פֿונעם יאַריד: סירקאָס טראַגעדיע

שלום עליכם (אַלע װערק)

סירקאָס טראַגעדיע

אַ מיאוסער בלבול ― דאָס אומקומעניש פֿון אַן אומשולדיקן הונט ― הײסע טרערן.

עס װעט נישט זײַן קײן גוזמא, װען איך װעל זאָגן, אַז סירקאָ איז געװען אַ הונט אַ חכם, װאָס האָט פֿאַרשטאַנען, װער עס האָט אים מער ליב פֿון אַלעמען, און דעריבער איז קײן חידוש ניט, װאָס מער װי צו אַלע קינדער האָט זיך סירקאָ דער הונט צוגעבונדן צום פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע כּתבֿים, געשלאָסן מיט אים חבֿרשאַפֿט אָן װערטער און ליב געהאַט, געװען נאָך אים טאַקע באמת די כּפּרה, און טאַקע באמת גרײט געװען זיך מפֿקיר זײַן פֿאַר זײַן חבֿר און פֿאַר זײַן האַר. אַ שטומע צונג ― נישט געװען בכּוח דאָס אַרױסצובאַװײַזן, איבערגעבן מיט װערטער, האָט ער עס אַרױסבאַװיזן, װי אַ הונט, מיט זײַן שפּרינגען און מיט זײַן קװיטשען און מיט זײַן װאַרפֿן זיך פֿאַר אים אין דער ערד אַרײַן אַף זײַן הינטישן שטײגער. ס'איז גענוג געװען אײן װאָרט, אַז זײַן חבֿר און זײַן האַר זאָל אים אַ זאָג טאָן: „נאַ מיעסטאָ“!.― זאָל סירקאָ אַװעק, װי אַ סטאַטיק, און ליגן, װי אַ קעצעלע, שטיל, און נאָר מיט אײן אױגל לאָקערן, אַכטונג געבן װאָס זײַן האַר טוט.

צװישן דעם „האַר“ און זײַן „קנעכט“ סירקאָ איז געװען אַ שטילע ליבע, און דער האַר האָט בשום אופֿן נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן זיך, װאָס װעט זײַן, אַז סירקאָ װעט ניט זײַן. װאָס הײסט, ער װעט ניט זײַן? װי איז דאָס מעגלעך? סירקאָ איז דען אַ מענטש, װאָס זאָל אַװעקפֿאָרן און פֿאַרגעסן דעם זײַ־געזונט?… װיפֿל מאָל האָבן גױים געפּרוּװט פֿאַרנאַרן סירקאָן צו זיך אין דאָרף אַרײַן, ― איז ער דען נישט געקומען צו לױפֿן אַף מאָרגן אַ פֿאַרסאָפּעטער מיט אַן אַרױסגעשטעלטער צונג און געװאָרפֿן זיך און געקאַטשעט זיך און געשפּרונגען צו זײַן האַר אַפֿן האַלדז און געקװיטשעט און געלעקט אים דעם קאָלנער, און מע װאָלט געמעגט שװערן, אַז טרערן זײַנען אים געשטאַנען אין די אױגן!

און דאָך… און דאָך איז געקומען דער טאָג, יענער פֿינצטערער װיסטער טאָג, װאָס דער גוטער געטרײַער סירקאָ איז אַװעק, אַװעק אַף תּמיד, אַף אײביק, און אַזױ אומגעריכט אַװעק, אַזױ מיאוס פֿאַרדראָסיק, אַזױ מוראדיק־טראַגיש!

זומער האָט זיך געטראָפֿן די דאָזיקע טרױעריקע געשיכטע, אום סאַמע תּמוז. דאָס איז געװען אַ זומער פֿון שרעקלעכע היצן, אָן אַ טראָפּן רעגן ― מענטשן זײַנען ממש אױסגעגאַנגען פֿון היץ. און דאָס װײסט איר דאָך, אַז אין די גרױסע היצן זײַנען די הינט מסוכּן ― זײ װערן משוגע.

איז אַרױס אַ קלאַנג אין שטעטל, אַז אַ הונט איז משוגע געװאָרן און האָט צעביסן נאָך עטלעכע הינט, מע װײס ניט װעלכע. איז געפֿאַלן אַ פּחד אַף די שטאָט־לײַט, און מע האָט זיך גענומען קודם צום פֿאַרזיכערונגס־מיטל אַף צו פֿאַרהיטן קלײנע קינדער, טאָמער איז עמעצער חלילה צעביסן געװאָרן פֿון אַ משוגענעם הונט.

דאָס דאָזיקע מיטל איז באַשטאַנען אין דעם, װאָס מע האָט אַלע קינדער אָפּגעשיקט צום אַלטן טראָפֿים, אַ גױ אַ זנאַכער, װאָס האָט שאַרפֿע נעגל און מיט זײַנע שאַרפֿע נעגל קאָן ער „אַראָפּנעמען בלױע הינטעלעך“ פֿון אונטער דער צונג, און אַזױ קונציק, אַז מע זאָל גאָרניט פֿילן. די אָפּעראַציע איז ניט אַזאַ מסוכּנע, נאָר שטאַרק אָנגענעם איז דאָס אױך ניט, אַז אַ גױ קריכט צו אײַך מיט די נעגל אין מױל אַרײַן און זוכט באַ אײַך „בלױע הינטעלעך“ אונטער דער צונג…

דערנאָך האָט מען זיך אַ נעם געגעבן צו די הינט פֿון שטאָט. מע האָט אַראָפּגעבראַכט, גאָט װײס פֿון װאַנען, צװײ קאַצאַפּעס, הינטשלעגערס ,אָנגעװאָפֿנט מיט גראָבע שטריק און מיט אײַזערנע קרוקעס, און די קאַצאַפּעס האָבן זיך אַ נעם געגעבן צו דער אַרבעט. אין אײן טאָג האָבן די דאָזיקע תּלינים אַװעקגעלײגט אַ פּאָר צענדליק הינט. אַפֿן קוק האָבן זײ אײַך געקאָנט אָפּשאַצן, װעלכער הונט ס'איז משוגע און װעלכער ניט. װער האָט זיך געקאָנט ריכטן, אַ שטײגער, אַז דער גורל װעט פֿאַלן אױך אַף דעם גוטן, קלוגן, סטאַטעטשנעם סירקאָ?

