פֿונעם יאַריד: די ערשטע ליבע

שלום עליכם (אַלע װערק)

די ערשטע ליבע

ראָזע בערגער די שולמית פֿון שיר־השירים. ― חײם פֿרוכשטײן ― אַ געפֿערלע־

כער קאָנקורענט. ― סקריפּנדיקע שטיװלעטן און פֿראַנצױזיש. ― פֿידל־שפּילן. ― זיסע חלומות.

װען זײ זאָלן נישט געװען זיך באַגעגענען דערנאָך אין לעבן אַ סך מאָל, װאָלט דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע זיכער געמײנט, אַז די, װעלכע האָט אים צו פֿערצן יאָר געפּלעפֿט, איז געװען נאָר אַ דמיון, אַ פֿאַנטאַזיע, אַ חלום. געהײסן האָט זי ראָזע, און ער האָט זי קײנמאָל נישט געזען, זי זאָל גײן אַלײן. שטענדיק מיט אַ כאַליאַסטרע „קאַװאַליערן“, די פֿײַנסטע ייִדישע בחורים, די רײַכסטע יונגעלײַט פֿון שטאָט, און אַמאָל אױך קריסטן, אָפֿיצירן. אַ רוסישער אָפֿיציר זאָל שפּאַצירן מיט אַ ייִדיש מײדל ― דאָס אַלײן איז געװען אַזאַ סענסאַציע, װאָס די שטאָט האָט מיט דעם געקאָכט. און נישט אַ יעדעס מײדל װאָלט זיך דאָס דערלױבט, און נישט אַ יעדן מײדל װאָלט דאָס די שטאָט מוחל געװען. נאָר ראָזע ― זי מעג עס, איר קאָן מען דאָס מוחל זײַן, װאָרעם זי איז ראָזע, װאָרעם זי איז די אײנציקע אין שטאָט, װאָס שפּילט פּיאַנע, די אײנציקע אין שטאָט, װאָס רעדט פֿראַנצױזיש, און רעדט הױך, און לאַכט הױך ― אַ קלײניקײט ראָזע? און דערצו איז זי אַ טאַטנס אַ קינד. איר פֿאָטער איז אײנער פֿון די רײַכסטע און פֿאָרנעמסטע ייִדן אין שטאָט, אַ ייִד אַן אַריסטאָקראַט. אין דער יוגנט, זאָגט מען, איז ער געװען אַ גלוח. איצט איז ער שױן אַלט און גרױ, האָט ער זיך פֿאַרלאָזט אַ באָרד, טראָגט ברילן, האָט קישעלעך אונטער די אױגן. די אײגענע קישעלעך אונטער די אױגן האָט געירשנט פֿון אים זײַן טעכטערל ראָזע, און זײ פּאַסן זיך איר אַזױ צו אירע שײנע בלױע אױגן, און צו אירע זײַדענע אױסגעבױגענע ברעמען, און צו איר ייִדיש־גריכיש נעזל, און צו איר קלאָר־װײַס געזיכט, און צו איר קלײנער, נאָר מאַיעסטעטיש־גרױסאַרטיקער פֿיגור, װעלכע האָט געפּלעפֿט דאָס האַרץ פֿונעם ציקאַװע פֿאַרחלומטן חדר־ייִנגל שלום נחום װעװיקס, װאָס האָט זיך דורך אײן קוק פֿון אירע שײנע שולמית־אױגן פֿאַרליבט אין דער דאָזיקער שולמית מיטן הײליקן פֿײַער פֿון אַן אומשולדיק בר־מצװה־ייִנגל.

