פֿונעם יאַריד: אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע

אַ שטיפֿמאַמע. ― קללות נאָכן אַלף־בית. ― דאָס ערשטע װערק אַ לעקסיקאָן פֿון קללות.

װאָס האָבן די מענטשן אָנגעכאַפּט ― „שטיפֿמאַמע“? װעדליק די קינדער האָבן זיך אָנגעהערט „שטיפֿמאַמע“ און „שטיפֿמאַמע“, האָבן זײ געמעגט מײנען, אַז אַ שטיפֿמאַמע איז טאַקע באמת מיט הערנער. אַז אַף יעדן טריט און יעדן שריט האָט מען זײ געסטראַשעט מיט דער שטיפֿמאַמע: „װאַרט־אױס, שקצים, אָט װעט דער טאַטע אַרױספֿאָרן אַף דער װעלט און װעט אײַך ברענגען אַ שטיפֿמאַמע, װעט איר װיסן, װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן!“… װאָס דאַרפֿט איר מער ― טאָמער װאַרעמט די זון ניט אַזױ פֿױגלדיק, זאָגט מען: „די זון װאַרעמט, װי אַ שטיפֿמאַמע“… עס מוז דאָך עפּעס זײַן אין דעם. אַ װעלט איז דען משוגע?

מיט אַ מאָל איז דער טאַטע נעלם געװאָרן. ס'איז אַװעק אַ װאָך, און אַ װאָך, און נאָך אַ װאָך. װוּ איז אַהינגעקומען דער טאַטע? מע זאָגט ניט! עלטערע רײדן צװישן זיך, נאָר שטילערהײט, די קינדער זאָלן ניט הערן, און מער אַפֿן װוּנק. נאָר אײן מאָל האָט אין חדר דער רבי זיך אַרױסגעכאַפּט מיט אַ װאָרט. ער האָט אַ פֿרעג געגעבן באַ די קינדער: „נישטאָ נאָך דער טאַטע פֿון באַרדיטשעװ?“ צו דער דאָזיקער דיפּלאָמאַטישער פֿראַגע האָט די רביצין צוגעזעצט פֿון איר זײַט נאָך מער דיפּלאָמאַטיש: „װאָס־זשע? אַזױ גרינג קומט עס אָן אַן אַלמן אַראָפּצוברענגען אַ שטיפֿמאַמע פֿאַר די יתומים?“… װײסן מיר שױן, הײסט עס, אַז דער טאַטע איז אין באַרדיטשעװ, און אַז ער זוכט אַ שטיפֿמאַמע צו זײַנע קינדער. װאָס־זשע, פֿרעגט זיך, באַדאַרף מען זיך דאָ באַהאַלטן? װאָס איז דאָ דער סוד? והראַיה: אַז ער האָט באַדאַרפֿט צו קומען אַהײם מיט דער סחורה פֿון באַרדיטשעװ, האָט ער פֿריִער צוגעשיקט אַ „שטאַפֿעט“, אַז גאָט האָט אים מזכּה געװען זײַן גלײַכן, װאָס איז אַ מציאה אין אַלע אופֿנים, הן אין יחוס, הן אין געלט, און אַז ער װעט אינגיכן, אַם ירצה השם, קומען מיט דער מציאה, און ער בעט, מע זאָל איר ניט זאָגן אַזױ גיך, װיפֿל קינדער ער האָט ― צו װאָס זאָל זי דאָס װיסן מיטאַמאָל? מיט דער צײַט װעט זי דאָס אַלײן געװױרע װערן. סײַ־װי־סײַ זײַנען ניט אַלע קינדער חל אַף איר: די עלטערע זײַנען דאָך עלטערע, און די צװײ מײדלעך ― די זײַנען דאָך באַ זײער באָבע. ער װאַשט זיך ניט אָפּ די הענט חלילה פֿון זײ. קינדער זײַנען קינדער. נאָר באַ אָט אַזעלכע ביטערע אָבסטאָיאַטעלסטװעס איז געזינטער, אַז מע פֿאַרלײקנט עטלעכע קינדער אַף אַ קורצע צײַט. „יותר אין לחדש רק חײם ושלום. השם יתברך זאָל העלפֿן, מע זאָל זיך זען אינגיכן בשלום. ממני…“

