מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 7

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט"מענדל אין ואַרשע

7

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נײ!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מען שלאָגט אונדז אָפּ די טירן, מיר און דער מאַמע זאָל לעבן, ניט נאָר אײגענע פֿון דער משפּחה, ניט נאָר שכנים, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד, װילד פֿרעמדע, גאָר אַזעלכע, װאָס איך האָב זײ קײן מאָל אין מײַנע אױגן ניט געזען און אַזעלכע, װאָס איך קען אַפֿילו ניט זײער באָבעס באָבע, צום מײנסטן די צונױפֿגעלאָפֿענע פֿון די דער" פֿער, װאָס מען האָט זײ אַרױסגעטריבן. זײ לאָזן ניט לעבן, האָבן קײן צײַט ניט, מ'זאָל זײ טאַקע שױן און טאַקע באַלד אָנרופֿן דאָס נײַע לאַנד, װאָס דו שרײַבסט, אַז מען האָט דאָס געפֿונען פֿאַר ייִדנס װעגן, און װוּ ליגט עס װילן זײ װיסן ― װײַטער אָדער נענטער װױ קײן אַמעריקע? װיפֿל טעג, למשל, דאַרף מען פֿאָרן ביז מען קומט אױפֿן אָרט 1 און ױ אַזױ פֿאָרט מען אַהין, ― צי איבער אַ ים צִי אָן אַ ים? און װעמען נעמט מען אַהין, ― נאָר באַװײַבטע, צי ניט קײן באַװײַנטע אױך? און מיטן פּריזיװ װױ אַזױ װועט זײַן? צי װעט זיך עס שענקען, אָדער מ'װעט טאַקע אַלץ דאַרפֿן צאָלן די 200 רובל שטראָף? װאָרעם דאָס װאָס דײַן געזעט שרײַבט, אַז מ'האָט דעם שטראָף אַראָפּגענומען, װײסט ער ניט ער עס האָט אים געשערן אָט האָט מען ערשט יענע װאָך בײַ אונדזער שעיהדודס שװעסטערס מאַן, דאָדיע לעמעשקע, איבערגעשריבן די בענקלעך מיט די קישעלעך מיטן סאַמאָװאַר און אַפֿילו מיט די אַלטע סידורים, פֿאַר זײַנעם אַ שטיפֿברודער, װאָס זײַן טאַטע האָט זיך מישבֿ געװען אױף דער עלטער און האָט חתונה געהאַט דאָס אַנדערע מאָל און איז אַריבערגעפֿאָרן צום װײַב קײן ראַכמעסטריװקע און האָט דאָרטן געהאַט דײַן טאַטנס פּסק. בײַ דײַן טאַטן איז פֿון אַ סאָסי געװאָרן אַ יאָסי, און בײַ אים איז פֿון בתּי אױסגעװאַקסן אַ משה. ױ אַזױ איז דאָס מעגלעך, װועסטו הערן.

