דער בלוטיקער שפּאַס: 44: אַן ערבֿ־יום־טובֿדיקער װיזיט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס פֿיר־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
אַן ערבֿ־יום־טובֿדיקער װיזיט

דוד שאַפּיראָ איז, װי מיר װײסן, איבערהױפּט אַ גיכער פּאַרשױן, װאָס טוט אַלצדינג בחיפּזונדיק, אױף אײן פֿוס, ובפֿרט נאָך, אַז ס'איז ערבֿ פּסח, און מע באַדאַרף גײן אין שול, און דאָ האָט דער שװאַרץ יאָר געבראַכט צוטראָגן די געסט (פּאָליציע) ― האָט ער זיך גאָר אינגאַנצן פֿאַרלױרן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז ער האָט שױן לאַנג פֿאַרשפּעטיקט, כאָטש אין דער אמתן איז נאָך געװען זײער פֿרי. די זון האָט ערשט געהאַלטן בײַ געזעגענען זיך מיט דער שטאָט, פֿרײלעך באַלײַכטנדיק די שפּיץ קלױסטערס מיט די פֿאַרגאָלדעטע קעפּ פֿון די אַלטע דעכע סאָבאָרן. דוד האָט זיך אַזױ געכאַפּט, אַז אַלצדינג, װאָס ער האָט געטאָן, האָט ער געמוזט טאָן דרײַ מאָל, װאָרעם עס איז געפֿאַלן בײַ אים פֿון די הענט. ער האָט אַפֿילו קײן צײַט ניט געהאַט זיך אױסטענהן רעכט מיטן קװאַרטיראַנט, פֿאַרװאָס ער גײט ניט מיט אים אין שול אַרײַן לכּבֿוד יום־טובֿ.

― איך רעד ניט פֿון פֿרומקײט, ― האָט דוד קױם צײַט געהאַט אים פֿאָרצוהאַלטן― איך בין אַלײן אױך װײַט פֿון פֿרום. איך מײַן נאָר, אַז אַזאַ װאַרעמער ייִד, װי איר זענט ― איר האַלט דאָך מיט די ציוניסטן האַלט איר דאָך ― איז, דאַכט מיר, אַז עס באַדאַרף בײַ אײַך דער יום־טובֿ זײַן טײַערער פֿון אַלע יום־טובֿים?

און נישט װאַרטנדיק אױף קײן ענטפֿער, רופֿט ער זיך אָן שױן צום װײַב, גיך, אָפּגעקאָכט, װי זײַן שטײגער איז:

― הער נאָר אױס, שׂרה. ס'איז יום־טובֿ. ס'איז פּסח. עס זאָל ניט דערמאָנט װערן אין שטוב דאָס װאָרט „אָביסק“. דאָס הײסט, ס'זאָל ניט זײַן קײן שום רײד מער פֿון דעם. דו הערסט, װאָס איך זאָג?

― איך הער, איך הער, װאָס דען, איך הער ניט?

― נײן. איך מײן, ס'זאָל זײַן שאַ אָבער טאַקע שאַ!

― גוט, גוט, ― זאָגט שׂרה.

― װאָרעם יום־טובֿ איז יום־טובֿ, ― גיט ער איר צו פֿאַרשטײן מיט די הענט.

― יום־טובֿ איז יום־טובֿ, ― זאָגט אים נאָך שׂרה, און דוד לאָזט זיך לױפֿן אין שול אַרײַן, און סיאָמקע נאָך אים.

