מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 8

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַישע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

8

לזוגתי. היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז די גאַנצע װעלט איז אומעטום | אײן װועלט און אַז אין דער פּאָליטיקע קומט פֿאָר פּונקט דאָס אײגענע װאָס אױף דער בערזע. דאָ און דאָרט אײן גאַנג ― ניט געמינערט אַ האָר. אַזױ װי דאָרט אױף דער בערזע, למשל, קאָן דער קליגסטער כערזיאַנער ניט ױסן הײַנט װאָס פֿאַר אַ װינטעלע מאָרגן קאָן אַ בלאָז טאָן, און פּאַפּירן װאָס זענען נעכטן געשטיגן העכער הײײזער, קענען מאָרגן געבן אַ פֿאַל ארצה, דאָס הײסט פֿונעם גרעסטן ,האָס* קאָן זיך אױסלאָזן אַ גרױסער;בעס", ― אַזױ איז אױך דאָ אין דער פּאָליטיקע ניטאָ דער נאַר װאָס זאָל זאָגן נביִות פֿון הײַנט אױף מאָרגן װאָס מאָרגן װעט זײַן. אַזױ װױ דאָרט אין יעהופּעץ אױף דער בערזע, ניט הײַנט געדאַכט, געדענקסטו נאָך װאָס האָט זיך געטאָן? אַלע האַלבע שעה פֿלעגן לױפֿן דעפּעשן פֿון פּיײיטערבאַרג אַז;פּוטילעװער" פֿאַלן און פֿון װאַרשע פֿלעגט מען טעלעגראַפֿירן אַז;לילעפּוטן" הײבן זיך, מ'זאָל קױפֿן ,לילעפּוטן? און נאָר ;לילעפּוטן?! אַװדאי פֿלעגט דער עולם ― און איך אױך בתוכם ― געבן אַ פֿאַרקױף אױט די ,פֿוטילעװער" און אָפּדעקן זיך די רגע, ױ װײַט מעגלעך, מיט ;לילעפּוטן". װאָס זשע איז געװען דער סוף? לאָזט זיך אױס מסתּמא אַ בױדעם, װאָרעם אין אַ שעה אַרום קומט אָן אַ נײַע דעפֿעש פֿון פּײיטערבאַרג, אַז עפֿוטילעװער" האָבן זיך אַ הײב געגעבן הױך הױך, מ'זאָל קױפֿן ,פּוטילעװער", און פֿון װאַרשע אַ דעפּעש, אַז די ,לילעפּוטן* שטינקען במחילת־כבודם, ױ איבערגעהאַלטענע פֿיש, און די שפּעגעלאַנטן נעבעך ― און איך אױך בתוכם ― האָבן געלײגט דעם קאָפּ, פֿאַרלױרן װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַ מזומענער גראָשן און נאָך געבליבן דערונטער. װאָס זשע איז די מעשׂה? די מעשׂה איז, װאָס בערזע און פּאָליטיקע איז אַלץ אײן מאַטעריע, אַן אײדעלע מאַטעריע, װאָס לאָזט זיך ניט