געקומען קײן ראַכמעסטריוקע, איז למזל בײַ אים געבױרן געװאָרן אַ מײדל

129

בתיה, איז ער געקומען צום דאָרטיקן ראַבינער, דאָדיעס טאַטע הײסט עס, פֿאַרשרײַבן דאָס מײדל און זאָגט אים נאָך בפֿירוש: ,פֿאַרשרײַבט מיר, זײַט מוחל, זאָגט ער, אַ מײדל בתיה". גײט דער ראַבינער, אַ פּנים אַ צעטראָגענער מלאך, אָדער גלאַט אַ טױבער האָצמאַך, און נעמט און פֿאַרשרײַבט זי אַקוראַט צװישן די ייִנגלעך און שטעלט אַװעק אױפֿן אָרט פֿון בתּי ― מאַסיע, איז פֿון מאַסיע געװאָרן מאָסיע און פֿון מאָסיע משה, און אַלין האָט ער זיך מישבֿ געװען, דאָדיע לעמעשקעס טאַטע הײסט עס, און שטאַרבט גאָר אַװעק און די אַלמנה מיט די קינדער פֿאָרן אַריבער קײן אַמעריקע צו אירן אַ ברודער, און דאָ זוכט מען מסתּמא משהן צום פּריזיװ און קײן משה איז דאָך קײן מאָל אױף ער װעלט ניט געוען, האָט ער זיך ניט געיאַװעט, האָט מען אים גענומען און מען האָט אים אָפּגעשטראַפֿירט אין דרײַ הונדערט קערבלעך. בײַ װעמען זשע זאָל מען זײ מאָנען 1 פֿאַרשטײט זיך, בײַ דאָדיען, ער איז דאָך אַ ברודער, טאַקע ניט פֿון אײן מאַמע, נאָר פֿאָרט אַ ברודער! טענהט ער דאָך אָבער, דאָדיע הײסט עס, אַז ער האָט זינט ער לעבט קײן ברודער ניט געהאַט, ער קאָן אױסװײיזן מיט הונדערט טױזנט עדות, אַז ער איז אײנער! הערט מען אים ױ דעם חזן צו אױסנעמניס און מען הײסט אים צאָלן געלט. װאָלט ער געגאַנגען װי אַ מענטש, טאַקע דאָדיע הײסט עס, װאָלט ער אױסגעכלאָפּאָטשעט פֿון ראַכ" מעסטריװקע פּאַפּירן, אַז משה איז גאָרניט משח. נאָר בתּי. איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ שעיה־דוד אױף דער ועלט, אַ ייִד װאָס האָט ליב געבן עצות, קומט ער צו לױפֿן אַקוראַט װען דער פּריסטאַװ איז געקומען אָפּשרײַבן די בעבעכעס און רופֿט אָפּ דאָדיען אױף אַ זײַט און סודעט זיך מיט אים. זאָגט אים דער פּריסטאַװ; װאָס איז פֿאַר סודות? ענטפֿערט אים שעיה־דוד װי אַן עזות־ פּנים, אַז ס'איז ניט;פֿא זאַקאָנו* און טיטשעט אים גלײַך אין פּנים אַרײַן דעם געזעט, טאַקע דײן געזעט, װאָס דו שרײַבסט דאָרטן, און װײַזט אים אָן מיטן פֿינגער, אַז ס'שטײט געשריבן ,טשאָרני נאַ ביעלאַ*, אַז מ'האָט די 200 רובל שטראָף שױן לאַנג מוחל געװען דורכן מאַניפֿעסט, און חזרט אים איבער נאָך אַ מאָל דאָס װאָרט, אַז ס'איז ניט 2פּאָ זאַקאָנו". פֿאַרדריסט עס אים, דעם פּריסטאַװ הײסט עס, זאָגט ער:;װאַרט אױס אַ ביסל, װעל איך אײַך באַלד װײַזן, װאָס הײסט ניע פֿא זאַקאָנו", און נעמט דעם געזעט און פֿאַרחתמעט אים מיט זיבן חתימות, און זײ, דאָדיען הײסט עס מיט שעיה־דודן, זעצט ער אײַן און האַלט זי אָפּ צױי מעת־לעת, עס האָט נאָך געקאָסט געלט ביז מ'האָט זײ אַרױסגעלאָזט, און מיטן געזעט, װאָס װעט זײַן דער סוף, װײסט מען נאָך ניט. זאָגן זאָגט מען אַפֿיל,

130

אַז ס'װעט ניט זײַן גאָרניט. נאָר צו װאָס, פֿרעג איך דיך, האָט מען עס באַדאַרפֿט? ― אָט האָסטו דיר דײַנע ישועות ונחמות, ױ זאָגט די מאַמע: סישטײט געשריבן; גע מיאַלע באַבאַ כלאָפּאָטי, קופּילאַ סאָבי פּאָראָסיאַ..

הכּלל, בי אונדז אין שטוב איז הײַנט אַ גאַנצער יריד. אױף און אָפּ. דער אַרױס, דער אַרײַן, ס'איז גאָרניט אָפּצוטרײַבן זיך פֿון די ייִדן! אַלע זענען זי גרײט הײַנטיקן טאָג אַריבערצופּעקלען זיך אַהין מיט די װײַבער און מיט די קינדער און מיטן בעטגעװאַנט און אַפֿילו מיטן פּסחדיקן געפֿעס, און זײ מוטשען מיך, איך זאָל זײ נאָר זאָגן, װילן זײ, דעם נאָמען פֿונעם לאַנד! זאָג איך זי ;טשעפּעט זיך אָפּעט, איך בעט אײַך, איך ױיס נאָך אַליײן ניט!* ― גלײבן זײ מיר ניט. עװאָס הײסט, זאָגן זײ, איר זענט דאָך עטעס אַ װײַב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, װאָס איז שײך, איער מאַן װײס און איר װײסט ניט 1..* אי מיר טאַקע אַ חרפּה און אַ בושה, אַזאַ יאָר אױף מײנע שׂונאים! נאָר װאָס קאָן איך טאָן? שװײַג איך, װי זאָגט די מאַמע: שלינג אַראָפּ און גיב אַ שמײכל און אַ מכּה זאָל יענער ױסן, אַז ס'איז אַ בײנדל..:

