מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 10

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

10

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שינע־שײנדל שתחי,

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השםיתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות ― אָמן.

וה שנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז אין דער דומע מיש איך מיך ניט, פֿון דעפּוטאַטן האַלט איך ניט און פּוסטע גלעקער האָב איך פֿײַנט. איך גי מיט דעם גאַנג, אַז ס'איז ניט נאָר אַרױסגעװאָרפֿן די טירחה פֿון די גוטע מענטשן, װאָס װילן אונדז אַ טובֿה טאָן און פֿאַרענטפֿערן, אַז מיר זענען ניט אַזױ װי מען זאָגט אױף אונדז ― איך האַלט, אַז פֿאַר אונדז איז עס אַדרבה, נאָך די גרעסטע רעה. װען איך, למשל, בין אַ דעפּוטאַט פֿון די דעפּוטאַטן אין דומע, װאָלט איך געזאָגט פּורישקעװיטשן מיט מאַרקאָװון מיט זאַמיסלאָוסקין, זײ זאָלן דװקא רעדן צעזעצטערהײט, און אַז זײ װאָלטן אױפֿגעהערט צו רעדן װאָלט איך ערשט דעמאָלט מיר אױפֿגעשטאַנען און קאַלט צו זײ אַזױ געזאָגט

― שױן? איר האָט שױן אין גאַנצן אָפּגעזאָגט? מעג איך אפֿשר אױך רעדן אַ װאָרט? אױב אַזױ, דאַרף איך אײַך זאָגן, מורי ורבותי, אַז איר זענט פֿולקאָם גערעכט אַרום און אַרום. לאָמיר זיך אַקאָרשט אױסרעכענען אַקוראַט, אַ פֿונקט נאָך אַ פּונקט, װעט איר זען, אַז איך גיב אײַך נאָך איף אַלצדינג; ( איר טענהט, אַז מע באַדאַרף אַרױסיאָגן פֿון דאָרף, װאָרעם מיר זענען צו אַ ניכטער פֿאָלק. אמת ױציב, ונכון וקײם ױשר! מיר זענען אַ ניכטער פֿאָלק. שױן צו ניכטער! אָט נעמט אַ דאָרף פֿון דרײַ טױיזנט איװאַנעס, זיצט דאָרט אײן יענקל, איז ער אַ ניכטערער. שטענדיק ניכטער! מע זאָל עס אים זען, כאָטש אײן מאָל אין אַ יובל, ער זאָל זיך װאַלגערן פֿון די פֿיס, אָנרירן עמעצן מיט אַ קרום װאָרט. פֿון נעמען אַ האַק און פּלעטן יענעם דעם מוח איבער אַ גאָרניט מיט אַ ניט ― רעדט מען שױן ניט. פֿאַרשטײט זיך אַז אַזעלכעס איז מסוכּן װי קאָן מען אים לאָזן זיצן? 2( איר טענהט, אַז מ'באַדאַרף צונעמען בײַ אונדז װוּ ס'איז נאָר פֿאַראַן ערגעץ אַ שטיקל פּרנסה, װאָרעם מיר זענען צו אַ קלוג

