פֿונעם יריד

שלום עליכם אַלע װערק

צװישן די צװײ איז געװען דער, װאָס שמואליק האָט גערעדט פֿון אוצרות, מכשפֿים, פּרינצן און פּרינצעסינס ― אַלץ פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו דער װעלט; און דער זײדע משה־יאָסיע האָט מבֿטל געװען די װעלט לגמרי און האָט זיך אַריבערגעטראָגן אינגאַנצן, אין אײנעם מיטן אײניקל, װאָס האָט אים אױסגעהערט מיט דער גרעסטער שפּאַנונג, אַהין, אױף יענער װעלט, דאָרטן, צװישן סאַמע צדיקים און מלאָכים און שׂרפֿים און כּרובֿים, ניט װײַט שױן פֿונעם כּסא־הכּבֿוד, גאָר־גאָר נאָענט שױן טאַקע צו אים אַלײן, צום מלך־מלכי־המלכים הקדוש־ברוך־הוא…  דאָרטן זײַנען געװען דער שור־הבר מיטן לװיתן, און דער טײַערסטער בױמל, װאָס הײסט „אַפַֿרְסְמון“, און דער טײַערסטער װײַן, דער „יין־המשומר“, און צדיקים זיצן און לערנען און האָבן הנאה פֿון דער שכינה און פֿונעם „אור־הגָנוּז“, פֿון יענער ליכטיקײט, װאָס בעת גאָט האָט באַשאַפֿן די װעלט, האָט ער געזען, אַז די מענטשן זײַנען ניט ראָױ צו אַזאַ ליכטיקײט, האָט ער עס איבערגעלאָזט אױף לעתיד־לבֿוא…  און הקדוש־ברוך־הוא אַלײן, כּבֿיכול, בכבֿודו־ובֿעצמו, שטײט און באַדינט זײ, די צדיקים, װי אַ טאַטע.  און פֿון אױבן, פֿונעם הימל, לאָזט זיך אַראָפּ פּונקט אױפֿן זעלבן אָרט, װוּ דאָס אַמאָליקע בית־המקדש איז געשטאַנען, אַ נײַ בית־המקדש, פֿון סאַמע גינגאָלד און פֿון די טײַערסטע שטײנער, דימענטן און בריליאַנטן, און די כּהנים דוכנען, און די לװײם זינגען, און דװיד המלך קומט אַרױס אַקעגן מיט אַ פֿידל און זינגט: „רננו צדיקים בי′! בי′!“… 

דאָ הײבט אָן דער זײדע משה־יאָסיע זינגען אױף אַ קול, צוקנאַקן מיט די פֿינגער, און די אױגן פֿאַרגלאַנצט ער אַרױף, און דאָס פּנים לױכט אים, און אַלײן איז ער נישט בהאי־עלמא: ער איז דאָרטן ערגעץ, װײַט־װײַט, אױף יענער װעלט, אױף יענער װעלט!… 

41.  אַ ייִד אַ פֿױגל

אַ מעשׂה פֿון פֿאַרצײַטן.  ― װי אַזױ ייִדן האָבן אַמאָל געלעבט צװישן פּריצים.  ― אַ טראַגעדיע פֿון אַן אָרעמען רענדאַר

מע באַדאַרף אָבער ניט מײנען, אַז דער זײדע משה־יאָסיע איז אַלע מאָל געװען נאָר אױף יענער װעלט, און אַז ער האָט ניט געהאַט פֿאַר זײַנע אײניקלעך צו דערצײלן גאָרנישט פֿון דער װעלט.  אָ!  ער האָט געהאַט זײער אַ סך צו דערצײלן פֿון אַמאָליקע ייִדן, אַמאָליקע חסידים, אַמאָליקע בעלי־קבלה און אַמאָליקע פּריצים, להבֿדיל, װי זײ האָבן זיך באַגאַנגען מיט די ייִדן. 

אײן מעשׂה אַזעלכע, װאָס ער האָט דערצײלט פֿאַר זײַנע אײניקלעך, אַ מעשׂה װי אַ ייִד איז אומגעקומען אױף קידוש־השם, געדענקט זיך גאַנץ באַזונדער, און די דאָזיקע מעשׂה װערט דאָ איבערגעגעבן בקיצור, װײַל דער זײדע משה־יאָסיע איז געװען, ער זאָל מוחל זײַן, אַ גרױסער מאַריך און האָט ליב געהאַט אָפֿטמאָל איבערשפּרינגען פֿון אײן ענין אױפֿן אַנדערן און פֿאַרפֿאָרן מחילה קײן בױבעריק. 