און װאָס דו שרײַבסט מיר, בעלי חיקר, פֿון דײַנע מיליאָנערן, די רױט" שילדס מיט די בראָצקיס מיט די איבעריקע דאָרט, װאָס האָבן זיך קױם אַרומגעקוקט אױף די אָרעמע־לײַט, איז טאַקע גאַנץ פֿײַן פֿון זײער זײַט, נאָר איך װאָלט װעלן װיסן אײן זאַך ― װּ זענען זײ געװען ביז אַהער, װאָס האָבן זי געשװיגן? זײ האָבן זיך דערמאָנט אַ פּנים, ― אַפֿילו שפּעטלעך, נאָר פֿאָרט דערמאָנט,. ― אַז ס'איז דאָ אַ יענעװעלט מיט אַ גיהנום און מיט אַ גך־עדן און מיט אַ מלאך־דומה, װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז װױל איז דעם מענטשן װאָס פֿאַרגעסט ניט, אַז ער באַדאַרף שּטאַרבן.. מסתּמא האָט זי עפּעס צוגעקװעטשט, װאָס זײ זענען געװאָרן מיט אַ מאָל אַזױ גוט, כאָטש לײג זי צו צו אַ געשװיר… איך האָב נאָר מורא, מענדל, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, ס'זאָל ניט זײַן מיט זײ דאָס, װאָס מיט אונדזער נגידס מיכל שטײנבאַרגס ייִב דבֿורה־עטל איז געװען בעת איר מאַן איז געלעגן, ניט דאָ געדאַכט, אױפֿן טױטבעט, מ'האָט אים אַראָפּגעבראַכט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון יעהופֿעץ צו מאַכן אים, ניט פֿאַר מיר געדאַכט, אַ רעפּעראַציע, די געדערעם אױסשנײַדן מיטן מאָגן מיט די קישקעס מיט װאָס דו װילסט! האָט זי געשיקט זאָגן דעם רב, דבֿורה־עטל הײסט עס, אַז זי איז מנדר האַלב פֿאַרמעגן אױף אָרעמע־לײַט, אױב איר מיכל װעט אױסהאַלטן די דאָזיקע רעפּעראַציע און װעט לעבן בלײַבן און געזונט װערן. איז זיך מישבֿ דער רב און טרײַבט צונױף אַלע תּלמוד־תּורה־קינדער

