מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 2

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װואַרשע

2

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער, צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז איך האָב דערהאַלטן פֿון דײַנע לײַט װידער אַ מאָל אַ הונדערטער, איצטיקס מאָל שױן ניט קײן גאַנצן, נאָר אַ צעביטענעם, און װידער אַ מאָל אָן אַן אײַנגעטונקטע פּען, כאָטש צװײ װערטער מ'זאָל דאָס צושרײַבן, כאָטש פֿון יוצא װעגן, ― איז אױך ניט. צי מ'האָט טאַקע אַזױ קײן צײַט ניט, װי די מאַמע זאָגט: ,מ'שלאָפֿט אין שלײער"? צי אפֿשר שטײט ניט אָן דעם טאַטן זײערן מײן ייִחוס? װײס איך ניט. אַז מיר װעלן זיך אױסרעכענען, בין איך נאָך אפֿשר אַזאַ טאַטנס קינד ױ זײ… און װוײַטער, מענדל, שרײַב איך דיר, אַז איך האָב מיך נאָכגעפֿרעגט דאָ בײַ די יונגע־לײַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין זאַך אָט די איצטיקע פּרנסה רײנע, דײַנע שרײַבעכצן ― האָבן זײ מיר דערפֿון געמאַכט גאָר אַ גאַנצן צימעס. זײ זאָגן, אַז גאַזעטן איז הײַנט די בעסטע פּרנסה און אַז דײַנע לײַט, װאָס דו שרײַבסט בײַ זײ אין זײער גאַזעט, גײען גאָר אין גאָלד, זענען מאסף ממון, װאָרעם דער גאַזעט, זאָגן זײ, איז הײַנט נײטיקער פֿון אַלצדינג, אַפֿילו פֿון עסן. ,מיר ועלן זיך אײַך אָפּזאָגן, זאָגן זײ, אין דער פֿרי פֿונעם גלעזל טײ, נאָר דער גאַזעט, זאָגן זי דאָס מוז זײַן! און װער שמועסט, זאָגן זײ, אַז עס קומט אָן דער פֿרײַטיקדיקער גאַזעט און מען װײסט, אַז עס דאַרף זײַן אײַער מאַנס אַ בריװל, איז דעמאָלט, זאָגן זײ, גאָר אַ גאַנצער יום־טובֿ!*… ױ באַלד אַזױ, מענדל, אַז דו ביסט יאָ, װי זאָגט די מאַמע, אין פֿעדערן, פֿאַר װאָס זאָלסטו ניט זען אָפּלעקן בײַ זײ אַ בײנדל? למאַי זאָלסטו האָבן אַ טבֿע אַלע מאָל זיך פֿאַרלאָזן אױף יענעמס יושר? זאָגסט דאָך אַלײין, אַז דאָס אַמעריקע, פֿאַרברענט זאָל עס װערן, האָט דיך אַזױי אױסגעצװיטשעט, אַז דו גלײבסט שױן גאָר הײַנט קײנעם ניט אױף נאמנות, הײַנט ױ קומט דאָס זאָלסט זיך לאָזן מעלקן ױ אַ ציג אין די נײַן טעג? געשריבן װאָלט איך זײי? אַ קדחת װאָלט איך זי אָפּגעשריבן! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין

