מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 12

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

12

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שינע־שײנדל שתחי!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. הש"י זאָל העלפֿן מען זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז ס'איז געהאַנגען אױיף אַ האָר. אין דער צײַט וען איך האָב דיר געשריבן מײַן פֿריִערדיקן בריװ איז געוען אַ גרױסע אַסיפֿה בײַ די סערבן. אױף דער דאָזיקער אַסיפֿה איז געװען איף אַ װאָגשאָל ― אָדער אַהער, אָדער אַהין. בײַ די סערבן, װי אין אַלע מלוכות, דאַרפֿסטו װיסן, כאָטש ס'איז אַ מלוכהלע אַ קלײנס, זענען פֿאַראַן פֿון דעסטװעגן כּיתּות. װאָס אײנע זאָגט, זאָגט די אַנדערע קאַפּױער. זאָגט דער שלום, זאָגט דער אַנדערער מלחמה. און צום מײנסטן, ױ איך האָב מיך צוגעקוקט זינט איך רײַב מיך אַרום פּאָליטיקע, זענען אומעטום די מלכים רודף־שלומניקעס און די בני־מלכים ― פֿאַר מלחמה. יונגע־לײַט, פֿאַרשטײסטו מיך, רײַסן זיך, װילן זיך אױספֿײַנען. װאָס מײנסטו איז בײַ פֿראַנץ־יוספֿן? פֿראַנץײוסף חלילה זאָל ניט זײַן, װאָלט דער בן־מלך, פֿראַנץ־פֿערדינאַנד, שױן לאַנג פֿאַרקאָכט אַ קאַשע. און אַזױ איז אױך בײַ װילהעלם דעם צױיטן. איך האָב צו אים גאָרניט, לאָז ער זיך עלטערן בשלום. נאָר איך זאָג עס נאַפּשיקלאַד, לאָז ער נאָר פּרוּװן צומאַכן מיט אַן אױג, װעסטו זען אַז זײַן בן־מלך װעט דיר באַלד אַרױסשפּרינגען מיט אַ מלחמה. װעסטו דאָך פֿרעגן, װי באַלד אַזױ זענען מיר דאָך ניט זיכער מיטן לעבן? איז דער תּירוץ: ס'איז דאָ אַ גאָט אױיף דער ועלט, אַ שומר־ישׂראל, פֿאַרלענגערט ער די יאָרן פֿון די מלכים אַזױ לאַנג, ביז די בני־מלכים, אַז זײ גײען אַרױף אױף דער שטול געװעלטיקן, וערן זײ שױן אַלײן טאַטעס און האָבן שױן אַלײן בני־מלכים. דו פֿאַרשטײסט, צִי נײן? דער טאַטע דער מלך איז אַ רודף־שלומניק און זײַן זון אַ יונקער. און אָט אַזױ דרײט זיך דאָס רעדל פֿון קדמונים און עס װעט זיך מסתּמא נאָך לאַנג" לאַנג אַזױ דרײעןײ

