מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 1

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון װואַרשע צוּ זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

1

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי!

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקוֹ החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשׂראל ― אָמִן

וה שנית זײַ ױסן, אַז איך בין שױן אַ װואַרשעװער, איך בין אין װאַרשע הײסט עס, װױ קום איך קײן װאַרשע? װעסטו האָרכן ― ס'אַ גאָטזאַך.

פֿון מײַן לעצטן בריװ, װאָס איך האָב דיר אַרױסגעשיקט פֿון אַמעריקע מיטן געלט, װײסטו דאָך שױן אַלצדינג, װאָס איך בין אױיסגעשטאַנען דאָרטן, דורכ" געגאַנגען אַלע שיבֿעה־מדורי"גיהנום, גוט פֿאַרשװאַרצט געװאָרן, ניט הײַנט געדאַכט, אינעם פֿרײַען לאַנד פֿון קאָלומבוסן, איבערגעדינט אַלע עבֿודה־זרות, געאַרבעט עבֿודת־פּרך, ממש טאַטשקע־אַרבעט, אײן מאָל אין דרײַ טעג אַ שטיקל ברױט געגעסן, אײן מאָל אין דרײ װאָכן אַ העמד געביטן, אַבי, דאַנקען גאָט, ניט אָנגעקומען חלילה צו יענעם, ― ביז דער בורא ברוך־הוא האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב מיך דאָרטן נאָך לאַנגע און ביטערע לײַדן קױם דערשלאָגן צו אַ שטיקל פּרנסה, אַ פּרנסח אַ לײַטישע און אַ בכּבֿודע, ױ מיר שטײט אָן: דהײַנו: איך בין געװאָרן אַ מענטש פֿון גאַזעטן און אָנגעהױבן עוסק זײַן מיט שרײַבערײַ. און װי איך האָב דיר שױן, דאַכט מיר, נאָך אין יענעם בריװ געשריבן, עס האָט מיר מצליח געװען גאָר אױפֿן בעסטן אופֿן און ס'איז מיר אַװועק מיט מזל־ברכה, פֿאַרשטײט זיך, אַז אָנגעהױבן האָב איך קלײן און געגאַנגען אַלע מאָל העכער און העכער, ױ דער שטײגער איז אין אַמעריקע. תּחילת האָב איך אַרומגעטראָגן גאַזעטן )דאָרטן הײסט עס פֿפּיפּערס'( אױף צו פֿאַרקױפֿן איבער די גאַסן )דאָרטן הײסט עס;סטעריטען"(, פֿאַרקױפֿט אַ פֿײַפֿער פֿאַר אַ קאָפֿיקע )דאָרטן הײסט עס אַ ,סענט"(, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז כ'האָב דערזען, אַז ס'איז פֿאַר מיר ניט קײן פּלאַן, כ'װעל פֿון אַזאַ מיסחר קײן ראָקפֿעלער און קײן ואַנדערבליט ניט װערן, און אַפֿילו קײן יענקל שיף אױיך ניט. האָב איך מיך מישבֿ געװען און האָב געגעבן אַ קוק אַרײַן אין די פּײפּערעס, טאַקע

