פֿונעם יאַריד: די צעשטערטע האָפֿענונגען

שלום עליכם (אַלע װערק)

צו רײַבן זיך אָן זײַנע פֿיס און צו מורליקען, קוקן װי אַ זינדיקער מענטש און װאַרטן, מע זאָל איר עפּעס צוּװאַרפֿן.

― צער בעלי־חײם! ― זאָגט דער קאָלעקטאָר מיט אַ זיפֿץ. טוט בני־מינזאָן אַ שלונג, אַ קוק אַף אַלע דרײַ און זאָגט, אַז ער האָט דערױף אַ שיר, הײסט ער: „ורחמיו על כּל מעשיו“. און ניט געװאַרט ביז מע װעט אים בעטן, פֿאַרגלאַנצט ער די אױגן אַרױף און זאָגט דעם שיר.

60

די צעשטערטע האָפֿענונגען

די עקזאַמענעס אַף דער נאָז ― ער בױט לופֿטשלעסער מיט זײַן חבֿר אלי דאָדיעס ―

„למנצח על השלישית“ ― ער שרײַבט אַ מליצה־בריװ צו ח″י גורלאַנד ― דער

„קלוב“ אין דער „טאַבאַטשנע“ ― ח″י גורלאַנד ענטפֿערט מיט אַ בריװ, און די לופֿטשלעסער צעפֿאַלן זיך

די צײַט איז געגאַנגען. קינדער װאַקסן. עס קומט־אָן דער זומער, דער לעצטער זומער, װאָס מע דאַרף ענדיקן דעם קורס. די עקזאַמענעס זײַנען אַף דער נאָז. אָט נאָך אַ װאָך, נאָך צװײ ― װערט מען פּטור פֿון דער „אױעזדנע“, װאָס האָט זיך שױן צוגעגעסן. דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע האָט קײנמאָל ניט געפֿילט קײן באַזונדערע סימפּאַטיע צו די קלאַסן. קײן קװאַל אַף צו שעפּן פֿון דאָרטן חכמה און װיסנשאַפֿט איז זי פֿאַר אים קײנמאָל ניט געװען. דאָס ביסל, װאָס ער האָט יאָ גענאַשט, איז דאָס געװען גיכער פֿון דעם בױם, װאָס האָט געהײסן אין יענער צײַט „השׂכּלה“. ביכער, רוסישע און העברעיִשע, בלעטער, צײַטונגען, זשורנאַלן ― דאָס זײַנען געװען די פּירות, װאָס ער האָט געגעסן מיטן פֿולן מױל. אַ סך האָט אים מיטגעהאָלפֿן דער „קלוב“, די דעמאָלטיקע פּערע־יאַסלאַװער אינטעליגענץ, מיטן קאָלעקטאָר, מיט בנימינזאָן און מיט די געראָטענע אײדעמס בראָש, און דער אידעאַל איז געװען ― אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס מיט זײַן גרױסער ביבליאָטעק.

