פֿונעם יאַריד: אוצרות

שלום עליכם (אַלע װערק)

און אַלע דרײַצן גערטנער פֿון סאַמע זאַפֿרען, און גאָלד מיט זילבער, מיט דימענטן, מיט בריליאַנטן ― כּחול הים, אַזױפֿיל, אַז סע גלוסט זיך אַזש ניט!…

― פֿאַרװאָס־זשע ביסטו תּמיד הונגעריק? און פֿאַרװאָס האָט ער ניט אַף שבת?

― אַזױ, װאָרעם ער װיל ניט. ער װיל בעסער אָפּקומען אַף דער װעלט, תּשובֿה־טאָן. ער איז אַ בעל־תּשובֿה. ער זאָל װעלן, װאָלט ער געװען רײַך, װי קורח; טױזנט רױטשילדס װאָלט ער פֿאַרשטעקט אין גאַרטל. װאָרעם ער װײס, װיִאַזױ מע װערט רײַך. פֿאַר אים איז אַנטפּלעקט אַלצדינג. ער װײס אַפֿילו דעם אָרט, װוּ דער אוצר ליגט באַהאַלטן?

― װוּ ליגט דער אוצר באַהאַלטן?

― חכם! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? װען איך זאָל װיסן, װוּ דער אוצר ליגט, װאָלט איך דיר שױן לאַנג געזאָגט. איך װאָלט אין מיטן בײַנאַכט געקומען צו דיר און װאָלט דיך אױפֿגעװעקט פֿון שלאָף: „קום, שלום, צום אוצר, װעלן מיר צונױפֿזשעברעװען דאָס גאָלד פֿולע זשמעניעס און אָנשטופּן פֿולע קעשענעס!“

און האָט שמואליק אָנגעהױבן צו רײדן װעגן אוצר, אַזױ האָבן די פֿאַרחלומטע אױגן באַ אים זיך אָנגעצונדן, די רױטע בעקלעך צעפֿלאַמט, און אַלײן האָט ער זיך אַזױ צעהיצט און צעברענט און צעפֿלאַקערט, אַז ער האָט אױך דעם חבֿר זײַנעם אָנגעװאַרעמט, צעהיצט, צעברענט און צעפֿלאַקערט. שמואליק האָט גערעדט, און זײַן חבֿר, שלום נחום װעװיקס, האָט אים געקוקט אין מױל אַרײַן און מיט דאָרשט געשלונגען יעדער װאָרט.

5

אוצרות

װאָס איז אַן אוצר? ― אַ לעגענדע פֿון כמעלניצקיס צײַטן ― װוּנדער־שטײנער.

אַז ס'איז פֿאַראַן אַן אוצר דאָ באַ אונדז אין אונדזער שטעטל ― אין דעם איז דאָך קײן ספֿק ניט.

פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אונדז אַן אוצר? פֿון כמעלניצקין. כמעלניצקי האָט אים דאָ באַגראָבן נאָך פֿאַרצײַטן. טױזנטער יאָרן האָבן מענטשן געזאַמלט אוצרות מיט אוצרות, ביז ס'איז געקומען כמעלניצקי און האָט עס באַשטאַט.

― װער איז געװען כמעלניצקי?

― כמעלניצקי, װײסטו ניט? נאַרעלע, כמעלניצקי ― דאָס איז געװען אַ רשע, אַ המן, נאָך פֿאַר כמעלניצקיס צײַטן… דאָס װײסט דאָך אַ מינדסט קינד! האָט אָט דער כמעלניצקי דער רשע, דער המן, אָנגעראַבעװעט, הײסט עס, מילי־מיליאַסן גאָלד באַ די אַמאָליקע פּריצים און באַ די רײַכע ייִדן, און האָט דאָס אַלצדינג געבראַכט צו פֿירן אַהער צו אונדז, קײן װאָראָנקאָ, ― און דאָ האָט ער עס אײנמאָל באַנאַכט אַף יענער זײַט בית־מדרש באַרג־אַראָפּ, אַקעגן דער שײַן פֿון דער לבֿנה, באַהאַלטן טיף־טיף אין דער ערד באַגראָבן, און ס'איז מיט גראָז באַװאַקסן און מיט כּשוף פֿאַרכּשופֿט, אַזױ, אַז קײן בן־אָדם זאָל עם ניט געפֿינען.

― און ס'איז פֿאַרפֿאַלן לעולם ועד, אַף אײביק און אײביק?

― װער האָט דיר געזאָגט, אַז ס'איז פֿאַרפֿאַלן לעולם ועד, אַף אײביק און אײביק? און צו װאָס האָט גאָט באַשאַפֿן די קבלה? די בעלי־קבלה, נאַרעלע, האָבן שױן דערצו אַן עצה.

― דהײַנו, װאָסער אַן עצה?

― זײ װײסן שױן. זײ האָבן אַ שפּרוך אַזעלכן, און אַ פּסוק פֿאַראַן אַזעלכער אין תּהלים, װאָס מע דאַרף אים זאָגן פֿערציק מאָל פֿערציק…

― װאָסער אַ פּסוק?

