פֿונעם יאַריד: מאיר־װעלװל בעל־עגלה מיט זײַנע „סוסים“

שלום עליכם (אַלע װערק)

מאיר־װעלװל בעל־עגלה מיט זײַנע „סוסים“

דער פֿעטער ניסל ― מיט װײַסע־חבֿרהניקעס אַ װײַסער חבֿרהניק ― מאיר־װעלװלס

בױד מיט די דרײַ סוסים: „מאודריק“, „טענצער“ און די „יחסנטע“. ― דער בעל־עגלה דערצײלט זײַן ביאָגראַפֿיע.

סוף זומער (אין דרױסן איז נאָך געװען רעכט װאַרעם, נאָר געשמעקט האָט שױן מיט ראָש־חודש אלול) איז אָנגעקומען אַ בױד מיט דרײַ פֿערד פֿון דער גרױסער שטאָט, פֿון פּערעיאַסלאַװ. צוגעפֿאָרן צום פֿעטער ניסלס שטוב, האָט דער בעל־עגלה, אַ באַרעדעװדיקער ייִד מיטן נאָמען מאיר־װעלװל, זיך צעשפּיליעט און אַרױסבאַקומען ערגעץ פֿון אַ װײַטער קעשענע אַ בריװל, געשריבן פֿון נחום װעװיקס צו זײַן ברודער ניסל ראַבינאָװיטש. אין בריװל איז געשטאַנען, אַז מע שיקט נאָך די קינדער, ערשטנס, אַ פֿור, צװײטנס, דרײַ פּאָר שטיװעלעך, און, דריטנס, עסנװאַרג: קיכלעך, האַרטע אײער און באַרן ― דאָס איז „צידה לדרך“ אַף צװײ טעג. און חוץ לזה, עקסטרע פֿון דער באָבע מינדע, אַ װאַרעמע קאָלדרע מיט אַן אַלטן שאַל אַף אײַנצוהילן די קינדער, טאָמער װערט חלילה קאַלט, אָדער עס גײט אַ רעגן. דעם בעל־עגלה האָט מען אָנגעזאָגט, אַז ער זאָל, למען השם, אױפֿזעצן די קינדער אַפֿן אַנדערן טאָג אינדערפֿרי באַלד נאָכן דאַװנען, און אַז נעכטיקן זאָל ער מיט זײ אין באַרישפּאָליע, װעלן זײ קאָנען קומען, אם ירצה השם, אַפֿן אַנדערן טאָג אַרום מנחה־צײַט אַהײם, קײן פּערעיאַסלאַװ.

װוּ נעמט מען פֿאַרב אַף צו באַשרײַבן די שׂמחה פֿון נחום װעװיקס קינדער, אַז מע האָט זײ איבערגעגעבן דעם אינהאַלט פֿון דעם דאָזיקן בריװ טאַקע אינאײנעם מיט דרײַ פּאָר שטיװעלעך? אַף װאָס זאָל מען זיך פֿריִער פֿרײען: אַף די נײַע שטיװעלעך? אָדער אַף דעם, װאָס מע װעט צװײ טעג נאָכאַנאַנד פֿאָרן אין אַ בױד מיט דרײַ פֿערד, צי אַף דעם, װאָס מע װעט איבערמאָרגן אַף דער נאַכט שױן זײַן אין דער גרױסער שטאָט, אין פּערעיאַסלאַװ?

― קומט אַהער, שקצים, עכברושים, װײַסע חבֿרהניקעס, זעצט אײַך קאָרשט אַװעקעט און מעסט־אָן אָט די שטיװעלעך! ― אַזױ האָט געקאָמאַנדעװעט דער פֿעטער ניסל, געשענקט אַלע דרײַ צו שנעל, װעמען אין נאָז אַרײַן און װעמען אין אַן אױער.