44

הקיצור, דעם בן"מלך פֿון סערבן האָט זיך זײער געװאָלט און עס װילט זיך אים נאָך איצט אױך מלחמה האַלטן מיט די באָלגאַרן. און עס װאָלט שױן לאַנג אױסגעבראָכן צװישן זײ אַ מלחמה, אַלץ איבער דער ירושה פֿונעם טערק, װײ איך האָב דיר שױן ניט אײן מאָל געשריבן, און פֿון דער מלחמה װאָלט אַרױסגעשפּרונגען מסתּמא נאָך אַ קלײן מלחמהלע, און פֿון יענעם מלחמהלע נאָך אַ מלחמהלע און דװקא אַ גרױסע מלחמה ― עס װאָלט געװען, װאָס זאָלסטו דאָ קלערן, פֿרײלעך אַ גליק װאָס;מיר" האָבן זיך באַצײַטנס אַרײַנגעמישט און אײַנגעלאַדן אַלע פֿיר באַלקאַנער פּרעזידענטן קײן פּײטערבאַרג זיך אױס. גלײַכן צװישן זיך און פֿאַרלאָזן זיך אױף מענטשן. האָט דאָס אָבער ניט געשמעקט דעם בן"מלך פֿון סערבן. אַלעקסאַנדער הײסט ער. אים ױלט זיך, ער גײט אױס, ער חלשט מלחמה צו האַלטן. צום סוף, נאַט אײַך גאָר אַ פֿאַרלאָזעניש! אַרבעט ער מעשׂים מיט זײַן כּיתֹּה: ― ,מען דאַרף ניט קײן שום פֿאַרלאָזעכצן! מען דאַרף אָנלערנען די באָלגאַרן זײ זאָלן ניט קריכן קײן מאַקעדאָניע! אײַנגענומען אַדרינאָפּאָל ― גענוג פֿון זײערט ועגן!…*, איז אָבער דאָ בײַ די סערבן נאָך אַ כּיתֹּה, װאָס האַלט דװקא פֿון שלום. און בראָש פֿון דער דאָזיקער כִּיתֹּה שטײט דער מיניסטער פּאַשיץ. ער איז דער מיניסטער־פּרעזידענט, װױ בײַ אונדז למשל קאָקאָװצעװ. נאָר אַז דער בן־מלך יל מלחמה, איז עפּעס אַ תּירוץ? האָט זיך מישבֿ געװען דער מיניסטער פּאַשיץ און זאָגט אַ גוטן טאָג. האָט זיך מישבֿ געװען דער מלך פּעטער ― ער איז דאָך אַ רודף־שלומניק, ױ אַלע טאַטעס ― און װיל אים ניט אַװעקלאָזן. איז זיך מישבֿ פּאַשיץ און זאָגט; װײסטו װאָס? לאָמיר האָרכן װאָס די דומע װעט זאָגן? )דאָרט הײסט עס ניט דומע נאָר;סקופֿטשינע"(

אָט דאָס איז געװען די גרױיסע אַסיפֿה אין דער סקופֿטשינע, װאָס איך זאָג דיר, און אױף דער אַסיפֿה האָבן אַלע געהאַלטן מיט פּאַשיצן, אַז פּאַשיץ זאָל בלײַבן מיניסטער. און װי באַלד פּאַשיץ בלײַבט מיניסטער, פֿאָרט מען קײן פּײטערבאַרג, און אַז מען פֿאָרט קײן פּײטערבאַרג, איז צו גאָט אַ האָפֿענונג, אַז ס'װעט זײַן שלום. הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן?

אָט אַזױ איז דאָס, זוגתי היקרה, אַז מען קוקט זיך צו װי די װעלט פֿירט זיך. ס'איז אַ גלגל החוזר. קלוגע מענטשן פֿירן דאָס רעדל. פּונקט װי להבֿדיל בײַ אונדז אין די גוטע יאָרן בשעת מחלוקת צװישן די טאַלנער חסידים מיט די רזשישטשעװער. איבער אַ קלײניקײט, דאַכט זיך, איבער אַ אכּדבר" אָדער איבער אױצמח פּרקנה" האָט געקאָנט אַרױס דער גרעסטער סקאַנדאַל, די װאָס

