פֿונעם יאַריד: פֿײגעלע־אַשמדאי

שלום עליכם (אַלע װערק)

װײַטער אַלץ טיפֿער און טיפֿער אין אָפּגרונט אַרײַן, און גאָט װײס, װוּהין חבֿרה װאָלטן מיט אים פֿאַרגאַנגען, װען בערל דער אַלמנהס זאָל ניט געװען האָבן זײַן װיסטן סוף פֿון זיך אַלײן אַף אַזאַ מין אופֿן, װאָס קײנעם װאָלט דאָס גאָר אין קאָפּ ניט אײַנגעפֿאַלן און װאָס זײַנע חבֿרים פֿון חדר זײַנען נאָך געװען אַזױ יונג און אומשולדיק, אַז זײ האָבן נאָך רעכט ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן. זײ װײסן נאָר, אַז ס'איז געװען אַ מעשׂה אײנמאָל אין אַ פֿרײַטיק, האָט מען געכאַפּט דעם בחור אַף יענער זײַט באָד, װוּ ער האָט אַרױסגעקאַלופּעט אַ שטיקל גלאָז פֿון אַ טאַפֿליע און אַרײַנגעקוקט מיט אײן אױג אינעװײניק אַרײַן צו די װײַבער, װי זײ באָדן זיך…

װײ־װײ, װאָס ס'האָט זיך דעמאָלט אָפּגעטאָן אין שטעטל! זײַן מאַמע, די אַלמנה, האָט געחלשט, און אים האָט מען אָפּגענומען פֿון חדר און ניט אַרײַנגעלאָזט אין בית־מדרש אַרײַן, און קײן ייִנגל, אַבי נאָר אַ טאַטנס אַ קינד, האָט ניט געװאַגט מער צו באַגעגענען זיך מיט דעם „מומר־להכעיס“. אַזױ האָט מען אים נאָכדעם אַ נאָמען געגעבן. און בכדי צו פֿאַרענטפֿערן, אַפּנים, דעם דאָזיקן נאָמען, האָט זיך בערל דער אַלמנהס אין אַ צײַט אַרום, זײַן מאַמע די אַלמנה האָט שױן דעמאָלט ניט געלעבט, אָפּגעשמדט און פֿאַרפֿאַלן געװאָרן.

14

פֿײגעלע־אַשמדאַי

שקצים װערן בעלי־תּשובֿה. ― אַ רוח, ניט קײן מײדל. ― אַ מכשפֿה װאָס קיצלט.

פֿונדעסטװעגן דאַרף מען ניט מײנען, אַז דער יצר־הרע האָט אינגאַנצן אױסגעפֿירט און אַז דער יצר־טובֿ איז אַלע מאָל געװען הינטערשטעליק. מע דאַרף נישט פֿאַרגעסן, אַז ס'איז געװען אַ ראָש־חודש אלול אַף דער װעלט, מיט תּשובֿה־טעג, מיט אַ ראָש־השנה־יום־כּפּור, און גלאַט תּפֿלות, תּעניתים און סגופֿים, װאָס ערלעכע ייִדן האָבן צוגעטראַכט. ניט קוקנדיק אַף די קלײנע גנבֿהלעך, אַף די קאָרטן און אַף די אַנדערע ייִנגלשע עבֿירות, קאָן מען זאָגן גאַנץ זיכערלעך, אַז דער מיטלסטער פֿון די ברידער, שלום נחום װעװיקס, איז געװען באמת פֿרום, מורא געהאַט פֿאַר גאָט און געגעבן זיך ניט אײן מאָל דאָס װאָרט, אַז ער װעט עלטער װערן, װעט ער זיך פֿאַרבעסערן ,און װעט, אם ירצה שם, זײַן גוט און פֿרום, אַזױ װי די באָבע מינדע האָט געהײסן, און אַזױ װי דער רבי האָט געהײסן, און אַזױ װי אַלע גוטע־פֿרומע לײַט הײסן.

