פֿונעם יאַריד: די שבֿעה־זיצערס

שלום עליכם (אַלע װערק)

― פֿאָלג מיך, נחום! גענוג! דו נעמסט אַף זיך צו פֿיל!… נו, גענוג שױן! מע טאָר ניט ― ס'איז שב…

דער פֿעטער פּיניע האָט נישט געקאָנט אַרױסרײדן דאָס װאָרט „שבת“, װאָרעם די טרערן, װאָס ער האָט די גאַנצע צײַט געשלונגען, האָבן זיך אים אַװעקגעשטעלט אין האַלדז פּאָפּעריק. האָט ער ניט געקאָנט מער באַהערשן זיך, איז ער צוגעפֿאַלן צום טיש אַף דער לינקער האַנט, װי מע פֿאַלט „תּחנון“, און האָט זיך צעװײנט, װי אַ קלײן קינד, און אױסגערופֿן אַף אַ דין קול: „חיה־אסתּר! חיה־אסתּר!“…

35

די שבֿעה־זיצערס

דער טאַטע קוקט־אַרײַן אין ספֿר איובֿ ― מע רעדט אים שידוכים. ― די קינדער װעט מען אָפּשיקן קײן באָסלאַװ צום זײדן משה־יאָסיע.

קײנמאָל האָט דער העלד פֿון די באַשרײַבונגען אַזױ נישט געבענקט נאָכן אוצר, װאָס זײַן חבֿר שמואליק האָט אים אַמאָל דערצײלט, װי אין דער צײַט, װען ער און דער טאַטע און אַלע זײַנע ברידער און שװעסטער זײַנען געזעסן אין די זאָקן אַף דער ערד „שבֿעה“ נאָך דער מאַמען.

„װען איך האָב איצט אַן אוצר ― האָט ער זיך געטראַכט ― אָט יענעם אוצר, װאָס ליגט דאָרט אינעם קלײנעם שטעטעלע באַהאַלטן, כאָטש נישט אינגאַנצן, כאָטש אַ טײל פֿון יענעם אוצר ― אַך, װי װאָלט עס מיר איצט צו־נוץ געקומען!… די באָבע מינדע װאָלט אױפֿגעהערט צו װײנען און צו קלאָגן און צו אױסטענהן זיך מיטן רבונו־של־עולם, אים פֿאָרהאַלטן, אַז ער האָט נישט גוט געטאָן, װאָס ער האָט צוגענומען פֿריִער די שנור, ניט זי, די שװיגער… דער טאַטע װאָלט אױפֿגעהערט צו זיפֿצן און קרעכצן און צו טענהן, צו װאָס לעבט ער אַף דער װעלט און װאָס איז ער אָן חיה־אסתּרן?… און אױך זײ, די קינדער, װוּ װאָלטן זײ איצט געװעזן? געװיס ערגעץ מיט אַלע ייִנגלעך באַם טײַך, געשװוּמען, געכאַפּט פֿישלעך, אָדער גלאַט געלאָפֿן אין דער װעלט אַרײַן ― אַזאַ זון! אַזאַ היץ! װאָלװל װײַנשל, װײַמפּערלעך בחצי־חנם, און גרינע אוגערקעלעך, נאָך מיט די שפּיץ־נאָדלען, לאָזן זיך שױן הערן. אָט באַלד װעלן אױפֿקומען אױך דיניעס געלע, שמעקנדיקע, און אַרבוזעס רױטע װי פֿײַער, הירזשענדיקע װי זאַמד, זיסע װי צוקער, ― אַך, אַן אוצר! אַך, אַן אוצר!“… און די געדאַנקען הײבן אים אױף און טראָגן אים אַװעק אין אַן אַנדער װעלט, אין אַ װעלט פֿון פֿאַנטאַזיעס און חלומות, זיסע, גוטע חלומות. און עס שטעלט זיך אים פֿאָר, אַז ער האָט אים שױן, דעם אוצר ― פּלוצעם האָט ער זיך אים אַנטפּלעקט מיט אַלע זײַנע טײַערע זאַכן, סגולות און שטײנער, אַז ער האָט שױן דאָס גאָלד און זילבער און די האַלבע אימפּעריאַלן און די דימענטן און בריליאַנטן, און אַז דער טאַטע איז איבעראַשט: „פֿון װאַנען האָט זיך, שלום, פּלוצעם גענומען צו דיר אַזאַ גוטס?“ „איך קאָן דיר ניט זאָגן, טאַטע, פֿון װאַנען, װאָרעם קױם זאָג איך דיר פֿון װאַנען, הײבט זיך עס אױף און עס װערט פֿאַרשװוּנדן“… און שלום פֿילט זיך אַפֿן זיבעטן הימל, װאָס ס'איז אים געראָטן אַרױסציִען דעם טאַטן פֿון דער נױט, און עס טוט אים נאָר באַנג, האַרצעדיק באַנג, װאָס די מאַמע נעבעך איז נישטאָ דערבײַ. „נישט באַשערט; ― זאָגט די באָבע מינדע. ― אַלע אירע יונגע יאָרן איז זי נעבעך אָפּגעקומען אַף דער װעלט צוליב די קינדער, און איצט, אַז ס'איז געקומען צום לעבן, זײַנען אױסגעגאַנגען די יאָרן!“…

