מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 4

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װװאַרשע

4

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױך װײַטער ניט ערגער. צױיטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, זאָלסט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן װאָס איך זאָג דיר, נאָר מיר דאַכט, אַז דו שרײַבסט ניט דאָס װאָס מ'דאַרף שרײַבן, זאָלסט װיסן, למשל, װאָס דאָ טוט זיך אָפּ בײַ אונדז, ױ אַזױ ייִדיש בלוט גיסט זיך אין די גאַסן און ס'איז ניטאָ ער סזאָל זיך אָננעמען אַן צעצה געבן, אַ גוט װאָרט זאָגן, װי זאָגט די מאַמע:;סע שטײט געשריבן, אַז מיר זענען געגליכן צו די פֿױגלען װאָס האָבן פֿאַרלאָזט זײער נעסט, אָדער צו די פֿאַרבלאָנדזשעטע שאָף, װאָס האָבן פֿאַרלױרן זײער פּאַסטעך.." װער עס האָט גאָט אין האַרצן, דער רײַסט. און װאָלטן דאָס געטאָן בלױז פֿרעמדע אַלײן, װאָלט דער פֿאַרדראָס ניט געװען אַזױ גרױס, איז אָבער אַ סבֿרה, אַז אײגענע טאַקע, אונדזערע ייִדן אַלײן הײסט עס, האָבן זיך געמאַכט אַ פֿרנסה פֿון דעם, אױסקרענקען זאָלן זײ יעדן גראָשן! און װי קאָן עס דען זײַן אַז גאָט זאָל שװײַגן? װי זאָגט די מאַמע:;סע שטײט געשריבן, אַז הימל און ערד האָבן געשװױרן, אַז קײן פֿאַרפֿאַלענע זאַך זאָל ניט זײַן.." הער אַ שײנס, װאָס מיט אונדזער שעיה־דודס מחותּן האָט זיך געטראָפֿן, און דװקא אין דײַן פּײטערבאַרג אין די ,הױכע פֿענצטער", װי דו רופֿסט זי אָן.

שעיה־דודס מחותּן יענקל שאַראָגראָדסקי מיט זײַן גאַנצער משפּחה, גע" דענקסטו דאָך, זענען געזעסן ניט װײַט פֿון דובנע נאָך פֿון װײס איך װען אֶן פֿון פֿאַרן ערשטן פּאָגראָם! איצט האָט מען זײ געגעבן דעם װעג, באַלד נאָך פּסח אַרױסגעװאָרפֿן מיט די בעבעכעס, בדיליהדל געשטעלט! זענען זײ געקומען צו פֿאָרן אַהער. האָט זײ שעיה־דוד ― אַ ייִד אַ חכם! ― געגעבן אַן עצה ― זײ זאָלן זיך לאָזן קאָסטן געלט, פֿאָרן קײן פּײיטערבאַרג כלאָפּאָטשען. דאָרטן זענען דאָ, זאָגט מען, מאַכערס, ספּעציאַליסטן אַזעלכע, װאָס קאָנען מאַכן פֿון טרײף כֹּשר און װאָס קאָנען פּועלן מ'זאָל די אַרױיסגעטריבענע אַרײַנלאָזן צוריק..,

