מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 14

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איו מאַן מנחס"מענדל אין װואַרשע

14

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל ב"י!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז די װאָס האָבן געלײענט דײַן בריװ האָבן אױסגעבעטלט אַלע בײזע װױסטע פֿינצטערע חלומות, װאָס פֿאַר אַ שנײַדערשן חשבון אָט דער כאַסקל קאָטיק דײַנער האָט אונדז געמאַכט! מען האָט אױסגערעכנט, אַז מ'זאָל צאָלן װי ער װיל און מ'זאָל צורעכענען פּראָצענטן,־װועט אױסקומען אַז מ'װעט באַדאַרפֿן אײַנצאָלן צװײ מאָל אַזױ פֿיל און אפֿשר דרײ מאָל אַזױ פֿיל וױפֿל מ'װעט אַ מאָל אַרױסנעמען, און װעט מען עס דערלעבן אַרױסנעמען? אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג אין אַכצן יאָר אַרום! ס'איז אים גרינג אױס" צורעדן אַכצן יאָר, אַכצן מכּות מײנע שׂונאים. װױ זאָגט די מאַמע: װאָרט אױף פֿרײַטיק, װעסטו עסן אַ ראָסלפֿלײעל.. נײן, מענדל, אַז דו װעסט אים זען, דײַן קאָטיק הײסט עס, זאָלסטו אים זאָגן אַז מיר זענען ניט אַזעלכע בהמות ױ ער מײנט און מיר װעלן זיך ניט לאָזן פֿירן אין באָד אַרײַן און צאָלן און צאָלן װיפֿל ער װעט הײסן. װאָרעם סך"־הכּל װאָלט ער געמעגט װיסן, אַז זינט כּתרילעװקע איז אַ שטאָט, איז גאָר אַזױ פֿיל געלט ניט געװען, װיפֿל ער האָט אָנגערעכנט, און אַפֿילו אַז ס'זאָל שױן זײַן, װאָלט מען געקענט געפֿינען דאָ בעסערע גע" שעפֿטן װױ ער לײגט פֿאָר. און פֿאַר דער עצה װאָס ער גיט דעם פֿעטער אַברהםמשה, ער זאָל צוװאַרטן עפּעס אַ יאָר הונדערט ביז די בעלײטובות װעלן זיך דערמאָנען אים אַ מאָל אומקערן זײַנע פֿינפֿערלעך, זאָלסטו אים אָפּגעבן אַ שײנעם דאַנק, טאַקע דײַן קאָטיקן הײסט עס, און זאָלסט אים פֿרעגן אױף אַ טשיקאַװעסט, אַז ער איז יאָ אַזאַ בעל־יועץ, לאָז ער דיר געבן אַן עצה װאָס זאָל דער פֿעטער אַבֿרהם־משה איצטער טאָן מיט זײַנע דרײַ טעכטער, װאָס אַחוץ זײ זענען, צװישן אונדז רעדנדיק, אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן, האָבן זײ נאָך קײן עין" הרע אַזאַ זװקס, אַז זײ גײען אין גאַס װעט דיר קײנער ניט זאָגן אַז דאָס גײען מײדלעך? ער זאָל זײ אײינזאַלצן, צי ער זאָל זײ פֿאַרקױפֿן אין חמץ? אַז קײן