נאָר אָט דערהערט זיך אַ זיפֿץ פֿונעם טאַטן: „גװאַלד, װאָס טוט מען? װאָס הײבט מען אָן צו טאָן?“ ― און דער קלײנער בעל־החלומות קערט זיך אום פֿון יענער גליקלעכער װעלט פֿון פֿאַנטאַזיעס און חלומות צוריק אַהער, אין דער דאָזיקער װיסטער װעלט פֿון זאָרג און טרערן, װוּ מענטשן רײדן פֿון מעל אַף באַקן חלה, פֿון געלט אַף גײן אין מאַרק, פֿון אורחים, װאָס װילן ניט פֿאָרן, פֿון פּרנסה, װאָס איז „געשלאָגן“, ― און די אַלע רײד װערן צוגעדעקט מיטן טאַטנס קרעכץ און מיטן טאַטנס זיפֿץ: „גװאַלד, װאָס טוט מען? װאָס הײבט מען אָן צו טאָן?“…

― װאָס הײסט, װאָס טוט מען? ― פֿאַלט אַף אים אָן דער פֿעטער פּיניע שױן אַפֿן לעצטן טאָג שבֿעה, ― װעסט טאָן דאָס, װאָס אַלע ייִדן טוען ― װעסט, אם ירצה השם, חתונה האָבן…

חתונה האָבן?… דער טאַטע װעט חתונה האָבן? מיר װעלן האָבן אַ נײַע מאַמע? װי אַזױ װעט זי זײַן?… ― אַזעלכע געדאַנקען קריכן אין קאָפּ אַרײַן. די קינדער קוקן אַפֿן טאַטן, װאָס װעט דער טאַטע זאָגן?… דער טאַטע װיל ניט הערן, ניט זען. ער זאָגט:

― חתונה האָבן? א י ך זאָל חתונה האָבן? נאָר אַזאַ חיה־אסתּרן זאָל איך גײן חתונה האָבן? און דאָס זאָגסטו, אַן אײגענער ברודער? װער נאָך האָט זי אַזױ געקענט, װי דו?…

עס שטיקן אים די טרערן. ער קאָן ניט רײדן מער. דער פֿעטער פּיניע װישט אָפּ די ליפּן, מאַכט אַ שװײַג.

― צײַט מנחה דאַװנען, ― זאָגט דער פֿעטער פּיניע, און אַלע שבֿעה־זיצערס, דער טאַטע מיט די קינדער, שטײען־אױף פֿון דער ערד, שטעלן זיך דאַװנען מנחה, און אַלע קינדער, זעקס בנים, צװישן זײ אײנער אַ בעל־הביתל שױן מיט אַ געל בערדל, אליהו הײסט ער, טוען אַ קלאַפּ־אָפּ דעם קדיש ― אַ מחיה צו הערן! די משפּחה קוקט מיט גדלות אַף די „קדישים“, פֿרעמדע װײַבער זײַנען מקנא: „מיט אַזעלכע קדישים נישט אָנקומען גלײַך אין גן־עדן אַרײַן ― איז שױן עק װעלט!“…

