פֿונעם יריד

שלום עליכם אַלע װערק

בר־מיצװה, און דו װעסט אַפֿילו קײן צװײ װערטער ניט קאָנען זאָגן!“…  און ער האָט גענומען זוכן אַ רעכטן גמרא־מלמד, און ער האָט אים געפּאַקט. 

29.  דער גמרא־מלמד

משה־דװיד רודערמאַן ― אַ גמרא־מלמד ― זײַן זון שמעון האַלט בײַ שמדן זיך ― די שטאָט ראַטעװעט אים אַרױס פֿון מאָנאַסטיר ― דער פֿעטער פּיניע קאָכט זיך

דאָס איז געװען אַ רבי אַ ליטװאַק, מיטן נאָמען משה־דװיד רודערמאַן, אַ ייִד אַ יאַדישלעװער, אַן אײַנגעהױקערטער, מיט געדיכטע שװאַרצע ברעמען, אַ גרױסער למדן, אַ שײנער בעל־תּנ″ך און אַ מדקדק ― מיט אַלע מעלות.  און דערצו נאָך אַ פֿרומער, אַן אמתער ירא־שמים.  גײ ריכט זיך, אַז אױף דעם ייִדן װעט אױך זײַן אַ פּגם, און נאָך װאָסער אַ פּגם!  דער פּגם איז געװען דער, װאָס דעם דאָזיקן מלמדס זון לערנט אין דער „אוּיעזדנע“.  אין דער גאַנצער שטאָט זײַנען דעמאָלט געװען מער ניט װי צװײ בחורים, װאָס האָבן געלערנט אין דער „אוּיעזדנע“: משה־דװיד רודערמאַנס זון, שמעון רודערמאַן, אַ בחור, װאָס סע האָט זיך פֿרי אָנגעהױבן אױסשיטן בײַ אים אַ שװאַרץ בערדל, און טאַמאַרקין, דעם אַדװאָקאַטס זונדל, חײם טאַמאַרקין, אַ בחורל אַ קורצער און אַ גראָבער, מיט קלײנע אױגלעך און מיט אַן אױסגעבױגענער נאָז, געטראָגן דאָס העמדל איבער די הױזן, װי אַ שגצל, געשפּילט מיט די גױיִשע שקצימלעך אין „מיאַטש“, קײן מאָל נישט געגאַנגען אין שול אַרײַן, אַחוץ יום־כּיפּור, און שטילערהײט גערײכערט גראָבע „ציגײַערן“. 

דאָס זײַנען געװען די פּיאָנערן, אַזױ צו זאָגן, די ערשטע שװעלבעלעך פֿון דער השׂכּלה אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ, די אײנציקע צװײ ייִדישע קינדער צװישן עטלעכע הונדערט שקצימלעך.  די שקצימלעך האָבן תּחילת געקוקט אױף די צװײ „זשידעניאַטעס“, װי אױף חידושים, װי אױף קינדער פֿון אַן אַנדער װעלט.  דערנאָך האָבן זײ אַװעקגעלײגט די „זשידעניאַטעס“ אױף דער ערד אין מיטן הױף פֿון דער „אוּיעזדנע“ און אָנגעשמירט זײ די ליפּן מיט חזיר.  דערנאָך איז מען געװאָרן חבֿר, געשלאָסן ברודערשאַפֿט, גאָר נפֿש־אַחת.  גױיִשע שקצימלעך זײַנען נאָך דעמאָלט ― אױ װײ!  ― געװען רײן פֿון מענטשנהאַס, נישט געװוּסט פֿון קײן ייִדנהעצעס, און דער גיפֿט פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט זײ נאָך נישט אָנגערירט.  קױם האָט מען דעם „זשידיאָנאָקжидёнок: ייִדל“ אַװעקגעלײגט, אָנגעשמירט די ליפּן מיט חזיר און דורכגעבראָכן די בײנער, איז כאָטש ער איז אַ „הערשקאָ“, פֿונדעסטװעגן איז ער אַ חבֿרה־מאַן גלײַך מיט אַלע… 

דאָס אָפּגעבן נחום װעװיקס קינדער צו משה־דװיד רודערמאַן איז ניט אָפּגעלאָפֿן גלאַט.  דער פֿעטער פּיניע אַז ער איז געװױרע געװאָרן, אַז זײַן ברודער נחום האָט אָפּגעגעבן די קינדער צו אַזאַ מלמד, װאָס האָט אַ זון אין דער „אוּיעזדנע“, האָט ער געאַרבעט מעשׂים.  ער האָט געטענהט, אַז פֿון דער „אוּיעזדנע“ איז אײן טריט צו שמד.  פֿאַר װאָס? 

