פֿונעם יאַריד: אַ מלאך פֿון גאָט אינעם געשטאַלט פֿון אַ מענטשן

שלום עליכם (אַלע װערק)

נעם זײגער און בעט דעם אַלטן, ער זאָל אָפּלײגן אָט אָ יענעם זילבערנעם זײגער אַף אַ זײַט. ער װעט נאָך אפֿשר הײַנט אַרײַנקומען צו אים נאָכאַמאָל. עס דאַרף אים אָנקומען געלט מיט דער פּאָסט. ער זאָל נאָר קײן פֿאַריבל ניט האָבן, װאָס טאָמער האָט ער באַ אים צוגענומען צײַט. זאָגט דער אַלטער, אַז עס מאַכט ניט אױס, נאָר נאָך זײַן בלאַס פּנים, נאָך זײַן בײזן קוק און נאָכן ציטערן פֿון זײַנע אַלטע פֿינגער איז צו זען, אַז עס מאַכט שױן דװקא יאָ אױס… דער בחור ― קױם װאָס ער טרעפֿט צו דער טיר. מיט אַ פֿאַרחלשט האַרץ לאָזט ער זיך אַװעק צו בערל דעם רױטן אַף דער סטאַנציע און בעט גאָט, ער זאָל כאָטש ניט באַגעגענען זיך מיטן רױטן בעל־הבית. „װאָרעם אָט דער רױטער ייִד ― טראַכט זיך דער בחור אין האַרצן ― איז דער אײנציקער, װאָס שטױסט זיך, אַז ער הונגערט“…

67

אַ מלאך פֿון גאָט אינעם געשטאַלט פֿון אַ מענטשן

ער פֿאַרקלײַבט זיך אין בית־המדרש פֿון שטעטל און װײנט זיך גוט אױס ―

אַ מלאך פֿון גאָט באַװײַזט זיך, און דאָס מזל טוט אים אַ שײַן ― ער װערט

אײַנגעלאַדן אַלס לערער אין אַ דאָרף און װײס ניט, אַז דערמיט איז אים פֿאַר־ זיגלט געװאָרן דאָס גליק אַף זײַן גאַנצן לעבן

דאָס צװײטע הױז פֿון בערל דעם רױטנס אַכסניה איז געװען דאָס בית־המדרש פֿונעם שטעטל. אַהין האָט זיך דער העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע פֿאַרקליבן אַף מאָרגן אינדערפֿרי און, ניט האָבנדיק װאָס צו טאָן, האָט ער אַװעקגעשטעלט זיך דאַװנען. און געדאַװנט האָט ער ביחידות, אײנער אַלײן. װאָרעם דאָס ביסל ייִדן, װאָס אין שטעטל ט., האָבן זיך געפֿעדערט גאַנץ פֿרי, אָפּגעדאַװנט מיט אַ מנין און צעגאַנגען זיך זוכן פּרנסה, װי דער שטײגער איז. געבליבן איז נאָר דער שמשׂ, אַ ייִד אַ שוסטער. נאָר װײַל ער האָט װינציק אַרבעט, איז ער אין אײנװעגס אױך אַ שמשׂ אין שול. דערזען אַ פֿרעמדן בחור מיט אַ תּפֿילין־זעקל, איז דער שמשׂ־שוסטער צוגעגאַנגען צו אים און אַ פֿרעג געגעבן, צי האָט ער ניט קײן יאָרצײַט? אױב אַ יאָרצײַט, װעט ער אַ לױף טאָן צונױפֿשלעפּן אַ מנין.

― נײן, נישט קײן יאָרצײַט, נאָר איך װיל גלאַט אַזױ דאַװנען, ― האָט אים דער בחור באַרויִקט, און באַקומען אַן ענטפֿער פֿונעם שמשׂ:

― געזונטערהײט. אָט האָט איך אַ סידור, ― זאָגט צו אים דער שמשׂ, לאָזט אים אַלײן און פֿאַרקלײַבט זיך אין פּאָליש און זעצט זיך אַװעק פֿאַרריכטן אַן אַלטע פּאָר שיך.