אַ סבֿרה, אַז די קאַצאַפּעס האָבן באַקומען פֿון דער שטאָט זײער לױן נאָכן צאָל פֿון די אױסגעהרגעטע הינט, און װיבאַלד אַזױ, איז גאַנץ מעגלעך, אַז ס'זײַנען געװען נעבעך אַ סך אומשולדיקע קרבנות ― און סירקאָ אײנער פֿון די ערשטע.

פֿון דעם אומגליק זײַנען די קינדער געװױרע געװאָרן שױן לאַחר המעשׂה, קומענדיק פֿון חדר אַהײם ― און זײ האָבן אױפֿגעהױבן אַ גאַנצע רעװאָלוציע אין שטוב: „סטײַטש, סירקאָ!… סטײַטש, װי האָט מען עס דערלאָזט אַזאַ מעשׂה!“…

פֿאַרשטײט זיך, אַז די רעװאָלוציע האָט זיך אױסגעלאָזט מיט אַ קאָנטער־רעװאָלוציע: „חדר־ייִנגלעך זאָלן האָבן אַ השׂגה אין זינען האָבן הינט!“… און מע האָט זײ מכבד געװען מיט רעכטע פּעטש, און אַף צו פֿאַרבײַסן האָט מען זײ צוגעשטעלט אַ בענקעלע פֿאַרן רבין, געבעטן, ער זאָל ניט זשאַלעװען קײן שמיץ. און דער רבי האָט צוליב געטאָן ― ניט געזשאַלעװעט קײן שמיץ… אױ, שמיץ!…

נאָר דאָס אַלצדינג איז געװען גאָרנישט אַקעגן דעם, װאָס סירקאָ איז נעבעך אומגעקומען אומזיסט־אומנישט!

מער פֿון אַלע איז געװען דערשלאָגן סירקאָס ליבלינג ― דער מחבר פֿון די דאָזיקע מעמואַרן. דער האָט עטלעכע טעג דורכאַנאַנד ניט געגעסן, עטלעכע נעכט ניט געשלאָפֿן, געקאַטשעט זיך אַף אַלע זײַטן, געזיפֿצט און געקרעכצט שטילערהײט, נישט געקאָנט מוחל זײַן די שלעכטע בײזע מענטשן, װאָס האָבן ניט אין זיך קײן קאַפּ רחמנות, קײן צער בעלי־חײם, קײן טראָפּן יושר ― און ער האָט שטאַרק־שטאַרק נאָכגעדענקט נאָך דעם, װאָס איז אַ הונט און װאָס איז אַ מענטש, להבֿדיל?… פֿאַרװאָס איז אַ הונט אַזױ געטרײַ צו אַ מענטשן, און פֿאַרװאָס איז אַ מענטש אַ תּליון?… און עס קומט אים אַפֿן זינען סירקאָ מיט די קלוגע גוטע אױגן, און ער פֿאַלט־צו מיטן פּנים צו דער קישן און באַנעצט זי מיט ביטערע, ביטערע טרערן.

12

דער יצר־טובֿ מיטן יצר הרע

עוזר דער קאַרנאָסער ― אַ מסור. ― אַ סך אַפּיטרופּסים. ― די באָבע מינדעס שבת־אױבס. ― מוסר־זאָגער און מאָראַל־פּרײדיקער.

טאָמער װאָלט אַ ייִנגל פֿאַרגעסן, אַז ער האָט געהאַט אַ הונט פֿאַר אַ חבֿר, האָט מען אים דערמאָנט אַף יעדן טריט און שריט: „סירקאָ האָט דיר געלאָזט געריסן“… און באַ אַזאַ געלעגנהײט האָט מען אים שױן דערװײַל אַרײַנגעזאָגט אַביסל מוסר ― ער זאָל האָבן צו געדענקען אַף װײַטער. דאָס מוסר־זאָגן איז פֿאַר אים געװען אַ סך ערגער פֿון פּעטש. ניט אומזיסט זאָגט מען באַ אונדז אַ שפּריכװאָרט: „אַ פּאַטש פֿאַרגײט, אַ װאָרט באַשטײט“. ובפֿרט, אַז דאָ איז געװען בײדע זאַכן: אי פּעטש, אי װערטער. און װערטער זײַנען געגאַנגען פֿון אַלע זײַטן. װער ס'האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט געשטראָפֿט, און דװקא מיט גוטע רײד. דאַכט זיך, װאָס געהער זיך אָן אַ ייִד אַ שמשׂ צו אַ נגידס אַ ייִנגל, בעת ער דאַװנט? און װאָס איז זײַן עסק, אַשטײגער, װאָס אַ נגידס אַ ייִנגל קוקט דורכן פֿענצטער אַרױס אַקוראַט בעת שמונה־עשׂרה? און אַ נגידס אַ ייִנגל, מײנט איר, קוקט אומזיסט דורכן פֿענצטער? ס'מעג זיך טאַקע זײַן שמונה־עשׂרה, ס'איז אָבער פֿאָרט העכסט־אינטערעסאַנט צו זען אַ