דער בלוטיקער שפּאַס: 48: גוטע פֿרײַנד קריגן זיך ― טײַבעלעך קושן זיך

שלום עליכם (אַלע װערק)

טעריטאָריע, אָטעמען מיט זײ אײן לופֿט, עסן מיט זײ אײן ברױט שױן הונדערטער פֿון יאָרן! דאָס זענען ניט קײן כינעזער, אָדער אינדיאַנער, װעמענס גלױבן איז פֿאַר אונדז פֿרעמד און װעמענס היסטאָריע אין פֿאַר אונדז אַ סוד. נײן. מיר זענען גאַנץ גוט באַקאַנט מיט זײער גלױבן, װאָס איז אונדז מער װי נאָענט, און זײער היסטאָריע איז פֿאַר אונדז אָפֿן. װיבאַלד אַזױ, װיבאַלד אַז גאַנצע פֿעלקער און דורות קאָנען האָבן װעגן מענטשן, װאָס לעבן מיט זײ, מען קאָן זאָגן, אונטער אײן דאַך, אַזױנע קאָמיש פֿאַלשע מײנונגען, אַזעלכע משונה װילדע אומגעלומפּערטע פֿאָרשטעלונגען, הײַנט װאָס פֿאַר אַ װערט קאָנען האָבן אַלע אַנדערע מײנונגען און פֿאָרשטעלונגען?“…

― ס'איז אײַך, װײַזט אױס, געפֿעלן? איר װילט נאָך? ― רופֿט זיך אָן צו אים בעטי און מיט אַ פֿרײלעכן געלעכטער מאַכט זי אים צו הינטער דער נאָז די הגדה.

― בעטי, ביסט אַן עזות־פּנים! ― האַלט איר פֿאָר די מוטער ― װאָס איז דײַן עסק? אפֿשר װילן זײ זאָגן שיר־השירים אױך?

― ננו! ― צירט אױס דוד, װאָס אין געװױנט צו זאָגן אַלצדינג פֿאַרקערט װאָס דאָס װײַב זאָגט, אַפֿילו פּסח צום סדר, ― װעדליק דו פֿאַרשטײסט אַן עסק: אונדזער ראַבינאָװיטש װעט זיך שױן באַגײן, זע איך, הײַנטיקס מאָל אָן שיר־השירים. גענוג פֿון זײַנעט װעגן דאָס אױך, אַז ער האָט געקאָנט אױסזיצן ביז חד־גדיא… איר קאָנט שױן אױסטאָן דאָס היטל, אױב איר װילט, אָדער אױב ס'איז אײַך שװער.

אַזױ זאָגט דוד צום קװאַרטיראַנט, װאָס שטײט אױף פֿון טיש אינאײנעם מיט בעטין, טוט אױס דאָס היטל, װאָס איז פֿאַר אים געװען באמת אַ משׂא־כּבֿדה, זעצט זיך אַװעק מיט איר בײַ אַ זײַט אַ ביסל רעדן און אַ ביסל קריגן זיך, זאָגן אײנס דאָס אַנדערע שטעכװערטער, װי זײער שטײגער איז. און דוד זינגט אױף אַ קול מיט אַן אַלטן ניגון דעם אַלטן „שיר־השירים“, און סיאָמקע אױף זײַן יונג קולכל זינגט אים נאָך, און שׂרה קװעלט פֿון זײ אַלע, װערט ברײטער װי לענגער.

דאָס אַכט־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

ג ו ט ע פֿ ר ײַ נ ד ק ר י ג ן ז י ך ― ט ײַ ב ע ל ע ך ק ו ש ן ז י ך

קריגן זיך, אַמפּערן זיך, זאָגן זיך שטעכװערטער ― דאָס איז בײַ אונדזערע יונגע לײַט שױן לאַנג געװאָרן אַ געװײנלעכע זאַך. עס פֿלעגט זיך מאַכן אָפֿט אַז די מוטער האָט זיך געמוזט אַרײַנמישן און מאַכן אַ שלום צװישן זײ:

― קינדער ― פֿלעגט זי זאָגן ― זאָלן אײַך האָבן אַ טבֿע טאָג װי נאַכט רײַסן זיך װי די קעץ!