25

אױפֿן סטריט שטײענדיק, װאָס שרײַבן זײי דאָרט אַזעלכעס, װאָס דער עולם כאַפּט דאָס ױ הײסע לאָקשן? און איך האָב באַלד געגעבן אַ כאַפּ מיט מײַן אױג, אַז ס'איז גאָרניט אַזאַ האַרבע מלאָכה אָט דאָס שרײיבעניש. ובפֿרט איך בין דאָך אַלײן אױך אַ מאָל געװען נאָך אין רישענלאַנד אַ שטיקל שרײַבער, אָבֿ דו געדענקסט, און איך האָב מיך גענומען אָפֿטלעך אַרײַנשמעקן צו זײ אין דער ;שרײיבאַרני* אַרײַן און דערזען װי עס גײט צו בײַ זײ די מלאָכה, ― בין איך נבהל־ונשתומם געװאָרן! ראשית־:חכמה האָב איך מיך באַקענט מיט די דאָרטיקע רעדאַקטאָרס־אַרױסגעבערס )דאָרטן הײסן זײ;אָדיטערעס*( און מיט זײערע מיטהעלפֿערס די שרײַבערס און איך האָב געגעבן אַ שמועס אַרײַן מיט זײ אין די קלײנע אותיותי איז װאָס זאָל איך דיר זאָגן, זוגתי היקרה? נאָר מזל דאַרף מען האָבן, װוײַטער גאָרנישט!… דאַכט מיר, װאָס װאָלט גאָט געאַרט ס'זאָל זײַן דאָס אײגענע פֿאַרקערט? דאָס הײסט, זײ זאָלן בעסער שטײן מיט די פּײפּערס אױיפֿן סטריט און מנחם־מענדל זאָל זיצן אָט דאָ אױף זײער אָרט בײַ דער מלאָכה?.. און איך האָב מיך גענומען צוקוקן, מן הצד כּלומרשט, מיט אײן אױג, צו דער מלאָכה גופֿא, װ אַזױ עס װערט בײיַ זײ באַשאַפֿן די דאָזיקע סחורה ― און איך האָב אַרױסגעזען, אַז איך בין טאַקע ביז אַהער געװען אַ בהמה. איך האָב געמײנט, אַז דאָס אַלצדינג, װאָס זײ דרוקן אױף זײערע פּײפֿערס האָבן זײ דאָס טאַקע פֿון זײער קאָפּ אױסגעטראַכט. צום סוף לאָזט זיך אױס, װער־װואָסזװועמען? אַ נעכטיקער טאָג! עס זיצט זיך, זאָלסט אָנקוקן אױף אַ טשיקאַװעסט, אַ חבֿרה־מאַן בײַ אַ גרױסן טיש )דאָרטן הײסט עס אַ אדעסקע"( פֿאַרװאַלגערט מיט גאַזעטן פֿון דער גאָרער װעלט, און אַ שער האַלט ער אין די הענט און שנײַדט ױ אַן אמתער חיט )דאָרטן הײסט עס אַן;אַפּרײיטער?( און אַקעגן אים זיצט אַ בחור מיט רױטע פֿיסקעס, אױך מיט אַ שערל אין האַנט, איבער אַ מעשׂה־ביכל, כ'װואָלט געמעגט שװערן ― אַ באַקאַנט ביכל פֿון יענע מינים ביכלעך, פֿון שמ"רס ראָמאַנען: דער בחור מיט די פּיסקעס קוקט זיך אַרײַן אין ביכל, קײַט בעת־מעשׂה עפּעס אַן עסנדיקס און שנײַדט מיטן שערל דאָ אַ בלעטל און דאָרט אַ בלעטל ― און פֿאַרטיק בי אים אױף מאָרגן אַ שטיק ראָמאַן!;ע־ע"ע ― טראַכט איך מיר אַבי איך װײס נאָר ױ אַזױ ― די קונץ קען איך דאָך בֿעסער פֿון דיר 4" און כ'בין אַװעק אין מאַרק )דאָרטן הײסט עס ,;מאַרקעט*( און האָב מיר געגעבן אַ קױף אײן אַ גאַנצן טראַנספּאָרט מיט סחורה, מעשׂה־ביכלעך פֿון כּל מאַמינים שהוא און האָב מיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט אױפֿן אַמעריקאַנישן שטײגער: איבערניצעװען אַלטע טראַנטעס, מאַכן פֿון צװײ־דרײַ אַלטע מעשׂיות אײנע