דער דאָזיקער בריװ װאָלט געמאַכט אַ גוטן אײַנדרוק, װען נישט דער קנײטש מיט די קינדער. ערגער פֿון אַלץ איז דאָס געװען פֿאַר די קינדער גופֿא. אמת, זײ האָבן געפֿילט, אַז דער טאַטע האָט זײ ליב, אַז זײ זײַנען אים טײַער איטלעכס קינד באַזונדער, נאָר װאָס זײ זײַנען אַף אַ װײַלע געװאָרן אַ מין קאָנטראַבאַנדע־סחורה ― דאָס האָט זײ אַביסל אַ פּאָרקע געגעבן און אַרױסגערופֿן מאָדנע מחשבֿות און געדאַנקען. אָבער ניט אַף לאַנג, װאָרעם אָט איז מען געקומען צו זײ אין חדר און מע האָט זײ אָנגעזאָגט אַ בשׂורה: „דער טאַטע איז געקומען און געבראַכט צו פֿירן פֿון באַרדיטשעװ אַ שטיפֿמאַמע“. „מזל־טובֿ! ― האָט זיך אַרײַנגעמישט די רביצין, ― איר זאָלט דערלעבן אָנזאָגן בעסערע בשׂורות!“… און דער רבי האָט אָפּגעלאָזט די קינדער אַהײם פֿאַר דער צײַט.

געקומען אַהײם, האָבן די קינדער געטראָפֿן די גאַנצע משפּחה: דעם פֿעטער פּיניע מיט זײַנע זין, די מומע חנה מיט אירע טעכטער, אַלע אַרום טיש. מע האָט געטרונקען טײ, כּלומרשט געגעסן לעקעך און אײַנגעמאַכטס און גערײכערט פּאַפּיראָסן, און גערעדט פּוסטע רײד, װאָס אַ װאָרט צו אַ װאָרט האָט זיך ניט געקלעפּט, װאָרעם קײנער האָט נישט געהערט װאָס דער אַנדערער זאָגט. יעדער איז געװען אַרײַנגעטאָן אין זײַנע אײגענע געדאַנקען, און אַלע אינאײנעם האָבן געהאַלטן אין אײן קוקן אַף דער שטיפֿמאַמע און אין אײן באַטראַכטן און אָפּשאַצן די מציאה, װאָס דער טאַטע האָט אײַנגעהאַנדלט אין באַרדיטשעװ ― און, דאַכט זיך, מע איז געװען צופֿרידן מיטן אָנקוק. אַ ייִדענע אַ בכּבֿודע, ניט קײן נאַרישע, און דער עיקר ― אַ ליבלעכע, אַ צוגעלאָזטע, אַ גוטע, אַ מענטש אָן אַ גאַל! הײַנט װאָס האָבן זײ דאָ געפּילדערט, געמאַכט אָנשטעלן ― „שטיפֿמאַמע“?…