91

האָבן זײ זיך מסתּמא געלאָזט איבעררעדן ― אַז אַן אײגענער אַ מחותּן זאָגט! ― און האָבן אױספֿאַרקױפֿט אַלצדינג װאָס זײ האָבן געהאַט און האָבן זיך אַװעקגעלאָזט אין דעם פּײטערבאַרג און האָבן זיך דערפֿרעגט צום ספּעציליסט. האָט זײ דער ספּעציליסט גאַנץ פֿײַן צוגענומען און געהײסן קומען מאָרגן. געקומען מאָרגן, האָט ער זײ געהײסן קומען איבער מאָרגן. און אָט אַזױ טאָג אױף טאָגי טאָג אױף טאָג, זײ זענען, לאָז זיך דיר דאַכטן, גוט אױסגעריסן געװאָרן, װאָרעם קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע האָבן זײ דאָך ניט און הוצאָות קאָסט! ביז אײן מאָל רופֿט ער זיך אָן צו זײ, דער ספּעציליסט הײסט עס, אַז ער האָט קױם־קױם געפּועלט מ'זאָל זײ צוריק אַרײַנלאָזן, נאָר מ'באַדאַרף אָנשרײַבן, זאָגט ער, אַ פּראָשעניע און עס באַדאַרף קאָסטן דרײַ הונדערט. אי דאָס, זאָגט ער, איז נאָך אַ ספֿק, װאָס דער מיניסטער װעט זאָגן… האָבן זײ דאָך מסתּמא אָנגעהױבן װײנען און שװערן זיך מיט כּל השבועות, אַז קײן דרײַ הונדערטער פֿאַרמאָגן זי ניט אױף זײער אײגנס, און אַז מער װי אַ הונדערטער, איז כאָטש לאָז מען זי הענגען דאָ אױפֿן אָרט! קורץ, מ'האָט זיך געדונגען"געדונגען, קױם אױס" געדונגען זיך פֿאַר ק"ן, און ס'איז געבליבן, אַז מאָרגן מירטשעם זאָלן זײ קומען צו אים מיטן געלט. און בכדי זײ זאָלן ניט מײנען, אַז זײ האָבן צו טאָן עפּעס מיט אַ ײַנגעלע, מאַכט ער צו זײ: ,װאַרט צו אַ װײַלע, אָט רוף איך אַרױס אױף אַ מינוט דעם מיניסטער". דערהערט מיניסטער, איז זײ פּרחה נשמתו גע" װאָרן! מאַכט ער, דער ספּעציליסט הײסט עס:;האָט קײן מורא ניט, איך װעל נאָר אַ רעד טאָן מיט אים דרײי װערטער". און ניט לאַנג געטראַכט גיט ער זיך אַ קער צו דער װאַנט, טוט אַ דרײ אַ רעדל און רופֿט אַרױס דעם מיניסטער, און רעדט זיך מיט אים דורך דורך דער װאַנט װי מיט אַ הײמישן מענטשן ― זײ האָבן געמײנט, די שאַראָגראָדסקיס הײסט עס, זײ װעלן אין דער ערד אַרײַן! הײַנט גײ זײַ אַ נבֿיא, אַז דאָס אַלצדינג איז גאָר געװען מערניט אַן אָנשטעל, אײַנגעזונקען זאָלן זײ װערן, און אַז דער דאָזיקער ספּעציליסט ימח־שמו"וזכרו קאָן זיך אַזױ מיטן מיניסטער, װױ איך קען זיך מיטן מיניסטערס שװיגער. דערװײַלע איז דאָס געלט פֿאַרפֿאַלן װי אין אַ גענדזענעם… ביז אױף הײַנטיקן טאָג, װאָרעם ױ װועלן זײ זיך גײן לאָדן, שרײַען חי־וקים, אַז ס'איז ניטאָ ניט קײן פּראַי װאָזשיטעלסטװע, ניט קײַן הוצאָות, ניט קײן לײַב־און־לעבן? נו, פֿרעג איך דיך, בעלי היקר, מעג ניט קומען אױף זײ אַלע אַ מפּלה הײַנטיקן טאָג? און זײ זענען דען ניט גערעכט, די גױיִם טאַקע, װאָס זײ זאָגן אױף אונדז כּל מום דע! װי זאָגט די מאַמע:?אָט אַזעלכע דערלענגערן דעם גלות"… הײַנט זעסטו שױן,