,אים איז גרינג צו זאָגן שאַ, ― טראַכט זיך שׂרה. ― נאַט אָט רײַסט זיך אַרײַן פּלוצעם אין מיטן ערבֿ יום־טובֿ פּאָליציע, קערט איבער די שטוב האָרע־קאָרע, מע װײסט ניט װאָס, מע װײסט ניט װען, און ס'זאָל אים זײַן שאַ!“ … פֿאַרשטײט זיך, או דוד איז אַװעק אין שול, האָט שׂרה געװאָלט זיך אַ ביסל דורכשמועסן מיט די „קינדער“, אין אײנעם דערנערן דעם שׂכל פֿון דער„בהלה“: צי זי האָט פֿאַרשטאַנען מיט איר שׂכל, צי דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט, אַן דאָס דאַרף האָבן עפּעס אַ שײַכות צו קירילעכעס זונדל ― זי האָט געגילט, אַז זי מוז זיך אױסרעדן. איז דאָך אָבער פֿאַראַן שכנים אױף דער װעלט, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד, האָט דאָס זײ געבראַכט צוטראָגן אײנס נאָכ'ס אַנדערע, אײנס נאָכ'ס אַנדערע, גלײַך װי מען האָט זיך אָנגערעדט. אָט אַן אומגליק! ניטאָ קײן סודות אױף דער „ייִדישער גאַס“. װי נאָר דער „אָביסק“ בײַ די שאַפּיראָס האָט זיך געענדיקט און פּאָליציע איז אַװעק, אַזױ האָט שױן כּמעט די גאַנצע גאַס פֿון אײן עק ביזן אַנדערן געװוּסט אַז די שאַפּיראָס האָבן געהאַט “געסט“ ― און עס האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ קאָכעניש, אַ גאַנצער שטורעם:

― אין מיטן העלן טאָג פּאָליציע?

― און נאָך ערבֿ־פּסח דערצו?

― װאָס קאָן עס זײַן?

נאָענטע שכנים, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד, כאָטש יעדער איז געװען פֿאַרנומען מיטן ערבֿ־יום־טובֿ, האָבן זיך פֿונדעסטװעגן אַרײַנגעכאַפּט צו די שאַפּיראָס, נאָר אױף אַן מינוט, געװױרע װערן, װאָס און װען? ― איז מען אָבער אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרט מיט דעם, מיט װאָס מע איז געקומען.

― גאָרנישט. גאָלע גאָרנישט. אַ נאַרישקײט, װײס איך, אַ רעװיזיע בײַם קװאַרטיראַנט. געזוכט ביכלעך, פּאַפּירלעך, נישט געפֿונען גאָרנישט… גאָלע גאָרנישט! …

גאָרנישט איז גאָרנישט … האָט אײַך אַ גוטן יום־טובֿ! ― האָבן געזאָגט די גוטע פֿרײַנד און זענען אַװעק.

פּטור געװאָרן פֿון די שכנים, פֿרײַנד און גוטע פֿרײַנד, האָט שׂרה געהאַט אַ פֿאַרבײַסעכטס: זי האָט געמוזט מקבל פּנים זײַן פֿרײַנדלעך, װי אַלע מאָל, איר רײַכע שװיגערין, טױבע פֿאַמיליאַנט, מיט אירע צװײ טעכטער, די מאַמזעלן. אױסגעפּוצט זיך אינעם גאַנצן יום־טובֿ, האָבן זײ זיך אַראָפּגעכאַפּט פֿון דעם אױבערשטן טײל שטאָט, װוּ די ייִדישע אַריסטאָקראַטיע געפֿינט זיך, אַראָפּ צו זײערע אָרעמע קרובֿים אַ ביסל זיצן. טױבע איז איצט אַלײן, אַן „אַלמנה חיה“, װי זי זאָגט אױף זיך אױף קאַטאָװעס איר מאַן, ר' שלמה פֿאַמיליאַנט, װאָס פֿאָרט צװײ מאָל אין יאָר, אױף פּסח און אױף סוכּות, צום רבין, האָט דעם פּסח אױך ניט פֿאַרפֿעלט. איבערגעלאָזט אַלע געשעפֿטן אױף פֿרעמדע הענט )דער רבי איז בילכער(, איז ער אַװעק אױף צװײ־דרײ װאָכן פֿון דער הײם און מען קאָן ניט זאָגן, אַז זײַן װײַב און קינדער זאָלן זיך האָבן שטאַרק אָפּגעגעסן דאָס האַרץ פֿון אַזאַ זאַך. אַדרבה, אַז ער איז ניטאָ אין דער הײם, פֿידלען זיך זײַנע בני־בית אַ סך לעבעדיקער. די שטוב באַקומט דעמאָלט גאָר אַן אַנדער פּנים. יעדער פֿילט זיך װי אַ מענטש, װאָס האָט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך אַ שװערע משׂא, אױסגעטאָן אַן ענגען שוך, אָדער װי אַ פֿרױ פֿאַרן שלאָפֿן גײן, אַז זי באַפֿרײַט זיך פֿון איר קאָרסעט. טױבע איז צופֿרידן, װאָס זי װעט צװײ־דרײ װאָכן נאָכאַנאַנד ניט אָנקוקן די „חסידאַרניע“ און ניט הערן זײַן „בים־באָם“ און פֿאַרשפּאָרן האָדעװען זײ מיט שלש־סעודותן. און אירע טעכטער די מאַמזעלן זענען נאָך מער צופֿרידן: מע קאָן זיך זען מיט אָ לעבעדיקן מענטשן, רעדן מיט אַ פֿרעמדן מאַנסביל, און דורכגײן זיך אַן איבעריק מאָל צו גאַסט צו זײערע אָרעמע קרובֿים )צו די שאַפּיראָס(, זיצן דאָרט אַן איבעריקע האַלבע שעה, און זיך אָנרעדן פֿון מאָדעס אין פֿון טעאַטער און פֿון ליטעראַטור און זיך אָנלאַכן פֿאַר אַ גאַנץ יאָר.

