װיפֿל באַדאַרף מען צוצאָלן, אַז מען זאָל זיך צורירן צו אַזאַ סחורה? עס איז כ'לעבן צוליב דעם אַלײן כּדאַי צו זײַן אין אַמעריקע! איך שטעל מיך פֿאָר, װי אַ ייִדל גײט זיך אַרױס אין פֿילאַדעלפֿיע שפּאַצירן. די הענט פֿאַרלײגט אַרונטער און זינגט זיך אין נאָז אַ לידל, פּלוצעם שטעלט מען אים אָפּ:

― „די פֿאַרשאָלטענע מױד אָדער דער געשװאָלענער ממזר“, אַ העכסט אינטערעסאַנטער ראָמאַן אין 24 טײלן, פֿאַרפֿאַסט פֿון שמ“ר! פּרײַזן 12 סענט. איר באַקומט אַ פּרעמיע 18 דאָלאַר ― אַבי לײענט!

― „דער צעטראָגענער מלמד אָדער די לופֿטיקע באַקדײזע“, אַ היסטאָרישער זײער רירנדער ראָמאַן אין 40 טײלן, פֿאַרפֿאַסט פֿון בלױשטײןעוזר בלאָשטײן 1840-1898. פּרײַז אַ שמעק טאַביק און אַ פּרעמיע אַ האַלב יאָר שטיװל פּוצן אָן געלט ― אַבי נעמט!ּ

― „אַ סקריפּ מיט דער טיר און אױס ליבע, אָדער אַ מאָגן פֿון 10 װײַבער“ אַ גרױסאַרטיקע, האַרצרײַסנדיקע דראַמע אין 21 אַקטן, מיט זײער שײנע מוזיק אַראַנזשירט פֿון בעקערמאַןשמעון בעקערמאַן . פּרײַז: אַ שאָקל מיטן קאָפּ, און פּרעמיע: אַ פּאָר שפּאָגל־נײַע הױזן אײגענער אַרבעט ― אַבי װילט נאָר!…

אַך, אַמעריקע! אַמעריקע! בײַ אַזעלכע מינהגים איז זײער אינטערעסאַנט צו װיסן, װאָס פֿאַר אַ האָנאָראַר אַן אַרױסגעבער פֿון אַ צײַטונג איז אומשטאַנד צו צאָלן זײַנע מיטאַרבעטערס? איך בין עס טאַקע, פֿאַרשטײט איר מיך, נײַגעריק צו װיסן, װײַל אין אײַער בריװ זאָגט איר מיר צו סתּם, אַז איר װעט מיר צאָלן האָנאָראַר װיפֿל איך װעל אײַך רעכענען. „רעכענען“? עס איז פֿאַראַן צװײערלײ רעכענונגען: אײנער רעכנט, אַז מען װעט אים מסתּמא רעכענען: און דער אַנדערער רעכנט, װאָס אַרט דאָס אים, אַז יענער װעט זיך רעכענען אַז מען װעט אים רעכענען? לאָז ער זיך רעכענען אַז מען װעט אים רעכענען װיפֿל מען װעט אים רעכענען, און מיר דאַרפֿן בײַ זיך רעכענען, אַז יעדער מעג זיך רעכענען, אַז מ'װעט אים רעכענען װיפֿל מען װעט אים רעכענען אַבי ער זאָל ניט רעכענען, אַז מען װעט אים רעכענען אַז ער װעט זיך רעכענען אַז מען װעט אים גאָר ניט רעכענען… איר פֿאַרשטײט װי טיף דאָס איז?

