פֿונעם יאַריד: אַן אומגעריכטער עקזאַמען

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַן אומגעריכטער עקזאַמען

אין באָסלאַװ אַף דער סטאַנציע ― דער אַלטער לאָיעװ ― אַ מײדל מיט קאַװאַ־

ליערן ― שפּילהאַגען, אױערבאַך און „טשטאָ דיעלאַט“. ― װאָס װיל רש″י פֿון

די בנות צלפֿחד, און װי אַזױ שרײַבט מען אַ בריװ צו אַ דירעקטאָר פֿון אַ צו־

קער־פֿאַבריק? ― ער האַלט־אױס דעם עקזאַמען און פֿאָרט אין דאָרף אַרײַן

עס איז שױן געװען אַרום פֿאַרנאַכטלעך, װען דער יונגער משׂכּיל יהושע לאָיעװ מיט זײַן פּראָטעזשע דעם לערער זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער שטאָט באָסלאַװ. אַף דער סטאַנציע, װוּ זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ געטראָפֿן דעם פֿאָטער פֿונעם יונגן משׂכּיל, דעם אַלטן לאָיעװ, װאַרטן אַפֿן זון.

דער אײַנדרוק, װאָס דער אַלטער לאָיעװ האָט געמאַכט אַפֿן לערער, איז געװען אױסערגעװײנלעך, ער האָט זיך קײנמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז אַ ייִד זאָל האָבן אַזאַ אױסזען. אַן אױסזען פֿון אַ גענעראַל, אַ פֿעלדמאַרשאַל, מיט אַ קול פֿון אַ לײב. אין קורצע װערטער האָט דער זון איבערגעגעבן דעם פֿאָטער, װער איז דאָס בחורל, װאָס איז מיט אים געקומען, און װוּ און װי אַזױ ער האָט זיך מיט אים באַקענט. אױסגעהערט דעם זון, האָט דער אַלטער אָנגעזאָטלט די נאָז מיט אַ פּאָר װײַסע זילבערנע ברילן און האָט ערנסט באַטראַכט דעם בחור, אָן איבעריקע צערעמאָניעס, מיט אַזאַ פּנים, למשל, װי מע באַטראַכט אַ געקױפֿטן פֿיש פֿונעם מאַרק… דערנאָך האָט ער אים אױסגעצױגן אַ װאַרעמע האַנט, און מיט אַ פֿרײַנטלעכער מינע, אַף װיפֿל ס'איז נאָר געװען מעגלעך פֿאַר אַזאַ שטרענגן פֿעלדמאַרשאַל, האָט ער אים אָפּגעשטעקט אַ שלום־עליכם און אָן צערעמאָניעס, און מיטן לשון „דו“, אַ פֿרעג געטאָן:

― װי אַזױ רופֿט מען דיך?

געװאָרע געװאָרן פֿונעם בחור, אַז מע רופֿט אים שלום, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו אים װײך, װי װײַט ס'איז מעגלעך געװען פֿאַר זײַן לײבנשטים:

― הער־זשע אױס, שלום־סערצע, גײ, זײַ מוחל, אַהין אין צװײטן חדר. איך װעל דאָ מיט מײַן זון אָפּרײדן געשעפֿט. דערנאָך װעל איך דיך אַרײַנרופֿן און מיר װעלן אַ ביסל שמועסן.

