מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 13

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

13

לזוגתי היקרה החכמה והצנועה מרת שײנעישיעדל שתחי'!

ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל הערן נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־דישראל ― אָמן,

זה שנית זײַ װיסן, זוגתי היקרה, אַז דײַן מנחם־מענדל איז טאַקע אַ שטיק נבֿיא. אַזױ ױ איך האָב דיר נביִות געזאָגט, אַזױ איז דאָס מקוים געװאָרן כּמעט איטלעכעס װאָרט. נישט מער, דער ,פּיטש־פּאַטש* איז געקומען אַ ביסל צו פֿרי, גאָר אומגעריכט און די אָרעמע קרובֿים האָבן זיך אָנגעכאַפּט פֿאַר די גאָרגלען איבער דער רײַכער ירושה נאָך אײדער מ'האָט זי גענומען אױסטײלן די חלקים. מ'האָט ניט געקאָנט דערװאַרטן זיך אַפֿילו אױף דרך:ארץ, כאָטש פֿון יוצא װעגן, ביז מ'װעט קומען צו פֿאָרן אױף דער אײַנלאַדונג קײן פּײטערבאַרג, כאָטש אָפּשטעקן זיך אײנס דאָס אַנדערע דעם ערשטן שלום־עליכם און ― אַהאַ, מ'האָט זיך שױן צעדמט און סע יאָשעט בלוט פֿון אַלע זײַטן ― פֿון די באָלגאַרן און פֿון די סערבן און פֿון די גרעקן ― ברידער, גװאַלד געשריִען, אײגענע ברידער!. עס איז אַ חרפּה, אַ בושה, זאָג איך דיר, זוגתי היקרה, עס פֿלאַמט דאָס פּנים, אַז מען לײענט די דעפּעשן, װאָס פֿליִען פֿון סאָפֿיע און פֿון בעלגאָראָד, װױ אַזױ אײנער לײגט אַרױף אױף דעם אַנדערן די באָד און ױ אַזױ יעדער טענהט: אַז ער איז נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, גאָרניט אין זינען געהאַט זיך שלאָגן, נאָר אַז מען צװינגט אים, װאָס זאָל ער נעבעך טאָן? און ױ אַזױ יעדער באַרימט זיך פֿון דעסטװעגן און קװעלט אָן און שװערט זיך, אַז דער צװײטער צד האָט געפּטרט פֿופֿצן טױזנט מענטשן, און דער צװײטער צד לײקנט שטײן און בײן און כאַפּט די ערד, אַז דער ערשטער צד לײַגט ױ אַ הונט, דאָס האָט ער גאָר, דער ערשטער צד טאַקע, פֿאַרלױרן פֿינף און צװאַנציק טױזנט מאַן אַחוץ געפֿאַנגענע ― און דאָס איז צױשן אײגענע, צװישן ברידער און צװישן שותּפֿים, װאָס זענען ערשט נעכטן געגאַנגען האַנט בײַ האַנט, מלחמה געהאַלטן פֿון גאָטס װעגן, געשלאָגן זיך מיט אַ פֿרעמדער נאמנה! מען האָט דען אין זינען געהאַט אַן אַנדער זאַך אַחוץ באַפֿרײַען די אָרעמע