אָדער:

― בעטי! דו װעסט אַמאָל נאָכגעבן װאָס יענער זאָגט, צי נײן?

אָדער:

װאָס הערט איר זי, פּאַני ראַבינאָװיטש? איר װײסט דען ניט, אַז זי איז אַ שאַפּיראָ? אַלע שאַפּיראָס האָבן ליב זאָגן קאַפּױר, מיטן קאָפּ אַראָפּ, טאַקע נאָר אױף צעזעצעניש.

שׂרה איז געװען גערעכט. װאָס ראַבינאָװיטש זאָל ניט זאָגן, האָט בעטי געמוזט זאָגן פֿאַרקערט. דערפֿאַר האָט ער איר אָבער אױך ליב געהאַט זאָגן פֿאַרקערט. ער האָט געמעגט װיסן, אַן זי אין גערעכט װי גאָט אַלײן, האָט ער געדרונגען קאַפּױר נאָר מיט אײן צװעק ― בכדי זי זאָל זיך אָנצינדן, אַרױסװײַזן איר הײסן טעמפּעראַמענט און אירע שײנע שאַרפֿע צײן…

עס איז אינטערעסאַנט זיך אָפּשטעלן אױף אַ פּאָר קלײניקײטן, װאָס זענען גלײַך כאַראַקטעריסטיש פֿאַר זײ בײדן.

געװאָרן בײַ די שאַפּיראָס אַ הײמישער מענטש און באַמערקט, אַז די מוטער און די טאָכטער האָבן נישט ליב, אַז דער פֿאָטער, דוד שאַפּיראָ, באַרימט זיך מיט זײַנע עלטער־זײדעס, די אמתע, די סלאַװיטער שאַפּיראָס, האָט ער אײנמאָל אױף אַ טשיקאַװעס אַ פֿרעג געגעבן בײַם בעל־הבית: װאָס איז אײגנטלעך דער מער מיט די דאָזיקע סלאַװיטער שאַפּיראָס, דוד האָט אַװעקגעשטעלט אױף זײַן קװאַרטיראַנט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי יענער װאָלט אים פֿרעגן, װאָס איז דער מער מיט אַבֿרהם אָבֿינו אָדער מיט משה רבינו?

― װאָס? איר האָט קײנמאָל ניט געהערט די געשיכטע מיט די סלאַװיטער שאַפּיראָס, די װאָס מע האָט אין װאַסילטשיקאָװס צײַטן געגנאָטעװעט, געטריבן „סקװאָז סטראָיсквозь строй: דורך דער ליניע“ איבער אַ בילבול? װי איז דאָס מעגלעך?

אַזױ האָט אים געזאָגט דוד און גענומען אים דערצײלן אַן אַלטע, אַ טרױעריקע געשיכטע פֿון צװײ ברידער, עשירים מופֿלגים בתּורה, אײנער האָט געהײסן ר′ שמואל אַבא שאַפּיראָ און דער אַנדערער ר′ פּינחסל שאַפּיראָ, און בײדע זענען געזעסן אין סלאַװיטע, געהאַלטן אַ דרוק. האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה איבער אַ פֿאַלשן „דאָנאָסдонос: מסירה“, איבער אַ מסירהלע, איז אַרױס אַ באַפֿעל פֿונעם גובערנאַטאָר װאַסילטשיקאָװ, מע זאָל זײ גנאָטעװען, טרײַבן „סקװאָז סטראָי“, אױף אַמאָליקן אַלטן שטײגער. איז בעת מע האָט זײ גענומען קאַטעװען און די סאָלדאַטן מיט די ריטער האָבן געטאָן זײער אַרבעט, איז בײַם עלטערן ברודער אַראָפּגעפֿאַלן די יאַרמעלקע פֿונעם קאָפּ, האָט ער, נישט קוקנדיק אױף די ריטער, זיך אָנגעבױגן, אױפֿגעהױבן און אָנגעטאָן די יאַרמעלקע אױפֿן קאָפּ, גלײַך װי ניט אים מײנט מען.

― אָט דאָס איז גאָר? האָט זיך ניט װילנדיק אַרױסגעכאַפּט בײַם קװאַרטיראַנט, און בעטי איז שױן געװאָרן אָנגעצונדן װי אַ שװעבעלע:

― װאָס נאָך האָט איר געװאָלט?