דאָס צװײטע צימער איז געװען אַ זאַל, אײראָפּעיִש גערעדט, אַ מין װעסטיבול פֿאַר געסט. דאָרט איז געװען דער בעל־הבית פֿון דער סטאַנציע, אַ געװעזענער שניטקרעמער, איצט אַף דער עלטער אַ בעל־אַכסניה, מיטן נאָמען בערעלע עטלס, אַ ייִד מיט אַ בלױער נאָז, מיט רױטע דינע שלענגעלעך אַף דער נאָז; ער שטײט צונױפֿגעלײגט די הענט, טוט גאָרניט, נאָר ער רעדט. רעדט פֿון די אורחים, פֿון זײערע געשעפֿטן און פֿון זיך אַלײן, אַז „גאָט האָט אים געשטראָפֿט, ער דאַרף אַף דער עלטער האַנדלען מיט לאָקשן־יױך“… זײַן ייִדענע, אַ קורצינקע, אַ דאַרינקע, מיט אַ „מושקע“ אַפֿן קאָפּ און מיט געלע פּערעלעך אַפֿן האַלדז, דרײט זיך אַרום אין שטוב און שילט די קינדער זײַנע (זי איז באַ אים די צװײטע פֿרױ), שילט די דינסט, שילט די קאַץ, װײַזט אױס, ניט צופֿרידן מיט דער װעלט ― אַ גרױסע פּעסימיסטקע! באַם פֿענצטער, איבער אַ ביכל, אַ ראָמאַן פֿון שפּיל־האַגען, זיצט זײער מיזינקעלע, שיװקע בערעלע עטלס, אַ טעכטערל אַ יפֿת־תּואר מיט אַ װײַס קײַלעכיק פּנים, אַ מוראדיקע קאָקעטן. צו איר זײַנען געקומען מיט באַזוך אַ צװײ־דרײַ יונגעלײַט מיט אונטערגעשױרענע בערדלעך ― דער סאַמע צימעס פֿון דער באָסלאַװער אינטעליגענץ. מע פֿירט אַ געשפּרעך פֿון „ליטעראַטור“. דער בעל־הבית מיט דער בלױער נאָז פֿירט־צו דעם יונגן לערער צו דער קאָמפּאַניע און שטעלט אים פֿאָר. פֿון װאַנען װײס דער אַלטער, װער דער לערער איז? ― בלײַבט אַ סוד. בכדי ס'זאָל אים ניט זײַן לאַנגװײַליק, װענדט זיך צו אים דאָס מײדל די יפֿת־תּואר מיט אַ ליבלעך שמײכעלע: צי האָט ער געלײענט „נאַ דיונאַך“ פֿון שפּילהאַגען? לאָזט זיך אױס, אַז ער איז קלאָר אין גאַנץ שפּילהאַגען. נו, און אױערבאַך? „אױערבאַך אױך“. נו, און „זאַפּיסקי יעװרעיאַ“ פֿון באָגראָװן? „ער קען אים אַף אױסװײניק“. און דעם ראָמאַן „טשטאָ דיע־לאַט?“ „װער האָט דאָס ניט געלײענט טשערנישעװסקי?“… „װי געפֿעלט אײַך די הױפּט־העלדן?“ „װיעראַ פּאַװלאָװנאַ? װאָס איז פֿאַר אַ שאלה!“…

דאָס מײדל די יפֿת־תּואַר און אירע קאַװאַליִערן זײַנען אַנטציקט. אײנער פֿון זײ, אַ „טשאַסטנע פּאָװיערענע“ מיט אַ קלינגענדיקן נאָמען מענדעלסאָן, שטשיפּעט זיך באַ די װאָנצעלעך, װאָס האַלטן ערשט אין שפּראָצן. עס װײַזט אױס, אַז ער איז פֿאַרליבט אין דעם מײדל, װי אַ קאַץ, און איז דעריבער מלא גזלן אַף דעם יונגן אורח, װאָס איז קלאָר אומעטום, װי אַ װאַסער. װאַרפֿט ער אַף אים מיט בײזע אױגן און װינטשט אים מסתּמא באַ זיך אין האַרצן, ער זאָל ברעכן רוק־און־לענד אַפֿן גלײַכן װעג… דאָס גיט־צו דעם העלד נאָך מער מוט, און ער שיט מיט פֿראַזן, ציטירט גאַנצע שטיקער אַף אױסװײניק, מישט גאָר אַרײַן אַזעלכע נעמען, װי באָקל ― „די געשיכטע פֿון ציװיליזאַציע אין ענגלאַנד“, און דזשאָן סטיואַרד מילל ― „װעגן פֿרײַהײט“.. אַ בחורל אַ משׂכּיל פֿון אַ פֿרעמדער שטאָט קומט צװישן מענטשן, באַדאַרף ער אױסלײגן װאָס ער האָט, באַװײַזן װאָס ער װײס און װאָס ער קען.. און אַקוראַט סאַמע אין דער רעכטער היץ קומט־אָן דער אַלטער לאָיעװ מיטן זון יהושע לאָיעװ און װערן נישט װילנדיק צוהערער פֿון דער לעקציע, װאָס דער יונגער לערער פֿון פּערעיאַסלאַװ לײענט דאָ פֿאַרן יונגװאַרג. זײ קוקן זיך איבער צװישן זיך און האָבן הנאה, זעט אױס. דערנאָך טוט אים אַ רוף דער אַלטער לאָיעװ:

― הער נאָר אױס, חבֿרה־מאַן, װאָס איכל באַ דיר פֿרעגן. מײַן זון זאָגט מיר, אַז דו ביסט אין אונדזערע ייִדישע ספֿרים נישט װינציקער קלאָר, װי אין זײערע ביכער. איך האָב געװאָלט הערן פֿון דיר, צי געדענקסטו נאָך, װאָס רש″י װיל האָבן פֿון די בנות צלפֿחד?…

און עס גײט־אַװעק אַ שמועס פֿון רש″י. פֿון רש″י קומט מען אַרױף אַף דער גמרא. און עס גײט־אַװעק אַ פּלפּול פֿון לומדות און פֿון קענטעניש און פֿון השׂכּלה, װי געװײנלעך צװישן ייִדן, װאָס זײַנען הײמיש אין די קלײנע אותיות…

דאָס רופֿט אַרױס אַ סענסאַציע. דער פֿוראָר איז אַזױ גרױס, אַז דער אַלטער לאָיעװ לײגט־אַרױף אַף אים די האַנט און זאָגט צו אים:

― פֿון די אַלע לערנעכצן און קענטענישן האָבן מיר שױן געזען, אַז עס קומט צו עפּעס, למשל, אַ קװיטל אָנשרײַבן, איז ניטאָ קײן לשון… אַ סימן ― אָט שטײט אַ טינט און פּען; נעם, זײַ מוחל, שרײַב מיר אָן אַ בריװ אַף רוסיש אין דער צוקער־פֿאַבריק צו דעם דירעקטאָר, אַז מע װעט אים ניט צושטעלן מער קײן בוריקעס, ביז ער װעט ניט צושיקן אַזױפֿיל און אַזױ פֿיל געלט…

פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס בריװל איז געװען מער ניט װי אַן אָנשטעל, אַן אױסרײד, אַ מין עקזאַמען. דאָס אָנגעשריבענע בריװל איז געגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט, און אַלע האָבן באַװוּנדערט די זעלטענע האַנטשריפֿט, די קאַליגראַפֿיע פֿונעם בחור. דאָ איז אים בײַגעשטאַנען דער זכות פֿון זײַן רבין מאָניש פֿון פּערעיאַסלאַװ. דער מלמד רב מאָניש װאָלאָװ, װאָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זײַן „בײנדל“, איז געװען אַ זעלטענער קאַליגראַף, אַ מין קינסטלער פֿון דער נאַטור. אַ גאָלדענע האַנט. מיט זײַן געשריפֿטס האָט מען זיך אַרומגעטראָגן איבער דער שטאָט. ער האָט געמאָלט, ניט געשריבן. געװען אַ ייִד אַ כּשרער, אַ גרױסער ירא־שמים, און נישט פֿאַרשטײענדיק קײן װאָרט רוסיש, האָט ער קאָנקורירט מיטן שרײַב־לערער פֿון דער „אױעזדנע“. עס איז געװען ניט צו גלײבן, אַז אַ האַנט, ניט אַ מאַשין, זאָל אַזױ קאָנען שרײַבן! די תּלמידים, און צװישן זײ אױך ראַבינאָװיטשעס קינדער, האָבן נעבעך גענוג געליטן פֿונעם רבין מאָנישעס „בײנדל“. זײ האָבן אָבער אַ סך גענאַשט פֿון זײַן קאַליגראַפֿיע, פֿון זײַן שײן רוסיש שרײַבן, װאָס האָט זײ מיט דער צײַט געבראַכט גרױסע נוצן…