שױן לאַנג האָט דער יונגער העלד אַזױ געשמאַק און אַזױ האַרצעדיק נישט געדאַװנט, װי אין יענעם פֿרימאָרגן. ער איז שױן דעמאָלט בכלל געװען װײַט פֿון פֿרומקײט. דאָס איז געװען די עפּאָכע פֿון השׂכּלה, װען פֿרום זײַן איז געװען אַ בזיון, װען אַ פֿאַנאַטיקער איז געװען ערגער פֿון אַ הולטײַ, און אפֿשר ערגער, װי הײַנט אַ משומד… נאָר דער חשק צו דאַװנען איז געקומען פֿון זיך אַלײן. אַ מין רעליגיעזער עקסטאַז איז אַף אים אָנגעקומען מיטאַמאָל, און ער האָט זיך צעלאָזט, צעזונגען אַף אַ קול, גאָר מעשׂה חזן, און צו דער שמונה־עשׂרה האָט ער זיך צעװײנט. לאַנג געװײנט, מיט האַרץ געװײנט. און אַז ער האָט זיך גוט אױסגעװײנט, האָט ער זיך געפֿילט אַ סך גרינגער, גלײַך װי ס'איז אים אַראָפּ אַ שװערע משׂא פֿון האַרצן. װאָס דאָס דאָזיקע געװײן האָט באַטײַט, קאָן ער אַף אַ ראַציאָנעלן אופֿן נישט געבן צו פֿאַרשטײן. עס האָט זיך געװײנט גיכער פֿון זיך אַלײן, און די נשמה האָט זיך װי אָפּגערײניקט. אפֿשר איז דאָס געקומען פֿון אָפּגעשװאַכטע נערװן? אפֿשר איז דאָס געװען פֿון דעם פֿאַסטן?.. ער האָט באַשטימט באַ זיך דעם תּענית הײַנט איבערצורײַסן ― ס'זאָל זײַן װאָס עס װיל זיך. גענוג פֿאַסטן!… און ער לײגט־צונױף די תּפֿילין, נעמט דאָס שטעקעלע און גײט אַהײם אַף דער סטאַנציע און באַגעגנט אַף דער שװעל בערל דעם רױטן, װעלכער זאָגט אים אָן אַ בשׂורה, אַז הײַנט אינדערפֿרי האָט זיך אָפּגעשטעלט באַ אים אַ יונגערמאַן, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, פֿון ניט װײַט, פֿון אַ דאָרף. ער איז, דאַכט זיך, אים אַ נאָענטער קרובֿ.

― װעמענס אַ קרובֿ?

― אײַערער אַ קרובֿ. דאָס הײסט, ניט קײן קרובֿ, נאָר אַ שטיקל מחותּן… ― און נישט לאַנג געטראַכט, נעמט אים בערל דער רױטער אָן פֿאַר אַ האַנט און פֿירט אים אַרײַן אין אַ באַזונדערן חדר, װאָס איז צוגעקליבן פֿאַר פּריצים, און שטעלט אים פֿאָר פֿאַר אַ יונגנמאַן, װאָס זיצט באַ אַ סאַמאָװאַר און טרינקט טײ.

דער יונגערמאַן, אַ סימפּאַטישער פּאַרשױן מיט גוטע בלױע אױגן, אַ הױכן װײַסן שטערן און אַ שײן קײַלעכיק בערדל, איז העפֿלעך אױפֿגעשטאַנען, זיך אָנגערופֿן באַם נאָמען יהושע לאָיעװ און געבעטן דעם גאַסט זיך זעצן צום סאַמאָװאַר, אַ װוּנק געגעבן צום בעל־הבית, מע זאָל דערלאַנגען נאָך אַ גלאָז, און גאָר ניט װאַרטנדיק, האָט ער אָנגעגאָסן נאָך אַ גלאָז טײ, צוגערוקט בײגעלעך, קיכלעך און אַנדערע פֿאַרבײַסעכצן, און דער יונגערמאַן לאָיעװ האָט זיך געװענדט צום אַרײַנגעקומענעם בזה הלשון:

― דער בעל־הבית האָט מיר געזאָגט, אַז איר זײַט פֿון פּערעיאַסלאַװ, נחום ראַבינאָװיטשעס אַ זון. אױב אַזױ, זײַנען מיך שטיקלעך אײגענע… עסט, איך בעט אײַך, און טרינקט טײ.