דאָס אײנציקע, װאָס אים האָט געבונדן מיט דער „אױעזדנע“, איז געװען זײַן חבֿר אליע דאָדיעס, װעלכן ער האָט באמת ליב געהאַט פֿאַר זײַן לעבעדיקן כאַראַקטער און פֿאַר זײַן קאָנען נאָכמאַכן און איבערקרימען אַלע לערערס, װי אַן אמתער אַקטיאָר, אַ קאָמיקער. בײדע אינצװײען האָבן זײ איבערגעקערט די װעלט, בײדע אינאײנעם האָבן זײ געלײענט ביכער, געלעבט אַ גוטן טאָג, געװען אָפּגעטײלט פֿון אַלע איבעריקע חבֿרים, צום מײנסטן פֿאַרשטאָפּטע קעפּ, פֿלעקער. אין דער צײַט, װען יענע האָבן זיך געגרײט צו די עקזאַמענעס, געפֿיבערט, מורא געהאַט פֿאַר אַ דורכפֿאַל, האָבן די צװײ חבֿרים, שלום ראַבינאָװיטש און אליע דאָדיעס, געמאַכט חוזק פֿון דער גאַנצער װעלט, געהאַט די עקזאַמענעס אין דער לינקער פּאה. זומער־לעבן. אין דרױסן איז אַ גן־עדן. די בעסטע צײַט אַף צו באָדן זיך אין טײַך, אַף צו שיפֿן זיך אין אַ שיפֿל, העט־װײַט, אַף יענער זײַט ברעג, אין הױכן גרינעם אָטשערעט. דאָרטן איז דאָ אַ לעװאַדע, אַ פֿעלד, מיט אַ סך װײַסע און רױטע מאַרגאַריטקעס באַשפּרענקלט. און װײַטער פֿון דער לעװאַדע גײט אַ װעלדל, טאַקע אַ גאַנצער װאַלד. לאָזן זיך לױפֿן איבערן גאַנצן פֿעלד, ביז צום װאַלד, אין אײן אָטעם ― איז ניט פֿון די קלײנע זאַכן. װער פֿון זײ, ער אָדער זײַן חבֿר אליע, װעט קומען צו לױפֿן פֿריִער? זײ בלײַבן בײדע אָן אָטעם. טוט מען זיך אַ װאָרף אַפֿן גרינעם שמעקנדיקן גראָז. מיטן פּנים אַראָפּ ליגט מען און מע גראַבלט די פֿרישע רױע זאַמדיקע ערד, װוּ עס קריכט אַ פֿליגעלע, שפּאַצירט אַ זשוקל, פּױזשעט אַ מורעשקע, שלעפּט מיט די פֿעדערשטע פֿיסעלעך אַ גאַנצע שטרױ, אַ שטיקל קאָרע, אַ נאָדל פֿון אַ בױם. ס'איז שטיל. אַ מאָדנע, אַ הײליקע, אַ פֿאַרװיגנדיקע, אַ פֿאַרשלעפֿערנדיקע שטילקײט. זעלטן װערט די שטילקײט געשטערט דורך אַ צװיטש פֿון אַ רײע שװעלבעלעך, װאָס טראָגן זיך דורך איבער די קעפּ ― אַ סימן אַף אַ רעגן. אָדער עס דערהערט זיך אַ קװאָק פֿון אַ פֿאַריתומטער זשאַבע ערגעץ װײַט פֿון אָטשערעט אַרױס: קװאַ! ― און װערט אַנטשװיגן. אױך אַ סימן אַף אַ רעגן. כאָטש דער הימל איז רײן, קלאָר, װי זעפֿיר. קײן שפּרענקעלע אַפֿן האָריזאָנט. עס פֿילט זיך אַ נאָענטע שײַכות מיט אָט דעם װאַלד, מיטן פֿעלד, מיט די מאַרגאַריטקעס, מיט דער פֿרישער ערד און מיטן שמעקנדיקן גראָז און מיטן פֿליגעלע, מיטן זשוקל און מיט דער מורעשקע, װאָס פּױזשעט, מיט די שװעלבעלעך, װאָס פֿליִען, און מיט די זשאַבעס, װאָס קװאַקען, און מיט דער גאַנצער נאַטור אַרום און אַרום ― יעדע זאַך באַזונדער איז אַ חלק פֿון דער װעלט און אַלץ אינאײנעם מיט די מענטשן גענומען ― דאָס איז אײן װעלט, אײן משפּחה, אײן געזינדל. און דאָס װימלט און דאָס גריבלט, און דאָס ליאַרעמט און דאָס טאַרעראַמט ― עס איז אַ י אַ ־ ר י ד , עס איז אַ װעלט, עס הײסט „לעבן“. בײדע יונגע חבֿרים פֿילן זיך גוט אין דער דאָזיקער װעלט. בײדע זײַנען צופֿרידן מיט זײער לעבן, זאַט מיט זײער פֿאַרגאַנגענהײט, קאָנטעט מיט זײער הײַנט און דערװאַרטן נאָך מער פֿון דעם, װאָס װעט זײַן, פֿון דעם, װאָס קומט. זײ פֿירן אַ לאַנגן שטילן, רויִקן געשפּרעך. אַ געשפּרעך, װאָס האָט ניט קײן אָנהײב און האָט ניט קײן סוף. דער גרעסטער טײל פֿון זײער געשפּרעך דרײט זיך אַרום דעם, װאָס זײ שטײט פֿאָר: װאָס װעט װײַטער זײַן? און מע לײגט־פֿאָר פּלענער און מע בױט לופֿטשלעסער, און מע שטעלט זיך פֿאָר אַ זיס פֿילפֿאַרביק לעבן, װעלכעס שפּיגלט זיך אָפּ אין דער פֿאַנטאַזיע פֿון יעדן יונגן מענטשן און װעלכעס גיט זיך קײנמאָל קײנעם נישט אײַן אַף דער ערד…