124

פֿאָלק, מיר קאָנען מאַכן פֿון שנײ גאָמלקעס און פֿון אַ קערבל צױי, און אײַך איז שװער מיט אונדז צו קאָנקורירן. אמת ױציב, ונכון וקײם ױשר! און פֿאַר" שטײט זיך, אַז דאָס איז אַן אומגליק, נאָר ער איז שולדיק אין דעם אומגליק, מורי ורבותי, אַז ניט איר אַלײן מיט אײַער ניט צולאָזן אונדז צו קײן זאַך אַחוץ מיסחר? 3( איר טענהט, אַז דעריבער לאָזט איר אונדז ניט צו צו קײן זאַך, װאָרעם מיר זענען צו שאַרף געשפּיצט פֿאַר אײַך, מיר קאָנען זאָגט איר, אין אַ קורצער צײַט חלילה געבן אײַך די בעסטע אָפֿיצירן, די גרעסטע גענעראַלן די פֿײַנסטע טשינאָװוניקעס, דירעקטאָרעס פֿון גימנאַזיעס, סליעדאָװאַטיעלעס מיט פּראָקוראָרן, גובערנאַטאָרעס מיט מיניסטאָרן, װי אין אַנדערע לענדער. אמת ױציב, זנכון וקײם ױשר! הלװאַי װאָלט עס טאַקע אַזױ געוען, װי עס װעט נאָך אַזױ גיך ניט זײַן.. 4( איר טענהט, אַז כאָטש איר לאָזט אונדז ניט צו צו קײן זאַך און כאָטש איר יאָגט אונדז און טרײַבט אונדז און רודפֿט אונדז און טראַכט אױס אַלע טאָג נײַע בילבולים מיט נײַע גזרות, פֿון דעסטװועגן קאָן מען אונדז ניט אַרױסרײכערן און אדרבה, מיר שפּילן נאָך די גרעסטע ראָלע, זאָגט איר, די רײַכסטע פֿאַבריקאַנטן, זאָגט איר, זענען אונדזערע, די שענסטע באַנקירן זענען אונדזערע, די גרעסטע עקספּאָרטערן זענען אונדזערע ― פֿון שפּעגעלאַנטן אױף דער בערזע איז אָפּגערעדט, אַחוץ אונדז איז דאָך דאָרט ניטאָ אַ משוגענער הונט, ― אמת ױציב, ונכון, וקײם, ― ױשר! איך רעד אױף אײַער לשון: אַזױ איז דאָס געװען און אַזױ ועט דאָס זײַן ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך, מורי ורבותי, און איר אַלין זענט אין דעם חײבֿ, ױ איך האָב אײַך נאָר װאָס געזאָגט. 5( איר טענהט, אַז אַפֿילו אין דעם ענין פֿון שרײיבערײ, פֿון ביכער און פֿון גאַזעטן, און אױך אין דעם ענין פֿון זינגען און שפּילן, פֿאַרנעמען מיר אױך בײַ אײַך דעם סאַמע אױבנאָן ― אַ בכּבֿוד אָרט פֿאַרנעמען מיר. נאָר אין דעם זענט איר שױן ניט שולדיק. דאָס איז אַ גאָטסזאַך און קײן בן אָדם קאָן דערצו גאָרניט העלפֿן. מע קאָן מיט גװאַלד אַרױסטרײַבן אַן אָרעמען ײַד פֿון דאָרף, אַרױסװאַרפֿן אַ קראַנקע ייִדענע מיט די בעבעכעס; מען קאָן מיט קלוגשאַפֿט אַרױסרײַסן בײַ יענעם דעם לעצטן ביסן פֿון מױל. מען קאָן מאַכן אײנעם אַזאַ ביטער לעבן, אַז ער זאָל גאָר לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן. נאָר אַרױסרײַסן בײַ יענעם דעם מאַרך פֿונעם קאָפּ, די פֿעדער פֿון דער האַנט, דאָס קול פֿונעם האַלדז, ― דאָס איז אַ זאַך װאָס איז אוממעגלעך!.. 6( איר טענהט, אַז אונדזערע קינדער זענען צו להוט נאָך איער תּורה און זײ יאָגן אַזױ אַריבער אײַערע קינדער, אַז מ'קאָן זיך מיט זײ גאָר קײן מאָל ניט אױיסגלײַכן. אמת ױציב, ונכון.

