דער בלוטיקער שפּאַס: 47: בײַם סדר

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס זיבן־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל

בײַם סדר

פֿון שול אַהײם איז דוד שאַפּיראָ אַרײַנגעקומען בהרחבֿה, װי אַלע יאָר אין דער צײַט, און מיטן אײגענעם ברײטן גוט־יום־טובֿ װאָס אַלע יאָר אין דער צײַט און, װי אַלע יאָר אין דער צײַט, אַװעקגעזעצט זיך אױפֿן טראָן, װי אַן אמתער בן־חורין, װי אַן עכטער אַריסטאָקראַט, װאָס צײלט זײַן ייִחוס אַ סך ― אַ סך דורות פֿון „מלכים בני מלכים“, און גענומען אָפּריכטן דעם סדר מיט דערזעלבער פֿײַערלעכקײט װאָס אַלע יאָר און מיט דעם אַלטן באַקאַנטן ניגון, װאָס גײט בײַ אונדז בירושה פֿון דור צו דור. אמת, אױף זײַן פּנים איז געװען איבערגעצױגן נישט קײן געװײנלעך װאָלקנדל, פֿון די אױגן האָט אַרױסגעקוקט אַ פֿאַרבאָרגענער טרױער און אין קול האָט זיך געלאָזט הערן אַ מינאָרנער טאָן, אַן אָפּקלאַנג פֿון דעם כּל־ישׂראל פּעקל, װאָס הײסט „שטשיגירינסקי“; דאָס אַלץ האָט אָבער געקאָנט באַמערקן נאָר אײן שׂרה, װעלכע איז געזעסן איצט בײַ זײַן רעכטע האַנט אָנגעטאָן און צוגעקליבן װי אַ קעניגין און אױסגעזען װי אַן אמתע קעניגין ― קײנער װאָלט זיך גאָר ניט געגלױבט, אַז דאָס איז די אײגענע שׂרה, װאָס האָט אַלײן מיט אירע הענט אַרױסגעטראָגן דעם חמץ, אָדער, װי זי רופֿט עס אָן, דעם „הקדש“ פֿון דער דאָזיקער שטוב און אַלײן, אײן מענטש אַלײן, אַרײַנגעשלעפּט אַהער דעם פּסח. איצט זענען די דאָזיקע הענט װײַס און זױבער און אַ פּאָר דימענטלעך בלישטשען אַרױס פֿון די אַלטע פֿינגערלעך, װאָס זי האָט אָנגעטאָן לכּבֿוד יום־טובֿ. די זעלבע דימענטלעך בלישטשען אַרױס פֿון אירע אַלטע אױערינגלעך, װאָס זי טוט אָן פֿון יום־טובֿ צו יום־טובֿ. נאָר מער פֿון אַלעס בלישטשעט און שײַנט איר נאָך גאָר יונג שײן

פּנים, װאָס איז איצט נאָר אַ ביסל מער פֿאַרזאָרגט װי אַלע מאָל. עס מאַכט ניט אױס. שׂרה טראָגט טאַקע אַ פֿול האַרץ מיט צרות נאָך פֿון פּורים אָן, נאָר זי זאָגט נישט קײנעם. װיבאַלד אַז איר דוד האָט פֿײַנט, מע זאָל רעדן פֿון דעם געהרגעטן װאָלאָדקע, למאַי זאָל זי אים אָנטאָן אומזיסטע יסורים? זי װאָלט אפֿשר אַלײן אױך געװאָלט פֿאַרגעסן פֿון דער מכּה, װען ניט איר שװיגערין, װאָס האָט מיט אַ פּאָר װערטער נאָר, װאָס זענען געזאָגט געװאָרן, דאַכט זיך, אױפֿן װינט, נאָר פֿאַרריכט דאָס מזל. די פּאָר װערטער זענען איר אַרײַן טיף אין האַרצן און ערשט נאָך איר אַװעקגאַנג האָט זי זיך דערמאָנט, אַז צװישן די פּאַפּירן, װאָס מע האָט צוגענומען בײַם קװאַרטיראַנט, איז דאָך געװען אױך איר טאָכטערס פּאָרטרעט ― אַ מכּה איז איר אַ גרױסע! עס איז איר גאָר פֿונעם קאָפּ אַרױס, װינד אין איר און װײ!… און זי קוקט אױפֿן שײַנענדיק גליקלעך פּנים פֿון איר טאָכטער, װאָס זיצט אַזױ נאָענט נעבן דעם נאָך מער גליקלעכן קװאַרטיראַנט, און זי בעט גאָט פֿאַר זײ בײדן, װאָס ― װײסט זי אַלײן ניט: זי בעט גאָט עס זאָל איר ניט פֿאַרשטערט װערן די שׂימחה, װאָס דאַרף זײַן בײַ זײ אין שטוב אם־ירצה־השם אין גיכן אױף אַ קנס־מאָל אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער… און אַז עס האַלט בײַ אַ קנס־מאָל אין גיכן ― אין דעם איז דאָך בײַ איר קײן ספֿק נישט. װאָרעם פֿון װאַנען דען נעמט זיך צו די „קינדער“ אַזאַ נאָענטקײט? שׂרה שאַפּיראָ קאָן גוט איר טאָכטער )און דערצו גיט זי אַכטונג, אױף װאָס דען איז זי אַ מאַמע?(, און אױך דעם קװאַרטיראַנט קאָן זי שױן אױסגעבונדן, און זי איז פֿאַר אים גאַנץ רויִק, אַז ער גײט אַרום מיט כּשרע געדאַנקען… נישמער, װאָס הײַנטיקע קינדער האָבן פֿײַנט, מע זאָל זײ אַרײַנקוקן אין טעלער אַרײַן, און זײ האָבן צײַט.

