פֿונעם יאַריד: טאַטע־מאַמע

שלום עליכם (אַלע װערק)

ט אַ ט ע ־ מ אַ מ ע

אַ װאָראָנקאָװער נגיד מיט אַ סך פּרנסות. ― אַ כאַליאַסטרע קינדער. ― פֿרומע די דינסטמױד געװעלטיקט איבער זײ. ― דער העלד איז אַ נאָכמאַכער, אַ קונדס.

אַ הױכער, מיט אַ שטענדיק פֿאַרזאָרגט פּנים, מיט אַ ברײטן, װײַסן, געקנײטשטן שטערן, מיט אַ שיטער שמײכלענדיק בערדל, אַ בעל־הבית אַ ייִד און אַ בעל־תּפֿלה, אַ למדן און אַ בעל־תּנ″ך, אַ פֿרומער און אַ בעל־לשון־קודש, אַ חסיד פֿון טאַלנער רבין און אַ ליבהאָבער פֿון מאַפּו, סלאָנימסקי און צעדערבױם, אַ חקרן, אַ בורר און אַ בעל־ עצה און אַ שפּילער אין שאָך און אַ מבֿין אַף פּערל און בריליאַנטן ― אָט דאָס װעט זײַן די ריכטיקע פֿיזיאָנאָמיע פֿון דעם העלדס פֿאָטער, רב נחום װעװיקס, װאָס האָט גערעכנט זיך אין שטאָט פֿאַרן גרעסטן נגיד.

װיפֿל אַזאַ נגיד פֿון װאָראָנקאָ האָט געקאָנט פֿאַרמאָגן ― איז שװער צו זאָגן; נאָר געשעפֿטן האָט ער געהאַט אַ גוזמא: ער איז געװען אַ פּאָסעסאָר, צוגעשטעלט בוריקעס אין „זאַװאָד“, געהאַלטן די זעמסקע פּאָטשט, געהאַנדלט מיט תּבֿואה, געגרוזעט בערלינעס אַפֿן דניעפּר, געהאַקט װאַלד און געשטעלט אָקסן אַף דער בראַהע, נאָר פּרנסה האָט מען געצױגן פֿון דער „שניט־קראָם“. עס רעדט זיך נאָר אַזױ אַ „שניט־קראָם“. דאָרט האָט זיך געפֿונען אױך צעלניק, און באַקאַלײ, און הײ און האָבער, און הײמישע רפֿואות פֿאַר גױים און גױעס, און אײַזנװאַרג אױך. אין „שניט־קראָם“ האָט זיך דער טאַטע נישט אַרײַנגעמישט. דאָס האָט געפֿירט אינגאַנצן די מאַמע, אַ ייִדענע אַן אשת־חיל, אַ גיכע טוערן און מיט סכּנות אַ שטרענגע צו אירע קינדער. און קינדער זײַנען געװען היפּשלעך, אַריבער אַ טוץ, און פֿון אַלערלײ װוּקס און פֿון אַלערלײ פֿאַרב: קינדער מיט שװאַרצע הערלעך, מיט בלאָנדע און מיט געלע.