קײנמאָל אין לעבן, נישט פֿריִער און נישט נאָכדעם, איז אַ גלאָז טײ ניט געװען אַזױ אָנגעלײגט באַ אים, װי אַצינד, און קײן שום מאכל אין דער װעלט האָט קײנמאָל ניט געהאַט אַזאַ טעם, װי עס האָבן געהאַט אָט די פֿרישע בײגעלעך, די קיכלעך און די אַנדערע פֿאַרבײַסעכצן, װעלכע זײַנען גיך פֿאַרשװוּנדן געװאָרן פֿונעם טיש, נישט געבליבן פֿון זײ אַ זכר אַפֿילו אַף דרך־ארץ. דער גאַסט האָט דאָס אַלץ אײַנגעשלונגען, װי אַ הונגעריקע גאַנדז, און האָט זיך אַרומגעקוקט, אַז עס איז ניט שײן, װאָס ער האָט דאָס אַלץ אױפֿגערױמט, נאָר ס'איז שױן געװען נאָך אַלעמען… דער יונגערמאַן האָט דערװײַלע אױסגערעכנט דעם יחוס, װי אַזױ זײ זײַנען קרובֿים:

― אײַער פֿאָטער האָט אַ מחותּן אַבֿרהם־יהושע. אָט דער אַבֿרהם־יהושע האָט געהאַט דאָס ערשטע װײַב, װעלכע האָט מיר אָנגעקערט אַ מומע, מײַן געשטאָרבענע מוטערס אַ שװעסטער. פֿאַרשטײט איר שױן? װײַטלעכע מחותּנים, און דאָך מחותּנים… אַצינד זאָגט מיר: פֿון װאַנען פֿאָרט איר? װוּהין פֿאָרט איר? און װאָס איז אײַער טועכץ?

אױסגעפֿרעגט זיך באַם העלד אַלצדינג און געװױרע געװאָרן, אַז ער איז געקומען אַהער צו פֿאַרנעמען אַ לערער־שטעלע, האָט דער יונגער אַ פֿרעג געגעבן, אױב דער בחור װיל דװקא בלײַבן דאָ, באַם היגן גבֿיר ק., אָדער עס מאַכט אים ניט אױס צו פֿאָרן אַ ביסל װײַטער? אױב עס מאַכט אים ניט אױס, װאָלט ער אים פֿאָרגעלײגט, ער זאָל פֿאָרן מיט אים צו זײַן פֿאָטער לאָיעװ אין דאָרף אַרײַן, פֿאַרנעמען דאָרט אַ לערער־שטעלע באַ זײַן שװעסטערל ― זײַן פֿאָטער איז אױך אימשטאַנד גוט צו באַצאָלן, אַזױ װי דער היגער גבֿיר, אױב ניט שענער נאָך… אַף די דאָזיקע װערטער האָט זיך אָפּגערופֿן בערל דער רױטער און צוגעװינטשעװעט זיך: „אַ חוץ זײַן שאָדן, אַף אים געזאָגט געװאָרן כאָטש אַ צענט־חלק“. און גאָרנישט פֿרעגנדיק באַם בחור, צי ער װיל, צי ער װיל ניט, האָט בערל דער רױטער צוגעגעבן, אַז דער בחור װעט מיט פֿאַרגעניגן זיך דורכפֿאָרן מיטן יונגנמאַן צו זײַן פֿאָטער לאָיעװ אין דאָרף אַרײַן און װעט מיט פֿאַרגעניגן פֿאַרנעמען דאָרט די לערער־שטעלע.

