מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 15

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

15

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע"שײנדל שתחי'!

רא שית קום איך דיר צו מעלדן אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז עס האָט נאָך ניט קײן סוף. איך מײן דאָס די געשלעגערײַען װאָס אױף די באַלקאָנען. מ'הערט מער ניט, נאָר; ;עי בראַטצי, דאַװאַי דראַטסאַ?!.. מען הערט ױ עס טרעשטשען בײנער, מען זעט װױ עס יאָשעט בלוט, און די װעלט? ― גאָרניט! ― די װעלט קוקט צו, װי אױף אַ קאָמעדיע, און פּאַטשט בראַװאָ! פּונקט װי בײַ אונדז אין װאַרשע אױפֿן געשלעג פֿון די גיבורים, װאָס מען רופֿט זײ קאָטלעטן?. פֿאַראַן צװישן זײ אײנער אַן אַטלעט אַ גװאַרדיאָן, װילדמאַן הײסט ער, כשמו כּןדהוא ― ער איז אַ װילדער גבֿר, כאָטש ער איז טאַקע משלנו, אַ ייִד איז ער. פֿון די גיבורידישראל קומט ער אַרױס, פֿונעם שבֿט יהודה, זאָגט מען. נאַכט און נאַכט שפּילט ער אין טעאַטער, באַװײַזט זײַן גבֿורה, לײגט אַװעק די גױיִשע גיבורים אײנציקװײַז, אַזױ װי די לעמעלעך, און װאַרשעװער ײַדן, זאָלסטו זען אַ ביסל ױ זײ קװעלן אָן. קלײַבן תּענוג, פּאַטשן בראַװאָ און װערן ברײטער ױ לענגער! איך שטעל מיר פֿאָר װאָס װאָלט געװען, מען זאָל נעמען, למשל, אָט דעם װילדן גבֿר בעת ער איז גוט צעהיצט און אַנשטאָט דעם װאָס ער באַװײַזט זײַנע קונצן אױף דער בימה, זאָל מען אים אַרױסלאָזן אַ נאַקעטן אױפֿן וװואַרשעװער פּובליקום, סאַמע בעת ער האַלט אין רעכטן שלאָגן, און אַ זאָג טאָן:;קלאַפּ, ברודער װילדמאַן, װי גאָט איז דיר ליב 1 ― ױי־װײ, װאָס פֿאַר אַ חורבּן דער װאָלט אָנגעמאַכט אין װאַרשע 54 אַזױ זענען די באַלקאַנער;ברידער" אױך. נישט מער, דער חילוק איז װאָס אונד" זער װאַרשעװער העלד איז אַ ייִד און שלאָגט זיך נעבעך צוליב פּרנסה, דעריבער איז דאָס ניט אַזױ מסוכּן. בײַ מיר איז צו גלײבן, אַז דער דאָזיקער גיבור פֿון די גיבורי־ישׂראל, אַז ער דערזעט בלוט פֿון אַ צעשניטענעם פֿינגער, קאָן ער פֿאַלן חלשות. אַזאַ פּאַרשױן, אַז מען זאָגט אים;סטאָפּ", בלײַבט ער שטײן. און