דעם דאָזיקן ערבֿ־פּסח האָט זײ טױבע אַלײן צוגעטריבן, זײ זאָלן זיך אָנטאָן אַ ביסל גיכער און זיך דורכגײן צו דער מומע שׂרה. און אַלע דרײ, די מוטער מיט אירע צװײ טעכטער מאַמזעלן, זענען געקומען צו די שאַפּיראָס שױן דעמאָלט, װען שׂרה האָט געהאַט אָפּגעבענטשט ליכט, און די דאָזיקע געזעלשאַפֿט האָט זיך אײַנגעטײלט אין צװײ באַזונדערע גרופּעס: יונגװאַרג באַזונדער און די מאַמעס באַזונדער. איטלעכע גרופּע מיט אירע אינטערעסן און מיט אירע רײד. די מאַמעס, װאָס האָבן זיך שױן אַזאַ צײַט ניט געזען )פֿון פּורים אָן( האָבן געהאַט צו רעדן און צו רעדן. נאָר קודם־כּל האָט טױבע פֿאַמיליאַנט נישט געקאָנט אײַנהאַלטן זיך פֿון צו זאָגן איר שװיגערין אַ ביסל מוסר, איצטיקס מאָל ניט פֿאַר אירע קינדער, חלילה, נאָר פֿאַר איר קװאַרטיראַנט, װאָס איז געבליבן אין דער הײם, נישט געגאַנגען מיט איר דודן אין שול אַרײַן דאַװנען.

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ הפֿקרות?…

געמאַכט אַ פּנים פֿון אַ רביצין, האָט זי מיט איר גלאַטיק צינגל און מיט איר בױמלדיקע שפּראַך גענומען אױסרעדן איר, אַז מע מעג זיך זײַן אַ סטודענט און אַ מעדאַליסט און אַ מיליאָנער און אַ ייִדישער פּאַטריאָט און װאָס אין דער װעלט ― און דאָך ― װאָס צו גאָט איז צו גאָט און װאָס צו לײטן איז צו לײטן ― װי גײט עס נישט אַ ייִדיש קינד אין שול אַרײַן כאָטש אײן מאָל אין יאָר, כאָטש פֿון יוצא װעגן?:

― אױ, טױבעניו, האַרצעניו, איר זאָלט דאָס זאָגן? ― שלאָגט איר איבער שׂרה, ― איר װײסט ניט הײַנטיקע יונגע לײַט? איר האָט דאָך אַלײן קינדער…