קײן גרױסן צימעס האָט מען מיט דעם קלײנװאַרג, געװײנטלעך, נישט געמאַכט. דאָס הײסט, שטאַרק בענקען האָט מען נאָך זײ ניט געבענקט, און אַז זײ זאָלן, חס־ושלום, נישט געװען קומען אַף דער װעלט, װאָלט אױך געװען אָן אַן אומגליק; נאָר אַז זײ זײַנען שױן דאָ, איז ― „מהכתּיתי, װעמען מאַכן זײ קאַליע? זאָלן זײ זײַן מיט יאָרן“… װער ס'האָט זיך געקאָנט אױסדרײען פֿון פּאָקן און פֿון מאָזלען און פֿון אַלע איבעריקע קינדערשע שלעק־פּורעניותן, דער איז אױסגעװאַקסן און אַװעק אין חדר אַרײַן, פֿריִער צו נטע־לײב דרדקי, דערנאָך צו רב זרחל דעם גמרא־מלמד. און װער עס האָט נישט געקאָנט בײַשטײן דעם בעל־דבר מיט די טױזנט אױגן, װאָס לאָקערט אַף קלײנע עופֿעלעך, דער האָט זיך באַצײַטנס אָפּגעטראָגן אַהין, פֿון װאַנען ער איז געקומען. האָט מען פֿאַרהאַנגען די שפּיגלען, און טאַטע־מאַמע האָבן זיך אַװעקגעזעצט שבֿעה, אַראָפּגעװאָרפֿן די שיך פֿון די פֿיס און שטאַרק־שטאַרק געװײנט. אַזױ לאַנג געװײנט, ביז מע האָט אױפֿגעהערט. געזאָגט דעם פּסוק: „ה' נתן ה' לקח“, אױסגעװישט די אױגן, אױפֿגעשטאַנען פֿון דער ערד און פֿאַרגעסן… אַנדערש איז עס אומענלעך געװען אין דעם גרױסן טאַרעראַם מיטן יאַריד פֿון אַריבער אַ טוץ קינדער, צװישן זײ אײנער אַ בעל־הביתל שױן, װאָס סע שיט זיך אים אַ בערדל, און אײנס אַ זױגע־דיקס, נאָך באַ דער ברוסט.

אַ גרױסע בריהשאַפֿט איז עס געװען פֿון דער מאַמע אױסצוהאָדעװען אַזאַ כאַליאַסטרע און אױסצושטײן אַלעמענס קראַנקײטן. װאָרעם אַזױ פֿלעגט אַ קינד קריגן פּעטש מיט קלעפּ מיט בוכענצעס, װיפֿל ס'איז אין דעם אַרײַן. נאָר טאָמער חלילה איז עמעצער קראַנק געװאָרן, אַזױ איז שױן די מאַמע ניט אָפּגעטראָטן פֿון בעטל: „אַ מכּה דער מאַמע!“ איז דאָס אָבער געזונט געװאָרן און געשטעלט זיך אַף די פֿיסלעך ― „אין חדר אַרײַן, דו שײגעץ אײנער, אין חדר אַרײַן!“…

אין חדר האָבן געלערנט אַלע פֿון פֿיר יאָר ביז… כּמעט ביז דער חתונה. און פֿון דער גאַנצער כאַליאַסטרע קינדער האָט זיך אױסגעצײכנט אַלס גרױסער שקאָץ דער מיטלסטער, דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע, מיטן נאָמען שלום, אָדער שלום נחום װעװיקס.

מען באַדאַרף זאָגן דעם אמת, אַז גאָר קײן שלעכט ייִנגל איז דאָס ניט געװען, אָט דער שלום נחום װעװיקס, און לערנען האָט ער זיך געלערנט בעסער פֿון אַלע קינדער, נאָר פּעטש, קוליקעס, מיט קלעפּ, מיט שמיץ, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, האָט ער אױך געקראָגן מער פֿון אַלע. מסתּמא איז ער װערט געװען.

― אָט װעט איר זען, ייִדן, אַז פֿון דעם קינד װעט קײן גוטס ניט אַרױס! דאָס װאַקסט עפּעס אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, דער שװאַרציאָר װײס װאָס, אַ שטױבער, אַ סאַמאָװאָלעץ, אַ זולל־וסובֿאניק, אַ איװאַן פּאָפּערילע, אַן אױסװאָרפֿלינג, אַ משומד און אַ כּל־בוניק, און װאָס אין דער קאָרט!…

אַזױ האָט אים אַטעסטירט פֿרומע די דינסטמױד, אַ בלינדע אַף אײן אױג און אַ געשטופּלטע, נאָר זײער אַ קאַרגע און אַ געטרײַע דינסט. אַ געטרײַע און אַן איבערגעגעבענע און אַן ערלעכע דינסט. זי האָט געהרגעט־געשלאָגן די קינדער, זײ געזשאַלעװעט עסן, אַכטונג געגעבן, זײ זאָלן זײַן גוט און פֿרום און ערלעך און כּשר צו גאָט און צו לײַט. און מחמת די מאַמע איז געװען אַן אשת־חיל, שטענדיק אין קראָם, האָט פֿרומע די מױד געפֿירט די שטוב ביד רמה און „דערצױגן“ די קינדער, װי אַ מאַמע. זי האָט זײ געװעקט, געװאַשן, געצװאָגן, געזאָגט מיט זײ ברכה, געפּאַטשט, געגעבן עסן, געלײענט מיט זײ קריאת־שמע, װידער געפּאַטשט און באַלײגט שלאָפֿן, אַלע אינאײנעם, ס'זאָל אײַך צו קײן חרפּה ניט זײַן, טאַקע מיט איר אין אײן בעט. די קינדער אין בעט ― און זי באַ זײ צופֿוסנס.