װעלנדיק פֿאַרענטפֿערן זײַן פּאָזיציע, האָט ראַבינאָװיטש אַרױסגעזאָגט אַ געדאַנק, אַז ער זעט ניט אַרױס אין דעם קײן באַזונדערע גבֿורה און אַז ער פֿאַרשטײט ניט, װאָס איז פֿאַראַן זיך צו באַרימען מיט אַ געשמיסענעם אין דער משפּחה?

נו־נו. ראַבינאָװיטש האָט מער נישט באַדאַרפֿט. ער איז אָפּגעשאָטן געװאָרן מיט פֿײַער פֿון בײדע זײַטן. פֿון אײן זײַט האָט אים דוד שאַפּיראָ גענומען פֿײַלן אױף זײַן שטײגער, אַז אָט דער ראַבינאָװיטש, הערט איר, האָט אין זיך תּנועות און אָפּשניצלעך פֿון אַן אמתן גױ; אַז ער האָט ניט אין זיך קײן ייִדישן אָדער און אַזױ װײַטער… און בעטי פֿון איר זײַט האָט געװאָלט הערן פֿון אים, װאָס איז לױט זײַן מײנונג מער בזיון ― זײַן אַ געשמיסענער, צי זײַן אַ שמײַסער? װאָס איז מער כּבֿוד ― האָבן אַ געהאָנגענעם אין דער משפּחה, אָדער האָבן אַ תּלין, װאָס האָט געהאַלטן אין אײן הענגען מענטשן?…

― אָבער גענוג! נו גענוג שױן! זעט נאָר װי מיט אַ װאָגן האָט מען זײ פֿאַרטשעפּעט, דעם טאַטן מיט דער טאָכטער! ― מישט זיך אַרײַן שׂרה און עס נעמט אַ סוף.

דאָס אַנדערע מאָל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: בעטי און דער קװאַרטיראַנט זענען געזעסן אין דער פֿרי בײַ דער טײ און געלײענט אַ בלאַט־צײַטונג. האָט זיך ראַבינאָװיטש אָפּגעשטעלט אױף אַ נאַרישן, נאָר אַ טרױעריקן עפּיזאָד, װעלכעס איז גאָר קײן נײַעס נישט פֿאַר אַ ייִדן, און װעלכעס איז אין דער „טשערטאַ“ אײגנטלעך מעשׂים־בכל־יום.

דער עפּיזאָד האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אַ ייִדישער שטאָט, אין אַ גימנאַזיע, צװישן קלײנע קינדער, װאָס האָבן געשפּילט מיטן לערער אין „סאָלדאַטלעך“ („פּאָלק פּאָטיעשניךполк потешних: קאָמישער פּאָלק“).

צונױפֿגעזאַמלט זיך אױפֿן שטאָט־פּלאַץ ― דערצײלט זיך דער קאָרעספּאָנדענט אַ מעשׂה װי אַ מסיח־לפֿי־תּומו ― האָבן העכער הונדערט קינדער אױסגעשטעלט זיך אין דער רײ און גרײט געװען צו מאַרשירן. דאָס איז געװען אַן אױסגעצײכנט בילד, װאָס האָט צונױפֿגעקליבן אַרום זיך אַ מאַסע מענטשן. די גאַנצע שטאָט איז אַרױסגעקומען אָנקוקן די קלײנע סאָלדאַטלעך. קינד און קײט האָבן זײ מקנא געװען. פּלוצעם האָט זיך דערהערט אַ קאָמאַנדע פֿונעם אָפֿיציר:

― ייִדישע קינדער אױף צופֿריִער („יעװרעאי װפּעריאָדевреи вперёд!“).

זענען אַרױסגעטראָטן דרײַ קלײנע סאָלדאַטלעך מיט ייִדישע פּנימלעך פֿון מלאַדשי פּריגאָטאָװיטעלנעмладжи приготовительно: יונג אָנהײבער קלאַס און װי די אמתע סאָלדאַטן אַװעקגעשטעלט זיך און אױסגעצױגן פֿאַרן אָפֿיציר, מיט גליקלעכע אױגן געװאַרט אױף דעך װײַטערער קאָמאַנדע.