198

חתנים דאַנקען גאָט האָבן זײ שױן ניט, װאָרעם אַלע דרײַ בחורים האָבן אָפּגעשיקט די תּנאָים, געשיקט זאָל זײ װערן פֿון גאָט, װוּ ס'איז דאָ ערגעץ אַ צרה, אַ שלאַק, אָדער אַ װיטיק! עס װילט זיך מיר ניט שעלטן אױפֿן ניכטערן האַרצן, נאָר װינטשעװען װינטש איך זײ פֿונעם גאַנצן האַרצן, אַז זײ זאָלן גאָרניט דער" לעבן חתונה צו האָבן װײַל זײ װעלן לעבן, און אַז זײ װעלן יאָ אַ מאָל חתונה האָבן, זאָלן זײערע װײַבער גיך און באַלד בלײַבן אַלמנות און זײערע קינדער יתומים! אַ װערטעלע אױסצורעדן דעם בזיון מיטן האַרצװײטיק, אַז סן הכּל האָבן זי שױן גאָר געהאַט זיך אָפּפֿאָטאָגראַפֿירט אַלע דרײַ פּאָרלעך אױף אײן בילד און צעטײלט צװישן אַלע קרובֿים פֿון בײדע צדדים, פֿון חתנס צד און פֿון כּלהס צד, און טאָמער איז געװען קאַרג, האָט מען נאָך צעשיקט די בילדער קײן אָדעס און קײן װילנע און קײן אַמעריקע און קײן אַלדע שװאַרצע יאָר. מאַנטבילן ― פֿאַרברענט זאָלן זײ װערן ― זײ שטײט אָן אַלצדינג! פּרװוט לאָז אַ כּלה זאָגן, זי װױל ניט דעם חתן, װעט מען אױף איר אױסקלערן װאָס אין דער קאָרט! אָט אַ שטײגער איז דער מומע קרעניס בתײחידקעלע שױן גוט געבילדעט? טאַנצט און שפּרינגט און גײט אָנגעטאָן נאָך דער לעצטער מאָדע, איז זי די טעג שיִער שיִער ניט אַ כּלה געװאָרן פֿאַר שלום־זײַדלס אַ זונדל, דו קענסט אים ניט, ער האָט געשטודירט אין יעהופֿעץ כּלומרשט אױף פּראָװױזער און איז געקומען צו פֿאָרן פֿון דאָרטן אַ גאָרניט מיט אַ ניט, אַ סװיסטשון, אַ פּוסטע כּלי, אַ פֿליוכטער! קאָנסט פֿאַרשטײן, אַז ס'איז נאָך גאָרניט געװען בײַ זײ, מען האָט נאָך קײן טעלער ניט געבראָכן, האָט ער שױן אוספּעיעט דערצײלן דער כּלה עטלעכע מעשׂיות אַזעלכע שײנע, אַז זי האָט באַלד געזאָגט דער מאַמען, אַז ער זאָל זײַן מיט גאָלד, װיל זי אים ניט קענען! װאָס האָט ער איר אַזעלכעס דער" צײלט ― קאָן מען בײַ איר ניט דערגײן באַין־אופֿןיווּפֿן. נאָר זי האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― נײן און נײן און גײן! אַ בת־יחידה ― העלפֿט זיך עפּעס? הכּלל, איז געװאָרן אױס שידוך, װי זאָגט די מאַמע: ‏ אױס כּלה, װױדער אַ מױד… װאָס זשע טוט אַזאַ ייִד װי שלום־זײַדל? װעסט גאָרניט טרעפֿן! ער איז זיך מישבֿ, שלום־זײַדל הײסט עס, און לאָזט אַרױיס אַ קלאַנג, אַז דאָס האָט ער ניט געװאָלט דעם שידוך. פֿאַר װאָס? װאָרעם זײַן זונעניו װיל ניט די כּלה דערפֿאַר, װײַל זי רעדט ניט פּראַװילנע אױף רישעס. װאָס װעט ער טאָן, זאָגט ער, טאָמער װעט זײַן זון קאָנטשען אױף פּראָװיזער און װעט זײַן, זאָגט ער, אַן אַפּטײיקער, ױ אַזױ װעט ער האָבן זאָגט ער, אַ ייִב װאָס קאָן