שׂרה איז צופֿרידן, װאָס דער הײַנטיקער סדר האָט זײ געמאַכט נאָך מער נאָענט און נאָך מער הײמיש װי ביז אַהער. און געמאַכט האָט זיך עס פֿון זיך אַלײן, אױף אַזאַ מין אופֿן: אַז דוד איז געקומען פֿון שול, האָט ער קודם־כּל געבעטן מחילה בײַם קװאַרטיראַנט, ער זאָל זיך מטריח זײַן אָנטאָן דאָס היטל.

― טאַקע אַ סטודענט, ― האָט אים דוד געזאָגט ― און טאַקע אַ מעדאַליסט, און טאַקע אַ האַלבער גױ, נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן. אַ ייִד באַדאַרף זיצן בײַם סדר אין אַ היטל, װי גאָט האָט געבאָטן.

דערנאָך האָט אים דוד געזעצט נעבן זיך פֿון דער לינקער האַנט )מחמת אין דער רעכטער האַנט זיצט דאָך די מלכּה, שׂרה הײסט עס(, נעבן אים האָט ער אַװעקגעזעצט בעטין, געגעבן זײ בײדע אײן הגדה און אַ זאָג געגעבן צו דער טאָכטער אױף ייִדיש:

― דו װעסט אים שױן װײַזן אַלצדינג, װאָס מע דאַרף זאָגן און װאָס מע דאַרף ניט זאָגן, װאָרעם ער איז דאָך מסתּמא אַזױ קלאָר אין דער הגדה, װי אַ גױ אין אַשרי:

בעטי זעצט אים איבער דעם פֿאָטערס װערטער, און אָך, װער איז צו זײ גלײַך אין דער מינוט? זײ זיצן אַזױ נאָענט אײנס נעבן דאָס אַנדערע און קוקן אַרײַן אין אײן הגדה אַרײַן ― און װוּ זענען זײערע געדאַנקען? בעטי פֿילט נאָך אױף זיך דאָס פֿײַער פֿון זײַנע ליפּן ― און עס מאָלט זיך איר אױס, אַז מע זאָל זיך גוט צוקוקן, װאָלטן עס דאַכט זיך אַלע געזען: זי קאָן זיך ניט אָפּגעבן קײן ריכטיקן דין־וחשבון, װי אַזױ איז דאָס געשען? װער אין געװען דער ערשטער ― ער, אָדער זי?.. און װאָס װעט זײַן װײַטער? מיט װ ע מ ע ן װעט ער רעדן ― מיטן טאַטן אָדער מיט דער מאַמע? און װ י אַ ז ױ װעט ער רעדן?… אָדער ער װעט אפֿשר װעלן אַראָפּברענגען אַהער פֿריִער זײַן פֿאָטער, דעם אױפֿגעקומענעם גבֿיר מיטן גראָבן בױך און מיטן געקנײטשטן האַלדז, מיט די איבערגעזעטיקטע ליפּן און מיט די אױסגעלאָשענע אױגן?…