אַ שטיק גלות איז געװען פֿאַר די קינדער אָט די פֿרומע די מױד, און אַ יום־טובֿ איז געװען פֿאַר זײ פֿרומעס חתונה ― לאַנג לעבן זאָל ייִדעלע־גנבֿ מיט דער היטשקע געקרײַזלטע האָר, אָנגעשמירט מיט גענדזנשמאַלץ, און מיט דער צונױפֿגעװאַקסענער נאָז, װאָס מע קאָן זי קײנמאָל ניט אױסשנײַצן מען זאָל זײַן, דאַכט זיך, מיט אַכצן קעפּ. לאַנג לעבן זאָל ער, װאָס ער האָט זיך אונטערגענומען (אָט אַ משוגענער!) חתונה האָבן פֿאַר דער בלינדער פֿרומען. און חתונה האָט ער פֿאַר איר געהאַט ניט גלאַט אַזױ, נאָר מחמת „ליבע“: ער האָט זיך אין איר פֿאַרליבט, הײסט עס, מיט סכּנת־נפֿשות. ניט צוליב דעם, װאָס זי האָט נאָר אײן אױג און איז געשטופּלט ― חס וחלילה! נאָר צוליב דעם, װאָס ער טוט אַ שידוך מיט רב נחום װעװיקס. אַ קלײניקײט ― אַזאַ שידוך. חיה־אסתּר אַלײן (די מאַמע) האָט געפּראַװעט די חתונה, געװען די גאַנצע מחותּנתטע, געבאַקן לעקעך, אַראָפּגעבראַכט כּלי־זמר פֿון בערעזאַן, געטאַנצט, געהוליעט ביז טאָג און געװאָרן הײזעריק װי די װאַנט.

אױ־װײ, װאָס חבֿרה האָבן זיך דעמאָלט אָנגעלאַכט און אָנגעטאַנצט! די שׂמחה איז געװען ניט אַזױ צוליב דעם, װאָס אַ פֿײַפֿער אַ גנבֿ נעמט אַ בלינדע מױד, נאָר איבער דעם, װאָס מע װערט פּטור פֿון „פֿרומע די מױד“ אַף אײביק און אײביק! און אַגבֿ האָט מען זיך טאַקע אָנגעלאַכט אױך אַף דעם, װאָס „דער שײגעץ“ האָט קאָפּירט דאָס גליקלעכע פּאָר ― דעם חתן, װי ער פֿײַפֿט מיט דער נאָז, און די כּלה, װי זי קוקט אַפֿן חתן מיט אײן אױגל און באַלעקט זיך, װי אַ קאַץ, אַז זי האָט אַ נאַש־געגעבן סמעטענע.

קאָפּירן, נאָכמאַכן, איבערקרימען ― דערױף איז אונדזער שלום געװען אײן מזיק! האָט ער דערזען עמעצן דאָס ערשטע מאָל, אַזױ האָט ער שױן געפֿונען אַף אים עפּעס אַ חסרון, אָדער אַזױ אַ „לעכעריקס“, און ער האָט זיך שױן אָנגעבלאָזן װי אַ פּענכער, און ער האָט אים שױן נאָכגעמאַכט. און חבֿרה שקצים האָבן געלאַכט, און טאַטע־מאַמע האָבן צוגעשטעלט אַ בענקעלע פֿאַרן רבין, אַז „דער שײגעץ מאַכט נאָך דער גאַנצער װעלט, װי אַ מאַלפּע ― מע באַדאַרף אים אָפּגעװױנען דערפֿון!“