מע קאָן אָבער דאָ אַזױ לאַנג ניט פֿאַרברענגען. די צײַט שטײט ניט. עקזאַמענעס אין פֿאָרט ניט קײן שפּילכל. זײ זײַנען טאַקע די ערשטע און די בעסטע איז קלאַס, נאָר אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך? עס קאָן זיך אַמאָל טרעפֿן, אַז דער בעסטער זאָל דורכפֿאַלן. נאָר אײן מענטש איז געװען געזיכערט ― און דאָס איז געװען דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן. „װאָס מיר עקזאַמענעס? װער מיר עקזאַמענעס? מע שטעלט זײ אַ פֿײַג!“ ― אַזױ האָט געטענהט דער קאָלעקטאָר, װאָס האָט געטראָגן אַף זיך די דאגות פֿונעם קונדס מער װי זײַן אײגענער פֿאָטער. און דעריבער האָט זיך קײנער אַזױ ניט דערפֿרײט, װי דער קאָלעקטאָר, מיט דער גוטער בשׂורה, װאָס שלום האָט אײנמאָל געבראַכט צו טראָגן אַהײם, אַז ער און זײַן חבֿר אליע דאָדיעס זײַנען פֿון עקזאַמען אינגאַנצן באַפֿרײַט.

― דאַנקען גאָט! מיר זײַנען פֿרײַ! פֿרײַ פֿון עמזאַמענעס! מיר װעלן הוליען!… ― אַזױ האָט געזאָגט דער קאָלעקטאָר.

און פֿאַר גרױס שׂמחה האָט דער קאָלעקטאָר אין דעם אײגענעם טאָג, אַפֿדערנאַכט, געבראַכט צו טראָגן צום „קונדס“ אַף דער קװאַרטיר אַ הערינג מיט צװײ פֿראַנזעלן, און אין קעשענע ― אַ פֿלעשל בראָנפֿן, און אינדרײַען, מיטן משורר בנימינזאָן, האָט מען געגעבן אַ לעב־אונטער, װי גאָט האָט געבאָטן. אַף בנימינזאָנען איז אָנגעפֿאַלן, װי ער אַלײן האָט געזאָגט, דער רוח־הקודש, און ער האָט אַפֿן אָרט אָנגעשריבן אַ שיר:

,, ל מ נ צ ח ע ל ה ש ל י ש י ת מ ז מ ו ר ש י ה “…

,, ע ל ה ש ל י ש י ת “ ― מײנט דאָס די דרײַ קלאַסן, װאָס שלום האָט געענדיקט. און איצט האָט זיך אָנגעהױבן אַ נײַע סדרה: װאָס טוט מען װײַטער? װאָס װעט זײַן דער תּכלית? עס זײַנען אַרױס אַף דער סצענע אַלע אונדזערע אַלטע באַקאַנטע פּאַרשױנען: בײדע געראָטענע אײדעמס, אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס, די אַלע איבעריקע פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט, יעדער מיט אַן אַנדער עצה: גימנאַזיע, ראַבינער־שול, אוניװער־זיטעט, דאָקטױרים, אַדװאָקאַטן, אינזשעניערן… דער טאַטע איז אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטער: אַזױ פֿיל װעגן, פּראָפֿעסיעס, פּרנסות ― אַזש דער קאָפּ דרײט זיך!

פֿון אַלע פּראָיעקטן האָט מען זיך אָפּגעשטעלט אַף דעם זשיטאָמירער לערער־אינסטיטוט, װוּ מע האָט צוגעזאָגט אַרײַנצונעמען אַף „קאַזיאָני שטשאָט“ בײדע אױסגעצײכנטע תּלמידים ― שלום נחום ראַבינאָװיטשעס און זײַן חבֿר אליע דאָדעס. עס זײַנען שױן װעגן דעם אַװעקגעגאַנגען פּאַפּירן קײן זשיטאָמיר, צום דירעקטאָר פֿון אינסטיטוט, ח″י גורלאַנד. ליתר בטחון האָט שלום צוגעלײגט צו די פּאַפּירן פֿון זיך אַ בריװ אַף העברעיִש, אין זײער אַ שײנער מליצה־שפּראַך ― צו באַװײַזן דעם דירעקטאָר גורלאַנדן, אַז ער האָט צו טאָן ניט מיט קײן ייִנגעלע, און דער קאָלעקטאָר איז געװען מלא גדולה:

― ברוך שפּטרני! ― האָט ער געזאָגט און אױסגעװישט מיט דער נאַסער פּאָלע די שװאַרצע ברילן (אָן די ברילן זעט־אױס דעם קאָלעקטאָרס פּנים װי געשװאָלן, און די אױגן ― װי קישעלעך). ― דער קונדס איז שױן אַ באַװאָרנטער. װאָלט איך שױן האָבן אַזאַ דאגה מיט פּרנסה, װי איך האָב אַ דאגה מיט אים. װאָס ער זאָל שױן ניט זײַן, אַ ראַבינער אָדער אַ לערער ― אַ מענטש װעט ער שױן זײַן, דאָס איז זיכער! און פֿון פּריזיװ זײַנען מיר אױך באַװאָרנט. קאַזיאָנע לערערס און קאַזיאָנע רבנים דינען ניט. איצט בלײַבט־איבער נאָך אַ שײנע חלה פֿון אַ לײַטיש אָרט מיט פֿופֿצן־הונדערט קאַרבױנים נדן, װעט זײַן, װי זאָגט איר, חי געלעבט! הײסט־זשע, רב נחום, דערלאַנגען אַ ביסל „צערקאָװנע כּשר לפּסח“…

לאָזט זיך אױס, אַז דער קאָלעקטאָר האָט זיך צו־פֿרי משׂמח געװען. און אָט װאָס עס האָט זיך געטראָפֿן.

די אַלע פּרנסות, װאָס נחום ראַבינאָװיטש האָט זיך מיט זײ פֿאַרנומען, זײַנען סוף־כּל־סוף געװען ניט גענוג אַף צו לעבן. האָט זיך געפֿונען אַ רײַכער בעל־הגוף. אַ גױ מיטן נאָמען זאַכאַר נעסטראָראָװיטש, װאָס האָט געהאַלטן פֿון ראַבינאָװיטשן אַן עולם ומלואו און האָט אים אָפּגעטראָטן אַ קלײט מיט אַ קעלער אין סאַמע פֿראָנט פֿון זײַן נײַעם גרױסן מױער, און דאָרט האָט ער אים געעפֿנט אַ געשעפֿט פֿון טאַבאַק, גילזעס און פּאַפּיראָסן, און אױך דעם װײַנשענק „ראַזניך װין יוזשנאַהאָ בערע־גאַ“ האָט מען אַריבערגעטראָגן אַהער, און עס האָט זיך אָנגעהױבן באַװײַזן פּרנסה בשפֿע. דאָס הױז פֿון נחום ראַבינאָװיטש איז, װי איר געדענקט, תּמיד געװען אַ בית־ועד, אַ קלוב פֿון משׂכּילים און גלאַט יונגעלײַט. איצט איז דער קלוב געװאָרן נאָר לעבעדיקער און מער באַזוכט פֿון פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט און גלאַט קונים. װער עס האָט נאָר געהאַט אַ שטיקל פֿרײַע צײַט, געװאָלט זען זיך מיט מענטשן, װיסן, װאָס הערט זיך אַף דער װעלט, ― דער איז זיך דורכגעגאַנגען אין דער „טאַבאַטשנע“ רױכערן אַ פּאַפּיראָס און רײדן אַ װאָרט.