107

אָפּשאַצן. ס'איז אַ בלינדער אתרוג און מ'דאַרף גײן בלינד, בלא ראיה הײסט עס… נישט מער, מ'דאַרף האָבן דאָ אין דער פּאָליטיקע, אַזױ ױ דאָרטן אױף דער בערזע, אַ שטיקעלע הצלחה, מ'זאָל גײן אױף דער זײַט װאָס מען דאַרף און איך האָף צו גאָט, אַז איך בין אין מײַן איצטיקער פּרנסה, אין דער פּאָל טיקע הײסט עס, אַװעקגעגאַנגען מיט גאָטס הילף איף דעם ריכטיקן װעג, אױפֿן װעג פֿון שלום, פֿון יענעם שלום, װוּהין אַלע פֿעלקער פֿון דער גאַנצער װעלט קוקן און בענקען און װילן און גײען אױס אין חלשן! דאָס איז ניט דער שלום, װאָס איז פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק אונטערגעשריבן געװאָרן אין לאָנדאָן צװישן די באַלקאַנער װױלע יונגען מיטן טערק. בלאָטע! פֿאַר דעם שלום נאַ דיר אַ גראָשן. פֿון דעם שלום קאָן זיך אױיסלאָזן אַ טײַך. עס קאָן ערשט אױסברעכן אַ מלחמה, ױ איך האָב דיר שױן געהאַט געשריבן פֿריִער. איבערחזרן נאָך אַ מאָל װױל איך ניט. אָט למשל הערט זיך שױן, אַז דער טערק האָט מוסרמודעה געװען די גרעקן, זי זאָלן זיך ניט דערװעגן צוצורוקן זיך צו די אינדזלען װאָס אױפֿן ים, װאָרעם ער װעט ניט דערלאָזן… װועסטו זיך פֿרעגן: די גרעקן האָבן דאָך די גאַנצע צײַט געהאַלטן די דאָזיקע אינדזלען אין מױל, װאָס זשע האָט ער געשװיגן ביז אַהער? איז דער תּירוץ: װאָרעם ביז אַהער איז דער טערק נאָך ניט פֿאַרטיק געװען מיט די באָלגאַרן, ניט געװוּסט װוּ ער האַלט מיט זי ― מילכיק צי פֿלײשיק. איצט, אַז ער האָט שױן מיט די באָלגאַרן אָפּגעמאַכט ידיאחת, נאָך אײדער אין לאָנדאָן זענען אונטערגעשריבן געװאָרן די ראשי" פּרקים פֿונעם גרױסן שלום, איז שױן גאָר אַנדערע דיבורים… ביסטו שױן פֿאַר" טיק? האָב צײַט ― ס'איז נאָך דאָ סערבן אױף דער װעלט, װאָס זײ האָבן אַ טוץ טענות צו די באָלגאַרן און די באָלגאַרן האָבן טענות צו זײ, און בײדע װילן זיך שלאָגן, װי מ'װיל לעבן, װאָרעם דאָ גײט, פֿאַרשטײסטו מיך, ניט אַזױ אין ניצחון און אין כּבֿוד, װױ אין געלט, אין פֿאַרמעגן!

אױף די באַלקאָנען, אַזױ װי אומעטום אױף דער גאַנצער װעלט, װילט זיך איטלעכן זײַן פּריץ, און צװישן די צװײ ― די סערבן מיט די באָלגאַרן ― זענען פֿאַראַן אַלטע חשבונות נאָך פֿון װײס איך וען אָן, ובפֿרט נאָך איצט, נאָך דער דאָזיקער מלחמה, װאָס עס איז זײ אָפּגעראָטן נאָך מער ױ זײ האָבן זיך געריכט, און צו די סערבן אין די הענט איז אַרײַנגעפֿאַלן אַזאַ מאַיאָנטיק, װאָס די באָלגאַרן װעלן דאָס אין לעבן ניט דערלאָזן און ועלן זײַן גערעכט, כאָטש די סערבן האָבן זײ צוגעהאָלפֿן נעמען אַדרינאָפּאָל. װאָרעם װען עס דער" גײט צו אַ דין־תּורה, למשל, און איך בין אַ שליש ― פּסקן איך אַזױ, אַז די