אַ מאָדנער ייִד אָט דער בערל דער רױטער! עפּעס גלײַך װי עמעצער װאָלט אים געבעטן, ער זאָל זיך אַרױסשטעלן פֿאַר אַן אַפּיטרופּס, אָדער, װײניקסטנס, פֿאַר אַ פֿאַרמיטלער. ער האָט ניט געלאָזט קײנעם צום װאָרט און האָט בעסער אַלײן גערעדט. דער בחור איז געװען איבעראַשט פֿון דער גאַנצער געשיכטע אַרום און אַרום. ער האָט כּמעט ניט געגלױבט זײַנע אױערן. ניט אַנדערש, אַז דאָס איז אָדער אַ חלום, אָדער אַ מין האַלוצינאַציע, אָדער דער יונגערמאַן ― דאָס איז אַ מלאך פֿון הימל אַראָפּ אַף דער ערד אינעם געשטאַלט פֿון אַ מענטשן… נאָר אַרױסבאַװײַזן זײן פֿרײד, פֿונדעסטװעגן, שטײט אים ניט אָן. ער הערט־אױס דעם געשפּרעך כּלומרשט גאַנץ גלײַכגילטיק, באַטראַכט פֿריִער װאָס צו ענטפֿערן און רופֿט זיך אָן צום יונגנמאַן מיט האַלבע װערטער:

― אײַער פֿאָרשלאַג איז אפֿשר נישט קײן שלעכטער פּלאַן… די מעשׂה איז אָבער, פֿאַרשטײט איר, װאָס איך האָב געבראַכט צום היגן גבֿיר אַ רעקאָמענדאַציע, אַ בריװ, טאַקע פֿון מײַן טאַטן… װאָס װעט זײַן, טאָמער…

― אין װאָסער אַ שפּראַך איז געשריבן אײַער טאַטנס בריװ? ― מישט זיך אַרײַן בערל דער רױטער.

― װאָס הײסט אין װאָסער אַ שפּראַך? אין העברעיִש.

― לשון־קודש? ― פֿרעגט איבער בערל דער רױטער און כאַפּט זיך אָן מיט בײדע הענט באַ די זײַטן און צעלאַכט זיך אַזױ שטאַרק, גלײַך װי אַכצן שדים קיצלען אים אונטער די פּאַכװעס! ― איר װעט דאַרפֿן, יונגערמאַן, אַ ביסעלע צוּװאַרטן, ביז מײַן קרובֿ װעט זיך פֿריִער אױסלערנען איבערלײענען אַ לשון־קודשדיקן בריװ. איר װעט אָבער, האָב איך מורא, באַדאַרפֿן לאַנג װאַרטן!… ― און בײדע צעלאַכן זײ זיך און לאַכן לאַנג און געשמאַק.

עס האָט ניט גענומען קײן האַלבע שעה צײַט, איז צװישן דעם יונגנמאַן יהושע לאָיעװ און זײַן יונגן פּראָטעזשע געשלאָסן געװאָרן אַ גוט־פֿרײַנטשאַפֿט, װאָס איז געװאַקסן אַלע מינוט שטאַרקער און גרעסער. עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז אָט דער יהושע לאָיעװ איז אַ יונגערמאַן אַ משׂכּיל פֿון דעם טיפּ משׂכּילים, װאָס יענער דור האָט פּראָדוצירט. אַ שײנער בעל־תּנ″ך, אַ בלאַט גמרא, קלאָר אין אַלע מליצה־ספֿרים, קען גאַנצע שטיקער מאַפּו אַף אױסװײניק, קאָן מיט אײַך רײדן פֿון אַ „מורה־נבֿוכים“, פֿון אַ „כּוזרי“, האָט אַ שײן הענטל צום שרײַבן. ער איז נאָר אַביסל שװאַכלעך אַף דקדוק. װײַטער װעט ער זיך מיט אײַך אױסגלײַכן אומעטום. און צו דעם אַלעמען איז ער גלאַט אַ ליבער מענטש, האָט ליב מענטשן. זײ אַלע האָבן ליב מענטשן. און מחמת זײ זיצן אין אַ דאָרף, זײַנען זײ ממש זשעדנע, גײען־אױס נאָך אַ מענטשן… װאָס איז זײער געשעפֿט? זײ האַלטן פּאָסעסיעס אין דער אַרענדע, באַם גראַף בראַניצקי און באַם גראַף מאָלאָדעצקי… זײ לעבן װי פּאָמעשטשיקעס, האָבן אײגענע פֿערד און קאַרעטעס, פֿאַרהאַלטן זיך זײער גוט מיט די פּריצים װאָס אַרום און אַרום, און די גױיִם זײַנען נאָך זײ די כּפּרה…

