פֿונעם יאַריד: דער קאָלעקטאָר

שלום עליכם (אַלע װערק)

חלילה ניט פֿאַרדײַען! אַ קלײניקײט, אַזעלכע איבערגעװאַשענע קינדערלעך, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע, קײן עין־הרע, און אַלע אַזױ אײדל גע־פּאַצקעט! מע האָט זײ גאָר ניט געקאָנט איבערלאָזן, װי די מײדלעך, אין באָסלאַװ באַם זײדן מיט דער באָבע, זײ זאָלן בעסער דאָרטן קרענקען, אײדער נעמען זײ אַהער, נעמען זאָל אײַך דער רוח, זײ זאָלן העלפֿן עסן, עסן זאָלן אײַך װערעם און טאָטשען אײַער לײַב לעבעדיקערהײט, ס'זאָל פֿאַלן פֿון אײַך שטיקער, װי סע פֿאַלט פֿון מיר, אַז עס קומט דער װינטער, קומען זאָל אַף אײַך אַן אױסכאַפּעניש מיט אַן אײַנדאַרעניש מיט אַן אײַנשרומפּעניש“…

דאָ גײט אַװעק אַ באַקאַנטער מענה־לשון, און שלום דער בעל־חלומות פֿאַרגעסט, אַז ס'איז אים קאַלט, און ער לױפֿט אַרױס צוריק אַף דער קעלט, צוריק צום טױער אַפֿן בענקעלע. דאָרט איז בעסער. דאָרט קאָן מען כאָטש זיצן רויִק און חלומען װעגן דעם, טאָמער װעט גאָט פֿאָרט צושיקן עפּעס פֿעטע אורחים מיט בערענע פּעלצן, מיט געלע לעדערנע טשעמאָדאַנעס, װאָס װעלן זיך אפֿשר פֿאָרט אָפּשטעלן באַ זײ אין אײַנפֿאָר, ניט אַקעגן באַ ראובֿן יאַסנעגראַדסקי?… גאָט, אַז ער װיל, קאָן ער!

47

דער קאָלעקטאָר

זאקסישע און ברױנשװײַגער לאָטערײ־צעטלען ― גרױסע האָפֿענונגען, נישטיקע

געװינסן ― ער שרײַבט אַ ראָמאַן אַפֿן שניט פֿון מאפּוס „אַהבֿת ציון“.

צו באַװוּנדערן, װאָס פֿאַר אַ שטאַרקער מענטש אָט דער שװאַכער ייִד, דער שטילער און פֿאַרטראַכטער נחום ראַבינאָװיטש, האָט באַדאַרפֿט צו זײַן, אַז ער האָט געקאָנט אַריבערטראָגן דעם גלות פֿון דער שטיפֿמאַמע, אױסהערן איר מענה־לשון מיט אירע ברכות, צוזען, װי זי פּײַניקט זײַנע קינדער, און נישט אַרױסטרעטן מיט אַ װאָרט אַפֿילו! װאָס דער מענטש האָט איבערגעטראָגן אינעװײניק באַ זיך אין האַרצן ― קאָן מען נישט װיסן. אַרױסבאַװיזן האָט ער עס אָבער קײנמאָל ניט און אַרױסגעזאָגט האָט ער עס קײנעם ניט. און דערפֿאַר, אַפּנים, האָט זי געלײגט אַף אים כּבֿוד, געערט, רעספּעקטירט, נישט באַגאַנגען זיך קעגן אים אַזױ גראָב, װי צו זײַנע קינדער, למשל, און געשעצט אים אַזױ הױך, װי ס'איז נאָר מעגלעך געװען פֿאַר אַזאַ ייִדענע, װאָס האָט אַלײן אױך קײן האָניק ניט געלעקט, נעבעך גוט אױסגעריסן געװאָרן, געהאָרעװעט װי אַן אָקס אַף אַזאַ גרױסער שטוב מיט אַ כאַליאַסטרע קינדער, אײגענע און פֿרעמדע.