108

באָלגאַרן זענען גערעכט, זײ האָבן פֿאָרט אַװעקגעלײגט מער מענטשן און מער געלט ― װאָס איז דאָ צו רעדן? און כאָטש ס'איז דאָ אַ דעפֿעש פֿון פּיײיטערבאַרג, אַז מיר זענען גרײט זיך אַרײַנלײגן אין אַ שלום צװױשן די דאָזיקע צװײ ,גוטע פֿרײַנד, װאָס שאַרפֿן זיך די צײן אײנס אױף דאָס אַנדערע, נאָר מיט אַ תּנאַי, אַז זײ בײדע זאָלן אַװעקלײגן דאָס געװער ― פֿאַרשטײסטו דאָך אַלײן, אַז ס'איז בלאָטע, װאָרעם ס'איז דאָ אַ פֿראַנץײוסף אױף דער װעלט, װאָס קוקט אַרױס אַז די סערבן זאָלן אַװעקלײגן שער־און־אײיזן,. װעט ער קאָנען דעמאָלט מיט זײַן פֿרײַנד װיקטאָר עמנואל מאַכן אַ טאָלק אין אַלבאַניע, ― און דאָס װעט ניט שמעקן עמעצן אַנדערש… לאָזן זיך נאַראָנים פֿרײען מיט דער שׂימחה, װאָס איז געװען די טעג אין בערלין, װאָס די דײַטשן האָבן זיך משדך געװען מיט די ענגלענדער, און לאָזן זײ לעקן די פֿינגער פֿון די שײנע דרשות, װאָס זענען געהאַלטן געװאָרן לכּבֿוד דעם שלום פֿון דער גאַנצער װעלט, און לאָזן זי נתפּעל װערן פֿונעם דרשה־געשאַנק װאָס איז געפֿאַלן חתן־כּלה פֿון בײדע צדדים, אַזױ אַז די בערלינער דאַמעס, װאָס זענען געגאַנגען אָנקוקן די מתּנות, האָבן זיך געריסן בײַ די שלײערס פֿון גרױס התפּעלות און געטראָטן אײנס דאָס אַןדערע איבער די קעפּ ― איך גי מיר מיט מײַן גאַנג, װי מען גײט אין אַמעריקע, אַז ס'איז הימל און ערד און שױנדל, אָדער;בלאָף*, װי מען רופֿט עס דאָרטן. ניט דאָס איז דער שלום װאָס איך מײן. דער שלום װאָס איך רעד פֿון אים איז גאָר אַןְ אַנדער מין שלום. דאָס איז דער שלום, װאָס אונדזער ישעיה האָט נביִות געזאָגט נאָך מיט טױזנטער יאָרן צוריק ― און צוֹ דעם שלום גײען מיר, און צו דעם שלום זענען אָנגעװענדעט איצט אַלע מײַנע געדאַנקען, און פֿון דעם שלום הענגען אָפּ אַלע מײַנע קאָמבינאַציעס, װאָס איך דאַרף דורך זײ אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל געבױט װערן, אױפֿקומען און װערן אַ מאָל אַ שטיקל מענטש, װי דו זאָגסט, נאָר אַ מענטש מיט אַ פֿאַרמעגן און מיט אַ נאָמען אסײרצה־השם מיט גאָטס הילף! אײַ דו האָסט קײן צײַט ניט, דו װױלסט נעבעך ס'זאָל זײַן טאַקע שױן און טאַקע באַלד? װי זאָגט די מאַמע דײַנע:;אַ מזומנער גראָשן איז טײַערער"… בין איך ניט שולדיק, זוגתי היקרה, אַז דו פֿאַרשטײסט מיך ניט און נעמסט מיך צו קלײן… די אײגענע װערטער װאָס איך שרײַב דיר איצט האָב איך געהאַט געזאָגט מײַנעם אַ גוטן פֿרײַנד, אַן אַלטן גוטן פֿרײַנד און אַן אָרנטלעכן, אַן איש אמת, אָן פֿליגן. און בטבֿע אַ גוטער, אַ ױיכער מענטש, מ'קאָן זאָגן ― אַ מענטש אָן אַ גאַלי.

באַגעגנט ער מיך הײסט עס אַנומלט אין װאַרשע, אױף די נאַלעװקעס איז

109:

דאָס געװען, און שטעלט מיך אָפּ, צעקושט זיך מיט מיר פֿײַן"שײן:; שלוםעליכם, װאָס מאַכט אַ ייִד מנחם־מענדל?* ― עליכם־שלום, װאָס זאָל מען מאַכן, זאָג איך, װאָס מאַכט אַ ייִד? ― אַהין אַהער, פֿאַר װאָס זעט מען מיך ניט, און ױ גײט עס, און ױ געפֿעלט מיר עפּעס זײער װאַרשע ― און טאַקע תּוך כּדי דיבור נעמט ער מיך אָן בײַם קנעפֿל און הײבט מיר אָן זאָגן מוסר:

― סטײַטש, זאָגט ער, װי קומט איר, מנחם־מענדל, צו פּאָליטיקע? װאָס זענט איר עפּעס, אַ בטלן 1 איר זענט דאָך עפֿעס, זאָגט ער, אַ ייִד אַ סוחר, אײַער אָרט איז, זאָגט ער, גאָר אין יעהופֿעץ אױף דער בערזע, צװישן סוחרים, ניט דאָ, צװישן בטלנים… עס פֿלאַמט אונדז, זאָגט ער, אַלעמען דאָס פּנים פֿאַר אײַך און עס טוט אונדז װײ, זאָגט ער, דאָס האַרץ, צוקוקנדיק מיט װאָס איר באַשעפֿטיקט זיך און מיט װעמען איר גײט קאָנקורירן, מישטײנס געזאָגט, מיט מלמדים, בטלנים, בית־מדרשניקעס, באַנקקװעטשערס, חכמי־הלעזשאַנקע, װאָס פֿאַרמאָגן ניט אײַער שיחת־חולין..