דער פֿעטער ניסל האָט ליב געהאַט קינדער: אײגענע, פֿרעמדע ― אַלץ אײנס, און דעריבער איז באַקומען פֿון אים אַ שנעל געװען ניט קײן שטראָף, נאָר אַ פֿאַרגעניגן, עס האָט געמעגט אַפֿילו שמאַרצן דערנאָך אַ האַלבע שעה כּסדר. פֿון דעם, װאָס מע האָט ליב, איז אַ פּאַטש אױך אַ מתּנה. און ליב האָבן אים די קינדער געהאַט דערפֿאַר שױן אַלײן, װאָס ער איז געװען כּמעט דער אײנציקער אין דער משפּחה, װאָס האָט קײנמאָל קײנעם ניט געשטראָפֿט, קײן מוסר נישט געזאָגט און נישט אַכטונג געגעבן, װי אַנדערע, מע זאָל לערנען אָדער דאַװנען. אַדרבה, מיט קינדער קונדסים איז ער אַלײן אױך געװען אַ קונדס, ליב געהאַט אַ לאַך צו טאָן און אַ שטיף טאָן, אינאײנעם מיט זײ אַרײַנלאָזן אַ רעכטע פּאָרציע שמעק־טאַבעקע אין נאָז אַרײַן אַן אַלטן ייִדן, װאָס איז אַנטשלאָפֿן געװאָרן, זיצנדיק אין בית־המדרש, און װינטשעװען אים נאָכדעם „צו געזונט“, אַז יענער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט מיט אַ ניסערײַ און מיט אַ הוסטערײַ. און װער שמועסט שׂמחת־תּורה ― דעמאָלט איז ער געװען מער װײַסער־חבֿרהניק פֿון אַלע װײַסע־חבֿרהניקעס; ער אַלײן האָט אָנגעטרונקען גדליה דעם שכּור מיט בראָנפֿן און געהאָלפֿן די קינדער, זײ זאָלן בינדן גדליהן הענט און פֿיס, װי אַ באַראַן, פֿאַרשליסן אים אין קאַמער און דאָרטן צוקרעמפּעװען זײַן האַנט דורך אַ לאַנגן שטריק צום סװאָלעק מיט אַ גלאָק, אַזױ, אַז ער װעט זיך אױסניכטערן און װעט װעלן אױפֿשטײן, זאָל ער ניט װילנדיק אָנהײבן קלינגען, װי אַף אַ שׂרפֿה, און די גאַנצע שטאָט זאָל זיך צונױפֿלױפֿן מיט אַ ליאַרעם און אַ געפּילדער: „װעד ברענט?“…

פֿון דעם איז צו פֿאַרשטײן, װי שװער ס'איז געװען מיט אַזאַ פֿעטער זיך צעשײדן! באַם געזעגענען זיך האָט ער די חבֿרה געטרײסט מיט װערטער און מיט אַ זעץ אין די פּלײצעס: „נישקשה, ניטשעװאָ, מירן זיך נאָר זען! א י ך װ ע ל ד אָ א ו י ך ל אַ נ ג נ י ש ט פֿ אַ ר ־ ב ל ײַ ב ן! “… אַזױ װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט ― װי דער לעזער װײס שױן פֿון די פֿריִערדיקע באַשרײַבונגען.

אָנגעטאָן די נײַע שטיװעלעך און געפֿילט זיך אין זײ מחיהדיק גוט, װי אױסגעװאַקסן, האָבן חבֿרה קודם־כּל באַקאַנט זיך מיט דער בױד, מיט אַלע דרײַ פֿערדלעך און מיטן בעל־עגלה, װאָס װעט זײ פֿירן פֿון דאַנען אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן.

די בױד ― אַ בױד װי אַלע בױדן, אױבן מיט אַ גרױען געלאַטעטן דעקטוך, גוט אױסגעבעט מיט הײ און מיט ראָגאָזשעס, דאַכט זיך, װײך, דאַרף זײַן אַ תּענוג צו זיצן. דעם „תּענוג“ זײַנען חבֿרה געװױרע געװאָרן נאָכדעם, אַפֿן אַנדערן טאָג פֿון דער נסיעה, אַז זײ האָבן שױן נישט געפֿילט אײן בײן אַ גאַנצן. דאָס איז די בױד. און די פֿערדלעך ― זײ פֿאַרדינען באַשריבן צו װערן כאָטש אין קורצע װערטער, נאָר יעדעס פֿערדל באַזונדער, װאָרעם די דרײַ פֿערדלעך (באַ מאיר־װעלװל בעל־עגלה האָבן זײ געהײסן „סוסים“) האָבן זיך אַזױ אָנגעקערט אײנס מיט דאָס אַנדערע, אַזױ װי עס קערט זיך אָן, למשל, אַ שטרױענער דאַך מיט אַ פּדיון־הבן. דאָס איז געװען אַ ייִ ד י ש ע ט ר אָ י ק ע.