121

אין שול אַרײַן און מ'זאָגט תּהילים און מ'לערנט משנית, די גאַנצע שטאָט איז אױף, אַלע בעטן גאָט פֿאַרן נגיד, ס'טוט זיך חושך ― אַ קלײניקײט, אַ מענטש איז מנדר האַלב פֿאַרמעגן! און גאָט האָט געהאָלפֿן, מע האָט אים געמאַכט די שײנע רעפּעראַציע, מיכלען הײסט עס, מ'האָט אים, זאָגט מען צעשניטן אױף שטיק־שטיקלעך און, װאָס טױג דיר אַ סך, ער איז לעבן געבליבן און איז געזונט געװאָרן ― אױף אַלע מײַנע ליבע ― עסט און טרינקט און גײט אַרום, אַ מענטש גלײַך מיט אַלע מענטשן! איז דאָך אין שטאָט געװאָרן שׂשׂון־ושׂימחה, ערשטנס, אַ ייִד איז געזונט געװאָרן, איבערגעטראָגן אַזאַ רעפּעראַציע! און צװײטנס, טאַקע די נדבֿה, װאָס װעט אַרײַנפֿאַלן אין שטאָט. אַ קלײניקײט ― האַלב פֿאַרמעגן! ס'איז שױן אַפֿילו געװען אַן אַסיפֿה בײַם רב, װאָס מ'זאָל טאָן מיטן געלט. מ'האָט זיך שױן אַ ביסל געקריגט אױך, שיִער ניט דערגאַנגען צו פּעטש ― און ס'איז געבליבן, מ'זאָל פֿריִער אָפּנעמען דעם נדר, דערנאָך װעט מען זיך קריגן. און מ'איז געקומען צו איר צו גײן, צו דבֿורה־עטלען הײסט עסי דער רב און דער דין, און די פֿײַנסטע בעלי"בתּים פֿון שטאָט, איר אָפּגעבן מזלדטוב מיט איר גאַסט, זי האָט אַזאַ גאַסט ― איר מיכל האָט זיך דאַנקען גאָט אױיסגעקאַראַטשעט, אַרױסגעריסן זיך פֿונעם מלאך־המװתס הענט ― ברוך מחיה" מתים! גײט זי, דבורהיעטל הײסט עס, און שטעלט זי אַװעק לעקעך און בראָנפֿן און אַ ביסל אײַנגעמאַכטס און בעט זײ זײ זאָלן זיצן און עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, פֿאַרזוכן פֿון איר אײַנגעמאַכטס. דאַנקען זײ איר זײער שײן פֿאַרן אײַנגעמאַכטס און מאַכן מיט איר אַ שמועס מכּוח רעפּעראַציעס, פּראָפֿעסאָרן שנײידענישן און טאַקע מכּוחן נדר, מכּוחן האַלבן פֿאַרמעגן, װאָס זי האָט מנדר געװען און װאָס צוליב דעם זענען זײי טאַקע געקומען.. פֿױלט זי זיך ניט, דבֿורה־עטל הײסט עס, בינדט אױף אַ קניפֿל און נעמט אַרױס און טראָגט זי צו אַ גאַנצן כפֿ"הער, אַ האַרטן פֿינפֿאונצװאַנציקער! בלײַבט דאָך מסתּמא דער גאַנצער עולם געפּלעפֿט. ס'איז זי פּשוט געװאָרן פֿינצטער אין די אױגן: ,סטײַטש, דבורח־עטל, גאָט איז מיט אײַך! װאָס איז די מעשׂה 1 אײַער מאַן פֿאַרמאָגט מער ניט װי אַ פֿופֿציקער? געשיקט זיך עס 11* פֿאַלט זי ניט אַראָפּ בײַ זיך, דבֿורה־עטל הײסט עס, און ענטפֿערט זיך אָפּ גאַנץ קאַלט: עװאָס געהערט זיך עס אָן, זאָגט זי, מיט מײַן מאַן און מיט זײַן פֿאַרמעגן? איך האָב מנדר געװען, זאָגט זי, האָלב פֿון מײַן פֿאַרמעגן, ניט פֿון מײַן מאַנס פֿאַרמעגן ― און װאָס איך האָב געזאָגט, זאָגט זי, בין איך מקײם…* אַזאַ וצדקתך! האָסטו עפּעס צו איר 1 זײ שטײט אָן אַלצדינג, אַפֿילו גאָט אַלײן אָפּנאַרן, אַבי ער לאָזט

132

זיך, איז אױך נישקשה… װי זאָגט די מאַמע: אַ נגיך זאָל גײן מיטן קאָפּ אַראָפּ, ועט מען אױך זאָגן ס'איז שײן.. אַן אױסכאַפּעניש װאָלט געמעקט קומען אױיף אַלע נגידים פֿון דער גאַנצער װעלט, װאָלטן אפֿשר די אָרעמעלײַט אַ מאָל אױפֿגעריכט געװאָרן, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײיַע פֿרױ