153

סלאַװיאַנער פֿונעם טערקישן יאָך? ס'איז דען געוען אַן אַנדער מחשבֿה־זרה, אַחוץ אָפּרײיניקן די באַלקאַנעס פֿונעם אומרײנעם טערק?.. און דאָס אַלצדינג װאָס דו לײענסט װעגן די פֿופֿצן טױזנט און ועגן די פֿינף טױזנט איז עס נאָך אַלץ אָן אַ מלחמה! נאָך אַלץ דערװײַל, לפֿי שעה, גלאַט אַזױ געשפּילט זיך, געמאַכט אַ מין רעפּעטיציע. אַ בזיון, כ'לעבן, אַ בזיון! הײַנט די נעמען פֿון די ערטער װאָס מען שלאָגט זיך דאָרט, זאָלסט לײענען, זאָג איך דיר, איז חוכא וטלולא! מאָל דיר, ס'איז בײַ אונדז אױך פֿאַראַן גענוג טשודנע נעמען. למשל, נעם אַזעלכע ערטער ױ פֿפֿערעשטשעפּעני",;טרעסקיזיליע", ,זשערעביאַטניק*, זדאָנסקיװאָליע*, / עכאַצעפּעטעװקע", ,פּעטעכאַטקע*, ,צעכאַצינעק" וכדומה ― זענען זײ גאָלד אַקעגן די װילדע נעמען פֿון יענע ערטער, װו די באָלגאַרן מיט די סערבן מיט די גרעקן בױקעװען זיך אַצינד! שטײסט אױף אין דער פֿרי און הײבסט אָן לײענען דעפּעשן און אין;קאַטשאַנע* און אין „קילקיטש" האָט מען אױסגעלײגט אַזױ פֿיל מענטשן, אין;אישטיב" און אין;טראָכאָליע* האָט מען אױסגעשניטן אַזױ פֿיל מענטשן אין;קריװאָלאַקאַװריקאַ*, אין ,רעדקיבאַוקי*, אין קאַרװעקיטקע* גיסט זיך בלוט אַזױ ױ װאַסער ― נו, פֿרעג איך דיך, קאָן ניט אָנהײיבן נודיען נאָר פֿון די נעמען אַלײין? דאָס איז אָבער נאָך אַלץ בלאָטע! כאַסקל קאָטיק מעג זיך פֿרײען, ער מעג אַפֿילן גײן טאַנצן ― איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג און זאָג, אַז דאָס איז נאָך אַלץ ניט די אמתע מלחמה. די אמתע מלחמה ועט זײַן ניט צװישן די דאָזיקע קלײנע מלוכהלעך, װאָס זעען אױס ױ פֿליגן קעגן יענע גרױסע עלעפֿאַנטן װאָס שטײען נאָך דערװײַל פֿון דער װײַטן, און קוקן צו װי די קונדטים שפּילן זיך. די אמתע מלחמה װעט זײַן ניט מיט רומיניע, װאָס גרײט זיך זײער שטאַרק, ציט צונױף איר ביסל חײל אױף דער גרענעץ. די אמתע מלחמה װעט זײַן אַפֿילו ניט מיטן טערק, װאָס זיצט קױם אײַן אױפֿן אָרט, קוקט מיט אײן אױג אױף אַדרינאָפּאָל און מיטן אַנדערן אױג אױף סאַלאָניק און האָט שױן חשק זיך אַ ריר צו טאָן. ער זאָל מיך פֿרעגן, דער טערק הײסט עס, װאָלט איך אים געזאָגט, אַז ער זאָל דערװײַל נאָך אַ ביסל אָפּװאַרטן ― ס'איז נאָך צו פֿרי.,. די אמתע מלחמה װעט זײַן גאָר צװישן די;גדולים", בשעת זײ ועלן אַרױסטרעטן מאַכן אַ טאָלק צװישן די קלײנע ברידערלעך, װאָס האָבן זיך צעדראַפּעט. יעדער פֿון זײ, פֿון די .גדולים", װועט זיך נעמען מסתּמא עמעצן פֿון די ברידערלעך אונטער זײַן שוץ ― און דערפֿון װעט דאָס אַרױס די רעכטע חתונה! דערװײַל זאָלסטו גאָר קײן יסורים ניט האָבן ― עס האַלט נאָך ניט דערבײַ. דערװײַל טוט זיך יעדער זײַן זאַך. די דיפּלאָמאַטן שאַרפֿן זיך די צינגלעך און פּראַװען װיזיטן אײנס צו דאָס אָנ"