122

בײַ די צעװילדעװעטע באַלקאַנער, האָב איך מורא, װעט מען מיט קײן ,סטאָפּ? אַלײין ניט יוצא זײַן. זײ װעט מען מוזן געבן אָנצוהערן מיט אַ שיט האָלץ איבערן קאָפּ, דאָס הײסט מ'װעט זײ דאַרפֿן געבן צו װיסן דורך עטלעכע גוטע שאָסן פֿון רעכטע האַרמאַטן, אָדער אַרױסשיקן אַקעגן זײ עטלעכע פּאַנצערדיקע שיפֿלעךי. דעמאָלט ערשט, אַז זײ װעלן דערהערן פֿיף־ פּאָף, װעלן זײ שױן שטױסן זיך, װאָס מען מײנט און װעלן זיך באַלד אױסניכטערן… דערװײַל זענען זײ נאָך שיכּור פֿונעם טערקישן בלוט, װאָס רײכערט נאָך, און זײ האַלטן אין אײן באַרימען זיך מיט די גבֿורות װאָס זײ באַװײַזן. אײנער דערצײלט גאַנץ קאַלטבלוטיק: ,הײַנט בין איך אָנגעפֿאַלן אוױף מײַן עלטערן ברודער און האָב אים אױסגעשלאָגן אַן אױג…" דער אַנדערער גיט צו ױסן מיט אַ ייִראת־שמים־פּנים: ,איך האָב הײַנט, דאַנקען השס־יתברך, אָפּגעריסן מײַן ײַנגערן ברודער אַ האַנט". דער דרי" טער צעקאָכט זיך מיט אַ התפּעלות אין די גאַזעטן: ,;הײַנט איז מיר געראָטן מײַן מיטלסטן ברודער אַרױסצצלאָזץ די געדערעם." צו װאָס אַזאַ באַרימערײַ קאָן ברענגען ― דאָס זעען מיר פֿון פֿערדינאַנדן, דעם מלך פֿון די באָלגאַרן, װאָס פֿאַר אַ װיסטן סוף ער האָט, אַזאַ סוף אױף אַלע שׂונאי־ישׂראל! מען האָט אים צעקלאַפּט די בײנער אױף װאָס די װעלט שטײט. די סערבן פֿון אײן זײַט, די גרעקן פֿון דער אַנדערער זײַט. און איצט רירט זיך שױן רומיניע אױך און ועל־כּולם רוקט זיך אָן אױף זײ אַ כמאַרע ― דער טערק. ער גײט אַן אָנגעװאָפֿנטער אױף קירקעלעס און אױף אַדרינאָפּאָל און, אױב ס'איז אמת װאָס די גאַזעטן שרײַבן, זאָל ער שױן האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט טאַקע אין אַדרינאָפּאָל, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן נאָר איך האָב מורא פֿאַרן פֿעטער ישמעאל, איך ציטער! צו פֿרי האָט ער אַרױסבאַװיזן, אַז ער לעבט נאָך. װעדליק מײַן פּלאַן, אױב דו געדענקסט, האָט ער באַדאַרפֿט ליגן אַ פֿאַרטײַעטער נאָך אַ היבשע צײַט, ביז די גדולים אַלײן װעלן זיך צעבוצקען ― דעמאָלט װעט זײַן גאָר אַנדערע װערטער מיט אַנדערע דיבורים, מיט אַן אַנדער לשון.. ער זאָל שׂכל האָבן און ניט פֿאָלגן די ,יונגע טערקן", װאָס רײַסן זיך אױף מלחמה, און בעסער צו װואַרטן ביז מײַן פּאַרשױן װעט קומען צו פֿאָרן קײן װאַרשצ. ער איז פֿון אַמעריקע שױן לאַנג אַרױסגעפֿאָרן, נאָר ער דרײט זיך נאָך אַרום ערגעץ אין בערלין, אין לאָנדאָן און אין פּאַריז. ער איז נאָך זײער פֿאַרטאַרעראַמט מיטן קאָנגרעס פֿון די ציוניסטן, װאָס באַדאַרף זײַן אין װין אסײרצה־השם גאָר אין גיכן דאָרט װועלן מיר זיך שױן מיט אים זען פּנים־אַל־פּנים און פֿון אַלצדינג איבער" שמועסן. דערװײַל קאָן איך מיך אָפּגעבן צו מײַנע איבעריקע געשעפֿטן און קאָמ"

23

בינאַציעס, און צום אַלעם צרשט װילט זיך מיר דורכפֿירן מײַן ספֿר, װאָס איך גיב אַרױס אומזיסט אין זעקס מיליאָן ביכלעך לטובֿת עמיגראַנטן. איך האָב שין צוגעגרײט אַפֿילו אַן אַנאָנס אין די גאַזעטן, און דװקא אין גראַמען! ס'איז הײַנט געװאָרן אַ מאָדע אַנאָנסירן אין גראַמען. פּאַפּיראָסן, דאַרע קישקעס, הײלמיטלען, ‏ באַנדאַזשן ― אַלע אַנאָנסירן זיך אין גראַמען. עס לײענט זיך בעסער און ס'איז טאַקע שענער אױך. דער עולם האָט דאָס ליב. צוליב דעם האָבן זיך געעפֿנט אין װאַרשע עטלעכע קאַנטאָרן פֿאַר אַנאָנסן, װאָס זײער עובֿדה איז ― פֿאַר אַ קלײניקײט שטעלן זײ דיר אױס אַן אַנאָנס אין גראַמען, אַז ס'עקט זיך די װעלט! בין איך אַװעק צו אײנעם פֿון די דאָזיקע אַנאָנסן־מאַכערס, זײן קאַנטאָר הײסט ,כאַפּ און קלאַפּ", האָט ער מיר געמאַכט אױף מײַן ביכל אַ גראַם פֿון גראַמענלאַנד, מיטן נאָמען פֿלכה דודי* ― עס מעג אַ רוח אין זײַן טאַטן אַרײַן, װי עס שיטן זיך בי אים גראַמען פֿונעם אַרבל! אָט איז דער גראַם ― איך גיב דיר אים איבער אות־באות: לכה דודי לקהאת פֿלה

קומט אַהער צו, ייִדן אַלע!