26

אַ נײַע, אַ פֿאַרדרײעניש, אַ פֿאַרפּלאָנטערניש מיט אַ שרײַענדיקן קעפּל ― הכּלל, עס איז בײַ מיר אַװעק אָן עין־הרע, װױ אַ מיזמור! קאָנסט פֿאַרשטײן, אַז כ'האָב שױן געאַרבעט פֿאַר דרי פּײפּערס מיט אַ מאָל, געװײנטלעך, אומעטום אונטער. אַן אַנדער נאָמען. װאָס טוט גאָט? ― גײען די ייִדישע שרײַבערס אין אַמעריקע און ברעכן אױס אַ שטרײַק! זינט קאָלומבוס האָט אַנטדעקט אַמעריקע און זינט די װעלט שטײט איז נאָך ניט געהערט געװאָרן אין ערגעץ, אַז ײַדישע שרײיבערס זאָלן גאָר מאַכן אַ שטרײַק! נאָר מײַן מזל ― אַז מנחם־מענדל װוערט מיט גאָטס הילף אַ שטיקל שרײַבער און האָט פּרנסה בכּבֿוד און קאָן שױן שיקן אַהײם אַ פּאָר דאָלערס, פֿאַרגלוסט זיך זײ מאַכן אַ שטרײַק! קום איך צו גײן אין אײן רעדאַקציע, די אַנדערע, די דריטע, זאָגן זײ צו מיר, די בעלי־בתּים הײסט עס )דאָרטן רופֿט מען זײ;באָסעס?(:;װאָס קערט זיך אָן מיט אײַך, רב מנחם" מענדל, שטרײַק־שמײק? װאָס פֿאַר אַ מחותּן, זאָגן זײ, זענט איר מיט די יונ" גאטשעס, די שטרײקערערס? איר טוט אײַך, זאָגן זײ, אײַער אַרבעט. איר קאָנט אַדרבא, זאָגן זײ, אין אַזאַ ‏ בהלה נאָך מער מרװיח זײַן".. איז דאָך גוט, אֵיאָ? עפֿנט זיך אױף בײַ מיר די טיר און עס קומען אַרײַן צװײ יונגע־לײַט, אױך אַזעלכע בעלי־מלאָכות װי איך, רעכטע קלאָפּערס, און רופֿן זיך אָן צו מיר כהאי לישנא: ;מיר זענען געשיקט צוג'אײיך, מיסטער מנחם־מענדל. פֿון דער נײַער יוניאָן פֿון דער שרײַבערײַ, אַז איר זאָלט מוחל זײַן, זאָגן זײ, אַװעקלײגן שער:און־אײַזן און ניט דערװעגן זיך, זאָגן זײ, אין דער גאַנצער צײַט פֿון אונדזער שטרײַק אָנשרײַבן אַפֿילו אַ װאָרט! און באַם, זאָגן זײ, איר װעט ניט פֿאָלגן און װעט זיך יאָ פּרוּון שרײַבן. װעט אײַך אונדזער שרײַבערישער צעך באַטראַכטן װי אַ שטרײַקברעכער, און אַ שטרײַקברעכער, זאָגן זײ, ברעכט מען די בײנער! אַזױ איז דאָ, זאָגן זײ, בײַ אונדז אין אַמעריקע, דער מינהג…" דערהערט אַזעלכע דיבורים, זאָג איך צו זײ אױף זײער לשון: אָלרײַט! אױף אונדזער לשון װעט דאָס הײסן: שמעתי..

הקיצור, צו װאָס זאָל איך דיר לאַנג מאַריך זײַן, זוגתי היקרה, איך האָב געזען, דאָס שפּיל איז פֿאַרן טײַװל, מען דאַרף זיך אָפּגעזעגענען מיט דער פֿען און דערװײַלע די צײײַט שטײט ניט, אַ װאָך און אַ װאָך, אין בײַטעלע טאָגט, עס װערן צעגאַנגען די פּאָר דאָלערעס, װאָס װעט זײַן דער מּכלית? און װי אױף להכעיס האָט די מלאָכה פֿון שרײַבערײַ מיר פּאָליובעט, איך קאָן מיך שױן צו קײן אַנדער אַרבעט מער ניט נעמען ― גענוג שױן אױסגעריסן געװאָרן! ― און דאָ לאָזט זיך הערן פֿון דער הײם אַ קול:;אַמעניסטיע! אַמעניסטיע!"