― סטופּאַיטיע דאָמאָיступайте домой (גײט אײַך אַהײם!) ־ האָט זיך געלאָזט הערן דעם אָפֿיצירס קאָמאַנדע, און די דרײַ קינדער זענען געבליבן שטײן װי פֿאַרגליװערט, ניט פֿאַרשטאַנען נאָך, װאָס דאָס הײסט.

― סטופּאַיטיע דאָמאָי! ― האָט דער שטרענגער אָפֿיציר אױסגעקאָמאַנדעװעט נאָך אַ מאָל. און בכדי זײ זאָלן אים מער פֿאַרשטײן אַ פּנים, האָט דער אָפֿיציר צוגעלײגט: „הערשקאָ, יאַנקל, באָראַך, טאַטעלע, מאַמעלע, גײט אַהײם!“ און בעת־מעשׂה האָט ער געמאַכט אַזאַ ממזרישע מינע, אַז דער גאַנצער עולם, װאָס האָט זיך צונױפֿגעקליבן אין גאַס, האָט אױסגעשאָסן אַ פֿרײלעכן געלעכטער און גענומען פּאַטשן בראַװאָ, און די דרײ ייִדישע סאָלדאַטלעך זענען מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּלעך אונטער הילכנדיקע אַפּלאָדיסמענטן אַװעק אַהײם.

― טשאָרט זנאַיעט טשטאָчорт знает что: דער רוח װײסט װאָס! ― האָט אױסגערופֿן ראַבינאָװיטש, אַ װאָרף געגעבן פֿון זיך דאָס בלאַט, זיך אױפֿגעכאַפּט, גענומען אַרומשפּאַנען איבער דער שטוב און שאַרן די האָר אַרױף, אין פֿײַערן אױף דעם אַכזר דעם אָפֿיציר, װאָס האָט ניט אין זיך קײן טראָפּן מענטשלעכקײט, און אױפֿן נאַרישן פּובליקום, װאָס איז גרײט צו אַפּלאָדירן יעדער נידערטרעכטיקײט, און אױפֿן קאָרעספּאָנדענט דעם אידיאָט, װאָס באַשרײַבט אין אַזאַ אידיאָטישן טאָן אַזאַ אונערהערטע רציחה, װאָס מע דאַרף דערױף רײַסן זיך בײַ די האָר, דונערן און בליצן!

― שטילער אַ ביסעלע! ― רײַסט אים איבער בעטי ― מיר האָבן געזען ערגערע זאַכן…

ראַבינאָװיטש בלײַבט שטײן.

― ערגערע זאַכן? ערגער דערפֿון קאָן שױן גאָר ניט זײַן, בערטאַ דאַװידאָװנאַ. איר שטעלט אײַך נאָר פֿאָר, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, די טיפֿע באַלײדיקונג, דעם גרױסן רחמנות פֿון די דרײ אומשולדיקע תּלמידימלעך פֿון „מלאַדשי פּריגאָטאָװיטעלנע“ קלאַס ― װאָס האָבן געטראַכט זײערע קעפּלעך? און דעם סם־המװת, װאָס איז אַרײַנגעגאָסן אין די רײנע הערצלעך פֿון די איבעריקע, די קריסטלעכע קינדער ― װאָס האָבן זײ זיך געקלערט? און דאָס פּובליקום, װאָס האָט געפּאַטשט בראַװאָ די סטאַדע שעפּסען…

די סטאַדע שעפּסען ― שלאָגט אים איבער בעטי ― האָבן שױן געזען ערגערע זאַכן און האָבן אױך געפּאַטשט בראַװאָ. זײ האָבן געזען קלײנע ברעקלעך קינדער פֿליִען פֿון די אױבערשטע עטאַזשן צעריסענע אױף דער האַלב און מיט צװעקלעך אין די קעפּלעך אינאײנעם מיט די צעבראָכענע פֿאָרטעפּיאַנאָס און מיט די צעטרענטע ייִדישע קישנס…

― אַך, בערטאַ דאַװידאָװנאַ, װאָס גלײַכט איר? דאָס איז געװען אַ פּאָגראָם און דאָס איז שױן װידער עפּעס אַנדערש.

― דער אײגענער פּאָגראָם, גריגאָרי מאָיסעיעװיטש, נאָר אָן פּאַראַד, אָן מוזיק און אָן פֿעדערן.

