פֿונעם יאַריד: די משפּחה

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַנדערן געהער זיך ניט אָן: איר מײדלשער נאָמען „פֿײגעלע־אַשמדאַי“ איז איר פֿאַרבליבן אַף אײביק. װעגן דעם האָבן שױן געזאָרגט נחום װעװיקס קונדסים, און מער פֿון אַלע ― דער מיטלסטער און דער גרעסטער קונדס, דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע געשיכטעס.

16

ד י מ ש פּ ח ה

דרײַ ברידער ― דרײַ פֿאַרשײדענע טיפּן ― אַ „דיעלאָ“ מיט „קאַזנאַ“. ― דער פֿעטער פּיניע טאַנצט אַף לײַכטער.

דער פֿאָטער פֿונעם העלד פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען, נחום װעװיקס, האָט געהאַט נאָך צװײ ברידער: פּיניע װעװיקס און ניסל װעװיקס ― דער װאָס איז אױבן דערמאָנט. און אַן אַנטיק איז דאָס, װאָס יעדער פֿון די דרײַ ברידער איז זיך געװען אַ טיפּ פֿאַר זיך און קײן ברעקל נישט געראָטן אײנס אין דאָס אַנדערע. דער עלטערער, נחום װעװיקס, איז געװען, װי מיר װײסן שױן, אַ מישמאַש פֿון אַ חסיד און אַ משׂכּיל, אַ פֿילאָזאָף און אַ שײנער דאַװענער, אַ למדן און אַ חקרן, און בטבֿע אַ מענטש אַ שטילער, אַ פֿאַרבאָרגענער און אַ גרױסער בעל־מרה־שחורה. דער אַנדערער, פּיניע װעװיקס, ― דער איז געװען שױן גאָר אַ גרױסער ירא־שמים, מיט גאָר אַ לאַנגן טלית־קטן, אַ שײנער ייִד, איך מײן טאַקע אַ שײנער אַפֿן פּנים, מיט אַ שײנער באָרד, שײנע, שמײכלענדיקע אױגן, און בטבֿע זײער אַ לעבעדיקער, אַ מענטש, װאָס קהלט זיך, אַ קאָכלעפֿל, אַ בריה אַ מוהל, חלילה נישט צוליב געלט, נאָר פּשוט לשם מצװה. מיט אײנעם װאָרט, דאָס איז געװען אַ ייִד פֿון הו־האַ, שטענדיק פֿאַרטראָגן אין פֿרעמדע געשעפֿטן, לאָדענישן, דולענישן, פֿאַרלאָזענישן, אױסגלײַכענישן, אַלמנות, יתומים און גלאַט אָרעמעלײַט. הײַנט װוּ איז עפּעס גבאָות אין בית־המדרש, אין קלױז, אין חבֿרה־קדישא, אין חבֿרה־משניות און חבֿרה־תּהלים? איך האָב מורא, אַז דאָס איז באַ אים געװען טײַערער פֿון אַן אײגענעם מאַרק אָדער אַ יאַריד. רבי־געלט האָט דאָס אים אױך געקאָסט גענוג. נאָר װיבאַלד ס'איז אַ מצװה, װאָס מאַכט דאָס אױס? אַדרבה, װאָס מער עס קאָסט רבי־געלט, אַלץ גרעסער איז די מצװה, און באַקלאָגן זיך דערױף טאָר מען נישט, װאָרעם דעמאָלט איז שױן די מצװה אױס מצװה.

למשל, עס געדענקט זיך אַ מעשׂה: אײנמאָל האָט געזאָלט זײַן „טאָרגעס“ אַף דער „פּאָטשט“. בכדי מע זאָל זיך ניט שמײַסן אין די מקחים און מע זאָל צו דער פּאָטשט ניט דערלײגן קײן געלט, זײַנען ייִדן געפֿאַלן אַף אַ המצאה, אַז דער װאָס װיל נעמען די פּאָטשט, זאָל צעטײלן צװישן די קאָנקורענטן אַ געװיסע סומע געלט, װעט מען אים נישט קאַליע מאַכן די מקחים. נאָר די קאָנקורענטן אַלײן װעט מען דאָך ניט גלײבן, לײגט מען אײַן דאָס געלט אין אַ זיכערן אָרט און מע גײט אַף די טאָרגעס. און װאָס קאָן זײַן נאָך אַ מער זיכערער אָרט, װי באַ פּיניע װעװיקס? האָט מען אײַנגעלײגט באַ אים דאָס געלט און מע איז אַװעק אַף טאָרגעס, און דער װאָס האָט דאָס געלט אײַנגעלײגט האָט אָפּגעטאָן אַ שפּיצל, זיך כּלומרשט פֿון די טאָרגעס אַרױסגעגליטשט, דאָס געלט אָפּגענומען און ערשט דערנאָך אַרױסגעשטעלט אַלעמען אַ שײנע פֿײַג. אַװדאי האָבן די קאָנקורענטן געמסרט װוּ מען דאַרף, און מע האָט צום ערשטן אַ נעם געגעבן זיך צו יענעם פּאַרשױן, װאָס האָט דאָס געלט געגעבן, און דערנאָך צום צװײטן פּאַרשױן, װאָס דאָס געלט איז געװען באַ אים אײַנגעלײגט: רב ייִד, זײַט־זשע מוחל, װאָס איז דאָ געװען פֿאַר אַ מעשׂה? האָט זײ נעבעך פּיניע װעװיקס דערצײלט די מעשׂה, װי דער אמת איז. האָט מען אים געמשפּט פֿאַר באַגנבֿהנען „קאַזנאַ“, און דאָס גליק איז געװען, װאָס אַפֿן אָרט פֿון טורמע האָט מען אים אָפּגעמשפּט נאָר מיט געלט־שטראָף.