און אפֿשר האָט זיך איר רעספּעקט גענומען דערפֿון, װאָס זי האָט געזען, מיט װאָס פֿאַר אַ כּבֿוד מע האַלט איר מאַן אין שטאָט, כאָטש אַלע װײסן, אַז ער איז װײַט פֿון אַ נגיד, פֿאַרדינט קױם דאָס שטיקל ברױט. קײן נאַרישע ייִדענע, װי געזאָגט, איז זי ניט געװען, נאָר אַ פֿאַרביטערטע נשמה, נישט קײן אײַנגעהאַלטענע בשעת כּעס און בטבֿע אַן אָפֿנטלעכער מענטש: װאָס אַף דער לונג, דאָס אַף דער צונג. דערפֿאַר, װאָס דער טאַטע האָט איר קײנמאָל ניט געשטערט אין איר מענה־לשון, האָט זי אים ניט געשטערט אין זײַנע זאַכן ― אַרײַנקוקן אין אַ בוך, שפּילן אַ שאָך אָדער אַזױ פֿאַרברענגען מיט אַ מענטשן. און די מענטשן, מיט װעלכע דער טאַטע האָט פֿאַרבראַכט, זײַנען געװען לױטער משׂכּילים, אױפֿגעקלערטע יונגעלײַט און גלאַט „קאָפּמענטשן“, מע קאָן זאָגן, די סמעטענע פֿון דער דעמאָלטיקער שטאָט־אינטעליגענץ. דאָס איז געװען אַ גאַנץ בינטל משׂכּילים, װאָס פֿאַרדינען אױסגערעכנט צו װערן באַ די נעמען און אָפּגעמאָלט צו װערן, װי זײ שטײען און גײען, מיט זײער גאַנצער פֿיגור.

דער ערשטער באַדאַרף באַשריבן װערן „דער קאָלעקטאָר“, אַ ייִד אַ בעל־בשׂר, אַ שװערער ייִד, נאָר אַ „קאָפּמענטש“ און ― װי מע האָט אונטערגעשמועסט ― אַ שטיקל אַפּיקורס, כאָטש ער האָט געטראָגן אַ לאַנגע קאַפּאָטע און געדיכטע פּאות. נחום ראַבינאָװיטש האָט געזאָגט אַף אים, אַז דער ייִד איז „עמוק“ און אַז ער „װײס אַ שלל“. גאַנצע טעג האָבן זײ געקאָנט אַװעקזיצן אינצװײען און רײדן און רײדן אָן אַ שיעור. פֿון װאַנען האָט זיך גענומען באַ זײ אַזױ פֿיל רײד? אָפֿטמאָל פֿלעגט דער קאָלעקטאָר קומען מיט אַ ביכל, אָפֿטמאָל נעמען אַ ביכל. באַ דער שטיפֿמאַמע האָט ער געהאַט אַ צונעמעניש: „דער קאָלטון“ ― דערפֿאַר, װאָס ער האָט געהאַט אַ קאָלטונעװאַטע באָרד. נאָר אין שטאָט האָט ער געהײסן „דער קאָלעקטאָר“. געהאַנדלט מיט צעטלען, זאַקסישע און ברױנשװײַגער צעטלען. געטראָגן האָט ער שװאַרצע ברילן (געהאַט קאַליע אױגן), זומער און װינטער איז ער געגאַנגען אין טיפֿע קאַלאָשן. קײן שטיװל ניט, נאָר קאַלאָשן, װײַסע זאָקן און קאַלאָשן. אַ גרױסער אבֿיון, נאָר אַ מוראדיקער בעל־בטחון. געװען זיכער, אַז זײַנע קונדן מוזן אַמאָל אױסנעמען דאָס גרױסע געװינס, און דורך דעם װעט ער שױן אַלײן אױך געהאָלפֿן װערן. און געװינען, האָט ער געזאָגט, װעט ניט קײן אַנדערער, נאָר נחום ראַבינאָ־וױטש. ער איז אים מבֿטיח, װאָרעם קײנער באַדאַרף ניט אַזױ נײטיק דאָס גרױסע געװינס, האָט ער געזאָגט מיט אַ טעם, װי רב נחום ראַבינאָװיטש… עס קאָן זײַן, אַז דאָס אײגענע האָט ער מבֿטיח געװען אױך זײַנע אַנדערע קונדן. ער האָט זײ געהאַט אַ סך, כּמעט די גאַנצע שטאָט ייִדן האָבן געשפּילט לאָטערײ. נאָר נחום ראַבינאָװיטש האָט אין אים געגלױבט, װי אין אַ רבין, און גלײַך מיט אים אַרױסגעקוקט אַפֿן גרױסן געװינס, װי אַף משיחן, געזיפֿצט און געבענקט און געװאַרט, אַז אָט־אָט קומט דער קאָלעקטאָר מיט דער גוטער בשׂורה: „מזל־טובֿ, רב נחום, איר האָט געװוּנען די פֿינף און צװאַנציק טױזנט“…

