פֿונעם יאַריד: שמואליק װערט פֿאַרשװוּנדן

שלום עליכם (אַלע װערק)

שמואליק װערט פֿאַרשװוּנדן

דװיד מיט יהונתן צעשײדן זיך אַף אײביק ― דער סוד פֿונעם אוצר. ― פֿאַרלױרן אַ חבֿר.

די גאַנצע װאָך, װאָס די רביצין איז געזעסן שבֿעה נאָכן רבֿ, האָט שמואליק דער יתום אַרומגעבלאָנקעט אײנער אַלײן איבער דער שטאָט, װי אַן אמתער יתום, װאָס איז נאָך מער פֿאַריתומט געװאָרן. זײַן גאַנצער אַרױסקוק איז געװען אַף דעם פֿאַרנאַכט, װען מען צעלאָזט די קינדער פֿון די חדרים ― דעמאָלט װעט ער זיך קאָנען זען מיט זײַן חבֿר, שלום נחום װעװיקס, װאָס איז צו אים נאָך מער צוגעבונדן געװאָרן זינט דער רבֿ איז געשטאָרבן. עס האָט זיך געפֿילט אינסטינקטיװ, אַז די צװײ געליבטע חבֿרים, „דװיד ױהונתן“, באַדאַרפֿן זיך באַלד צעשײדן. װי אַזױ דאָס װעט געשען ― האָבן זײ נאָך אַלײן ניט געװוּסט און נישט געװאָלט װיסן. זײ האָבן דעריבער אױסגענוצט יעדן פֿאַרנאַכט אַף צו פֿאַרברענגען אינאײנעם, זײַן װאָס נענטער אײנס נעבן דאָס אַנדערע.

אַ גליק, װאָס ס'איז זומער, און זומער לערנט מען נישט באַנאַכט אין חדר. קאָן מען דעריבער זיך פֿאַרקלײַבן אינצװײען באַ נחום װעװיקס אין גאָרטן, און דאָרטן, אונטער אַ באַרנבױם, אָפּזיצן אַ שעה און צװײ און דרײַ און שמועסן; אָדער אַז ניט, קאָן מען זיך דורכגײן פֿון דער שטאָט אַרױס, העט־װײַט אַף יענער זײַט מיל, אַבי שקצים זאָלן נאָר ניט באַפֿאַלן און ניט אָנרײצן די הינט אַף די „פֿאַרשאָלטענע זשידיוהעס“.

דאָרט, פֿון יענער זײַט מילן, האָבן די צװײ חבֿרים, שמואליק דער יתום און שלום נחום װעװיקס, געקאָנט זיך אָנרײדן װיפֿל זײער האַרץ גלוסט. און רײדן איז געװען פֿון װאָס. אײן זאַך האָט זײ אינטערעסירט בײדן: װ אָ ס װ ע ט ז ײַ ן װ ײַ ט ע ר? װאָס װעט זײַן, טאָמער פֿאָרט שמואליק אַװעק? װאָרעם געהערט האָט שמואליק זאָגן, אַז די רביצין קלײַבט זיך ערגעץ װײַט, אין כערסאָנער גובערניע. זי האָט דאָרט אַ שװעסטער, שרײַבט איר די שװעסטער, זי זאָל קומען צו פֿאָרן. איז װיבאַלד די רביצין פֿאָרט ― פֿאָרט שמואליק אױך. װאָס װעט ער דאָ טאָן אײנער אַלײן? ער האָט דאָך אַפֿילו ניט װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאַרן!…

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער פֿאָרט נישט אַף לאַנג, און יעדנפֿאַלס ― ניט אַף שטענדיק. לאָז ער נאָר קומען אַהין, אַזױ זעצט ער זיך באַלד לערנען „קבלה“, און װי נאָר ער דערגײט דעם „סוד“, אַזױ קומט ער צו פֿאָרן צוריק אַהער, קײן װאָראָנקאָ, און נעמט זיך צו דער אַרבעט.― אױפֿ־

זוכן דעם אוצר. ער װעט פֿאַסטן פֿערציק תּעניתים, אָפּזאָגן אַלע טאָג פֿערציק קאַפּיטלעך תּהלים, און אַפֿן אײן־און־פֿערציקסטן טאָג כאַפּט ער זיך אַרױס בסוד, אַז קײנער זאָל ניט װיסן, צײלט־אָפּ פֿערציק מאָל פֿערציק, שטײענדיק אַף אײן פֿוס פֿערציק מינוט אַפֿן זײגער…

― װוּ האָסטו אַ זײגער?

― איצט האָב איך ניט, דעמאָלט װעל איך האָבן.

― װוּ װעסטו נעמען?

― װוּ איך װעל נעמען? איך װעל גנבֿענען! װאָס האָט דאָס צו דיר?

שלום קוקט זײַן חבֿר שמואליקן אין די אױגן אַרײַן. ער האָט מורא, טאָמער האָט ער אים אָנגערירט מיט אַ װאָרט, און ער װעט חלילה װערן ברוגז. שמואליק איז אָבער ניט אַזאַ חבֿר, װאָס מיט אײן װאָרט זאָל מען פֿאַרלירן באַ אים אינגאַנצן. און שמואליק הערט ניט אױף צו דערצײלן מעשׂיות, װאָס עס װעט זײַן אַמאָל, אַמאָל, אַז בײדע חבֿרים װעלן אױסװאַקסן און װערן גרױסע, װאָס זײ װעלן אױפֿטאָן אין דער דאָזיקער שטאָט, און װי גליקלעך זײ װעלן מאַכן די װאָראָנקאָװער ייִדן. און עס גיסט זיך באַ אים, װי רײנער בױמל. און עס ציט זיך באַ אים, װי גוטער האָניק. און עס װילט זיך גאָרנישט אַװעקגײן אין דער װאַרעמער, זומערדיקער, פֿאַרכּשופֿטער נאַכט. נאָר מע מוז, מע מוז גײן אַהײם שלאָפֿן ― אַניט, קאָן מע כאַפּן אַ מיאוסן פּסק!… און מע געזעגנט זיך אָפּ: „ביז מאָרגן, ביז מאָרגן!“

…………………………………………………………………….