מיר הײבן אָן פֿונעם מיטלסטן, פֿונעם „קאָרענאָי“. באַ מאיר־װעלװל דעם בעל־עגלה האָט ער געהײסן מיטן נאָמען „מאודריק“. פֿאַרװאָס „מאודריק“? װײסט מען ניט. אפֿשר דערפֿאַר, װײַל מאודריק נעמט זיך פֿונעם װאָרט מאודרײ, און מאודרײ איז די טײַטש ח כ ם , כאָטש קײן גרױסער חכם, דאַרף מען זאָגן דעם אמת, איז דער דאָזיקער מאודריק נישט געװען. ער איז נאָר געװען אָנגעשטאָפּט מיט יאָרן ― דאָס יאָ. דאָס האָט מען געקאָנט אַרױסזען פֿון זײַן אַלטער מאָרדע מיט די רירנדיקע אױגן און פֿון זײַן אױסגעטריפּעטן עק און פֿון די הױכע בײנער, װאָס האָבן אַרױסגעסטאַרטשעט פֿון זײַן אַמאָליקן ברײטן הינטן און פֿונדעסטװעגן, נישט קוקנדיק אַף זײַן עלטער, איז דער גאַנצער װאָגן מיט דער גאַנצער משׂא געלעגן כּמעט נאָר אַף אים, מחמת יענע, די צװײ „פּריס־טיאַזשנע“, האָבן זיך נאָר ג ע מ אַ כ ט װי זײ שלעפּן.

די דאָזיקע צװײ „סוסים“ האָבן אױך געהאַט נעמען. אײנעם האָט מען גערופֿן מיטן נאָמען „טענצער“, װײַל דער גאַנג זײַנער איז געװען מיט אַ טענצל. ער האָט געהאַלטן אין אײן טאַנצן. אַלע פֿיר פֿיס האָבן באַ אים געטאַנצט, נאָר יעדער פֿוס האָט געטאַנצט באַזונדער. זײ האָבן זיך נישט אױפֿגערעדט. און דערפֿאַר איז פֿון זײַן טאַנצן קײן גוטס נישט אַרױסגעקומען. ער האָט נאָר געשטערט מאודריקן ― איז אײנס; און װידער האָט ער אַזױ געטרײסלט דעם װאָגן, אַז ס'האָט אַרױסגעטרײסלט די נשמה. מאָלט אײַך, מאיר־װעלװל האָט זיך מיט אים אָפּגערעכנט: „װעסט באַ מיר טאַנצן!“ ― האָט ער אים געזאָגט און אײַנגעטײַטשט אַ מאָל מיט דער בײַטש און אַ מאָל מיטן שטעקל פֿון דער בײַטש. דעם גאַנצן װעג האָט ער אים געהאַלטן אין אײן שלאָגן, געלערנט מיט אים בלק. דאָס האָט אָבער װינציק־װאָס געהאָלפֿן. טענצער איז ניט נתפּעל געװאָרן און ניט אױפֿגעהערט צו טאַנצן. אַדרבה, אַז מע האָט אים גוט דערלאַנגט, איז נאָך געװען ערגער: ער האָט אָפּגעענטפֿערט מיט בײדע הינטערשטע פֿיס, װי אײנער רעדט: „אַז דו װילסט, נאַ דיר!“… אין װוּקס איז ער געװען אַ קלײנער, אַ סך קלענער פֿון מאודריקן, נאָר אַ מאָרדע האָט ער געהאַט אַ סך אַ קליגערע פֿון מאודריקן. גאָר קײן ערך ניט. ס'איז מעגלעך, אַז מאיר־װעלװל האָט ניט מגזם געװען דערמיט, װאָס ער האָט זיך באַרימט, אַז טענצער איז געװען אַמאָל גאָר פֿון די „געהױבענע סוסים“, נאָר װײַל ער איז פֿון אַ גוט אױג געכאַפּט געװאָרן אַף די רגלים און מע האָט מיט אים גאָרנישט געקאָנט מאַכן, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן צו אים אין די הענט אַרײַן און ער לערנט מיט אים פֿון דעמאָלט אָן בלק.