ניט רעדן פּראַװילנע אױף רישעס 1 װאָס זאָגסטו אױף אים? מעג ניט אַזאַ טאַטע

199

באַגראָבן פֿריִער דעם זון און נאָכדעם שױן אַליײן אײַננעמען אַ מיתה־משונה? און װער מײנסטו איז שולדיק אַז ניט זי אַלײן, איך מײן טאַקע די מומע קרעניס געבאַלעװעטע בת־יחידה? אױף רישעס װאָלט איך גערעדט מיט אַזאַ שאַרלאַטאַן? פֿון היץ װאָלט איך מיט אים גערעדט! מײנסט נאָר זי? אַלע מײדלעך זענען בײַ אונדז הײַנט אַזױ געװאָרן. אַז דו גײסט אַרױס שבת בײַ טאָג אױפֿן שפּאַציר, הערסטו ניט קײן אַנדער לשון אַחוץ רישעס: ,איזדראַסטעטי, ראָזעטשקע!, ,איזדראַסטעטי סאָניטשקע!*, ,קאַק פּאָזשיװאַיעטי, ראָזצטשקע?", , בלאַגאָדאַרו װאַם,. סאָניטשקע!* ― ס'שלאָגט אַזש צו דער גאַל! װאָס איז?! באשר אין יעהופּעץ זענען אַלע מײדלעך באַרישניעס און רעדן אױף רישעס, דאַרפֿן זי אױך זײַן באַרישניעס און בעלעבעטשן אױף רישעס.. אַלצדינג װאָס אין יעהופּעץ, גלוסט זיך זײ אױך,. למשל אין יעהופּעץ איז אַ מאָדע ― קומט דער זומער, פֿאָרן אַלע ייִדן אַרױס קײן בױבעריק אױף דאַטשעס. װאָס טוט כּתרילעװקע אַז זי האָט ניט קײן בױבעריק? האָט איר גאָט געגעבן אַ זלאָדיעװקע, פֿאָרט מען קײן זלאָדיעװקע אױף דאַטשעס. אַז דאָרטן זענען אַזױ פֿאַראַן דאַטשעס אַזױ ױ בײַ מיר איז פֿאַראַן װײס איך װאָס 1 נאָר ס'איז עפּעס אַ תּירוץ ― װוּהין דען װעט מען פֿאָרן? קומט מען קײן זלאָדיעװוקע און מען פּראַװעט דאָרטן דאַטשעס. װאָס זשע הײסט מיפּראַװעט דאַטשעס? מ'באַזעצט זיך בײַ איװאַנען אין אַ כאַטקע און מ'קױפֿט אַװעק בײַ אים די גאַנצע מילך און מען גיט אים צו לײזן פֿאַר שטשעװעל און פֿאַר יאַגעדעס, און מ'װואַרפֿט אַראָפּ די קאַפּאָטעס, און מען זעצט זיך אַװעק אױפֿן גרינעם גראָז אונטער גאָטס הימל ― דאַכט זיך, װעמען קאָן דאָס שאַטן? איז נײן! דאַרף אַרױס אַ זאַקאָן מ'זאָל ניט לאָזן ייִדן קײן בױבעריק אױף דאַטשעס. דערהערט אַזאַ גדולה, איז שױן זלאָדיעװקע אױך געװאָרן אַ יום־טובֿ און מ'לאָזט אַהין צו אױך ניט קײן ייִדן, איז דאַכט זיך גאַנץ גוט: איר װילט מיך ניט? דאַרף מען ניט. קרענקט אַלײן. איז מען דאָך אָבער ייִדן. אָט דװקא װײַל איר װױלט ניט ― װױל איך! אַלצדינג װאָס מ'טאָר ניט איז זיס. װױ זאָגט די מאַמע: קײן מאָל װילט זיך אַזױי ניט אַ שטיקל פֿלײש, װי אין די נײַן טעג.. הכּלל, איז געװאָרן אַ גערעט אױף דאַטשניקעס. קײן מאָל איז בײַ אונדז ניט געװען אַזױ פֿיל בעלנים אױף דאַטשעס, ױ הײַנטיקער זומער. באַלד נאָך שבֿועות האָט מען זיך אַ לאָז געגעבן קײן זלאָדיעװקע ױ נאָך עפּעס רעכטס און מען האָט געטראָפֿן דעם או" ראַדניק מיט צװײ סטראַזשניקעס ― השיבנו־נאַזאַד… סײַדן עמעצער איז טאַקע גוט קראַנק און דאַרף האָבן לופֿט אַזױ װי מ'דאַרף לעבן, איז אָבֿ ער װעט ברענגען אַ סװידעטעלסטװע פֿון אַ דאָקטאָר, אַז ער האַלט בײַם שטאַרבן, װעט

200

ער דאָרט קאָנען זײַן. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלע האָבן באַקומען סװידעטעלסװעס פֿון דאָקטױרים, ױ זאָגט די מאַמע: פֿאַר אַ קערבל קאַנט איר בײַ אונדז קריגן אַפֿילו תּכריכים… איז דאַכט זיך גענוג? איז זיך מישבֿ דער אוראַדניק ימח־שמו" וזכרו און זאָגט, אַז דאָס װאָס דער דאָקטאָר שרײַבט איז אים ױנציק. ער װיל אַלײין זען װער ס'איז גלאַט קראַנק און װער ס'איז טאַקע קראַנק אױף אַן אמת. הײסט ער איטלעכן זיך אױיסטאָן, סײַ אַ זכר, סײי אַ נקבֿה.. טפֿו זאָלן זײ װערן. דאַכט מיר, איך זאָל װיסן אַז איך האַלט חלילה בײַם שטאַרבן, װאָלט איך ניט געװאָלט דעם בזיון. בײַ זײ איז אָבער אַלצדינג כּדאַי, אַבי נאָכשטופּן די קאַרעטע. מילא, אַז די יעהופּעצער ריסטיקראַטן זענען זיך מפֿקיר צוליב דער דאַטשע, איז כאָטש ניט אַזױ פֿאַרדראָסיק ― זײ האָבן געלט, גלוסט זיך זײ… אָבער איר, כּתרילעװקער כּתרילעװקעס, װאָס איז מיט איַך די שׂימחה? ױ זאָגט די מאַמע עס שטײט געששריבן, אַז דעריבער קומט ניט משיח, װאָס דער קבצן טוט נאָך דעם נגיד… אַ גליק װאָס אין יעהופֿעץ שנײַדט מען זיך ניט אָפּ די נעזער. עס װאָלט שױן ניט געװען בײַ אונדז אײנער מיט אַ נאָז, ױ עס װױנטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע:שײנ דל