154

רעדע און די ,גדולים*" שאַרפֿן די שװוערדן, בױען שיפֿן אױפֿן ים און עראָפּלאַנען אין דער לופֿטן, װאָרעם די מלחמה װאָס װעט זײַן ― איך מײן די גרױסע מלחמה ― װעט זײַן ניט אױפֿן ים און ניט אױף דער יבשה נאָר אין דער לופֿטן, ס'װעט שױן זײַן אײן מאָל אַ מלחמה! נישט מער, דאָס גאַנצע גליק איז, װאָס זי װעט לאַנג ניט געדױערן. עס װעט בײַם ערשטן קואַך װערן אַזאַ גװאַלד, אַז די װעלט װעט אַ ציטער טאָן ― און דעמאָלט װעט מוזן װערן שלום און פֿרידן און ליכטיק בײַ אַלע פֿעלקער ― און דעמאָלט װוצט קומען די צײַט אױך פֿאַר אונדזערע אחינו בני־ישׂראל. פֿרעמדע, נאַרעלע, װעלן זיך אָננעמען אונדזער קריװדע. שׂונאים װעלן װערן גוטע פֿרײַנד. מ'װעט ניט הערן מער דאָס װאָרט;זשיד", אָדער ,זשידזי*. די פּאָליאַקן װועלן זיך באַגראָבן מיט זײער בױיקאָט נײַן אײלן. זײ װעלן זיך גאָר שעמען אוסזאָגן, אַז זײ האָבן אונדז אַ מאָל געבױקאָטעװעט. און אַ סך, אַ סך װעלן זיך שעמען און חרטה האָבן אױף דעם װאָס מען האָט אונדז אומזיסט און אומנישט פֿאַרגאָסן בלוט… דאָס װעט אָבער אַלץ זײַן אַ מאָל, אַ מאָל.. און דערװײַל איז ניט גוט מיט אונדז, זוגתי היקרה, זײער ניט גוט! דו שרײַבסט מיר, אַז איך שרײַב ניט דאָס װאָס מ'דאַרף שרײַבן. גלײב מיר, אַז איך װײס עס אַלײן גאַנץ גוט און נאָך אײדער דו האָסט מיר געשריבן האָב איך אַלײן שױן אין זינען געהאַט זיך אַ נעם טאָן קודם־כּל צו דער עמיגראַציע. איך האָב שױן אױס" געאַרבעט אַ גאַנצן פּלאַן אַפֿילו מיט אַלערלײ תּקנות, ױ אַזױ אונדזער עמיגראַנט זאָל זײַן באַװאָרנט פֿון די אַגענטן מיט גנבֿים, גזלנים, רױבערס און בעלי־טובֿות אױף דער זײַט גרענעץ און אױף יענער זײַט גרענעץ און ביז ער קומט אױפֿן אָרט. דער פּלאַן מיט די תּקנות איז שױן בײַ מיר פֿאַרטיק אַרום און אַרום און איך רעכן אַרױסצוגעבן דאָס אין אַ באַזונדער ביכל, אם־ירצה־השם, אָפּדרוקן זעקס מיליאָן ביכלעך און צעשיקן זײ אומזיסט בכּל תּפֿוצות ישׂראל! ס'איז דערװײל נאָך אַ שטיקל מניעה אין געלט. אָפּדרוקן דאָס ביכל, פֿאַרשטײסטו מיך, באַדאַרף קאָסטן אַ שײנע קאָפּיקע! דאָס הײסט, דאָס דרוקן אַלײן איז בלאָטע. עס װעט מיר ניט קאָסטן גאָרניט ניט. איך האָב אַ רעד געגעבן מיט מײַנע פֿרײַנד, מיט די זעצערס, זי אַ װײַז געגעבן דעם פּלאַן אױפֿן פּאַפּיר, האָבן זײ מיר געזאָגט, אַז עס דאַרף נעמען בײַ זײ אין גאַנצן אַזאַ שעה צײַט אָדער צװײ, װעלן זײ דאָס צו ליב מיר און צו ליב דעם װאָס ס'איז אַ טובת־הכּלל־זאַך, אױסזעצן מיר אָן אַ גראָשן געלט. נישט מער, אײן זאַך ― דאָס דרוקן און דאָס פּאַפּיר. איך װײס נאָך ניט װיפֿל מען דאַרף פּאַפּיר. בין איך אַריבערגעלאָפֿן צו באַסקל קאָטיק, ער האָט שױן אַרױסגעגעבן אַ סך אַזעלכע ביכלעך, איז ער אין די זאַכן געניט.