מיט זײַן רײדן האָט דער יהושע לאָיעװ אַרױסבאַװיזן, אַז ס'איז אמת װאָס ער זאָגט, אַז זײ זײַנען זשעדנע אין דאָרף אַ מענטשן. דאָס מױל האָט זיך אים די גאַנצע צײַט ניט צוגעמאַכט, גלײַך װי ער װאָלט װעלן אַרױסרײדן אַלץ, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן באַ אים פֿאַר אַ לאַנגע צײַט אין דאָרף. ער האָט גערעדט אין שטוב, ער האָט גערעדט אין דרױסן, ער האָט גערעדט שױן זיצנדיק אין פֿאַעטאָן און פֿאָרנדיק מיטן נײַעם לערער אַף זײַנע אײגענע ברענענדיקע פֿערד פֿון דעך פּאָסעסיע.

― געפֿעלט אײַך אַ פּאָר סוסים? ― האָט אַ זאָג געגעבן בערל דער רױטער צום לערער, בעת דער יונגערמאַן יהושע לאָיעװ איז געגאַנגען זאָגן, מע זאָל שפּאַנען. און בערל האָט גענומען דערצײלן גרױסקײט פֿון דעם יונגנמאַנס פֿאָטער, װאָס פֿאַר אַ גבֿיר, אַן אַדיר דאָס איז, און װאָס פֿאַר אַן אָריגינעלער מענטש דאָס איז.

― איר דאַרפֿט גאָט דאַנקען, װאָס ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט…

עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דער ייִד װיל, אײגנטלעך, מע זאָל א י ם זאָגן אַ דאַנק. נאָר אַ מכּה! דאָס װעט ער באַ אים ניט פּועלן, ער זאָל מײנען, אַז ער האָט געראַטעװעט אַ מענטשן פֿון הונגער… עס איז אים נאָר ניט אײַנגענעמען, זײער ניט אײַנגענעמען, װאָס ער קאָן אים איצט נישט באַצאָלן פֿאַר סטאַנציע. ער איז איצט זײער פֿאַרענגט אין געלט…

― איר זאָגט מיר בעסער, רב ייִד, װיפֿל… קומט אײַך?

בערל דער רױטער מאַכט־צו די אױגן:

― פֿאַר װאָס?

― פֿאַר… פֿאַר סטאַנציע, פֿאַר אַלצדינג… װעל איך אײַך אָפּשיקן פֿונעם אָרט… באַלד װי איך װעל קומען…

― גײט שױן גײט, מע װעט לאַכן פֿון אײַך! ― זאָגט בערל מיט אַ געלעכטער און שטופּט אים אָפּ פֿון זיך. און אין דעם קומט־אַרײַן אַ הױכער גױ מיט װײַסע ברעמען, מיט אונטערטעניק־שמײכלענדיקע אױגן. ער הײסט אַנדרײ. ער פֿרעגט זיך נאָך אַפֿן באַגאַזש פֿונעם „פּאַניטש“, װאָס פֿאָרט מיטן „באַרין“. שעמט זיך דער לערער פֿאַרן גױ, פֿאַר אַנדרײען, װאָס ער האָט ניט קײן באַגאַזש, און זאָגט, אַז זײַן באַגאַזש גײט נאָך… ער װעט אָנקומען נאָכדעם… דערװײַל האָט ער נאָר אָט דאָס פּעקעלע, װאָס ער װעט דאָס אַלײן נעמען מיט זיך אין װאָגן אַרײַן. אַנדרײ װיל אָבער נישט אַװעקגײן מיט לײדיקע הענט. אַ פּעקעלע ― לאָז זײַן אַ פּעקעלע. און ער טוט אַ נעם דאָס פּעקעלע מיט צװײ פֿינגער און אַ טראָג־אַװעק, װי אַ פֿעדערל. אַ מינוט שפּעטער איז ער שױן געזעסן מיט זײַן יונגן פּאַטראָן אין אַ גרױסאַרטיקן װײכן פֿאַעטאָן. אַנדרײ האָט געגעבן אַ קנאַק מיט דער בײַטש, און צװײ גרױע פֿערדלעך מיט אונטערגעבױגענע עקן האָבן אים געטראָגן איבער פֿעלדער און איבער װעלדער, אין אַ נײַ אָרט, צװישן נײַע מענטשן, און עס איז אים גאָר אַף די געדאַנקען נישט געקומען, אַז אָט אָ דאָ, אַף דעם אָרט, װוּהין ער פֿאָרט אַצינד, װערט דאָס פֿאַרזיגלט זײַן גליק אַפֿן גאַנצן, גאַנצן לעבן… אַן אומגעריכטער עקזאַמען