יאָ, מענדל, איך האָב דיר פֿאַרגעסן שרײַבן, אַז מ'שלאָגט מיר שױן װידער אָפּ די טיר ― מי'פֿרעגט זיך נאָך אױף דײַן בוך פֿונעם;לכה דודי". ס'האָט זי פּאָליובעט, אַ מכֹּה זײ! ניט אַזױ דאָס בוך, װי דער לכה דודי",. און ניט אַזױ נאָך דער;לכה דודי", װי דאָס װאָס סע קאָסט קײן געלט ניט. אױף אַזאַ זאַך זענען דאָ אַ סך בעלנים. צוֹ װאָס האָט דיר געטיגט דער יאַריד ― פֿאַרשטײ איך ניט. ממה"נפֿשך, ס'איז דיר געראָטן, האָסט שױן געמאַבכט כאָטש אײן מאָל אַ גוטע זאַך, װאָס דער עולם לעקט די פֿינגער, פֿאַר װאָס זאָלסטו ניט זען עפּעס אױך פֿאַרדינען דערבײַ, און טאַקע אָפּלעקן אַ בײנדל? װוערט ער פּלוצעם אין מיטן דערינען אַ בעל־טובהניק און בעל־צדקה און אַ ברײטע האַנט. טאָמער װײסטו װאָס איז די גדולה? װאָס פֿאַר אַ השׂגנה אומזיסט? אומזיסט, זאָגט די מאַמע, באַקומט מען ניט קײן זאַך אַחוץ מאַיעװע קדחת אָדער אַ גוט אױג אױף אַ פֿולער װאַך…

201

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

18

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתּחי′!

ר א ש י ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב″ה בקװ־החײם־והשלום. השית″ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־ישׂראל ― אָמן.

ו ה ש נ י ת זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָב גאָרניט קעגן דעם, װאָס צװישן די באַלקאַנער ברידער איז געשלאָסן געװאָרן שלום. שלום איז אײנע פֿון די דרײַ זאַכן װאָס אױף זײ שטײט די װעלט, און װען מ'זאָל מיך פֿרעגן און װען עס זאָל אין מיר זײַן געװענדט, װאָלטן אַלע פֿעלקער אױף דער גאַנצער װעלט באַדאַרפֿט לעבן בשלום־ובשלװה, און אַז משיח װעט קומען װעט דאָך עס טאַקע אַזױ זײַן אם־ירצה־שם… האָבן האָב איך נאָר קעגן דעם, װאָס דער שלום איז אונטערגעשריבן געװאָרן אין בוקאַרעשט, אין דער הױפּטשטאָט פֿון יענער מדינה, װאָס מען רופֿט זי רומיניע. איך װײס ניט װי אַזױ דו, נאָר מיר אַז מען דערמאָנט מיר דעם נאָמען רומיניע װער איך אַ צעקאָכטער! ס'איז דאָך נאַריש כ'לעבן ― פֿאַראַן גענוג לענדער, װוּ אונדזערע אַחינו־בני־ישׂראל לעקן ניט קײן האָניק. איז כאָטש דער פֿאַרדראָס ניט אַזױ גרױס. מילא, מען זאָגט זײ כאָטש אָפֿן: „איר זענט ייִדן ― און מיר האָבן אײַך אין דער ערד!“ רומיניע אָבער ― דאָס איז עפּעס אַ מין אַנדרוגינוס: דאַכט זיך, גוט און פֿײַן און שײן און לײַטן גלײַך, נאָר אַזאַ יאָר אױף איר, אױף רומיניע מײן איך, װי זי האַנדלט קעגן אונדז! אױף פּאַפּיר האָבן דאָרט ייִדן אַלע פּראַװעס גלײַך מיט אַלע פֿעלקער, ניט געמינערט אַ האָר. נאָר קומט צו עפּעס, זאָגט מען זי אַז זײ זענען „פֿרעמדע“, און „פֿרעמדע" האָבן שױן אױף זיך גאָר אַנדערע דינים. נאָר אַז מען זאָל װעלן שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, איז דאָס גאָר קײן גרױסע עװלה ניט. װאָס איז זי שולדיק, טאַקע רומיניע מײן איך, אַז מיר זענען בײַ איר פֿאָרט פֿרעמדע. אַ ביסל זענען מיר, אױב דו װילסט, אַלײן שולדיק אין דעם. װאָרעם אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו זאָלן געװען אַרױסגײנדיק פֿון מצרים בעסער זיך באַזעצט אינעם לאַנד רומיניע אײדער אינעם לאַנד כּנען, װאָלטן מיר אין רומיניע ניט געװען קײן