37

װאָס איז דער פּשט ― ייִדן װועלן באַקומען אַלע קראַװנעפּראַװיעס" ― שא ױ באַלד אַזױ, װאָס מיר אַמעריקע? טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה, טראַכט איך מיר, איך זאָל פֿאַרקערעװען דעם דישל און זיך לאָזן איבערן ים צוריק אַהײם? װאָרעם װי באַלד אַז מען שמועסט שױן פֿון עראַװנעפּראַװיעס", איז דאָך גאָר אַנדערע דיבורים מיט אַנדערע פֿפּאָסטראָיקעס"!. הקיצור, איך האָב מיך אָפּגעזעגנט מיט קאָלומבוסן און מיט זײַן פֿרײַער מדינה, לאָז זי זיך שטײן געזונטער" הײט ביז משיח װועט קומען, ― װאָרעם װאָס איז דאָס פֿאַר אַ פֿרײַהײט, אַז אַ ײַד װיל פּרנסה, שיקט מען אים זאָגן, אַז ער איז אַ שטרײַקברעכער און מ'װעט אים ברעכן די בײנער? ― און איך האָב מיר געקױפֿט אַ שיפֿקאַרטע, זיך אױפֿגעזעצט און ― מאַרש צוריק, מיט דער דעה, אַז איך זאָל פֿאָרן גלײַך אַהײם טאַקע, קײן כּתרילעװקע הײסט עס. נאָר ביז איך בין אַריבער בשלום דעם ים און דערנאָך די גרענעץ, און אַ פּאַס האָב איך דאָך געהאַט אַ מכּה, בין איך אױסגע" שטאַנען אַ שײן ביסל צרות. ביני־לבינו האָט זיך אױיסגעלאָזט פֿון אַלע , ראַװונעפּראַװױעס* אַ טײַך, מער ניט נאָר די 200־רובלדיקע שטראָף, ― אי דאָס איז אַ גרױסע סבֿרה, אַז מ'האָט די 200 רובל אױך ניט אַראָפּגענומען ― אָט האָסטו דיר ייִדישע גליקן מיט ייִדישע ישועות ונחמות!.. ױ באַלד אַזױ, הײַנט װאָס װעל איך טאָן אין דער חײם, אַז איך האָב אױף זיך צװײ פּעקלעך. אײן ברודער איז בײַ מיר, װױ דו ױיסט, נחמיה עליױהשלום, געשטאָרבן נאָך ױיס איך וען און מ'האָט אים פֿאַרגעסן אױסצושרײיבן פֿון די מעטריקעס, און דעם אַנדערן ברודער האָט מען על־פּי טעות פֿאַרשריבן פֿאַר אַ זכר, כאָטש ער איז גאָר אַ נקבֿה, מײַן שװעסטער סאָסי, װאָס דער שײנער ראַבינער האָט זי פֿאַרשריבן יאָסי. איצט זוכט מען זי מסתּמא, על איך נאָך דאַרפֿן אָפּזיצן פֿאַר די צװײ מאָל 300 רובל שטראָף ― נאָר דאָס פֿעלט מיר! הקיצור, זוגתי היקרה, דו װעסט מיר אַלין זאָגן, אַז כ'האָב גלײַך געטאָן, װאָס כ'בין ניט געפֿאָרן אַהײם און האָב אָפּגעדעקעװועט בעסער אַהער קײן װאַרשע, ובפֿרט, אַז דו װעסט איבערלײענען דעם גאַנצן בריװ ביזן סוף, װעסטו ערשט דעמאָלט אַרױסזען, אַז מיר האָבן אַ גרױסן גאָט און ױ אַזױ ער פֿירט, אַזױ איז גוט. איך װעל דיך בעטן נאָר אײן זאַך: זאָלסט ניט האָבן אױף מיר קײן תּרעומות, ניט נעמען זיך שטאַרק צום האַרצן און אױסהערן מיך ביזן סוף,

אַז כ'בין געקומען קײן װאַרשע, בין איך געקומען נקי, זאָלסט זאָגן אַ פּרוטה בײַ דער נשמה! די שטאָט איז קײן עין־הרע אַ גרױסע שטאָט, מענטשן אַ סך, אַ טומל, אַ הו־האַ, אַלע לױפֿן, אַלע טוען געשעפֿט, כּמעט װי להבֿדיל דאָרט אין