דאָס זאָגט אַ שטיקל קרובֿה, בלומע רופֿט מען זי, אַ ראַבעטינע ייִדענע, האָט אַ מאַן, איז ער אַ שטומער. זי האָט אַװעקגעװאָרפֿן איר מאַן מיט אירע קינדער און איז געקומען העלפֿן עפּעס טאָן ― אין שטוב, אין קיך אָדער באַ די קינדער. די קינדער קאָנען זיך נישט באַקלאָגן, אַז מע האָט אָן זײ פֿאַרגעסן. אַדרבה, זינט די מאַמע איז געשטאָרבן, זײַנען זײ געװאָרן באַ אַלעמען חשובֿער ― יתומים! עס זײַנען געװען מאָמענטן, װאָס דאָס שבֿעה־זיצן איז באַ זײ געװען גאָר אַ גאַנצער יום־טובֿ. ערשטנס (און דאָס איז דער עיקר פֿון אַלע עיקרים!), מע גײט ניט אין חדר. צװײטנס, מע גיט זײ זיסע טײ מיט בולקע, װאָס זײ זײַנען דערצו גאָרניט געװױנט געװאָרן, און מע טאַפּט זײ באַ די קעפּלעך און באַ די בײַכלעך און מע פֿרעגט זיך נאָך אַף זײערע מאָגנס. זײ האָבן שױן גאָר באַקומען „מאָגנס“! הײַנט װאָס איז װערט גלאַט זיצן אַלע מיטן טאַטן אַף אײן קאָלדרע, זען, װי דער טאַטע קוקט־אַרײַן מיט זײַן גרױסן געקנײטשטן שטערן אין אַ ספֿר „איובֿ“ אַרײַן, הערן, װי ייִדן און װײַבער קומען צו גײן, אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען, מנחם־אָבֿל זײַן, רײדן עפּעס אַלע אַזעלכע מאָדנע דבורים, קומען־אַרײַן אָן אַ גוט־מאָרגן, גײען־אַװעק אָן אַ זײַט־געזונט, בלינצלען עפּעס אַזױ מאָדנע מיט די אױגן און מורמלען עפּעס אונטער דער נאָז: „מ… מ… מ… ציון ױרושלים!“…

פֿאַרן קלײנעם װײַסן חבֿרהניק, פֿאַר שלומען, זײַנען אָט די װיזיטן אַ גאַנצער אוצר פֿון טיפּן און בילדער, װאָס אײנס צום אַנדערן זײַנען ניט גלײַך און װאָס בעטן זיך אַפֿן פּאַפּיר. דער ערשטער קומט דער פֿעטער פּיניע. ניט אַלײן, נאָר מיט זײַנע צװײ אױבנדערמאָנטע זין מיט די לאַנגע קאַפּאָטעס ― ישׂראליק און איצל. דער פֿעטער פּיניע פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און רעדט. די זין שװײַגן. דער פֿעטער פּיניע רעדט פֿון אַ דין ― װען, אײגנטלעך, עס דאַרפֿן זיך ענדיקן די זיבן טעג שבֿעה: אינדערפֿרי, צי אַפֿדערנאַכט? ער שטײט־אױף, זאָגט־צו, אַז ער װעט נאָך אַ קוק טאָן באַ זיך אין אַ פּאָר ספֿרים, װעט ער װיסן אַקוראַט. דערװײַל געזעגנט ער זיך ניט, זאָגט עפּעס אַף דער גיך אינאײנעם מיט בײדע זין „ציון ױרושלים“ ― און פּאַשאָל. נאָך אים קומט די מומע חנה מיט אירע טעכטער, הײבן־אױף אַ קװיטשערײַ אַפֿן טאַטן: גענוג שױן! גענוג! ער זאָל אױפֿהערן װײנען אַף דער מאַמע, װאָרעם ער װעט זי לעבעדיק ניט מאַכן! פֿאַרן אַװעקגײן זאָגט זי, אַז מע קאָן דערשטיקט װערן, טוט אַ שמעק טאַבעקע פֿון אַ קלײן זילבערן פּושקעלע און מאַכט אַ גװאַלד, מע זאָל עפֿענען כאָטש אײן פֿענצטער, װאָרעם מע װעט דאָ דערװאָרגן װערן, צו אַלדי גוטע יאָר!… דערנאָך קומט די מומע טעמע, די ייִדענע אָן צײן, שאָקלט אַביסל מיטן קאָפּ, דאָס פּנים לאַכט, נאָר די אױגן װײנען. זי רעדט־אױס דאָס האַרץ, דערצײלט אַ נײַס: אַז מירן אַלע שטאַרבן…