דער העלד פֿון דער באַשרײַבונג געדענקט, אַז אַלע מאָל, װען ס'האָט געהאַלטן באַ דער לעצטער ציִונג פֿון דער לעצטער קלאַס, האָט דער טאַטע ניט געקאָנט אײַנזיצן אַף אַן אָרט, געזיפֿצט מער װי אַלע מאָל, שטאַרק געגענעצט און געצױגן זיך, װי אין אַ פֿיבער. גלײַך מיטן טאַטן האָט אױך שלום געפֿיבערט און אַרױסגעקוקט אַף דעם גליקלעכן טאָג, אפֿשר נאָך מער װי דער טאַטע. ער איז געװען זיכער, אַז ניט קײנער, נאָר זײַן טאַטע איז דער קאַנדידאַט אַפֿן גרױסן געװינס. דאָ האָט זיך איבערגעחזרט װידער אַמאָל דער אוצר פֿון זײַן חבֿר שמואליק. ער האָט געטראַכט װעגן דעם גאַנצע טעג. ער האָט געקאָנט אױסװײניק די נומערן פֿונעם טאַטנס צעטלען. ער האָט זײ געזען אין חלום. ער האָט זיך גאָרניט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז גאָט זאָל זײַן אַזאַ שלעכטער. װאָס װעט אים אַרן, דעם רבונו־של־עולם, אַז ס'װעט אַרױס דעם טאַטנס נומער? דאָס איז דאָך שױן באַ גאָט אַזױ גרינג, װאָס גרינגער קאָן שױן נאָר ניט זײַן…

שלום, זיצנדיק אין דרױסן אַפֿן בענקעלע באַם טױער, דערזעט פֿון װײַטן דעם קאָלעקטאָר, װי ער שפּרײַזט מיט די טיפֿע קאַלאָשן גלײַך צו זײ, ― לױפֿט ער אָנזאָגן דעם טאַטן אַ בשׂורה: „ער גײט!“ ― „װער?“ ― „דער קאָלעקטאָר“. ― „און אַז דער קאָלעקטאָר, איז װאָס?“ ― „װאָס הײסט? הײַנט איז דאָך דער לעצטער טאָג פֿון דער ציִונג!“…

אַזױ זאָגט שלום צום טאַטן, און ער באַמערקט, װי דעם טאַטנס געל־געקנײטשט פּנים איז בלאַס געװאָרן. אין זײַנע פֿאַרזאָרגטע אױגן האָט זיך באַװיזן אַ פֿײַערל און איז באַלד פֿאַרלאָשן געװאָרן.

דער קאָלעקטאָר קומט־אַרײַן אַ פֿאַרסאַפּעטער ― ער האָט אַן אַסטמאַ. „באַ אים בלײַב עס“, זאָגט די שטיפֿמאַמע. מוז ער פֿריִער איבערכאַפּן דעם אָטעם און זאָגט אַ גוט־מאָרגן. דער טאַטע פֿרעגט נישט באַ אים גאָרנישט. ס'זאָל עפּעס זײַן, װאָלט ער דאָך אַלײן געזאָגט… יענער זעצט זיך אַװעק, פֿאַרשאַרט דאָס היטל, װישט זיך מיט דער פּאָלע דעם פֿאַרשװיצטן שטערן און דערצײלט אַ נײַס, אַז ס'איז הײס מיט סכּנת־נפֿשות! ממש עס ברענט! עס ברענט!… אַ פּױזע. בײדע שװײַגן. דערנאָך בינדט ער אױף די פֿע־טשײלע, אַ פֿאַרסמאָלצעװעטע, אַ רױטע, מיט גרינע פּליאַמעס און שמעקט מיט הערינג. דאָרט ליגן באַ אים אַלע לאָטערײ־צעטלען. ער נעמט־אַרױס מיט ציטערדיקע באַװאַקסענע הענט אַ גרױסן בױגן פּאַפּיר מיט אַ סך ציפֿערן פֿון אױבן ביז אַראָפּ, זוכט און זוכט מיט די שװאַרצע ברילן. שאַט! ער האָט געפֿונען! ער שטעלט־אָן די שװאַרצע ברילן אַפֿן טאַטן:

― אײַער נומער, רב נחום, איז, דאַכט זיך, אױב איך האָב קײן טעות ניט, זעכצן טױזנט דרײַ הונדערט פֿיר און אַכציק?

