פֿונעם יאַריד: סוכּות

שלום עליכם (אַלע װערק)

צעס מיט די מוראדיק געדיכטע גרױסע ברעמען האָבן איצטיקס מאָל אױסגעזען ניט אַזױ בײז, װי אַלע מאָל, און דאָס גאַנצע פּנים האָט אױסגעזען באַ אים איצטיקס מאָל װײך, מוחלדיק־װײך, און גאָר פֿרײַנטלעך.

― קומט אַהער, קינדער, װעל איך אײַך בענטשן! ― האָט ער יום־טובֿדיק־ברײט אַרײַנגערופֿן די יתומים צו זיך אין זײַן ענגן פֿינצטערן חדרל מיט די פּעלצן, אַרױפֿגעלײגט אַף יעדן פֿון זײ בײדע הענט מיט די ברײטע אַרבל פֿון זײַן אַטלעסענער קאַפּאָטע, צוגעמאַכט די אױגן, פֿאַרריסן דעם קאָפּ אַרױף און געזאָגט, און געזאָגט, און געזאָגט עפּעס שטילערהײט, און שטאַרק געזיפֿצט און געקרעכצט. און אַז ער האָט אָפּגעזאָגט, האָבן די יתומים אים אַ קוק געגעבן אין פּנים, האָבן זײ דערזען זײַנע אױגן לױכטן, נאָר זײ זײַנען רױט, די ברעמען נאַס, און די װאָנצעס נאַס, און די באָרד נאַס ― נאַס פֿון טרערן.

43

סוכּות

אַ בשותּפֿותדיקע סוכּה. ― דער זײדע דאַװנט, און די קינדער װילן עסן. ― שׂמחת־תּורה איז דער זײדע זיך משׂמח מיט דער שכינה.

דאָס ערשטע פֿלעקל פֿון דעם זײדן משה־יאָסיעס סוכּה איז אַרײַנגעשלאָגן געװאָרן, פֿאַרשטײט זיך, מוצאי יום־כּפּור, תּיכּף נאָכן אָפּפֿאַסטן זיך. געבױט האָט די סוכּה דער פֿעטער איציע, און די יתומים האָבן אים אונטערגעהאָלפֿן. נאָר געקאָמאַנדעװעט האָט דער זײדע, געגעבן עצות, װי אַן אױבעראַרכיטעקטאָר: „דאָס אַהער!“ „דאָס אַהין!“ „דאָס װעט אַרײַן!“ „דאָס װעט ניט גײן!“ נאָך מער קונץ ― װאָס דער זײדע מיטן פֿעטער רײדן נישט צװישן זיך קײן װאָרט. ברוגז. די באָבע האָט דערפֿון יסורים: אַ בן־יחיד, דער אײנציקער קדיש איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, און רעדט נישט מיטן טאַטן ― װוּ האָט מען געהערט אַזאַ רציחה?…

אין דער בשותּפֿותדיקער סוכּה זײַנען געשטאַנען גרײט צװײ טישן, פֿאַרן זײדן באַזונדער און פֿאַרן פֿעטער באַזונדער. אַף יעדן טיש איז געװען צוגעגרײט באַזונדער װײַן אַף קידוש, באַזונדערע חלה, באַזונדערע לײַכטער מיט ליכט. די מומע סאָסיע האָט זיך געבענטשט ליכט באַ איר טיש, און די באָבע גיטל האָט מען אַרױסגעטראָגן מיטן בעטל, זי זאָל בענטשן ליכט באַ איר טיש. דערנאָך איז געקומען צו גײן דער פֿעטער איציע פֿון קלױז און געמוזט װאַרטן ביז דער זײדע װעט אַמאָל דערמאָנען זיך קומען און מאַכן דעם ערשטן קידוש. מע קאָן דאָך ניט זײַן אַזױ גראָב קעגן אַ טאַטן ― כּבֿוד־אָבֿ! אַלע װײַלע איז דער פֿעטער איציע אַרױסגעגאַנגען פֿון שטוב און אַרײַנגעקוקט אין סוכּה אַרײַן, און אַלע מאָל מיט אַן אַנדער אױסרײד: „ניטאָ נאָך?“… „הײַנטיקס יאָר שפּעטער װי אַלע יאָר באַ די חסידים!“… „המ… אָט באַלד גײען־אױס די ליכט און מע װעט דאַרפֿן עסן אין דער פֿינצטער“…אַפֿן פֿעטער איציע האָבן די קינדער דערלעבט אַ נקמה: אַ האַרטער ייִד, אָן אַ נשמה ― לאָז ער אױך װיסן, װאָס הײסט זײַן הונגעריק!…