און דער רבי האָט זיך גענומען אים „אָפּגעװױנען“ דערפֿון ― עס האָט אָבער װינציק־װאָס געהאָלפֿן… עפּעס אַ „ניט־גוטער“ האָט זיך פֿאַרקליבן אין דעם קינד, אַ מין לץ, װאָס דער גאַנצער װעלט מאַכט ער נאָך און אַלעמען קרימט ער איבער, אָבער אַלעמען, אַפֿילו דעם רבין אַלײן, װי ער שמעקט טאַביקע און װי ער גײט דריבניטשקע מיט די קלײנע פֿיסעלעך, און די רביצין, װי זי פּיסקלט זיך, רױטלט זיך און בלינצלט מיט אײן אױגל, בשעת זי דאַרף נעמען באַם רבין אַף שבת און קאָן ניט אױסרײדן „שבת“, נאָר „סאַבעס“, ― און פּעטש זײַנען געפֿלױגן, און קלעפּ האָט מען געטײלט, און שמיץ האָט מען געצײלט. אַי שמיץ! סטײַטש שמיץ!

בקיצור ― ס'איז געװען אַ לעבן.

4

שמואליק דער יתום

מעשׂיות, פֿאַנטאַזיעס און חלומות. ― קבלה און כּשוף.

פֿאַראַן פּנימער, װאָס זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן פֿון גאָט אַף צו פֿאַרכּשופֿן אײַך מיטן ערשטן קוק. „האָב מיך ליב“! ― אַזױ שרײַט צו אײַך דאָס דאָזיקע פּנימל, און איר באַקומט דאָס ליב, איר װײסט ניט פֿאַרװאָס.

אָט אַזאַ מין חנעװדיק פּנימל האָט געהאַט שמואליק דער יתום, אַ ייִנגל אָן אַ טאַטן, אָן אַ מאַמען, װאָס אױפֿגעהאַלטן האָט ער זיך באַם רבֿ.

צו אים איז דאָס צוגעקלעפּט געװאָרן שלום נחום װעװיקס, דער העלד פֿון דער דאָזיקער אױטאָביאָגראַפֿיע, פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס זײ האָבן זיך באַקענט, זיך געטײלט מיט אים מיט די אָנבײַסנס און מיט די מיטאָגס האַלב אַף האַלב און געװאָרן חבֿר ― אָבער װאָס חבֿר הײסט! נפֿש אַחת ― אײן לײַב, אײן נשמה! פֿאַרװאָס? איבער זײַנע מעשׂיות.

קײנער האָט נישט געהאַט אַזױ פֿיל מעשׂיות אַף צו „דערצײלן“, װיפֿל שמואליק. האָבן מעשׂיות אַף צו דערצײלן איז אָבער נאָך ניט אינגאַנצן. דאָס דערצײלן אַלײן איז אױך אַ זאַך. דערצײלן אַ מעשׂה דאַרף מען קאָנען. און שמואליק האָט געקאָנט דערצײלן מעשׂיות אַזױ, װי קײנער נישט!

פֿון װאַנען האָבן זיך צו דעם ציקאַװן בחור מיט די רױטע בעקלעך און מיט די פֿאַרחלומטע אױגן גענומען אַזױ פֿיל מעשׂיות, און אַזעלכע שײנע, רײַכע מעשׂיות, מיט אַזעלכע זעלטענע פֿאַנטאַסטישע בילדער? צי האָט ער זײ װוּ געהערט אַמאָל דערצײלן? אָדער דאָס איז געװען פֿון זײַן קאָפּ אױסגעטראַכט, לױטער פֿאַנטאַזיעס? עד־היום קאָן איך דאָס נישט באַגרײַפֿן. איך װײס נאָר אײן זאַך: עס האָט זיך באַ אים געגאָסן װי פֿון אַ קװאַל, נאָר פֿון אַזאַ קװאַל, װאָס שעפּט זיך נישט אױס קײנמאָל. און געגאַנגען איז דאָס באַ אים גלאַט, װי אַף בױמל, און געצױגן האָט זיך עס װי אַ לאַנגער זײַדן־פֿאָדעם. און זיס איז געװען די שטים, זיס די שפּראַך, זיס װי צוקער. און די בעקלעך רױט, און די אױגן פֿאַרחלומט און נאַסלעך, װי איבערגעצױגן מיט אַ דין רױכל.