8

אַמעריקע, נאָר איך אײנער דרײ מיך אַרום אָן אַ שטאָך אַרבעט און נאָך אַ ניכי טערער דערצו. און דאָ ציט מיך דאָס האַרץ דװקא צו מײַן שרײַבערישע מלאָכה, װאָס איך בין שױן צו איר אַזױ געװױנט געװאָרן, אַז ממש כּלות־הנפֿש! װאָס טוט מען! איז מען דאָך צװישן ייִדן אחינו בני־ישׂראל, הײב איך מיך אָן צו פֿרעגן זיך, צי װײסט איר ניט ייִדישע קינדער, װוּ איז דאָ ערגעץ בײַ אײַך דער גרעסטער פּײפּער? קוקן זײ מיך אָן: װאָס פֿאַר אַ פּײפּער? גיב איך זײ צו פֿאַר" שטײן, אַז פּײפּער איז דער טײַטש אַ גאַזעט. זאָגן זײ:;האָט איר דאָך געקאָנט זאָגן גלײַך אַ גאַזעט?, זאָג איך:;איך בין ניט שולדיק, איך קום פֿון אַמעריקע קום איך, און דאָרט איז, זאָג איך, אַזאַ לשון, אַז גאַזעט איז בײַ זײ אַ פּײפֿער". זאָגן זײ:;אַ פּאַסקודנע לשון!* זאָג איך צו זײ:;אַ פּאַסקודנע ניט אַ פּאַסקודנע, זאָגט מיר בעסער, װוּ איז דאָ בײַ אײַך דער גרעסטער פּײפּער ― טפֿו! מײן איך, די גרעסטע גאַזעט 1 גײען זײ און װײַזן מיר אָן אױף אַ הױף:;אָט דאָ האָט איר אײַך, זאָגן זײ, די רעדאַקציע פֿון דער סאַמע גרעסטער צײַטונג". איך קוק אַרום } אָט אַ דאָ אָ איז די גרעסטע צײַטונג? גאָר גלײַך װױ אין אַמעריקע, ס'זאָל פֿעלן אַ האָר! אין אַמעריקע זאָלסט זען אַ רעדאַקציע ― אַ מױער אין 12 גאָרנס, מיט גאָלדענע אותיות און מיטן גאַנצן קנאַק! און דאָ גאָרניט, אַ הױף װױ אַלע הױפֿן, אַ שטוב ױ אַלע שטיבער. איך קום אַרײַן אינעװײניק, אין דער סאַמע רעדאַקציע הײסט עס, ― אַ פֿולע שטוב מיט ײָדן. פֿרעג איך:;װער איז דאָ צװישן אײַך דער אָדיטער ― טפֿו! ― מײן איך, דער רעדאַקטאָר 7* קוקן זײ מיך אָן און מאַכן צו מיר:;װאָס דאַרפֿט איר? איר װילט אַ גאַזעט, צי מכּוח אַנאָנסן 1* זאָג איך: ;איך װיל ניט קײן גאַזעט און דאַרף ניט קײן אַנאָנסן. איך דאַרף, זאָג איך. צום אָדיטער ― טפֿו! ― מײן איך, צום רעדאַקטאָר". קוקן זײ זיך איבער עפּעס מאָדנע, טראַכטן זיך אַ פּנים: שװאָס קאָן אַזאַ ייִדל דאַרפֿן צום רעדאַקטאָר?* און זי רופֿן זיך אָן צו מיר פֿון דעסטװעגן גאַנץ פֿרײַנדלעך +;זיצט, אָט באַלד קומט דער רעדאַקטאָר /* זיץ איך מיר אין געהאַקטע װונדןףי װאָרעם מי יודע, טראַכט איך מיר, צי װעל איך דאָ עפּעס פּועלן? און װער ױיס, װאָס פֿאַר אַ מענטש ער איז, דער רעדאַקטאָר הײסט עס, און איך שטעל מיר פֿאָר, אַז דאָס דאַרף זײַן מסתּמא עפּעס אַ קנאַקער, װי יענע, די אַמעריקאַנער קנאַקערס מיט די גראָבע בײַכער און מיט די אַװטאָמאָבילן, און מיטן;אָלרײַט". צום סוף, זאָלסט זען, קומט צו צו מיר עפּעס אײנער, מיט אַ שפּיציק בערדל, נעמט מיך דורך מיטן קוק און מאַכט צו מיר:;װאָס דאַרפֿט איר?* טראַכט איך מיר: װאָס װױל דער? און איך רוף מיך אָן צו אים: ,װאָס גײט אײַך אָן װאָס איך