איר פֿאַרלאַנגט פֿון מיר אַ ראָמאַן, „נאָר ניט זײער קײן גרױסן“. דערפֿון איז געדרונגען, אַז ער מעג יאָ זײַן אַ גרױסער: װאָרעם מאַי קאָ משמע לן ― װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן? נאָר װאָס זשע דען? איר בעט זיך נעבעך, עס זאָל כאָטשבי ניט זײַן אַריבערגעכאַפּט די מאָס, דאָס הײסט מען זאָל פֿון אים חלילה ניט בלײַבן אונטער די הענט, װי געװײנטלעך בײַ אַ ייִדישן מחבר, אַז ער נעמט זיך „מאַכן“ אַ ראָמאַן. אַ ייִדישער מחבר, אַז ער „מאַכט“ אַ ראָמאַן, װילט זיך אים זײער אױסגיסן דאָרטן אַלצדינג װאָס בײַ אים אין קאָפּ און װאָס אױפֿן האַרצן טוט זיך, מהיכא־תּיתי, אַז מען האַלט שױן אין מיטן רעדן, גלוסט זיך שױן טאַקע איבערשמועסן פֿון אַלצדינג אַרום און אַרום, אַרױסזאָגן אין גאַנצן. דעריבער פּאַקט אָן אַ ייִד אינעם ראָמאַן פֿון כּל־טובֿ: פֿון חכמות, פֿון װיסנשאַפֿט, פֿון תּורה, פֿון סחורה, פֿון „פּאָליטיקע“, פֿון װעלט־ענינים גלאַט; און װי באַלד ער האַלט שױן אין מיטן שרײַבן, געפֿינט ער שױן אַ געלעגנהײט אַ ביסל קריטיק אױך אַרײַנבראָקן, דאָס הײסט אַ ביסל אױסזידלען זיך, מאַכן יענעם מיט דער בלאָטע גלײַך. אײַ װאָס קערט זיך אָן קריטיק, פּאָליטיק אָדער מיסחר צו אַ ראָמאַן? װעמען גײט דאָס אָן? בײַ זיך אין דער הײם איז זיך יעדער אַ פּריץ און מעג זיך רעדן װאָס ער װיל ― אָט אַזױ שרײַבט מען בײַ ייִדן אַ ראָמאַן!… נײן, איך װעל אײַך, זײַט רויִק, קײן גרױסע „יודישע“ ראָמאַנען ניט שיקן. אױב איך װעל אײַך שיקן, װעל איך אײַך שיקן קלײנע „ניט קײן יודישע“ ראָמאַנען. נאָר גיכער פֿאַר אַלץ װעל איך אײַך קײן ראָמאַנען גאָר ניט שיקן. איך װעל אײַך שיקן פֿעליעטאָנען נאָר פֿעליעטאָנען ― און דאָס װעט זײַן געװענדט אָן אײַך, אַבי איר װעט נאָר רעכט צעקײַען און גוט פֿאַרשטײן אַלץ, װאָס איך האָב אײַך געשריבן, און איר װעט זיך פֿירן װי עס געהער צו זײַן ― דעמאָלט בין איך אָנגעגרײט צו דינען אײַך און אײַערע לעזערס, מײַנע אַלע אַמעריקאַנישע שװעסטער און ברידער, װעלכע איך גריס גאָר פֿרײַנדלעך.

שלום־עליכם

געערטער אַרױסגעבער און רעדאַקטאָרן פֿון דער „פֿילאַדעלפֿיער שטאַט־צײַטונג אין פֿילאַדעלפֿיע

מיט דיזן בריװ באַקומט איר מײַן ערשטן פֿעליעטאָן. אַז איך װעל באַקומען דעם נומער, װעל איך צושיקן אַ גאַנצע סעריע פֿעליעטאָנען, װעלכע קענען זיך ציִען אַ יאָר און צװײ און דרײַ ― אַבי געזונט. איר זאָלט מיר מוחל זײַן טאָמער ריר איך אָן עמעצן, דען אָן אַ שטאָך איז ניט מעגלעך און באַרירן עמעצן מוז איך, עס מעג זײַן מיך אַלײן… די נומערן װעט איר מיר געװײנטלעך שיקן אין אַ צוגעשלאָסענעם קאָנװערט. געלט װעט איר מוחל זײַן שיקן פּשוט, דורך „געלטבריװ“, װײַל אַלע רעקאָמענדירטע בריװ פֿון אױסלאַנד װערן בײַ אונדז אױפֿן פּאָסט פֿון נײַ־יאָר אָן אױפֿגעעפֿנט. אין מײנע פֿעליעטאָנען װעל איך מאַכן אַ פֿאַרבינדונג צװישן דער נײַער װעלט מיט דער אַלטער װעלט, צװישן אַמעריקע און אײראָפּע. דורך זײ װעלן אונדזערע שװעסטער און ברידער בײַ אײַך אָפֿטלעך אָפּנעמען אַ גרוס פֿון דער הײם דורך אַ גוטן שליח, װאָס הײסט מיטן נאָמען

שלום־עליכם
קיִעװ, דעצעמבער 1893

3.
לידידי הבחור־הזעצער כמר שׂימחה־פּינחס נ″י

ליבער קאָלעגע!