דערפֿאַר האָט מאיר־װעלװל דעם דריטן סוס געלאָזט צורו, זעלטן, פֿון יוצא װעגן, דערלאַנגט אַ שמיצל. געװען איז דאָס אַ שקאַפּקע, אַ נידעריקע און אַ גראָבע, מיט מאָכנאַטע פֿיס, און געהײסן האָט זי באַ אים די „יחסנטע“, דערפֿאַר, װאָס זי קומט אַרױס פֿון אַ גרױסן יחוס: זי איז געװען אַמאָל ― אַזױ האָט דערצײלט מאיר־װעלװל, פֿאָרנדיק אין װעג, ― אַ גלחס אַ פֿערד. װי קומט זי צו אים? איז דערינען אַ גאַנצע מעשׂה, װאָס מע קאָן זי ניט איבערדערצײלן מיט אַלע פּישטשעװקעס: ערשטנס, איז דאָס שױן זײער לאַנג ― װי קאָן מען זיך אָנגעדענקען? און, צװײטנס, האָט זיך די מעשׂה נאָך דעמאָלט באַ מאיר־װעלװלען ניט געקלעפּט אַקוראַט. עס געדענקט זיך נאָר, אַז די יחסנטע איז געװען, װי מאיר־װעלװל דערצײלט מיט אַ שמײכל, אַ געגנבֿעטע. דאָס הײסט, נישט ער, חלילה, האָט זי געגנבֿעט; געגנבֿעט האָבן אַנדערע, נאָר ער האָט זי אַװעקגעקױפֿט בחצי־חנם, און בעת ער האָט זי געקױפֿט, האָט ער ניט אָנגעהױבן צו װיסן, ער זאָל אַזױ ניט װיסן פֿון קײן צער און פֿון קײן דלות, אַז זי איז אַ געגנבֿעטע, װאָרעם װען ער זאָל װיסן, אַז זי איז אַ געגנבֿעטע, און נאָך באַ אַ גלח דערצו, װאָלט ער זיך ניט צוגערירט צו איר, מע זאָל אים אָפּגילטן (דערבײַ מאַכט שױן מאיר־װעלװל אַן ערנסטע מינע), טאַקע ממש אָפּגילטן! נישט מחמת ער איז אַזאַ צדיק אין אַ פּעלץ און האָט מורא זיך צורירן צו אַ געגנבֿעט פֿערד. װאָס גײט אים אָן, אַז יענער איז אַ גנבֿ? ביסטו אַ גנבֿ, װעט מען דיך שמײַסן אַף יענער װעלט. נאָר ער װאָלט זי נישט געקױפֿט איבער אַז אַנדער זאַך. ער האָט פֿײַנט פּאָליציע, אַזױ װי חזיר. ער װיל נישט האָבן קײן שום „דאָטשיניעניעס“ מיט פּאָליצײ! והראיה, ער האָט אַמאָל געהאַט אַף זיך אַ פּעקל, אַן אומגליק, אַ בלבול. שׂונאים בעלי־עגלות האָבן אים אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל, יאַנקל בולגאַטש, אַ רוח אין זײַן קוטשמע!…

און דאָ גײט־אַװעק באַ מאיר־װעלװלען אַ זײַטיקע מעשׂה, און נאָך אַ מעשׂה, און נאָך אַ מעשׂה, און פֿון די אַלע מעשׂיות האָט מען געקענט שטאַרק חושך זײַן, אַז מאיר־װעלװל האָט שטאַרקע „דאָטשיניעניעס“ מיט פֿערד־גנבֿים און מיט פּאָליציע…