יאָ, שולמית. נאָר די שולמית, װאָס אין שיר־השירים, פֿאַרמאָגט אַזעלכע שײנע געטלעכע אױגן. נאָר די שולמית, װאָס אין שיר־השירים, קאָן אַזױ זיס־ליבלעך און שטרענג־טיף אַרײַנדרינגען אײַך אין דער נשמה אַרײַן, װען זי קוקט אַף אײַך. און אַ קוק געגעבן האָט זי אַף שלומען, קאָן איך אײַך ערבֿ זײַן, מער ניט אַז אײן מאָל, און אַז אַ סך ― איז צװײ מאָל. אױך דאָס ― פֿאַרבײַגײענדיק אין גאַס שבת באַטאָג מיט אַ גאַנצער כאַ־ ליאַסטרע „קאַװאַליִערן“, צװישן װעלכע ס'איז געװען אײנער אַ גליקלעכער מיטן נאָמען חײם פֿרוכשטײן. חײם איז יאָסע פֿרוכשטײנס אַ זונדל, אַ בן־יחיד, אַ קורצפֿיסיקער, זײער אַ קורצפֿיסיקער, נאָר מיט אַ לאַנגער נאָז, און אַף דער נאָז ― רױטע װײַמפּערלעך, און צײן גרױסע, מוראדיק גרױסע. נאָר אָנגעטאָן איז ער, װי דער גרעסטער פֿראַנט. שטיװלעטן לאַקירטע און סקריפּענדיקע אַף הױכע, זײער הױכע אָפּצאַסן ― בכדי ער זאָל אױסזען העכער. אַ זשילעט אַ װײַסע, װי געפֿאַלענער שנײ. די האָר פֿאַרקעמט מיט אַ שרונט אַקוראַט אין מיטן און שטענדיק אָנגעשמירט מיט שמעקנדיקע פּאַרפֿומען, װאָס לאָזן זיך הערן אַף אַ מײַל. אָט דאָס איז געװען דער גליקלעכסטער פֿון אַלע ראָזעס קאַװאַליִערן, און אים האָט די שטאָט געקרױנט פֿאַר איר חתן. דערפֿאַר געקרױנט, װײַל ער איז יאָסע פֿרוכשטײנס זון, און יאָסע פֿרוכשטײן איז אַ נגיד, און אַ נגיד מיט אַ נגיד זײַנען גלײַכע מחותּנים. און אױסער דעם, איז ער דער אײנציקער בחור אין פּערעיאַסלאַװ, װאָס רעדט פֿראַנצױזיש; ע ר רעדט פֿראַנצױזיש און ז י רעדט פֿראַנצױזיש ― קאָן דען זײַן נאָך מער גלײַך, װי דער דאָזיקער שידוך? און נאָך אַ זאַך: ז י שפּילט פּיאַנע און ע ר שפּילט פֿידל, מעג מען פֿאַרזעצן װאָס מע האָט און מע קאָן שטײן אַ גאַנצע נאַכט אונטערן פֿענצטער און האָרכן. שלום איז געשטאַנען ניט אײן מאָל . באַ ראָזען אונטערן אָפֿענעם פֿענצטער זומער פֿאַרנאַכט אין דרױסן און צוגעהערט זיך צו די זיסע הימלשע טענער, װאָס די שײנע ראָזע האָט מיט אירע שײנע פֿינגער אַרױסגעצױגן פֿון דער גרױסער שװאַרצער גלאַנצנדיקער פּיאַנע מיט די װײַסע בײנדלעך, און צו די זיסע הימלשע געזאַנגען, װאָס דער קורצפֿיסיקער חײם פֿרוכשטײן האָט אַרױסגעריסן פֿון די דינע סטרונעס פֿון זײַן קלײן בײַכיק פֿידעלע ― און אַך! װאָס ער האָט איבערגעלעבט אין די מינוטן! ער האָט געשעפּט תּענוג און געערגערט זיך, געבענטשט און געשאָלטן צו גלײַכער צײַט. געשעפּט תּענוג פֿון דער שײנער זעלטענער הימלשער מוזיק, און געערגערט זיך, װאָס ניט ער שפּילט דאָס מיט ראָזען, נאָר אַן אַנדערער. געבענטשט האָט ער די הענט, װאָס ציִען־אַרױס אַזעלכע זיסע הימלשע טענער מיט אַזעלכע זיסע מלאָכימשע געזאַנגען פֿון טױטע אינסטרומענטן, און געשאָלטן דעם טאָג, װאָס ער איז געבױרן געװאָרן באַ נחום ראַבינאָװיטש, ניט באַ יאָסע פֿרוכשטײן, און װאָס חײם פֿרוכשטײן איז אַ נגידס אַ זון, און ער, שלום, איז נעבעך אַף גרױסע צרות! ניט נאָר קאָן ער ניט אױספֿירן באַ זײַן טאַטע־מאַמע לאַקירטע שטיװלעטן מיט סקריפּקעס און אַף הױכע אָפּצאַסן ― זײַנע שטיװעלעך, װאָס ער טראָגט, זײַנען אָפּגעפֿאָרן, די אָפּצאַסן אױסגעדרײט, די פּאָדעשװעס אָפּגעריבן. און אַז ער זאָל זאָגן, ער װיל לאַקירטע שטיװלעטן, װעט מען אים פֿרעגן: אַף װאָס? און אַז ער זאָל זאָגן, אַז ער װיל, זײַנע שטיװעלעך זאָלן סקריפּען, װעט ער קריגן פּעטש…