145

זענען געשטאַנען פֿון דער װײַטן, דער המון הײסט עס, זענען געגאַנגען ביז אין בלוט אַרײַן: סטײַטש, עכּדבר"! סטײַטש ױצמח פֿרקנה!*.. און די הײמישע, די מקורבֿים הײסט עס, די האָבן געװוסט, אַז ס'איז גאָרניט מיט גאָרניט. ס'װעט זיך קאָכן און קאָכן און ס'װעט זיך איבערקאָכן. אַזױ איז איצט אױיך.. דאָרטן בײַ אײַך אין כּתרילעװקע, אַז ס'קומט אָן דער גאַזעט און איר לײענט איבער די טעלעגראַמעס פֿון סאָפֿיע און פֿון בעלגאָראָד, מײנט איר דאָך געװיס, אַז אָט" אָט שלאָגט מען זיך שױן און עס פֿאַלט אײַך אַרױס די נשמה. און מיר, װאָס זיצן דאָ בײַם סאַמע צאַפּן, מיר לײענען דאָך די דעפּעשן נאָך אײדער מ'גיט זי איבער אין דער דרוקאַרניע, װײסן מיר, אַז ס'איז ניט אַזױ מסוכּן. אײַ װאָס 1 דער בן־מלך רײַסט זיך? עס ױלט זיך אים מלחמה? נישקשה, ער װעט אַזױ לאַנג װעלן, ביז ס'װעט זיך אים איבערגלוסטן.. אָט איז שױן געװען עטלעכע מוראדיקע דעפּעשן אַז מען שיסט. כאַסקל קאָטיק האָט זיך שױן דערפֿרײט, אַז ער האָט איבערגעלײענט די דאָזיקע דעפֿעשן: /נו, זאָגט ער צו מיר, װוּ איז ערגעץ, רב מנחם־מענדל, אײַער שלום?* זאָג איך צו אים: ,פֿאַרלאָזט זיך אױף מיר, רב כאַסקל, דער שלום איז אַ שלום". זאָגט ער צו מיר װידער! אװאָס הײסט 1 איר הערט דען ניט װי מען שיסט /*,;איך הער ניט, זאָג איך, אפֿשו הערט איר. איר האָט, זאָג איך, אַ גוטן חוש־השמיעה"… װערט ער מלאיכּעס ― ער איז אַ ספּילשליװער, סכּנות! ― און שטופּט מיר דעם גאַזעט גלײַך אין פּנים אַרײַן:;נאַט, לײענט. נאַט זעט, אָט שרײַבט מען פֿון לאָנדאָן, אַז די סערבן פֿאַרנעמען די אײַנגענומענע שטעט.. נאַט לײענט, אָט שרײיבט מען װײַטער, אַז יענע אַסיפֿה, װאָס איז געװען בײַ די סערבן, איז אַ בלאָטע. אַ סבֿרה אַז ס'װעט זײַן נאָך אַן אַסיפֿה… און אָט שרײַבט מען אַז מ'האָט געהערט אַ שאָס אױף דער גרענעץ…";טע־טערטע! ― זאָג איך אים, ― דאָס אַלצדינג האָב איך געלײענט, זאָג איך, פֿריִער פֿון אײַך, איך בין דאָך עפּעס אַ מענטש פֿון דער רעדאַקציצי זאָג איך. גלײבט זשע מיר, רב כאַסקל, אַז דער שאָס, זאָג איך, װאָס מען שיסט אױפֿן גאַזעט, איז ניט װערט קײן שאָס פּולװער. דאָס שיסן, זאָג איך, דערװײַלע די קאָרעספּאָנדענטן, װאָס זוכן פּרנסה. האָט קײן מורא ניט, זאָג איך, אַז ס'װעט האַלטן, זאָג איך, בײַם אמתן שאָס, װעט איר אַראָפּפֿאַלן פֿונעם בענקל", זאָגט ער:;ביײַיסט אײַך אָפּ די צונג. איר זענט אַ מענטש, זאָגט ער, קאַטאָרי, װאָס איר האָט ליב אױסלײגן", זאָג איך:?אַדרבה, איך בין בטבֿע, זאָג איך, אַ מענטש פֿון שלום. אױסלײגן, זאָג איך, דאָס איז אײַער ספּעציאַלנאָסט*.. אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― מיר צעקריגן זיך גאַנץ פֿײַן און איך נעם מיר דאָס שטעקל און

146

װיל מיר גײן צוריק אין דער רעדאַקציע, זאָגט ער צו מיר {;װאָס אײַלט איר זיך, רב מנחם"מענדל? לאָמיר, זאָגט ער, אַװעקלײגן פּאָליטיקע אױף אַ זײַט, כאַפּט זײ דער װאָטן־מאַכער, און לאָמיר בעסער שמועסן פֿון אונדזערע זאַכן.."

