פֿונעם יאַריד: די בר־מיצװה

שלום עליכם (אַלע װערק)

די בר־מצװה

דער בר־מצװה נעמט־אױס. ― אַ גאַלעריע טיפּן פֿון פּערעיאַסלאַװער בעלי־בתים. ― אַ מאַמעס טרערן.

אַרײַנטראַכטנדיק זיך אינעם לערנען אין יענעם מין „חדר“, באַ יענע מינים מלמדים, װאָס זײַנען באַשריבן אין די פֿריִעריקע קאַפּיטלעך, האָבנדיק פֿאַר זיך די רביצן, װאָס מע דאַרף איר העלפֿן, טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער, װאָס מע דאַרף זײ פֿאָלגן אַ גאַנג, און כּל־ערלײ מינים שקאָצערײַ, פֿון באָדן זיך זומער אין טײַך ביז שפּילן װינטער אין קאָרטן און קנעפּלעך, הײַנט גלאַט דאָס אַרומלױפֿן און אַרומשפּאַצירן איבער דער שטאָט, ― איז שװער צו פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען באַ די קינדער דאָס, װאָס זײ האָבן געקענט? מע דאַרף נישט פֿאַרגעסן דאָס אױך, אַז דעם רבין האָט מען גענאַרט און אַפֿילו דעם רבֿ, צו װעלכן מע האָט געפֿירט די קינדער פֿאַרהערן, האָט מען אױך אָפּגענאַרט. הײַנט װוּ האָט זיך גענומען מאַטעריאַל אַף אָפּצונאַרן אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן, װאָס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אַף דער בר־מצװה צו נחום ראַבינאָװיטשעס זונדל? דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע געדענקט פֿאַר קלאָר, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן פֿון דעם, װאָס מע האָט אים אױסגעשטעלט, ער זאָל זאָגן אַף זײַן יום־טובֿ ― און דאָך האָט געקלונגען די שטאָט מיט זײַן בר־מצװה. טאַטעס האָבן מקנא געװען. מאַמעס האָבן זיך געװוּנטשן אַזעלכע קינדער.

ס'איז געװען אַן אמתער יום־טובֿ. אַ גרױסאַרטיקער יום־טובֿ. און אין אים האָבן זיך באַשעפֿטיקט אַ סך הענט, אונטער דער קאָמאַנדע פֿון דער באָבע מינדע, װאָס האָט אױסגעזען אין איר שבתדיקן אָנטאָן, מיטן שטערנטיכל, װי אַן אמתער קאָמאַנדיר. זי האָט געקאָמאַנדעװעט, װעמען מע זאָל רופֿן און װעמען ניט, װער ס'זאָל זיצן אױבנאָן און װער ניט, װאָסערע טעלער מע זאָל שטעלן, װאָסערע בראָנפֿנס און װאָסערע װײַנען מע זאָל טרינקען. מיט אַלעמען האָט זי זיך איבערגעקריגט, אַף אַלעמען זיך אָנגעבײזערט, ניט געשאַנעװעט אַפֿילו דעם בר־מצװה־העלד אַלײן, ער זאָל זיך האַלטן, װי אַ מענטש, ניט האָבן קײן טבֿע בײַסן די נעגל כאָטש צװישן מענטשן, ניט לאַכן אַלײן און ניט מאַכן לאַכנדיק די איבעריקע קינדער, קורץ ― ניט זײַן קײן ימח־שמוניק.

― גאָט האָט רחמנות געהאַט, האָסט דערלעבט די בר־מצװה, איז שױן צײַט, זאָלסט װערן אַ שטיקל מענטש! ― האָט זי אײַנגעטענהט מיט אים, באַשפּיגן די פֿינגער און אױסגעגלעט אים דאָס לעצטע רעשט פֿון די פּאהלער, װאָס זי האָט קױם „אָפּגעװאָיעװעט“ באַ איר זון: נחום ראַבינאָװיטש האָט שױן לאַנג חשק געהאַט זײ גאָר אינגאַנצן אָפּשערן, האָט די באָבע מינדע ניט דערלאָזט.

― אַז איך װעל שטאַרבן און מײַנע אױגן װעלן עס ניט זען, ― האָט זי אים געזאָגט, ― װעסטו דעמאָלט מאַכן דײַנע קינדער פֿאַר גױיִם. און איצט, כּל זמן איך לעב נאָך, װיל איך זען אַף זײער פּנים כאָטש אַ סימן פֿון ייִדישקײט.

