דער פֿעטער ניסל „הוליעט“ ― אַ חשובֿ בײַ „נאַטשאַלסטװע“ ― אַ װײַב אַ צרה ― זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ טשינאָװניק, אָנגעאַרבעט אַ חתונה, אַװעק קײן אַמעריקע ― אַ ניצוץ פֿון אַ פּאָעט
אױב די צװײ עלטערע ברידער, נחום און פּיניע װעװיקס, זײַנען געװען חסידים, איז דער דריטער, דער ייִנגסטער ברודער, ניסל װעװיקס, אָדער װי ער האָט זיך שױן די לעצטע צײַט גערופֿן בײַ זײַן פֿאַמיליע־נאָמען, ניסל ראַבינאָװיטש, געװען שױן גאָר אַ װעלטלעכער, געטראָגן זיך װי אַ שטשאָגל: הינטן אין דער קאַפּאָטע אַ שפּאַלט, ― דאָס האָט געהײסן יענע יאָרן מעשׂה פֿראַנט, אָדער מעשׂה דײַטש ― לאַקירטע שטיװעלעטן מיט שפּראָנציקעס און שטאַרק־שטאַרק אונטערגעבױגענע פּאות. און געהאַלטן האָט ער זיך דעמאָקראַטיש. דהײַנו: אין בית־המדרש האָט ער געהאַט, װי אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים, אַן אָרט אין מזרח, נאָר געזעסן איז ער אױף דער לעזשאַנקע אין פּאָליש, געהאַלטן אַ חומש מיטן „ביאור“ און דערצײלט, דװקא פֿאַרן פּראָסטן עולם, מעשׂיות פֿון רב משהלע װײַנשטײן, פֿון מאָנטעפֿיאָרען און פֿון רױטשילדן אױך. דערצו האָט ער געהאַט אַ באַסאָװע שטימע, געקאָנט שײן זינגען, ליב געהאַט אַ סך לאַכן און געקאָנט מאַכן לאַכנדיק יענעם. מײנסטנס האָבן פֿון אים געלאַכט װײַבער און מײדלעך ― די זײַנען ממש צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער, אַז ער האָט נאָר געװאָלט. מיט װאָס ער האָט זײ גענומען ― איז שװער צו װיסן. נאָר ס'איז געװען גענוג, ער זאָל זײ זאָגן אײן װאָרט ― און די געלעכטערן זײַנען שױן געגאַנגען ביזן הימל.
הײַנט װאָס פֿאַר אַ „הוליאַק“ איז דאָס געװען! אָן אים אַ חתונה איז געװען אַ לװיה, ניט קײן חתונה. ניסל װעװיקס, אָדער ניסל ראַבינאָװיטש, האָט געקאָנט מחיה־מתים זײַן, אַ גאַנצע װעלט מאַכן רעדעװדיק, לאַכנדיק און טאַנצנדיק. דער חילוק צװישן אים און צװישן פֿעטער פּיניע איז געװען, װאָס דער פֿעטער פּיניע האָט געקאָנט טאַנצן, און דער פֿעטער ניסל האָט געקאָנט מאַכן טאַנצן אַנדערע. אַלע און אַלע האָבן מיט אים אױף אַ שׂימחה מיטגעטרונקען, מיטגעזונגען און מיטגעטאַנצט. דער ערשטער איז געװען דער סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ. מיט אים האָט ער זיך געביטן מיט די היטלען ― און ס'איז געװען ליהודים.
בכלל איז ניסל ראַבינאָװיטש געװען מיט נאַטשאַלסטװע אױסגעבונדן, און האָט געפֿירט דאָס שטעטל ביד־רמה, גלײַך װי ער װאָלט אַלײן געװען אַ נאַטשאַלניק, אַ טשינאָװניק. דערצו האָט ער געהאַט אַ פּה־קדוש, גערעדט רוסיש, װי אַן עכטער פֿאָניע: „מעזשדו פּראָטשים, װאַשאַ מילאָסט, פּאַזװאָלטי װאַם פּאָקוריט נאַ נאַש שטשאָט אי טשטאָבי ניע בילאָ ניקאַקיך קאַקאָװМежду прочим, ваша милость, позвольте вам покурить на наш счет и чтобы не было никаких каков: אַגבֿ אײַער עקצעלענץ, זײַט אַזױ גוט און לאָז מיך רײכערן אױף אונדזערע קאָנטע, אָן קײן תּירוץ!“… (זײַט זשע מוחל, אין אײנװעגס פֿאַררײכערט אונדזערן אַ פּאַפּיראָס, און אָן אַ שום תּירוץ!). נישט נאָר ייִדן ― גױים האָבן פֿאַר אים געהאַט דרך־ארץ: „כאָדים דאָ מיסעליאַ; װין אי דילאָ סקאַזשע, אי טשאַרקאַ הורילקאַ בודעХодим до Ниселя: вiн дiло скаже, i чарка горiлкi буде“. (לאָמיר גײן צו ניסלען: אי עסק װעט ער אונדז זאָגן, אי אַ גלעזל בראָנפֿן װעט זײַן).