שײנע־שײנדל

יאָ, װאָס איז די מעשׂה, װאָס דו שרײַבסט גאָרניט װעגן מענדל בײלעס, ― װאָס איז דער תּכלית, ביז װאַנען װועט מען אים האַלטן און װאָס װעט ער אױסזיצן? ממה־נפֿשך, װי זאָגט די מאַמע: אָדער גיט מיר לעקעך אָדער טרײַבט מיך אַרױס.. זי איז זײער גערעכט: אָדער לאָז מען אים מישפּטן אָדער לאָז מען אים שױן אַרױסלאָזן! אַלע װײסן דאָך אַז ער איז גאָט די נשמה שולדיקי. און דאָס װײסטו כאָטש, מנחם־מענדל, אַז ער קער זיך אָן מיט דיר אַ שטיקל אײגענער, טאַקע אָט דער בײלעס? אפֿשר װילסטו װיסן װי אַזױ? װעל איך דיר אױסרעכענען: מײַן טאַטנס מומע שײנדל, װאָס איך בין נאָך איר אַ נאָמען, האָט געהאַט אַ טאָכטער ליפֿשע, האָט זי געזאָלט זײַן אַ כּלה, דאָס הײסט, זי איז שױן טאַקע געװען אַ כּלה פֿאַר מענדל בײלעסעס אַ געשװעסטערקינד, ער האָט אױך געהײסן מענדל און אױך בײלעס, איז דער שידוך געװאָרן אױס שידוך, איבער װאָס פֿאַר אַ פּריטשינע ― װײס איך ניט.. מ'קאָן ניט זאָגן, קײן גרױס קרובהשאַפֿט איז דאָס אַפֿילו ניט, נאָר דאָך אַ פֿרײַנטל. װי זאָגט די מאַמע: דער מומע קרעניסס מילכיק לאָקעזן־טעפֿל אַן אײגענע פּאָקרינזקע..

133

מנחס־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ‏

11

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז סװצט מיט גאָטס הילף קײן מלחמה ניט זײַן. דאָס הײסט אַ מלחמה װעט זײַן אַזאַ שטיק גאָלד זאָל איך האָבן! און ניט אײנע, ― אַ סך מלחמות, און גרױסע מלחמות, ױ איך האָב דיר שױן געהאַט געשריבן, נאָר די מלחמה, װאָס מ'האָט געמײנט, אַז אָט־אָט װעט זי אַרױסשפּרינגען צװישן די;גוטע פֿרײַנד", װאָס זענען אִט־יערשט געגאַנגען האַנט בײַ האַנט אױפֿן טערק, ― אָט די דאָזיקע מלחמה האָט מען שױן, װי עס זעט אױס, דאַנקען גאָט, כּמעט ױ פֿאַרהיט, סײַדן ס'װעט זיך טרעפֿן עפּעס אַזעלכעס, עפּעס גאָר אַן אומגערעכטע זאַך ― אַ קשיא אױיף די באַלקאַנער קלאַפּערס? אַז מען שמועסט ברידער, איז דאָך ניט שײך… דערװײַלע דאַרף מען האָפֿן אַז ס'װעט זײַן שטיל. און דאָס האָט מען געקאָנט װיסן פֿריִער, אַז קױם װעלן;מיר" זיך אַרײַנמישן און ,מיר" װעלן אַ זאָג טאָן ס'זאָל זיַן שטיל, איז גענוג אײן װאָרט, ס'זאָל װערן שטיל! טאַקע גיבורים, טאַקע מזיקים, טאַקע אײַנגענומען דעם טערק, פֿון דעסטועגן, אַז זײ האָבן נאָר באַקומען די טעלעגראַם, אַז ס'איז ניט שײן אַז ברידער שותּפֿים זאָלן זיך שלאָגן איבער אַ ירושה, און אַז ס'װאָלט אַ סך שענער געװוען מ'אָל זיך פֿאַרלאָזץ איף מענטשן, ― אַזױ האָבן באַלד אָנגעהױבן צו פֿליִען דעפּעשן פֿון די דאָזיקע שותּפֿים, אַז זײ זענען זײער צופֿרידן, אַז זײ האָבן גאָר אַנדערש ניט געקלערט דורכצוקומען נאָר בדרך־שלום! אדרבה, זײ װעלן נאָך זאָגן דעם גרעסטן דאַנק.. אמת, דאָס איז נאָר געװען אױף דער הײסער שעה. מיט אַ טאָג שפּעטער, אַז מ'האָט זײ פֿאָרגעלײגט אַז די ברידער, װאָס האָבן פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און גרײט געװען שױן פּיטש־פּאַטש, זאָלן מחילה אַראָפּקאַטשן די אַרבל צוריק, האָבן זײ אָנגעהױבן צו רעדן אַנדערע װערטער. און מען קאָן נאָך גאָר ניט

134