און נאָך און נאָך אַזעלכע גוטע זיסע װוערטער האָט ער אין מיר אַרײינגע" זעצט האַלטנדיק מיך בײַם קנעפֿל. איך האָב אים געלאָזט רעדן, אױסגעהערט ביזן סוף. דערנאָך, אַז ער האָט אױפֿגעהערט, מאַך איך צו אים אַזױ:

― שױן? איר האָט שױן געענדיקט? מעג איך אפֿשר, זאָג איך, רעדן אַ װאָרט? אױב אַזױ, זאָג איך, קומט אײַיך ראשית אַ דאַנק פֿאַר אײַערע קופּלימענטן, זאָג איך, װאָס איר הײבט מיך, זאָג איך, אױף דרוקעס… עס קאָן זײַן, זאָג איך, איר האָט רעכט, אַז זײ זענען בטלנים און מלמדים און בית־מדרשניקעס און באַנקקװעטשערס, װאָס פֿאַרמאָגן ניט מײַנע שיחת־חולין, און עס קאָן זײַן זאָג איך, דאָס אײגענע ױדער צוריק, אַז די דאָזיקע;חכמי־הלעזשאַנקע", ױ איר רופֿט זײ אָן, זענען, זאָג איך, דװקא גרױסע חכמים און דװקא גרױסע פּאָליטיקער, װאָס זײער מינדסט פֿינגערל איז גרעבער פֿון מײַנע לענדן זאָג איך. אַז בסך־הכּל, זאָג איך, קען איך זײ גאָר ניט און װײס ניט װער זײ זענען און װאָס זײ זענען. והשנית, זאָג איך, װאָס אײַך פֿלאַמט, זאָג איך, דאָס פּנים פֿון מײַן איצטיקער פּרנסה, זאָג איך, פֿאַרשטײ איך ניט. מיט װאָס איז, זאָג איך, אַ שפּעגעלאַנט אָדער אַ מעקלער אױף דער בערזע שענער פֿון אַ שפּעגעלאַנט אָדער אַ מעקלער אין פּאָליטיקע?… אַדרבה, זאָג איך, אַ בערזיאַנער גײט, זאָג איך, גאָר מאַכן אַ שפּעגעלאַציע, פֿאַרדינען אָדער דערלײגן און װײַטער גאָרניט! און אַ פּאָליטיקער ױ איך, זאָג איך, אַחוץ װאָס ער גײט פֿאַרדינען ‏ געלט, זאָג איך, און אַחוץ װאָס ער האָפֿט אַז ער װעט זיך קונה־"שם זײַן קאָן