125

וקײם ױשר! אונדזערע קינדער, אַחוץ װאָס זײ האָבן גוטע קעפּלעך, זענען זי נאָך גרױסע װעלערס ― דאָס האָט איר זײ געמאַכט פֿאַר װעלערס. איר אַלין} על־כּן זוכט איר איצט עצות: פּראָצענטן און פּראָצענטן דפּראַצענטן, און אַזױ לאַנג קװעטשן, ביז מע זאָל זײ אין גאַנצן אַרױסקװעטשן.. אַװדאי איז דאָס אַ גוטע עצה, און װער װעט דאָס האָבן טענות צו אײַך, אַז איר זענט חלילה אומגערעכט? דאָס אײגענע װאָס מיט די קלענערע קינדער אין די גימנאַזיעס און אוניװערסיטעטן, איז מיט די גרעסערע קינדער אין דער דינסט. מען דאַרף אונדז גאָר אין גאַנצן, זאָגט איר, אַרױסװאַרפֿן פֿון דער דינסט, און איר זענט נעבעך זײער גערעכט, װאָרעם צו װאָס טוג אײַך, מיר זאָלן האָבן טענות צו אײַך:;סטײַטש, פּאָדאַטקעס צאָלן מיר, סאָלדאַטן גיבן מיר, פֿאַר װאָס זאָלן מיר זײַן פֿאַררעכנט בײַ אײַך פֿאַר שטיפֿקינדער?7.. אײַ װוּ איז יושר? װוּ איז מענטשלעכקײט? װוּ איז גאָט? ― נאָר װער רעדט דאָס הײַנט פֿון אַזעלכע זאַכן?… זעט איר, אײן טענה איז נאָך פֿאַראַן בײַ אײַך, אַ נומער 1( ― דאָס איז די טענה פֿון בלוט, אַז מיר קױלען זאָגט איר, אײַערע קלײנע קינדערלעך און ניצן אױס זײער בלוט אױף פּסח ― די דאָזיקע טענה װעלן מיר איבער" לאָזן אױף אַן אַנדערש מאָל. װאָרעם למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן? װי מײַן רבי עליו־השלום פֿלעגט זאָגן, אַז ס'איז געקומען דאָנערשטיק און מיר האָבן אים באַדאַרפֿט איבערזאָגן דאָס לײענען פֿון דער װאָך און מיר האָבן עס מסתּמא ניט געװוסט, נאָר פֿון דעסטװעגן האָבן מיר זיך געשאָקלט און געזונגען, ער זאָל מײנען אַז מיר װײסן:;איר װײסט דאָך ממזרים, אַז איך װײס, אַז איר הײבט ניט אָן צו װױסן די גמרא, הײַנט אױף װעלכע שװאַרצע יאָר האָט איר זיך אַזױ צעשאָקלט?*,,. מיט די װערטער װיל איך אײַך אױך זאָגן, מורי ורבותי: איר װײסט דאָך, אַז איך װײס, אַז איר װײסט, אַז ס'איז בלאָף, הײַנט װאָס דערצײלט איר מעשׂיות?… ניט מער, איר דאַרפֿט דאָס האָבן צום רעמל, ―אַ ביסל צו פֿאַר" ענטפֿערן זיך אַלײן און אַ ביסל יוצא זײַן פֿאַר דער װעלט, אַז איר טרײַבט אונדז דערפֿאַר, װײַל מיר זענען נאָך אַ װילד פֿאָלק מיט װילדע מינהגים פֿון פֿאַרצײַטן ;שטעלט אײַך פֿאָר ― זײ באַניצן נאָך בלוט אױף פּסח!*.,. אײַ די װועלט קען אונדז פֿריִער און בעסער און נענטער? ― װאָס מאַכט עס אױס? דערװײַלע איז אַ טומל. דערװײַלע װאַרף איך דיר אױס די שװעסטער די משומדת. אײַ דו האָסט ניט קײן שװעסטער? גי פֿאַרענטפֿער זיך!.. הקיצור, מורי ורבותי, װױ איר זעט, האָב איך אײַך כּמעט אױף אַלע פּונקטן אָפּגעגעבן דעם גערעכט. איצט בלײַבט איבער אײן זאַך: צו װאָס דאַרפֿט איר אונדז? איז דען ניט גלײַכער פֿאַר אײַך

226

איר זאָלט פּטור װערן פֿון אַן אומגליק? איר באַרעכנט אײַך נאָר, מורי ורבותי, װאָסער אַ לעבן פֿאַר אײַך װאָלט געװען, װען איר שטײט אױף אין דער פֿרי ― ניטאָ אײן ײַד בײַ אײַך אַפֿילו אױף אַ רפֿואה!.. ױ אַזױ? בעט מיך, װעל איך אײַך געבן אַ קאָמבינאַציע אַ פּראָסטע און אַ בכּבֿודע, און דװקא מיט גוטףן צו װאָס זאָלט איר זיך אָפּעסן דאָס האַרץ, מיט קלאַפּאָט,. מיט הוצאָות, מיט נאָך אַזעלכע זאַכן? אַמער, זײַט מכריז־ומודיע אין אַלע בתּײמדרשים, שולן און שולעכלעך, אַז יעדער ייִד װאָס װיל אַרױספֿאָרן, זאָל ער זיך פֿאָרן בשם אלקי ישׂראל געזונטערהײט, מען גיט אים אַ באַנבילעט דריטע קלאַס ביז דער גרע" נעץ און קלײנגעלט אַ הונדערטער אין קעשענע אױף הוצאָות.. מאַכט אַקאָרשט אַ רעכענונג, מורי ורבותי, װאָס װעט עס אײַיך קאָסטן אַרום און אַרום? מישטײנס געזאָגט, אַ גאָרנישט מיט אַ נישט! מילא, די באַן רעכנט מען ניט ― ס'איז דאָך אײַער באַן ― בלײַבט איבער נאָר דאָס ביסל קלײנגעלט איף הוצאָות, איז װאָס זשע איז דאָ דער גװאַלד? לאָמיר זאָגן זעקס מיליאָן ייִדלעך צו הונדערט אױף אַ ייִדן, האָבן מיר אַ קײַמא לן פֿון זעקס הונדערט מילאאָן. פֿעלט נאָך אַלץ 400 מיליאָן ביז אַ מיליאַרד. ― ניט שױן זשע איז בײַ אײַך ניט װערט אַפֿילו קײן מיליאַרד, װאָס איר װערט פּטור פֿון אַזאַ פּעקל ייִדן קײן עין" הרע?.. באַרעכנט אײַך, מורי ורבותי, איך גיב אײַך צײַט אַ יאָר אױף צו באַטראַכטן זיך…