אַך, װי גוט עס װאָלט געװען, װען ער האָט אַן אוצר! אָט אַ יענעם אוצר, װאָס זײַן װאָראָנקאָװער חבֿר שמואליק דער יתום פֿלעגט אים דערצײלן װעגן דעם אַזױ פֿיל שײנע מעשׂיות. נאָר בלאָטע! ס'איז נישטאָ קײן אוצר. דאָס הײסט, ס'איז דאָ, נאָר ס'איז שװער אים צו געפֿינען ― ער ליגט זײער טיף פֿאַרבאָרגן. און אַז מע געפֿינט אים שױן ― אַנטלױפֿט ער און באַהאַלט זיך נאָך טיפֿער… און דער אומגליקלעכער שלום האָט פֿאַרשאָלטן דעם טאָג, למאַי ער איז געבױרן געװאָרן באַ די מיוחסים, באַ די ראַבינאָװיטשעס, ניט באַ די פֿרוכשטײנס. און ער האָט פֿײַנט געקריגן מער פֿון אַלעמען אָט דעם קורצפֿיסיקן חײם פֿרוכשטײן מיט דער גרױסער נאָז, מיט די רױטע װײַמפּערלעך, פֿײַנט געקריגן בתּכלית השׂנאה ― דערפֿאַר, װאָס גאָט האָט אים, דעם קורצפֿיסיקן חײם, געבענטשט מיט אַלע דרײַ גוטע זאַכן: מיט סקריפּענדיקע שטיװלעטן, מיט רײדן פֿראַנצױזיש און מיט שפּילן פֿידל.