29

דאַרף 7 װערט ער שױן בײזלעך און מאַכט צו מיר: עזאָגט, פֿעטער, װאָס איר דאַרפֿט, װאָרעם דאָ האָט מען קײן צײַט ניט". אװי אין אַמעריקעי זאָג איך, דאָרט האָט מען אױך קײן מאָל קײן צײַט ניט.;הרי את" הײסט עס דאָרט אױף זײער לשון,.. איך דאַרף, זאָג איך, אײגנטלעך גאָרניט, איך דאַרף האָבן צום אַדי־" טער ― טפֿו ― מײן איך, צום רעדאַקטאָר*. טוט ער אַ שמײכל און מאַכט צו מיר, נאָך אַלץ סטראָגע:;דאָס בין איך דער רעדאַקטאָר. װאָסיט איר זאָגן? װוער זײַט איר 57 קװער איך בין? ― זאָג איך ― איך בין אַ ייִד פֿון כּתרילעװקע בין איך, דאָס הײסט אַלײן בין איך אײגנטלעך, זאָג איך, אַ מאַזעפּעװקער, נאָר אין כּתרילעװקע שטײ איך איַן פֿאַר אַן אײדעם, זאָג איך; אַ צײַט געהאַנדלט אין יעהו" פּעץ, זאָג איך, נאָר איצט קום איך פֿון אַמעריקע און מײן נאָמען, זאָג איך, װײס איך ניט צי איר װעט קענען, איך הײס מנחם־מענדל הײס איך…* ױ כ'האָב נאָר אַרױסגערעדט די דאָזיקע װערטער. אַזױ האָט זיך דאָס בײזע פּנים פֿונעם רעדאַקטאָר מיט אַ מאָל איבערגעביטן און ער רופֿט זיך אָן צו מיר שױן גאָר מיט אַן אַנדער נוסח:;אַזױ? זענט איר עס הײסט עס טאַקע אָט דער מנחם־מענדל טאַקע? נאַט זשע אײַך אָפּעט שלום, רב מנחם־מענדל. װאָס מאַכט איר אין געזונט? און ױ גײטס אײַך אין די געשעפֿטן? און װאָס טוט איר הי? װאָס שטײט איר? פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? אָדער שאַ, װײסט איר װאָס? קומט אַהער צו מיר אין קאַבינעט. ע! הערבאַטע! ― טוט ער אַ קאָמאַנדעװע אױס אױף פּױיליש ― טײ זאָל זײַן! צװײ גלעזער טײ! מיט פֿאַרבײַסן44*:

און װאָס זאָל איך דיר לאַנג מאַריך זײַן, זוגתי היקרה, טאַקע נאָר חידושים, נפֿלאות הבורא און גענוג! אײדער איך האָב נאָך אױסדערצײלט אים אין גאַנצן װאָס איך בִין אױסגעשטאַנען אין דעם אַמעריקע, אײדער איך האָב אים נאָך אַפֿילו מזכיר געװען, אַז איך װיל בײַ אים אַ דינסט אָדער אַן אַרבעט, טאָמער װועל איך עפּעס פֿאַרדינען, פֿאַרכאַפּט ער פֿריִער און מאַכט צו מיר בזה־הלשון, איך גיב דיר איבער איטלעכס װאָרט, בכדי זאָלסט זען װאָס פֿאַר אַ גרױיסן גאָט מיר האָבן:;הערט זשע אױס רב מנחם־מענדל, זאָגט ער צו מיר און גלעט זיך בײַם בערדל און דער קאָפּ בײַ אים אַרבעט קענטיק און דער מוח טראָגט" טראָגט ― הערט מיך אױס, נאָר מיט קאָפּ. איך האָב פֿאַר אײַך. זאָגט ער, אַ פּלאַן, גאָר אַ גרױסן פּלאַן, ס'זאָל זײַן גוט פֿאַר אײַך און פֿאַר מיר און פֿאַר אונדז אַלעמען. איר זוכט, זאָגט ער, פּרנסה, איר װױלט, פֿאַרשטײ איך, אַרבעטן? איך װעל אײַך געבן, זאָגט ער, אַן אַרבעט, אָט האָט איר, זאָגט ער, אַ טיש, אַ טינט און אַ פּען און פּאַפּיר, זעצט זיך אַװעק, זאָגט ער, און שרײַבט..* רבונו"