ערשט העט־שפּעטער, אין אַ װאָך אַרום אָדער אין צװײ, האָט זיך די שטיפֿמאַמע אַרױסגעװיזן מיט איר היציקן טעמפּעראַמענט און קודם כּל אַרױס מיט איר שפּראַך, מיט איר אמת באַרדיטשעװער שטיפֿמאַמע־לשון, אַ שפּראַך אַ גלאַטע, אַ רײַכע, אַ בלומענדיקע. אַף איטלעכס װאָרט אַ קללה, און צום גראַם, און דװקא אין גוטן מוט. למשל: עסן ― עסן זאָלן דיך װערעם! טרינקען ― טרינקען זאָלן דיך פּיאַװקעס! שרײַען ― שרײַען זאָלסטו אַף די צײן! פֿאַרנײען ― נײען זאָל מען אײַך תּכריכים! גײן ― גײן זאָלסטו אין דער ערד! שטײן ― שטײן זאָלסטו פּראַװצעס! זיצן ― זיצן זאָלט איר אין געהאַקטע װוּנדן! ליגן ― ליגן זאָלט איר אין דער ערד! רײדן ― רײדן זאָלט איר פֿון היץ! שװײַגן ― אַנטשװיגן זאָלט איר װערן אַף אײביק! זאָגן ― געזאָגט זאָל אײַך װערן אַלדאָס בײז! האָבן ― האָבן זאָלסטו מכּות בכורות! ניט האָבן ― ניט האָבן זאָלסטו קײן גוטס װײַל דו לעבסט! טראָגן ― טראָגן זאָל דיך דער רוח אַף די פּלײצעס! אַרײַנטראָגן ― אַרײַנטראָגן זאָל מען דיך אַ קראַנקן! אַרױסטראָגן ― אַרױסטראָגן זאָל מען דיך אַ טױטן! אַרומטראָגן ― אַרומטראָגן זאָל מען דיך אַף די הענט! אַװעקטראָגן ― אַװעקטראָגן זאָל מען דיך אַפֿן בית־עולם! צי, אַשטײגער, למשל, נעמט אַזאַ אומשולדיק װאָרט, װי שרײַבן? איז שרײַבן זאָל מען דיר רעצעפּטן! פֿאַרשרײַבן ― פֿאַרשריבן זאָלסטו װערן צום טױט! אָפּשרײַבן ― אָפּשרײַבן זאָל מען דיך פֿון קדחת! אַרײַנשרײַבן ― אַ משוגענעם אױסמעקן און דיך אַרײַנשרײַבן!.. און אַמאָל איז זי געװען אױפֿגעלײגט און אַ װאָרט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט איר אין מױל אַרײַן ― האָט זי עס געדרײט און געפֿלאָכטן און געגאָסן זיך און געצױגן זיך, װי אַ גוטער בױמל, גאָר אָן אַן אָפּשטעל, און אין אײן אָטעם, װי באַ אַ גוטן חזן די עשׂרת בני המן: „ס'זאָל דיך אָנכאַפּן, רבונו של עולם, אַ שטעכעניש און אַ ברעכעניש, אַ רײַסעניש און אַ בײַסעניש, אַ טריקעניש, אַ פֿאַרטרי־קעניש, אַן אױסטריקעניש, אַן אײַנטריקעניש, אַ דאַרעניש, אַ פֿאַרדאַרעניש, אַן אײַנדאַרעניש, אַ שרומפּעניש, אַן אײַנשרומפּעניש, ליבער גאָט! האַרציקער פֿאָטער, געטרײַער!“…

דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע איז זיך מודה, אַז אַ היפּש ביסל קללות און שלאָגװערטער אין זײַנע שפּעטערדיקע װערק האָט ער גענאַשט פֿון דער שטיפֿמאַמע און פֿון איר מענה־לשון. נאָך גאָר־גאָר אין די יונגע יאָרן, ער האָט נאָך גאָרניט געװוּסט, װאָס שרײַבן באַטײַט, און האָט נאָך גאָר אַפֿילו ניט געחלומט, אַז ער װעט אַמאָל זײַן אַ שרײַבער, האָט זיך אים, אַלס קוריאָז, פֿאַרװאָלט פֿאַרשרײַבן אַלע קללות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט פֿון זײַן שטיפֿמאַמע, צונױפֿזאַמלען זײ אינאײנעם, מאַכן אַ מין װערטערביכל. האָט ער זיך ניט געפֿױלט, געזאַמלט און געזאַמלט, און אַז ער האָט זײ אָנגעזאַמלט אַ היפּש ביסל, האָט ער זײ גענומען סאָרטירן נאָכן אַלף־בית, אָפּגעשװיצט אַ פּאָר גוטע נעכט און צונױפֿגעשטעלט אַ גאַנץ פֿײַנעם לעקסיקאָן, על־פּי אַלף־בית, װעלכער עס װערט דאָ געגעבן נאָר אַפֿן זכּרון:

א ― אבֿיון, אומגליק, אידיאָט, אײזל, אײַנגעזעסענע בריאה, אָפּגעריסענער נאַר, אַשמדאַי.

ב ― באָלװאַן, באָדיונג, בטלן, בײַטלשנײַדער, בלינדערהאָץ, בעדער, בעזעם, בעטלער, בערנטרײַבער, בעל־עגלה, באַשעפֿעניש.