― מײַנע װערטער, נאָר בײַ אײַך קומען זײ אױס פֿאַרקערט. אַך, בערטאַ דאַװידאָװנאַ! בערטאַ דאַװידאָװנאַ!

― װאָס בערטאַ דאַװידאָװנאַ? בערטאַ דאַװידאָװנאַ? ― קרימט אים איבער בעטי, און ער מאַכט אַ קרום פּנים און בעט זיך בײַ איר:

― נו, בערטאַ דאַװידאָװנאַ!…

דערהערט שׂרה אין קיך, מײנט זי אַז דאָס רײַסן זיך די קינדער אױף דער רעכטער אמת, זי װײסט ניט, אַז גוטע פֿרײַנד קריגן זיך איז װי טײַבעלעך קושן זיך… לױפֿט זי אַרײַן אין אײן שרעק:

― שאַ! װאָס טוט זיך דאָ? װאָס איז דאָ געשען?

― גאָרניט טוט זיך דאָ ― באַרויִקט מען זי ― גאָרניט איז דאָ געשען.

― װאָס־זשע הער איך בערטאַ דאַװידאָװנאַ און בערטאַ דאַװידאָװנאַ? װאָס־זשע האָט ער זיך אַזױ צעבערטעדאַװידאָװנעט װאָלט איך געװאָלט װיסן?

עס לאָזט זיך אױס מיט אַ פֿרײלעכן געלעכטער, װי אַלע מאָל. נאָר עס געדױערט נישט קײן סך און די „קינדער“ האָבן זיך שױן װידער צעאַמפּערט ― הימל עפֿן זיך!

איצטיקס מאָל, אין דער ערשטער נאַכט פּסח נאָכן סדר, אַז מע איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם טיש, האָבן זיך אונדזערע יונגע לײַט צעאַמפּערט איבער אַ פּרינציפּיעלער פֿראַגע: פֿאַרװאָס װיל דוד שאַפּיראָ ניט לײדן, אַז מע רעדט פֿון „ריטואַל“? פֿאַרװאָס פֿאַרװאַרפֿט ער מיט הענט און מיט פֿיס, אַז ער דערהערט דאָס װאָרט „עלילת־דם“? ראַבינאָװיטש האָט דערבײַ אַרױסגעזאָגט אַ געדאַנק, אַז ער פֿאַרשטײט ניט, פֿאַרװאָס די ייִדן שװײַגן? נאָך זײַן מײנונג װאָלטן אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט באַדאַרפֿט זיך פֿאַראײניקן און אָנװענדן זײער גאַנצע ענערגיע אױף צו פּראָטעסטירן קעגן אַזאַ שרעקלעכע באַשולדיקונג…

― פּונקט פֿאַרקערט, ― האָט אים אָפּגעהאַקט בעטי גלײַך און שאַרף װי אַלע מאָל ― פּונקט קאַפּױר! ― פּראָטעסטירן באַדאַרפֿן ניט מיר, נאָך די ערלעכע לײַטישע קריסטן… װאָרעם פֿאַר זײ דאַרף

דאָס אײגנטלעך זײַן מער בזיון װי פֿאַר אונדז אױב איר װילט װיסן. און איר זאָגט פּראָטעסטירן? פּראָטעסטירן האָט דען אַ שיעור? אױף איטלעכנס ניס קאָן מען ניט זאָגן: „צו געזונט“… למשל, אָט איצט באַשולדיקט מען אונדז, אַן מיר באַנוצן קריסטלעך בלוט אין אונדזער מצה אױף פּסח. מאָרגן װעט מען אױסטראַכטן, אַז מיר שלינגען לעבעדיקערהײט קריסטלעכע קינדער אױפֿן ניכטערן האַרצן, און מיר װעלן אױף יעדער װילדער נאַרישקײט גײן פּראָטעסטירן? מיר װעלן זיך אַװעקשטעלן אָפּלײקענען, אַז נײן, מיר שלינגען ניט קײן לעבעדיקע קינדער אױפֿן ניכטערן האַרצן? פֿױ! דער פּאַפּאַ איז זײער גערעכט, װאָס ער װיל דערפֿון נישט רעדן אַפֿילו. דאָס באַװײַזט, אַז ער איז אַן אַריסטאָקראַט…

― אַן אַריסטאָקראַט?