8

שרײַבעכץ גלאַט אַזױ הולאָם אױף דער קאָראָבקע, ױ זאָגט די מאַמע: ,פֿאַר אַ שמעק טאַבעקע". װאָס איז? טאָמער װעלן זײ זיך דערמאָנען אַ מאָל אַרײןװאַרפֿן אַ הונדערטער! למאַי זאָלסט זיך לאָזן שפּײַען אין דער קאַשע 1 זאָלסט מיך פֿרעגן װאָלט איך דיר געזאָגט אַזױ, מענדל. עס איז אַ רײנער חשבון: דאָס ערשטע איז ― דײַנע הוצאָות דאַרפֿן זײ דיר אומקערן: ביסט ניט מחױב צוליב זײ אַװעקװאַרפֿן דײַן משפּחה, האָסט אַ װײַב ביז הונדערט צװאָנציק יאָר מיט קינדער זאָלן געזונט זײַן. עסן און טרינקען און אַ מלבוש און אַ ציגאַר טוטין, װי. דו זאָגסט, און אַ מאַרקע טאָמער דאַרפֿסטו שיקן אַהים אַ בריו און נאָך אַזעלכע זאַכן ― דאָס אַלצדינג באַדאַרף זײַן אױף זײער רעכענונג, װאָס דען! און מיר אַ הונדערטער ― דאָס, פֿאַרשטײט זיך, דאַרפֿן זײ מיר צושיקן אַלע פּערװע טשיסלאָ אָדער גאָר צװײ מאָל אין חודש, און פֿאַר װאָס טאַקע ניט אַלע װאָך? און דיר זענען זי ניט קלײן אַחוץ, געבן אַ הונדערטער אַ װאָך. נישקשה, עס װעט דיר צו ניץ קומען אױב ניט איצט, איז שפּעטער, מיט דער צײַט, טאָמער חלילה װעסטו זיך מיט זײ צעפּאַטשן.. און װוּ איז דאָס מזומנע, װאָס פֿאַלט זי אַרײַן פֿונעם געזעט? איך מײן, אַז עליפּי יושר װאָלטן זײ מיטן מזומנעם גלאַט זיך געמעגט טײלן מיט דיר אױף דער האַלב, גלײַך אױף גלײַך, פֿאַר װאָס קומט זײ אין גאַנצן? איך װײס ― אַזױ קומט אױס נאָך מײַן שׂבל, נאָר דו פֿאַרשטײסט מסתּמא בעסער, װאָרעם דו ביסט דאָך קליגער. ױ זאָגט די מאַמע:;ער איז ניט אַזױ קלוג װי שײן, און ניט אַזױ שײן ױ גוט, און ניט אַזױ גוט װי געניט". זי אַז זי זאָגט אַ װאָרט, באַדאַרף מען עס קושן זאָג אפֿשר אַז נײן? און װײַטער, װאָס דו שרײיבסט מיר, מענדל, פֿונעם טערק, אַז דו עסט ניט, און טרינקסט ניט, און שלאָפֿסט ניט, איז דאָס פֿון דיר אַ גרױס נאַרישקײיט! טאַקע כּדאַי כ'לעבן זיך אָפּעסן דאָס האַרץ פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס גײט עס דיך אָן דרינאָפּעל, סיװועסטאָפּל? מיקיטאָ שװיקיטאָ? מײַנעט װעגן לאָזן זי זיך דאָרטן רײַסן, לאָזן זײ זיך בײַסן, אַבי דער געזעט זאָל האָבן װאָס צו שרײיבן און דו זאָלסט פֿאַרדינען געלט… און װאָס דו שרײַבסט מיר עפּעס ועגן גרױסע פּראָיעקטן, האָב איך מורא, בעלי היקר, ס'זאָל זיך ניט אױסלאָזן חלילה דאָס אײגענע. װאָס פֿון דײַנע גילדענע פֿײיגעלעך אין יעהופּעץ, ניט הײַנט געדאַכט. מ'צאָלט דיר זאָלסט שרײיבן ― שרײַב. װאָס טוג דיר גליקן? און װער איז אָט דער קאָטיק װאָס דו האָסט זיך מיט אים שױן אַזױ גיך צונױפֿגעקאָמפּאַניעט, אַז דו קאָנסט שױן גאָר אָן אים אַ טאָג ניט זײַן? פֿון װאָסערע קאָטיקעס איז ער? און צי איז ער אַ באַװײַבטער?… זע נאָר ער זאָל דיך דאָרט ניט אַרױפֿפֿירן אױף אַ בלאָטע,