הײַנט האָב איך דערהאַלטן אַ בריװ פֿונעם רעדאַקטאָר פֿון דער „שטאָט־צײַטונג“ מיט אַ גרוס פֿונעם „בחור־הזעצער, װאָס געדענקט מיך פֿון אָדעס“ און װאָס „זײַן נאָמען איז שׂימחה“ (אַ חכם דער רעדאַקטאָר: ער װײס ניט אַ פּנים, אַז איר הײסט צװײ נעמען ― אי שׂימחה, אי פּינחס!.) און האָב מיך ממש מחיה געװען. סטײַטש, מײַנער אַ קאָלעגע, אַ חבֿר, װאָס האָט געאַרבעט מיט מיר בײַ אײן טיש (געדענקט איר בשעת מיר האָבן געזעצט דעם „קול מבשׂר“?) געפֿינט זיך אַצינד דאָרטן, אין אַמעריקע! אײן־און־אײנציקער חבֿר און אײן־און־אײנציקער לעזער. און אײן־און־אײנציקער לעזער דערפֿאַר, װײַל קײנער פֿאַרשטײט ניט אַזױ דעם מחבר, װי דער בחור דער זעצער. קײנער זעט ניט, װיפֿל מי, שװײס און בלוט עס קאָסט דעם מחבר איטלעכס בלעטל, איטלעכע שורה, איטלעכס װאָרט פֿון זײַן װערק. דער געװײנלעכער לעזער, אַז ער לײענט אַ ביכל, װײַזט זיך אים אױס, אַז ס'איז אַ גרינגע מלאָכה, אַז גרינגער װי „מאַכן“ אַ ביכל קאָן שױן ניט זײַן. װאָרעם װאָס איז דען מישטײנס געזאָגט אַ ביכל צו מאַכן? מען נעמט און מען מאַכט! דער בחור־הזעצער אָבער זעט װי דער מחבר נעבעך פּלאָגט זיך, שװיצט, האָרעװעט, קרעכצט אױף יעדער שורה, קװעלט אָן פֿון יעדער שורה, בשעת ער דערזעט זי אין זאַץ און נאָכדעם אין בױגן אָפּגעדרוקט. דער בחור־הזעצער זעט װי דעם מחבר גײט אױס דאָס חיות פֿון יעדן פֿעלער, װאָס שפּרינגט אַרױס בשעתן דרוקן. אַך, װיפֿל מאָל בין איך אַרײַנגעפֿלױגן צו אײַך, שׂימחה־פּינחס, מיט אַ גװאַלד: „אױ װײ, אַן אומגליק, ― עס פֿעלט אַ נקודה, אַ חיריק אונטער דער יוד!“ אַ קלײניקײט, אַזאַ אומגליק: אַ יוד אָן אַ חיריק?!… אַך, װיפֿל מאָל האָבן מיר געבראָכן דעם זאַץ איבער אַ שורה, װאָס מיר האָט זיך געחלומט, אַז זי איז איבעריק! „שׂימחה־פּינחס ― פֿלעג איך צו אײַך זאָגן מיט אַ רחמנות־פּנים ― שׂימחה־פּינחסיניו, האַרצעניו, ליובעניו, װאַרפֿט מיר אַרױס די שורה און לאָזט מיר אַרײַן אַן אַנדער שורה, נאָר דאָס אײנציקע, דאָס לעצטע מאָל, און אַן עק! און איר, שׂימחה־פּינחס, האָט רחמנות געהאַט אױף מיר און אַרײַנגעלאָזט נאָך אַ שורה. פֿאַר װאָס? װײַל איר האָט געזען, אַז עס עקט זיך מיר דאָס לעבן; װײַל איר האָט פֿאַרשטאַנען אַז מײַן װערק ― דאָס איז ניט קײן ביכל, װאָס מען „מאַכט“ דאָס, נאָר מײַנס אַ קינד, אַ טרײסט, װאָס כ'האָב עס געטראָגן און געהאַט מיט צרות און מיט גרױסע װײטיקן, און האָב געװאָלט אַז איך זאָל פֿון מײַן קינד נחת האָבן און גאָט און לײַט זאָלן זיך מיט דעם פֿרײען.