40

של־עולם, ― טראַכט איך מיר ― ס'איז דאָך עפּעס טאַקע נאָר מן השמים! און איך רוף מיך אָן צו אים:;װאָס װױלט איר, זאָג איך, זאָל איך אײַך שרײיבן ― ראָמאַנען 7* װערט ער שױן װידער בײזלעך און פֿאַרװאַרפֿט מיט הענט און פֿיס } ענײן־נײן! נאָר ניט קײן ראָמאַנען! ראָמאַנען האָבן מיר, זאָגט עֶר, די"־והותר 4 איר שרײַבט אײַך, זאָגט ער, אײַערע בריװעלעך, למשל, װעלן מיר זאָגן, צו אײַער װײַב, אײן מאָל אַ װאָך, צװײ מאָל אַ װאָך, װי איר זענט אײַך געװױנט געװאָרן. אײַער נאָמען, זאָגט עֶר, איז באַקאַנט )הערסט װערטער 6(, אײַערע בריװלעך, זאָגט ער, האָבן אַ שם )געפֿעלט דיר דיבורים?(, איר שרײַבט אײַך, זאָגט ער, אײַערע בריװלעך און אײדער איר שיקט זײ אַװעק, זאָגט ער, אױף דער פּאָסט, װעל איך מיר דערװײַל זײ געבן אַ דרוק אָפּ בײַ מיר אין בלאַט אָט ױ זײ שטײען און גײען ― האָט איר עס צעקײַעט?* אַזױ טאַקע, מיט די װערטער, מאַכט ער צו מיר, דער רעדאַקטאָר הײסט עס, און נעמט מיך דורך מיטן קוק און איך טראַכט מיר בעת־מעשׂה: אױף אַלצדינג איז דאָ אַ צײַט. געקומען אַ צײַט איף מנחם־מענדלס בריװלעך אױך… נאָר פֿון דעסטװעגן ברעקל איך מיך נאָך אַ ביסל און רוף מיך אָן צו אים: קאָלרײַט ― טפֿו ― מײן איך, מהיכא־תּיתי, איר װילט, זאָג איך, דרוקן מײַנע בריװלעך, דרוקט זײ. איר װעט דאָך אָבער װעלן זאָג איך, אַז איך זאָל אין מײַנע בריװלעך מי יודע.." לאָזט ער מיך ניט קינטשען און זאָגט צו מיר:;נײן! אַדרבה! אָט ױ איר שרײַבט אַלע מאָל צו אײַער שײנע־שײנדלען, אַזױ שרײַבט איר אײַך איצט אױך אָט פֿון װאָס אײַער האַרץ גלוסט: פֿון פּאָליטיקע, פֿון מלחמות, פֿון גזרות, פֿון צרות, פֿון געשעפֿט, פֿון װעלט, פֿון מענטשן, און װאָס איר הערט און װאָס איר זעט, און װאָס איר לײענט, און װאָס איר װײסט זאָלט איר אײַך שרײַבן. הכּלל, איר זאָלט אײַך, זאָגט ער, גאָרניט סטעסניאַיען, װי בײַ זיך אין דער הײם. און איך ― מאַכט ער צו מיר שױן פֿרײַנדלעך און רײַבט זיך אַ האָנט אָן אַ האַנט― איך װעל אײַך אסײרצההשם דערפֿאַר שײן באַלױנען..*;דהײַנו?*, זאָג איך. דהײַנו ― זאָגט ער ― איר װעט בײַ מיר האָבן עסן און טרינקען, אַ בגד ללבוש און פּאַפּיראָסן אױף צו רײכערן און קלײנגעלט אין קעשענע אױף אַרײַנצוקומען אַלע טאָג, למשל, אין אַ מֵלעטשאַרני פֿאַרברענגען מיט אַ מענטשן בײַ אַ גלעזל קאַװע, און אַלצדינג װאָס אַ לעבעדיקער מענטש דאַרף האָבן. און אַזױ װי עס גײט, זאָגט ער, צו פּסח, און אײַער שײנע־שײנדל קוקט מסתּמא אַרױס אױף ממתּקים, על איך, זאָגט ער, הײסן מ'װאָל איר עד־לחשבון אַרױסשיקן דערװײַל אַ הונדערטער."

דאָ האָט זיך מיר אַזש, זוגתי היקרה, דער קאָפּ פֿאַרדרײט! איך האָב

41

געמײנט, ס'איז עפּעס נאָר אַ חלום און גענוג! ס'איז אָבער ניט געװוען קײן חלום, איך האָב אַלײן געזען מיט מײנע אױגן, װי ער האָט דיר אַרױסגעשיקט אַ הונדערטער. איך זאָל שױן אַזױ זען אין גיכן אַל דעס גוטס בי דיר און בײַ אונדזערע קינדער, אָמן רבונױשל־עולם! און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― איך האָב נאָר װאָס פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און זיך געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט ― לכן מאַך איך דאָס בקיצור. אסײרצה־השם, אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. דערװײַל זאָל גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער שיחיו און גריס די שװער־און־שװיגער און דער גאַנצער משפּחה. איטלעכן באַזונדער זאָלסטו לאָזן גריסן גאָר פֿרײַנדלעך!: ממני בעלך מנחם ־מענדל