69

אָדער גלאַט עפּעס אױסנאַרן ― אַ קשיא אױף דיר! און װאָס דו שרײַבסט מיר װעגן דעם, אַז די פּאָליאַקן בױקאָטעװען ייִדן פֿאַרשטײ איך נאָך. דערױף זענען זי פּאָליאַקן, נאָר אַז ייִדן אַלײין בױיקאָטעװען ײַדן ― דאָס איז שױן אַ ביסל צו דאָסיק… איך האָב מורא, מענדל, אַז מ'זאָל חלילה דאָרט צװישן יאָ און נײן דערװײַל דיך ניט אָנבױקאָטעװען! איך װײס ניט פֿאַר װאָס, נאָר איך האָב פֿיַנט װאַרשע, איך האָב פֿײַנט די װאַרשעװער ייִדן. די װאַרשעװער ייִדן דערפֿאַר, װאָס זײ רעדן מיטן אײַ און מיטן װײַ, און װאַרשע דערפֿאַר, װאָס ס'איז אַ שטאָט פֿון גנבֿים. מײַן טאַטע עליו־השלום איז אַ מאָל געװען אין װאַרשע, שױן לאַנג, איך בין נאָך דעמאָלט אױף דער וװעלט ניט געװען, דערצײלט ער, אַז מען האָט בײַ אים אַרױסגעמאַנטאַשעט אַ בײַטעלע פֿון קעשענע אין מיטן העלן טאָג! אַ גליק װאָס דאָרט איז געװען קדחת ניט קײן געלט. אונדזערע כּתרילעװקער קרעמערס, צום מײסטן צעלניקערס, פֿאָרן אָפֿטלעך קײן װאַרשע, זאָגן זײ אױך, אַז ס'איז אַ פּאַסקודנע שטאָט. דאָס הײסט, די שטאָט אַלין איז דװקא אַ שײנע, נאָר די מענטשן זענען פּאַסקודנע מענטשן. ס'איז אַ מיצװה, זאָגן זײ, אַז מ'זעצט זי אָן, אַלע צעלניקערס אונדזערע האָבן שױן דאָרטן װיפֿל מאָל אָנגעזעצט.. נאָר די שניטקרעמערס ― די זעצן אָן אין לאָדזש. דאָס איז דאָס אײגענע לאָדזש, װאָס דו שרײיבסט, אַז ס'װאָלט געמעגט אײַנגעזונקען װערן אַזױ װי סדום. בײַ מיר האָסטו געפּועלט. איך װעל מיך פֿאַר דעם ניט אײַנשטעלן. פּראָ מענע װאָלט מיט װאַרשע אױך געמעגט זיַן דאָס אײגענע, נאָר ניט כּל־זמן דו ביסט אַ װאַרשעװער… דו ביסט אַזױ פֿאַרטאָן, מענדל, אין דײַנע פּאָליטיקעס מיט דײַנע מלכים און שני־למלכס, אַז די הײם קריכט דיר אין דער לינקער פּיאַטע. פֿרעגסט זיך אַפֿילו ניט נאָך ניט אױף אַ װײַב, ניט אױף אַ קינד. פֿון דער משפּחה רעד איך שױן ניט. װי שטײט דיר אָן זיך נאָכפֿרעגן אױף אַ משפּחה, אַז אָקערשט, ױ מען זעט ניט, װערסטו באַלד אַלײן אַ שני"למלך? און פֿאַר װאָס זאָלסטו מיר אַ מאָל גלאַט ניט אַ שרײַב טאָן. שרײַבער מײַנער, װױ אַזױ דו לעבסט דאָרטן און װוּ דו װױנסט, װאָס דו עסט און װװּ דו שלאָפֿסט? דאַכט מיר, איך מעג עס אױך װיסן, צי נײן? װאָס בין איך דיר ― אַ ײב ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, צי. חלילה אַ פּאַליבאָװניצע? ― ניט דערהאַרן װעלן דאָס דײַנע װאַרשעװער פֿא ליאַקן, װאָס בױקאָטעװען ײָדן, פֿאַרבױקאָטעװעט זאָלן זײ װערן פֿון גאָט, ױ עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע:שײנדל