אױ, דו נאַרישער, נאַרישער מחבר אײנער! ― אַזױ פֿלעג איך ניט אײן מאָל צו זיך אַלײן זאָגן און זאָג עס הײַנט אױך ― אױ, שוטה, שוטה! צוליב װאָס און צוליב װעמען טוסטו דיך אַזױ פּלאָגן און אַזױ מוסר־נפֿש זײַן מיט דײַנע ביכלעך, װאָש דו „טוסט מאַכן“? בײַ װעמען און פֿאַר װעמען ביסטו אַ שרײַבער מישטײנס געזאָגט? װער װעט דיך לײענען, ער װעט זיך צוקוקן צו דײַן מלאָכה, צי מער מיט אַ שורה, צי װינציקער מיט אַ שורה? דער ייִד? דער ייִד האָט קײן צײַט ניט. אַ ייִד גײט ניט קױפֿן קײן ביכל. דער ייִד קאָן באַשטײן מען זאָל אים אַרײַנטראָגן אין שטוב אַרײַן אַ ביכל; דער מחבר איז ניט קראַנק אַלײן אָנצושלאָגן זיך מיט זײַן סחורה ― ער איז במילא אַ קבצן. און אַ ייִד אַז ער טוט שױן דעם מחבר אַ טובֿה און ער נעמט שױן אַ ביבל, האָט ער ליב צו זאָגן אַ דעה און אַ מײנונג. דאָס ביכל ― זאָגט ער ― איז אים ניט געפֿעלן, ס'איז אים עפּעס ניט צום האַרצן. ער װיל ― זאָגט ער ― ס'זאָל זײַן אַ שײנע געשיכטע, אַ ראָמאַן, װאָס לאָזט זיך אױס מיט אַ חתונה און מיט אַ לװיה. ער װיל עס זאָל זיך גיסן בלוט אין די גאַסן, געלט זאָל זײַן װי מיסט, „ייִדישע גראַפֿן“ זאָלן אַרױסגײן אױף אַ דועל, באַרדיטשעװער און ניעסװיזשער „פּרינצן“ זאָלן זיך מאַסקירן אין מערדערס אָדער אין בעטלערס, ייִדישע מײדלעך זאָלן זינגען דײַטשע לידלעך קעגן דער לבֿנה ― הכּלל, עס זאָל זײַן מיט אַלע פּיטשעװקעס אַ ראָמאַן װי פֿון שמ″ר… גיט אַ ייִדן מענדעלע מוכר־ספֿרימס (אַבראַמאָװיטשעס) אַ װערק אױף צו לײענען און דערצײלט אים אַ מעשׂה אַז אױף איטלעכע שורה איז אַבראַמאָװיטש געזעסן דרײַ טעג, און יענער, להבֿדיל שמ″ר, קאָן אָפּבאַקן אַ גאַנצן ראָמאַן אין אײן טאָג, ― װעט אײַך אַ ייִד פֿאַרדרײען דאָס קעפּל און װעט אײַך זאָגן: „נו, װאָס זשע איז געדרונגען? איז טאַקע שמ″ר אַ בריה!…“ גײט גיט צו פֿאַרשטײן אַ רוסישן אָדער אַן אַמעריקאַנישן מוכר־ספֿרימניק, אַז דערמיט װאָס ער פֿאַרברײטערט שמ″רס אומציכטיקע ראָמאַנען צװישן פֿאָלק, איז ער אַ פּושע־באלהי־ישׂראל, װעט ער אײַך ענטפֿערן: „װאָס טױג מיר מעשׂיות, דאָס פֿאָלק זוכט פֿאָרט שמ″רס אַ ראָמאַן: פֿאַר שמ″רס אַ מעשׂה לײזט מען און פֿאַר אַבראַמאָװיטשעס ניט…“