די מעשׂה האָט זיך געטראָפֿן שױן לאַנג, נאָך פֿאַר זײַן זײדן, עליו־השלום, דעם אַלטן האַמאַרניק.  פֿאַר װאָס האָט מען אים גערופֿן „האַמאַרניק“?  װײַל האַמאַרני האָט געהײסן דאָס דאָרף, װוּ ער איז געזעסן, געהאַלטן אַ מיל אין דער אַרענדע.  אין דעם זעלבן דאָרף איז געזעסן נאָך אַ ייִד, מיטן נאָמען נח, געהאַלטן די קרעטשמע.  געװען איז דער נח אַ ייִד אַ תּם, אַן אָדם פּשוט, נאָר אַ גרױסער ירא־שמים, טאָג װי נאַכט געדאַװנט און געזאָגט תּהילים, אַ פּנים, אַ בעל־תּשובֿה און אַ „נסתּר“.  די גאַנצע טוערין איז געװען זי.  זײַן עובֿדה איז געװען נאָר צאָלן ראַטע אין הױף און דינגען די קרעטשמע פֿון אײן יאָר אױפֿן אַנדערן.  כּל־ימיו האָט ער מורא געהאַט, טאָמער װעט אים עמעצער אױסדינגען די קרעטשמע, װאָרעם בעלנים זײַנען געװען אַ סך, כאָטש פּרנסה האָט ער געהאַט פֿון דער קרעטשמע בצימצום, קױם־קױם דורכקומען, געװען אַ בעל־מטופּל מיט קינדער. 