70

גוט, כ'האָב מיך דערמאָנט! זאָג מיר נאָר, מענדל, װאָס איז דאָס אַזעלכעס ;איקע", צי ,מיטע", צי ,שמיטע? װאָס ייִדן פֿאַרשרײַבן זיך אַהין אױף אַװעקצופֿאָרן? גוזמי גוזמאָות ייִדן האָבן זיך שױן אַהין פֿאַרשריבן און װאַרטן אױף זײער פּאַרטיע װאַרטן זײ. כ'האָב מיך נאָכגעפֿרעגט אָט דאָ בײַ אַ פּאָר שכנים, קענסטו דאָך אונדזערע כּתרילעװקער חכמים, באַלד עפּעס, שיטן זײ מיט װערט" לעך.;דו האָסט, זאָגן זײ צו מיר, אַזאַ מאַן װי מנחם־מענדל, הײַנט װי קומט דאָס, זאָגן זײ, אַז דו זאָלסט ניט ױסן אַזאַ זאַך?7 ― האָסטו עפּעס צו זײער טאָטן 1 װױ זאָגט די מאַמע:;ס'שטײט געשריבן, אַז אַ טױב איז געגאַנגען פֿרעגן בײַ פֿוקס אַן עצה, האָט זי פֿאַרזאָגט קינדסקינדער".. װי טיף דאָס איז! זינט דער טאַטע עליו־יהשלום איז געשטאָרבן, מאַכט זיך ניט צו בײַ איר דאָס טײַטשחומש,

71

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

5

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע"שײנדל שתחי'!

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השם"יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־ישׂראל ― אָמן,

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז ער איז אַ חכם. איך מין טאַקע דעם מלך פֿון מאָנטענעגערע מײן איך, װאָס ער האָט זיך באַצײַטנס אונטער" געגעבן. אַ מענטשן אַז עס שפּילט דאָס גליק, איז דיר קײן קאַטאָװעס ניט! פֿריִער איז ער געװען בײַ זיך דאַכט זיך געדולדיק, געלאָזט װיסן דער גאַנצער װעלט אַז לא מיט אַן אַלף ― ער טרעט ניט אָפּ פֿון דער אײַנגענומענער שטאָט, סײַדן, האָט ער געזאָגט, מ'שװעט אים אין לײַלעכער אַרױסטראָגן. איצט, אַז ער האָט דערזען, אַז פֿראַנץ־יוסף האָט געגעבן אַ רוק צו צו דער גרענעץ אַ פּאָר מאָל הונדערט טױזנט חײל, און אַז װיקטאָר עמנואל, כאָטש ער איז אַן אײגענער, אַן אײדעם הײסט עס, האָט זיך אױך צוגעגרײט אין װעג מיט אַ דרײיסיק טױזנט סאָלדאַטלעך, און אַז מיר אין פּײטערבאַרג זיצן אױך ניט צונױפֿגעלײגט די הענט, װאָרעם;מיר" האָבן אים גלײַיך געגעבן אַ װונק, אַז ס'איז דבֿרים בטלים, אַז אױף;אונדז" האָט עֶר זיך ניט װאָס צו פֿאַרלאָזץ ― האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז צע טאָבי גע רב אליקום און איז באַלד געװאָרן װײך אַזױי ױ פּוטער און האָט שױן אָנגעהױבן רעדן אַנדערע דיבורים און שמועסן גאָר מיט אַן אַנדער לשון:;עס שטײט אים ניט אָן ― זאָגט ער אין זײַן ערשטער דעפֿעשע צום ענגלענדער ― אַז אַ גרױסער און אַ שטאַרקער )דאָס מײנט ער דעם אַלטן פֿראַנץיוסף( זאָל מיט גװאַלד צװינגען אים, דעם קלײניטשקן אָרעמען מלך פֿון מאָנ" טענעגערע, מה אַנו מה חײנו"… הערסט װערטער? בין איך ניט גערעכט געוען. אַז איך האָב דיר געשריבן, אַז פֿאַר די ,הױכע פֿענצטער* האָט מען דרך־ארץ? דאָס אײגענע איז געװען אױך מיטן שנײלמלך פֿון אַלבאַניע. אָנגעגורט די לענדן אין װעג אַרײַן האָט דער זקן פֿראַנץײוסף און דער איטאַליענישער װיקטאָר עמנואל געלאָזט װיסן, אַז ניט צוליב דער שטאָט סקעטאָריע רוקן זײ

72