― װאָס שמײכלט איר אַזױ? געװיס אַן אַריסטאָקראַט! און יעדנפֿאַלס מער אַריסטאָקראַט פֿון יענעם גענעראַל, װאָס האָט דערזען אין גאַס אַ ציגײַנער אָדער אַ גרעק מיט אַ װײנענדיק קינד, האָט זיך אים, כאַ־כאַ, פֿאַרשטעלט, װי מע זאָגט בײַ אונדז, אַ קורצע קו פֿאַר אַ באַרנבױם און ער האָט באַלד דערשמעקט בלוט, װאָרעם עס חלומט זיך זײ בלוט, מענטשלעך בלוט… אין חלום און אױף דער װאָר זעען זײ נאָר בלוט און בלוט… אָ, נישט קײן פּראָטעסטן דאַרפֿן מיר שרײַבן, נישט פֿאַרענטפֿערן דאַרפֿן מיר זיך, מיר דאַרפֿן, מיר װאָלטן באַדאַרפֿט ― מע זאָל מיך פֿאָלגן ― אַרױסטרעטן מיט אַ קאָנטער־באַשולדיקונג קעגן אַנדערע:

………………

די יונגע לײַט האָבן זיך אַזױ פֿאַררעדט, אַז זײ האָבן גאָר ניט באַמערקט, אַן דוד שאַפּיראָ האָט שױן געענדיקט דעם שיר־השירים אױך, אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש אין דער בעסטער שטימונג און צוגעגאַנגען מיט אַ ניט געװײנלעך שמײכעלע צו די „קינדער“ הערן, פֿון װאָס רעדן זײ, און אָנגעקומען אַקוראַט אױף דעם ענין „ריטואַל“, װאָס ער קאָן עס ניט הערן.

איר אױך פֿון „ריטואַל“? אַלע, אַלע פֿון „ריטואַל“, ניט געדאַכט זאָלט איר װערן!

בעטי זעט, אַז דער פֿאָטער איז זײער אױפֿגעלײגט, װאָס אין זײער זעלטן.

- פּאַפּעטשקע, מיר האָבן דאָ געאַמפּערט זיך מיט אונדזער קװאַרטיראַנט איבער דיר.

― איבער מיר? װאָס איז דאָ איבער מיר צו אַמפּערן זיך?

― ער פֿאַרשטײט ניט דעם שׂכל פֿאַרװאָס דו האָסט פֿײַנט, אַז מע רעדט פֿון „ריטואַל“.

דוד בײגט אָן דעם קאָפּ און מאַכט צו די אױגן, זעט אױס האָרכנדיק:

― נו, און דו פֿאַרשטײסט דעם שׂכל?

― געװיס פֿאַרשטײ איך. איך װיל אים דערקלערן, אַז דו שטײסט העכער פֿון אַזעלכע מיאוסקײטן. אַז דו האַלטסט עס פֿאַר אַ באַלײדיקונג: אַז דו…

― טע־טע טע! ― מאַכט דוד שאַפּיראָ און פֿאַרשטעלט זיך בײדע אױגן. ער האָט פֿײַנט, אַז יענער רעדט, ער האָט ליב בעסער אַלײן צו רעדן.― צו װאָס אַזױ פֿיל װערטער? אױב דו װילסט װיסן אַקוראַט, װעל איך דיר זאָגן דעם שׂכל. אָט דער „ריטואַל“, װי איר רופֿט עס אָן, אָדער „עלילת־דם“, װי עס האָט אַמאָל געהײסן, קאָסט אונדז, איך מײן אונדזער משפּחה, צו טײַער. איך, אַז איך דערהער דאָס װאָרט „עלילת־דם“, װערן מיר פֿאַרקילט אַלע געבליטן. איך דערמאַן מיך װאָס מײַן טאַטע עליו השלום האָט מיר דערצײלט, װאָס ער האָט דאָס געהערט פֿון זײַן טאַטנס טאַטן, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס, װאָס בײַ זײ אין דער משפּחה האָט זיך געטראָפֿן, װי אַזױ ס'איז שיִער חרובֿ געװאָרן אַ שטאַט מיט ייִדן, האָט זיך גאָט אַרײַנגעמישט, באַװיזן אַ נס. אַ שײנע מעשׂה איז דאָס געװען. אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע.