10

ער נאָך, אַז גאָט װעט הײסן, גורם זײַן אַ גרױסע טובֿה פֿאַר אַלע מענטשן און ברענגען דעם געװװנטשענעם שלום אױף דער װעלט. װאָס בין איך שולדיק, זאָג איך, אַז אײַערע חכמים זענען בהמות און מײנען אַז פּאָליטיקע איז אַ לימוד, אַ תּורה, װאָס מ'באַדאַרף זי לערנען לשמה, זאָג איך, און הײבן ניט אָן צו פֿאַר" שטײן, זאָג איך, אַז פּאָליטיקע איז אַ בערזע און אַז מלחמות איז שפּעגעלאַציע און אַז מלוכות זענען שפּעגעלאַנטן און אַז דיפּלאָמאַטן זענען מעקלערס? גאָט, זאָג איך, װײס װאָס ער טוט: אײנעם שענקט ער מער ניט אַז אַ גראָבן פֿינגער, דעם אַנדערן אַ לאַנגע צונג, און מיר האָט ער, געלױבט איז דער נאָמען זיַנער, אַרײַנגעגעבן א שטיקעלע כּוח אין די זאַכן װאָס זענען שײך צו שפּעגעלאַציע, און אַ שטיקל פֿאַרשטאַנד, זאָג איך, אױפֿגעבן און אױיסאַרבעטן אַ פּלאַן, מאַכן קאָמ" בינאַציעס, צונױפֿפֿירן אַ װאַנט מיט אַ װאַנט… אַװדאי מעגן זײ, זאָג איך, מיר מקנא זײַן, ױ איך בין מקנא למשל ױטין, װאָס האָט אין זיך דעם סוחרישן ברען מיט גוטע אײַנפֿאַלן פֿון אַן אמתן בערזיאַנער, פֿון אַ געבױרענעם שפּע" געלאַנט. הלװאַי װאָלט דאָס געװען אַן אמת, װאָס מ'זאָגט, אַז ער װעט אין גיכע צײַטן דערהױכט וערן. איך װאָלט שױן דעמאָלט, זאָג איך, אױך דערהיכט געװאָרן. איך האָב, זאָג איך, צו אים אַ באַזונדערע קאָמבינאַציע, און צו אים באַדאַרף איך ניט האָבן קײן שום מליץ־יושר. מיט אים קאָן איך מיך שױן אױסטענהן אַלין, זאָג איך, אױך זײער גוט. ער איז געװען אַ מאָל אין אָדעס, פֿאַרשטײט ער, זאָגט מען, געזונט ייִדיש, פֿאַר נױט האָט ער אַ ייִב משלנו, מאַטילדע רופֿט מען זי… ס'איז ניט קײן סוד, האָמלער מעקלערס קענען זי… נאָר סײַ װי סײַ, זאָג איך, װאַרט מיר נאָר אױס אַ ביסל, אָט לאָז נאָר קומען צו פֿאָרן, זאָג איך, אײנער אַ מענטש, איך װיל נאָך ניט פּורש בשמו זײַן, װאָס איך קוק אױף אים אַרױס, ער דאַרף קומען פֿון אַמעריקע, איך זאָל האָבן, זאָג איך, מיט וװועמען די הענט צו צעפֿירן, װעט שױן, זאָג איך, זײַן אײן מאָל גוט! װאָרעם איך האָב, זאָג איך, קאָמבינאַציעס אַזעלכע, ניט נאָר דװקא פֿאַרן טערק, זאָג איך, און ניט נאָר פֿאַר אַלע איבעריקע פֿעלקער פֿון דער גאַנצער װעלט, נאָר, זאָג איך, פֿאַר אונדז אַלײן טאַקע, פֿאַר ייִדן היײיסט עס, האָב איך אַזאַ: קאָמבינאַציע, װאָס אײַערע חכמים, זאָג איך, וװועלן צעלאָפּעט וערן און װעלן שױן ניט זאָגן מער, אַז מנחם־מענדל גײט מיט עמעצן קאָנקורירן.. גוט ― גוט אַװעקגעגעבן אים! אַזױ אַז ער האָט מיר אָפּגעלאָזט דאָס קנעפּל און געבליבן אָן לשון, און מיר זענען זיך צעגאַנגען גוטע ברידער, ױ געװען, דאָס הײסט ער איז זיך געבליבן בײַ זײַנעם, איך בײַ מײַנעם, װאָרעם אַז עס װעלן קומען פֿופֿצן גוטע פֿרײַנד

111

מיט גוטע ברידער, די שענסטע מענטשן פֿון װאַרשע און פֿון דער גאַנצער װעלט, און כּל מלכי מיזרח ומערב, װעלן זײ מיך דען קאָנען איבערשפּאַרן, אַז איך גײ ניט אױפֿן ריכטיקן װעג? זײ זענען דען אימשטאַנד מיר צו דערװײַזן אַז ניט איצט איז דער מאָמענט װאָס איך קאָן נתגדל וערן? ביז װאַנען איז דער שיעור מנחם־מענדל זאָל זיך אַרומבלאָנקען, װי דו זאָגסט, אױף דער װעלט, דינען אַלע עבֿודה־זרות, אָנשפּאַרן װוּ די װעלט האָט אַן עק? ― געװען שױן אין אַמעריקע אױך, ― גענוג, װײַטער פֿון אַמעריקע איז דאָך שױן ניטאָ ― עק װעלט! ― און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, איך לױף אױף דער פּאָסט, טאָמער װעל איך האָבן פֿון דיר אַ בריװ, מאַך איך דאָס בקיצור. אסײרצה־השם אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנ חם ־מעג דל