― נײן. דאָס װעט ער נישט טאָן. ער װײס, אַז איך האָב דאָס ניט ליב. אַזױ טראַכט זיך בעטי און איבערמישנדיק אַ בלעטל אין דער הגדה, באַגעגנט זי זיך מיט זײַנע אױגן, װאָס באַרויִקן זי און זאָגן איר אַזױ פֿיל, אַזױ פֿיל …

― זײַ מײַנע! ― מאָלט זיך איר אױס, אַז עס זאָגן איר זײַנע אױגן, און זי ענטפֿערט אים מיט די אױגן:

― איך בין דײַנע… איך בין שױן לאַנג דײַנע, כאָטש דו ביסט מיר אַ לאַנגע צײַט געװען אַ רעטעניש און איך האָב דיך נישט געקאָנט פֿאַרשטײן… איצט דאַכט זיך איר אױס, אַז זי פֿאַרשטײט אים שױן גוט און קאָן אים שױן דורך און דורך און װײס אַפֿילו אַלע זײַנע מחשבֿות, װאָס ער טראַכט אַצינד… אָ, גליקלעכע, נאַרישע בעטי, פֿון װאַנען זאָל זי װיסן, אַז דער דאָזיקער שײנער ציקאַװע בחור מיט דער שײנער פּאַטליע שװאַרצע האָר און מיט דער ייִדישער נאָז, װאָס טראָגט אַזאַ ייִדישן נאָמען ראַבינאָװיטש און װײסט גלײַך מיט אַלע ייִדן דעם טעם פֿון אַתּה בחרתּנו פֿון „פּראָצענט־נאָרמע“, „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן, איז ניט ראַבינאָװיטש און ניט קײן ייִד קײן אַתּה־בחרתּנוניק, נאָר אַן אַנדער מיוחס. זײַן ייִחוס איז ניט דער, װאָס זײַנע עלטער־עלטער־זײדעס קומען אַרױס פֿון די פּאַטריאַרכן אַבֿרהם יצחק ױעקבֿ, װאָס מיר ייִחוסן זיך מיט זײ. נײן, זײַן ייִחוס איז נאָר דער, װאָס זײַן פֿאָטער, אַ דװאָריאַנין און אַ רײכער פּאָמעשטשיק, א י װ אַ ן א י װ אַ נ אָ װ י ט ש פּ אָ פּ אָ װ , איז אַן אָנגעזעענער פּאַרשױן אין די הױכע ספֿערן, פֿון די מקורבֿים למלכות, מיט אַ גאַנץ הױכן טשין שיִער ניט אַ מיניסטער. נײן, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ קאָן זיך נישט באַרימען, אַז ער קומט אַרױס פֿון די שאַפּיראָס, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס. דערפֿאַר קאָן ער זיך באַרימען דערמיט, װאָס ער האָט אײן ברודער אַ גובערנאַטאָר, דעם אַנדערן ברודער אַ זעמסקי נאַטשאַלניק און אַלײן איז ער אױך נישט קײן אַבי־װער; ער איז ניט מער און ניט װינציקער װי דער געװעזענער ט―ער גובערנסקי פּ ר ע ד װ אָ ד י ט ע ל ד װ אָ ר י אַ נ ס ט װ אַ !אױסגעװײלטער באַאַמטער פֿון דער גובערניע ט― נו, װעמען װאָלט דאָס קומען אױפֿן זינען אַזאַ זאַך?… און אונדזער העלד אַלײן װאָלט דאָס דען געגלױבט פֿאַראַיאָרן אין דער צײַט, אַז ער װעט הײַנטיקע נאַכט זיצן מיט ייִדן בײַ אַ ייִדישן טיש, אָפּריכטן גלײַך מיט אַלע ייִדן דעם ייִדישן פּסחיקן סדר, אַרײַנקוקן גלײַך מיט אַלע ייִדן אין אַ ייִדישער הגדה, װוּ עס װערן דערצײלט די גרױסע װוּנדער פֿון יציאת־מצרים, און נאָכדעם זיך קװיקן גלײַך מיט אַלע ייִדן מיטן טרוקענעם אָרעם־ברױט, װאָס הײסט אױף זײַן גױיִש לשון „מ אַ צ צ אַ“, מיטן האַרבן ביטערן מרור־כרײן, מיט די געפֿילטע שטאַרק געפֿעפֿערטע פֿיש, מיט די פֿעטע מצה־קנײדלעך און פֿאַלירטשיקעס? און װער איז עס אימשטאַנד איבערגעבן אױף פּאַפּיר דעם ים מיט געפֿילן און די װעלט מיט געדאַנקען, װאָס האָט איבערגעלעבט און איבערגעטראַכט אונדזער רוסישער העלד אין דער דאָזיקער נאַכט פֿון דעם ייִדישן פּסח בײַם ייִדישן טיש מיט ייִדן בײַם סדר?… אָט ערשט פֿאַר יום־טובֿ האָט ער געלײענט אין אַ צײַטונג אַ קורצע טעלעגראַמע פֿון זײַן הײם פֿון ט―ר גובערניע, אַז פֿון דאָרט, לױטן באַפֿעל פֿון ט―ר גובערנאַטאָר (זײַן פֿעטער) װערן אַרױסגעשיקט אין צװײ װאָכן צײַט 450 ייִדישע משפּחות:

„פֿיר הונדערט פֿופֿציק משפּחות ― טראַכט ער זיך אַרײַנקוקנדיק מיט בעטין אין אײן הגדה אַרײַן ― פֿיר הונדערט פֿופֿציק משפּחות, דאָס זענען אומגעפֿער אַ פּאָר טױזנט נפֿשות, װערן זײ אַרױסגעשיקט דורך מײַן פֿעטער דעם גובערנאַטאָר, נישט דערפֿאַר, װאָס זײ האָבן עמיצן באַגזלט אָדער באַגנבֿעט, פֿיר הונדערט און פֿופֿציק משפּחות אין אײן קלאַפּ קאָן מען נישט כאַפּן אין א ײ ן עבֿירה. מע שיקט זײ אַרױס נאָר דערפֿאַר, װאָס זײ זענען ייִדן… מע האָט זיך אױפֿגעכאַפּט ― אַזױ שטעלט ער זיך פֿאָר ― אין אײן שײנעם טאָג, אָדער אין אײן פֿינצטערער נאַכט 450 משפּחות מענטשן און מע האָט זײ איבערגעלײענט אַ פּאַפּיר, אַז זײ זאָלן זיך אין פֿאַרלױף פֿון צװײ װאָכן פֿאַרנעמען מיט אַלע זײערע בעבעכעס און זאָלן זיך איבערפּעקלען װוּהין די אױגן טראָגן, אַהין, אין דער „טשערטאַ“, ג ד י ע י ע װ ר ע י אַ ם ז ש י ט ד אָ ז װ אָ ל י ע נ אָгде евреям жить дозволено: װוּ מע לאָזט אַז ייִדן זאָלן װױנען… און אַזױ װי דאָס איז עפּעס ניט אַזאַ גרינג שטיקל אַרבעט, אַז 450 משפּחות זאָלן זיך אין צװײ װאָכן צײַט אַריבערפּעקלען מיט די בעבעכעס אױף אַ שטח פֿון טױזנטער װערסטן, און אַזױ װי דאָס ייִדישע פֿאָלק איז, לױט ער האָט דאָס קענען געלערנט, אַ פֿאָלק פֿון מענטשן היציקע, מענטשן כאַפּנדיקע, מענטשן זשומענדיקע, מענטשן פֿליגן, האָט זיך עס דאָרטן מסתּמא געקאָכט! ייִדן האָבן זיך געפּאַקט, װײַבער האָבן געװײנט, קינדער האָבן געפּישטשעט ― און פּאָליציע האָט אַכטונג געגעבן, אַז פֿון די 450 משפּחות זאָל זיך חלילה נישט פֿאַרװאַלגערן קײן אײנציקער ייִדל… און אָט האָבן זיך אױפֿגעהױבן 450 משפּחות פֿון זײערע ערטער, װוּ זײ זיצן שױן אפֿשר הונדערטער יאָרן, און שלעפּן זיך מיט זײערע בעבעכעס אױף די אײַזנבאַנען, שיפֿן און טראַקטן פֿון אונדזער אומגעלומפּערט גרױסער מדינה, עפּעס אַ מין אױסגאַנג פֿון מצרים אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט“…