― דערצײל, פּאַפּעטשקע, דערצײל אונדז פֿון די אמתע פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס… ― האָט זיך בעטי געלאַשטשעט צום פֿאָטער, אַרױפֿגעלײגט איר האַנט אױף זײַן װײַסן קיטל און שעלמיש פֿאַרקוקט אים אין די אױגן אַרײַן.

אין דעם דאָזיקן שעלמישן קוק, װי אױך אין די װערטער „סלאַװיטער שאַפּיראָס“, האָט זיך געהערט װי אַ איראָניע, װאָס האָט באַדאַרפֿט באַדײַטן, אַז די מעשׂה, װאָס ער װעט דערצײלן, קאָן זײַן, אַז זי װעט זײַן זײער אינטערעסאַנט. נאָר אַז זי האָט זיך געטראָפֿן מיט די סלאַװיטער שאַפּיראָס ― דאָס איז ניט װיכטיק… און אַלע האָבן זיך אַװעקגעזעצט אַרום דודן, בעטי מיטן קװאַרטיראַנט פֿון אײן זײַט, שׂרה מיטן מיזיניק פֿון דער אַנדערער זײַט (סיאָמקעס אײגעלעך האָבן זיך אָנגעצונדן. ער װעט אײַך פֿאַר אַ מעשׂה אַװעקגעבן װאָס איר װיל, אױסער, פֿאַרשטײט זיך, די נײַע שטיװעלעך), און דוד שאַפּיראָ האָט גענומען דערצײלן זײַן מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן „טאַקע בײַ זײ אין זײַער משפּחה“.

דאָס נײן־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
אַ ן ע פּ י ז אָ ד פֿ ו ן פֿ אַ ר צ ײַ ט ן

די מעשׂה, װאָס דוד שאַפּיראָ האָט גענומען דערצײלן, איז טאַקע געװען זײער אַ שײנע מעשׂה און ער האָט זי זײער שײן דערצײלט. אײן חסרון נאָר איז געװען, װאָס צוליבן קװאַרטיראַנט, װאָס פֿאַרשטײט ייִדיש אַ ביסל מער פֿון אַ גױ, האָט דוד געמוזט זי איבערגעבן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך, אין אַ שפּראַך, מיט װעלכער ער איז עפּעס ניט שװה־בשװה. דאָרט, װוּ עס האָבן אים אױסגעפֿעלט װערטער, האָט ער געמוזט טאָן דאָס, װאָס זײַן טאַטע האָט געטאָן. דערמאַכן דאָס איבעריקע מיט די הענט. איז אַפֿילו געהאַט געבליבן תּחילת, אַז בעטי זאָל אים קומען צו הילף, דאָס הײסט, אַז זי זאָל זײַן זײַן טאָלמאַטש. דאָס איז אָבער געװען גאַנץ איבעריק, װאָרעם װי קאָן דוד שאַפּיראָ לײדן, אַז יענער זאָל פֿאַר אים רעדן? װאָס איז ער, חלילה, אַ שטומער? דעריבער איז ער אַלע מאָל, װען דער קװאַרטיראַנט האָט זיך געװענדט צו בעטין, זי זאָל אים געבן צו פֿאַרשטערן, אָנגעפֿאַלן אױף אים מיט הענט.

― װאָס פֿרעגט איר בײַ איר? װאָס װײסט זי? זי װײסט אַזױ װי איר און איר אַזױ װי זי. אין די זאַכן לאָזט מיך, װעל איך אײַך קלאָר מאַכן אַקוראַט.

דאָס רופֿט אַרױס אַ פֿרײלעך געלעכטער בײַ יונגװאַרג, צװישן װעלכע מע דאַרף רעכענען אױך דעם קלײנעם סיאָמקע, װאָס הערט זיך צו צום טאַטנס מעשׂה מיט קאָפּ װי אַן אַלטער. „מיר זאָל זײַן פּאָר זײַן קאָפּ!“ טראַכט זיך שׂרה װאָס די אַרבע־כּוסות האָבן זי געמאַכט שמײכלענדיק, די באַקן רױט און די אױגן האַלב שלעפֿעריק.