דאָס איז משפּחה. דערנאָך קומען פֿרעמדע. אַלערלײ פּאַרשױנען, אַזעלכע, װאָס האַלטן װינציק־װאָס פֿון גאָט און פֿון יענער װעלט. למשל, „אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס“ ― דער מאַכט חוזק פֿון אַלצדינג. לית דין ולית דײן. סע שטײט, זאָגט ער, בפֿירוש געשריבן: „ומותר האָדם מן הבהמה אָין“ ―. קײן חילוק נישט צװישן אַ מענטשן און, להבֿדיל, אַ בהמה… אַ שרעק, װאָס דער אַרנאָלד צערעדט זיך אָן! על ה' ועל משיחו! און אַלצדינג קומט־אױס באַ אים אַזױ קײַלעכיק, אַזױ געשליפֿן! ער איז דער אײנציקער, װאָס גײט־אַװעק מיט אַ זײַ־געזונט. אַ מענטש, װאָס גלײבט ניט אין קײן זאַך, איז דאָך ניט שײך! כּדאַי צו װיסן, װאָס װעט זײַן מיט אַזאַ אַרנאָלדן, װען ער נעמט און טוט אַ שטאַרב־אַװעק? „מיך מעגט איר נעמען באַלד נאָך מײַן טױט און פֿאַרברענען אַפֿן פֿײַער און דאָס אַש צעשפּרײטן אַף אַלע זיבן ימים ― אַרט מיך אױך ניט!“… אַזױ זאָגט אַרנאָלד און כאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון דער באָבע מינדע: „לאָזן שױן, זאָגט זי, אײַערע שׂונאים רײדן פֿאַר אײַך!“ און אַרנאָלד ― ס'זאָל אים רירן! ער לאַכט זיך אױס, גײט אַװעק, און עס קומט־אָן יאָסע פֿרוכשטײן מיט די גרױסע צײן און בײזערט זיך אַפֿן טאַטן, למאַי ער װײנט אַזױ. „ער האָט זיך אַף אים, זאָגט ער, אַזעלכעס ניט געריכט“… דאָדע יצחק־בֿיגדורס זאָגט אױך דאָס אײגענע. ער שװערט באַ זײַן הײליקע נאמנות, אַז װען באַ אים טרעפֿט זיך אַזאַ אומגליק, װאָלט ער, כאַ־כאַ, אַרײַנגעװאָרפֿן אין מאיר־בעל־נס־פּושקע… אַז דאָדע גײט אַװעק, װערט אַ געלעכטער, װאָרעם אַלע װײסן, אַז דאָדע יצחק־בֿיגדורס האָט אַ װײַב, הײסט זי פֿײגע־פּערל ― איז דאָס אַ פֿײגע־פּערל פֿון גאָט!… דאַנקען השם יתברך, װאָס מע קאָן שױן כאָטש געבן אַ לאַך. דער טאַטע קוקט נאָך אַלץ אַרײַן אין ספֿר „איובֿ“, נאָר ער װײנט שױן ניט אַזױ שטאַרק, װי ער האָט געװײנט די ערשטע טעג. און ער בײזערט זיך שױן ניט אַפֿן פֿעטער פּיניע, למאַי ער װאַרפֿט־אַרײַן אַ װאָרט װעגן חתונה האָבן. ער זיפֿצט נאָר, און קרעכצט נאָר, און פֿרעגט: „װאָס טוט מען מיט די קינדער? מיט די קינדער װאָס טוט מען?“

― מיט די קינדער װאָס טוט מען? ― ענטפֿערט אים דער פֿעטער פּיניע און גלעט זיך די באָרד, ― די עלטערע װעלן זיך לערנען, װי זײ האָבן געלערנט; און די קלענערע װעסטו אָפּשיקן צו זײער זײדן קײן באָסלאַװ.