קהלן זיך האָט ער נאָך מער ליב געהאַט, װי דער פֿעטער פּיניע. שטענדיק האָט ער זיך מיט עמעצן, אָדער פֿאַר עמעצן, געלאָדן, און אים האָט זיך אױסגעמאָלט, אַז ער װײס אַלע זאַקאָנעס. אַ קלײניקײט ― אַ ייִד רעדט אַזױ גוט רוסיש, אַז ס'איז גאָרנישט צו דערקענען, אַז דאָס רעדט אַ ייִד, און דערצו איז ער אַזױ אױסגעבונדן מיט נאַטשאַלסטװע, פּאַטשט דעם סטאַראָסטע, װי אַ הונט, שיכּורט מיטן סטאַרשינאַстаршиной: פֿעלדפֿעבל אַ גאַנצע נאַכט טאַקע בײַ זיך אין שענק, און מיטן סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ קושט ער זיך, װי מיט אַ ברודער!…
נאָר אױף װיפֿל דער פֿעטער ניסל איז געװען אַ חשובֿ אין שטאָט, אױף אַזױ פֿיל איז ער געװען ניט קײן חשובֿ בײַ זײַן אײגן װײַב, בײַ דער מומע האָדל (אַלע גרױסע מענטשן זײַנען בײַ זײערע װײַבער גאָרנישט!). די מומע האָדל איז געװען אַ װײַבעלע אַ קלײנס און אַ שװאַרצס, נאָר דאָס דאָזיקע קלײנע װײַבעלע האָט געהאַלטן איר גרױסן מאַן אין דער מורא ― אימת־מװת!
עס איז געװען צו באַװוּנדערן, װי אָט דער גרױסער הױכער פֿעטער ניסל, דער חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, װאָס רעדט אַזױ גוט רוסיש, און דער שטענדיק פֿרײלעכער און אױסגעפּוצטער קאַװאַליער און אָנגעלײגטער גאַסט בײַ װײַבער, איז אַ בעלן געװען צו כאַפּן פֿון זײַן אײגן קלײנגעװאַקסן װײַבעלע אָדער מיט אַ קישעלע איבערן קאָפּ, אָדער מיט אַ נאַסן בעזעם איבער דער אױסגעפּוצטער קאַפּאָטע! צום מײנסטן האָט זי ליב געהאַט אים בעזעמען דװקא יום־טובֿ, און דװקא שׂימחת־תּורה, און דװקא פֿאַרן גאַנצן עולם אין די אױגן: „לאָז מען װיסן װאָס פֿאַראַ מאַן זײַן װײַב האָט!“… ער האָט אָבער דאָס אָנגענומען פֿאַר אַ קאַטאָװעס, זיך פֿאַרשלאָסן מיט אַלע ייִדן אין זאַל, אױפֿגעעפֿנט פֿלעשער מיט בראָנפֿן, אױפֿגעשלאָגן אַלע פֿעסלעך מיט געזײַערטע אוגערקעס אין קעלער, אַרױסגענומען אַלע טעפּ און טעפּלעך פֿונעם אױװן ― געמאַכט אַ חורבן, אַ פּאָגראָם אין שטוב, און אָפּגעקרענקט נאָכדעם דערפֿאַר פֿון דער מומע האָדל דרײַ װאָכן כּסדר. ס'איז אָבער געװען כּדאַי ― מע האָט זיך גוט אָנגעהוליעט!