― אָט אַזױ: אַז מיר'ן לעבן, װעלן מיר זען… 

און כּך הוה.  עס איז, אַ פּנים, באַשערט געװען, אַז דער פֿעטער פּיניע זאָל איצטיקס מאָל זײַן אַ נבֿיא.  און אַזױ איז געװען די מעשׂה:

אײן מאָל אין אַ שבת איז אַרױס אַ קלאַנג אין שטאָט, אַז די צװײ ייִדישע ייִנגלעך, װאָס לערנען זיך אין דער „אוּיעזדנע“, שמעון רודערמאַן און חײם טאַמאַרקין, האַלטן בײַ שמדן זיך!  פֿאַרשטײט זיך, אַז קײנער האָט ניט געװאָלט גלױבן: „װײס איך ― װאָס?  װער?  װעמען?  װאָס אַ שטאָט קאָן אױסטראַכטן!“ נאָר אַז מע קלינגט איז אַ חגא.  שטעלט אײַך פֿאָר, אַז ס'איז דעם זעלבן טאָג שבת פּלוצעם געװאָרן אַ געלױף, װי אױף אַ שׂרפֿה.  די גאַנצע שטאָט איז געלאָפֿן צום מאָנאַסטיר.  װאָס איז די מעשׂה?  „די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע: איר װילט זען אַ שײנס?  גײט, זײַט מוחל, צום מאָנאַסטיר, װעט איר אָנקוקן, װי די צװײ חבֿרה־לײַט פֿון דער „אוּיעזדנע“ האָבן זיך אַרױפֿגעקליבן גאַנץ הױך אױפֿן שפּיץ קלױסטער, שטײען דאָרטן אָן היטלען און פֿרעסן ברױט, מיט חזיר באַשמירט, בפֿרהסיא, אַלע זאָלן זען!“… 

די בהלה איז געװען אַזױ גרױס, אַז ס'איז קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן: װי איז דאָס מעגלעך צו זען פֿון אונטן אַרױף, אױף אַזאַ הױכן מאָנאַסטיר, מיט װאָס דאָס ברױט איז באַשמירט: מיט חזיר?  מיט פּוטער?  אָדער מיט האָניק?…  די גאַנצע שטאָט איז געגאַנגען כאָדאָראָם.  די װעלט האָט זיך געװיגט: „מילא, אױף טאַמאַרקינס זונדל איז כאָטש קײן חידוש ניט ― זײַן פֿאָטער, דער אַלטער טאַמאַרקין, איז אַלײן אַ טרײפֿניאַק, אַ ייִד אַ „זאַקאָניקзаконник: אַדװאָקאַט “, אַ שרײַבער פֿון „פּראָשעניעס“, און זײַן זונדל חײם איז געװען, זאָגט מען, אַ גױ נאָך בײַ דער מאַמען אין בױך.  אָבער משה־דװיד רודערמאַן?  אַ ייִד אַ ירא־שמים און אַ מלמד!  דער בעסטער מלמד אין שטאָט!  װי קאָן מען עס דערלאָזן אַזאַ זאַך?“

לאָזט זיך אױס, אַז ס'זײַנען דאָ ייִדן, װאָס האָבן געװוּסט פֿריִער, אַז ס'װעט אַזױ זײַן.  פֿון װאַנען האָבן זײ דאָס געװוּסט?  זײ האָבן דאָס פֿאַרשטאַנען מיטן שׂכל, אַז מע טאָר ניט גײן מיט אַ קינד צו פֿיל מיט סטירדעס.  „ממה־נפֿשך ― האָט איר אַװעקגעגעבן אײַערע קינדער אין דער „אוּיעזדנע“, דאָס הײסט, איר זײַט מסכּים, זײ זאָלן זײַן גױים, דאַרפֿט איר ניט פֿאָדערן פֿון זײ, אַז זײ זאָלן טראָגן אַרבע־כּנפֿותן; און אַז עס האָט זיך געמאַכט, זײ האָבן דורכגעלאָזט אַ מינחה, באַדאַרף מען אָפּװישן די ליפּן און נישט צעברעכן אױף זײ קײן שטעקן און ניט שלאָגן, װי מע שלאָגט אַ הונט“… 