ג ― גױ, גולם, גדלן, גזלן, גנבֿ, געשלײערטע האַנזי.

ד ― דאָנאָשטשיק, דבֿר־אַחר, דלות, דערקאַטש.

ה ― האָלעדראַנצעס, האָצמאַך, האָצעקלאָץ, הולטײַ, הינט־שלעגער, הינקעדיקער שנײַדער, המן, הפֿקר־יונג.

ו ― װאַנץ, װיסטע קאַליקע, װעװריק, װערעמיקער, וצדקתך.

ז ― זאַיִקע, זאַק פּאָלאָװע, זױערע קיסליצע, זומערפֿױגל, זױפֿער, זיצפֿלײש.

ט ― טאָטער, טאָרבע, טױגעניכטס, טפּש, טערקישער פֿעפֿער, טריפֿה קישקע.

י ― יאַטקעהונט, יונגאַטש, יורקע, ימח־שמוניק, ים־קאָטער.

כ ― כּזבֿן, כּל־בוניק, כּלבֿ שבכּלבֿים.

ל ― לאָבוס, לאַבאַזניק, לאָדער, לא־יוצלח, לאַמטערנשיסער, ליגנער, למד־װאָװניק, לײדיקגײער.

מ ― מאַלפּע, מאַמעטליװע בחור, מאָנדריש, מגיד, מלמד, משומד.

נ ― נאַריש פּנים, נאַפּודעלע, נאַשער, נודניק, נכפּהניק.

ס ― סאַװוּלע, סװאָלעטש, סװישטשון, סמאַרקאַטש.

ע ― עזות־פּנים, עני ואבֿיון, עפּוש, עקדיש, עקשן.

פּ ― פּאַסקודניאַק, פּאַציראָנע, פּאַרטאַטש, פּאַרך, פּוסטעפּאַסניק, פּופּיק פּיפּערנאָטער, פּלעצל, פּעטעלעלע, פּעמפּיק, פּרא־אָדם, פּריטשעפּע.

פֿ ― פֿאָנפֿאַטש, פֿאַלשער מענטש, פֿאַרשלעפּטע קרענק, פֿױליאַק, פֿײַפֿער, פֿליאַסקעדריגע, פֿלאָכט, פֿלאָקנשיסער, פֿערדאַטש, פֿרעסער.

צ ― צבֿועק, צדיק־אין פּעלץ, צורה־מלוכה, צלם־קאָפּ, צעבראָכענער שאַרבן, צרעת.

ק ― קאַטאָרזשניק, קאָכלעפֿל, קאַליקע, קאַרטאָפֿלשלינגער, קאָרטנשפּילער, קאַפּעלושמאַכער, קבצן, קױמענקערער, קישקע אָן אַ־דנאָ, קלעק, קריכער, קשׂקשׂת.

ר ― רױטער, רוצח, רכילותניק, רעטעך, רשע מרושע.

ש ― שאַרלאַטאַן, שבת־גױ, שוטה בן פּיקהאָלץ, שוסטער, שײגעץ, שליאַטענטש, שיקסע, שלאַנג, שלים־מזל, שמאַטע, שמד־קאָפּ, שמינדער־בגעץ, שמענדריק, שנױץ מיט ברױט, שקראַב.

תּ ― תּרח.

דאָס איז געװען, קאָן מען זאָגן, דאָס ערשטע װערק, װאָס דער קומענדיקער שלום־עליכם האָט פֿאַרפֿאַסט, און אַ נאָמען געגעבן האָט ער עס: „אַ מענה־לשון פֿון אַ שטיפֿמאַמע“… מיט דעם װערק האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, װאָס האָט זיך געקאָנט ענדיקן מיט גאָר אַ מיאוסער קאַטאַסטראָפֿע.