שענער פֿון אַלצדינג איז געװען דאָס, װאָס דער פֿעטער ניסל האָט אָן דער מומע האָדל נישט געטאָן פֿון דאַנען אַהין. ער האָט זי געהאַלטן פֿאַר אַ גרױסן בר־דעת; נישט מער, פֿלעגט ער אױף איר מלמד־זכות זײַן, זי איז פֿון קאָרסון, אַ שטאָט אַזעלכע אין קיִעװער גובערניע, און די קאָרסונער זײַנען אַלע „ספּילשליװע“… צו דערצו איז דאָ נאָר אײן רפֿואה ― האָט ער געזאָגט: ― פּערל. אַז גאָט זאָל אים העלפֿן, ער זאָל איר קאָנען קױפֿן גרױסע פּערל, װאָלט איר כאַראַקטער, זאָגט ער, זיך אינגאַנצן איבערגעביטן. „איך װײס נאָך אַ בעסערע רפֿואה“, ― האָט אים דער עלטערער ברודער נחום געפּרוּװט עפֿענען די אױגן און האָט אים אַרײַנגערױמט אַ סוד אױפֿן אױער, פֿון װעלכן דער פֿעטער ניסל איז געװאָרן אַן אױפֿגעציטערטער:
― זאָל גאָט היטן! זאָל דער אײבערשטער שומר־ומציל זײַן!
― פֿאָלג מיך, ניסל! טו װי איך זאָג דיר, װעט דיר זײַן אַז גוט און אַז װױל!…
אין װאָס די דאָזיקע עצה איז באַשטאַנען, האָט זיך אַרױסגעװיזן ערשט העט־העט שפּעטער, אין אַ צײַט אַרום. דעם דאָזיקן סוד האָט די מומע האָדל אַלײן צעפּױקט איבער דער גאַנצער שטאָט דערמיט, װאָס זי האָט געטאַדלט און געשימפֿט, געשמירט און געשאָלטן די גאַנצע משפּחה פֿון איר מאַן: „די משפּחתערע“ ― קײן אַנדער נאָמען האָבן בײַ איר די ראַבינאָװיטשעס ניט געהאַט. „שלאָגן אַ װײַב איז בײַ זײ אַ װאָכעדיקער גאַנג… נאָר ס'װעט זײ פֿריִער אָפּדאַרן די האַנט, אײדער זײ װעלן זיך צורירן“…
דאָס גאַנצע שטעטל האָט געװוּסט פֿונעם סוד, אַז ניסל ראַבינאָװיטש האָט נעבעך אָפּגעשניטענע יאָרן פֿון זײַן װײַב, כאָטש אַפֿילו בײַ דער װעלט איז ער אַ תּקיף און בײַ נאַטשאַלסטװע אַ גאַנצער קאָכלעפֿל. הלװאַי װאָלט ער ניט געװען אַזאַ תּקיף! װאָרעם דאָס, װאָס ער איז געװען אַ תּקיף, האָט אים, אײגנטלעך, אָפּגעקױלעט און סוף־כּל־סוף גליקלעך געמאַכט אים מיט די קינדער און קינדס־קינדער אױף אײביקע יאָרן. װעגן דעם װערט דערצײלט אַ מעשׂה, װאָס שמעקט אױסגעטראַכט צו זײַן, נאָר איך גיב זי איבער, װי איך האָב זי געהערט.
אין אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון װאָראָנקאָ, דאַכט זיך, אין בערעזאַן, האָבן גױים געמאַכט אַ פּריגאָװאָרприговор: גזירה אױף אַ ייִדן, אַז מע זאָל אים אַרױסטרײַבן. װאָס טוט מען? איז מען געקומען צו לױפֿן צו ניסל װעװיקס, אָדער צו ניסל ראַבינאָװיטש: סטײַטש, אַזאַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, װאָס רעדט אַזױ גוט רוסיש און קושט זיך מיטן סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ!… דער פֿעטער ניסל האָט זיך אַ װאָרף געגעבן צום פּריסטאַװ ― ער קאָן דאָ גאָרניט העלפֿן: דאָס װענדט זיך נאָר אינעם „ספּראַװניק“. און דער ספּראַװניק איז, ערשטנס, אַ נײַער מענטש און, צװײטנס, אַ גרױסער המן! װאָס זשע טוט מען װײַטער? װי לאָזט מען דאָס „ראַזאָרעןразорять: פֿאַראומגליקן“ אַ ייִדן און מאַכן אַ תּל פֿון אַ גאַנצער משפּחה? „װאַרט נאָר אױס אַ ביסל, בודיעט דיעלאָ װשליאַפּעбудет дело в шляпе: עס װעט זײַן קײן פּראָבלעם ניט ― ס'װעט זײַן רעכט!