דערפֿאַר האָט ער אָבער געהאַט אַ מעלה ― ער איז געװען, װי מיר האָבן שױן אױבן געזאָגט, אַ באַרעדעװדיקער און האָט מיט זײַנע נײַן מאָס רײד זײער גוט אונטערגעהאַלטן די יונגע פּאַרשױנדלעך דעם גאַנצן װעג פֿון װאָראָנקאָ קײן באַרישפּאָליע און פֿון באַרישפּאָליע קײן פּערעיאַסלאַװ ― דאָס מױל האָט זיך אים ניט צוגעמאַכט אַף קײן מינוט אַפֿילו. אַלצדינג זײַנען פֿון אים די קינדער געװױרע געװאָרן, פֿון זינט ער איז געװען אַ ייִנגל אַ שמײַסער באַ יאַנקל בולגאַטש, און דערנאָך, װי אַזױ ער האָט חתונה געהאַט און אַלײן געװאָרן פֿאַר זיך אַ בעל־עגלה, האָט אים יאַנקל בולגאַטש גערודפֿט, געגראָבן, נאָר ער האָט אים אין דער ערד! און פֿון זײַן װײַב האָט ער דערצײלט, װי אַזױ זי איז געװען אַמאָל אַ מײדל, און דװקא אַ שײנע, אַ קראַסאַװיצע! און װי אַזױ ער איז געװען נאָך איר די כּפּרה! שיר־שיר ניט אײַנגענומען אַ מיתה־משונה ― אַזאַ קראַסאַ־ װיצע איז דאָס געװען! הײַנט, װען ער װערט צוריק אַ בחור, װאָלט ער אַפֿילו ניט געװאָלט קוקן אַף איר, נאָר דעמאָלט איז ער נאָך געװען אַ „יאַט“…

דאָס װאָרט „יאַט“ האָבן חבֿרה נישט רעכט פֿאַרשטאַנען; נאָר אַז מאיר־װעלװל האָט גענומען דערצײלן אין זײַן װײַטערדיקער ביאָגראַפֿיע, װי אַזױ זײַן װײַב האָט אים קאַרגער אַ יאָר נאָך דער חתונה געבױרן אַ יאַטל, און שפּעטער מיט אַ יאָר נאָך אַ יאַטל, און נאָך אַ יאַטל, און נאָך אַ יאַטל ― האָבן זיך חבֿרה אָנגעשטױסן װאָס דאָס איז.

געענדיקט דערצײלן זײַן אײגענע געשיכטע, איז מאיר־װעלװל בעל־עגלה אַריבער צו דער געשיכטע פֿון יאַנקל בולגאַטש און פֿון אַנדערע בעלי־עגלות, אָנגערופֿן אַלעמען באַ די נעמען און באַקאַנט געמאַכט, װיפֿל און װאָסערע פֿערד יעדער האָט, װער עס האָט פֿערד, טאַקע „סוסים“, און װער עס האָט „פּגירות, נבֿלות, פֿעל“.

פֿון בעלי־עגלות איז מאיר־װעלװל אַריבער אַף פֿערד־הענדלער און אַף ציגײַנערס און אַף גנבֿים און אַף „נבֿיאים“. דער חילוק פֿון אַ גנבֿ ביז אַ נבֿיא איז דער ― אַזױ האָט מאיר־װעלװל געגעבן צו פֿאַרשטײן: ― װאָס דער גנבֿ פֿירט־אַרױס דעם סוס פֿון שטאַל, און דער „נבֿיא“ ― דער טרעפֿט און װײַזט־אָן, װוּ דער סוס געפֿינט זיך. דעריבער מוז מען מיט די נבֿיאים שלאָגן בלאַט נאָך מער װי מיט די גנבֿים… נײן, די קינדער װעלן דאָס אין צװײ יאָר נישט געװױרע װערן, װאָס זײ זײַנען געװױרע געװאָרן פֿון מאיר־װעלװל בעל־עגלה אין די צװײ טעג פֿון זײער נסיעה.

אַצינד, אַז מיר זײַנען שױן באַקאַנט מיטן בעל־עגלה, מיט זײַן בױד און מיט זײַנע דרײַ סוסים, מעגן מיר זיך אומקערן אַף אַ קורצער װײַלע צוריק קײן װאָראָנקאָ און דערצײלן, װי אַזױ דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט זײַן שטעטעלע, אײדער ער האָט דאָס פֿאַרלאָזן אַף שטענדיק. זײַ געזונט, װאָראָנקאָ!