אָפֿטמאָל האָט זיך געטראָפֿן, אַז ער האָט געװײנט באַם דאַװנען, זיך געשלאָגן על־חטא און דערװײַטערט זיך פֿון די עלטערע ברידער און פֿון אַלע יענע חבֿרים־שקצים, װאָס רײדן אָן שלעכטס טאָן. און אַן אמתער בעל־תּשובֿהניק איז ער געװאָרן, אַז ס'איז געקומען די צײַט פֿון תּשובֿה־טעג, פֿון ימים נוראָים.

זײַן גוט און פֿרום איז בכלל זײער זיס און אָנגענעם. נאָר װער עס האָט אַמאָל געפּרוּװט זײַן אַ בעל־תּשובֿהניק ― דער װעט מודה זײַן, אַז קײן בעסערע זאַך קאָן שױן גאָר אַף דער װעלט ניט זײַן. אַ בעל־תּשובֿה איז אַ מענטש, װאָס בעט זיך איבער מיט גאָט, נעמט־אײַן דעם יצר־הרע און באַהעפֿט זיך מיט דער שכינה. באַרעכנט נאָר: װאָס קאָן זײַן בעסער פֿון דעם, אַז מע בעט זיך איבער? און װאָס קאָן זײַן זיסער פֿון נצחון? און װאָס קאָן זײַן ליבער פֿון דער שכינה? אַ בעל־תּשובֿה פֿילט זיך גאַנץ, און שטאַרק, און רײן, און פֿריש, און נײַגעבױרן, און קאָן קוקן איטלעכן גלײַך אין די אױגן אַרײַן. ס'איז גוט, אױסגעצײכנט גוט צו זײַן אַ בעל־תּשובֿה!

שױן אַז דער חודש אלול איז אַרײַנגעטראָטן און עס האָט זיך געלאָזט הערן דער ערשטער בלאָז פֿונעם שופֿר, האָט זיך דעם העלד פֿון דער דאָזיקער אױטאָביאָגראַפֿיע אױסגעװיזן, אַז ער זעט ליגן דעם יצר־הרע אַ געבונדענעם, זיך װאַלגערן אַף דער ערד און זיך בעטן רחמים, מע זאָל אים אַזױ שטאַרק ניט טרעטן מיט די פֿיס. און װער שמועסט ראָש־השנה! און װער שמועסט יום־כּפּור! דאָס לײַדן פֿונעם שװערן תּענית, דאָס הונגעריק זײַן און דאָס װעלן אַ טרונק ביז צום שטאַרבן און אײַנהאַלטן זיך גלײַך מיט אַלע גרױסע ― דאָס אַלץ האָט אין זיך אַזױ פֿיל זיסקײט, אַזױ פֿיל רײץ און שײנקײט, אַז דאָס קאָן אָפּשאַצן נאָר דער, װאָס איז אַלײן אַ פֿרומער אָדער געװען אַמאָל פֿרום. װאָס פֿאַר אַ פֿאַרגעניגן קאָן זיך פֿאַרגלײַכן מיט יענעם פֿאַרגעניגן, װען מע גײט־אַרױס אַן אױסגעהונגערטער און אַן אױסגעמאַטערטער מוצאי יום־כּפּור פֿון בית־המדרש, אַן אָפּגערײניקטער פֿון אַלע זינד און מיט אַן אױסגעלײַטערטער נשמה, מע רעכנט צו גײן אַהײם גיכער אָפּפֿאַסטן זיך און מע פֿילט שױן דעם טעם גן־עדן פֿונעם קאָרענעם לעקעך, אײַנגעטונקען אין שטאַרקן בראָנפֿן, און צום סוף ― סטאָפּ! װאָס איז די מעשׂה? ייִדן האָבן זיך אַװעקגעשטעלט מחדש זײַן די לבֿנה. „מיר זײַנען טאַקע, גאָטעניו, גוט הונגעריק און גוט מיד און גוט אױסגעמוטשעט, נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן ― דײַן לבֿנה װעלן מיר דיר מחדש זײַן“.