טראַכטנדיק פֿון דעם, דערמאָנט ער זיך גענױ אינעם לשון װי דאָרט איז געשטאַנען. „נאָכן באַפֿעל פֿונעם ט―ער גובערנאַטאָר“ ― דאָס איז זײַן פֿעטער, זײַן פֿאָטערס ייִנגערער ברודער אַנדרײ איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, נישט נאָר אַן אױסגעצײכנטער בראַװער מענטש מיט אַ גוטן װײכן כאַראַקטער, נאָר אַ מענטש מיט ליבעראַלע געדאַנקען… און ער דערמאָנט זיך, װי אַזױ דער פֿעטער אַנדרײ איװאַנאָװיטש האָט אַמאָל אינאײנעם מיט זײַן פֿאָטער איװאַן איװאַנאָװיטש שטאַרק פּראָטעסטירט און צעקריגט זיך מיט זײער עלטערן ברודער דעם זעמסקי נאַטשאַלניק ניקאָלאַי איװאַנאָװיטש דערפֿאַר, װאָס יענער האָט דערלאָזט, מע זאָל בײַ אים אין דאָרף אָפּשמײַסן אַ גױ… ער געדענקט נאָך, װי דער פֿעטער אַנדרײ ניקאַנאָװיטש האָט דעמאָלט געפֿײַערט, אָנגערופֿן דעם פֿעטער ניקאָלײַ איװאַנאָװיטש מיטן נאָמען „אַראַקטשעיעװ“… װי איז דאָס מעגלעך? ניט שױן־זשע האָבן די פֿיר הונדערט און פֿופֿציק ייִדישע משפּחות אים געלאָזט צורו, נישט געגאַנגען בעטן )ייִדן האָבן דאָך אַזױ ליב בעטן, שיקן דעפּוטאַציעס!( ― װוּ איז געװען דעמאָלט זײַן גוט האַרץ? װוּ זענען געװען זײַנע ליבעראַלע געדאַנקען?… „עפּעס טאַקע גאָר אַן איבערקערעניש אין די מוחות, משוגע צו װערן! אַ פּנים עס איז הײַנט אַזאַ צײַט געװאָרן ― טראַכט ער זיך װײַטער ― װאָס אַלצדינג איז קאַפּױר, מיטן פּנים אַראָפּ? דאָס, װאָס אַמאָל איז געװען קרום און משוגע, איז הײַנט גלײַך װי עס געהער צו זײַן. דאָס, װאָס פֿריִער איז געװען דורכױס אוממעגלעך, אין הײַנט גאַנץ מעגלעך. אָט למשל, דער אינצידענט מיטן גענעראַל, װאָס די באַרישניס פֿאַמיליאַנט האָבן דאָ הײַנט דערצײלט: גײט זיך אַ גענעראַל איבער דער גאַס ― ניט קײן פֿינצטערער מענטש פֿון מאַרק, ניט קײן איזװאָזטשיק, ניט קײן באָסיאַק, נאָר אַ ג ע נ ע ר אַ ל ! ― נו, גײט זיך אַ גענעראַל און דערזעט אַ גרעק פֿירט זײַן קינד פֿאַר אַ הענטל און דאָס קינד װײנט, נו אין אַ סימן, אַז דאָס פֿירט מסתּמא אַ ייִד אַ קריסטלעך קינד פֿאַר אַ „קרבן־פּסח“ ― ניט אַנדערש… אַ פּנים, אַז מיד אַלע פֿון קלײן ביז גרױס, פֿונעם סאָלדאַט ביזן גענעראַל, פֿונעם אַרבעטער ביזן אינטעליגענט, פֿונעם „צװײקעפּיקן אָדלער“ ביז דער „נאָװאָיע װרעמיאַ“, גלױבן מיר, אָדער עס װײַזט זיך אונדז אױס, אַז מיר גלױבן, אַז אין אונדזער אומגעלומפּערט גרױס לאַנד, צװישן אַלע אַנדערע פֿאַרשידנאַרטיקע פֿעלקער געפֿינט זיך אַ פֿאָלק, װאָס הײסט ייִדן, און די דאָזיקע ייִדן, זאָגט מען אונדז, זענען ניט נאָר ערגער און שעדלעכער און נידעריקער פֿון אַלע אַנדערע פֿעלקער, נאָר זײ זענען נאָך אַזױ פֿאַנאַטיש װילד, אַז זײ באַנוצן מענטשלעך בלוט צו זײערע רעליגיעזע צװעקן, און דװקא אונדזער קריסטלעך בלוט, װעלכעס זײ צאַפּן אױס פֿון אונדזערע קריסטלעכע קינדער אױף אַזאַ אוממענטשלעכן שטײגער, װאָס ס'איז גאָר נישט געהערט געװאָרן, סײַדן צװישן באַרבאַרן, איז דאָס אין די אַלטע־אַלטע צײַטן! און די דאָזיקע ייִדן זענען ניט עפּעס אַ הײפֿל מענטשן, װאָס האָבן זיך פֿאַרקליבן ערגעץ אין אַ װײַטן װינקל אױף יענער זײַט אוראַל, אָדער אױפֿן קאַװקאַז. נײן, דאָס זענען היפּשע עטלעכע מיליאָן אונדזערע נאָענטע שכנים, מיט װעלכע מיר לעבן אינאײנעם אױף אײן טעריטאָריע, אָטעמען מיט זײ אײן לופֿט, עסן מיט זײ אײן ברױט שױן הונדערטער פֿון יאָרן! דאָס זענען ניט קײן כינעזער, אָדער אינדיאַנער, װעמענס גלױבן איז פֿאַר אונדז פֿרעמד און װעמענס היסטאָריע אין פֿאַר אונדז אַ סוד. נײן. מיר זענען גאַנץ גוט באַקאַנט מיט זײער גלױבן, װאָס איז אונדז מער װי נאָענט, און זײער היסטאָריע איז פֿאַר אונדז אָפֿן. װיבאַלד אַזױ, װיבאַלד אַז גאַנצע פֿעלקער און דורות קאָנען האָבן װעגן מענטשן, װאָס לעבן מיט זײ, מען קאָן זאָגן, אונטער אײן דאַך, אַזױנע קאָמיש פֿאַלשע מײנונגען, אַזעלכע משונה װילדע אומגעלומפּערטע פֿאָרשטעלונגען, הײַנט װאָס פֿאַר אַ װערט קאָנען האָבן אַלע אַנדערע מײנונגען און פֿאָרשטעלונגען?“…