נאָר אָט איז געקומען דער זײדע מיטן טיזליק, אָפּגעגעבן דעם ברײטן גוט יום־טובֿ, אַרױסגעקריגן רב יעקבֿ עמדינס סידור, אַ קורצער סידור, נאָר אַ גראָבער, אַ געפּאַקטער, און אַװעקגעזעצט זיך זאָגן די אושפּיזין, און האָט געזאָגט און געזאָגט, און געזאָגט און געזאָגט… און פֿון קיך האָבן, װי אַף צו־להכעיס, זיך געלאָזט הערן די פֿיש מיט זײער געפֿעפֿערטן געפֿילעכץ, און די פֿרישע צוגעברױנטע חלות האָבן זיך גערײצט: „אונדז, אַז איר'ט אײַנטונקען אין דער הײסער פֿיש־יױך, װעט איר פֿילן דעם אמתן טעם גן־עדן“… און דער זײדע, משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס, טוט זיך זײַנס: ער זאָגט! די ליכט אין סוכּה לעשן זיך ― און ער זאָגט; די קינדער חלשן עסן, גײען־אױס שלאָפֿן ― און ער זאָגט! מיטאַמאָל האָט דער זײדע זיך געגעבן אַ כאַפּ־אױף, צוגעלאָפֿן צום טיש און געגעבן אַ לײג־אַװעק דעם יום־טובֿדיקן קידוש, איז געװאָרן אַ ליכט אין די אױגן. נאָך אים ― דער פֿעטער איציע באַ זײַן טיש. נאָכן פֿעטער איציע ― חיה־אסתּרס יתומים, אײנציקװײַז, און די באָבע גיטל בעת מעשׂה האָט געלאָזט אַ טרער ― הקיצור, עס האָט נאָך לאַנג גענומען, ביז מע האָט דערלעבט אײַנטונקען די המוציא אין האָניק און דערזען זיך מיטן שטיקל פֿיש און דערפֿילן דעם פֿעפֿער אַפֿן שפּיץ צונג…

דאָס איז געװען די ערשטע טעג סוכּות. די אַנדערע טעג סוכּות איז געװען נאָך ערגער. אַזױ אַז שׂמחת־תּורה אַף דער נאַכט האָט שױן דער פֿעטער איציע נישט געקאָנט אױסהאַלטן. ער האָט אַרײַנגערופֿן די פּערע־יאַסלאַװער יתומים צו זיך און האָט זײ געזאָגט:

― קינדער, איר װילט זען אַ שײנע זאַך? טאָ גײט זיך דורך אין קלױז אַרײַן, װעט איר עפּעס אָנקוקן…

לאַנג בעטן האָט מען זײ ניט באַדאַרפֿט. מע האָט זיך גענומען פֿאַר די הענט און מע איז אַװעק. אין גאַס איז געװען חושך־פֿינצטער. אַלע ייִדן זײַנען געזעסן אין די הײַזער און געגעסן. אַלע שולן זײַנען שױן געװען געשלאָסן און שטאָק־פֿינצטער. נאָר אין דער אַלטער קלױז האָט זיך נאָך געלײַכט. שטיל האָבן חבֿרה אױפֿגעעפֿנט אַ שטיקל טיר, אַרײַנגעקוקט און דערזען אַזעלכעס, װאָס זײ האָבן נישט געגלױבט זײערע אױגן. אין דער גאַנצער קלױז איז געװען מער ניט װי אײן מענטש ― דער זײדע משה־יאָסיע אין אַ טלית, מיט רב יעקבֿ עמדינס סידור אין אײן האַנט און מיט אַ ספֿר־תּורה אין דער אַנדערער האַנט. צוגעטוליעט די ספֿר־תּורה צום האַרצן, איז ער אַרומגעגאַנגען אַרום באַלעמער מיט פּאַװאָליעדיקע טריט, געזאָגט אַף אַ קול, װי אַ חזן, די הקפֿות: „עוזר דלים, הושיעה־נאָ!“…