― איך פֿאַרשטײ ניט, װאָס איר פֿרעגט באַ מיר, ― ענטפֿערט אים דער טאַטע מיט אַ שמײכל, ― מיר דאַכט, אַז איר האָט אַ גוטן זכּרון: איר װײסט אַלעמענס נומערן אַף אױסװײניק.

― אַף אױסװײניק ― זאָגט איר? סע קאָן זײַן. הכּלל, זעכצן טױזנט, זאָגט איר, דרײַ הונדערט מיט פֿיר און אַכציק.

ער קוקט דורך די שװאַרצע ברילן און טאַפּט מיט די פֿינגער אינעם ציפֿערדיקן פּאַפּיר. שלום פֿילט, אַז אָט־אָט שפּרינגט אים אַרױס דאָס האַרץ. נו? לאָמיר שױן הערן!… נאָר דער קאָלעקטאָר האָט צײַט. ער רעדט זיך פּאַװאָליע:

― אײַער נומער, רב נחום, האָט געװוּנען… יאָ, ער האָט געװוּנען…

שלום זעט, װי אַפֿן טאַטנס פּנים פֿליט דורך אַ געל כמאַרעלע און װערט פֿאַרשװוּנדן. און אַלײן גלוסט זיך אים אױסשרײַען מיט אַ קװיטש: קוקוריקו! ― נאָר ער האַלט זיך אײַן און שלינגט איטלעכס װאָרט, װאָס גײט־אַרױס פֿונעם קאָלעקטאָרס מױל:

― געװוּנען… אָבער אַ קלײן געװינסל. גאָר אַ קלײן געװינסל! עס װעט זיך אָננעמען, אַחר נכּיון פּעט און כּל ההוצאָות, אַזױ גרױס… אַזױ גרױס…

דער קלײנער חלשט שיִער!

― אַזױ גרױס, װי אַכט רובל מיט זעכציק. קומט פֿון אײַך, אַפּנים, אױב איך בין מיך ניט טועה, צװעלף מיט פֿופֿציק, און פֿון פֿריִער, אױב איר געדענקט, דרײַ מיט אַכציק. האָבן מיר, הײסט עס, אַ קײַמא־לן פֿון זעכצן מיט דרײַסיק? נמצא, אַז איר בלײַבט מיר שולדיק אַף להבֿא אַזױ גרױס, אַפּנים, װי זיבן מיט זיבעציק. האַ? איז דאָס אַזױ, צי נײן? אַצינד װילט איר דאָך מסתּמא אַ נײַ צעטל? װעל איך אײַך געבן. נעמט, רב נחום, קלײַבט אײַך אױס אַ נומער. הײַנטיקס מאָל, אם ירצה השם, װעט איר שױן געװיס געװינען. דאָס איז אַזױ זיכער, הערט איר, װי מיר האָבן הײַנט יום גימל אַף דער גאַנצער װעלט! שױן? האָט איר שױן אױסגעקליבן? װאָס פֿאַר אַ נומער? אַכט טױזנט זעקס הונדערט דרײַצן? לאָז גאָט נעבן מיט גליק, איז אַ גוטער שעה זאָל זײַן!… װאָס קוקסטו זיך אַזױ אײַן, ― זאָגט ער צו שלומען ― דו קונדאַס אײנער? (אַ קװעטש דעם „אַס“). װוּ האַלטסטו אינעם „שירי־תּפֿארת“, דו שײגאַץ אײנער? (אַ קװעטש דעם „אַץ“).