מײנט איר אַװדאי, אַז דאָס האָט אים אָנגעלערנט? האָט איר אַ טעות. יענעמס געשעפֿטן, דאָרט װוּ סע שמעקט מיט קהל און מיט אַ טובֿה פֿאַר אַ ייִדן, זײַנען בילכער פֿון אײגענע געשעפֿטן. אַװעקװאַרפֿן, למשל, אַ מאַרק אָדער אַ יאַריד און לױפֿן אַף אַ ברית ― פֿון דעם שמועסט מען ניט. דערױף איז מען דאָך עפּעס אַ מוהל באַ ייִדן. אָדער חתונה מאַכן אַן אָרעמע יתומה און טאַנצן מיט די אָרעמע מחותּנים אַ גאַנצע נאַכט ― דאָס איז דאָך אַװדאי אַ גרױסע מצװה, װאָס ניט אָפֿט קומט עס צו דער האַנט.

רײדנדיק פֿון טאַנצן, איז שװער זיך אײַנצוהאַלטן און נישט באַװוּנדערן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אָט אַזאַ ייִדן אַ ירא־שמים, ער זאָל קאָנען טאַנצן, און נאָך אַזױ שײן טאַנצן? װוּ האָט ער זיך דאָס אַזױ געלערנט, למשל? און װער איז געװען זײַן רבי יענע יאָרן? טאַנצן אַ „חסיד“, אַ „קאָזאַק“ און אַ „פֿאָניע“ ― פֿון דעם איז אָפּגערעדט.

― שטיל זאָל זײַן! רב פּיניע װעװיקס װעט טאַנצן אַ חסיד!

― צערוקט זיך, עולם! רב פּיניע װעװיקס װעט גײן אַ קאָזאַק!

אָדער:

― װײַבער, אַף אַ זײַט! רב פּיניע װעװיקס װעט אונדז װײַזן אַ פֿאָניע!

און דער גאַנצער עולם צערוקט זיך, מאַכט אַ װאַרע. און דער פֿעטער פּיניע „טאַנצט אַ חסיד“, „גײט אַ קאָזאַק“, אָדער ער „װײַזט אַ פֿאָניע“, און דער עולם שטײט אַף קעפּ. עין לא ראַתה!

װאָס אָרעמער ס'איז געװען די חתונה, אַלץ גרעסער איז געװען די שׂמחה. דאָס הײסט, װאָס די מחותּנים זײַנען געװען גרעסערע אָרעמעלײַט, אַלץ מער האָט דאָרט דער פֿעטער פּיניע געטאַנצט און באַװיזן אַזעלכע קונצן, װאָס טאַקע עין לא ראַתה ― און טאַקע נאָר לשם מצװה, בכדי צו משׂמח זײַן חתן־כּלה. מע האָט באַדאַרפֿט אַף חידושים גײן זען פּיניע װעװיקס, װי ער טאַנצט „אַף לײַכטער“ מיט ברענענדיקע ליכט, אָדער „אַף אַ שפּיגל“, און אַזױ גרינג, אַזױ גראַציעז, װי דער גרעסטער פֿון די הײַנטיקע טענצער פֿון דער װעלט. אַזאַ מין טאַנצן װאָלט מען הײַנטיקע צײַטן געקאָנט װײַזן אַף בילעטן און מאַכן אַ סך געלט. די קאַפּאָטע אַראָפּגעװאָרפֿן, דעם טלית־קטן אַרױסגעצױגן, די אַרבל פֿאַרקאַטשעט, די הױזן במילא אַרײַנגעשטעקט אין די שטיװל, און די פֿיס קױם־קױם װאָס זײ באַרירן די ערד, און דער קאָפּ איז פֿאַרװאָרפֿן אַרױף, די אױגן צו, אַפֿן פּנים זעט מען התפּעלות מיט התרוממות, װי בשעת דאַװנען און די כּלי־זמר שפּילן אַ ייִדישע זאַך, און דער עולם פּליעסקעט, און די ראָד װערט אַלע מאָל גרעסער און גרעסער, און דער טענצער, אױסמײַדנדיק די לײַכטער מיט די ברענענדיקע ליכט, גײט־אַרײַן װאָס װײַטער אין אַלץ מער התפּעלות און אין אַלץ מער התרוממות הנפֿש ― נײן, דאָס איז ניט געװען קײן טאַנצן! איך װאָלט געזאָגט, אַז דאָס איז געװען גיכער אַ מין עבֿודת־הבורא, אַ רײנע גאָטעס־דינסט. און איך שטעל זיך אָפּ און פֿרעג נאָך אַ מאָל די אײגענע קשיה: פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אָט־ אַזאַ ייִדן אַ ירא־שמים, ער זאָל דערגרײכן אַזױ װײַט אין דער קונסט פֿון טאַנצן? װוּ האָט ער זיך עס אױסגעלערנט? און װער האָט געקאָנט זײַן דער רבי זײַנער?