עיקרישכחתי אַ תּנאַי האָב איך אױסגענומען מיטן רעדאַקטאָר, אַז דרוקן קאָן ער נאָר מײַנע בריװלעך װאָס איך שרײַב צו דיר, נאָר ניט דײַנע בריװלעך װאָס דו שרײַבסט צו מיר, מחמת דו ביסט אַ ספֿילשליװע, האָב איך אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, און כאַפּסט זיך אַרױס אַ מאָל מיט אַ האַרב װאָרט.. האָט ער מיר צוגעזאָגט. על" כּן, קאָנסטו מיר שרײַבן װאָס דו װילסט און זאָלסט גאָרניט מורא האָבן, ס'װעט זײ חוץ מיר קײנער ניט לײענען. רק איך בעט דיך, זוגתי היקרה, זאָלסט זיך ניט אָפּעסן שטאַרק דאָס האַרץ, כּי דו זעסט דאָך אַלײן, אַז גאָט װיל ניט איך זאָל זײַן אַ כּתרילעװקער גלײַך מיט אַלע כּתרילעװקער. כאָטש ער איז יודע דעם אמת, װי עס ציט מיר אַהין דװקא צן אײַך קײן כּתרילעװקע, און װוער שמועסט זינט איך בין געװען אין דער אַמעריקע און האָב מיך צוגעקוקט צום דאָזיקן לאַנד און צו יענע מענטשן, איז דײַן כּתרילעװקע געװאָרן בײַ מיר טײַערער מיט נײַן און נײַנציק פּראָצענט, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן באמת. הנ"ל

22

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתױלעװקע

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,

ר א שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך־השם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשׂראל ― אָמן

וה שנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז אַ כּפּרה דאָס גאָלדענע לאַנד אַמע" ריקע מיט איר קאָלומבוסן און מיט איר פֿרײַהײט און מיט איר אֶלרײַט און מיט אירע הױכע מוערן ביז דער כמאַרע און מיט אירע ביזענעס ― עס גײט מיר דאָ בעזרת השם־יתברך פֿיל בעסער ױ אין אַמעריקע, הלװאַי װײַטער ניט ערגער. דהײַנו: דאָ שטײסטו דיר אױף אין דער פֿרי, דאַװנסט דיר אָפּ און כאַפּסט עפּעס איבער, נעמסט דאָס שטעקל און גײסט דיר אַװעק גלײַך אױיף דער סלוזשבע אין דער רעדאַקציע אַרײַן. געקומען אין דער רעדאַקציע, טראָגט מען דיר אַקעגן דעם גוט־מאָרגן פֿון אַלע זײַטן:;אַ גוט־מאָרגן אײַך, רב מנחם־מענדל!* ―;גוט־מאָרגן, גוט־יאָר*. און דו גײסט דיר צו גלײַך צו דײַן טישל און דו זעצסט זיך אַװעק צו דער אַרבעט ― זיך פֿאַרנעמען מיט ;פּאָליטיקע?. װועסטו דאָך פֿרעגן מסתּמא, ױ אַזױ פֿאַרנעמט מען זיך דאָס מיט פּאָליטיקע? באַדאַרף מען דיר קלאָר מאַכן, בכדי זאָלסט פֿאַרשטײן אַקוראַט װי עס געהער צו זײַן. ראשית־חכמה הײסטו דיר דערלאַנגען טײי, ברענגט דיר דער גױ אַרײַנצוטראָגן טײ און פּאַפּיראָסן כיד־'המלך, און גאַזעטן ליגן שױן דאָרטן צוגעגרײט פֿון דײַנט װעגן נאָך פֿון כּאור אַזאַ באַרג, אַז אין כּתרילעװקע װאָלט דאָס דיר געװוען גענוג אױף אַ יאָר צו לײענען. ניט מער װאָס דו ביסט ניט מעשׂה־מחױב אַלצדינג איבערצולײענען. דו באַדאַרפֿסט אַרױסכאַפּן פֿון דאָרט נאָר דעם תּמצית, דאָס װאָס דיך קאָן אינטערעסירן און ס'האָט אַ װערדע. און װאָס קאָן הײַנט האָבן אַ וערדע, אַחוץ מלחמה? די מלחמה ― דאָס איז דאָך דער עיקר. אַ ייִד עפֿנט אױף די אױגן איז דאָס ערשטע: װאָס הערט מען עפֿעס פֿון דער מלחמה? װאָס שרײַבט מען אים פֿון קאָנסטאַנטי נאָפּעל, פֿון סאָפֿיע, פֿון בעלגעראָד און פֿון סקעטאָריע? איך האָב מיך דאָ אין

53