― קינדער? װאָס װעט מען זאָגן אױף מײַנע קינדער? מײַנע קינדער די ייִנגלעך דאַװנען, ברוך־השם, אַלע טאָג, און מײַנע טעכטער…

― װאָס גלײַכט איר, טױבעניו, נשמהניו? אײַערע קינדער האָבן טאַטע־מאַמע, ביז הונדערט צװאַנציק יאָר…

אַכצן מאָל טאַטע־מאַמע. װאָס פֿאַר אַ תּירוץ? איצט װאָלט איר שױן, שׂרה'ל קרױן, געמעגט אַלײן זיך אַרױסשטעלן פֿאַר אַ מאַסע שױן צײַט, כ'לעבן… אָדער אַניט לאָזט מיך, װעל איך אים זאָגן אַ פּאָר װאַרעמע װערטער, װי אַ גוטער פֿרײַנד… און טױבע איז גרײט זיך אױפֿהײבן רעדן מיט שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט אַ פּאָר װאַרעמע װערטער, װי אַ גוטער פֿרײַנד, כאַפּט זיך אױף שׂרה װי אײַן אָפּגעבריטע, נעמט זי אָן פֿאַר בײדע הענט:

― נײן, טױבעניו, האַרצעניו, ליובעניו ― מע דאַרף ניט! מע דאַרף נאָך ניט! נאָך ניט געקומען די צײַט: מע דאַרף נאָך אַ ביסל צוּװאַרטן … אם ירצה השם נאָך יום־טובֿ. לאָז אַריבער דער יום־טובֿ בשלום … דערצײלט מיר בעסער, נשמהניו, װאָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט? צו אײַך גײען מענטשן און איר זיצט אױף אַזאַ גאַס. איך בין מישטײנס געזאָגט אַזױ פֿאַרטאַרעראַמט געװען מיטן ערבֿ־פּסח, אײן מענטש אַלײן …

― אױ, עס הערט זיך ניט גוט, שׂרה'ל קרױן, זײער ניט גוט!

און שׂרה פֿאַמיליאַנט, שאָקלענדיק זיך, װי מע שאָקלט זיך איבער אַ קרבן־מינחה בײַם דאַװענען, גיט איבער איר שװיגערין אַלצדינג, װאָס עס טוט זיך אין שטאָט און װאָס מע רעדט און װי מע ריכט זיך אױף זײער חגא אױף אַ שחיטה, דער אױבערשטער זאָל שומר ומציל זײַן.

― ער איז אַ כּל־יכול ― לאָזט אױס טױבע מיט אַ לשון־קודש־װאָרט און גיט איבער איר שװיגערין אַ שײנע מעשׂה, װאָס האָט זיך ערשט הײַנט געטראָפֿן אױף דער גרױסער גױיִשער גאַס.

― איר האָט נאָך גאָרניט געהערט, שׂרה'ל קרױן, פֿונעם נס?

― נײן. דערצײלט, נשמהניו, דערצײלט.

― שיִער־שיִער ניט אַרױס אַן אומגליק, ― זאָגט שׂרה און מאָסטיעט זיך אײַן אין שטול, ― דער שומר־ישׂראל האָט זיך אַרײַנגעמישט און עס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אַ נעכטיקן טאָג. הערט, װי אַזױ גאָט פֿירט אַ זאַך. הײַנט בײַטאָג, סאַמע אין דער רעכטער היץ, װען ייִדן זענען פֿאַרטראָגן, װער עס גײט אין מרחץ, װער נאָך אַרבע כּוסות און װער עס לױפֿט אַהײם פֿון געשעפֿט, פּלוצעם מע טוט אַ קוק אױף דער גרױסער גאַס אײַן אײַנגעלױף, אַ גװאַלד, אַ האַרמידער ― חושך! די גאַנצע גאַס איז פֿאַרפֿלײצט. דעם טראַמװײַ האָט מען אָפּגעשטעלט. פּאָליציע פֿײַפֿט. װאָס איז די מעשׂה? די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע. עפּעס אײנער אַ גרױסער מענטש, אַ גענעראַל, און נישט נאָר אַ גענעראַל, נאָר אַ גענעראַל־אַטיטיאַנט, איז געגאַנגען שפּאַצירן און דערזען, װי עפּעס אײנער אַ שװאַרצער גײט אין גאַס, פֿירט אַ קלײן קינד פֿאַר אַ הענטל. דאָס קינד װיל ניט גײן, װײנט, גיסט מיט טרערן, און ער שלעפּט דאָס און שלעפּט דאָס. גײט צו צו אים דער גענעראַל: װאָס האָסטו צום קינד? ער שװײַגט. װוּהין פֿירסטו דאָס קינד? ער שװײַגט. װעמענס קינד איז דאָס? ער שװײַגט. פֿױלט זיך ניט דער גענעראַל, מאַכט אַ גװאַלד, רופֿט צו פּאָליציע:

― נעמט אים אָט דעם ייִדן, ער פֿירט אַ קריסטלעך קינד פֿאַר אַ קרבן־פּסח!

שׂרה ברעכט די הענט:

― נו? טאַקע אַ קריסטלעך קינד? און װער איז דער ייִד?

― כאַפּט־זשע ניט, שׂרהל קרױן … מילא, או אַ גענעראַל הײסט, קאָן מען קײן דבֿר־אַחר ניט זײַן און מע מוז פֿאָלגן. נעמט מען דעם מענטשן מיטן קינד און מע זעצט זײ אַרױף אױף אַ איזװאָזטשיק מיט פּאָליציע און מע פֿירט זײ אין חדר אַרײַן. און דער גענעראַל באַזונדער אױף אַ דראָזשקע נאָך זײ. און דער גאַנצער עולם פֿון הינטן. אַ טומל, אַ רעש, אַ יאַריד. „אַ ייִד … אַ ייִנגל … אַ קרבן־פּסח… אַ גענעראַל!“ מער הערט מען ניט. אַ פּאָר חבֿרה־לײַט האָבן אַרױסגעלאָזט דאָס װאָרט „פּאָגראָם“. ייִדישע קלײטן האָבן שױן געהאַלטן בײַ צומאַכן זיך.

― װײ איז מיר, נו? װאָס־זשע איז דער סוף?

― דער סוף איז, אױף אַלע ייִדישע שׂונאים אַזאַ סוף! נו־נו, דער שװאַרצער מענטש, לאָזט זיך אױס, איז גאָר אַ גרעק, און דאָס קינד דאָס איז טאַקע זײַן קינד, און געװײנט האָט דאָס קינד, װײַל עס האָט דערזען פֿון דער װײַטן מאַראַנצן, האָט זיך דעם קינד פֿאַרװאָלט אַ מאַראַנץ און געבעטן בײַם פֿאָטער, ער זאָל אים קױפֿן אַ מאַראַנץ, האָט אים דער פֿאָטער אױף צו־להכעיס ניט געװאָלט קױפֿן קײן מאַראַנץ, צו װאָס דאַרף אַ קינד מאַראַנצן, איר פֿאַרשטײט?

― אָט דאָס איז גאָר? טפֿו זאָל דאָס װערן! אױ, האָט איר מיך, טױבעניו, אָפּגעשראָקן!

― װאָס רעדט איר אָנגעשראָקן? מענטשן זענען חלשות געפֿאַלן, זאָגט איר גאָר אָנגעשראָקן. אַ קלײניקײט אַ גענעראַל, און נאָך אַזאַ גענעראַל, אַ גענעראַל־אַטיטיאַנט! … און װער אין שולדיק? אַלץ אָט דער שרץ, װאָס מע האָט געפֿונען דאָ נעבן אײַך.. הלװאַי דער אױבערשטער זאָל טאָן אַ נס, מע זאָל כאָטש ניט אַרײַנשלעפּן דודן אַהער…

― דודן? װאָס פֿאַר אַ משל? װי קומט אַהער דוד? …

― װאָס פֿרעגט איר, שׂרהל קרױן? אַ קשיא אױף אַ מעשׂה הײַנטיקע צײַטן. למאַי איר האָט שױן אַ פּנים פֿאַרגעסן פּורים צו דער

סעודה, אַז די ערלית איז אַרײַנגעקומען צו אונדז מיט אַ־יענעם „װערגעלעץ“, געדענקט איר?