ויהי היום ― קומט ער צו גײן אײן מאָל צום פּריץ דינגען די אַרענדע און טרעפֿט אַ גוזמא געסט, אַ גאַנצע סעודה.  נאָך דער סעודה קלײַבט מען זיך, כּנהוג, נאַ־פּאָלעװאַניע, אױף דער אַכאָטע הײסט עס.  עס שטײען שױן צוגעגרײט פֿערד און קאַרעטעס און בריטשקעס און לינײקעסлинейки: קאַלעמאַשקעס און הינט פֿון כּל־המינים, און די יעגערס מיט די גרױסע פֿעדערן און מיט די פֿײַפֿלעך, כּיד־המלך.  אַלצדינג, הײסט עס, פֿאַרטיק אַרום און אַרום.  „נישט געטראָפֿן די גוטע צײַט, ― טראַכט זיך נח ― דער פּריץ װעט נישט װעלן רײדן איצט פֿון דער אַרענדע“.  צום סוף האָט ער אַ טעות געהאַט.  אױפֿגעשטאַנען מיט די געסט פֿון טיש און געװאָלט זיך שױן אַרױפֿזעצן אױף די פֿערד, האָט דער פּריץ דערזען דעם ייִדן שטײן אײַנגעבױגן בײַ אַ זײַט, אָפּגעריסן קרוע־בלוע.  מאַכט ער צו אים מיט אַ פֿרײלעך פּנים: „אַ?  יאַק סיע מאַש פּאַן אַרענדאַרזשיЯк се маш, пан арендаржий? ― װאָס מאַכט אַ ייִד אַ רענדאַר?“…  זאָגט אים נח כּך־וכּך: „אַדוני פּריץ, איך בין געקומען װעגן דער קרעטשמע“.  צעלאַכט ער זיך, דער פּריץ, ס'איז געװען כּטובֿ לבֿ המלך בײן, שטאַרק אונטערן גלעזל, און רופֿט זיך אָן צו אים: „אױף װיפֿל יאָר װילסטו דען די קרעטשמע?“ זאָגט ער צו אים: „װעלן װאָלט איך געװאָלט אױף עטלעכע יאָר, נאָר אַזױ װי דער מינהג איז בײַ דיר, יאַסנאָ װעלמאָזשנעясновельможный: ליכטיקער פּאַן כראַביע… “ לאָזט אים דער פּריץ ניט אױסרײדן און מאַכט צו אים: „דאָבזשעДобже3: גוט, איצטיקס מאָל גיב איך דיר אָפּ די קרעטשמע אױף דעם אײגענעם מקח, װאָס אַלע מאָל, אױף אַ זמן פֿון צען יאָר, נאָר מיט אײן תּנאַי: זאָלסט מיר זײַן אַ פֿױגל“.  קוקט אים אָן דער ייִד: „װאָס הײסט, איך זאָל דיר זײַן אַ פֿױגל?“.  ענטפֿערט אים דער פּריץ: „גאַנץ פּשוט.  דו דאַרפֿסט זיך פֿאַרשטעלן, זאָגט ער, פֿאַר אַ פֿױגל, און איך, זאָגט ער, װעל זיך צילן אין דיר און פּרוּװן טרעפֿן גלײַך אין קאָפּ אַרײַן.  האָסטו עס צעקײַעט?“ װערט אַ געלעכטער צװישן די פּריצים, און דער ייִד כּלומרשט לאַכט אױך.  ער טראַכט זיך: „דער פּריץ טרײַבט קאַטאָװעס, גענומען אַן איבעריק ביסל װײַן“…  „נו?  ― פֿרעגט אים דער פּריץ, ― איז דאָס געמאַכט?“ טראַכט זיך נח: „װאָס ענטפֿערט מען אים דערױף?“ און טוט אים אַ פֿרעג אױף טשיקאַװעס: „װיפֿל צײַט גיסטו אױף צו באַטראַכטן זיך?“ זאָגט אים דער פּריץ גאַנץ ערנסט: „יעדנאַ מינוטאַОдну минуту“.― אײן מינוט הײסט עס, מער ניט.  „די ברירה איז בײַ דיר, זאָגט ער.  אָדער דו קריכסט אַרױף אױפֿן דאַך און פֿאַרשטעלסט זיך פֿאַר אַ פֿױגל, אָדער מאָרגנדיקן טאָג, זאָגט ער, װערסטו אַרױסגעװאָרפֿן פֿון דער קרעטשמע“.  איז דאָך אים פּרחה־נשמתו געװאָרן.  װאָס טוט מען?  מיט אַ פּריץ שפּילט מען זיך ניט.  ובפֿרט, אַז יענער הײסט שױן טראָגן לײטערס ― אַ פּנים, ס'איז גאָרניט קײן קאַטאָװעס?  רופֿט ער זיך אָן נאָך אַמאָל צום פּריץ: „און װאָס װעט זײַן, טאָמער חלילה טרעפֿסטו טאַקע?“ װערט נאָך אַ גרעסערער געלעכטער צװישן די פּריצים, און נח בלײַבט שטײן אַ צעטומלטער.  ער װײס ניט, צי דער פּריץ מאַכט חוזק, צי ער מײנט דאָס מיט אַן אמת?  זען זעט עס אױס װי אַן אמת, װאָרעם מע הײסט אים די רגע קריכן אױפֿן דאַך, אָדער גײן אַהײם אָפּרײניקן די קרעטשמע.  װיל ער שױן גײן אַהײם, דערמאָנט ער זיך, אַז ער איז אַ בעל־מטופּל מיט קינדער, הײבט ער אָן זיך בעטן בײַם פּריץ, ער זאָל אים געבן כאָטש עטלעכע מינוט אױף אָפּצוזאָגן װידוי.  זאָגט אים דער פּריץ: „דאָבזשע, איך גיב דיר נאָך אײן מינוט אױף זאָגן װידוי“.  אײן מינוט?  װאָס קאָן אַ ייִד זאָגן אין אײן מינוט, אַחוץ „שמע־ישׂראל“?  ובפֿרט, אַז מע שטופּט אים שױן אַרױף אױפֿן לײטער.  זאָגט ער „שמע־ישׂראל“ און „ברוך שם כּבֿוד מלכותו“, און נעמט קריכן אױפֿן לײטער, און טרערן גיסן זיך אים.  װאָס זאָל ער טאָן?  אַ גזירה מן־השמים.  אַ בעל־מטופּל מיט קינדער.  מסתּמא איז אים באַשערט אומצוקומען אױף קידוש־השם.  און אפֿשר װעט נאָך גאָט רחמנות האָבן און טאָן אַ נס?  דער אײבערשטער אַז ער װיל ― קאָן ער!  געװען אַ גרױסער בעל־בטחון.  אַמאָליקע ייִדן! 

אַרױפֿגעקראָכן אױפֿן שפּיץ דאַך, הערט ער נישט אױף צו לײענען