92

מענדל, אַז דו שרײַבסט ניט דאָס װאָס מ'דאַרף? זאָלסט שרײַבן פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָלטן זיך אפֿשר די ספּעציליסטן באַגראָבן נײַן אײלן און פֿאַרזאָגט אַ צענטן. נײן, האָט ער זיך אָבער אַרײַנגענומען אין קאָפּ ― אַ רחמנות אױפֿן טערק! מילי־מיליאַסן װילט זיך אים זאָל דער טערק פֿאַרדינען און אַלײן באַגנוגנט ער זיך מיט דרי מױערן אין װאַרשע, איך װאָלט נאָר װועלן װיסן דעם שׂכל, פֿאַר װאָס עפּעס װילט זיך דיר דרײַ מױערן און דװקא אין װאַרשע? מיר דאַכט, דו װײסט גאַנץ גוט, אַז כּל־זמן די מאַמע לעבט ― לאָז זי זיך לעבן און לעבן ― װעל איך מיך פֿון דאַנען ניט רירן און װעל צו דיר קײן װאַרשע ניט פֿאָרן, אַזױ װױ איך בין ניט געפֿאָרן צו דיר קײן אָדעס און ניט קײן יעהופֿעץ, סײַדן דו װעסט מיך אַרױסטרעבעװען מיט גװאַלד דורך פּאָליציע, װױ לײַבעלע בראָנשטײן האָט אַרױסגעטרעבעװעט זײַן װײַב פֿון יעהופּעץ, זײַן זאָל זי דיר די כּפּרה פֿאַר מײַן מינדסטן נאָגל, װאָרעם דאָס איז געװען אַ פּרי נאָך מײדלװוײז, געװאָלט נאָך דעמאָלט אַנטלױפֿן מיטן לערער, האָט מען זײ איבערגעשלאָגן סאַמע אין מיטן… ניט אַנטלאָפֿן פֿון טאַטע־מאַמע, איז זי אַנטלאָפֿן פֿונעם מאַן, ױ זאָגט די מאַמע:;סע שטײט געשריבן אַז װי דער מענטש נעמט זיך פֿיר, אַזױ העלפֿט אים גאָט".. אָט האָסטו זיך פֿירגענומען זײַן װוּ די וװועלט האָט אַן עק, אַבי ניט אין דער הײם, האָסטו אױיסגעפֿירט דײַנס. אַז ניט יעהופּעץ, איז אַמעריקע, אַז ניט אַמעריקע איז װאַרשע. און אַ װאַרשעװער, װי איך זע, רעכנסטו זיך שױן בלײַבן. אַניט װאָלסטו ניט גערעדט פֿון דרײַ מױערן אין װאַרשע. צו װאָס טױג דיר, מענדל, מױיערן? װעמען ױלסטו באַװאָרענען? און װוּ שטײט עס געשריבן, אַז ס'איז שױן ניטאָ קײן אַנדערע באַװאָרענישן אַחוץ מױערן? װי זאָגט די מאַמע: ,דאָס בעסטע מאכל פֿון אַלע מילכיקע מאכלים איז אַ שטיקל פֿלײיש און דאָס זיכערסטע פֿון אַלע באַװאָרענישן איז אַ מזומן קערבל"… און אַז מיר האַלטן שױן בײַ מזומנס, יל איך דיר געבן אַן עצה, כאָטש אַפֿילו דו פֿרעגסט קײן מאָל בײַי מיר קײן עצות ניט ― װי קום איך צו דיר, מה אַנו מה חײנו? ― פֿון דעסטװעגן זאָג איך דיר ױ אַן אמתער פֿרײַנד, אוב דײַנע חלומות, װאָס דו האָסט דאָרט מיטן טערק, האָבן כאָטש אַ שטיקל ממשות, װאָלסטו באַדאַרפֿט זיך אױסרעדן פֿריִער דײַן פֿאַרדינסט װאָס דיר קומט בפֿירוש, אָן הינטערשיסעלעך און האַלבע װערטער אופֿן פֿאָנף. נאָר טאַקע ברחל בתך הנאַקעטע, אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, װאָס דאַרף מען זיך דאָ שעמען און אױף װעמענס יושר ױלסטו זיך פֿאַרלאָזץ! נישט מער, איך דאַרף דיר זאָגן דעם רײנעם אמת, אַז כּליזמן דו האָסט געהאַנדלט מיט יקנה"ז, פּאַפּירלעך, ציעס, װיגרישנע בילעטן, האָב איך נאָך עפּעס פֿאַרשטאַנען ― ניט מער זאָלן עס, מאָל דיר, די שׂונאים פֿאַרמאָגן. נאָר זינט דו האָסט אָנגעהױבן צו פֿירן גע" שעפֿטן מיט טערקן, הױכע פֿענצטער, מלכים און מלוכות, הײב איך אָן מורא צו האָבן ס'זאָל דיך ניט פֿאַרפֿירן חלילה גאָט ױיסט װוּהין, װי זאָגט די מאַמע: ;סע שטײט געשריבן, אַז ס'איז באַשערט אַ מענטשן, קומט עס אים דורך דער טיר, און אַז ניט דורך דער טיר, איז דורכן פֿענצטער, און אַז ניט דורכן פֿענצטער, איז דורכן קױמען…י און אפֿשר קאָן זײַן, אַז איך בין אַזױ קליןשטעטלדיק, אַז איך בין ניט זוכה דיך צו פֿאַרשטײן, מישטײנס געזאָגט? װאָלסטו, דאַכט מיר, געקאָנט אַרױסשרײַבן װױ אַ מענטש אַזױ, אַז איך זאָל אױך פֿאַרשטײן? װאָרעם װאָס זאָלסטו נעבעך טאָן, אַז דו האָסט אַ װײַב אַ ,ייִדענע", װױ דו רופֿסט מיך אָן אַזױ. הײסט עס, בין איך שױן געװאָרן בײַ דיר אַ ײִַדענע? הכּלל, | װאָס פֿאַר אַ מין װײײַב װאָלסטו געװאָלט האָבן װאָלט איך װעלן װיסן? אפֿשר אַזעלכע ױ אָט יענע, װאָס קאָכט דיר פֿיש־קאַרטאָפֿליעס אַלע פֿרײַטיק צו נאַכטס און דו לעקסט פֿון זײ די פֿינגער? װער איז זי אָט די יפֿיפֿיה? װאָס איז זי, אַן אַלמנה צי אַ גרושה? ױ אַזױ רופֿט מען זי? װי אַלט איז זי? און ױ אַזױ זעט זי אױס? און פֿאַר װאָס שרײיבסטו, אַז דאָס איז דײַן בעליהביתטע װאָס דו עסט בײַ איר שבת? די משמעות, אַז דו האָסט דאָרטן צױי: אײנע אַ שבתדיקע אױף שבת, די אַנדערע אַ װאָכעדיקע אױף אין דער װאָכן? אױב אַזױ מעג דאָך טאַקע װאַרשע אײַנגעזונקען וערן מיט אַלע אירע בעלי־הביתטעס די יפֿיפֿיות, װאָס קאָכן אַזױ גוט פֿיש־קאַרטאָפֿליעס, װעסטו פֿאַרשפּאָרן לעקן פֿון זײ די פֿינגער און איך װעל אפֿשר אױך אַ מאָל אױפֿגעריכט װערן, ױ עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל

יאָ, פֿאַר װאָס זאָלסטו ניט צושיקן דײַן פּאָרטרעט ― לאָם איך כאָטש אױך זען װאָס פֿאַר אַ פּנים דו האָסט אין דײַן איצטיקער פּרנסה פֿון שרײַבערײַ? מ'זאָגט, אַז די מלאָכה פֿון שרײַבעכץ נעמט צו דאָס געזונט, איז אפֿשר גאָרניט כּדאַי זאָלסט אַזױ פֿיל אַרבעטן? דאָס געזונט איז טײַערער, װי זאָגט די מאַמע: ;סע שטײט געשריבן, אַז אַלצדינג קאָן מען קױפֿן פֿאַר געלט, נאָר ניט קײן

געזונט און ניט קײן יאָרן ייִ

54

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע"שײנדל אין פֿתױלעװקע

ד

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!:

ר אשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשוראל ― אָמן,:

וה שנית זײַ ױסן זוגתי היקרה, אַז איך זאָג עס פּאָרקעט מיך, ױיס איך װאָס איך זאָג. לאָזן די שאַרפֿע קעפּ, װאָס זיצן און שלײַפֿן זיך די מוחות אין לאָנדאָן, אױיסאַרבעטן טױזנטער טראַקטאַטן פֿון שלוסי װעל איך אַלץ טענהן מײַנס, אַז כּל־זמן איך אַלײן בין מיט זיך ניט פֿאַרטיק, איז ניט גוט ― עס װעט ניט אױסגעהאַלטן װערן! איך גײ מיר מיט מײַן גאַנג, אַז שלום, װאָס מענטשן לײגן זיך אין אים אַרײַן, איז קײן שלום ניט. מ'באַדאַרף אַלײן קומען צו דער מדרגה, אַז מ'האָט זיך ניט װאָס צו קריגן און אַז מ'קאָן אַלצדינג אױספֿירן מיט גוטן… דו װועסט מיר ניט אײַנרעדן, אַז צװײ מענטשן למשל האָבן אַ סיכסוך און אַ דריטער װעט קומען און װעט זײ כּלומרשט אוױסגלײיכן, װעלן זײ דיר זײַן צופֿרידן אַרום און אַרום און װעלן זיך צעגײן בשלום ושלװה און נאָך צעקושן זיך אין די פּיסקלעך. לאָז דער דריטער אָפּקערעװען זיך אױף אַ װײַלע נאָר און לאָזן זײ בלײיבן אַלײן, װעסטו זען ױ די צװײ װעלן זיך עס אַ ביסל אַרומנעמען ברידערלעך און װעלן זיך אײנס דאָס אַנדערע אָפּבײַסן די נעזער! ובפֿרט אַז דאָ זענען ניט קײן צװײ, נאָר עטלעכע. דער באָלגאַר דאַרף זײַן משוגע, נאַרעלע, ער זאָל דערלאָזן דעם גרעק בעל־הביתּעװען אין מאַקידאָניע, װױ אים װילט זיך, אױ װײ דאָס מאַקידאָניע! דאָס איז דאָך פֿון כמהיוכמה יאָרן געװוען אַ פֿעסל פּולװער און איז גרײט געװען אַלע מאָל אױסצושיסן מיט אַ בלוטיקער מלחמה צױשן די גוזמאי גוזמאָות פֿעלקער, װאָס דאָרטן זיצן אַחוץ טערקן האָסטו דאָרטן גרעקן, באָלגאַרןױ סערבן, אַלבאַנער, רומענער און װעמען ניט? געװײנטלעך זענען דאָרט פֿאַראַנען ייִדן אױך. אױף װאָס האָט מען געדאַרפֿט נאָך ייִדן װעסטו פֿרעגן? ― אױף פּאָגראָמען. װאָרעם למשל, װאָס װאָלט געטאָן די שטאָט סאַלאָניקע, װען דאָרט זאָלן ניט זײַן קײן ײַדן? אױף װעמען װאָלט מען געמאַכט

95