אָט אַזױ, זוגתי היקרה, װאָלט איך מיט זײ אַ רעד געגעבן, וען איך בין אַ דעפּוטאַט. אי װעסטו דאָך מיך פֿרעגן, װאָס ועט זײַן טאָמער געפֿעלט זײ טאַקע מײַן קאָמבינאַציע און זײ גײען אײַן איף מײַן פּראָיעקט? וװוּהין װעלן מיר זיך אַהינטאָן אַלע?,. די אײגענע קשיא האָט מיך געפֿרעגט כאַסקל קאָטיק אױך. אָט דער ײַד האָט דיר אַ טבֿע אַלע מאָל פֿרעגן קשיות און יעדער זאַך איבערשפּאַרן. װאָס דו זאָלסט אים ניט זאָגן, מוז ער דיר דרינגען קאַפּױער! איך קום צו גײן צו אים און דערצײל אים פֿון מײַן פּלאַן, אדרבה, פֿײַן און שײן װי עס געהער צו זײַן, לאָזט ער מיר ניט אַרױסרעדן ביזן סוף און הײבט אָן באַלד איבערצופֿרעגן מיך: קװאָס װעט זײַן, ערשטנס, טאָמער ועלן זײ, זאָגט ער, אונדז גאָרניט װעלן אַרױסלאָזן? צױיטנס, טאָמער װעלן אונדזערע ייִדן, זאָגט ער, ניט װעלן גײן? דריטנס, אַפֿילו אַז בײדע צדדים ועלן שױן גאָר מסכּים זײַן ― װוּ װועט מען נעמען, זאָגט ער, אַזױ פֿיל געלט מיט ואַגאָנעס, מיט עסנװאַרג, מיט נאָך זאַכן סזאָל קלעקן, זאָגט ער, פֿאַר איבערפּעקלעך קײן עין־הרע זעקס מיליאָן מענטשן?* און נאָך און נאָך קשיות מיט

127

קשיות! האָב איך אים דװקא געלאָזט רעדן ― אַ ייִד װיל אַ ביסל רעדן ― פֿאַר װאָס זאָל איך אים ניט טאָן צוֹ ליב? האָט ער גערעדט און גערעדט און גערעדט. און אַז ער האָט אױפֿגעהערט צו רעדן האָב איך גענומען רעדן און אָפּענטפֿערן אים על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון, און האָב אים צעשלאָגן מסתּמא אַלע זײַנע טענות, אַזױ װי איך קען! האָט ער אַ קוק געטאָן אַז ס'איז שלעכט, איז ער געפֿאַלן אױף אַ המצאה: קװאָס װעט זײַן, זאָגט ער, רב מנחםמענדל, טאָמער מאַכט זיך, זאָגט ער, אַ פּאָגראָם, ניט איצט, זאָגט ער, נאָר העט שפּעטער, אין הונדערט יאָר אַרום, װוּ װועט מע זאָגט ער, נעמען אַ ייִדן?" זאָג איך צו אים!;אױב, זאָג איך, דאָס איז נאָר אַ המצאה, איז מהיכא־תּיתי, זאָג איך, כאָטש אַפֿילו איר װאָלט געמעגט, זאָג איך, פֿאַלן אױף אַ שענערע המצאה. נאָר אױב, זאָג איך, איר מײנט דאָס ערנסט, איז דערצו אױך דאָ אַן עצה: אַזױ װױ, זאָג איך, אין דער לעצטער צײַט האָט מען זיך אַ נעם געגעבן צו אונדזערע משומדים און מע װיל זײ אַ ביסל, זאָג איך, אױסגלײַכן מיט ייִדן אַ סבֿרה, זאָג איך, אַז זײ הײבן שױן אױך אָן פֿילן דעם טעם, ױ מיר, פֿון פּראָצענטן און פּראָצענטן דפּראָצענטן… און אַזױ װױ, זאָג איך, זײ װעלן דאָך בלײַבן אױפֿן אָרט, װעט מען קאָנען, זאָג איך, בשעת הדחק גאַנץ שײן יוצא זײַן מיט משומדים. ― זענט איר שױן, זאָג איך, צופֿרידן, צי נאָך ניט?* לאָזט ער מיך אָפּ אַ װײַלע און זאָגט: ,װערטלעך, ר, מנחם־מענדל, אָן אַ זײַט. לאָמיר זיך, זאָגט ער, אומקערן צוריק גאָר צום אָנהײב*, ― און הײבט מיר אָן װידער אַ מאָל מיט זײַנע קשיות. גײ איך שױן אַרױס פֿון די כּלים און זאָג אים:;איך האָב אײַך געבעטן, זאָג איך, װיפֿל מאָל, ר, כאַסקל, אַז פֿון די זאַכן זאָלט איר מיט מיר ניט רעדן!* מאַכט ער צו מיר: אוער איז געקומען צו װעמען ― איך צו אײַיך, אָדער איר צו מיר?* און שמײכלט נאָך בעת־מעשׂה. ― אַן אײנ" געגעסענער ייִד דאָס איז! מאָל דיר, ער האָט זיך פֿון מיר ניט גענאַרט. איך האָב אים שױן רעכט אַװעקגעגעבן! איך װאָלט אַפֿילו דיר באַדאַרפֿט איבער" געבן אַלצדינג װאָס איך האָב אים אױסגעלומרט, װאָלסט געהאַט, גלײב מיר, הנאה. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לע"ע לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחיה און דער גאַנצער משפּחה שֶלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. : ממני בעלך מ נח ם * מעג דל