דער „שירי־תּפֿארת“ פֿון נפֿתּלי װײזעל ― דאָס איז אַ ביכל, װאָס דער קאָלעקטאָר האָט געהאַט געבראַכט צו טראָגן דעם „שײגאַץ“, ער זאָל לײענען, מיט נאָך ביכלעך פֿון אָדם הכּהן לעבענזאָן און פֿון קלמן שולמאַן און פֿון רב יצחק בער לעװינזאָן. און דער שײגאַץ (שלום) האָט זײ געשלונגען, זיצנדיק אין דרױסן אַפֿן בענקעלע באַם טױער. און דער טאַטע האָט אָנגעקװאָלן, װאָס זײַן זון לײענט שױן אַזעלכע ביכלעך, און געפֿרעגט באַ אים, צי פֿאַרשטײט ער כאָטש װאָס ער לײענט? שעמט זיך שלום זאָגן, אַז ער פֿאַרשטײט, װאָרעם װי אַזױ רעדט מען דאָס מיט אַ טאַטן? ענטפֿערט פֿאַר אים דער קאָלעקטאָר, אַז ער פֿאַרשטײט זײער גוט, דער „שײגאַץ“, פֿאַר װאָס זאָל ער ניט פֿאַרשטײן? זעט איר, מאַפּו און סמאָלענסקין איז פֿאַר אים נאָך אַ ביסל פֿרי, פֿאַר אַזאַ װעװריק, נאָך צו פֿרי! ― אַזױ לאָזט אױס דער קאָלעקטאָר, און מהאַי טעמא, װײַל דער קאָלעקטאָר האָט געזאָגט, אַז ס'איז נאָך צו פֿרי, האָט דער װעװריק באַקומען ערשט רעכט חשק צו אָט די דאָזיקע ביכלעך, און ער האָט בגנבֿה זיך צוגעכאַפּט צו מאַפּון און צו סמאָלענסקינען און אַ נאַש געגעבן בסוד, אַז קײנער זאָל ניט זען, אַביסל מאַפּו און אַביסל סמאָלענסקין.

דאָס ערשטע, װאָס איז אים געקומען צו דער האַנט, איז געװען דער ערשטער ייִדישער ראָמאַן „אַהבֿת ציון“ פֿון אַבֿרהם מאַפּו. מאַפּוס „אַהבֿת ציון“ האָט ער אײַנגעשלונגען אין אײן שבת, פֿון אָנהײב ביזן סוף, ליגנדיק אַפֿן בױדעם און ברענענדיק װי אַ שטרױענער דאַך. ער האָט געװײנט מיט ביטערע טרערן אַפֿן אומגליקלעכן אַמנון, געװײנט און געכליפּעט! און האָט זיך שטערבלעך פֿאַרליבט אין דער שײנער געטלעכער תּמרן גלײַך מיט דעם העלד פֿונעם ראָמאַן, מיט אַמנונען, אױב ניט מער נאָך פֿון אַמנונען, געזען זי אין חלום און גערעדט מיט איר אַף שיר־השירים־שפּראַך, אַרומגענומען זי און געהאַלדזט זי און געקושט זי…

― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

אַף מאָרגן איז דער פֿאַרליבטער שלום אַ גאַנצן טאָג אַרומגעגאַנגען, װי אַ שאָטן, מיט אַ מוראדיקן קאָפּװײטיק, פֿאַרלױרן דעם אַפּעטיט צום עסן, אָבער טאַקע לחלוטין, ― װאָס ס'איז געװען פֿאַר דער שטיפֿמאַמע אַ רעטעניש: „געפּגרט אַ בער אין װאַלד! ניט אַנדערש!“ ― אַזױ האָט די שטיפֿמאַמע געזאָגט און גענומען נאָכקוקן און נאָכפֿאָרשן, װאָס איז די מעשׂה, װאָס דער בחור האָט אױפֿגעהערט צו עסן?…