אומזיסט, אומזיסט איז געװען בײַ אונדז די שׂימחה: מיר האָבן געמײנט ― אַן עק אַ סוף ― אױס שמ″ר, מיר האָבן אים געפּטרט: ער איז אַװעק קײן אַמעריקע און װעט דאָרטן װערן מסתּמא אַ פּעדלער, אָדער אַ מלמד, אַ סוחר, אַ בעל־מלאָכה, װאָס סע ניט איז, אַבי ניט קײן ראָמאַן־פֿאַבריקאַנט, גאָט מעג אים מצליח זײַן װוּהין ער װעט זיך קערן און װענדן אַבי ער זאָל אױפֿהערן צו פֿאַרפֿלײצן אונדזער מאַרק מיט זײַנע ניט־געשטױגענע ניט־געפֿלױגענע ראָמאַנען און דאָס פֿאָלק װעט סוף־כּל־סוף זיך נעמען צו לעזן עפּעס רעכטס. אַזױ האָבן מיר, נאַראָנים, געטראַכט. לאָזט זיך אױס, אַז מיר האָבן אַ גרױסן טעות געהאַט! לא לחינם הלך הזרזיר אצל העורבֿ. ער האָט אָנגעשמעקט, אַז דער אמתער המון רוקט זיך אַרױס ביסלעכװײַז אַהין, קײן אַמעריקע, און אַ ייִד אין אַמעריקע האָט ליב אַ ייִדיש ביכל װי צוקער־לעקעך ― האָט ער זיך איבערגעפּעקלט אױך אַהין און האָט גענומען אַרױסצולאָזן אױך דאָרטן די אײגענע משונה־װילדע, אומגעלומפּערטע ראָמאַנען, פֿון װעלכע עס לאָזט זיך הערן אַ ריח אַזש אַהער און דער פּראָסטער עולם לעקט זי פֿינגער ― סטײַטש, אַ מעשׂה אַ ראָמאַן, און אױף ייִדיש געשריבן, עפּעס אַ קלײניקײט?!

יאָ, ברודער שׂימחה־פּינחס, אײַך איז אַ פּנים באַשערט צו זעצן שמ″רס געפֿלאָכטענע ראָמאַנען, װען ניט דאָ, איז דאָרטן, און קײנעם װעט דאָס אַזױ װײַט ניט אַרײַן אין נאָז אַרײַן װי אײַך, װאָרעם איר זענט דאָך יאָ אַ שטיקל מבֿין אױף „סחורה“ און אױף „שמאַטעס“, איר װײסט דאָך יאָ דעם חילוק פֿון אַ „װערק“ ביז אַ „מעשׂה“, פֿון „באַשאַפֿן“ אַ חיבור ביז „מאַכן“ אַ ביכל. מקנא בין איך אײַך געװיס ניט, װאָס איר זענט דאָרטן: דאָס הײסט דערױף װאָס איר זענט אַ „בחור אַ זעצער“, טוט מיר װײ דאָס האַרץ; הלװאַי װאָלט איר זיך בעסער גענומען צו אַן אַנדער מלאָכה, צום בײַשפּיל: רײניקן הױפֿן, שטיװל פּוצן, אָדער הײצן די באָד… אַ סך גלײַכער אױסצורײניקן אַ הױף, אײדער אָנמיסטיקן, פֿאַראומציכטיקן װײַס פּאַפּיר; אַ סך נוצלעכער שטיװל פּוצן, אײדער אױסזעצן פּוסטע נאַרישע ראָמאַנען; אַ סך אָנגענעמער אונטערהײצן די באָד, אײדער, אײדער אױסהערן עם־הארצות פֿון איטלעכן באָדיונג, װאָס רופֿט זיך אָן „העכסט אינטערעסאַנטער ראָמאַניסט“… נאָר װאָס זאָל איך טאָן אַז איר האָט בײַ מיר קײן עצה ניט געפֿרעגט צו װאָס פֿאַר אַן אַרבעט איר זאָלט זיך נעמען אין אַמעריקע? מסתּמא איז שױן אַזױ אָנגעצײכנט געװאָרן פֿון אױבן אַז איר, שׂימחה־פּינחס, באַדאַרפֿט בלײַבן הבחור־הזעצער און איך, שלום־עליכם, אַ מחבר בײַ ייִדן. קעגן גאָט טאָר מען ניט גײן. לאָמיר אָנגורטן אונדזערע לענדן און לאָמיר גײן איטלעכער באַזונדער זײַן װעג זיכערלעך ― אָמן.

ממני פֿון מיר אײַער קאָלעגע
שלום־עליכם

פּ.ס.