דאָס מײנט ער דעם זײדן משה־יאָסיע מיט דער באָבע גיטל פֿון דער מאַמעס צד, װעלכע די קינדער האָבן קײנמאָל נישט געזען, נאָר געהערט דערצײלן, אַז ערגעץ װײַט, אין אַ שטאָט װאָס הײסט באָסלאַװ, האָבן זײ אַ זײדן מיט אַ באָבען, װאָס זײַנען, זאָגט מען, גאַנץ רײַך, אָנגעשטאָפּט מיט געלט. אַהין, הײסט עס, װיל מען זײ אַװעקשיקן? זעט איר, דאָס איז דװקא אַ פּלאַן! ערשטנס, דאָס פֿאָרן ― דאָס אַלײן װאָס איז װערט? צװײטנס, זען אַ נײַע שטאָט. הײַנט באַקענען זיך מיט אַ זײדן און מיט אַ באָבען, װאָס מע האָט זײ קײנמאָל ניט געזען, ― דאָס איז באַ אײַך גאָרניט? עס בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: װעמען רעכנט דאָס דער פֿעטער פּיניע צװישן די „עלטערע“ און װעמען צװישן די „קלענערע“? ס'איז גאָר קײן ספֿק ניט, אַז אַ ייִנגל, װאָס איז שױן בר־מצװה, ער מעג זיך האַלטן מיט אַ קאָפּ נידעריקער פֿון אַ הונט, באַדאַרף גערעכנט װערן צװישן די „עלטערע“ ― און דאָס האָט דעם בר־מצװה־בחורל אַזױ װײַט פֿאַראינטערעסירט, אַז ער האָט שױן כּמעט אָנגעהױבן צו פֿאַרגעסן אָן דער מאַמע, נאָך װעלכער ער זאָגט אַלע אינדערפֿרי און פֿאַרנאַכט קדיש, אָן דעם טאַטן, װאָס הערט ניט אױף צו זיפֿצן און צו קרעכצן, אָן דעם אוצר, נאָך װעלכן עס בענקט זיך אים אַזױ שטאַרק. אים האָט געצױגן איצט צו עפּעס אַנדערש: צו דער נסיעה, צו דער נײַער גרױסער שטאָט ― קײן באָסלאַװ, צום זײדן משה־יאָסיע מיט דער באָבע גיטל פֿון דער מאַמעס צד, װאָס, מע זאָגט, זײ זײַנען אַזױ רײַך! אַזױ רײַך!…

36

באַם דניעפּער

די נסיעה קײן באָסלאַװ ― שמעון־װאָלף בעל־עגלה אַ שװײַגער. ― מע װאַרט אַפֿן

פּאַראָם ― דער בעל עגלה כאַפּט אַ מנחה באַם ברעג טײַך. ― עס דאַװנט זיך ג ע ש מ אַ ק.

אײנמאָל ― סוף זומער, פֿאַר ימים נוראָים איז דאָס געװען ― איז צוגעפֿאָרן צום גאַניק אַ בױד, און מע האָט אױפֿגעזעצט די קלענערע קינדער, פֿיר ייִנגלעך און צװײ מײדלעך, ― שלום דער בר־מצװה־בחורל איז געװען צװישן זײ ― מיטגעגעבן צו צװײ העמדלעך, עסנװאַרג אַף אַ פּאָר טאָג און אַ בריװ צום זײדן משה־יאָסל מיט דער באָבע גיטל און אָנגעזאָגט זײ אַ מאָל צװאַנציק, זײ זאָלן זײַן געהיט באַם אַריבערפֿאָרן מיטן פּאַראָם איבערן דניעפּער.

פֿאָרן איבערן דניעפּער ― און נאָך מיט אַ פּאַראָם דערצו! קײנער פֿון זײ האָט קײן פּאַראָם קײנמאָל ניט געזען און װײס גאָר ניט, מיט װאָס מע עסט עס. נאָר מען איז זיך משער, אַז עס דאַרף זײַן ניט שלעכט, און