אַ חוץ דעם גרױסן עולם, װאָס מע האָט צונױפֿגערופֿן גלײַך פֿון שול אַף בר־מצװה, איז זיך צונױפֿגעקומען די גאַנצע משפּחה. פֿאַרשטײט זיך, אַז דער רבי משה־דװיד רודערמאַן, אין דער שבתדיקער געװענטענער קאַפּאָטע, מיטן אָפּגעבליאַקעװעט פּליסן היטל, װי אַ לאַטקע אַפֿן קאָפּ, איז אױך געװען בתוך הבאָים. ער האָט זיך אָבער געהאַלטן זײער קלײן און פֿון דער װײַטן. פֿון דער מעשׂה אָן מיטן זון, װאָס האָט זיך געװאָלט שמדן, איז ער געװאָרן באַ זיך שטאַרק אַראָפּגעפֿאַלן. ער האָט זיך כּמעט גאָר ניט צוגערירט ניט צום קידוש, ניט צום פֿאַרבײַסן, געזעסן פֿאַררוקט אין אַ װינקעלע, אײַנגעבױגן אין דרײַען, און שטילערהײט געהוסט אין די ברײטע אַרבל פֿון דער שבתדיקער געװענטענער קאַפּאָטע.

נאָר אָט איז געקומען די מינוט פֿונעם עקזאַמען. דאָס בר־מצװה־בחורל האָט זיך באַדאַרפֿט אַװעקשטעלן און אַרױסבאַװײַזן דעם עולם װאָס ער קען, ― האָט מיטאַמאָל דער רבי רודערמאַן אױפֿגעכאַפּט זיך; זײַן פּלײצע האָט מיטאַמאָל אױסגעגלײַכט זיך; די געדיכטע שװאַרצע ברעמען האָבן זיך אױפֿגעהױבן און זײַנע אױגן האָבן זיך אײַנגעגעסן, אײַנגעזױגן אינעם תּלמיד, און זײַן גראָבער פֿינגער האָט מיט אַ קװעטש, װי דאָס שטעקעלע פֿונעם דיריזשאָר, אונטערגעזאָגט דעם תּלמיד די אױסגעשטעלטע װערטער.

און דער תּלמיד, דער בר־מצװה הײסט עס, איז תּחילת שיִער נישט אומגעפֿאַלן פֿאַר שרעק, געפֿילט אַ מאָדנע טרוקנקײט אין מױל און אַ שװינדל אין די אױגן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז ער גײט אַף אײַז. אָט־אָט צעשפּאַלט זיך דאָס אײַז, און טראַך ― ער טוט אַ פֿאַל מיטן גאַנצן עולם. נאָר װאָס װײַטער־װײַטער, איז ער, אונטער דעם רבינס קוק און אונטער דעם רבינס קװעטש מיטן גראָבן פֿינגער, געװאָרן באַ זיך שטאַרקער און שטאַרקער, און ער האָט אָנגעהױבן שפּאַנען, װי אַף אַן אײַזערנער בריק, און ער האָט דערפֿילט אַ װאַרעמקײט אין אַלע אבֿרים, און עס איז אַװעק באַ אים, װי אַ מזמור.

