די צװאה פֿון שלום־עליכם:

שלום עליכם (אַלע װערק)

איך בעט עפֿענען און פֿאַרעפֿנטלעכן אינעם טאָג פֿון מײַן טױט. ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם

י″א תּשרי התרע″ו. 19 סעפּט. 1915, ניו־יאָרק.

הײַנטיקן טאָג, מחרת יום־הכפּורים, עס האָט זיך נאָרװאָס אָנגעהױבן אַ נײַ יאָר, און אַ גרױס אומגליק האָט געטראָפֿן מײַן פֿאַמיליע ― געשטאָרבן מײַן עלטערער זון מישאַ (מיכאַיִל) ראַבינאָװיטש און אַװעקגעטראָגן מיט זיך אין קבֿר אַ שטיק פֿון מײַן לעבן, איז געבליבן באַ מיר, איך זאָל איבערשרײַבן אַף דאָס נײַ מײַן צװאה, װעלכע איך האָב געהאַט געשריבן אינעם יאָר 1908, באַ מײַן קראַנק זײַן, אין נערװי (איטאַליע). ―

זײַענדיק געזונט און אין פֿולן פֿאַרשטאַנד שרײַב איך מײַן צװאה, װאָס באַשטײט אין צען פּונקטן:

א) װוּ איך זאָל ניט שטאַרבן, זאָל מען מיך באַהאַלטן ניט צװישן אַריסטאָקראַטן, מיוחסים, אָדער גבֿירים, נאָר גראָד צװישן פּראָסטע ייִדן אַרבעטער, מיטן אמתן פֿאָלק, אַזױ אַז די מצבֿה, װאָס מע װעט דערנאָך אַװעקשטעלן אַף מײַן קבֿר, זאָל באַשײַנען די אײנפֿאַכע קבֿרים אַרום מיר, און די אײנפֿאַכע קבֿרים זאָלן באַפּוצן מײַן מצבֿה, אַזױ װי דאָס פּראָסטע ערלעכע פֿאַלק האָט פֿאַר מײַן לעבן באַשײַנט זײער פֿאָלקסשרײַבער. ―

ב) קײן שום טיטלען מיט לױבענישן מיט מורי־מורינוס זאָל אַף מײַן מצבֿה ניט זײַן, אױסער דער נאָמען „שלום־עליכם“ פֿון אײן זײַט און אױסער דעם ייִדישן אױפֿשריפֿט, װאָס בײַגעלײגט, פֿון דער אַנדערער זײַט.

ג) קײן שום דעבאַטן און דיסקוסיאָנען פֿון מײַנע קאָלעגן װעגן פֿאַראײביקן מײַן נאַמען, װעגן אױפֿשטעלן מיר אַ מאָנומענט אין ניו־יאָרק אד″ג, זאָל ניט זײַן: איכל נישט קאָנען אײַנליגן רויִק אין קבֿר, אַז מײַנע חבֿרים װעלן זיך נאַריש מאַכן. דער בעסטער מאָנומענט װעט זײַן פֿאַר מיר, אַז מע װעט לײענען מײַנע װערק און אַז עס װעלן זיך געפֿינען אין די פֿאַרמעגלעכע קלאַסן פֿון אונדזער פֿאָלק מעצענאַטן, װאָס װעלן זיך נעמען אַרױסגעבן און פֿאַרשפּרײטן מײַנע װערק, הן אין ייִדיש, הן אין