אין באָסלאַװ אַף דער סטאַנציע ― דער אַלטער לאָיעװ ― אַ מײדל מיט קאַװאַ־

ליערן ― שפּילהאַגען, אױערבאַך און „טשטאָ דיעלאַט“. ― װאָס װיל רש″י פֿון

די בנות צלפֿחד, און װי אַזױ שרײַבט מען אַ בריװ צו אַ דירעקטאָר פֿון אַ צו־

קער־פֿאַבריק? ― ער האַלט־אױס דעם עקזאַמען און פֿאָרט אין דאָרף אַרײַן

עס איז שױן געװען אַרום פֿאַרנאַכטלעך, װען דער יונגער משׂכּיל יהושע לאָיעװ מיט זײַן פּראָטעזשע דעם לערער זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן אין דער שטאָט באָסלאַװ. אַף דער סטאַנציע, װוּ זײ האָבן זיך אָפּגעשטעלט, האָבן זײ געטראָפֿן דעם פֿאָטער פֿונעם יונגן משׂכּיל, דעם אַלטן לאָיעװ, װאַרטן אַפֿן זון.

דער אײַנדרוק, װאָס דער אַלטער לאָיעװ האָט געמאַכט אַפֿן לערער, איז געװען אױסערגעװײנלעך, ער האָט זיך קײנמאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז אַ ייִד זאָל האָבן אַזאַ אױסזען. אַן אױסזען פֿון אַ גענעראַל, אַ פֿעלדמאַרשאַל, מיט אַ קול פֿון אַ לײב. אין קורצע װערטער האָט דער זון איבערגעגעבן דעם פֿאָטער, װער איז דאָס בחורל, װאָס איז מיט אים געקומען, און װוּ און װי אַזױ ער האָט זיך מיט אים באַקענט. אױסגעהערט דעם זון, האָט דער אַלטער אָנגעזאָטלט די נאָז מיט אַ פּאָר װײַסע זילבערנע ברילן און האָט ערנסט באַטראַכט דעם בחור, אָן איבעריקע צערעמאָניעס, מיט אַזאַ פּנים, למשל, װי מע באַטראַכט אַ געקױפֿטן פֿיש פֿונעם מאַרק… דערנאָך האָט ער אים אױסגעצױגן אַ װאַרעמע האַנט, און מיט אַ פֿרײַנטלעכער מינע, אַף װיפֿל ס'איז נאָר געװען מעגלעך פֿאַר אַזאַ שטרענגן פֿעלדמאַרשאַל, האָט ער אים אָפּגעשטעקט אַ שלום־עליכם און אָן צערעמאָניעס, און מיטן לשון „דו“, אַ פֿרעג געטאָן:

― װי אַזױ רופֿט מען דיך?

געװאָרע געװאָרן פֿונעם בחור, אַז מע רופֿט אים שלום, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו אים װײך, װי װײַט ס'איז מעגלעך געװען פֿאַר זײַן לײבנשטים:

― הער־זשע אױס, שלום־סערצע, גײ, זײַ מוחל, אַהין אין צװײטן חדר. איך װעל דאָ מיט מײַן זון אָפּרײדן געשעפֿט. דערנאָך װעל איך דיך אַרײַנרופֿן און מיר װעלן אַ ביסל שמועסן.

דאָס צװײטע צימער איז געװען אַ זאַל, אײראָפּעיִש גערעדט, אַ מין װעסטיבול פֿאַר געסט. דאָרט איז געװען דער בעל־הבית פֿון דער סטאַנציע, אַ געװעזענער שניטקרעמער, איצט אַף דער עלטער אַ בעל־אַכסניה, מיטן נאָמען בערעלע עטלס, אַ ייִד מיט אַ בלױער נאָז, מיט רױטע דינע שלענגע־