אַף די קינדער איז אָנגעפֿאַלן אַ פּחד מיט אַ געלעבטער אינאײנעם, און זײ האָבן זיך גענומען באַ די הענט און זיך געלאָזט לױפֿן אין אײן אָטעם צוריק אַהײם.

― נו? װאָס'ט איר געזען? אַיאָ, אַ שײנס?…

מיט די װערטער האָט זײ באַגעגנט דער פֿעטער איציע, און בעת מעשׂה האָט ער געלאַכט, נאָר די אױגן האָבן געטרערט. און די קינדער האָבן געװאָרפֿן אַן אומחן. ניט אַפֿן זײדן ― נײן, נאָר אַפֿן פֿעטער איציע.

דערפֿאַר אָבער האָט זיך אַף מאָרגן, שׂמחת־תּורה, די דעקאָראַציע אינגאַנצן איבערגעביטן. דעם זײדן משה־יאָסיע איז געװען נישט צו דערקענען. די קינדער געדענקען נאָך פֿון דער אַלטער הײם, פֿון װאָראָנקאָ, װאָס פֿאַר אַ שׂמחה ס'איז געװען, אַז ס'איז געקומען שׂמחת־תּורה. דאָס גאַנצע שטעטל איז געװען שכּור־לוט. פֿונעם רבֿ ביזן פּריסטאַװ, להבֿדיל, האָבן אַלע געטרונקען בראָנפֿן, געהוליעט, געטאַנצט און געמאַכט אַזעלכע אָנשטעלן, װאָס מע האָט באַדאַרפֿט שטאַרבן פֿאַר געלעכטער.

אױך אינעם האַלב־גױיִשן פּערעיאַסלאװ איז שׂמחת־תּורה געװען שׂמחת־תּורהדיק. אַפֿילו אַזאַ ייִד, װי דער פֿעטער פּיניע, איז געװען שכּור־לוט און געטאַנצט אַ קאָזאַק. מע האָט באַדאַרפֿט גײן אַף חידושים קוקן, װי אַ ייִד אַ חסיד מיט אַ לאַנגן טלית־קטן טאַנצט אַ קאָזאַק! פֿון דאָדיע כּהנאָװן שמועסט מען ניט. דאָדיע, אַז ער האָט זיך אָנגעשכּורט, האָט ער געזידלט די גוטע פֿרײַנט, אױסגעװאָרפֿן זײ װאָס אין דער קאָרט, כּלומרשט אין גוטן מוט, קושנדיק. מע האָט זיך אַרײַנגעריסן צו יענעם אין שטוב מיט אַ גוט יום־טובֿ, אַרױסגעשלעפּט פֿון אױװן װאָס ס'איז געװען, פֿון קעלער אַרױסגעטראָגן די זױערע אוגערקעס, און בראָנפֿן האָט זיך גע־ גאָסן אַזױ װי װאַסער. נאָר װאָס פֿאַר אַ װערט האָבן יענע אַלע שׂמחת־תּורהס געהאַט אַקעגן דעם שׂמחת־תּורה, װאָס די פּערעיאַסלאַװער יתומים האָבן בײַגעװױנט דאָ, אין דער ייִדישער שטאָט באָסלאַװ? די הײַזער, די גאַסן, די שטײנער פֿון די גאַסן ― אַלץ, אַלץ האָט געזונגען, געפּליעסקעט, געטאַנצט און געפֿרײט זיך. נישט נאָר עלטערע ייִדן ― ייִנגלעך זײַנען גע־ װען שכּור, געװאַלגערט זיך פֿון די פֿיס. מע דאַרף נישט מער װי דער פֿעטער איציע, אַ ייִד אַ שטילער, אַ װילדער בעל־מרה־שחורה, ― איז ער אױך געװען בגילופֿין, פֿאַרלײגט די פּאות אַף יענער זײַט אױערן, פֿאַר־ קאַטשעט די פּאָלעס און געגאַנגען אַ דײַטש! נאָר דאָס אַלץ איז געװען אַ גאָרנישט אַקעגן דעם, װאָס עס האָט אַרױסגעװיזן אין יענעם טאָג דער זײדע משה־יאָסיע. אױסגעטרונקען האָט ער בסך־הכּל אײן גלעזל בראָנפֿן מיט אַ האַלב גלעזל װײַן. נאָר שכּור איז ער געװען, װי אַכציק שכּורים מיטאַמאָל קאָנען אַזױ ניט זײַן שכּור, און אַרױסבאַװײַזן אַזעלכע גבֿורות, אַז די גאַנצע שטאָט האָט מיט אים געקלונגען:

― װאָס זאָגט איר צו משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס!

― גײט, װעט איר זען, װאָס משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס טוט!

און משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס האָט נישט געטאָן גאָרנישט. ער איז נאָר אַרומגעגאַנגען אין די גאַסן און געטאַנצט. און נאָך װי אַזױ געטאַנצט! געטאַנצט און געשפּרונגען, געפּליעסקעט און געזונגען. און נישט אַלײן האָט ער געטאַנצט, נאָר אינצװײען ― מיט דער „שכינה“, מיט הקדוש־ברוך־הוא… צענומען אַ פֿעטשײלע און געהאַלטן באַ אײן עק ― באַם אַנדערן עק האָט באַדאַרפֿט האַלטן די „שכינה“ ― און געדרײט זיך, װי מע דרײט זיך מיט אַ כּלה, געמאַכט פֿאַרשײדענע טריט: אַהין און צוריק, רעכטס און לינקס, און װידער אַהין און צוריק, און װידער רעכטס און לינקס, און אַזױ כּסדר, דעם קאָפּ פֿאַרריסן אַרױף, די אױגן געהאַלטן צו, אַפֿן פּנים אױסגעגאָסן אַ גליקלעך שמײכל, צוגעקנאַקט זיך מיט די פֿינגער, געהעפּעט און געזונגען אַלע מאָל שטאַרקער און שטאַרקער: משה שׂמח בשׂמחת־תּורה ― לאַמטעדרידאָם, הײ ־ דאַ ! שׂישׂו ושׂמחו בשׂמחת־תּורה ― לאַמטעדרידאָם, דאָם ־ דאָם ־ דאָם! הײ ־ דאַ, דרי ־ דאַ ־ דאַ! תּורת משה, האַ !…

װאָס װײַטער איז דער עולם געװאָרן אַלץ גרעסער און ענגער. װיפֿל ייִנגלעך ס'איז געװען אין שטאָט זײַנען זײ אַרױס אַף דער גאַס מקבל־פּנים זײַן משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס, זען, װי ער טאַנצט און דרײט זיך, זינגט און פּליעסקעט. ייִנגלעך שקצים האָבן אים געמאַכט אַ הורראַ, געהאָלפֿן אים זינגען זײַן שׂמחת־תּורהדיקן ניגון, און די פּנימער פֿון זײַנע פּערעיאַסלאַװער אײניקלעך האָבן געפֿלאַמט פֿאַר בושה. און ער, דער זײדע משה־יאָסיע, זאָל דאָס אַף עמעצן אַפֿילו אַ קוק טאָן! ער טוט זיך זײַנס: ער גײט מיט זײַן געליבטער שכינה אַ פֿרײלעכס. אײן עק פֿעטשײלע האַלט ע ר , דעם אַנדערן האַלט הקדוש־ברוך־הוא, און ער שמײכלט און קנאַקט מיט די פֿינגער, טאַנצט און העפּעט און זינגט שטאַרקער און שטאַרקער: משה שׂמח בשׂמחת־תּורה ― לאַמטעדרידאָם, הײ ־ דאַ ! שׂישׂו ושׂמחו בשׂמחת־תּורה ― לאַמטעדרידאָם, דאָם ־ דאָם ־ דאָם! הײ ־ דאַ, דרי ־ דאַ ־ דאַ! תּורת משה, האַ !… אױס יום־טובֿ ― צוריק אַהײם