האַלטנדיק אין מיטן דער אַרבעט און דרײענדיק מיטן פֿינגער נאָכן רבינס גראָבן פֿינגער, האָט דער בר־מצװה פֿונדעסטװעגן גוט געקוקט אַפֿן עולם, געזען דעם אױסדרוק פֿון אַלע פּנימער, נישט דורכגעלאָזט קײנעם. אָט איז יצחק־בֿיגדור, װאָס רירט מיט די פּלײצעס און קוקט מיט גזלנישע אױגן. אָט איז דער אַלטער יהושע סריבנע ― מע זאָגט, ער איז שױן אַ בן־מאה, אַלט הונדערט יאָר. די צונג איז באַ אים אין מױל װי אַ גלעקל, מחמת קײן צײן האָט ער שױן ניט. אָט איז זײַן זון בערקע, שױן אױך גענוג אַלט, די אױגן האַלט ער צו און דעם קאָפּ אַף דער זײַט. אָט איז אָשר נײַדיס, װאָס אַלע רופֿן אים דער „פֿעטער אָשר“ ― טאַקע אַ פֿעטער, אַ ברײטער, אַ גראָבער. די זײַדענע קאַפּאָטע אַף אים שפּאַלט זיך און אַלײן איז ער גרױ, װי אַ טױב. און אָט איז יאָסע פֿרוכשטײן מיט די גרױסע אַרײַנגעשטעלטע צײן, מיט די גלאַנצנדע ברילן און מיטן שיטערן בערדל ― אַן אַפּיקורס אַ ייִד, װאָס שפּילט מיט נחום ראַבינאָװיטשן אין שאָך און לײענט אַזעלכע ביכלעך, װי „מסתּרי פּאַריז“, „שבֿילי עולם“ און נאָך אַזעלכע זאַכן. נעבן יאָסען שטײט זײַן ייִנגערער ברודער, מיכאל פֿרוכשטײן, אַ יונגערמאַן אַ חכם, אַ ממזר, װאָס לײקנט־אָפּ אַלצדינג, הײסט דער שיקסע פֿאַרלעשן דאָס ליכט אום שבת און האַלט שטאַרק פֿון אַזעלכע ייִדן, װי משה בערגער און בעני קאַנאַװער, װאָס אַלע װײסן, אַז אין די יוגנט־יאָרן האָבן זײ אַמאָל פֿאַרקוקט אין אַ זײַט, בעת דער שערער האָט זײ צורעכט געמאַכט די בערדלעך… ישׂראל בענדיצקי איז אױך געװען בתוך הבאָים. אַמאָל האָט מען אים גערופֿן ישׂראל דער כּלי־זמר, נאָר איצט האָט ער שױן געהאַט אַן אײגענע שטוב, אַ שטאָט אין מזרח, אַ באָרד האָט ער זיך צעקעמט אַ ברײטע, אַ שװאַרצע, אַ גלענצנדיקע און כאָטש ער זאָגט זיך ניט אָפּ איצט אױך פֿון צו שפּילן אַף אַ געהױבענער חתונה, נאָר פֿונדעסטװעגן װעט אים קײנער נישט רופֿן כּלי־זמר, אַפֿילו הינטער די אױגן. און ער איז טאַקע אַ שײנער ייִד, פֿירט זיך מעשׂה בעל־הבית. אַז ער לאַכט, לאַכט ער מיט אַלע צײן, קלײנע, שיטערע, װײַסע צײן. אַפֿילו רפֿאל דעם שמשׂ מיטן אױגל האָט דער בר־מצװה נישט דורכגעלאָזט. רפֿאל איז געשטאַנען האַלב אײַנגעבױגן און אינגאַנצן אַרײַנגעטאָן אין דעם, װאָס דער בר־מצװה האָט געדרשנט, און עס האָט זיך אױסגעװיזן נאָך זײַן דאַרן פּנים און אױסגעבױגענער נאָז, אַז אָט־אָט טוט ער אַ פּאַטש מיט דער האַנט איבערן טיש און רופֿט־אױס מיט זײַן שבתדיקן נוסח: „צע־ען גיל־דױן אום כּהן!“…

אַלעמען און אַלץ האָט דער בר־מצװה באַמערקט. און אַלע פּנימער האָבן אױסגעזען יום־טובֿדיק. נאָר יום־טובֿדיקער פֿון אַלע איז געװען דעם פֿעטער פּיניעס פּנים. געזעסן גאַנץ אױבנאָן, נעבן בר־מצװהס פֿאָטער, אין זײַן שבתדיקער זײַדענער קאַפּאָטע, מיט אַ ברײטן זײַדענעם גאַרטל, מיט אַ בלױ סאַמעטן היטל אַפֿן קאָפּ, האָט דער פֿעטער פּיניע געקוקט אַפֿן בר־מצװה פֿון אונטן אַרױף, געשמײכלט זיך אין באָרד אַרײַן, װי אײנער רעדט: „מילא, קענען קען ער, דער ימח־שמוניק ― דאָס זעט מען… נאָר צי דאַװנט ער אָבער אַלע טאָג? צי היט ער אָפּ נעגל־װאַסער? צי לײענט ער קריאת־שמע פֿאַרן שלאָף? צי טראָגט ער ניט אום שבת? ― דאָס איז באַ מיר אַ ג ר ו י ס ע ר ספֿק!“…

דערפֿאַר איז אָבער דער פֿאָטער פֿונעם בר־מצװה געװען ― אים ניט אין פּנים אַרײַנצוקוקן. עס איז געװען צו זען, אַז קײן מער גליקלעכער מענטש, װי ער, איז אַף דער װעלט נישטאָ. דעם קאָפּ האָט ער געהאַלטן אַרױף, די ליפּן האָבן זיך אים גערירט, נאָכגעגאַנגען טריט באַ טריט דעם זון, געקוקט אַפֿן עולם, אַפֿן ברודער פּיניע, אַפֿן רבין רודערמאַן, אַפֿן בר־מצװה אַלײן און אַף דער מאַמע פֿונעם בר־מצװה.

און די מאַמע, די קלײניטשקע חיה־אסתּר, איז געשטאַנען גאָר אומבאַמערקט, מיט דרך־ארץ, באַ דער זײַט, צװישן די איבעריקע װײַבער, אין דער שבתדיקער זײַדענער פֿעטשײלע, אַ פֿאַרגאַפֿטע, שטילערהײט, זיפֿצנדיק, זיך אױסגעקנאַקט אַלע פֿינגער, און צװײ בלישטשנדיקע טרערן, װי צװײ בריליאַנטן, האָבן זיך געקײַקלט און אָפּגעשײַנט קעגן דער זון אַף איר גליקלעך, יונג, װײַס, נאָר שױן געקנײטשט פּנים.