אַך, װי גוט ס'איז צו זײַן אַ ייִד, און אַן ערלעכער ייִד, אַ בעל־תּשובֿה!

איז אָבער דער יצר־הרע ― ניט געדאַכט זאָל ער װערן! מישט זיך אַרײַן דער שׂטן המקטרג און מאַכט קאַליע אינגאַנצן. דאָס מאָל האָט זיך דער שׂטן המקטרג באַװיזן אינעם געשטאַלט פֿון אַ דאָרפֿיש מײדל מיט געקרײַזלטע האָר און מיט גרינע אױגן. פֿון װאַנען האָט ער גענומען דאָס מײדל? ― װעט איר האָרכן.

אַף אַלע ימים נוראָים, אַזױ איז געװען אַ מנהג פֿון קדמונים, האָבן זיך צונױפֿגעפֿאָרן פֿון די אַרומיקע דערפֿער אינעם קלײנעם שטעטל װאָראָנקאָ דאָרפֿס־ייִדן (ישובֿניקעס), אָדער „יום־טובֿניקעס“, װי זײ האָבן דאָרט געהײסן. יעדער בעל־הבית האָט זיך געהאַט זײַן יום־טובֿניק מיט זײַן יום־טובֿניטשקע. נחום װעװיקס יום־טובֿניק איז געװען אַ װײַטער קרובֿ מיטן נאָמען „ליפֿשיץ דער הלובאָקער“, אַ פֿרומער ייִד מיט אַ ברײטן שטערן, אַ שטערן פֿון אַ בעל־מח, כאָטש באמת איז ער געװען ניט אַזאַ גרױסער חכם. און אַ װײַב האָט ער געהאַט אױך אַ פֿרומע, װאָס האָט ליב געהאַט דאַװנען און שמעקן טאַבעקע. קײן קינדער האָבן זײ נישט געהאַט, נאָר אַ דינסטמײדל, אַ יתומה און אַ װײַטע קרובֿה, און געהײסן האָט זי פֿײגל. באַ די קונדסים האָט זי געהאַט אַן אַנדער נאָמען ― „פֿײגע־לע־אַשמדאַי“, דערפֿאַר, װאָס דאָס איז געװען אַ ברען, אַ רוח, ניט קײן מײדל, געהאַט אין זיך ייִנגלשע גענג, ליב געהאַט שטיפֿן מיט ייִנגלעך, אַז קײנער זאָל ניט זען, דערצײלן זײ מעשׂיות און זינגען לידלעך, צום מײנסטן ― גױיִשע.

אײנמאָל ― ס'איז געװען חול־המועד סוכּות, אַ װאַרעמע, אַ ליכטיקע נאַכט ― האָט זי זיך צוגעגנבֿהט צום געלעגער, װוּ די ייִנגלעך זײַנען געשלאָפֿן (צוליב די יום־טובֿניקעס די קרובֿים האָט מען די קינדער אױסגעלײגט שלאָפֿן אין הױף, אַף דער ערד), און האָט זיך אַװעקגעזעצט אַ האַלב־נאַקעטע, גענומען זיך צעפֿלעכטן די האָר און בעת מעשׂה דערצײלן מאָדנע מעשׂיות. דאָס זײַנען נישט געװען די מעשׂיות, װאָס שלומס חבֿר, שמוליק דעם רבֿס, פֿלעגט דערצײלן. דאָס זײַנען געװען מעשׂיות פֿון שדים, רוחות און לצים, װאָס טוען־אָפּ שפּיצלעך אַלערלײ: קערן איבער די מלבושים אַף דער לינקער זײַט, שטעלן־איבער דאָס מעבל, בלעטערן־איבער די ספֿרים, ברעכן דאָס געפֿעס, שלעפּן־אַרױס די טעגלעך פֿונעם אױװן, און נאָך אַזעלכע מעשׂים אַשר לא יעשׂו. און פֿון מכשפֿים האָט זי גענומען דערצײלן, פֿון מכשפֿים און מכשפֿות, װי אַזױ אַ מכשפֿה, אַז זי װיל נאָר, קאָן זי פֿאַרמוטשען הונדערט מענטשן נאָר מיט איר קיצלען אַלײן…

― קיצלען? װאָס הײסט דאָס: מיט איר קיצלען?