װײס איך װאָס, כ'לעבן, װאָס אײַך קאָן אײַנפֿאַלן, טױבעניו, גײט שױן, גײט!

שׂרה צעלאַכט זיך כּלומרשט און ברעכט די הענט, קנאַקט אױס אַלע פֿינגער. זי פֿילט, אַז עס זענען איר מיט אַמאָל פֿאַרקילט געװאָרן אַלע געבליטן. אין אײן מינוט איז איר פֿאַרענטפֿערט געװאָרן דאָס, װאָס זי האָט ביז אַהער נאָר געפֿילט מיטן האַרצן, און טױזנטערלײ מחשבֿות, נאָך נישט קײן קלאָרע, האַלבע, צעברעקלטע, נאָר טרױעריקע, אײנע טרױעריקער פֿון דער אַנדערער, פֿליִען איר דורך װי אַ שטורעם, װי אַ בײזער חלום, װי אַ סך בײזע חלומות, אײנס נאָכ'ס אַנדערע, אײנס נאָכ'ס אַנדערע:

………………. ……………….

און פֿון צװײטן חדר, דאָרט װוּ יונגװאַרג זיצט, הערט זיך אַ שמועס, װאָס פֿירט זיך אױף רוסיש און דװקא הױך און דװקא פֿרײלעך. דער שמועס װערט איבערגעריסן אָפֿטמאָל מיט אַ הילכיקן געלעכטער, און העכער פֿון אַלע לאָזט זיך הערן דעם קװאַרטיראַנטס קול.

― װאָס גײט אים אָפּ? ― מאַכט טױבע מיט אַ פֿרום פּנים און שנורעװעט צונױף דאָס פּיסקל ― ייִדן לעבן אין גרױסע פּחדים, גײט מען אין שול אַרײַן און מע בעט גאָט, ס'זאָל אָפּלױפֿן דער יום־טובֿ בשלום, און דער… פֿאַראַן אַ פּנים אַלערלײ ייִדן בײַם רבונו של עולם! …

פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז פֿאַר איר שװיגערין נישט אַזױ אַנגענעם צו הערן, קערט זיך טױבע אום צוריק צו זײער פֿריִעריקן שמועס װעגן די פּחדים, װאָס אין שטאָט, זשאַלעװעט ניט קײן פֿאַרבן אױף פֿאָרצושטעלן די זאַך װאָס טונקעלער, נאָר דערזען נאָך שׂרה'ס פּנים, אַז יענע האַלט אָט־אָט בײַם חלשן, האָט זיך טױבע אַ כאַפּ געגעבן צוריק, גענומען זי באַרויִקן, אַז ס'איז, מאָלט אײַך, ניט אַזױ די מעשׂה, װי מע זאָגט, אַז איצט איז אײגנטלעך גאָר נישטאָ װאָס מורא צו האָבן, אַז אױב עס װעט חלילה עפּעס זײַן, װעט עס זײַן ערשט אױף ז ײ ע ר יום־טובֿ, דאָס הײסט אַרום די אַנדערע טעג פּסח… און יעדנפֿאַלס טאָמער, לא יעלה ולא יבֿא, אַ קשיא װאָס

אַ זאַך מאַכט זיך, זאָל זי, שׂרה הײסט עס, גאָר נישט קלערן לאַנג, זי זאַל פֿאַרנעמען איר מאַן מיט אירע קינדער מיטן קװאַרטיראַנט אינאײנעם און אַריבערפּעקלען זיך גלײַך צו איר אַרױף. בײַ איר איז נישטאָ, ברוך־השם, װאָס מורא צו האָבן. זי זיצט אױף אַזאַ גאַס, װאָס מע האָט „װאָאָבשטשע“вообще: געװײנטלעך װינציקער מורא… און דערמיט הײבט זיך טױבע פֿאַמיליאַנט אױף און הײבט אָן געזעגענען זיך, װאָרעם מע װעט שױן באַלד אַרױסגײן פֿון די שולן:

― אַ גוטן יום־טובֿ.