דערמיט אַלײן האָט זיך דער עקזאַמען נאָך נישט געענדיקט. דער אַלטער לאָיעװ האָט פֿאַרלאַנגט פֿונעם יונגן לערער, ער זאָל זיך מטריח זײַן דאָס אײגענע בריװעלע איבערזעצן אין העברעיִש, „װײַל דער דירעקטאָר פֿון דער צוקער־פֿאַבריק איז אַ ייִד“… אַזױ האָט דער אַלטער מאָטיװירט זײַן פֿאַרלאַנג. און פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס איז אױך געװען שײך צוס עקזאַמען.. און נישט לאַנג געטראַכט, האָט דער לערער דאָס בריװל איבערגעזעצט אין העברעיִש, מליצהדיק, אַזױ געפֿלײַסט זיך, אַז דאָס כּתבֿ זאָל זײַן װאָס שענער, געקינצלט און געצוקט, די שורות געדיכט, אױסגעמאָסטן, פּערלדיק און צאַצקעדיק. דאָ האָט זיך שױן געמיט דער זכות־אָבֿות פֿון נאָך אַ פֿריִעריקן מלמד, פֿון רב זרחן. דאָס װאָס דער רבי מאָניש איז געװען אין רוסיש איז דער רבי זרח געװען אין ייִדיש.

בקיצור, דער לערער האָט דעם אימפּראָװיזירטן עקזאַמען אױסגעהאַלטן גלענצנד. פֿאַר קוראַזש דרײט זיך אים אַזש דער קאָפּ. ער פֿילט, אַז עס פֿלאַמט אים אײן אױער. די פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אַרױף אַף אירע פֿליגלען און טראָגט אים אַװעק אין דער װעלט פֿון זיסע חלומות און כּישופֿדיקע געדאַנקען. ער זעט זיך אַ גליקלעכן, אַ שײַנענדיקן. יענער חלום פֿונעם „אוצר“ הײבט־אָן מקױם צו װערן, און גאָר אַף אַ נאַטירלעכן אופֿן: ער קומט צו פֿאָרן אַפֿן אָרט, אַזױ שטעלט ער זיך פֿאָר אין דער פֿאַנטאַזיע, באַקענט זיך מיטן אַלטן לאָיעװס טאָכטער… זײ פֿאַרליבן זיך אײנס אין דאָס אַנדערע און דעקן־אױף זײער סוד פֿאַרן אַלטן… דער אַלטער לײגט־אַרױף אַף זײערע קעפּ זײַנע הענט און בענטשט זײ: „זײַט גליקלעך, ליבע קינדער!“… שרײַבט דער בחור אַװעק אַ בריװ צו זײַן טאַטן קײן פּערעיאַסלאַװ: „אַזױ און אַזױ, ליבער פֿאָטער, קום צו פֿאָרן“… און מע שיקט־אַרױס נאָך אים אַ פֿאַעטאָן מיט ברענענדיקע פֿערד… און סאַמע אין רעכטן חלום שלאָגט מען אים איבער. דער אַלטער לאָיעװ גײט־צו צו אים, רופֿט־אָפּ דעם בחור אַף אַ זײַט און הײבט־אָן צו רײדן מיט אים מכּח „אַכצן און דרײַצן“. דאָס הײסט, װעגן געצאָלטס. „אָדער אפֿשר װעלן מיר דאָס איבערלאָזן אַף אַן אַנדערס מאָל, אַף שפּעטער?“… און ער פֿילט זיך, װי אַ מענטש, װאָס האָט נאָר־װאָס זיס אײַנגעדרעמלט און געפּלאָנטעט חלומות ― פּלוצעם איז מען געקומען און מע האָט אים אױפֿגעװעקט!…

װי אַ רױך זײַנען זיך צעגאַנגען די זיסע חלומות. װי אַ שאָטן האָט זיך אױפֿגעהױבן די צעװאַרעמטע פֿאַנטאַזיע, און דער גאַנצער כּישוף מיטן אוצר, מיט אַלע גוטע זיסע געדאַנקען, זײַנען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן.

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

דערװײַל װערט נאַכט און מע דאַרף שױן פֿאָרן. פֿון דער שטאָט באָסלאַװ ביזן דאָרף איז נאָך דאָ אַ פּאָר מײַל. צװײ שעה פֿאָרעכטס. די פֿערד שטײען שױן געשפּאַנט. אַנדרײ דער קוטשער טראָגט אַ גאַנצע װאַליזע אין פֿאַעטאָן אַרײַן. אין דרױסן איז קילבלעך.

― אָט אַזױ װעסטו פֿאָרן? ― זאָגט דער אַלטער לאָיעװ צום לערער. ― דו גײסט דאָך אָדם־נאַקעט; װעסט דערפֿרױרן װערן, צו אַלדי גוטע יאָר! אַנדרײ! אַהער די בורקע!