― קיצלען װײסט איר ניט װאָס הײסט? אָט װעל איך אײַך װײַזן, װי אַזױ אַ מכשפֿה קיצלט.

און פֿײגעלע־אַשמדאַי האָט זיך אַ לאָז געגעבן מיט די צעפּאַטלטע האָר, באַװײַזן, װי אַזױ אַ מכשפֿה קיצלט. פֿריִער האָבן די ייִנגלעך געלאַכט; דערנאָך האָבן זײ גענומען זיך אָפּשלאָגן פֿון איר, זיך באָרען. חבֿרה האָבן זיך רעכט אײַנגעפּלאָנטעט איר אין די צעפּאַטלטע האָר, איר אײַנגעטײלט קלעפּ מיט קולעקעס, מיט בוכענצעס, װי גאָט האָט געבאָטן. פֿײגעלע האָט זיך כּלומרשט באַשיצט, נאָר ס'איז געװען צו זען, אַז די קלעפּ זײַנען איר אײַנגענעמען… זי האָט צוגענומען די קלעפּ און געװאָלט נאָך… דאָס פּנים האָט איר געפֿלאַמט. די אױגן (העל־נרינע אױגן, װי באַ אַ קאַץ) האָבן געגלאַנצט. אַקעגן דער שײַן פֿון דער לבֿנה האָט זי אױסגעזען, װי אַן אמתע מכשפֿה! נאָר ערגער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס די דאָזיקע מכשפֿה האָט זײ ניט נאָר בײַגעקומען אַלעמען, נאָר זי האָט זײ יעדן אײנציקװײַז אַרומגענומען, צוגעקװעטשט צום האַרצן און געקושט, געקושט גלײַך אין די ליפּן אַרײַן!…

אָ גליק, װאָס דאָס איז געװען פֿאַר הושענא־רבה, אײדער דאָס קװיטל איז נאָך אָפּגעחתמעט, און מע קען נאָך אױסבעטן באַם רבונו־של־עולם, ער זאָל דאָס דאָזיקע ניטװילנדיקע קושן זיך מיט אַ נקבֿה נישט פֿאַררעכע־ נען פֿאַר אַ צו גרױסע עבֿירה, װאָרעם גאָט איז אַן עדות, אַז דאָס איז געװען ניט במזיד, נאָר בשוגג…

פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אָט די פֿײגעלע־אַשמדאַי? װאָס פֿאַר אַ באַשעפֿעניש איז דאָס געװען: אַ רוח? אַ שד? אַ גלגול? אָדער דער שׂטן המקטרג האָט זיך פֿאַרשטעלט אינעם געשטאַלט פֿון אַ נקבֿה, בכדי צו ברענגען אומשולדיקע קינדער צו אַזאַ עבֿירה ― זיך קושן קעגן זײער אײגענעם רצון מיט אַ מײדל?…

15

ד ע ר ל ץ

אַ „דאָמאָװיק“, װאָס טוט־אָפּ מעשׂים. ― געכאַפּט דעם לץ. ― מע מאַכט חתונה אַן אױסגעלאָזענע מױד און זי װערט אַן אשה צנועה

װער פֿײגעלע־אַשמדאַי איז געװען ― האָט זיך גיך אַרױסבאַװיזן, און אַף אַזאַ װוּנדערלעכן אופֿן, אַז ס'איז כּדאַי צו דערצײלן.