דער העלד געזעגנט זיך אָפּ מיט זײַן שטעטעלע ― ער שװערט װעגן אוצר. ―

ער איז גרײט אַװעקצושענקען גערגעלען זײַנע אַלטע שיך. ― אַ נאַרישער אינצידענט מיט „פֿרומע די מױד“.

װיפֿל דאָס שטעטל האָט זיך ניט צוגעגעסן, װיפֿל די מענטשן זײַנען ניט נמאס געװאָרן, און װיפֿל פּיניעלע שימעלעס האָט אין זײַן צײַט ניט געמאַכט עס צו קלײנגעלט, האָט װאָראָנקאָ פֿאַרן אַװעקפֿאָר פֿון נחום װעװיקס קינדער אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן צוריק באַקומען באַ זײ אין די אױגן דעם אַמאָליקן חן מיטן אַמאָליקן גלאַנץ, און עס האָט באמת האַרצעדיק באַנג געטאָן מיט דעם זיך צו שײדן.

גלײַך װי מיט עפּעס אַ לעבעדיקער זאַך, גלײַך װי מיט אַ ליבן און גע־ טרײַען חבֿר ― אַזױ האָט זיך שלום נחום װעװיקס געזעגנט מיטן שטעטל, אָנגעהױבן פֿון דעם הױף מיטן גאָרטן און מיט איטלעכס בײמעלע, װאָס האָבן שױן איצטער געהערט צו אַן אַנדערן, און אױסגעלאָזט מיטן באַרג, װאָס אַף יענער זײַט בית־המדרש, און מיט דער „לעװאַדע“, װאָס אַף יענער זײַט שטאָט, ― די ערטער, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט מיט זײַנע בעסטע חבֿרים, רעכענענדיק פֿון דעם ערשטן, פֿון שמואליק דעם יתום, ביזן לעצטן ― ביז גערגעלע־גנבֿ.

גאַנץ באַזונדער האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אַף יענעם אָרט, װוּ עס איז געלעגן, װעדליק שמואליק האָט געװוּסט כּמעט פֿאַר געװיס, באַהאַלטן דער אוצר; װי אַ פֿאַרכּשופֿטער איז ער געשטאַנען אײנער אַלײן אין אַ הײליקער שטילקײט, און אַ גאַנצע רײע פֿון מחשבֿות האָבן זיך דורכגעטראָגן אין זײַן קאָפּ: װאָס װעט זײַן מיטן דאָזיקן אוצר, טאָמער חס ושלום געפֿינט אים אַ גױ, ניט קײן ייִד?… און צי איז דאָס מעגלעך, אַז אַ גױ זאָל אים געפֿינען? ― דאָס קאָן װיסן נאָר אַזאַ מענטש, װי זײַן חבֿר שמואליק… װוּ קאָן זײַן איצטער שמואליק? צי װעט ער זיך באַגעגענען אַמאָל מיט שמואליקן? און װאָס װעט זײַן, אױב זײ װעלן זיך באַגעגענען? ― אַז זײ װעלן זיך באַגעגענען ערגעץ־װוּ, איז דאָס ערשטע װעלן זײ מסתּמא בײדע קומען צו פֿאָרן אַהער אַף אַ קורצע צײַט, בײדע אינאײנעם, באַקוקן נאָך אַמאָל די אַלע ערטער, װוּ זײ האָבן אינאײנעם פֿאַרבראַכט זײערע בעסטע ייִנגלשע יאָרן. און דערנאָך װעלן זײ זיך אַ נעם טאָן צום אוצר אַף אַלע כּלים: פֿריִער װעט אײנער פֿאַסטן תּעניתים, דערנאָך דער אַנדערער, און אַז זײ װעלן פֿאַרטיק װערן מיט די תּעניתים און מיטן תּהלים־זאָגן, װעלן זײ נעמען זוכן דעם אוצר. און אַז זײ װעלן