און דער אומגליקלעכער שלום האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן און געשװאָרן זיך באַ דער לבֿנה און באַ די שטערן דאָ אין דרױסן, און באַ די זיסע הימלשע טענער און באַ די זיסע מלאָכימשע געזאַנגען, װאָס גיסן זיך פֿון דאָרטן, פֿון אינעװײניק, אַז פֿון הײַנט אָן און װײַטער װעט ער זיך אױסלערנען שפּילן אַפֿן פֿידל, אַזױ װי דער גליקלעכער חײם פֿרוכשטײן, און אַז ער װעט מיט זײַן פֿידל־שפּילן פֿאַרשטעקן אין גאַרטל צען אַזעלכע, װי חײם פֿרוכשטײן, און רײדן פֿראַנצױזיש װעט ער זיך אױסלערנען, אַזױ װי חײם פֿרוכשטײן, און ער װעט מיט גאָטס הילף זיך אױסגלײַכן מיט חײם פֿרוכשטײן, און ער װעט אים נאָך אפֿשר אַריבעריאָגן ― און דעמאָלט ערשט װעט ער קומען צו איר, צו ראָזען, גלײַך אַהײם, און ער װעט איר זאָגן מיטן לשון פֿון שיר־השירים: „שובֿי שובֿי השולמית ― קער זיך אױס צו מיר, שולמית, מיטן פּנים אַף אײן װײַלע און הער זיך אײַן, װי אַזױ איך שפּיל אַפֿן פֿידל!“ און ער װעט געבן אַ פֿיר מיטן סמיטשיק איבער די דינסטע סטרונעס, און שולמית־ראָזע װעט דאָס דערהערן, װעט זי שטױנען, און זי װעט אים פֿרעגן: „פֿון װאַנען?“ ― װעט ער איר ענטפֿערן: „פֿון זיך אַלײן“. און חײם פֿרוכשטײן װעט שטײן פֿון דער זײַט און װעט גאַפֿן און װעט אים, שלומען, מקנא זײַן ― װעט ער צוגײן און װעט װעלן זאָגן ראָזען עפּעס אַף פֿראַנצױזיש, װעט שלום זיך אַרײַנמישן אין מיטן, אים איבערהאַקן און װעט צו אים זאָגן אױך אַף פֿראַנצױזיש: „היט זיך, רב חײם, מיט אײַער לשון, װאָרעם איך פֿאַרשטײ איטלעכס װאָרט!“ װעט ער נאָך מער גאַפֿן, און שולמית־ראָזע װעט אַ פֿרעג טאָן באַ שלומען: „דו רעדסט פֿראַנצױזיש אױך? פֿון װאַנען?“ ― װעט איר שלום זאָגן: „פֿון זיך אַלײן“. דעמאָלט װעט שולמית־ראָזע אױפֿשטײן און װעט נעמען שלומען פֿאַר אַ האַנט און װעט אים זאָגן: „קום“. װעלן זײ גײן אין צװײען, ער מיט ראָזען, אַפֿן שפּאַציר איבער די פּע־רעיאַסלאַװער „פּעשעכאָדן“ און װעלן רײדן בײדע אַף פֿראַנצױזיש, און די גאַנצע כאַליאַסטרע קאַװאַליִערן, און דער קורצפֿיסיקער חײם פֿרוכשטײן בתוכם, װעלן זײ נאָכגײן פֿון הינטן, און די גאַנצע שטאָט װעט טײַטלען מיט די פֿינגער: „װער איז דאָס גליקלעכע פּאָרל?“ װעט מען זײ ענטפֿערן: „איר װײסט ניט, װער דאָס איז? דאָס איז דאָך ראָזע מיט איר אױסדערװײלטן!“ „װער־זשע איז איר אױסדערװײלטער?“ „איר אױסדערװײלטער ― דאָס איז דאָך דער װאָראָנקאָװער בעל־תּנ″ך און כּתבֿא־רבה שלום נחום װעװיקס, שלום ראַבינאָװיטש“… און שלום הערט דאָס אַלצדינג, נאָר ער מאַכט זיך װי ער הערט ניט, און ער גײט װײַטער און װײַטער, האַנט באַ האַנט, מיט דער שײנער ראָזען, און ער זעט אירע שײנע בלױע אױגן, װי זײ קוקן אַף אים און לאַכן. און ער פֿילט איר קלײן װאַרעם הענטל אין זײַן האַנט, און ער הערט, װי דאָס האַרץ באַ אים קלאַפּט: טיק־טאַק, טיק־טאַק. און די שטיװעלעך אונטער אים האָבן װי פֿון זיך אַלײן אָנגעהױבן צו רײדן: „סקריפּ־סקריפּ, סקריפּ־סקריפּ“. און דאָס איז שױן אַ װוּנדער פֿאַר אים אַלײן. מילא, פֿידל־שפּילן און פֿראַנצױזיש־רײדן ― דאָס האָט ער זיך אױסגעלערנט. אַזױ לאַנג געהאָרעװעט, ביז ער קען. אָבער די שטיװעלעך ― פֿון װאַנען האָבן זײ געכאַפּט דעם סקריפּ? אױך פֿון זיך אַלײן? אָדער אפֿשר װײַזט זיך אים אױס? און ער קװעטשט־קװעטשט מיט בײדע פֿיס, שטאַרק־שטאַרק, און ער כאַפּט אַ שטורך פֿון זײַן עלטערן ברודער, מיט װעלכן ער שלאָפֿט אין אײן בעט: „װאָס דריגעסטו מיט די פֿיס, װי אַ לאָשעקל?“ און ער כאַפּט זיך אױף ― ניט שױן־זשע איז דאָס געװען נאָר אַ חלום?… און ער הערט נישט אױף צו טראַכטן פֿונעם דאָזיקן חלום. און ער הערט נישט אױף צו חלומען אַף דער װאָר. און עס גיסן זיך צונױף באַ אים דער חלום מיט דער װאָר, די פֿאַנטאַזיע מיט דער װירקלעכקײט… און עס ציט זיך אַזױ ― ער װײס נישט װיפֿל צײַט, ביז עס קומט אַ גאַסט קײן פּערעיאַסלאַװ, אַ שרעקלעכער גאַסט, אַן אונטערגאַנג, אַן עפּידעמיע. װי אַן אוראַגאַן װאַלגערט ער אום אַלצדינג מיטן פּנים אַראָפּ און מאַכט אַן איבערקערעניש, אַ חורבן אין אַ סך הײַזער, און אױך באַ נחום ראַבינאָװיטשן אין שטוב, און עס װערט פֿאַרשװוּנדן די שײנע שולמית־ראָזע און זײַן ליבע צו דער שײנער שולמית־ראָזע, װי אַ חלום, װי אַ פֿאַנטאַזיע, װי אַ נעכטיקער טאָג…