עס איז אַװעקגעגאַנגען אַ מאָרגן און נאָך אַ מאָרגן, און נאָך אַ מאָרגן ― ניטאָ שמואליק! װוּ איז ער? ― ער איז אַװעקגעפֿאָרן. אױפֿגעהױבן זיך אינאײנעם מיט דעם רבֿס אַלמנה און אַװעקגעפֿאָרן אין כערסאָנער גובערניע. װען? װי אַזױ? אַפֿילו נישט געזעגנט זיך?!…

אַ פֿאַרלױרענער, אַ צערודערטער איז געבליבן זײַן חבֿר שלום אײנער אַלײן, עלנט װי אַ שטײן. אַװעקגעפֿאָרן זײַן בעסטער, זײַן ליבסטער און זײַן טײַערסטער. אַװעקגעפֿאָרן! פֿינצטער געװאָרן די גאַנצע װעלט: װאָס מיר װעלט, אַז ס'איז נישטאָ שמואליק! װיסט געװאָרן דאָס גאַנצע לעבן: װאָס מיר לעבן, אַז ס'איז נישטאָ שמואליק! און דער איבערגעבליבענער עלנטער חבֿר האָט דערפֿילט אַ מאָדנע ענגשאַפֿט אין האַלדז, און אין נאָז האָט אים אָנגעהױבן קיצלען און אין האַרצן צו שטיקן. האָט ער זיך פֿאַרקליבן װײַט־װײַט אין אַ װינקעלע און לאַנג־לאַנג געװײנט.

װי מײנט איר: לעבט ער נאָך ערגעץ, אָט דער ציקאַװער שמואליק מיט די פֿאַרחלומטע אױגן און מיט זײַן שײן, חנעװדיק לשון, װאָס גיסט זיך װי רײנער בױמל און ציט זיך װי גוטער האָניק? װוּ איז ער, און װאָס איז ער, למשל, אַצינד ― אַ מגיד? אַ רבֿ? אַ מלמד? אַ סוחר? אַ קרעמער? אַ מעקלער? אָדער גאָר אַן אָרעמאַן, אַן עני ואבֿיון? אָדער אפֿשר גאָט עס אים פֿאַרטראָגן אינעם גאָלדענעם לאַנד, אין אַמעריקע, און ער „מאַכט אַ לעבן?“… אָדער אפֿשר ליגט ער שױן דאָרטן, װוּ מיר װעלן אַלע ליגן איבער הונדערט יאָר און די װערעם װעלן פֿון אונדז הנאה האָבן?…

װ ע ר ע ס װ ײ ס ע פּ ע ס , װ ע ר ע ס ה אָ ט ג ע ־ ח ע ר ט פֿ ו ן א י ם , ― ז אָ ל ז י ך אָ פּ ר ו פֿ ן.

8

מאיר מעדװעדעװקער

אַ נײַער חבֿר, װאָס קאָן זינגען. ― חדר־ייִנגלעך קונדסים מאַכן טעאַטער־שפּיל.― פֿון באָרװעסן יונג אַ קונדס װאַקסט־אױס אַ באַרימטער אַרטיסט.

לאַנג זאָרגן זיך און באַקלאָגן דעם פֿאַרלױרענעם שמואליקן האָט זײַן געטרײַער חבֿר נישט באַדאַרפֿט. גאָט האָט אים ממלא געװען און גיך צוגעשיקט אַ נײַעם חבֿר.

אַזױ איז דאָס געװען: װיבאַלד דער אַלטער רבֿ איז געשטאָרבן, איז דאָך דאָס שטעטל געבליבן אָן אַ רבֿ, על־כּן האָט נחום װעװיקס אַװעקגעװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן און איז אַװעקגעפֿאָרן אין אַ צװײטן שטעטל, קײן ראַקיטנע, װוּ עס האָט זיך געלאָזט הערן איבער דער װעלט אַ רבֿ, אַ שם־דבֿר, מיטן נאָמען ח ײ ם מ ע ד װ ע ד ע װ ק ע ר. אָט דעם רבֿ האָט דאָס נחום װעװיקס אַראָפּגעבראַכט קײן װאָראָנקאָ, און דאָס שטעטל האָט זיך מיט אים ממש משׂמח געװען, װאָרעם חוץ װאָס ער איז געװען אַ גרױסער למדן און אַ ירא־שמים און אַ יודע־נגן, איז ער נאָך געװען דערצו אַ גרױסער אָרעמאַן אױך, האָט ער שױן אין אײנװעגס צוגעקנעלט מיט די בעל־הבתּישע קינדער (פֿון דער עלטערער כּתּה).

פֿונדעסטװעגן האָט מען חלילה דעם מלמד רבֿ זרחלען אינגאַנצן נישט אָפּגעזאָגט. װי נעמט מען דאָס און מע קױלעט אָפּ אַ ייִדן גלאַט אַזױ פֿון פּרנסה? איז רב זרחל פֿאַרבליבן מלמד אַף תּנ″ך און אַף שרײַבן (ייִדיש און רוסיש, און דײַטש, און פֿראַנצײזיש, און לאַטײַן, װעלכע נישט די קינדער, נישט דער רבי האָבן פֿאַרשטאַנען מיט װאָס מע עסט דאָס), און גמרא האָט מען געלערנט באַם נײַעם רבֿ, און כאָטש