פֿאַררעדט זיך װעגן טענץ, האָבן מיר דערװײַל פֿאַרגעסן דעם דריטן ברודער, ניסל װעװיקס, פֿון װעלכן מיר װעלן זאָגן עטלעכע װערטער אינעם װײַטערדיקן קאַפּיטל. דער פֿעטער ניסל און די מומע האָדל

דער פֿעטער ניסל „הוליעט“. ― אַ חשובֿ באַ „נאַטשאַלסטװע“. ― אַ װײַב אַ צרה. ―

זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ טשינאָװניק, אָנגעאַרבעט אַ חתונה, אַװעק קײן אַמעריקע. ― אַ ניצוץ פֿון אַ פּאָעט

אױב די צװײ עלטערע ברידער, נחום און פּיניע װעװיקס, זײַנען געװען חסידים, איז דער דריטער, דער ייִנגסטער ברודער, ניסל װעװיקס, אָדער װי ער האָט זיך שױן די לעצטע צײַט גערופֿן באַ זײַן פֿאַמיליע־נאָ־מען, ניסל ראַבינאָװיטש, געװען שױן גאָר אַ װעלטלעכער, געטראָגן זיך װי אַ שטשאָגל: הינטן אין דער קאַפּאָטע אַ שפּאַלט, ― דאָס האָט געהײסן יענע יאָרן מעשׂה פֿראַנט, אָדער מעשׂה דײַטש ― לאַקירטע שטיװעלעטן מיט שפּראָנציקעס און שטאַרק־שטאַרק אונטערגעבױגענע פּאות. און געהאַלטן האָט ער זיך דעמאָקראַטיש. דהײַנו: אין בית־המדרש האָט ער געהאַט, װי אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים, אַן אָרט אין מזרח, נאָר געזעסן איז ער אַף דער לעזשאַנקע אין פּאָליש, געהאַלטן אַ חומש מיטן „ביאור“ און דערצײלט, דװקא פֿאַרן פּראָסטן עולם, מעשׂיות פֿון רב משהלע װײַנשטײן, פֿון מאָנטעפֿיאָרען און פֿון רױטשילדן אױך. דערצו האָט ער געהאַט אַ באַסאָװע שטימע, געקאָנט שײן זינגען, ליב געהאַט אַ סך לאַכן און געקאָנט מאַכן לאַכנדיק יענעם. מײנסטנס האָבן פֿון אים געלאַכט װײַבער און מײדלעך ― די זײַנען ממש צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער, אַז ער האָט נאָר געװאָלט. מיט װאָס ער האָט זײ גענומען ― איז שװער צו װיסן. נאָר ס'איז געװען גענוג, ער זאָל זײ זאָגן אײן װאָרט ― און די געלעכטערן זײַנען שױן געגאַנגען ביזן הימל.

הײַנט װאָס פֿאַר אַ „הוליאַק“ איז דאָס געװען! אָן אים אַ חתונה איז געװען אַ לװיה, ניט קײן חתונה. ניסל װעװיקס, אָדער ניסל ראַבינאָװיטש, האָט געקאָנט מחיה־מתים זײַן, אַ גאַנצע װעלט מאַכן רעדעװדיק, לאַכנדיק און טאַנצנדיק. דער חילוק צװישן אים און צװישן פֿעטער פּיניע איז געװען, װאָס דער פֿעטער פּיניע האָט געקאָנט טאַנצן, און דער פֿעטער ניסל האָט געקאָנט מאַכן טאַנצן אַנדערע. אַלע און אַלע האָבן מיט אים אַף אַ שׂמחה מיטגעטרונקען, מיטגעזונגען און מיטגעטאַנצט. דער ערשטער איז געװען דער סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ. מיט אים האָט ער זיך געביטן מיט די היטלען ― און ס'איז געװען ליהודים.

בכלל איז ניסל ראַבינאָװיטש געװען מיט נאַטשאַלסטװע אױסגעבונדן, און האָט געפֿירט דאָס שטעטל ביד רמה, גלײַך װי ער װאָלט אַלײן געװען אַ נאַטשאַלניק, אַ טשינאָװניק. דערצו האָט ער געהאַט אַ פּה־קדוש, גע־