דער גאַסט ― דאָס איז געװען די חלירע. די חלירע

די עפּידעמיע. ― די רײַבערס. ― די באָבע מינדע קאָמאַנדעװעט. ― זי

רײַסט קבֿרים, זוכט זכות־אָבֿות, אַרבעט מיט די דאָקטױרים. ― דער מאַמעס

טױט. ― דער פֿעטער פּיניע לאָזט ניט װײנען ― ס'איז שבת.

אָנגעהױבן האָט זיך עס תּחילת זומער, באַלד נאָך פּסח, אַזױ װי אַף קאַטאָװעסן; נאָר שפּעטער־צו, אַרום נאָך־שבֿועות, אַז ס'זײַנען אױפֿגעקומען אױבסטן און גרינע אַגרעסן זײַנען געװאָרן װאָלװל, בחצי־חנם, האָט זיך עס צעשפּילט שױן אַף דער אמתן, און עס האָבן זיך אָנגעהױבן לאָזן הערן אַלץ אָפֿטער און אָפֿטער די װערטער: „אונטערגאַנג“, „עפּידעמיע“ און „חלירע“. באַם װאָרט „חלירע“, אַז ס'איז אַרױסגערעדט געװאָרן, איז דאָס אַנדערש ניט אַרױסגערעדט געװאָרן נאָר מיט אַ שפּײַ־אױס דערבײַ, און ס'איז געפֿאַלן אַ מורא, אַ פּחד אַף דער שטאָט.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דער פּחד איז געפֿאַלן נאָר אַף די גרױסע, אַף די עלטערע. פֿאַר קלײנװאַרג איז דאָס, אַדרבה, געװען אַ שטיקל יום־טובֿ. מע האָט אָנגעהױבן אַכטונג געבן אַף זײער עסן און אַף זײער טרינקען, טאַפּן זײ אַלע אינדערפֿרי און אַפֿדערנאַכט באַ די קעפּלעך, זיך געהײסן באַװײַזן די צונג, און סוף־כּל־סוף ― צעלאָזט די חדרים, ביז גאָט װעט העלפֿן, דער אונטערגאַנג װעט אַװעק אַהין, פֿון װאַנען ער איז געקומען. דער אונטערגאַנג האָט אָבער ניט אַזױ גיך געװאָלט אַװעק, און די חלירע האָט געבושעװעט אַף װאָס די װעלט שטײט.

די שטאָט האָט אָבער אױך ניט געשװיגן, געטאָן אַלצדינג, און קודם כּל זיך אַ נעם געגעבן צום „רײַבן“. גיך און געשװינט איז באַשאַפֿן געװאָרן אַ חבֿרה „רײַבערס“. זײער עובֿדה איז געװען ― קױם איז עמעצן געװאָרן „נישט־גוט“, איז מען געקומען צו אים, אַװעקגעלײגט און „געריבן“. אַ סך מענטשן האָט מען טאַקע מיט אָט דעם רײַבן אָפּגעראַטעװעט. צװישן די חבֿרה „רײַבערס“ האָבן זיך פֿאַרשריבן די פֿײַנסטע בעלי־בתים פֿון שטאָט. די שטאָט גופֿא איז אײַנגעטײלט געװאָרן אין „אוטשאַסטקעס“, אַף יעדן „אוטשאַסטאָק“ ― באַזונדערע „רײַבערס“. דער העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע האָט אַף זײ געקוקט מיט גרױס דרך־ארץ און מיט פֿאַרװוּנדערונג, װי אַף אמתע העלדן, גבורים. עס איז געװען צו זען, אַז זײ האָבן קײן ברעקל מורא ניט, ניט פֿאַר דער חלירע, ניט פֿאַרן טױט. אײנס דאָס אַנדערע האָבן זײ זיך געשטאַרקט, גערעדט מיט אַ שמײכל, געטרונקען לחײם און געװינטשעװעט, „דער אײבערשטער זאָל רחמנות האָבן און די עפּידעמיע זאָל געשטילט װערן“…