אַזױ האָבן געטענהט בכּבֿודע בעלי־בתּים, און מע האָט צונױפֿגענומען מענטשן, און מע האָט זיך אַן עצה געהאַלטן, װאָס טוט מען?  װי אַזױ ראַטעװעט מען אַרױס צװײ ייִדישע קינדער פֿון דער שמד?  מע האָט אײַנגעלײגט די װעלט, געװעקט זכות־אָבֿות, אױפֿגערודערט „נאַטשאַלסטװע“…  פֿאַרשטײט זיך, אַז מער פֿון אַלע האָט געאַרבעט דער פֿעטער פּיניע.  דער האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, צעלאָזט די שײנע באָרד, אַרומגעלאָפֿן דעם גאַנצן טאָג אַ פֿאַרשװיצטער, נישט געגעסן, נישט געטרונקען ― ביז, דאַנקען גאָט, ס'איז אָפּגעגאָלטן.  מע האָט די צװײ חבֿרה־לײַט אַרױסגענומען פֿון מאָנאַסטיר. 

דער שפּיץ איז געװען: אײנער פֿון זײ, חײם טאַמאַרקין ― דער האָט זיך טאַקע געשמדט שפּעטער מיט עטלעכע יאָר, און שמעון רודערמאַן האָט מען אַװעקגעשיקט קײן זשיטאָמיר, אַרײַנגעגעבן דעם פֿײַנעם בחור אין דער ראַבינער־שול, אױף „קאַזיאָנע שטשאָט“, און ער האָט מיט גאָטס הילף ניט נאָר געענדיקט אױף ראַבינער, נאָר טאַקע געװען נאָכדעם ראַבינער, און דװקא ניט װײַט פֿון פּערעיאַסלאַװ ― אין לובען. 

― נו, װער איז געװען גערעכט?  אַצינד װעסטו שױן דײַנע קינדער, צו גאָט אַ האָפֿענונג, אָפּנעמען פֿונעם דאָזיקן מלמד? 

אַזױ האָט דער פֿעטער פּיניע געזאָגט צו זײַן ברודער נחום, צופֿרידן פֿון אַלע זײַטן: ערשטנס, װאָס ס'איז אים געראָטן אַרױסצונעמען צװײ ייִדישע קינדער פֿון דער שמד; צװײטנס, װאָס זײַן ברודערס קינדער װעלן שױן ניט לערנען בײַ אַ מלמד, װאָס קען דיקדוק און האָט אַ זון אין דער „אוּיעזדנע“; און דריטנס, װאָס זײַנע װערטער זײַנען מקוים געװאָרן, אַז אַ ייִדיש קינד לערנט אין די שקאָלעס, איז ער מוכן־ומזומן צו דער שמד… 

האָט דער פֿעטער פּיניע איצטיקס מאָל געהאַט אַ ביטערן טעות: זײַן ברודער נחום האָט זיך פֿאַרעקשנט און בשום־אופֿן נישט געװאָלט אָפּנעמען זײַנע קינדער פֿון אַזאַ גוטן מלמד. 

― װאָס האָב איך צו אים?  ניט גענוג יענער האָט געהאַט אַזױ פֿיל עגמת־נפֿש מיט אַזאַ בזיון, זאָל מען לאָזן אַ ייִדן אַ מלמד אין מיטן זמן אָן ברױט? 

דער פֿעטער פּיניע האָט אױסגעהערט דעם ברודער מיט אַ ביטער שמײכעלע, װי אײנער רעדט: „הלװאַי זאָל איך ליגן זאָגן, נאָר דו פֿירסט די קינדער אױף אַ גוטן דרך“…  דערנאָך איז ער אױפֿגעשטאַנען, געגעבן אַ קוש די מזוזה און איז אַװעק אַ ברוגזער.