בײַ ייִדן איז אײַנגעפֿירט, בשעת ער לײענט אַ קריטיק אױף עמעצנס אַ װערק, טראַכט ער זיך: „אַ פּנים דער קריטיקער איז דעם מחבר אַ רעכטער שׂונא, װאָס ער מאַכט פֿון אים אַזױ אַ תּל!“ ניט נאָר דער לעזער, דער מחבר אַלײן קלערט אָפֿט מאָל דאָס אײגענע, װײַל אונדזערע מחברים, צו קײן חרפּה זאָל אונדז ניט זײַן, פֿאַרשטײען נאָך ניט, װאָס קריטיק באַטײַט, דעריבער טרעפֿט בײַ אונדז אָפֿט מאָל, אַן דער מחבר װערט דעם קריטיקער, װאָס האָט אים אָנגערירט מיט אַ װאָרט, אַ דם שׂונא! ניט אײן מאָל טרעפֿט זיך בײַ אונדז קוריאָזן, אַז אײן ייִד דערלאַנגט אױפֿן אַנדערן ייִדן אַ דאָנאָס צום גובערנאַטאָר, אַז זײַן זון איז געשטאַנען בײַם פּריזיװ „שלא כדרכּו…“ ד″ה ניט װי עס געהער צו זײַן, אָדער אַז יענער האָט אונטערגעצונדן זײַן שטוב, אָדער ער װױנט אין קיִעװ אָן אַ „פּראַװאָפּראַװאָזשיטעלסטװע“, אָדער ער קנעלט אָן אַ שײַן־צעטל, וכדומה אַזעלכע שײנע מסירות, װי געװײנטלעך צװישן ייִדן…

― סטײַטש ― פֿרעגט מען אים ― װי קומט דאָס צו אײַך, איר זאָלט גײן מסרן אַ ייִדן?

― אין זײַן טאַטן אַרײַן! ― ענטפֿערט ער אין גרױס גרימצאָרן ― אַ מיצװה אױף אים! לאָז ער ניט שרײַבן קײן קריטיקע אױף מײַן ביכל!…

אַקעגן װאָס זאָג איך דאָס? אַקעגן שמ″רן. שמ″ר װײסט, אַז שױן פֿון עטלעכע יאָר אַז מיר יאָגן אים דאָ עד־חרמה. ער זעט אַלע מאָל אַ נײַע קריטיק אױף זײַנע משונה־װילדע ראָמאַנען; ער װײסט, אַז זײַן נאָמען װערט בײַ אונדז אין דער ליטעראַטור דערמאָנט װי בײַ רוסישע ייִדן דער נאָמען פֿון גאָנטאָІван Ґонта געשטאָרבן 1768 ימח־שמו־וזכרו ― און ער טראַכט זיך: „גװאַלד, װאָס האָבן זײ צו מיר אַ שטײגער, שלום־עליכם, פֿרישמאַןדוד בן שאול פֿרישמאַן 1859–1922, דובנאָװשמעון דובנאָװ 1860–1941, ראַװניצקייהושה־חנא ראַװניצקי 1859–1944 און די אַלע איבעריקע, װאָס זײ פֿאַלן אַזױ אָן אױף מיר אַלע מאָל? װעמען האָב איך אָנגערירט אין פּרנסה, אָדער אין נפֿש, אָדער אין כּבֿוד?..“ ער פֿאַרשטײט ניט, שמ″ר, אַז צו אים גופֿא האָט קײנער ניט; קײנער געהערט זיך ניט אָן צו אים; קײנער האָט מיט אים קײן מגע־ומשׂא ניט געהאַט; ער נעמט בײַ קײנעם קײן פּרנסה ניט צו און מען האָט אים אין זינען אין פּיאַטע; נאָר צו װעמען האָט מען יאָ? צו שמ″רן דעם ראָמאַן־פֿאַבריקאַנט, װאָס פֿאַבריצירט געשװאָלענע „העכסט־אינטערעסאַנטע ראָמאַנען“, װעלכע פֿאַרדאַרבן דעם געשמאַק און דעם געפֿיל פֿונעם ייִדישן פּובליקום. קעגן אים און קעגן זײַן אַרט שרײַבן פּראָטעסטירט יעדער ייִדישער פּאַטריאָט, יעדער ייִדישער פֿאָלקס־אַרבעטער, יעדער ייִדישער שרײַבער און זאָגט צו אים בזה־הלשון: „דו שמ″ר, װאָס דו אַלײן װײסט, אַז דער עולם איז נאָך אַזױ נאַיִװ און פּראָסט, אַז ער האָט ליב צו לײענען אַ „מעשׂה“ פֿון יענע „מעשׂיות“, אַבי ס'איז דאָרטן פֿאַראַן אַ בחור מיט אַ מײדל, װאָס „ראָמאַנסירן“ און „ליבן“ זיך, נעמסט דו סאַמע דאָס געדיכטע פּאַסקודסטװע פֿון די ערנסטע פֿראַנצײזישע ראָמאַנען און „מאַכסט“ דאָס איבער אין זשאַרגאָן און באַרימסט זיך נאָך אַז דײַנע שמאַטעס האָבן אין אַמעריקע אַ גרױסן אָפּגאַנג ― ביסט דו טאַקע װערט עס זאָל דיך אַרױסװאַרפֿן פֿון אַמעריקע אַזױ װי עס האָט דיך אַרױסגעװאָרפֿן פֿון רוסלאַנד, און דײַן נאָמען זאָל בלײַבן אין אונדזער פֿאָלקס־ליטעראַטור צו שאַנד און צו שפּאָט אױף דור־דורות אין אײנעם מיט אַלע שׂונאי־ישׂראל, ימח־שמם־וזכרם ― אָמן!“