װאָס זײַנען דאָס געװען פֿאַר טרערן? טרערן פֿון פֿרײד? פֿון תּענוג? פֿון גדלות? פֿון דער שלעכטער צײַט? אָדער אפֿשר האָט אַ מאַמעס האַרץ אײַנגערױמט איר אַ סוד אַפֿן אױער, אַז אָט דאָס בר־מצװה־בחורל, װאָס קלינגט איצט אַזױ שײן, װעט אינגיכן, גאָר אינגיכן, זאָגן קדיש נאָך איר נשמה?…

װער װײס, װאָס אַ מאַמע קאָן װײנען?

צ װ ײ ט ע ר ט ײ ל

דער „בחור“

זײַן ברודער הערשל װערט אַ חתן. ― דאָס פֿאַרהערעניש מיט אַ סופֿלער. ― אַ תּפֿילין־זעקל, אַ זײגער און אַ כּלה

― אַצינד ביסטו שױן, מיט גאָטס הילף, אַ בחור. אױס ייִנגל, אױס שײגעץ, אױס קונדס. צײַט װערן אַ מענטש און אַן ערלעכער ייִד, װאָרעם די צײַט שטײט ניט: אָט־אָט, אָקערשט װי מע זעט ניט, װערסטו אַ חתן…

דאָס איז געװען דאָס ביסל מוסר, װאָס מע האָט אַרײַנגערעדט דעם בר־מצװה אַף מאָרגן נאָך דעם פֿײַערלעכן שבת, און דער רבי האָט אים געהאָלפֿן אָנטאָן די תּפֿילין. ער האָט אים אײַנגעקרעמפּעװעט דעם „של־יד“ אַף דער לינקער האַנט, אַז די פֿינגער האָבן זיך אָנגעגאָסן און געװאָרן בלױ, און דער גרױסער „של־ראָש“ האָט זיך אַלע מינוט אַראָפּגערוקט צװישן די אױגן, אָדער אַראָפּגעפֿאָרן אַביסל אַף אַ זײַט, יעדנפֿאַלס שטאַרק חשק געהאַט אַראָפּגליטשן זיך אַראָפּ. דעם בר־מצװה האָט געקאָסט מי אײַנצוהאַלטן גלײַכגעװיכט, נישט געקאָנט זיך אַ ריר טאָן פֿרײַ און אַפֿילו אַ קוק צו טאָן אַף די װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָס האָבן מיט נײַגעריקײט אַרומגערינגלט דעם בר־מצװה, זען, װי ער דאַװנט צום ערשטן מאָל אין תּפֿילין. און מע דאַרף דעם אמת זאָגן, אַז װען ניט זײ, אָט די װײַסע־חבֿרהניקעס, װאָלט דער בר־מצװה איצטיקס מאָל געדאַװנט מיט האַרץ, מיט כּװנה און מיט ליבשאַפֿט. עס איז אים געפֿעלן די צערעמאָניע פֿון תּפֿילן־לײגן; עס איז אים געפֿעלן די טײַטש פֿון די װערטער „וארשׂתּיך“; עס איז געפֿעלן דער מחיהדיקער יוכטן־ריח פֿון די פֿרישע, נאָר־װאָס אױסגעמאַכטע רצועות; עס איז אים געפֿעלן, װאָס מע זאָגט אים, אַז ער איז שױן אַ בחור; עם איז אים געפֿעלן, װאָס מען איז אים מצרף צו אַ מנין. די משמעות, אַז ער איז שױן אַ ייִד גלײַך מיט אַלע ייִדן, אַ מענטש גלײַך מיט אַלע מענטשן. אַפֿילו רפֿאל דער שמשׂ מיטן אױגל קוקט אַף אים שױן גאָר אַנדערש, מיט פֿאַרבאָרגענעם דרך־ארץ. פֿון די חבֿרים שמועסט מען ניט, אַז זײ זײַנען אים מקנא, װאָרעם ער געדענקט, אַז ער אַלײן האָט אַמאָל מקנא געװען זײַן עלטערן ברודער הערשל צו זײַן בר־מצװה. און ניט אַזױ אַף דער בר־מצװה, װי אַף דעם, װאָס באַלד נאָך דער בר־מצװה איז זײַן ברודער געװאָרן אַ חתן, און די כּלה האָט אים געשענקט אַן אױסגענײט תּפֿילן־זעקל, און דער מחותּן ― אַ זילבערנעם זײגער. בײדע פֿאַקטן, דאָס הײסט, װי אַזױ דער ברודער הערשל איז אַ חתן געװאָרן און װאָס ס'איז געװאָרן פֿונעם מחותּנס מתּנה, פֿונעם זײגער, דאַרפֿן באַשריבן װערן כאָטש אין קורצן.