― אַ גוט יאָר זאָל אײַך זײַן! ― כאַפּט זיך אױף שׂרה אַרױסבאַגלײטן איר רײַכע שװיגערין, כאָטש זי האָט זי ליב װי אױגן־װײטיק, װאָרעם װיפֿל מאָל טױבע זאָל צו איר נישט קומען, האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן, אַז זי זאָל ניט אָנזאַלצן שׂרהן אױף דער נשמה אױף אַ גאַנצער װאָך,- אַ גוט יאָר זאָל אײַך זײַן און האָט אַ פֿרײלעכן יום־טובֿ.

― אַ פֿרײלעכן און אַ כּ ש ר ן יום־טובֿ! ― כאַפּט אונטער טױבע )קװעטשט דאָס װאָרט אַ כּשרן(, ― אַ כּשרער פּסח זאָל זײַן אונדז און אײַך און כּל ישׂראל און אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט אָמן ואָמן.

דאָס פֿינף־און־פֿערציקסטע קאַפּיטל
אַ שײנע נאַכט

אַרױסבאַגלײטן די מומע טױבע מיט אירע טעכטער איז געגאַנגען בעטי, פֿאַרשטײט זיך מיט איר שטענדיקן קאַװאַליר, מיטן קװאַרטיראַנט. שׂרה אַלײן האָט צוגעטראַכט דאָס דאָזיקע אַרױסבאַגלײטן. זי האָט מורא געהאַט, טאָמער געפֿינט זיך די שװיגערין באַלײדיקט. טױבע ראָט זיך אַפֿילו געשטעלט אַקעגן:

― צו װאָס? אַ דאַנק! מיר װעלן אַלײן טרעפֿן… נאָר עס האָט זיך איר ניט געהאָלפֿן. בעטי איז שױן געװען אָנגעטאָן, דאָס הײסט זי האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן אױף די פּלײצעס אָ גרינגן שאַרף פֿון בלױז פֿוליאַר און אַ װינק געגעבן צום קװאַרטיראַנט, װעלכער איז שױן געשטאַנען גרײט צו גײן מיט זײ אָן אַ היטל, װי ער שטײט און גײט. טױבע פֿאַמיליאַנט האָט זיך נאָך אַ ביסל געבראָכן און געקװענקלט, און אַלע פֿינף זענען אַרױסגעשװוּמען אױף דער גאַס.

― אַך, װאָס פֿאַר אַ נאַכט! װאָס פֿאַר אַ הימל! ― רופֿן אױס יונגװאַרג אַלע אין אײן קול און קװעלן אָן פֿון דער נאַכט.

― לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ און לכּבֿוד דעם ערשטן סדר האָט דער אױבערשטער געשענקט זײַן פֿאָלק ישׂראל אַזאַ ליבע נאַכט, ― זאָגט טױבע מיטן טאָן פֿון טײַטש־חומש, און כאָטש ס'איז אין דרױסן נישט אַזױ ליכטיק, פֿונדעסטװעגן קאָן מען זען איר פֿרום צופֿרידן פּנים און אירע פֿרומע פֿאַרשנורעװעטע ליפּעלעך. טױבע פֿאַמיליאַנט איז מיט איר ערבֿ־יום־טובֿדיקן װיזיט, װאָס זי האָט געמאַכט צו איר אָרעמער שװיגערין, גאַנץ צופֿרידן. און זי מעג זײַן צופֿרידן. װיפֿל גוטע זאַכן זי האָט דאָ אױפֿגעטאָן: אי מוסר געזאָגט, אי אַלע נײַעס איבערגעגעבן, אי אײַנגעלאַדן אירע אײגענע