צעיקרישכחתי: איך האָב געמײנט אַז נאָר אין יעהופֿעץ צװישן שפּעגעלאַנטן און מעקלערס אױף דער בערזע איז אַ מאָדע זידלען זיך אָדער קאָ מעס ידן מיט פּעטש, צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז די יעהופּעצער שפּעגעלאַנטן און מעקלערס דאַרפֿן זיך לערנען עדוקאַציע בי די װאַרשעװער שרײַבערס און ליטעראַטן. און די װאַרשעװער שרײַבערס און ליטעראַטן באַדאַרפֿן הײצן די הרובע בײַ די לאָדזשער שרײַבערס און ליטעראַטן אַזױ לאַנג שמײַסט מען דײַנע כּתרילעװעקער מאַרקװײיבער, װאָס פֿאַרקױפֿן פֿױלע עפּעלעך מיט קבֿרות" באַרלעך, ױ לאַנג זײ פֿאַרמאָגן אַזױ פֿיל קללות און זידלערײַען, אַפֿילו אַ צענט חלק! אַש־להבה! קולות וברקים! דער גאַנצער גיהנום! אַלע טאָג, אַלע טאָג, גאָר אַ מעשׂה אָן אַן עק!.. קום איך צו גײן צו כאַסקל קאָטיק און זאָג אים; ?רב כאַסקל, װאָס איז דאָס?,.* זאָגט ער צו מיר:;װאַרט אױס, רב מנחם־מענדל, דאָס איז נאָך גאָרניט, סװעט נאָך זײַן פּעטש אױך".. נו, הײַנט זאָג שױן דו אַלײן, זוגתי היקרה, בין איך ניט גערעכט װאָס איך זאָג, אַז די װעלט איז

אומעטום אײן װעלט?. הנ"ל

112

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װאַישע

6

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ גאָט צו דאַנקען אַלע אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. און צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז אױף אונדזער כּתרילעװקע האָט זיך גאָט גענומען גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. מיר זענען נאָך ניט געקומען צו זיך פֿון שעיה־דודס מחותנס אומגליק מיט די שאַרעגראָדסקיס, האָט אונדז גאָט צוגעשיקט אַ נײַעם. משה:נחמן כאָרטאָװאָי געדענקסטו נאָך מסתּמא? איז ער הײַנט אַ שײנער קבצן די דירה האָט ער שױן לאַנג פֿאָרקױפֿט. חיה־פּערל איז בײַ אים געשטאָרבן. ער האָט שױן חתונה געהאַט נאָך אַ מאָל, געבראַכט צו פֿירן אַ כאָלערע פֿון דער פֿרעמד, עפּעס אַ שוחטקע אַן אַלמנה. װי זאָגט די מאַמע: ,מ'קריגט ניט די מציאה אין דער הײם, דאַרף מען פֿאָרן נאָך איר קײן בראָד".. דאָס אײנציקע שטיקל אָנהאַלט זײַנס איז געװען דער ברודער, בערל־אײַזיק. ער איז געזעסן אין אַ דאָרף, בערל־אײַזיק הײסט עס, און האָט געהאַט פּרנסה, פֿלעגט ער אים אונטערהאַלטן, דעם ברודער, אַ מאָל מיט אַ זעקל מעל, אַ מאָל מיט אַ זאַק קאַרטאָפֿליעס, און אַ מאָל טאַקע מיט אַ מזומן קערבל אױך. נאָר דאָס אַלץ איז געוען אַ מאָל, אַז בערליאײיזיק האָט געהאַט אַ קלײטל און פֿלעגט פֿאַרדינען, פֿלעגט ער אָפּרײַסן פֿאַרן ברודער אױך. װי זשע איז אָבער דער דין, אַז ער אַלין, בערל־אײַזיק הײסט עס, האָט הײַנט אױך מכּות! אַז פֿונעם קלײטל האָבן אים גױייִם אױסגעדונגען, און צו פֿאַרדינען איז ניטאָ בײַ װאָס. און גלאַט, ביז װאַנען איז דער שיעור צו העללפֿן אַ ברודער 1 װי זאָגט די מאַמע:.אַ לעכעריקן זאַק קאָן מען ניט אָנשטאָפּף. ‏ | איז דאַכט זיך גענוג 1 װאָס טוט גאָט ― קומט אָן דער אוקאַז און מען װאַרפֿט אים אַרױס פֿון דאָרף, בערל־אײיזיקן הײסט עס, אין פֿיר און צװאַנציק שעה. עפּעס אַ מין בהלה אױף זײ! און װען װאַרפֿט מען זי אַרױס? אַקוראַט אין מיטן בײַנאַכט, אין אַ פֿינצטערניש, אַ חשכות, אַ רעגן, אַ בלאָטע, אַ טװאַן, װי זאָגט

די מאַמע: ,ס'שטײט געשריבן, אַז די ייִדן זענען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים

113