דער סוף פֿונעם „אַהבֿת ציון“ איז געװען אָט װאָס פֿאַר אַ סוף. פֿון די אורחים, װאָס האָבן זיך אָפּגעשטעלט באַ זײ אין אײַנפֿאָר, זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אים אָפֿטמאָל עטלעכע גראָשנס פֿאַר פֿאָלגן אַ גאַנג. אָט די גראָשנס האָט שלום אױסגעגעבן אַף פּאַפּיר, צונױפֿגענײט דאָס פּאַפּיר אין אַ ביכל, צעװירעט אַלע בלעטלעך פֿון בײדע זײַטן, און האָט זיך אַװעקגעזעצט צו דער אַרבעט ― שרײַבן אַ ראָמאַן אַפֿן שניט פֿון מאַפּוס „אַהבֿת ציון“, אַן אײגענעם ראָמאַן, נאָכגעגאַנגען מאַפּון פֿיס־טריט, מיטן לשון און מיטן סטיל און מיטן גאַנצן פּלאַן, נאָר אונטער אַן אַנדער נאָמען: ניט „אַהבֿת ציון“, נאָר „בת־ציון“, און די העלדן האָבן ניט געהײסן ניט אַמנון און ניט תּמר, נאָר שלמה און שולמית. און אַזױ װי באַטאָג איז ניט געװען קײן סך צײַט צו שרײַבן ― אַ האַלבן טאָג דאַרף מען גײן אין חדר און אַ האַלבן טאָג העלפֿן אין אײַנפֿאָר, ― לכן האָט ער געמײנט אױסנוצן דערצו אױך די נאַכט, אַװעקגעזעצט זיך באַ אַ לאָמפּ און געשריבן מיט קלײנע אותיותלעך, און געשריבן און געשריבן, ביז… ביז די שטיפֿמאַמע האָט דערהערט, סע סקריפּעט עפּעס, און דערזען, אַז עס לײַכט זיך, האָט זי זיך ניט געפֿױלט און איז אַראָפּ פֿון בעט אַ באָרװעסע, זיך אונטערגעגנבֿהט און דערזען דעם חבֿרה־מאַן זיצן און שרײַבן, האָט זי אױפֿגעהױבן אַזאַ גװאַלד, אַז די גאַנצע שטוב האָט זיך אױפֿגעכאַפּט אין אײן שרעק, געמײנט, אַז סע ברענט. דער גאַנצער גװאַלד איז אָבער געװען נאָר איבערן קעראָסין, װאָס איז אױסגעברענט. „גאַז װעלן זײ ברענען, ברענען און שׂרפֿהנען זאָלט איר, ליבער גאָט! אַ מיתה משונה! אַ חלירע! אַ שׂרפֿה! אַ מגפֿה!“…

אַװדאי האָט דער טאַטע דעם ניט־געענדיקטן ראָמאַן „בת־ציון“ צוגענומען צו זיך, אינאײנעם מיטן געגנבֿהטן „אַהבֿת ציון“, און דער מחבר פֿון דער „בת־ציון“ האָט שױן געװאַרט אַף אַ רעכטן פּסק. צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז דער טאַטע האָט דעם „בת־ציון“ באַװיזן, צום אַלעם ערשטן, דעם קאָלעקטאָר. האָט דער קאָלעקטאָר זיך גאָר ניט געקאָנט אָנקוקן אינעם כּתבֿ און אינעם לשון און אין דער מליצה! און ער האָט געשענקט דעם „קונדאַס“ אַזאַ קניפּ אין באַק, אַז ס'איז געבליבן שטײן אַ בלױער סימן.

― איר װײסט גאָר ניט, רב נחום, װאָס פֿאַר אַ פּרי דאָס איז! שטראָף מיך גאָט, אױב איר װײסט! פֿון אים װעט עפּעס אױסװאַקסן! אָט װעט איר זען, װאָס פֿון אים װעט אױסװאַקסן!… קום נאָר אַהער, דו שײגאַץ אײנער, לאָם איך דיר שענקען כאָטש נאָך אַ רעכטן קניפּ אין דײַנע רױטע פּאַמפּעשקעס, אַ רוח אין דײַן פֿאָרנט און מיטן אַרײַן!

די געראָטענע אײדעמס

דער „מיראָװאָי סודיאַ“, אַ גױ, זאָגט מוסר די ייִדן. ― לײזער־יאָסל און

מאַגידאָװ ― צאַצקעװאַטע אײדעמס ― טױזנט בלאַט גמרא אױסװײניק

נאָכן „קאָלעקטאָר“ זײַנען אָפֿטע אַרײַנגײערס צו נחום ראַבינאָװיטשן געװען די „געראָטענע אײדעמס“, די אמתע זײַדענע יונגעלײַט, די צאַצקעס, די אינטעליגענץ פֿון שטאָט.