“ ― אַזױ האָט געזאָגט דער פֿעטער ניסל און האָט אָפּגעטאָן גאָר אַ קלײניקײט: ער האָט געקריגן די גאַנצע אוניפֿאָרם, װאָס אַ טשינאָװניק טראָגט, האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ „ספּראַװניק“, געכאַפּט אַ פּאָטשט און איז אַרײַנגעפֿאָרן אין דאָרף אַרײַן מיט אַ גלאָק, און האָט געשיקט רופֿן צו זיך דעם סטאַרשינאַ מיט דער גאַנצער „הראָמאַדע“, און האָט זיך צעשריִען אױף זײ: „קאַק װי סמעיעטיע, טאַקיע־סיאַקיעКак вы смеете, такие-сякие: װי װאַגט איר אַזױ טאָן, איר אַזאַ־און־אַזאַ?!“ און געטופּעט מיטן פֿוס, װי אַן אמתער ספּראַװניק, אַז ס'איז נישט „פּאָ־זאַקאָנוпо закону: לױטן געזעץ“, און האָט צעריסן דעם פּריגאָװאָר אױף שטיק־שטיקלעך און אָנגעזאָגט זײ, אַז טאָמער דערװעגן זײ זיך קלאָגן אױף אים צום גובערנאַטאָר, זאָלן זײ װיסן, אַז ער, דער נײַער ספּראַװניק הײסט עס, איז טאַקע דעם גובערנאַטאָרס אַן אײגענער פֿעטער, פֿון דער מאַמעס צד, און זײַן װײַב געהער זיך אָן אַ שטיקל קרובֿה מיטן „מיניסטער אָװנוטרעניך אי װניעשניך דיעלвнутренних и внешних дел: פֿון אינערלעכע און אױסערלעכע ענינים“!…
װער עס האָט געמסרט ― װײס מען ניט. נאָר די געשיכטע מיטן צעריסענעם פּריגאָװאָר און די מעשׂיות מיטן גובערנאַטאָר און מיטן „מיניסטער אָװנוטרעניך אי װניעשניך דיעל“, זײַנען אַרױף, װי בױמל אױפֿן װאַסער, און ס'איז געװאָרן אַ „דיעלאָдело: דיעלע“, און מע האָט אים מחילה אײַנגעזעצט און געמישפּט, און דער שפּיץ איז געװען, אַז דער בראַװער פֿעטער ניסל האָט נעבעך געמוזט װערן אַ בורח, פּשוט, הײסט עס, נעמען און אַנטלױפֿן. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן ― ער איז אַנטלאָפֿן, האָט זיך פֿריִער אָפּגעװאַלגערט אַ שטיקל צײַט אין אַדעס, זיך געמאַכט אַ נײַעם פּאַס מיט אַ נײַעם נאָמען און איז אַװעק קײן אַמעריקע, אַזש קײן קאַנאַדע, די ערשטע צײַט גוט אױסגעריסן געװאָרן, נאָר אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָבן אָנגעהױבן גײן פֿון אים „לעטערסletters: בריװ“, אַז ער „מאַכט אַ לעבן“. שפּעטער האָט ער אַריבערגעצױגן אַהין זײַן גאַנצע משפּחה, װעלכע האָט אױך געשריבן בריװ, אַז זײ „מאַכן אַ לעבן“. נאָכדעם זײַנען אָנגעקומען פֿון זײ אַלעמען זײער שײנע „פּיקטשורסpictures: בילדער“ ― גראַפֿן, אמתדיקע שׂררות! נאָר װי אַזױ מע „מאַכט אַ לעבן“ און װי אַזױ איז בכלל דאָס לעבן אין אַמעריקע ― דאָס האָט מען נישט געקאָנט פֿון זײ אַרױסבאַקומען בשום־אופֿן.
ערשט העט־העט, אין אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק אַרום, אינעם יאָר 6־1905, אין דער צײַט, װען דער װאָס שרײַבט די דאָזיקע ביאָגראַפֿיע האָט אַלײן באַדאַרפֿט אַריבערװאַנדערן איבערן ים און איז געקומען בשלום קײן אַמעריקע, האָט ער זיך אינטערעסירט צו באַקומען גענױע ידיעות װעגן זײַן פֿעטער. איז ער געװױרע געװאָרן, אַז דער פֿעטער ניסל איז שױן אַ שוכן־עפֿר, נאָר ער האָט איבערגעלאָזט אַ שײנעם נאָמען און אַ שײן