155

און מיר האָבן בײדע געגעבן אַ כאַפּ אַרױף דעם חשבון אױף דער פּען לאָזט זיך אױס, אַז פֹּאַפּיר אַלײן אױף זעקס מיליאָן ביכלעך באַדאַרף אָפּקאָסטן אַן עשירות! ער האָט מורא, זאָגט ער, אַז עס זאָל ניט אַרײַנפֿליִען אין די למד אַלפֿים… איז דאָך שלעכט! ― װוּ נעמט מען אַזױ פֿיל געלט 1 בין איך געפֿאַלן אױף אַ קאָמבינאַציע. אַזאַ קאָמבינאַציע, װאָס דו װעסט אַלײן זאָגן, אַז ס'איז אַן אַנטיק. װעסטו דאָך פֿרעגן, װאָס פֿאַר אַ קאָמבינאַציע? װעל איך איר דערױף ענטפֿערן מיט אײן װאָרט: אאַנאָנסן". װעסטו דאָך פֿרעגן: װאָס איז דער פּשט אאַנאָנסן? 1 באַדאַרף מען דיר קלאָר מאַכן, זאָלסט װיסן, אַז אַלצדינג שטײט הײַנט אױף אַנאָנסן". למשל, דו קױפֿסט אַ גאַזעט, מײנסט אַװדאי, אַז דער רעדאַקטאָר איז אױסן דײַנע פֿיר גראָשן? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! דער עיקר איז בי אים די לעצטע זײַט, די אַנאָנסן. די אַנאָנסן, נאַרעלע, טראָגן אים אַרײַן גאַנצע הונדערטער און גאַנצע טױזנטער! װען ניט די אַנאָנסן, װאָלט ער געמעגט לײגן די צײן אױף די באַנטענעס. אַזױ איז אין אַמעריקע און אַזױ איז בײַ אונדז. אין אַמעריקע איז דער רעדאַקטאָר אַזױ פֿאַרליבט אין די אַנאָנסן )דאָרט הײסט עס אַדװירטײזעמונג(, אַז ער גיט אײן זײַט גאַזעט און דרײַ זײַטן אַנאָנסן.. פֿאַראַן אין אַמעריקע אַזעלכע גאַזעטן, װאָס אַלע פֿיר זײַטן זענען אַנאָנסן און גאַזעט אַלײן איז ניטאָ גאָרניט. אַזעלכע גאַזעטן װערן צעטײלט אומזיסט. אַנדערע צאָלן נאָך צו מען זאָל זײ נעמען. װאָרעס װאָס מער די גאַזעט דרוקט זיך, קאָסטן אירע אַנאָנסן אַלץ טײַערער. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, זוגתי היקרה, מײַן קאָמבינאַציע? אַזױ ױ מײַן ביכל װעט ניט קאָסטן גאָרניט און עס װעט זיך דרוקן זעקס מיליאָן ביכלעך אין אײן קלאַפּ; װעל איך קאָנען אַהין צו אַרײַנהאַקן אַנאָנסן װאָס מער און װאָס טײַערער, װאָרעם װוער װעט דאָס ניט װעלן געבן קײן אַנאָנס אין אַזאַ ביכל, װאָס קאָסט גאָרניט און עס דרוקט זיך אַזױ פֿיל 1 איך בין זיכער, אַז מ'װעט זיך שלאָגן פֿאַר אַנאָנסן! אַלע װעלן זיך שטופּן און עס װעט ניט זײַן גאָר אַזױ פֿיל פּלאַץ. דאָס געלט פֿון די אַנאָנסן װעט דעקן ניט נאָר אַלע הוצאָות פֿונעם דרוקן, מיטן פּאַפּיר, עס קאָן נאָך בלײַבן אַ כֹּף אַלפֿים אוב ניט מער. מען באַדאָרף זײַן אַ בהמה מ'זאָל עס ניט פֿאַרשטײן… נישט מער, מ'באַדאַרף האָבן מענטשן, װאָס זאָלן אין דעם אַרבעטן, דאָס הײסט זאַמלען די אַנאָנסן. אײן מענטש אַלין קאָן זיך דאָך ניט צערײַסן. ובפֿרט אַז דאָס איז ניט די אײנציקע קאָמבינאַציע מײַנע. איך האָב נאָך! אָט טראָג איך מיך אַרום איצט מיט אַ פּלאַן װעגן אונדז אַלײן טאַקע, איך מײן עס אונדזערע ייִדישע שרײַבערס טאַקע, װאָס זענען צעװאָרפֿן, אײנער אין ליסי, דער אַנדערער אין סטריסי, האָבן ניט קײן באַשטענדיק

156

אָרט, װוּ זי זאָלן זיך קאָנען צונױפֿקומען אַלע אין אײנעם, טרינקען אַ גלעזל קאַװע אַפֿילו, אָדער גלאַט אַ ביסל זיצן און שמועסן. אױף אַקציעס װיל איך דאָס מאַכן. דאָס װעט זײַן אַ גאָלדן געשעפֿט! נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― איך דאַרף לױפֿן הערן װאָס שרײַבט מען עפּעס פֿון סאָפֿיע און בעלגאָראָד און פֿון.טראָכאָליע* און פֿון.קריװאָלאַקאַװדיקאַ* און פֿון;רעדקיבוק" און פֿון , קאַװערקיטקע", ― מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ על איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה, זײ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך, : ממני בעלך מנח ם־ מ ענ דל