אײנמאָל האָט זיך אין „קלוב“, אָדער אין דער „טאַבאַטשנע“, צונױפֿגעזאַמלט די גאַנצע סמעטענע פֿון דער פּערעיאַסלאַװער אינטעליגענץ. דאָרט זײַנען געװען אַלע אונדזערע באַקאַנטע פּאַרשױנען: יאָסיע פֿרוכשטײן, בײדע געראָטענע אײדעמס, אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס און, פֿאַרשטײט זיך, דער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן און בנימינזאָן דער משורר און זײער יונגער פֿרײַנט דער קונדס האָבן אױך ניט געפֿעלט. עס איז געװען זײער אַ לעבעדיקער שמועס, און אַלע מינוט האָט אױסגעשאָסן אַ הילכיקער געלעכטער. דעם געלעכטער האָט אַרױסגערופֿן אײנער פֿון די געראָטענע אײדעמס, לײזער־יאָסל. ער האָט געפֿאָדערט פֿון יעדן אײנציקן אַ קלײניקײט: ער זאָל מוחל זײַן געבן צו פֿאַרשטײן דעם פּשט פֿון דעם װאָרט „מאַסיװ“, נאָר אָן הענט. און אַזױ װי עס איז אַן אוממעגלעכקײט, אַז אַ ייִד זאָל קאָנען געבן צו פֿאַרשטײן אַזאַ זאַך אָן הענט, האָט יעדער אײנציקער אַף זײַן אופֿן באַװיזן מיט די הענט, װאָס באַטײַט דאָס װאָרט „מאַסיװ“. און אָט דערפֿון זײַנען דאָס געפֿלױגן די דאָזיקע געלעכטערן.

נאָר פּלוצעם, סאַמע אין רעכטן מיטן לאַכן, עפֿנט זיך די טיר און עס קומט־אַרײַן דער בריװטרעגער מיט אַ פּאַקעט ― „זאַקאַזנאָיע“. אַפֿן קאָנװערט שטײט אַף רוסיש מיט גרױסע אותיות: „קאַנצעליאַריאַ זשיטאָ־מערסקאַװאָ קאַזיאָנאַװאָ יעװרײסקאַװאָ אוטשיטעלסקאַװאָ אינסטיטוטאַ“.

― אַהאַ! דאָס איז פֿון אים, פֿון ח″י גורלאַנדן!

מע האָט געעפֿנט דעם פּאַקעט און מע האָט איבערגעלײענט אַ בריװ פֿון דעם דירעקטאָר ח″י גורלאַנד. אין בריװ איז געשטאַנען: „אַזױ װי אין אינסטיטוט דאַרף מען לערנען פֿיר יאָר, און אַזױ װי פֿון די פּאַפּירן און פֿון די מעטריקעס איז צו זען, אַז דער באַזיצער פֿון זײ איז געבױרן געװאָרן אין דעם 18טן פֿעװראַל, 1859, קומט־אױס, אַז אין דעם יאָר 1880, דאָס הײסט, אין דרײַ יאָר אַרום שױן, אין אָקטאָבער, װעט ער זיך דאַרפֿן שטעלן צום פּריזיװ. דאָס הײסט, מיט אַ יאָר פֿריִער אײדער ער װעט ענדיקן דעם גאַנצן קורס פֿון דעם לערער־אינסטיטוט“.

װי אַ באָמבע, װי אַ דונער אין מיטן העלן טאָג, איז געװען די דאָזיקע ידיעה. צום אַלעם ערשטן האָט מען זיך גענומען שפּאַרן און לערנען דעם פּשט פֿון דעם בריװ: מאַי קאָ משמע לן ― װאָס לאָזט ער מיך דאָ הערן? און פֿאַר װאָס האָט ער ניט אױסגעפֿירט, טאַקע אָט דער ח″י גור־לאַנד, דעם היוצא־לנו מזה? און טאָמער איז פֿאַראַן עפּעס אַן עצה, אַ דרײדל, אַף אַרױסצודרײען זיך פֿונעם דאָזיקן פּלאָנטער? ס'איז אָבער אומזיסט געװען דאָס שפּאַרן זיך מיטן דעבאַטירן. אַלע האָבן אַרױסגעזען, װי צװײ מאָל צװײ, אַז דאָס שפּיל איז פֿאַרן טײַװל ― די שאַנסן אַף אַרײַנצוטרעטן אין אינסטיטוט זײַנען פֿאַרלױרן. די מעטריקעס קאָן מען שױן ניט איבערמאַכן. און ח″י גורלאַנד איז ניט אַזאַ מענטש, װאָס מע מאַכט מיט אים דרײדלעך. פֿאַרפֿאַלן!