אינטריגעס און פּליאָטקעס צװישן דער משפּחה. ― די קינדער װערן אױס מיוחסים אין באָסלאַװ ― עס ציט זײ צוריק אַהײם

שװער אַפֿן האַרצן, אומעטיק אַף דער נשמה און שטאַרק־שטאַרק װאָכעדיק איז געװאָרן די קינדער אַף מאָרגן נאָך יום־טובֿ, אַז מע האָט גענומען צעװאַלגערן די סוכּה. אָן אַ טראָפּן רחמנות האָט דער פֿעטער איציע (אַ מענטש אָן אַ האַרץ!) קודם־כּל אַרומגעריסן די װענט, אַראָפּגעריסן דעם סכך, צענומען די ברעטער, מיט אַן אומגעהײַערער רציחה אַרױסגעשלעפּט די צװיעקעס (װאָס האָט ער געהאַט צו די צװיעקעס?). נאָר די פֿיר סטױפּעס האָט ער געלאָזט שטײן ― און דאָס איז געװען אַ סך ערגער, װאָרעם די פֿיר הױלע סטױפּעס האָבן געזאָגט עדות אַפֿן חורבן, געקלאָגט און באַקלאָגט זיך: „זעט, ייִדישע קינדער, װאָס פֿון אַ ייִדישער סוכּה קאָן װערן!“… די ייִדן, װאָס ערשט נעכטן זײַנען זײ געװען שכּור־לוט, געטאַנצט און געפּליעסקעט און געמאַכט זיך נאַריש װי קינדער, זײַנען מיטאַמאָל געװאָרן אַלע ניכטער, סטאַטעטשנע און כּמעט זיך געשעמט קוקן אײנס דאָס אַנדערע אין די אױגן אַרײַן. אַ מאָדנער אומעט האָט אַרומגענומען די שטאָט, אַ זעלטענע מרה־שחורה האָט זיך אָנגערוקט אַף באָסלאַװ. און אומעטיקער און טרױעריקער פֿון אַלע זײַנען געװאָרן די קינדער, די פּערעיאַסלאַװער יתומים. װאָרעם כּל־זמן די קינדער זײַנען נאָך געװען געסט, האָבן זײ זיך געפֿילט ניט שלעכט אין דעם באָסלאַװ, נאָר װאָס װײַטער האָבן זײ אָנגעהױבן אַלץ מער געװױרע װערן, אַז זײ זײַנען דאָ איבעריק. דער זײדע משה־יאָסיע איז זיך געזעסן ביחי־דות אין טלית און תּפֿילין אַף די פּעלצן, אָדער געדאַװנט, אָדער געלערנט, אָדער געבאָמקעט, צוגעקנאַקט מיטן פֿינגער, אָדער געזיפֿצט און שטילערהײט גערעדט מיט גאָט, אָדער דערצײלט פֿאַר די קינדער זײַנע שײנע מעשׂיות פֿון אַמאָל, אָדער געזאָגט מוסר, פֿאַר װאָס זײ זײַנען ניט פֿרום, װילן נישט גאָט דינען, פֿאַרלענגערן דערמיט דעם קץ, דורך זײ קומט ניט משיח און דורך זײ לײַדן נעבעך ייִדן אין גיהנם און טױזנטער־טױזנטער נשמות קאָנען ניט געלײַטערט װערן… דאָס אַלצדינג האָבן די קינדער שױן געהערט װיפֿל מאָל אין חדר פֿון זײער רבין, אין דער הײם פֿון דער באָבע מינדע און פֿון גלאַט ייִדן, װאָס האָבן ליב זאָגן מוסר און סטראַשען מיטן גיהנם, און דאָס אַלצדינג האָט זיך זײ שױן לאַנג צוגעגעסן. זײ איז געװען אַ סך מער אינטערעסאַנט צו זען די פּאָליטיקע, װאָס האָט זיך אָפּגעשפּילט דאָ באַ זײער זײדן משה־יאָסיע מיט דער באָבע גיטל אין שטוב.