עיקרישחכתי: די ביכלעך װאָס די קינדער בעטן מיך, שיך איך זײי. רק איך װײס ניט, צי דאָס איז די סחורה װאָס זײ דאַרפֿן האָבן? עס זענען פֿאַראַן, פֿאַרשטײסטו מיך, הײַנט אַזױ פֿיל ,מעטאָדעס", װיפֿל שטערן אין הימל! ס'איז פֿאַראַן אַזױ: עבֿריתּ בעברית, עבֿריתּ בײדיש, עבֿריתּ ברוסית, ייִדיש בעברית, ייִדיש ברוסיש, ייִדיש בילדיש. רוסיש בעברית, רוסיש בײדיש און רוסיש ברוסיש, הײַנט די חומשים, װאָס די קינדער בעטן מיך, װײס איך ניט װאָסערע חומשים איך זאָל זײ שיקן: צי סתּם חומשים, צי די הײַנטיקע, די נײַע? און די הײַנטיקע חומשים אַלײן זענען אױך פֿאַראַן אַלערלײ… למשל, ס'איז פֿאַראַן חומשים װאָס זענען אַ ביסל פֿאַרקירצט, און פֿאַראַן חומשים װאָס זענען שטאַרק פֿאַרקירצט. הײַנט זענען פֿאַראַן חומשים צונױפֿגעשטעלטע, חומשים געשניטענע, חומשים געהאַקטע, חומשים געבראָקטע ― דו שפּילסט זיך מיט װאַרשע!

: הנ"ל

157

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־מענדל אין װאַרשע:

10

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײט נס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, ס"אָל זיך זײ אַזױ גלוסטן צו לעבן אױף דער וװעלט, איך מײן טאַקע דײַנע שײנע לײַט, די דײַטשן ױ מיר גלוסט זיך דיר שרײַבן נאָך אַ מאָל פֿון דעם, ױ אַזױ זײ באַגײען זיך מיט אונדזערע מיגראַנטן, ערגער װי מיט סקאָט. ניט נאָר שרײַבן אָפּשרײַבן זאָל מען זי פֿון קדחת, נאָר עס ױלט זיך אַפֿילו ניט רעדן פֿון זײ, רעדן זאָלן זײ דיר פֿון היץ, און שעלטן זײ ױלט זיך אַװדאי ניט. פֿאַרשאָלטן זאָלן זײ װערן פֿון גאָט, די גאַנצע תּוכחה זאָל אױף זײ אױיסגעגאָסן װערן פֿאַר אונדזער בלוט, װאָס גיסט זיך אומברחמנותדיק אין אַלע גאַסן פֿון אַלע שטעט אױף דער גאַנצער װעלט, אָמן רבונױשל־עולם! נאָר אַזױ ױ איך האָב דיר צוגעזאָגט אַז איך װעל דיר שרײַבן אַלצדינג, איז פֿאַרפֿאַלן, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: עס שטײט גע" שריבן, אַז אַ ױיב גיט דעם מאַן אַ װאָרט, באַדאַרף זי האַלטן, װאָרעם אַ מױיל איז ניט קײן כאֲליװע… און אַגבֿ ביסטו דאָך עפּעס איצטער מיט גאָטס הילף אַ שרײי בער פֿון די שרײַבערס, װאָס שרײיבן אױף די געזעטן, באַדאַרפֿסטו דאָך האָבן פֿון װאָס צו שרײַבן, און אײדער שרײַבן דער רוח ױיסט װאָס, מלחמות מיט פּלאַי נעס מיט נעכטיקע טעג, איז שױן גלײַכער זאָלסט בעסער אַרײַנשרײַבן אין דײַן געזעט אָט דאָס װאָס נח שרײַבט צו זײַן ברודער פֿײַטלימשה באָס און דאָס בריװל, װאָס ברוך־לײב שרײַבט צו זײַן מאַמע פּערקעלע די אַלמנה. דאָס איז נײטיקער פֿון אַלע דײַנע שרײַבעכצן. איך גיב דיר זײ איבער אין קורצן, װאָרעם אַרױסשרײַבן דיר אַלצדינג װאָס זײ שרײיבן האָב איך קײן צײַט ניט, די קינדער װעלן באַלד אױפֿשטײן, באַדאַרף מען זי אָפּגעבן זײער אָנבײַסן און אָפְשִׁיקְן זי אין חדר אַרײַן,

מילא די צרות װאָס די בײדע, איך מײן טאַקע נח און ברוך:לײב, זענען אױסגעשטאַנען ביז דער גרענעץ, בין איך דיר מוחל. פֿײַטל־משה באָס איז ניט

158