― ע, נאַרעלע, איך זאָל װיסן דעם פּסוק! און אַפֿילו איך זאָל שױן װיסן, איז דאָס אױך ניט אַזױ גרינג. מע באַדאַרף פֿאַסטן פֿערציק תּעניתים, אָפּזאָגן אַלע טאָג פֿערציק קאַפּיטלעך תּהלים, און אַפֿן אײן־און פֿערציקסטן טאָג, באַלד נאָכדעם, װי די זון האָט זיך געזעצט, באַדאַרף מען זיך אַרױסגנבֿענען אַזױ קונציק, אַז קײן בן־אָדם זאָל דיך נישט באַגעגענען, ― װאָרעם טאָמער חלילה דערזעט מען דיך, באַדאַרף מען אָנהײבן נאָכאַמאָל צו פֿאַסטן פֿון אָנהײב פֿערציק תּעניתים, ― און ערשט דעמאָלט, אַז ס'װעט דיר אָפּגילטן, קײנער װעט דיך ניט באַגעגענען, זאָלסטו אַװעקגײן אין אַ פֿינצטערער נאַכט אין אָנהײב חודש אַף יענער זײַט בית־מדרש באַרג־אַראָפּ, און דאָרטן אָפּשטײן פֿערציק מינוט אַף אײן פֿוס, צײלנדיק פֿערציק מאָל פֿערציק, און אױב ס'װעט נאָר ניט זײַן קײן טעות אינעם צײלן, װעט זיך דיר דער אוצר אַנטפּלעקן פֿון זיך אַלײן…

און שמואליק דער יתום גיט צו פֿאַרשטײן גאַנץ ערנסט זײַן חבֿר, שלום נחום װעװיקס, דעם סוד פֿונעם אוצר מיט אַ שטיל קול, אַלע מאָל שטילער, װי אױסגעלײענט פֿון אַ בוך, ניט אָפּשטעלנדיק זיך אַף אַ רגעלע אַפֿילו:

― און אַנטפּלעקן װעט זיך דיר דער אוצר דורך אַ פֿײַערל, אַ קלײן פֿײַערל. און אַז דאָס פֿײַערל װעט זיך דיר באַװײַזן, באַדאַרפֿסטו גלײַך צוגײן צו דעם, צום פֿײַערל הײסט עס, זאָלסט גאָר קײן מורא ניט האָבן פֿאַר אָפּבריִען זיך, װאָרעם דאָס פֿײַערל איז מער ניט אַף צו באַלײַכטן, ברענען ברענט עס ניט, און דו באַדאַרפֿסט זיך נאָר אָנבײגן און זשעברעװען מיט בײדע זשמעניעס (שמואליק באַװײַזט מיט בײדע הענט, װי ער זשעברעװעט) גאָלד און זילבער און דימענטן און בריליאַנטן, און שטײנער אַזעלכע, װאָס הײסן מיטן נאָמען „ישפּה“…

― װאָס אין דען דער חילוק?

― אַי, נאַרעלע, ס'איז אַ גרױסער חילוק! „כּדכּד“ איז אַזאַ שטײן, װאָס לײַכט אין דער פֿינצטער, װי אַ סטרינעװע ליכט, און „ישפּה“ האָט אין זיך אַ כּח: עס מאַכט פֿון שװאַרץ װײַס, פֿון רױט געל, פֿון גרין בלױ, פֿון נאַס טרוקן, פֿון הונגעריק זאַט, פֿון אַלט יונג, פֿון טױט לעבעדיק… מע באַדאַרף נאָר מיט אים געבן אַ רײַב אין דער רעכטער לאַץ פֿון דער קאַפּאָטע און אַ זאָג: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן אַ רעכטער אָנבײַסן!“ ― גײט־אַרױס אַ זילבערנע טאַץ, און אַף דער טאַץ צװײ פּאָר געבראָטענע טײַבעלעך מיט פֿרישינקע פּלעצלעך פֿון געבײַטלטער מעל, פּערװע סאָרט. אָדער: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן אַ גוטער װאַרעמעס!“ ― באַװײַזט זיך אַ גאָלדענע טאַץ מיט כּלערלײ מינים עסנװאַרג און פּאָטראַװעס, מעדני־מלך, געבראָטענע צונגען מיט געפֿילטע העלדזלעך, װאָס זײער געשמאַקער ריח צעגײט זיך אין אַלע אבֿרים, און פֿרישע צוגעברױנטע געפֿלאָכטענע קױלעטשן װאַקסן אױס פֿאַר דײַנע אױגן, און װײַן לרובֿ פֿונעם בעסטן סאָרט, און ניסלעך, און באָקסערן, און צוקערקעס לרובֿ ― אַזױ פֿיל, אַז סע גלוסט שױן אַזש ניט!