אַנדרײ שלעפּט־אַרױס פֿון אונטער זיך אַ װאַרעמע װאָלענע בורקע. דער אַלטער אַלײן העלפֿט דעם לערער די בורקע אָנצוטאָן אַף די אַרבל.

די בורקע איז רעכט װאַרעם און עס איז אײַנגענעם אין איר צו זיצן. נאָר עס גײט אים ניט אײַן. װאָרעם דאָס מײדל, שיװקע בערעלע עטלס, מיט אירע קאַװאַליִערן שטײען באַם פֿענצטער און זעען, װי דער אַלטער טוט אים אָן די בורקע. עס דאַכט זיך אים אױס, אַז זײ לאַכן… און פֿאַרן קוטשער, פֿאַר אַנדרײען, איז אױך אַ בזיון. װאָס טראַכט זיך װעגן אים אָט דער גױ?…

69

אַ ייִד אַ פּאָמעשטשיק

אַ ייִדיש־פּריציש הױז. ― ער לערנט זיך דעם שלחן־ערוך פֿון עטיקעט ― דעם

אַלטן לאָיעװס ביבליאָטעק ― אַ זעלטענער טיפּ פֿון אַ ייִדישן גוטבאַזיצער.

עס איז שױן געװען רעכט נאַכט, אַז זײ זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דאָרף אַרײַן אַלע דרײַ: דער אַלטער לאָיעװ, זײַן זון דער משׂכּיל יהושע און דער יונגער לערער פֿון פּערעיאַסלאַװ. דורכגעפֿאָרן פֿאַרבײַ אַ סך נידעריקע פֿינצטערע גױיִשע הײַזלעך און דורכגעלאָזט אַ גרױס ברײט גרין פֿעלד ― אַ „װיגאָן“ װערט דאָס אָנגערופֿן אין דאָרף ― און אַ גרױסן „טױק“ מיט הױכע סטערטעס שטרױ און הײ און נאָך ניט געדרעשט ברױט, האָט זיך דער פֿאַעטאָן אָפּגעשטעלט באַ אַ גרױסן ברײטן פּריצישן הױף. דער קוטשער אַנדרײ האָט נאָך ניט באַװיזן אָפּצושטעלן די פֿערד, האָט זיך דער הילצערנער טױער װי פֿון זיך אַלײן ברײט צעעפֿנט. באַם טױער איז געשטאַנען אַ גױ אָן אַ היטל. דער גױ האָט זיך טיף פֿאַרנײגט פֿאַרן בעל־הבית און דורכגעלאָזט דעם פֿאַעטאָן, װעלכער האָט זיך נאָך אַ װײַלע געקײַקלט װי אַף אַ װײכן טאַפּעט און איז צוגעפֿאָרן צו אַ גרױסער, ברײטער, ניט קײן הױכער, װײַסער פּריצישער שטוב, דװקא מיט שטרױ געדעקט, און מיט צװײ גרױסע גאַניקעס באַ די זײַטן. פֿון יענער זײַט שטוב ― אַ גאָרטן. אינעװײניק איז די שטוב, װי אױסװײניק, געקאַלכט מיט װײַסן. פּראָסט מעבלירט. אַ סך פֿענצטער. חדרים ― אָן אַ שיעור. אין שטוב דרײען זיך אַרום דינסטן מיט שטילע טריט, אַזױ װי שאָטנס. אַף די פֿיס באַ זײ ― װײכע שיך, ס'זאָל ניט קלאַפּן. קײנער װאַגט ניט אַ װאָרט אױסצורײדן, בעת דער אַלטער איז אינדערהײם. אַ שטרענגע דיסציפּלין. רײדן הערט מען נאָר אים אַלײן, דעם בעל־הבית. זײַן לײבנשטים קלינגט, װי אַ גלאָק. אינעם ערשטן גרױסן חדר, באַ אַ לאַנגן שײן געדעקטן טיש, איז געזעסן אַ פֿרױ, אַ יונגע, אַ הױכע, אַ שײנע. דאָס איז דעם אַלטנס װײַב, די צװײטע פֿרױ. נעבן איר איז געזעסן אָ מײדל פֿון אַ יאָר דרײַצן־