מחמת עס האָט געמוזט זײַן אױסגעשטעלט שטרענג נאָכן אַלף־בית, האָט דער פֿאַרפֿאַסער שטאַרק געשװיצט, עטלעכע מאָל איבערגעשריבן דאָס װערטערבוך. האָט דער טאַטע, אַפּנים, באַמערקט, אַז דער חבֿרה־מאַן אַרבעט עפּעס זײער געשמאַק. איז ער אונטערגעגאַנגען אײנמאָל באַנאַכט פֿון הינטן, אַרײַנגעקוקט אינעװײניק און אַ נעם געגעבן צו זיך דעם כּתבֿ־יד און איבערגעלײענט פֿון אַלף ביז תּיו. און לא־די, װאָס ער האָט עס אַלײן געלײענט, האָט ער עס נאָך דורכגעלײענט פֿאַר דער שטיפֿמאַמע. און עס איז געשען אַ נס: ס'איז שװער צו װיסן, צי װײַל ס'איז גראָד געװען אין אַ גוטער מינוט, װען זי איז געװען אױפֿגעלײגט, צי װײַל זי האָט זיך געשעמט צו זײַן אין כּעס, ― נאָר ס'איז אָנגעפֿאַלן אַף איר אַ מאָדנער בײזער געלעכטער. יענע האָט אַזױ געלאַכט, אַזש געקװיטשעט. מע האָט געמײנט, אַז זי װעט דעם שלאַק באַקומען! מער פֿון אַלץ זײַנען איר געפֿעלן די װערטער „פּופּיק“ און „קשׂקשׂת“. „פּופּיק“ האָט באַ איר געהײסן טאַקע דער העלד פֿון דער דאָזיקער באַשרײַבונג. און „קשׂקשׂת“ (קאַשקעט) ― מיט דעם נאָמען האָט זי געקרױנט אַן עלטערן בחורל דערפֿאַר, װאָס ער האָט געטראָגן אַ נײַעם קאַשקעט.

נו, גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז ס'װעט זיך ענדיקן גאָר מיט אַ געלעכטער! אַװדאי האָט דער מחבר פֿונעם לעקסיקאָן באַ זיך אין האַרצן געבענטשט גומל, װאָס ס'האָט זיך אַזױ גוט אױסגעלאָזט.

46

אַפֿן בענקעלע באַם טױער

דער „אײַנפֿאָר“ ― דאָס פֿאַררופֿן אורחים ― װידער חלומות װעגן אוצר.

װײסט איר, װאָס הײסט אַן „אײַנפֿאָר“? ― אַן „אײַנפֿאָר“ איז ניט קײן אַכסניה און ניט קײן האָטעל, נאָר עפּעס אַזעלכעס, װאָס געפֿינט זיך צװישן די דאָזיקע צװײ מינים, אָדער ― בײדע מינים אינאײנעם. די אַכסניה, אָדער דער טיפּ האָטעל, װאָס נחום ראַבינאָװיטש האָט געהאַלטן אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ און געלעבט דערפֿון, איז געװען דער אמתער „אײַנפֿאָר“. אַ גרױסער הױף מיט גרױסע חדרים מיט בעטלעך פֿאַר די אורחים. מײנסטנס זײַנען אין די חדרים געשטאַנען צו עטלעכע בעטלעך, און דער אורח, װאָס איז פֿאַרפֿאָרן, האָט נאָר אָפּגעדונגען אַ בעטל, ניט קײן גאַנצן חדר. סײַדן אַ נגיד, אַן אָפּגעפּוצטער, אַ מיוחס. אַזעלכע זײַנען אָבער געװען זעלטן, און די האָבן געהײסן „פֿעטע“ אורחים. דאָס רובֿ אורחים זײַנען געװען „בעטלעך“. די האָבן נישט באַדאַרפֿט באַזונדער קײן סאַמאָװאַרן מיט קײן באַדינערס. אײן סאַמאָװאַר אַ גרױסער איז אַרײַנגעטראָגן געװאָרן אין „זאַל“, און יעדער פֿון די „בעטל־אורחים“ האָט זיך געהאַט זײַן טשײַניק מיט זײַן ביסל טײ ― גיסט אײַך, ייִדישע קינדער, און טרינקט אײַך װיפֿל אײַער האַרץ גלוסט!… אַ מחיה געװען אָנצוקוקן אינדערפֿרי, אָדער אַפֿדערנאַכט, באַ ראַבינאָװיטשן אין אײַנפֿאָר. אַ גאַנץ בינטל