און שמואליק קערעװעט־אָפּ דעם קאָפּ אָן אַ זײַט און שפּײַט־אױס, און זײַן חבֿר זעט נאָך זײַנע פֿאַרשמאַכטע ליפּן און נאָך זײַן בלאַס פּנים מיט די פֿאַרחלומטע אױגן, אַז ער װאָלט זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון אַ שטיקל געבראָטענע צונג, אַ געפֿילט העלדזל, אָדער כאָטש אַ שטיקל קױלעטש… און ער גיט זיך דאָס װאָרט, אַז מאָרגן, אם ירצה השם, טראָגט ער אים אַרױס אין קעשענע עטלעכע ניסלעך, אַ פּאָר באָקסערן מיט אַ צוקערקעלע, װאָס ער װעט אַרױסלקחענען, מחילה, באַ דער מאַמע אין קלײטל, און דערװײַל בעט ער שמואליקן, ער זאָל דערצײלן נאָך און נאָך. און שמואליק לאָזט זיך לאַנג ניט בעטן. ער װישט־אָפּ די ליפּן און דערצײלט נאָך און נאָך.

― …און אַז דו האָסט זיך גוט אָנגעזעטיקט מיט די אַלע מיני מאכלים און פֿאַרטרונקען מיט די בעסטע װײַנען, נעמסטו און טוסט אַ רײַב מיטן שטײנדעלע און אַ זאָג: „ס'זאָל מיר אַרױסגײן און אַרױסגײן אַ װײכער געלעגער!“ ― באַװײַזט זיך דיר אַ בעטל פֿון עלפֿנבײן, מיט גאָלד באַפּוצט, מיט אַן איבערבעט ― װײך װי פּוטער, און מיט זײַדענע קישעלעך צוקאָפּנס, און מיט אַן אַטלעסענע קאָלדרע איבערגעדעקט. ציסטו זיך אױס און װערסט אַנטשלאָפֿן, און עס חלומען זיך דיר מלאָכים מיט כּרובֿים, מיט שׂרפֿים, מיטן גן־עדן העליון, מיטן גן־עדן התּחתּון… אָדער, אַז ניט, טוסטו אַ רײַב מיטן שטײנדעלע, הײבסטו דיך גאָר אױף אין דער הײך ביז דער כמאַרע, און אַריבער דער כמאַרע, און דו פֿילסט זיך, װי אַן אָדלער, הױך־הױך! װײַט־װײַט!…

צי האָט אָט דער אָרעמער יתום מיט זײַנע װוּנדערלעכע מעשׂיות זיך װען אָפּגערופֿן נאָכדעם אין די שרײַבעכצן פֿון זײַן חבֿר שלום, בעת שלום נחום װעװיקס איז געװאָרן אַ „שלום־עליכם“ ― דאָס איז שװער צו זאָגן. אײן זאַך איז געװיס: זײַן פֿאַנטאַזיע האָט ער געמאַכט ,רײַכער, זײַן השׂגה ברײטער, און שמואליקס חלומות און שמואליקס טרױמען װעגן אוצרות, װוּנדערשטײנער און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן טראָגט ער באַ זיך טיף אין האַרצן נאָך עד־היום. אפֿשר אין אַן אַנדער פֿאָרעם, אפֿשר אין אַנדערע געשטאַלטן ― נאָר ער טראָגט זײ, ער טראָגט זײ ביז צו הײַנטיקן טאָג.

6

דער רבֿ אין גן־עדן

די פֿרײַנדשאַפֿט פֿון דװיד מיט יהונתן. ― דער לױתן מיטן שור־הבר. ― װי זעען אױס די צדיקים אַף יענער װעלט.

די שײנע, װוּנדערלעכע מעשׂיות פֿון שמואליק דעם יתום האָבן זײַן יונגן חבֿר אינגאַנצן פֿאַרכּשופֿט און געבראַכט דערצו, אַז די פּרינצן מיט די פּרינצעסינס זײַנען אים געגאַנגען צו חלום, געװעקט, געשלעפּט באַ די אַרבל: „שטײ־אױף, שלום, טו דיך אָן און קום מיט אונדז!“… און נישט נאָר אין חלום ― אױך אַף דער װאָר האָט ער זיך געפֿונען כּמעט שטענדיק צװישן פּרינצן און פּרינצעסינס, ערגעץ אין אַ קרישטאָלענעם פּאַלאַץ, אָדער אַפֿן פֿאַרגליװערטן ים, אָדער אַף אַ װיספּע, װוּ עס געװעלטיקן װילדע מענטשן, אָדער גאָר אין גן־עדן התּחתּון, װוּ עס געפֿינען זיך צװעלף ברונעמס מיט קװעקזילבער און דרײַצן גערטנער פֿון זאַפֿרען, און גאָלד און זילבער װאַלגערט זיך, אַזױ װי מיסט; אָדער ער הײבט זיך אױף, מיטן שטײנדעלע „ישפּה“, גאָר אין דער הײך, אַף יענער זײַט כמאַרעס…