הערט אַ נײַס װאָס האָט געטראָפֿן,

אין מיטן װאַרשע זיך פֿאַרלאָפֿן:

ס'איז דאָ אַ ייִד ― מנחם־מענדל ―

ער פֿלעגט פֿאַרנעמען זיך מיט הענדל,

)איר דאַרפֿט געדענקען אים מסתּמֹא ―

האָט אַ װײַב און זי ― אַ מאַמע..(

אַ מאָל געהאַנדלט אין אָ דע ס,

געשפּעגעלירט אױף;האָס* אוֹן ,בעס",

און מיט יעהופּעצער שפּעגעלאַנטן

װיפֿל מאָל דעם קאָפּ געשפּאָלטן,

שטיקער גאָלד פֿלעגט ער פֿאַרדינען,

טאָג װי נאַכט בײַי סימ ה ־דינהן

מעקלערײַען, קאָמבינאַציעט,

פּאַפּירן, אַקציעס, אָבליגאַציעס,

געלט פֿאַרלײַען אױף פּראָצענטן,

קופּאָנעס שנײַידן, דעװידענדן,

געמאַכט זאַװאָדלעך און אימעניעס,

124

געזשעברעט גאָלד מיט פֿולע זשמעניעס, געדרײט געשעפֿטלעך אָן אַ שיעור בײַם גרױסן בראָצקי בי דער טיר, און צו ראָטשילדן אַלײן

מײנט איר איז ער קלײן

געװען צו טרעפֿן מיט מעקלערײַ! און ס'איז געװען אַ קלאַפּערײַ

פֿון דעפּעשן: אױף קאַװקאַז ―

אַ מעקלער חלומט זיך קאַרטאַזש ― געקלאַפּט קײן לאָנדאָן, קײן פּאַריז ― שדים װײסן װוּ ער איז!.

נאָר דאָס איז אַלץ געװען אַ מאָל, מיט יאָרן, הײַנט איז ער אַן אַנדער מענטש געװאָרן, טע־טע־טע! שױן גאָר ניט דער מנחם־מענדל, גײט ניט אױף דער בערזע פֿאַר קײן רענדל, ער שרײַבט שױן בעסער אױף גאַזעטן

מיט אַלע שרײיבערס און פּאָעטן,

פֿון פּאָליטיקע, מלחמות

און פֿון ייִדישע נחמות,

און פֿון װאָס דען שרײַבט ער ניט!

ער האָט געכאַפּט דעם רעכטן שניט,

ער פֿאַרדינט הײַנט גאַנצע שטיקער ―

נאָר ניט דאָס איז דער עיקר.

דער עיקר איז, פֿאַרשטײט איר מיך, מנחם־מענדל האָט געמאַכט אַ אבוך" ―

אַ ביכל, אַשר לא ביכלו אַבֿותינו

טאַקע ממצרים ועד הנה..

מען שמועסט אַ בוך ― פֿון די אַנטיקן! װער ס'װעט לײענען װעט זיך קװיקן.

ובפֿרט עס קאָסט קײן געלט, גאַנץ בחינם, און רעדן רעדט עס פֿון כּל־המינים

15

פֿײַנע מענטשלעך, פֿון אַגענטן,

װער עס קען זי פֿאַרזאָגט אַ צענטן,

און פֿון אונדזערע עמיגראַנטן

װאָס שלעפּן זיך פֿון אַלע קאַנטן

קײן װין, קײן קיניגסבערג, קײן ברעמען און װײסן גאָרניט, ― װער װאָס װעמען! ― פֿאַלן אַרײַן נעבעך זײער מיאוס ― מען באַנעמט זײ פֿון קאָפּ ביז פֿיס, װערן דאָרט װױ שאָף באַהאַנדלט, מענטשן װערן אין סקאָט פֿאַרװאַנדלט.. און פֿון נאָך אַזעלכע זאַכן

אױף צו װײנען און צו לאַכן

געפֿינט איר דאָרט אין יענעם חיבור ― מנחם־מענדל קלױבט ניט איבערײ

הקיצור, װער עס האָט נאָר גאָט אין האַרצן, װער עס װיל קײן װױסטן סוף קײן שװאַרצן, װער עס װיל קײן לײַד, קײן זאָרגן,

זאָל ניט אָפּלײיגן אױף מאָרגן.