128

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט"מענדל אין ואַרשע

7

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נײ!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מען שלאָגט אונדז אָפּ די טירן, מיר און דער מאַמע זאָל לעבן, ניט נאָר אײגענע פֿון דער משפּחה, ניט נאָר שכנים, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד, װילד פֿרעמדע, גאָר אַזעלכע, װאָס איך האָב זײ קײן מאָל אין מײַנע אױגן ניט געזען און אַזעלכע, װאָס איך קען אַפֿילו ניט זײער באָבעס באָבע, צום מײנסטן די צונױפֿגעלאָפֿענע פֿון די דער" פֿער, װאָס מען האָט זײ אַרױסגעטריבן. זײ לאָזן ניט לעבן, האָבן קײן צײַט ניט, מ'זאָל זײ טאַקע שױן און טאַקע באַלד אָנרופֿן דאָס נײַע לאַנד, װאָס דו שרײַבסט, אַז מען האָט דאָס געפֿונען פֿאַר ייִדנס װעגן, און װוּ ליגט עס װילן זײ װיסן ― װײַטער אָדער נענטער װױ קײן אַמעריקע? װיפֿל טעג, למשל, דאַרף מען פֿאָרן ביז מען קומט אױפֿן אָרט 1 און ױ אַזױ פֿאָרט מען אַהין, ― צי איבער אַ ים צִי אָן אַ ים? און װעמען נעמט מען אַהין, ― נאָר באַװײַבטע, צי ניט קײן באַװײַנטע אױך? און מיטן פּריזיװ װױ אַזױ װועט זײַן? צי װעט זיך עס שענקען, אָדער מ'װעט טאַקע אַלץ דאַרפֿן צאָלן די 200 רובל שטראָף? װאָרעם דאָס װאָס דײַן געזעט שרײַבט, אַז מ'האָט דעם שטראָף אַראָפּגענומען, װײסט ער ניט ער עס האָט אים געשערן אָט האָט מען ערשט יענע װאָך בײַ אונדזער שעיהדודס שװעסטערס מאַן, דאָדיע לעמעשקע, איבערגעשריבן די בענקלעך מיט די קישעלעך מיטן סאַמאָװאַר און אַפֿילו מיט די אַלטע סידורים, פֿאַר זײַנעם אַ שטיפֿברודער, װאָס זײַן טאַטע האָט זיך מישבֿ געװען אױף דער עלטער און האָט חתונה געהאַט דאָס אַנדערע מאָל און איז אַריבערגעפֿאָרן צום װײַב קײן ראַכמעסטריװקע און האָט דאָרטן געהאַט דײַן טאַטנס פּסק. בײַ דײַן טאַטן איז פֿון אַ סאָסי געװאָרן אַ יאָסי, און בײַ אים איז פֿון בתּי אױסגעװאַקסן אַ משה. ױ אַזױ איז דאָס מעגלעך, װועסטו הערן.

געקומען קײן ראַכמעסטריוקע, איז למזל בײַ אים געבױרן געװאָרן אַ מײדל

129