שלום־עליכם
אין ספֿרים־קלײטל

ערשטער טײל: צװישן מערדער

אין דער שטאָט ליװנע, װאָס אױפֿן טײַך ליװײקע, איז אײן מאָל אַרום האַלבע נאַכט בײַ אַ סטערינאָװער ליכט געזעסן בײַ זיך אין רײַכן פּאַלאַץ אױף אַ גאָלדענעם שטול רב שמערל מערדערמאַן דער שקאָנטיסט מיט זײַן שותּף רב רפֿאל שעכטמאַן דעם פּראָצענטניק און האָבן געהאַלטן צװישן זיך אַזאַ מין געשפּרעך:

― װאָס טוט מען, רפֿאל, ס'איז שלעכט, גיב מיר אַן עצה, װאָס טוט מען?

― װאָס איז שױן, שמערל, עס האָט זיך דיר װידער אַ מאָל פֿאַרגלוסט מענטשנפֿלײש? קאַרג ייִדן האָסטו אױסגעקױלעט אױף דײַן לעבן? װינציק בלוט האָסטו אױסגעזױגן בײַ די אָרעמע־לײַט נעבעך?

― קוק אים אָן דעם בעל־רחמנות! דאַכט מיר, דו האָסט ניט אַזױ פֿיל האָר אין קאָפּ, װיפֿל נפֿשות דו האָסט אומגעבראַכט זינט איך קען דיך.

― שמערל, ברענג מיך ניט אַרײַן אין כּעס און זאָג מיר גלײַך, װאָס איז דיר?

― רפֿאל, העלף מיר, איך באַדאַרף האָבן דײַנע אַן עצה, איך בין שטערבלעך פֿאַרליבט!

― שמערל, דו ביסט פֿאַרליבט? כאַ־כאַ, װי קומט דאָס צו דיר? כאַ־כאַ־כאַ!

― רפֿאל, דו װעסט ניט אױפֿהערן צו לאַכן? אָט נעם איך דיך בײַם גאָרגל און מאַך פֿון דיר אַ תּל!

― שאַ, שאַ, לאָז זײַן שטיל. זאָג מיר, אין װעמען ביסטו דאָס אַזױ פֿאַרליבט, שמערל?

― ס'איז אַ גאַנצע געשיכטע, רפֿאל, איך װעל דיר זי דערצײלן. איך האָב אַ פּאָקאָיאָװע, אַ שטובמײדל, ליזע הײסט זי. װי די װעלט איז זי שײן, זי איז אַ ברונעטין מיט שװאַרצע האָר און מיט בלױע אױגן און איר שטים איז זיס װי צוקער. אַז זי טוט אַ קוק, גײט מיר אױס, און אַז זי הײבט אָן רעדן קאָן מען אײַננעמען אַ מיתה־משונה!

― װוּ האָסטו זי דערטאַפּט, שמערל?