די הוצאָות איז ניט קײן שטאַרקע ―

עס קאָסט אין גאַנצן נאָר אַ מאַרקע ―

און די טירחה איז ניט קײן גרױסע,

אַן אָטקריטקע, אַ בריװ ― מהיכא"תּיתי: ;לכּבֿוד ידידי*, צװײ־דרײַ װוערטער, ― װערט צעשיקט אין אַלע ערטער.

שרײַבט זשע אױס דאָס ביכל אַלע ― לכה דודי לקראת כֹ לה!.

נו? װױ מײנסטו, זוגתי היקרה? איז נאָך דאָ אַ סבֿרה,

אַז ייִדן ועלן ניט לױפֿן

מײַנע ביכלעך קױפֿן?

16

ס'איז נאָך ניטאָ קײן רעדע, אַז נאָך אַזאַ שײנעם ,לבה דודי" װעלן דאָס ביכל כאַפּן אַלע ― לכ ה דודי לל קר את כֹּל ה

טפֿו זאָל דאָס װערן! האָסטו געזען אַן אומגליק 1 דער ײַד פֿונעם קלכה דודי* האָט מיך מיט זײַנע גראַמען אַזױ פֿאַרגראַמט, אַז ס'גראַמט זיך מיר אױף יעדן װאָרט, און בסך־הכּל קריכט דאָס מיר אין דער לינקער פּאה, און אַגבֿ האָב איך טאַקע קײן צײַיט ניט, לכן מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װועל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות, לע"ע לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחח, זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שױגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך,

ממני בעלך מ נ חם ־ מ ענ דל

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחטימענדל אין װאַרשע

12

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ער" גער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז דײַן גראַמזאָגער, װאָס דו לעקסט אַזױ פֿון אים די פֿינגער, װאָלט געמעגט אײַננעמען אַ מיתה־משונה אײדער דו האָסט זיך מיט אים באַקענט, אָדער אַ האַלבע שעה נאָך דעם, װאָלט ער ניט געמאַכט ― מאַכן זאָלן זיך אים צען מכּות ― צו שאַנד און צו שפּאָט ניט מיך, ניט די מאַמע מײנע, זײַן זאָל ער דיר די כּפּרה פֿאַר די בענדלעך פֿון אונדזערע אַלטע שיך, װאָס װאַלגערן זיך אױפֿן בױדעם. אַ סימן שרײַבט ער אױף מנחם" מענדלען, אָפּדאַרן זאָל אים דאָרט דאָס רעכטע האַנטל, אַז ער, מנחם־מענדל הײסט עס, האָט אַ װײַב און זי אַ מאַמע. האָסט דו געהערט אַ ביסל אַ השׂגה פֿון אַ משומד? איך װײס ניט, װאָס פֿאַרגינט ער דיר ניט אָט דער גנבֿ ― דאָס װאָס דו האָסט אַ װײַב? צי דאָס װאָס דײַן װײַב האָט אַ מאַמע? האָבן זאָל ער דיר קדחת מיט רביעית אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר, רבונודשליעולם! און װאָס װאָלט אים שױן געװען אַזױ גוט, װאָלט איך װעלן װיסן, אַז דו זאָלסט חלילה ניט האָבן קײן װײַב און איך קײן מאַמע, ניט האָבן זאָל ער דיר די נשמה? און גלאַט װאָס האָט ער צו מיר און צו מײַן מאַמע, ער זאָל אונדז נעמען און אַרײַנשטעלן אונדז אין זײַנע גראַמען, שטעלן זאָל זיך אים דער קאָפּ אױף אַ זײַט? ס'זאָל אים אַזעלכעס פֿאַרגײן, אַז ס'זאָל זיך אים ניט גלוסטן מער צו גראַמען, װײַל ער װעט לעבן! און דיר װאָלט אױך געמעגט גאָט געבן אַנדערע געדאַנקען מיט אַנדערע השׂגות, ניט אין זינען האָבן דער רוח ױיסט װאָס, ניט שליסן חבֿרשאַפֿט דער רוח ױיסט מיט װעמען ― מיט בדחנים, גראַמזאָגערס, לידער־מאַכערס, קאָמעדיאַנטשיקעס און כדומה אַזעלכע פֿאַרשלעפּטע קרענק, ױ זאָגט די מאַמע: בײַ גאָט איז פֿאַראַן גענוג שלימזלען און צו דײַן מאַן באַדאַרף עס טרעפֿן. זי איז זײער גערעכט. ניט גענוג, אַז אָך און װײ איז מיר, אַז איך, שײנע־שײנדל, באַדאַרף האָבן אַ מאַן, װאָס זיצט אין װאַרשע און פֿאַרנעמט זיך מיט שרײַיבעכץ, האַנדלט מיטן טערק און

178