― ס'איז אײַך, װײַזט אױס, געפֿעלן? איר װילט נאָך? ― רופֿט זיך אָן צו אים בעטי און מיט אַ פֿרײלעכן געלעכטער מאַכט זי אים צו הינטער דער נאָז די הגדה.

― בעטי, ביסט אַן עזות־פּנים! ― האַלט איר פֿאָר די מוטער ― װאָס איז דײַן עסק? אפֿשר װילן זײ זאָגן שיר־השירים אױך?

― ננו! ― צירט אױס דוד, װאָס אין געװױנט צו זאָגן אַלצדינג פֿאַרקערט װאָס דאָס װײַב זאָגט, אַפֿילו פּסח צום סדר, ― װעדליק דו פֿאַרשטײסט אַן עסק: אונדזער ראַבינאָװיטש װעט זיך שױן באַגײן, זע איך, הײַנטיקס מאָל אָן שיר־השירים. גענוג פֿון זײַנעט װעגן דאָס אױך, אַז ער האָט געקאָנט אױסזיצן ביז חד־גדיא… איר קאָנט שױן אױסטאָן דאָס היטל, אױב איר װילט, אָדער אױב ס'איז אײַך שװער.

אַזױ זאָגט דוד צום קװאַרטיראַנט, װאָס שטײט אױף פֿון טיש אינאײנעם מיט בעטין, טוט אױס דאָס היטל, װאָס איז פֿאַר אים געװען באמת אַ משׂא־כּבֿדה, זעצט זיך אַװעק מיט איר בײַ אַ זײַט אַ ביסל רעדן און אַ ביסל קריגן זיך, זאָגן אײנס דאָס אַנדערע שטעכװערטער, װי זײער שטײגער איז. און דוד זינגט אױף אַ קול מיט אַן אַלטן ניגון דעם אַלטן „שיר־השירים“, און סיאָמקע אױף זײַן יונג קולכל זינגט אים נאָך, און שׂרה קװעלט פֿון זײ אַלע, װערט ברײטער װי לענגער.