דער העלד פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען שטעלט זיך פֿאָר יענע צײַט אַלס זײַן איבערגאַנגס־עפּאָכע פֿון אײן װעלט אין דער אַנדערער. עס האָט באַדאַרפֿט אױסגעװײלט װערן אַ װעג, װוּהין צו גײן, אױסגעאַרבעט װערן אַ פּלאַן, װאָס צו טאָן, און באַשטימט װערן, אַזױ צו זאָגן, אַ פּראָגראַם שױן אַפֿן גאַנצן לעבן. צװישן אים מיט זײַן חבֿר אליע דאָדיעס איז שױן לאַנג געװען אַן אָפּגעמאַכטע זאַך, װי אַזױ מע װעט בײדע אינאײנעם פֿאָרן קײן זשיטאָמיר, בײדע װױנען אין אײן צימער, בײדע לערנען, שפּאַצירן, באָדן זיך, שיפֿן זיך… און אַז סע װעט קומען „קאַניקולעס“,

װאַקאַציעס, װעט מען פֿאָרן בײדע אַהײם ― און אַך! װי זײ װעלן דאָס איבערראַשן זײערע געװעזענע חבֿרים מיט זײערע זשיטאָמירער אוניפֿאָרעם, זיך האַלטן פֿון זײ פֿון דער װײַטן, און רײדן פֿון פּושקין און פֿון לערמאָנטאָװ, פֿון בײַראָן און פֿון שעקספּיר, הױך אַף אַ קול, אַלע זאָלן הערן און װיסן, אַז דאָס רײדן ניט קײן פּאַרכעס… די חבֿרים װעלן דאָס הערן און שטױנען, מקנא זײַן. מײדלעך װעלן זיך רױטלען, דרײען אַרום זײ, כּלומרשט פֿאַרריכטן די הענטשקעלעך, װאַרפֿן מיט אױגלעך, װעלן זיך װעלן באַקענען נענטער ― קורץ, דאָס װעט זײַן אַ גן־עדן!

און מיטאַמאָל האָט זיך פֿון די אַלע חלומות אױסגעלאָזט אַ טײַך. אױס זשיטאָמיר! אױס לערער־אינסטיטוט! אױס באָדן זיך, שיפֿן זיך! אױס װאַקאַציעס! אױס חבֿרים! אױס מײדלעך! אױס גן־עדן! אױס קאַריערע! און דאָ דעם טאַטנס פּנים ― אַ רחמנות אַ קוק צו טאָן. געל, װי אַ װאַקס. נײַע קנײטשן, נײַע זאָרגן, נײַע זיפֿצן: „גװאַלד, װאָס טוט מען? װאָס הײבט מען אָן צו טאָן?“… בנימינזאָן דער פּאָעט פֿילט זיך ניט גוט. ער װיל ברענגען אַ טרײסט כאָטש מיט אַ נײַעם שיר, נאָר ― אױ־װײ! עס זינגט זיך ניט!

דעם קאָלעקטאָר זעט מען עפּעס ניט. ער האָט זיך אַ פּאָר מאָל געהאַט באַװיזן אַף אַ פּאָר מינוט, געזאָגט, אַז ער האָט עפּעס זײער אַ גוטן פּלאַן פֿאַרן קונדס, װאָס װעט אים פֿאַרזאָרגן אַפֿן גאַנצן לעבן מיט קינדער און קינדס־קינדער, נאָר ער האָט איצט זײער קײן צײַט ניט. און ער איז אַװעק, און פֿון דעמאָלט־אָן הערט מען ניט פֿון אים און מע זעט ניט.

61

דער סוף פֿון דער אידיליע

װער איז געװען דער קאָלעקטאָר? ― דרײַ רובל מיט „גראַמאַטיקע“ אַף יום־טובֿ

― דעם קאָלעקטאָרס טױט ― די לװיה ― „געװען אַ מאָדנער מענטש“ ― דער משורר בנימינזאָן פֿאַרשװינדט און װערט מגולגל קײן אַמעריקע.

ניטאָ קײן אײביקע זאַך אַף דער װעלט. געקומען אַ סוף צו דער אױבן־באַשריבענער אידיליע. אײנער פֿון די אױסגערעכנטע פֿרײַנט איז אַװעק פֿאַר דער צײַט, און באַלד נאָך אים ― דער אַנדערער, און די כּנופֿיה איז צעפֿאַלן געװאָרן. דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָט געמאַכט אונדזער אַלטער באַקאַנטער קאָלעקטאָר מיט די שװאַרצע ברילן און מיט די גרױסע