דאָס מײנט ער אונדזערע אײגענע ייִַדישע ענינים: דומע, דעפּוטאַטן, עמיגראַציע, ציוניזם, טעריטאָריזם ― ס'איז דאָ ברוך־השם גענוג פֿון װאָס צו רעדן. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― אַ סבֿרה, אַז דער מענטש װאָס איך קוק אױף אים אַרױס, איז שױן לאַנג אַרױסגעפֿאָרן פֿון אַמעריקע, הײַנט־מאָרגן קומט ער צו פֿאָרן קײן װאַרשע ― לכן, מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ, אַז איך על מיך האָבן מיט אים געזען, על איך דיר אַרױסי שרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס די שװױגער שתחי, און די גאַנצע משפֿחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײינדלעך.

ממני בעלך מנח סימ ענדל

ציקרישכחתי: ואָס זאָגסטו דערױף, זוגתי היקרהו כאַסקל קאָטיק

האָט דאָך הײַנטיקס מאָל געטראָפֿן ― מען שיסט דאָך שױן טאַקע אי אין

סאַלאָניק, אי אין אישטיב, אי אין אַנדערע ערטער. איך שטעל מיר פֿאָר ױ

דער ייִד װעט דאָס איצטער אָנקװעלן! מ'װעט שױן ניט טאָרן אַרײַנטרעטן צו

אים אין דער מלעטשאַרניע, װאָס אױף נאַלעװקעס.: הנ"ל

147

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־מענדל אין װאַרטע

9

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד מפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י.

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך מוז דיר זאָגן נאָך אַ מאָל, מעגסט זיך זײַן ברוגז, אַרט מיך אױך ניט, נאָר דו שרײַבסט ניט דאָס װאָס מ'דאַרף. װאָס װעט שױן זײַן אַזױ גוט, זאָג מיר, איך בעט דיך, לאָז זײַן אַפֿילו ױ דו זאָגסט, מ'װעט שױן געבן אַלע ייִדן אומזיסטע באַנבילעטן און צו הו" דערטער אױף אַ מענטשן אױך, איז װאָס? אַז מ'איז ניט זיכער מיט דער גרענעץ! איך מײן ניט אַזױ די גרענעץ, װי איך מײן די אַגענטן מיט די בעלי" צדקה, מיט די איבעריקע בעלי־טובֿות, די דײַטשן, װאָס אױף יענער זײַט גרענעץ, קומען זאָל אױף זײ אַ פּאָגראָם, רבונױשל־עולם, זײ זאָלן אױך פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון גלות, װעלן זי אפֿשר בעסער וערן!.. זאָלסט לײענען, מענדל, די בריװלעך, װאָס מיר באַקומען דאָ אין כּתרילעװקע פֿון די אומגליקלעכע מיגראַנטן זאָג איך דיר, אַז אַ שטײן קאָן אױך צעגאַנגען װערן. עפֿעס טאַקע נאָר עק װעלט, משיחס צײַטן און גענוג! ניטאָ קײן יושר, ניטאָ קײן רחמנות, ניטאָ קײן גאָט, ניטאָ גאָרניט. ױ זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַזזינט דאָס בית־המזיקדע( איז חרובֿ געװאָרן זענען די מענטשנס הערצער געװאָרן ששטײן און זײערע שטערנס ― קופֿער.. ער װאָלט זיך ריכטן אַ שטײגער אױף דײַנע דײַטשן אין קיניסבערג, אין האַמבור און אין ברעמעל, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ דיר װערן אַז זײ װעלן זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר זשאַנדאַרן און װעלן זיך אָפּרעכענען מיט אונד" זערע כּתרילעװקער מיגראַנטן ערגער ױ אונדזערע הײמישע כוליגאַנעס פֿון קעשענעװ? אָט הער אױף אַ טשיקאַװעסט, װאָס מאיר פּאָפּעלאָוס קינדער שרײיבן. שױן באַלד אַ יאָר אַז זײ זענען אַװעקגעפֿאָרן קײן אַמעריקע און זענען אײַנגעזונקען געװאָרן, פֿאַרפֿאַלן ױ אין װאָסער אַרײַן. מ'האָט זײ שױן דאָ געהאַט באַװײנט, געמײנט אַז זײ זענען שױן לאַנג אױף דער ועלט ניטאָ. צום סוף יאַװעט זיך דער בריזוטרעגער מיט אַ בריװל, ניט פֿון אַמעריקע, נאָר פֿון

148